Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • קמחא דפסחא קאמפיין

    אין די יעצטיגע טעג, גייט אן די יערליכע קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח. דאס יאר איז דער פינאנציעלע מצב אין וואס די מוסדות געפונען זיך יעצט אן אויסנאם שווערע. ברוך ה' אז די מוסדות האלטן אין איין וואקסן, און מיט דעם וואקסט מיט די גרויסע הוצאות. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג גאר אסאך געלט פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די מיידל סקול. דעריבער האפט מען אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. אויף זיך צו באטייליגן אינעם קאמפיין, רופט אריין אין אפיס איבערצוגעבן אייער ברייטהארציגע נדבה, #101 718-384-1652 כל דכפין ייתי ויכול!   צו מנדב זיין דורך "פּעי-פּאַל"

    < זעה מער ג ניסן תשע"ט 📝
  • אויפדעקונג: דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע איז געווען ביים הייליגן רבינס ציון אין אומאן

    אין ספר "צדיקים קרויים חיים", (תולדות און סיפורים פון הרה"ק מריבניץ זי"ע), ווערט געברענגט אין נאמען פונם משב"ק הרב משה הערש בערקאוויטש שליט"א, אז דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע האט געזאגט אז נאך אין צייטן פון זיין הייליגן רבין הרה"ק משטעפינעשט זי"ע איז ער געפארן קיין אומאן צום ציון פונעם הייליגן רבין, און ער האט זיך דערויף אויסגעדרוקט "איך האב אריינגעכאפט". אזוי אויך פארציילט דער משב"ק, אז הרה"ק מריבניץ זי"ע האט געזאגט אז דער "תיקון הכללי" וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען, האט די סגולה ווי זאגן דער גאנצער ספר תהלים, און ווען א מענטש וויל אויסזאגן גאנץ ספר תהלים אבער ער האט נישט קיין צייט, קען ער זאגן די "תיקון הכללי". אויך האט ער פארציילט, אז עס האט זיך געקענט מאכן ביים הייליגן ריבניצער רבי זי"ע אינמיטן א שמועס, אז ער זאל זיך געבן א רוף אן (אן דעם וואס עס זאל האבן א שייכות - מיט אונזערע אויגן - צום שמועס) בזה הלשון "דער הייליגער רבי נחמן איז געווען א קינד פון פיגא, און פיגא איז געווען א טאכטער פון אדל, און אדל איז געווען א טאכטער פון הייליגן בעל שם טוב". ווי באקאנט האט דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע געהאט א געוואלדיגע הערצה צו ברסלבע חסידים בכלל, און צו מוהרא"ש זי"ע בפרט, געווען איז דאס ווען הרה"ק מריבניץ איז געקומען אויף אפרו קיין בארא פארק אין יאר תשל"ח ביי דעם באקאנטן &nbsp;בעל מנגן הר"ר מרדכי ווערדיגער הי"ו וואס האט דאן געוואוינט אין שכנות פון מוהרא"ש זי"ע, ארויס פון דעמאלטיגן צענטער פון בארא פארק, במשך דער צייט האט דער ריבניצער צדיק פארברענגט רוב שעות פון טאג און נאכט ביי מוהרא"ש הקדוש אין ביהמ"ד, וואו ער האט אפגעראכטן זיין הייליגער עבודה, מיט א מקוה אויפן פלאץ, אבער נאך געציילטע טעג ווען בארא פארקער אידן האבן זיך דערוויסט פונעם גרויסן גאסט, האט מען אנגעהויבן שטראמען צום בית המדרש היכל הקודש ברסלב וואו דער צדיק האט געפראוועט און אויפגענומען דעם עולם, מוהרא"ש האט ביי די שיעורים אסאך פארציילט וואס ער האט מיטגעלעבט יענעם וואך מיטן ריבניצן רבי'ן זי"ע. &nbsp; אינטערעסאנט איז אבער מיטצוטיילן ווי אזוי דאס צאמקום פון אזאלכע צדיקים איז צושטאנד געקומען, ביי מוהרא"ש אין שטוב האט מען זיך דאן גענויטיגט אין א געוויסע ישועה, די רעבעצין האט פארגעשלאגן אפשר זאל מען גיין זיך געזעגענען ביים ריבניצן רבי'ן, וואס איז שוין דאן זייער באקאנט געווארן אלץ פועל ישועות, מוהרא"ש האט געענטפערט אויב איז דער רצון השם אז מיר זאלן זיך טרעפן וועט ער קומען אהער צו מיר, והנה לפלא אז מען האט געזוכט א שטילע פלאץ אויף עטליכע וואכן וואו דער ריבניצער רבי זאל קענען דינען דעם אייבערשטן במנוחה, און עס האט זיך אזוי געפירט אז ער איז טאקע געקומען צו מוהרא"ש, דאס איז געווען פונקט נאך די תקופה ווען מען האט ליידער ליידער זייער באשמוצט מוהרא"ש'ס נאמען און זיינע הייליגע ספרים און קונטרסים, מיט א ליסטע חתימות פון אזוי גערופענע ברסלב'ער חסידים, און דורכדעם וואס אזא ציבור אידן זענען געקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב, און צוגעזען פון דער נאנט די איידלקייט און ערליכקייט פון תלמידי היכל הקודש, האט דאס אסאך אראפגענומען פון די ביטערע לשון הרע'ס רח"ל.

    < זעה מער ב ניסן תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א מיט תלמידים בעטן זיך אויס היינט ערב ר"ח ניסן פארטאגס ביי די ציונים פון די לובאוויטשע רבי'ס אין קווינס

    היינט ערב שבת קודש תזריע - ערב ראש חודש ניסן פארטאגס האט זיך דער ראש ישיבה אין באגלייטונג פון פילע תלמידים אריבערגעכאפט צום אהל הק' פון די לובאוויטשער רבי'ס אין קווינס, ווי דער ראש ישיבה איז געגאנגען מתפלל זיין. ווי באקאנט האט דער רבי שטארק גערעדט פון די מעלה פון גיין צו א קבר פון א צדיק, און זיך דארט אויסבעטן ביים אייבערשטן. מוהרא"ש ז"ל האט געשריבן עטליכע קונטרסים אויף דעם ענין, מוהרא"ש שרייבט אז די לופט ביים א קבר פון א צדיק איז ריין, און מ'קען זיך דארט אסאך בעסער אויסבעטן, און פועלן וואס מ'דארף נאר. דער הייליגער רבי ווען ער האט געוואוינט אלץ קינד אין מעזעביש, אין הויז פון זיין הייליגן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, איז כסדר געגאנגען צום ציון הק' פון זיין זיידע דער בעש"ט הק' און זיך אויסגגעגאסן דארט זיין הארץ. אזוי אויך יעדעס מאל ווען מוהרא"ש ז"ל פלעגט זיין אין מאנסי, איז ער אלץ אריבערגעגאנגען צום ציון הק' פון הייליגן ריבניצער רבי זי"ע. אויך ווען נאר עס איז אים אויסגעקומען דורכצופארן קרית יואל, האט ער זיך שטענדיג אפגעשטעלט ביים ציון הק' פונם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע. ער פלעגט אלץ פארהאלטן תלמידים וואס וואינען אין קרית יואל: "עטס האטס נעבן זיך א קבר פון אזא צדיק, און מ'גייט נישט ארויף!?" און טאקע שטענדיג ווען תלמדי היכל הקודש בכל מקומות מושבותיהם האבן נאר אפילו עטליכע מינוט, כאפן זיי זיך אייביג אריבער צו די ציונים פון די צדיקים וואס ליגן אין זייער שטאט, און זיי האבן גאר אסאך מעשיות פון תפלה צו פארציילן, וואס אלץ זיי האבן געפועלט ביי קברי צדיקים. "על ידי השתטחות על קברי הצדיקים, הקדוש ברוך הוא עושה לו טובות אף על פי שאינו ראוי לכך" (ספר המדות - אות צדיק, קע"ג)

    < זעה מער כט אדר ב' תשע"ט 📝
  • מ'גרייט זיך צו א זומער פון אמונה

    די צען וואכן וואס מיר פארן ארויס אין קעמפ פאר די זומער, איז א צייט פאר אנשי שלומינו זיך צו שטארקן אינאיינעם מיט אמונה, אן "אמונה ריהעב". מענער און פרויען, אינגלעך און מיידלעך, זאפן זיך אן מיט הויפענעס אמונה. שיעורים פון אמונה, שמועסן פון אמונה, יעדער לעבט מיט'ן אייבערשטן, און דאס בלייבט שוין איינגעקריצט אין די ביינער פאר די גאנצע קומענדיגע יאר. ס'איז שווער אראפצושרייבן די געפילן פון הארץ וואס דאס מיינט א זומער אין "מחנה היכל הקודש", אבער די אלע משפחות וואס האבן שוין זוכה געווען מיטצוהאלטן א זומער אין קעמפ, ווייסן און שפירן וואספארא גוטע ווירקונג דאס האט געהאט אויף זיי און אויף זייערע קינדער. מ'אטעמט אמונה, מ'לעבט מיט'ן אייבערשטן, און מ'לעבט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און נאך זומער שפירט מען זיך ווי מ'קומט ארויס פון אן "אמונה ריהעב", ס'ווילט זיך שרייען אין די גאסן אז "ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מ'קען האבן אזא זיס לעבן מיט'ן אייבערשטן"! געציילטע באנגעלאוס זענען נאך געבליבן, אנשי שלומינו וואס ווילן האבן א זומער אינעם "אמונה ריהעב", זאלן זיך מעלדן ווי פריער, אז מ'זאל קענען אלעס מסדר זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם, צו יעדנ'ס צופרידנהייט. צו דינגען א באנגעלאו קען מען רופן 347-957-5459. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער כח אדר ב' תשע"ט 📝
  • חידוש אין הפצה: אנגעפולטע MP3 player ווערן צוכאפט פון די מפיצים

    עס קומט אריין גוטע נייעס פון די מפצים וואס גיין ארום טעג און נעכט פארשפרייטן די עצות פון רבין, די מיפצים האבן אנגעהויבן צו טיילן נישט נאר סידיס וואס מען דארף זוכן א סידי פלעיער (איר געדענקט נאך אזא מאשין?... גייט זוכט עס אין מוזעאום) און נישט נאר עס-די קארדס וואס מען דארף ווייטער זוכן א וועג ווי צו הערן די דרשות שיעורים ניגונים וכו'. פון יעצט וועלן זיי אויסטיילן פאר אלעמען א פארטיגע "עם-פי-טרי פלעיער" אנגעפילט מיט דרשות חיזוק און ניגונים, וואס ארבעט מיט א בעטערי, און האט שוין אפילו העד פאונס, עס וועט נישט קאסטן קיין געלט, מען וועט דארפן געבן צדקה. די פלעיער איז א הונדערט פראצענט כשר'ע מאשין, מען קען עס בשום אופן נישט אויסשפילן, עס קען בכלל נישט האבן קיין ווידיא, ראדיא, אדער סיי וועלכע אומ'כשר'ע קאננעקשאן. ווי די מפיצים געבן איבער ווערט עס צוכאפט אויף א פארנעם וואס עס איז זייער שווער נאכצוקומען דעם פארלאנג. &nbsp; כאפט ווילאנג עס איז דא...

    < זעה מער כז אדר ב' תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום מארגן מיטוואך תזריע אין אלע היימישע שטעט

    מארגן מיטוואך נאכט וועט פארקומען די חודש'ליכע פרויען צאמקום, ווי די נשים צדקניות וועלן זיך צוזאם קומען און זיך מחזק זיין אנצוגיין ווייטער מיט זייער הייליגע טעגליכע ארבעט זיך אפצוגעבן מיט זייער שטוב. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה איבערגעבן זייער וויכטיגע הדרכה פאר די טייערע אידישע פרויען, ספעציעל פאר די קומענדיגע הייליגע פסח טעג הבעל"ט. אזוי ווי ביז היינט, וועט מען אויך דאס מאל קענען ברענגען קליידער וואס פיט שוין נישט, אבער איז אין א גוטע צושטאנד און איז בל תשחית אוועקצואווארפן, און אנדערע פרויען וועלן זיך יעדער אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך. איבעראל וועט עס זיין בעז"ה אום ניין אזייגער&lrm; אווענט. די לאקאציעס זענען אי"ה ווי פאלגענד: וויליאמסבורג: אין ישיבה, 27 סקילמאן סט. קרית יואל: שניצלער, 6 גארפיעלד רד. #303 מאנסי: ביהמ"ד היכל הקודש, 32 דאלסאן סט. דזשערסי סיטי: ביהמ"ד היכל הקודש, 47 איסטערן פארקוועי בית שמש: אדרעס קענווי איילענד ענגלאנד: רופט מרת דעפריסס 07787919493 ווער עס וויל אראנדזשירן א פרויען צוזאמקום אין זיין געגענט, קען רופן אין אפיס 718-384-1652 &nbsp; בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו

    < זעה מער כו אדר ב' תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה רופט אויס זיין טאטן דער רב הצעיר פון קארלסבורג שליט"א צו מצוה טאנץ

    דער ראש ישיבה'ס טאטע הגה"צ רב הצעיר דקארלסבורג שליט"א, דער עלסטער זון פון הגה"צ פוסק הדור קארלסבורגער רב שליט"א, האט זוכה געווען צו פירן זיין טאכטער אונטער די חופה, און דער ראש ישיבה'ס פאטער האט געבעטן דעם ראש ישיבה אז בעפאר ער גייט גיין טאנצן מצוה טאנץ זאל דער ראש ישיבה אים אויסרופן צו מצוה טאנץ אויפן נוסח פון "יעמוד, יעמוד", אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין פארשידענע היימישע קהלות איבער דער וועלט, און ווי דער ראש ישיבה האט איינגעפירט צו טון ביי די חתונות אין בית המדרש. אזוי האט טאקע דער ראש ישיבה געטון, און זייער שיין אויפגערופן זיין טאטן, "יעמוד יעמוד יעמוד..." און דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט: "יעצט וועל איך האבן די זכיה אויסצורופן מיין טאטע, דער טאטע פון די כלה, זאל גיין טאנצן לקראת כלה", וואס דאס אויסרופן האט גענומען ווייניגער פון 2 מינוט, פון וואס יעדער איינער האט גאר שטארק הנאה געהאט. דערנאך האט זיך זיין טאטע שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע געהויבענע טאנץ, אויפן ניגון "ונגלה כבוד השם", זייענדיג ארומגענומען מיט זיינע קינדער, בניך כשתולי זתים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א כאפט אן זיין טאטן פון איין זייט, און פון די אנדערע זייט דער חתן, ווען זיי אלע אינאיינעם דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים וואס ער טון מיט אונז. וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דבר א קליפ פון די מצוה טאנץ און אויפרופן

    < זעה מער כה אדר ב' תשע"ט 📝
  • שיינע "שושן פורים" שפיל אין היכל הקודש וויליאמסבורג

    הונדערטער אידן זענען זיך צוזאם געקומען דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג צום סעודת שושן פורים, וואו מ'האט זיך געוואשן לכבוד סעודת מלוה מלכה און מ'האט געזינגען זמירות פון מוצש"ק, דערנאך האט מען געהערט א שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק עס דארף זיין אונזער שמחה אז עס איז אריבער אויף אונז אזא הייליגע יום טוב פורים, און מיר האבן געהאט די זכיה צו טון די מצות היום, ליינען די מגילה, געבן משלוח מנות, מתנות לאביונים, א.א.וו. דערנאך האט מען געזען א שיינע פרעזענטאציע פון מוהרא"ש זי"ע ביי פארשידענע יארן אום פורים, די ריקודין, און מ'האט געהאט די זכיה צו הערן אויסצוגן פון די הייליגע ווערטער פון מוהרא"ש, בשעת עס גיסן זיך פון זיינע אויגן טייכן טרערן, ווען ער רעדט איבער די גרויסע רחמנות וואס ער האט אויף בחורים און מיידלעך, ווי קיינער פארשטייט נישט וואס עס גייט אריבער אויף זיי, און ווי ער האט גענומען אויף זיך זיי צו העלפן מיט די גרעסטע מסירות נפש, און ווי דער סמ"ך מ"ם האט זיך פארלייגט אויף אים, אלעס נאר ווייל ער נעמט ארויס די הייליגע נשמות וואס דער סטרא אחרא האט שוין געהאט אין זיין טאש. דערנאך האבן עטליכע טאלאנטפולע בחורים און אינגעלייט אויפגעשפילט א הערליכע פארשטעלונג פון די מעשה הייליגן רבי'ן וואס ווערט געברענגט אין ספר "כוכבי אור" פון "דער בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיג", ווי מ'האט אויף א געשמאקע אופן ארויסגעברענגט גאר שיינע מוסר השכל, ווי אזוי דער הייליגער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז, מיט אונזערע דמיונות, און שמועסט מיט אונז און גיט זיך אפ מיט אונז, און אזוי שטאטעלעך, אן דעם וואס מיר כאפן אפילו, ברענגט דער הייליגער רבי אונז צו צו די גרעסטע מדריגות, צו וואס די גרעסטע צדיקים זענען צוגעקומען, ווי רעדן צום אייבערשטן, און לעבן מיט אייבערשטן, א.א.וו. דער שפיל פון וואס אלע האבן שטארק הנאה געהאט, איז געשפילט געווארן דורך הרב יחזקאל סאמעט שליט"א, הרב מרדכי אינדיג שליט"א, מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו, מו"ה העניך אינדיג הי"ו, הב' משה ראזענבערג הי"ו, הב' נתנאל פארקאש הי"ו, און הב' בערל שניטצלער הי"ו. די אנוועזנדע האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם שפיל, וואס איז געווען גאר אינטערעסאנט און פרייליך, און צו די זעלבע צייט שטארק ארויסגעברענגט דעם מוסר השכל. &nbsp; בילדער &nbsp;

    < זעה מער כא אדר ב' תשע"ט 📝
  • פרייליכע פורים טעג אין ישיבה

    אום פורים נאכמיטאג זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען צו די סעודת פורים בהיכל הישיבה, נאך די סעודה האט מען ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, בימים ההם - וואס מיר זענען ניצול געווארן פון המן הרשע, און מקבל געווען די תורה פון פריש - "קימו וקבלו היהודים". ובזמן הזה - אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן, וואס לערנט אונז שטענדיג אנצוהייבן פון פריש, זיך נישט לאזן פארפירן פונעם יצר הרע, נאר שטענדיג נאכאמאל צוריק קומען צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר זיכער שטענדיג מצליח זיין. א גרויסער עולם אנשי שלומנו זענען זיך צוזאם געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו פרייען אינאיינעם, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. והימים האלה נזכרים ונעשים! בילדער

    < זעה מער כ אדר ב' תשע"ט 📝
  • מסיבת לחיים ביי הגאון פוסק הדור קארסלבורגער רב שליט"א צום שידוך פון עלטסטן אור-אייניקל

    א שיינע ציבור קינדער און אייניקלעך זענען זיך צוזאם געקומען אין שטוב פון הגאון האדיר פוסק הדור קארלסבורגער רב שליט"א, נאכדעם וואס דער זיידע דער קארלסבורגער רב האט זיך צוריק געקעקערט פון ארה"ק נאכן זיין אין מירון פאר עטליכע וואכן. דער ראש ישיבה און די מחותנים זענען אריבערגעקומען צום זיידן שליט"א, ווי עס איז געפאוועט געווארן א לחיים, און איז פארפירט געווארן א שיינע תורה'דיגע שמועס מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער זיידע דיין הרב הצעיר שליט"א האט אויפגטרעטן לכבוד די גרויסע שמחה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה, ווי די גאלדענע קייט ציעט זיך ווייטער אזוי שוין בלעה"ר. דער קארלסבורגער רב שליט"א האט געזאגט דברי תורה און ווארים אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה שליט"א בזה הלשון "דער איביישטער זאל העלפן אז פון דעם שידוך זאלן ארויסקומען לעכטיגע דורות ישרים ומבורכים, לויטער אידיש נחת", און צוגעענדיגט מיט א ברכה פארן ראש ישיבה שליט"א, "דער אייבישטער זאל דיר שטענדיג באגלייטן, און זאלסט מצליח זיין מיט א שטארקע הצלחה מיט אלע דיינע תלמידים". דערנאך איז דער עלטער זיידע שליט"א דורכגעגאנען ביי די עזרת נשים, און ווארים אנגעוויטשן פאר די כלה און שושבינין. דער אייבישטער זאל העלפן פון דעם שמחה זאל נשפע ווערן שמחה און ישועות פאר אלע אידן. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער יח אדר ב' תשע"ט 📝
  • ישיבה תפארת התורה פורים גרופעס גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב

    צוליב די גרויסע פארלאנג אז די בחורים תלמידי ישיבה תפארת התורה זאלן ארויף קומען דעם קומענדיגע פורים הבעל"ט און משמח זיין און זינגען די באקאנטע הארציגע אידישע ניגונים ביי אייך אין שטוב, האט מען בעז"ה מסדר געווען אז אויף דאס יאר פורים וועלן די בחורים זיין צוטיילט אין עטליכע עקסטרע גרופעס, עס וועט בעז"ה זיין באזונדערע גרופעס פאר וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל און מאנסי. &nbsp; אזוי ווי דער פארלאנג איז זייער גרויס, און עס איז נישט מעגליך אנצוקומען איבעראל, דארף מען באשטעלן אן אפוינטמענט ווי פריער. איר קענט רופן 917-530-2556 צו באשטעלן א צייט ווען מען זאל ארויפקומען צו אייך.

    < זעה מער ו אדר ב' תשע"ט 📝
  • ברסלב סענטער ענגליש וועבסייט בעז"ה אפן

    ברוך שהחיינו וקיימנו, אז היינט האט זיך געעפענט דער טויער פאר דער ברייטער ציבור פון צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן אין די גאנצע וועלט וואס ענגלישער שפראך איז זייער מאמע לשון (וואס איז - אגב - א סאך א גרעסערע ציבור פון די אידיש רעדנדע עולם), אז אויך זיי זאלן קענען צוקומען און פארשטיין די אלע חיזוק און עצות פון רבין ווי מוהרא"ש האט אונז געלערענט אלע יארן, וואס דער ראש ישיבה געט אונז כסדר אין פארעם פון דרשות, בריוו, שאלות ותשובות, קליפס א.א.וו. אז אויך זיי זאלן וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין" און יעדע זאך וואס מען דארף קען מען און דארף מען נאר בעטן פון אים. דער אדרעס פונעם נייעם וועבסייט איז https://en.breslevcenter.com/. אויך קענט איר טרעפן א לינק צום ענגלישן וועבסייט דא אויפן וועבסייט אויבן נעבן דעם "לאגין" לינק. ביים יעצטיגן געלעגענהייט איז פאסיג צו דערמאנעם דעם ציבור וואס איז נהנה און שעפט חיות פונעם ראש ישיבה'ס חיזוק דורכן וועבסייט, אז מען קען מנדב זיין דא אויפן וועבסייט פאר דעם הייליגן צוועק. סיי צו קענען אויפהאלטן און פארבעסערן דעם סייט, און דורכדעם האבן א חלק אין די אלע מצוות און מעשים טובים וואס אידן ווערן נתעורר פון די אלע בריוו און דרשות פונעם ראש ישיבה וואס ווערט דעליווערט דורכן וועבסייט. אויך קענט איר דא מנדב זיין פאר די הייליגע "ישיבה" תפארת התורה וואס איז פקיע שמיה איבער די גאנצע וועלט, ווי די אלע דרשות און בריוו ווערן דארט ערצייגט און פון וואס מיר אלע זענען נהנה טאג טעגליך. אויך קענט איר אויסוועלט "הדפסה" צו מנדב זיין דאס דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס ווערט נאכדעם צושפרייט איבער די גאנצע וועלט, און געט לעבן ברוחניות ובגשמיות פאר טויזנטער אידן. וואס ווען נישט הפצה, וואלטן מיר קיינמאל אפילו נישט געוויסט פון הייליגן רבינ'ס נאמען. צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, ביטע דרוקט דעם לינק https://breslevcenter.com/donations און וועלט אויס "וועבסייט", "ישיבה", אדער "הדפסה", און דער זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין צו געהאלפן ווערן מיט וואס איר דארפט. &nbsp; וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה

    < זעה מער ל אדר א' תשע"ט 📝
  • שיינע שידוכים פון צוויי תלמידי הישיבה

    די וואך זונטאג איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך צווישן צוויי חשובע מחותנים מאנשי שלומינו, ווען הב' נחמן נתן בוים ני"ו, א זון מו"ה עזרה הי"ו פון בארא פארק, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו. דער חתן האט פלייסיג געלערענט אין ישיבה תפארת התורה, ווי ער האט אויסגענוצט די צייט און געענדיג מסכת נאך מסכת, און געהאט שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה. אזוי אויך העלפט ער זייער אסאך ארויס אינעם בית הדפוס צו העלפן דרוקן און פארשפרייטן צענדליגע טויזנטער ספרים, וואס איז מחזק און מעודד אידן איבער די גאנצע וועלט. דער מחותן מצד החתן מו"ה עזרא הי"ו איז א זון פון הרב דניאל שליט"א פון די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש שוין צענדליגע יארן, וואס איז עוסק אין פארשפרייטן דעם רבינס אור און דערמיט דערנענטערן אידן צום אייבערשטן שוין אסאך יארן. בילדער * יעצט מיטוואך נאכמיטאג איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך, ווען הב' אברהם יצחק אייזנער הי"ו פון קרית טאהש קאנאדע, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון הרב מאיר דוד פארקאש שליט"א דער חתן איז א תלמיד הישיבה די לעצטע פאר יאר, וואו ער האט פלייסיג גלערענט און געענדיגט פילע חלקים פון די תורה, אין די פרייע צייט איז ער אלץ גרייט געווען צו צולייגן א האנט און צו העלפן די הייליגע ישיבה ווי ער האט געלערענט, ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט און געטון מיט גרויס חשק אלעס וואס ער האט נאר געקענט צו משמש זיין דעם הייליגן רבין. דער מחותן מצד הכלה מו"ה מאיר דוד הי"ו איז ברייט באקאנט מיט זיינע פעולות צו פארשפרייטן דעם רבי'ס לעכטיגע עצות אויף די גאנצע וועלט אויף פארשידענע אופנים, אזוי אויך מיט זיין מסירת נפש צו העלפן דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון הייליגן רבין ותלמידיו אויף די גאנצע וועלט. * זאל דער אייבישטער העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן אן ערליכן אידישן הויז, א בית נאמן בישראל. עוד ישמע בערי יהודה

    < זעה מער כט אדר א' תשע"ט 📝
  • קול תורה הילכט אפ אין "כולל היכל הקודש"

    כאפנדיג א בליק אריין אין היכל הכולל, וואס איז געגרינדעט געווארן מיט ווייניגער פון א יאר צוריק, זעט זיך ארויס די געוואלדיגע הצלחה און סייעתא דשמיא, ווי די לומדי הכולל לערנען מיט אזא חשק און ברען, דער קול תורה הילכט אפ מיט'ן גאנצן געשמאק. דער ערשטער סדר אין כולל הויבט זיך אן מיט א שיעור גמרא פונעם ראש ישיבה שליט"א, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט איינגעשטעלט אין יבנאל, אז דער כולל זאל זיך אנהויבן מיט'ן לערנען גמרא. נאכ'ן שיעור חזר'ט מען איבער די גמרא בעיון אין כולל, דורכאקערנדיג די גמרא רש"י תוספות און מפורשים, ביז צו הלכה למעשה אין שלחן ערוך. דער צווייטער סדר איז הלכות שבת, דעם ווינטער האט מען דורכגעלערנט אין כולל הלכות שכירות וקבלנות, און יעצט לערנט מען הלכות מוקצה. און דער דריטער סדר פארנאכטס איז הלכות טהרה. במשך דעם טאג געפינען זיך אין כולל נאר די אינגעלייט וואס תורתם אומנתם, וואס זייער ציל אין לעבן איז נאר צו לערנען און קענען די הייליגע תורה. דער ראש ישיבה שליט"א איז אבער מעורר אויך די אנשי שלומינו וואס זענען טרוד א גאנצן טאג צו ברענגען פרנסה, אז זיי זאלן אויך קומען לערנען אין כולל, אפילו פאר נאר איין סדר. די אינגעלייט וואס הויבן אן ארבעטן שפעטער, קומען לערנען אין כולל פאר'ן ערשטן סדר אין גמרא, און די אינגעלייט וואס קענען נישט קומען אינדערפרי, קומען אריין פארנאכטס, מיטצוהאלטן דעם דריטן סדר אין כולל. אפילו אבער די אינגעלייט וואס קומען בכלל נישט אין כולל, מאכן זיי זיך אבער זייער אייגענע כולל ביי זיך אין די ארבעט. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם "סדר דרך הלימוד" וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער איז. עס איז אזוי שיין צו זען אינגעלייט וואס גייען צו די ארבעט מיט זייער פעקל ספרים, אזוי ווי מ'נעמט מיט צו די ארבעט א "לאנטש בעג", צו קענען עפעס עסן אינמיטן טאג, די זעלבע נעמען זיי אויך מיט א רוחניות'דיגע "לאנטש בעג", מ'פאקט זיך איין אין א זעקל א קליין משניות'ל, א חומש'ל, א תהלימ'ל, א גמרא'לע, און אזוי ווייטער נעמט זיך יעדער מיט זיינע ספרים און שיעורים, מ'האלט דאס מיט זיך ביי די ארבעט און אין אפיס, אין די קאר און אויפ'ן באס, סיי וואו ס'קומט נאר אויס צו זיין. במשך דעם טאג קומט אלץ אויס איבריגע צייט, און דעמאלט כאפט מען אריין צו לערנען אביסל די הייליגע תורה. דער רבי זאגט אז מ'קען לערנען תורה אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט, און אפילו מ'געדענקט נישט וואס מ'לערנט, דער עיקר איז צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. אינגעלייט דערציילן וויפיל סיומים זיי האבן שוין געמאכט בלויז פון די פאר מינוטן אינמיטן טאג דא און דארט ווען מ'האט איבריגע ליידיגע צייט. דאס געבט זיי אזויפיל חיות און חשק אין לעבן, דאס געבט צו עסן און סיפוק פאר די נשמה, און דאס ברענגט אויפ'ן מענטש אזויפיל צופרידנהייט און שמחת החיים. &nbsp; וקול התורה נשמע בארצינו!

    < זעה מער כד אדר א' תשע"ט 📝
  • פרישע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין ציעט גרויס אינטערעסע

    די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגער טויזנטער רופער פון איבער די גאנצע וועלט, אידן וועלכע שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורים, ניגונים, און נאך פיל מער, זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. אין די לעצטע שטיק צייט איז צוגעלייגט געווארן נאך פארשידענע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, וואס האט געצויגן גרויס אינטערעסע ביי אידן, וועלכע האבן זייער הנאה דערפון. צום ערשט איז די וואך געעפנט געווארן די נייע אפטיילונג "פאמיליע ווינקל", כשמו כן הוא א געשמאקע ווינקל וואו די גאנצע פאמיליע קען הנאה האבן. דארט געפונט זיך די "מעשיות פון תפלה", ווי אידן דערציילן זייערע פערזענליכע איבערלעבענישן, ווי אזוי זיי האבן געהאט א פראבלעם, און זיי האבן מתפלל געווען און געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. דאס איז איינגעטיילט באזונדער פאר אינגעלייט, פאר בחורים, און פאר אינגלעך. אינעם "פאמיליע ווינקל" קען מען אויך הערן די מעשיות פון הייליגן רבי'ן, פון ספר הקדוש ספורי מעשיות, דערציילט אויף גאר א געשמאקע פארנעם פאר קינדער, פון וואס די קינדער זענען זיך זייער מחי', ווי אויך איז דא אן אפטיילונג פון סיפורי צדיקים, וואו מ'קען הערן גאר הערליכע מעשיות פון צדיקים דערציילט דורך חשובע מלמדים פאר קינדער, פול מיט יראת שמים און מדות טובות, און גאר שיין און געשמאק אראפגעלייגט אז די קינדער זאלן הנאה האבן. די "פאמיליע ווינקל", וואס איז פלאצירט אויף נומער 7 פון די מעין מעניו, האט געמאכט א שטורעם ביים היימישן עולם, און האט געצויגן צו זיך טויזנטער מענטשן וואס קומען אריין צו הערן טעגליך די פרישע פערזענליכע מעשיות ווי אזוי אידן ווערן געהאלפן פשוט דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן. מען הערט ווי אידן נוצן דעם אור אלטע אויסגעפרואווטע סגולה ביי כלל ישראל וואס קאסט גארנישט קיין געלט, עס קאסט נישט קיין כח, פשוט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, יעדער בעט דעם אייבערשטן אויף זיינע זאכן, און מ'שעפט גרויס חיזוק פון דעם צו זען אז ממש אויף יעדע זאך קען מען בעטן דעם אייבערשטן, און מ'ווערט געהאלפן ממש וואונדערליך. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט צוגעלייגט ווערן מיט די צייט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן צום "פאמיליע ווינקל". צו די זעלבע צייט איז געעפנט געווארן נאך אפטיילונגען אויפ'ן סיסטעם. אויף נומער 6 פון די מעין מעניו איז געשטעלט געווארן דער אפטיילונג פון "שיעורים כסדרן מיטצוזאגן", אזוי ווי פילע אידן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, ובפרט צו זאגן משניות און תהלים, קען מען אויף דעם אפטיילונג הערן פארגעזאגט משניות און תהלים אויף גאר א געשמאקן בא'טעמ'טן פארנעם, אז מ'זאל עס קענען מיטזאגן סיי ווען, ביים פארן אויפ'ן וועג אדער ביי די ארבעט, אדער סיי ווי א מענטש האט נישט א ספר צו די האנט, קען ער אריינרופן און מיטזאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער אפטיילונג האלט נאך אינמיטן ווערן אפדעיטעט, משניות קען מען שוין הערן גאנץ סדר זרעים, און א גרויס חלק פון סדר מועד, און תהלים קען מען שוין הערן ביז קאפיטל ק', און עס ווערט כסדר צוגעלייגט נאך און נאך. משניות קען מען הערן איינגעטיילט סיי לויט די מסכתות, אדער לויט'ן סדר פון ח"י פרקים א טאג, וואס אויף דעם וועג ענדיגט מען גאנץ ששה סדרי משנה יעדן חודש. תהלים איז אויך איינגעטיילט סיי לויט די קאפיטלעך, אדער לויט'ן יום השבוע, צו קענען ענדיגן תהלים יעדע וואך. גלייכצייטיג קען מען דארט אויך מיטזאגן תיקון הכללי, תפלת הדרך, און פרשת המן. עס איז ערווארטעט צו ווערן צוגעלייגט נאך זאכן פון וואס מענטשן וועלן זייער הנאה האבן. ביי נומער 2 פון די מעין מעניו, ביי די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, איז אויך געווארן צוגעלייגט נאך 2 קנעפלעך. איינס איז אויף 2 און דערנאך 10 וואו מ'קען הערן שיעורים אויף חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דארט הערן קורצערע שיעורים אין חינוך, ארויסגענומען פון די גמרא שיעורים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל דברי חיזוק והדרכה פאר די מלמדים נאכ'ן טעגליכן גמרא שיעור. און אויך קען מען הערן לענגערע שיעורים אין חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פון צייט צו צייט. אויף 2 און דערנאך 11 איז דא די אפטיילונג פון בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דארט הערן פארגעליינט שאלות ותשובות און בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און חיזוק צו יעדן מצב. דאס אלעס איז אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע ברייטע אויסוואלן אויפ'ן ליין. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן. &nbsp; ישמע חכם ויוסף לקח!

    < זעה מער טז אדר א' תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1501 to 1515 of 1722 results

1 2 ... 98 99 100 101 102 103 104 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com