Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער קאמפיוטער קיבארד

    שאלה: ווער איז אויפגעקומען מיט'ן קאמפיוטער קיבארד, און פארוואס איז עס פארדרייט און נישט אויפן סדר פון די אל"ף בי"ת?   ענטפער: די מערסט אויפגעכאפטע סדר פון די קיבארדס רופט מען QWERTY (לויט די ערשטע קנעפלעך פונעם קיבארד) דאס איז אנטוויקעלט געווארן דורך אן אמעריקאנער פארשוין מיט'ן נאמען קריסטאפער לאטאם שולס, וואס האט אויך געמאכט דער ערשטער מאסן פראדוצירטע טייפרייטער מאשין מיט בערך בערך 150 יאר צוריק.   די סיבה פארוואס ער האט געמאכט די אותיות פארדרייט איז בעיקר צוליב וואס ער האט געוואלט אפטיילן די אותיות וואס מען נוצט אפט איינע נאכן צווייטן אין ענגליש, אז זיי זאלן נישט זיין צוזאמען, ווייל די דעמאלטסדיגע טייפרייטערס פלעגן גרינג ווערן פארהאנקערט אויב מען האט צו שנעל געדרוקט צוויי קנעפלעך איינע נעבן צווייטן.   מיט בערך פופציג יאר שפעטער האט א איד מיט'ן נאמען ר' דוד יאנקלאוויטש וואס האט געהאלפן ערצייגן א אידישע טייפרייטער אויסגעשטעלט אונזער באקאנטער אידיש / לשון הקודש קיבארד. און אזוי ווי ביים ענגלישן סדר האט ער אויך בעיקר געזוכט אפצוטיילן אותיות וואס מען נוצט אפט אינאיינעם, אבער ער האט אויך געלייגט א געוויכט אז די אותיות וואס מען אפט זאל זיין אין צענטער און גרינג צו גרייכן, דערפאר זענען די אותיות "ו, מ, ה, א, י, און ע" אין צענטער, ווייל דאס זענען גאר אפטע אותיות אין אידיש און לשון הקודש.   ווען זאכן גייען אונז "שלא כסדר" זאכן זענען צומיש, עס גייט אונז נישט וויאזוי מיר ווילן, דארפן מיר געדענקען אז "שלא כסדר" איז "כסדר", פונקט ווי ביים קיבארד האט מען אויסגעשטעלט א צומשיטע סדר, ווייל דאס איז פאר די טובה פון די באנוצער, כל שכן וכל שכן דער רבונו של עולם, וואס מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה וויאזוי ער פירט די וועלט, קענען מיר האבן פארשטיין אז דאס איז די בעסטע פאר אונזער תכלית.   אידישע קינדער פרעגן נישט קיין קשיות, מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "למה, יאמרו הגוים", א גוי פרעגט פארוואס, און "אשרי העם, שככה, לו", וואויל איז פאר אידישע קינדער וואס זאגן אט אזוי. וויאזוי? אט אזוי. ווייל אז א איד גלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס עס גייט דורך אויף אים איז פאר זיין טובה, דאס איז מעין עולם הבא, אזא מענטש קען נישט ווערן באשטראפט, ווייל וויאזוי עס זאל אים גיין, און וואס עס זאל נאר נישט פאסירן מיט אים, וועט ער אייביג בלייבן פרייליך און צופרידן. ווי דוד המלך דרוקט זיך אויס אין תהלים ווי ער שפירט זיך פארזיכערט אינעם הענט פונעם אייבערשטן "כגמל עלי אמו כגמל עלי נפשי", אזוי ווי א ניי געבוירן קינד אינעם שויס פון די מאמע.   איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו אלול תשפ"ד 📝
  • טויזנטער ביפּערס פון כיזבאלא קעמפער רייסן אויף

    שוין זיבעציג יאר וואס די עירוב רב זענען ארויס אין א מלחמה על ה' ועל משיחו, זיי זענען געגאנגען מיט טעראר און ארויסגעטריבן די בריטן פון ארץ ישראל, און דערנאך זיך דערקלערט ככל הגוים בית ישראל, אידן זאלן זיין א פאלק ווי אלע פעלקער, רחמנא ליצלן. &nbsp; און ווי דער פסוק זאגט אונז שוין "ויאמר משה, למה זה אתם עברים את פי ה' והוא לא תצלח", מען קען נישט גיין קעגן רצון ה', און טראץ זייערע פילע אזוי גערופענע הצלחות און מלחמות איז דארט ליידער קיינמאל שטיל, זיי גייען אן מיט'ן מלחמה קעגן די תורה בכלל, יעדן טאג זענען זיי גוזר פרישע גזירות קעגן ערליכע אידן, והעולה על כולנה דער יעצטיגער שווערער מצב מיט די גזירות הגיוס, ווען זיי ווילן אריינשלעפן יעדן איד אין זייער כפירה מיליטער, און אזוי ליידן זיך אידישע קינדער אפ פון זיי יעדן טאג, ליידער פאלן כסדר קרבנות ברוחניות ובגשמיות, בפרט ווען פארגאנגענעם שמחת תורה זענען זיי געווען בלינד, שטום, און געלעמט און עס זענען אויסגע'שחט'ן געווארן ליידער הונדערטער אידן מיט אלע מיתות משונות הי"ד. &nbsp; בשעת עס גייט נאך אן א מלחמה אין עזה מיט כאמאס, איז אויך אין צפון שטארק אנגעצויגן, טויזנטער איינוואוינער זענען שוין אנטלאפן פון זייערע הייזער כמעט א יאר, ווען כיזבאלא שיקט כסדר אריין מיסלס און באמבעס פון לבנון. יעצט איז אנגעקומען די נייעס אז די ציונים האבן אויפגעריסן טויזנטער ביפערס און ראדיאס פון די כיזבאלא קעמפער, פון וואס צענדליגע זענען געשטארבן, הונדערטער זענען קריטיש, און טויזנטער זענען פארוואונדעט. &nbsp; מיר ערליכע אידן דארפן געדענקען אז ביידע זענען אונזערע פיינט, יעדע גוי האט פיינט א איד, אבער אויך ליידן מיר זיך ליידער צוזאם פון דער שנאת עם הארץ לתלמוד חכם, וואס ווילן אונז פארלענדן ברוחניות, וגדול המחטיאו יותר מן ההרגו. &nbsp; אבער וואס קענען מיר ארויסנעמען פון דער פאסירונג, אז די כיזבאלא קעמפער האבן זיך איינגערעדט אז זיי האבן א באהאלטענע כלי מיט וואס זיי שפירן זיך פארזיכערט, קיינער ווייסט נישט דערפון. די זעלבע וואס דער יצר הרע פרובירט אונז איינרעדן, א מענטש מיינט אז ער האט א כלי מיט וואס מען קען זען שלעכטע זאכן, און קיינער ווייסט נישט דערפון, ער באהאלט זיך אין אן אפיס, אבער דער אויבערשטער זעט, דער אויבערשטער ווייסט, און דער כלי קען נאך איין טאג רחמנא ליצלן אויפרייסן. דער רבי זאגט, אדער א נסיון אדער א בזיון. &nbsp; יעצט אין די הייליגע טעג דארפן מיר זיך פארנעמען ארויסצואווארפן אלע כלים וואס קענען אויפרייסן, און זיך פארנעמען זיך צו היטן די אויגן, נישט קוקן אויף קיין דיווייס וואס מען קען זיך דערמיט פארבינדן צו נישט גוטע פלעצער, כלים וואס מען קען זען דערויף שלעכטע זאכן.

    < זעה מער טו אלול תשפ"ד 📝
  • פעיק ניוז: מאלדאווע עפענט ב"ה צוריק אירע טויערן פאר חסידי ברסלב פון ארץ ישראל

    די תפילות פון טויזנטער ברסלב'ע חסידים רוקן ווענט, טראצדעם וואס די מדינה הציונות קוקט מיט א קרום אויג אויף יעדן ערליכן איד, וויבאלד די אמונה טרייע אידן זענען זיי א דארן אין אויג פאר זייערע בייזוויליגע פלענער פון ככל הגוים בית ישראל היל"ת, און בפרט ווען עס קומט צו חסידי ברסלב, וואס זענען גירא בעינא דשיטנא, וויבאלד עס גייט נישט דורך א טאג וואס א פרישע נשמה ווערט ארויסגעראטעוועט פון די הענט פונעם סמ"ך מ"ם א דאנק די ספרים פון הייליגן רבי'ן, אבער דאס קומט נישט צו צו די אפענע שנאה וואס די חברי הממשלה ווייזן ארויס צו די נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף אומאן. &nbsp; דאס וואס צענדליגע טויזנטער אידן רייזן אפ מיט מסירת נפש קיין אומאן האט נישט קיין הסבר על פי שכל, די אלע אידן טוען עס צוליב אמונה פשוטה און אמונת צדיקים, עס קומט נישט צוליב וואס דער רבי האט "מסביר" געווען פארוואס מען זאל פארן, עס איז בלויז צוליב וואס דער רבי האט געזאגט אז ער וויל אז יעדער זאל קומען, און קיינער טאר נישט פעלן, איי אז עס מאכט האבן א קשיא אויפ'ן הייליגן רבי'ן, האט דער רבי געזאגט וועט מען האבן נאך א קשיא. &nbsp; יעצט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די סעמאטוכע מיט מאלדאווע וואס האט געמאלדן אז זיי לאזן נישט אריין די טשארטער פליגערס פון ארץ ישראל, איז עס געווען זייער פשוט אז עס איז נישטא וואס צו טון דא, די מדינה וועט נישט קומען צו הילף, פונקט פארקערט, זיי לייגן אונטער פיסלעך ווי נאר זיי קענען, אבער ברסלב'ע חסידים מאכן נישט קיין חשבונות, מען קען יא, מען קען נישט. דער אויבערשטער קען אלעס. און אז אידישע קינדער בעטן דעם אויבערשטן הער ער אויס. יעצט איז געקומען די נייעס אז מאלדאווע האט געמאלדן אז אלעס איז געווארן מסודר, די פליגער זענען געלאדענט צו לאנדן ביי זיי אין לאנד אן קיין פראבלעם. &nbsp; מען דארף אבער געדעקנען אז יעצט דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן אז זאכן האבן זיך מסדר געווען, אבער מען דארף אויך בעטן אויף ווייטער אז אלע זאלן קענען אנקומען. עס איז נישטא קיין איינער פון די צענדליגע טויזטער אידן וואס האט נישט קיין מניעות, שווערע מניעות אנצוקומען צום הייליגן רבין. דער סמ"ך מ"ם וועט אלעמען לאזן פארן אויף ראש השנה וואו אימער, קיינעם גייט נישט אן אז מען פארט קיין ארץ ישראל בשעת מלחמה, קיינעם אינטערעסירט נישט אז אן ארבעטער פארט קיין פלארידע אויף יום טוב, דער סמ"ך מ"ם שפרינגט נישט אויב איינער לאזט איבער זיין ווייב א גאנצע זומער אין קאנטרי בשעת דער מאן האצקעט ארום מיט זיינע אזוי גערופענע "חברים". אבער אויב פארט מען צום הייליגן רבי'ן וואס האט געבעטן און געפאדערט מען זאל זיין ביי אים אויף ראש השנה, דרייט זיך איבער א וועלט, יעדער מישט זיך אריין עס ווערט א גאנצע קאשע, אמער פלוני אלמוני לאזט איבער זיין ווייב אליינס! &nbsp; דערפאר דארף מען געדענקען אז די אלע מניעות זענען בלויז א נסיון אפצוהאלטן א אידישע נשמה פון באקומען זיין תיקון און זוכה זיין צו אנקומען צו די מדריגות וואס דער רבי קען צוברענגען א מענטש. אויף אונז ליגט בלויז צו מתפלל זיין אז מען זאל אלעס קענען איבערקומען גרינגערהייט, און נישט ווערן צופאלן פון די אלע שטיינער. &nbsp; &nbsp; אפדעיט דאנערשטאג פרשת כי תבוא לאומאן: עס קומען אריין באריכטן אז דער אויבנדערמאנטער נייעס איז "פעיק ניוז", מאלדאווע לאזט דערווייל נאכנישט אריין קיין פליגערס פון ארץ ישראל, און די טשארטערס פון ארץ ישראל נעמען אנדערע רוטס.

    < זעה מער יד אלול תשפ"ד 📝
  • נייע מקוה בענק ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן

    בשעת מיר גרייטן זיך מיט די לעצטע הכנות צו די געהויבענע טעג אין אומאן בצלא דמהימנותא ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ווען מיר וועלן זיך ריטשארדזשן אינזערע באטעריען מיט אמונה, התחזקות און הדרכה אויף א גאנץ יאר, קומט אריין די אפדעיט פונעם בנין אין אומאן, אז אויך דארט ווערט געמאכט גרויסע הכנות צו אויפנעמען די הונדערטער געסט. &nbsp; אויסער די פילע תיקונים וואס מען האט שוין געמאלדן, ווי צום ביישפיל די גרויסע אהל הרחבת הדעת ווי מען וועט עסן די סעודות אויף א געשמאקע פארנעם, און אויסער די צוגעלייגטע וואסער טענק צו פארמערן די וואסער סופליי פארן יום טוב, תיקונים אין די כשרות המקוה, האט מען נארוואס צוגעענדיגט צו בויען שטארקע שיינע דויערהאפטיגע מקוה בענק וואס וועט זיכער אסאך צוגעבן און פארבעסערן די עקספריענס פון נוצן די מקוה זיך צו מטהר זיין לכבוד החג און לכבוד שבת. &nbsp; אין די לעצטע יארן האט מען געהאט פראוויזארישע פשוטע בענק אדער בענקלעך, עס איז נישט געווען גענוג פלאץ, און זיכער נישט וואו צו הענגען די וועש, וואס האט פארשווערט דאס נוצן די מקוה. היי יאר וועט מען בעז"ה דאס מער נישט דארפן האבן, ווען מען האט ברוך השם צוגעלייגט די פילע נייע בענק. &nbsp; אין ברסלב איז א מקוה א שטארקע עיקר, ברסלב'ע חסידים זענען שטארק מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי, זיך מטהר צו זיין פאר'ן אויבערשטן, דער רבי האט געזאגט אז די ערשטע זאך איז מקוה, און מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן אז ברסלב'ע חסידים זענען שטארק דאנקבאר פאר הרה"ק רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע וואס א דאנק אים איז מקוה געווארן שטארק פארשפרייט ביי חסידישע אידן, און אזוי קענען מיר חסידי ברסלב טרעפן פילע הערליכע געשמאקע מקוואות אין יעדע אידישע פלאץ פאר שפאט ביליגער פרייזן. &nbsp; א ברסלב'ע חסיד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ווען די מקוה איז געווען אויסערליך שמוציג און מאנכע האבן זיך נישט געשפריט באקוועם אריינצוגיין, "די מקוה איז ריין, איך בין שמוציג", ווי צו זאגן אז די קאליר פון די מקוה זעט אפשר נישט אויס אזוי ריין פאר אונזערע אויגן, אבער די נשמה וואשט מען נישט אויס מיט זייף און מיט א שויער, די נשמה וואשט מען אויס אין א מקוה, נישט קיין חילוק וויאזוי עס זעט אויס". &nbsp; דערפאר זענען אנשי שלומינו שטארק דאנקבאר פאר די עוסקים במלאכת הקודש וואס יום ולילה לא ישבותו, מען ארבעט אויף אלע פראנט צו מאכן דאס וויילן ביים רבי'ן דאס מערסטע היימיש וואס מעגליך, און דערמיט העלפן אנשי שלומינו וואס זענען זיך מוסר נפש צו מקיים זיין א דיבור פון הייליג'ן רבי'ן "איש בל יעדר - קיינער טאר נישט פעלן".

    < זעה מער יד אלול תשפ"ד 📝
  • וויאזוי ארבעט א קרעדיט קארד?

    שאלה: וויאזוי צאלט מען מיט א קרעדיט קארד? וויאזוי ארבעט עס אז מען געט א "סווייפ" און דער ארדער איז באצאלט? ר. ז. &nbsp; ענטפער: מען קען באמת באצויבערט ווערן, איך קויף איין א גרויסע וואגן פון פראדוקטן פון שענסטן און בעסטן, עס קומט צו רעכענען, אפס, דער בערזל איז ליידיג, נישט קיין פראבלעם, מען נעמט ארויס א בליטשקעדיגע פלעסטיק קאטל, מען געבט עס א וויש אריין אינעם מאשין, און דער געשעפט באפרייט דיין ארדער, קענסט עס אהיים נעמען. עפעס א כישוף קארד, א געלט בוים. &nbsp; אבער ניין, עס איז בכלל נישט אזוי גלאציג ווי עס זעט אויס, דער קליינער אומשולדיגער קארטל האט שוין אריינגעלייגט זייער אסאך מענטשן אין שווערע חובות, פון וואס זיי זעען נישט קיין וועג ארויס, זיי זענען באגייסטערט געווארן פון די רייצענדע בריוו פון די קרעדיט פירמעס, מען זאל נאר נוצן זייערע קארטלעך, און זיי וועלן געבן ריווארדס - מתנות פאר יעדן דאלער וואס מען געבט אויס. "וועסט קענען גיין אויף וואקאציע אומזיסט", שרייען זיי. &nbsp; וויאזוי ארבעט עס? די פירמעס שאצן אפ די קאסטומערס ווי שטארק מען קען זיי געטרויען, און לויט דעם באשטימען זיי וויפיל "קרעדיט" (סכום וויפיל זיי מעגן בארגן) זיי געבן, נאכדעם שיקן זיי ארויס א קארטל מיט א נומער, יעדע קארטל האט אן אנדערע נומער, אזוי ווייסן זיי ווער עס נוצט עס, און ווען מען "באצאלט" דערמיט אין געשעפט, שיקט דער מאשינקע אריין צום פירמע, אז דער קארטל האט "געקויפט" פאר דער און דער סכום. און פאקטיש האט מען יעצט "געבארגט" דעם סכום פונעם קרעדיט קארד פירמע. &nbsp; דערווייל איז נאך אלעס גלאנציג, ער קויפט אלעס וואס גלוסט זיך אים, און ער דארף נישט ארויסנעמען א פעני פון טאש. אבער אלעס קומט צו א האסטיגע אפשטעל סוף חודש ווען עס קומט אן דער ביל, דער חשבון, יעדע זאך וואס ער האט איינגעקויפט איז אויפגעשריבן פונקטליך וואו ער האט עס געקויפט, ווען ער האט עס געקויפט, און וויפיל געלט ער האט געבארגט, און אונטן איז דא א גרויסע נומער, א סך הכל, וויפיל געלט ער האט געבארגט דעם חודש. און אויב האט מען נישט צו באצאלן, "נישט קיין פראבלעם, פאר דעם זענען מיר דא", זאגן די "גוטהארציגע" קרעדיט פירמעס, "צאל יעצט וויפיל דו קענסט, אויף די איבעריגע חוב וועסטו באצאלן ריבית". דאס איז א ריזיגע נעץ וואס כאפט אריין טויזנטער מענטשן אין חובות. דאס איז אויסער די גרויסע ריזיקע אז מענטשן שפירן נישט ווי זיי געבן אויס געלט בשעת'ן קויפן, און מען קויפט זיך מער ווי מען קען זיך באמת ערלויבן, און דערנאך דארף מען באצאלן גרויסע אינטערעסט שטראפן פאר די פירמעס, וואס מאכן א לעבן אויף די אומשולדיגע מענטשן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א בעט אלץ אז מען זאל זייער אכטונג געבן פון קרעדיט קארדס, ווייל דער רבי האט געזאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון חובות, חובות נעמט אוועק דער ישוב הדעת פון א מענטש, מען קען נישט לערנען, מען קען נישט דאווענען, און מען קען נישט פירן א שטוב. עס נעמט אוועק דער קאפ פונעם מענטש. &nbsp; דערפאר דארף מען זיך זייער אכטונג געבן דערפון, און פרעגן אן ערליכער איד צי עס איז כדאי זיך אריינצולאזן אין דעם. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יג אלול תשפ"ד 📝
  • געהויבענע ימים טובים הבעל"ט אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    צהלי ורוני יושבת קרית ברסלב, די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען זייער פרייליך מיט די נייעס אז זיי וועלן האבן די זכי' צו האבן דעם ראש ישיבה שליט"א פאר גאנץ חודש תשרי. &nbsp; לויט'ן פלאן מיטן אייבערשטנ'ס הילף, וועט דער ראש ישיבה קומען אין שטעטל תיכף נאך ראש השנה פון אומאן, און וועט דארט פארבלייבן ביז נאך שמחת תורה. &nbsp; דעם הייליגן טאג יום כיפור און אזוי אויך די ערשטע טעג סוכות וועט דער ראש ישיבה בעז"ה דאווענען אין בית המדרש אויף האשקי, און שמחת תורה וועט מען בעז"ה פראווען אין ירושלים שול אין שטעטל. אלע וואס ווילן דינגען א זיץ אין בית המדרש אויף האשקי זאלן זיך מעלדן צום גבאי מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו ווי פריער, כדי יעדן צו קענען צופרידנשטעלן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער טוט דאס כדי גרינגער מאכן פארן עולם, ווייל אלע יארן פלעגן פילע אריינפארן אין שטאט אויף שמחת תורה, און אויסער די פילע טירחות פאר צענדליגע משפחות, קאסט עס אויך גרויסע געלטער צו דינגען דירות, דערפאר האט דער ראש ישיבה מחליט געווען צו טוישן היי יאר די פלענער און זיין אין שטעטל אויף סוכות. &nbsp; די גבאים פון ירושלים שול זענען שוין געזיצן מיט די גבאים פון האשקי שול, צו אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פון שמחת תורה, אז ס'זאל זיין צוגעשטעלט אויפן בעסטן אופן פאר מענער, פרויען און קינדער. &nbsp; אין די זעלבע צייט קומט אריין די גוטע נייעס, אז די הנהלה פון שטעטל האט אנגעהויבן בויען א פראקטישע שטארקע שארטקאט צווישן די מארקס און ירושלים גאסן, וואס וועט שטארק פארגרינגערן פאר די תושבים און זיי פארשפארן פון דארפן קריכן אויף לאנגע וועגן ארום און ארום. &nbsp; עס איז גאר מערקווירדיג די אחדות אין שטעטל ווי יעדער וואס האט נאר געקענט האט אזוי שיין זיך צוגעשטעלט, צוערשט איז מו"ה אברהם דוד לאקס הי"ו אנטקעגן געקומען צו מנדב זיין די הוצאות פון בויען דעם שארטקאט, און אזוי אויך האבן פילע פראפערטי אייגענטומער געגעבן רשות בסבר פנים יפות מען זאל דורכשניידן זייער פראפערטי. מען זעט ווי אנשי שלומינו פארשטייען אז די נכסים וואס זיי פארמאגן אויף דער וועלט איז נישט זייער "פיוטשער", זיי קוקן אן דער וועלט מיט די ריכטיגע בליק, אלץ א פרוזדור לטרקלין. &nbsp; די סעודת הילולא פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס אום חול המועד סוכות פלעגט ביז יעצט אפגעראכטן ווערן אין וויליאמסבורג, וועט היי יאר אפגעראכטן ווערן בעז"ה אויף א שיינע פארנעם, פרטים וועלן געמאלדן ווערן בקרוב בעז"ה.

    < זעה מער יג אלול תשפ"ד 📝
  • פרישע וואסער טענק ווערן אינסטאלירט ביים בנין היכל הקודש אין אומאן

    געלויבט דעם אויבערשטן אז מיר גרייטן זיך אלע צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, מיר ווייסן און געדענקען אז דער עיקר איז תפלה, און בפרט ווען עס קומט צום הייליגן רבי'נס ראש השנה וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיט אלע מיטלען צו צושטערן, הייבט זיך עס אן און ענדיגט זיך נאר מיט תפלה. זיכער דארף מען האבן א טיקעט, א פאספארט, א בעט מיט עסן, אבער דאס טוט בכלל נישט פארזיכערן אז מען וועט אנקומען, אלעס ווענדט זיך נאר אין תפלה. &nbsp; איינע פון די שוועריגקייטן וואס אומאן פלעגט ברענגען מיט זיך איז די הו הא פון פושקינע, די קולות כמעט פיר און צוואנציג שעה מעת לעת פון די טויזנטער עוברים ושבים, און בפרט אז מען ברענגט מיט קינדער, איז געווען שווער צו צושטעלן די ריכטיגע שמירה וואס פעלט אויס. וואס דערמיט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט באשלאסן צו בויען א גרויסן בנין ווייט ארויס פונעם געגענט האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה, מען איז נישט אויסגעשטעלט צו די גערודער פונעם צענטער, און אזוי אויך די קינדער זענען אויפן בעסטן פלאץ. די קינדער זענען אדער אונטער די אויפזוכט פון די עלטערן, אדער פון די געטרייע מלמדים וואס נעמען נישט קיין אפרו נאכן שווערן רייזע קיין אומאן, נאר נעמען צוזאמען די קינדער, און זיי לערנען דאווענען עסן אינאיינעם, מען גייט צום הייליגן רבי'נס ציון מיט די מלמדים. &nbsp; די אלע מעלות האבן צוגעברענגעט אז דער בנין איז געווארן אנגעפילט אסאך שנעלער ווי מען האט געקענט טראכטן, כאטש מען האט צוגעלייגט כסדר בעטן און צימערן איז עס געווארן איבערגעפילט. און כאטש מען האט פון גלייך פון אנפאנג אינסטאלירט ריזיגע וואסער טענק וואס זאל קענען האלטן גענוג וואסער פארן גאנצן יום טוב, מיט יעדעס יאר זענען צוגעקומען נאך אנשי שלומינו האט מען צוגעלייגט נאך טענק מיט די האפענונג עס זאל קלעקן פאר'ן גאנצן יום טוב. היי יאר ווערט ערווארטעט בערך זעקס הונדערט געסט איינצושטיין אינעם בנין און נאך דערצו אז עס קומט דריי טעג יום טוב, ווילן די עסקנים פרובירן אז עס זאל נאך אלץ זיין גענוג וואסער סיי פאר נטילת ידים, נעגל וואסער, מקוה, שויערס און אזוי ווייטער, האט מען באשטעלט פרישע ריזיגע טענג אין צוגאב צו די אלע פריערדיגע, צו פארמערן די וואסער קאפעסיטי פונעם בנין פאר דעם ריזיגן ציבור. &nbsp; אויסער דעם האט מען אריינגעלייגט נאך פילע תיקונים און פארבעסערונג אין און ארום דעם בנין, טייל וועלכע מען האט שוין באריכטעט ווי פארגרעסערן דעם מקוה, און צובויען דעם גרויסן אהל הרחבת הדעת. אבער עס איז דא נאך זאכן וואס מיר וועלן זיך פרייען צו באריכטן פאר אנשי שלומינו, ווי נאר די אפדעיטס וועלן אריינקומען. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער יום טוב זאל אריבערגיין אויף אנשי שלומינו געשמאק און שיין, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט, אויספועלן פאר זיך פאר די משפחה פאר גאנץ כלל ישראל א זיס און לעכטיג יאר ברוחניות ובגשמיות, א שנת גאולה וישועה.

    < זעה מער יב אלול תשפ"ד 📝
  • צווייטע אנטענטאט אויף טראמפ אין צוויי חדשים

    "מי יחי' ומי ימות, מי בקיצו ומי לא בקיצו", ווען מען הערט די פרישע נייעס ווי ווידעראמאל האט זיך געיאוועט א שיסער מיט א מיליטערישע עי קעי 47 ביקס און געפראואווט צו שיסן דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, דערמאנט מען זיך פון דעם שיינעם הארציגן נוסח וואס מען זינגט ראש השנה. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז וואס איז דער "מי מי מי" וואס מען זאגט ביי די אלע זאכן (אויף די ברסלב'ע נוסח)? וואס איז שלעכט מיט פשוט "מי יחיה ומי ימות", וואס זינגט מען "מי מי יחיה, ומי מי ימות" און אזוי ווייטער, פלעגט מוהרא"ש זאגן אז די אלע זאכן ווי לעבן אדער פארקערט, געזונט אדער פארקערט, פרנסה אדער פארקערט זענען בלויז די ראשי פרקים פון וואס מען שרייבט אונז אן ראש השנה, און און די איבעריגע "מי'ס" ליגן די פילע אנדערע שיקזאלן וואס וועלן נגזר ווערן אויף דעם מענטש לטב ולמוטב, און אויף דעם זענען מיר מתפלל מיר זאלן פארשריבן ווערן לחיים, ולשלום, צו פרנסה און רואיגקייט. &nbsp; דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ איז היינט זונטאג דורך א פרישע אטענטאט פרואוו, ווען דער געוועזענער פרעזידענט האט זיך געפונען אויף זיין גאלף קורס אין מאר-א-לאג אין וועסט פאלם ביעטש אין פלארדיע, האט זיך א פארשוין אין די זעכציגער יאר שווער באוואפענט געשטעלט נישט ווייט פון דארט. &nbsp; כאטש דער שפיל ארט איז געווען פארשלאסן, האט ער געטראפן א פלאץ וואו מען האט געקענט אריינקוקן און זען וואס טוט זיך אינעם גאלף קורס. &nbsp; אבער אז עס איז באשערט צו לעבן, וועט דער אויבערשטער מאכן אז די סיקרעט סערוויס אגענטן זאלן באמערקן דעם פארדעכטיגטער פארשוין. דער זעכציג יעריגער - זעענדיגט אז ער איז באמערקט געווארן - האט שנעל אריינגעשטעלט דעם שפיץ פונעם ביקס אינעם צוים האפענדיג אז ער וועט קענען אין די שנעלעקייט שיסן אויפן פרעזידנעט. &nbsp; די לייב וועכטער פונעם פרעזידענט האבן אבער תיכף גענומען שיסן - נאך איידער ער האט געהאט א שאנס צו טון עפעס בייזענס - ער האט תיכף אפגעיאגט פון שטח, און אראפגעווארפן זיין געצייגט דארט צווישן די ביימער, און אפגעפוצט מיט זיין קאר. בערך פערציג מינוט שפעטער האבן די פאליציי געטראפן און ארעסטירט דעם שיסער. &nbsp; דער פרעזידענט האט מען תיכף אוועקגעפירט צו א זיכערע ארט, ווען ער איז ווידעראמאל געראטעוועט געווארן פון אן אטענטאט פראוו. &nbsp; דאס איז געקומען אין א צייט קוים צוויי וואכן איידער מיר פארן ארויס צום הייליגן רבי'נס ציון אין אומאן, און דאס דינט ווי א פאסיגע דערמאנוג וואס פארא יאר עס איז דורך אויף אונז, "מי יניח ומי ינוע", ווער וועט זיין רואיג, און ווער וועט זיין צושאקעלט, וויאזוי וועט אויסזען אונזער קומענדיגער יאר? וועלן זאכן פארן סמוד, אדער וועלן זיין באמפס? מיר ווילן האבן א סטאבילע יאר ברוחניות ובגשמיות, די באנק זאל זיין געקאווערט, און די מוח זאל זיין מסודר, וואס ווייסט א מענטש וואס ווארט אים? דערפאר וועלן מיר אלע איבערקומען אלע מניעות און נישט קוקן רעכטס אדער לינקס, קויפן א טיקעט און זיך ארויסלאזן אויף דעם לאנגן וועג צום גרויסן לאיער וואס וועט איינרייסן פאר אונז מיר זאלן האבן אונזערע ישועות ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער יב אלול תשפ"ד 📝
  • ברסלב ספרים צענטער אין קרית יואל באלייכט דער שטאט

    דער ברסלב ספרים צענטער אין קרית יואל איז א הפצה געשעפט וואס איז נישטא איר'ס גלייכן. דער געשעפט איז אויסגעשטאט מיט הונדערטער ספרים און קונטרסים אנגהויבן פון ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי נתן, און בעיקר פון די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, ספרים וואס מען קען אין ערגעץ נישט באקומען. און דאס אלעס פאר גאר גאר ביליגער פרייזן, ממש קאסט פרייז. רוב ספרים זענען געפרייזט פאר בערך 3 ביז 5 דאלער. &nbsp; ממש יעצט איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט פון ספרים וואס מען האט באשטעלט פון ארץ ישראל, עס איז דא דארט א ריזיגע אויסוואל, צום ביישפיל עס איז דא די ספרי אשר בנחל פון חלק א' ביז קכ"ד, גאנצע סעטס פון שו"ת ברסלב, גאנצע סעטס פון "אוצר קוטרסים", פילע ספרים אויף ראש השנה, און אנדערע ימים טובים, ספרי ברית שלום, אוצר הקדושה, אוצר שלום בית, ארך אפים, אלעס הערליכע נייע דרוק מיט הארטע דעקלעך. &nbsp; מען קען אויך דארט קויפן די ספרים וואס אנשי שלומינו וואס לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וועלן זיך מחי' זיין, צום ביישפיל די "אוצר היומי" די פופצן שיעורים (חומש, תנ"ך, משניות, ש"ס בבלי, ש"ס ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, זוהר הק', תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן, און ליקוטי הלכות) וואס מוהרא"ש האט אהערגעשטעלט, געדרוקט מסודר עס צו ענדיגן צוזאמען מיט ש"ס. &nbsp; אנשי שלומינו וועלכע זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג מעודד זיין, וועלן זיך מחי' זיין מיט די נייע משניות וואס איז יעצט דא צו באקומען. דאס איז א סעט פון 29 קליינע בענדער, וואס יעדעס איינע פארמאגט די ח"י פרקים פאר איין טאג אין חודש, און איז גענוג קליין אריינצוגיין אין טאש, וואס דערמיט וועט מען שטארק פארגרינגערן דאס ענדיגן די פרקים משניות טעגליך. &nbsp; דער געשעפט געפונט זיך אין צענטער פון שטאט, אין חצר פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף 8 העיס קאורט, און איז אפן טעגליך צווישן 2:00 און 4:00 נאכמיטאג, פאר אנדערע שעות קען מען רופן דעם געטרייען גבאי פון בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 845-662-4888. &nbsp; עס איז ממש א נחת אריינצוקומען אינעם געשעפט ווען מען זעט די ריזיגע אויסוואל פון ספרים אזוי שיין מסודר, די ספרים גייען אויס זייער שנעל, דערפאר איז כדי אריינצוכאפן יעצט ווען דער אויסוואל איז נאך גרויס. &nbsp; מיט'ן לערענען און פאלגן וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער ט אלול תשפ"ד 📝
  • שאלה: וואס איז פאפיר, און וויאזוי מאכט מען דאס?

    שאלה: וואס איז פאפיר, און וויאזוי מאכט מען דאס? משה'לע &nbsp; ענטפער: טייערער משה'לע, עס איז גוט אז דו האסט מיר געפרעגט איבער פאפיר, ווייל דאס איז איינע פון די זאכן אויף וואס מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן יעדן טאג אז ער האט אונז געגעבן די מעגליכקייט היינט צו טאגס צו האבן גוטע שיינע שטארקע פאפיר פאר אזוי ביליג, און דערמיט געבט עס דער מעגליקייט פאר אונז איינצוקויפן הונדערטער ספרי קודש, הערליך און שפאט ביליג, אז אפילו ווער עס פארדינט ווייניג קען זיך ברוך השם ערלויבן צו האבן חומשים, משניות, גאנצע סעטס פון ש"ס, און די ספרים פון אלע אנדערע גדולי ישראל און צדיקים וואס דערמיט קענען מיר ווערן ערליכע אידן, און וויסן וואס דער באשעפער וויל פון אונז. &nbsp; איידער עס איז געווארן באקאנט פאר די וועלט וויאזוי מען מאכט פאפיר זענען ספרים געווען זייער טייער, ווער האט זיך געקענט ערלויבן צו קויפן א ש"ס? אפשר דער רב און דער דיין האבן געהאט אן אייגענע ש"ס, די אנדערע אידן פון שטאט האבן זיך געדארפט איינטיילן אין בית המדרש, ווען איך לערן קידושין, וועט דער צווייטער מוזן לערנען פסחים און אזוי ווייטער. &nbsp; ווער רעדט נאך פון אפשרייבן די תורה און די חיזוק פון די צדיקים. ווער האט זיך דאס געקענט ערלויבן איידער עס איז געווען פאפיר? היינט קומט מען אריין אין בית הדפוס, און מען זעט ווי עס קומט אן א טרעילאר פון פעלעטס פאפיר, וואס קאסט רעלאטיוו צו אמאל זייער זייער ביליג. א פאלעט וואס ליגט דערין 200,000 (צוויי הונדערט טויזענט!) פאפיר, קאסט היינט בערך $2,000. &nbsp; וויאזוי מאכט מען טאקע פאפיר אז עס קאסט אזוי ביליג? פאפיר מאכט מען פון "האלץ", מען שיילט אפ די שאלאכט פון די ביימער, און מען צוהאקט און צומאלט די האלץ גאר שטארק, מען מישט עס אויס מיט וואסער, מען לייגט צו פארשידענע כעמיקאלן וואס העלפן די פייבער פון די האלץ זאל ווערן גענצליך צענימען, ביז עס ווערט א מאטריאל וואס מען רופט "פּולפּ". דער פּולפּ זעט אויס ווי א געדעכטע טייג פון וואס מען וועט מאכן שפעטער די פאפיר. &nbsp; דערנאך הייבט זיך אן דער פראצעס פון ארויסנעמען די וואסער און די נאסקייט פון די צומאלענע האלץ טייג, די טייג וואס איז שוין היבש טרוקן ווערט דערנאך ארויף געלייגט אויף גרויסע ברייטע פאסיקעס, און עס הייבט זיך אן אויספארמען פאפירן, דער פייכטע פאפיר פארט דורך א ווארימע פלאץ ווי די וואסער ווערט גענציך אויסגעטרוקענט, און פון די אנדערע זייט פארט ארויף דער פרישער טרוקענע פאפיר אויף ריזיגע ראלס וואס וועט שפעטער צושניטן ווערן לויט די מאס וואס דער קאסטומער האט באשטעלט. &nbsp; די פאפיר קומט דערנאך אן צום בית הדפוס ווי מען דרוק ארויף דערויף די אלע הייליגע דיבורים פון אונזערע רבי'ס, מען דרוקט ארויף די התחקזות און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און פאר עטליכע פרוטות קען יעדער זוכה זיין צו לערנען די אלע הייליגע ספרים און אויסוואקסן א צדיק. &nbsp; איר קענט שיקן אייער שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער ט אלול תשפ"ד 📝
  • אלגעמיינע וועלט צייכענט היינט אפ די "סעפטעמבער 11" טעראר אטאקעס

    דריי און צוואציג יאר צוריק כ"ג אלול תשס"א, ג' סליחות, האט די וועלט אויפגעטרייסעלט מיט די שרעקליכע נייעס אז טעראריסטן האבן "מצליח געווען" איבערצונעמען 4 פליגערס, און אריינגעשמעטערט דערמיט אין די צוויי בארימטע צווילינג טורעמעס פון די "ווארלד טרעיד סענטער" אין מאנהעטן, אזוי אויך אינעם נערוו-צענטער פון די אמעריקאנער מיליטער דער "פענטאגאן", און א פערטער וואס איז געווען געריכטעט צום ווייסן הויז אין וואשינגטאן איז אראפ געברענגט געווארן דורך די פאסאדזשירן וואס האבן זיך קעגן געשטעלט די טעראריסטן. &nbsp; אמעריקע איז געווען אין שאק, די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט געוויסט וויאזוי צו רעאגירן, די בירגער אין אמעריקע זענען געווען שרעקליך פארפאניקט פונעם פאקט אז אפאר אראבער מיט פארטשייעלעך ארום דעם קאפ האבן באוויזן צו געבן אזעלעכע מיאוסע שלעק פאר די שטאלצע אמעריקע און באוויזן אראפ צו ברענגען די צוויי מעכטיגע בנינים דער שפיגעלע פון אמעריקאנער "ביזנעס". &nbsp; דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש האט דאן אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק און פארגעזאגט אויף טעלעוויזיע (אין ענגליש פארשטייט זיך...) קאפיטל כ"ג פון תהלים, "מזמור לדוד, ה' רועי לא אחסר", און געזאגט פאר זיינע צוהערער "Though I walk through the valley of the shadow of death, I will fear no evil; for You are with me", (גם כי אלך בגיא צלמות, לא אירא רע כי אתא עמדי), "אפילו איך גיי אריבער די טאלן פון די שאטן פון טויט, האב איך נישט קיין מורא, ווייל דו ביסט מיט מיר". &nbsp; אין אמעריקע גלייבן אסאך אין גאט (בפרט די רעכטע), אבער די אמונה פון די גויים איז גאנץ עפעס אנדערש ווי די אמונה פון אידישע קינדער, פרעזידענט בוש האט געמוזט באקומען צוויי קלונגעדיגע פעטש אין ביידע פנימער כדי ער זאל רעדן פון גאט, ער איז טיף אין דער ערד, מען ווייסט אפילו נישט וויאזוי ער הייסט, יא עס קומט אים טאקע קרעדיט, ער רעדט פון גאט. &nbsp; דער הייליגער בארדיטשובער רב אלץ אינגערמאן איז ער געפארן צו זיין הייליגן רבי'ן דער מגיד, און זיין שווער וואס האט בכלל נישט פארשטאנען וואס חסידות איז, וואס א רבי מאכט פון זיין חסיד, האט געהאט טענות צו זיין פרישער איידעם, היתכן מען לאזט איבער די ווייב, מען פארט זיך קיין מעזריטש. "לוי יצחק, וואס האסטו דארט אויפגעטון אין מעזריטש!" האט ער גע'טענה'ט. דער איידעלער אינגערמאן וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק דער קדושת לוי האט געזאגט זיין שווער "איך האב מיך אויסגעלערענט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט", "פאר דעם פארט מען קיין מעזריטש?", ער רופט צו איינע פון די מיידלעך א יתומה וואס האט געהאלפן אין שטוב, "ווער פירט די וועלט?" פרעגט ער איר, "וואס הייסט ווער, גאט פירט די וועלט", האט זי גלייך געזאגט, דער הייליגער קדושת לוי האט דערויף געזאגט, "זי זאגט עס און איך לעב דערמיט". &nbsp; יעדע איד האט אמונה, אבער עס איז דא ביי וועם עס איז ווי להבדיל ווי ער ווייסט אז אין טשיינע עסט מען רייז, ער ווייסט אויך אז דער באשעפער פירט די וועלט, ער טראכט נישט אז דאס איז אים נוגע אין לעבן, עס זענען דא מענטשן וואס טראכטן מער פון טראמפ און העריס, כאילו דאס וועט אים עפעס העלפן. מיר קומען צום צדיק כדי מיר זאלן באקומען דעם אייבערשטן "לנגדי תמיד", אלץ זאלן מיר געדענקען אז דער באשעפער איז דא מיט אונז, און סיי ווען עס גייט אונז גוט, און סיי ווען עס גייט אונז שווער, און אפילו די קלענסטע דאגה, האט מען נישט קיין מורא וויייל דער באשעפער איז מיט אונז.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ד 📝
  • בלויז צוויי וואכן פארבליבן צום גורל אויף דעם ראש ישיבה'ס תיקון הכללי אויף קלף

    עס קומען אריין גאר פאזיטיווע גריסן פונעם גבאי קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו וויאזוי אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארעם צו שטיצן דעם קרן הדפסה. יעדער איינער זוכט צו האבן א חלק אין הדפסה והפצה, פילע נעמען ספרים און גליונות און מאכן הפצה בגוף, און דער וואס שפירט אז ער קען עס נישט טון, פריידט זיך צו העלפן די חשובע אינגעלייט וואס זענען זיך מוסר נפש און שטיצן מיט א ברייטע האנט די אלע פעולות. &nbsp; אלץ א מיטל צו העלפן געבן א שטופ און ארויסהעלפן דעם קרן הדפסה דעקן די פילע הייליגע פעולות האט דער ראש ישיבה אוועקגעגעבן זיין תיקון הכללי אויף קלף וואס ער האט באקומען א מתנה פאר עטליכע יאר צוריק, מען זאל עס קענען אויסראפלען, און די אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט סכומים הגונים פאר'ן קרן הדפסה וועלן באקומען א שאנס דער תיקון הכללי זאל ווערן זייערס. &nbsp; דער תיקון הכללי אויף קלף איז געשריבן אויף פארמעט בכתב אשורית מיט שיינע גרויסע אותיות, אזוי ווי א מגילה פון 11 שורות. צו לאזן שרייבן אזא מגילה קאסט אויף די פרייע מארקעט פופצן טויזענט דאלער, און מיט דעם וואס דאס איז געווען דעם ראש ישיבה'ס, איז בכלל נישט מעגליך צו אפשאצן די ווערט פונעם דעם חפץ קודש. &nbsp; די אלע וואס וועלן זיך האבן משתתף געווען פון נאך פורים העעל"ט ביז'ן קומענדיגן ערב ראש השנה הבעל"ט מיט טויזענט דאלער פאר'ן קרן הדפסה, וועלן אריינגיין אינעם זעלטענעם גורל, און עס קען זיין אז אויף דעם ראש השנה תשפ"ה הבעל"ט וועט איר האבן די זכי' צו זיין דער אייגענטומער פונעם זעלטענעם "תיקון הכללי" פונעם ראש ישיבה שליט"א. פון טויזענט דאלער און ווייטער, וועט יעדע $250 געבן נאך א שאנס אינעם גורל. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי הי"ו, צו טשעקן וויפיל איר האט שוין געגעבן פאר'ן קרן הדפסה במשך די לעצטע חדשים, און וויפיל איר דארפט נאך משלים זיין ביז טויזענט דאלער, רופט אים שוין אויף 347-578-4449. &nbsp; דערמיט וועט איר האבן די זכי' צו נעמען א חלק אינעם ריזיגן הפצה פארבריק וואס געבט ארויס טויזנטער ספרים, קונטרסים, גליונות, סידיס, און פירט אן מיט די קרית ברסלב בלעטל, דרוקן אשר בנחל, דרוקן קונטרסים, און נאך ספרי הראש ישיבה שליט"א, די ברסלב סענטער וועבסייט, שאפ ברסלב, קול ברסלב. און די אלע חיזוק און הדרכה וואס צענדליגע טויזנטער מענטשן באקומען דורכדעם וועט אלעס גיין אויף אייער זכות, צו געבענטש ווערן מיט אלע ברכות, און זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און שנת גאולה וישועה.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ד 📝
  • מאלדאווע ווייזט צוריק טשארטערס פון ארץ ישראל

    פון די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן, האבן בערך 15,000 אידן געהאט טיקעטס אויף פליגערס פון ארץ ישראל קיין מאלדאווע. יעצט קומט אריין די נייעס אז מאלדאווע וויל נישט געבן קיין ענדגילטיגע ערלויבעניש פאר די טשארטערס צו לאנדען ביי זיי, זאגענדיג אז זיי קענען נישט דערהייבן דעם פארמערטן פלוס פון פאסאדזשירן צו זייער עירפארט, און האבן טענות פארוואס מדינת ישראל וויל נישט באצאלן די קאסטן פון צולייגן סעקיורטי. &nbsp; חסידי ברסלב זענען שוין געוואוינט מאז ומקדם אז מען דארף איבערקומען שטיינער, זענען נישט באזארגט, און בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל קענען אנקומען געזונטערהייט. און זיכער איז מען נישט אינטערעסירט אין די טובות פון די מדינה, וואס איז פארשטייט זיך נישט אינטערעסירט צו העלפן די הייליגע נסיעה, וואס איז אין קעגזאץ צו זייער עקזיסטענץ פון אויסרייסן די אמונה פון אידישע קינדער, און דער נסיעה ברענגט צוריק טויזנעטער אידן צום אויבערשטן. &nbsp; די פארשידענע אגענטורן וואס געבן זיך אפ מיט מסדר זיין די נסיעות אין ארץ ישראל, זענען אין די טעג פארנומען צו פריש מסדר זיין די רייזעס קיין אומאן, כאטש קישינעוו וואס איז דער לופטפעלד אין מאלדאווע געפונט זיך דאס נענטסטע קיין אומאן, געפונען זיך נאך עירפארטס אין אנדערע מדינות אין די געגענט נישט צו ווייט. טייל ווענדן זיך צום עירפארט אין יאס, רומעניע, אדער צום מארמאראש עירפארט נעבן די שטאט סאטמאר, אין רומעניע, אויך קוקט מען אריין אין אן אפציע צו נוצן דעברעצין עירפארט אין אונגארן, אדער קאשוי עירפארט אין סלאוואקיע, און די קומענדיגע אפציע איז ריישא פוילן, וואס די און נאך עירפארטס געפונען זיך אין די גאנצע אומגעגענט ארום אוקריינע פון וואו מען קען פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה. &nbsp; וויאזוי עס זאל נישט זיין, וועט דאס נישט קענען אפהאלטן די רצון און בענקשאפט פון די אלפי חסידי ברסלב צו קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, ווי מען וועט נישט רוען ביז מען וועט פועלן די ישועות וואס מען דארף. &nbsp; יעדער פארשטייט אז ווען מען האט א שווערע משפט, דער לאיער זאגט אז עס איז א שווערע קעיס, בפרט אז מען ווייסט ביי זיך אז מען האט נאך אסאך צו פאררעכטן, קען מען נישט נעמען קיין שאנסן, און אז דער לאיער זאגט אז מען זאל קומען צו אים בשעת'ן משפט, קוקט מען נישט אויף גארנישט. חייך קודמין. &nbsp; אנשי שלומינו גרייטן זיך צו צום גרויסן יום הדין, מען מאכט א חשבון הנפש, מען לייגט צו שיעורי תורה, מען איז מרבה מיט מצוות און מעשים טובים און מען איז מתפלל מען זאל זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה.

    < זעה מער ז אלול תשפ"ד 📝
  • דער באדייט פונעם עלעפאנט און דער אייזל פאר די פארטייען

    שאלה: ווען עס איז פארגעקומען די דעבאטע צווישן טראמפ און ביידען האט איר געלייגט א בילד פון אן עלעפאנט און אן אייזל ביי א פאדיום, אין מיינע אויגן קוקט דאס אויס ווי איר ווילט אראפ שטעלן ווי די קאנדידאטן זענען בהמות, איך מיין אז מען דארף שרייבן מער רעספעקטפול ווען מען רעדט איבער זיי. בפרט ווען טראמפ האט אזויפיל געהאלפן אידישע קינדער. &nbsp; ענטפער: זייער גוט אז איר פרעגט. די סיבה פארוואס מיר לייגן א בילד פון די צוויי חיות ווען מען רעדט איבער די וואלן איז צווייפאכיג, איינס דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפ געשטעלט א פאליסי אז מען זאל נישט לייגן קיין בילדער פון קיין גוים אונזערע אויסגאבעס, דערפאר האבן מיר געטראכט אז מיר וועלן לייגן עפעס אנדערש. פארוואס די צוויי חיות? ווייל דאס איז דער סימבאל פון די צוויי פארטייען. שוין איבער הונדערט יאר ווערט דער "אייזל" געזען ווי דער סימבאל פאר די דעמאקרטישע פארטיי, און דער "עלעפאנט" ווי דער סיבמאל פאר די רעפאבליקאנער פארטיי. &nbsp; דער אייזל סימבאל האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס א רעפאבליקאנער קאנדידאט דעמאלטס האט גערופן דעם דעמאקראט אן "אייזל", ווי צו זאגן אז זיי זענען נאריש, אבער די דעמאקראטן האבן אנשטאט דאס אפווארפן עס גענומען אלץ זייער סימבאל, און פון דאן פלעגט מען מאלן די דעמאקראטן אין די קארטונס אלץ אן אייזל, און שפעטער האט איינער געמאלן א קארטון ווי אן אייזל פארשטעלט ווי א לייב פארטרייבט און דערשרעקט אלע חיות פון וואלד אריינגערעכענט אן עלעפאנט, און זינט דאן איז דאס געווארן אנגענומען אלץ זייער סימבאל. &nbsp; כאטש מיר פרובירן צו דעקן ביידע צדדים און נישט נעמען קיין שטעלונג, וועלן מיר אבער דאס מאל קלאר שטעלן אז ביי אונז אין די רעדאקציע איז מען בכלל נישט אומפארטייאיש, מיר זענען קלאר איינזייטיג און מיר שטיצן דעם קאנדידאט וואס האט די ריכטיגע פאליסיס וואס איז וויכטיג פאר אונז. עס איז קלאר אז מיר דארפן א פירער מיט עקספיריענס און איינער וואס פארשטייט וויאזוי אמעריקע דארף זיך פירן סיי אינערליך און סיי אויסערליך, עס איז אן ערנסטע צייט היינט, עס קומען פאר שווערע מלחמות איבער די וועלט, מען מאכט קריטישע לעבנסוויכטיגע באשלוסן וואס וועט האבן ווייטגרייכענדע אויסווירקונגען אויף מיליאנען מענטשן. עס קומט פאר א בלוטיגע שלאכט אין אוקריינא, און אזוי אויך דער מיטל מזרח קאכט ווי א קעסל. &nbsp; מיר וועלן יעצט איינמאל אינדארסירן א קאנדידאט און מיר בעטן אלע, אז וויבאלד דאס מאל זענען די וואלן גאר וויכטיג, און אפילו מיר וואוינען אין ניו יארק וואס ווערט ערווארטעט צו גיין גרינג פאר די דעמאקראטן, דארפן מיר אבער ארויסגיין און וועלן צו מאכן א סטעיטמענט וועם מיר שטיצן. &nbsp; אויב מיר אלע וועלן אויסוועלן אלץ אונזער פירער דעם הייליגן באשעפער, וואס ער קען אונז העלפן, און ער וויל אונז העלפן וועלן מיר האבן א זיסע לעבן, דער אויבערשטער שטייט און ווארט מיר זאלן אים בעטן און ארויסקוקן צו אים, ווייל ער האט אונז ליב און ער ווארט צו הערן פון אונז. &nbsp; מיר דארפן "אלעס" בעטן דעם אויבערשטן, סיי וואס עס דרוקט אונז נאר, אויב מיר שפירן אז טראמפ מוז געווינען, ווייל אז נישט וועט... בעט עס פונעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער וועט צופירן אז דער קאנדידאט וואס איז די בעסטע טובה פאר אונז וועט געווינען ווייל לב מלכים ושרים ביד השם. &nbsp; איר קענט פרעגן א שאלה דורך שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ז אלול תשפ"ד 📝
  • עצתו אמונה חלק י' ברוך השם ארויס פון דרוק

    מכון עצתו אמונה גייט אן מיט'ן גאנצן פרישקייט, מען געבט ברוך השם איין באנד נאכן צווייטן. אין די יעצטיגע טעג האט דער מכון געלאזט וויסן, אז חלק י' איז שוין ארויס פון דרוק, און וועט בקרוב פארטיילט ווערן פאר די חשובע נדבנים. &nbsp; אבער אין די זעלבע צייט לאזט מען נישט אפ די פריערדיגע בענדער, ברוך השם געלויבט דעם אויבערשטן אז די ספרים גייען זייער שטארק, די מפיצים זאגן אז עס איז דא א שטארקע פארלאנג, און כאטש מען האט געדרוקט גאר אסאך פון די ערשטע בענדער זענען שוין פילע בענדער מער נישטא צו באקומען. אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך אויך איבערצודרוקן די ערשטע באנד וועלכע איז שוין נישטא צו באקומען פאר א לענגערע וויילע. &nbsp; עס איז אינטערעסאנט צו זען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אום חודש אלול שנת תשע"ט, ווען מען האט געדרוקט עצתו אמונה חלק א' דעם ערשטן מאל, שרייבט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע אז מען זאל דאס דרוקן און איבערדרוקן. &nbsp; "לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר. איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע בשורה אז עס איז יעצט ארויס פון דרוק די ערשטע חלק פון ספר "עצתו אמונה", שאלות ותשובות וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו ענטפערן פאר בחורים און מיידלעך, זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט זיין ביי זיך געפאלן און אויפגעגעבן, נאר זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. &nbsp; באמת האב איך גארנישט מחדש געווען, איך האב נאר גענומען די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן און דאס אראפגעשריבן אויף א שפראך וואס די היינטיגע דור פארשטייט, אבער אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז פון מוהרא"ש; עצות און הדרכה פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; שטארק זיך ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, ווייטער אנגרייטן און מגיה זיין די בריוו פון עצתו אמונה און דאס דרוקן און נאכאמאל דרוקן. וואויל איז פאר אלע וואס העלפן דרוקן די ספרים וואס איז מחזק אידישע קינדער, דער וועט זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט דרוקן דעם ספר אשר בנחל, אז מען וועט זען גרויסע ישועות. &nbsp; א כתיבה וחתימה טובה" &nbsp; עס איז יעצט דא דער געוואלדיגער געלעגענהייט צו קענען קויפן א זכות ווען מען דרוקט דעם הייליגן ספר וועלכע גייט צום דרוק ממש בקרוב, רופט שוין מוה"ר ישעי' איידליס הי"ו אויף: 347.831.1391 אדער מוה"ר שמואל אייכנשטיין הי"ו אויף: 917.589.3382. &nbsp; גלייכצייטיג טוט מכון עצתו אמונה מעלדן אז מען קען נאך קויפן דעם זעלטענעם "זכות מהדורה". &nbsp; דער זכות פון העלפן דרוקן די הייליגע ספרים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אויבערשטן וועט זיכער מגין זיין פאר אלע משתתפים צו פארשריבן ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה און א זיס געבענטשט יאר.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 331 to 345 of 1720 results

1 2 ... 20 21 22 23 24 25 26 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com