Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אינספירירענדע נייע אלבום פאר די אידישע מאמע - מיין בעסטע פרענד

    "דער אלבום האט מיר ממש איבערגענומען, איך קען עס נישט סטאפן צו הערן" זאגט אונז איינער, "איך בין זיך מחי' דערמיט, אויסדער די רייכע מוזיקאלישע ערענידזשמענטס, איז די תוכן עפעס שלא מעלמא הדין; אפגערעדט מיין ווייב, איז זיך מחי' דערמיט, זי זאגט אז דאס געבט איר א חיות און ענערדזשי, אבער אפילו פאר איך - א אינגערמאן - קען רילעיטן דערצו, איך דארף אויך חיזוק נישט צו קוקן וואס אנדערע זאגן, נישט צו טראכטן אז די גליק ליגט ביים גוי, און נישט צו ווערן פארקויפט פאר חברים" זאגט אונז א חשוב'ער אינגערמאן. "דער נייער סידי וועט מאכן א ראוואלוציע", טראכט איינער פון די צוהערער הויעך "עס רעדט אזא פשוטע און צוגעלאזענע שפראך, און עפנט אויף די אויגן צו זיין פרייליך און גליקליך מיט וואס מיר זענען אידן, און מיר היטן תורה ומצוות".   עס איז שווער אלץ שרייבער אראפ צו לייגן די געפילן נאכן הערן דעם סידי. פון וואס זאל מען שרייבן פון די ווארימער שטימע וואס דער ראש ישיבה זינגט אזוי הארציג? פון די זיסע נעימות'דיגע קלאנגען פונעם בחור הפלא שמעון פארקאש? זאל מען רעדן פון די אומצאליגע שעות וואס ר' חיים מאיר ערפס האט אריינגעלייגט ארויסצוברענגען דאס בעסטע און שענסטע פון די מוזקאלישע וועלט? זאל מען אראפלייגן די הארציגע מעלאדיעס וואס די פילע בעסטע שפילער ובראשם ר' סענדער ראטה האבן אריינגעלייגט? זאל מען רעדן פון די טיפע, קלארע און ריינע אינספירירנדע געדאנקען וואס דער סידי ברענגט ארויס? אזוי קען מען רעדן און רעדן פון יעדע פון די אלע און נאך זאכן פילע בלעטער.   דער סידי איז א קאמבינאציע פון די בעסטע טאלאנטן, אראנדזשירט געווארן דורך מו"ה סענדי ראטה הי"ו, פראדוצירט געווארן דורך מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו (באוויסט אלס CME), רעקארדירט געווארן ביי דימדאם סטודיאס, מיקס און מעסטערד דורך מו"ה אלי מלמד הי"ו, די גראמען זענען געשריבן געווארן דורך מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו, געזונגען געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א און דורכן בחור הפלא שמעון פארקאש הי"ו, די שפילער זענען אויסגעקליבן געווארן דורך מו"ה סענדי הי"ו די בעסטע פון אמעריקע און ארץ ישראל, די מעלאדיעס זענען גאר שיינע אלטע הארציגע און לעבעדיגע, טייל פון זיי באקנטע, און טייל זענען נאך נישט באקאנט פאר אונז.   די ניגונים זענען מחזק אויף טשעלענדזשעס און נסיונות וואס אידישע קינדער גייען דורך טאג טעגליך, בפרט פרויען. די ערשטע ניגון "אידישע מאמע" רעדט פון די געפילן וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו צעברעכן אידישע מאמעס, און איז זיי מחזק זיך נישט צו לאזן דערפון. דער צווייטער ניגון "צניעות" הערט מען וואס מיינט באמת שיין, און נישט ווערן פארכאפט פון די גויים צו טראכטן וואס מיינט שיין, דער דריטער ניגון "מיין בעסטע פרענד", רעדט פון ווער איז באמת א גוטע פרענד, ניגון נומער פיר "אפשערן די האר" רעדט ווי שטארק א פרוי וואלט זיך געפרייט אפצושערן אירע האר ווען זי ווייסט פארוואס זי טוט עס, נומער פינף "שמחה" וויאזוי מ'קען זיין פרייליך ווען איך שפיר אז אלעס גייט מיר פארקערט, דער זעקסטער ניגון "שבת", הערט מען וויאזוי א אידישע מאמע בעט זיך אויס ביי די לעכט צו טון וואס דער אייבישטער וויל, זיבן "נעגל", וואס פארא צרות ה"י שמירן די נעגל ברענגט, אכט "א גרויסע משפחה" די שיינקייט אין די שמחה וואס עס הערשט אין א גרויסע אידישע משפחה, ווי גליקלעך עס איז צו האבן נאך און נאך א בעיבי. נומער ניין "טערעפי" רעדט פון א טערעפיסט וואס מ'קען צו אים אייביג צוקומען, און קען באמת העלפן - דער אויבערשטער, דער לעצטער ניגון נומער צען "צוואת מוהרא"ש" לייגט דער ראש ישיבה שליט"א אראפ די הייליגע לעכטיגע ווערטער וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן פאר אונז ווי מ'זאל אלץ געדענקען אז דער אויבערשטער איז דא, נישט קוקן אויף אנדערע מענטשן, רעדן צו אים, און אזוי ווערן דבוק אין אים. געדענקען אז מיר האבן נאר אים, און אויסער אים קען אונז קיינער קען גארנישט טון, און אויב מיר פארגעסן דאס קענען מיר ווערן זייער אנטוישט, און פארקערט אזוי וועלן מיר זייער מצליח זיין. דא ברענגען מיר די ווערטער די גראמען פון די נוגינים. דרוקט דא עס צו הערן דא אויפן סייט אדער דרוקט דא צו דאונלאודן - שמעו ותחי נפשכם! 1 אידישע מאמע   איך זע א שווארץ בילד, די סינק איז אנגעפולט, דישעס אן א שיעור, איך האב נישט צייט פאר מיר, די באס האב איך פארפאסט, די בעיבי שמוציג נאס, לאנדרי ביז'ן דאך, איך פיל איך ווער צוקראכט.   אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער, בעט דעם באשעפער, טאטע מאך מיך גרינגער, בעט דעם באשעפער, כח צו די קינדער.   מאנאפאלי, סטראטיגא, אלעס אויף דער ערד, דאליס געימס לעגאס, די שטוב איבערגעקערט, איך קען עס נישט פארטראגן, איך הייב זיי אן צו שלאג, איך קען עס נישט פארנעמען, איך הייב זיי אן פארשעמען.   אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער...   ביי יעדעם איינעם פינקעלט, אלעס גלאנצט און שיינט, ביי מיר איז אייביג טונקל, אייביג אומבא'טעמ'ט, פארוואס ביי מיר די קינדער, פאלגן נישט קיין זאך, שלאפן גייט נישט קיינער, איך רעג מיך יעדע נאכט.   אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער...   הייליגער באשעפער, איך האב שוין נישט קיין כח, איך האב אזויפיל פרעשור, ס'דרוקט מיר אויפן מח, העלף מיר איך זאל קענען, טון מיין ארבעט גרינג, רעדן שיין צו יעדן, געדולד צו יעדן קינד.   אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער... 2 צניעות ס'איז היינט א שווערע צייט, צניעות איז פארשעמט, איידלקייט איז ווייט, מ'פילט זיך אומבאקוועם, וואס איך זע ביים גוי, וויל איך שוין נאכטון, איך וויל נאר גיין אזוי, ווי די פעשן מעגעזין. אדער קורץ און טייט, אדער זייער לאנג, א פלעינע שיינע קלייד, איז נישט אינטרעסאנט, יעדער זאל מיך זען, ווען איך געב מיך א ריר, דא גייט א פרוי נישט פלעין, יעדער קוקט אויף מיר.   טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן. יעדן טאג ביי יעדע ריר, א נייע פריצות ברענט אין מיר, טאטע העלף איך זאל פארשטיין, אז די תורה וועג איז שיין.   איך וויל גיין מיט א בעלט, איך וויל גיין נאר מיט דענים, געפעלן פאר די וועלט, געפעלן נאר פאר יענעם, מיין מיידל א רויטע קלייד, ס'זאל זען די גאנצע שטאט, מיין יונגל'ס הויזן טייט, דאס איז די נייע קיוט. די ווערטער אויף מיין קויט, זעט יעדער אודאי, איך בין דאך זייער פראוד, אז איך גיי מיט פראדא, קארל לאגערפעלד, אויף מיין העמד קלאר און שיין, אין פעשן בין איך א העלד, איך גיי מיט די גוי'אישע חן.   טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן.   מעיקאפ אויעררינגלעך, וויפיל איז די שיעור, וואס איז ערליך, און וואס איז גוט אויף מיר, וועלכע קאלער קלייד, ווי הויך איז מיין שיך, וועלכע קאלער שרייט, און וואס איז שיין אויף מיך. ווי קען מען וויסן עכט, צו מיין קלייד איז מותר, קיינער איז נישט שלעכט, תפלה איז די עיקר, א תפלה יעדן טאג, באשעפער וואס איז שיין? צום באשעפער זאג, איך וויל די עכטע חן.   טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן.  3 מיין בעסטע פרענד   איך טראכט אז מיין מאמע איז אלט, איך רעד צו איר באבלאזן און קאלט, מוסר און קריטיג צו זי געבן, ממש זי לאזט נישט לעבן. פרענדס האב איך א דיים א דאזען, אבי די מאמע איבערצולאזן, אפלאזן די מאמע מיט פרענדס צו לויפן אין די מאלל קליידער צו קויפן.   איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט, געפינט זיך ביי דיר אין שטוב, "דיין מאמע", זי האט דיך זייער ליב. דיין פרענד וועט מארגן נישט קוקן אויף דיר, זי קוקט וואס איז גוט פאר איר, דיין מאמע וועט דיר אלעס געבן, דיך ליב האבן דיין גאנצן לעבן.   מיין מאמע קען נאר איין זאך, מיך נישט לאזן ארויסגיין ביינאכט, מיט פרענדס אין די סטעיק האוז ארומצוהענגען, אין די גאסן פארברענגען. מיין מאמע קען נאר זאגן "מ'טאר נישט" אויסער דעם קען זי גארנישט, זי לאזט נישט ארויסגיין מיט שארפע קאלירן זי לאזט מיר נישט ביי נאכט שפאצירן.   איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט...   מיין מאמע געבט מיר אנצוהערן, אז איך דארף רוימען און קערן, וואשן ווישן קאכן באקן, די וועש אוועקצופאקן. מיין מאמע האט א גאנצע פלאן, איך זאל נישט ארויסגיין היינט, שפריצן ווינדעקס אויף די טישן, די דישעס אוועקציווישן.   איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט...   מיין מאמע האט נישט קיין טעיסט, זי לאזט נישט קאלער'ן מיין פעיס, מיין קלייד איז רעש'יג מיין שיך איז נישט איידל, אזוי ווי א צוויי יעריג מיידל. מיין מאמע פארשטייט נישט צו פעשאן, א גאנצן טאג זי טוט מיך בעשן, דיין בלאוז איז אפן דיין סקורט איז טייט, ס'איז צו קורץ דיין קלייד.   איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט... 4 אפשערן די האר   ווען פרויען זאלן וויסן, די גרויסע זכותים, ווען מ'שערט זיך אפ די האר. קינדער צדיקים, גוטע שידוכים, נחת ביז די הונדערט און צוואנציג יאר. פרנסה בריוח, א שטוב וואס מ'איז פרייליך, א געשמאקע זיסע שלום בית. אן ערליכע שטוב, וואו אידישקייט בליעט, קינדער מיט בארד און פיאות.   איך גיי מיך שערן, ישועות פארמערן, און נישט לאזן פון קיינעם זיך שטערן, דאס איז מיין שיינקייט, דאס איז מיין גאנצע פרייד, אז אין די וועג פון צדיקים מ'גייט.   ס'שטייט אין זוהר, אין די הייליגע זוהר, אז אויב מ'זעט די האר איז זייער שלעכט. א שאד צו פרובירן, וואס קען אלץ פאסירן, נאכדעם וויינט מען נעבעך טעג און נעכט. פאלגן א צדיק, נאכגיין א צדיק, אוי ווי זיס ווען מ'קוקט צוריק. נישטא עפעס בעסער, נישטא עפעס זיסער, ווי ערליכע וואוילע לעכטיגע קינדער.   איך גיי מיך שערן, ישועות פארמערן, און נישט לאזן פון קיינעם זיך שטערן, דאס איז מיין שיינקייט, דאס איז מיין גאנצע פרייד, אז אין די וועג פון צדיקים מ'גייט. 5 שמחה   איך שריי און איך רעג מיך אויף די קינדער, ווען זיי קומען אהיים פון חדר, מיין מאן איז א בטלן א צופלויגענער, ביי מיין שווער איז ער דער אומגעלונגענער.   ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!   אלע שוועגערינס בין איך מקנא, ס'פלאצט מיר די אויגן פון מיין שכינה, יעדער איינער האט א בעסערע לעבן, מיר האט מען גארנישט נארמאל געגעבן.   ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!   איך האב א שוואכע מאן כ'האב א נאריש קינד, גארנישט אין לעבן איז אינטרעסטינג, אלעס איז ליידיג אלעס איז אומעטיג, לייף איז סטופּיד לייף איז באורינג.   ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!   איך גיי מיט קליידער ביז אראפ ביז דער ערד, ווייל איך מוז זיין פון יעדן פארקערט. איך פיר זיך נישט איידל צווישן מענטשן, איך חלש פאר אטענשן.   ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!   איך גיי צו מאנהעטן מארגן אינדערפרי, ביי מעיסי'ס איז "ביי וואן געט וואן פרי", נאך א שאבאטאן נאך א וואקעישן, נאך א בורטדעי סעלעברעישן.   ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!   דיימענדס און פור קאוטס אויף די קרעדיט קארד, ווייל לייף איז טאף לייף איז האַרד, איף יו דאנט סטיק אָפּ פאָר יורסעלף נאו וואן וויל, א רחמנות אויף מענטשן, וואס ספענדן אויף וואס מען וויל.   ווען מ'איז פרייליך איז מען שטארק, נאר אויף שמחה זיי נישט קארג, כאפ א טענצל געב א שפרינג, מאך זיך פרייליך קלאטש און זינג! 6 שבת   די טיש געדעקט, די הויז שמעקט, אלעס ציכטיג ריין. מען מאכט זיך גרייט, עס קומט די צייט, די מלכה קומט צו גיין. לקראת כלה, מען גרייט זיך אלע, ס'קומט שבת אויף די וועלט. א זיסקייט אין הויז, די וואכן ארויס, ס'איז ליכטיג אין יעדע געצעלט. ברוך אתה, השם, אלוקינו. מלך העולם, אשר קדשנו, במצותיו וצוונו. להדליק נר, של שבת. באשעפער, א גוט שבת.   טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר, געב מיר נחת און געזונט, געדולד צו יעדן קינד. שלום בית זאל דא זיין, נאר רעדן שיין צו מיין מאן, גוטע ווערטער געבן פאר אים, נאר גוטס אין אים זען.   טאטע זע מיינע טרערן, דעם רבינ'ס אור זאל זיך מערן, רעדן צו דיר, אויף יעדע ריר. לעבן נאר מיט תפלה, דאס איז די בעסטע סגולה. טאטע נאר דו פארשטייסט, נאר דו מיין ווייטאג ווייסט, מיט דיר זאל איך שמועסן, מיין הארץ אויסגיסן, יעדע זאך וואס טוט מיר וויי, נאר צום באשעפער איך גיי.   טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר...   טאטע איך בעט דיך איבער, וואס איך האב געטון ביז אהער, מיין מאן באליידיגט, די הויז נישט גערייניגט, איך נעם זיך פאר צו זיין ערליך, איך גיי שוין זיין פרייליך. טאטע איך קען נישט אליין, איך וויל דאך א ווארעמע היים, איך גיי שוין פרובירן, אין שטוב אינוועסטירן, האלטן מיין מאן ווי א קרוין, גענוג מיט מחלוקת שוין.   טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר... 7 נעגל   די תורה זאגט וואס ס'איז שיין, שמירן נעגל איז אומריין, שמירן נעגל טוט ברענגען, אזויפיל צרות און פראבלעמען.   איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט, זיך פירן ערליך אויף טריט און שריט. איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין פיין, אייבערשטער, איך וויל זיין ריין, אייבערשטער, איך וויל זיין ריין, זיך פירן ערליך, וואויל און פיין.   שמירן נעגל איז נישט איידל, דו ווילסט דאך זיין א וואוילע מיידל, דאס איז קליפות, דאס איז טומאה, דאס פארטרייבט פון דיר די שכינה.   איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט...   געשמירטע נעגל ברענגט דינים, מען קען דערפון גארנישט פארדינען, א חציצה איז זייער ביטער, ס'איז נישט דא אויף דעם קיין היתר.   איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט...   זאל דיך קיינער נישט פארפירן, אויף די פיס מעג מען שמירן, דער באשעפער קען אלעס זען, דו דארפסט געפעלן נאר פאר אים.   איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט...   לאמיר פאלגן די צדיקים, און נישט זיין אויבער חכמים, די תורה לעבן איז זייער זיס, נאכגיין גוים איז זייער מיאוס.   איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט... 8 א גרויסע משפחה   שכח אייבערשטער, אז איך בין א איד, אויסגערוט און קיינמאל נישט מיד. שכח פאר מיינע וואוילע קינדער, ממש דעם באשעפער'ס וואונדער.   אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע. אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א אינגל נאך א מיידעלע.   דער באשעפער האט אויסגעוועלט נאר מיך אליין, אידישע נשמות מאכן ריין. אפווישן, אפבאדן און וואשן לאנדרי, ווי גליקליך ווער עס נעמט זיך די מי.   אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע...   דער גרויסער באשעפער האט מיך געטראסט, צו ווארטן פאר די קינדער אויפ'ן באס. א גוטן טאג שעפעלע איך פריי מיך צו דיר, דו ברענגסט מיר נחת אן א שיעור.   אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע...   שלאפן האט נישט מיט וויפל קינדער, שלאפן ווענדט זיך אין באשעפער, בעט דעם באשעפער ער זאל דיר העלפן, טאטע איך וויל אביסל שלאפן.   אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע...   א מחי' צו לייגן די קינדער אין בעט, איך געב זיי א גוט ווארט און א גלעט. א מחי' צו זינגען קריאת שמע מיט זיי, זיי זאלן וואקסן הייליג און געטריי.   אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע...   א גוטע נאכט צדיק'ל אמאל איז געווען, א צדיק וואס האט אלעס געזען, דער רבי ר' זושא מיט ר' מיילעך, טראכט פון זיי וועסטו זיין ערליך. 9 טערעפי   נאך א טערעפיסט, נאך א טערעפיסט אלעס איז א דמיון, אלעס איז אומזיסט. א לעכערליכע זאך, ס'קאסט אזוי סאך, נאך אלץ האסטו מורא, בייטאג און ביינאכט.   רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער, דאס איז די בעסטע טערעפי וואס איז דא, אין אלע שפראכן פיר און צוואנציג שעה רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער, רעד צו אים א פאר מינוט, און אלעס וועט דיר ווערן גוט.   דער טערעפיסט אליין, ער רעדט אזוי שיין, ער שרעקט זיך אויך ווען ער איז אליין אינדערהיים. דער טערעפיסט אליין, אזוי זיס און שיין, מיט זיינע אייגענע פראבלעמען ער קען זיך נישט באגיין.   רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער...   איך לעב מיט א שולד, איך לעב מיט א גילט, מיין לעבן איז נאר מיט פרעשור אנגעפילט. איך האב אזויפיל פּעין, איך מוז עפעס זען, רעדן צו איינעם, איך ווייס נישט צו וועם,   רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער...   באשעפער העלף איך זאל, רעדן צו דיר, איך קען מיך נישט בארואיגן, איך לייד אן א שיעור. א שאד אויף די צייט, א שאד אויף די געלט, רעד צום באשעפער, דער קעניג פון די וועלט.   רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער... 10 צוואת מוהרא"ש   אות ח' מיינע טייערע קינדער און תלמידים, איך בעט אייך איר זאלט זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה צו לייבן אינעם אויבערשטן, שטענדיג זאלט איר האלטן פאר די אויגן אז נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית, און אז עס איז גארנישט דא אויסערן אויבערשטן.   איר זאלט קיינאמל נישט קוקן אויף א צווייטן. די וועלט איז נישט אייערס, נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט, און דעריבער דארפט איר זיך נישט זארגן פאר א וועלט וואס געהערט נישט פאר אייך. איר דארפט אייך קיינמאל נישט מבלבל זיין פון אנדערע מענטשן, נישט קוקן אויף קיין אנדערע מענטשן. וואס איר דארפט האבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו רעדן און צו בעטן נאר פונעם אויבערשטן אויף אידיש, אדער אויף סיי וועלכע שפראך איר זענט צוגעוואוינט צו רעדן.   דאס רעדן צום אויבערשטן בויעט אויף די אמונה פונעם מענטש, מיט דעם וואס א מענטש רעדט צום אויבערשטן, ער בעט דעם אויבערשטן אלעס וואס ער דארף, מיט דעם ווייזט ער אז ער ווייסט און גלייבט קלאר אז עס איז גארנישט דא אויסערן אויבערשטן, און אז נאר דער אויבערשטער פירט די גאנצע וועלט.   אמונה איז דער יסוד פון אידישקייט, אמונה קלעבט צו דער מענשט צום אויבערשטן. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך דעם אויבערשטן, ער שטעלט זיך פאר אין זיין מח אז די גאנצע וועלט איז איין שטיק אויבערשטער און ער שטייט אינדערמיט, דאס איז די גרעסטע הנאה און געשמאק וואס מען קען האבן אויף דער וועלט, מען שפירט שוין אויף די וועלט די געוואלדיגע גוטע געשמאק און הנאה פון גן עדן. און צו דעם קען מען נאר זוכה זיין ווען מען לייגט זיך אריין אין די פשוטע אמונה, צו גלייבן אינעם אייבערשטן און צו רעדן צו אים מיט תמימות ופשיטות אזוי ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר און אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטן.   אות ט. איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך גוט אריין נעמען אין קאפ אז איר האט נישט קיינעם אויף דער וועלט. קיין שום מענטש אויף דער וועלט קען אייך נישט העלפן, און זיכער קען קיינער אייך נישט שלעכטס טון. דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש, און איר זאלט זיך נישט חנפ'ענען צו קיין שום מענטש, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן.   פארקערט, דאס וועט אייך נאר שאטן צום געזנט, ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן, און דערנאך זעט מען אז יענער האט גארנישט געקענט העלפן, יענער איז בכלל נישט אינטערעסירט דיר צו הלעפן, דאן ווערט מען זייער אנטושיט, מען ווערט זייער צובראכן און צוקלאפט פון דעם. א איד וואס גלייבט אבער אינעם אייבערשטן, ער פארלאזט זיך אינגאנצן נאר אויפן אייבערשטן, דאן איז ער זייער מצליח.

    < זעה מער יב טבת תשפ"ה 📝
  • מקוה אשר בנחל מאכט גרויס פארשריט

    אין די דענמען געגענט אינעם שטעטל, בערך א מייל אוועק פונעם צענטראלן שול אויף האשקי, האט מען אוועקגעשטעלט א געשמאקע שיינע שול, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט א נאמען געגעבן "אשר בנחל", נאך דער ספר וואס מוהרא"ש זי"ע האט זיך אוועקגעגעבן דערפאר רוב יארן פון זיין לעבן. אזוי אויך פארמאגט עס א מקוה וואס ווערט גענוצט יעדן שבת קודש אינדערפרי זיך צו מטהר זיין פארן דאווענען. &nbsp; די אינגעלייט פונעם געגענט האבן זיך באקלאגט אז אזוי דער מקוה איז נאך דערווייל נישט געווען געהעריג אוועקגעשטעלט מיט אלע הידורים וחומרות וואס פעלט זיך אויס פאר א מקוה טהרה, האט עס געמאכט א גרויסע שוועריגקייט, בפרט אין די ווינטער, אז מען זאל דארפן גיין אזא לאנגע וועג צו א מקוה טהרה. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם גבאי פונעם שול מו"ה מאטי היימליך הי"ו ער זאל זיך אריינלייגן אין די גרויסע מצוה פון ארויפברענגען די כשרות שטאפלען פון די מקוה עס זאל זיין כשר און מהודר, אז מען זאל נישט דארפן קלעטערן כמעט א שעה וועג אהין און צוריק צו א כשר'ע מקוה טהרה. &nbsp; אין די לעצטע דריי וואכן האט מען אוועקגעגעבן דערפאר אסאך טירחה און געלט, צום ערשטן איז דער דיין און די תלמידי חכמים פון כולל אריבער געקומען, מען האט איבערגעקוקט די כשרות פונעם מקוה, בפרט פונעם בור מי גשמים, און אויף זייער הוראה האט מען צום ערשט אריינגערופן א פראפעסיאנאלע פירמע וואס האט זיכער געמאכט אז דער בור מי גשמים איז פולקום וואסערפרוף. אבער נאכדעם האט דער דיין געזען אז עס קומט נאך אלץ אריין וואסער אינעם בור, מען מתפלל געווען מען זאל טרעפן די פראבלעם, מען האט אריבערגערופן מומחים, און מיט די השגחה פונעם דיין האט מען אויפגעבראכן דעם גאנצן וואנט, און ב"ה מען האט דארט געטראפן דעם פראבלעם, אז עס רינט וואסער פונעם המשכה, אויף וואס מען ארבעט יעצט צו מסדר זיין בסייעתא דשמיא. &nbsp; ב"ה אז די ארבעט גייט שיין אריין אין די לעצטע פאזעס, און מען האפט אז ביז דריי וואכן וועט דער מקוה פולקאם זיין צוריק אין באנוץ, נאכדעם וואס די ארבעט האט געמאכט אומאנגענעם פאר די באנוצער פונעם בית המדרש. &nbsp; יעצט גייט אן די ארבעט איבערצולייגן הערליכע טיילס אויפן גאנצן בור, און בכלל פרישט מען איבער די מקוה הערליך שיין, אז עס זאל זיין פאסיג באקוועם און מהודר בתכלית הכשרות מען זאל עס קענען נוצן לקדושתן ולטהרתן של ישראל. &nbsp; עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר אלע אנשי שלומינו וואס האבן ארויסגעהאלפן ביי דעם פראיעקט, בפרט פאר מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו וואס האט זיך שטארק אוועקגעגעבן פאר דעם, דער זכות זאל זיי אלע ביישטיין להתברך בכל מילי דמיטב. &nbsp; מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל

    < זעה מער ט טבת תשפ"ה 📝
  • ערגסטע פייער אין היסטאריע פון לאס אנדזשעלעס

    אין א רייכע געגענט אין שטאט לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע וואס הייסט "פאסיפיק פאליסיידס" האט נעכטן אויסגעבראכן א שרעקליכע פייער, דער פייער האט זיך אנגעהויבן נעכטן דינסטאג, און ביז היינט האט עס שוין פארניכטעט בערך 16,000 סקווער עיקערס, און טראץ די שטארקע באמיאונגען פון די עמוירזשענסי באאמטע, איז דער פייער דעווייל זירא פראצענט אונטער קאנטראל. &nbsp; די שטאט האט אריינגעשיקט אינעם געגענט בערך פופצן הונדערט פייערלייט, זיבן לעשער העליקאפטער, איבער צוויי הונדערט פייער טראקס, און נאך פילע מאשינען און עקוויפמענט.&nbsp; &nbsp; צוליב די גרויסע סכנה זענען יעצט כמעט פערציג טויזענט מענטשן אונטער באלדיגע עוועקיאציע באפעלן. אויפן מינוט זענען שוין באשטעטיג געווארן צוויי מענטשן אומגעקומען אין רעזולטאט פון די פייערן, איבער טויזענט הייזער דערווייל פארברענט געווארן, און אסאך פארוואונדעטע, טייל שווער. &nbsp; מען קען אויסנוצן פייער אויף גוטע זאכן, און פייער קען ווערן אויסגענוצט צו חרוב מאכן. אין יענעם געגענט זענען אויך דא אידן, און אפילו שולן. מען האט ב"ה ארויסגענומען די ספרי תורה פון די שולן אין פאל די פייערן קומען חלילה אן אהין. דערווייל האט מען געזען א שטארקע השגחה פרטית, ווען די פייער האבן זיך אוועקגעדרייט פון איינע פון די שולן ווען עס איז געקומען נאנט אהין. דער אויבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט ווייטער. דאס ווייזט אונז די כח פון פייער, מיר שטייען יעצט ערב דעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע, דער פיאניר פון הפצה, דא קען מען זען די כח פון הפצה, מיר דארפן פארשפרייטן דעם פייער די ליכטיגקייט פון הייליגן רבי'ן. מען צינדט אן איין ליכטעלע, נאך א ליכטעלע, דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו צעברעכן די מפיצים און מאכט זיי טראכטן אז זיי טוען גארנישט אויף. אבער עס איז נישט אזוי, דער פייער קען זיין אויף די גוטע וועג, דער וואס האט געגעבן דעם ספר פאר מוהרא"ש'ס טאטע אדער פאר'ן ראש ישיבה האט נישט גע'חלומ'ט וואס פאר א פייער ער צינדט דערמיט אונטער, דער פייער וואס דער הייליגער רבי האט אנגעצינדן פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק פלאקערט און ברענט, און קיין שום וואסער קען עס נישט אויסלעשן. &nbsp; די רויך פון די פייער פארשפרייט זיך איבער גאנץ לאס אנדשעלעס און שטערט ממש די שיין פון די זון. דער עיקר שוועריקייט פארוואס זיי קענען זיך נישט אן עצה געבן איז די גאר שטארקע ווינטן וואס פיטערן כסדר פרישע אקסיגען פאר די פייערן, און ווארפן אריבער ברענעדיגע ברוכווארג פון איין הויז צום אנדערן. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן נאר פארכאפט ווערן אין גוטע פייערן און קיין שום איד זאל נישט האבן קיין שום שאדן.

    < זעה מער ט טבת תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו וועלן מחזק זיין מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן אין מאנסי

    גרויס עקסטאז הערשט ביי אנשי שלומינו זיך גרייטענדיג צום ערשטער דינער פאר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש לצדקת רבי מאיר בעל הנס, די הייליגע מוסדות בנשיאות דעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל וואס גייט שוין אן פאר עטליכע יאר צום גוטן, וואס פון איין זייט געבט עס ארויס הערליכע זאפטיגע פרוכט, זרע ברך השם, אינגלעך, מיידלעך און בחורים יראי השם וואס דינען דעם אויבערשטן בתמימות ובפשיטות; אבער פון די אנדערע זייט איז די יקרות אין ארץ ישראל גאר שטארק, און דאס איז גורם אז מען מוטשעט זיך זייער צו קענען באצאלן די איינגעשטעלט. &nbsp; ווען עס קומט דער יארצייט פון גרויסן תלמוד פון הייליגן רבי'ן דער גרויסער רבי נתן זי"ע, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו ווידמען דער יערליכער יארצייט סעודה, אז עס זאל דינען אלץ א דינער צו שטיצן די הייליגע מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל. דער הייליגער רבי נתן וואס האט אוועקגעשטעלט און אויסגעטרעטן די וועג פון הפצה, אויף אזוי ווייט אז זיינע לעצטע ווערטער אויף דער וועלט איז געווען איבער הפצה - ווי שטארק מען דארף זיך אנשטרענגען בגוף בטרחה ובממון צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס לימודים אויף דער וועלט. קען נישט זיין פאסיגער פון שטיצן אנשי שלומינו אין ארץ ישראל וואס פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס פלאם אויף די לענג און ברייט פון ארץ ישראל אויף אן אופן וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט. &nbsp; עס איז אומגלויבליך ווי א מוסד וואס האט זיך אנגעהויבן מיט קוים דריי יאר צוריק דורך צוויי קינדער, איז זיך צואוואקסן אין די קורצע צייט צו זיבן באזונדערע מוסדות אין דריי שטעט איבער ארץ ישראל מיט איבער הונדערט תלמידים ותלמידות. און עוד ידם נטויה, עס ווערט ערווארטעט א פלייץ פון נאך פילע פרישע תלמידים אין די נאנטע קורצע תקופה, וואס דארף א שטארקע פינאנציעלע יסוד מען זאל קענען אקאמאדירן די אלע פרישע תלמידים ותלמידות בסייעתא דשמיא. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף ווארט מארגן אפ פאר אנשי שלומינו א גאר געלונגענע און אינטערעסאנטע פראגראם. אלע אנשי שלמינו זענען געלאנדענט אנטייל צו נעמען און הנאה האבן ברוחניות ובגשמיות. דער מסיבה וועט פארקומען ליל שישי פרשת ויחי אור ליום עשרה בטבת יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רבי נתן זי"ע, אינעם גרויסן זאל פון עטרת חיה שרה אין מאנסי. וויבאלד פלאץ איז באגרעניצט, איז עס באשטימט בלויז פאר מענער, און בלויז פאר ערוואקסענע. &nbsp; פתיחת האולם: די טירן וועלן זיך בעז"ה עפענען אום 8:00. &nbsp; יושב ראש: אום 8:15 וועט דער נועם בחסד עליון הרה"ח ר' מענדל קאהן שליט"א עפענען דעם אווענט מיט פאסיגע בליציגע ווערטער, און וועט מהנה זיין דעם ציבור במשך דעם נאכט. &nbsp; נואם הכבוד: אום 8:30 וועט ארויפקומען א חשוב'ער גאסט, א טאטע פון א תלמוד הישיבה העסקן המפורסם הרה"ח ר' יונתן שווארטץ שליט"א וואס וועט איבערגעבן גאר אינטערסאנטע דעטאלן עדות'שאפטן וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט. א דרשה וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן. &nbsp; דראמאטישע פרעזענטאציע: אום 8:45 וועט פארגעשטעלט ווערן פארן ציבור א העכסט דראמאטישע פרעזענטאציע "דאס לעבן אין די מאה שערים'דיגע געסאלאך" וואס וועט האלטן אלעמען געשפאנט פאר איבער א האלבע שעה. &nbsp; ערשטמאליגע באריכט: אום 9:15 וועט מען הערן א קורצע און דעטאלירטע באריכט פונעם מנהל המוסד הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א וואס וועט אויפטרעטן און פארציילן ערשטמאליגע אינטערעסאנטע פאקטן איבער די מוסד. &nbsp; דרשת חיזוק: אום 9:30 וועט מען האבן די זכיה צו הערן א שיינע שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער וואס מיר קענען ארויסנעמען פון הייליגן רבי נתן, און חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן. &nbsp; צייטליכע סקעדזשול: מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען זיך האלטן גאר שטארק צו א פריע סקעדזשועל, כדי מען זאל קענען בענטשן בעז"ה אום 10:00, און אלע זאלן קענען אהיים גיין אין צייט און נישט דארף ווערן אויפגעהאלטן אין די נאכט אריין. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון דעם מסיבה זאל ארויסקומען א כבוד שמים, און מיר זענען זיכער אז אלע משתתפים בגוף ובממון וועלן אהיים גיין מיט פילע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער ח טבת תשפ"ה 📝
  • א בוים פאלט אראפ אין וואלד

    שאלה: ווי איך ווייס איז "קול" בלויז "לופט כוואליעס" וואס ווערט געשפירט דורך די אויער, און עס האט נישט קיין ממשות. אויב אזוי א בוים וואס פאלט אראפ אין א ליידיגע וואלד וואו קיינער געפונט זיך נישט, מאכט עס בכלל א קול?&nbsp; &nbsp; ענטפער: לאמיר אביסל אריינגיין און זיין "רואים את הקול" און זען וואס איז דאס קול און וואס איז דאס קול כוואליעס. עס איז פלאי פלאים נפלאות הבורא וויאזוי מיר "הערן". שטעלט אייך פאר איר האלט אן אויסגעצויגענע ראבער בענד און איר געבט עס א קליינע קיצל, עס וועט זיך אנהייבן אזוי צו שאקלען. די שאלערייען וואס דאס מאכט צושטערן די רואיגקייט פון די לופט ארום דעם און מאכט "לופט כוואליעס", ווען די כוואליעס קומען אן צו געוויסע פיצעלע זייער הייקעלע פיצקעלע הארעלעך טיף אינעם אויער וואס שאקעלט זיך לויט די סארט קול וואס עס האט אהין דערגרייכט, און דאן שיקט עס א מעסעדזש פאר'ן מח, וואס קאנווערט דעם שאקל וואס ער האט געשפירט צו א קול וואס מיר "הערן". &nbsp; דעם שאלה צי מען קען רופן "קול" בלויז ווען עס זענען דא שאקלערייען אין די לופט, אדער עס מוז זיין איינער וואס זאל עס "הערן" כדי מען זאל עס רופן "קול" וועלן מיר איבערלאזן פאר די לומדים, פילאזאפן, און חוקרים. פילע פון זיי האבן שוין אוועקגעגעבן טעג, וואכן, יארן און אפילו זייער גאנץ לעבן אויף דעם וויכטיגן שאלה וואס האט נאך נישט קיין קלארע ענטפער ביזן היינטיגן טאג. &nbsp; איין זאך קענען מיר אבער יא קלאר זאגן, אז ווען זיי האבן גערעדט און זייער קעלבערנע נאכפלאגער האבן אפילו געהערט, איז עס נישט געווען קיין קול, און עס איז נישט געווען קיין כוואליעס. ווען א מענטש רעדט אפילו שטילערהייט און קיינער בלויז דער אויבערשטער הערט עס, דאס איז זיכער א קול, און דאס קומט אן זייער ווייט. ווען א מענטש רעדט פון חקירות און פילאזאפירט פון זאכן וואס איז אים נישט נוגע, קען מען דאס בכלל רופן רעדן? &nbsp; דער מדרש פארציילט איבער צוויי מענטשן וואס זענען געגאנגען אין גאס אינאיינעם, איינער איז געווען א גרויסער פראפעסאר, ער האט געלערענט אין קאלעדזש לאנגע יארן, און ארויסגענומען דעגריז אין פילע תחומים, און איז געווען בארימט אין דער וועלט מיט זיינע פארשונגען. ער האט געקענט פאראויסשאצן פילע זאכן, ער האט גוט געקענט אסטראנאמיע, געאגראפיע, פילאזאפיע, פיזיקס און נאך. זיין באגלייטער איז געווען א פשוט'ער דארפס מאן, וואס אויסער מעלקן זיינע קוען און מאל ווייץ האט ער גארנישט געוויסט. קיינער האט נישט גערעדט פון אים און קיינער האט אים נישט געקענט, און זיין מיינונג איז בכלל נישט געווען אינטערעסאנט צו הערן, "וואס פארשטייט ער?". יענעם טאג האט זיך גע'רעש'ט אין שטעטל איבער א גרויסע סענזאציע, מען האט געשמועסט אז די וועלט גייט חרוב ווערן, א גרויסע שטערן פון די ווייטע ספערן קומט צו פליען, און עס וועט נישט לאנג נעמען אין דער גאנצער וועלט איז חרוב. אלע האבן געפאניקט, און אלע האבן געוואלט הערן פונעם גרויסן פראפעסער זיין מיינונג, וואס גייט זיין, ווען גייט עס זיין, און וואס קען מען טון צו ראטעווען די וועלט. דער גרויסער ידען האט זיי אוודאי נישט אנטוישט, ער נעמט ארויס זיין גרויסן טעלעסקאפ, און אזוי שפאצירן זיין ארויס אויף די גאסן צי באטראכטן די שטערנס און קענען אפשאצן מיט א קלארקייט וואס עס ערווארט אונזער פלאנעט. אינמיטן די וועג איז געווען א גרויסער גרוב, פונקט היינט האבן די שטאטישע ארבייטער דורכגעפירט רוטינע ארבעט אויף די אפלויף סיסטעם אין שטאט, און וויבאלד זייער ארבעט איז נאכנישט געווען פארטיג האבן זיי אנגעצייכענט ארום מיט שטארקע סימנים אז מען זאל אכטונג געבן, און נישט אריינפאלן, דער פראפעסער זייענדיג אריינגעטון אין זיינע שטערנס האט נישט געזען און נישט געהערט, און כאטש זיין באגלייטער האט אים פרובירט צו שרייען "וואו גייסטו", האט ער נישט געהערט, און נישט געוואלט הערן "וואס פארשטייט ער, דער פויער?", און איאיינעם מיט זיינע טייערע כלים האט ער אריינגעטראסקעט אינעם טיפן גרוב, און דער פראפעסער האט שוין יעצט געהאט אנדערע חשבונות, אנשטאט צו קוקן ווי ווייט יענער שטערן איז, ווי שנעל רוקט זיך עס, האט ער יעצט געדארפט ציילן וויפיל ביינער זענעם אים געבליבן גאנץ. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט דאס אלץ פארציילן, אז מיר זאלן געדענקען אז די אלע חשבונות וועלן אונז נישט העלפן און וועט אונז נישט ברענגען צום תכלית, מיר דארף אויפהערן צו פילאזאפירן, און זאגן דיעות וויאזוי די וועלט דארף זיך פירן, אנשטאט דעם דארפן מיר זיכער מאכן דורכצוגיין אונזער לעבן מיט גאנצע ביינער, קוקן ווי מיר גייען און אויסנוצן די צייט מיט תורה, תפלה, שמחה, און רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ז טבת תשפ"ה 📝
  • גרויסע עקסטענשאן אנגעהויבן ביים צענטערלן האשקי שול אין שטעטל

    אין די יעצטיגע טעג קומט ארייןדי פרייליכע נייעס אז נאך א לאנגע צייט פון תפלות האט מען ב"ה ערהאלטן די ענדגילטיגע פערמיטן צו קענען בויען א נייעם גרויסן צוגאב צום גרויסן צענטראלן שול אין שטעטל אויף 181 האשקי רד. &nbsp; ווען דער שטעטל איז געגרינדעט געווארן מיט אביסל מער פון פינף יאר צוריק, האבן די צען פיאנערן משפחות וואס האבן זיך ארויסגעצויגן צום פרישן שטעטל מיטן ציל צו האבן א שטיל באשיידן לעבן מיטן אייבערשטן ארומגענומען מיט גראז און ביימער נישט געדארפט קיין גרויסן בית המדרש. &nbsp; די דעמאלטסדיגע איינוואוינער האבן געדאווענט אינעם בעיסמענט וואס דער מנהל מו"ה אברהם משה שטראססער שליט"א האט אוועקגעגעבן פאר דעם באנוץ. אביסל שפעטער ווען דער ראש ישיבה'ס הויז האט זיך געבויעט, האט דער ראש ישיבה אוועקגעגעבן געגעבן די בעיסמענט פון זיין הויז וואס איז ספעציעל געמאכט געווארן גרויס, אז מען זאל עס נוצן פארן בית המדרש פארן שטעטל וואס איז שוין דאן געווען היבש גרעסער, ווען מען האט געגרינדעט דעם כולל היכל הקודש האט דער ראש ישיבה באשטימט אז במשך דעם טאג זאל עס באנוצט ווערן דורך זיי. &nbsp; אבער אויך דאס איז שנעל אויסגעוואקסן, נאך און נאך משפחות האבן זיך אהערגעצויגן, ווערנדיג צוגעצויגן צו די גאר גוטע לעבנ'ס קוואליטעט פונעם שטעטל ווי אלעס דרייעט זיך ארום דעם רבינ'ס עצות, מען רעדט אפן פונעם אויבערשטן, און אזוי איז מען מחנך די קינדער אין שטוב. און צוגאב איז דער בית המדרש געווארן א מנינים צענטער פון סיי ווער עס געפונט זיך אויף די בערג, אלע ווייסן אז דא איז דא א הערליכע היימישע בית המדרש, ווי מען קען אריינקומען סיי ווען במשך דעם טאג און טרעפן מנינים פאר אלע דריי תפילות, ווי מען שפירט זיך געשמאק אריינצוקומען, און מען ווערט אויפגענומען מיט א שמייכל. היינט צו טאגס איז דער בית המדרש שוין שטארק אויסגעוואקסן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט דערפאר באשלאסן, אז צוליב די וויכטיגקייט פון האבן א בית המדרש לתורה לטהרה ולתפלה וועט ער אריינשפרינגען אין א פרישע פראיעקט און האט געבארגט געלט צו קענען צובויען צום שול אז עס זאל קענען נאכקומען דעם געברויך. &nbsp; לויטן יעצטיגן פלאן וועט מען צובויען פון פארנט צו מזרח זייט פונעם שול א בעיסמענט מיט א שטאק. אינעם בעיסמענט וועט זיך געפונען א גרויסע מקוה, א שמש שטובל, און נאך פארשידענע ציבורישע געברויכן. &nbsp; אויפן צווייטן שטאק וועט זיין א גרויסע היכל התורה, וואו וועט זיין געאייגענט צו לערנען, און במשך דעם גאנצן טאג פון פארטאגס ביז ביינאכט וועלן אנשי שלומינו קענען אריינקומען און לערנען מיט הרחבת הדעת שיעורים כסדרן. אזוי אויך במשך דעם טאג וועט דער היכל באנוצט דורך די כולל אינגעלייט, וועלכע זיצן און לערנען במשך דעם טאג בהתמדה רבה אינעם מסגרת פונעם כולל היכל הקודש. &nbsp; אלע ווערן געבעטן זיך משתתף זיין מיט תפילה, אז דאס דאס זאל געבויעט ווערן ווי עס דארף צו זיין שנעל און גוט, און אז דאס זאל קענען אריינגיין אין באנוץ ווי אמשנעלסטן. &nbsp; בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

    < זעה מער ז טבת תשפ"ה 📝
  • נייע געדרענג אפצאל איינגעפירט פאר קארס וואס פארן אריין קיין מאנהעטן

    נאך לאנגע דעבאטעס, געריכט קלאגעס דורכפעלער און הצלחה איז נעכטן מוצאי שבת קודש ביי חצות הלילה אריין אין קראפט דער "געדרענג זאנע אפצאל" (גערופן "קאנדזשעסטשן זאון פרייסינג") וואס איז צום ערשטן מאל פארגעשלאגן געווארן דורכן פריערדיגן ניו יארק סיטי מעיאר בלומבערג מיט כמעט צוואנציג יאר צוריק, נאכדעם וואס דער ביידען אדמיניסטראציע האט געגעבן דערפאר דעם אנטגילטיגן באשטעטיגונג פאר צוויי יאר צוריק. &nbsp; ניו יארק גייט דערמיט אין די פיסטריט פון לאנדאן וואס האט איינגעפירט אן ענליכן זאך מיט עטליכע יאר צוריק און האט בשעתו געזען א שטארקע רעדוקציע אין טרעפיק, אבער זייט דעמאלטס איז די טרעפיק פולקאם צוריק געקומען און איז נאך אפילו ערגער ווי בעפאר דעם געדרענג שטייער. &nbsp; מיט'ן יעצטיגן איינפיר וועלן אלע קארס וואס האבן איזי פעס און פארן אריין צו די נידעריגערער גאסן פון מאנהעטן (לאוער מאנהעטן - נאך די זעכציגסטע סטריט) דורכאויס די פארנומענע שעות (א גאנצע וואך צווישן פינף פארטאגס ביז ניין ביינאכט, אדער ניין אינדערפרי און ניין ביינאכט מוצאי שבת און זונטאג). די וואס פארמאגן נישט איזי פעס וועלן באקומען א ביל אויף די פאסט פון דרייצן א האלב דאלער. &nbsp; מען וועט קענען אויסמיידן דעם שטייער אויב האלט מען זיך אויף די עף די אר דרייוו, וועסט סטריט, וועסט סייד הייוועי אדער די הו על קערי פארבינדונגען צום וועסט. לויטן פלאן וועט זיך די פרייז הייבן צו צוועלף דאלער אין דריי יאר ארום, און צו פופצן דאלער אין זעקס יאר ארום. &nbsp; דורכאויס די נישט פארנומענע צייטן (צווישן ניין ביינאכט און פינף פארטאגס במשך די וואך, און צווישן ניין ביינאכט און ניין אינדערפרי מוצאי שבת קודש) וועט דער אפצאל זיין $2.25 פאר איזי פעס באנוצער און $3.30 פאר די אלגעמיינע קארס, וואס וועט אויך ארויפגיין צוביסלעך אין די קומענדיגע יארן. &nbsp; אויב איינער פארט אריין אינעם זאנע מער פון איין מאל אינעם זעלבן מעת לעת (גערעכענט לויט די גוי'יאשע טאג - פון צוועלף חצות הלילה ביז קומענדיגן חצות) וועט מען נישט דארפן צאלן צוויי מאל דעם טאל, און מען וועט אפקומען מיט'ן ערשטן מאל, אפילו אויב די צווייטע מאל פארט מען אריין אין די פארנומענע שעות. &nbsp; עס זענען דא נאך פארשידענע רעגולאציעס און חילוקים וואס קענען אויסמאכן וויפיל מען באצאלט, צום ביישפיל עס וועלן זיין עפעס הנחות אויב מען פארט אריין דורכן לינקאלן טונעל דורכן האללאנד טונעל, און נאך, אזוי אויך וועלן זיין הנחות פאר אובער ליפט און טעקסי דרייווער. &nbsp; פילע אידישע ארגאנציזאציעס וועלן שטארק ליידן דערפון פינאנציעל, צום ביישפיל הצלה וואלונטירן וואס פארן אריין קיין מאנהעטן צו א הצלה רוף, אדער חסד מעמבערס וואס טאגן פאציעטן און משפחה קיין מאנהעטן צו דאקטוירים און שפיטעלער. כאטש וואס פארשידענע עסקנים ארבעטן אויף מהלכים אז מען זאל זיי נישט רעכענען קיין געלט פאר זייער מסירת נפש און חסד, און מיר זענען מתפלל אז דער אויבערשטער זאל העלפן זיי זאלן מצליח זיין דערמיט, זענען מיר זיכער אז סיי וויאזוי עס וועט זיין וועלן אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים זיך נישט צוריק האלטן פון טון חסד און העלפן אידישע קינדער אין צייט פון נויט. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אסאך מאל רעדן פון די גרויסע נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט פון דעם וואס מיר טוען חסד איינע מיט'ן צווייטן, זאל עס זיין מיט געלט, מיט טרחה, מיט געבן הארץ און אן אויער פאר א צווייטן. ער פלעגט זאגן אז נאר אין זכות פון די פילע חסדים וואס אידן טוען איינע מיט'ן צווייטן וועט משיח קומען.

    < זעה מער ה טבת תשפ"ה 📝
  • ליל שישי שיעור היינט נאכט זאת חנוכה אין לידנען

    עס איז נארוואס געווארן א יאר זינט אנשי שלומינו האבן זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם הערליכן בית המדרש היכל הקודש אין לינדען, ווי די תלמידי היכל הקודש דינעם דעם אויבערשטן בתורה ותפלה כסדר. דער בית המדרש געפונט זיך אין צענטער פון שטאט אויף 924 נארט וואוד עוועניו (זיפ קאוד 07036), ווי מען קומט זיך צוזאם יעדע וואך עטליכע מאל. יעדע מאנטאג נאכט 8:30 איז דא א געשמאקע חבורה, ווי מען חזר'ט אינאיינעם די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און זיינע תלמדים, געווענילך ווערט פארגעלערנט א שיחה אינעם הערליכן ספר "שיחות מהורא"ש" א ספר וואס איז געשריבן געווארן דורכן גרויסן תלמוד פון מוהרא"ש זי"ע הגה"צ ר' יצחק שליט"א, וואס לייגט אראפ די שיחות וואס מוהרא"ש האט גערעדט אויף פילע ענינים, און באלייכט די אויגן פאר יעדעם וואס נעמט עס אין די הענט. &nbsp; אזוי אויך קומט מען זיך צוזאם יעדן ליל שישי ווען דער שיעור פון ראש ישיבה ווערט פארגעלערענט, און מען האלט עס אינאיינעם דורך א לייוו הוק אפ. יעדן שבת קודש אינדערפרי דאווענט מען איאיינעם אין בית המדרש, ווי דער עולם קומט צו גיין פאר גאר ווייט, טייל גייען צופיס איבער א האלבע שעה, אבער אלעס לוינט זיך צו קענען דאווענען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו. נאכן דאווענען קומט פאר א געשמאקע קידוש, און דער געטרייער גבאי הר"ר יודל איינהארן שליט"א לערנט פאר א שיעור התתחזקות אין ספר הקדוש "סיפור מעשיות" ווי עס איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו. &nbsp; אזוי אויך די פרויען קומען זיך צוזאם זיך מחזק צו זיין אינאיינעם אינעם בית המדרש יעדע צווייטע וואך (געווענליך דינסטאג נאכט) ווי מען הערט א שיעור ספעציעל פאר די פרויען פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מען איז זיך מחזק צו קענען אנגיין און זיין שטארק אין די היינטיגע נסיונות. &nbsp; כסדר קומען אריין שכנים פונעם גאנצן געגענט וואס זאגן אז זיי גלייכן זייער צו קומען דווקא אין דעם בית המדרש, כאטש זיי האבן נישט קיין שייכות צו ברסלב'ע חסידות, צוליב די פריינטליכע, פרייליכע און ערליכע אטמאספערע וואס הערשט אינעם שטיבל. &nbsp; דער בית המדרש ווערט געפירט דורך די געטרייע גבאים הר"ר יודל איינהארן שליט"א און הר"ר אליעזר ווערטהיימער שליט"א, וואס געבן זיך אפ מיט אלע געברויכן פונעם בית המדרש, און ווי זיי זאגן שטארט דער בית המדרש ארויס מיט גאר ווארימע אינגעלייט מאנשי שלומינו וואס שפירן ווי דער בית המדרש איז זייערס, און טראגן אן אחריות צו נושא בעול זיין, יעדער מיט עפעס אנדערש, איינער שטעלט צו פעיפער גודס, איינער געבט זיך אפ מיט'ן נר תמיד, א צווייטער מאכט זיכער אז עס זאל זיין קאווע, טרונקען, קידוש, טישטוכער, און אזוי ווייטער, יעדער טוט וואס ער קען צו העלפן אז דער שיינער ווינקל זאל קענען אנגיין. &nbsp; דער בית המדרש איז אפן במשך די וואך א גאנצן טאג, און פילע אידן נוצן אויס דעם געשמאקן היכל צו לערנען, און אלץ א פריוואטער התבודדות שטיבל. אזוי אויך קומט מען כסדר אריין פון נאנט און ווייט צו נעמען גליונות און קנטרסים פונעם הפצה ווינקל אין בית המדרש. פילע אידן זאגן אז זיי קענען נישט צוגיין צום שבת אן די גליונות. &nbsp; די אידן אין לינדען האלטן טאקע מיט דעם שיעור אויפן לייוו הוק אפ, אבער א הוק אפ איז נישט די זעלבע ווי פערזענליך זיין ביים שיעור. דערפאר בעטן די גבאים כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל קומען מחזק זיין אנשי שלומינו אין שטאט, און ב"ה אז די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאלדן אז ער קומט קיין לינדען פאר'ן ליל שישי שיעור. עס איז מערקוורידיג וואס דער גבאי האט אונז געזאגט אז דער ראש ישיבה האט אים געזאגט אז "אויב אלי ציג איז מסכים, וועט ער קומען קיין לינדען". ווען זיי האבן געפרעגט ר' אלי צי ער איז אפשר דער דרייווער, פארוואס דארף דער ראש ישיבה פרעגן אויב ער איז מסכים, האט ער געזאגט אז ער פארקויפט יעדע וואך אין וויליאמסבורג די גליונות און ער לייגט אויס דאס געלט, וואס דער עולם באצאלט אים מיט'ן קויפן, און דער ראש ישיבה שליט"א וויל אים נישט שאדן מאכן זיין אינוועסטמענט מיט'ן גיין ערגעץ אנדערש צום שיעור, דערפאר האט דער ראש ישיבה געזאגט מען זאל אים פרעגן צי ער איז מסכים... &nbsp; אויב איינער וויל קויפן א זכות אין אויפהאלטן דעם בית המדרש, מיט'ן קויפן דעם פרנס החודש ($800 כדי אויסצוצאלן די רענט), אדער זכות נר תמיד לע"נ רבינו פאר $250, זאל רופן דעם גבאי הר"ר יודל איינהארן שליט"א אויף 347-816-0758.

    < זעה מער ב טבת תשפ"ה 📝
  • פרעזידענט קארטער געשטארבן אין עלטער פון הונדערט יאר

    היינט האלט מען איידער מען שווערט איין דעם 47'טע פרעזידענט אין אמעריקע, אבער יעצט איז געשטארבן דעם 39'סטע געוועזענע פרעזידענט דזשימי קארטער. &nbsp; קארטער א דעמאקראט האט געדינט אלס פרעזידענט פאר איין טערמין צווישן תשל"ז און תשמ"א, און איז געווען באוויסט מיט עטליכע זאכן וואס האבן פאסירט דורכאויס זיין קאדענץ. אונטער זיין זייגער איז אויסגעארבעט געווארן א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און עגיפטן, און זיין טערמין האט זיך געעדיגט מיט א דורכפאל ווען איראן האט פארכאפט פילע משכונות אינעם אמעריקאנעם אמבאסאדע אין טעהראן, און האט לויט אנאליסטן צוגעפירט צום געווינס פונעם רעפאבליקאנער ראנאלד רעיגן זאל געווינען דעם אמט אין יאר תשמ"א. &nbsp; אנדערש ווי להבדיל "זקני תורה" (לשון המשנה - קנים ג) וואס "כל זמן שמזקינין, דעתן מתישבת עליהן", יעדעס ווארט תורה, יעדע דביקות בה' מאכט עס דעם מענטש קלוגערע מענטש, ווי חז"ל זאגן אז איינע פון די פילע זאכן פון די וואס זענען "עוסק בתורה לשמה" (לשון המשנה - אבות ו) אז "נהנין ממנו עצה ותושיה", מען קען פון זיי נעמען גוטע עצות, עצות וואס העלפן פאקטיש אין לעבן. אבער "זקני עם הארץ" שימלען נעבעך אפ, און ווייסן נישט פארוואס זיי זענען אויפגעשטאנען, און פארוואס זיי זענען געגאנגען שלאפן.&nbsp; &nbsp; די וועלט איז אין גרויס שאק נאכדעם וואס דער "וועלט פירער" איז געשטארבן, נאכדעם וואס קארטער האט אוועקגעגעבן די לעצטע דרייסיג יאר פון זיין לעבן זיכער צו מאכן אז "די וועלט פאלט נישט צוזאם" און און גוט "קעיר גענומען" פון די וועלט'ס פראבלעמען. קליימעט טשעינזש און די "רעכטן" פון כל צרוע וכל זב זענען געווען על לבו כל ימיו, און יעצט ווען דער קארטער האט איבערגעלאזט דער וועלט פאר אייביג, הערשט א געוואלדיגע שרעק וואס וועט זיין מיט די וועלט, ווער וועט זיך זארגן אז די וועלט זאל קענען ווייטער שטיין. &nbsp; דער געוועזענער פרעזידענט האט נאך זוכה געווען צו ערפילן זיין לעבנ'ס וואונטש, ווען פאר עטליכע וואכן צוריק האט ער נאך געשטימט פאר'ן דורכגעפאלענעם טיקעט פון פרוי העריס. אבער איז געשטארבן אין גרויס אנטוישונג ווען זי האט נישט געווינען. &nbsp; מען האט געזען אין די לעצטע יארן פילע גדולי ישראל להבדיל אלף אלפי אלפים וואס האבן זוכה געווען צו אן אריכת ימים ושנים, זיי האבן אויסגענוצט זייערע טעג מיט דינען דעם אויבערשטן, און אויף די עלטערע יארן האבן זיי געהאט געשמאקע זיסע יארן, ווען זיי האבן אויסגענוצט די צייט מיט לערנען טאג און נאכט, און האבן זיך אוועק געגעבן פאר כלל ישראל, משפיע געווען פון זייער תורה, צי זאל עס זיין אין הלכה, הנהגה, און אזוי ווייטער, און זייערע לעכטיגע תורה איז געבליבן מיט אונז ביז היינט ווען מיר לערנען זייערע ספרים און גייען אין זייערע וועגן, וואס דאס וועט אונז העלפן אנקומען צו אונזער תכלית בזה ובבא.

    < זעה מער א טבת תשפ"ה 📝
  • סיום הש"ס אויפ'ן טראק - מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו

    "וואס וועט וואקסן פון דיר, א טראק דרייווער?", אזוי געדענק איך ווי מיין מלמד אין כתה ו' זיך צומאל צושריגן אויף א אינגל, אין מיין דמיון אין כתה ו' איז א "טראק דרייווער" געווען עפעס א פראסטע בריה, איינער וואס קען נישט קיין צורת אות, און איז דער ביישפיל פון א דורכפאל פון א מענטש, און וואס עס וואקסט אויס, אויב מען פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; מיין גאנצער בנין איז פולקאם צוטראסקעט געווארן פארגאנגעם שבת קודש ווען א איד וואס זיצט א גאנצן טאג מיט א בלויע העמד און דרייווט א טראק האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, א זאך וואס פילע אידן וואס טראגן א ווייסע געביגלטער העמד האבן נישט זוכה געווען דערצו. &nbsp; דער טראק פון דעם בילד פון אויבן האט קרן הדפסה היכל הקודש דערווייל נאך נישט איינגעקויפט. אבער קרן הדפסה היכל הקודש האט אבער יא דעליווערט א טראק דרייווער זאל ענדיגן ש"ס. דער רעדע דא איז פון מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, א חשובער מתפלל אין בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן, וואס האט אנדערש פון זיינע קאלעגעס וואס זענען עוסק אין די צייט אין "גאר וויכטיגע זאכן", ער מוז וויסן די "סטעטוס" פון אלע זיינע "חברים", און "מוז" וויסן וויפיל פארוואונדעטע עס איז געווען פונעם עקסידענט היינט אינדערפרי, אדער גאר לערנען זיי "שיעור עיון" מיט'ן דיקן קובץ מפרשים אין זייער טראק, האט ער מיט גענומען אינעם טראק אנדערע חברים, ער האט זיך באפריינדעט מיט אביי ורבא, מיט זיי האט ער פארברענגט ווען ער איז געזעצן אין טרעפיק, און געזאגט זייערע הייליגע ווערטער ווען ער האט נאר געקענט. &nbsp; דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו פארציילט ווי ער האט אנגעהויבן צו לערנען ש"ס מיט צוויי יאר צוריק, און כאטש ער האט געהאט א לענגערע תקופה פון עטליכע חדשים ווי ער האט נישט געקענט לערנען אזוי סאך,&nbsp; צוליב דעם וואס ער האט זיך געלערענט צו ווערן א הצלה מעמבער און טון חסד מיט אידישע קינדער, און די קלאסן האבן אוועקגענומען פילע שעות פון זיין טאג, האט ער זיך אבער גלייך דערנאך צוריק גענומען דערצו, און יעצט ווען ער האלט צוויי יאר שפעטער איז ער זוכה צו ענדיגן ש"ס. &nbsp; פאריגע וואך שבת קודש איז פארגעקומען דער גרויסער סיום הש"ס ברבים אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל, אויף די פרעמישלאן גאס. דער גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס אלע מתפללים פרייען זיך מיט, און האט אים געווינטשן אז עס זאל זיין א "קשר של קיימא", ער זאל אייביג בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע תורה. און גערעדט פון דעם אז מיר אלע קענען זיך אפלערענען דערפון, דאס איז א זאך וואס מיר אלע קענען נאכמאכן, אויב מיר זאלן זיך נאר מכניע זיין פאר'ן הייליגן רבי'ן און אננעמען בפשיטות זיינע הייליגע ווערטער, וועלן מיר אנקומען זייער ווייט. &nbsp; ששי ושמחו בשמחת התורה &nbsp;

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ה 📝
  • לכבוד פרשת מקץ: געטראפן די ביינער פון די קוען פון פרעה'ס חלום

    לכבוד פרשת מקץ, האבן מיר באזוכט אין א מוזעאום, ווי זיי זאגן האבן זיי געטראפן די ביינער פון די קוען פון פרעה'ס חלום. ארכעלאגן האבן געגראבן אין מצרים, מען האט געוואלט בויען א בנין, און מען האט געטראפן פרעה'ס חלום בהקיץ: מיר האבן זיך נישט געפוילט און געגאנגען קוקן, אין פרעה'ס חלום האט מען געזען דארע קיען, וואס פארמאגן נישט צו זייער נאמען גארנישט (אויסער אסאך חובות...), און מען האט זיי געזען אריינגיין אין א מלחמה מיט די פעטע קוען. מען גייט זיי באקעמפן און אויפעסן. &nbsp; א חתונה קאסט הונדערט טויזענט דאלער? מער נישט. מען גייט מאכן א "כח", מען עסט אויף דער ערשטער פעטע קו, דער תנאים, מען גייט עס נאר מעגן מאכן אין די תקנות זאל, מסודר. דער צווייטער קו, דער שריימל. מעג מען קויפן נאר איינס, און עס מעג נישט קאסטן מער פון 1,500 דאלער; מוזיק? מען גייט נעמען די זשעי - כמעט בחנם, פאר די חתונה נאכט, מען שטעלט צו חתונה נאכט פעקעדזש פאר האלב/דריטל פרייז, מען מאכט שטרענגע תקנות (וואס "יעדער" פאלגט זיכער) נישט קויפן מתנות אויף ט"ו בשבט און ט"ו באב און שבת נחמו, קיינער קויפט מער נישט קיין מגילה און אתרוג פושקע פאר זיין חתן. מיר האבן עס באוויזן! תקנות איז נישט די עצה? קוק אהער, מיר האבן אויפגעגעסן אלע פעטע קוען! &nbsp; אבער ויהי לפלא, מיר קוקן אויף די דארע קוען, און מיר שטעלן זיך פאר אז עס וועט זיך "עפעס" אנזען אז זיי האבן אויפגעגעסן אזלעכע פעטע קוען, אבער "לא נודע כי באו אל קרבנה...", מען נעמט א פען און א פאפיר, די חתונה קאסט נאך אלץ הונדערט טויזענט דאלער. און יעדער וואונדערט זיך, וואס גייט דא פאר, פארוואס הערט מען נאך אזוי פיל קרעכצן? וויאזוי קען זיין אז מען האט נאכנישט באוויזן צו לייזן דעם פראבלעם? &nbsp; לאמיר זען וואס יוסף האט אן עצה געגעבן, און פארוואס פרעה האט נישט אויסגעהערט די פתרון פון די אלע חרטימים, אבער האט אנגענומען יוסף'ס עצה. די כישוף מאכערס האבן געזאגט, וועסט האבן זיבן טעכטער, און דערנאך וועלן זיי שטארבן, וועסט בויען זיבן שטעט, און זיי וועלן חרוב ווערן. אבער יוסף האט אנגעהויבן אנדערש, "בלעדי, אלקים יענה את שלום פרעה", איך האב נישט קיין עצה, איך וועל בעטן דעם אויבערשן, און אזוי וועלן מיר טרעפן אן עצה. דא ליגט די שליסל צום פראבלעם. אויב א מענטש טראכט "כח היחיד", "כח הציבור", "כח התקנות", וועט מען גארנישט אויפטון, אויב דארף איך ווייזן אז "איך קען", דארף איך אויך ווייזן ווער איך בין, "איך" שטעל צו בשר, און "איך" טראג א שטריימל פון צען טויזענט דאלער. אבער אויב נוצט מען דעם "כח הצדיק", מען הערט וואס דער צדיק זאגט, און מען גייט צום אויבערשטן, כאפט מען אז אויף דער וועלט וועט מען סייווי נישט האבן קיין כבוד. אדרבה, קוקט זיך אום אויף דער וואס כאפט עס נישט, ער האט אזעלעכע בזיונות פאר די מינוטן איינגערעטע כבוד. עס איז אפשר נישט שיין, אבער קוק וואס מען רעדט אויף אים אונטער זיין רוקן, מיר ווילן נישט שמוציג מאכן דעם פאפיר דערמיט. אבער זאגט אליינס: קען מען באקומען כבוד פון מענטשן? עס איז א זאך וואס מען קען נישט דערגרייכן, אבער כבוד פון באשעפער קען מען יא באקומען. וויאזוי? מיט יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פאר זיינעט וועגן, באקומט מען כבוד אין הימל, דארט רעש'ן אלע עולמות "קוק דארט פארט א טראק דרייווער מיט א משניות אין זיין טאש, ער זיצט אין טרעפיק און ער עפענט אויף זיין משניות", אלע מלאכים זענען מקנא דעם מענטש, דער זוהר הקדוש איז אונז מגלה, און דער צדיק חזר'ט עס מיט אונז כסדר וואס פארא באגלייטן דער פשוט'סטער איד האט ווען ער גייט אין שול צו גיין דאווענען, אלע מלאכים שרייען "מאכטס פלאץ פאר'ן בן מלך וואס קומט צו זיין טאטן". &nbsp; מענטשן וואונדערן זיך וואס האט חתונה מאכן מיט שכל מיט ברסלב? און דער ענטפער איז דער וועג וויאזוי מען מאכט חתונה האט גארנישט דירעקט מיט ברסלב, דער צדיק געבט אין אונז אריין אזא דעת, אזא אמונה, אזא שכל, דער מענטש ווערט אזוי פרייליך מיט זיין לעבן, ער באקומט אזויפיל סיפוק פון די מצוות ומעשים טובים, ער באקומט אזא חיזוק אזא פאזעטיווע בליק אויפן לעבן, ער שפירט די כבוד פונעם אויבערשטן, און ער פארעקלט זיך פון די איינגערעדעט כבוד, און דאס ווערט גערופן "כח הצדיק" וואס איז בכח אויסצוהיילן א מענטש פון די פיער פרעשור דיזיס, ער ווערט באפרייט פון די קנעכטשאפט פון וואס וועלן מענטשן זאגן. און דערפאר מאכט מען חתונה אזוי ווי מען וויל באמת, און מען געבט אויס געלט נאר פאר זאכן וואס מען דארף באמת האבן.

    < זעה מער כו כסלו תשפ"ה 📝
  • אייאָדיין אין זאלץ

    שאלה: אויף די פלעשער זאלץ זעט מען אויפגעשריבן אז מען האט צוגעלייגט "אייאָדיין", וואס איז עס, און פארוואס לייגט מען עס אריין? &nbsp; ענטפער: אייאדיין איז אן "עלעמענט" פונעם באשעפער'ס בריאה (עלעמענט נומער 53) און ווערט אין רוב לענדער צוגעלייגט צו זאלץ, אין פאל וואס עס ווערט פארקויפט זאלץ אן אייאדיין וועט געווענליך שטיין צוגעשריבן אז דער זאלץ פארמאגט נישט קיין אייאדיין. &nbsp; דער אייאדיין עלעמענט איז א נויטיגע מינעראל וואס א מענטש דארף וויכטיג האבן צו זיין געזונט בעזרת השם יתברך, דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אייאדיין פארשידענע וויכטיגע אויפגאבעס, וואס ער טוט בנאמנות אינעם קערפער פונעם מענטש צווישן זיי, די מעטאבאליזם סיסטעם וואס טוט קאנטראלירן ענעריגע באנוץ, וואוקס פון קינדער, אזוי אויך טוט עס וויכטיגע זאכן אינעם מח, בפרט אין אינגע קינדער, און נאך. &nbsp; דער קערפער דארף נישט קיין סאך דערפון, און עס ווערט גערעכעט ווי א "טרעיס מינעראל", וואס מיינט א מינעראל וואס מען דארף האבן זייער ווייניג דערפון, אבער דער ביסל איז וויכטיג, און אויב באקומט מען עס נישט קען עס גורם זיין פארשידענע געזונט פראבלעמען אזוי ווי פראבלעמען מיט'ן טיירויד, און הארמאנען, אנטוויקלונג פון קליינע קינדער, נידעריגע וואוקס, שוואכקייט. &nbsp; פאר דעם צוועק האט די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע רעקאמענדירט אז רעגירונגען זאלן צולייגן א משהו אייאדיין צו די עסנווארג, און בפרט צו זאלץ, וואס איז א ביליגע מאכל, און דורכדעם געבן די געלעגענהייט אז וואס א גרעסערע באפעלקערונג זאל האבן צוטריט דערצו. &nbsp; דאס דערמאנט אונז א בריוו אין וואס א פרוי האט פרעגט מוהרא"ש זי"ע איבער עין הרע, ווי מיר קענען עדות זאגן איז דא א גרויסע מארקעט אין די אידישע גאס איבער אפשפרעכן עין הרע, און די פרוי וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין לחם לאכול, פרעגט מוהרא"ש זי"ע וואס זי קען טון, אוועק צו נעמען די עין הרע וואס האט איר באטראפן. מוהרא"ש זי"ע ענטפערט איר מיט גרויס חכמה אין שו"ת ברסלב אז זי זאל נעמען אביסל זאלץ און אויסגיסן נעבן די טיר, און לייגן די הענט אויף די מזוזה און ערליך מתפלל זיין צום באשעפער אז די עין הרע זאל נישט שולט זיין אויף איר הויז געזונט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אמאל גערעדט דערפון האט ער געזאגט אז מען קען זאגן פשט דערין, אז מוהרא"ש האט איר באמת געוואלט זאגן בלויז אז זי זאל מתפלל זיין, וואס דאס איז די בעסטע סגולה קעגן עין הרע, אזוי ווי מיר טוען יעדן טאג ביים דאווענען, מיר בעטן דעם אויבערשטן "שתצילינו היום ובכל יום... מעין הרע...", אבער אין די היינטיגע וועלט איז עס שווער צו זאגן פאר א מענטש, מענטשן ווילן "פילן" ווי זיי "טוען עפעס", און ביז ווילאנג מען טוט נישט בלייבט דער עין הרע אין קאפ, און עס לאזט נישט דעם מענטש מנוחה, עס נעמט אוועק זייער שמחה, זייער מחשבה, און דערפאר - קען זיין - האט מוהרא"ש איר געהייסן נעמען דער ביליגסטער סובסטאנץ וואס מען קען טרעפן אין הויז, כדי צו באפרידיגן איר געברויך פון "טון עפעס"... און דערנאך וועט זיך מתפלל זיין, וואס דאס איז דער בעסטער און ווירקזאמסטער סגולה קעגן אלע מחלות און חלאים.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ה 📝
  • היינט ווערט אפגעצייכעט דער טאג פון התחלת כתיבת ספר הקדוש אשר בנחל

    היינט כ"ד כסלו איז א גרויסע טאג, היינט ווערט אפגעצייכענט דער טאג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אנגעהויבן צו שרייבן די הייליגע ספרים אשר בנחל. דער ערשטער בריוו פון אשר בנחל איז געשריבן געווארן דינסטאג מקץ, כ"ד כסלו, ערב חנוכה תשכ"ד, און פון דעמאלטס ביז זיין פטירה האט מוהרא"ש נישט אראפגעלייגט דעם פעדער, נאר געשריבן און געשריבן, ער האט נישט געקוקט צי מען האלט יא פון אים אדער נישט, ער האט געוויסט אז ער האט א תפקיד אויף דער וועלט צו מחזק זיין און מעודד זיין אידישע קינדער, וואס די הייליגע בריוו וועלן אויפלעבן אידישע קינדער ביז משיח'ס טאג. &nbsp; אין ספר שיחת מוהרא"ש ווערט דערציילט די פלא'דיגע געשיכטע וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן, אין די טעג פון חודש כסלו תשכ"ד האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען בחורים ארום מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען, און גערעדט מיט זיי די עצות פון הייליגן רבין, די בחורים האבן דאן געלערענט אין א געוויסע ישיבה, און דער ראש ישיבה דארט האט זיי אנגעהויבן צו מאכן ענג, און די בחורים האבן אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פאר מוהרא"ש ווי זיי האבן זיך אויסגערעדט אלעס וואס עס גייט זיי דורך, מוהרא"ש איז נאך דאן געווען זייער אינג, און כאטש ער האט שוין דאן געקענט אויסענווייניג אלע ספרים פון הייליגן רבין, אזוי אויך האט ער געקענט די פילע ספרי האריז"ל זי"ע, מוהרא"ש האט אסאך געלערענט גמרא פוסקים מדרשים ספרי חסידות און אזוי ווייטער, אבער ער האט זיך נישט געשפירט באקוועם מיט דעם אז מענטשן קומען זיך אויסרעדן צו אים, ווי זיי פאלן נעבעך דורך, ווי דער סמ"ך מ"ם ווארפט זיי אראפ, דערפאר האט ער נישט געוואלט ענפטערן די אלע בריוו, ער האט געשפירט אז דאס איז זייער א גרויסע אחריות. מוהרא"ש האט דאן נאכגעזאגט פון הייליגן רבי נתן זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט אזוי: "צו רעדן צו מענטשן, און אים געבן עצות, דאס איז די גרעסטע אחריות, ווייל אפשר וועל איך אים געבן התחזקות, אבער ער דארף יעצט הערן התעוררות, אדער פארקערט, איך וועל אים זאגן מוסר, אבער ער דארף יעצט הערן התחזקות, און דערמיט קען איך אים צוברעכן". דערפאר האט מוהרא"ש זייער שטארק נישט געוואלט אריינגיין דערין, אבער נאכדעם וואס פילע בחורים זענען געקומען צו אים אהיים, און אויך האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן בריוון מיט זייערע פראבלעמען, האט ער דאן איין טאג אסאך געוויינט צום אויבערשטן שעות ארוכות, און געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס צו טון, וואס ער זאל שרייבן, און וואס צו ענטפערן, אזוי האט זיך מוהרא"ש געלייגט שלאפן וויינענדיג אינמיטן התבודדות. ווען ער איז איינגעשלאפן האט מוהרא"ש געזען דעם הייליגן רבין אין חלום, ער האט געזען דעם רבי שפאצירן מיט זיין גרויסער תלמוד דער הייליגן רבי נתן, און זיי קומען צו אים, ער איז געשטאנען אויף זיין פלאץ און האט געקוקט אויף זיי ווי זיי ווערן נענטער, דער רבי האט גערעדט מיט רבי נתן א טיפע זאך (אזוי האט מוהרא"ש פארציילט, אז ער האט געזען לויט די באוועגונגען פון רבי נתן ווי ער קוקט אויפן רבין, און ער שטרענגט זיך אן צו פארשטיין יעדע ווארט, ווי איינער וואס הערט אויס א קאמפליצירטע זאך) און אזוי זענען זיי געגאנגען צוזאמען, דער רבי רעדט, און רבי נתן הערט אויס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די פלאץ ווי ער איז געשטאנען, און דאן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געשמייכעלט צו אים, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבין און אים געזאגט פארשידענע זאכן, און אויך איבער דעם וואס די בחורים ווילן פון אים, און ער האט זייער געווייינט צום רבין, "וואס זאל איך טון? וואס זאל איך זיי ענטפערן?" דאס אלעס האט מוהרא"ש אריינגעזאגט שטילערהייט אין די אויערן פון הייליגן רבין אז רבי נתן זאל נישט הערן, ווייל עס האט אויסגעזען ווי רבי נתן בייזערט זיך, ווייל ער געוויזן א פנים ווי איינער וואס פרעגט "פארוואס האקסטו מיר אריין אינמיטן וואס איך רעד מיט'ן רבי'ן". אבער מוהרא"ש האט נישט געקוקט דערויף, נאר גערעדט צום רבין און אים אלעס פארציילט, דער רבי האט געשמייכעלט צו אים און אים געזאגט בזה הלשון "שרייב מיין קינד שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינס אין מיין תורה, איך וועל זיין מיט דיר", און דערנאך זענען זיי געגאנגען ווייטער. מוהרא"ש איז געבליבן אויף זיין פלאץ און געקוקט ווי זיי גייען אוועק, דער רבי רעדט און רבי נתן קוקט אויפן רבי'ן און הערט זיך צו, אזוי איז מוהרא"ש געשטאנען ביז מען האט זיי שוין מער נישט געזען. דאס איז געווען אין א פעלד, און דערנאך האט מוהרא"ש זיך גענומען רעדן צום אויבערשטן. אינמיטן התבודדות האט מוהרא"ש געזען פלוצלינג ווי איינער קומט צו לויפן פונעם ריכטונג ווי דער רבי און רבי נתן זענען געגאנגען, און ער לויפט צו אים מיט א געוואלדיגע שמחה, ביז ער איז אנגעקומען צו אים און אים געגעבן די הענט "שלום עליכם", און געזאגט פאר מוהרא"ש "יעצט ווייס איך ווער דו ביסט", און האט אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע, און אים געקושט אין די שטערן און האט אים געזאגט "האב נישט מורא, איך וועל זיין מיט דיר שטענדיג, און אין אלע דיינע חידושים וועל איך שטענדיג זיין מיט דיר", און דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן אליינס. און טאקע פון דעם ערב חנוכה תשכ"ד, האט מוהרא"ש זי"ע אנגעהויבן צו שרייבן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זינט דאן האט מוהרא"ש פאר פופציג יאר בלי הפסק געשריבן אן א שיעור ספרים און בריוון, וואס איז בכח אריינצוגעבן כח אין יעדן איד אין יעדן מצב באשר הוא שם, און האט שוין צוריק געברענגט אן א שיעור אידישע קינדער צום אויבערשטן. &nbsp; היינט איז דער ריכטיגער זמן ווען דארפן זיך פארנעמען צו לערנען יעדן טאג פון דעם ספר, כאטש אביסל. מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין אשר בנחל חלק ל"ז מכתב ו' רל"ד, איינמאל עס איז שוין ארויס אויף דער וועלט די הייליגע ספרים אשר בנחל, קען זיך א מענטש מער נישט אפרעדן אז ער קען נישט אריבערטראגן די צרות וואס ער האט, ווייל אויב וועלט ער געלערענט אשר בנחל וואלט ער געהאט חיזוק אויף אלעס. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט היינט אינעם בריוו: "היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע מנורה. מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיין צייטליך אין שטוב. מאך אלע הכנות פארויס, מקוה וכדומה, אלעס זאלסטו טון פריער אין טאג - אז ביים זמן זאלסטו שוין צינדן. מיר פירן זיך אנצוטון שטריימל און בעקיטשע ביים צינדן, מען זינגט זמירות און מען איז זייער פרייליך, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צום אור הגנוז, אנהויבן לערנען די הייליגע תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מקרא משנה גמרא הלכה ואגדה, און מען בעט פאר די קינדער און פאר די קינד'ס קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און גיין אין די וועג פון די תורה. היינט ערב חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן אשר בנחל פאר איין אין זעכציג יאר צוריק, פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזנט בריוו. בריוו וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואו ער געפינט זיך, ווי וואלטן מיר געווען ווי וואלטן מיר אויסגעזען ווען נישט די ספרים און די בריוו וואס איז אונז אזוי מחי' ומחזק. ווער עס דארף א ישועה זאל מנדב זיין געלט פארן בית הדפוס פאר דרוקן אשר בנחל, און אזוי אויך די אנדערע ספרים און קונטרסים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מען וועט זען ישועות, און אזוי פיר איך זיך ווען איך דארף א ישועה, איך בין מנדב געלט צו דרוקן די ספרים און קונטרסים. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. א פרייליכן חנוכה."

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך אויפן געהויבענעם יום טוב חנוכה

    מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז ווען דער הייליגער רבי האט געלעבט פלעגט ער זאגן אז דריי מאל אין יאר דארף מען קומען צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז היינט זאל מען נישט פאר'ן צום ציון נאר ראש השנה, וויבאלד דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז דאס דארף מען אנהאלטן אויך נאכ'ן רבינ'ס פטירה, אבער אין די אנדערע ימים טובים ווי חנוכה און שבועות דארף מען זיך געפונען אינדערהיים און זיך אפגעבן מיט די ווייב און קינדער. אבער מיט דעם איז כדאי צו גיין דאווענען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, ווייל די זמנים האבן יעדעס איינס א ספעציעלע באדייט, וואס דער רבי געבט אין אין די טעג. ראש השנה לערנט דער רבי מיט אונז אמונה, מען זאל גלייבן אז דער אויבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, און נעבן מיר, און דערפאר זאל מען בעטן דעם אויבערשטן וואס מען דארף. שבועות, געבט אונז דער רבי דער "סדר דרך הלימוד", אז יעדער איד באשר הוא שם קען קונה זיין די תורה, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה וואס וועט אונז ברענגען צו די העכסטע מדרגות, און חנוכה איז "להודות ולהלל לשמך הגדול", אין דעם יום טוב וועלן מיר זיך אנשעפן מיט "דאנקען דעם אויבערשטן", איינערקענען די פילע גוטס וואס דער אויבערשטער טוט מיט אונז, און זיך צוגעוואוינען אים צו דאנקען דערפאר. &nbsp; אינעם שטעטל קרית ברסלב הערשט א ווארימקייט אין די יעצטיג פראסטיגע טעג, מען גרייט צו אנטפאנגען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף שבת חנוכה, זינט די גרינדונג פונעם שיינעם ברסלב'ן שטעטל, קומט דער ראש ישיבה ארויס אויף שבת חנוכה וויילן מיט אנשי שלומינו צוזאמען בשבת אחים גם, און צוזאמען דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע חסדים אז מיר זענען מקורב צו אזא גרויסע רבי וואס גיבט אונז עצות אדורכצוגיין געשמאק יעדן טאג פונעם לעבן. &nbsp; מוצאי שבת חנוכה וועט פארקומען א שיינע מלוה מלכה להודות ולהלל אויף אלע חסדים וואס דער אייבערשטער שענקט אונז. ווי אויך וועט די מלוה מלכה זיין געווידמעט צו מחזק זיין די בתי מדרשים פון אונזער שטאט, וואס האלטן זיך אויף פון די געלטער וואס אנשי שלומינו געבן א גאנץ יאר פאר די גבאי הבית המדרש. די שולן אין שטאט, ובפרט די וואכן שול אויף האשקי וואס ווערט גענוצט יעדן טאג פון יאר קאסט אפ טויזנטער דאלער יעדע חודש, עס קאסט געז צו הייצן, לעקטער, רייניגן יעדע נאכט, פיצן די שניי, גארבעדזש, טעקס, אינשורענס, און נאך. עס וועט ווערן פארטיילט שיינע מתנות פאר די וואס געבן שיינע סכומים במשך דעם יאר. &nbsp; אין אנדערע נייעס פונעם שטעטל טוט די הנהלה אויפמערקן אז דער גארבעדזש פירמע "טאמפסאן סאנעטעישן" וואס א גרויסע עולם נוצט, העכערט אירע ראטעס אנגעהויבן פונעם נייעם יאר למספרם, דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נאך תפילות האט די הנהלה געטראפן צוויי פירמעס וואס זענען נישט אזוי טייער, איינס איז "סאניטעישאן דזשעף" 845-482-0926 און די צווייטע איז "סאניטעישאן פריים" 845-898-1544. עס איז כדי ארייצורופן צו איינע פון די צוויי און אריבערטוישן איידער די פרייזן הייבן זיך אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; 📖 ספרים אויף חנוכה אויף שאפ ברסלב &nbsp; הנרות הללו קודש הם!

    < זעה מער כג כסלו תשפ"ה 📝
  • עף די עי מעלדט שטרענגע ריקאל אויף אייער פון קאסטקא

    די עף די עי (די אגעטור פאר עסן און מעדיצין זיכערהייט פון די אמעריקאנער רעגירונג) האט ארויסגלייגט א שטרענגע ווארענונג, און געזאגט אז דער ריקאל אויף אייער פארקויפט דורך קאסטקא האלסעיל געשעפט איז אויפן העכסטן שטאפל. זיי זאגן אז דער חשש אז עס געפונט זיך סאלמאנעלא אין די אייער איז צו גרויס, און קען חלילה שעדיגן די געזונט פון א מענטש אויף א גאר ערנסטע פארנעם. &nbsp; אייער איז פון די מערסט באנוצטע און געזונטע עסן וואס עס איז דא צו באקומען, און די פרייזן פון א טוץ (דאזען) אייער האבן זיך ממש נישט געטוישט פאר לאנגע יארן, די פרייזן האבן זיך געדרייט בדרך כלל אין די געגענט פון אכציג צענט ביז א דאלער צווישן די יארן תש"מ ביז תש"ס. פון דאן ביז בערך תש"ע האבן זיך די פרייזן געהויבן צובילסיך ביז בערך איינס און א האלב דאלער, אבער זינט דעמאלטס האבן זיך די פרייזן דראסטיש געהויבן, און דרייעט זיך שוין א לענגער צייט אין די געגענט פון פיר ביז פינף דאלער. &nbsp; מיר קענען זיך רעגן אויף די גראסעריס, אויף די האלסעילערס, אדער אויף די רעגירונג פארוואס זיי טוען גארנישט דערצו, "פינף דאלער א דאזן אייער, וואו האט מען געהערט אזוינס?", אבער עס וועט אונז גארנישט העלפן. מיר קענען אבער נעמען דעם אנדערן מהלך, מיר וועלן דאנקען דעם אויבערשטן אז די באקטעריעס זענען נאר אריין צו די הינער, מען הרג'עט מיליאנען פון זיי, מען נעמט די הינדלעך און מען זאגט "זה חלפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה התרנגול ילך למיתה, ואני אכנס לחיים טובים וארוכים ולשלום", און דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען געזונט, און מיר האבן א געזונטע אפעטיט. &nbsp; די הויכע פרייזן קומט אין דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס די רעגירונג זוכט כסדר אונטער די פארמס צי עס כאפט זיך נישט אריין דארט קיין סאלמאנעלע - א שעדליכע באקטעריע וואס קען זיך צומאל אריינכאפן אין די הינער. בכלל איז גוט צו וויסן אז געזונטהייט מומחים רעקאמענדירן שטענדיג מען זאל נישט עסן קיין רויע אייער, נאר זיי גוט אויפקאכן, וואס דאס טוט הרג'ענען די באקטעריעס אין פאל עס איז אנגעשטעקט. &nbsp; און ווען מען טרעפט הינער וואס זענען קראנק וועלן די באאמטע פאדערן אויסצוהרגענען אלע הינער, וואס שאפט א מאנגל אין אייער, וואס הייבט די פרייזן. &nbsp; "אבער למעשה" - וועט איינער פרעגן - "וויאזוי וועט מען באצאלן פאר די אייער?" פאר דעם דארפן מיר געדענקען אז דער זעלבער באשעפער וואס האט אונז זאט געמאכט ווען די אייער האט געקאסט 0.89 סענט, וועט אונז געבן צו עסן אויך ווען אייער עס קאסט 5.99. &nbsp; שפך חמתו על בצים...

    < זעה מער כג כסלו תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 361 to 375 of 1837 results

1 2 ... 22 23 24 25 26 27 28 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com