Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • היסטארישע וואל אויסגאנג אין אמעריקע

    נאָך דער גאנצער איבערקערעניש, איז ארויסגעשטעלט געוואָרן די אומגלויבליכע רעזולטאטן: טראמפ האָט געווינען גענוג עלעקטאָראַלע שטימען, וואָס געבן אים די מעגלעכקייט צוריקצוקומען קיין וואשינגטאן די.סי און נעמען דעם קאָפּ וויי פון דינען אלץ פרעזידענט פון אמעריקע. אבער נאָך מער שטוינענד איז געווען, אַז ער האָט אויך געווינען מער פאפולערע שטימען ווי דער דעמאָקראַט. אַלע וואונדערן זיך אויף די שטוינענדע רעזולטאטן און שפעקולירן מיט אלע סארטן סברות וואס איז אנדערש געגאנגען ווי געפלאנט.   וויפיל מאָל מען האָט שוין געזאגט הספדים אויף טראמפ, איז שווער צו ציילן. מען האט אים ניטאמאל געלאזט אטעמען צווישן איין אטאקע און די נעקסטע. נאך איידער זיין פאליטישע קאריערע איז געבוירן געווארן, האָט מען שוין געמאכט "סתימת הגולל" אויף אים. "א ביזנעסמאן אָן קיין פאליטישע ערפארונג וויל לויפן פאר פרעזידענט?" זענען געווען די קאמענטארן. "דער רעפובליקאנער קלאון," האָט מען אים גערופן דעמאלטס. אבער קעגן יעדע סברא האָט ער דעמאלט ארויסגעשטויסן אַלע ערפארענע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן און באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע. "טראמפ קעגן קלינטאן איז א שאד אפילו צו פּראָבירן," האָט מען ווידער מספיד געווען, אָבער ער האָט דעמאלט געווינען זיין ערשטע טערמין אלץ 45'סטן פרעזידענט פון אמעריקע.   דאן האט זיך אנגעהויבן א סעריע פון פּרעצעדענטלאזע קלאגעס, קאנספיראציעס, אויספארשונגן קעגן אים. די עף.בי.איי. האט אים געפארשט צי ארבעט נישט מיט מיט די רוסן, דערנאך איז געקומען צוויי אימפיטשמענטס, ער האט פארלוירן (?) זיין ווידער ערוויילונג, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן זיינע צרות פון "יאנואר 6" ווען מען האט אים באשוליגט אין מאכן א באוואפענטע אויפשטאנד קעגן די רעגירונג. און אפילו נאכן אראפ גיין פון בענקל האבן זיך זיינע צרות נישט אפגעשטעלט. ער איז געווארן ממש ווי א מצורע ביי די סאציאלע מידיע, ווען ער איז געווארן אראפ געווארפן פון אלע פלאטפארמעס, אלעס אין א פרואוו צו פארמאכן זיין מויל איין מאל פאר אלעמאל. ער איז נאך דורכגעגאנגען צוויי אטענטאטן אים אומצוברענגען, אפילו דעם פרעצעדענטלאזע אקט פון טוישן דעם אפאנענט אינמיטן א פארמעסט האט מען געטון, א זאך וואס האט אויסגעזען וועט אים באזיגן, אבער דער האט נישט אויפגעגעבן, "איך לויף און איך גיי געווינען".   מיינסט אז איך רעד פון טראמפ? ניין, בכלל נישט איך רעד פון דיר. אינדרויסן זעט אלעס אויס פיין, דו גייסט מיט א שיינעם אנצוג, דו קויפסט זיך א גרויסע קאווע בשעת דיין שאל איז געווארפן אויף צוריק, יעדער מיינט אז עס גייט דיר גוט, אבער דו ווייסט ביי דיר וויפיל חצים ובלסטראות זענען שוין דורך אויף דיר, נאך איידער דו האסט געהאט א שאנס ארויסצוזאגן דאס ווארט "מאמי" אלץ פיצלס קינד, ביסטו שוין געווען אפגעסטעמפלט אלץ א דורכפאל, יעדע רבי האט בלויז געשאקעלט מיט'ן קאפ אין דיין ריכטונג, ווי צו זאגן אז דער קינד דארף פשוט דורכשטיפן די פאר יאר, וויפיל מאל ביסטו געווען צושאנד און צושפאט און דו האסט געשפירט אז דו וועסט קיינמאל מצליח זיין? ווער רעדט נאך אין די בחורישע יארן, וויפיל טרערן האסטו פארגאסן אויף דיינע פילע דורכפעלער, דו האסט נאר געוואלט חתונה האבן. אזוי קענסטו דורכגיין דיין לעבן ביז היינט און זיך מספיד זיין וואס פארא רחמנות דו ביסט, און ווי שטארק דו ביסט דערנאך. אבער ניין, דער אויבערשטער האט דיר געגעבן כחות, דו קענסט שיינען און לייכטן, דו ביסט א מוצלח וואס אזוינס איז נאך נישט געווען, בעט דעם אויבערשטן זאלסט אנהייבן גלייבן אין דיר, וועסטו זען ווי אז נישט קיין חילוק וואס דו ביסט אלץ דורך, גייט מיר נישט אן וואס אלע האבן געזאגט אויף דיר, היינט הייבט זיך אן דיין הצלחה בסייעתא דשמיא. דו וועסט צוריק באקומען דיין טראן, דו וועסט בעזרת השם קענען פירן דיין לעבן אויפן הערליכן ערליכן וועג. נאר געב נישט אויף.  

    < זעה מער ו חשון תשפ"ה 📝
  • די עלעקטראלע סיסטעם פון די פרעזידענטליכע וואלן אין אמעריקע

    היינט דער ערשטער דינסטאג פון נאוועמבער איז באשטימט פאר די "דזענעראל עלעקשאנס" אין אמעריקע, אין דעם טאג יעדע פיר יאר קומען פאר די וואלן ווי מען געבט די אויסוואל צווישן אנדערע צו קלויבן וועם מען וויל פאר פרעזידענט. &nbsp; ערליכע אידן נעמען אויך אנטייל אין די וואלן, אבער מיט א גראדן קאפ. מען ווייסט אז נאר דער אויבערשטער פירט אלעס, אריינגערעכענט אמעריקע. &nbsp; אין געווענליכע וואלן גייט עס אז ווער עס באקומט דער רוב, דער געווינט, ביי אונזער פאל גייט עס צוליב פארשידענע סיבות אנדערש. עס זענען פארהאן 539 "עלעקטאראלן" (וואס מיינט וואל פונקטן), און יעדע שטאַט (סטעיט) באקומט עלעקטארס לויט זייער פאפולאציע (וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט), די גרויסע סטעיטס טראגן א גרעסערע געוויכט, ווייל זיי פארטרעטן מער מענטשן, און די קלענערע - וויינגער. קאליפארניע - דער גרעסטער סטעיט - פארמאגט 54 עלעקטארלן, בשעת נארט דאקאטע, ווערמאנט, און דאלווער - די קלענסטע סטעיטס פארמאגן יעדע איינע נאר 3 עלעקטאראלן. יעדע שטאַט וועלט אויס וועם זיי ווילן פאר פרעזידענט, און אויב זיי וועלן פאר איינעם, באקומט יענער "אלע" עלעקטאראלן פון יענע שטאַט. אזוי ארום קען אויסקומען (און האט שוין עטליכע מאל פאסירט) אז איין קאנדידאט באקומט רוב שטומען (דאס הייסט ער האט געווינען די פאפולערע שטומען) אבער דער צווייטער ווערט פרעזידענט, דורכן אנציען גענוג עלעקטאראלן. &nbsp; מאנכע וועלן זיך וואונדערן צי דאס איז יושר. איך ווייס נישט, אבער וויבאלד אלע צדדים ווייסן פון אנפאנג אז דאס זענען די רולס פונעם שפיל, צילן זיי בכלל נישט צו געווינען רוב שטימען פון אמעריקע, זיי צילן נאר צו כאפן אביסלע מער פון רוב פון וואס מער שטאַטן, ווייל דאס איז וואס עס ווערט גערעכענט. מיר דארפן האלטן קאפ וואס מאכט א חילוק ביי די ענד אף די דעי, און וואס איז סתם שיינע ציפערן. שלום בית, משניות, רעדן צום אויבערשטן, מעביר סדרה זיין - דאס ברענגט מיר צו זיין א געווינער, אזוי זאגן די צדיקים, בשעת שיינע בילדער אין די מאגאזינען ברענגען מיר גארנישט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט געשריבן אינעם בריוו: "ווען דו גייסט שטימען זאלסטו דאס מאכן לאר לפנים, פארגעס נישט פאר איין סעקונדע ווער דער פירער איז, ווער עס מאכט די פרייזן, די שטייער וכו' וכו' אלעס איז דער אייבישטער אליין." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א בעט ווייטער אינעם בריוו מען זאל אויסנוצן די לאנגע גאלדענע ווינטער נעכט צו דינען דעם אויבערשטן, און נישט האלטן אין שטוב קיין קאמפיוטער סמטארפאון, אדער טעבלעט, נישט קוקן קיין מואוויס וואס פארברענט די נשמה.

    < זעה מער ד חשון תשפ"ה 📝
  • קליידער געשעפט אין שטעל פארברייטער צו קענען אקאמאדירן גרויסע וואוקס פון שטעטל בליעה"ר

    אין א גוטע שעה איז אין די לעצטע טעג פארענדיגט געווארן די ארבעט פון פארגרעסערן און פארברייטערן די קליידער געשעפט אינעם ברסלב'ן שטעטל. &nbsp; דער געשעפט&nbsp; גייט שוין אן ברוך השם זינט דער גרינדונג פונעם שיינעם שטעטל, אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט געזען פאר וויכטיג עס זאל ווערן צוגעשטעלט אזא סערוויס, כדי משפחות זאלן קענען איינקויפן קליידונג פאר צוגענגליכענע פרייזן. &nbsp; דער סטאר האט זיך אנגעהויבן אויף א קליינעם פארנעם אין די בעסמענט פון משפחת היילפרין שיחיו, אבער מיט די צייט האט מען געזען אז דאס פלאץ איז צו ענג און קליין, און א גרויסע לאקאציע איז געווארן וויכטיג. די הנהלה איז דעריבער אריינגעשפרינגען און אפגעקויפט דערפאר א גרויסע בנין און דארט אריבערגעצויגן די קליידער סטאר. אין די זעלבע צייט האט מען געעפעפט דארט דעם קאמפיוטער קיאסק, וואס דער ראש ישיבה האט געפאדערט תיכף ביים עפענען דעם שטעטל אז עס זאל ווערן צוגעשטעלט, כדי מען זאל קענען איינצוקויפן אנליין אינדרויסן פון שטוב, און אידישע הייזער זאלן קענען בלייבן ריין פון די פארשידענע כלים. &nbsp; די פילע משפחות וואס ציען זיך כסדר אריבער צום שטעטל האבן אבער צוגעברענגט אז דער נייער פלאץ איז ווידער קליין געווארן, און האט ווייטער געברענגט א נויטע געברויך מען זאל זיך אויסברייטערן. דער ראש ישיבה שליט"א האט דעריבער געבעטן דעם חבר ההנהלה מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו צו זען אז מען זאל פארברייטערן דעם יעצטיג פלאץ כאטש אויף דערווייל, ביז מען וועט טרעפן א גרעסערן לאקאל. &nbsp; תיכף האט מען זיך גענומען צו די ארבעט, דער געטרייער מו"ה אליעזר שמן הי"ו האט זיך צוגעשטעלט מיט הארץ און געפיל, און אויפגעבראכן נאך עטליכע צימערן וואס זענען נישט געווען דערווייל אין באניץ, וואס האט היבש אויסעברייטערט דעם באזאר, צום צופרידנהייט פון אלע איינוואוינער. &nbsp; יעצט ביים שרייבן די שורות איז שוין די ארבעט אינגאנצן פערטיג געווארן און דער געשעפט איז שוין פולקאם גרייט צו סערווירן אלע חשובע משפחות מיט פיל א גרעסערע אויסוואל פון אלע סארטן שיינע קליידער פאר די גאנצע משפחות פון אויבן ביז אונטן, אלעס פאר אפאר דאלער. &nbsp; דא איז די פאסיגע פלאץ אויסצודרוקן הכרות הטוב פאר אלע חשובע פרויען וואלונטירן וואס העלפן ארויס אהערצושטעלן און מסדר זיין דעם באזאר ווי עס דארף צו זיין. יעדע וואלונטיר האט זיך זיין ארבעט וואס ער טוט מיט גרויס געטריישאפט, מיט הארץ און נשמה, איינער פאקט אויס קליידער, אנדערע זענען מסדר די קליידער וועלכע זענען ראוי צו ווערן פארקויפט און וועלכע נישט, אלע טוען די ארבעט מיט די גאנצע הארץ און נשמה אלעס כדי די באזאר זאל זיין אהערגעשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן אופן, ווי אלע איינקויפער קענען עדות זאגן אז די באזאר איז גאר שיין און מסודר אהערגעשטעלט נישט ווייניגער ווי די שענסטע קליידער סטארס. דער אייבערשטער זאל באצאלן די חשובע וואלונטירן מיט אלעס גוטס, זיי זאלן זען אסאך נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך.

    < זעה מער ד חשון תשפ"ה 📝
  • אויטאמאטישע טירן

    וויאזוי ארבעטן די אויטאמאטישע טירן? וויאזוי "ווייסט" דער טיר אז איימיצער קומט, און ער דארף זיך עפענען? &nbsp; דער קורצער ענטפער איז אז עס זענען פארהאן "סענסארן" (שפּירערס) וואס אפילו מען קען זיי נישט באמערקן קענען זיי "שפירן" אז איינער קומט, און דער סענסאר שיקט א סיגנאל פאר'ן מאטאר פונעם טיר זיך צו עפענען. &nbsp; דאס קומט אונז צו דערמאנען אז אפילו מיר זעען גארנישט, און מיר שפירן גארנישט, ווען מיר טוען סיי וואס פאר'ן אויבערשטן, קומען די סיגנאלן אן ווי זיי דארפן, און זיי עפענען אויף אלע טויערן פאר אונז. &nbsp; אין די ערשטע תקופה פון אויטאמאטישע טירן פלעגט מען נוצן א "מעט" (מחצלת) וואס מען האט הארט איידער דעם טיר, דער קארפעט האט געהאט אונטער דעם א "קנעפל" וואס האט זיך אראפ געדרוקט ווען איינער איז ארויף געגאנגען דערויף, וואס האט דירעקט געעפענט דעם טיר. איין חסרון דערפון איז געווען, אויב א קינד וואס וועגט ווייניג איז געקומען, האט זיך עס נישט געעפענט. &nbsp; היינט נוצט מען נייערע טעכנעלאגיעס דערפאר. בעיקר ווערט גענוצט ליכט שטראלן וואס שיינען צו אן אויפכאפער, און ווען סיי וואס גייט אריין אינצווישן, ווערט אפגעהאקט דער שטראל, וואס זאגט פארן מאשין אז ער דארף זיך עפענען. &nbsp; א מענטש קען זיך דאכטן אז ווייל ער זעט עס נישט איז עס נישטא, אבער דער אויבערשטער האט באשאפן אסאך סארטן ליכט שטראלן וואס דער מענטשליכער אויג כאפט עס נישט אויף, דער מענטש קען נאר זען קאלירן צווישן רויט און וויאלעט (אלע אנדערע קאלירן זענען אינצווישן - אפשר וועט מען אמאל רעדן פון די קאליר ספעקטרום), אבער די קאלירן גייען נאך אסאך ווייטער, א מענטשן איז "קאליר בלינד" צו די אנדערע קאלירן, די קאליר בעפאר רויט ווערט גערופן "אינפראָ-רויט", וואס מיינט "אונטער רויט", און די קאליר נאך וויאלעט ווערט גערופן "אולטראָ וויאלעט", וואס מיינט "נאך וויאלעט", ווען מען שיינט די קאלירן, קען עס א מענטש נישט זען, און עס בלייבט טונקל פאר אונזערע אויגן. עס זענען דא מאשינען וואס קענען עס זען, און די אויטאמאטישע טירן נוצן זיך מיט די סארטן שטראלן. &nbsp; ווען מיר הערן אויס א חבר זיינע שוועריקייטן, ווען מיר זענען מחזק א איד, מיר גייען הפצה, דאן שיינען מיר מיט די "אולטרא" ליכטיגקייט, וואס שיינט אסאך שטערקער ווי סתם לייטס, און כאטש די וועלט פארשטייט נישט דערצו, זענען אבער דא צדיקים וואס קענען דעטעקטן די אורות וואס שיינען און באלייכטן, און ווי דער זוהר הקדוש זאגט, ווען מען מאכט ליכטיג אויף דער וועלט, מען ברענגט צוריק אידן צום אויבערשטן, פאר אים עפענען זיך אויף אלע טויערן אין הימל, און ער וועט האבן קינדער צדיקים וואס וועלן ווייטער באשיינען די וועלט. &nbsp; askgershon@gmail.com

    < זעה מער ג חשון תשפ"ה 📝
  • נייעס פון שטעטל: א נייע אפטיילונג אויפן קול ברסלב ליין

    &nbsp; &nbsp; אין די לעצטע טעג איז געעפנט געווארן א פרישע קנעפל אויף דעם באקאנטן קול ברסלב האטליין, פון וואס טויזנטער אידן איבער די וועלט שעפן חיזוק און הדרכה. דער ליין פארמאגט א ברייטע אויסוואל פון פארשידענע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלע פרטי החיים, צוזאמען מיט אינטערוויוס מיט אנשי שלומינו און נאך פארשידענע אינפארמאציע, מיט'ן ציל צו ברענגען געשמאקע שיעורים וואס זאל העלפן שטייגן אין עבודת השם. &nbsp; אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט דער חשובער חבר הנהלה, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, זיך אונטערגענומען א הערליכע איניציאטיוו ארויפצוקומען אויפן ליין בעז"ה יעדע וואך. אין זיינע שמועסן, וועלכע ער פירט צוזאמען מיט מו"ה שמעון עוזר גרינפעלד הי"ו, וועט ער בעז"ה דערציילן די נייעס און אפדעיטס פון די ארבעט וואס ווערט געטאן אין שטעטל לטובת הכלל, און האלטן דעם ציבור אינפארמירט מיט וואס עס טוט זיך אונטער די קוליסן אויף זיין געשמאקן שטייגער. &nbsp; דער אפטיילונג "נייעס פון שטעטל" איז תיכף געווארן גאר אויפגעכאפט ביים ציבור, ווי מען קען זען וויפיל מענטשן דרוקן דעם קנעפל זייט וואס עס איז איינגעשטעלט געווארן. אין די קורצע צייט האבן אנשי שלומינו גענאסן פון די פילע באריכטן און אינפארמאציע וואס ווערט דארט אויסגעלופטערט, ווי למשל די אנטוויקלונגען פון דעם נייעם חדר בנין ביים ווינקל פון דענמאן גאס און נאך וויכטיגע נושאים וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו. &nbsp; איר קענט הערן די שמועסן דורך רופן קול ברסלב 212-444-9191 און דרוקן 1 פאר אידיש, דערנאך 4, און נאכדעם 7. &nbsp; הערט און האט הנאה! &nbsp;

    < זעה מער ג חשון תשפ"ה 📝
  • יערליכע ניו יארק סיטי מאראטאן פארגעקומען היינט זונטאג

    יעדעס יאר פארזאמלען זיך א געשאצטע פופציג טויזענט מענטשן צו איינע פון די מערסט באקאנטסטע מאראטאן געלויפן אין די וועלט.&nbsp; &nbsp; דאס איז א גוי'אישע משוגעת וואס איר ווארצלען גייען נאך צוריק ביז צו די יוונים וואס האבן פארגעטערט ספארטס, און האבן זיך אוועקגעגעבן דאס לעבן פאר די אלע שפילערייען, וואס פילע פון זיי גייען נאך אן אין די גויאישע וועלט. &nbsp; דער מאראטאן איז ווי א חי' וואס לויפט נאך איר אייגענע וויידל, און ווי די רייסערס וואס רייסן זיך אויף ווייל דער אנדערער רייסער האט זיך אויך אויפגעריסן, מען לויפט און מען לויפט און מען קומט אין ערגעץ נישט אן. אנו רצים והם רצים, מיר לויפן אין בית המדרש, מען קויפט זיך איין צו עסן און צו טרונקען לעד ולנצח נצחים, און דער גוי לויפט ווייל יעדער לויפט... &nbsp; דער מאראטאן אין ניו יארק גייט שוין אן זינט יארע 1970 למספרם, און איז מיט די צייט אויסגעשטיגן אלס איינע פון די גרעסטע אזוינע געלויפן אין דער גארער וועלט. טויזנטער קומען צו פארן צו האבן די זכיה צו קענען מיטלויפן מיט "יעדעם" (און נישט אנקומען אין ערגעץ אזוי ווי "יעדער"), און דערפאר טוט עס די שטאט שטיצן ווייל עס העלפט ארויס די שטאטישע עקאנאמיע, צוליב די פילע טוריסטן וואס קומען באזוכן. &nbsp; דער לויפעריי ברענגט אבער אסאך קאפ וויי און טראפיק פאר די שוין אזוי אויך אנגעלייגטע שטאט, ווי צום ביישפיל דער היימישער וויליאמסבורג ווי דער מאראטאן לויפט דורך ווערט צוטיילט אין צוויי, אן קיין מעגליכקייט דורכצוגיין בעדפארד עוועניו במשך די גאנצע צייט. &nbsp; דער מאראטאן לויפט דורך אלע פינף באראס פון די שטאט, אנגעהויבן אין סטעטן איילענד, פון ווי די לויפער כאפן זיך אריבער קיין ברוקלין (און שפעטער קיין וויליאמסבורג) דורך די ווערעזאנא בריק, דערנאך גייט עס דורך דעם פולאסקי בריק קיין קוווינס, דערנאך כאפט זיך עס אריבער קיין מאנהענטן, פון דארט קיין בראנקס און עס ענדיגט זיך ביי די פינפטע עוועניו. &nbsp; עס איז זייער מאדנע צו זען טויזנטער מענטשן לויפן און לויפן אן קיין צוועק און אן קיין ציל, אבער לאמיר אויך זיכער מאכן אז מיר לויפן נישט אן קיין תכלית. לאמיר נישט זיין ווי דער נארישער גוי וואס לויפט אן קיין ציל. מיר האבן געלויבט דעם אויבערשטן באקומען א תורה, און מצות פונעם אויבערשטן, וואס דאס איז אונזער וועג ווייזער, און דאס איז דער לעבנ'ס מאראטאן אויף וועלכע מיר שפאנען. &nbsp; אנו רצים לחיי העולם הבא

    < זעה מער ב חשון תשפ"ה 📝
  • צוואנציג יאר היכל הקודש העיס

    פארגאנגענעם יום כיפור תשפ"ה איז אפגעצייכענט געווארן דער אומגלויבליכער ציפער פון 20 יאר וואס קהל קודש היכל הקודש קרית יואל אפערירט מיט א געוואלדיגע הצלחה. &nbsp; ווער עס האט געליינט דעם ארטיקל פארגאנגענעם ראש השנה אין קרית ברסלב בלטעל האט געקענט זען אביסל וואס עס ליגט אונטער דעם. דארט שטייט באריכות די השתשלות פונעם בית המדרש ווי מיט רצונות און תפלות פון אנשי שלומינו איז יענעם יום הקדוש נתייסד געווארן מיט גרויס סייעתא דשמיא דער הייליגער מנין, וואס פון דארט איז שוין ארויס אזויפיל תורה, תפלה און גמילת חסדים וואס מען קען נישט אפשאצן. &nbsp; פון דעם בית המדרש איז נאך די הייליגע קהלה שטארק געוואקסן, דערפון איז נאך ארויסגעקומען נאך בתי מדרשים היכל הקודש, און עס גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג ביתר שאת וביתר עוז, ווי עס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס פירט אן דעם בית המדרש און מיט אירע הייליגע אקטיוויטעטן מיט'ן גאנצן שטארקייט. &nbsp; דער בית המדרש איז אן אור פאר די גאנצע שטאט, אויסער די מתפללים קבוע וואס באקומען זייער חיות פון דעם בית המדרש, איז עס א ציאונגס קראפט פאר פילע שכנים וואס קומען כסדר ארויף שפירנדיג אז פון דארט קומט מען ארויס א נייע מענטש. &nbsp; עס איז נישט מעגליך ארויסצוגיין פונעם בית המדרש אן א הרהור תשובה. יעדער וואס טרעט איבער דעם שוועל באקומט א ווארימע אויפנאמע פון אנשי שלומינו, מען שפירט די געוואלדיגע ליבשאפט וואס הערשט אין די לופט, יעדער פארגינט זיך א גוט ווארט, קיינער זוכט נישט זיך צו גרויסן, נאר יעדער שפירט פאר א זכי' ווי מען קען צולייגן א האנט. &nbsp; יעדער שפירט זיך א חלק פון די הייליגע קהלה, איינער וואשט, איינער גרייט אן, איינער פאקט צוזאם, איינער ברענגט קידוש, איינער ברענגט שלש סעודות, און צוזאמען איז מען זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינס דיבורים. &nbsp; בפרט איז א שם דבר דער וועכענטליכער "הפצה פארברענג" יעדן דינסטאג נאכט אום 8:45, ווי דער גבאי לערנט פאר א שיעור אין הייליגן ספר פעולות הצדיק, און מען רעדט פון הפצה, תפלה, און אלע אנדערע עצות וואס דער רבי האט אונז געגעבן.

    < זעה מער ב חשון תשפ"ה 📝
  • פרישע זמן אנגעהויבן אין די מוסדות

    מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן האט מען אנגעהויבן דעם נייעם לערן יאר אין די הייליגע מוסדות "היכל הקודש" איבער אלע שטעט. ווי איינגעפירט אין אונזערע מוסדות הויבן אן די אינגלעך און די בחורים דעם נייעם זמן אום אסרו חג סוכות. &nbsp; דער זמן האט זיך טאקע אנגעהויבן מיט א שטארקע פרישקייט, די קינדער זיצן מיט די מלמדים און לערנען פלייסיג, דאווענען ערליך, און פילן זיך אן מיט אמונה און יראת שמים, מיט תורה און תפלה און מדות טובות. &nbsp; אין א טעגליכע בריוו די וואך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "מען הויבט היינט אן די נייע כיתות אין תלמוד תורה, זע צו שיקן דיין קינד מיט אלע ספרים וואס ער דארף האבן; זיי נישט פויל, און גארנישט זאל דיר זיין חשוב'ער ווי דיין זונ'ס לערנען תורה, ווייל לעולם וואלסטו געדארפט זיצן מיט דיינע קינדער א גאנצן טאג לערנען תורה, מקיים זיין די מצוה פון "ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם", נאר מען קען מאכן א שליח, דער מלמד זאל לערנען, און אזוי איז מען מקיים די מצוה, אבער א שליח דארף מען מאכן, מען דארף זיך וויסנדיג מאכן, זאלסטו אים קויפן די ספרים וואס ער דארף, א סידור וכו'. &nbsp; לויב אויס די נייע מלמדים און לערערינס פאר דיינע קינדער, און אז דיין קינד וועט היינט אהיים קומען מיט א לאנגע נאז, באבלאזן, עפעס חוזק ווערטער אויפן מלמד - זאלסטו נישט זיין קיין קליין קינד און מיט זינגען זיין ניגון און חוזק מאכן, נאר זיי קלוג און זאג אים: "דו האסט די בעסטע מלמד", און "דו האסט די בעסטע טיטשער"." מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ווייטער מצליח זיין, און זען אסאך אידיש נחת פון די טייערע קינדערלעך.

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ה 📝
  • טראמפ קאמפיינט אויף א גארביטש טראק

    אין א לעצט מינוטיגע פרואוו אראפצוברענגען טראמפ טוען זיינע קעגנער אים באשולדיגן מיט ראסיזם, נאכדעם וואס א בדחן ביי זיין גרויסן ראלי אין ניו יארק סיטי האט אנגערופן "פארטא ריקא" - "אן אינזל פון שמוץ". &nbsp; גרויסע מבינים און אנאלאזירער האבן אנגהויבן צו זינגען דעם ניגון אז דאס וואס די אלע ביז יעצטיגע אטאקעס קעגן טראמפ, די געריכט קלאגעס, אימפיטשמענטס, אטענטאטן, האבן נישט געקענט טון, וועט דער ראסיזם קלאגע ארבעטן. &nbsp; אזוי ארבעט דער סמ"ך מ"ם, כאטש א מענטש זעט אז אלע זיינע דאגות האבן זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאז, אלץ קינד האט ער זיך געזארגט וויאזוי זיין בר מצוה וועט אויסזען, אלץ בחור האט ער מורא געהאט אז ער וועט נישט ווערן א חתן, נאך די חתונה איז ער ארום געגאנגען מיט א דאגה ווער וועסט צו ער וועט האבן קינדער, און כאטש אויב מען קוקט צוריק זעט מען אז אלע זארגן זענען געווען אומזיסט, קומט אלץ דער ס"ך מ"ם פון פריש און זאגט אים אז דער יעצטיגער צרה איז געפערליך, און דער פלאנטער וועט דיר אונטערברענגען. &nbsp; אבער דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ווען א ריפארטער האט געפרעגט ביידען וואס ער זאגט צו דעם סקאנדאל אז איינער האט געזאגט מיסט אויפן פאטריקאנער אינזל, האט זיך ביידען אנגערופן, "גארביטש? טראמפ שטיצער זענען גארביטש", מער האט נישט אויסגעפעלט, און טראמפ האט זיך צוגעכאפט דערצו ווי א הונגעריגער בער נאכן ווינטער, און האט זיך ארויפגעזעצט אויף א "מיסט טראק" מיט ריזיגע אויפשריפטן דערויף פון זיין באקאנט קאמפיין סלאגאן "מאך אמעריקע געוואלדיג נאכאמאל", און שרייט און פארפירט אז העריס מיט ביידען האלטן אז זיינע שטיצער זענען מיסט, און אז זיי זענען נישט ראוי צו ווערן ערוועלט. &nbsp; ווען עס גייט דיר איבער עפעס, ווער נישט דערשראקן, פארלאז דיך אויפן אויבערשטן אז ער קען דיר ארויסנעמען דערפון, נאך מער פון דעם, פון דעם צרה קען נאך ארויסקומען דיין ישועה. אנטלויף נישט פאר שולחן עורך, עס קומט גוטע צייטן. גלייב אז צום סוף עס וועט אלעס זיין גוט!

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ה 📝
  • א הערליכע פרייליכע און ווארימע יום טוב איז אריבער אין שטעטל צוזאמען מיטן ראש ישיבה

    פון ערב יום כיפור האט זיך אנגעהויבן איין לאנגע קייט פון ווארימע דערהויבענע תפילות און דרשות. יום כיפור האט דער ראש ישיבה געדאווענט פארן עמוד און אריינגעברענגט א געוואלדיגע התעוררות אין אלע מתפללים. אזוי אויך האט מען געהערט גאר פייערדיגע דיבורים פאר כל נדרי, ווי דער ראש ישיבה האט אויך ארויסגעברענגט אז מ'זאל נישט זיין קיין עניו און טראכטן אז מיינע תפילות טוען נישט אויף, נאר מ'דארף וויסן אז מיין תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און יעדע תפילה טוט אויף. &nbsp; נאך יום כיפור האט מען זיך געגרייט צום פרייליכן יום טוב סוכות, מ'האט פארגרעסערט דעם סוכה אין שול בהתנדבות האברך מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו. דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס. &nbsp; די ערשטע טעג איז אריבער גאר שיין מיט ווארימע תפילות און לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה וואס האט מחזק געווען זיך צו פרייען מיט די מצות היום, און אויך אסאך ארומגערעדט פון פאלגן דעם רבינ'ס עצות פון כאפן א שפאציר יעדן טאג און רעדן צום אייבערשטן, און אזוי אויך נישט זיין קיין בטלנים, זען אויסניצן די צייט יעדן טאג צו לערנען שיעורים כסדרן. &nbsp; אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק ארומגערעדט ביי די קידוש נאכן דאווענען וועגן די וויכיטיגקייט פון האבן שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד.&nbsp; &nbsp; מוצאי שבת חול המועד איז מען זיך צאמגעקומען אינעם גרויסן סוכה פראווען דעם גרויסן הילולא פון הייליגן רבי'ן. דעם קומענדיגן טאג זונטאג איז פארגעקומען גאר א פרייליכע הכנסת ספר תורה נתנדב געווארן דורך האברך מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו. די ספר תורה איז ארויס פון זיין שטוב אויף 78 האשקי, און פון דארט האט מען געטאנצן מיטן תורה ביזן בית המדרש אויף 181 האשקי, יעדער אינגערמאן האט געהאט די זכי' צו טאנצן מיטן תורה, אלע קינדער האבן זיך מיטגעפריידט מיט פאקלען אין די הענט און מיט תורה פענער. &nbsp; דערנאך האט מען געטאנצן אין בית המדרש צוזאמען פאר א לענגערע צייט, די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט אז מ'האט אזא געשמאקע תורה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן. &nbsp; שפעטער איז פארגעקומען א גרויסארטיגע סעודה לכבודה של תורה אינעם גרויסן סוכה ביים חצר הבית המדרש, ווי עס איז אויך פארגעקומען א צווייטע סיום הש"ס דורכן נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו. ביים דרשה האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די אייגענארטיגקייט פון דעם הכנסת ספר תורה אז גלייך נאכן ענדיגן דעם מעמד גייט מען ווייטער צוריק צו די חומש צוריק צו די משניות און גמרא, ס'איז נישט נאר א מעמד פאר אפאר מינוט און דא ענדיגט זיך עס. &nbsp; אזוי איז אריבער די חול המועד טעג מיט געשמאקע תפילות און אזוי אויך שמחת בית השואבה. פון דארט איז מען אריין אין הושענה רבה אנגעהויבן מיט קריאת משנה תורה, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א סעודה. נאכן סעודה האט מען צוזאמען אויסגעזאגט גאנץ תהילים אזוי ווי דער מנהג איז. &nbsp; אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען אום 9:00 אזייגער, ס'איז זיך צאמגעקומען גאר א גרויסער עולם מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם דאווענען, צווישן יעדע שטיקל פון די הושענות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויף אן אנדערן ענין, די התעוררות איז געווען גרויס, אלע האבן תשובה געטון און געבעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיך קענען פארגענומען גוטע קבלות. און געבעטן אויף א גוט קוויטל פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל (מען קען הערן די דרשות אויף "קול ברסלב"). &nbsp; דערנאך איז מען אריין אין די פרייליכע צווייטע טעג יום טוב, וואס איז פארגעקומען אין צווייטן זייט שטעטל אויף די ירושלים גאס וואס געפונט זיך ביי טווין ברידזש געגענט. די חשובע גבאים האבן אויפגעשטעלט א גרויסן שאטער כדי ס'זאל זיין גענוג פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור וואס קומען מיטהאלטן די פרייליכע הקפות. &nbsp; ברוך השם אז די וועטער האט מיטגעשפילט נאכדעם וואס אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אייבערשטן דערויף, און מ'האט געקענט גיין און קומען אן זיך דארפן ספראווענען מיט א רעגן אינדערמיט. &nbsp; די הקפות איז געווען עפעס גאר פרייליך און הייליג, מ'האט געקענט זען אז אנשי שלומינו זענען באמת פרייליך מיט די תורה, ס'איז נישט קיין געמאכטע מעשיות וואס מ'טאנצט פאר א שטיק צייט און דערנאך לאזט דאס נאך, ניין! די טענץ און די שמחה האט אנגעהאלטן פון אנהייב די ערשטע הקפות ביזן לעצטן הקפה פון שמחת תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט במשך די הקפות אריינגעברענגט א געוואלדיגע פרישקייט אין אלעמען און געזען אז מ'זאל טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה איש בל יעדר. &nbsp; די הייליגע טעג וועלן געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט, די דרשות פון חיזוק און התעוררות האט זיכער עושה רושם געווען אויף אלעמען, אויפן לאנגן ווינטער וואס קומט, מ'האט זיך גוט אויפגעפרישט די נשמה מיט די אלע תפילות און דרשות וואס מ'האט געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מ'האט זיכער גע'פועל'ט א גוט זיס יאר.&nbsp;

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ה 📝
  • היציגע וואל פארמעסט אין אמעריקע קומט אן צום הויכפונקט

    עס קאכט און רוישט אין די אמעריקאנער גאסן, ווי מען פארט נאר ארום (אין די אלגעמיינע שטעט) זעט מען גאסן שילדן "טראמפ" און ביי אנדערע "העריס", עס טוט זיך אויף קעסל און כלים, די מידיע דרייט אן דעם אמעריקאנעם פאלק איבער די וואלן וואס איז ווי אייביג "אזאנס וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען&hellip;" &nbsp; עס איז מעגליך אז ווען איר וועט ליינען די שורות וועט מען שוין וויסן די אויסגאנג פון די וואלן, אבער בעת מיר שרייבן די שורות יאווען זיך די פילע אנאליזירער, פאראויסשאצער, אנקעטע נעמער מיט די פילע ציפערן וויפיל פראצענט די דעמאקראטן און די רעפאבליקאנער דארפן צו באקומען, וועלכע סטעיטס זענען זיכערע בלויע אדער רויטע, וויפיל זענען גענויגט, און וויפיל זענען ממש אייניג אז מען קען נישט וויסן צו וועמען עס וועט גיין. &nbsp; איך האף אז איר לאכט מיר שוין יעצט אויס, מיט וואס פארא נארישקייטן איז דער שרייבער פארנומען... וועם גייט אן די וואלן? מען קען גארנישט טון מיט דעם נייעס... מען קען נישט באקומען א בעסערע שלום בית דערפון, מען קען דערמיט נישט באצאלן די רענט, און עס מאכט נישט דעם איד פאר א בעסערע איד. &nbsp; אבער אויב זאגט מען דאס יעצט אין די הויכפונקט פון די וואל סעזאן אין די לעצטע טעג איידער די וואלן, וועט מען מיר אנקוקן ווי געפאלן פון די לבנה, איין צד שרייט אז טראמפ איז היטלער, "די נאציס האבן אויך געמאכט א ראלי אין מעדיסאן סקווער גארדען!", און דער אנדערע זאגט אז העריס איז א וויסטער אנטיסעמיט און א קאמוניסט, "אויב זי געווינט מוף איך ארויס פון אמעריקע, איך מוף מיר קיין מאנסי!". &nbsp; פאר די וואס זענען נייגעריג, פילע זאכן טוען אנדייטן אז טראמפ וועט עס מאכן דאס מאל, צוליב עטליכע סיבות: ערשטנס די פאולס ווייזן אז ער שטייט עטוואס פאראויס אין די קריטישע סווינג שטאטן. צווייטענס, לויט פילע אנאליסטן האט מען זיך געקענט רישן אז טראמפ וועט געווינען גענוג "עלעקטראלא שטימען" צו ווערן ערוויילט, אפילו אויב ער באקומט ביז 3-4 פראצנט ווייניגער "פאפולערע שטימען פון זיין קעגנער. לויט די יעצטיגע מצב שטייען זיי ביידע בערך אייניג אין דעם פעלד אויך. און דער דריטער אנדייטער איז אז מען זעט די טראמפ לאגער זענען אויפגעהייטערט ערווארטן א זיג, בעת די העריס לאגער זעט אויס אין פאניק און פארלוירן. &nbsp; עס מוז נישט זיין אז טראמפ וועט זיין דער 47'סטער פרעזידענט פון אמעריקע, אבער אזויפיל איז זיכער אז אפטימיזם איז א שטארקע שליסל צו מצליח זיין, א מענטש וואס איז פרייליך און אויפגעלייגט - זאגט דער הייליגער רבי - וועט האבן הצלחה אין וואס ער טוט נאר. עס איז אזוי אינטערעסאנט צו לערנען די הייליגע בריוו פון מוהרא"ש אין שו"ת ברסלב, אלע סארטן מענטשן מיט אלע מיני שאלות און פראבלעמען, און כמעט אייביג שרייבט מוהרא"ש בערך די זעלבע ווערטער "דיין פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, טו אלע פעולות שבעולם זאלסט זיין פרלייך וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה". &nbsp; און בנוגע די וואלן, לאמיר זיכער מאכן אז מיר האבן עפעס אין די הענט. "מה שביד בטוח", פלעגט מוהרא"ש זאגן. לאמיר זיכער מאכן אז מיר ווערן נישט פארבלענדעט פון די מידיע און זייערע נארישקייטן, טראמפ וועט נישט אויפשטעלן קיין גאז קאמערן, און העריס וועט אונז נישט פארשיקן קיין סיביר. גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער, לערן א פסוק חומש, אביסלע משניות און גמרא, וואס דאס בלייבט אין מיין האנט.

    < זעה מער כו תשרי תשפ"ה 📝
  • ווייטערדיגע באריכט פון אומאן - דער וועג, און יום טוב

    טראץ וואס עס איז שוין דורך יום הקודש, וועלן מיר אויפן פארלאנג פון פילע ליינער וועלן מיר איבערגעבן א מער דעטאלירטער באריכט וויאזוי עס איז דורגכגעגאגען דעם פארגאנענעם ראש השנה אין אומאן. &nbsp; אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט באשריבן באריכות א הערליכע באריכט פונעם נסיעה אין די עצתו אמונה פון סוכות, וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און ארויסנעמען פון דארט א תמצית פונעם בריוו. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט אז צוליב דעם וואס די עבודה אין אומאן איז אים גאר שווער, ווייל פון זכור ברית נעמט ער אויף מענטשן, דער ראש ישיבה שליט"א דאווענט די תפילות, בלאזט שופר, געבט דרשות, האט ער באשלאסן צו פארן פריער, ער זאל זיך קענען אויסרוען כאטש איין נאכט פריער נאך די לאנגע שווערע נסיעה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן דאנערשטאג נצבים וילך מיט זיינע קינדער, און נאך עטליכע פון אנשי שלומינו וואס העלפן אנגרייטן די סעודות און דער בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן מו"ה העניך אינדיג הי"ו, מו"ה יחזקאל סאמעט הי"ו, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה משה איינהארן הי"ו, מו"ה לייבי אפעל הי"ו, מו"ה אברהם אלי' פריעדריך הי"ו און נאך עטליכע בחורים. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג קיין ליזענסק, און אויף די הוראה פון זיין טאטן דער קארלסבורגער רב שליט"א האט מען געדאווענט מנחה קבלת שבת ביים ציון פון הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע, דער ראש ישיבה לייגט אראפ אינעם בריוו די גרויסע שמחה וואס האט געהערשט ביים הייליגן ציון, ווען מען ווייסט די גרויסע כח פון די צדיקים. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט ווי ער האט אסאך געבעטן דעם אויבערשטן ביים ציון אז זיין הארץ זאל זיך עפענען און ער זאל ווערן פרייליך, און ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן און ער האט אגעהויבן צו שפירן א געוואלדיגע שמחה. &nbsp; שבת אינדערפרי איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אנשי שלומינו זיצן יעדער פאר זיך און לערענען זייערע שיעורים יעדער פאר זיך מיט זיין זעקל ספרים, מען האט געדאווענט און געליינט אין די תורה וואס מען האט מיטגעברענגט פאר אומאן. &nbsp; מוצאי שבת קודש נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א באס פאר לאנגע שעות, ביים גרעניץ איז מען געווארן אויפגעהאלטן פאר צוויי שעה, אויפן וועג האט מען זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגען זמירות. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער געוואלט אנקומען קיין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב נאך איידערן עלות השחר צו זאגן סליחות, אבער צוליב וואס די וועג האט זיך פארשלעפט האט מען געזאגט סליחות אויפן באס מיט גרויס התעוררות. &nbsp; מען איז אנגעקומען קיין מעזיבוז אביסל פארן נץ, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען ותיקין, נאכן דאווענען און מעביר סדרה זיין&nbsp; איז מען אריבער צום הייליגן ציון ווי מען האט זיך גוט אויסגעבעטן ביים אויבערשטן. &nbsp; זייער אסאך בחורים זענען צוגעקומען צום ראש ישיבה דארט און אים באדאנקט פאר די שיעורים און ספרים, איין בחור האט געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער דארף אן עצה, ער פלעגט זיך מחי' זיין מיט'ן סדר דרך הלימוד, (כמבואר בשיחת הר"ן סימן ע"ו) וואס ער האט געהערט פון די שיעורים, ער האט אנגעהויבן צו לעבן, דורכ'ן זאגן אסאך משניות, ער איז ארויסגעקראכן פון זיינע עבירות, ביז זיין ראש ישיבה האט אים 'אויפגעקלערט' אז די ברסלבע זקנים זאגן אז דאס איז נישט דעם רבי'ן זאך און דאס איז נאר פאר שוואכע, און יעצט אז ער האט אפגעלאזט דעם סדר דרך הלימוד איז ער נעבעך צוריק געפאלן ווי ער איז, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט ער זאל זאגן פאר זיין משפיע "שכח פארן מיך אפשניידן מיין חיות, שכח פארן מיך צונעמען מיין לעבן". &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז עס האט אים זייער וויי געטון און האט זיך דאן אונטערגענומען מער צו רעדן קעגן די לצים און קעגן די זקנים וואס שניידן אפ מענטשן פון זייער חיות, און ער האט זיך דערמאנט א דיבור וואס מוהרא"ש האט אים געזאגט "אויב דו וועסט נישט רעדן קעגן די לצים, איז דיין ארבעט אומזיסט, ווייל איין לץ קען אוועקנעמען הונדער דרשות". &nbsp; דערנאך איז מען געפארן קיין ברסלב צום הייליגן רבי נתן, ווי דער ראש ישיבה שרייבט אז ער האט דארט געהאט א גרויסע התעוררות. &nbsp; ווען מען איז אנגעקומען קיין אומאן אויסגעמאטערט האבן די פאליציי געהייסן אויספאקן אלע פעקלעך, און מען האט זיך אנגעהויבן צו קריגן מיט די פאליציי, אבער ווען מען האט געזען אז מען האט נישט קיין ברירה האט מען אויסגעמוטשעטערהייט ארויסגענומען די פעקלעך און אריבערגעפירט דעם מאשין, און געזונגען מיט גרויס שמחה "אומאן אומאן ראש השנה, אשרינו מה טוב חלקינו". &nbsp; תיכף ווען מען איז אנגעקומען האבן זיך די געטרייע אינגעלייט גענומען צו די ארבעט אנגרייטן קאכן בלי שום תשלום גמול נאר צו העלפן דעם הייליגן רבי'ן אז מענטשן זאלן קענען קומען. &nbsp; מאנטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן ערלעדיגן לעגאלע פאפירן אין באנק, ווען בשעת'ן ווארטן איז מען זיך מחי' מיט'ן סדר דרך הלימוד. פון באנק איז מען געפארן צום ציון, די פאליציי האבן פארלאנגט פערציג דאלער שטייער, און דער ראש ישיבה איז אריין צום ציון מיט א געוואלדיגע שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך גערעדט צום אויבערשטן און געזאגט דעם תיקון הכללי און דער תפלה פון רבי נתן און דעם יום תהלים. &nbsp; דינסטאג האבן שוין רוב עולם אנגעהויבן אנצוקומען עס איז געווען א געוואלדיגע שמחה ווען אנשי שלומינו מארבע כנפות הארץ האבן זיך געטראפן ביים רבין, נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דער בלאט גמרא, און דערנאך האט מען גערעדט פון די גרויסקייט פון קומען צום רבין ראש השנה, און איבער דעם אז מען זאל אויסנוצן די טעג אין אומאן און נישט ווארטן אויפ געפילן. &nbsp; דער רבי און מפיץ פון ירושלים הר"ר שמעון עוזר שליט"א האט געמאכט א וואך נאכט אין אומאן, ער האט געמאכט א שליח הגה"צ רבי משה בראנדסדארפער שליט"א פאר'ן ברית. &nbsp; מען האט געזאגט סליחות זכור ברית ביי חצות, דער ראש ישיבה שרייבט אז ער ווי עס טוישן קומענדיגעס יאר אז מען זאל זאגן סליחות פארטאגס מכמה טעמים, און נאכדעם זאל מען דאווענען ותיקין און דערנאך זאל זיין פדיון נפש. &nbsp; צו מנחה ערב ראש השנה איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעגאנגען און צו מעריב איז געווען דער בעל תפלה הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א. &nbsp; מען האט נישט מאריך געווען מיט די סעודה און מען האט זיך געלייגט פרי כדי צו קענען אויפשטיין פארטאגס, דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין אויפגעשטאנען פיר דרייסיג, און אויף פינף אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט גמרא פאר א פולע עס זאל פון אינגעלייט וואס האבן שוין געהאלטן נאך די מקוה. זעקס אזייגער איז מען אינאיינעם געגאנגען צום ציון ווי מען האט זיך מתבודד געווען און געזאגט דעם תיקון הכללי. אום אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית. &nbsp; די תפילות זענען אריבער מיט גרויס התעוררות, און פאר די תקיעות האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט הארציגע ווערטער און געבעטן מען זאל זיך נישט האלטן קליין און טראכטן וואס מאכט מיינע תפילות אויס, ענדערש זאל מען זיך האלטן קליין ווען עס קומט צו בויען א הויז אדער קויפן א קאר, דעמאלטס זאל מען טראכן וואס פעלט אויס די אלע טייערער זאכן איך בין דאך א חוטא ופושע, אבער ווען מען רעדט צום אויבערשטן און מען בעט זיך אויס טאר מען נישט זיין קיין עניו. &nbsp; נאך די סעודה איז מען אריבער א וועג פון צוואנציג מינוט צו תשליך, דערנאך האט מען געטאנצט "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו". &nbsp; נאך מנחה האט דער ראש ישיבה געזאגט א דרשה און גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים רבין אויף ראש השנה, און איבער טון וואס דער רבי וויל - מיר זאלן זיך מתבודד זיין יעדן טאג, בעטן און בעטן אפילו נאר אפאר מינוט. &nbsp; דער צווייטער טאג איז דער ראש ישיבה אויפגעשטאנען פארקילט אן קיין קיין, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר הר"ר אברהם הערש שליט"א ער זאל זיך גרייטן צו זיין דער בעל תפלה, אבער אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אויבערשן און אינמיטן פסוקי דזמרה ווען ר' אברהם הערש איז צוגעקומען פרעגן, האט אים דער ראש ישיבה געזאגט אז עס איז געשען א נס און דער קול איז צוריק געקומען. &nbsp; ביי מנחה איז געווען דער בעל תפלה הרב דניאל בוים שליט"א וואס איז געקומען מיט א חבורה תלמידים צו הערן דעם דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה האט גערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געפאדערט פון אונז מיר זאלן טון די מצוות מיט א שמחה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגערעכענט פילע אינגעלייט וואס האבן היי יאר צוגעלייגט א האנט און ארויסגעהאלפן ר' העניך און ר' יחזקאל. ר' אהרן שלמה שווארץ מיט ר' יודי פריינד מיט נאך אינגעלייט און בחורים האבן ארויסגעהאלפן מיט אויסטיילן דאס עסן. &nbsp; ר' לייבי ליבערמאן האט צוגעשטעלט די קאווע, ר' נח הערש ווייס מיט נאך עטליכע חברים האבן אפגערוימט די סעודות, ר' יואל משה פליישמאן האט גערייניגט פארענט פונעם בנין, ר' אפרים שמעון האט מסדר געווען די מקוה, און צוויי חשובע מלמדים מרדכי איידליס און שלום אלי' פעלבערבוים האבן גערייניגט די אריינגאנג פון בית המדרש. ר' נחמן נתן קרויס האט פארקויפט די זיצן, ר' שלמה יאקאבאוויטש און ר' אברהם אלי' פריעדריך האבן געקאכט דאס עסן אין די פליישיגע קאך, און ר' משה איינהארן און ר' לייבי אפעל מיט נאך עטליכע בחורים האבן געקאכט אינעם נייעם פארעווען קאך. אלע האבן געארבעט פאר'ן רבין מיט געטריישאפט בלי שום תשלום גמול. &nbsp; נאך די סעודה שבת ביינאכט האט מען געזונגען ניגונים לכבוד שבת אינעם גרויסן שאטער, אויך איז געווען א שלום זכר ביי ר' הילל ווייס וואס איז געווען אין אומאן מיט זיין טאטע מו"ה ישראל אשר הי"ו און מיט זיין שווער הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, ער האט געמאכט א שליח פאר'ן ברית דער מוהל פון קרית יואל הר"ר אהרן ווייס שליט"א. &nbsp; פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע באריכטן בעז"ה

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ה 📝
  • הכנסת ספר תורה אין שטעטל - קומענדיגער זונטאג, א' דחוה"מ סוכות

    אין שטעטל גרייט מען זיך מיט גרויס פרייד צום גרויסן מעמד ווען מען גרייט זיך צום געהויבענעם מעמד ההכנסת ספר תורה, וואס וועט אי"ה פארקומען קומענדיגער זונטאג, דעם ערשטן טאג חול המועד סוכות. דער ספר תורה איז נדבת לבו פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, וועלכער האט געלאזט שרייבן דעם ספר תורה לע"נ רחל שמחה ע"ה בת מו"ה יצחק הי"ו. &nbsp; דער מהודר'דיגער ספר תורה איז געשריבן געווארן דורכן באקאנטן סופר מומחה, הר"ר יצחק שמואל פרענקל שליט"א, וואס איז פון די חשובע אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, וועלכע האט אוועקגעגעבן לאנגע חדשים צו שרייבן דעם ספר תורה פאר די קהילה. &nbsp; דער מעמד האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבן פארגאנגענעם זונטאג העעל"ט ווען מען האט אפגעראכטן א געהויבענע מעמד "כתיבת ספר תורה" אין שטוב פונעם נדבן מו"ה שבתי הי"ו, ווי מען האט געענדיגט שרייבן די לעצטע אותיות פונעם ספר תורה ווי דער מנהג איז, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ ווי מען האט זיך געפריידט בשמחת התורה, און געדאנקט דעם אויבערשטן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, און אויף דעם אז "והבדלנו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת, וחיי עולם נטע בתוכינו". &nbsp; אי"ה קומענדיגער זונטאג דער צווייטער טאג חול המועד, אינעם טאג פונעם הילולא פון הייליגן רבי'ן וועט מען זיך ווידער צוזאם קומען אין שטוב פונעם נדבן מו"ה שבתי מזרחי הי"ו ווי מען וועט ארויספירן דעם נייעם ספר תורה פונעם שטוב אויף 78 האשקי רד. אום 5:00 נאכמיטאג, באגלייט מיט געזאנג און טענץ בתופים ובמחולות, און מען וועט אזוי באגלייטן דעם נייעם ספר תורה אונטער דעם חופה דעם גאנצן האשקי גאס ביז'ן גרויסן בית המדרש אויף 181 האשקי רד. מיט פאקלען פענער און פעקלעך פאר די קינדער. &nbsp; אין בית המדרש וועלן אפווארטן באסעס וועלכע וועלן אהיים פירן די פרויען און מיידלעך מיט די קליינע קינדער איבער'ן גאנצן שטעטל. &nbsp; אום 6:00 וועט מען בעז"ה דאווענען מנחה אין בית המדרש, וואס וועט נאכפאלגן מיט געהויבענע טענץ לכבודה של תורה, און וועט נאכפאלגן מיט א שיינע סעודה לכבוד התורה. &nbsp; תנו כבוד לתורה

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ה 📝
  • שווערע שטורעם לאזט איבער לייכטע שאדנס פארן בנין אין אומאן פארגאנגענעם יום כיפור

    מיר דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם הערליכן יום טוב ראש השנה וואס מיר האבן בייגעוואוינט פארגאנגענעם ראש השנה, און מיר זענען זיכער אז מיר האבן געפועלט אלעס גוטס, א זיס לעכטיג יאר און אלעם גוטן. &nbsp; אין אן אינטערעסאנטע קרישקעלע קומט אריין א באריכט פון אומאן, אז נעכטן יום הקדוש האט זיך אראפ געלאזט א שווערע שלאקס רעגן, ווי מען זאגט האט זיך ווי געעפענט דער הימל און עס האט אזוינס געשטורעמט מיט גאר שטארקע דינערן און בליצן. &nbsp; אינמיטן דעם שטורעם האט מען געהערט א געפערליך קראך, און מען האט געזען שטארקע אויפרייס אויפן דאך פונעם בנין, די ארבייטער האבן זיך צוערשט גאר שטארק דערשראקן זייענדיג זיכער אז א רוסישע מיסל וואס האט זיך פארבלאנדשעט פונעם ציל האט נארוואס געלאנדעט אויפן בנין? אבער געלויבט דעם אויבערשטן אז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס געווען א שטארקער בליץ פונעם שטורעם האט אריינגעריסן אינעם בנין. &nbsp; נאך יום טוב האט מען תיכף צוגעטרעטן צו אפשאצן די שאדענס צו זען וואס איז געשעדיגט געווארן, און מען קען ב"ה מעלדן אז די שאדענס זענען נישט צו גרויס, דער דאך האט געליטן אביסל שאדענס, די וואנט פון דרויסן איז לייכט געשעדיגט געווארן, עס איז אויך געשען לייכטע שאדן צו די עלעקטריק סיסטעם, פארשדידענע ווייערס און באלבס זענען געווארן פארברענט. &nbsp; אביסל צו מסביר זיין די נפלאות הבורא: בליצן פאסירן ווען די וואלקענעס ווערן אנגעפילט מיט עלעקטריציטעט, און די לאסט ווערט אזוי גרויס אז די וואלקענעס קענען עס מער נישט פארנעמען. די עלעקטריציטעט זוכט דאן דעם גרינגסטן וועג זיך צו באפרייען און דערגרייכן די ערד וואס קען איינזאפן די עלעקטרישע ענערגיע. בדרך כלל וועלן בליצן אין אלעס וואס שטעקט ארויס, ווי למשל א גאר הויכע בוים, וואס קען זיין דער גרינגסטער ציל פאר'ן בליץ. &nbsp; אויב א בנין כאפט א בליץ, גייט דער בליץ געווענליך אריין אין די עלעקטרישע ווייערס צוליב דעם וואס זיי זענען שטארק 'קאנדוקטיוו', דאס הייסט זיי טראגן עלעקטריציטעט זייער גרינג. אבער, ווייל דער בליץ אנטהאלט א ריזיקע וואלטעדזש, פיל העכער פון וואס די ווייערס קענען אויפנעמען, קען דאס פאראורזאכן שאדנס ווי פארברענטע ווייערס און עלעקטרישע פאנעלן. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן "איך האב גארנישט, איך דארף גארנישט, איך בין גארנישט", דערפאר קען מיך קיינער גארנישט צונעמען, אויב מען כאפט א פליק אבער מען ווייסט אז ממילא דארף איך איין טאג צוריק גיין צו די ערד, דאן גייען אלע בליצן און אויפרייסן תיכף אריין צו דער ערד און דער מענטש ווערט נישט געשעדיגט, דאס איז דער גייסטישער 'בליץ כאפער' וואס מיר לייגן ארויף אויף אונז. &nbsp; ביי הויכע געביידעס וועט מען לייגט א פיזישע 'בליץ כאפער', וואס זענען אייזענעס וואס שטעקן זיך ארויס העכער די געביידע. און דינט אלס איינלאדענונג פאר די בליצן, זיי זאלן זיך אנכאפן אין זיי און נישט שעדיגן די געביידע. ווען די בליץ כאפערס כאפן א בליץ, טראגן זיי גלייך די ענערגיע אראפ צו דער ערד ('גראונד'), און דער געביידע ווערט, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, פארשוינט. &nbsp; לאמיר זיך האלט פארבינדן מיט'ן אויבערשטן און געדענקען אז אלעס קומט פון אים, דאן וועלן אלע חיצים ובליסטראות וואס ווערט געווארפן קעגן אונז אויך תיכף אראפ גליטשן, און מיר וועלן ארויסגיין דערפון אומגעשעדיגט בעזר השם יתברך. &nbsp;

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ה 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי'ן וועט ווערן אפגעראכטן ביומא דהילולא קדישא מוצש"ק חוה"מ סוכות הבעל"ט אין שטעטל

    אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום יארצייט פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס קומענדיגע וואך זונטאג חול המועד סוכות ח"י תשרי הבעל"ט. &nbsp; טראצדעם וואס עס זענען שוין פאריבער גאנצע 214 יאר פון די פטירה פון הייליגן רבי'ן האט זיך דער לעכטל פון הייליגן רבין נישט נאר נישט אויסגעלאשן, פונקט פארקערט, מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער צינדן זיך אן דערפון נאך און נאך לעכט, ווי דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "מיין פייערל וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיין אנדערש ווי אנדערע צדיקים, וועלכע האבן אראפגעברענגט אן אוראויף דער וועלט, און ווען זיי זענען נסתלק געווארן לחיי העולם האבן זיי דאס מיט גענומען מיט זיך, האט אבער דער רבי איבערגעלאזט ספרים וואס וועלן אנהאלטן צו באשיינען און באלייכטן די וועלט, מיט עצות און חיזוק און וועלן צוריק ברענגען צוריק אידן צום אויבערשטן ביז משיח'ס טאג. &nbsp; וואס דארף מען מער פון דעם וואס מיר האבן נארוואס צוגעזען אין אומאן: די וועלט שטוינט, ווער האט געוואשן די מחות פון די צענדליגע טויזנטער אידן אז זיי זאלן נעמען אויף זיך די מיסיע פון זיך צורייסן און צופליקן און רייזן ענדלאזע שעות אריין אין א מלחמה געפלאגטע לאנד? דער ענטפער איז זייער פשוט, די אידן האבן טועם געווען פון די זיסע און לעכטיגע עצות פון רבין וואס האט זיי געטוישט און געמאכט שפירן דעם אויבערשטן, האט זיי צוגעקלעבט צו די תורה, און האט אריינגעגעבן אין זיי די זיסקייט פון תורה ומצוות, ווען אזא איד הערט די בקשה פון רבי'ן "קיינער טאר נישט פעלן", קוקט ער שוין נישט אויף גארנישט, און מיט אמונת חכמים פאלגט ער און טוט וואס דער צדיק בעט. &nbsp; יעדעס יאר חול המעוד סוכות ווען עס קומט דער גרויסער טאג פון די הילולא קדישא, קומען פאר סעודות הילולות איבער די גאנצע וועלט, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און חזר'ן איבער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און דערווארימען זיך צו זיין פייער, אויך אין היכל הקודש וועלן זיך אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען אין אלע בתי מדרשים איבער די וועלט ווי די גבאים וועלן אויפטרעטן און רעדן פון די חיזוק און עצות פון רבין אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע פראוועט היי יאר דעם גאנצן חודש תשרי אין שטעטל, וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט מוצש"ק אין די פארגרעסערטע סוכה וואס איז ספעציעל אויפגעבויעט געווארן פאר דעם צוועק אין הויף פון בית המדרש אויף 181 האשקי רד. &nbsp; די גבאים געבן איבער אז די ווייבער שול וועט זיין אפן, און עס וועט זיין א ברייטע סעודה לכבוד דעם הילולא, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע שמועס פון דברי חיזוק, און וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות.

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 301 to 315 of 1720 results

1 2 ... 18 19 20 21 22 23 24 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com