Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • צענטראלע יארצייט סעודה פון מוהרא"ש ז"ל היינט דינסטאג נאכט אין וויליאמסבורג

    היינט דינסטאג אווענט אור ליום י"ז שבט, ווען עס פאלט אויס די פערטע יארצייט פון מוהרא"ש ז"ל, וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סט. ווי מען וועט זיך וואשן צום יארצייט סעודה, און זיך מחזק זיין אינאיינעם צו גיין ווייטער אין זיינע וועגן, צו זיין גרייט אלעס אוועק צו געבן פון זיך אלעס אבי פאר נאך א איד זאל גיין גוט, נאך א איד זאל וויסן אז מען קען יא האבן שלום בית, נאך איינער זאל געוואר ווערן אז אויך ער קען לערנען כל התורה כולה. מען וועט זיך מחזק זיין אין דאס וואס ער האט געלייגט דער עיקר דגוש בחיים חיותו, אז מיר אלע זאלן זיך אנשטרענגען צו מפיץ זיין די תורה פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט. און בכלל מחזק זיין די מפיצים אויף אלע מיני אופנים וואס מיר קענען נאר. און מיטן אייבערשטענס הילף ווייטער גיין אין זיינע הייליגע וועגן, און לערנען זיינע הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט דברי חיזוק וואס מיר וועלן אלע מיטנעמען מיט זיך צו קענען אנגיין ווייטער, און דינען דעם אייבערשטן.   תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו

    < זעה מער טז שבט תשע"ט 📝
  • שיינע חתונה פון אנשי שלומינו אין קרית יואל

    פארגאנגעם וואך דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הילל בן מו"ה ישראל אשר ווייס הי"ו מחשובי אנ"ש אין קרית יואל מיט די טאכטער פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד עצי תמרים קרית יואל. די חתונה איז פארגעקומען אין קרית יואל מיט די באטייליגונג פון פילע אנ"ש און שכנים און ידידים וואס קומען כסדר אריין אין ביהמ"ד פונעם מחותן, וויסנדיג אז דארט איז א פלאץ ווי מ'וועט ארויסגיין מיט פילע באגאדזשן חיזוק און אמונה צו קענען מיטנעמען אהיים. אזוי אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א ספעציעל ארויס געקומען קיין קרית יואל זיך צו באטייליגן ביים געהויבענעם חתונה, און זיך מיטגעפריידט מיט די געהויבענע שמחה. שבת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן אינעם בית המדרש פונעם מחותן "היכל הקודש" קרית יואל עצי תמרים, ביי של"ש זענען מכובד געווארן מיט זמירות שב"ק די זיידעס פון חתן כלה, הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, הר"ר יושע שמאיע שליט"א, הר"ר חיים מאיר הכהן סאנדער שליט"א און הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א, מנהל בית רחל קרית יואל. &nbsp; בילדער

    < זעה מער ח שבט תשע"ט 📝
  • שבת הכרת הטוב פאר די אינגעלייט וואס העלפן ארויס מיט גרויסע סכומים בויען דעם נייעם בנין אין אומאן

    פארגאנגעם שבת וארא הבעל"ט איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן צו קעטסקיל בערג קיין עלענוויל צו פראווען א שיינע שבת התוועדות מיט אן ענגע צאל אינגעלייט מיט זייערע משפחות וואס העלפן ארויס מיט גאר שיינע סכומים צו בויען דעם נייעם בנין אין אומאן. דער שיינער שבת איז אפגעראכטן אויף א גאר שיינעם פארנעם מיט ווארימע תפילות, שיינע סעודת, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט משמיע געווען דרשות פול מיט חיזוק און עצות. די אינגעלייט זענען אהיים געפארן אנגעזאפט מיט כחות אנצוגיין ווייטער אויפן לאנגן ווינטער. בילדער &nbsp; דרשה ביים מלוה מלכה מוצש"ק

    < זעה מער ח שבט תשע"ט 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו די יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    דערנענטערנדיג זיך צו די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, דערקענט זיך גאר שטארק די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, דעמאלט קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט, די לימודים און עצות וואס ער האט אויסגעלערנט וואס זענען ווייטער חי וקים און זענען ווייטער מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר ווייסן דאך זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו פארן ארויס קיין ארץ ישראל, זיך צו משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבניאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן וועלן זיך צוזאמנעמען בכל מקומות מושבותיהם און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און די פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. אין וויליאמסבורג וועט מען זיך צוזאם קומען אי"ה צום יארצייט קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת יתרו אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אויף 27 סקילמאן סט. אום 8:00 אווענט. ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די וועגן פון מוהרא"ש צו פארשפרייטן דעם רבינס עצות אויף די גאנצע וועלט, און אזוי ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן איבער די גאנצע וועלט. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט די ספרים און קונטרסים. הוא ימליץ טוב בעדינו!

    < זעה מער ח שבט תשע"ט 📝
  • נייער קליפ: א חתונה אומזיסט

    די פרייליכע חתונה וואס איז אפגעראכטן געווארן פאר צוויי וואכט צוריק, דער פערטער חתונה אין צאל צו ווערן געפראוועט אין ישיבה גענצליך בחנם פאר אלע מחותנים, האט איבערגעלאזט שאק כוואליעס אין די גאנצע חרדישע וועלט. בפרט יעצט ווען עס האט אנגעהויבן ארום פארן דער נייער קליפ "א חתונה אומזיסט", די פאכמאנישע ארבעט פונעם מומחה "שרוליק סאמעט", ווי מען זעט קורצע אויסצוגן פון די חתונה, די ווארימע חופה, די פרייליכע טענץ, און די אויסטערלישע פרייליכע אטמאספערע ביי די חתונה. מענטשן ציפן זיך די באקן "בין איך וואך, אדער איך חלום?", אידן ווייסן נישט צו זיי זאלן וויינען צו לאכן. "פארוואס דען טראג איך אויף מיינע פלייצעס צענדליגע טויזנטער דאלאר חובות, איך האב נישט קיין טאג און קיין נאכט, אויב נישט ווייל נאר אזוי האב איך געקענט מאכן א נארמאלע חתונה?" וויינען געוועזענע מחותנים. ביי אנדערע האט זיך אנגעצינדן א שטראל פון האפענונג "יעצט קען איך שוין אנהייבן אויסהערן שידוכים פאר מיינע קינדער, עס איז שוין בכלל נישט קיין צרה זיי חתונה צו מאכן. קוק ווי שיין א חתונה אומזיסט קוקט אויס" טראכטן זיי. &nbsp; דער קליפ "א חתונה אומזיסט"

    < זעה מער ח שבט תשע"ט 📝
  • וועבסייט אפדעיט - שעירן און דאונלאדן

    עס איז אונז א שמחה מיטצוטיילן מיט חשובן ציבור וואס באנוצט זיך מיט אונזער וועבסייט, אז געלויבט השי"ת עס איז יעצט געווארן צוגעלייגט עטליכע נייע זייער נוצבארע אפציעס צום וועבסייט. 1) שעירן (מיטטיילן) עס מאכט זיך כסדר ביי פילע באנוצער ווען זיי הערן א שיעור/ליינען א בריוו, און זיי טראכטן "דאס איז א געוואלדיגע שיעור/בריוו, איך וואלט עס געוואלט שיקן/מיטטיילן מיט אנדערע", און זיי האבן געבעטן מען זאל צולייגן אן אפציע פון שעירן. דעפאר קומען מיר יעצט מיט די גוטע נייעס, אז נאך אסאך ארבעט, איז ב"ה געלונגען צוצושטעלן דעם אפציע פון שעירן ביי אלע אפטיילונגען פונעם וועבסייט, ווי איר וועט זען די אייקאנס פון אימיעל, טוויטער און פעיסבוק, גראד אונטערן שיעור/בריוו, ווי איר וועט קענען מיט איין דרוק שעירן דעם שיעור, בריוו מיט וועם איר ווילט. 2) דאונלאודן (אראפ נעמען) פילע האבן געבעטן אז זיי ווילן האבן די מעגליכקייט צו דאונלאודן די שיעורים אויף זייערע אייגענע מוזיק פלעיערס צו קענען האבן די מעגליכקייט צו הערן די שיעורים אין די צייטן וואס זיי זענען נישט אין אפיס, צום ביישפיל אינדערהיים, אדער אין קאר, ווי זיי האבן נישט די צוטריט צו א קאמפיוטער און אינטערנעט. יעצט ב"ה האט מען געענדיגט מיט די ארבעט פון צולייגן די אפציע פון "דאונלאוד". און ב"ה מ'קען שוין דאונלאודן אלע אוידיא און ווידיא שיעורים ביים וועבסייט. צו דאונלאודן א שיעור וועט איר בלויז דארפן געבן א דרוק אויפן דאונלאוד קנעפל (א בילד פון אן עראו אראפ), און אויסוועלן די לאקאציע וואו איר ווילט עס האבן. די אנפירער פון די וועבסייט שלאפן נישט, טאג און נאכט טראכטן זיי און ארבעטן שווער צו מאכן דעם וועבסייט בעסער און באקוועמער. מיר האפן אייך כסדר צו האלט אפדעיטעד מיט אלע נייע פארבעסערונגען און אפדעיטס בעזרת השם יתברך. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער כט טבת תשע"ט 📝
  • שיינע שמחה צום געבורט פון צווילינג אינגלעך ביי יענקי הי"ו בן הרב ר' יצחק לעזער שליט"א

    א שיינע באשיידענע וואך נאכט איז פארגעקומען די וואך מאנטאג נאכט אין שטוב פון מו"ה יעקב לעזער הי"ו צום געבורט פון זיין צווילינג למזל טוב. יענקי איז פון די חשובע כולל יונגעלייט צומארגענס דינסטאג אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בארא פארק. עס איז געווען א גרויס התעוררות ביי אנ"ש וועלכע זענען געווען פארזאמעלט, ווען יעדער האט זיך געבעטן שטילערהייט זיינע תפלות און בקשות צום באשעפער בשעת'ן ברית, געדענקענדיג וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן ביי א ברית ווען מ'פלעגט זיך מזכיר זיין, "וואס בעטסטו מיר? אליהו הנביא קומט דאך יעצט, בעט אים"... דער מוהל איז געווען הרב ר' אהרן ווייס שליט"א, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן איין קינד דער זיידע הרב ר' יצחק, און איין קינד דער זיידע הרה"ג ריווניצער רבי פון בארא פארק. די קינדער האט מען א נאמען געגעבן "נחמן נתן" און "צבי אלימלך". "נחמן נתן" נאכן הייליגן רבין און זיין גרויסן תלמיד ר' נתן. עס איז באוויסט אז מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל נישט געבן נחמן אליינס, נאר מיט נאך א נאמען. מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל געבן נחמן נתן צוזאמען. דער צווייטער קינד האט מען א נאמען געגעבן "צבי אלימלך" נאכן הייליגן בני יששכר, וואס זיין יארצייט איז אויסגעפאלן דעם טאג, און דאס קינד איז אן אייניקל פון דעם גרויסן צדיק. מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געזינגען שיינע ניגונים, און געדאנקט דעם אייבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים. אן עקסטרע מזל טוב קומט פאר אונזער חשובע מנהלת די מאמע פון די צווילניג, פארן זיך אזוי איבער געבן פאר אונזערע קינדער טאג און נאכט. עס איז נישט דא נאך א פלאץ ווי די מיידלעך זאלן זיין אזוי צוגעקלעבט צו זייער פריציפל ווי אין בית פיגא, ווי מ'זעט יעצט ווען די מנהלת קומט נישט אין סקול, ווארטן די מיידלעך און בענקען זיך און שיקן בריוו וכו'. זאל דער אייבישטער העלפן זיי זאלן זוכה זיין צו ערציען זייערע קינדער גרינגערהייט, און &nbsp;זאלן זיין אמתדיגע ערליכע אידן וואס זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים בילדער פון ברית &nbsp; בילדער פון וואך נאכט

    < זעה מער יט טבת תשע"ט 📝
  • קרית יואלער אידן ווינטשן א מזל טוב פאר הרב ר' יואל פארקאש גבאי בית מדרש צום געבורט פון א יונגל למזל טוב

    א געוואלדיגע שמחה הערשט צווישן אנשי שלומינו, בפרט ביי די מתפללי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל (העיס). ווען עס איז ב"ה געבוירן געווארן א אינגל למזל טוב צו הרב יואל פארקאש שליט"א, גבאי פון בית המדרש. דער שלום זכור וועט פארקומען אי"ה דעם שב"ק ביים בעל שמחה אינדערהיים אויף 17 חברון רד. #101. &nbsp; "כשזכר בא לעולם, חסד בא לעולם" (ספר המידות, אות בנים סימן ק"ב)

    < זעה מער יט טבת תשע"ט 📝
  • נאך א חתונה אָן חובות פארגעקומען אין וויליאמסבורג

    א גאר פרייליכע חתונה איז פארגעקומען נעכטן אווענט, ווען החתן בנציון ב"ר שמחה יאקאבאוויטש איז געגאנגען אונטער די חופה מיט די כלה די טאכטער פון ר' משה ארי' שניטצלער הי"ו. די חתונה איז געווען צוגעשטעלט גענצליך בחינם פאר ביידע מחותנים אינעם בית המדרש היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אינעם זעלבן בית המדרש ווי דער חתן האט פארברענגט זיינע בחורישע יארן מיט תורה, תפלה ומעשים טובים. פינעף אזייגער נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען צום קבלת פנים, וואס איז געווען שיין צוגעגרייט אין ביהמ"ד. דער חתן האט אויפגענומען אלע געסט בספר פנים יפות, און יעדעם צוריק געווינטשן בצהלות פנים, בשעת דער עולם האט געזונגען שיינע ניגונים. זעקס א זייגער איז מען ארויס אין גאס פארענט פונעם בית המדרש, ווי עס איז יעצט צום ערשטן מאל גענוצט געווארן די נייע חופה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט ספעציעל צו נוצן פאר די חתונות אין בית המדרש. אויף די פיר זייטן פון די חופה איז געווארן אויפגענייט שיינע מאמרים פונעם רבין. הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א פאלטישאנער דיין, איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן דער זיידע פון די כלה הרב ברוך יודא שניצלער, טשאבע רב. די איבעריגע ברכות איז מכובד געווארן דער זיידע הרה"ח ר' ישי וועבער. נאך די חופה איז מען אריין אין בית המדרש צו די סעודה. דאס עסן איז געווארן צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו. איינער האט געמאכט די פיש, א צווייטער די קוגלען, א דריטער די דיפס, א.א.וו.. פלייש האט מען גענומען פונעם 'בית התבשיל' וואס נעמט צוזאמען די איבעריגע מאכלים וואס בלייבט איבער פון שמחה זאלן. ביים סעודה האט מען נישט סערווירט דאס עסן, נאר די פלייש און צושפייז איז אלעס געווען אויסגעלייגט אין בעקעלעך, אזוי ווי ביי די וואכט נאכטס, און יעדער האט זיך אליינס גענומען וואס ער דארף, כרצון איש ואיש. מען האט געגעסן אין פּעיפּער גודס וואס די ישיבה האט צוגעשטעלט, און עס האט געהאט אלע טעמים... אום אכט אזייגער האט מען אנגעהויבן צו טאנצן. בשעת'ן טאנצן איז געווען שמחות ובכיות (לשון סיפורי מעשיות, מעשה פון די זיבן בעטלערס) מענטשן האבן געוויינט פארוואס זיי קענען דאס נישט באווייזן, זיי האבן געטראכט "וואס פעלט דען פון אזא חתונה? פארוואס דארפן מיר אויס געבן שווערע געלטער ווען מען קען דאס מאכן אומזינסט אן קיין חובות!". אנדערע האבן געלאכט, מען האט געלאכט פון פרייד אז מיר האבן א רבי וואס מאכט אונז קלאר וואס צו טון מיר זאלן זיך נישט פארלירן פאר נישטיגע כבוד המדמה און ווערן א בעל חוב אויפן גאנצן לעבן. פאר די מוזיק איז נישט געווען קיין בענד, און נישט קיין זינגער, עס האט געשפילט א פשוט'ע טעיפ אפגעכאפט פון אן אנדערע חתנה, מענטשן האבן געפרעגט "וואו איז דער שפילער? ווער זינגט דא? ווען מען האט זיי געענטפערט אז "דא שפילט א פשוטע טעיפּ", זענען זיי געבליבן אן לשון. פיקטשערס - ביי די מענער האט א בחור געכאפט, און ביי די פרויען - א פרוי מאנשי שלומינו. אום צען אזייגער האט מען זיך געשטעלט צום מצוה טאנץ. אנשטאט א "גראמער" וואס זאל גראמען ("גראגערן" אין קאפ) און אויפהאלטן דעם עולם ביז אין די פריע פארטאגס שעה'ן - האט זיך דער שמש פון בית המדרש ר' העניך אינדיג אויסגערופן "יעמוד יעמוד". אויף אלע פענימער האט זיך אנגעזען א שמייכל פון אויער צו אויער בשעת דער שמש האט געשריגן "יעמוד יעמוד", אלע האבן געזאגט פה אחד "וואס פעלט אויס צו זיצן דא און משוגע ווערן פון ליידיגיין ביז אינמיטן דער נאכט"... אום 11 אזייגער איז מען שוין געווען אינגאצן פערטיג מיט די חתונה, דער עולם איז שוין יעדער אהיים זיך אויסצורוען פארן קומענדיגן טאג, וואס יעדער האט זיך זיינע געשעפטן, דער ביי די ארבעט, און דער אין כולל, א.א.וו. מען האט תיכף שיין צוריק מסדר געווען די טישן און בענק און אויפגערוימט דער בית המדרש, אזוי אז מען זאל קענען מארגן אינדערפרי שוין קומען לערנען און דאווענען ווי יעדן טאג. יא, עס שטעלט זיך ב"ה ארויס, אז עס זענען דא אידן וואס באווייזן דעם קונץ פון צוזאם ברענגן אלע דריי זאכן צוזאמען "חתונה מאכן די קינדער", און יא, "די חתונה איז פרייליך אויפן העכסטן פארנעם און יעדער איז העכסט צופרידן", און צו דעם אויך "ארויסגיין אינגנאצן אן קיין פּעני חובות". "אַמָאל אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער יְרִיד, אִין אַ גְרוֹיסֶער שְׁטָאט. זֶענֶען אַהִין גֶעגַאנְגֶען אַלֶע בֶּעטְלֶערְס, אוּן דִי קִינְדֶער זֶענֶען אוֹיךְ אַהִין גֶעגַאנְגֶען. אִיז גֶעקוּמֶען דִי בֶּעטְלֶערְס אוֹיף דֶער דֵעָה, אַז זֵיי זָאלְן מְשַׁדֵךְ זַיין דִי צְוֵוי קִינְדֶער, אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ אֵיינְס דָאס אַנְדֶערֶע נֶעמֶען. אוּן תֵּיכֶּף וִוי מֶע הָאט אָנְגֶעהוֹבְּן דֶערְפוּן צוּ שְׁמוּעסְן, אִיז דָאס זֵיי אַלֶע זֵייעֶר גֶעפֶעלְן, הָאט מֶען זֵיי מְשַׁדֵךְ גֶעוֶוען, לוּשְׁמִיר וִוי מַאכְט מֶען זֵיי חַתוּנָה, הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען, בַּאֲשֶׁר אִין דֶעם אוּן דֶעם טָאג, וֶועט זַיין בַיים מֶלֶךְ מִינִינֶעס, וֶועלְן אַהִין גֵיין אַלֶע בֶּעטְלֶערְס וֶועלְן זֵיי זִיךְ דָארְטְן אוֹיסְבֶּעטְן קוֹילִיטְשׁ אוּן פְלֵיישׁ, דֶערְפוּן וֶועט מֶען זֵיי מַאכְן חַתוּנָה. אִיז אַזוֹי גֶעוֶוען, זֶענֶען אַלֶע בֶּעטְלֶערְס גֶעגַאנְגֶען אוֹיף דִי מִינִינֶעס, אוּן הָאבְּן זִיךְ אוֹיסְגֶעבֶּעטְן פְלֵיישׁ אוּן בְּרוֹיט, אוּן זֵיי הָאבְּן נָאךְ פַארְנוּמֶען וָואס סֶע אִיז גֶעבְּלִיבְּן פוּן דֶער סְעוּדָה, פְלֵיישׁ אוּן קוֹילִיטְשׁ. אוּן זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען, אוּן הָאבְּן זִיךְ אוֹיסְגֶעגְרָאבְּן. אַ גְרוֹיסְן גְרוּבּ, וָואס סֶע זָאל אִין אִים קֶענֶען אַרַיין הוּנְדֶערְט מֶענְטְשְׁן. אוּן זֵיי הָאבְּן אִים צוּגֶעדֶעקְט מִיט פְּרוּטֶעס, אוּן מִיט עֶרְד אוּן מִיט מִיסְט. אוּן זֵיי זֶענֶען אַהִין אַלֶע אַרַיינגֶעגַאנְגֶען. אוּן זֵיי הָאבְּן דָארְט גֶעמַאכְט חַתוּנָה דִי קִינְדֶער, אוּן זֵיי הָאבְּן זֵיי גֶעשְׁטֶעלְט אַ חוּפָּה, אוּן זֵיי זֶענֶען דָארְט זֵייעֶר זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען, אוּן דִי חָתְן כַּלָה זֶענֶען אוֹיךְ זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען." (לשון סיפורי מעשיות, מעשה זיבן בעטלערס) בילדער פון די חתונה בילדער פונעם קבלת פנים קליפס פון די חתונה בילדער ווי מג'גרייט צו די חתונה בילדער ווי מ'גרייט צו די חופה קליפ ווי מ'גרייט צו די חופה בילדער ווי מ'עמברוידערט די חופה קליפ ווי מ'עמברוידערט די חופה

    < זעה מער יז טבת תשע"ט 📝
  • וועד הכשרות היכל הקודש ברסלב געגרינדעט

    ווי באקאנט האט מוהרא"ש זי"ע געלייגט גאר א שטארקער דגוש אכטונג צו געבן אויף כשרות המאכלים, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר ארום ווי שטארק מ'דארף נזהר זיין אויף וואס מען נעמט אריין אין מויל. יעצט האט א תלמיד הישיבה געעפענט אן עסן געשעפט אין בארא פארק, און וועלנדיג זיכער זיין אז אלעס אויסגעהאלטן אויפן בעסטן וועג, האט ער זייער געבטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אים געבן א תעודת הכשר. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געגרינדעט א "וועד הכשרות", וואס ווערט בעז"ה געפירט דורך די תלמדי חכמים רבני הכולל, וועלכע מאכן זיכער אז יעדע אינגרידיענט וואס קומט אריין אין די מאכלים איז אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות למהדרין מן המהדרין. די משגיחים נעמען אלע הוראות און הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס מאכט זיכער אז אלעס ווערט געפירט בעזהשי"ת על צד היותר טוב. "מי שנזהר ממאכלות-אסורות, הוא ניצול מחיות-רעות" (ספר המידות, אות אכילה)

    < זעה מער טז טבת תשע"ט 📝
  • סיום מסכת דמאי ירושלמי

    מוצש"ק פרשת ויחי איז פארגעקומען א שיינע סיום אין שטוב פון מו"ה מרדכי היימליך הי"ו. דער שיעור פון א דף ירושלמי א טאג ווערט פארגעלערנט יעדן אינדערפרי דורכן ראש ישיבה שליט"א תיכף נאכן שיעור פון גמרא בבלי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סט. דער שיעור ציעט א שיינע ציבור משתתפים וואס זענען זיך מחי' מיטן שיעור וואס ווערט פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס לערנט פאר די גמרא מיט א שטארקע קלארקייט, יעדן טאג גייט דער ראש ישיבה איבער דעם בלאט, צו זען עצות און חיזוק וואס מ'קען ארויסנעמען פון די דברי חז"ל הק' ע"פ די הקדמות פונעם הייליגן רבין לויט ווי מוהרא"ש ז"ל האט עס אונז איבערגעגעבן, מיטצונעמען אויפן גאנצן לעבן. מען האט זיך געוואשן צו א סעודת מלוה מלכה, און געזינגען זמירות, דערנאך האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די יונגעלייט. דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "א ישר כח קומט פאר די פרויען וואס זענען מסכים אליינס צו בלייבן אין שטוב זיך פארען מיט די קינדער, אבי דער מאן זאל גיין צום שיעור". "לימוד גמרא דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן תפילין" (עצתו אמונה, א' חוה"מ פסח תשע"ח, בשם החיד"א בשם 'שם הגדולים' מערכת ספרים, אות ת) בילדער דרשה פון ראש ישיבה (וועט נאכקומען בעז"ה)

    < זעה מער טו טבת תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה זיצט מיט תלמידים אין צוגרייטונג צום קומענדיגן פרייליכן חתונה אין בית המדרש וואס וועט פארקומען אי"ה מאנטאג שמות

    א פרייליכע שטימונג הערשט אין היכל הקודש ווען מ'גרייט זיך שוין צו א פרישע חתונה, פון א פרישע פארפאלק און מחותנים וואס האבן דעם קאפ אויפן פלאץ נישט אויסצוגעבן קיין געלט אויף נארישקייטן וואס נעמט נישט מער ווי עטליכע שעה. דער חתן און די כלה קוקן ארויס און קענען קוים ווארטן אנצוהייבן זייער לעבן אין זייער נייער שטוב א טאג נאך די חתונה, עס איז ביי זיי נאריש און איבריג צו פארשווענדן אידיש געלט, צייט און טירחא פאר די "איווענט" וואס קומט און גייט ווי אן אויגן-בליק. פאר זיי איז פונקט גענוג צו פּראווען א פרייליכע חתונה מיט א אידישן טעם, מיט אלע הייליגע מנהגים וואס מיר האבן במסורה דור אחר דור, אָן אלע משוגעתן וואס יעדע שכן און יענטע מוז נאכמאכן איינע דעם צווייטן. אין צוגרייטונג צום געהויבענעם חתונה איז פארגעקומען א מיטינג ווי מען האט ב"ה אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן פון די חתונה, די זמנים, די עסן, די מוזיק, א.א.וו. אז די חתונה נאכט זאל גארנישט קאסטן פאר די מחותנים, און יעדער זאל ארויסגיין צופרידן. דער קלוגער חתן איז הב' בנציון בן מו"ה שמחה יאקאבאוויטש, און די קלוגע כלה איז די טאכטער פון מו"ה משה ארי' שניטצלער. סיי די חתן כלה זענען תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, און די מחותנים זענען מחשובי אנ"ש. עס וועט אוודאי ביישטיין פאר די חתן כלה דעם גרויס זכות, פון מכבד זיין זייערע עלטערן, ביי זייער געהויבנסטע נאכט אין לעבן, צו האבן א שיינע לעבן, די שכינה זאל רוען ביי זיי אין שטוב, און צו געבענטשט ווערן מיט בני חיי ומזוני רוויחי. קול מצהלות חתנים מחופתם &nbsp; בילדער

    < זעה מער יא טבת תשע"ט 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל אין קרית יואל

    א שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען ליל עשרה בטבת אין ביהמ"ד היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווי מ'האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געהערט התחזקות פון אנ"ש. קודם האט אויפגעטרעטן הרב יואל פארקאש שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש (העיס קט.), און ארויסגעברענגט אז דער ביהמ"ד האט זוכה געווען מער פון אלע בתי מדרשים פון היכל הקודש קרית יואל אז מען איז זיך צוזאם געקומען דא, ווייל דא קומען זיך צוזאם יעדן אוונעט אינגעלייט וואס ארבעטן שווער א גאנצן טאג און מען לערנט א דף גמרא. דאס איז עולה על הכל. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט אז ב"ה אכשר דרא היינט שטעלט יעדע קהילה צו א סדר צו לערנען גמרא, אבער אז מען לייגט צו דערצו דעם רבינס סדר דרך הלימוד, קען עס האבן א קיום. ווייל א מענטש האט טירדות און מצבים וואס ער קען בשום אופן נישט זיך קאנצענטרירן. דארף ער וויסן אז ער דארף זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. אויך האט ער ארויסגעברעגט די וויכטיגקייט פון פארשטיין די ווייב, וואס גייט אלץ איבער אויף איר. ווי עס ליגט א פליכט אויפן מאן זיי אויפצוהייבן און פרייליך מאכן. דערנאך האט ער פארציילט אביסל איבער רבי נתן'ס התקרבות, און ווי אלעס וואס איז אונז געבליבן פון הייליגן רבין איז נאר א דאנק רבי נתן. און האט ארויסגעברענט אז ער וואלט גרינג געקענט זיין א גרויסע רבי מיט חסידים וכו', אבער האט אלעס אוועקגעגעבן נאר אריינצוברענגען די התחזקות פון רבין אין נאך א איד. היינט - האט ער אויסגעפירט - מיט די הקדמות פון הייליגן רבין, ווי מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, קען יעדער איד און דארף יעדער איד זיין א משפיע און אריינברעגען דעם אור פון הייליגן רבין און אזוי מקרב זיין אידן צום אייבערשטן. נאכדעם האט גערעדט הרב יוסף פאנעט מחשובי אנ"ש, ער האט ארויסגעברענגט מיט זיין געשמאקע שפראך ווי מיר כאפן גארנישט וואס מיר באקומען פון היכל הקודש, בפרט האט ער ארויסגעברענגט דער שבח פון דעם בית המדרש, ווי איינער האט אים פארציילט אז ער איז אמאל אריינגעפאלן אין א שבת צופרי, און געהערט די שמועסן נאכן דאווענען פון איינפאכע אינגעלייט וואס ארבעטן א גאנצע וואך על המחיה, און אנשטאט רעדן פון געלט, פאליטיק, אדער נייעס, האבן זיי זיך מחזק געווען איינער דעם צווייטן. מ'האט זיך פארציילט מעשיות פון תפלה וכו', און ארויסגעברענגט אז מ'דערף בעטן אלעס דעם אייבערשטן און נאר דאס העלפט. און דאס איז אים געווען אזא חידוש, אז ער האט זיך געווינדערט צי ער געפינט זיך אין יארע 2018 אין אמעריקע און נישט אין אייראפע פאר צוויי הונדערט יאר צוריק צווישן די הייליגע תלמידי הבעל שם טוב זי"ע. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט עטליכע נקודות. "התחזקות" - דאס גאנצע זאך פון רבי נתן זצ"ל איז געווען זיך מזחק צו זיין. "ליקוטי הלכות" - ווי מוהרא"ש זצ"ל פלעגט בעטן יעדעס יאר ביים יארצייט מ'זאל כאטש איין מאל אין לעבן דורכלערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי הלכות. "מורה דרך" - כדי צו זיין אן ערליכער איד, מיז מען האבן אמונת חכמים, מען דארף האבן אן ערליכע איז וואס מ'פרעגט אים אלע ספקות און שאלות, ווייל דער טריק פון יצר הרע איז צו מאכן עבירות אויסזען ווי מצוות, און מ'קען זיך זייער נערן אויף דער וועלט. און ווי גרויס איז אונזער זכי' אז מיר האבן דעם ראש ישיבה, וואס איז זיך מוסר נפש אונז מחזק צו זיין און ווייטער איבערגעבן און מפיץ זיין וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט. דערנאך איז מען ארויס א ריקוד, און זיך געפריידט מיט דעם זכות וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן אז מיר זענען מקורב צו א אזא צדיק וואס פארשטייט אונז, און האט די עצות און חיזוק פאר אונזער דור. תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו &nbsp; בילדער

    < זעה מער י טבת תשע"ט 📝
  • יארצייט פון רבי נתן זצ"ל ביים ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג

    א גרויסע ציבור אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. מען האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה, וואס איז נתנדב געווארן דורך מו"ה חיים ווייס הי"ו. מען האט געהאט א גאסט פון ארץ ישראל הרה"ג רבי משה קורץ שליט"א גאב"ד יבניאל, וואס האט אויפגעטרעטן, בתוך דבריו האט ער ארויסגעברענגט אז אס געווען תלמידים פון הייליגן רבין וואס זענען געוואך סאך מער יארן ביים רבין, רבי נתן איז נאר געווען די לעצטע אכט יאר פון רבין, און וויאזוי האט דוקא ער אזוי מצליח געווען? נאר - האט ער נאכגעזאגט פון טולטשינער רב - אז ער האט נישט געזען א תלמיד זאל זיין אזוי איבערגעגעבן צו זיין רבין ווי רבי נתן, רבי נתן האט אמאל געזאגט "איך האב מיר אויסגעהוילט מיין שכל, יעדע ווארט וואס איך האב געהערט פון רבין איז געווען נאך א שטיק שכל", דערפאר - האט געזאגט דער רב פון יבנאל - דארפן מיר פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, וועלן מיר אויך מצליח זיין. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערנאך שטארק ארום גערעדט די גרויסקייט פון הפצה, רבי נתן'ס עיקר זאך איז געווען "הפצה", דערפאר דארף יעדער זען וויאזוי ער קען אויף זיין וועג טוון אין הפצה, צי בפועל, צי מיט געלט, און שטיצן די מפיצים אויף סיי וועלכע וועג. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע רקידה. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדיקנו בילדער דרשה

    < זעה מער י טבת תשע"ט 📝
  • וועבסייט אפדעיט: אוידיא שיעורים

    אויף די גרויסע פארלאנג פון די פילע באנוצער פונעם וועבסייט איז בעזרת ה' צוגעלייגט געווארן א נייע פעידזש אויפן וועבסייט - "אוידיא שיעורים", ווי עס וועט בעז"ה כסדר ארויפגעלייגט ווערן פרישע שיעורים אויף אוידיא פארמאט, סיי די שיעורים וואס ווערן דא ארויפגלייגט אויף א ווידיא פארמאט ווי שיעורים פאר בחורים, פאר אינגלייט, און פאר פרויען. בפרט איז א פריידיגע בשורה, אז די אלע שיעורים וואס ווערן נאר אויפגעכאפט אויף אוידיא פארמאט, צום ביישפיל די גמרא בבלי און ירושלמי שיעורים, וואס ווערט פארגעלערנט מלא חן טעגליך דורכן ראש ישיבה, אנגעפילט מיט חיזוק, עצות, און הדרכות לויט די הקדמות פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וועט שוין בעז"ה זיין אויפן וועבסייט צו הערן און צו דאונלאודן אויפן נייעם פעיזש. דער נייער אפטיילונג וואס איז נארוואס געעפענט געווארן, וועט בעז"ה ווערן אפדעיטעט טעגליך מיט די פרישע שיעורים, און אזוי אויך וועלן די אלטע שיעורים בעז"ה ווערן ארויפגעלייגט מיט די צייט. דער נייער אפטיילונג געפינט זיך אונטער די "אלבומס" טעב אויפן מעין פעידזש. שמעו ותחי נפשכם &nbsp; ברסלב סענטער/אוידיא שיעורים

    < זעה מער ה טבת תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1531 to 1545 of 1720 results

1 2 ... 100 101 102 103 104 105 106 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com