Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הדרן עלך ששה סדרי תוספתא

    קרעדיט: מו"ה יהושע העשיל דובדבני הי"ו - ירושלים עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען דעם פרייטאג זוכה געווען צו ענדיגן די צוואנציגסטע מחזור פון ששה סדרי תוספתא, און שבת קודש פרשת קרח האט מען אנגעהובין דעם פרישן מחזור אין תוספתא. שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא. מען זעט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פארן מענטש אויף אייביג. מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זעהן אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט. אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת. דער נייער מחזור אין תוספתא האט געברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים. אין ארץ ישראל איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע סיום לרגל די סיום פון תוספתא אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור אנשי שלומינו. איינע פון די מפיצים האבן דארט פארציילט אן ערשט האנטיגע עפיזאד, אז נישט לאנג צוריק האט ער אנגעהויבן א שיעור צו לערנען יעדן טאג דעם "בית נצחי" (בבלי ירושלמי תוסתפתא), און האט גלייך דערנאך געטראפן א הערליכע דירה אין אלעד פאר א גאר ביליגע פרייז, "איך בין זיער אז עס איז אין זכות פון דעם שיעור אין בי"ת". הרב שמעיה פרידלאנד הי"ו אין אן אינטערוויו פאר קול ברסלב (אויף לשון הקודש) האט פארציילט אז א האלבע יאר צוריק האט ער זיך פארבינדן מיטן מרכז הפצה ירושלים, און זיך איינגעקויפט א תוספתא, און האט גלייך אנגעהויבן א שיעור דערין, און יעצט האט ער ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן תוספתא. "איבעריג צו זאגן אז זייט דעמאלטס זעה איך א שטארקע הצלחה אין מיינע געשעפטן". אנשי שלומינו אין צפת און טבריה האבן געפראוועט א שיינע סיום ביים ציון פון הייליגן תנא רבי חייא וואס האט געשריבן דעם תוספתא. מען האט געהערט א שיינע שמועס פון הר"ר נחמן יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער עיקר דארף מען געדענקען "איך הייב אן פון יעצט", און בעז"ה אין איינס און א האלב יאר ארום וועלן מיר ענדיגן אינאיינעם דעם תוספתא. נאך האט ער ארויסגעברענגט ווי די גמרא דערציילט אין מסכת בבא מציעא איז דער הייליגער תנא רבי חייא געווען א גרויסער מפיץ, דערפאר איז דא דער ריכטיגער פלאץ זיך מחזק זיין אין דעם ענין פון הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ווערטער איבער גאנץ ארץ ישראל. גדול יהיה כבוד הבי"ת הזה! 🛒 צו קויפן א סעט תוספתא - הערליכע דרוק, גרויסע שיינע אותיות, מנוקד 📸 סיום ששה סדרי תוספתא אין ירושלים עיה"ק - ליל שישי קרח תשפ"א 📸 סיום ששה סדרי תוספתא ביים ציון הק' פון התנא רבי חייא - ליל שישי קרח תשפ"א

    < זעה מער ה תמוז תשפ"א 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פאר די באטייליגטע אין די קאמפיין פאר די מוסדות

    קרעדיט הר"ר אשר יעקב בלום הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אין וויליאמסבורג צו זייער א שיינע מסיבה, אין שטוב פון מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון העלפן די הייליגע מוסדות, און געבעטן מען זאל צוזאם נעמען געלט פון די באקאנטע און קרובים, אויך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג הי"ו און מו"ה ארי פיש הי"ו אנפירער פון דעם קאמפיין אויפגעטרעטן. דערנאך האט מען געטיילט שיינע מתנות אלץ הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אריינגעברענגט סכומים ביים פאריאריגן פרוטה'לעך קאמפיין, דערנאך האט מען געזינגען שיינע ווארימע ניגונים אינאיינעם. אין קרית יואל איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת הכרת הטוב דינסטאג נאכט אין שטוב פון מו"ה זושא שטראה הי"ו מראשי הקהילה ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, ווי ער מיט זיין זון מו"ה שלמה הי"ו האבן צוגעשטעלט א הערליכע מסיבה, עס איז זיך צאמגעקומען א שיינע ציבור וואס האבן די זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פון קרית יואל און מאנסי, מ'האט געשמאק פארברענגט אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד, מ'האט ארויסגעברענגט שיינע געדאנקען איבער די גרויסע זכיה און די מתנה וואס מיר האבן אז מיר קענען העלפן די הייליגע פלאץ וואס געט אונז "לופט צו אטעמען" און שכל וויאזוי צו קענען האבן א גוטע לעבן מיט אייבערשטן אויף דער וועלט. עס האבן אויך אויפגעטרעטן מו"ה ארי פיש הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו וואס האבן ארויסגעברענגט די חשיבות פון אלע אינגעלייט וואס העלפן ארויס דעם הייליגן פלאץ. דערנאך האט מען געטיילט מתנות און פּלעקס פאר די אינגעלייט וואס האבן ארויסגעהאלפן דעם קאמפיין פאר די מוסדות בשנת תש"פ. ורוח הקודש אומרת כן יפרה וכן יפרוץ 📰 דער קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן 🔗 עפענט אייער אייגענע "טעים" 💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📸 די עקסנים אין ארץ ישראל נעמען אנטייל אינעם קאמפיין 📸 מסיבת הכרת הטוב אין ווילימאסבורג 🎞️ מסיבת הכרת הטוב אין וויליאמסבורג 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א

    < זעה מער כג סיון תשפ"א 📝
  • הפצה ראטעוועט - דער ראש ישיבה שליט"א מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל

    דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגענוצט דעם קורצן באזוך אין ארץ ישראל צו מחזק זיין די פלייסיגע געטרייע מפיצים וואס שלאפן נישט און רוען נישט. זיי זענען פארנומען א גאנץ יאר און טראכטן אלץ "וויאזוי קען איך פארשפרייטן די ליכטיגקייט וואס איך האב באקומען פאר נאך איין איד?". זיי דרוקן און טיילן אויס צענדליגע טויזנטער קונטרסים און גליונות א גאנץ יאר. אויך אין מירון האבן די מפיצים אויפגעשטעלט א הפצה סטענד. ווי עס איז געווען די הפצה הויפטקווארטיר פון וואו מען האט פארשפרייט טויזנטער גליונות, קונטרסים, דיסקס, קמיעות, און חיזוק יומי קארטלעך. מען האט אויפגעשטעלט אויפן פלאץ א גרויסע סקרין, ווי מען האט געזען חיזוק יומי שטיקלעך פון מוהרא"ש זי"ע. טויזנטער אידן האבן זיך כסדר אפגעשטעלט און זיך צוגעהערט צו די הייליגע דיבורים פון מוהרא"ש, און האבן איינגעקויפט פונעם טישל, קונטרסים און סידיס. גאר אסאך האבן זיך איינגעקויפט דעם בארימטן קמיע פון מוהרא"ש זי"ע וואס איז מסוגל פאר א שמירה פאר רפואה און הצלחה. די פילע מפיצים וואס זענען געקומען פון גאנץ ארץ ישראל זענען אלע צוגעקומען צום טישל און גענומען א פאק ספרים, סידיס אדער קארטלעך און עס גענומען און אויסגעטיילט צווישן די פילע צענדליגע טויזנטער אידן וואס זענען פארזאמעלט איבער די גאנצע בארג. הפצה ראטעוועט ווי באקאנט האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט א מפיץ באגלייטן אים אלע "שבעה רועים", און עס איז נישטא קיין גרעסערס פון פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבין וואס ברענגט אריין אמונה אין אייבערשטן אין די גאנצע וועלט. אין די לעצטע טעג האט מען געהערט פון די חשובע מפיצים, וויאזוי זיי זענען געראטעוועט געווארן פונעם שרעקליכן אומגליק. דער מפיץ הב' אברהם ני"ו פארציילט: געלויבט דער אייבערשטער אז איך בין געוואר געווארן פון די הייליגע וועגן פון היכל הקודש. ווען איך בין אנגעקומען קיין מירון בין איך געקומען נעמען קונטרסים און א צדקה פושקע פונעם הפצה טישל. כ'האבן אנגעהויבן מפיץ זיין דארט די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש, דערנאך בין איך געגאנגען צום הדלקה פון תולדות אהרן ממש נעבן דעם פלאץ ווי דער אומגליק האט פאסירט. אום 12:40 האב איך פלוצלינג באשלאסן "איך גיי ארויס", איך האב געשפירט כאילו איינער שטופט מיר "גיי, אנטלויף פון דא, שנעל!". נישט מער פון עטליכע מינוט שפעטער האט מען געהערט די שרעקליכע שמועות וואס האט פאסירט. איך האב געשפירט ווי דער זכות פון הפצה האט מיר געראטעוועט." דער מפיץ מו"ה שמואל פּאַשקעס הי"ו פארציילט: "איך האב געהאט מורא'דיגע ניסים. איך האלט אז אלעס איז אין זכות וואס איך האב אריינגעלייגט עטליכע פרוטות אינעם פּושקע ביים הפצה טישל. איך בין ארויף צום הדלקה, איך האב דארט פארטיילט בערך 50 חיזוק יומי קארטלעך. איך בין געשטאנען ביים הדלקה פון תולדות אהרן נעבן עטליכע באקאנטע, וואס עטליכע פון זיי זענען נעבעך אומגעקומען שפעטער ביים אומגליק. איך בין געווארן צוקוועטשט, און איך האב אנגעהויבן צו פאלן, איך האב פארלוירן מיין באוואוסטזיין פאר עטליכע מינוט, און בדרך נס האבן מיר מענטשן ארויסגעשלעפט פון דארט. דער נס איז געווען אז איך האב גע'חלש'ט. ווייל עטליכע נעבן מיר זענען נעבעך אוועק..." דער ראש ישיבה מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל דער ראש ישיבה שליט"א האט פארברענגט ל"ג בעומר און שבת פרשת אמור אין מירון ביי זיין טאטן כ"ק אדמ"ר מקארלסבורג שליט"א. נעכטן זונטאג איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און ביי נאך קברי צדיקים אין גליל, ווי דער ראש ישיבה האט אסאך מתפלל געווען פאר די תלמידים.&nbsp; שפעטער איז דער ראש ישיבה געקומען צו די מפיצים אין צפת, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה אז ער קען קומען אין א שטוב ווי מען דרוקט און מען איז מפיץ די הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "דארט ווי מען רעדט פונעם אייבערשטן, דארט ווי מען איז מגלה דעם אייבערשטן דארט איז דא די גרעסטע קדושה". דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן צו די מפיצים אין טבריה, ווי דער ראש ישיבה האט געזאגט א שיינע שיעור, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבערדעם וואס לעבן ווי א פשוטער איד אזוי ווי דער שלחן ערוך זאגט, אזוי ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, און אזוי ווערט מען הייליג. און אז דער צדיק ברענגט צוזאם גשמיות מיט די רוחניות. אין די יעצטיגע מינוטן מאנטאג מיטאג (מאנטאג אווענט אין ארץ ישראל) בשעת די שורות ווערן געשריבן, קומט דער ראש ישיבה אן קיין ירושלים, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן א שיעור פאר די ירושלימ'ער מפיצים. דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך אהיים קערן בעז"ה מארגן דינסטאג. וְעַל יְדֵי הֲפָצַת סִפְרֵי רַבֵּינוּ, נָבִיא אֶת מָשִׁיחַ צִדְקֵנוּ 📸 די הפצה טישל אין מירון תשפ"א 📸 ל"ג בעומר ביים טאטן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א אין מירון 📸 ביי קברי צדיקים אין צפת - זונטאג בה"ב תשפ"א 📸 באזוכט בית הדפוס צפת - זונטאג בה"ב תשפ"א 📸 ביים קבר התנא רבי עקיבא אין טבריה - זונטאג בה"ב תשפ"א 📸 זונטאג בה"ב אינדערפרי תשפ"א - אין מירון 📸 ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוון - מוצ"ש אמור אין מירון&nbsp; 📸 ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל - זונטאג נאכט בה"ב תשפ"א 📸 ביים שרייבן בריוון אין ירושלים עיר הקודש - מאנטאג בה"ב תשפ"א 🎞️ דער ראש ישיבה אין מירון תשפ"א - 9 קליפס 🎦 שיעור אין חבורת היכל הקודש טבריה - א' בה"ב תשפ"א 🎦 שיעור אין חבורת היכל הקודש צפת - א' בה"ב תשפ"א 📰 וואס וויל דער באשעפער פון אונז? דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון 📰 דער ראש ישיבה אין ארץ ישראל 📰 איבערגעלעבט אין זכות פון די קמיע 💿 ניגונים פון תשובה לימי הספירה 🛒 קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה והצלחה 📜 איך זע איר זענט גוטע מפיצים 📜 אין אזא שווערע צייט קען מען זיך נאר שטארקן מיט אמונה 💬&nbsp; פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט אזא אומגליק אין ל"ג בעומר?

    < זעה מער כא אייר תשפ"א 📝
  • וואס וויל דער באשעפער פון אונז? דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון ל"ג בעומר תשפ"א

    די וועלט שטייט שאקירט און מען קען נישט צו זיך קומען פון די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט ל"ע אין מירון פארגאנגענעם ל"ג בעומר העעל"ט. עס גלייבט זיך נישט ווען מען הערט די שוידערליכע שמועות, אומשולדיגע אידישע קינדער זענען נעבעך צודריקט און צעטרעטן געווארן. פינף און פערציג טייערע הייליגע לויטערע נשמות האבן זיך צוריקגעקערט צום כסא הכבוד אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר אין מירון. זיצנדיג אין מירון, האט דער ראש ישיבה געזאגט עטליכע קורצע חיזוק שמועסן. צוליב די וויכטיגקייט דערפון וועלן מיר אראפ ברענגען די תוכן פונעם ראש ישיבה'ס ווערטער. מענטשן זענען זייער צומישט, מענטש פרעגן "וואס גייט פאר"? דער הייליגער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ח"ב, סימן נ"ב: דאס וואס ס'איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; דאס איז זיין שיינקייט. אונזער שכל זאל פארשטיין דעם אייבערשטן וואלט געמיינט אז דער אייבערשטער איז אונזער שכל. קומט אויס אז דאס וואס מען פארשטייט נישט, ס'איז דא קשיות "וואס, וואס?" - דאס ווייזט ווי גרויס דער אייבערשטער איז. דער רבי פירט אויס "וואויל איז דער מענטש וואס האט נישט קיין קשיות". דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט. "אל אמונה ואין עול, צדיק וישר הוא". מ'האט געפרעגט א צדיק 'במה הארכת ימים', האט ער געענטפערט, 'איך האב נישט געפרעגט קיין קשיות'. אז מ'פרעגט קשיות, אויבן אין הימל איז אלעס קלאר, זאגט מען אים 'קום ארויף אויבן, און דו וועסט שוין אלעס פארשטיין'. מ'דארף אסאך חזר'ן די אמונה, מיט זיך מיט די ווייב מיט חברים. עס איז דא א באשעפער. איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, איך וויל&nbsp; נישט פארשטיין, און איך קען נישט פארשטיין. איך וויל האבן אמונה. נישט קיין חילוק וואס פאסירט. מ'ווייסט גארנישט וואס פארא גזירה רבי שמעון בר יוחאי האט אראפגענומען. &nbsp; ליידער מ'הערט די שרעקליכע טראגעדיע וואס איז געשען אין מירון, עס קומט אריין שרעקליכע שוידערליכע נייעס; אומשוליגע טייערע בחורים און אינגעלייט, אזוי אומגעקומען אין אזא הייליגע טאג, אזוי סאך אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל יעצט. דער הייליגער רמב"ם זאגט, ווען דער אייבערשטער שיקט עפעס א צרה, איז דא א מצות עשה א מענטש זאל זיך מתבונן זיין 'וואס דארף איך פאררעכטן'; דער רמב"ם זאגט אין הלכות תענית: אויב א מענטש זאגט "ס'איז א פאסירונג, ס'געשען", "דרכי העולם, ס'געשעט, משטופט זיך, מ'פאלט", "ס'געשעט אזוי, ס'געשעט אהער", "יעצט רעגן נישט, יעצט רעגנט יא", "יעצט קומט גוט, יעצט קומט שלעכט", איז עס מדרכי אכזריות! פארוואס? ווייל דער אייבערשטער שיקט אונז רמזים מ'זאל תשובה טון, און אויב ח"ו מ'זאגט אז דאס איז מדרכי העולם, "ס'געשעט זאכן", "ס'פאסירט עקסידענטן", ברענגט מען ח"ו נאך שלעכטס. ווייל דער אייבערשטער דארף שיקן נאך רמזים. על כל פנים, מענטשן פרעגן, "וואס זאל איך טון?", אזא מעשה, מ'איז צומישט, מ'ווייסט נישט וואס צו טראכטן. וואס מיר דארפן ארויסנעמען איז, אכטונג געבן זיך נישט קריגן מיט אנדערע, זיך נישט שטופן מיט אנדערע, נישט טרעטן אויף אנדערע, נישט באגראבן אנדערע, נישט שטויסן אנדערע. אידישע קינדער זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן. דער יצר הרע קומט און וויל מאכן פרודים "אונזער, ענקער", "מיר זענען גרעסער, ענק זענען קלענער", "מיר זענען די עכטע, דו ביסט נישט די עכטע"; אדער ח"ו מענטשן זענען פארנומען מיט א צווייטן; מ'זוכט ווי אזוי מ'קען וויי טון א צווייטן, שטעכן א צווייטן, טרעטן אויף א צווייטן. אז מ'זעט מענטשן ווערן צוקוועטשט און מ'טרעט זיך אן, דאס קומט אונז ווייזן אז "וואס דארף איך וויי טון א צווייטן?", "פארוואס זאל איך נישט לעבן בשלום יעדער איינער צוזאמען?". על כל פנים, טייערע תלמידים, טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט, אז עטס פרעגטס וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר; רבי שמעון בר יוחאי הייבט אן דעם "אידרא": "אנן בחביבותא תליא מילתא" - אונזער הצלחה איז אז מ'האט זיך ליב, אז מ'לעבט אינאיינעם און מ'איז בשלום. בפרט אין די טעג פון ספירה, ל"ג בעומר; ביז ל"ג בעומר איז דאך טעג פון אבלות, וואס איז געשען אזעלעכע טראגעדיעס אין צייטן פון רבי עקיבא, אזוי סאך תלמידים זענען נעבעך אומגעקומען, ווייל "שלא נהגו כבוד זה בזה". מ'מוז תשובה טון, מ'מוז שוין אפלאזן די אלע קריגערייען, מ'מוז אפלאזן די אלע מחלוקת'ן. מ'רעדט נישט דא פון מענטשן וואס רח"ל גייען נישט על פי תורה, מ'רעדט דאך פון אידישע קינדער, אלע חסידות'ן, אלע גזע'ן, אלע אפשטאמען. וואס א חילוק? חסידישע, נישט חסידישע, אשכנזישע, ספרדיש, וואס א חילוק? מיר זענען דאך אלע אידישע קינדער! &nbsp; 🎞️ קורצע דברי חיזוק לאור המצב 💬 ווי אזוי קען מען זיך בארואיגן נאך די שרעקליכע טראגעדיע? 📰 דער ראש ישיבה אין ארץ ישראל 🎞️ דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א 📅 וואס דארפן מיר ארויסנעמען פון די שרעקליכע פאסירונג אין מירון? 📰 איבערלעבער פון דזשורסי סיטי אטאקע דערציילט 🛒 קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה והצלחה 📚&nbsp; קונטרס: ס'איז גוט 💬 ווי אזוי איז מען זיך מחזק נאך די שרעקליכע שיסעריי אין דזשערסי סיטי? 📜 אז דער אייבערשטער איז דא, פאלן אוועק אלע פחדים 💿 ניגונים פון תשובה לימי הספירה 📸 הפצה ל"ג בעומר אין מירון תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביי קבר התנא רבי עקיבא אין טבריה - זונטאג בה"ב תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים ציון התנא אלקי רשב"י אין מירון - זונטאג בה"ב אינדערפרי תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א מוצ"ש אמור אין מירון ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוו 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל - זונטאג בה"ב תשפ"א אויפדערנאכט

    < זעה מער כ אייר תשפ"א 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס געהויבנקייט צו ל"ג בעומר

    דעם דאנערשטאג פאלט אויס דער גרויסער טאג ל"ג בעומר, ווען פילע אידן וועלן זיך צוזאם קומען און זיך אויסבעטן ביים ציון פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז מקובל שוין דורי דורות ביי כלל ישראל אלץ א מקום מסוגל צו פועלן ישועות. פילע אנשי שלומינו פון ארץ ישראל, און אויך די וועלכע האבן באוויזן צו פארשאפן איינטריט ערלויבעניש צו קומען קיין ארץ ישראל וועלן אויסנוצן די געלעגענהייט און זיך אויסבעטן ביים הייליגן ציון פון תנא אלקי רבי שמעון, און זיכער פועל'ן אלעס גוטס. היינט מיטוואך איז אריינגעקומען די גוטע בשורה, אז נאך לאנגע ווארטענישן און האפן און בעטן דעם אייבערשטן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באקומען רשות אריינצוקומען קיין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך ארויס היינט מיטוואך נאכט און וועט זיין צוריק נאך שבת מיטן אייבערשטענ'ס הילף. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביים שיעור היינט נאכמיטאג: "איך וועל ענק אלע אינזינען האבן עטץ זענטס ביי מיר אזוי ווי קינדער". אין חוץ לארץ וועט מען זיך צוזאם קומען און פראווען א סעודה לכבוד דעם גרויסן הילולא, וואו מען מען וועט זיך פארנעמען צו גיין אין זיינע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערנט, און מען וועט לערנען זיינע הייליגע ספרים וואס ער האט איבערגעלאזט. ע'יר ו'קדיש מ'ן ש'מיא נ'חית (ליקוטי מוהר"ן ח"א, סימן א') 📰 ל"ג בעומר תש"פ, שמחת וואך נאכט ביים אייניקל פון ראש ישיבה 📰 ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר נאך ל"ג בעומר? 🎞️ ל"ג בעומר ביי מוהרא"ש (אין יבנאל / מירון) 🎞️ מוהרא"ש טאנצט בר יוחאי אין מירון 🎞️ הפצה ביים הייליגן ציון הרשב"י אין מירון 📸 מוהרא"ש זי"ע ביים ציון פון התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי אין מירון 📸 דער ראש ישיבה אין מירון

    < זעה מער טו אייר תשפ"א 📝
  • געראטעוועט פון עקסידענט נאכן קויפן זכות "תורה מגינה ומצלא" אין כולל היכל הקודש

    א מורא'דיגע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט די וואך אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זיך אונטערגענומען א שיינע סכום פארן ברסלבע כולל און מיט דעם געקויפט דער זכות "תורה מגינה ומצלא". יענעם אינדערפרי האט ער אנגעגרייט דעם טשעק פארן כולל, און ווען מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו האט געוואלט שיקן א שליח אויפצופּיקן דעם טשעק, האט ר' שבתי געזאגט אז ער וויל עס איבערגעבן פארן ראש ישיבה אין די הענט. ר' משה אריה האט דאן אראנדזשירט אז דער ראש ישיבה זאל קומען צו ר' שבתי אינדערהיים צו קובע זיין מזוזות ביי א צימער וואס ער האט נארוואס געענדיגט איבערבויען. ר' שבתי האט דאן אריינגעלייגט דעם טשעק אין טאש, ער זאל עס קענען איבערגעבן פארן ראש ישיבה ביינאכט. אינצווישן איז ר' שבתי געווען פארמישט אין א שטיקל עקסידענט. הצלה איז געקומען, און זיי האבן געזען אז ער האט געכאפט א שטארקע קלאפ אין זיין לינקע אויג. און צו זייער שאק האבן זיי באמערקט אז דער אויג רעאגירט נישט ווי עס דארף צו זיין, זיי האבן זייער מורא געהאט, וויסנדיג וואס דאס מיינט. אבער עס איז נישט דורך מער ווי עטליכע מינוט און דער אייבישטער האט געמאכט א גרויסע נס, ווען זיי האבן נאכאמאל פרובירט און זיי האבן געזען אז זיין אויג האט זיך ב"ה גענצליך צוריק געכאפט. ר' שבתי זאגט, אז ער שפירט אז דאס איז זיכער אין דער זכות פון וואס ער האט געהאט ביי זיך דעם טשעק פאר'ן כולל, וואס איז בייגעשטאנען אז ער זאל ארויסגיין גענצליך אומבאשעדיגט פון דעם עקסידענט. אזוי ווי די גמרא זאגט (סוטה כא ע"א) "תורה מגינה ומצלא", די תורה היט און באשיצט דעם מענטש פון אלעם בייזן. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר ר' שבתי אז ער איז מחויב צו בענטשן גומל, ווייל ער איז געראטעוועט געווארן פון א גרויסע סכנה.&nbsp; דער חשוב'ע כולל היכל הקודש שטייט בנשיאות דער ראש ישיבה שליט"א, און האט זיך קונה שם געווען אלץ א מוסטער פון א מקום תורה און א פלאץ וואו עס זיצן פלייסיגע לומדי תורה וואס לא פסיק פומם מגירסא. פילע גדולי הרבנים שליט"א האבן שוין פארהערט די יונגעלייט. זיי זענען אלע ארויס פון התפעלות זעענדיג זייער זעלטענע בקיאות און קלארקייט בהוראה און פונעם טייערן ווינקל וואו יונגעלייט לערנען מיט אויסערגעווענליכע התמדה און נעמען זייערע לימודים מיט די גרעסטע מאס ערנסטקייט. דער ראש ישיבה שליט"א נעמט דעם כולל זייער פערזענליך, און פארברענגט מיט כולל אינגעלייט יעדן טאג פון אכט אזייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר דעם טעגליכן שיעור גמרא בבלי און ירושלמי פאר די כולל יונגעלייט, נאך פילע אינגעלייט קומען צום שיעור און דערקוויקן זיך מיט'ן גמרא יעדן טאג. דער ראש ישיבה טוט דערביי מזרז זיין די יונגעלייט מיט פארשידענע קושיות צו מעיין זיין און טרעפן תירוצים. נאכן שיעור רעדט דער ראש ישיבה עטליכע דברי חיזוק פאר די מלמדים און און נאך פארשידענע ענינים, דאן גייען די כולל יונגעלייט נאכאמאל איבער די גמרא מיט מפרשים ראשונים און אחרונים ביז די הלכה למעשה אין שולחן ערוך מיט די נושאי כלים. נאכדעם לערנען די אינגעלייט א שיעור אין הלכות טהרה יורה דעה חלק ב'. קודם לערנט מען די הלכות קלאר לעובדא ולמעשה אנגעהויבן פון די גמרא ראשונים ואחרונים, און נאכדעם ווערט געלייגט א שטארקע דגוש אז יונגעלייט וואס זענען מסוגל צו ווערן מורי הוראה זאלן זיך משלים זיין און זיך פארהערן ביי גדולי דורינו שליט"א און באקומען סמיכה און שימוש צו קענען פסק'ענען שאלות פאר אידישע קינדער. דער נאכמיטאג סדר אין כולל איז געשטעלט אויף הלכות שבת, ווי די כולל יונגעלייט דעקן סימן נאך סימן מיט א שטארקע קלארקייט און לערנען עס לאסוקי שמעתא אליבא דהילכתא. ווער עס שטאט נאר אפ א באזוך אין דעם הכולל ווערט נתפעל צו זען די וואונדערבארע התמדה באופן יוצא מן הכלל. &nbsp; דער כולל איז א קליין צווייגעלע אין דעם פראכטפולן אמונה גארטן וואס שטייט אויף 27 סקילמאן סטריט און פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט די לויטערע אמונה אז דער אייבישטער אליין פירט די וועלט, און ער טוט וואס אים געפעלט, און ער האט אלעס אהערגעשטעלט, און פון אים קומט אלע געלט, און אנשטאט זיך באקלאגן, דארף מען אים אלעס זאגן, וועט ער אונז געבן, א שיינע זיסע לעבן. עֵץ חַיִּים הִיא לַמַּחֲזִיקִים בָּהּ וְתֹמְכֶיהָ מְאֻשָּׁר (משלי ג, י"ח) 💳&nbsp; צו מנדב זיין פארן כולל דרוקט דא 📸 דער ראש ישיבה ביי מו"ה שבתי מזרחי הי"ו ביים אפּקויפן זכות "תורה מגינא ומצלא" און קביעת מזוזה 📸 מסיבה פארן כולל אין שטוב פון אלי ראטה הי"ו אין לעיקוואוד, ד' חק"ב תש"פ 📰 טיי אווענט אין מאנסי פארן כולל, אייר תשע"ט 📜 פרישע אינגעלייט אין כולל 📰 קול תורה הילכט אפ אין "כולל היכל הקודש" 📸 ברית ביי מו"ה שבתי מזרחי הי"ו ואתחנן תש"פ, אין ליבערטי 📰 דער ראש ישיבה אויף שב"ק וארא תשע"ח אין שטוב פון מו"ה שבתי מזרחי אין בלומינג גראוו 📰 סיום הש"ס פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו אין קעמפ, אב תשע"ח 💬 זאל איך ארויס פון כולל און גיין ארבעטן?

    < זעה מער י אייר תשפ"א 📝
  • סיום מסכת שקלים היינט נאכט אין מאנסי

    יעצט - געלויבט השי"ת - פייערן אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש מיט גרויס פרייד דעם סיום אויף מסכת שקלים וואס מען האט געלערענט. ביי די יעצטיגע מסכתא איז דער שמחה אסאך גרעסער, ווען דער דאזיגער מסכתא איז געלערענט געווארן אין די פארנומענע ערב יום טוב און פסח טעג, וואס טראץ די גרויסע טירדות האבן די תלמידי היכל הקודש נישט אויפגעגעבן און נישט מוותר געווען פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, וואס איז ביי זיי א חוק קבוע יעדן טאג ווי לייגן תפילין (ווי דער ראש ישיבה ברענגט אלץ נאך פון ספר "יש נוחלין" פון א זון פון של"ה הק'). עס איז א געוואלדיגע שמחה ביי אלע אנשי שלומינו ווען דער באן פארט ווייטער, מען רוקט זיך פון סטאנציע צו סטאנציע און מען פאלט ברוך השם נישט אראפ, מען רוקט זיך ברוך השם ווייטער און ווייטער אינאיינעם מסכתא נאך מסכתא, און מען האט שוין ב"ה געענדיגט דערם פינפטער מסכת אין ש"ס. נאך גרעסער איז די שמחה ווען מען האט זוכה געווען און געפאלגט דעם הייליגן רבין און מען האט גענומען די מתנה פון הייליגן רבין דער "סדר דרך הלימוד" (עיין שיחות הר"ן סימן ע"ו) פון "זאגן" די ווערטער פון די תורה, וואס נאר א דאנק דעם האט מען געקענט אנהאלטן דעם לימוד יעדן איינציגן טאג, נישט קיין חילוק צי מען האט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען האט געהאט צייט אדער נישט, האט מען געוויסט אז איך מוז לכל הפחות אפזאגן דעם דף פאר איך לייג מיך שלאפן. יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום גרויסן טאג פון ענדיגן דעם מסכת, וועט דער ראש ישיבה פראווען א גרויסע סיום מסכת שקלים אין מאנסי אין שטוב פון מו"ה אלי קנאלל הי"ו, אויף 988 טשעסטנאט רידזש רד. (GPS: 988 Chestnut Ridge Rd, Spring Valley, NY 10977), ווי אנשי שלומינו אין מאנסי וועלן האבן די געלעגענהייט צו הערן א דרשה פון ראש ישיבה שליט"א און זיך מחזק צו זיין און זיך אויפפרישן מיט די הייליגע רבינס עצות. מעריב וועט זיין בעז"ה 8:30 און דערנאך וועט מען זיך וואשן צום סיום מסכת און סעודת ראש חודש. * אין מאנסי ברענט דעם רבינס פייער אויף א גרויסע פארנעם, אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם אין פילע לאקאציעס יעדער אין זיין געגענט, ווי מען דאווענט, עס קומען פאר שיעורים, און מען איז זיך מחזק אינאיינעם אין פארשידענע געלעגענהייטן. מען קומט זיך צוזאם יעדע וואך צו שלש סעודות ביי מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו אין שטוב אויף 6 קאָלינס עוועניו. במשך די וואך קומען פאר שיעורים אין שטוב פון מו"ה אלי קנאלל הי"ו אויף 988 טשעסטנאט רידזש ראוד. אלע תפלות שב"ק יעדע וואך און שיעורים קומען פאר אין ביהמ"ד היכל הקודש מאנסי אויף 32 דאלסאן ראוד. די מפיצים פארפלייצן די גליונות איבער גאנץ מאנסי. מען קען זיך משתתף צו זיין אין די הוצאות פון הפצה דרוך רופן 845-445-9314. &nbsp;כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ, וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה. ▶️ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א אין גמרא אויף לייוו קעמרע 📸 דער ראש ישיבה ביים סעודת הילולא פון רבי נתן אין מאנסי 📸 טיי אווענט אין מאנסי פארן כולל בהשתתפות דער ראש ישיבה 📸 מוהרא"ש ביים חנוכת הבית פון ביהמ"ד היכל הקודש מאנסי תשע"ב 💬 קענט איר מיר געבן חיזוק אנצוגיין מיט מיין שיעור אין גמרא? 📰 דער ראש ישיבה געבט א שיעור פאר אנשי שלומינו אין מאנסי 📰 סיום מסכת פסחים, און התחלת מסכת שקלים 📰 סיום פון מסכת עירובין און התחלת מסכת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 אידיש נחת איז מהנה דעם ציבור ביים סיום עירובין התחלת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 משה קרויס מיט אידיש נחת זינגט "ולמדתם אותם" ביים סיום עירובין - כסלו תשפ"א 📰 מען גרייט זיך צום סיום מסכת שבת - אב תש"פ 🎦 סיום מסכת שבת - אב תש"פ 📰 שבת התוועדות סיום והתחלת הש"ס, טבת תש"פ ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום הש"ס - טבת תש"פ 🎹 מוזיק ווידיא: יוסי גרין פארציילט וויאזוי ער האט געענדיגט ש"ס

    < זעה מער כט ניסן תשפ"א 📝
  • סיום מסכת פסחים, און התחלת מסכת שקלים

    יעצט אין די ערב פסח טעג הערשט ביי אנשי שלומינו א געוואלדיגע שמחה, ווען מען ענדיגט דער פערטער מסכת אין ש"ס - מסכת פסחים. עס איז נישט צום באשרייבן די געפילן פון שמחת התורה אין סיפוק הנפש ווען מען גייט צו צום הייליגן יום טוב פסח, וויסענדיג אז מען האט געלויבט דעם אייבערשטן געלערענט יעדן טאג א בלאט גמרא, אריינגערעכעט ביי שמחות, און פורים און אין די ערב יום טוב טעג. מענטשן שפירן אסאך מאל זיך הונגעריג, און זיי כאפן נישט פארוואס, "איך האב היינט גראדע פיין געגעסן, פארוואס שפיר איך ווי עפעס פעלט מיר?" ער גייט צום פרידזשידער שוין צום וויפילטן מאל, און ווערט אנטוישט אז אויסער נאך עטליכע פונט צום וואג האט ער גארנישט אויפגעטון. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז פונקט ווי דער גוף דארף גשמיות'דיגע עסן, ער דארף א נארהאפטיגע פרישטאג, ער דארף א געזונטע נאכטמאל, און אז עס גייט דורך א טאג אן געהעריג עסן, אויסער וואס ער וועט זיך שפירן הונגעריג, וועט עס אויך אויסקלאפן אויף זיין גייסט, און ער קען נערוועז ווערן אויף יעדע קלייניקייט. די זעלבע זאך - פלעג מוהרא"ש אייביג זאגן - איז מיט די נשמה. די נשמה דארף רוחניותדיגע שפייז, זי דארף א נארהאפטיגע פרישטאג - א בלאט גמרא, און א געזונטע סאפּער - עטליכע פרקים משניות, און אז עס גייט דורך א טאג, און מען לאזט די נשמה אויסהונגערן, וועט עס אויך אויסקלאפן אויפן גייסט פונעם מענטש, ער ווערט זיך שפירן מינדערוויכטיג און ליידיג. מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן אנשי שלומינו זאלן אפזינגען א בלאט גמרא אינדערהיים, און ארויסברענגען ווי דאס בויעט אויף דעם שלום בית. און וועט ברענגען אז אפילו א פרוי וואס עס זעט אויס ווי זי זוכט נאר צו טשילן און שאפן, ברענגט עס איר צו שעצן איר מאן ווען זיך זעט אים זיך זעצן לערנען גמרא. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז גמר"א איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל, וואס היטן דעם מענשט דורך לערנען יעדן טאג גמר"א. פאר אנשי שלומינו איז גוט באקאנט די מסירת נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אפילו אין די שווערסטע צייטן. ווען מוהרא"ש האט געהאט זיין הארץ אטאטקע ל"ע, האט ער געבעטן מען זאל צואווארטן מיטן אפעראציע, און האט מיט זיינע שוואכסטע כחות געוואלט צוערשט לערנען דעם בלאט גמרא. אזוי אויך ווען ער האט זיך ערוועקט פונעם הארץ אפעראציע האט ער די ערשטע זאך געבעטן מען זאל אים ברענגען די גמרא ווייל ער וויל לערנען דעם בלאט גמרא. די אלע מסיימים וועלן פראווען דעם פרייליכן סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אריינברענגען אין זיי די חשקת התורה, און וועלן יעצט אנהייבן מיט גרויס שמחה דעם נייעם מסכת, מסכת שקלים וואס מען הייבט יעצט אן. כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ, וּבְתוֹרָתוֹ יֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה 📑 ▶️ בוקמארקט דעם לינק: דער טעגליכער שיעור פון ראש ישיבה שליט"א מסכת שקלים אויף קעמרע 📰 סיום פון מסכת עירובין און התחלת מסכת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 אידיש נחת איז מהנה דעם ציבור ביים סיום עירובין התחלת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 משה קרויס מיט אידיש נחת זינגט "ולמדתם אותם" ביים סיום - כסלו תשפ"א 📰 מען גרייט זיך צום סיום מסכת שבת - אב תש"פ 🎦 סיום מסכת שבת - אב תש"פ 📰 שבת התוועדות סיום והתחלת הש"ס, טבת תש"פ ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום הש"ס - טבת תש"פ 🎹 מוזיק ווידיא: יוסי גרין פארציילט וויאזוי ער האט געענדיגט ש"ס

    < זעה מער ח ניסן תשפ"א 📝
  • נעמט אריין א גאסט אויף יום טוב

    שטייענדיג קוים עטליכע טעג בעפאר דעם הייליגן פרייליכן יום טוב פסח, זענען נאך פארהאן פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן נאך גארנישט מיט וואס אנצוהייבן איינצוקויפן. פילע כלי קודש, און אסאך שווער ארבעטענדע אינגעלייט, ברעכן אונטער פאר יום טוב ווען די הוצאות זענען סאך מער פון געווענליך. דער "בית התבשיל היכל הקודש" האט גענומען אויף זיך צו באזארגן בעז"ה די אלע אידן מיט אלע יום טוב געברויכן. מען שטעלט זיי צו בעז"ה גרעיפ דזשוס, מצות, פאטעיטעס, עפל, אראנדזשעס, אייער, ירקות, פלייש, און נאך גראסערי פראדוקטן, און מיט דעם בעז"ה העלפט מען די אלע אידן אריינצוברענגען דעם יום טוב פרייליכערהייט. זעט וואס מוהרא"ש שרייבט אין א בריוו ❞יעדער איד דארף געבן פאר מעות חטים, און דורכדעם וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלע סארטן מחלות וואס קומען פון די מח.❝ (קוק אונטן פאר די גאנצע בריוו), און נעמט אריין אן אורח אין שטוב אויף יום טוב, דורך אויסצאלן א פסח ארדער פאר א משפחה! פאר בלויז פינף הונדער דאלער קויפט איר די זכות פון א יום טוב ארדער פאר א קינדער געבענטשטע משפחה, און פאר $250 באקומט איר די זכות פון א קלענערע משפחה. קליקט דא צו מנדב זיין. אין זכות פון געבן צדקה און געבן צו עסן פאר אידן אויף יום טוב וועט ביישטיין עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן, איר זאלט האבן א פרייליכע יום טוב מיט די גאנצע משפחה, און זוכה זיין צו ווערן געבענטשט פון אייבערשטן מיט בני חיי ומזוני רוויחי. אמן. כָּל דִכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכֹל, כָּל דִצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח 📸 מען גרייט צו די פסח פעקלעך 📸 בית התבשיל א גאנץ יאר 📸 פסח פעקלעך פונעם בית התבשיל 📜 חיזוק אנצוגיין מיטן בית התבשיל 📰 דריי יאר פון בית התבשיל 💳 צו מנדב זיין קליקט דא 💬 אויסצוג פון שו"ת ברסלב בשנת תשע"ג (פרייע אידישע איבערזעצונג) שאלה: ❞איך געדענק אז מוהרא"ש האט געשריבן פאריאר אז דורך געבן פאר קמחא דפסחא וועט מען ניצל ווערן פון מחלות פונעם מח, צי גייט דאס אן דאס איר אויך?❝ מוהרא"ש'ס ענטפער: ❞עס שטייט אין שו"ע (או"ח תכ"ט א') "ומנהג לקנות חיטים לחלקן לעניים לצורך פסח", דער משנה ברורה שרייבט אז דאס איז איז גאר אן אלטער מנהג נאך מימי חז"ל, און דער ירושלמי שרייבט (ב"ב פ"א ה"ד), "ויכולין בני העיר לכפות זה לזה בענין זה", דאס הייסט אז יעדער דארף זיך משתתף זיין מיט מעות חיטים, און עס איז אן עבירה זיך ארויסצודרייען, עיי"ש.❝ ❞דער רבי שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן (ח"א סר"א) "צ'דקה ת'ציל מ'מוות (משלי י') ראשי תיבות מ'צ'ת'", א סגולה פאר חולי נופל צו געבן צדקה, ווייל (תהלים קי"ב) "פ'זר נ'תן ל'אביונים, איז ראשי תיבות נ'פ'ל'". קומט ארויס פון דעם אז דורך געבן צדקה פאר מעות חטים, ווערט מען געראטעוועט פון מחלת הנפילה ר"ל. און ווי באקאנט, הייבן זיך אלע מחלות אָן פונעם מח. זעט מען פון דעם אז אויב א מענטש געט צדקה אז אידן זאל האבן אויף פסח, וועט ער געראטעוועט ווערן פון אלע מחלות. און דאס גייט אן יעדעס יאר.❝ &nbsp; מוהרא"ש פירט אויס דעם בריוו: ❞יעדער איד דארף געבן פאר מעות חטים, און דורכדעם וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלע סארטן מחלות וואס קומען פון די מח.❝

    < זעה מער ב ניסן תשפ"א 📝
  • פון די ארכיוון: כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל וויינט מיט בכיות עצומות רעדנדיג פון מוהרא"ש זי"ע

    שטיינעדיג מיט בלויז איין טאג נאך די פלוצימדיגע פטירה פון גרויסן גאון און פוסק כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל איז נארוואס אפגעפינען געווארן אן ברייטע אויטענטישע באריכט אין לשון הקודש אין "חדשות ברסלב" אויסגאבע פון בערך 25 יאר צוריק, פון א דרשה וואס גרויסער גאון זצוק"ל האט דאן געזאגט פאר אנשי שלומינו אין בארא פארק. &nbsp; אט איז א פרייע איבערזעצונג אויף אידיש: &nbsp; ❞מיטוואך האט כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א (זי"ע) אפגעראכטן א גרויסע סעודת שבע ברכות פאר הונדערט און פופציג היימישע חסידישע אינגעלייט וואס באטייליגן זיך וועכענטליך ביים ליל שישי שיעור. ווי באקאנט קומען זיך צוזאם שוין עטליכע יאר א שיינער ציבור יעדן ליל שישי, צום שיעור אויף די אידישע שפראך וואס כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א (זי"ע) געבט אויף חומש רש"י מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן. עס קומען כסדר צו פרישע בחורים און אינגעלייט, וויבאלד זיי זענען נישט געווען ביי די חתונה, האט מוהרא"ש אפגעראכט פאר זיי א ספעציעלע שבע ברכות.❝ &nbsp; ❞עס האבן זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פילע גרויסע רבנים וואס שעצן שטארק מוהרא"ש און לערנען זיינע הייליגע ספרים אויפן וועג פון הייליגן רבין.❝ &nbsp; ❞הגאון המפורסם ר' יחזקאל ראטה שליט"א (זצוק"ל), אב"ד קארלסבורג האט אויפגעטרעטן מיט א לאנגע דרשה מיט בכיות עצומות פון גרויס התרגשות. ער האט פארציילט וויאזוי ער אליין האט באזוכט יבנאל און האט געזען מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע פעולות וואס מוהרא"ש טוט. ער האט פארציילט ווי ער האט געזען די הערליכע קהילה וואס באשטייט פון איבער צוויי הונדערט און פופציג משפחות, וואס אלע גיין אויפן ערליכן אויסגעטרעטענעם וועג על דרך המסורה לנו מדור דור, און ווי ער האט באזוכט אין די דארטיגע ישיבה, כולל, תלמוד תורה און אין די מקוואות וואס מוהרא"ש האט געבויעט. ער האט געזאגט אז ער האט נישט גענוג ווערטער מסביר צו זיין ווי די קהלה אין יבנאל האט זיך נישט צו שעמען פאר קיין שום קהילה אויף דער וועלט. ער האט געוויינט מיט גרויס ווייטאג אויף די גרויסע רדיפות וואס מוהרא"ש ליידט זיך צוזאם פונעם רשע מרושע, וואס מסר'ט מוהרא"ש כסדר מיט פאלשע רשעות'דיגע קלאגעס. ער האט זייער מאריך געווען מיט דעם מיט מורא'דיגע בכיות, ביז אלע האבן מיטגעוויינט.❝ &nbsp; ❞נאכן בענטשן האבן אלע באטייליגטע זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ פאר לאנגע שעות.❝ &nbsp; ❞וואויל זענען די אויגן וואס האבן דאס אלעס צוגעזען".❝ &nbsp; עד כאן פונעם באריכט. &nbsp; &nbsp; 📸 בילדער פונעם באזוך פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג אין יבנאל 📸 כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל באטייליגט זיך ביי שבע ברכות פון אן אייניקל ביי מוהרא"ש זי"ע - טבת תשס"ט 📰 פטירה פון כ"ק מרן גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל 🗞️ דער אריגנעלער באריכט 📜 דער ראש ישיבה רעדט פון די גרויסע זכיה צו באדינען זיין גרויסן זיידן

    < זעה מער כד אדר תשפ"א 📝
  • פטירה פון כ"ק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל

    תלמידי היכל הקודש איבער די וועלט באוויינען די פטירה פון כ"ק הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, גאב"ד קארלסבורג, דער גרויסער זיידע פון יבדלט"א דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז נסתלק געווארן היינט אינדערפרי אין די עלטער פון זעקס און אכציג יאר. דער גרויסער נפטר האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע יארן צום גוטן און האט זוכה געווען אויסצואוואקסן פון די גרעסטע פוסקים אין דור נאר דורך זיין געוואלדיגע התמדת התורה, ווען ער האט אלץ געלערענט און געזאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, נישט קיין חילוק צי ער האט יא אדער נישט פארשטאנען. אזוי האט זיך אים צוביסלעך געעפענט דעם קאפ ביז די גאנצע תורה איז געווען אפן פאר אים, און איז אויסגעשטיגן פון די גרעסטע פוסקים פון דור, וואס די שווערסטע שאלות פלעגן אנקומען צו זיין טיש, אזוי אויך האט ער זוכה געווען אויפצושטעלן הונדערטער מורה הוראה בישראל, און איבערגעלאזט שיינע הערליכע אידישע דורות. דער ראש ישיבה האט אסאך מאל זיך אויסגעדרוקט זייער שטארק אויף זיין גרויסן זיידן, און אויף די גרויסע זכיה וואס ער האט געהאט אים צו באדינען פאר א לאנגע צייט. אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט ביי א געלעגענהייט אז א דאנק זיין גרויסע זיידע האט ער זוכה געווען צו וויסן די חשיבות פון ברסלב'ע חסידים, ווען זיין זיידע פלעגט אים אלץ ווייזן אויף די געהויבענע ברסלב'ע חסידים אין מירון מיט גרויס שעצונג "קוק דיך גוט אים דא, וועסטו זען וואס מיינט אן אמת'ע ברסלב'ע חסיד". די לויה וועט ארויסגיין היינט זונטאג אום 2:00 פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק אויף 1556 53סטע גאס, און מארגן מאנטאג וועט דער מיטה אנקומען בעז"ה קיין ארץ ישראל מיט א פריוואטע פליגער צוליב וואס די לופטפעלד אין ארץ ישראל איז פארמאכט אין די יעצטיגע טעג, ווי ער וועט קומען לקבורה אין עיה"ק מירון סמוך ונראה צום ציון פון התנא אלוקי רשב"י אין וועם ער איז געווען שטארק דבוק. ווי עס זעט אויס וועט דער ראש ישיבה דערפאר נישט קענען אנקומען צו די לויה אין ארץ ישראל, דאס איז אויסער וואס דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פראווען דעם דינסטאג א ברית פאר זיין זון וואס איז אים געבוירן למז"ט. פאר אונז איז נאר געבליבן זיך אפצולערנען פון די גרויסן גאון וצדיק, און אויסנוצן אונזערע טעג אויף דער וועלט, און זיך צוקלעבן צו די הייליגע תורה, און זיין דבוק צו צדיקים, און גיין אין זייערע וועגן, וואס נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענער וועלט. גְּדוֹלָה מִיתַת צַדִּיקִים יוֹתֵר מִשְּׂרֵפַת בֵּית אֱלֹקֵינוּ 🎞️ נייע קליפ פון בר מצוה פון זון פון ראש ישיבה 2 חדשים צוריק, ווי מען זען דעם גרויסן גאון זצ"ל בענטשן אין א סידור מלה במלה 📅 דער ראש ישיבה שרייבט איבער די פטירה פון גרויסן זיידן זצוק"ל 🎞️ דער ראש ישיבה איז מספיד זיין באבע הרבנית מקארסלבורג ע"ה אין מירון 📰 דער ראש ישיבה פארט צום הקמת המצבה פון זיין באבע הרבנית ע"ה 📸 דער גרויסער זיידע באטייליגט זיך ביים חתונה פון זיין אייניקל דער זון פון ראש ישיבה מיט 3 וואכן צוריק 📸 דער ראש ישיבה לייגט תפילין פאר זיין זון ביים גרויסן זיידן פאר 2 חדשים צוריק 🎞️ דער ראש ישיבה זינגט הנורת ביים גרויסן זיידן חנוכה תשפ"א 📜 א בריוו פון ראש ישיבה איבער משמש זיין דעם גרויסן זיידן 📜 א בריוו פון ראש ישיבה איבער די באזוך פונעם גרויסן גאון אין יבנאל

    < זעה מער כג אדר תשפ"א 📝
  • א פרייליכע פורים המשולש אין ישיבה

    א גאר שיינער פורים המשולש איז דורך אין ישיבה, מיטן ראש ישיבה, ווי מען האט זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט אונז בימים ההם בזמן הזה. &nbsp; תענית אסתר א שיינער ציבור איז זיך צזאמגעקומען אין בית המדרש, מען האט געגעבן מחצית השקל. נאך מעריב, האט דער ראש ישיבה שליט"א געליינט די מגילה. ביינאכט זענען די בחורים ארום געפארן אויפלעבן אידישע שטובער. מען האט איבעראל געזינגען די שיינע ניגונים פון ישיבה וואס ווארעמט דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; פורים אינדערפרי דער ראש ישיבה האט געליינט די מגילה, דערנאך האט מען געפראוועט א סעודת פורים אין ביהמ"ד, דער ראש ישיבה האט אויפגענומען דעם ציבור און ווארים אנגעווינטשן און געפועלט ישועות בפרט שידוכים פאר בחורים. &nbsp; ליל שבת קודש עס איז געווען זייער פרייליך אין בית המדרש, דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה פאר לכה דודי און האט ארויסגעברענגט אז "ווילאנג א מענטש האלט אז ער קען, ער ווייסט, ער פארשטייט - קען ער גארנישט, און וועט אין ערגעץ נישט אנקומען, ווען א מענטש אנערקענט ער אליינס קען גארנישט, מען ווארפט זיך אונטער די הנהגה פון אייבערשטן, און מעל פאלגט דעם צדיק, דעמאלטס איז מען מצליח", מ'האט געזינגען און געטאנצן פארן דאווענען און נאכן דאווענען, און ביי לכה דודי. &nbsp; שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט סיפורי מעשיות, ווי דער רבי שרייבט איבער דער "יד הקטנה וואס פארשטעלט די ליכטיגקייט", האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דער יד הקטנה, קען ארויפגיין אויף א "סמארטפאון" וואס פארשטעלט אלעס, און מען פארלירט דעם טעם אין אידישייט, און פון לעבן. &nbsp; שלש סעודות דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער שיחה קל"א אין שיחת הר"ן, דורך פאטשן און טאנצן איז מען ממתיק דינים, דער רבי פירט אויס דער שיחה "אזוי האב איך געזאגט", האט דער ראש ישיבה גאזאגט אז דאס מיינט אז מען דארף דאס טון לעובדא ולמעשה. &nbsp; מוצש"ק מען האט געפראוועט דער סעודת משתה היין, צוזאמען מיט די שבע ברכות פאר החתן אהרן לונגער, מתלמיד הישיבה, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה מען האט געטאנצט ביז שפעט אין די נאכט. נאכן טאנצן האט דער ראש ישיבה גערעדט, דער ראש ישיבה האט געזאגט "א שאד אז מענטשן גייען דורך צרות, און ווייסן נישט די עצה פון התבודדות. בעטן דעם אייבערשטן איז איין זאך, התבודדות, דאס הייסט שמועסן מיט אייבערשטן איז עפעס אנדערש. ווער עס ווייסט פון התבודדות איז א באפרייטער מענטש, אזא מענטש גייט אים גארנישט אן, עס באדערט אים גארנישט, ער קוקט אויף קיינעם נישט, און האט א גוטע לעבן". &nbsp; זונטאג נאכמיטאג מען האט געפראוועט א סעודת שושן פורים אין ישיבה, מ'האט געוויזן סליידס פון מוהרא"ש יארן צוריק אום פורים, ווי ער זאגט צווישן אנדערע אז ער איז געקומען אויף דער וועלט נאר צו העלפן בחורים און מיידלעך.&nbsp; דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם אז "שושן פורים איז אויך פורים", דער ראש ישיבה האט געזאגט "ביזט יעצט אנגעקומען צום רבין ביי די פופציג, הייב אן יעצט, עס איז נישט דערנאך", אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז נעקסטע וואך גייט זיין א שיעור פאר פרויען וואס האבן נאך נישט אנגעהויבן פסח'דיג צו מאכן, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו וויסן וויאזוי מען מאכט פסחדיג, און אז עס בכלל נישט שווער, און נעמט נישט לאנג. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ אויפן ניגון "קרב יום" פאר גאר לאנגע צייט. 📸 מגילה ליינען ביים ראש ישיבה 📸 פורים נאכמיטאג ביים ראש ישיבה 📸 סעודת משתה היין מוצש"ק אין ישיבה 📸 שושן פורים אין ישיבה 🎧 דרשה ביים סעודת שושן פורים ▶️ דרשה ביים סעודת שושן פורים 🎞️ סעודת משתה היין מוצש"ק אין ישיבה 📰 פורים אין היכל הקודש אין ירושלים 📰 דער ראש ישיבה רעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים 📰 די בחורים גרייטן זיך אויף פורים 📜א בריוו פון ראש ישיבה וויאזוי עס איז דורך פורים אין ישיבה לַיְּהוּדִים הָיְתָה אוֹרָה וְשִׂמְחָה וְשָׂשֹׂן וִיקָר

    < זעה מער יח אדר תשפ"א 📝
  • פורים אין היכל הקודש ירושלים

    די "משמחים" הפצה גרופע דערפרייען אידישע שטובער אום פורים א הפצה ווען איז ארום געפארן אין גאסן פון הייליגן שטאט ירושלים, און האט מפיץ געווען די אור פונעם הייליגן רבין און האט דערפרייט אידישע קינדער אינעם הייליגן יום טוב פורים. תיכף נאך תפלת שחרית אינדערפרי, האבן זיך די בחורים געזעצט לערנען יעדער זייערע שיעורים כסדרן. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, ווען אויפן וועג נוצט מען אויס די צייט מיטן לערנען און מפיץ זיין. די גרופע "משמחים" האבן אנגעהויבן מיטן סעודת פורים ביי הרה"ח ר' בעריש קרויס הי"ו, וואס געבט זיך אינגאנצן אוועק א גאנץ יאר פאר הפצה, און יעצט ביים סעודה האט ער מנדב געווען א שיינע סכום פארן מרכז הפצה, דאס איז אויסער וואס ער האט אוועקגעבארגט זיין אייגענע ווען פאר די "משמחים" גרופע צו קענען מפיץ זיין אום פורים. דערנאך האט די גרופע זיך ארויסגעלאזט באזוכן ביי פילע אידישע שטובער, זינגענדיג די ניגונים פון ישיבה וואס מאכט דאס הארץ בענקען צום אייבערשטן, מען האט זיי זייער ווארים אויפגענומען, און געגעבן שיינע סכומים. "וּבְכָל מְקוֹם אֲשֶׁר דְּבַר הָרֹאש יְשִיבָה מַגִּיעַ שִׂמְחָה וְשָׂשׂוֹן לַיְּהוּדִים ..." אין די גאסן פון ירושלים האט מען געזען אסאך פרייליכע פנימער פון אלע זייטן ווען זיי האבן געהערט די ווען מיט די הויכהילכער פון זאך זינגען די הייליגע ניגונים פון ישיבה, פילע זעענדיג די בילדער און די חיזוק ווערטער אויפן ווען זייענדיג בגילופין, זענען צוגעלאפן "קושן" די בילדער מיט א געוואלידיגע ליבשאפט שרייענדיג "דאס איז מיין לעבן" א.א.וו. און האבן באווארפן די מפיצים מיט צדקה, און גענומען די הייליגע ספרים. מען האט ברוך השם שיין מצליח געווען און אנגעקומען צו אסאך הייזער, אבער די משמחים האבן אויסגעדוקט זייער אנטשוליגונג אז זיי נישט אנצוקומען איבעראל, צוליב די פילע רופער וואס איז געווען מער פון זייער יכולת. מען קען נאך געבן צדקה פאר די מרכז הפצה אין ירושלים ביי "נדרים פלאס" אויף דעם לינק. סעודת משתה היין אנשי שלומינו תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו פרייען אינאיינעם אין בית המדרש היכל הקודש, אויף רחוב רביה"ק רבי נחמן מבסלב זי"ע אין ירושלים עיה"ק, מען האט זיך געפריידט און געטאנצן לכבוד פורים, עס איז געווען זייער פרייליך, מען האט אזוי זיך געפרייט ביז אין די שפעטע פארטאגס שעה'ן. 📸 בילדער פון די משמחים 📸 סעודת משתה היין אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים &nbsp; וִימֵי הַפּוּרִים הָאֵלֶּה לֹא יַעַבְרוּ מִתּוֹךְ הַיְּהוּדִים וְזִכְרָם לֹא יָסוּף מִזַּרְעָם

    < זעה מער יז אדר תשפ"א 📝
  • EVENING OF INSPIRATION TONIGHT 2.21.21 FOR WOMEN IN LAKEWOOD

    &ldquo;Boneini&rdquo; is presenting an Evening of Inspiration - transforming your marriage and improving relationships with your children - for women in Lakewood. A powerful lecture by the Rosh Yeshiva Shlita will be screened. Guest of honor will be Mrs. Devorah Newman (Frommer), with a major speech by the renowned Kalla Teacher and Speaker Mrs. Chany Scharf. Come and join us tonight Feb 21 2021 at 8:00 PM at 1658 St Regis Ct. Toms River, NJ 08755 - Admission is free!&nbsp; Hosted by the dedicated Berger family.&nbsp; Event arranged by &ldquo;Boneini&rdquo; - Partner with a child&rsquo;s Torah learning zechus. 929.630.6070 subscribe@buneini.org. 📰 The BONEINI program in the news 🎞️ The Menahel Reb A M Strasser about BONEINI &nbsp; -------------------------------------------------------------------------------------------- מעכטיג פרויען אינספיראציע אווענט היינט זונטאג נאכט תצוה אין לעיקוואוד בניני טוט אראנזשזירן א גאר מעכטיג "אווענט פון אינספיראציע" פאר פרויען אין לעיקוואוד, היינט זונטאג תצוה תשפ"א. אינספיראצע און טיפס צו פארבעסרן די שלום בית און די באציאונגען מיט די קינדער. עס וועט אויפגעשפילט ווערן א גאר שטארקע דרשה דורכן ראש ישיבה שליט"א, עס וועט אויפטרעטן די חשובע גאסט רעדנערין מרת דבורה ניימאן (פראמער), און די באקאנטע כלה מדריכה און רעדנערין מרת חנה שארף קומט און רופט אייערע פריינט היינט זונטאג אוונעט אום 8:00 אווענט אויף 1650 סט. רעגיס קט. טאמס ריווער. איינטריט בחנם! אנגעפירט דורך די איבערגעגעבענע משפחת בערגער. &nbsp; עס ווערט ארארדזשירט דורך "בנינו" - ווערט א שותף מיט א קינד'ס לימוד התורה 929.630.6070 subscribe@buneini.org.

    < זעה מער ט אדר תשפ"א 📝
  • 🍲 דריי יאר פון בית התבשיל היכל הקודש שטילערהייט אן קיין פאמפע

    שוין גאנצע דריי יאר וואס צוויי טייערע אינגעלייט מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו האבן גענומען אויף זיך די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און אנפירן דעם בית התבשיל היכל הקודש. אן קיין רעש טוען זיי יעדע וואך צוזאם שטעלן דאס געלט און צושטעלן עסן און טרונקען בהרחבה וואס זאל זעטיגן און מחיה זיין אלע הונגעריגע. דער בית התבשיל ברענגט יעדע ערב שבת קודש נאכמיטאג אין בית המדרש באקסעס אנגעפילט מכל טוב וטוב לכבוד שבת, וואס כל דכפין קען אהיים נעמען אין שטוב. אין דעם איז אריינגערעכעט פרישע חלות, געקאכטע פיש און פלייש, פרישע קעיק, פיינע קוגל, און געשמאקע דיפס לכבוד שבת קודש. אינמיטן די וואך ברענגט דער בית התבשיל פיינע פרישע זופ, פלייש, גרינצייג, ברויט און נאך פילע פראדוקטן אז ווער עס דארף זאל קענען נעמען פאר זיך און די משפחה אז עס זאל גארנישט פעלן אין שטוב. עקסטער שיינט ארויס דער ספעציעלער פראיעקט פונעם בית התבשיל "מפעל עונג שבת ויום טוב". זיי שטעלן צו גאנצע שבת ארדערס פאר די פילע כלי קודש, בני תורה און עניים. אינעם ארדער ליגט אלעס וואס מ'דארף לכבוד שבת. גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש, חלות, קעיק, פרוכט, דיפס, פערפל, לאקשן, קוגל, נאש, א.א.וו. בהרחבה גדולה, אז די תלמידי חכמים זאלן האבן פון אלעם גוטן און קענען לערנען בהרחבת הדעת. פאריאר האט דער ראש ישיבה מנדב געווען א פריזער פארן בית התבשיל פאר א זכות אז זיין זון אלחנן זאל טרעפן א גוטע שידוך, און ב"ה נאך א קורצע צייט, האט מען געשלאסן דעם שידוך בשעה טובה ומצלחת. מוהרא"ש זי"ע ביי שיעורים פלעגט גאר שטארק רעדן פון די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און שטיצן א בית התבשיל וואס געבט צו עסן פאר הונגעריגע. דרוקט דא צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידישע קינדער. דער זכות וועט אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא. יאכלו ענוים וישבעו 🌆 לעצטיגע בילד פונעם בית התבשיל &nbsp;

    < זעה מער כו שבט תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 301 to 315 of 428 results

1 2 ... 18 19 20 21 22 23 24 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com