שיעור התחקות אין קרית יואל דורכן ראש ישיבה היינט נאכט דינסטאג תשא
היינט נאכט פורים קטן, אום 8:30 וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה געבן א שיעור התחזקות אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל עצי תמרים, אויף 8 פרעמישלאן דרייוו. שמעו ותחי נפשכם
היינט נאכט פורים קטן, אום 8:30 וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה געבן א שיעור התחזקות אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל עצי תמרים, אויף 8 פרעמישלאן דרייוו. שמעו ותחי נפשכם
מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען נעכטן נאכט די פרייליכע נייעס איבערן שידוך שליסן פון הב' החשוב שלמה ני"ו דער עלטסטער זון פון ראש ישיבה שליט"א, וואס איז א חתן געווארן צום טאכטער פון הרב יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל עצי תמרים. תלמידים און גוטע פריינט וועלן האבן די געלעגענהייט אנצואווינטשן פאר די בעלי שמחה היינט נאכט אין שטוב פונעם מחותן הרב יואל טייטלבוים שליט"א אויף 8 פרעמישלאן וועי, אין קרית יואל, ווי עס וועט געפראוועט ווערן דער מסיבת לחיים צום שידוך שליסן. דער תנאים וועט נאך נישט פארקומען היינט ביינאכט, צוליב וואס דער ראש ישיבה'ס זיידע קארלסבורגער רב שליט"א, און דער ראש ישיבה'ס טאטע דער קארלסבורגער רב הצעיר שליט"א געפינען זיך יעצט אין אתרא קדישא מירון. דער תנאים וועט אי"ה פארקומען מיט די באטייליגונג פון די זיידעס און עלטער זיידעס לאיוש"ט ווען זיי וועלן בעז"ה צוריק אהיים קומען קיין ניו יארק. סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל מכתב יומי פון היינט ווי דער ראש ישיבה רעדט פונעם שידוך שליסן
מיט התרגשות'דיגע געפילן און גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די פרייליכע בשורה מיט'ן שידוך שליסן פונעם עלטסטן זון פונעם ראש ישיבה שליט"א, הבחור החשוב שלמה ני"ו, מיט די טאכטער פון מוה"ר יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי דבית המדרש היכל הקודש ברסלב קרית יואל, שכונת עצי תמרים. דער חתן איז פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, וואו ער האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן על התורה ועל העבודה. ער איז באליבט ביי אלע בחורים אין ישיבה מיט זיינע מדות טובות, ער איז באקאנט מיט זיין התמדת התורה, אויסער די שיעורי הישיבה האט ער זוכה געווען צו ענדיגן פאר זיך צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און נאך פילע שיעורים. ווי אויך העלפט ער ארויס גאר אסאך אינעם בית הדפוס, צו קענען דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. די כלה תחי' איז א לערערין אין די "בית פיגא" סקול, וואו זי איז באקאנט מיט אירע מדות טובות און מיט איר איבערגעגעבנקייט פאר יעדע תלמידה בלב ונפש. אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די גאנצע וועלט בכלל, פרייען זיך מיט מיט די שמחה בבית הראש ישיבה שליט"א, ווי באקאנט פאר יעדן וויפיל דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אזויפיל ארויסגעהאלפן אידישע קינדער איבעראל מיט די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס ער געבט איבער די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, אויף די היינטיגע שפראך, אויפ'ן היינטיגן פארנעם, אז יעדער איד, אין סיי וועלכע מצב ער איז, זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, און זאל קענען זיין נאנט צום אייבערשטן. זאל דער אייבערשטער העלפן אז ער זאל זוכה זיין צו זען פיל אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים. פרטים איבער די לחיים/ווארט/תנאים וועט אי"ה נאכפאלגן. סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן
היינט אינדערפרי איז אנגעקומען די טרויעריגע נייעס איבער די פטירה פון הרב משה ב"ר שמואל שארף ז"ל, וואס האט אויסגעהויכט די נשמה אין עלטער פון 64 יאר. דער נפטר ער האט נישט געהאט קיין קינדער פאר לאנגע יארן, אלע דאקטוירים און פראפעסארן האבן אים געזאגט אז עס איז נישט מעגליך בדרך הטבע אז ער זאל נאך אמאל האבן קינדער. איין יאר פורים ווען ער איז שוין געווען אסאך יארן נאך די חתונה, האט ער זיך איינגע'עקשנ'ט און געבעטן מוהרא"ש זאל אים צוזאגן קינדער, מוהרא"ש האט יענעם יאר פורים געטרינקן זייער א סאך וויין האט זיך אויפגעשטעלט און געשריגן הויך פאר אלעמען (עס איז דא דער פילם ווי מען קען דאס זען) "איך שווער אז דו וועסט האבן א קינד", עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און עס איז אים געבוירן געווארן זיין זון הרב אלימלך שליט"א, וואס איז משפיע און פארשפרייט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבין אויף דער וועלט, אויף די געשמאקע און גרינגע וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערענט. א פאר יאר שפעטער האט מוהרא"ש געזאגט פאר ר' משה "יעצט וועל איך דיר געבן א טאכטער" און אזוי איז טאקע געווען, צום יאר איז געבוירן געווארן זיין טאכטער תחי' וואס האט חתונה געהאט צו ר' נחמן (המתקתק) סאלמאנוויטש, וואס פלעגט טייפן די בריוו פאר מוהרא"ש לאנגע יארן. דער פארגאנגענעם יום הקדוש איז ר' משה געקומען קיין ווילאמסבורג און מיט געהאלטן די תפילות אין ישיבה. די לויה איז פארגעקומען אין ניו דזשורסי בית החיים, הרב ר' יצחק לעזער שליט"א א מחותן פארן נפטר האט מספד געווען, אויך האט מספיד געווען זיין זון הרב אלימלך, ער האט פארציילט אויף זיין טאטע, וואס טראץ דעם וואס ער האט געהאט שטארקע יסורים, האט ער עס אלץ אנגעומען באהבה, און נישט געהאט קיין תערומות אויפן אייבערשטן. די אלע גוטע מעשים וואס ער האט געטון ביים לעבן קומען אים יעצט צוניץ אויף יענע וועלט, ער נעמט יעצט מיט מיט זיך אלע פרקים משניות, דפים גמרא א.א.וו. וואס ער האט זיך איינגעקויפט בחיים חיותו. תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
עס איז שוין א לאנגע צייט וואס עס איז געזען געווארן א שטארקע פארלאנג צו האבן די אלע לעכטיגע עצות און חיזוק אויך אויף די ענגלישע שפראך, טויזנטער אידן וואס רעדן נאר ענגליש האבן שוין געווארט און געבעטן א לענגערע צייט, "למה נגרע". דערפאר איז אונז א שמחה צו מעלדן אז ברוך ה' נאך די איבערמידליכע ארבעט פון עטליכע חדשים איז שוין בעזהשי"ת די ברסלב סענטער וועבסטייט אויף ענגליש שוין כמעט אינגאצן פערטיג, און וועט ביז עטליכע טעג ווערן געעפענט פארן פובליק. לא רעב ללחם, ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה'
תפלת ישראל עושה רושם, געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען געקומען גוטע גריסן פון ארץ ישראל, אז דער מצב פון הבחור החשוב איציק מענדאלוויטש גייט צום בעסערונג, און ער איז שוין ארויס פונעם קריטישן מצב. אין א שמועס נעכטן מיט ראש ישיבה שליט"א, האט ער דערציילט אז ער איז געווען מיט עטליכע וואכן צוריק ביי הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א, און אים געבעטן א ברכה ער זאל טרעפן א שידוך, האט אים רבי חיים געזאגט 'רפואה שלימה', האט ער נאכאמאל געבעטן א ברכה פאר א שידוך האט ער געזאגט 'בקרוב'. יעצט ווען מען האט פארציילט פאר רבי חיים אז ער האט געהאט אן עקסעדענט און מען פאר שטייט וואס ער האט געזאגט 'רפואה שלימה' ממש רוח הקודש, האט רבי חיים געזאגט "יעצט זאל ער מאכן א סיום הש"ס וועט ער טרעפען א שידוך". איציק האט געזאגט פארן ראש ישיבה אז ער האלט שוין ממש ביי סוף ש"ס, און גייט בקרוב מאכן א סיום ביים שטוב פון רבי חיים. פון די מעשה זעט באשענפערליך אז ווי תפילה העלפט, און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער איז שוין ארויס פונעם מצב סכנה. מען בעט מען זאל ווייטער מתפלל זיין פאר הבחור יצחק בן אהובה שושנה פאר א גאנצע רפואה.
אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן סיום הש"ס קומענדיגע יאר שבת קודש פרשת ויגש ז' טבת, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. ביי יעדער אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים (נאך חומש - מעביר סדרה זיין, און א שיעור משניות) איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין (עיין שיחות הר"ן סימן ע"ו), און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין דורכצוגיין כל התורה כולה. בפרט געדענקען אנשי שלומינו די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט אכט יאר צוריק נאך פסח, נאך דעם שווערן סטראוק ל"ע, וואס עס איז נישט דורך א טאג וואס ער האט נישט געשריבן אינעם בריוו, "היינט לערנט מען מסכת פלוני דף פלוני", הייב היינט אן צו לערנען אויפן גמרא אויפן סדר פון דף היומי, ווייל נאר די בלעטער גמרא וואס מיר לערנען אויף דער וועלט, נאר דאס נעמען מיר מיט אויף יענער וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער דף היומי איז א מתנה וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן פאר הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל ראש ישיבת חכמי לובלין, אויף דעם וואס ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר די ברסלבע חסידים פון פוילן ווען זיי האבן נישט געקענט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה צוליב וואס די גרעניצן זענען געווען פארמאכט, האט ער איבערגעגעבן זיין ישיבה וואס איז געווען ליידיג בין הזמנים אז די ברסלבע חסידים זאלן קענען דאווענען אינאיינעם, און ער אליין האט אויך דארט געדאווענט עטליכע יאר, בזכות זה האט אים דער הייליגער רבי מזכה געווען אריינצוברענגען דעם געדאנק פון דף היומי ביי כלל ישראל. אמת אז אין אנפאנג האט א געוויסע פארטיי געוואלט פארכאפן דעם געדאנק פון דף היומי פאר זייער פאליטיק, אבער היינט ווייסט שוין יעדער אז דער דף היומי געהערט פאר יעדער איד באזונדער, און האט נישט קיין שום שייכות מיט קיין שום פארטיי. פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש זאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, זענען זיי זוכה זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה. יעצט איז די צייט זיך צו מאכן א ריכטיגע חשבון - וויאזוי גיי איך אויסזען אין ב' סיון תשפ"ז: וועל איך נאך אלץ האלטן אינמיטן שפעקולירן צי מען דארף בויען א וואנט ביים גרעניץ פון מעקסיקא אדער נישט? (וועם וועט דאס דעמאלט אינטערעסירן?...) אדער וועל איך יעצט האבן דעם שכל און פאלגן די עצות פונעם צדיק, און נאך היינט אנהייבן צו לערנען דעם דף גמרא (דאנערשטאג תרומה, חולין דף ע"ב), און בערך זיבן יאר פון היינט ווען מ'וועט נאכאמאל האלטן ביי חולין דף ע"ב וועסטו אויך זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס, און דורכדעם זוכה זיין צו א גוט לעבן אויף דער וועלט און יענע וועלט. צו דעם גרויסן געלעגענהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, ווי אלע תלמדי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכע פראגראם. בקרוב וועט געמאלדן ווערן די דעטאלן איבער רעזערווירן צימערן. פרטים יבואו
היינט מיטוואך תרומה איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך פון א תלמיד הישיבה, ווען הב' דוד ראבינאוויטש, א זון פונעם ביאלע רבי פון בארא פארק, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון הרב שלמה ברוך בלוי שליט"א. דער חתן האט פלייסיג געלערענט אין ישיבה תפארת התורה, ווי ער האט אויסגענוצט די צייט און געענדיג מסכת נאך מסכת, און געהאט שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה. ער איז געווען פון די בחורים וואס האבן געענדיג מסכת תענית אין קעמפ יעדן טאג פאר פערציג טעג אין א צו. אויסער דעם האט ער פיל ארויסגעהאלפן דעם ראש ישיבה ווען נאר ער האט געקענט. די ישיבה תפארת התורה האט א ספעציעלע הכרת הטוב פארן מחותן מצד החתן דער ביאלע רבי, וואס פאר צען יאר צוריק, ווען די ישיבה האט געהאלטן אין די ערשטע יארן פון כל התחלות קשות, האט די ישיבה געהאט איר אכסניה אין ביהמ"ד ביאלע אין בארא פארק. דער מחותן מצד הכלה איז הרב שלמה ברוך בלוי שליט"א, וואס איז פון די תלמידים פון מוהרא"ש פאר לאנגע יארן, און געט זיך אוועק לייב און לעבן ווייטער צו פארשפרייטן זיינע הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט, אויף פארשידענע אופנים. זאל דער אייבישטער העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן אן ערליכן אידישן הויז, א בית נאמן בישראל. עוד ישמע בערי יהודה בילדער
נעכטן מיטוואך אווענט, ווען אין גאס האט געהערשט א סיבירישע קעלט פון עטליכע ציפערן אונטער זערא, מיט בוזשעווענדע ווינטן וואס האבן געמאכט שפירן די קעלט ווי 20-30 אונטער זערא, האט אין שטוב פון מו"ה יצחק משה רייך הי"ו געהערשט א ווארימע הייסע אטמאספער, ווען א ריזיגע ציבור אידן פון אינג און אלט, פון אלע קהלות הקודש פון בארא פארק זענען געקומען זיך ווארעם באטייליגן ביים "טיי אווענט" וואס איז גערופן געווארן דורך מו"ה יואל מאשקאוויטש הי"ו און מו"ה יצחק משה רייך הי"ו, צוזאמען מיט די הילף פון מו"ה יענקי פיש הי"ו, מו"ה יענקי יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו. "איך קען דיר זאגן איין זאך" האט אונז ר' יואל מאשקאוויטש געזאגט "די פינאנציעלע און מאראלישע חיזוק וואס דער ברייטער ציבור האט אונז נעכטן געגעבן, האט מיר ממש איבערגענומען". די אלע אידן זענען געקומען דורך בלויז א טעלעפאן רוף וואס זיי האבן באקומען, אדער דורך א קליין צעטעלע וואס איינער האט זיי געגעבן אין בית המדרש, אויסער דעם איז בכלל נישט געווען קיין אדווערטייזמענטס. דער מסיבה איז געקרוינט געווארן אלץ א קנאקעדיגער סוקסעס לויט אלע דיעות, עס איז אריינגעקומען א גאר גרויסער סכום געלט מער פון אלע ערווארטונגען, עס זענען געקומען א ריזיגע ציבור פון אלע עידזשעס און פול אלע קרייזן. עס זענען געווען צוגעגרייט שיינע געדעקטע טישן, דער עולם האט געשטראמט ביז שפעט אין די נאכט שעות. אויך האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פערזענליך משתתף געווען פון 11:30 ביז 1:30. עס איז געווען צוגעשטעלט ווארימע זופ, ווארימע טיי, און ווארימע קוגל זיך אנצואווארימען די פארפרויענע ביינער, פון די שרעקליך קאלטע וועטער אין גאס. דערנאך איז געווען שיין צוגעגרייט אויף די טישן פארשידענען געשמאקע מעדנים און מטעמים, פון וואס דער עולם האט טועם געווען. טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף בילדער
גרויס שמחה און פרייד הערשט ביי די בחורים אין ישיבה, וואס פרייען זיך מיט די שמחה פון נאך א חבר וואס איז א חתן געווארן למזל טוב. הבחור החשוב ישראל סאמעט ני"ו איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת הרה"ח מוה"ר דניאל בוים שליט"א. די שמחת ווארט/לחיים/תנאים איז פארגעקומען די וואך מיטוואך אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק. דער חשובער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע גרויסע פעולות אין הפצה, אויסער זיין התמדת התורה און מדות טובות, איז ער גאר שטארק אריינגעטון אין הפצה אויף פארשידענע אופנים, צו פארשפרייטן די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן איבער די גאנצע וועלט, אריינצוברענגען אמונה אין אידישע קינדער, און מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים. און ספעציעל העלפט ער ארויס גאר אסאך פאר די "חיזוק יומי המתורגם", איבערצוטיישטן די חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף פילע שפראכן, אז זיי זאלן קענען אנקומען צו יעדן איינעם אן אויסנאם. דער אייבערשטער זאל העלפן אז די גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, אז דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת, מיט אלע גוטע השפעות ברוחניות ובגשמיות. שמח תשמח רעים האהובים! לחיים אין ישיבה תנאים אין ביהמ"ד היכל הקודש ב"פ קליפ: דער ראש ישיבה שליט"א ליינט פאר דער תנאים
די וואך מאנטאג אוונט איז פארגעקומען א הערליכע פרייליכע חתונה אין אונזער בית המדרש אין וויליאמסבורג, די פינפטע אזא סארט חתונה וואס קומט פאר אין שול. עס איז געגאנגען אונטער די חופה הבה"ח לייבי הי"ו בן מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו, מחשובי תלמידי הישיבה, עב"ג בת מו"ה יצחק קאפלאן הי"ו. די חתונה האט זיך אנגעהויבן אום 5 אזייגער נאכמיטאג, ווען דער עולם האט זיך אנגעהויבן צוזאמצוקומען צום קבלת פנים, 6 אזייגער איז מען געגאנגען צו די חופה אין פארנט פון בית המדרש, ביי די לעצטע חתונה האט מען אהערגעשטעלט גאר א שיינע חופה, הערליך ארויפגענייעט מאמרים פון רבי'ן ארום און ארום ווי 'מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד' 'קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען' א.א.וו. ביי די חופה האבן די פעטערס פונעם חתן שיין געזינגען ווארעמע התעוררות ניגונים. במשך די חופה זענען די בחורים פון ישיבה געווען פארנומען אין שול, זיי האבן אפגערוימט פונעם קבלת פנים און צוגעגרייט די סעודה. ווען דער עולם איז אריינגעקומען אין שול נאך די חופה, איז שוין געווען שיין געגרייט די טישן, מיט בילקעס און געפילטע פיש מיט דיפס. ביי די זייט איז געווען צוגעגרייט פיינע הייסע עסנווארג, מיט וואס יעדער האט זיך געקענט אליין מחיה זיין כאוות נפשו. די עסן ביי די חתונה איז צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו, איינע די פיש, א צווייטע די קוגלען, א דריטע די דיפס און סאלאטן, און אזוי ווייטער. און די פליישן ווערט צוגעשטעלט דורך די "בית התבשיל" פון די קהלה, וואס זיי נעמען צוזאם די איבריגע מאכלים וואס בלייבט איבער לרחצה פון שמחה זאלן. און דאס אלעס ווערט צוגעשטעלט אין פלאסטיק געשיר פון די ישיבה. ביי די חתונה איז נישט געווען קיין שום באצאלטע סארווירער אדער רוימער. ביי די מענער האבן די בחורים פון ישיבה צוגעגרייט און אראפגערוימט, און די זעלבע ביי פרויען האבן די מיידלעך פון די סקול געטוען די אלע ארבעט. און א פרוי פון אנשי שלומינו האבן גענומען די בילדער ביי די פרויען. אום אכט אזייגער איז דער חתן אריינגעקומען, און די פרייליכע טענץ האבן זיך אנגעהויבן. פרייליכע מוזיק האט געשפילט, וואס איז געווען א פשוטער טעיפ אפגעכאפט פון אנדערע חתונות, און אין זאל האט געהערשט גאר א פרייליכע שטימונג, דער עולם האט געטאנצען און געהאפקעט מיט גרויס שמחה, געוויסע האבן געמאכט פארשידענע קונצן פרייליך צו מאכן, און אזוי ווייטער איז די טאנצן געווען אויף א גאר א פרייליכער פארנעם, און אום 9:45 האט זיך די מוזיק אפגעשטעלט און מ'איז געגאנגען צום בענטשן. נאכ'ן בענטשן האט זיך אויפגעשטעלט דער "גראמער", דער שמש פון די קהלה, וואס האט אויסגערופן צום מצוה טאנץ מיט א שיינעם "יעמוד יעמוד יעמוד", בלויז די זיידעס, די מחותנים, און צום לעצט די חתן כלה. יעדער פון זיי האט געטאנצן פאר עטליכע מינוט לקראת הכלה, און אום 10:40 איז די חתונה שוין געווארט פארטיג, און אויף עלף אזייגער זענען שוין די טישן און בענקלעך געווען צוריקגעשטעלט אויפ'ן ארט, די שול האט מען שיין אויפגערוימט, ס'זאל זיין גרייט פאר די בחורים וואס וועלן קומען מארגן אינדערפרי לערנען פלייסיג. דער חידוש פון די חתונות איז שול איז ממש אומבאגרייפלעך, די גאנצע חתונה נאכט האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, און פארשטייט זיך אז ווען די נאכט פון די חתונה איז אומזיסט, קען שוין נישט די איבריגע זאכן ארום און ארום קאסטן צופיל געלט, ווי מ'האט גראדע געהערט פון די פעטערס ביי די יעצטיגע חתונה אז זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן אויסצוגעבן צופיל געלט פאר קליידער, מאכן די האר, וכדומה, ווייל דעמאלט וואלט די חתונה זיי שוין געקאסט מער ווי פאר'ן מחותן אליין... די חתונה איז געווען באמת א שיינע פרייליכע חתונה, גארנישט ווייניגער ווי סיי וועלכע אנדערע חתונה, די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט ביי די חתונה איז נאר געווען די חובות... און נאכדערצו אז ס'האט זיך געענדיגט אזוי פרי, א זאך וואס דערלייכטערט גאר שטארק פאר אלע קרובים און משפחה, וואס קענען אנהויבן דעם קומענדיגן טאג ווי געווענליך. יעדער ווייסט די געפיל וואס מען האט אין מח ווען מ'זעצט זיך אוועק ביי א חתונה נאכ'ן בענטשן צום מצוה טאנץ, "יעצט גייט מען דארפן זיצן מיט געדולד און אויסהערן דעם גראמער פאר די קומענדיגע פאר שעה", קיינער אין זאל ווייסט נישט פארוואס דאס פעלט אויס, דער גראמער זינגט אפ זיינע שיינע גראמען און רומט אויס דעם עולם, אין די צייט וואס יעדער ווייסט אז דאס איז הוילע נארישקייטן, קיינער איז באמת נישט אינטערעסירט דערין. און ביי די חתונות אין שול, ווען דער עולם הערט דעם 'יעמוד יעמוד' און נאך א האלבע מינוט שטעלט זיך שוין אויף דער ערשטער זיידע צו טאנצן, זעט זיך גאר שטארק אן דעם שמייכל און דערלייכטערונג אויף די פנימ'ער פון די פארזאלמטע. און ביים אויסרופן דעם צווייטן זיידן האט דער עולם שוין געקענט דעם נוסח פונעם "יעמוד", און יעדער האט מיטגעברומט מיט א שמייכל אויפ'ן פנים. א חתונה אין שול איז באמת נישט קיין נייע זאך, פארקערט, חתונות אין א זאל איז א נייע זאך. אינדערהיים האבן רוב אידן געוואוינט אין קליינע שטעטלעך, וואו ס'איז בכלל נישט געווען קיין זאל און די חתונות זענען פארגעקומען אין הויז אדער אין שול. און ווי ס'ווייזט זיך ארויס קומט יעצט צוריק די אמאליגע אידישע טעם פון א שמחה, וואס האט אלע חן אויף דער וועלט. איינער האט געמאכט א חשבון אז אויב א נארמאלע באלעבאטישע חתונה קאסט ארום 80 טויזנט דאלער, און מ'טאנצט ביי די חתונה פאר ארום 80 מינוט, קומט אויס אז יעדע מינוט קאסט טויזנט דאלער... ס'איז נישט זיכער צי דער חשבון שטימט פונקטליך ביי יעדע חתונה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז כמעט יעדער וואס האט שוין אמאל חתונה געמאכט האט געמוזט אנבארגן געלט עס צו קענען באצאלן, און געווענליך שטימט דארט בכלל נישט דער חשבון ווי אזוי עס וועט ווערן צוריק געצאלט. צום פינפטן מאל האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט אז דאס פעלט בכלל נישט אויס, מ'קען חתונה מאכן פאר ממש קליין געלט, און די חתונה נאכט דארף גארנישט צו קאסטן. און עס איז צום האפן אז די חתונות וועלן זיין א גוטער ביישפיל אויך פאר אנדערע אידן, וואס וועלן זיך צוכאפן צו דעם געדאנק, און קענען מאכן שמחות מתוך שמחה, אן קיין איבריגע דאגות, חובות און הארץ ווייטאג. ואת עמודיו חמשה וחשוקיהם זהב! מען גרייט צו די חופה מען גרייט צו דאס עסן קבלת פנים די פרייליכע ריקודים די מצוה טאנץ פון ראש ישיבה דער שמש רופט אויס צום מצוה טאנץ קליפ: די פרייליכע ריקודים קליפ: דער ראש ישיבה טאנצט מצוה טאנץ
היינט מיטוואך משפטים אווענט קומט בעז"ה פאר א מסיבה לטובת די כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי אינגעלייט וואס תורתם אמונתם הארעווען זיך צו משלים זיין בש"ס ופוסקים והוראה. דער טיי אווענט קומט פאר אין שטוב פון מו"ה יצחק משה רייך הי"ו אויף 1515 54סטע גאס. כי טוב סחרה מכל סחורה בריוו פונעם ראש ישיבה איבער די חשיבות פונעם כולל היכל הקודש
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א מסיבה פארן כולל היכל הקודש וויליאמסבורג בנשיאות דער ראש ישיבה שליט"א, ווי עס זיצן אין לערנען אינגעלייט תלמידי חכמים וואס תורתם אומנותם, און זענען זיך משלים בש"ס ופוסקים ובהוראה. דער מסיבה איז פארקומען מיט גרויס סוקסעס אין שטוב פון מו"ה העניך אינדיג הי"ו, אויף 450 קענט עוועניו. בילדער
די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער. אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, אריינצוברענגען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין יעדע אידישע הויז איבער די גאנצע וועלט. צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אז ער זאל וויסן און געדענקען אלעמאל אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צום אייבערשטן. יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות. דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה, און ספעציעל ווען א בחור אדער מיידל וועט דארט אויסזאגן תהלים, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל. מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה אז אזוי ווי ביי זיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך אים, די זעלבע וועט אויך זיין נאך זיין הסתלקות אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן. און דאס האט מען ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע טויזנטער אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'. דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. ביי די סעודה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן, דאס זענען גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד. דאס איז אן אמת'ער רבי, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס מוהרא"ש האט געטון ווען ער איז געווען א יונגער בחור'ל און ער האט געטראפן א ספר'ל פון הייליגן רבי'ן, און דאס האט אים געטוישט זיין לעבן, ס'האט אים געברענגט נאנט צום אייבערשטן, און דערפאר האט מוהרא"ש נישט געוואלט האלטן דעם סוד פאר זיך, האט ער גענומען פאר זיך א ציל אין לעבן, צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער איבער די גאנצע וועלט. אין יענע צייטן איז דער נאמען פון רבי'ן נאך נישט געווען באקאנט בכלל פאר זייער אסאך אידן, און חפץ ה' בידו הצליח אז ער האט זוכה געווען אריינצוברענגען די עצות און לימודים פון רבי'ן אין די גאנצע וועלט. דאס איז אונזער פליכט ווייטער ממשיך צו זיין, יעדער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער קען איבערגעבן די לימודים ווייטער פאר נאך אידן, אויב דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן און אונז געברענגט צום הייליגן רבי'ן, דארפן מיר דאס פארגינען אויך פאר נאך איינעם. נארישע מענטשן האבן מורא פון די "כאפערס", די געטרייע מפיצים וואס טראגן ארום און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים. וואס וויל זיי דען? וואס שטייט אין די קונטרסים? די איינציגסטע זאך וואס די קונטרסים ברענגען ארויס איז דאך נאר צו מקרב זיין יעדן איד צום אייבערשטן, צו ווייזן פאר יעדן איינציגסטן מענטש אז ער האט נאך אויך א וועג מצליח צו זיין אויף דער וועלט, אז ער זאל קיינמאל נישט אויפגעבן נאר שטענדיג זיך אויפהויבן און זיך מחזק זיין, צו וויסן א וועג ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, ווי אזוי צו האבן שלום בית, און נאך פילע גוטע עצות אין לעבן. ווען דער מפיץ קומט צום טיר מיט א קונטרס, איז ער נישט דא געקומען צו פארכאפן מענטשן קיין ברסלב, ער איז געקומען מזכה צו זיין אידן מיט חיזוק און אמונה, מיט עצות און הילף, מ'זאל ווייטער קענען אנגיין אין לעבן, נאר אויך ארייננעמען דעם אייבערשטן אין זייער לעבן. נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א שיינע סלייד פרעזענטאציע איבער די גרויסקייט פון הפצה, מען האט געהערט ערשטהאנטיגע מעשיות פון פילע מפיצים ווי אזוי די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען מחי' און מחזק אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט. דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א. לזכר עולם יהיה צדיק! בילדער
דעם קומענדיגן מאנטאג פ' משפטים וועט אי"ה פארקומען די חתונה פון הבה"ח לייבי הי"ו בן מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו, עב"ג בת מו"ה יצחק קאפלאן הי"ו. די חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג. ווי ביי די פריערדיגע חתונות, וועט דאס מאל אויך אלעס ווערן צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט פאר ביידע זייטן, אלע משפחות פון די קהלה לייגן צו א האנט צוצושטעלן אלע געברויכן פון די חתונה, און גלייכצייטיג איז ערווארטעט אז דאס וואס זיין גאר א פרייליכע חתונה, ווי ביי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה. דער אייבערשטער זאל העלפן אז ס'איז זאל א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים געזונטערהייט. מיט די פארמערונג פון חתונות אין היכל הישיבה, ווערט פון איין זייט די רעש פון "א חתונה אין בית המדרש" שטילער, אבער פון די אנדערע זייט שרייעט די שטילקייט אזש עס קען ממש טויב מאכן די אויערן. פאר אן אפהאנדלונג איבער די פילע חתונות אין ישיבה, ליינט דעם פרישן ארטיקל (לינק בייגעלייגט פון אונטן) ארטיקל: ס'מערן זיך חתונות אין היכל הישיבה