Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וואס מיינט פראצענט?

    שאלה: איך שעם זיך אביסל צו פרעגן מיין שאלה, ווייל איך מיין אז עס איז ממש א פשוט'ע זאך וואס יעדער ווייסט. מיין שאלה איז וואס מיינט "פראצענט", וואס מיינט אז עפעס איז 15 פראצענט ביליגער? וויאזוי רעכנט מען עס אויס?   ענטפער: חז"ל זאגן אונז "לא הביישן למד", האסט זייער גוט געטון אז דו פרעגסט, ווייל נאר אזוי קען מען זיך אויסלערנען נייע זאכן. די ענטפער צו דיין שאלה אויף א פשוטע וועג ליגט אין די ווערטער "פראצענט", וואס איז א ווארט וואס שטאמט פון "פּער הונדערט", דאס מיינט אז ווען איך נעם דעם נומער וואס איך וויל רעכענען דערפון פראצענט דארף איך עס קודם צעטיילן אויף הונדערט, און דערנאך נעמען כך וכך הונדערטערס דערפון. אין אנדערע ווערטער פופצן פראצענט פון עפעס, מיינט פופצן הונדערטלעך דערפון.   צום ביישפיל ווען דו גייסט אין געשעפט און האסט אן אויסוואל צו באקומען $20 הנחה פון יעדע ארדער העכער הונדער דאלער, אדער קענסטו נעמען 15%, וואס לוינט זיך בעסער? אויב קויפסטו פאר הונדערט דאלער לוינט זיך זיכער צו נעמען $20 הנחה, אבער ווען דו קויפסט פאר $150 דאלער, וועסטו באקומען $22.50 הנחה אויב דו נעמסט די 15%. וויאזוי ארבעט עס? צוטייל $150 אין הונדערט, יעדע הונדערטסטל (דאס מיינט איין פראצענט, אדער ווי מען שרייבט עס 1%) איז $1.50. פופצן הונדערטסלעך (פופצן טיימס איינס און א האלב) קומט אויס $22.50.   א גרינגע וועג דאס צו רעכענען מיט א קאלקיולעטאר איז 150*0.15.   עס איז זייער נוצבאר צו וויסן וואס פראצענט מיינט און וויאזוי מען רעכענט עס גרינג אויס, אבער עס איז אסאך מער וויכטיג ארויסצוהייבן דאס וואס דו שעמסט זיך נישט צו פרעגן א זאך וואס דו טראכסט איז אפשר צו פשוט. מען מעג זיך אפלערנען פון דיר זיך נישט צו שעמען און פרעגן. ווילסט עפעס פארשטיין, האסט א שאלה? פרעג דיין טאטע אדער מאמע, פרעג דיין רבי, פרעג דעם ראש ישיבה שליט"א. אויב איינער שרייעט דיך אן אדער פארשעמט דיר פארן פרעגן איז עס יענעמ'ס פראבלעם. קוק אויף די פילע שאלות וואס מענטשן פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, שטעל דיך פאר ווען זיי שעמען זיך צו פרעגן, וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזען? אפילו אויב דו שפירסט אז דו ביסט קלוג און פארשטענדליך, קענסט זיך אליינס באגיין דיין שטעטל, איז וויכטיג זאלסט נעמען א מורה דורך, איין מענטש אויף דער וועלט וואס איז קלוגער פון דיר, איינער וואס ווייסט אייביג אליינס וואס צו טון, קומט נעבעך זייער נישט גוט אן אין זיין לעבן ברוחניות ובגשמיות, אבער דער וואס שעמט זיך נישט און פרעגט יעדע זאך, וועט אנקומען זייער ווייט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, ער וועט זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד.   איר קענט שיקן א שאלה צו ask gershon@gmail.com.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ד 📝
  • נייע שיעור אין ליקוטי מוהר"ן דורכן ראש ישיבה שליט"א

    די בחורים אין ישיבה לעבן אויף אלע באקן אין מחנה אילן החיים. די בחורים לערנען פלייסיג די שיעורי הישיבה, די זעלבע ווען עס קומט צו דאווענען, זעט מען ווי די בחורים שפירן א חיות אינעם דאווענען,די בחורים פילן אן זייער פרייע צייט מיט פילע שיעורי תורה, אלע זאגן פילע פרקים משניות יעדן טאג, מען ענדיגט מסכתות פון ש"ס, מען זאגט תהלים, אלע ענדיגן מעביר סדרה זיין יעדע וואך. די איבעריגע פרייע צייט פארברענגען די בחורים געשמאק, מען פירט זיך מיט יראת שמים און מיט מידות טובות מען רעדט צום אויבערשטן. &nbsp; אין א שמועס מיט איינע פון די חשובע תלמידים יעקב רייכמאן הי"ו פארציילט ער אונז ווי די תלמדים לעבן א גאנצן טאג מיט'ן אויבערשטן, אפילו ביים עסן, שווימען, און שפילן, טוט מען עס מיטן אויבערשטן. ווען מיר האבן אים געפרעגט פאר א ביישפיל וואס הייסט "שפילן מיטן אויבערשטן", און וואס וואלט געווען ווען מען איז נישט מקורב צום רבי'ן, וויאזוי מען וואלט געשפילט, זאגט ער אונז אז אין ברסלב ווען עס שפילן צוויי טיעמס בעטן ביידע זייטן דעם אויבערשטן אז זיי זאלן געווינען דעם געים, און דערנאך ווען איינער געווינט וועלן אלע דאנקען דעם אויבערשטן, איין זייט "שכח אייבישטער אז מיר האבן געווינען", און די אנדערע זייט וועט דאנקען דעם אויבערשטן אז "זיי האבן געווינען". ער פארציילט ווי אלע תלמידים זענען צופרידן און פרייליך, און אפילו ווען עס איז דא א פאנטשער, און מען קען איינעם בלעימען, וועט מען זיך בלויז ווענדן צום אויבערשטן און אים בעטן ער זאל העלפן, וויסענדיג אז נאר אין אים ווענדט זיך עס. &nbsp; דאס יאר האט דער ראש ישיבה מחליט געווען אז מען וועט אנהייבן א נייע שיעור פאר די תלמידים א ספעצילע זומער שיעור. און אזוי ווי דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען אין ישיבה זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, איז צייט מיר זאלן טון זיין רצון. און יעדן טאג - אויב די וועטער ערלויבט - גייען די בחורים מיט די תלמידים ארויס אין וואלד אונטער די שאטן פון די ביימער צום שיעור. דער שיעור קומט פאר אין מחנה אילן החיים הונטערן קליינעם בית המדרש טעגליך פון 2:30 ביז 3:00 ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר דעם רבי'נס תורה אויף א וועג מען זאל קענען ארויסנעמען דערפון עצות לעובדה ולמעשה. דער ראש ישיבה האט שוין אין די וואך פארגעלערעט דער ערשטער תורה, ווי דער רבי לייגט אראפ א יסוד אז א איד דארף לערנען תורה, כדי ער זאל האבן חן ביים אויבערשטן און זיינע תפלות זאלן ווערן אנגענומען. &nbsp; מען קען מיטהאלטן דעם שיעור אויף ברסלב סענטער, און אויף ברסלב עני טיים. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ד 📝
  • פעולת הצדיק ענגליש חלק א' מהדורת אונגאר

    מען דארף פאר קיינעם נישט זאגן איבער'ן ראש ישיבה ווארימקייט פאר הדפסה און הפצה. מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן און מעודד זיין אנשי שלומינו זאלן מקיים זיין די בקשה פון הייליגן רבי'ן איבער "אנטרוקנען ביימער" און פארציילן די מעשה פון די פטירה פון רבי'נס גרויסע תלמוד דער הייליגער רבי נתן וואס האט געבעטן ממש פאר זיין פטירה לחיי העולם הבא אז מען זאל ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די תורות און עצות פון הייליגן רבין וואס איז מקשר אידישע קינדער לאבינו שבשמים און מיט דעם איז מען מקרב די גאולה. &nbsp; דערפאר ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געהערט אז מו"ה בניהו אונגאר הי"ו וויל אונטערשרייבן א שטר שותפות מיט'ן קרן הדפסה, און אפקויפן די זכות פונעם ספר "די צדיק'ס עקאמפלישמענטס" חלק א', האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א זייער געפריידט דערצו, און איז טאקע ארויפגעקומען אין שטוב פון מו"ה בניהו הי"ו ווי ער האט מיט א געוואלדיגע שמחה אויפגענומען דעם ראש ישיבה שליט"א און געשמועסט איבער די גרויסקייט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. &nbsp; דער ספר פעולות הצדיק איז א הערליכע ווערק געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע וואו עס ווערט אראפ געשריבן אין א הערליכע סדר און מיט א געשמקע שפראך די גאנצע לעבן פון הייליגן רבין אנגעהויבן מיט'ן שידוך ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך משדך זיין מיט'ן הייליגן רבי נחמן הארידענקער זי"ע ביז נאך די פטירה פון הייליגין רבין. מוהרא"ש האט צוזאם גענומען אויף א גאר שיינע וועג די גאנצע לעבנ'ס געשיכטע פון רבי'ן אלעס וואס ער איז דורך פון קינדווייז אן, די חתונה, און ווי דער רבי האט אנגעהויבן צו פירן אן עדה, די נסיעה קיין ארץ ישראל, די גרויסע מדריגות צו וואס דער רבי האט דערגרייכט, די הייליגע תלמידים, און אזוי ווייטער, אלעס געשריבן אויף א וועג אז ווער עס לערנט עס זאל עס קענען מיטנעמען אויף למעשה, פול מיט עצות און הדרכות אויף עבודת ה'. &nbsp; דער ספר איז פאכמאניש איבערגעזעצט געווארן דורכ'ן חשובן און געטרייען מנהלת פון בית פיגא שולע מרת לעססער תחי', וואס האט אריינגעלייגט איר הארץ און נשמה אין דעם ספר, און געמאכט א הערליכע ארבעט. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען איבער דעם ספר, מיט א פרישע אויפלאגע, שיינע און קלארע דרוק, וואס וועט זיכער העלפן אלעמען לערנען אין דעם ספר. &nbsp; דער זכות פון העלפן דרוקן דעם ספר וועט זיכער ביישטיין פארן נדבן, דער אויבערשטער וועט אים בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, אידיש נחת. The Tzadik's Accomplishments, Part I, Ungar Edition &nbsp; The Rosh Yeshiva has always been passionate about printing and distributing the Rebbe&rsquo;s seforim. Mohorosh consistently encouraged us to fulfill the Rebbe&rsquo;s request to spread his teachings, a mission Morharnat always emphasized. &nbsp; When the Rosh Yeshiva learned that R&rsquo; Binyahu Ungar wanted to partner with the Keren Hadfusa and acquire the rights to "The Tzadik's Accomplishments," Part I, he visited his house to sign the deal. They discussed the importance of printing and dissemination. &nbsp; "The Tzadik's Accomplishments" is a beautifully written work by Mohorosh, detailing the Rebbe&rsquo;s life from his birth, engagement, marriage, leadership, journey to Israel, spiritual achievements, and more. The book is practical and filled with advice for serving Hashem. &nbsp; Mrs. Lesser, the dedicated principal of Beis Feiga School, expertly translated the book. Now, the Keren Hadfusa is preparing a new edition to enhance the learning experience. &nbsp; Supporting this project will surely bring blessings to the donor and their family.

    < זעה מער טז תמוז תשפ"ד 📝
  • פרעזידענט ביידען לייגט אריין פרעזידענטליכע פארמעסט אין א נעפל

    מיר לעבן דורך היינט זייער מאדנע און היסטארישע צייטן, עס גייט נישט דורך קיין טאג אדער צוויי וואס די וועלט קערט זיך נישט איבער מיט א פרעצעדענטלאזע נייעס. היינט זונטאג מיטאג קומט א פרישע אויפרייס. דער אמטירענדער פרעזינדעט דזשאסעף ביידען האט זיך אפגעזאגט פון זיין פארטיי'ס נאמינאציע. אזא זאך וואלט נישט געווען אומדערהערט, אבער אז מען האלט נאכדעם וואס א קאנדיטאט האט געווינען גאר גאר שטארק צו ווערן נאמינירט, זאל זיך ארויסציען דערפון אין די לעצטע מינוט איז נאך נישט געווען אין אמעריקע'ס היסטאריע. עס איז יעצט זייער אומקלאר וויאזוי עס וועט צוגיין פאר די דעמאקראטן אויסצואוועלן א פרישע קאנדידאט ווען מען האלט שוין נאך אלע פריימעריס, און עס וועט זיין א גענצליך אנדערע וועג אויסצוקלויבן דעם קאנדידאט. מיט דעם שריט האט ביידען באפרייט אלע זיינע דעלעגאטן וואס וואלטן אים געדארפט ערוועלן ביים דעמאקרטישן קאנווענשן אין בלויז דריי וואכן פון יעצט זיי זאלן קענען שטימען פאר סיי וועם זיי ווילן. די דעמאקראטן זענען זייער צושפליטערט איבער ווער עס זאל איבערנעמען ביידענ'ס פלאץ און זיי האבן נישט קיין קלארע פירער פון זייער פארטיי צו די יעצטיגער צייט. דער וויצע פרעזידענט העריס איז בכלל נישט פאפולער, און עס איז נישטא קיינער אנדערש וואס זאל זיין קיין פראנט ראנער. מען וועט עס דארפן געבן אביסל צייט צו זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן און אנטוויקלען. &nbsp; ווער עס טראכט אביסל צוריק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט בערך א יאר צוריק וואלט זיך נישט געקענט חלומ'ען אז מען וועט דא האלטן אין די יעצטיגע צייט. די דעמאקראטן זענען געווען גאר שטארק פאראייניגט מיט זייער פרעזידענט אין אמט, און אלע האבן אים ארומגענומען און באשיצט פון אלע פיילן, בשעת די רעפאבליקאנער זענען געווען צוריסן און צושפליטערט און עס איז געווען א גאר העפטיגע קאמף איבער ווער עס זאל ווערן אויסגעוועלט אין די פריימעריס. עס האט אויסגעזען ווי ביידען פארט אויף א פארזיכערטע באן שטארק און פעסט צו זיין צווייטע טערמין, און די רעפאבליקאנער זענען די וואס זענען זיכערע פארלירער. אבער דער אויבערשטער איז דער וואס פירט די וועלט, ער איז "משפיל גאים עדי ארץ", ווען ער וויל נעמט ער די וואס זענען ביים שפיץ און ווארפט זיי אראפ צו דער ערד, און איז "מגביה שפלים עדי מרום" ער הייבט אויף די וואס זענען אין דער ערד ארויף צום הימל. דערפאר דארפן מיר נישט קוקן ווי שטארק מיר זענען געפאלן און פארלוירן, לאמיר פארגעסן אלע אונזערע מחלוקת'ער און זיך ווענדן צום אויבערשטן וואס וועט אונז אויפהייבן צו די העכסטע מדיגות אויב מיר וועלן נאר נישט אויפגעבן. אפילו מען האט אויף דיר געשאסן מיט א ביקס, עס האט דיר געכאפט, ביסט צובליטיגט און אראפ געפאלן, הייב דיך אויף און "פייט פייט פייט", מיר פייטן דורך ווארפן א ווארט פון תורה צום אויבערשטן, א ווארט פון תפלה און התבודדות, איין קוק ווייניגער, דאס וועט אונז אויפהייבן צו אונזער ענדגילטיגער זיג. &nbsp; די וואך פרשת פנחס איז א לאנגע סדרה, בערך 180 פסוקים, לאמיר היינט אנהייבן די סדרה, אנשטאט הערן די נייעס און קאכן אין פאליטיק, וועלן מיר עפעס אויפטון אין די צייט, און מיר וועלן אנקומען צום אמת'ן תכלית אויף וואס מיר זענען אראפ געקומען אויף דער וועלט.

    < זעה מער טו תמוז תשפ"ד 📝
  • ברסלב בלטעל לייגט צו געשמאק הלכה ווינקל

    אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר'ן קרן הדפסה בכלל און פאר'ן עורך הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א בפרט, וואס צוזאמען מיט די גאנצע שטאב פון שרייבער, מגיהים און דיזיינער געבן זיי זיך אוועק וואך נאך וואך און ארבעטן יומם ולילה צו צושטלען פראפעסיאנאלע און געשמאקע ארטיקלען אנגעפילט מיט תוכן פאר אלעמען, מענער, פרויען, קינדער, אינגלעך און מיידלעך. יעדער טוט זיין חלק בנאמנות, דער שרייבט הומאר, דער אנדערע שרייבט נייעס, אדער וויסענשאפט, מען קלויבט צוזאם שיינע בילדער, מען איז עס מגיה, און מען שטעלט אוועק א הערליכע אויסגאבע יעדע וואך מיט א הערליכע "דעקל" וואס זאל ציען דאס אויג, אז מען זאל נישט דארפן נישטערן אין די מיסטן צו ליינען זאכן וואס רעדן פון געלט און כבוד אנשטאט פון אויבערשטן און זיין תורה. &nbsp; די עורכים האלטן פאר זייערע אויגן זייער ציל, און ארבעט שווער צו פארבעסערן און פארגרעסערן דעם אויסגאבע מיט תוכנ'פולע און געשמאקע ארטיקלען. איינע פון די אפטיילונגען וואס האבן זיך לעצטענס שטארק פארברייטערט און פארבעסערט איז די "קינדער אפטיילונג" וואס איז שטארק בארייכערט געווארן מיט געשמאקע אקטיוויטעטן פאר די קינדער, מיט פרייזעס און גורלות פאר די קינדער וואס שיקן אריין ענטפערס אויף די חידות און פראגעס. &nbsp; די וואך איז צוגעקומען א פרישע פערל אינעם קייטל, ווען מען האט די זכי' אז דער חשובער דיין פון שטעטל הגאון רבי יונה זינגער שליט"א האט באוויליגט צו בארייכערן דעם בלעטל מיט א "הלכה ווינקל", וואס ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי שטארק פארלאנגט אז מען דארף לערנען הלכה, וואס נאר אזוי קען מען וויסן וואס א איד דארף צו טון. דער ווינקל האט די וואך אנגעהויבן מיט די הלכות פון "הדלקת נרות שבת", ווי דער דיין לייגט עס אראפ אזוי שיין און געשמאק, און לייגט צו פראקטיש למעשה וואס מען דארף צו וויסן, מיט די הקדמות פון הייליגן רבין. &nbsp; מיר האפן צום אויבערשטן אז דער ווינקל וועט גיין לויטן פלאן און במשך די צייט וועט מען דורכלערנען מיט'ן דיין שליט"א הלכה למעשה "גאנץ הלכות שבת", וואס זענען זייער וויכטיגע הלכות וואס איז נוגע יעדע שבת ויום טוב, וואס באשטייט פון א גאר שיינע חלק פון יאר, און פילע פרטים פון די הלכות זענען שטארק אומבאקאנט, וואס איז גורם אז מען זאל חלילה וחס קענען בשוגג נכשל ווערן אין די הארבע זינד פון "חילול שבת". אבער מיט'ן אויבערשטנעס הילף די וואס וועלן מיטהאלטן וועלן קענען זוכה זיין צו היטן דעם הייליגן שבת כהלכתו, וואס אין איר זכות וועט מען זוכה זיין צו די פילע ברכות וואס דער הייליגער שבת געבט. &nbsp; ואם יצא אדם חובת היום אשרי לו

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ד 📝
  • וואס איז פשט פון די נעמען פון די טעג פון די וואך, זונטאג, מאנטאג?

    שאלה: וואס איז פשט אז די נעמען פון די טעג פון די וואך הייסן "זון" טאג, "מאנ" טאג, "דינס" טאג, "דאנערש" טאג, "פריי" טאג, וואס באדייטן די ווערטער זון, מאן, דינסט, און אזוי ווייטער. בשעת אין לשון הקודש רופט מען זיי, יום א'/ראשון, יום ב'/שני וואס מיינט בסך הכל ערשטער און צווייטער טאג? און פארוואס הייסט נישט מיטוואך עפעס מיט "טאג" אזוי ווי די אנדערע טעג? &nbsp; ענטפער: ווי באקאנט קומט זייער אסאך ווערטער פון אידיש (און אויך פון ענגליש) פון די אלט-דייטשע שפראך, ווי מען קען זען אביסל פון די נעמען פון די וואך, זון - סאָן, טאג - דעי, מאנדעי, מיינט "לבנה" טאג, וואס אויף דייטש זאגט מען "מאנדע" פאר לבנה. די סיבה פארוואס אין דייטש האט עס באקומען די נעמען זענען צוליב אלטע איינרעדענישט איבער כחות און מזלות וואס הערשן אויף די טעג. דער זון האט באקומען די ערשטע טאג, די לבנה די צווייטע טאג, צדק האט באקומען די דריטע טאג - פרעג מיר נישט וואו דינסט קומט צו צדק, עפעס אן אלטע דייטשע איינרעדעניש. צו מיטוואך וועלן מיר באלד צוריק קומען, דאנערשטאג האט מען געגעבן פאר די "דונער" איינרעדעניש, און פרייטאג רעדט מען פון עפעס אן אנדערע דמיון. די אלטע דייטשן פלעגן געבן א ספעציעלע חשיבות פאר מיטוואך, זיי האבן געהאלטן אז וויבאלד ער איז "אינמיטן פון די וואך" פארמאגט ער ספעצילע כחות, און האבן אים אזוי גערופון "מיטוואך". יעצט קומען מיר צו שבת. ווי אומגלויבליך עס הערט זיך איז שבת פונקט פארקערט. די נאמען אין דייטש פאר שבת קומט פון אונז פון אונזער שבת קודש. &nbsp; די נאמען אין ענגליש סאַטורדעי, רעדט פונעם כוכב "שבתאי", אבער אין דייטש איז עס עפעס אנדערש. פאר הונדערטער יארן צוריק פלעגט מען רופן אין דייטשלאד דער טאג "סאַמבאַסטאַג" וואס מיינט פשוט "שבת טאג", וואס די נוצרים להבדיל האבן עס גערופן אויפן נאמען פונעם הייליגן שבת. היינט איז דער נאמען עטוואס פארדרייט געווארן אין די היינטיגע דייטש וואס הערט זיך בערך ווי "זאַמסטאַג".&nbsp; &nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו, מיר אידישע קינדער פרייען זיך יעדן טאג פון די וואך אז "עס גייט שוין קומען שבת", מען זאגט ביים יום, היום יום ראשון "בשבת", פון זונטאג קוקט מען שוין ארויס אויף דעם זיסן מתנה וואס מיר אידישע קינדער האבן באקומען פונעם אויבערשטן, א טאג וואס דער קאר ליגט שיין געפארקט, די שליסלעך אוועקגלייגט, דער סעלפאן ליגט ביים טשארדזשער, און מיר באקומען שכר פארן פארברענגען געשמאק מיט די משפחה. דער אויבערשטער באצאלט אונז אפילו אויף די וועלט פארן עסן גוטע זאכן שבת, פארן שלאפן אום שבת קודש. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז מען דארף אויסנוצן דעם שבת צו רעדן אביסל מיט די קינדער, הערן וואס זיי מאכן, פארציילן א שיינע מעשה פון א צדיק, און אריינווארפן צווישן די ווערטער ווי דער ערליכער איד רעדט צום אויבערשטן, ער גרייט אן נעגל וואסער, ער מאכט ברכות, ער איז מוותר אפילו ווען עס איז שווער. ווען די מוסר גייט אריין אזוי אריינגעפלאכטן אין די מעשה גייט עס אסאך בעסער אריין ווי ווען מען זאגט אים "גרייט אן נעגל וואסער", "מאך ברכות". יעצט איז נאך פאר שבת איז כדאי זיך אנצוגרייטן א שיינע מעשה פון א צדיק און זיך אראפ לאזן צו אונזערע קינדער, און אזוי וועט אריינגיין אין זיי א געשמאקע טעם אין שבת, זיי וועלן ליב האבן צו היטן שבת. &nbsp; עס איז אויך כדאי זיך צו מאכן צייט שבת נאכמיטאג צו לערנען מיט די קינדער "אבות ובנים", זיי פארהערן. אבער דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז מען זאל נישט שטעלן די קינדער אויף א קרייץ פארהער ביז מען "האט זיי געכאפט אז זיי קענען נישט", נאר פונקט פארקערט, העלף אים ארויס און ווייז אים "איך זעה אז דו קענסט זייער פיין", העלף דיינע קינדער וואקסן און בליען, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף מיט אסאך תפילות וועסטו זען פון זיי אסאך אידיש נחת. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ד 📝
  • חברים ארגאניזאצעס מאכן וואכזאם איבער די סכנה פון קינדער אין קארס אין די הייסע וועטערס

    די יעצטיגע זומער וועטערס ברענגט מיט זיך פילע געשמאקע זאכן, די קינדער שפילן זיך און פארברענגען שעות אין גאס, זיי גייען שווימען, משפחות קענען געשמאק פארברענגען אין די קאנטרי אינאיינעם, און אפילו די ערוואקסעסע נוצן אויס די זומער טעג אין די קעטסקילס מיט'ן שפאצירן צווישן די גראז און ביימער און זיך אויסרעדן צום אויבערשן, אים דאנקען און בעטן אויף אלעס וואס ליגט אויפן הארץ. &nbsp; פון די אנדערע זייט הויערט אבער אויך געפארן פון די זומער טעג, מען דארף מתפלל זיין יעדן טאג ווען מען גייט ארויס פון שטוב, זיך אפשטעלן ביי די מזוזה און בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל גיין בשלום און אהיים קומען בשלום, מען זאל נישט דרייוון ווילד צווישן די געדרייטע וועגן אויף די בערג, די סווימינג פולס זאל בלייבן גענצליך פארמאכט, א קינד זאל חלילה נישט אריינבלאנדשען דארט. אזוי אויך ברוחניות בעטן אלע דעם אויבערשטן מען זאל נישט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות, די אויגן און דער מח זאל בלייבן ריין תמימות'דיג און הייליג. &nbsp; בפרט דארף מען לייגן אויפמערקזאמקייט אויף די קארס, ווען מען לייגט אריין א קינד אין קאר זאל מען בעטן דעם אויבערשטן מען זאל נישט חלילה פארגעסן פון איינע פון אונזערע טייערסטע פארמעגנס וואס מיר פארמאגן, געלט קומט און גייט, א טעלעפאן קען מען קויפן א נייע. אבער אויב חלילה מען פארלירט א קינד פון נאכלעסיגקייט, אויף אזא זאך איז מענטש נישט מסוגל זיך מוחל צו זיין. &nbsp; וואס מענטשן ווייסן אפשר נישט איז אז דער טעמפעראטור אין אן אויסגעלאשענע קאר ווען די זון שיינט איז געווענליך בערך פופציג דיגרי הייסער ווי אין גאס, דאס מיינט אז אין די יעצטיגע הייסע טעג ווען עס איז בערך 90 דיגרי אין גאס, וועט אין די קאר זיין ארום 140 דיגרי, אזאך וואס קען חלילה אומברענגען א מענטש אין א גאר קורצע צייט. און ווער רעדט נאך פון א קינד. &nbsp; עס זענען דא עטליכע עצות וואס די עקספערטן זאגן קען העלפן דערויף. 1. מאכט א געוואוינהייט צו כאפן א בליק אין די בעק יעדעס מאל איידער מען גייט ארויס פון קאר. 2. לייגט א זאך וואס איר נוצט כסדר, צום ביישפיל אייערע ספרים, די טאשקע, בערזל, טעלעפאן וכדומה נעבן דעם קינד. &nbsp; עס איז קריטיש וויכטיג אז אפילו מען גייט ארויס פון קאר אפילו נאר פאר "איין מינוט" צו נעמען עפעס וכדומה, זאל מען אייביג מיטנעמען די קינדער מיט זיך. רוב מאל וואס מענטשן האבן פארגעסן קינדער זענען פשוט געווארן דיסטרעקטעד פון עפעס דארט ווי זיי זענען געגאנגען און אנשטאט איין מינוט האט זיך עס נישט גוט געענדיגט. &nbsp; ועל כולם דארף מען מתפלל זיין אז דער זומער זאל אויסגענוצט ווערן דורך אידישע קינדער צו שטייגן אין תורה יראת שמים און מידות טובות, און מען זאל נישט הערן פון קיין שום אומגליקן. &nbsp; ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ד 📝
  • ספר איש אמונות חלק א' שוין אט גרייט צום דרוק

    מיט גרויס פרייד און התרגשות, טוט מכון עצתו אמונה מעלדן די גוטע בשורה פאר אלע אנשי שלומינו בכלל און בפרט פאר די אלע וואס האבן געהאט די זכי' און האבן זיך שוין איינגעהאנדעלט א זכות אינעם ספר, אז נאכן ארבעטן א לאנגע צייט וואס מען ארבעט אז די הערליכע בריוו געשריבן מיט מסירות נפש און פלייס דורך דעם ראש ישיבה שליט''א זאל ווערן גרייט צום דרוק, אז דער אז דער ערשטער באנד אינעם ספר איש אמונות (חלק א' - שנת תש"פ), גייט שוין אט אט אריין צום דרוק. &nbsp; עס איז גענצליך איבעריג צו ערקלערן וואס די בריוו האבן שוין אויפגעטון ביז יעצט ווען זיי זענען נאר ארויסגעקומען אויף א פראוויזארישע וועג, ווייל עס איז גאר שטארק באוואוסט פאר יעדעם וואס האט עס נאר גענומען אין די האנט ווי די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. &nbsp; דער אויבערשטער האט געטון א חסד חינם מיט אונזער דור, אז מיר זענען זוכה עס זאל ארויסקומען אזא הייליגע ספר, מיר בעטן אים אויף ווייטער אז מיר זאלן עס טאקע לערנען לשמור ולעשות ולקיים צו פאלגן די עצות און הדרכות פון רבינו הקדוש זי''ע, וואס דאס וועט אונז ברענגען צום אויבערשטן און דערמיט קענען איבערקומען די גרויסע נסיונות וואס מיר גייען דורך ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; אנשי שלומינו שפירן פאר א זכי' צו געבן צדקה פאר די היילגער ספרים איש אמונות, פילע האבן געקויפט גרעסערע זכותים. ווי צום ביישפיל, דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דורך דעם אלעמען באליבטן מו"ה יענקי פיש הי"ו, און וועט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדורת פיש". דערנאך זענען דא פילע זכותים פאר פילע וואכן, זכות ראש השנה איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה משה גאטליעב הי"ו, זכות יום כיפור איז אפגעקויפט געווארן דורך הרוצה בעילום שמו שליט"א, אין צוגאב וואס ער העלפט ארויס דעם מכון צו יעדע צייט, און האט אייגענטילך מגי' געווען דעם ספר. זכות יום טוב סוכות איז געקויפט געווארן דורך מו"ה אברהמי אייזנער ה"ו, וואס איז אלעמאל גרייט ווען עס קומט צו הדפסה והפצה. זכות פרשת בראשית איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו. זכות פרשת נח איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה מנחם זאב שטרול הי"ו. זכות פרשת לך לך איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה משה ראזענבערג הי"ו. זכות&nbsp; פרשת וירא&nbsp; איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה שמעון ראטה הי"ו. זכות פרשת חיי שרה&nbsp; איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה יענקי איידליס הי"ו. זכות&nbsp; פרשת תולדות&nbsp; איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה מאטי ראזענפעלד הי"ו. זכות&nbsp; פרשת ויצא איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה ארי פיש הי"ו. זכות פרשת וישלח איז אפגעקויפט געווארן דורך הרב אלימלך שארף שליט"א. &nbsp; פארן גיין צום דרוק קומט א מודעה פון מכון עצתו אמונה אז עס זענען נאך געבליבן א קליינע צאל פון זכותים אינעם ספר וואס מען קען נאך אריינכאפן צו קויפן. צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. אדער קענט איר זיך פארבינדן דורך אימעיל Maebreslev@gmail.com. אזוי אויך קען מנדב זיין דרוך די "מטבע" פלאטפארמע, אקאונט 00124222790, אזוי אויך דורך די OJC פלאטפארמע, אקאונט 10505. &nbsp; צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת &nbsp;

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ד 📝
  • טראמפ קלויבט אויס א וויצע מיטלויפער

    אין די צייט וואס די רויעך פון די אטענטאט פארזוך נייעס האט זיך נאך נישט געזעצט, ממש איידער די רעפאבליקאנער האבן זיך געגרייט אנצוהייבן זייער נאצינאלע קאנווענשאן צו באשטימען אפיציעל טראמפ אלס זייער קאנדיטאט פאר פרעזידענט אין אמעריקע, האט די טראמפ קאמפיין געמאלדן אז דזשעי די ווענס א נייער סענאטאר פון אָהייאָ וועט זיין זיין מיטלויפער אלס וויצע פרעזידענט קאנדידאט. &nbsp; עס ווערט באריכטעט אז פונקט ווי זיין אויבערהאר מר. טראמפּ, האט אויך ווענס גאר גוטע באציאונגען מיט פילע אידן און אידישע עסקנים, א זאך וואס וואס ווערט גאר גוט אויפגענומען אויף די אידישע גאס. &nbsp; מיר דארפן נישט קיין וואל סטריט, סאשעל מידיע, אדער טראמפ זאל אונז דערמאנען אז נאר דער באשעפער קען היטן, אבער אין א המשך צו די נייעס איבערן אטענטאט פראזוך קעגן טראמפ, איז אינטערעסאנט צו באמערקן וואס דער וואל סטריט זשורנאל באריכטעט איבער טראמפ'ס געשרייבאכטס אין זיין סאשעל מידיע "טרוט סאשעל" אז "דער באשעפער אליינס האט פארמיטן דאס אומגלויבליכע פון פאסירן". &nbsp; און כאטש סיי טראמפ און סיי זיין וויצע שטעלן זיך ארויס אויף פילע אישוס זייער שטארק לטובת ערליכע אידן, בפרט אויף חינוך, ווי זיי שטיצן זייער שטארק "סקול טשויס", אבער מיר דארפן געדענקען אז אז נישט טראמפ און נישט זיין וויצע קען אונז ראטעווען. &nbsp; די גמרא ברענגט (מגילה ט"ו ע"ב) "ר' נחמיה אומר כדי שלא יאמרו ישראל אחות יש לנו בבית המלך ויסיחו דעתן מן הרחמים" פארוואס אסתר המלכה האט גערופן המן צו די סעודות מיט איר און אחשורוש איז געווען ווייל זי האט מורא געהאט אז אידישע קינדער וועלן נישט בעטן דעם אויבערשטן ער זאל זיי ראטעווען פון די גזירה פון המן, ווייל "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן עסקנים וואס האבן קאנעקשאנס אין די ווייט האוז און עס וועט זיין גוט. &nbsp; דערפאר איז וויכטיג ווייטער צו מתפלל זיין אז אמעריקע זאל בלייבן א לאנד ווי אידישע קינדער זאלן קענען וואוינען און היטן תורה ומצוות און מחנך זיין די קומענדיגע דורות על דרך ישראל סבא, ביז משיח וועט קומען.

    < זעה מער י תמוז תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין צו אומאן ראש השנה תשפ"ה

    מיט גרויס התרגשות גרייט מען זיך צום קומענדיגן ראש השנה צו קומען וויילן ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן, ווי ער האט געבעטן און געפאדערט פון אלע וואס גלייבן אין אים. דער ראש ישיבה דערמאנט כסדר אין די דרשות אין די טעג מען זאל נישט זיין קיין בטלן און שוין באשטעלן טיקעטס, און זיך באזארגן מיט שפעזן.&nbsp; &nbsp; אין די לעצטע יארן האבן זיך די צאל אידן וואס קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבין שטארק צואוואקסן, און דער גרויסער זעקס שטאקיגער בנין וואס מען האט נישט לאנג צוריק געבויעט מיט פלאץ פאר הונדערטער געסט איז שוין ב"ה אויסגעוואקסן. עס ווערן טאקע געמאכט פלענער צו בויען א פרישע בנין, אבער ביזדערווייל קען מען זיך ממש נישט אן עצה געבן פון גרויס ענגשאפט אין פלאץ. &nbsp; בעיקר האט זיך עס אנגעזען אינעם עס זאַל וואס אין די לעצטע עטליכע יאר האט מען שוין מער נישט געקענט דארט פראווען די סעודות שבת ויום טוב, און מען האט געמוזט בלית ברירה פארוואנדלען דעם גרויסן היכל הבית המדרש אין א עס זאַל. אבער היי יאר וועט שוין דאס אויך נישט מעגליך זיין צוליב דעם געוואלדיגן ריבוי עם קע"ה. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן נאך אסאך התבודדות אז אויף היי יאר וועט מען אויפבויען א גרויסן ריזיגן שאטער וואס וועט הייסן "אהל הרחבת הדעת", נעבן דעם יעצטיגן בנין, וואס דארט וועט מען בעז"ה פראווען די סעודות שבת ויום טוב בשבת אחים. דאס יאר איז עס נאך מער וויכטיג צוליב וואס ראש השנה געפאלט אויס דאנערשטאג און פרייטאג, און דער יום טוב וועט זיך אריינצוען אינעם שבת קודש, וואס אנשי שלומינו בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלן אינאיינעם אפרעכטן אינעם גרויסן געשמאקן שאטער מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג געפונען זיך גרויסע קאנסטראקשען טראקטארן אויפן שטח ווי זיי מאכן דעם שטח פלאך און גרייט, דערנאך וועט מען בעז"ה אויספלאסטערן דעם שטח מיט בעטאן, אויף וואס מען וועט בע"ה אויפשטעלן דעם גרויסן שאטער. &nbsp; דער זכות פון דעם גרויסן "אהל הרחבת הדעת" איז געקויפט געווארן דורך די עסקנים פונעם רענט קאמפיין מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון קויפן טיקעטס קיין אומאן איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט לעצטענס פילע מאל אין די דרשות און פאדערט&nbsp; שטארק אויף מען זאל זיך נישט מאכן קיין חובות אפילו אויף צו פארן צום רבין. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אפילו איינער האט בשום אופן נישט קיין געלט צו פארן, איז עס נישט קיין תירוץ ער זאל די לעצטע מינוט זיך אנבארגן געלט, נאר עס איז נאך דא גענוג צייט - זאגט דער ראש ישיבה - און מען קען גיין נאך געלט און בעטן אידן זאל צוהעלפן מיט'ן צאלן דעם טיקעט. אידן שפירן פאר א זכי' ארויסצוהלעפן אן אנדערן איד צו פארן צום הייליגן רבין, און רופן זיך אן זייער ווארעם. &nbsp; ראש השנה שלי עולה על הכל

    < זעה מער י תמוז תשפ"ד 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק ב' ווערט איבערגעדרוקט

    תיכף נאך די פטירה פון אונזער הייליגער רבי מוהרא"ש זי"ע האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אונטערגענומען צו דרוקן און פארשפרייטן די חלקים פון אשר בנחל אויף אידיש, הונדערטער בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אויף אידיש ספעציעל פאר'ן היימישן אידיש רעדנדע עולם, נאכדעם וואס כמעט אלע פון די צענדליגע טויזנטער בריוון פון די אלגעמיינע בענדער פון אשר בנחל זענען אויף לשון הקדוש. דאס איז געווען נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפענט די ישיבה און די מוסדות אין ניו יארק, און עס זענען נתקרב געווארן פילע תלמידים בחורים און אינגעלייט, און האבן געבעטן למה נגרע, זיי ווילן בריוו אויף מאמע לשון וואס זיי זאלן פארשטיין, און מוהרא"ש האט זיך אראפ געלאזט צו אונז און איבערגעלאזט די הערליכע ירושה, וואס דער ראש ישיבה האט אפגעדרוקט טויזענט קאפיעס נאך מוהרא"ש'ס פטירה אין זעקס הערליכע בענדער. &nbsp; נאכדעם וואס די אלע קאפיעס זענען אויסגעגאנגען האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם מנהל פון תלמוד תורה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א ער זאל פריש איבערארבעטן די אלע בריוו, מגיה זיין די ספעלינג, די נקודות, צוטיילן די שטיקלעך, צולייגן מראה מקומות און קלארע מפתחות, און אזוי ווייטער. די פריש איבערגעארבעטע בענדער אשר בנחל וועט מיט'ן אויבערשטענס הילף ווערט געדרוקט אין "זיבן" בענדער, נאכן צולייגן די אלע הוספות. &nbsp; די ערשטע חלקים האט שוין הר"ר מרדכי שליט"א געענדיגט איבערארבעטן און מען האט עס שוין איבערגעדרוקט עטליכע מאל, און ממש יעצט האט מען פריש געדרוקט א גרויסע סכום פון אשר בנחל אידיש חלק א' וואס האט באקומען דעם נאמען "מהדרות מארקאוויטש" ווי געמאלדן נישט לאנג צוריק. אין די יעצטיגע צייט ארבעט דער מנהל אויף די ווייטערדיגע בריוו, און בשעת מען גרייט זיך אויף די בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א איבערצודרוקן חלק ב', האפט מען אז חלק ג' וועט זיין גרייט תיכף נאכדעם וואס מען וועט ענדיגן דרוקן חלק ב'. &nbsp; אין אנפאנג האט דער ראש ישיבה שליט"א אליינס עוסק געווען אין די עבודת הקודש פון שאפן דאס געלט צו דרוקן די ספרים, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן פונעם קרן הדפסה אז זיי זאלן עס איבערנעמען, און דערפאר קומט דער קרן הדפסה ארויס מיט אן אפיעל צו אנשי שלומינו מען זאל זיך ווארים אנרופן און נעמען א חלק אינעם חלק ב', כדי מען זיך זיך קענען נעמען שנעל צו די ארבעט, און די מפיצים וואס זוכן די ספרים זאלן עס ווידער קענען באקומען, און פארשפרייטן די הייליגע ליכטיגקייט פאר אלע אידן איבער די וועלט. &nbsp; עס איז איבעריג צו רעדן צו אנשי שלומינו איבער די גרויסע סגולה פון דרוקן די ספרים פון אשר בנחל אויף וואס מוהרא"ש זי"ע האט מבטיח געווען זיכערע ישועות, און עס דרייען זיך ארום פילע אמת'ע מעשיות פון גרויסע ישועות למעלה מדרך הטבע וואס אידן האבן געזען נאכן דרוקן די הייליגע ספרים. &nbsp; רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה שליט"א און נעמט א חלק אין דעם הייליגן פראיעקט, 347-578-4449.&nbsp; &nbsp; נדיבים בעם האבן יעצט דעם זעלטענעם געלעגענהייט און קענען אפקויפן דעם "זכות מהדורה" פארן סכום פון צען טויזענט דאלער, און די אלע ספרים וועלן גערופן ווערן אויף זיין נאמען, און וועט זיין אן אייביגע זכות לדורות עולם.

    < זעה מער ט תמוז תשפ"ד 📝
  • וויאזוי לעבט די עימיש געמיינדע אָן עלעקטעריציעט?

    שאלה: איז עס אמת אז די אמיש מענטשן נוצן בכלל נישט קיין עלעקטעריק? אויב יא, וויאזוי קענען זיי דאס באווייזן? יואליש &nbsp; ענטפער: די אמיש (אדער עימיש ווי מען זאגט עס אין ענגליש) געמיינדע ברענגט ארויף וואונדער ביי פילע מענטש, א גרופע וואס וואוינען אפגעזונדערט פון די וועלט, נוצט נישט קיין מאדערענע כלים, און דערווייטערן זיך אפילו פון קארס און עלעקטעריציטעט. &nbsp; דער אמת איז אז די אמישע מענטשן פארמאגן טאקע נישט קיין עלעקטערישע אפאראטן אין זייערע היימען. אבער כאטש זיי פארמאגן נישט קיין עלעקטעריציטעט אין זייערע הייזער, קען מען נישט זאגן אויף זיי אז זיי לעבן אן עלעקטעריציטעט. ווייל כאטש זיי שניידן נישט זייערע העלצער מיט עלעקטערישע זעגן, קויפן זיי עס פון די געשעפטן אין די דערנעבנדיגע שטעטלעך וואס אפערירן געהעריג לויט די היינטיגע טעכנאליגע. אזוי איז אלעס וואס זיי פארמאגן, זיי מאכן נישט אליינס זייערע פענסטער ווי אמאליגע צייטן, גאר אסאך פון זייערע זאכן וואס זיי נוצן טאג טעגיך איז פראדוצירט דירעקט אדער אומדירעקט מיט עלעקטעריציטעט און מיט קאמפיוטערעזירטע כלים. &nbsp; דער געדאנק אז אפילו עלעקטעריציטעט גייט שוין אן פאר איבער הונדערט יאר, קען מען נאך לעבן אן דעם איז אן איינרעדעניש, דערמאנט אונז א שיחה פון הייליגן רבי'ן וואס אסאך האבן א קשיא זיך דערויף, דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין חיי מוהר"ן סימן רצ"ט, "פעם אחת דיבר עמי מענין שאי אפשר להיות איש כשר באמת, כי אם כשמתקרבין להצדיק האמת שבדור, ענה ואמר, קודם שנמצא הצדיק האמת בעולם, יכולים להתקרב להשם יבתרך מעצמו, אבל אחר שכבר נמצא הצדיק האמת בעולם, אי אפשר להתקרב להשם יתברך באמת בשום אופן, כי אם כשזוכין להתקרב אליו", וואס עס קומט ארויס פון דעם שיחה איז, אז איינמאל דער הייליגער רבי'ס נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, מוז מען צוקומען צו אים כדי צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד. &nbsp; מאנכע וואונדערן זיך, זיי זעען אז עס זענען דא ערליכע אידן וואס זענען נישט קיין ברלסבע? א שטארקע קשיא, נישט אזוי? אבער דער אמת איז אז וואו אויף דער וועלט עס איז דא התחזקות היינטיגע צייטן, קומט עס דירעקט אדער אומדירעקט פון הייליגן רבין, די פילע משפיעים וואס דערווארימען אידישע קינדער היינט, האבן א שטארקע קשר מיט'ן הייליגן רבין, פילע לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אדער זענען תלמידים פון רבי'ס וואס האבן געלערענט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. &nbsp; איינמאל דער רבי איז אראפ געקומען אויף דער וועלט האט זיין נשמה געברענגט רוחניות'דיגע עלעקטעריציטעט אויף דער וועלט. עס איז א שאד זאלסט גיין קויפן דיין האלץ ביים דערנעבענדיגן לאמבער, ווען די עלעקטעריציטעט איז אוועיליבל ביי דיר אין שטוב. מיר דארפן נישט לעבן ווי די אמישע, רוף אן דיין עלעקטעריק פירמע, גיי אריין צו שאפ ברסלב און צי אריין די לעכטיגקייט פון הייליגן רבין צו דיר אין שטוב, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא. &nbsp; איר קענט אריינשיקן א פראגע צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער ט תמוז תשפ"ד 📝
  • א לידעלע: נייע מוזיק ווידיא צו דערווארימען א אידישע נשמה

    אין איינקלאנג מיט'ן ציל פון קהלת היכל הקודש צו פארשפרייטן אמונה אין אידישע קינדער, צו מקרב זיין משיח דורך דערנענטערן אידן צום באשעפער, ווערט געטון פילע פעולות, אלעס מיט'ן זעלבן ציל. די דרשות, ספרים, קונטרסים, תלמוד תורה, הפצה, האטליין, וועבסייט, און אזוי ווייטער, אלע צילן די זעלבע זאך, צו ערוועקן אידישע נשמות און זיי דערמאנען אז מיר האבן א טאטע וואס ווארט אויף אונז, ער איז דא נעבן אונז מיט אונז, אייביג און איבעראל. &nbsp; די מוזיק ווידיאס דינט דעם זעלבן צוועק, אויף א געשמאקע און ציענדע וועג רעדן מען ווערטער פון אמונה, וואס מיט דעם פלאנצט מען איין אין זיך דעם "אין עוד מלבדו". &nbsp; היינט איז ערשינען א פרישע גאר פראפעסיאנאלע מוזיק ווידיא מיט'ן נאמען "א לידעלע", אינעם ניגון ווערט אויסגעשפילט ווי דער ראש ישיבה שליט"א מיט עטליכע אינגע תלמידים אנגעטון ווי אין דער אלטער היים שפאצירן אין די פעלדער מיט שאף און רינדער, מען האקט האלץ מען פלאנצט און מען שניידט אין די ענדלאזע הערליכע גרינע פעלדער, ווען בשעת מעשה זינגט מען זיך אונטער דעם "לידעלע" וואס דער הייליגער צדיק דער קדושת לוי זיעועכ"י האט פארפאסט אויף אידיש מיט'ן ציל צו אריינפלאנצן אין אידישע הערצער די ריינע אמונה, און מ'זאל וויסן סיי ווען ס'גייט גוט און סיי ווען ס'איז חלילה פארקערט איז עס אלעס פונעם אויבערשטן. "רבונו של עולם, איך וויל צו דיר א לידעלע זינגען, אנא אמצאך? וואו טאטע זיסער, קען איך דיר טרעפן? און וואו טאטע זיסער קען איך דיר נישט טרעפן? ואנא לא אמצאך? ווייל וואו איך גיי איז דאך דו, און וואו איך שטיי איז דאך ווייטער דו, אז עס גייט מיר גוט, איז דאך דו, און אז חלילה פארקערט איז דאך ווייטער דו, מזרח איז דאך דו, מערב איז דאך דו, צפון איז דאך דו, און דרום איז דאך דו, שמים איז דאך דו, ארץ איז דאך דו, מעלה איז דאך דו, און מטה איז דאך דו", ווען אינצווישן לאזט זיך דער ראש ישיבה מיט די תלמידים אין א פרייליכע קאדאטשקע טאנץ אויף די פרייע פעלדער "מזרח איז דאך דו, מערב איז דאך דו, צפון איז דאך דו, און דרום איז דאך דו, שמים איז דאך דו, שמים איז דאך דו, ארץ איז דאך דו, מעלה איז דאך דו, און מטה איז דאך דו". &nbsp; דער גאנצער מוזיק ווידיא לאזט איבער דעם צוקוקער א געוואלדיגע רושם פון השגחה פרטית, מען דערמאנט זיך פונעם טאטן וואס געפונט זיך איבעראל און אין יעדן מצב. &nbsp; דער ראש ישיבה צוזינגט זיך דערנאך ווייטער "אז עס גייט מיר גוט, איז דאך דו, און אז עס איז דו, גייט מיר גוט, דו דו". &nbsp; דער פראיעקט איז ערמעגליכט געווארן דורך די ברייטהארציגע נדבה פון מו"ה יענקי פיש הי"ו פון קאסטום שאורום. &nbsp; "א לידעלע"

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ד 📝
  • פרעזידענט טראמפ לייכט פארוואונדעט נאך בייזוויליגע אטענטאט פארזוך

    פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג אין באטלער, פענסילוועניע, איז פארגעקומען א קאמפיין ראלי אויפן דורכן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, ווען&nbsp; אינמיטן זיין רעדע האט פאסירט אז א שיסער - וואס האט אויסגערעכנט צו האבן א פאזיציע אויפן דאך פונקט קעגנאיבער טראמפ'ס פאדיום - האט געשאסן עטליכע קוילן אין ריכטונג פון טראמפ, פון וואס טראמפ האט פארמיטן די קוילן, און איז בלויזט לייכט געשעדיגט געווארן ביי די רעכטע אויער, ער איז שנעל אראפגעפירט געווארן פונעם סטעידזש דורך די סיקרעט סערוויס. &nbsp; די מאטיוון פונעם צוואנציג יעריגער שיסער זענען דערווייל נישט קלאר. דער שיסער איז גלייך געשאסן געווארן דורך די סיקרעט סערוויס. טראמפ איז גלייך אוועקגעפירט געווארן פון דארט צום נענטסטן שפיטאל פארן אינטערזוכונג, און איז ארויס פון דארט נאך געציילטע שעות געזונט און שטארק, אבער מיט א פארוואונדעטע אויער&hellip; שפעטער האט זיך פרעזידענט ביידען פארבינדן טעלעפאניש מיט טראמפ, זיך נאפרעגענדיג זיין געזונהייט מצב. &nbsp; אויך האט פרעזידענט ביידען ארויסגעגעבן א געשריבענע סטעיטמענט, זאגנדיג אז ער איז צעפרידן צו הערן אז טראמפ איז אקעי, און אז ער דאווענט פאר טראמפ און זיין פאמיליע, און פאר אלע וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי די ראלי. ביידען זאגט אז ער פארדאמט דעם אטענטאט פרואוו און זאגט אז עס איז נישטא קיין פלאץ פאר אזעלכע זאכן אין אמעריקע, און דאס גאנצע לאנד מוז זיך פאראייניגן עס צו פארדאמען.&nbsp; &nbsp; מוצאי שבת ביים מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן די דרשה מיט די אויפטרייסלענדע נייעס, זאגענדיג אז די גאנצע וועלט רעש'ט יעצט מיט דעם וואס ס'האט פאסירט דעם היינט, און דאס ווייזט אז מען האלט שוין גאר נאנט צו די טעג וואס משיח גייט אונז אויסלייזן, נאכדעם וואס מ'זעט אז ס'פאסירט פלאים'דיגע זאכן וואס מען הערט נישט יעדן טאג. &nbsp; אויך היינט אינדערפרי נאכן שיעור גמרא האט דער ראש ישיבה געזאגט: אז ווען א מענטש שטופט זיך ארויף צו הויעך, קען פאסירן אזעלעכע זאכן, ווען ער זאל זיין א שטילער מענטש פאר זיך וואלט אים גארנישט פאסירט. &nbsp; מען האט באשיינפערליך געזען אז די סיקרעט סערוויס מיט זייער בודשעט פון ביליאנען דאלער א יאר איז גארנישט ווערט. נאר דער אויבערשטער קען היטן א מענטש, און נאר אין אים קען מען זיך פארזיכערן. זייערע פילע זיכערהייטס מיטלען האבן גארנישט געהאלפן ראטעווען דעם פרעזידענט. טראץ זייערע בארימערייען זיך אז מען קען גארנישט פארמיידן פון זייערע שארפע אויגן, וואו די בעסטע העכסט טרענירטע געהיימע אגענטן שפינירן דורך אלעס אינעם אומגעגענט, און גארנישט קען בייקומען זייערער שטרענגע זיכערהייט, וואלט דער שיסער געקענט אומברענגען דעם פרעזידענט, ווען ער שיסן ווען מיט איין אינטש ווייטער. ער איז געראטעוועט געווארן נאר ווייל עס איז געווען באשערט פאר אים צו בלייבן לעבן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז ביידע קאנדידאטן זענען שוין געווען פרעזידענט, און מ'האט שוין געזען וואס זיי קענען ברענגן צום טיש, זיי האבן נישט קיין חידושים, במילא וועט עס פאר אונז נישט צופיל אויסמאכן. מיר אלע דארפן ווייטער צאלן די דירה יעדן חודש, קאווערן דעם חודש מיט אלע הוצאות, זיי וועלן אונז נישט קענען העלפן דערמיט, מיר דארף האלטן דעם קאפ גראד, און אונזער מח זאל נישט פארדרייט ווערן פון די פילע דראמטישע קאמפיין נייעסלעך, בשעת עס איז קאלר אז נאר דער אייבערשטער קען אונז העלפן.

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ד 📝
  • פארוואס שרייבט מען ט"ז?

    שאלה: איך פארשטיי פארוואס אין לשון הקודש שרייבט מען ט"ו פאר פופצן ווייל מען וויל נישט שרייבן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, אבער פארוואס ביי זעכצן שרייבט מען ט"ז? &nbsp; תשובה: דער שאלה איז זייער א גוטע, דער שרייבער פון די שורות האט זיך לאנג געמוטשעט צו טרעפן א תשובה, און באמת אחרי ככלות הכל האב איך נישט קיין קלארע תשובה דערויף. &nbsp; באמת איז די שאלה נאך שטארקער, ווייל מען זעט אין פילע פריערדיגע ספרים וואס שרייבן ט"ו און י"ו, אריינגערעכעט אין ליקוטי הלכות, און פון די אנדערע זייט קען מען ממש נישט טרעפן היינט איינער וואס זאל נישט שרייבן ט"ו און ט"ז. &nbsp; זוכענדיג פאר א תשובה האט אונז איין תלמוד חכם געזאגט אז עס זעט אים אויס אז דאס איז פשוט א פראקטישע זאך, עס זאגט זיך בעסער ט"ז נאך ט"ו, והא ראי' מען זעט פארשידענע פריערידגע האבן אמאל געשריבן אזוי און אמאל אזוי, אבער ט"ו האבן אלע געשריבן. &nbsp; אנדערע האבן געוואלט זאגן אז עס איז דא עפעס א קפידה דערויף וויבאלד ביידע אותיות פון י' און ו' ווערט גענוצט ביים אויבערשטענ'ס נאמען, און צוליב דעם שרייבט מען עס אזוי. אבער למען האמת האב איך נישט געטראפן קיין קלארע תשובה דערין. און אדרבה מיר בעטן די חשובע ליינער זאלן אונז ארויסהעלפן און אויסקלארן דער ענין דורך שיקן א טעקסט צו askgershon@gmail.com. &nbsp; וואס עס איז אונז נוגע למעשה איז די חשיבות פון אפילו נאר שרייבן דעם אויבערשטנעס נאמען אפילו ברמז. פון דעם קענען מיר עפעס פארשטיין די חשיבות ווען א איז זאגט ארויס אפילו נאר איין ווארט צום אויבערשטן. א מענטש וואס שפירט זיך ווייט, ער שפירט זיין הארץ איז אים פארשטאפט, ער האט נישט וואס צו רעדן צום אויבערשטן, ער איז פארמאכט, זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא". דו ווייסט וואס פארא חשיבות עס פארמאגט? דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן, דער אויבערשטער איז זיך משתשע מיט דיר. פאר א משל קענסטו זיך פארשטעלן ווי דיין קליין קינד וואס האט קוים אנגעהויבן צו רעדן זאגט צום ערשטן מאל "טאטא", אפילו עס איז אומקלאר און שטומפיג, קיינער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, אבער דו, זיין טאטע, וואס פארא תענוג איז עס, דו קענסט קוים ווארטן אז דער קליינער זאל "נאך איינמאל" זאגן "טאטי". &nbsp; אונזער טאטע ווארט מיר זאלן אים רופן. גיי צו אים, ער האלט זיין הענט אויסגעשטרעקט צו דיר מיט ליבשאפט. גיי צוריק צו אים. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ד תמוז תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 346 to 360 of 1670 results

1 2 ... 21 22 23 24 25 26 27 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com