Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • טאנץ מיט אמונה 4# איז בעזר ה' אויפן וועג

    עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פארן חשובן ציבור, אז די ארבעט אויפן לאנג ערווארטעטער אלבום דער פערטער אין דער סעריע פון "טאנץ מיט אמונה" גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה נענטער ווי ווייטער די ערשיינונג פונעם העליכן אלבום. טראץ דעם וואס די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, סיי אין די אינהאלט איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות. מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה.   "ניגון וכלי שיר יש להם כח גדול להמשיך את האדם לה' יתברך. על כן טוב לאדם להרגיל את עצמו להחיות את עצמו בכל פעם על ידי איזה ניגון לשמח את נפשו ולדבק את עצמו לה' יתברך" 

    < זעה מער ו אב תשע"ט 📝
  • ערשינען הערליכע סידיס פון שיעורים פון ספר שמואל א' און ב' פון ראש ישיבה שליט"א

    עס איז א גרויסע שמחה צו לאזן וויסן אז עס איז נארוואס ערשינען די הערליכע וועלט בארימטע שיעורים אין תנ"ך פונעם ראש ישיבה שליט"א. די שיעורים אין תנ"ך ספעצילע בארימט מיט די קלארקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט, און ווי ער נעמט ארויס די חיזוק און מוסר פון די הייליגע פסוקים וואס מיר דארפן מיטנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן. יעצט זענען מיר צופרידן צו מעלדן אז עס איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים. אין קעמפ אויף 177 אלד רוט 17, מאנטיסעלא.&nbsp; אדער קען מען רופן אויף 347-509-4908. אזוי אויך קען מען עס דאונלאודן פון דראפ באקס. בעזר ה' וועלן די איבעריגע ספרי תנ"ך פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה ערשיינען בקרוב. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'

    < זעה מער כח סיון תשע"ט 📝
  • עצתו אמונה צו באקומען אויף די פּאסט

    די שאלות ותשובות "עצתו אמונה" זענען שוין ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור איבער דער גארער וועלט. די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבעראל צו ענטפערן יעדן מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" - פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינעם וואס פון איין זייט וועט ער קענען פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, צו וויסן די אמת'ע רעאליטעט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון דעם כבוד און געלט א.ד.ג., און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, נישט זאגן "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות. דער וועבסייט ווערט כסדר אפדעיטעד מיט די פילע שאלות ותשובות, וואס ווערן שפעטער געדרוקט אין א קונטרס אין וואס עס איז צוזאמגענומען אלע בריוו פון די וואך, סיי די טעגליכע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט יעדן טאג פאר אלע תלמידים און אנ"ש, סיי בריוו געשריבן פאר יחידים, און בעיקר די שאלות ותשובות, וואו עס ווערט געענטפערט אלע אקטועלע שאלות וואס מענטשן פרעגן אן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן אין פארשידענע מצבים, און דאס ווערט געענטפערט מיט א קלארע דעת תורה און פראקטישן בליק, לויט'ן רבינ'ס עצות ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. דער וועכענטליכער קונטרס ווערט צעשפרייט דורך די מפיצים, און ווערט צוכאפט דורך אידן בכל מקומות מושבותיהם, וואס זענען זיך מחיה מיט די קלארע געשמאקע עצות אויף יעדן מצב. אויך איז דער קונטרס דא צו באקומען יעדן סוף וואך אין ישיבה, און ווי אויך ווערט עס ארויסגעשיקט אויף בליץ פאסט אויפ'ן פארלאנג. לעצטנס איז געווארן א גרויסע פארלאנג פון אידן אז זיי ווילן עס קענען באקומען אין א געדרוקטן פארמאט אויף די פאסט, דעריבער איז מיט פרייד אויפגענומען די נייעס אז עס וועט אי"ה זיין צו באקומען פון היינט און ווייטער אויך אויף די פאסט. צו באקומען קען מען זיך פארבינדען אויפ'ן נומער 845-200-1732. עצתו אמונה פעולתו אמת! &nbsp;

    < זעה מער א סיון תשע"ט 📝
  • קורצע שיינע תיקון ליל שבועות ווידער איבערגעדרוקט

    צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען די וואך האט דער בית הדפוס פריש איבערגעדרוקט דעם &ldquo;תיקון ליל שבועות&rdquo;, וואס איז ארויסגעקומען זייער שיין און קלאר. אלע יארן בעפאר שבועות פלעגט מוהרא&rdquo;ש רעדן פון דעם, אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה שטעלט זיך ארויס מען אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי&rdquo;ג מצות, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס) ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות" אויף דעם וועג, האט מוהרא&rdquo;ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו&rdquo;ט שבועות, האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש, און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג. אין קרית יואל און בארא פארק ביי פארקאש טלתים. כי הם חיינו ואורך ימינו! פאלגענד איז א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע צו איינער וואס האט אנגעפרעגט וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות (איבערגעזעצט אויף אידיש) &nbsp; בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב שלום וברכה אל שמואל נ"י איך האב ערהאלטן דיין בריוו. א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן. מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, ווייל דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר, און נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס. און אין די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל, און פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער הנ', און מען דאווענט וותיקון, און דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עס א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן, און מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה. דער עיקר זאלסטו זייער זייער שטארק זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויף דעם גרויסן זכי' אז דו האסט זוכה געווען צו געבוירן ווערן א איד, און דו ביסט נישט קיין גוי, וואס דאס איז די גרעסטע שמחה, און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פון דאסניי. דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און מתפלל פאר דיר שטענדיג אז דו זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט. המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים

    < זעה מער כט אייר תשע"ט 📝
  • די צענדליגע טויזנטער חיזוק יומי געניסער וואונטשן א הארציגן מזל טוב צום חתונה פונעם עורך שרוליק סאמעט הי"ו

    יעצט ווען מען האלט אינמיטן די שבע ברכות טעג פון החתן ישראל סאמעט הי"ו, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג די טאכטער פון הרב דניאל בוים שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען מיט גרויס שמחה אין היכל הישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג. נעכטן מאנטאג אווענט האט דער זיידע פונעם חתן אפגעראכטן א שיינע שבע ברכות אין זאל פון קרן ויואל משה אין קרית יואל, ווי עס האבן זיך באטייליגט א גרויסע ציבור סאטמארע חסידים קינדער און אייניקלעך פונעם עלטער פעטער פונעם חתן הרב שאול לייב זאלדאן שליט"א. ביי דעם געלגענהייט האט הרב יואל מנחם גרשון שניטצלער הי"ו (פון די חשובע אנשי שלומינו אין קרית יואל, וואס האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות אלס א קרוב משפחה) זיך אויפגעשטעלט און געגעבן א שיינע מתנה פאר חתן אין נאמען פון אלע וואס געניסן פון זיינע פילע פעולות פון הפצה, און האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, און ארויסגעברענגט אז דער חתן איז אן אייניקל פונעם באוויסטן גבאי צדקה הרה"ח ר' יעקב וואלף זאלדאן זכרונו לברכה, וואס זיין בילד ליגט פאר די אויגן פון פילע, ווי ער פלעגט זיך ארומשלעפן זומער און ווינטער מיט די גרעסטע מסירות נפש האבנדיג א ווייעדיג פוס, צוזאמשטעלנדיג סכומים אדורים ארויסצוהעלפן אידישע קינדער אין זייערע שווערע מצבים. אין דעם דרך איז ממשיך זיין חשוב'ער אייניקל דער חתן וכו' צו מחי' אידן טויזנטער אידן מיט התחזקות. צום מתנה איז געווען צוגעלייגט א שיינע פאום געשריבן אויף לשון הקודש, וואס מיר וועלן דא צוברענגען (מיט א אידישע איבערזעצונג) בעזהשי"ת "מאנטאג בחוקותי תשע"ט א הארציגע ברכת מזל טוב צום טייערן חתן כמר ישראליק סאמעט ולזוגתו החשובה תחי'. וואונטשן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס באקומען חיזוק פון די "חיזוק יומי" אין עטליכע שפראכן, די "בליץ חיזוק" אין "סטאטוס", די "קארטלעך", און נאך און נאך. אזוי אויך די גאנצע שטאב פון "חיזוק יומי" און "טעגליכע בריוו", וואס וואונשטן אייך א ברכת מזל טוב פון טיפן הארץ, און פארשטייט זיך פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס בעט פאר אייך יעדן טאג און שעצט זייער אייער טייערע און חשובע ארבעט, פון מחזק זיין צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט. אין זכות פון די אלע הייליגע פעולות, זאלט איר זוכה זיין אויפצושטעלן א ערליכע אידישע שטוב ווי דאס שטרעבן פון אייערע עלטערן און רביס, און איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות, און ווי דער ראש ישיבה'ס ברכה: "ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט". אמן ואמן." &nbsp; בילדער פונעם שיינעם שבע ברכות פאר משפחת זאלדאן החשובה אין זאל פון קרן ויואל משה אין קרית יואל

    < זעה מער כג אייר תשע"ט 📝
  • היינט עש"ק כ"ח ניסן 26טער יארצייט פונעם גרויסן מפיץ רבי שמואל דוד הלוי יונגרייז זצ"ל

    היינט געפאלט אויס דער יארצייט פונעם אומפארגעסליכן גרויסן מפיץ הרה"ח ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז זצ"ל, וואס איז נפטר געווארן פאר 26 יאר צוריק, כ"ח ניסן תשנ"ג. רבי שמואל דוד ע"ה איז געווען אן תלמוד מובהק פון מוהרא"ש זי"ע, וואס זינט ער איז נתקרב געווארן צו מוהרא"ש זי"ע האט ער זיך צוגעבינדן צו מוהרא"ש און געפאלגט מיט די גרעסטע תמימות אלעס וואס מוהרא"ש האט געלערענט. ער האט דורכגעלערענט כל התורה כולה איין מאל און נאכאמל מיט א געוואלדיגע התמדה, ער האט אסאך אסאך גערעדט צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אים באקרוינט מיטן טיטל "דער גרויסער מפיץ", דערפאר וואס ער האט גענומען אויף זיך צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ספרים מיט א מורא'דיגע פלייס און איבערגעגעבענקייט. ער פלעגט טאג טעגליך ארום גיין אין די גאסן, באס סטאנציעס און שאפינג סעטנערס א.א.וו. מיט א געוואלדיגע זיסקייט, ער פלעגט זיך אונטערזינגען זיין בחנטע ניגונדיגל "מי רוצה מתנה, שיתן צדקה", "ווער עס וויל א מתנה, זאל ביטע געבן עפעס פאר צדקה", אזוי פלעגט ער גיין אין די געסלעך און געשעפטן מיט א געוואלדיגע שמירת עינים. ער איז געווען זייער באליבט ביי יעדעם, ער האט אלץ געהאט פאר יעדעם א גוט ווארט, און מחזק זיין און אויסגעהערט וועם עס האט נאר אויסגעפעלט. ברסלבע חסידים תלמדי היכל הקודש וועלן געדענקען דעם גרויסן יארצייט מיטן לערענען און טון מעשים טובים לעילוי נשמת הרב שמואל דוד בן הרב יעקב צבי זכרונות לברכה, און זיך אפלערנען צו טון צו פארשפרייטן דעם רבינס עצות פאר די גאנצע וועלט, יעדער איינער אויף זיין שטייגער מיט וואס ער קען. &nbsp; קליפ: רבי שמואל דוד ע"ה גייט הפצה אין די גאסן און געשעפטן

    < זעה מער כח ניסן תשע"ט 📝
  • די נייע אשר בנחל אויף אידיש מיט מפתחות שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס שמחה האבן די מפיצים אויפגענומען די נייעס אז עס איז נארוואס אנגעקומען אין ישיבה דער פרישער שיפמענט פון די איבערגעדירקטע "אשר בנחל אויף אידש" דאס מאל האט מען צוגעלייגט הערליכע מפתחות און תוכן הענינים. טויזנטער אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיטן לערנען יעדן טאג א פארציע אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירת נפש, און יעדער וואס לערנט דאס, איז עדות ווי עס פלאמט אים אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און עס וועקט אים אויף אז ער זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין מענטשן נאר גלייך לויפן צום אייבערשטן און אים אויספארציילן אלעס וואס דרוקט אים. עס וועקט אויף דעם מענטש, אז נישט קיין חילוק וואס עס איז דורך אויף אים ביז יעצט, זאל ער יעצט אויפשטיין פון בעט, זיך אפגיסן נעגל וואסער, לויפן אין מקוה, און גיין דאווענען מיט מנין, און דערנאך גיין אביסל לערנען, און אזוי אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי. ווען מען לערנט אין דעם הייליגן ספר, שפירט דער מענטש ווי מוהרא"ש האט רעדט ממש צום אים אין זיין מצב ווי ער פערזענליך געפינט זיך יעצט, און ער טרעפט ענטפערס צו אלע זיינע ספיקות, און פלאנטערנישן ווי ער איז אריינגעפאלן. מוהרא"ש האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם ספר גאר גרויסע זאכן, מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט נאר דרוקן דעם הייליגן ספר, וועט ער האבן א ישועה וואס ער דארף. זעט עטליכע שאלות ותשובות פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל" עטליכע בריוו פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון "אשר בנחל"

    < זעה מער יא ניסן תשע"ט 📝
  • די סידיס פון די ניגונים שוין דא צו באקומען אין ירושלים

    צום פרייד פונעם ציבור תושבי ירושלים עיה"ק זענען מיר פרייליך צו מעלדן אז איז שוין דא צו באקומען אלע ניגונים אלבומס פונעם ראש שיבה שליט"א אין ירושלים עיה"ק. עס ווערט פארשפרייט דורך די חשובע דובדבני משפחה, די אדרעס איז: רחוב הרב אלמושנינו 4/6, רמת שלמה, ירושלים. פאר גרעסער באשטעלונגען קען מען רופן אויף 052-7644-664. ווי מען געט איבער ווערן די דיסקס ממש צוכאפט פונעם עולם, און מען קען זייער שווער נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג. &nbsp; צווישן די אלבומס ציילן זיך: פון יעצט, גראמען, ניגנום פון תשובה, נוסח תפלה, קום צוריק, און טאנץ מיט אמונה.

    < זעה מער ו ניסן תשע"ט 📝
  • חידוש אין הפצה: אנגעפולטע MP3 player ווערן צוכאפט פון די מפיצים

    עס קומט אריין גוטע נייעס פון די מפצים וואס גיין ארום טעג און נעכט פארשפרייטן די עצות פון רבין, די מיפצים האבן אנגעהויבן צו טיילן נישט נאר סידיס וואס מען דארף זוכן א סידי פלעיער (איר געדענקט נאך אזא מאשין?... גייט זוכט עס אין מוזעאום) און נישט נאר עס-די קארדס וואס מען דארף ווייטער זוכן א וועג ווי צו הערן די דרשות שיעורים ניגונים וכו'. פון יעצט וועלן זיי אויסטיילן פאר אלעמען א פארטיגע "עם-פי-טרי פלעיער" אנגעפילט מיט דרשות חיזוק און ניגונים, וואס ארבעט מיט א בעטערי, און האט שוין אפילו העד פאונס, עס וועט נישט קאסטן קיין געלט, מען וועט דארפן געבן צדקה. די פלעיער איז א הונדערט פראצענט כשר'ע מאשין, מען קען עס בשום אופן נישט אויסשפילן, עס קען בכלל נישט האבן קיין ווידיא, ראדיא, אדער סיי וועלכע אומ'כשר'ע קאננעקשאן. ווי די מפיצים געבן איבער ווערט עס צוכאפט אויף א פארנעם וואס עס איז זייער שווער נאכצוקומען דעם פארלאנג. &nbsp; כאפט ווילאנג עס איז דא...

    < זעה מער כז אדר ב' תשע"ט 📝
  • פרישע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין ציעט גרויס אינטערעסע

    די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגער טויזנטער רופער פון איבער די גאנצע וועלט, אידן וועלכע שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורים, ניגונים, און נאך פיל מער, זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. אין די לעצטע שטיק צייט איז צוגעלייגט געווארן נאך פארשידענע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, וואס האט געצויגן גרויס אינטערעסע ביי אידן, וועלכע האבן זייער הנאה דערפון. צום ערשט איז די וואך געעפנט געווארן די נייע אפטיילונג "פאמיליע ווינקל", כשמו כן הוא א געשמאקע ווינקל וואו די גאנצע פאמיליע קען הנאה האבן. דארט געפונט זיך די "מעשיות פון תפלה", ווי אידן דערציילן זייערע פערזענליכע איבערלעבענישן, ווי אזוי זיי האבן געהאט א פראבלעם, און זיי האבן מתפלל געווען און געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. דאס איז איינגעטיילט באזונדער פאר אינגעלייט, פאר בחורים, און פאר אינגלעך. אינעם "פאמיליע ווינקל" קען מען אויך הערן די מעשיות פון הייליגן רבי'ן, פון ספר הקדוש ספורי מעשיות, דערציילט אויף גאר א געשמאקע פארנעם פאר קינדער, פון וואס די קינדער זענען זיך זייער מחי', ווי אויך איז דא אן אפטיילונג פון סיפורי צדיקים, וואו מ'קען הערן גאר הערליכע מעשיות פון צדיקים דערציילט דורך חשובע מלמדים פאר קינדער, פול מיט יראת שמים און מדות טובות, און גאר שיין און געשמאק אראפגעלייגט אז די קינדער זאלן הנאה האבן. די "פאמיליע ווינקל", וואס איז פלאצירט אויף נומער 7 פון די מעין מעניו, האט געמאכט א שטורעם ביים היימישן עולם, און האט געצויגן צו זיך טויזנטער מענטשן וואס קומען אריין צו הערן טעגליך די פרישע פערזענליכע מעשיות ווי אזוי אידן ווערן געהאלפן פשוט דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן. מען הערט ווי אידן נוצן דעם אור אלטע אויסגעפרואווטע סגולה ביי כלל ישראל וואס קאסט גארנישט קיין געלט, עס קאסט נישט קיין כח, פשוט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, יעדער בעט דעם אייבערשטן אויף זיינע זאכן, און מ'שעפט גרויס חיזוק פון דעם צו זען אז ממש אויף יעדע זאך קען מען בעטן דעם אייבערשטן, און מ'ווערט געהאלפן ממש וואונדערליך. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט צוגעלייגט ווערן מיט די צייט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן צום "פאמיליע ווינקל". צו די זעלבע צייט איז געעפנט געווארן נאך אפטיילונגען אויפ'ן סיסטעם. אויף נומער 6 פון די מעין מעניו איז געשטעלט געווארן דער אפטיילונג פון "שיעורים כסדרן מיטצוזאגן", אזוי ווי פילע אידן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, ובפרט צו זאגן משניות און תהלים, קען מען אויף דעם אפטיילונג הערן פארגעזאגט משניות און תהלים אויף גאר א געשמאקן בא'טעמ'טן פארנעם, אז מ'זאל עס קענען מיטזאגן סיי ווען, ביים פארן אויפ'ן וועג אדער ביי די ארבעט, אדער סיי ווי א מענטש האט נישט א ספר צו די האנט, קען ער אריינרופן און מיטזאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער אפטיילונג האלט נאך אינמיטן ווערן אפדעיטעט, משניות קען מען שוין הערן גאנץ סדר זרעים, און א גרויס חלק פון סדר מועד, און תהלים קען מען שוין הערן ביז קאפיטל ק', און עס ווערט כסדר צוגעלייגט נאך און נאך. משניות קען מען הערן איינגעטיילט סיי לויט די מסכתות, אדער לויט'ן סדר פון ח"י פרקים א טאג, וואס אויף דעם וועג ענדיגט מען גאנץ ששה סדרי משנה יעדן חודש. תהלים איז אויך איינגעטיילט סיי לויט די קאפיטלעך, אדער לויט'ן יום השבוע, צו קענען ענדיגן תהלים יעדע וואך. גלייכצייטיג קען מען דארט אויך מיטזאגן תיקון הכללי, תפלת הדרך, און פרשת המן. עס איז ערווארטעט צו ווערן צוגעלייגט נאך זאכן פון וואס מענטשן וועלן זייער הנאה האבן. ביי נומער 2 פון די מעין מעניו, ביי די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, איז אויך געווארן צוגעלייגט נאך 2 קנעפלעך. איינס איז אויף 2 און דערנאך 10 וואו מ'קען הערן שיעורים אויף חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דארט הערן קורצערע שיעורים אין חינוך, ארויסגענומען פון די גמרא שיעורים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל דברי חיזוק והדרכה פאר די מלמדים נאכ'ן טעגליכן גמרא שיעור. און אויך קען מען הערן לענגערע שיעורים אין חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פון צייט צו צייט. אויף 2 און דערנאך 11 איז דא די אפטיילונג פון בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דארט הערן פארגעליינט שאלות ותשובות און בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און חיזוק צו יעדן מצב. דאס אלעס איז אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע ברייטע אויסוואלן אויפ'ן ליין. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן. &nbsp; ישמע חכם ויוסף לקח!

    < זעה מער טז אדר א' תשע"ט 📝
  • אידישע וועלט באוויינט פטירה פון הרב משה שארף ז"ל

    היינט אינדערפרי איז אנגעקומען די טרויעריגע נייעס איבער די פטירה פון הרב משה ב"ר שמואל שארף ז"ל, וואס האט אויסגעהויכט די נשמה אין עלטער פון 64 יאר. דער נפטר ער האט נישט געהאט קיין קינדער פאר לאנגע יארן, אלע דאקטוירים און פראפעסארן האבן אים געזאגט אז עס איז נישט מעגליך בדרך הטבע אז ער זאל נאך אמאל האבן קינדער. איין יאר פורים ווען ער איז שוין געווען אסאך יארן נאך די חתונה, האט ער זיך איינגע'עקשנ'ט און געבעטן מוהרא"ש זאל אים צוזאגן קינדער, מוהרא"ש האט יענעם יאר פורים געטרינקן זייער א סאך וויין האט זיך אויפגעשטעלט און געשריגן הויך פאר אלעמען (עס איז דא דער פילם ווי מען קען דאס זען) "איך שווער אז דו וועסט האבן א קינד", עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און עס איז אים געבוירן געווארן זיין זון הרב אלימלך שליט"א, וואס איז משפיע און פארשפרייט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבין אויף דער וועלט, אויף די געשמאקע און גרינגע וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערענט. א פאר יאר שפעטער האט מוהרא"ש געזאגט פאר ר' משה "יעצט וועל איך דיר געבן א טאכטער" און אזוי איז טאקע געווען, צום יאר איז געבוירן געווארן זיין טאכטער תחי' וואס האט חתונה געהאט צו ר' נחמן (המתקתק) סאלמאנוויטש, וואס פלעגט טייפן די בריוו פאר מוהרא"ש לאנגע יארן. דער פארגאנגענעם יום הקדוש איז ר' משה געקומען קיין ווילאמסבורג און מיט געהאלטן די תפילות אין ישיבה. די לויה איז פארגעקומען אין ניו דזשורסי בית החיים, הרב ר' יצחק לעזער שליט"א א מחותן פארן נפטר האט מספד געווען, אויך האט מספיד געווען זיין זון הרב אלימלך, ער האט פארציילט אויף זיין טאטע, וואס טראץ דעם וואס ער האט געהאט שטארקע יסורים, האט ער עס אלץ אנגעומען באהבה, און נישט געהאט קיין תערומות אויפן אייבערשטן. די אלע גוטע מעשים וואס ער האט געטון ביים לעבן קומען אים יעצט צוניץ אויף יענע וועלט, ער נעמט יעצט מיט מיט זיך אלע פרקים משניות, דפים גמרא א.א.וו. וואס ער האט זיך איינגעקויפט בחיים חיותו. &nbsp; תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

    < זעה מער ח אדר א' תשע"ט 📝
  • עצות אמונה איבערגעזעצט אויף ענגליש ווערט צוכאפט

    צוליב די גרויסע נאכפראגע ביי אידן וועלכע לעכטצן נאך די עצות און חיזוק פונעם רבין וואס ווערט געשריבן דורך ראש ישיבה שליט"א אין די קונטרסים "עצתו אמונה" וואס קענען נישט ליינען קיין אידיש, נאר ענגליש, האבן זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט עטליכע אידן מומחים במלאכה, איבער צו זעצן די בריוו אויף ענגליש. און עס האט באקומען דער נאמען "The Light of Emunah". דער ענגליש רעדנדע ציבור באוואונדער די פראפעסיאנעלע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט דערין, פון איין זייט זאל עס זיין פליסיג און גרינג, און פון די אנדערע זייט נישט אוועקצוגיין פון די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט. גלייך נאדעם וואס עס איז ארויס פון דרוק עטליכע הונדערט שטיק, איז עס תיכף צוכאפט געווארן, און מען האט געדארפט איבער דרוקן, כדי נאכצוקומען דעם פארלאנג. דאס איז אויסער די עצתו אמונה וואס ווערט איבערגעזעצט אויף לשון הקודש דורך די מערכת "חיזוק יומי המתורגם", וואס מאכט א געוואלדיגע ארבעט ביי די אידן וואס רעדן נאר לשון הקודש, און ווערט צוכאפט דורך זיי יעדע וואך. די אידישע און די ענגלישע עצתו אמונה איז דא צו באקומען יעדע וואך א פרישע באנד, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט., אזוי אויך קען מען עס באקומען ביי די מפיצים. אויך קענט איר עס באקומען דעליווערט צום טיר דורך רופן די מערכת "חיזוק צום טיר" 347-509-4908 וואס וועלן אייך צוברענגען צום טיר וואס איר דארפט, סידיס, קונטרסים, ספרים, עס די קארדס, א.א.וו. דא אויפן וועבסייט קענט איר עס טרפען צו זען און צו דאונלאודען, אינטערן בלאט "ספרים". (לינק) לא רעב ללחם, ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה'

    < זעה מער יח שבט תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א אין א רוף צו עלטערן "דיין קינד ווארט אויף דיך"

    דער גלאנציגער סמארטפאון וואס רייסט שטיקער פון די שענסטע משפחות, און פילע ווייבלעך און אינגעלייט וואס זענען געווארן עדיקטעד דערצו כאפן בכלל נישט וואס פארא געפערליכע חורבנות עס מאכט זיי אן, עס רייסט אפ ר"ל עלטערן פון קינדער, און צוברעכט זייער משפחות. דער ראש ישיבה שליט"א זענדיגע דעם גרויסן חורבן, איז ארויסגעקומען מיט א גאר הארץ רייסענדע רוף צו עלטערן: "געוואלד טאטעס און מאמעס: א סמארטפאון איז א שרעקליכע זאך, עס מאכט גאר שווערע שאדענס צום חינוך פון די טייערע קינדער, דיין קינד איז אליין... זיין הערצעלע וויינט... ער ווארט אויף ווארעמקייט פון טאטי... ליבשאפט פון מאמי..." דרוקט דא פאר דעם קליפ. &nbsp;

    < זעה מער כט כסלו תשע"ט 📝
  • קול הלשון ארץ ישראל שטעלט צו א דירעקטע ליין צו ראש ישיבה'ס שיעורים

    מטעם קול הלשון פון ארץ ישראל איז געמאלדן געווארן א בשורה טובה, אז צוליב די פילע פארלאנגען, וואס רופן אריין צו הערן דעם ראש ישיבה'ס שיעורים, האבן זיי צוגעשטעלט א דירעקטע ליין, ווי מ'וועט קענען אנקומען תיכף צום ראש ישיבה'ס שיעורים. דער נייער נומער איז 073-2951514 (פון אמעריקע 011-972-73-295-1514) &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער ג חשון תשע"ט 📝
  • נייער הערליכער סידי "קום צוריק"

    דער נייער אלבום, דער דריטער פון די בארימטע סעריע "טאנץ מיט אמונה" מיטן נאמען "קום צוריק" איז שוין ב"ה ערשינען, און איז שוין דא צו דאונלאודן אויפן וועבסייט. די ניגונים וועקן אויף א מענטש פון שלאף און דערמאנט אז מען קען אויך צוריק קומען צום אייבערשטן, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין איך בין. איך זינג מיך אונטער א גאנצן טאג "באשפער העלף אונז לעבן בשלום, ווי טויבעלעך אין א זיסער חלום", זאגן פילע אידן פאר די מפיצים, אנדערע זאגן "איך האב מיך אויפגעוועקט פון מיין דמיון אז געלט איז דער תכלית". אזעלכע און ענדליכע קאמענטארן - וואס מ'הערט נישט אויף קיין שום אלבום אויף דער וועלט - הערן די מפיצים כסדר. יעדער ניגון פון דעם אלבום, ברעגנט ארויס א באזונדער עצה אדער חיזוק וואס מ'קען מיטנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן, און עס לייגן אויף למעשה. דא קענט איר הערן&nbsp;אדער דאונלאדן דעם שיינעם אלבום. הערט און האט הנאה.

    < זעה מער ז תשרי תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 256 to 270 of 292 results

1 2 ... 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com