Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייע אפטיילונג אויפן וועבסייט: ספרים שאנק

    אין די יעצטיגע טעג איז מיטן אייבערשטנ'ס הילף געעפענט געווארן די ספרים אפטיילונג פונעם וועבסייט, ווי איז דא די מעגליכקייט צו זען און דאונלאונדען הונדערטע ספרי ברסלב. עס איז אריינגעלייגט געווארן גאר אסאך כחות אינעם ספרים אפטיילונג. יעצט האט מען שוין די אויסוואל צו זען דעם ספר אָנליין, אדער קען מען עס דאונלאודן. בקרוב וועט אויך צוגעלייגט ווערן די מעגליכקייט צו באשטעלן די ספרים און עס באקומען דעליווערט אהיים. עס ווערט יעצט אריינגעלייגט כוחות צו צולייגן א "סוירטש" אפשען; דאס הייסט, מ'זאל קענען זוכן אין די טעקסט פון די ספרים. אויך וועט מען בקרוב בעזהשי"ת צולייגן די מעגליכקייט צו זען א פי-די-עף פייל פון אלע שיעורים פון יענע טאג ביי די לוח השיעורים פעידזש. אזוי אויך וועט בעזהשי"ת דארט זיין א לינק צום שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פונעם דף פון יענע טאג. דער פעידזש איז איינגעטיילט אין עטליכע הויפט קאטאגרעיס: ספרי רבינו, ספרי רבי נתן, ספרי מוהרא"ש, ספרי הראש ישיבה, שיעורים כסדרן, און גליונות. אונטער דעם זענען דא סוב-קאטאגאריעס ווי איר וועט קענען זען. די ספרים שאנק ווערט יעצט מער און מער אנגעפילט. ספרים שאנק

    < זעה מער יב ניסן תשע"ח 📝
  • מתרגם חיזוק יומי אויף ספאניש – ר' אלכסדר זאיד הי"ו פון מעקסיקא באזוכט אין ישיבה

    אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א האלבע יאר צוריק נאך סוכות ווען איינער האט אים געשיקט א חיזוק יומי המתורגם פונעם ראש ישיבה שליט"א, "איך האב געהערט מורא'דיגע שיינע דיבורים, פשוטע דיבורים, וואס איך האב געשפירט אז יעדער איד אין די וועלט וואלט געדארפט הערן", האט אונז ר' אלכסנדר געזאגט אין א שמועס מיט אים. זייענדיג אין א סביבה וואס רעדן די שפאנישע שפראך, האט ער זיך פארבינדן מיט ר' נחמן פילמער וואס מאכט די חיזוק יומי המתורגם, ער זאל אים העלפן עס מאכן אויף ספאניש. די חיזוק יומי אויף שפאניש גייט זייט דעמאלטס אן מיט א שטארקייט טאג טעגליך בעזהשי"ת, און ווערט מער און מער צושפרייט צווישן צעדליגע שפאניש רעדנדע לענדער אין דער וועלט, טייל פון זיי איז ליידער דא זייער ווייניג אידישקייט, וואס זענען זיך זייער מחזק און הייבן אן צו לעבן מיטן אייבערשטן דורך די חיזוק יומי איבערגעטייטשט. ער זאגט אז מענטשן וועם ער קען אפילו נישט שטעלן אים אפ אויף די גאסן, און מ'באדאנקט אים אז עס האט ממש געטוישט זייער לעבן צום גוטן, מיט לימוד התורה, עניני קדושה, חינוך פון די קינדער, שלום בית, א.א.וו. איינער האט אים פארציילט ווי ער האט מיטגעהאלטן&nbsp;ווי א אידיש פאר-פאלק האבן זיך ארום געקריגט אין א רעסטוראנט, איינע פון די גויאישע&nbsp;ארבייטער האבן דאס באמערקט, האט דער גוי ארויסגענומען זיין טעלעפאן און צוגעגאנען צום זיי און אנגעצינדן איינע פון די חיזוק יומי וואס איז געווען איבערגעטייטשט אויף ספאניש, ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דארט פון מכבד זיין איינע דעם צווייטן "קוק וואס דער אידישער ראביי זאגט,&nbsp;אז א&nbsp;פאר-פאלק קען נאר מצליח זיין ווען עס איז דא רעספעקטן וותרנות"... יעצט ווען איז געקומען קיין וויליאמסבורג אויף יום טוב פסח, האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט און אריבערגעקומען אין ישיבה צו שחרית ספעציעל זיך צו באדאנקען פארן ראש ישיבה שליט"א, דערנאך ביינאכט האט ער צום ערשטן מאל מיטגעהאלטן ווי דער ראש ישיבה געבט א שיעור פאר אינגעלייט. מ'קען באקומען די חיזוק יומי אויף ספאניש דורך רופן + 252-84112266 בילדער

    < זעה מער יא ניסן תשע"ח 📝
  • ברכת מזל טוב פאר מו"ה נחמן פילמער הי"ו, עורך חיזוק יומי המתורגם

    די אלע טויזנטער אידן באקומען די חיזוק יומי המתורגם פרייען זיך מיט מיט די שמחת הולדת הבן ביי הרב נחמן פילמער הי"ו פון בני ברק, וואס איז זיך מוסר נפש צו איבערטייטשן און פארשפרייטן די הייליגע דיבורים עצות און חיזוק פון רבי'ן וואס מוהרא"ש ז"ל האט אונז געלערענט וואס ווערט איבערגעגעבן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אידיש &ndash; אז די אלע אידן וואס קענען נישט קיין אידיש זאלן זיך אויך קענען מחי' זיין און קענען לעבן מיט די עצות און שכל, און ווערן נאנט צום אייבערשטן. זאל אים די זכותים ביישטיין צו זען אסאך אידיש נחת ביי זיינע קינדער, און ער זאל האבן ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו. אמן.

    < זעה מער ט ניסן תשע"ח 📝
  • ספר "עצתו אמונה" ערשיינט וועכענטליך אין א הערליכע באנד

    כאטש די אלע בריוו, פראגעס און ענפערס פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ווערן מיטן אויבערשטנ'ס הילף פארעפענטליכט טעגליך דא אויפן וועבסייט, ערשיינט שוין לעצטענס אויף א פראוועזארישן פארנעם. די קונטרים "עצתו אמונה", זענען ממש צוכאפט געווארן דורכן ציבור, וועלכע האט זיך מחיה געווען דערמיט. דערפאר האבן די מדפיסים יעצט אנגעהויבן צו דרוקן די בריוו אין קונטרסים מיטן נאמען "עצתו אמונה" אויף א הערליכע אויגפארכאפענדען דרוק, און וועט ארויסקומען בעז"ה וועכענטליך מיט די בריוו פון די פארגאנגענעם וואך. אידן פארציילן אז זיי קענען זיך נישט לייגן שלאפן יעדן טאג, איידער זיי האבן נישט געלערנט כאטש איין בריוו פונעם ספר "עצתו אמונה". דער ספר הייבט זיך אן מיט די טעגליכע בריוו פאר די תלמידים און אנ"ש, און די בריוו געשריבן פאר יחידים, דערנאך קומען די בריוו וואס ווערן געשריבן פאר די שאולים דא אויפן וועבסייט, וואס קודם ווערט אראפ געברענגט די שאלה, און דערנאך די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט דעם דעת תורה הברורה, און קלארט אויס די נושא וואס דער שואל האט געוואלט וויסן, און לערנט אויס דעם ליינער וואס דער אייבישטער וויל פון אים אין זיין יעצטיגער מצב, און אז דער באשפער וויל אז ער זאל גלייבן אין אים, און זיך ווענדן צו אים, און אזוי וועט ער ווערן געהאלפן בעזרת השי"ת. די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבער דער גארער וועלט צו עטפערן יעדער מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינער וואס פון איין זייט וועט זיך קענען אראפלאזן צו פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון מיר כבוד, געלט, וכדו'. און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה דא ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות. וועט זיין צו באקומען אין אלע געשעפטן יעדן זונטאג בעז"ה פאר האלסעיל רופט 347-509-4908

    < זעה מער כז אדר תשע"ח 📝
  • בית הדפוס גרייט זיך אויף פסח

    אין בית הדפוס איז די ערב פסח טעג זייער א פארנומענע סעזאן. עס איז יעצט דא גאר אסאך ארבעט. פאר פסח איז דא גאר א גרויסע פארלאנג אויף ספרים און קונטרסים אויף פסח פון מוהרא"ש ז"ל, בפרט בעט מען די הגדה "אור זורע". מען דרוקט די אריגאנעלע לשה"ק, און אויך די איבערגעטייטשטע אויף אידיש. עס ווערט שיין איינגעפאקט אין א בעג כדי עס זאל בלייבן ריין כשר לפסח צו קענען נוצן ביים סדר. די הגדה אור זרוע איז פול מיט גאר שיינע זאכן צו זאגן ביים סדר, אריינצוברענגען אמונה אין זיך און אין די קינדער, און ווערט ממש צוכאכפט פון אלע מפיצים. אויך ווערט יעצט געדרוקט דער קונטרס "א כשרן פסח", וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט פון פסח, און לערנט אויס וויאזוי א מענטש קען זוכה זיין צו האבן א כשר'ן פסח פרייליכערהייט.&nbsp; וויאזוי אריינצוברענגען דעם פסח מיט א שמחה של מצוה, און נישט אז פסח זאל חלילה גיין אינאיינעם מיט כעס און אנגעצויגענקייט. עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אויף 27 סקילמאן רד.

    < זעה מער כא אדר תשע"ח 📝
  • קונטרס "א פרייליכן פורים"

    אריינטרעטנדיג אין חודש אדר, האט מען די וואך איבערגעדרוקט דעם הערליכן קונטרס "א פרייליכן פורים". כשמו כן הוא, דער קונטרס שמועסט אויס גוטע און גרינגע עצות ווי אזוי אויסצונוצן די פרייליכע טעג פון פורים און פון חודש אדר ווי עס דארף צו זיין, און ווי אזוי יעדער איד קען זוכה זיין ארויסנעמען פון די הייליגע טעג דאס בעסטע; אינ'ם קונטרס איז אויך אריינגעדרוקט געווארן די מגילת אסתר וואס וועטצוניץ קומען צו קענען אויסהערן די מגילה פון אינעווייניג. ווי אויך איז יעצט געווארן איבערגעדרוקט דער הייליגער ספר "גנזי המלך", א פירוש אויף מגילת אסתר. די קונטרסים און ספרים און נאך פילע אנדערע איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער ד אדר תשע"ח 📝
  • דער נייער הערלכיער אלבום "טאנץ מיט אמונה" נומער 2 שוין ערשינען

    מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די נייעס אז דער נייער אלבום "טאנץ מיט אמונה 2" איז שוין ענדליך ערשינען. דער סידי אנטהאלט 9 הערליכע אייגענארטיגע טאנץ ניגונים. די שיינע גראמען אויף א געשמאקע שפראך זענען געמאכט און געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, און איז&nbsp;געשפילט און געזינגען גאר פראפעשנאל, און איז באגלייט דורך&nbsp;א הערליכע כאאר. יעדע ניגון איז ממש ווי א גאנצער שיעור פול מיט אמונה חיזוק און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן. דער ערשטער ניגון "אמונה", איז א הערליכער טאנץ ניגון. עס ברענגט ארויס, אז די בעסטע עצה ארויסצוגיין פון אלע צרות, איז חזר'ן און אריינבאקן איך זיך אמונה. דער צווייטער ניגון איז "תורה". א הערליכע לעבעדיגע ניגון, וואס ברענגט ארויס ווי יעדער קען זוכה זיין צו קונה זיין תורה, און ווען א מענטש לערנט תורה, ווערט ער אן ערליכער איד, און ער ווערט א פרייליכער מענטש, און דאס וועט נאכדעם איבערדייען זיין שטוב צו א געשמאקע הויז. דער דריטער ניגון הייסט "סבלנות". דא איז א שיינע ניגון, ווי דער ראש ישיבה זאגט אין שיינע גראמען, אז א מענטש דארף האבן געדולד און אויסווארטן זיין ישועה. "ווארט אויס, און זיי מתפלל, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך ענדיגן גוט". זאגט דער ניגון. נאכדעם קומט דער ניגון "רבי". א געשמאקער ניגון, וואס ברענגט ארויס וואס דעם רבינ'ס ציל איז געווען. דער רבי זי"ע האט מפקיר געווען אלעס וואס ער האט געהאט נאר אז פאר דיר זאל גיין גוט. און אז דער רבי קען פאררעכטן און אויפהייבן יעדעם איינעם, נישט קיין חילוק וואס ער איז נאר דורך. ניגון נומער פינף איז "שבת", א ניגון וואס מאכט טאנצן מיט די שמחה פון שבת. עס זינגט זיך ווי גוט און געשמאק שבת איז, און ווי מען פריידט זיך מיט די געשמאקע שבת מאכלים, און די געשמאקקייט פון די שבת טיש און די שבת'דיגע זמירות. יעצט קומט ניגון נומער זעקס "משיח". א גאר שיינער ניגון, וואס רעדט פונעם טאג אויף וואס כלל ישראל ווארט שוין אזוי לאנג, ווי גוט עס וועט דעמאלטס זיין, און וויאזוי משיח'ס טעג וועלן אויסזען, ווען יעדער אפילו גויים וועלן רעדן צום באשעפער. ניגון נומער זיבן "הפצה", לייגט אראפ דאס וואס מענטש גייען דורך טעגליך שרעקליכע שוועריקייטן ל"ע, דער האט נישט קיין פרנסה, דעם פאלן קידער אוועק, איינער האט נישט קיין שלום בית, און א צווייטער טרעפט נישט קיין שידוך, א.א.וו., ווי ער זיצט אזוי פארצווייפעלט, פלוצלינג ערשיינט ביים טיר א ברסלבער מיט קונטרסים, פול מיט עצות און חיזוק פונקט צוגעפאסט צו זיין מצב, און געט אים האפענונג אנצוגיין, און די וועג זיך ארויסזען פון זיין מצב. און ווער עס האט שכל נעמט אויף שיין דעם ברסלבער. און אז דער ברסלבער וויל דיר נישט&nbsp;פארכאפן פון דיין רבי, נאר דיר צו דערמאנען צו רעדן צום באשעפער דארט וואו דו ביסט. נאכדעם איז דער ניגון "תשובה", א ניגון וואס ברעגט ארויס ווי דער אייבישטער שטייט און ווארט מיט אן אפענעם טיר אז דו זאלסט צוריק קומען צו אים. און איז מסביר אז תשובה טוט מען דורך זאגן פארן באשעפער אז מען האט געזינדיגט, און פון יעצט הייבט מען אן א נייער בלעטל. דער לעצטער ניגון איז "ממלא כל עלמין", וואס זינגט און דערמאנט אז דער אייבישטער איז דא, איז אלץ געווען, און וועט אייביג זיין, און הערט אלעס און פארשטייט אלעס, און אז א מענטש איז קיינמאל אליינס, און אז דער אייבישטער ליגט באהאלטן אין יעדע שוועריקייט, און אז דו ווארטסט אויס, וועסטו זען אז אלעס איז געווען לטובה. סענדי ראטה ני"ו וואס האט געשפילט קיבארד און האט עס ארעינדזשט, זאגט אונז אז מען האט אנגעהויבן צו&nbsp;ארבעטן דערויף תיכף נאכדעם ווען מען האט געענדיגט צו ארבעטן אויפן ערשטן "טאנץ מיט אמונה" אלבום, ער זאגט אז ער האט געבעטן דעם אייבערשטן, און מ'האט געטראפן ב"ה גאר שיינע שפילערס צו שפילן דערויף, און עס איז ב"ה זייער שיין אויסגעקומען. אויך זאגט ער אונז אז מען האט שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויפן דריטן "טאנץ מיט אמונה" אלבום. ר' אייזיק ראטה ני"ו האט אונז פארציילט איבער אן ארץ ישראלדיגער איד וואס האט געמיקסט, וואס האט אים געזאגט א טראץ וואס ער פארשטייט נישט קיין אידיש, האט ער מורא'דיגע הנאה געהאט פון ארבעטן דערויף, און איז געווארן זייער איבערגענומען דערפון. די שפילערס דערפון זענען: קיבארד און ערעידזשער: סענדר ראטה, דראמס: אסיר פעדי, גיטאר: יוני קייסער, באסס: אבי יפרח, וואוקעל רעקארדינג: די מיוזיקל קעיוו, רעקארדיג: עף או עס סטודיאס, מיקס און מעסטער: חיים גאטעסמאן, געזונגען: הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א און די תלמידים. פאר די סידי אויף dropbox דרוקט דא

    < זעה מער יא שבט תשע"ח 📝
  • שאלות ותשובות בלאט גייט אריבער 200 בריוו

    מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער זינט דער שוין היינט בארימטער "ברסלב סענטער" וועבסייט איז אפן, ווערט דער שאלות ותשובות בלאט מער און מער אנגעפילט. ווי איר קענט זען זענען גאר אסאך פון די פראגעס אזעלעכע וואס עס נישט פארהאן קיין אדרעס אויף דער וועלט וואו מ'קען עס בכלל פרעגן אויסער דא. עס ווילט זיך נאר דאנקען דעם אייבערשטן אשר לא השבית לנו גואל, און ער האט אונז געשאנקען היינטיגע צייטן מוהרא"ש ז"ל וואס האט געלערענט מיט אונז די שכל און די עצות פונעם רבין און זיין גרויסער תלמיד רבי נתן ז"ל, וואס דער ראש ישיבה שליט"א גיט אונז ווייטער איבער, אזוי האבן אידן אין די יעצטיגע שווערע תקופה וואס יעדער איינער גייט אריבער מיט זיינע ספקות צרות און יסורים אן אדרעס וואו אריינצושיקן זייערע שאלות און צווייפלען און ווערן געענטפערט מיטן דעת תורה דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס לאזט זיך אראפ צו יעדעם איינעם לויט זיין שכל און ענטפערט בטוב טעם ודעת. ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון די אנפירער פון די וועבסייט, איז די "פראגעס" בלאט, די מערסט געקוקטע פעידזש פונעם וועבסייט, הונדערטער אידן זענען זיך מחיה יעדן טאג מיט די שאלות ותשובות און ווערן אויפגעלאכטן "אה, פונקט דאס האב איך אויך געוואלט וויסן", און נוצן די עצות און חיזוק וואס דער ראש ישיבה שרייבט, שפירענדיג אז דער ראש ישיבה האט אים געמיינט. גלייכצייטיג ווערט איבערגעגעבן אז עס ווערט כסדר אריינגעלייגט גאר אסאך געלט, כח און מח אינעם וועבסייט עס צו פארבעסערן און פארשענערן. צום ביישפיל לעצטענס איז שטארק פארשענערט געווארן די בילדער אפטיילונג, אז די בילדער זאלן ארויפקומען שיין אויפן גאנצן סקרין. אויך איז אינוועסטירט געווארן פיל כח און מי צו פארבעסערן די "מאביל סייט" אז אויך קלענער סקרינס זאלן זיך גרינג קענען באנוצן מיטן וועבסייט. עס ווערט איבערגעגעבן, אז עס קומט נאך אסאך גוטע און שיינע אפדעיטס פארן וועבסייט און די נאנטע צוקונפט בעזהשי"ת. &nbsp; דער וועבסייט איז שוין באזוכט געווארן דורך צענדליגע טויזנטער וויזיטארס. יעצט האט איר די געלעגעהייט צו מכיר טוב זיין און מחזק זיין די עסקנים לשם שמים וואס געבן זיך אפ מיט דעם אלעם שלא על מנת לקבל פרס. עס קאסט אויפצובויען און אויפצוהאלטן שווערע טויזנטערס. שיקט אריין נדבת לבכם הטוב דורך דעם דאזיגן לינק, און דער אייבישטער וועט זיכער צוהערן אייערע תפלות איר זאלט געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס איר ברויכט.

    < זעה מער ז שבט תשע"ח 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין שטוב פון עורך "חיזוק יומי המתורגם"

    וויילענדיג אין ארץ הקודש האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט צו אפשטאטן א באזוך אין הויז פונעם גרויסן מפיץ ר' נחמן פילמער הי"ו אין שטאט בני ברק. ער איז דער וואס האט גענומען אויף זיך די ארבעט פון איבערטייטשן די "חיזוק יומי" אויף לשון הקודש, כדי צו מזכה זיין די אלע וואס קענען נישט קיין אידיש זאלן אויך קענען זיך אויפלעבן און מחיה זיין מיט די עצות און הדרכות וואס דער ראש ישיבה שליט"א גיט אונז איבער. "חיזוק יומי המתורגם" האט געמאכט א מורא'דיגע מהפכה אין ארץ ישראל. צענדליגע טויזנטער אידן פון איבעראל מאכן זיכער טאג טעגליך צו איינעמען א דאזע חיזוק, כדי צו קענען אנגיין ווייטער מיטן טאג טעגליכן לעבן, און נישט זיך לאזן אונטערברעכן פון אלע צרות און יסורים וואס מען גייט אריבער. דאס אלעס איז טאקע אין זכות פון ר' נחמן, וואס לייגט אריין גאר אסאך כוחות, זיכער צו מאכן אז דער מעסעדזש גייט ארויס קלאר, און איז איבערגעטייטש מיט א געשמאקע און גרינגע לשון הקודש. דער ראש ישיבה שליט"א האט אים אנגעווינטשן אז אין דעם זכות זאל ער האבן הצלחה אין אלע ענינים. בילדער: באזוך אין שטוב פון מו"ה נחמן פילמער לינק צו חיזוק יומי המתורגם תשע"ח

    < זעה מער יח כסלו תשע"ח 📝
  • באזוך פון הגה"צ ראש הישיבה שליט"א אין בית הדפוס אין יבנאל

    היינט האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אינעם בית הדפוס אין יבניאל וואס ווערט געפירט דורך המאו"ר הגדול הרב מאור בניזרי שליט"א. פון וואו עס ווערט צושפרייט אין די הונדערטער טויזנטער&nbsp;בלי גוזמה איבער גאנץ ארץ ישראל מדן ועד באר שבע. דער ראש ישיבה שליט"א זיך אומגעקוקט אויף די מאשינען און אויף די טויזנטער ספרים וואס זענען דארט געדרוקט געווארן מיט הערליכע אויגפארכאפענדע גראפיקס און אויף די בעסטע פאפיר, מיט שיינע גרויסע אותיות. דער ראש ישיבה האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די הערליכקייט און הויכע קוואליטעט פון די ספרים. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט פאר ר' מאור הי"ו אז דער בית הדפוס אין וויליאמסבורג, פון וואו עס גייען ארויס מיליאנען ספרים און קונטרסים איבער גאנץ ניו יארק און ארום, גרייט זיך בקרוב צו קויפן א גאר פארגעשניטענע מיליאן דאלארדיגע מאשין, צו קענען דרוק ספרים מיט הארטע דעקלעך. &nbsp;דערנאך זענען זיי געגאנגען צוזאמען צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע צו פועלן אלעס גוטס. בילדער: באזוך אין בית הדפוס יבנאל

    < זעה מער יח כסלו תשע"ח 📝
  • ספרי ברסלב, דרשות, ניגונים, און נאך; געברענגט צו אייער טיר

    אין די יעצטיגע טעג ווערט געעפנט א פרישע סערוויס, צו קענען באקומען אלע ספרי ברסלב, קונטרסים, דרשות, ניגונים, און נאך; דעליווערט צו אייער טיר, אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק. ווי שוין ברייט באקאנט, האבן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש ז"ל, און די דרשות און ניגונים פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט גאר א גרויסע מהפיכה ביים היימישן ציבור. פילע אידן שעפן זייער חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן, זיך צו קענען דערהאלטן ברוחניות ובגשמיות, פון די לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס מוהרא"ש ז"ל האט דאס אפגעשריבן און אראפגעברענגט אויף גאר א לייכטע וועג וואס יעדער איינער קען פארשטיין, און יעדער קען מקיים זיין די געוואלדיגע עצות וואס ווייזן דעם ריכטיגן וועג אין יעדן הינזיכט פון לעבן. די געטרייע מפיצים גייען ארום אין די הייזער, אין די שולן, און ביי שמחות, און טיילן אויס די קונטרסים און ספרים, די דרשות און ניגונים, מיט וואס אידישע קינדער באלעקן זיך די פינגער, דאס בלאזט אריין אין זיי א נייער גייסט שטענדיג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, און צו וויסן ווי אזוי צו האנדלן ביי סיי וועלכע מצב וואס מאכט זיך אין לעבן. אויך דער "גליון היכל הקודש" ווערט אויסגעטיילט יעדע וואך אין גאר אסאך שולן איבער אלע היימישע געגנטער, אז מען זאל קענען זען שיינע זאכן אויף די וואכעדיגע פרשה, און האבן וואס נאכצוזאגן ביים שבת טיש, נישט בלויז א שיינע תורה אויף די פרשה, נאר תורות וואס געבן עצות אין לעבן, און איז מחי' און מחזק. אין די לעצטע שטיק צייט ווערט אויך געדרוקט יעדע וואך א וועכנטליכער קונטרס "עצתו אמונה", דאס איז די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן במשך די וואך פאר די פילע שאלות וואס זענען געשיקט געווארן צו אים. די בריוו זענען גאר אינטערעסאנט און ווערדפול פאר יעדן איינעם, ווייל די אלע שאלות זענען גאר שטארק אקטועל, עס איז נוגע פאר יעדן אויף זיין אייגנארטיגע וועג. גלייכצייטיג ווערט געדרוקט יעדע וואך א קונטרס "בית נצחי", דאס איז די שיעורים פון גמרא בבלי און ירושלמי און תוספתא, לויט'ן סדר וואס מוהרא"ש ז"ל האט איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא; דער קונטרס איז גאר גרינג און פראקטיש מיטצונעמען יעדן טאג סיי וואו מען דארף גיין, און אזוי זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג די דריי שיעורים, וואס די ראשי תיבות פון זיי איז בי"ת, מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג די שיעורים, בויעט מען זיך אויף א "בית נצחי" אויף יענע וועלט. אזוי ווי נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו באקומען די אלע גוטע זאכן, די מפיצים קענען נישט אנקומען צו יעדן איינעם, און אסאך מאל זענען דא אידן וואס ווילן באקומען זאכן, אבער זיי האבן נישט קיין וועג אנצוקומען דערצו, דעריבער האט מען יעצט אנגעהויבן א נייע סערוויס צו קענען באקומען דעליווערט צו אייער טיר, אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק, אלעס וואס איר דארפט האבן, ווי למשל די וועכנטליכער גליון, עצתו אמונה, בית נצחי, ברסלב'ע קונטרסים, סידי'ס פון דרשות און ניגונים, יו-עס-בי'ס מיט אלע דרשות און ניגונים, און נאך. רופט אריין מיט אייער פארלאנג צו&nbsp;347-509-4908, און מיר וועלן פרובירן בעז"ה עס צו שיקן צו אייך אהיים.

    < זעה מער ח כסלו תשע"ח 📝
  • נדבות ווערן שוין אנגענומען אויפן וועבסייט

    נאך א לאנגע תקופה פון איבער דריי חדשים וואס דער וועבסייט איז שוין אפן, ווילן מיר מעלדן אז בסייעתא דשמיא איז ב"ה פארטיג געווארן דער בלאט פון "נדבות" אויפן וועבסייט. מען קען אויסוועלן וואו די נדבה זאל גיין, פאר די ישיבה, אדער פאר די וועבסייט, אדער פאר הדפסה. ישיבה ישיבה תפארת התורה היכל הקודש ברסלב איז שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט, ס'איז איבריג ארויסצוברענגען די געוואלדיגע מעלות פון די הייליגע ישיבה וואס האט שוין געברענגט אזויפיל בחורים צום אייבערשטן, א ישיבה וואו די בחורים האבן ליב דעם ראש ישיבה און ווילן נאר פאלגן וואס ער זאגט, די בחורים זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה, דאווענען מיט אן ערליכקייט, אנגעפילט מיט יראת שמים און מדות טובות. אבער די ישיבה איז שוין היינט נישט נאר אינעם בנין הישיבה, די שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א זאגט אין ישיבה, ווערן שוין היינט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט, פילע טויזנטער בחורים און אינגעלייט און אפילו עלטערע אידן לערנען אין ישיבה... זיי האלטן מיט די געוואלדיגע דרשות און שיעורים, וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט איבער וואס מוהרא"ש האט געלערנט די הייליגע עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, וואס לעבט אויף און איז מחיה און מחזק יעדן איד, אין וואסערע מצב ער געפינט זיך נאר. איר קענט אויך האבן א חלק אין די הייליגע ישיבה, מיט דעם וואס ער וועט מנדב זיין ארויסצוהעלפן די ישיבה, אז מען זאל ווייטער קענען אנגיין מיט עבודת הקודש אן קיין שטער פון געלט. נעמט א חלק אין די הוצאות, און איר האט א גלייכער חלק אין די געוואלדיגע שכר וואס דער אייבערשטער געבט פאר דער וואס איז מקרב אידן צו אים. וועבסייט אין די היינטיגע טעכנעלאגישע וועלט, ווען פילע מענטשן זענען אנגעשלאסן צו זייער קאמפיוטער און טעלעפאן צו קענען זיין פארבינדען מיט די גרויסע וועלט, קען מען מקרב זיין פילע אידן צום אייבערשטן דורכ'ן צושיקן צו זיי די אלע שיעורים און דרשות, ספרים און קונטרסים, דורך דעם וועבסייט וואס מיר האבן אויפגעשטעלט בסייעתא דשמיא. ערליכע אידן לייגן ארויף א פילטער אויף זייערע כלים, צו זיין אפגעהיטן פון אלע שלעכטע זאכן צו וואס מען קען ליידער אזוי גרינג צוקומען, דעריבער האבן מיר זיך אנגעשטרענגט און אריינגעלייגט שווערע צענדליגע טויזנטער דאלארן צו קענען האבן אן אייגענעם וועבסייט, וואס זאל זיין אפגעהיטן בלויז פאר גוטע און ערליכע זאכן. טויזנטער מענטשן באזוכן יעדן טאג דעם וועבסייט, און זענען זיך מחיה מיט די פילע שיעורים, שאלות ותשובות, בריוון, און נאך; פול מיט חיזוק און עצות פאר'ן טאג טעגליכן לעבן. ועוד ידינו נטויה, מיר האבן נאך גאר אסאך אינטערעסאנטע און נוצבארע אפטיילונגען וואס דארפן נאך ווערן צוגעלייגט צום וועבסייט, אבער דאס אלעס קאסט אפ שווערע געלטער. מיט דעם וואס נעמט א חלק אין די גרויסע קאסטן, האט איר א גלייכער טייל אין די עבודת הקודש פון מחי' זיין אזויפיל אידישע קינדער. אויב האט איר הנאה פון דעם וועבסייט, ווילט איר דאך אוודאי אז נאך אידן זאל הנאה האבן דערפון, און איר ווילט זיכער אז מען זאל עס נאך מער פארשענערן און פארברייטערן. זייט אייך משתתף ברוח נדיבה, און דער זכות וועט אייך ביישטיין אז איר זאל געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות. הדפסה "קרן הדפסה היכל הקודש" האט זיך גענומען פאר א ציל צו דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און עס צושפרייטן איבער די גאנצע וועלט, און מיט דעם מקרב זיין אזויפיל אידישע קינדער צום אייבערשטן. יעדעס יאר ווערט געדרוקט מיליאנען ספרים און קונטרסים בלי שום גוזמא, און זיי ווערן צושפרייט איבער אלע אידישע געגנטער פאר עטליכע פרוטות. טויזנטער אידן זאגן עדות אז זייער לעבן האט זיך געטוישט נאכדעם וואס זיי האבן באקומען א ספר אדער א קונטרס וואס האט זיי געעפנט די אויגן צו זען אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און ער הערט אויס יעדן איינעם צו יעדע צייט. די געוואלדיגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, בלאזט אריין א חיות אין יעדן וואס הערט זיך צו צו זיינע רייד. פארשטייט זיך אז די עטליכע פרוטות וואס מען צאלט פאר א ספר, קען נישט אויסצאלן די אומגעהויערע הוצאות פון דרוקן אזויפיל ספרים. מיט דעם וואס איר נעמט א טייל און איר זענט זיך משתתף ארויסצוהעלפן צו דרוקן די ספרים, וועט איר זוכה זיין צו די געוואלדיגע ברכות וואס דער הייליגער זוהר זאגט אויף דעם וואס איז מקרב אידן צום אייבערשטן. &nbsp; מען קען זיך אויסוועלן די זכות פון פרנס היום פאר 600$, פרנס השבוע פאר 1,200$, פרנס החודש פאר 1,800$, אדער קען מען געבן סיי וועלכע סכום. &nbsp; צו מנדב זיין דורכן וועבסייט

    < זעה מער ג כסלו תשע"ח 📝
  • ספר ארך אפים אין אידיש הערליך איבערגעדרוקט

    אין די יעצטיגע טעג האט מען איבערגעדרוקט פון פריש דעם הייליגן ספר ארך אפים איבערגעזעצט אויף אידיש. דער ספר איז געווען פון די ערשטע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, עס איז שוין איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל און איז שוין פארשפרייט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין מחזק געווען און מקרב געווען פילע טויזענטער אידישע קינדער צום אייבערשטן. דער ספר און נאך פילע ספרים און קונטרסים איז דא צו באקומען ביי די קרן הדפסה היכל הקודש אין וויליאמסבורג. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער כט אב תשע"ז 📝
  • פרישער קונטרס "צושנייד מיך נישט"

    אידן איבער די וועלט האבן אויפגענומען מיט גרויס אינטערעסע דעם נייעם קונטרס "צושנייד מיך נישט", וואס איז יעצט ארויסגעקומען פונעם בית הדפוס. ליל שישי פרשת דברים תשע"א לפ"ק האט מוהרא"ש ז"ל געזאגט גאר א רירנדע און הארצרייסנדע הספד אויף הילד לייבי קלעצקי ע"ה וואס איז דאן אומגעברענגט געווארן אויף א שרעקליכן אופן רח"ל, דורך א איד וואס האט זיך פאררופן צו זיין א שומר תורה ומצות, און נישט לאנג נאכדעם איז דערשטאכן געווארן צום טויט רח"ל דער צדיק רבי אלעזר אבוחצירא ז"ל, און מוהרא"ש האט דאן געזאגט דברי הספד וואס האט אויפגעשטורעמט די וועלט. מוהרא"ש האט געזאגט אז דער אייבערשטער וויל אונז ווייזן אז עס זענען דא טויזנטער אידישע קינדערלעך וואס לערנען אין די חדרים און אין די מיידל שולעס, און זיי ווערן נעבעך צעשניטן טאג טעגליך דורך די מלמדים און לערערינס וועלכע ווייסן נישט ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט קינדער ווי עס דארף צו זיין. מען פארשעמט קינדער, מען דערנידערט קינדער, מען שלאגט און מען שפעט אפ פון קינדער, און דורך דעם ווערן זיי ממש צעשניטן לעבעדיגערהייט. מוהרא"ש האט זייער געוואלט אז מען זאל אפשרייבן די דברי הספד און מאכן פון דעם א קונטרס, און יעצט האבן מיר ב"ה זוכה געווען דאס אויסצופירן, און דער קונטרס איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים. עס איז דא א גרויסע נאכפראגע פאר דעם קונטרס, פילע תלמודי תורה האבן באשטעלט גרויסע קוואנטומס פונעם קונטרס, עס צו קענען אויסטיילן פאר אלע מלמדים. דאס איז ממש א חיוב פאר יעדן מלמד דורכצולערנען דעם קונטרס איידער ער גייט אריין אין קלאס, אז ער זאל זייער אכטונג נישט צו צעשניידן קיין קינדער חס ושלום. ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם! דרוקט דעם לינק צו ליינען אדער דאונלאודן דעם קונטרס.

    < זעה מער ז אב תשע"ז 📝
  • קול ברסלב טעלעפאן ליין גענצליך איבערגעמאכט אויף אן הערליכן פארנעם

    די קול ברסלב טעלעפאן ליין איז שוין ברייט באקאנט ביי אידן איבער די וועלט, צענדליגע טויזנטער אידן רופן אריין טאג טעגליך און זענען זיך מחי' מיט די פילע&nbsp;קורצע און לאנגע שיעורים, מיט די ניגונים פון אמונה, און נאך.עס זענען אריינגעקומען פילע פארלאנגען פון אידן פון אלע עקן וועלט אז מען זאל פון פריש מסדר זיין דעם האטליין אויף א שיינעם מסודר'דיגן אופן אז עס זאל זיין גרינג און געשמאק צו טרעפן אלעס וואס מען וויל הערן אויף א לייכטע וועג. דעריבער איז גרויס די פרייד אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מיר דאס באוויזן און מיר האבן אויסגעשטעלט דעם האטליין אויף א הערליכע און געשמאקע פארנעם, צו די צופרידנהייט פון די פילע טויזנטער צוהערער. ווי אויך וועט מיט די צייט ווערן צוגעלייגט נאך פילע אינטערעסאנטע און נוצליכע אפטיילונגען צום טעלעפאן ליין. דער נומער צו רופן אין אמעריקע איז 212-444-9191, און צו דעם געלעגנהייט האבן מיר אויך צוגעשטעלט א נייע לאקאלער נומער צו קענען רופן דעם טעלעפאן ליין פון לאנדאן ענגלאנד, די לאקאלער נומער איז 03303 50 2361 עס איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן און זיך מחי' זיין מיט'ן נייעם האטליין. שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער כא סיון תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 271 to 285 of 287 results

1 2 ... 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com