Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וואסער

    שאלה: איך בין זייער נייגעריג אויב וואסער איז א בריאה פאר זיך און אלע וואסערן וואס עקזיסטירט זייט בריאת העולם איז די זעלבע, אדער עס קומט כסדר צו נייע וואסער? יאסי   ענטפער: דו פרעגסט זייער גוט, די קורצע תשובה אויף דיין שאלה איז אז אלע וואסערן פון בריאת העולם ביז היינט איז אלעס די זעלבע, עס קומט נישט צו קיין פרישע וואסער, און עס ווערט נישט אויס. די וואסער קען זיך טאקע טוישן אין פארעם, עס קען זיין פשוט "וואסער" ווי מיר קענען עס, עס קען זיין "לופטיג" (געז) אזוי ווי ווען עס ווערט פארוואנדעלט אין א וואלקן, נעפל אדער פּאַרע, און עס קען זיין "אייז". דער אויבערשטער האלט אין איין ארומרוקן די וואסער פון די ריזיגע אקעאנען ווי עס איז אויסגעמישט מיט זאלץ און אנדערע מינעראלן וואס א מענטש קען נישט טרונקען, דער אויבערשטער שיקט ארויף יעדן טאג זייער אסאך וואסער פון די אקעאנען צו ווערן וואלקענעס ווי די זאלץ קומט נישט אן, און קומט אראפ אלס רעגן וואסער וואס רינט דערנאך אראפ פון די בערג אין די טייכן און קוועלער וואס איז זיס, געשמאק און געזונט צו טרונקען, און א איד קומט עס טרונקען מיט א ברכה, און דאנקט דערנאך דעם אויבערשטן וואס האט עס באשאפן להחיות בהם נפש כל חי.   וואסער איז אבער נישט א בריאה פאר זיך, דאס מיינט אז עס איז נישט פון די בערך הונדערט יסודות'דיגע "עלעמענטן" פון וואס אלעס אויף דער וועלט איז צוזאם געשטעלט, וואסער ווערט אנגערופן אין די סייענטיפישע וועלט h2o, וואס מיינט היידראגין און 2 אקסיגען, ווייל וואסער איז א א "מאלעקיול" (א טייג פון צוויי אדער מערערע "עלעמענטן") פון די דריי עלעמענטן, יעדע מאלעקיל פון וואסער באשטייט פון איין היידראגין אטאם, און 2 אקסיגען אטאמען.    עס איז א געוואלדיג פלא פונעם אויבערשטן, וויאזוי ער האט צוזאם געשטעלט די צוויי גאר פלאמעדיגע עלעמענטן, אקסיגען און היידראגין, וואס איז פון די בעסטע ברענשטאף וואס עס איז נאר פארהאן, אבער ווען ער שטעלט זיי צוזאם צו טון דעם רצון הבורא צו ווערן איין מאלעקיול, ווערן זיי פונקט פארקערט, נישט נאר וואס וואסער קען נישט ברענען, נאר עס וועט אויסלעשן יעדע פייער מיט וועם ער קומט אין בארירונג. דאס איז ווען מיר קוקן אריין אין וואסער אין זיין "קליינע וועלט".   אין אונזער "גרויסע" וועלט שטעלט דער אויבערשטער צוזאם א אידישע שטוב פון א מאן און א פרוי, יעדער איינער קומט פון א צווייטע בעקגראונד, מיט אדערע כאראקטערן, מידות און רצונות. אויב שטעלט מען זיך צוזאם פשוט איינע נעבן צווייטן און יעדער וויל נאר זיך און מיך, קען אויסברעכן א פייער וואס קען אלעס פארלענדן רח"ל, אבער אויב מען שטעלט צוזאם די צוויי יסודותדיגע "עלעמענטן" מיט'ן אויבערשטן, עס זאל ווערן איין "מאלעקיול", יעדער איז דא מיט איין ציל צו טון דעם רצון הבורא, דאן ווערט עס א הערליכע נייע בריאה, א אידישע שטוב פון ווי עס וועט ארויסקומען הערליכע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב ווי די טאטע און מאמע האבן זיך ליב, מען רעדט שיין איינע צום צווייטן, מען העלפט זיך ארויס, קיינער איז נישט באלעבאס, נאר דער אויבערשטער, וועלן די קינדער באשיינען און באלייכטן די וועלט.   שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כד תמוז תשפ"ד 📝
  • אומאן ראש השנה תשפ"ה: טשארטער פליגערס פון צוויי פירמעס פון ניו יארק

    טראץ די אלע שוועריקייטן צו פארן צום רבי'ן, קוקן נישט אנשי שלומינו אויף גארנישט, ווייל וואס טוט נישט א מענטש צו קענען ארויסגיין זכאי בדין? וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו. אז דער רבי האט געבעטן אז מען זאל קומען צו אים, און צוגעזאגט אז ער וועט מתקן זיין אלע וואס קומען צו אים, וואס דארף מען מער? &nbsp; ערליכע אידן בכלל, און חסידי ברסלב בפרט ווייסן אז אן תפלה הייבט זיך גארנישט אן, אלע זענען מתפלל אז מען זאל אנקומען בשלום צום הייליגן רבי'ן, און אז אלעס זאל דרוכגיין שיין און געשמאק, אויסער דעם גרייט מען זיך צו מיט "מתנות" פאר'ן הייליגן רבין. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אין די וואכן פאר ראש השנה, אז עס איז איינגעפירט ווען איינער קומט צו גאסט אויף שבת, ברענגט מען עפעס צום טיש, איינער ברענגט בלומען, טשאקאלאד, וכדומה, פלעגט ער זאגן, אז עס איז שיין אז ווען מען קומט צום רבי'ן אויף ראש השנה זאל מען אים ברענגען א מתנה, וועלכע מתנה קען מען אים ברענגען? פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל מאכן סיומים לכבוד ראש השנה, און ווען דו קומסט מתפלל זיין ביים ציון זאלסטו אויסרעכענען פאר'ן רבין די מתנות וואס דו האסט מיטגעברענגט, א חומש, משניות, גמרא, און זאלסט דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעס וואס דו האסט באקומען פונעם רבי'ן, פארצייל פאר'ן אויבערשטן ווי דיין שלום בית האט זיך פארבעסערט, ווי דו שפירטס היינט א טעם אין א מצוה, האסט א קשר מיט'ן אויבערשטן, דו רעדסט צו אים כסדר, און דערנאך זאלסטו בעטן פאר אלעס וואס דו דארפסט אזוי ווי מען רעדט צו א חבר, אויף דיין פשוטע שפראך. &nbsp; פילע אנשי שלומינו האבן שוין ב"ה טיקעטס צו פארן, היי יאר איז דא א שיינע אויסוואל, עס זענען שוין דא צוויי פירמעס וואס שטעלן צו טשארטער פליגערס פון ניו יארק צום הייליגן רבין אויף ראש השנה. דאס איז אויסער די פילע וועגן וואס מען קען פאר'ן מיט געהעריגע עירליינס, פון וואס יעדער קען זיך אויסוועלן לויט זיין געשמאק און בודזשעט. &nbsp; דער כרוז וואס דער הייליגער רבי האט געשריגן פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק "איש בעל יעדר" "קיינער טאר נישט פעלן" הילכט אפ אויף דער וועלט יעדעס יאר אסאך העכער און העכער, מען זעט ווי אידישע קינדער טרעפן זיך צוריק מיט זייער טאטע אין הימל נאכדעם וואס זייער נשמה איז געווארן אויפגעוועקט דורך די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים. מען זעט ווי עס ווערט מקוים די ווערטער וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "מיין פייער וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", ווען נאך און נאך אידן ווערן געוואר אז מען קען יא זיין דבוק אין אויבערשטן, מען קען יא זיין אן ערליכע איד טראץ אלע שווערע נסיונות, אויב מען פאלגט דעם צדיק, מען לערנט כסדר די הייליגע ספרים, וואס דערמאנען כסדר די ליבשאפט און בענקשאפט פון אויבערשטן צו זיינע קינדער. &nbsp; דאס זעט זיך שטארק אן אין אומאן, ווען עס מערן זיך פון יאר צו יאר די אידן וואס דערהערן דעם הייליגן רבי'נס רוף, און לאזן אלעס אפ קוקן נישט אויף געלט, טירחא, כבוד. מען פארט פאר איין סיבה, אז דער רבי וואס האט מיר געמאכט פאר אן ערליכער איד רופט, קומט מען צו גיין. &nbsp; האש שלי תוקד עד ביאת משיח

    < זעה מער כד תמוז תשפ"ד 📝
  • פראטעסירטער דרייען איבער די גאסן אין ווענעזועלע נאך צווייפעלדיגע וואל רעזולטאטן

    ווענעזועלא - א לאנד אין דרום אמעריקע - גייט יעצט דורך א שטורעמישע צייט, מיט פראטעסטן איבער די גאסן און פראטעסטירער וואס נעמען איין דעם הויפט לופטפעלד פון לאנד. סטאטועס ווערן אומגעווארפן, און די סיטואציע איז זייער אנגעשטרענגט. וואס האט פאסירט? ווער האט ארויסגערופן די אויפברויז פון די מאסן? עס זענען פארגעקומען וואלן, און טוט זיך הויך יום טוב ווער עס איז דער געווינער. דער יעצטיגער פרעזידענט ניקולאס מאדורא באהויפטעט אז ער האט באקומען 51% פון די שטימען און דערפאר בלייבט ער אויפן אמט. אבער פילע אנדייטונגען און זיין היסטאריע צייגן אז ער פרובירט זיך האלטן ביים מאכט, כאָטש ער האט העכסט ווארשיינליך פארלוירן צום אפאזיציע פירער, פרוי קארינא. &nbsp; די שכינות'דיגע לענדער בראשם די פאראייניגטע שטאטן האבן קלאר געזאגט אז זיי וועלן נישט טאלערירן אזעלכע אומלעגאלע שטיקעס, און זיי פארלאנגען אויפריכטיגע און אפענע רעזולטאטן. דער פרעזידענט פון ארגענטינע מיילי האט זיך אויסגעדרוקט שארף און קלאר "דער דיקטאטור מאדורא דארף שוין פליען." &nbsp; וואס איז דער אמת, און וויאזוי קענען מיר וויסן? אבער אויב מיר נעמען היינט ארויס א חומש און הייבן אן די סדרה - וואס מטות און מסעי צוזאמען איז די לענגסטע סדרה, 250 פסוקים - און מיר ענדיגן עס אויף סוף וואך, זענען מיר זיכערע געווינער. דערפאר ווילן מיר דא אויסרופן בשם הרבנים הגאונים שליט"א, איש בל יעדר, יעדער מוז ארויסקומען וועלן. "הבחור בעמו ישראל באהבה", מיר וועלן וואוטן פארן אויבערשטן, און דער אויבערשטער וועט אונז אויסוועלן, און מיר וועלן ארויסגיין דער זיגער, לקדש שם שמים.&nbsp; &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז די מצב אין די וועלט זאל זיך בארואיגן, אלע פראטעסטירער זאלן אהיים גיין, און דער אמת'ער זיגער זאל ארויסקומען. אבער מיר דארפן זיך בעיקר זארגן אז מיר זאלן זיגן אונזער אפאזיציע דעם יצר הרע וואס פרובירט מיט אלע כחות מיר זאלן קאנסידן צו אים, אבער הי' לא תהי' מיר וועלן בלייבן קעמפן פאר'ן אמת'ן זיגער, און בשם השם נעשה ונצליח.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ד 📝
  • הערליכע מסיבה פאר'ן בית התבשיל פארגעקומען

    אין שטעטל זענען אלע פארנומען מיט טון חסד איינער מיט'ן צווייטן, דער ראש ישיבה איז כסדר מעורר אז דער רבי האט געזאגט אז ברסלב איז אותיות "לב בשר", א איד דארף האבן א הארץ פאר א צווייטן. &nbsp; נעכטן איז פארגעקומען א גרויסער הערליכער אווענט פאר די חשובע בארימטע "בית התבשיל" ארגאניזאציע, וואס איז באקאנט מיט אירע פילע חסד פראיעקטן וואס זי פירט, זיי טיילן שבת פעקלעך פאר נויטבאדערפטיגע, פאר יום טוב און אויך אינמיטן יאר קומען פאר גרויסע חלוקות, בפרט פאר פסח, אויך טיילט מען געלט פאר שבת און יום טוב אז אידן זאלן קענען איינקויפן צו עסן, דאס איז אויסער די פילע אנדערע באקאנטע און באהאלטענע חסד אקטיוויטעטן. &nbsp; פילע אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון די נאנט אין ווייט, עס איז געווען צוגעגרייט א געשמאקע סעודה מכל טוב, און אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארים אנגערופן פאר דעם וויכטיגן צוועק, דער בית התבשיל האט צוגעשטעלט שיינע מתנות און גורלות פאר אלע וואס האבן זיך שיין משתתף געווען, צווישן זיי האט מען באקומען א שיינע האלטער מיט וויין פונעם כוס של אליהו הנביא פונעם סדר פונעם ראש ישיבה שליט"א. די מסיבה איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס. דער אויבערשטער וועט זיכער באצאלן פאר אלע משתתפים מיט אלעם גוטן.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ד 📝
  • ארבעט צו פארבעסערן געפארפולע ווינקל פון טווין ברידזש און אלד מאנטיסעלא אין שטעטל

    אין די לעצטע תקופה זענען צופיל עקסידענטן פארגעקומען ביים באקאנטן סכנה'דיגן ווינקל פון טווין ברידזש רד. און אלד מאנטיסעלאו רד. - דער איטערסעקשאן האט פיר זייטן פון וואו מען קען קומען, אבער בלויז צוויי פון זייטן דארפן זיך פולקאם אפשטעלן, וואס דאס ברענגט אז די דרייווערס ווערן צומישט, און כאפן נישט אז דער פון די אנדערע זייט האט נישט קיין "סטאפ סיין, און גייט זיך נישט אפשטעלן, וואס פירט צו פילע עקסידענטן ל"ע. &nbsp; די איינוואוינער פון שטעטל האבן שוין געבעטן פון די שטאטישע באאמטע מערערע מאל זיי זאלן אוועקשטעלן סטאפ סיינס ביי אלע פיר זייטן, אבער זיי האבן עס ליידער נישט גענומען ערענסט, און יעצט זומער איז די מצב געווארן סאך מער קריטיש נאכדעם וואס ס'האט ליידער פאסירט עטליכע עקסידענטן ביי אנשי שלומינו (וואס זענען ברוך השם ארויס געזונט מיט ניסי ניסים). &nbsp; דערפאר איז פריידיג צו הערן אז מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו פון די גאר אקטיווע חברי הנהלה האט זיך אריינגעלייגט דערין ראשו ורובו, צו לייזן דעם פראבלעם. ווי אן ערליכע איד, האט ר' מנחם האט אנגעהויבן די ערשטע זאך מיט בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל האבן הצלחה אין די וויכטיגע מיסיע, און אזוי איז ער צוגעגאנגען טון עטליכע קליינע פעולות וואס וועט מיט'ן אויבעשטענס הילף קענען ברענגען דעם געווינטשענעם טויש אין די סיטואציע, ער האט געבעטן פון די פאליציי דעפארטמענט און פון די פייער דעפארטמענט זיי זאלן שרייבן א בריוו אין שטיצע פון דעם געדאנק, וואס ער האט שוין ב"ה באקומען. זיי שרייבן זייער שטארק אז דער ווינקל איז א גרויסע סכנה, און דארף זאפארט פארראכטן ווערן, איידער אן אומגליק פאסירט ח"ו. &nbsp; באזונדער האט ער באקומען א שיינע בריוו פון די וועלט בארימטע הצלת נפשות ארגאניזאציע "חברה הצלה דקעטסקילס", וואס האט געשריבן שטארקע ווערטער ווי זיי האבן שוין מיטגעהאלטן צופיל מאל עקסידענטן אויף דעם פלאץ, און עס איז צייט צו טון די מינימאלסטע זאך פון לייגן א סטאפ סיין ביי אלע פיר זייטן. &nbsp; אנשי שלומינו האבן א פושקע אין די קאר און זענען מתפלל יעדעס מאל מען זעצט זיך אריין דערין מען זאל אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אבער כסדר אז דאס איז נישט גענוג, מען טאר נישט פארן שנעל און ווילד, א איד איז מחויב צו דרייוון אחריות'דיג און זיך האלטן צום געזעץ. &nbsp; דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט צו פרייליכע פלעצער.

    < זעה מער כב תמוז תשפ"ד 📝
  • עף בי איי כאפט צוויי שטארק געזוכטע גענג פירער פון מעקסיקא

    אין א גרויסע און קאמפליצירטע אפעראציע, האבן די עף בי איי אין צוזאמען ארבעט מיט נאך פילע לאקאלע און פעדעראלע געזעץ אינפארסירונג אגענטורן באוויזן צו כאפן און ארעסטיר צוויי לאנג געזוכט גענג פירער פון מעקסיקא. די גאנצע געגענט ליידט זיך שוין צוזאם פון די שעדליכע גענגס אין די געגענט און די ליידן גיסן זיך אריבער קיין אמעריקע ווען זיי שמוגלעך כסדר אריבער פארברעכער, דראגס און געווער קיין אמעריקע. &nbsp; די צוויי פארברעכער זענען מעיא זאמבאדא, דער קא-גרינדער פון א גרויסע דראג באנדע, און וואקין גוזמאן דער נחת'ל פונעם שלעכט באקאנטן גענג פירער על טשאפא גוזמאן, וועלכע אמעריקע האט שוין באוויזן א צייט צוריק צו ארעסטירן. &nbsp; די פארברעכער האבן אנגפירט זייער באנדע ביד רמה, אזש גאנץ מעקסיקא האט געציטערט פאר זיי, פאר יארן האבן זיי זיך באוויזן ארויסצודרייען פון געכאפט ווערן, ווען יעדער וואס איז געשטאנען אין זייער וועג האט זיך געמוזט "לייגן אדער בייגן"... דאס מיינט אז אדער האט מען זיך געדארפט לאזן אונטערקויפן דורך אפאר דאלאר שוחד, אז נישט איז מען איין טאג פשוט נעבעך אומגעקומען אין אן עקסידענט וכדומה. אבער דער אויבערשטער פירט די וועלט, און "סוף גנב לתליה", און כאטש האבן זיך געשפירט אזוי פארזיכערט אין מעקסיקא, און געשפירט אז זיי האבן שפיאנען און שליחים אין יעדע רעגירונג אגענטור, און אין יעדע פאליציי דעפארטמענט, האט דער אויבערשטער געפירט מען זאל זיי כאפן אין אמעריקע. &nbsp; די אקציע איז דורכגעפירט געווארן מיט סוסקסעס נאכדעם וואס די עף בי איי האט זיי פארנארט צו פארן מיט א פליגער קיין על פאסא אין טעקסאס, וואו די אויטאריטעטן האבן זיי שוין אפגעווארט מיט א פאסיגע קבלת פנים, און זיי געפירט מיט גרויס פאראדע גראד צום טורמע. יעצט ווארט זיי אויס א גאר ערענסטע געריכט פראצעס, וואס וועט זיי געבן זייער פארדינטע עונש פאר זייערע פילע מעשים טובים, וואס רעכענט אריין אנפירן א מאפיא גרופע, מארדן, פארשפרייטן דראגס, שמוגלען פון מענטשן און נאך. &nbsp; ווען מיר הערן איבער די פארברעכער וועלכע לעבן אין שוואויל טאג און אין רייכטום קען א מענטש ח"ו האבן א קשיא, איך דאווען איך לערן, איך היט תורה ומצוות, און איך פלאג מיך, איך קען קוים ברענגען ברויט צום טיש, יעדע ביל וואס קומט אן אין די פאסט ווערט א פרישע דאגה "כסף מנלן". מיר דארף גלייבן אין אויבערשטן און צואווארטן אויף די ישועה, נישט אנטלויפן פאר שלחן עורך, קען זיין אז באלד וועסטו זען ווי די רשעים באקומען זייער פארדינטע עונש, און דיין ישועה וועט אנקומען. און אפילו אויב מען זעט נישט די שטראף פאר די צרה לייט, דארפן מיר וויסן אז מיר מיט אונזער קליינע מענטשליכע מח קענען נישט באגרייפן הנהגת הבורא. אבער מיר גלייבן אז אויב מיר וועלן פאלגן די תורה און גיין אויף די ערליכע וועג וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער כב תמוז תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו באוויינען די פטירה פון האשה החשובה מרת רייזל פארקאש ע"ה

    אין די מינוטן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון די חשובע רביצין פון בית המדרש היכל הקודש אויף העיס, מרת רייזל פארקאש ע"ה. &nbsp; די נפטרת ע"ה האט זוכה געווען צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן פאר צוויי צענדליגע יארן, ווען פאר איבער אכצן יאר צוריק האט זי געעפענט ביי זיך אין שטוב דער ערשטער מנין פאר אנשי שלומינו אין קרית יואל, און דערנאך האט זי גענומען איר אייגענע דירה וואס פלעגט אריינברענגען א שיינע הכנסה, און עס געלאזט פארוואנדלען אין א בית המקדש מעט, א פלאץ פון השראת השכינה, פון ווי עס איז ארויס אין די אלע יארן אן א שיעור התחזקות, תורה, און אמונה פאר תושבי קרית יואל. &nbsp; די נפטרת וועלכע פלעגט גערופן ווערן "באבי פארקאש" וואס זי האט זיך ערווארבן צוליב איר איבערגעבענקייט, ווען זי פלעגט זיך אפגעבן מיט די פרויען און קינדער פון אנשי שלומינו ווי א באליבטע באבע צו אירע קינדער און אייניקלעך, זיך פלעגט אלץ שטיין צו אלעמען צו די רעכטע האנט, און האט זיך שטענדיג געפרייט צו ארויסהעלפן. פלעגט זי אלעס טון מיט אירע צוויי הענט אין די אלע יארן פאר'ן בית המדרש, זי פלעגט אנגרייטן די מזונות און טשאלענט פאר די קידוש יעדן שבת אינדערפרי, אזוי אויך פלעגט זי צוגרייטן אליינס די שלש סעודות. און אויסער וואס דאס אויפרוימען דאס בית המדרש האט זיך גענומען אויף אירע פלייצעס פלעגט זי פלעגט כסדר זיך אומקוקן אויפן בית המדרש און רופן בעלי מלאכה צו פאררעכטן אלעס וואס האט נאר אויסגעפעלט. &nbsp; זי האט געטריי זיך אפגעגעבן מיט איר חשוב'ע מאן יבלחט"א הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, און ערצויגן אירע חשובע קינדער בדרך המסורה. זי פלעגט זיך אנשטרענגען יעדעס יאר, צו העלפן איר מאן און קינדער זאלן קענען פארן קיין אומאן צום הייליגן רבין, א זאך וואס זי פלעגט טון מיט די גרעסטע מסירת נפש. &nbsp; דער אויבערשטער האט איר געהאלפן אז זי האט געהאט די זכי' איבערצולאזן הערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, פילע פון אירע קינדער און אייניקלעך זענען מפיצים, פארציילן ווי די באבע ע"ה פלעגט זיי אלץ מחזק זיין, און זאגן אז דאס איז איר גרעסטע כבוד ווען זי הערט צוריק איבער אירע קינדער און אייניקלעך וועלכע קוקן נישט אויף זייער אייגענע כבוד, נאר זענען זיך מוסר נפש פאר אנדערע אידן. &nbsp; די נפטרת ע"ה מיט אירע גרויסע זכותים וואס זיך האט אריינגעכאפט אויף דער וועלט, האט מיט וואס ארויפצוגיין צו בית דין של מעלה. מיר אלע וואס בלייבן דא איבער וועלן זיך אפלערנען צו גיין אין אירע וועגן, צו פאלגן צדיקים מיט מסירת נפש. &nbsp; די לוי' וועט ארויסגיין היינט זעקס אזייגער אווענט פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב "בית נתנאל" אויף 8 העיס קט. אין קרית יואל, פון וואו מען וועט טראגן דעם נפטרת צום בית החיים אין קרית יואל.

    < זעה מער יט תמוז תשפ"ד 📝
  • נייע מיידל שולע בית פיגא ברסלב ווערט געגרינדעט אין עיר התורה בני ברק

    א גרויסע שמחה הערשט אין בני ברק, ווען נאך אסאך תפלות איז געגרינדעט געווארן א פרישע אפטיילונג פון די מוסדות אין ארץ ישראל. &nbsp; די הייליגע מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל פארמאגט שוין פילע אפטיילונגען, חדרים, מיידל שולעס, און א ישיבה, וואס ווערט אנגעפירט דורכן מנהל המוסדות אין ארץ הקודש הרב יצחק פאפענהיים שליט"א פון ירושלים וואס פירט אלע מוסדות מיט גרויס סייעתא דשמיא, אלעס לויט די פונקטליכע הוראות פון ראש ישיבה שליט"א. די ציל פון די הייליגע מוסדות איז צו קענען געבן פאר די קינדער א חינוך על דרך התורה והמסורה, זיי זאלן אויפוואקסן פון די פריעסטע יוגענט צו לעבן מיט'ן באשעפער, און זיי זאלן זיין גרייט ברוחניות ובגשמיות פאר'ן לעבן. די געטרייע מלמדים זענען הר"ר ר' אבא חייא רייזמאן שליט"א און הר"ר ישראל סופר שליט"א. דער מנהל המוסודת פון הר"ר יצחק שליט"א ירושלים, קומט כסדר אריבער קיין בני ברק באזוכן, און שטייט צו די האנט מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס. &nbsp; יעצט איז געקומען די געלעגענהייט אויפצושטלען א מיידל שולע אין בני ברק. די חדר אין שטאט האט זיך שוין געעפענט מיט א יאר צוריק, און עס גייט אן מיט גרויס הצלחה, די אינגלעך זענען ברוך השם שיין מצליח, און די עלטערן האבן געבעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אז זיי ווילן אויך געבן פאר די מיידלעך די הערליכע ריינע חינוך, זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידישע מאמעס וואס האבן איין ציל צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן, און וויסן די חשיבות פון די פשוטע טעגליכע אויפגאבעס פון א אידישע פרוי, פון זיך אפגעבן מיט די מאן און קינדער. &nbsp; נאך אסאך תפילות האט מען אויפגענומען מרת לעווי תחי' א חשובע ערפאלגרייכע מחנכת אין א היימישע מוסד שוין לאנגע יארן, וואס זי וועט בעז"ה אנפירן די מיידל שולע, און די זעלבע מיט די לערערינס האט מען אויפגענומען אזעלעכע וואס קומען שוין מיט לאנגע יארן ערפארונג פון מחנך זיין אין ערליכע היימישע מוסדות, וואס מיט זייער גרויס געטריישאפט און איבערגעגעבנשאפט האבן זיי באשלאסן אפצולאזן זייער גוט באצאלטע פאזיציעס וואס זיי האלטן שוין אן פאר לאנגע יארן, און אנטקעגן קומען דעם ראש ישיבה שליט"א אים צו העלפן גרינדן א מיידל שולע פאר אונזערע טייערע קינדער. &nbsp; די וועלן בעז"ה זיין די חשובע מרת רייזמאן תחי', און מרת רעכניצער תחי' וואס וועלן פון דעם קומענדיגן זמן אנהייב חודש אלול הבעל"ט אנהייבן צו לערנען מיט די חשוב'ע מיידלעך.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפ געשטעלט די תקנות פון די מוסד, די סטאנדטארט פון צניעות וואס ווערט פארלאנגט פון יעדע תלמידה. אלע עלטערן האבן עס אנגענומען מיט א שטארקע ערנסטקייט, וואס וועט ערמעגליכן אז די לערערינס זאלן זיך קענען אפגעבן אויפצובויען די קינדער, זיי געבן גוטע ווערטער זיי זאלן קענען שטייגן, און זיי זאלן נישט דארפן זיין פארנומען מיט די קליידער פון די קינדער. &nbsp; די סטעף פון בני ברק זענען אריבער קיין ירושלים וואו עס גייט שוין אן א מיידל שולע היכל הקודש, און זיך אומגעקוקט, און געשמועסט מיט די איינגעשטעלטע צו באקומען פון זיי דעם פראקטישן צוגאנג וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז די שולע זאל אהערשטלן. &nbsp; אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך, און זענען מתפלל אז די נייע שולע זאל מצליח זיין, און מען זאל זען אידיש נחת פון די טייערע קינדערלעך.

    < זעה מער יח תמוז תשפ"ד 📝
  • וואס מיינט פראצענט?

    שאלה: איך שעם זיך אביסל צו פרעגן מיין שאלה, ווייל איך מיין אז עס איז ממש א פשוט'ע זאך וואס יעדער ווייסט. מיין שאלה איז וואס מיינט "פראצענט", וואס מיינט אז עפעס איז 15 פראצענט ביליגער? וויאזוי רעכנט מען עס אויס? &nbsp; ענטפער: חז"ל זאגן אונז "לא הביישן למד", האסט זייער גוט געטון אז דו פרעגסט, ווייל נאר אזוי קען מען זיך אויסלערנען נייע זאכן. די ענטפער צו דיין שאלה אויף א פשוטע וועג ליגט אין די ווערטער "פראצענט", וואס איז א ווארט וואס שטאמט פון "פּער הונדערט", דאס מיינט אז ווען איך נעם דעם נומער וואס איך וויל רעכענען דערפון פראצענט דארף איך עס קודם צעטיילן אויף הונדערט, און דערנאך נעמען כך וכך הונדערטערס דערפון. אין אנדערע ווערטער פופצן פראצענט פון עפעס, מיינט פופצן הונדערטלעך דערפון. &nbsp; צום ביישפיל ווען דו גייסט אין געשעפט און האסט אן אויסוואל צו באקומען $20 הנחה פון יעדע ארדער העכער הונדער דאלער, אדער קענסטו נעמען 15%, וואס לוינט זיך בעסער? אויב קויפסטו פאר הונדערט דאלער לוינט זיך זיכער צו נעמען $20 הנחה, אבער ווען דו קויפסט פאר $150 דאלער, וועסטו באקומען $22.50 הנחה אויב דו נעמסט די 15%. וויאזוי ארבעט עס? צוטייל $150 אין הונדערט, יעדע הונדערטסטל (דאס מיינט איין פראצענט, אדער ווי מען שרייבט עס 1%) איז $1.50. פופצן הונדערטסלעך (פופצן טיימס איינס און א האלב) קומט אויס $22.50. &nbsp; א גרינגע וועג דאס צו רעכענען מיט א קאלקיולעטאר איז 150*0.15. &nbsp; עס איז זייער נוצבאר צו וויסן וואס פראצענט מיינט און וויאזוי מען רעכענט עס גרינג אויס, אבער עס איז אסאך מער וויכטיג ארויסצוהייבן דאס וואס דו שעמסט זיך נישט צו פרעגן א זאך וואס דו טראכסט איז אפשר צו פשוט. מען מעג זיך אפלערנען פון דיר זיך נישט צו שעמען און פרעגן. ווילסט עפעס פארשטיין, האסט א שאלה? פרעג דיין טאטע אדער מאמע, פרעג דיין רבי, פרעג דעם ראש ישיבה שליט"א. אויב איינער שרייעט דיך אן אדער פארשעמט דיר פארן פרעגן איז עס יענעמ'ס פראבלעם. קוק אויף די פילע שאלות וואס מענטשן פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, שטעל דיך פאר ווען זיי שעמען זיך צו פרעגן, וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזען? אפילו אויב דו שפירסט אז דו ביסט קלוג און פארשטענדליך, קענסט זיך אליינס באגיין דיין שטעטל, איז וויכטיג זאלסט נעמען א מורה דורך, איין מענטש אויף דער וועלט וואס איז קלוגער פון דיר, איינער וואס ווייסט אייביג אליינס וואס צו טון, קומט נעבעך זייער נישט גוט אן אין זיין לעבן ברוחניות ובגשמיות, אבער דער וואס שעמט זיך נישט און פרעגט יעדע זאך, וועט אנקומען זייער ווייט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, ער וועט זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו ask gershon@gmail.com.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ד 📝
  • נייע שיעור אין ליקוטי מוהר"ן דורכן ראש ישיבה שליט"א

    די בחורים אין ישיבה לעבן אויף אלע באקן אין מחנה אילן החיים. די בחורים לערנען פלייסיג די שיעורי הישיבה, די זעלבע ווען עס קומט צו דאווענען, זעט מען ווי די בחורים שפירן א חיות אינעם דאווענען,די בחורים פילן אן זייער פרייע צייט מיט פילע שיעורי תורה, אלע זאגן פילע פרקים משניות יעדן טאג, מען ענדיגט מסכתות פון ש"ס, מען זאגט תהלים, אלע ענדיגן מעביר סדרה זיין יעדע וואך. די איבעריגע פרייע צייט פארברענגען די בחורים געשמאק, מען פירט זיך מיט יראת שמים און מיט מידות טובות מען רעדט צום אויבערשטן. &nbsp; אין א שמועס מיט איינע פון די חשובע תלמידים יעקב רייכמאן הי"ו פארציילט ער אונז ווי די תלמדים לעבן א גאנצן טאג מיט'ן אויבערשטן, אפילו ביים עסן, שווימען, און שפילן, טוט מען עס מיטן אויבערשטן. ווען מיר האבן אים געפרעגט פאר א ביישפיל וואס הייסט "שפילן מיטן אויבערשטן", און וואס וואלט געווען ווען מען איז נישט מקורב צום רבי'ן, וויאזוי מען וואלט געשפילט, זאגט ער אונז אז אין ברסלב ווען עס שפילן צוויי טיעמס בעטן ביידע זייטן דעם אויבערשטן אז זיי זאלן געווינען דעם געים, און דערנאך ווען איינער געווינט וועלן אלע דאנקען דעם אויבערשטן, איין זייט "שכח אייבישטער אז מיר האבן געווינען", און די אנדערע זייט וועט דאנקען דעם אויבערשטן אז "זיי האבן געווינען". ער פארציילט ווי אלע תלמידים זענען צופרידן און פרייליך, און אפילו ווען עס איז דא א פאנטשער, און מען קען איינעם בלעימען, וועט מען זיך בלויז ווענדן צום אויבערשטן און אים בעטן ער זאל העלפן, וויסענדיג אז נאר אין אים ווענדט זיך עס. &nbsp; דאס יאר האט דער ראש ישיבה מחליט געווען אז מען וועט אנהייבן א נייע שיעור פאר די תלמידים א ספעצילע זומער שיעור. און אזוי ווי דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען אין ישיבה זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, איז צייט מיר זאלן טון זיין רצון. און יעדן טאג - אויב די וועטער ערלויבט - גייען די בחורים מיט די תלמידים ארויס אין וואלד אונטער די שאטן פון די ביימער צום שיעור. דער שיעור קומט פאר אין מחנה אילן החיים הונטערן קליינעם בית המדרש טעגליך פון 2:30 ביז 3:00 ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר דעם רבי'נס תורה אויף א וועג מען זאל קענען ארויסנעמען דערפון עצות לעובדה ולמעשה. דער ראש ישיבה האט שוין אין די וואך פארגעלערעט דער ערשטער תורה, ווי דער רבי לייגט אראפ א יסוד אז א איד דארף לערנען תורה, כדי ער זאל האבן חן ביים אויבערשטן און זיינע תפלות זאלן ווערן אנגענומען. &nbsp; מען קען מיטהאלטן דעם שיעור אויף ברסלב סענטער, און אויף ברסלב עני טיים. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ד 📝
  • פעולת הצדיק ענגליש חלק א' מהדורת אונגאר

    מען דארף פאר קיינעם נישט זאגן איבער'ן ראש ישיבה ווארימקייט פאר הדפסה און הפצה. מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן און מעודד זיין אנשי שלומינו זאלן מקיים זיין די בקשה פון הייליגן רבי'ן איבער "אנטרוקנען ביימער" און פארציילן די מעשה פון די פטירה פון רבי'נס גרויסע תלמוד דער הייליגער רבי נתן וואס האט געבעטן ממש פאר זיין פטירה לחיי העולם הבא אז מען זאל ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די תורות און עצות פון הייליגן רבין וואס איז מקשר אידישע קינדער לאבינו שבשמים און מיט דעם איז מען מקרב די גאולה. &nbsp; דערפאר ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געהערט אז מו"ה בניהו אונגאר הי"ו וויל אונטערשרייבן א שטר שותפות מיט'ן קרן הדפסה, און אפקויפן די זכות פונעם ספר "די צדיק'ס עקאמפלישמענטס" חלק א', האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א זייער געפריידט דערצו, און איז טאקע ארויפגעקומען אין שטוב פון מו"ה בניהו הי"ו ווי ער האט מיט א געוואלדיגע שמחה אויפגענומען דעם ראש ישיבה שליט"א און געשמועסט איבער די גרויסקייט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. &nbsp; דער ספר פעולות הצדיק איז א הערליכע ווערק געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע וואו עס ווערט אראפ געשריבן אין א הערליכע סדר און מיט א געשמקע שפראך די גאנצע לעבן פון הייליגן רבין אנגעהויבן מיט'ן שידוך ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך משדך זיין מיט'ן הייליגן רבי נחמן הארידענקער זי"ע ביז נאך די פטירה פון הייליגין רבין. מוהרא"ש האט צוזאם גענומען אויף א גאר שיינע וועג די גאנצע לעבנ'ס געשיכטע פון רבי'ן אלעס וואס ער איז דורך פון קינדווייז אן, די חתונה, און ווי דער רבי האט אנגעהויבן צו פירן אן עדה, די נסיעה קיין ארץ ישראל, די גרויסע מדריגות צו וואס דער רבי האט דערגרייכט, די הייליגע תלמידים, און אזוי ווייטער, אלעס געשריבן אויף א וועג אז ווער עס לערנט עס זאל עס קענען מיטנעמען אויף למעשה, פול מיט עצות און הדרכות אויף עבודת ה'. &nbsp; דער ספר איז פאכמאניש איבערגעזעצט געווארן דורכ'ן חשובן און געטרייען מנהלת פון בית פיגא שולע מרת לעססער תחי', וואס האט אריינגעלייגט איר הארץ און נשמה אין דעם ספר, און געמאכט א הערליכע ארבעט. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען איבער דעם ספר, מיט א פרישע אויפלאגע, שיינע און קלארע דרוק, וואס וועט זיכער העלפן אלעמען לערנען אין דעם ספר. &nbsp; דער זכות פון העלפן דרוקן דעם ספר וועט זיכער ביישטיין פארן נדבן, דער אויבערשטער וועט אים בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, אידיש נחת. The Tzadik's Accomplishments, Part I, Ungar Edition &nbsp; The Rosh Yeshiva has always been passionate about printing and distributing the Rebbe&rsquo;s seforim. Mohorosh consistently encouraged us to fulfill the Rebbe&rsquo;s request to spread his teachings, a mission Morharnat always emphasized. &nbsp; When the Rosh Yeshiva learned that R&rsquo; Binyahu Ungar wanted to partner with the Keren Hadfusa and acquire the rights to "The Tzadik's Accomplishments," Part I, he visited his house to sign the deal. They discussed the importance of printing and dissemination. &nbsp; "The Tzadik's Accomplishments" is a beautifully written work by Mohorosh, detailing the Rebbe&rsquo;s life from his birth, engagement, marriage, leadership, journey to Israel, spiritual achievements, and more. The book is practical and filled with advice for serving Hashem. &nbsp; Mrs. Lesser, the dedicated principal of Beis Feiga School, expertly translated the book. Now, the Keren Hadfusa is preparing a new edition to enhance the learning experience. &nbsp; Supporting this project will surely bring blessings to the donor and their family.

    < זעה מער טז תמוז תשפ"ד 📝
  • פרעזידענט ביידען לייגט אריין פרעזידענטליכע פארמעסט אין א נעפל

    מיר לעבן דורך היינט זייער מאדנע און היסטארישע צייטן, עס גייט נישט דורך קיין טאג אדער צוויי וואס די וועלט קערט זיך נישט איבער מיט א פרעצעדענטלאזע נייעס. היינט זונטאג מיטאג קומט א פרישע אויפרייס. דער אמטירענדער פרעזינדעט דזשאסעף ביידען האט זיך אפגעזאגט פון זיין פארטיי'ס נאמינאציע. אזא זאך וואלט נישט געווען אומדערהערט, אבער אז מען האלט נאכדעם וואס א קאנדיטאט האט געווינען גאר גאר שטארק צו ווערן נאמינירט, זאל זיך ארויסציען דערפון אין די לעצטע מינוט איז נאך נישט געווען אין אמעריקע'ס היסטאריע. עס איז יעצט זייער אומקלאר וויאזוי עס וועט צוגיין פאר די דעמאקראטן אויסצואוועלן א פרישע קאנדידאט ווען מען האלט שוין נאך אלע פריימעריס, און עס וועט זיין א גענצליך אנדערע וועג אויסצוקלויבן דעם קאנדידאט. מיט דעם שריט האט ביידען באפרייט אלע זיינע דעלעגאטן וואס וואלטן אים געדארפט ערוועלן ביים דעמאקרטישן קאנווענשן אין בלויז דריי וואכן פון יעצט זיי זאלן קענען שטימען פאר סיי וועם זיי ווילן. די דעמאקראטן זענען זייער צושפליטערט איבער ווער עס זאל איבערנעמען ביידענ'ס פלאץ און זיי האבן נישט קיין קלארע פירער פון זייער פארטיי צו די יעצטיגער צייט. דער וויצע פרעזידענט העריס איז בכלל נישט פאפולער, און עס איז נישטא קיינער אנדערש וואס זאל זיין קיין פראנט ראנער. מען וועט עס דארפן געבן אביסל צייט צו זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן און אנטוויקלען. &nbsp; ווער עס טראכט אביסל צוריק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט בערך א יאר צוריק וואלט זיך נישט געקענט חלומ'ען אז מען וועט דא האלטן אין די יעצטיגע צייט. די דעמאקראטן זענען געווען גאר שטארק פאראייניגט מיט זייער פרעזידענט אין אמט, און אלע האבן אים ארומגענומען און באשיצט פון אלע פיילן, בשעת די רעפאבליקאנער זענען געווען צוריסן און צושפליטערט און עס איז געווען א גאר העפטיגע קאמף איבער ווער עס זאל ווערן אויסגעוועלט אין די פריימעריס. עס האט אויסגעזען ווי ביידען פארט אויף א פארזיכערטע באן שטארק און פעסט צו זיין צווייטע טערמין, און די רעפאבליקאנער זענען די וואס זענען זיכערע פארלירער. אבער דער אויבערשטער איז דער וואס פירט די וועלט, ער איז "משפיל גאים עדי ארץ", ווען ער וויל נעמט ער די וואס זענען ביים שפיץ און ווארפט זיי אראפ צו דער ערד, און איז "מגביה שפלים עדי מרום" ער הייבט אויף די וואס זענען אין דער ערד ארויף צום הימל. דערפאר דארפן מיר נישט קוקן ווי שטארק מיר זענען געפאלן און פארלוירן, לאמיר פארגעסן אלע אונזערע מחלוקת'ער און זיך ווענדן צום אויבערשטן וואס וועט אונז אויפהייבן צו די העכסטע מדיגות אויב מיר וועלן נאר נישט אויפגעבן. אפילו מען האט אויף דיר געשאסן מיט א ביקס, עס האט דיר געכאפט, ביסט צובליטיגט און אראפ געפאלן, הייב דיך אויף און "פייט פייט פייט", מיר פייטן דורך ווארפן א ווארט פון תורה צום אויבערשטן, א ווארט פון תפלה און התבודדות, איין קוק ווייניגער, דאס וועט אונז אויפהייבן צו אונזער ענדגילטיגער זיג. &nbsp; די וואך פרשת פנחס איז א לאנגע סדרה, בערך 180 פסוקים, לאמיר היינט אנהייבן די סדרה, אנשטאט הערן די נייעס און קאכן אין פאליטיק, וועלן מיר עפעס אויפטון אין די צייט, און מיר וועלן אנקומען צום אמת'ן תכלית אויף וואס מיר זענען אראפ געקומען אויף דער וועלט.

    < זעה מער טו תמוז תשפ"ד 📝
  • וואס איז פשט פון די נעמען פון די טעג פון די וואך, זונטאג, מאנטאג?

    שאלה: וואס איז פשט אז די נעמען פון די טעג פון די וואך הייסן "זון" טאג, "מאנ" טאג, "דינס" טאג, "דאנערש" טאג, "פריי" טאג, וואס באדייטן די ווערטער זון, מאן, דינסט, און אזוי ווייטער. בשעת אין לשון הקודש רופט מען זיי, יום א'/ראשון, יום ב'/שני וואס מיינט בסך הכל ערשטער און צווייטער טאג? און פארוואס הייסט נישט מיטוואך עפעס מיט "טאג" אזוי ווי די אנדערע טעג? &nbsp; ענטפער: ווי באקאנט קומט זייער אסאך ווערטער פון אידיש (און אויך פון ענגליש) פון די אלט-דייטשע שפראך, ווי מען קען זען אביסל פון די נעמען פון די וואך, זון - סאָן, טאג - דעי, מאנדעי, מיינט "לבנה" טאג, וואס אויף דייטש זאגט מען "מאנדע" פאר לבנה. די סיבה פארוואס אין דייטש האט עס באקומען די נעמען זענען צוליב אלטע איינרעדענישט איבער כחות און מזלות וואס הערשן אויף די טעג. דער זון האט באקומען די ערשטע טאג, די לבנה די צווייטע טאג, צדק האט באקומען די דריטע טאג - פרעג מיר נישט וואו דינסט קומט צו צדק, עפעס אן אלטע דייטשע איינרעדעניש. צו מיטוואך וועלן מיר באלד צוריק קומען, דאנערשטאג האט מען געגעבן פאר די "דונער" איינרעדעניש, און פרייטאג רעדט מען פון עפעס אן אנדערע דמיון. די אלטע דייטשן פלעגן געבן א ספעציעלע חשיבות פאר מיטוואך, זיי האבן געהאלטן אז וויבאלד ער איז "אינמיטן פון די וואך" פארמאגט ער ספעצילע כחות, און האבן אים אזוי גערופון "מיטוואך". יעצט קומען מיר צו שבת. ווי אומגלויבליך עס הערט זיך איז שבת פונקט פארקערט. די נאמען אין דייטש פאר שבת קומט פון אונז פון אונזער שבת קודש. &nbsp; די נאמען אין ענגליש סאַטורדעי, רעדט פונעם כוכב "שבתאי", אבער אין דייטש איז עס עפעס אנדערש. פאר הונדערטער יארן צוריק פלעגט מען רופן אין דייטשלאד דער טאג "סאַמבאַסטאַג" וואס מיינט פשוט "שבת טאג", וואס די נוצרים להבדיל האבן עס גערופן אויפן נאמען פונעם הייליגן שבת. היינט איז דער נאמען עטוואס פארדרייט געווארן אין די היינטיגע דייטש וואס הערט זיך בערך ווי "זאַמסטאַג".&nbsp; &nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו, מיר אידישע קינדער פרייען זיך יעדן טאג פון די וואך אז "עס גייט שוין קומען שבת", מען זאגט ביים יום, היום יום ראשון "בשבת", פון זונטאג קוקט מען שוין ארויס אויף דעם זיסן מתנה וואס מיר אידישע קינדער האבן באקומען פונעם אויבערשטן, א טאג וואס דער קאר ליגט שיין געפארקט, די שליסלעך אוועקגלייגט, דער סעלפאן ליגט ביים טשארדזשער, און מיר באקומען שכר פארן פארברענגען געשמאק מיט די משפחה. דער אויבערשטער באצאלט אונז אפילו אויף די וועלט פארן עסן גוטע זאכן שבת, פארן שלאפן אום שבת קודש. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז מען דארף אויסנוצן דעם שבת צו רעדן אביסל מיט די קינדער, הערן וואס זיי מאכן, פארציילן א שיינע מעשה פון א צדיק, און אריינווארפן צווישן די ווערטער ווי דער ערליכער איד רעדט צום אויבערשטן, ער גרייט אן נעגל וואסער, ער מאכט ברכות, ער איז מוותר אפילו ווען עס איז שווער. ווען די מוסר גייט אריין אזוי אריינגעפלאכטן אין די מעשה גייט עס אסאך בעסער אריין ווי ווען מען זאגט אים "גרייט אן נעגל וואסער", "מאך ברכות". יעצט איז נאך פאר שבת איז כדאי זיך אנצוגרייטן א שיינע מעשה פון א צדיק און זיך אראפ לאזן צו אונזערע קינדער, און אזוי וועט אריינגיין אין זיי א געשמאקע טעם אין שבת, זיי וועלן ליב האבן צו היטן שבת. &nbsp; עס איז אויך כדאי זיך צו מאכן צייט שבת נאכמיטאג צו לערנען מיט די קינדער "אבות ובנים", זיי פארהערן. אבער דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז מען זאל נישט שטעלן די קינדער אויף א קרייץ פארהער ביז מען "האט זיי געכאפט אז זיי קענען נישט", נאר פונקט פארקערט, העלף אים ארויס און ווייז אים "איך זעה אז דו קענסט זייער פיין", העלף דיינע קינדער וואקסן און בליען, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף מיט אסאך תפילות וועסטו זען פון זיי אסאך אידיש נחת. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ד 📝
  • ברסלב בלטעל לייגט צו געשמאק הלכה ווינקל

    אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר'ן קרן הדפסה בכלל און פאר'ן עורך הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א בפרט, וואס צוזאמען מיט די גאנצע שטאב פון שרייבער, מגיהים און דיזיינער געבן זיי זיך אוועק וואך נאך וואך און ארבעטן יומם ולילה צו צושטלען פראפעסיאנאלע און געשמאקע ארטיקלען אנגעפילט מיט תוכן פאר אלעמען, מענער, פרויען, קינדער, אינגלעך און מיידלעך. יעדער טוט זיין חלק בנאמנות, דער שרייבט הומאר, דער אנדערע שרייבט נייעס, אדער וויסענשאפט, מען קלויבט צוזאם שיינע בילדער, מען איז עס מגיה, און מען שטעלט אוועק א הערליכע אויסגאבע יעדע וואך מיט א הערליכע "דעקל" וואס זאל ציען דאס אויג, אז מען זאל נישט דארפן נישטערן אין די מיסטן צו ליינען זאכן וואס רעדן פון געלט און כבוד אנשטאט פון אויבערשטן און זיין תורה. &nbsp; די עורכים האלטן פאר זייערע אויגן זייער ציל, און ארבעט שווער צו פארבעסערן און פארגרעסערן דעם אויסגאבע מיט תוכנ'פולע און געשמאקע ארטיקלען. איינע פון די אפטיילונגען וואס האבן זיך לעצטענס שטארק פארברייטערט און פארבעסערט איז די "קינדער אפטיילונג" וואס איז שטארק בארייכערט געווארן מיט געשמאקע אקטיוויטעטן פאר די קינדער, מיט פרייזעס און גורלות פאר די קינדער וואס שיקן אריין ענטפערס אויף די חידות און פראגעס. &nbsp; די וואך איז צוגעקומען א פרישע פערל אינעם קייטל, ווען מען האט די זכי' אז דער חשובער דיין פון שטעטל הגאון רבי יונה זינגער שליט"א האט באוויליגט צו בארייכערן דעם בלעטל מיט א "הלכה ווינקל", וואס ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי שטארק פארלאנגט אז מען דארף לערנען הלכה, וואס נאר אזוי קען מען וויסן וואס א איד דארף צו טון. דער ווינקל האט די וואך אנגעהויבן מיט די הלכות פון "הדלקת נרות שבת", ווי דער דיין לייגט עס אראפ אזוי שיין און געשמאק, און לייגט צו פראקטיש למעשה וואס מען דארף צו וויסן, מיט די הקדמות פון הייליגן רבין. &nbsp; מיר האפן צום אויבערשטן אז דער ווינקל וועט גיין לויטן פלאן און במשך די צייט וועט מען דורכלערנען מיט'ן דיין שליט"א הלכה למעשה "גאנץ הלכות שבת", וואס זענען זייער וויכטיגע הלכות וואס איז נוגע יעדע שבת ויום טוב, וואס באשטייט פון א גאר שיינע חלק פון יאר, און פילע פרטים פון די הלכות זענען שטארק אומבאקאנט, וואס איז גורם אז מען זאל חלילה וחס קענען בשוגג נכשל ווערן אין די הארבע זינד פון "חילול שבת". אבער מיט'ן אויבערשטנעס הילף די וואס וועלן מיטהאלטן וועלן קענען זוכה זיין צו היטן דעם הייליגן שבת כהלכתו, וואס אין איר זכות וועט מען זוכה זיין צו די פילע ברכות וואס דער הייליגער שבת געבט. &nbsp; ואם יצא אדם חובת היום אשרי לו

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ד 📝
  • חברים ארגאניזאצעס מאכן וואכזאם איבער די סכנה פון קינדער אין קארס אין די הייסע וועטערס

    די יעצטיגע זומער וועטערס ברענגט מיט זיך פילע געשמאקע זאכן, די קינדער שפילן זיך און פארברענגען שעות אין גאס, זיי גייען שווימען, משפחות קענען געשמאק פארברענגען אין די קאנטרי אינאיינעם, און אפילו די ערוואקסעסע נוצן אויס די זומער טעג אין די קעטסקילס מיט'ן שפאצירן צווישן די גראז און ביימער און זיך אויסרעדן צום אויבערשן, אים דאנקען און בעטן אויף אלעס וואס ליגט אויפן הארץ. &nbsp; פון די אנדערע זייט הויערט אבער אויך געפארן פון די זומער טעג, מען דארף מתפלל זיין יעדן טאג ווען מען גייט ארויס פון שטוב, זיך אפשטעלן ביי די מזוזה און בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל גיין בשלום און אהיים קומען בשלום, מען זאל נישט דרייוון ווילד צווישן די געדרייטע וועגן אויף די בערג, די סווימינג פולס זאל בלייבן גענצליך פארמאכט, א קינד זאל חלילה נישט אריינבלאנדשען דארט. אזוי אויך ברוחניות בעטן אלע דעם אויבערשטן מען זאל נישט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות, די אויגן און דער מח זאל בלייבן ריין תמימות'דיג און הייליג. &nbsp; בפרט דארף מען לייגן אויפמערקזאמקייט אויף די קארס, ווען מען לייגט אריין א קינד אין קאר זאל מען בעטן דעם אויבערשטן מען זאל נישט חלילה פארגעסן פון איינע פון אונזערע טייערסטע פארמעגנס וואס מיר פארמאגן, געלט קומט און גייט, א טעלעפאן קען מען קויפן א נייע. אבער אויב חלילה מען פארלירט א קינד פון נאכלעסיגקייט, אויף אזא זאך איז מענטש נישט מסוגל זיך מוחל צו זיין. &nbsp; וואס מענטשן ווייסן אפשר נישט איז אז דער טעמפעראטור אין אן אויסגעלאשענע קאר ווען די זון שיינט איז געווענליך בערך פופציג דיגרי הייסער ווי אין גאס, דאס מיינט אז אין די יעצטיגע הייסע טעג ווען עס איז בערך 90 דיגרי אין גאס, וועט אין די קאר זיין ארום 140 דיגרי, אזאך וואס קען חלילה אומברענגען א מענטש אין א גאר קורצע צייט. און ווער רעדט נאך פון א קינד. &nbsp; עס זענען דא עטליכע עצות וואס די עקספערטן זאגן קען העלפן דערויף. 1. מאכט א געוואוינהייט צו כאפן א בליק אין די בעק יעדעס מאל איידער מען גייט ארויס פון קאר. 2. לייגט א זאך וואס איר נוצט כסדר, צום ביישפיל אייערע ספרים, די טאשקע, בערזל, טעלעפאן וכדומה נעבן דעם קינד. &nbsp; עס איז קריטיש וויכטיג אז אפילו מען גייט ארויס פון קאר אפילו נאר פאר "איין מינוט" צו נעמען עפעס וכדומה, זאל מען אייביג מיטנעמען די קינדער מיט זיך. רוב מאל וואס מענטשן האבן פארגעסן קינדער זענען פשוט געווארן דיסטרעקטעד פון עפעס דארט ווי זיי זענען געגאנגען און אנשטאט איין מינוט האט זיך עס נישט גוט געענדיגט. &nbsp; ועל כולם דארף מען מתפלל זיין אז דער זומער זאל אויסגענוצט ווערן דורך אידישע קינדער צו שטייגן אין תורה יראת שמים און מידות טובות, און מען זאל נישט הערן פון קיין שום אומגליקן. &nbsp; ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 391 to 405 of 1723 results

1 2 ... 24 25 26 27 28 29 30 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com