Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שמחה משולשת: שבע ברכות, חנוכת הבית, סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו

    נעכטן אווענט זענען זיך פילע אנשי שלומינו פון קרית יואל און ארום זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווי עס איז פארגעקומען א שיינע מסיבה, וואס האט כולל געווען דריי גרויסע שמחות, צום ערשטן האט עס געדינט אלץ "שבע ברכות" פאר'ן חתן אשר נ"י פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון הר"ר משה קרויס שליט"א פון חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, וואס איז געווארן אן איידעם ביי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן, וואס האט חתונה געהאט די וואך אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג; דערנאך איז דאס געווען די שמחה פון חנוכת הבית המדרש נאכדעם וואס מען האט שטארק פארגרעסערט און פארשענערט דעם בית המדרש היכל הקודש אין בלומינג גראוו; אין די זעלבע צייט האט מען געפראוועט דעם סיום מסכת ביצה, וואס מען האט יעצט געענדיגט ביים שיעור וואס ווערט פארגעלערענט טאג טעגליך אין בית המדרש אין א דף גמרא, דורכ'ן גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינג גראוו הר"ר בערל לעווי שליט"א. א שיינע ציבור האט זיך פארזאמעלט אין בית המדרש לכבוד דעם געלעגענהייט מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה שליט"א וואס איז געקומען צו פארן האט אויפגעטרעטן מיט גאר א שיינעם שיעור, און פארציילט פילע אינטערעסאנטע עפיזאדן, און שטארק ארום גערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, די גרויסקייט פונעם "סדר דרך הלימוד", דאס איז "זאגן" די הייליגע ווערטער פון די גמרא אפילו מען פארשטייט נישט. דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל יעצט אנהייבן די נייע מסכת ראש השנה און לערנען יעדן טאג א בלאט, און געזאגט "זייט נישט משלים קיין בלעטער! נעם היינט די גמרא און לערן א בלאט גמרא!". אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט איבער שלום בית, און ארויסגעברעגנט אז אז עס איז נישט מעגליך צו האבן אמת'ן שלום בית, דאס הייסט אז דער מאן און די פרוי זאלן זיך באמת שעצן איינעם דעם צווייטן, און האבן א אמת'ע ליבשאפט איינע צום צווייטן, נאר ווען מען פאלגט נאך דעם צדיק, מען קען טרעפן אזעלכע וואס געוועלטיגן אין שטוב, דורך ארויפצווינגען אדער פארדרייען דעם קאפ פון דעם ווייב, און זי זאל נישט האבן קיין ברירה. אבער אויב זעט מען איינעם מיט אמת'ע שלום בית, איז עס נאר דורך א צדיק. דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער, און מיט פרישע קבלות פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און שעצן און רעדן שיין צו די ווייב. 📸 בילדער פונעם מסיבה ▶️ דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים מסיבה

    < זעה מער ה חשון תשפ"ב 📝
  • שבת התוועדות סיום סדר מועד אין קראון פלאזא האטעל קומענדיגן ראש חודש אדר ב

    קרעדיט: מו"ה אהרן פיש הי"ו נאכן שבת התוועדות סיום הש"ס פאר צוויי יאר צוריק אין סטעמפארד האטעל, האבן אנשי שלומינו תיכף געבעטן אז אזעלכע שבתים זאלן געפראוועט ווערן מער אפט; און מען האט טאקע געפלאנט אזא שבת פאריאר ווינטער, וואס צוליב דעם אלוועלטליכן "קאוויד" אויסברוך איז עס למעשה דאן נישט צושטאנד געקומען. געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט נאך איבער צוויי יאר ווארטן, איז געמאלדן געווארן דער פריידיגער בשורה אז מען גרייט זיך שוין ווידער צו א גרויסער שבת התוועדות מיט אלע אנשי שלומינו אינאיינעם, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר צוזאמען מיטן פונעם פרייליכן סיום סדר מועד וואס וועט פארקומען בעזרת השי"ת שב"ק פרשת פקודי אינעם הערליכן קראון פאלאז סטעמפארד האטעל. די שמחה איז גאר גרויס ביי אנשי שלומינו ווען מען איז ב"ה ארויפגעשפרינגן אויפן שנעל פארענדן באן, און מען לערנט יעדן טאג א בלאט נאך א בלאט, און עס גלייבט זיך קוים אז מען האט שוין ברוך השם דורכגעלערענט אין די בערך צוויי יאר זינט פאריעריגן סיום הש"ס די מסכת פון ברכות, שבת, עירובין, פסחים, שקלים, יומא, סוכה, און טאקע היינט זונטאג פרשת לך איז דער סיום אויף מסכת ביצה. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אין די קומענדיגע וואכן ביזן שבת התוועדות ענדיגן די איבעריגע מסכות הש"ס פון סדר מועד: ראש השנה, תענית, מגילה און מועד קטן, וואס אינאיינעם איז עס א קיימא לן פון 768 דפים, וואס איז נאנט צו א דריטל פון גאנץ ש"ס. די עסקנים האבן געמאלדן אז עס ווארט א הערליכע שבת ווי מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסנעמען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך פאר די בני בית און די קינדער פאר א לאנגע צייט. די עירלי ביורד ספעשל פרייז ביז שבת חנוכה - וועט זייט $985 פאר א קאפל, וואס מען קען באשטעלן דורכן רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070. א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן! 📸 מוצאי שב"ק ביים שבת התוועדות סיום הש"ס טבת תש"פ אין קראון פלאזא האטעל 🎦 דרשה פון ראש ישיבה ביים שבת התוועודת טבת תש"פ אין קראון פלאזא 🎞️ פארשטלונג פון בארימטער קאמפאזיטער יוסי גרין ביים שבת התוועדות טבת תש"פ 🎞️ די גאר געהויבנע ריקודין ביים סיום הש"ס טבת תש"פ אין קראון פלאזא

    < זעה מער ד חשון תשפ"ב 📝
  • הערליכע באריכט פונעם שיינעם יום טוב סוכות ביים ראש ישיבה שליט"א

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן אויפ'ן פאפיר די געפילן פון הארץ פון די אלע וואס האט מיטגעלעבט דעם יום טוב מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, מיר וועלן פרובירן אבער אין קורצן איבערצוגעבן ווי אזוי דער יום טוב איז אריבער, און אביסל פון וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן און מקבל זיין פונעם ראש ישיבה שליט"א. ערשטע טעג יום טוב די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, ביידע טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד מיט גרויס התעוררות און געשמאק, די הלל און די הושענות זענען געווען גאר דערהויבן. נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין די שיינע סוכה אין הויף פון די שול, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט גאר שיינע דברי התחזקות לכבוד יום טוב. דעם ערשטן טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די תפלה פון הייליגן חיד"א וואס איז געדרוקט אין מחזורים צו זאגן ביי פתיחת הארון אום סוכות, מ'בעט דארט דעם אייבערשטן מ'זאל געראטעוועט ווערן פונעם מזל צדק, ווי אויך ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש אין די אידרא אז רבי שמעון בן יוחאי האט עדות געזאגט אויף זיך אין זיין לעצטן טאג פון לעבן אז ער האט זיך א גאנץ לעבן געהיטן פון "צדק", האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם התחזקות אויפ'ן לעבן, אז מ'זאל זיך זייער אכטונג געבן פון "צדק גערעכט", נישט צו - וועלן זיין אלץ גערעכט. ווען א מענטש וויל נאר אלץ אויספירן און ווייזן אז ער איז גערעכט, וועט ער קיינמאל נישט קענען מצליח זיין, ער וועט אלעמאל האבן צוטון מיט יעדן איינעם. דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זיך קענען אראפבייגן דעם קאפ, לאזן יענעם זיין גערעכט, און אזוי וועט מען קענען אריבערגיין אלעס בשלום. דעם צווייטן טאג ביים קידוש האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט אין ספר המדות (רפואה ח"ב, ד) אז צו קוקן אויפ'ן אתרוג איז א רפואה פאר די אויגן, האט דער ראש ישיבה שליט"א געטייטשט אז דאס קען אויך מיינען אז מ'זאל האבן גוטע אויגן, מ'זאל קוקן גוט אויף יעדן איינעם. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפ"ב) אז ווען מ'קוקט גוט אויף א מענטש, מ'זוכט אויף אין אים זיינע גוטע נקודות, די גוטע זאכן וואס ער האט אין זיך, דאן וועט ער ווערן אינגאנצן גוט. און דאס הויבט זיך אן ביי זיך אליין, א מענטש טאר זיך נישט אראפקלאפן, מ'דארף נאר קוקן גוט אויף זיך אליין, און אז מ'קוקט גוט אויף זיך וועט מען שוין אויך קוקן גוט אויף די משפחה און אויף אנדערע מענטשן. מוצאי די ערשטע טעג נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א בלאט גמרא, און ביים סוף ארומגערעדט שיינע זאכן ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין. און דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן אויף ברסלב ליבערטי צו וויילן דארט ביז נאך שבת חול המועד. חול המועד סעודת הילולא דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט הלל און הושענות פאר'ן עמוד אין שטעטל, מיט מתיקות און געשמאק. דאנערשטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין שטעטל, עס איז געגאנגען א שווערע רעגן, אבער מיט אסאך תפלות האט די רעגן אביסל נאכגעלאזט און מ'האט געגעסן עסן די סעודה אין די סוכה. דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען ווארעמע ניגונים, אבער דאן האט זיך די רעגן זייער געשטארקט, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווי עס זעט אויס האט דער עולם שטארק מתפלל געווען אז מ'זאל קענען עסן אין די סוכה, אבער מ'האט נישט געבעטן אז מ'זאל אויך קענען רעדן אין די סוכה, מען האט געבענטשט ברכת המזון און מ'איז אריין אין בית המדרש ממשיך צו זיין מיט די ניגונים און דרשה. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן די דרשה אז ביי מוהרא"ש איז אויך אמאל אזוי געווען אז ס'האט אנגעהויבן רעגענען ביי די יארצייט סעודה פון רבי'ן, און מ'האט געדארפט שנעל בענטשן און אריינגיין אין שול, און מוהרא"ש האט דעמאלט בארואיגט דעם ציבור, זאגנדיג די גרויסע זאכן וואס חז"ל זאגן אונז ווען עס רעגנט, אז דער אייבערשטער איז מוחל די עבירות, און נאך גרויסע ברכות וואס עס קומט מיט'ן רעגן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א שמועס פון הייליגן רבי'ן, מ'זעט אז כאטש וואס דער רבי איז שוין נסתלק געווארן איבער 210 יאר צוריק, לעבט ער אבער נאכאלץ מיט אונז, זיינע תורות און זיינע לימודים זענען חי וקיים, די גאנצע וועלט לעבט אויף די חיזוק פון הייליגן רבי'ן. און דער עיקר איז די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, יעדער מענטש נישט קיין חילוק ווער און וואס ער איז קען רעדן צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויסדערציילן זיין גאנצע הארץ פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס צו א נאנטן פריינד. דאס איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, און כאטש וואס אין אנהויב איז נישט גרינג צו רעדן צום אייבערשטן, אבער אז מ'שטארקט זיך מיט עקשנות צו רעדן צום אייבערשטן קומט מען אן צו אלעס. נאכדעם האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. ווייטער האט מען גערעדט די עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב און קינדער, ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין יעדן פרט אין לעבן, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פון אינדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל, איז אבער דער אמת אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן, ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און זייער שיין מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות. און מיר דארפן זען דאס איבערצוגעבן אויף אנדערע אידן, מ'קען דאך אזוי גרינג ראטעווען אזויפיל אידן וואס מוטשען זיך אזוי שטארק אין לעבן, בלויז מיט דעם וואס מ'געבט זיי טועם צו זיין די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן. נאך די דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה פאר לאנגע שעות. פרייטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א ווידער געדאווענט הלל און הושענות פאר'ן עמוד, וואס איז געווען גאר שיין. שבת חול המועד שבת חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין שטעטל, פילע משפחות זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת, וואס איז געווען ממש מעין עולם הבא. אינדערפרי איז געווען גאר א געשמאקע דאווענען מיט הלל און הושענות. נאכ'ן דאווענען איז געווען א שיינע קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די הושענות "אום נצורה" וואס מ'זאגט אום שבת, יעדע שטיקל פון די הושענות איז מען זיך מחי' מיט נאך א חלק פונעם שבת, מ'עסט דריי סעודות שבת, מ'עסט גוטע זאכן אום שבת, און אזוי ווייטער. אויך זאגט מען דארט "הושענא יושבת וממתנת עד כלות השבת", העלף די אידן וואס ווארטן שוין אז דער שבת זאל איך ענדיגן; פילע מוטשען זיך מיט דעם, איז דען דאס א מעלה אז מ'ווארט שוין קוים אז דער שבת זאל זיך ענדיגן? האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז דאס זייער פשוט, א איד וויל טון מלאכות, ער וויל רייכענען, ער וויל ערלעדיגן זיינע זאכן, ער האלט זיך אבער צוריק ווייל ס'איז שבת קודש, ער ווארט אז דער שבת זאל זיך ענדיגן אז ער זאל קענען טון זיינע געברויכן, ווייל ער וויל חס ושלום נישט מחלל שבת זיין, דאס איז די שענסטע און חשובסטע זאך ביים אייבערשטן. שבת נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומשפאצירט אין שטעטל, און ביי שלש סעודות אין די סוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם אז דא אין שטעטל איז נישטא וואס צו טון, אין שטאט איז כסדר דא זאכן צו זען, דא בויעט מען, דא פארט מען, דא מאכט מען, אבער אין שטעטל זעט מען נאר גראז און ביימער, די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טון איז רעדן צום אייבערשטן, לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן. די תורה דערציילט אונז ווי אזוי משה רבינו האט גערעדט מיט'ן אייבערשטן, און דער הייליגער רבי מאכט אז מיר פשוטע אידן זאלן דאס אויך קענען טון. מוצאי שבת האט מען געגעסן אינאיינעם סעודת מלוה מלכה אין די סוכה פון די שול, נאך די זמירות האט מען א לענגערע צייט געזינגען אינאיינעם שיינע ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, מען דארף זיך אפלערנען פון די אושפיזין, פון יוסף הצדיק, וואס ער האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן, שם שמים שגור בפיו, ווען איינער פרעגט דיר "וואס הערט זיך?", דארף די ענטפער זיין, "ברוך ה', געלויבט דער אייבערשטער, עס גייט מיר זייער גוט". מוהרא"ש ברענגט אין סידור עת רצון פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי לאנג אין גלות איז ווייל מ'איז נישט מאריך אין די ברכה פון אהבה רבה, און מוהרא"ש שרייבט דארט אז מ'זאל מאריך זיין אין די ווערטער "והאר עינינו בתורתך ודבק לבנו במצותיך", בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיין אן ערליכער איד. האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז ער האט געהערט פון א ברסלב'ער חסיד אז מ'דארף אויך מאריך זיין אין די ערשטע פאר ווערטער פון די ברכה, "אהבה רבה אהבתנו ה' אלוקינו", מ'דארף גוט ארייננעמען אין זיך אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, דער אייבערשטער האט מיר זייער ליב, ער ווארט און קוקט ארויס אויף מיר, און דאס וועט ברענגען מ'זאל זיין אמת'ע ערליכע אידן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה מאריך געווען אין די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון שמחה, און פון טאנצן הקפות מיט גרויס שמחה. נאך שבת איז דער ראש ישיבה שליט"א צוריק געפארן קיין וויליאמסבורג אויף די צווייטע טעג יום טוב. זונטאג חול המועד נאכ'ן דאווענען איז געווען א סעודה אין די סוכה ביים בית המדרש אין וויליאמסבורג, דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך ארום גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון לעבן מיט א צדיק; אז מ'האט געטראפן א צדיק וואס לערנט אונז א וועג אין לעבן, וואס לייכט אונז אויף די אויגן, וואס געבט אונז די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין אלע אומשטענדן אין מצבים אין לעבן, דארף מען זיך האלטן ביי אים אויף אייביג, און אזוי וועט מען זייער מצליח זיין בזה ובבא. הושענה רבה זונטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר. אפילו מ'האט שוין אפגעזיגלט די יאר פאר'ן מענטש, קען מען נאך מתפלל זיין אז אויב איז חס ושלום אנגעשריבן געווארן עפעס שלעכטס, זאל מען צערייסן דעם שלעכטן צעטל, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל. אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען פילע אנשי שלומינו אריינגעקומען אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. הושענא רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביים דאווענען, ביי הלל און נענועים, און דערנאך ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. פאר די ערשטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענא העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענא און הושענא, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר". דער רבי זאגט אז ווען א איד זאגט ארויס איין אמת'דיג ווארט פאר'ן אייבערשטן עפנט דאס אים אויף אלע טירן און טויערן און לייכט אים אויף דער וועג צום אייבערשטן, א מענטש ווייסט אבער נישט ווען די אמת'דיג ווארט קומט ארויס, מ'מיינט אז ס'איז דוקא ווען די הארץ איז אנגעווארעמט מיט געפילן, פאקטיש קען אבער זיין פונקט פארקערט, דוקא ווען מ'שפירט גארנישט, און מ'זאגט ארויס א ווארט צום אייבערשטן, מ'זאגט פאר'ן אייבערשטן דעם אמת אז מ'איז אזוי פארמאכט, מ'שפירט נישט קיין התעוררות צום אייבערשטן, דוקא די אמת'ע ווערטער עפנט אלעס אויף פאר'ן מענטש. פאר די צווייטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס מ'פירט זיך אראפצונעמען די רינגלעך פונ'ם לולב אום הושענא רבה, ווען א מענטש איז געבינדען ביים יצר הרע, ער קען זיך נישט שטארקן איבער זיינע שלעכטע נאטורן און געוואוינהייטן, ער שפירט זיך ממש געבינדען ביי די שלעכטס, קען מען בעטן דעם אייבערשטן, "אזוי ווי איך האב אויפגעבינדען דעם לולב, בינד מיך אויף פון מיין שלעכטע קייטן וואס איך בין געבינדען ביים יצר הרע". דער רבי זאגט אז די מויל איז ווי א מאמע, אזוי ווי א מאמע לאזט קיינמאל נישט אפ איר קינד, אפילו ווען ער האט זיך פארשמירט און זעט נישט אויס גוט, די זעלבע איז ביי יעדן מענטש, נישט קיין חילוק וויפיל ער האט זיך פארשמירט און איז געפאלן, זאל ער אבער אויפמאכן זיין מויל און רעדן צום אייבערשטן, וועט ער זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן. "הושענא ציון המצוינת", מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אום ראש השנה, דארף מען זיך זייער פרייען מיט דעם און בעטן אויף ווייטער אז מ'זאל יעדעס יאר זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און אויך א גאנץ יאר זאל מען לעבן מיט'ן הייליגן רבי'ן. "הושענא פנת יקרת", מיר האבן אזא הייליגע טייערע ווינקל "היכל הקודש", דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון היכל הקודש, דער יצר הרע וויל נאר אוועקשלעפן א איד פון הייליגן רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז אויב א איד האלט זיך ביים רבי'ן, וועט ער אנקומען צו אלעס וואס ער דארף אנקומען אין זיין לעבן. ביי די דריטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם זוהר הקדוש וואס זאגט "צווחין ככלבין הב הב", אז אידן קומען אין שול אין די הייליגע טעג און בעטן נאר אויף גשמיות'דיגע זאכן, "זיי שרייען ווי הינט געב געב", האט מוהרא"ש געטייטשט לויט ווי חז"ל דערציילן אז אמאל אין א הונגער יאר האט רבינו הקדוש געטיילט עסן, אבער נאר פאר ווער ס'לערנט תורה, האט זיין תלמיד רבי יונתן בן עמרם זיך פארשטעלט און זיך אריינגעשטופט צו בעטן עסן, רבינו הקדוש האט אים געפרעגט אויב ער לערנט עפעס, האט ער געזאגט אז נישט, האט ער אים נישט געוואלט געבן, האט רבי יונתן געזאגט "פרנסנו ככלב", געבט מיר צו עסן אזוי ווי מ'געבט פאר א הונט צו עסן, האט אים רבי טאקע געגעבן און אויך געזאגט אז יעדער קען שוין קומען נעמען עסן. דאס איז פשט אין זוהר, אז א איד קומט בעטן דעם אייבערשטן געזונט, פרנסה, נחת, שידוכים, און אזוי ווייטער אלע געברויכן, ער שפירט אבער אז ער איז נישט גענוג חשוב ביים אייבערשטן, ער האט נישט גענוג זכותים געהאלפן צו ווערן, בעט מען דעם אייבערשטן ער זאל אונז שפייזן און העלפן אזוי ווי מ'העלפט א הונט. דער אמת איז אבער אז ס'איז נישטא קיין גשמיות ביי אידישע קינדער, א איד דארף האבן געלט צו קענען פירן א אידיש לעבן, צו קענען שיקן זיינע קינדער לערנען תורה, חתונה מאכן די קינדער, קויפן כשר עסן, פאר אלע מצוות, צושטעלן שבת ויום טוב, און אזוי ווייטער אלע גשמיות'דיגע געברויכן וואס א איד בעט, איז נאר עבודת ה'. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט די באקאנטע מעשה פון הרה"ק רבי משה לייב סאסובער זי"ע, וואס איין פרייטאג צו נאכטס האט אים גענומען א לאנגע צייט אנצוהויבן לכו נרננה, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געוואלט ראטעווען א אידישע פאמיליע פון א בארבארישער פריץ וואס האט זיי געשלעפט צוגעבינדען צו זיין וואגן, האט ער צוליב דעם געקושט דאס גוי'איש קינד פונעם פריץ און אזוי אויפגעוועקט זיין רחמנות צו באפרייען די נעבעכדיגע אידישע משפחה. און דערנאך האט דער צדיק געשפירט אז ער קען נישט אנהויבן זאגן לכו נרננה מיט א מויל וואס האט געקושט א גוי, אבער נאכדעם האט ער זיך דערמאנט וואס ס'שטייט אין פרק שירה אז דער הונט זאגט אויך לכו נרננה, האט ער זיך מחזק געווען אז אויב דער הונט קען דאס זאגן, קען ער עס אויך זאגן. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז ס'איז דא אזא פאלשע ענוה ביי מענטשן, פונקט ווען עס קומט צום לערנען און דאווענען, ווען עס קומט צו דינען דעם אייבערשטן, ווערט מען אן עניו, מ'טראכט אז מ'איז נישט ראוי פאר דעם, אז דער אייבערשטער דארף עס נישט האבן, דארף מען זיך שטארקן אז מ'איז דאך נישט ערגער פונעם הונט, נישט קיין חילוק וואס מ'האט געטון, נישט קיין חילוק וואס מ'איז, אבער דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם. ביי די לעצטע הושענא, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין. און נישט נאר פאר זיך אליין, נאר אויך איבערגעבן פאר די גאנצע משפחה, אז די גאנצע הויז זאל זיך דרייען ארום דעם צדיק, אזוי ווי מ'זעט אין אלע דורות אז נאר די וועלכע האבן זיך געהאלטן ביי א צדיק האט מצליח געווען מיט די קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן זיך האלטן ערליך און בלייבן מיט די ריינע אמונה ביים אייבערשטן. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות. אלע שיעורים אין לויף פון חול המועד און הושענא רבה, קען מען זען אויף אונזער וועבסייט "ברסלב סענטער" אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין. שמיני עצרת און שמחת תורה די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. די גרויסע שמחה און פרייד וואס האט געהערשט ביי די הקפות איז נישט מעגליך אראפצושרייבן, מ'האט געזינגען און געטאנצן און זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה מיט א געוואלדיגע פרייד, ס'האט זיך אנגעזען אז די אידן לערנען תורה די גאנצע יאר, און זיי האבן זיך באמת מיט וואס צו פרייען. צווישן איין הקפה און די צווייטע האט דער ראש ישיבה שליט"א געזינגען ווארעמע ניגוני אמונה מיט די תינוקות של בית רבן, די געטרייע מלמדים האבן אויסגעטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער וואס האבן שיין מיטגעזינגען. אין לויף פון אלע הקפות האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מחזק געווען אז מ'זאל נישט זיצן אין די זייט, נאר אריינקומען טאנצן און זיך פרייען מיט די הייליגע תורה, "עס קומט א לאנגע ווינטער, ס'וועט נאך זיין אסאך צייט צו שלאפן, יעצט איז די צייט צו טאנצן מיט די הייליגע תורה", "אז מ'שוויצט ביי די הקפות, וועט מען זיך איינשפארן נישט צו דארפן שוויצן א גאנץ יאר", "ווער ס'האט זוכה געווען צו ענדיגן דאס יאר חמשה חומשי תורה זאל אריינקומען טאנצן מיט די תורה", "אויב וועסטו בלייבן זיצן אין די זייט קען מען דיר נאך חושד זיין אז דו האסט נישט געלערנט דאס יאר", "ווער ס'נעמט זיך פאר אז די קומענדיגע יאר וועט ער לערנען תורה, זאל אויך אריינקומען טאנצן", און אזוי ווייטער. אינמיטן די הקפות שמיני עצרת ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשויבער זי"ע, וואס איז איינמאל געווען זייער אפגעשוואכט פון די תפלות און הושענות פון הושענא רבה, ער איז געליגן אין בעט און נישט געהאט קיין כח צו טאנצן די הקפות, אבער אינצווישן האט ער זיך געגעבן א כאפ און געזאגט, "וואס איז מיט מיר? אויבן אין הימל איז יעצט דא אזא גרויסע שמחה, און איך ליג דא אין בעט?!", און ער איז ארויסגעשפרינגען פון בעט און געגאנגען טאנצן די הקפות מיט די הייליגע תורה. און אזוי ווייטער ביי די הקפות שמחת תורה ביינאכט און אינדערפרי איז די שמחה געווען גאר גרויס, די ווענט האבן מיטגעטאנצן, מ'האט געשפירט גאר א גרויסע שמחה אין די לופטן. ביי די זעקסטע הקפה האט מען געזינגען דעם ניגון וואס מוהרא"ש האט פארפאסט אין אידיש, "וואס האב איך מיט יענעם, איך ווייס אז נאר משניות וועל איך מיט מיר מיטנעמען, וכו'", ווי אויך דער פרייליכער ניגון "א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן, איך בין א ש"ס איד, וכו'", און אזוי ווייטער פילע פרייליכע ניגונים. דרשות פון די צווייטע טעג יום טוב ביים קידוש שמיני עצרת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די גרויסקייט פון לימוד התורה, מוהרא"ש פלעגט כסדר חזר'ן וואס חז"ל זאגן אין ירושלמי אז ווער עס נעמט אויף זיך דעם עול תורה, רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט. יעצט אז מ'האלט אנהויב יאר, דארף מען זיך פארנעמען צו לערנען דאס יאר די הייליגע תורה, און דאס וועט הייליגן און אויסרייניגן דעם מענטש פון אלע שלעכטס און אים ברענגען צו אלע מדריגות. ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך פסק'נט, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט עס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו, "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו", ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן. מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מ'פארשטייט נישט און מ'געדענקט נישט, זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון שלום בית, וואס איז געווען א גרויסער יסוד ביים הייליגן רבי'ן. שמיני עצרת פארנאכטס האט מען זיך געזעגנט פון די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אז מ'דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז מ'האט געהאט אזא שיינע יום טוב, מ'האט זוכה געווען צו זיצן אין די סוכה, מ'האט זוכה געווען צו שאקלען לולב, און יעצט דארף מען מיטנעמען דעם יום טוב אויף א גאנץ יאר, אזוי ווי מ'זיצט זיבן טעג אין א דירת עראי און דערנאך גייט מען צוריק אריין אינעם דירת קבע, דאס איז די גאנצע לעבן, מ'לעבט זיבעציג יאר אויף דער וועלט, דאס איז נאר די דירת עראי, און נאכדעם גייט מען ארויף אויף יענע וועלט, און וואס מ'האט זיך דא צוגעגרייט דאס נעמט מען מיט אויף די אייביגע דירה. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך אסאך גערעדט פון לימוד התורה יעדן טאג, וואס דאס איז די וויכטיגסטע זאך. ס'זענען דא מענטשן וואס ווערן צעבראכן נאך יום טוב, דער יום טוב איז שוין אריבער און מ'גייט צוריק צו די וואכעדיגע טעג, דער אמת איז אבער אז די ימים טובים זענען ווי גאז פאר א קאר צו קענען פארן, יעדע שטיק צייט קומט נאך א יום טוב וואס געבט כוחות און ענערגיע צו קענען גיין ווייטער מיט א פרישקייט, דארף מען נעמען די התחדשות וואס מ'האט באקומען דעם סוכות, עס זאל אונז באגלייטן אויפ'ן לאנגען טרוקענעם ווינטער, אינמיטן ווינטער איז אויך דא א שטיקל גאז סטאנציע, עס קומט חנוכה און מ'פרישט זיך אויף נאכאמאל צו קענען ווייטער ממשיך זיין. און אויב בלייבט מען שטעקן אינמיטן וועג, מ'איז אויסגעלאפן פון גאז און מ'איז נישט נעבן א גאז סטאנציע, קען מען רופן "חברים" זיי זאלן ברענגען גאז, מ'דארף זיך דרייען מיט ערליכע און גוטע חברים, מ'דארף גיין צום צדיק, און זיך אנפילן מיט פרישקייט צו קענען אנגיין אין עבודת ה'. שמחת תורה פארנאכטס נאך מנחה איז געווען נעילת החג, דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז דער רבי האט געזאגט אמאל פאר רבי נתן נאך שמחת תורה אז ער איז זייער פרייליך אז ער האט זוכה געווען צו טאנצן און זיך פרייען ביי די הקפות, און דער רבי האט אים געפרעגט אויב אינמיטן די יאר שפירט ער נאך די שמחה פון שמחת תורה, אז ער פריידט זיך אז ער האט געטאנצן און זיך געפריידט מיט די תורה. דער רבי האט זייער געוואלט מיר זאלן זיין פרייליך א גאנץ יאר, ווען א איד איז פרייליך האט ער א קלארע קאפ און ער קען דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, זיך פרייען מיט די תורה און מצוות, זיך פרייען מיט יעדע גוטע זאך וואס מ'טוט. און דאס דארף מען אריינברענגען אויך אין די קינדער, צדיקים האבן געטייטשט "הנסתרות לה' אלוקינו", אז א מענטש איז א באהאלטענער צדיק איז דאס נאר פאר'ן אייבערשטן, די קינדער האלטן דאס נישט מיט, אבער "והנגלות לנו ולבנינו", אז מ'דאווענט און מ'לערנט ווען די קינדער זעען און האלטן מיט, וועלן זיי זיך אויך אפלערנען פון דעם און אויך זיין ערליכע אידן. מ'דארף ברענגען די קינדער אין שול, מ'דארף אריינברענגען א שמחה און געשמאק אין א שבת טיש, אין א יום טוב, און אין אלע מצוות, אז די קינדער זאלן שפירן און מיטהאלטן אז דינען דעם אייבערשטן איז א געשמאקע און פרייליכע זאך, און אזוי וועלן זיי נישט וועלן אפלאזן דעם אייבערשטן זייער גאנץ לעבן. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה שמחה מימיו! 📸 הושענא רבה ביים ראש ישיבה ▶️ נייע שיעור דורכן ראש ישיבה יעדן טאג א פרק משניות ▶️ דרשות פון ראש ישיבה במשך חול המועד סוכות תשפ"ב 🎦 שמחות בית השואבה תשב"פ אין היכל הקודש ירושלים עיה"ק ▶️ יארצייט פון הייליגן רבין תשפ"ב אין קרית ברסלב ליבערטי מיטן ראש ישיבה &nbsp;

    < זעה מער ל תשרי תשפ"ב 📝
  • שיינע חול המועד טעג מיטן סעודת הילולא פון רבין אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    דאנערשטאג אינדערפרי, דער ערשטער טאג חול המועד סוכות איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען אין שטעטל. שחרית האט מען שוין געדאווענט אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט הלל און הושענות וואס האט יעדן געעפענט דאס הארץ צו תשובה. פארנאכטס פאר מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור גמרא (ביצה כד), וואס די גמרא זאגט דארט צווישן אנדערע "גמרא גמור זמורתא תהא", אז מען זאגט די הייליגע גמרא צושניידט עס אלע קליפות. צום סוף פונעם שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן פונעם ציבור אנשי שלומינו אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נישט רעגענען, מען זאל זיך קענען וואשן צום סעודת הילולא. נאך מעריב איז פארגעקומען דער גרויסער סעודת הילולא פונעם הייליגן רבי'ן אינעם גרויסן סוכה אין חצר פון בית המדרש. עס זענען געקומען צו פארן פילע אנשי שלומינו פון אנדערע שטעט מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד. טראץ די רעגנדיגע וועטער וואס א גאנצן טאג איז געגאנגען א שלאקס רעגן, האט זיך דער רעגן ברוך השם איינגעשטילט פאר א קורצע צייט בשעת די סעודה, מען האט געזונגען צוזאמען שיינע ניגונים פון יום טוב סוכות, אינמיטן האט ווידער אנגעהויבן שטארק צו רעגענען, דעריבער האט מען גלייך געבענטשט און ממשיך געווען דאס זינגען אין בית המדרש. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן גאר א שיינעם שמועס. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ביי מוהרא"ש זי"ע איז אויך אמאל געווען א שטארקע רעגן בשעת מען איז געזיצן אין די סוכה ביומא דהילולא, און מוהרא"ש האט דעמאלטס נאכגעזאגט דעם חז"ל (אין מסכת תענית) אז אין א טאג וואס עס רעגענט, איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, במילא איז דאס א פרייליכע טאג - נישט פארקערט. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט וואס די הילולא פונעם רבי'ן האט א שייכות מיט אונז, און וואס מיר דארפן מיטנעמען פון אזא גרויסן טאג. "מען דארף זען זיך נישט צו לאזן נערן. זע צו זיין אויף א פלאץ וואס מען גיבט דיר זאכן אין די האנט לעובדא ולמעשה. באקומסטו א סעט חמשה חמשי תורה? באקומסט א משניות א גמרא? איז גוט. וואס האסטו פון זיין אויף א פלאץ וואס מען זאגט אויף יענעם אז ער איז א צדיק אמת, אבער דיר קען ער גארנישט געבן?". דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, מען האט געטאנצן פאר אפאר שעה אין א ציה. שבת קודש חול המועד איז דער ראש ישיבה געווען אין שטעטל. אינדערפרי נאך שחרית האט מען געמאכט קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט פון דעם שטיקל וואס מען זאגט שבת ביי די הושענות, "הושענא, העלף אונז ווייל מיר וואשן זיך דריי סעודות שבת", "העלף אונז ווייל מיר עסן גוטע זאכן שבת", און אזוי ווייטער, ווי מען זעט ווי מען דארף זיך מחיה זיין מיט יעדן גוטע נקודה וואס מען האט, און קוקן גוט אויף זיך, אזוי קען ער נאכדעם קוקן גוט אויף א צווייטן. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס מען זעט אין די פסוקים פון די הייליגע תורה ווי משה רבינו רעדט שטענדיג צום אייבערשטן, און דאס צילט דער הייליגער רבי, צו מאכן אז מיר פשוטע מענטשן, זאלן דאס אויך טון. מוצאי שבת אושפיזא דיוסף, האט מען געגעסן צוזאמען מלוה מלכה אינעם סוכה פון בית המדרש. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך אפלערנען פון יוסף הצדיק, וואס האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן, "שם שמים שגור בפיו", אז איינער פרעגט דיר "וואס הערט זיך?" דארף זיין דער ענטפער "ברוך השם, געלויבט דער אייבערשטער", עס גייט מיר זייער גוט. די שיינע טעג חול המועד מיט די יארצייט פון הייליגן רבין, וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן.📸 הושעא רבה תשפ"ב ביים ראש ישיבה 🎦 חול המועד סוכות תשפ"ב מיטן ראש ישיבה 🎦 שמחת בית השואבה אין היכל הקודש ירושלים עיה"ק 🎦 יארצייט פון הייליגן רבין חוה"מ סוכות תשפ"ב אין קרית ברסלב ליבערטי &nbsp; 📅 עס איז גאר אנדערש יום טוב נאכן מקורב ווערן צום רבי'ן &nbsp;

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ב 📝
  • שיעור התחזקות פאר אינגעלייט פאר ערב יום כיפור מארגן דינסטאג

    מארגן דינסטאג נאכט ערב יום כיפור וועט דער ראש ישיבה געבן א שיעור פאר די אינגעלייט, ווי מען הערן חיזוק צום הייליגן טאג יום כיפור הבא עלינו לטובה, וואס דארף זיין אונזער עבודה פארן אייבערשטן אינעם הייליגן טאג, און וויאזוי מיר דארפן אויפנעמען דעם טאג און וויאזוי מען זאל דאס ווייטער איבערגעבן פאר אונזערע טייערע קינדער. מען וועט הערן דיבורים פון הייליגן רבין אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט עס איבערגעגעבן, און מיט דעם וועט מען זיך בעז"ה צוגרייטן צום הייליגן טאג יום הקדוש. דער שיעור וועט בעז"ה פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אום 9:00 ביינאכט. מען וועט עס אויך קענען מיטהאלטן בעז"ה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין שטעטל אויף 181 האשקי רד. און אזוי אויך אין אלע אנדערע שטעט אין ניו יארק ווי אנשי שלומינו געפונען זיך. כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - בלויז $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99

    < זעה מער ז תשרי תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען צו סליחות דעם מוצאי שבת קודש ביי חצות

    בעזרת השם וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען צו סלוחת דעם מוצש"ק כי תבוא א' סליחות אין וויליאמסבורג, אזוי אויך וועט זיין סליחות אין אלע שולן פון היכל הקודש אין קרית יואל מאנסי בארא פארק א.א.וו. ווי מען וועט אינאיינעם זאגן סליחות מיט גרויס התעוררות. זמן סליחות פון א' סליחות איז ווי דער מנהג ביי אנשי שלומינו ביי חצות אום 1:00 ביינאכט. אין וויליאמסבורג וועט מען אויך קענען מיטן אייבערשטנס הילף אפנעמען פעקלעך ספרים מיטצונעמען קיין אומאן, און נעמען א חלק אין דעם ריזיגן הפצה וואס קומט פאר אין די ראש השנה טעג אין אומאן ביים הייליגן רבין. לשמוע אל הרנה ואל התפלה 🎞️ דער ראש ישיבה בלאזט שופר

    < זעה מער יח אלול תשפ"א 📝
  • רענאוואציעס אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו

    קרעדיט: מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו צוליב די גרויסע וואוקס פון אנשי שלומינו האט זיך שטארק אנגעזען די געברויך פאר פארשידענע פארבעסערונגען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין בלומינג גראוו. אויסער די פילע אידן פון בלומינג גראוו וואס נוצן דעם ביהמ"ד יעדן שבת קודש ווי מען דאווענט אינאיינעם, און מען הערט די געשמאקע דיבורי התחזקות פון רבין דורכן גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א, ווערט אויך דער ביהמ"ד באנוצט דורך פילע אידן אינדערוואכן וואס קומען פון אלע געגענטער ארום ווי קרית יואל, מאנרא, טשעסטער, און וואודבארי. יעדן זונטאג נאכט קומט מען זיך צוזאם צו מנחה מעריב, און דערנאך לערנט דער גבאי פון ביהמ"ד פאר דער דף גמרא פונעם טאג. אזוי אויך יעדן ליל שישי האלט מען מיט דעם שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין דעם ביהמ"ד און מען איז זיך מחזק אינאיינעם. דער ביהמ"ד - וואס איז זייער שנעל געווארן א תל תלפיות און א מאגנעט פאר די גאנצע אומגעגענט - איז שוין לאנג אויסגעוואקסן אירע גרעניצן. דערפאר האט די הנהלה פון ביהמ"ד אונטערגענומען דעם גרויסן קאסטבארן פראיעקט פון אינגאנצן איבערמאכן און פארגרעסערן דעם ביהמ"ד. צווישן די פארבעסערונגען זענען: מען פארדאפעלט מען דעם ביהמ"ד אין גרויס, מען העכערט דעם דאך, מען לייגט שיינע ליכטיגע לייטס, מען לייגט איבער א פרישע פראכטפולע פלאר, מען אינסטאלירט א נייעם שיינעם ארון הקודש, אזוי אויך לייגט מען צו עטליכע בית הכסא'ס, און מען מאכט אינגאנצן איבער דעם מזרח וואנט. דערווייל וואס דער ביהמ"ד גייט אריבער די בוי ארבעט, קומט מען זיך צוזאם אינעם שטוב פונעם גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א, וואס איז מכניס אורח דעם ציבור צו זיך אהיים צו אלע תפילות און שיעורים שבת קודש און אינדערוואכן, ווי מען לערנט און מען דאווענט אינאיינעם און מען שעפט זיך אן מיט חיזוק פונעם קוואל פון הייליגן רבין. לויטן פלאן וועט מען פולקאם ענדיגן די רענאווציעס אויף די קומענדיגע ימים נוראים טעג בעזרת השם יתברך. בורא עולם בקנין השלם זה הבנין 📸 די רענאווציעס גייען אן אינעם פולסטן שוואונג 📰 חידוש אין עולם ההפצה אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו 📸 מען בויעט א מקוה פארן ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו 📰 בלומינג גראוו אונטערן רושם פון הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א 📚 לוח ברסלב תשפ"ב 📖 ספרי רבינו

    < זעה מער כד אב תשפ"א 📝
  • הדרן עלך מסכת יומא, והתחלת מסכת סוכה

    קרעדיט: מו"ה שמעון פאללאק הי"ו א גרויס שמחה הערשט ביי אנשי שלומינו ווען מען האט זוכה געווען צו מסיים זיין נאך א מסכת אין ש"ס, דער גרויסער שיינע מסכת יומא, וואס אלע אינג און אלט האבן געלערענט יעדן טאג. דער שמחה איז געוואלדיג גרויס, וויסנדיג נישט נאר די גרויסע קעפ, אדער די וואס זיצן אין ישיבה אדער אין כולל א גאנצן טאג האבן עס מסיים געווען, נאר אלע, פון די גרעסטע ביז די קלענסטע; אינגעלייט וואס זיצן און לערנען, אינאיינעם מיט אינגעלייט וואס הארעווען שווער על המחיה ועל הכלכלה; סיי בחורים וואס האבן צייט, און סיי אינגעלייט וואס זענען מטופל מיט א ווייב, קינדער, פרנסה; סיי אזעלכע וואס זענען למדנים און האבן די קאפ צו לערנען מיטן עמקות, און סיי אזעלכע וואס האבן נישט אזא גוטע תפיסה, זיי פארשטיין נאך נישט קיין לערנען,&nbsp; האבן אלע אינאיינעם מסיים געווען דעם שיינעם מסכת. אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו, קענען מיר נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט אונז געשיקט א צדיק וואס לאזט זיך אראפ צו אונז און לערנט אונז אויס אזא וואונדערליכן סדר דרך הלימוד, וואס "אלע" דארפן צוקומען דערצו, א טייל דארפן עס האבן מער און זאגן יעדן טאג גאנצע בלעטער גמרא, און אפילו וועם עס גייט יעצט גוט, ער האט יעצט צייט, ער האט א גוטע קאפ, און ער האט געדולד צו לערנען, א.א.וו. וואלט מיט די צייט ארויסגעפאלן פון די מסכת, ווייל עס מאכט זיך ביי יעדעם תקופות וואס "עס איז אוממעגליך אנהאלט די קביעות מיט די חבורתא": מען א שווערע תקופה אין שטוב, מען גייט דורך שוועריקייטן מיט פרנסה, עס קומט א פארנומענע יום טוב סעזאן, מען איז פארנומען מיט שמחות ב"ה, א.א.וו. אויב פאלגט מען נישט דעם רבין, איז נישט מעגליך אנצוהאלטן די שיעורים כסדרן, נאר אויב מען ווייסט אז "זאגן הייסט לערנען" (עיין שיחת הר"ן סימן ע"ו), מען גנב'ט זיך ארויס מינוטן און מען זאגט די הייליגע בלעטער פון די גמרא. אנשי שלומינו האבן יעדער געפראוועט פאר זיך א שיינע סיום אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און מיט דעם אריינגעברעגנט אין די קינדער די געפיל פון שמחת התורה, און איבערגעגעבן פאר די ווייטערדיגע דורות די קשר וואס אידישע קינדער האבן מיטן אייבערשטן דורך די הייליגע תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ביים שיעור פאר די אינגעלייט געמאכט אן אפיעל, אז אלע זאלן יעצט נעמען די געלעגענהייט און זיך מיטכאפן מיט די נייע מסכת דער הערליכע מסכת סוכה, וואס מען וועט ענדיגן הארט פאַרן פאָרן צום רבין קיין אומאן אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה, און מיטנעמען די מסכת אלץ א מתנה פארן הייליגן רבין. קודשא בריך ואורייתא וישראל חד הוא 🎦 סיום מסכת שבת זומער תש"פ 💿 ניגונים פון תשובה - לימי בין המצרים

    < זעה מער ב אב תשפ"א 📝
  • פארגעשריטענע פושקע פאר נדבות אין ביהמ"ד קרית ברסלב ליבערטי

    קרעדיט: מו"ה לייבי ראטה הי"ו די פולע אידן וואס קומען אריין אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין שטעטל אויף האשקי ראד, באגעגענען זיך אין די טעג מיט א נייע פארגעשריטענע סקרין אויפן וואנט ביים אריינגאנג פון ביהמ"ד. דאס איז א נייע פארגעשריטענע קרעדיט/דעביט קארד מאשין, וואס וועט ערמעגליכן אנצונעמען נדבות דורך קרעדיט / דעביט קארד. דער מאשין אין ספעציעל אויסגעארבעט געווארן אז אפילו היינטיגע צייטן ווען פיל מאל דרייט מען זיך נישט ארום מיט קעש אין טאש און מען וויל געבן צדקה פארן דאווענען, אדער מען וויל געבן צדקה פאר א זכות פון א נשמה, אדער מען דארף א ישועה, דארף מען בלויז צוגיין צום מאשין און אויסוועלן דעם צוועק און דעם סכום און ביז עטליכע סעקונדעס איז דער נדבה מסודר בסייעתא דשמיא. אויפן מעין סקרין איז דא א מעניו צו וועלכע צדקה מען וויל געבן. צום ערשט קען מען אויסוועלן דער בעל אכסניא פונעם מאשין "בית המדרש האשקי", דערנאך קומט "מוסדות היכל הקודש", מיט אן אויסוואל פון אלע לאקאציעס, דערנאך קומט דער בארימטער "קרן הדפסה היכל הקודש" דערנאך איז דא דער "בתי מדרשים" קנעפל, און מען קען אויסוועלן פון א ליסטע פון בתי מדרשים היכל הקודש, דערנאך איז דא דער "כולל היכל הקודש", דערנאך קען מען מנדב זיין פארן "עירוב" און פארן "בית התבשיל". בעזרת השם יבתרך וועט צוקומען נאך אפציעס אין די נאנטע צוקונפט. דער קרעדיט קארד מאשין איז זייער פשוט און גרינג צו נוצן, און איז שוין פאקטיש אריין אין דינסט, און ווערט שוין באנוצט דורך די פילע מתפללים פון בית המדרש, צום צופרידנהייט פון אלע באי בית המדרש. הרודף צדקה הקב"ה ממציא לו מעות וממציא לו בני אדם מהוגנים כדי לקבל עליהם שכר, וזוכה לבנים בעלי עושר בעלי חכמה, בעלי אגדה (ספר המידות צדקה אות י"ט)

    < זעה מער כה תמוז תשפ"א 📝
  • אומגעקומענער אין מירון טראגדיע זאגט "עס איז מיר זייער גוט דא"

    קרעדיט: מו"ה יואל מנחם גרשון שניטצלער הי"ו מיר שטייען היינט אין זייערע א שווערע צייט, די הסתר פנים איז שרעקליך גרויס. אידן זענען זייער פארווייטאגט, עס האבן פאסירט ביי אידישע קינדער פארשידענע שרעקליכע טראגעדיעס, איינס שווערער פון צווייטן. מענטשן דרייען זיך ארום אן א קאפ, מענטשן פרעגן "וואס גייט דא פאר?" מען איז זיך מחזק איינע דעם צווייטן מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן: "למה יאמרו הגוים", א גוי פרעגט 'פארוואס', אבער "אשרי העם שככה לו", וואויל איז אידישע קינדער וואס פרעגן נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, זיי גלייבן אז פונקט אזוי דארף צו זיין. דער הייליגער רבי טייטשט אין ליקוט מוהר"ן "ומשה נגש אל הערפל אשר שם האלקים", אז דארט אינעם נעפל, אינעם הסתר פנים, קען דער ערליכער איד טרעפן דעם אייבערשטן. לעצטנס איז ביי א פרוי פון אנשי שלומינו געקומען אין חלום איר ברודער ע"ה וואס איז ארויפגערופן געווארן בשמי מעל צוזאמען מיט די אנדערע 44 קדושים וטהורים ביים ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון אינעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, זי האט געזען אין חלום ווי איר ברודער קומט צו זיי אין די סוכה, זי זעט אים ווי ער רוימט אויף די סוכה און נעמט צוזאם די מיסט, זי האט אים געפרעגט: "הערשל, וואס טוסטו דא!?" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען אביסל ארויסהעלפן", דערנאך האט ער זיך אראפגעזעצט ביים טיש, זי האט זיך צוגעזעצט צום טיש נעבן אים און אים געפרעגט מיט ווייטאג: "הערשל, וואס גייט דא פאר? וואס האט דא פאסירט? דו ווייסט ווי שווער עס איז אונז! דו ווייסט ווי שווער עס איז פאר דיין ווייב, פאר דיינע קינדער, פאר טאטי און מאמי, פאר די גאנצע משפחה! וואס איז דא געשען?" האט ער איר געענטפערט מיט א שטראלנדיגע פנים: "זאלסט וויסן, אז עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל, דא איז נישטא קיין שום קשיות, דא שטימט אלעס. פונקט אזוי האט געדארפט זיין". ביז דא איז דער האר אויפשטעלנדע חלום. איר מאן האט פארציילט די גאנצע זאך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און געפרעגט צי דער חלום האט א האפט, מען זאגט דאך אז חלומות זענען געווענליך נארישקייטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט אין א בריוו אז דער חלום איז אן אמת'ע חלום, און נישט נאר דאס, נאר מען דארף זען צו מפרסם זיין די מעשה פאר די גאנצע וועלט, מען זאל נעמען דערפון חיזוק אין אמונה אינעם אייבערשטן, און אלץ געדענקען אז אין הימל איז נישטא קיין קשיות, דארט פארשטייט מען שוין אלעס. פאלגענד איז דער בריוו: בעזרת ה' יתברך ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן מרת ... תחי', קרית יואל אייער מאן האט מיר דערציילט די חלום וואס איר האט זיך גע'חלומ'ט פון אייער ברודער עליו השלום, וואס איז נפטר געווארן ל"ג בעומר אין מירון; ער איז נעבעך צעדרוקט געווארן ה' ירחם. איר האט אים געזען אין חלום אזוי פרייליך, ער האט אייך געזאגט: "עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל, דא איז נישטא קיין שום קשיות". איר האט אים געפרעגט אין חלום: "פארוואס קומסט נישט אין חלום צו אנדערע פון די משפחה?" האט ער געזאגט: "איך קען נישט קומען ווען מען איז טרויעריג, איך קען נישט ליידן די עצבות, איך קום נאר וואו עס איז פרייליך". דער חלום איז אמת, אויבן אין הימל איז נישטא קיין קשיות, אויבן אין הימל קען מען נישט ליידן די מענטשן וואס זענען טרויעריג. ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים א' טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה. שטארקט אייך מיט אמונה, זייט פרייליך. די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא:): "אין שכינה שורה", דער אייבערשטער רוט נישט, "לא מתוך עצבות ולא מתוך עצלות", ביי זויערע מענטשן און ביי פוילע מענטשן וכו', "אלא מתוך דבר שמחה של מצוה"; און די גמרא זאגט דארט: "וכן לחלום טוב", זאגט רש"י (דבור המתחיל לחלום טוב): "אם בא לישן מתוך שמחה", אז מען גייט שלאפן פרייליך, "מראין לו חלום טוב", ווייזט מען פון הימל גוטע חלומות. אייער ברודער איז אויבן אין גן עדן, אים איז יעצט זייער גוט. ער איז אוועק אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, צווישן אזויפיל הייליגע מענטשן, און ער קומט צו די נאנטע וואס זענען פרייליך און האבן נישט קיין קשיות אויף די אמונה. זייט מפרסם דעם חלום פאר די משפחה און באקאנטע, עס זאל פארמערט ווערן אמונה. &nbsp; הציץ עליו בעל הבירה ואמר אני בעל הבירה

    < זעה מער כ תמוז תשפ"א 📝
  • הדרן עלך ששה סדרי תוספתא

    קרעדיט: מו"ה יהושע העשיל דובדבני הי"ו - ירושלים עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען דעם פרייטאג זוכה געווען צו ענדיגן די צוואנציגסטע מחזור פון ששה סדרי תוספתא, און שבת קודש פרשת קרח האט מען אנגעהובין דעם פרישן מחזור אין תוספתא. שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא. מען זעט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פארן מענטש אויף אייביג. מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זעהן אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט. אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת. דער נייער מחזור אין תוספתא האט געברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים. אין ארץ ישראל איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע סיום לרגל די סיום פון תוספתא אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור אנשי שלומינו. איינע פון די מפיצים האבן דארט פארציילט אן ערשט האנטיגע עפיזאד, אז נישט לאנג צוריק האט ער אנגעהויבן א שיעור צו לערנען יעדן טאג דעם "בית נצחי" (בבלי ירושלמי תוסתפתא), און האט גלייך דערנאך געטראפן א הערליכע דירה אין אלעד פאר א גאר ביליגע פרייז, "איך בין זיער אז עס איז אין זכות פון דעם שיעור אין בי"ת". הרב שמעיה פרידלאנד הי"ו אין אן אינטערוויו פאר קול ברסלב (אויף לשון הקודש) האט פארציילט אז א האלבע יאר צוריק האט ער זיך פארבינדן מיטן מרכז הפצה ירושלים, און זיך איינגעקויפט א תוספתא, און האט גלייך אנגעהויבן א שיעור דערין, און יעצט האט ער ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן תוספתא. "איבעריג צו זאגן אז זייט דעמאלטס זעה איך א שטארקע הצלחה אין מיינע געשעפטן". אנשי שלומינו אין צפת און טבריה האבן געפראוועט א שיינע סיום ביים ציון פון הייליגן תנא רבי חייא וואס האט געשריבן דעם תוספתא. מען האט געהערט א שיינע שמועס פון הר"ר נחמן יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער עיקר דארף מען געדענקען "איך הייב אן פון יעצט", און בעז"ה אין איינס און א האלב יאר ארום וועלן מיר ענדיגן אינאיינעם דעם תוספתא. נאך האט ער ארויסגעברענגט ווי די גמרא דערציילט אין מסכת בבא מציעא איז דער הייליגער תנא רבי חייא געווען א גרויסער מפיץ, דערפאר איז דא דער ריכטיגער פלאץ זיך מחזק זיין אין דעם ענין פון הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ווערטער איבער גאנץ ארץ ישראל. גדול יהיה כבוד הבי"ת הזה! 🛒 צו קויפן א סעט תוספתא - הערליכע דרוק, גרויסע שיינע אותיות, מנוקד 📸 סיום ששה סדרי תוספתא אין ירושלים עיה"ק - ליל שישי קרח תשפ"א 📸 סיום ששה סדרי תוספתא ביים ציון הק' פון התנא רבי חייא - ליל שישי קרח תשפ"א

    < זעה מער ה תמוז תשפ"א 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פאר די באטייליגטע אין די קאמפיין פאר די מוסדות

    קרעדיט הר"ר אשר יעקב בלום הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אין וויליאמסבורג צו זייער א שיינע מסיבה, אין שטוב פון מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון העלפן די הייליגע מוסדות, און געבעטן מען זאל צוזאם נעמען געלט פון די באקאנטע און קרובים, אויך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג הי"ו און מו"ה ארי פיש הי"ו אנפירער פון דעם קאמפיין אויפגעטרעטן. דערנאך האט מען געטיילט שיינע מתנות אלץ הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אריינגעברענגט סכומים ביים פאריאריגן פרוטה'לעך קאמפיין, דערנאך האט מען געזינגען שיינע ווארימע ניגונים אינאיינעם. אין קרית יואל איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת הכרת הטוב דינסטאג נאכט אין שטוב פון מו"ה זושא שטראה הי"ו מראשי הקהילה ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, ווי ער מיט זיין זון מו"ה שלמה הי"ו האבן צוגעשטעלט א הערליכע מסיבה, עס איז זיך צאמגעקומען א שיינע ציבור וואס האבן די זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פון קרית יואל און מאנסי, מ'האט געשמאק פארברענגט אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד, מ'האט ארויסגעברענגט שיינע געדאנקען איבער די גרויסע זכיה און די מתנה וואס מיר האבן אז מיר קענען העלפן די הייליגע פלאץ וואס געט אונז "לופט צו אטעמען" און שכל וויאזוי צו קענען האבן א גוטע לעבן מיט אייבערשטן אויף דער וועלט. עס האבן אויך אויפגעטרעטן מו"ה ארי פיש הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו וואס האבן ארויסגעברענגט די חשיבות פון אלע אינגעלייט וואס העלפן ארויס דעם הייליגן פלאץ. דערנאך האט מען געטיילט מתנות און פּלעקס פאר די אינגעלייט וואס האבן ארויסגעהאלפן דעם קאמפיין פאר די מוסדות בשנת תש"פ. ורוח הקודש אומרת כן יפרה וכן יפרוץ 📰 דער קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן 🔗 עפענט אייער אייגענע "טעים" 💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📸 די עקסנים אין ארץ ישראל נעמען אנטייל אינעם קאמפיין 📸 מסיבת הכרת הטוב אין ווילימאסבורג 🎞️ מסיבת הכרת הטוב אין וויליאמסבורג 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א

    < זעה מער כג סיון תשפ"א 📝
  • הפצה ראטעוועט - דער ראש ישיבה שליט"א מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל

    דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגענוצט דעם קורצן באזוך אין ארץ ישראל צו מחזק זיין די פלייסיגע געטרייע מפיצים וואס שלאפן נישט און רוען נישט. זיי זענען פארנומען א גאנץ יאר און טראכטן אלץ "וויאזוי קען איך פארשפרייטן די ליכטיגקייט וואס איך האב באקומען פאר נאך איין איד?". זיי דרוקן און טיילן אויס צענדליגע טויזנטער קונטרסים און גליונות א גאנץ יאר. אויך אין מירון האבן די מפיצים אויפגעשטעלט א הפצה סטענד. ווי עס איז געווען די הפצה הויפטקווארטיר פון וואו מען האט פארשפרייט טויזנטער גליונות, קונטרסים, דיסקס, קמיעות, און חיזוק יומי קארטלעך. מען האט אויפגעשטעלט אויפן פלאץ א גרויסע סקרין, ווי מען האט געזען חיזוק יומי שטיקלעך פון מוהרא"ש זי"ע. טויזנטער אידן האבן זיך כסדר אפגעשטעלט און זיך צוגעהערט צו די הייליגע דיבורים פון מוהרא"ש, און האבן איינגעקויפט פונעם טישל, קונטרסים און סידיס. גאר אסאך האבן זיך איינגעקויפט דעם בארימטן קמיע פון מוהרא"ש זי"ע וואס איז מסוגל פאר א שמירה פאר רפואה און הצלחה. די פילע מפיצים וואס זענען געקומען פון גאנץ ארץ ישראל זענען אלע צוגעקומען צום טישל און גענומען א פאק ספרים, סידיס אדער קארטלעך און עס גענומען און אויסגעטיילט צווישן די פילע צענדליגע טויזנטער אידן וואס זענען פארזאמעלט איבער די גאנצע בארג. הפצה ראטעוועט ווי באקאנט האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט א מפיץ באגלייטן אים אלע "שבעה רועים", און עס איז נישטא קיין גרעסערס פון פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבין וואס ברענגט אריין אמונה אין אייבערשטן אין די גאנצע וועלט. אין די לעצטע טעג האט מען געהערט פון די חשובע מפיצים, וויאזוי זיי זענען געראטעוועט געווארן פונעם שרעקליכן אומגליק. דער מפיץ הב' אברהם ני"ו פארציילט: געלויבט דער אייבערשטער אז איך בין געוואר געווארן פון די הייליגע וועגן פון היכל הקודש. ווען איך בין אנגעקומען קיין מירון בין איך געקומען נעמען קונטרסים און א צדקה פושקע פונעם הפצה טישל. כ'האבן אנגעהויבן מפיץ זיין דארט די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש, דערנאך בין איך געגאנגען צום הדלקה פון תולדות אהרן ממש נעבן דעם פלאץ ווי דער אומגליק האט פאסירט. אום 12:40 האב איך פלוצלינג באשלאסן "איך גיי ארויס", איך האב געשפירט כאילו איינער שטופט מיר "גיי, אנטלויף פון דא, שנעל!". נישט מער פון עטליכע מינוט שפעטער האט מען געהערט די שרעקליכע שמועות וואס האט פאסירט. איך האב געשפירט ווי דער זכות פון הפצה האט מיר געראטעוועט." דער מפיץ מו"ה שמואל פּאַשקעס הי"ו פארציילט: "איך האב געהאט מורא'דיגע ניסים. איך האלט אז אלעס איז אין זכות וואס איך האב אריינגעלייגט עטליכע פרוטות אינעם פּושקע ביים הפצה טישל. איך בין ארויף צום הדלקה, איך האב דארט פארטיילט בערך 50 חיזוק יומי קארטלעך. איך בין געשטאנען ביים הדלקה פון תולדות אהרן נעבן עטליכע באקאנטע, וואס עטליכע פון זיי זענען נעבעך אומגעקומען שפעטער ביים אומגליק. איך בין געווארן צוקוועטשט, און איך האב אנגעהויבן צו פאלן, איך האב פארלוירן מיין באוואוסטזיין פאר עטליכע מינוט, און בדרך נס האבן מיר מענטשן ארויסגעשלעפט פון דארט. דער נס איז געווען אז איך האב גע'חלש'ט. ווייל עטליכע נעבן מיר זענען נעבעך אוועק..." דער ראש ישיבה מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל דער ראש ישיבה שליט"א האט פארברענגט ל"ג בעומר און שבת פרשת אמור אין מירון ביי זיין טאטן כ"ק אדמ"ר מקארלסבורג שליט"א. נעכטן זונטאג איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און ביי נאך קברי צדיקים אין גליל, ווי דער ראש ישיבה האט אסאך מתפלל געווען פאר די תלמידים.&nbsp; שפעטער איז דער ראש ישיבה געקומען צו די מפיצים אין צפת, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה אז ער קען קומען אין א שטוב ווי מען דרוקט און מען איז מפיץ די הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "דארט ווי מען רעדט פונעם אייבערשטן, דארט ווי מען איז מגלה דעם אייבערשטן דארט איז דא די גרעסטע קדושה". דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן צו די מפיצים אין טבריה, ווי דער ראש ישיבה האט געזאגט א שיינע שיעור, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבערדעם וואס לעבן ווי א פשוטער איד אזוי ווי דער שלחן ערוך זאגט, אזוי ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, און אזוי ווערט מען הייליג. און אז דער צדיק ברענגט צוזאם גשמיות מיט די רוחניות. אין די יעצטיגע מינוטן מאנטאג מיטאג (מאנטאג אווענט אין ארץ ישראל) בשעת די שורות ווערן געשריבן, קומט דער ראש ישיבה אן קיין ירושלים, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן א שיעור פאר די ירושלימ'ער מפיצים. דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך אהיים קערן בעז"ה מארגן דינסטאג. וְעַל יְדֵי הֲפָצַת סִפְרֵי רַבֵּינוּ, נָבִיא אֶת מָשִׁיחַ צִדְקֵנוּ 📸 די הפצה טישל אין מירון תשפ"א 📸 ל"ג בעומר ביים טאטן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א אין מירון 📸 ביי קברי צדיקים אין צפת - זונטאג בה"ב תשפ"א 📸 באזוכט בית הדפוס צפת - זונטאג בה"ב תשפ"א 📸 ביים קבר התנא רבי עקיבא אין טבריה - זונטאג בה"ב תשפ"א 📸 זונטאג בה"ב אינדערפרי תשפ"א - אין מירון 📸 ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוון - מוצ"ש אמור אין מירון&nbsp; 📸 ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל - זונטאג נאכט בה"ב תשפ"א 📸 ביים שרייבן בריוון אין ירושלים עיר הקודש - מאנטאג בה"ב תשפ"א 🎞️ דער ראש ישיבה אין מירון תשפ"א - 9 קליפס 🎦 שיעור אין חבורת היכל הקודש טבריה - א' בה"ב תשפ"א 🎦 שיעור אין חבורת היכל הקודש צפת - א' בה"ב תשפ"א 📰 וואס וויל דער באשעפער פון אונז? דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון 📰 דער ראש ישיבה אין ארץ ישראל 📰 איבערגעלעבט אין זכות פון די קמיע 💿 ניגונים פון תשובה לימי הספירה 🛒 קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה והצלחה 📜 איך זע איר זענט גוטע מפיצים 📜 אין אזא שווערע צייט קען מען זיך נאר שטארקן מיט אמונה 💬&nbsp; פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט אזא אומגליק אין ל"ג בעומר?

    < זעה מער כא אייר תשפ"א 📝
  • וואס וויל דער באשעפער פון אונז? דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון ל"ג בעומר תשפ"א

    די וועלט שטייט שאקירט און מען קען נישט צו זיך קומען פון די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט ל"ע אין מירון פארגאנגענעם ל"ג בעומר העעל"ט. עס גלייבט זיך נישט ווען מען הערט די שוידערליכע שמועות, אומשולדיגע אידישע קינדער זענען נעבעך צודריקט און צעטרעטן געווארן. פינף און פערציג טייערע הייליגע לויטערע נשמות האבן זיך צוריקגעקערט צום כסא הכבוד אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר אין מירון. זיצנדיג אין מירון, האט דער ראש ישיבה געזאגט עטליכע קורצע חיזוק שמועסן. צוליב די וויכטיגקייט דערפון וועלן מיר אראפ ברענגען די תוכן פונעם ראש ישיבה'ס ווערטער. מענטשן זענען זייער צומישט, מענטש פרעגן "וואס גייט פאר"? דער הייליגער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ח"ב, סימן נ"ב: דאס וואס ס'איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; דאס איז זיין שיינקייט. אונזער שכל זאל פארשטיין דעם אייבערשטן וואלט געמיינט אז דער אייבערשטער איז אונזער שכל. קומט אויס אז דאס וואס מען פארשטייט נישט, ס'איז דא קשיות "וואס, וואס?" - דאס ווייזט ווי גרויס דער אייבערשטער איז. דער רבי פירט אויס "וואויל איז דער מענטש וואס האט נישט קיין קשיות". דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט. "אל אמונה ואין עול, צדיק וישר הוא". מ'האט געפרעגט א צדיק 'במה הארכת ימים', האט ער געענטפערט, 'איך האב נישט געפרעגט קיין קשיות'. אז מ'פרעגט קשיות, אויבן אין הימל איז אלעס קלאר, זאגט מען אים 'קום ארויף אויבן, און דו וועסט שוין אלעס פארשטיין'. מ'דארף אסאך חזר'ן די אמונה, מיט זיך מיט די ווייב מיט חברים. עס איז דא א באשעפער. איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, איך וויל&nbsp; נישט פארשטיין, און איך קען נישט פארשטיין. איך וויל האבן אמונה. נישט קיין חילוק וואס פאסירט. מ'ווייסט גארנישט וואס פארא גזירה רבי שמעון בר יוחאי האט אראפגענומען. &nbsp; ליידער מ'הערט די שרעקליכע טראגעדיע וואס איז געשען אין מירון, עס קומט אריין שרעקליכע שוידערליכע נייעס; אומשוליגע טייערע בחורים און אינגעלייט, אזוי אומגעקומען אין אזא הייליגע טאג, אזוי סאך אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל יעצט. דער הייליגער רמב"ם זאגט, ווען דער אייבערשטער שיקט עפעס א צרה, איז דא א מצות עשה א מענטש זאל זיך מתבונן זיין 'וואס דארף איך פאררעכטן'; דער רמב"ם זאגט אין הלכות תענית: אויב א מענטש זאגט "ס'איז א פאסירונג, ס'געשען", "דרכי העולם, ס'געשעט, משטופט זיך, מ'פאלט", "ס'געשעט אזוי, ס'געשעט אהער", "יעצט רעגן נישט, יעצט רעגנט יא", "יעצט קומט גוט, יעצט קומט שלעכט", איז עס מדרכי אכזריות! פארוואס? ווייל דער אייבערשטער שיקט אונז רמזים מ'זאל תשובה טון, און אויב ח"ו מ'זאגט אז דאס איז מדרכי העולם, "ס'געשעט זאכן", "ס'פאסירט עקסידענטן", ברענגט מען ח"ו נאך שלעכטס. ווייל דער אייבערשטער דארף שיקן נאך רמזים. על כל פנים, מענטשן פרעגן, "וואס זאל איך טון?", אזא מעשה, מ'איז צומישט, מ'ווייסט נישט וואס צו טראכטן. וואס מיר דארפן ארויסנעמען איז, אכטונג געבן זיך נישט קריגן מיט אנדערע, זיך נישט שטופן מיט אנדערע, נישט טרעטן אויף אנדערע, נישט באגראבן אנדערע, נישט שטויסן אנדערע. אידישע קינדער זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן. דער יצר הרע קומט און וויל מאכן פרודים "אונזער, ענקער", "מיר זענען גרעסער, ענק זענען קלענער", "מיר זענען די עכטע, דו ביסט נישט די עכטע"; אדער ח"ו מענטשן זענען פארנומען מיט א צווייטן; מ'זוכט ווי אזוי מ'קען וויי טון א צווייטן, שטעכן א צווייטן, טרעטן אויף א צווייטן. אז מ'זעט מענטשן ווערן צוקוועטשט און מ'טרעט זיך אן, דאס קומט אונז ווייזן אז "וואס דארף איך וויי טון א צווייטן?", "פארוואס זאל איך נישט לעבן בשלום יעדער איינער צוזאמען?". על כל פנים, טייערע תלמידים, טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט, אז עטס פרעגטס וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר; רבי שמעון בר יוחאי הייבט אן דעם "אידרא": "אנן בחביבותא תליא מילתא" - אונזער הצלחה איז אז מ'האט זיך ליב, אז מ'לעבט אינאיינעם און מ'איז בשלום. בפרט אין די טעג פון ספירה, ל"ג בעומר; ביז ל"ג בעומר איז דאך טעג פון אבלות, וואס איז געשען אזעלעכע טראגעדיעס אין צייטן פון רבי עקיבא, אזוי סאך תלמידים זענען נעבעך אומגעקומען, ווייל "שלא נהגו כבוד זה בזה". מ'מוז תשובה טון, מ'מוז שוין אפלאזן די אלע קריגערייען, מ'מוז אפלאזן די אלע מחלוקת'ן. מ'רעדט נישט דא פון מענטשן וואס רח"ל גייען נישט על פי תורה, מ'רעדט דאך פון אידישע קינדער, אלע חסידות'ן, אלע גזע'ן, אלע אפשטאמען. וואס א חילוק? חסידישע, נישט חסידישע, אשכנזישע, ספרדיש, וואס א חילוק? מיר זענען דאך אלע אידישע קינדער! &nbsp; 🎞️ קורצע דברי חיזוק לאור המצב 💬 ווי אזוי קען מען זיך בארואיגן נאך די שרעקליכע טראגעדיע? 📰 דער ראש ישיבה אין ארץ ישראל 🎞️ דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א 📅 וואס דארפן מיר ארויסנעמען פון די שרעקליכע פאסירונג אין מירון? 📰 איבערלעבער פון דזשורסי סיטי אטאקע דערציילט 🛒 קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה והצלחה 📚&nbsp; קונטרס: ס'איז גוט 💬 ווי אזוי איז מען זיך מחזק נאך די שרעקליכע שיסעריי אין דזשערסי סיטי? 📜 אז דער אייבערשטער איז דא, פאלן אוועק אלע פחדים 💿 ניגונים פון תשובה לימי הספירה 📸 הפצה ל"ג בעומר אין מירון תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביי קבר התנא רבי עקיבא אין טבריה - זונטאג בה"ב תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים ציון התנא אלקי רשב"י אין מירון - זונטאג בה"ב אינדערפרי תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א מוצ"ש אמור אין מירון ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוו 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל - זונטאג בה"ב תשפ"א אויפדערנאכט

    < זעה מער כ אייר תשפ"א 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס געהויבנקייט צו ל"ג בעומר

    דעם דאנערשטאג פאלט אויס דער גרויסער טאג ל"ג בעומר, ווען פילע אידן וועלן זיך צוזאם קומען און זיך אויסבעטן ביים ציון פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז מקובל שוין דורי דורות ביי כלל ישראל אלץ א מקום מסוגל צו פועלן ישועות. פילע אנשי שלומינו פון ארץ ישראל, און אויך די וועלכע האבן באוויזן צו פארשאפן איינטריט ערלויבעניש צו קומען קיין ארץ ישראל וועלן אויסנוצן די געלעגענהייט און זיך אויסבעטן ביים הייליגן ציון פון תנא אלקי רבי שמעון, און זיכער פועל'ן אלעס גוטס. היינט מיטוואך איז אריינגעקומען די גוטע בשורה, אז נאך לאנגע ווארטענישן און האפן און בעטן דעם אייבערשטן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באקומען רשות אריינצוקומען קיין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך ארויס היינט מיטוואך נאכט און וועט זיין צוריק נאך שבת מיטן אייבערשטענ'ס הילף. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביים שיעור היינט נאכמיטאג: "איך וועל ענק אלע אינזינען האבן עטץ זענטס ביי מיר אזוי ווי קינדער". אין חוץ לארץ וועט מען זיך צוזאם קומען און פראווען א סעודה לכבוד דעם גרויסן הילולא, וואו מען מען וועט זיך פארנעמען צו גיין אין זיינע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערנט, און מען וועט לערנען זיינע הייליגע ספרים וואס ער האט איבערגעלאזט. ע'יר ו'קדיש מ'ן ש'מיא נ'חית (ליקוטי מוהר"ן ח"א, סימן א') 📰 ל"ג בעומר תש"פ, שמחת וואך נאכט ביים אייניקל פון ראש ישיבה 📰 ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר נאך ל"ג בעומר? 🎞️ ל"ג בעומר ביי מוהרא"ש (אין יבנאל / מירון) 🎞️ מוהרא"ש טאנצט בר יוחאי אין מירון 🎞️ הפצה ביים הייליגן ציון הרשב"י אין מירון 📸 מוהרא"ש זי"ע ביים ציון פון התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי אין מירון 📸 דער ראש ישיבה אין מירון

    < זעה מער טו אייר תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 286 to 300 of 423 results

1 2 ... 17 18 19 20 21 22 23 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com