Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חלק ג', הערליכע יום טוב שבועות מיטן ראש ישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי

    דעם צווייטן טאג אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה געלערענט זוהר הקדוש אין וואלד, צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, וואס ווער עס האט דאס געהערט האט געהאט א הרהור תשובה, די אהבה רבה, די נקדישך, די הלל, עס האט אויפגעוועקט דעם הארץ צו וועלן צוריקגיין צום אייבערשטן און נאר אים וועלן דינען.   ביים קידוש נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט די טעם פארוואס מען עס מילכיגס, דאס איז צוליב דעם וואס מען זעט ביי מילך אן אינטערעסאנטע זאך; מילך קומט ארגינעל פון בלוט, און מען ווייסט דאך אז א זאך וואס קומט ארויס פון א טמא'נע זאך איז טמא, וואלט דאך מילך אויך געדארפט זיך אסור צו טרינקען, אבער די תורה האט דאס יא מתיר געווען, ווייל דאס איז אזוי ווי פרישע באשעפעניש. דאס קומט צו ווייזן אז מען זאל זיך נישט אראפקלאפן מיט וואס עס איז געווען, ווייל דו ביסט יעצט א נייע מענטש, בכלל נישט דער זעלבער פון פאר דעם.   נאכמיטאג האט מען געליינט די כתובה. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים ראש השנה, חנוכה און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו. עולם התוהו איז נישט נאר נאכדעם וואס מען גייט אוועק פון די וועלט, נאר דאס איז אויך ווילאנג מען לעבט זאל מען נישט לעבן אין עולם התוהו, מען זאל לעבן מיט תכלית, זען צו דאווענען שחרית מנחה מעריב יעדן טאג, לערנען שיעורים כסדרן. און נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן.   מיט דעם האט מען זיך געזעגענט פונעם הערליכן שיינעם יום טוב שבועות, אהיימנעמענדיג אלע שיינע לימודים אויף א גאנץ יאר.  און מיט דעם איז מען ארויס פון הייליגן יום טוב שבועות און אריין אין שבת קודש, וואס איז אויך אריבער גאר ווארעם און געשמאק, אלע תפילות האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף האשקי. עס איז געווען גאר ווארימע תפילות, אזוי אויך האט מען געהערט גאר געוואלדיגע דיבורים ביים קידוש און אזוי אויך ביי שלש סעודות. אויך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט שבת אינדערפרי אין וואלט פונעם סידור עת רצון. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבערן פארן קיין ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, אז יעדער זאל מאכן התבודדות צו וויסן וויאזוי ער דארף פארן קיין אומאן, דאס יאר וויל ער נישט זאגן אויף וועלכע וועג ער גייט פארן, כדי מען זאל נישט זאגן אז יעדער מוז דווקא פארן אויף דעם וועג, נאר יעדער זאל זען וואס עס קומט אים אויס בעסער, אבער פארשטייט זיך מען זאל זען נישט צו פארן אליין, ווייל כל הדרכים בחזקת סכנה, מען דארף האבן א חבר וואס זאל דערמאנען אז מען דארף זיך היטן די אויגן.   פארשטייט זיך אז די באריכט איז נאר ממש א פינטל פון וואס עס איז אלס געווען, עס איז געווען אסאך מער פון וואס מען האט דא איבערגעגעבן, יעדע ווארט פונעם ראש ישיבה איז דאך אזוי שיין, פון וואס מען קען האבן חיות פארן גאנצן לעבן. עס איז צום האפן אז פון דעם שטיקל באריכט וועט איר קענען ארויסנעמען חיזוק אנצוגיין אין לעבן מיט די הייליגע תורה.   אזוי אויך האבן זיך אנשי שלומינו צוזאם גענומען אין די שולן פון היכל הקודש איבער די גאנצע וועלט, ווי מען האט געלערענט און געדאווענט און געחזרט דעם הייליגן רבינס עצות, און זיך מקבל געווען צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות. בפרט האט מען זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם "סדר דרך הלימוד" און "התבודדות" וואס דאס וועט אונז ברענגען צו אלע מדרגות צו וואס א מענטש קען נאר צוקומען בזה העולם.

    < זעה מער יב סיון תשפ"ד 📝
  • היץ כוואליע לאזט זיך אראפ אויף גאנץ אמעריקע

    אין די לעצטע טעג האט זיך אראפ געלאזט איבער רוב אמעריקע א שטארקע היץ כוואליע פון ווארימע לופט וואס קומט פון די הייסע דרום שטאטן ארויף צו אונז. עס ווערט ערווארטעט אז די היץ וועט בלייבן פאר עטליכע טעג. די וועטער-מומחים שאצן אז אין די קומענדיגע טעג וועט די טעמפעראטור דערגרייכן די נייציגער בייטאג, און אפילו ביינאכט וועט עס נישט גיין אונטער זיבעציג גראַד. &nbsp; אויסער די פשוטע היץ וואס דער טערמאמעטער קען אויפכאפן, ווערט ערווארטעט אז די יומידיטי וועט זיך צוביסלעך הייבן, מאכן די היץ שפירן נאך שטארקער. ביים הויכפונקט וועט די היץ אינדעקס שפירן ווי הונדערט און פינעף פארענהייט (בערך 41 צעלסיוס). &nbsp; ערליכע אידן זענען מתפלל יעדן טאג מען זאל זיך קענען היטן די אויגן און נישט פארברענט ווערן פון די טומאה פון די גאס. די אומות העולם וואס האבן נישט קיין טראפ מאראל, ווי נאר עס ווערט זומער, טוען זיך אן ווי די חיות אין וואלד. נעבעך, אידישע קינדער דראפען זיך אויף די גראדע ווענט פון די גרויסע נסיונות אויף די גאס. &nbsp; דער הייליגער רבי האט געגעבן אן עצה אז איידער מען גייט ארויס אין גאס און מען האט מורא מען זאל נישט נכשל ווערן, זאל מען צוגיין צו די הייליגע מזוזה און זאגן דעם פסוק (ישעי' ל"ג, ז) "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן". פארשטייט זיך, מען זאל צולייגן און בעטן דעם אויבערשטן אויף די אייגענע שפראך עטליכע ווערטער אז די אויגן און די מחשבות זאלן בלייבן ריין און הייליג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו אז זיך היטן די אויגן איז א סגולה פאר פרנסה. "נעם זיך פאר צו היטן די אויגן" שרייבט דער ראש ישיבה, "לייג ארויף א פילטער אויף דיינע כלים. מוהרא"ש זאגט, ווער עס היט זיך די אויגן וועט האבן פרנסה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמה, טו): 'עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ'. 'יְשַׂבֵּרוּ' קען מען ליינען מיט א שין: 'עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׁבֵּרוּ', אז מען צעברעכט די אויגן &ndash; דאס הייסט מען קוקט נישט קיין עבירות, 'וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ' &ndash; וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט." &nbsp; לאמיר זיך שטארקן און מתפלל זיין, וועט דער אויבערשטער אונז אפהיטן פון אלע מכשולות.

    < זעה מער יא סיון תשפ"ד 📝
  • חלק ב': הערליכע שבועות אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה

    אינדערפרי איז געקומען א גרויסער עולם פון אלע געגענטער ארום כדי צו מיטהאלטן דעם דערהויבענעם דאווענען, דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו שחרית, מען האט צוזאמען געזונגען דעם גאר ווארימען אהבה רבה ניגון וואס צוגייט אין די ביינער ווען מען הערט דאס זינגען, מען האט זיך גוט אויסגעבעטן אז מען זאל האבן די זכי' צו לערנען יעדן טאג תורה און דאס מקיים זיין מיטן גאנצן געשמאק אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז. &nbsp; פארן ליינען האט מען געהאט די זכי' צו הערן "אקדמות" פונעם ראש ישיבה, וואס האט אויפגעפלאמט דאס הארץ צום אייבערשטן און צו זיין תורה. פארן ליינען די עשרת הדברות האט דער ראש ישיבה געזאגט מען זאל אריינרופן אלע קינדער כדי זיי זאלן הערן די עשרת הדברות. &nbsp; נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, ווי מען האט געהאט די זכי' צו הערן גאר שיינע חיזוק פונעם ראש ישיבה אויף יום טוב שבועות. מען האט ארויפגערופן אלע אינגלייט, בחורים און קינדער וואס האבן געמאכט סיומים אין די צייט, דער ראש ישיבה האט דערנאך גערעדט איבערן מנהג פון עסן קרעפלעך, וואס מען עסט אין אלע טעג וואס מען "קלאפט", ערב יום הקדוש - קלאפט מען על חטא; הושענה רבה - מען קלאפט מיט די הושענות. און פורים - קלאפט מען ביי המן. אבער שבועות זעט מען נישט מען זאל קלאפן, איז פארוואס עסט מען דעמאלט קרעפלעך? האט דער ראש ישיבה געזאגט, שבועות קלאפט מען דעם יצר הרע, דורכדעם וואס מען איז זיך מקבל צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג - צוליב דעם עסט מען קרעפלעך. &nbsp; נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה פארגעליינט די תנאים געשריבן דורכן צדיק רבי ישראל נאגארא זכר צדיק לברכה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין היכל הקודש איז דער מנהג צו געבן פשוטע מתנות פאר די חתן און כלה, אזוי אויך יעצט ווען מיר מאכן א חתונה מיט די תורה, דארף מען נישט געבן קיין טייערע מתנות, מען קען זאגן א פרק משניות אן פארשטיין, מען זאגט א דף גמרא כמו שהוא, און דאס איז די שענסטע און בעסטע מתנות וואס דער אייבערשטער דארף. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט פון דעם וואס חז"ל זאגן אז ביי יעדע ווארט וואס דער אייבערשטער האט געזאגט ביי קבלת התורה, זענען די אידן צוריקגעשפרינגען צוועלף מיל, דאס ווייזט אז קודם האט מען א געוואלדיגע עלי', מען ווערט העכער און נענטער צום אייבערשטן, מען שפירט דעם אייבערשטן, אבער נאכדעם דארפסטו זיין גרייט אז דו גייסט שפירן ווי דו פאלסט צוריק, אבער מען טאר זיך נישט פון דעם דערשרעקן, נאר מען דארף אנגיין ווייטער. &nbsp; דערנאך האט מען געדאווענט א פרייליכן מעריב און געגאנגען מאכן די סעודה.

    < זעה מער יא סיון תשפ"ד 📝
  • עצתו אמונה חלק ט' ארויס פון דרוק

    מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די נייעס אז "עצתו אמונה" חלק ט' - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, אינעם הארטן דעקל פארמאט איז שוין ארויס פון דרוק און איז אויפן וועג מיטן שיף קיין אמעריקע, און וועט זיין צו באקומען אין געציילטע וואכן ביי הדפסה און ביי די מפיצים, די אלע וואס האבן געהאט די זכי' צו נעמען א חלק אין ארויסגעבן דעם ספר וועלן עס קענען באקומען פונעם ראש ישיבה שליט''א.&nbsp; &nbsp; ווער עס האט שוין געזען אמאל דעם ספר, און זוכה געווען צו לערנען אינעם הייליגן ספר, דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער זאכליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. &nbsp; די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. &nbsp; און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט העלפן. &nbsp; הונדערטער אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און ביי זיי איז א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, און איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. &nbsp; מ'קען בעז"ה מיטהאלטן די פארשריט פון ספרי מכון עצתו אמונה ביים "מרישא ועד גמירא" פלאטפארם צום סוף פונעם וועכנטליכער קונטרס "עצתו אמונה". &nbsp; אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!

    < זעה מער יא סיון תשפ"ד 📝
  • פארוואס מאכן עראפלאנען ווייסע ליינס?

    שאלה: פארוואס זעה איך פיל מאל עראפלאנען לאזן איבער אונטער זיך ווייסע שטרייפן אונטער זיך, אבער צומאל זעט מען זיין פליען אן קיין ליניעס אונטער זיי? &nbsp; ענטפער: די ווייסע שטרייפן וואס "קומען ארויס" ווען פליגער פליען הויך אין די לופטן זענען גוט באקאנט פאר אלעמען, עס זעט אויס ווי ווייסע שטריקן געמאכט פון וואטע אדער וואלעקענעס, וואס ווערן צובילעך ברייטער און ברייטער ביז זיי ווערן פארשוואונדן. אויף ענגליש האט עס אפילו א נאמען, מען רופט עס "קאָנטרעיל", וואס איז צוזאם געשטעלט פון די ווערטער "קאָנדענסעישאָן טרעיל", "קאנדענסעישאן" מיינט ווען גאז ווערט טראנפארמירט צו פליסיגקייטן (צום ביישפיל פון וואלקענעס ווערט רעגן), און "טרעיל" מיינט א "שטעג" ("טרעיל" אין ענגליש, וואס מען נוצט געווענדליך צו באצייכענען א אויסגעטרעטענע וועג אין וואלד). &nbsp; וואס פאסירט ביים פליגער אין אונזער מעשה, איז אז אויב די לופט וואס דער מאטאר ציעט אריין אין פארענט איז נאס און ווערט הייס אינעם מאטאר, און ווערט דערנאך ארויסגעשטופט פון אונטן צו די לופט הויך אין די אטמאספערע וואס איז סאך קעלטער, דאס איז גורם אז די די פארע וואס איז געשאפן געווארן אינעם מאטאר צוליב די היץ ווערט פארוואנדעלט אין פיצקעלע ברעקעלעך וואסער וואס זעט זיך אן אלץ א ווייסע וואלקן הונטערן פליגער. &nbsp; אויב די לופט אין יענע צייט איז טרוקן, אדער אויב עס איז נישט זייער קאלט דארט הויך, דאן וועט מען געווענליך נישט זען די ווייסע שטריכן אין הימל. דאס איז די הויפט אורזאך פאר די "קאָנטרעילס" וואס די פליגערס לאזן ארויס. &nbsp; וואס מען קען זען פון דא איז אז מען קען נישט ארויסגעבן פון זיך א זאך וואס מען האט נישט אריינגענומען, און וואס מען האט אריינגענומען וועט מען בהכרך מוזן ארויסגעבן. מען קען זען פון דא ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן אריינצונעמען אין זיך נאר זאכן פון ריינע מקורות, נאר אויסהערן און ליינען וואס ערליכע אידן שרייבן, ווייל זיי געבן ארויס דאס וואס זיי האבן באקומען, און אויב באקומען זייערע זאכן פון די גויים, וועלן זיי בהרכח דאס אויך ארויסגעבן פאר די ליינער. בפרט איז דאס וויכטיג פאר די קינדער, וואס האבן נאך א ריינע פרישע מוח, און אלעס וואס גייט אריין אין זיי מאכט אסאך א שטערקערע רושם. &nbsp; און די זעלבע זאך פארקערט, א מענטש וואס וועט לערנען דעם הייליגן רבינס ספרים, ער וועט לערנען אשר בנחל און עצתו אמונה, וועט מען דאס הערן פון אים, ער וועט אנהייבן צו רעדן צו זיינע קינדער אויף די שפראך וואס דער הייליגער רבי האט געוואלט, אמונה וועט אנהייבן צו באקומען א חשיבות אין זיינע אויגן, און די דעות פון די גוים וועט אים ווערן פארעקלט. ער וועט אנהייבן כאפן אז וואס די גוי זאגט איז שיין, איז באמת גרויליג, און ווען דער גוי שרייעט אז אויב געבט מען נישט אזא חינוך, און אויב לאזט מען נישט די קינדער ווארטן ביז די 25 צו חתונה האבן איז עס אביוז איז עס פונקט פארקערט. ווען דער גוי איז מתיר דראגס, בלייבט עס נאך אלץ אסור, און ווען דער גוי איז מתיר עבירות איז עס נאך אלץ אסור. &nbsp; שיקט אריין אייערע שאלות צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער י סיון תשפ"ד 📝
  • חלק א: אויסטערלישער שיינע שבועות אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א

    דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעקומען מאנטאג נאכט ערב יום טוב אין שטעטל. און דינסטאג אינדערפרי אכט אזייגער -&nbsp; נאכן דאווענען מיטן ערשטן מנין זיבן אזייגער - האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף אין וואלד אינטערן שאטן פון די ביימער. ארויסגייענדיג צום וואלד האט דער ראש ישיבה געטראפן א אינגערמאן וואס איז דעמאלט אנגעקומען דאווענען שחרית, האט אים דער ראש ישיבה געזאגט ער זאל זען צו דאווענען מיטן ערשטן מנין, "האסט דאך יעצט געעפענט א נייע ביזנעס, דארפסטו זען צו דאווענען ביים ערשטן מנין". &nbsp; נאכן פארלערנען דעם דף האט דער ראש ישיבה אויסגעטיילט דעם נייעם ספר "אשר היה אל יואל", פאר די אינגעלייט וואס האבן צושטייער געגעבן דאס צו קענען דרוקן. ביים טיילן דעם ספר האט דער ראש ישיבה געפרעגט: ווען איינער קומט צו דיר בעטן עסן, וואלסט אים געגעבן? אוודאי יא, און אויב בעט ער דיר דעם קומענדיג טאג בעטן נאכאמאל עסן, וואלסט אים אויך געגעבן, אבער אויב בעט ער נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ווען וואלסטו אים געגעבן? וויפיל קען מען דען געבן? אבער אז מען דרוקט א ספר פון א צדיק, דאס איז א זאך וואס בלייבט אויף "אייביג", און דאס איז די גרעסטע צדקה. וואס שטייט אין דעם ספר? דער ראש ישיבה האט געעפענט דעם ספר און אנגעהויבן צו זאגן א שטיקל וואס מען זעט גלייך דערפון התחזקות אויף למעשה, ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון העלפן דרוקן די ספרים. &nbsp; במשך דעם טאג האט מען זיך געגרייט צום הייליגן יום טוב, אסאך געסט זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם יום טוב, וואס דאס איז איינס פון די דריי צייטן וואס מען איז געקומען צום הייליגן רבי'ן. &nbsp; דאס איז טאקע די פלאץ צו באדאנקען די געטרייע הנהלה פון בית התבשיל וואס האט צוגעשטעלט וואסער אויף אסאך פלעצער אין שטעטל, כדי מען זאל זיך קענען דערפרישן בשעת'ן שפאצירן צום שול און צוריק. &nbsp; שבועות ביינאכט האט זיך אנגעהויבן מיט א ווארעמע מנחה פונעם דיין שליט"א, דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער צוליב דעם וואס ער האט געוואלט דאווענען מעריב נאכן זמן רבינו תם, הגם אין מגן אברהם שטייט אז די עיקר איז אז די קידוש זאל זיין נאכן זמן, אבער אין טור ווערט געברענגט אז אויך מעריב זאל זיין נאכן זמן, כדי עס זאל זיין זיבן גאנצע וואכן, אזוי ווי די פסוק זאגט "שבע שבתות תמימות תהיינה". &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז בחייו פון מוהרא"ש זי"ע פלעגט ער איינשטיין אויף יום כיפור אין בארא פארק ביי הרב הצדיק רבי יצחק לעזער שליט"א כדי צו קענען זיין ביי מוהרא"ש זי"ע. אויפן וועג אהיים פון בית המדרש צו די דירה, האט רבי יצחק געשמועסט מיט אים און אים געזאגט א געוואלדיגע ווארט: "ר' יואל יעצט איז שוין די געוואלדיגע טאג יום כיפור וואס מען קען זיך אלעס אויסבעטן, מען דארף נישט ווארטן אויף מארגן ווען מען וועט שוין זיין הונגעריג און מיד, מען קען שוין יעצט אלעס אויסבעטן." האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז דאס קען מען אויך זאגן יעצט שבועות ביינאכט, מען דארף נישט ווארטן אויף נאך די סעודה ווען מען ווערט שוין מיד, מען קען שוין יעצט זיך אויסבעטן אלעס גוטס. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס וואס מען גייט אין מקוה סמוך לעלות, קען מען רעכענען דעם ערשטן עלות השחר, און סמוך מיינט א האלבע שעה פארן עלות. &nbsp; נאכן סעודה איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש זאגן צוזאמען דעם תיקון ליל שבועות אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט מען זאל דאס זאגן, דאס איז די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און דערנאך די תרי"ג מצות. &nbsp; אינצווישן האט מען געזינגען שיינע אידישע ניגונגים, פאר די תרי"ג מצות האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז מען קוקט גוט זעט מען אז מיר זענען מקיים די אלע מצות וואס מען גייט דא זאגן, און מיר זענען נישט עובר אויף די עבירות וואס שטייט געשריבן, צוליב דעם דארף מען זיין זייער פרייליך. כמעט ביי יעדע מצוה האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט מיט א פרייליכע "שכח אייבערשטער", ווי צו זאגן א דאנק פארן אייבערשטן אז מיר זענען מקיים די מצוה. אזוי אויך האט מען כסדר אפגעשטעלט און געזינגען פרייליכע ניגונים, וואס ברענגט ארויס די שמחה פון זיין א איד. &nbsp; נאכן תיקון האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ, זיך צו פרייען אינאיינעם אז מיר זענען אידישע קינדער, אויסדערוועלט פון אלע פעלקער איבער די וועלט. &nbsp; פאלגט נאך מארגן בעז"ה פאר די ווייטערדיגע באריכט.

    < זעה מער י סיון תשפ"ד 📝
  • די שרעקליכע גייסטישע מחלה - שטאקהאלם סינדראם

    מיט עטליכע טעג צוריק איז געווען אין די נייעס אז עטליכע אידישע משכונות וואס זענען געווען פארכאפט אין עזה זענען ב"ה באפרייט געווארן אין א גרויסע מיליטערישע אפעראציע ביי וועלכע הונדערטער עזה'אנער זענען גע'הרג'עט געווארן. &nbsp; דערווייל געפונען זיך די באפרייטע משכונות אונטער מעדיצינישע אויפזוכט, און ווי דאקטוירים זאגן זעט מען אויף זיי ערנסטע סימנים פון גייסטישע פראבלעמען וואס האט זיך אנטוויקעלט פון זייער געפענגעניש. די ערגסטע איז אז עס זענען דא אנדייטונגען אז זיי האבן אנטוויקעלט דעם "שטאקהאלם סינדראם". &nbsp; "שטאקהאלם סינדראם" איז די ערשטע מאל אנטדעקט געווארן אין שוועדן אין יאר תשל"ג ווען דורכאויס א רויבעריי זענען א גרופע באנק ארבייטער געהאלטן געווארן דורך די פארברעכער אלץ משכונות פאר זעקס טעג, און ווי איבעראשענד עס האט זיך געהערט האט מען געזען אז די באפרייטע משכונות האבן באקומען א געוויסע "ליבשאפט" צו זייערער פארכאפערס, און אנשטאט זיי זאלן ארויסהעלפן אין די אויספארשונג צו ערמעגליכן צו אנקלאגן די פארברעכער, האבן זיי בלויז געהאלטן אין איין פארטיידיגן די רויבער. &nbsp; זינט דאן האט מען שוין באמערקט דעם ערשיינונג ביי נאך אזעלכע געלעגענהייטן, איר קענט דאס פארשטיין? זיי זענען פריי, זיי קענען זען די שיין פון די זון, זיי זענען צוריק צו זייער פאמיליע, אבער זיי האבן עפעס א געפיל ווי זיי ווילן צוריק צו גיין. עס איז זענען דא מענטשן פארכאפט ביי די סמ"ך מ"ם אין טאש, עס קומען די קאמאנדאס, די מפיצים, מען געבט זיי א מעסערל אין די הענט, מוהרא"ש רעדט צו אונז און זאגט אונז קלאר, דו ביסט באפרייט, דו קענסט יא לערנען, הייב אן זאגן, האב נישט קיין מורא, גיי נישט צוריק צו דיינע פארכאפער וואס זאגן דיר זאגן אז עס הייסט נישט געלערענט, זיי זענען נישט דיינע פריינט. עס ערווארט דיר הערליכע לעבן. דו קענסט אהיים גיין צו דיין ווייב און האבן א געשמאקע שטוב, צוברעך נישט דיין שטוב. די וואס ווילן עס צוברעכן זענען דיינע שונאים, גיי נישט צו זיי.&nbsp; &nbsp; פאלג צדיקים און גיי ארויס פון דיין פריוואטע גלות, הייב אן לעבן, וועט דיר זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט!

    < זעה מער ד סיון תשפ"ד 📝
  • Yes I Can: A Musical Journey of Inspiration - the first time in English

    "Hashem should help. We should go to Shavuos and start learning, every day a little bit of Chumesh, a little bit of Mishnayos. Even if you don&rsquo;t understand anything, say the words! Say the words!" &nbsp; With these holy words from the Rosh Yeshiva, spoken from the depth of his heart, the music video begins its journey. &nbsp; The newly released music video named &ldquo;Yes I Can&rdquo; is a major breakthrough in Hafotzeh, as it is the first professional music video specifically catered to the thousands of English-speaking Talmidim who want to drink from the pure spring of the spirit of Breslev, in the way taught by Mohorosh ZY"U. The Talmidim from &ldquo;The English Speaking Chaburah&rdquo; rewrote the lyrics based on those written by the Rosh Yeshiva in Yiddish. The music was professionally composed by the famous Yanky Samet, with musical arrangements by Menachem Berenshtein. It was beautifully sung by Shmuli Kahan, who devoted himself to this project as it matches his passion for Hafotzeh in general. The recording took place at Yanky Cohen Studios, all done by the English Speaking Chaburah in Jerusalem. &nbsp; The video features newly found footage of Mohorosh ZY"U learning with Talmidim, which will definitely touch your hearts and souls. &nbsp; The lyrics are as follows: What should I do if I cannot learn, I get ashamed when it comes to my turn, All of my friends know it so well, But with me, you cannot tell. &nbsp; A thousand times already I&rsquo;ve tried, But it's just not going inside, A Talmuch Chochom I will never be, Ohy, Hashem, please help me. &nbsp; But the truth is that &ldquo;Yes I Can&rdquo;, So says the Rebbe in Sichas Haran, Saying the words is a very big thing, Even if you don't understand anything. &nbsp; The Rebbe says you don&rsquo;t have to keep on trying, Take a Mishnayos and just start saying, Start to say the words like a small kid, The words of Torah cleanses you from sin. &nbsp; Say a Perek and another Perek, This will bring you to Hashem and come back, Beg Hashem that you want to understand, Because only Torah makes a person stand. &nbsp; Ribono Shel Olam have Rachmonons, Take me out of my personal Golus, Take a Mishnayos and start to learn, An Erlicher Yid you will become. &nbsp; Yes I Can

    < זעה מער ד סיון תשפ"ד 📝
  • קען א פלוג לעבן אָן אַ קאָפּ?

    פראגע: איז עס אמת אז א פלוג קען לעבן אָן זיין קאפ. &nbsp; ענטפער: פליגן אטעמען נישט דורך זייער מויל, זיי באקומען אקסיגען דורך זייער הויט דירעקט צו זייערע אברים, דאס מאכט אז א פלוג קען טעארעטיש לעבן אביסל אפילו אן זייער קאפ. אבער אפילו זיי קענען אזוי גערופן "לעבן" וועלן זיי נישט קענען פוקנציאנירן, ווייל זיי דארפן האבן זייער קאפ צו זען, שפירן, עסן, און טרונקען, און זיי וועלן גאנץ שנעל שטארבן פון הונגער און דורשט. &nbsp; דא אויף דער וועלט זענען אויך דא להבדיל מענטשן וואס "לעבן" אן א קאפ. זייער קאפ ליגט זיי ביי א צווייטן, ער טראכט נאר וואס דער שכן זאגט, און וואס דער שכן טוט, און וואס דער שכן האלט. ער האט בכלל נישט קיין קאפ. פאר אונז דאכט זיך אז אזא מענטש לעבט ער גייט ארום, ער עסט ער טרונקט, אבער ער טוט עס נאר ווייל יעדער טוט עס; און אפילו ווען עס קומט צו מצוות און מעשים טובים, פארגעסט ער נעבעך פון זיין נשמה און פונעם אויבערשטן, ער האט נעבעך נישט קיין קאפ צו טראכטן, און ער האלט שבת, ווייל ס'איז נישט נארמאל צו מחלל שבת זיין. און ליידער ווען עס קומט צו מצוות וואס אסאך זענען ליידער נזנח, טראכט ער נישט קיין צוויי, און טוט וואס איז נארמאל. וואס פארא טענות קען מען האבן צו אים, עס לעבט א טויטע מענטש, און עס איז אונזער אחריות צו מפיץ זיין דעם רבי'נס ליכט פאר אלע אידישע קינדער, און מען קען אזוי ארום צוריק געבן פאר אידישע קינדער זייער קאפ, און זיי קאננעקטן צום אויבערשטן, ער הייבט אן צו זען אז ער האט א תפקיד אויף דער וועלט, און ער קען האבן א פערזענליכער קשר מיט'ן אויבערשטן. &nbsp; א קאפלאזע פלוג וועט שטיין באוועגלאז אויף זייער פלאץ, ווייל ער האט נישט די סענסארס פון זיין קאפ וואס מיט דעם ווייסט ער וואס עס טוט זיך פארנט פון אים, אויב מען וועט אים געבן א שטופ, וועט ער זיך רוקן א ביסעלע און ווייטער בלייבן שטיין. ער לעבט ווי א טויער ער האט נישט קיין ציל אויף דער וועלט. &nbsp; עס גייען נעבעך ארום צווישן אונז פילע מענטשן וואס דער סמ"ך מ"ם מאכט זיי שפירן אן א קאפ, און זיי גייען ארום אן קיין ציל און אן קיין תכלית, אין מאנהעטן ווען מען קוקט שוין יא ארויף אויפן הימל, טראכט מען נאך אלץ נישט פונעם אויבערשטן, מען זעט נאר די ריזיגע בנינים וואס פארבלענדן די אויגן, און מען דארף נאך שטארק אנכאפן דעם קאפל, ווייל דאס קען מען ח"ו אויך פארלירן אזוי. אבער די גוטע נייעס איז אז ווילאנג א מענטש לעבט, קען מען אים נאך צוריק אויפלעבן זיין קאפ, ער זאל זיך נאר צוהערן צו די צדיקים, און אנהייבן פאלגן בתמימות ובפשיטות, דער עיקר איז רעדן צום אויבערשטן, דערנאך לערנען אביסל, זאגן די ווערטער פון די תורה, מעביר סדרה זיין אביסל יעדן טאג, וועט מען צוריק אויפלעבן, און באקומען א ציל און אנהייבן שפירן א סיפוק אין לעבן. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו &nbsp; איר קענט שיקן פראגעס צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ג סיון תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב גרייט זיך מיטצוהאלטן א געהויבענע יום טוב שבועות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    שבועות איז איינע פון די זמנים וואס מען פלעגט פארן צום הייליגן רבי'ן, און אנשי שלומינו ביזן היינטיגן טאג פירן זיך צו קומען דאווענען דעם הייליגן יום טוב אין א ברסלב'ע בית המדרש, ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז שבועות איז נישט כדאי מען זאל פארן קיין אומאן, נאר ראש השנה האט דער רבי געבעטן מען זאל קומען צו אים אויף אומאן, אבער שבועות, חנוכה, זאל מען מקיים זיין דאס וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן דורך קומען דאווענען מיט אנשי שלומינו וואס פאלגן זיינע עצות. &nbsp; אזוי אין די לעצטע עטליכע יאר וועט דער ראש ישיבה שליט"א אויך היי יאר קומען אויף שבועות אין שטעטל, און וויבאלד עס זענען דא גאר אסאך תלמידים וואס ווילן קומען, זענען די חשובע איינוואוינער פון קרית ברסלב פארומען צו איינרישן זייערע הייזער, עס זאל זיין גרייט גענוג בעטן, סעודות, אז אלע געסט זאלן זיך שפירן באקוועם. &nbsp; די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, מען פלאנט אויס וויאזוי דער דער שול זאל קענען אריינעמען די פילע הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקואות זאלן זיין מסודר. די הנהלה פונעם בית התבשיל ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען. &nbsp; אנשי שלומינו קענען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דאס זאגן תיקון ליל שבועות די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע סדרה אינאיינעם, דערנאך א געשמאקע שחרית, מיט אהבה רבה, הלל, אקדמות, די הערליכע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; מען גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב פון קבלת התורה, ווען אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן די צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן אייציגן טאג חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט! &nbsp; עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער כט אייר תשפ"ד 📝
  • ניו יארק סטעיט וויל פארבאטן סמארטפאונס אין אלגעמיינע שולעס

    בו בזמן וואס די ניו יארק סטעיט רעגירונג ארבעט חלילה איינצופירן טוישונגען אין די ריינע חינוך פון אונזערע קינדער היה לא תהיה, וויל זיי שפירן פאר וויכטיג מען זאל זאפארט טוישן, וויבאלד לויט זייער קאפ איז אונזער הייליגע חינוך נישט גוט אוועקגעשטעלט פאר די קינדער, און עס דארף זיין א בעסערע סיסטעם, הערט מען אז דער גאווערנאר פון ניו יארק פרוי האוקעל האט אדרעסירט פאר איינע פון די צייטונגען אין די טעג, און געזאגט אז זי באטראכט א פארשלאג צו פארבאטן סמארטפאונס אין די שולעס פאר קינדער וואס לערנען אין די יונגערע קלאסן, צוליב דעם וואס עס נעמט אוועק זייער קאנצעטראציע וויבאלד זיי ווערן שטארק צוגעבינדן צו סאציאלע מידיע. &nbsp; לויט איר פלאן וועט זי ארויפברענגען דעם געזעץ פארשלאג ערגעץ וואו אין די קומענדיגע פאר מאנאטן און די געזעצגעבער וועלן שטימען דערויף ביים קומענדיגע לעגיסלאטיווער סעסיע. &nbsp; א זאך וואס ביי ערליכע אידן איז מען שוין לאנג קלאר די קאסעקווענצן פון די באנוץ פון סאציאלע מידיע, און סמארטפאונס זענען ברוך השם שטרענג פארבאטן אין אידישע שולעס אין ניו יארק דאס טוט ארויסברענגען ווי פארדארבן זייערע שולעס זענען, און ווי זיי מוטשען זיך מיט די אלע סאציאלע מידיע פראבלעמען און דאס גלייכן, אין די צייט וואס ביי אונז אידישע קינדער איז אוועקגעשטעלט א ערליכע אויסגעטרעטענע וועג פון זיין אפגעזונדערט פון די אלע שמוץ וואס די סאציאלע מידיע ברענגט מיט זיך, און מיט די פראבלעמען וואס דאס טוט ברענגן פארן מענטש, ובפרט פאר קינדער, וואס אויב מען ווערט צו דעם צוגעבינדן ווערט מען ממש א צורודערטער מענטש. &nbsp; זי האט צוגעלייגט אז אויב איינער וויל קענען אהיימרופן צו די עלטערן אינמיטן טאג זאל ער האבן ביי זיך א פשוטע פליפ פאון, וואס דאס איז פונקט גענוג צו קענען רופן און רעדן צו וועם מען דארף, אבער גארנישט מער פון דעם. &nbsp; פארגאנגענעם ליל ששי פרשת בחוקותי האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם און געזאגט: "זעט נישט צו זען און הערן נייעס, גיי אראפ פון סאציאלע מידיע. א אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט זיך געמוזט אריבערציען צו אן אנדערן דירה ווייל זיין ווייב שלאפט נישט רואיג צוליב דעם וואס ביי דעם דירה איז נישט דא קיין צוים אויף די פענסטערס, און אפשר קען א גנב איינברעכן ביינאכט. ענדליך האט ער געטראפן אזא סארט דירה וואס זיין ווייב האט געגליכן, און מען האט זיך ברוך השם אריבערגעצויגן אהין, האט זי דאן געהערט אנדערע נייעס אז ס'איז געווען ערגעץ א פייער און מ'האט נישט געקענט אנטלויפן צוליב די צוים אויפן פענסטער&hellip;" וואס טוט מען יעצט? פון אלע זייטן איז דא פראבלעמען... אבער דאס איז נאר ווילאנג מען הערט יעדע נייעס, וואס דאס שרעקט אן דעם מענטש און לאזט נישט זיין רואיג. די עצה פאר דעם איז "מאכט צו דעם טעלעפאון און קוק נישט און הער נישט די אלע נייעס". &nbsp; ס'איז דא געוויסע וואס זאגן "נע, פאר מיר שאדט דאס נישט, איך קען מיטהאלטן נייעס און נישט ווערן דערשראקן". אבער דאס איז נישט אמת, דו מיינסט ס'שאדט דיר נישט, ס'שאדט דיר יא, ס'לייגט דיר אריין אין איבעריגע פחדים וואס פעלט נישט אויס. &nbsp; ברוך השם אז מיר האבן צדיקים וואס טרעטן אונז אויס דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט איבער פאר אונז איז זיי צו אויסהערן און פאלגן, און נישט טראכטן אז ביים גוי איז דא גליקן, דער גוי ווערט אויך צו סוף געוואר אז די גאנצע סיסטעם זייערע איז פארפוילט פון קאפ ביז פיס, און יעצט ברעכן זיי זיך קאפ צו זען א וועג ארויס פון די אלע פראבלעמען וואס די טעלעפאון ברענגט מיט זיך. &nbsp; בני, אל תלך בדרך אתם &nbsp;

    < זעה מער כט אייר תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה איז גרייט מיט תיקון ליל שבועות און נאך ספרים אויף שבועות

    מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז די "תיקון ליל שבועות" אין די הייליגע נאכט פון יו"ט שבועות איז א מורא'דיגער תיקון אויף די עבירה פון ביטול תורה פון א גאנץ יאר, און איז מסוגל אריינצוברענגען אין א מענטש א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, "טועמי' חיים זכו", מען פארזוכט פון אלע 24 ספרים פון תנ"ך וואס מען גייט מקבל זיין קומענדיגע צופרי, מען זאגט דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה, און אזוי שפירט מען די זיסקייט פון די הייליגע תורה. &nbsp; אבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דאס וואס מען האט צוגעלייגט אסאך שטיקלעך פון פארשידענע פרשיות, איז נישט דער עיקר פונעם תיקון ליל שבועות, און אסאך מאל איז עס גורם אז א מענטש זאגט שוין בכלל נישט קיין תיקון ליל שבועות, ווייל עס איז אים צו שווער צו זאגן אזא גרויסער תיקון. אבער ווען מען ווייסט אז דער עיקר תיקון איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה און ספר, וועט יעדער עס זיכער זאגן מיט א געוואלדיגע חשק, וואס דאס איז בכלל נישט שווער, און דאס מאכט א גרויסער תיקון אין אלע וועלטן. &nbsp; מוהרא"ש האט געזאגט אז נאכן זאגן תנ"ך איז כדאי צו זאגן די "תרי"ג מצוות", ווייל דעם קומענדיגן אינדערפרי גייט מען מקבל זיין די תורה און די מצוות פון אייבערשטן, דארף מען דאך וויסן וואס זענען די מצוות, וועט דער קבלת התורה זיין א ריכטיגע קבלה. (שיחות מוהרא"ש חלק ט"ז) &nbsp; ווען קרן הדפסה היכל הקודש האט דאן אפגעדרוקט דער תיקון אויף דעם נוסח, האט מוהרא&rdquo;ש זייער שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים.&nbsp; און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל.&nbsp; אויך יעצט האט מען עס איבערגעדרוקט אויף די פארלאנג פון די פילע וואס זוכן עס. &nbsp; אזוי אויך קען מען קויפן ביים קרן הדפסה דער גאר באקאנטער קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געמאכט א רעוואלוציע פון לימוד התורה ביי כלל ישראל "סדר דרך הלימוד" וואס א דאנק דעם קונטרס האבן שוין אומצאליגע אידן זיך געזעצט לערנען, און געווארן צוגעבינדן צו די תורה און צום אויבערשטן. &nbsp; און לעצטענס האט די וועלט זוכה געווען צו א נייע אור, זייער פאסיג לכבוד דעם יום טוב שבועות, ווען מען האט אפגעדרוקט דעם קונטרס אויף אידיש מיטן נאמען "א וועג צו לערנען" וואס איז געווארן אויפגעכאפט אין די גאנצע אידישע וועלט. &nbsp; כאפט אריין צו באשטעלן די קונטרסים פונעם קרן הדפסה שוין יעצט כדי עס זאל נאך בעז"ה אנקומען אין צייט אויף יום טוב שבועות. &nbsp; תיקון ליל שבועות בלויז $2.99 א וועג צו לערנען בלויז $1.99 &nbsp; סדר דרך הלימוד בלויז $1.99 &nbsp;

    < זעה מער כח אייר תשפ"ד 📝
  • גרויסארטיגע פלענער פאר א טשארטער צו קישינעוו אויף אומאן ראש השנה תשפ"ה

    עס קומען כסדר אן צו אונז ווענדונגען פון אנשי שלומינו מען זאל זיי האלטן אינפארמירט איבער דעם קומענדיגן יאר נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה, עס גלייבט זיך שווער, אבער געלויבט דעם אויבערשטן אז היינט קומט ארויס דער ערשטער אפדעיט פון "פלען איט רייט" וואו עס האלטן זייערע פלענער איבער'ן נסיעה פאר קומענדיגע יאר. &nbsp; ווי מיר האבן געהערט פון מו"ה אלי קנאל הי"ו פיינעלייזט מען שוין ממש אין די יעצטיגע טעג די פילע גרופּ טיקעט אפציעס מיט אדער אָן סטאַפּס צו די פארשידענע עירפּארטס ארום אוקריינע, ווי יעדער וועט זיך קענען אויסוועלן די טעג און די עירפארטס לויט זיין בודזשעט און געשמאק צו קענען קומען צום הייליגן רבי'ן. און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט עס ווערן פּובליצירט ממש אין די קומענדיגע טעג בעז"ה נאך פאר שבועות. &nbsp; עקסטער פון דעם ארבעט מען יעצט אויס די גראונד טראנספארטאציע פלענער פון די עירפארטס פאר די אלע גרופ טיקעטס צו קענען פארן פון דארט קיין אומאן אויף די בעסטע וועגן וואס מען קען בעז"ה, וואס דאס וועט בעז"ה פארטיג ווערן ביז א חודש פון יעצט, בעפאר חודש תמוז הבעל"ט. &nbsp; אבער די עיקר נייעס איז אז מען ארבעט איבער די "טשארטער פליגער", די שטאב פון פלען איט רייט איז אינמיטן די העפטיגע ארבעט צו באשטעטיגן א געשמאקע טשארטער פלייט דירעקט קיין מאלדאווע, וואס מען האט שוין באקומען רוב פון די אַפּרואוועלס וואס פעלט אויס. &nbsp; דער דעסטינאציע עירפארט אין קישינעוו-מאלדאווע איז די נענטסטע גרויסע אינטערנאצינאלע אפענע עירפארט נעבן אומאן, וואס דער עיקר חסרון דארט איז געווען די לאגיסטיקס, זייענדיג אין א רעלאטיוו ארעמע לאנד איז דארט שווערער צו צושטעלן מאסן טראנספארטאציע פאר א ריזיגער ציבור אינאיינעם, אבער מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען דאס אויך איבערקומען, וואס דאס וועט בעז"ה מאכן די נסיעה אסאך מער געשמאק און שטארק פארקירצערן די צייט וואס עס נעמט צו פארן צום הייליגן רבין, טראצדעם וואס די עירפארטס אין אוקריינא גופא זענען פארשלאסן דערווייל. &nbsp; אין נאך א גאר גוטע נייעס פאר אנשי שלומינו מעלדט פלען איט רייט, אז די וואס וועלן בוקן א גרופע טיקעט ביי זיי, וועלן קענען אריבערטוישן צום טשארטער און וועלן קענען מבטל זיין זייער גרופּ טיקעט בחנם, און אזוי ארום וועלן אנשי שלומינו נישט דארפן ווארטן ביז דער טשארטער ווערט פולקאם באשטעטיגט, נאר וועלן תיכף קענען קויפן א טיקעט אין די ערשטע געלעגענהייט, ווען די אויסוואל איז נאך גענוג גרויס. &nbsp; די עוסקים במלאכת הקודש אין פלען איט רייט בעטן בכל לשון של בקשה פון אלע אנשי שלומינו מען זאל זיי אינזין האבן אין די תפלות, און מען זאל בעטן דעם אויבערשטן אז אלע פלענער וואס זיי טראכטן זאלן זיך אויסארבעטן לטובה, און זיי זאלן האבן די זכי' צו זיין די גוטע שליחים צו טראגן און ברענגען טויזנטער אנשי שלומינו צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, אויף וואס דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "קיין גרעסערס איז נישט פארהאנען". &nbsp; פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע מעלדונגען, וואס מיר וועלן זיך פרייען ערשט האנטיג צו ברענגען ווי נאר זיי קומען אריין. &nbsp; איש בל יעד

    < זעה מער כז אייר תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו אין בית שמש ציען זיך אריין אין נייע בית המדרש

    אין די לעצטע יארן האבן זיך אנשי שלומינו אין בית שמש אנגעהויבן זיך צוזאם צו נעמען, און אנגעהויבן פון איינס און א האלב יאר צוריק שמחת תורה תשפ"ג האט זיך איינע פון אנשי שלומינו פארגעשלאגן אוועק צו געבן זיין שטוב מען זאל דאווענען דארט יעדן שבת אלע דריי תפילות, און אזוי איז עס טאקע אנגעגאנגען ביז יעצט ווען יעדן שבת האט מען זיך אוועקגעזעצט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז מען איז אויסגעוואקסן דעם פלאץ, און א אינגערמאן מאנשי שלומינו מו"ה משה ארי' קרויס הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן א געהעריגע פערמענאנטע בית המדרש, מען זאל זיך קענען געהעריג אוועקשטעלן, און חפץ ה' בידו הצליח, ער האט געפונען א הערליכע פלאץ אין צענטער פון שטאט, א פלאץ געאייגענט פאר א בית המדרש, אויף נהר הירדן 25, און מען האט געשלאסן קאנטראקט, און אזוי גייט עס שוין אן פאר די לעצטע צוויי וואכן, ווי מען דאווענט אינאיינעם און מען איז זיך מחזק מיט די רבינ'ס עצות. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש האבן באשטעלט אלע מעבל וואס מען דארף פאר א בית המדרש, מען האט באשטעלט אן ארון הקודש, א פרידשידער, טישן און בענקלעך, אנשי שלומינו האבן נישט געוואלט ווארטן ביז עס קומט אן, און האבן אריבערגעברענגט פון זייערע שטובער טישן און בענקלעך מען זאל זיך שוין קענען באנוצן מיטן בית המדרש. &nbsp; דער בית המדרש אין בית שמש ווערט געפירט דורכן גבאי הר"ר שלמה מינצבערג שליט"א וועלכע זארגט זיך פאר אלע געברויכן פונעם שול, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז ווער עס טרעט איבער דעם שוועל זאל שפירן די ווארימקייט און ליבשאפט וואס עס געפונט זיך צווישן אירע ווענט. &nbsp; דער טעגליכע שיער אין א דף גמרא וואס גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט אין בית שמש אין שטוב פון הר"ר שלמה טעסלער שליט"א וועט אין די קומענדיגע טעג אויך אריבער געפירט ווערן אין בית המדרש, ווי אנשי שלומינו וועלן קענען לערנען מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש לעבן מיט די עצות פון רבין מען קומט זיך צוזאם יעדן ליל שישי ווי מען האלט מיט א שיער פון ראש ישיבה שליט"א, אבער מען באגינגט זיך נישט מיט דעם, מען פאלגט טאקע די עצות, יעדע וואך קומען בערך צוואנציג אינגעלייט און בחורים און נעמען טויזנטע גליונות און קונטרסים וואס ווערן געדרוקט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו, און פארשפרייטן עס אין די לענג און אין די ברייט פון שטאט, אזוי אויך איז מען מהנה די דערנעבנדיגע שטעט ווי ביתר און קוממיות. &nbsp; מו"ה יצחק ראטה הי"ו פארציילט אז יעדע וואך דרוקט ער אויף זיין מאשין בערך 2500 גליונות וועכענטליך, וואס איז אויסער די בערך 200 עצתו אמונה קונטרסים און די אנדערע גליונות יעדע וואך. ער פארציילט אז זיין מאשין האט שוין געדרוקט איבער איינס און א האלב מיליאן קאפיס פאר הפצה, במשך די לעצטע דריי יאר. &nbsp; דער בית המדרש וועט דינען ווי א לייכט טורעם פאר'ן גאנצן שטאט, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן אלע וויסן אז עס איז דא א פלאץ ווי מען קען באקומען חיות און האפענונג אין יעדן מצב. &nbsp; ואני ברב חסדך אבוא ביתך אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך

    < זעה מער כז אייר תשפ"ד 📝
  • דרום קארעא פלאגט זיך מיט מיסט באלונען פון צפון

    אין די לעצטע וואך האבן איינוואוינער אין דרום קארעא זיך אנגעשטויסן מיט אן אומאיינגענעמע ערשיינונג, נעמליך, עס קומען צו פליען ריזיגע לופט באלונען פון די קאמוניסטישע צפון קארעא צוגעבינדן דערצו גרויסע מיסט זעקלעך וואס באשמיצן און שעדיגן וואו זיי פאלן. &nbsp; ווי עס שיינט קומט דאס אין רעאקציע צו די פראפאגאנדע באלונען וואס די רעגירונג פון די דעמאקראטישע דרום לאזט כסדר אריבערפליען מיט באלונען צו צפון, ווי זיי פרובירן אויפצואווייזן פאר זייערע צפון קרובים זיי זאלן איבערווארפן די קאמוניסטישע רעגירונג וואס הערשט איבער זיי מיט א שטארקע פויסט, און וואשט זייערע מוחות אז עס איז נישט פאראן קיין בעסערע ארט אויף דער וועלט ווי צפון קארעא און אז זייער פירער קום יאנג איז דער געטשעק וואס געבט זיי אלעס און זיי דארפן אים דינען געטריי. &nbsp; די קאנפליקט צווישן קאמוניזם און דעמאקראטיע גייט נאך אן אין די קארעאס מיטן פולן קראפט, ווען ביידע זייטן האפן נאך איין צו צוריק צו פאראייניגן ביידע לענדער אונטער זייער מלוכה. &nbsp; ביי די פרשה פון די מרגלים זעען מיר אז משה רבינו האט געהייסן די מרגלים בודק זיין די שטעט פון ארץ ישראל, און האט זיי געזאגט "אויב וואוינען די מענטשן אונטער גרויסע מויערן, דאס איז א סימן א זיי זענען שוואך, אבער אויב לעבן זיי אין אפענע שטעט, איז א סימן אז זיי זענען זייער שטארק", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז אויך היינטיגע צייטן, ביי ברסלב'ע חסידים האט מען אייביג אויסגעלערענט אז מען זאל לערנען אלע ספרים פון אלע צדיקים, פון אלע ערליכע אידן, הלכה ספרים, מוסר ספרים, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער, מוהרא"ש פלעגט זאגן "פארוואס זענען דא אזעלעכע וואס לאזן נישט אריינקוקן אין ברסלב'ע ספרים? דאס איז ווייל זיי ווייסן אז אויב מען קוקט אריין דערין וועט מען גארנישט זען דערין אויסער גילוי אלקות, עצות צו קענען זיין אן ערליכע איד, התחזקות אין אלע מצבים, און מען וועט זיך איבערצייגן אז די אלע לשון הרע'ס וואס דער סמ"ך מ"ם פארשפרייט אויפן הייליגן רבין איז שקר. און ווען מען פרעגט די בעלי מחלוקת "האסט שוין געזען זיינע ספרים אז דו רעדסט קעגן זיי", וועט ער נאר קענען ענטפערן "מען טאר נישט אריינקוקן דערין", דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי דער סמ"ך מ"ם קען האלטן אידישע קינדער אין די טונקל, דורך זיך ארום נעמען מיט א הויכע מויער. &nbsp; להבדיל די צפון קארעא רעגירונג פארקויפט גארנישט, אויסער הונגער און קרענק איז דארט גארנישט דא, זיי קענען נישט צוריק קעמפן קעגן דרום אויף די זעלבע וועג, די דרום רעגירונג האט נישט פון וואס מורא צו האבן, מען דארף זיין בלינד נישט צו זען ווי די לעבן אויף דרום איז אסאך בעסער. אך און וויי אויב א צפון בירגער וועט זיך דערוואגן אויפצוהייבן א קארטל אדער א בלעטל וואס איז געקומען פון דרום, דער יעניגער מיט זיין גאנצע משפחה גייט אריין אין די ערגסטע תפיסות וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן, דערפאר האבן זיי נעבעך נישט קיין אנדערע עצה נאר צוריק ווארפן שמוץ, א זאך פון וואס זיי האבן גענוג.

    < זעה מער כו אייר תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 376 to 390 of 1666 results

1 2 ... 23 24 25 26 27 28 29 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com