Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע מסיבה פארגעקומען אין ארץ ישראל אין בעפארברייטונג צום "אנשי חיל" קאמפיין

    אנשי שלומינו איבער די וועלט גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום יערליכע "אנשי חיל" קאמפיין, וואס צילט ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען אנהאלטן און ווייטער בויען די הייליגע קהילה און מוסדות התורה והחסד פון "היכל הקודש", וואס פארמאגט היינט אונטער זיך מוסדות און קהילות אין פילע לענדער און שטעט איבער די וועלט, וואס זענען דינען ווי לייכט טורעמס פאר אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס דערווארימען זיך צום הייליגן פייער פון הייליגן רבי'ן, וואס ווערט ווייטער איבערגעגעבן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, אויף יעדן מעגליך וועג.   דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך מוסר נפש צו פירן און באגלייטן די הייליגע ברסלב'ע קהילה, וואס מוהרא"ש זי"ע האט איבערגעלאזט נאך זיין פטירה, און במשך די יארן איז זיך עס צואוואקסן קע"ה א ריזיגע אימפעריע פון תורה עבודה און גמילת חסדים, מיט א דגוש איבערצוגעבן פאר די תלמידים די ריינע אמונה און געבן א וועג וויאזוי מען קען מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות אפילו ווען מיר געפונען זיך אינעם יעצטיגן שווערן דור.   דער ראש ישיבה שליט"א האט אייגעפירט אז דער היי יעריגער קאמפיין זאל לויפן אויף עקסטערע טיעמס, ווי יעדע טיעם וועט האבן באזונדערע עסקנים וואס וועלן באגלייטן אלע חברים מען זאל קענען בסעייתא דשמיא אויפרטייבן שיינע סכומים.   אזוי ווי איבעראל איז אין ארץ ישראל אויך געווען גרויסע הכנות צום קאמפיין, שוין עטליכע וואכן וואס עס קומען פאר מיטינגען צווישן די גבאים פון אלע שטעט פון די שולן און די מוסדות התורה והחסד צו קענען אריינעמען אלעמען אינעם קאמפיין מיט הצלחה. מען האט באשטימט אז מאנטאג מטות מסעי וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אויף אן אסיפה ווי מען וועט אנווארימען דעם ציבור צו ווערן גבאי צדקה.   עס איז געווען א ריכטיגער היסטארישער מאמענט ווען עס איז פארגעקומען צום ערשטן מאל אין היסטארע וואס אלע אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך צוזאם געקומען אויף איין פלאץ, דער ראש ישיבה שליט"א האט געשיקט צוויי שלוחים צום מסיבה די צוויי פיש ברודער מו"ה אהרן הי"ו און מו"ה יעקב הי"ו וועלכע זאלן פערזענליך איבערגעבן פאר אנשי שלומינו ארץ ישראל די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א.   צום ערשט האט אויפגעטרעטן מו"ה אהרן פיש הי"ו וועלכע פירט שוין אן דעם "אנשי חיל" קאמפיין פאר אלע יארן צום גוטן, וועלכע האט מיט זיין לשון לימודים אנגעווארעמט דעם ציבור, צווישן אנדערע האט ער געזאגט אז ער האט שוין געהאט די זכי' איבערצוגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א דורך די קאמפיינס שווערע מיליאנען דאלארן במשך די יארן, וואס דער ראש ישיבה שליט"א נוצט דאס געלט במשך די יאר לפי ראות עיניו, צו קענען בויען און אנהאלטן די הייליגע מוסדות אין קהילה.   דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל המוסודת פון ארץ ישראל מו"ה יצחק פאפענהיים הי"ו וואס איז זיך מוסר נפש פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, און פארט ארום כסדר זיך אומקוקן פערזענליך אין אלע שטעט, ער האט פארציילט ווי ער האלט מיט ווי דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די הייליגע מוסדות, דער ראש ישיבה שליט"א האלט מיט און אינטערעסירט זיך אין יעדן קינד, און שיקט יעדן חודש ריזיגע געלטער צו קענען אויפהאלטן די חדרים, מיידל שולעס און ישיבה, און בזכות די מוסדות האט די קהילה אויך גאר א שטארקע חיזוק בסייעתא דשמיא.שיקט אזויפיל געלט    דערנאך האבן אלע אנשי שלומינו זיך אוועקגעזעצט אונטערשייבן שטרות, ווי מען האט אריינגעשריבן וויפיל געלט מ'נעמט זיך אונטער אריינברענגען ביים בעפארשטייענדן קאמפיין, וואס מו"ה אהרן הי"ו טראגט עס צום ראש ישיבה שליט"א אונטערצושרייבן, און וועט דערנאך צוריק געשיקט ווערן קיין ארץ ישראל.   דער ציבור הנאספים האט זיך זייער ווארעם אנגערופן, און עס איז אריינגעקומען הבטחות פון איבער א האלב מיליאן שקל, וואס די חברים אין ארץ ישראל האפן בסייעתא דשמיא איבער צו געבן פאר ראש ישיבה.   דערנאך האבן אנשי שלומינו געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א לייוו הוקאפ שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט געגעבן ספעציעל פאר די בני ארץ ישראל. דער ראש ישיבה שליט"א האט צוערשט געזאגט אז אמאל איז געווען שווער צו בעטן פון די ארץ ישראל'דיגע אידן זיי זאלן זיך צושטעלן און אריינברענגען געלט פאר די אמעריקאנער מוסדות, אבער היינט - האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - איז שוין דא מוסדות אין אלע עקן פון ארץ ישראל, און מען בעט אז מען זאל זיך אליינס שטיצן.   דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צו א הערליכע שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט אלעמען מחזק געווען מען זאל זען צו נעמען און פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, מעביר סדרה זיין, זען עס זאל זיין שלום און שטוב, און אזוי ווייטער. די פולע דרשה וועט בעז"ה זיין געדרוקט די וואך אינעם העליכן קונטרס "אשית עצות בנפשי" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך הרב יואל לעווי שליט"א פון בני ברק.   דער ראשי ישיבה שליט"א האט דערנאך געבעטן מען זאל אויסטיילן די מתנות וואס ער האט געשיקט פאר אלע וואס האבן זיך באטייליגט פאריאר מיט שיינע סכומים, א משניות אריינגעשריבן א שיינע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א.   דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט ווארימע הערצער און מיט א קבלה כאיש אחד בלב אחד ווייטער צו שטיין צו די האנט פון ראש ישיבה מיט אלעם וואס מעגליך.

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו לעבן אויף די אידן פון תפיסה

    איינע פון די גאר גרויסע חסד פעולות וואס ווערט געטון דורך אנשי שלומינו אין שטעטל איז די כסדרדיגע באזוכן די אידן וואס זיצן אין תפיסות וואס זענען אין די אומגעגענט פונעם שטעטל. &nbsp; אין עטליכע טורמעס אין די געגענט זיצן ליידער מערערע אידן לא עלינו, און טייל פון זיי זענען זייער ווייט פון זייערע קרובים, וואס וואוינען די אנדערע זייט אמעריקע אדער גאר אין אויסלאנד. אויך זענען דארט פארהאן איינזאמע אידישע קינדער וואס האבן נישט קיין קרוב און קיין גואל, און ווען נישט די טייערע ברסלב'ע וואלונטירן קען אויסקומען אז עס קען דורך גיין וואכן חדשים און יארן וואס קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, זיי זעען בלויז די גרינע ווענט פון די תפיסה פיר און צוואנציג שעה אין טאג, זייענדיג ארומגענומען מיט נידעריגע פארברעכער און סאדיסטישע וועכטער וועלכע זוכן בלויז זיי צו דערנידערן זייער געמוט. &nbsp; די באזוכער דערציילן ווי די באזוכן געבן פאר די אידן פרישע חיות אנצוגיין. און די פעולות גיין שוין אן פאר לענגערע צייט. &nbsp; די וואך האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א פארבונדן מיט אונזער חבר מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו, וואס איז איינע וואס גייט באזוכן כסדר די אידן אין תפיסות, און אים געזאגט אז ער וויל אויך האבן די מצוה פון גיין באזוכן אין די תפיסות. און מען האט אפגעשמועסט אז יעדן זונטאג וועט ר' מיכל טראגן דעם ראש ישיבה שליט"א מחי' זיין די עלנדע אידן. ר' מעכל נ"י פארציילט אז די באזוכן פונעם ראש ישיבה האבן ממש אויפגעלעבט די צובראכענע אידן. &nbsp; עקסטער פון דעם טוען די מפיצים אויך די זעלבע פעולה, דורך דערפרייען אידן וואס זיצן אין זייער אייגענע תפיסה אין וואס דער סמ"ך מ"ם האט זיי אריינגעלייגט, זיי זענען נעבעך געבינדן צו פיער פרעשור וואס די שכינה וועט טראכטן, זיי גייען ארום מיט אומזעבארע קייטלעך אויף זיך. און די מפיצים גייען ארום אין די קאנטרי'ס און ביי גראסעריס, וואס טוט זיי מחי' זיין מיט די קונטרסים וואס געבן זיי אמונה און חיזוק, און טוט זיי בוכשטעבליך באפרייען פון זייערע קייטן. &nbsp; מִי שֶׁמְּרַחֵם עַל הַשְּׁבוּיִים, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַצִּילוֹ מִמִּיתָה (ספר המידות, חלק א' ערך פדיון שבוים)

    < זעה מער כה תמוז תשפ"ד 📝
  • הערליכע מסיבה פאר'ן בית התבשיל פארגעקומען

    אין שטעטל זענען אלע פארנומען מיט טון חסד איינער מיט'ן צווייטן, דער ראש ישיבה איז כסדר מעורר אז דער רבי האט געזאגט אז ברסלב איז אותיות "לב בשר", א איד דארף האבן א הארץ פאר א צווייטן. &nbsp; נעכטן איז פארגעקומען א גרויסער הערליכער אווענט פאר די חשובע בארימטע "בית התבשיל" ארגאניזאציע, וואס איז באקאנט מיט אירע פילע חסד פראיעקטן וואס זי פירט, זיי טיילן שבת פעקלעך פאר נויטבאדערפטיגע, פאר יום טוב און אויך אינמיטן יאר קומען פאר גרויסע חלוקות, בפרט פאר פסח, אויך טיילט מען געלט פאר שבת און יום טוב אז אידן זאלן קענען איינקויפן צו עסן, דאס איז אויסער די פילע אנדערע באקאנטע און באהאלטענע חסד אקטיוויטעטן. &nbsp; פילע אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון די נאנט אין ווייט, עס איז געווען צוגעגרייט א געשמאקע סעודה מכל טוב, און אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארים אנגערופן פאר דעם וויכטיגן צוועק, דער בית התבשיל האט צוגעשטעלט שיינע מתנות און גורלות פאר אלע וואס האבן זיך שיין משתתף געווען, צווישן זיי האט מען באקומען א שיינע האלטער מיט וויין פונעם כוס של אליהו הנביא פונעם סדר פונעם ראש ישיבה שליט"א. די מסיבה איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס. דער אויבערשטער וועט זיכער באצאלן פאר אלע משתתפים מיט אלעם גוטן.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו באוויינען די פטירה פון האשה החשובה מרת רייזל פארקאש ע"ה

    אין די מינוטן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון די חשובע רביצין פון בית המדרש היכל הקודש אויף העיס, מרת רייזל פארקאש ע"ה. &nbsp; די נפטרת ע"ה האט זוכה געווען צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן פאר צוויי צענדליגע יארן, ווען פאר איבער אכצן יאר צוריק האט זי געעפענט ביי זיך אין שטוב דער ערשטער מנין פאר אנשי שלומינו אין קרית יואל, און דערנאך האט זי גענומען איר אייגענע דירה וואס פלעגט אריינברענגען א שיינע הכנסה, און עס געלאזט פארוואנדלען אין א בית המקדש מעט, א פלאץ פון השראת השכינה, פון ווי עס איז ארויס אין די אלע יארן אן א שיעור התחזקות, תורה, און אמונה פאר תושבי קרית יואל. &nbsp; די נפטרת וועלכע פלעגט גערופן ווערן "באבי פארקאש" וואס זי האט זיך ערווארבן צוליב איר איבערגעבענקייט, ווען זי פלעגט זיך אפגעבן מיט די פרויען און קינדער פון אנשי שלומינו ווי א באליבטע באבע צו אירע קינדער און אייניקלעך, זיך פלעגט אלץ שטיין צו אלעמען צו די רעכטע האנט, און האט זיך שטענדיג געפרייט צו ארויסהעלפן. פלעגט זי אלעס טון מיט אירע צוויי הענט אין די אלע יארן פאר'ן בית המדרש, זי פלעגט אנגרייטן די מזונות און טשאלענט פאר די קידוש יעדן שבת אינדערפרי, אזוי אויך פלעגט זי צוגרייטן אליינס די שלש סעודות. און אויסער וואס דאס אויפרוימען דאס בית המדרש האט זיך גענומען אויף אירע פלייצעס פלעגט זי פלעגט כסדר זיך אומקוקן אויפן בית המדרש און רופן בעלי מלאכה צו פאררעכטן אלעס וואס האט נאר אויסגעפעלט. &nbsp; זי האט געטריי זיך אפגעגעבן מיט איר חשוב'ע מאן יבלחט"א הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, און ערצויגן אירע חשובע קינדער בדרך המסורה. זי פלעגט זיך אנשטרענגען יעדעס יאר, צו העלפן איר מאן און קינדער זאלן קענען פארן קיין אומאן צום הייליגן רבין, א זאך וואס זי פלעגט טון מיט די גרעסטע מסירת נפש. &nbsp; דער אויבערשטער האט איר געהאלפן אז זי האט געהאט די זכי' איבערצולאזן הערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, פילע פון אירע קינדער און אייניקלעך זענען מפיצים, פארציילן ווי די באבע ע"ה פלעגט זיי אלץ מחזק זיין, און זאגן אז דאס איז איר גרעסטע כבוד ווען זי הערט צוריק איבער אירע קינדער און אייניקלעך וועלכע קוקן נישט אויף זייער אייגענע כבוד, נאר זענען זיך מוסר נפש פאר אנדערע אידן. &nbsp; די נפטרת ע"ה מיט אירע גרויסע זכותים וואס זיך האט אריינגעכאפט אויף דער וועלט, האט מיט וואס ארויפצוגיין צו בית דין של מעלה. מיר אלע וואס בלייבן דא איבער וועלן זיך אפלערנען צו גיין אין אירע וועגן, צו פאלגן צדיקים מיט מסירת נפש. &nbsp; די לוי' וועט ארויסגיין היינט זעקס אזייגער אווענט פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב "בית נתנאל" אויף 8 העיס קט. אין קרית יואל, פון וואו מען וועט טראגן דעם נפטרת צום בית החיים אין קרית יואל.

    < זעה מער יט תמוז תשפ"ד 📝
  • הערליכע ווידיא "באזוך אין קרית ברסלב" ערשינען

    אין די לעצטע טעג איז ערשינען א הערליכע ווידיא, "א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי", וואס נעמט אונז אויף א שפאציר אין דעם פרישן שטעטלוואס האט זיך געגרינדעט פאר פיר יאר צוריק מיט'ן ציל צו שאפן אן אחדות'דיגע און געשמאקע לעבן, און צו געבן די קינדער אַ חינוך דורך די הייליגע מוסדות על טהרות הקודש, וואו די קינדער ווערן נתחנך אויף די וועג ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעשטעלט, אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות און ווערן ערצייגן מיט די ריינע אמונה דורך די געטרייע מלמדים און מחנכים. &nbsp; מען האלט מיט א "סדר אין כולל" ווי צוויי מנינים אינגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה זיצן און לערנען מיט התמדה אין צענטראלן בית המדרש, און וואקסן אויס די צוקונפטיגע דיינים בעז"ה. &nbsp; דערנאך כאפט מען א קורצע בליק אין פילע לאקאע בתי מדרשים און מקואות וואס ביישיינען די אנדערע געגענטער פונעם שטעטל, מען גיין אריין אין בית המדרש מקור השמחה, בית המדרש ירושלים, בית המדרש אשר בנחל, דער ריבניצע מקוה, בית המדרש פעולת הצדיק, און בית המדרש עצתו אמונה, וואס ווערט באנוצט דורך די איינוואוינער דורך די וואך און נאך מער שבת קודש. &nbsp; אויך נעמט מען א קליינע בליק אינעם צוקונפטיגער צענטראלע בית המדרש וואס וועט האבן שטיבלעך צום דאווענען מיט א גרויסע מקוה אויף די בארדיטשוב גאס אין שטעטל, וואס האלט זיך אינמיטן בויען. &nbsp; מען גייט דערנאך אויף א באזוך אינעם גרויסן באקאנטן לעמאנעיד סופערמארקעט געשעפט וואס געפונט זיך אין קרית ברסלב ליבערטי און איז אפן א גאנץ יאר צוצושטעלן אלע געברויכן פאר תושבי קרית ברסלב. און דערנאך כאפט מען א שמועס מיט עטליכע ביזנעסלייט און הערן פון זיי ערשטהאנטיג ווי אזוי די ביזנעס וועלט אין די קעטסקילס גייט צו און ווי אזוי זייער לעבן שפרודלט אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם. &nbsp; מען שטאט אפ א באזוך אינעם תלמוד תורה, ווי מען זעט די פילע קלאס צימער'ן ווי די ריינע תינוקות של בית רבן לערנען מיט התמדה, דערנאך אין די ישיבה קטנה ביי די בחורים, וואס די הארץ ווערט איבערגעפילט מיט נחת זעענדיג די זיסע קינדער ווערן נתחנך פון די פריעסטע יוגענט צו לעבן מיט'ן אויבערשטן. דערנאך זעט מען די פילע חדר באסעס וואס טראגן אהיים די קינדערלעך, און מען כאפט א שפאציר אינעם ריזיגן "קרן הדפסה היכל הקודש" בנין, וואס דרוקט ביי זיי איבער א מיליאן קוטרסים און ספרים א יאר. &nbsp; מען זעט אן אינטערעסאטנע ווינטער באזוך אינעם "אילן החיים" אינגל זומער קעמפ, און אינעם "בית פיגא" מיידל זומער קעמפ, אזוי אויך אינעם מצה בעקעריי. א קורצע בליק אינעם באזאר, און אינעם קיאסק. וואס דאס אלעס איז בלויז א טיפה מן הים פון די אקטיוויטעטן אינעם שפרודלדיגן שטעטל. &nbsp; איבער צען טויזענט אידן פון איבער די וועלט האבן שוין געהאט די געלעגענהייט דורכדעם צו קענען געבן א קליינע בליק אינעם שטעטל מיט די קהילה און מוסדות, ארויסגעגעבן און פראדוצירט דורך מו"ה ארי פיש הי"ו, דער באזוך איז אפגעכאפט געווארן העכסט פראפעסיאנאל, און געבט א קליינע בליק אויפן שפיץ גאפל פון וואס עס טוט זיך אין די נייע אבער הערליכע קהילה מיט די מוסדות. &nbsp; מען הערט צוריק געוואלדיגע גריסן פון די אלע צוקוקער, וואס האבן באקומען א נייע בליק אויף די מוסדות און די קהילה, און פילע זאגן אז דאס האט זיי געעפנט די אויגן צו זען די שיינקייט פון קהילת היכל הקודש. &nbsp; מען קען זען דעם ווידיא אנליין אינעם "ברסלב עניטיים" וועבסייט, אדער קען מען עס דאונלאודן. &nbsp; א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כו סיון תשפ"ד 📝
  • פילע אנשי שלומינו פראווען די וואך זייער חנוכת הבית פון זייער הייזער

    דער ראש ישיבה שליט"א האט אין א בריוו געלאזט וויסן אנשי שלומינו אז נאכ'ן בויען זיין הויז פאר לאנגע חדשים איז אים א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער הויז ווערט יעצט פארטיג און ער גרייט זיך צו פראווען די וואך די גרויסע חנוכת הבית.&nbsp; &nbsp; אנשי שלומינו וועלכע האבן אויך געלאזט בויען זייער הויז אינעם זעלבן דעוועלאפמענט, "בבא מציעא" זענען זייער פרייליך און וועלן פראווען יעדער ביי זייך אינדערהיים זייער חנוכת הבית. אין די זעלבע צייט איז די שמחה גרויס אז אין די זעלבע צייט ווערט אויך אפגעראכטן דער אבן הפנה פאר'ן קומענדיגן גרויסן דעוועלאפמענט "בבא בתרא" א הערליכע דעוועלאפמענט, מיט שיינע גרויסע הייזער אין וואס מען וועט קענען וואוינען מיט הרחבת הדעת אויף דער עלטער. אנשי שלומינו ווערן שטארק רעקאמענדירט צו אינוועסטירן דערין, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דער אינוועסטמענט אז גאר קראנט און פארזיכערט, און אלע וואס שטעקן איין דערין וועלן ארויסגיין מיט א זיכערע ריווח. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אינעם בריוו ווי פאלגענד: איך וויל דיך לאדענען צו די חנוכת הבית וואס איך מאך קומענדיגע וואך, איך ענדיג קומענדיגע וואך בויען מיין נייע הויז; איך בוי זיך נאך א הויז אין גן עדן, מסכת בבא מציעא, מיר גייען מסיים זיין קומענדיגע וואך מיטוואך. עס איז מיר א גרויסע שמחה און פרייד צו קענען אוועק לייגן אויף דער עלטער אסאך הייזער, אסאך בנינים, איך זאל נישט דארפן אויסגיין פון הונגער אויף דער עלטער. &nbsp; אויך וועט זיין די הנחת אבן הפינה פאר א פרישע הויז וואס איך וויל זיך בויען, א נייע מסכתא, מסכת בבא בתרא. איך וויל אריינגיין מיט דיר אין שותפות, זאלסט אויך האבן אין די נייע דעוועלאפמענט אן אייגענע הויז אויף דער עלטער, זאלסטו אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג גמרא, וועסטו זיך נישט שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט. &nbsp; לאך נישט, ווייל פון דיינע הייזער וואס דו פרובירסט כאפן נאך איינס און נאך איינס - ווייס איך נישט וואס וועט בלייבן פון דעם, אבער די הייזער פון ענדיגן נאך און נאך מסכתות - דאס בלייבט אויף אייביג. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע זאגט אז לערנען יעדן טאג בבלי, ירושלמי און תוסתפא אויסער דעם וואס מיט דעם בויעט מען זיך א בית נצחי ווי גערעדט ביז דא, און מען וועט האבן אויף יענע וועלט א געשמאקע הויז, איז עס אויך א סגולה בדוק ומנוסה מען זאל האבן אן אייגענע גשמיות'דיגע גרויסע שיינע הויז דא אויף דער וועלט.

    < זעה מער יט סיון תשפ"ד 📝
  • חסידי ברסלב באוויינען די פטירה פון הרה"ח ר' משה זאב שווארץ ע"ה

    מיט א שווער הארץ און טיפער צער, מעלדן מיר די פטירה פון הרה"ח ר' משה זאב שווארץ ע"ה, וועלכער איז אוועק פון דער וועלט אין עלטער פון 67 יאר. ר' משה זאב ע"ה איז געווען א באשיידענע ברסלב'ע חסיד, באליבט און געשעצט דורך אלע וואס האבן אים געקענט. &nbsp; דער נפטר ע"ה איז געווען א לעבעדיגער ביישפיל פון אמונה און שמחת החיים. ווען טראץ זיין שווער לעבן, האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין טענות אויפן אויבערשטן, נאר איז אלץ געווען פרייליך און מחזק געווען אלע זיינע ארומיגע.&nbsp; &nbsp; ר' משה זאב ע"ה האט אויסגענוצט זיין שרייבן טאלאנט איבערצושרייבן הונדערטער קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע אויף ענגליש. די ענגלישע קונטרים זענען געשריבן געווארן גאר געשמאקע און פראפעסיאל, וואס האט צוגעצויגן די ענגליש-רעדנדע אידן אויך צו נעמען און טרוקען פונעם שפרודלדיגן קוואל פון הייליגן רבי'ן. אלע וואס האבן נאר געליינט זיינע איבערגעזעצטע קונטרסים, האבן געהאט א הרהור תשובה און זענען געווארן נענטער צום אויבערשטן. &nbsp; די אלע זכותים קומען יעצט אנטקעגן ר' משה זאב ע"ה ווען זיין נשמה קומט ארויף אין הימל. מיר וועלן זיך פארנעמען צו גיין אין זיינע וועגן, אויסנוצן יעדע מעגליכקייט זיך צו שטארקן אין אמונה און שמחת המצוות, און העלפן יעדן איד אויף יעדע מעגליכע וועג. &nbsp; פאר אונז איז זיין פטירה א גרויסע פארלוסט, אבער מיר זענען זיכער אז זיין נשמה געפונט זיך יעצט אויף זייער א גוטע פלאץ אין גן עדן, און ער וועט זיין א מליץ יושר פאר זיין משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; די לוי' וועט פארקומען היינט נאכמיטאג 5:30 ביים פלאָרעל פּאַרק בית החיים, 104 דיענס רהאָוד רד., אין ניו דזשערסי. יהא זכרו ברוך.

    < זעה מער יג סיון תשפ"ד 📝
  • היכל הקודש אלעד - א פארבריק פון הפצה

    אין אלעד, א שטאט אין צענטער פון ארץ ישראל, גייט אן הערליכע אינגע קהילת היכל הקודש וואס שפרודעלט מיט הפצה און חיזוק. די גאנץ קורצע היסטאריע האט זיך אנגעהויבן מיט מו"ה נח לעווין הי"ו, וואס האט מיט נישט מער פון צוויי יאר צוריק אנגעהויבן פארשפרייטן די גליונות און קונטרסים פון ראש ישיבה אין די שטאט, ער איז געגאנגען אליינס, אן וויסן פון נאך אנשי שלומינו אין שטאט. פאריאר בשעת'ן מפיץ זיין האט ער באגעגנט א אינגערמאן מו"ה חיים יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט אים געזאגט אז ער הערט די שיעורים, און זינט דאן האבן זיך זיך כסדר צוזאמען מחזק געווען און געארבעט אינאיינעם. &nbsp; אביסל שפעטער איז צוגעקומען א פרישע אינגערמאן, מו"ה משה וויינבערגער הי"ו פון אשדוד, וואס האט חתונה געהאט און זיך באזעצט אין אלעד. ער פלעגט פריער כסדר זיין קיין בראכפעלד, וואו עס איז איז דא א געשמאקע חבורה פון אינגעלייט אנשי שלומינו, און צוזאמען מיט די אנדערע האט ער ארגאניזירט אז מען זאל זיך צוזאמען קומען הערן די שיעורים פון ראש ישיבה יעדע דינסטאג. אזוי זענען צוביסלעך צוגעקומען נאך אינגעלייט, ביז מען האט זיך דערזען מיט איבער א מנין. מ'האט אפגעדינגען א פלאץ וואו מען האט אנגעהויבן פראווען שלש סעודות און מעריב, און מען האט זיך מחזק געווען. יעדע סיום און אנדערע געלעגנהייטן זענען געפראוועט געווארן אינאיינעם, ביז מ'האט געזען עס איז צייט צו האבן א בית המדרש פאר זיך. מ'האט אפגעדינגען א שיינע בית המרשת אויף 5 רח' רבי יוסף קארו, אנפאנג איז טאקע געווען שווער, ווייל נישט יעדער וואוינט אזוי נאנט צו פיס צו קענען קומען שבת. אבער יעצט איז שוין ב"ה די מנין גוט אוועקגעשטעלט פאר אלע תפלות שבת קודש. &nbsp; אין אלעד מאכן אלע הפצה, קיינער שלאפט נישט. דא איז א לעבעדיגע חבורה. יעדער פארט ארום מיט די קארס מאכן הפצה פון הויז צו הויז, און מען פארשפרייט די שיעורים ביי די אינטערסעקשאנס און אין אנדערע פלעצער. &nbsp; ווען דער ראש ישיבה איז געווען אין ארץ ישראל פארגאנגענעם ל"ג בעומר, האט מען אים געפרעגט צי מען זאל מאכן א ברכת הבית מאגנעט, וואס זאל אויך האבן אויף זיך די נומער פון די האטליין, מיט א באר קאוד פון די חיזוק יומי. וויבאלד מאגנעטן זענען זייער פאפולער אין אלעד, און דער ראש ישיבה האט צוגעשטימט און געזאגט, אז מען מאכט שוין זאל מען עס מאכן זייער שיין. ב"ה עס איז שוין אנגעקומען עטליכע טויזנט שטיק. און כאטש דאס איז נישט גענוג פאר די גאנצע שטאט, אבער ב"ה מען גייט עס פארשפרייטן. &nbsp; א חשובער אינגערמאן אין אלעד מאנשי שלומינו, מו"ה אברהם זייוואלד הי"ו, איז ארויפגעקומען מיט א נייע איידיע, פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט. ער האט געלאזט מאכן שיינע "קאר שמעקערס", וואס האט אויף זיך די נומער פון ברסלב. ער טיילט עס ארום און מאכט הפצה. ער האט געברענגט דערפון צוואנציג טויזנט שטיק, און עס גייט זייער גוט. &nbsp; יעדע ערב שבת קודש ליגט פעקלעך פון גליונות אין שול וואו אלע אנשי שלומינו קומען אפנעמען זייער פעקל, און עס איז נישטא קיין שול אין אלעד וואס באקומט נישט קיין גליונות. אויך באקומען עס פילע משפחות אויף די פאסט. &nbsp; היכל הקודש אין אלעד איז א הערלכיע וואונקל פון הפצה און חיזוק פאר די גאנצע אומגעגענט.

    < זעה מער יב סיון תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו אין בית שמש ציען זיך אריין אין נייע בית המדרש

    אין די לעצטע יארן האבן זיך אנשי שלומינו אין בית שמש אנגעהויבן זיך צוזאם צו נעמען, און אנגעהויבן פון איינס און א האלב יאר צוריק שמחת תורה תשפ"ג האט זיך איינע פון אנשי שלומינו פארגעשלאגן אוועק צו געבן זיין שטוב מען זאל דאווענען דארט יעדן שבת אלע דריי תפילות, און אזוי איז עס טאקע אנגעגאנגען ביז יעצט ווען יעדן שבת האט מען זיך אוועקגעזעצט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז מען איז אויסגעוואקסן דעם פלאץ, און א אינגערמאן מאנשי שלומינו מו"ה משה ארי' קרויס הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן א געהעריגע פערמענאנטע בית המדרש, מען זאל זיך קענען געהעריג אוועקשטעלן, און חפץ ה' בידו הצליח, ער האט געפונען א הערליכע פלאץ אין צענטער פון שטאט, א פלאץ געאייגענט פאר א בית המדרש, אויף נהר הירדן 25, און מען האט געשלאסן קאנטראקט, און אזוי גייט עס שוין אן פאר די לעצטע צוויי וואכן, ווי מען דאווענט אינאיינעם און מען איז זיך מחזק מיט די רבינ'ס עצות. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש האבן באשטעלט אלע מעבל וואס מען דארף פאר א בית המדרש, מען האט באשטעלט אן ארון הקודש, א פרידשידער, טישן און בענקלעך, אנשי שלומינו האבן נישט געוואלט ווארטן ביז עס קומט אן, און האבן אריבערגעברענגט פון זייערע שטובער טישן און בענקלעך מען זאל זיך שוין קענען באנוצן מיטן בית המדרש. &nbsp; דער בית המדרש אין בית שמש ווערט געפירט דורכן גבאי הר"ר שלמה מינצבערג שליט"א וועלכע זארגט זיך פאר אלע געברויכן פונעם שול, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז ווער עס טרעט איבער דעם שוועל זאל שפירן די ווארימקייט און ליבשאפט וואס עס געפונט זיך צווישן אירע ווענט. &nbsp; דער טעגליכע שיער אין א דף גמרא וואס גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט אין בית שמש אין שטוב פון הר"ר שלמה טעסלער שליט"א וועט אין די קומענדיגע טעג אויך אריבער געפירט ווערן אין בית המדרש, ווי אנשי שלומינו וועלן קענען לערנען מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש לעבן מיט די עצות פון רבין מען קומט זיך צוזאם יעדן ליל שישי ווי מען האלט מיט א שיער פון ראש ישיבה שליט"א, אבער מען באגינגט זיך נישט מיט דעם, מען פאלגט טאקע די עצות, יעדע וואך קומען בערך צוואנציג אינגעלייט און בחורים און נעמען טויזנטע גליונות און קונטרסים וואס ווערן געדרוקט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו, און פארשפרייטן עס אין די לענג און אין די ברייט פון שטאט, אזוי אויך איז מען מהנה די דערנעבנדיגע שטעט ווי ביתר און קוממיות. &nbsp; מו"ה יצחק ראטה הי"ו פארציילט אז יעדע וואך דרוקט ער אויף זיין מאשין בערך 2500 גליונות וועכענטליך, וואס איז אויסער די בערך 200 עצתו אמונה קונטרסים און די אנדערע גליונות יעדע וואך. ער פארציילט אז זיין מאשין האט שוין געדרוקט איבער איינס און א האלב מיליאן קאפיס פאר הפצה, במשך די לעצטע דריי יאר. &nbsp; דער בית המדרש וועט דינען ווי א לייכט טורעם פאר'ן גאנצן שטאט, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן אלע וויסן אז עס איז דא א פלאץ ווי מען קען באקומען חיות און האפענונג אין יעדן מצב. &nbsp; ואני ברב חסדך אבוא ביתך אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך

    < זעה מער כז אייר תשפ"ד 📝
  • אינטערוויוס אויף קול ברסלב גרייכט ציפער פון פינף הונדערט

    מען דארף נישט פארציילן פאר די ליינער איבער דעם בארימטן טעלעפאן ליין "קול ברסלב" וואס גייט שוין אן געלויבט דעם אויבערשטן אן קיין רעש און פראפאגאנדע שוין אסאך יארן צום גוטן. עס איז נישט קיין נייעס ווי שטארק דער עולם איז מחי' און מען באלעקט זיך די פינגערס מיט יעדע נייע הערליכע אינטערוויו. &nbsp; די הערליכע אינטערוויוס דעקן גאר א ברייטע ספעקטרום פון נושאים, אבער הצד השוה שבהן אז אלעס איז שמועסן פון אנשי שלומינו - ווי מען רופט עס אין ברסלב "שיחת חברים", אויף וואס דער רבי האט געזאגט "וואו ס'קומען זיך צוזאם צוויי פון מיינע לייט, לוינט זיך ס'זאל קומען א דריטער און שרייבן". &nbsp; אויב איינער דארף זיך אמאל אויסלופטערן, אנשטאט צו הערן וואס די מידיע האט צו פארציילן, און הערן איבער געלט און השתדלות, איז כדאי צו הערן ווי ערליכע אידן רעדן און שמועסן פונעם אויבערשטן און פון אמונה, אויב איינער דארף חיזוק, איז אנשטאט צו הערן וואס דער טעראפיסט זאגט, וויאזוי ער איז מסביר וויאזוי מ'דארף אריינאטעמען און ארויסאטעמען, און געבן אנקאנדישאנעל לאוו, איז ענדערש צו הערן וואס צדיקים זאגן, ווי שטארק דער אויבערשטער האט דיר ליב, וויאזוי מען קען אריינאטעמען די ווערטער פון צדיקים, און ארויסאטעמען נאך א פסוק חומש, און נאך א קאפיטל תהלים, נאך א פרק משניות און נאך א בלאט גמרא.&nbsp; &nbsp; דער אינטערוויוס אפטיילונג ווערט אנגעפירט דורך הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א וואס ידיו רב לו איבעראל וואו מען קען מפיץ זיין, ווי מען קען ברענגען נאך איד זאל וויסן פון אויבערשטן, זאל עס זיין דורך הפצה מיד ליד, זאל עס זיין דורכן זיין דער גבאי אין בית המדרש, צי איז עס דורך לערנען מיט די קינדער אין חדר און אריינפרעגלען אין זיי די ריינע אמונה, טרעפט ער אויך צייט צו אפהאלטן די אינהאלטספולע אינטערוויוס מיט וואס טויזנעטער צוהערער זענען זיך מחי' יעדן טאג. &nbsp; יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום סימבאלישן ציפער פון פינף הונדערט, זענען אנשי שלומינו מכיר טובה פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס ער לייגט אריין, צוזמען מיט די אנדערע וואס געבן זיך אוועק אנצופירן די פילע אנדערע קנעפלעך פון די פאפולערע קול ברסלב טעלעפאן ליין. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א געהויבענע באזוך אין ארץ ישראל

    נאך דעם געהויבנענם איבער-א-וואך נסיעה קיין ארץ ישראל, האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א היינט אינדערפרי באטייליגט ביים ברית פון רך הנימול וואס איז געבוירן געווארן למזל טוב ביים געטרייען גבאי פון בית המדרש היכל הקודש מאנסי מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ויקרא שמו בישראל יוסף אליהו ני"ו. &nbsp; מיר האבן שוין אין די פארגאנגנע באריכט אביסל פארציילט מהנעשה והנשמע ביים ראש ישיבה וויילענדיג אין ארץ ישראל ווי ער האט פארברענגט אין מחזק געווען אנשי שלומינו אין פילע שטעט אין ארץ ישראל, זיך משתתח געווען ביי די קברי צדיקים בפרט ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געהאט די זכי' צו פארברענגען אין הויף פון זיין טאטן שליט"א קארלסבורגער רב אין מירון אין די טעג פון ל"ג בעומר, ווען די דער ראש ישיבה האט גערופן צו זיך קיין מירון די ישיבה בחורים פון ארץ ישראל זיי צו לערנען און מחזק זיין פון די נאנט. &nbsp; אינעם לעצטן טאג פון זיין באזוך אין ארץ ישראל דינסטאג, האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין בית המרדש היכל הקודש ברסלב אין ירושלים צוזאמען מיט אנשי שלומינו, דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף גמרא, אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין די מוסדות סיי די חדר און סיי די סקול, דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען מנחם אבל זיין מו"ה אהרן גאלדשטיין הי"ו וואס זיצט שבעה נאך זיין טאטן ע"ה. במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגענומען אנשי שלומינו וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך דורכצורעדן זייערע ענינים און באקומען פערזענליכע הדרכה, נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין ישיבה דאווענען מנחה מיט די בחורים, און פאר'ן זיך געזעגענען מיט די תלמידים האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט משניות און תיקוני זוהר וואס די בחורים האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען דערין. &nbsp; ביינאכט איז דער ראש ישיבה אנגעקומען קיין בני ברק ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שיעור פאר אנשי שלומינו אין בית המדרש, פון דארט איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן צום עירפארט, און איבערגעלאזט אנשי שלומינו מיט פולע זעק פון חיזוק און הדרכה צו קענען ווייטער אנגיין.

    < זעה מער כא אייר תשפ"ד 📝
  • ירושלים לעבט מיט הערליכע טעג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א

    ווי באריכטעט איז דער ראש ישיבה ווי געפארן ווי געפלאנט קיין ירושלים עיה"ק זונטאג נאכט מוצאי ל"ג בעומר צו מחזק זיין די תלמידים, און פארברענגען מיט זיי פאר צוויי טעג. &nbsp; נעכטן מאנטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים, נאך שחרית האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם דף גמרא, ווי ער האט דערנאך ארומגערעדט איבער דעם אז דער עיקר אידישקייט איז זיך פרייען מיט די פשוטע טעגליכע מצות. אידן האבן געפרעגט וואס טוט מען ל"ג בעומר? "וואס מען טוט?" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "מען שטייט אויף אינדערפרי, מען זאגט מודה אני, מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, מען גייט אין מקוה, מען טוט אן תפילין, מען דאווענט שחרית און מען איז פרייליך. דאס איז ל"ג בעומר"... &nbsp; נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה אפגענומען שלום פונעם ציבור אנשי שלומינו, און במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה אויפגענומען אינגעלייט וואס האבן געוואלט איבערשמועסן מיט ראש ישיבה עניני חינוך והנהגת הבית. ביינאכט איז פארגעקומען א שיעור התחזקות אין בית המדרש, צוזאמען מיט אס סיום הש"ס פון א אינגל אונטער די בר מצוה, הילד החשוב משה ארי' יאזשעף, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. עס האבן זיך פארזאמעלט א ריזיגער ציבור צו הערן די טייערע ווערטער פונעם ראש ישיבה, און צו שעפן פונעם קוואל פונעם הייליגן רבי'ן, דער ראש ישיבה האט געזאגט צווישן אנדערע אז ער האט ארויסגענומען פונעם היי יאריגן ל"ג בעומר אין מירון אז ער האט זיך איבערצייגט אז אידישע קינדער קומען נישט קיין אומאן אדער קיין מירון פאר שוואוילטאג, מען קומט נישט פאר פאָן, ער האט מיטגעהאלטן ווי אידן וועלכע זענען צוגעוואוינט א גאנץ יאר צו א באקוועמע לעבן זענען געפארן שעות אריכות אויף באהאלטעטע וועגן געקראכן אין די וועלדער. דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, אידיש קינדער קומען ווייל זיי ווילן זיין דבוק צו צדיקים, מען וויל זיין דבוק אין אויבערשטן. &nbsp; בעת מיר שרייבן די שורות מאנטאג נאכט, הייסט עס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארבלייבן אין ירושלים, פאר מאנטאג, ווי ער וועט דאווענען שחרית אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים און דערנאך פארלערען דעם דף מתובל בדברי חיזוק, און אויך וועט דער ראש ישיבה גיין באזוכן די ירושלימער מוסדות די חדר און די מיידל סקול, און במשך דעם טאג ווייטער אויפנעמען אנשי שלומינו וואס ווילן זיך שואל עצה זיין. ביינאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה געבן א שיעור אין בני ברק, ווי עס וועט אויך זיין א סיום הש"ס פון א חשובער אינגער בחור א זון פון הר"ר יואל לעווי שליט"א. דערנאך דינסטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך צוריק קערן קיין ניו יארק נאכן איבערלאזן פילע הויפענעס פון חיזוק פאר די אידן אין ארצינו הקדושה.

    < זעה מער כ אייר תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו אין ארץ ישראל לעבן מיט א געהויבענע וואך במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א

    ווי שוין באריכטעט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל פאריגע וואך זונטאג אווענט, און האט באזוכט מאנטאג אין בני ברק, און דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין מירון מיט די בחורים, ווי ער האט פארברעגט עטליכט טעג מיט זיי אינאיינעם מיטן מגיד שיעור מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט גאר געשמאק פארברענגט מיט די בחורים, דער ראש ישיבה האט יעדן טאג פארגעלערנט פאר זיי די הערליכע דפים אגדתא גמרות אין מסכת בבא מציעא וואס מען לערנט יעצט, דערנאך האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט זיי, און געענטפערט זייערע שאלות וואס זיי האבן געהאט צו פרעגן. נאך עטליכע טעג זענען די טייערע בחורים אהיימגעפארן אנגעזאפט מיט הדרכה אויף ווייטער בעזר השם. &nbsp; מיטוואך פסח שני איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, נאכן זיין דארט א לענגערע צייט איז דער ראש ישיבה געפארן קיין טברי', ווי ער האט באזוכט ביים חדר און אין שולע. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע שמועס אין בית המדרש היכל הקודש טברי' פאר די אינגעלייט ארומרעדנדיג פון די חיזוק וואס מען נעמט ארויס פון פסח שני, אז קיין שום איד איז נישט פארפאלן, נאר מען האט אלעמאל נאך א שאנס צוריק צו קומען צום אייבערשטן. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פון ל"ג בעומר, און צוגעלייגט אז פון דעם וואס אין די לעצטע פאר יאר איז גאר שווער אנצוקומען צו רבי שמעון ל"ג בעומר, קען מען ארויסנעמען אז דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זיך מקשר זיין מיט רבי שמעון דורך זיינע ספרים, מען זאל לערנען זוהר און תיקונים, גמרא און משניות. אוודאי איז גאר שיין און חשוב צו זיין אין מירון, מאכן א הדלקה און טאנצן לכבוד רבי שמעון, אבער דער עיקר דארף מען זען לערנען די ספרים א גאנץ יאר. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה צוריק געפארן קיין מירון וואו ער האט שוין געוויילט דארט ביז נאך ל"ג בעומר במחיצת זיין טאטן דער קארלסבורגער רב שליט"א. &nbsp; נאך ל"ג בעומר איז דער ראש ישיבה געפארן באזוכן אנשי שלומינו אין ירושלים, א באריכט פון ירושלים וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.

    < זעה מער יט אייר תשפ"ד 📝
  • ל"ג בעומר ביי אנשי שלומינו

    דער יום טוב ל"ג בעומר ווערט געפראוועט אין די גאנצע אידישע וועלט מיט גרויס שמחה. אבער ווי נאך שפירט מען די שמחה פון ל"ג בעומר ווי ביי אנשי שלומינו. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אום ל"ג בעומר "די חתונה איז דארט, אבער דר חתן איז דא", דער הייליגער רבי איז מגלה אין די ערשטע תורה אין ליקוטי מוהר"ן די גרויסקייט פון הייליגן רבי שמעון, ווי דאס וואס דער הייליגער רבי שמעון זאגט אין די גמרא "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל" גייט ארויף אויף די הייליגע ספר "זוהר הקודש וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט, ווי דער היילגער תנא איז מעיד אויף זיך אז בזכות דער הייליגער ספר וועלן אידישע קינדער ארויסגיין פון גלות און דאס האלט אונז היינטיגע צייטן מיר זאלן קענען לעבן מיט'ן אויבערשטן אפילו אין שווערע דור. אנשי שלומינו האבן יעדער א שיעור אין זאגן די הייליגע ווערטער פון זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, וואס אפילו מען פארשטייט עס נישט, ווייסט מען אז נאך די הונדערט און צוואנציג וועט מען האבן די זכי' צו לערנען אין ישיבה פון הייליגן רבי שמעון וואס וועט אונז אויסלערען מיר זאלן באגרייפן די הייליגע זאכן וואס ער שרייבט. &nbsp; ביי אנשי שלומינו האט דער גרויסער טאג א באזונדערע באדייט, מען שפירט זיך מקושר צו דעם צדיק, וואס דער הייליגער שרייבט אז ער איז מרומז אין דעם פסוק "כי לא תשכח מפי זרעו" און "עיר וקדיש משמיא נחית", וואס מען האט אויסגעקריצט איף די טויער פון זיין הייליגן ציון אין מירון געבויט אויף די רמז וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז ער האט געהאט די זכיה צו מתפלל זיין מוצש"ק ביומא דהילולא אינעם מערה, און דערנאך האט ער זיך געפריידט אין די חצר מיט די גרויסע שמחה פון רבי שמעון. דער ראש ישיבה שליט"א האט מפתלל געווען פאר אידישע קינדער, און האט אינזין געהאט אלע תלמידים. &nbsp; אבער אויך ביי אנשי שלומינו פון חוץ לארץ פראוועט מען דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר מיט שמחה און פרייד שירות ותשבחות צום גרויסן הייליגן באשעפער אז ער האט געשיקט אזא תנא אלקי רבי שמעון, אונז צו מגלה זיין די הנאה וואס דער אייבערשטער האט פון יעדן איד באזונדער אויף דער וועלט. &nbsp; אין שטעטל וועט מען בעז"ה פראווען דעם גרויסן טאג ווי יאר יערליך אנגעהויבן מיט א הדלקה ביים חצר הבית המדרש אויף האשקי, ווי מען וועט אנצינדן א גרויסע פייער און דערנאך טאנצן און שפרינגען מיטן גאנצן ברען. דערנאך וועט זיין אם ירצה השם צוגעשטעלט א געשמאקן סעודה אין בית המדרש ווי מען וועט זיך וואשן און הערן שיינע דיבורים לכבוד דעם גרויסן טאג. די הדלקה וועט אם ירצה השם פארקומען היינט זונטאג נאכמיטאג אום זיבן אזייגער, דערנאך וועט זיין די סעודה. &nbsp; תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו

    < זעה מער יח אייר תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א אנגעקומען קיין ארץ ישראל

    נאך א לאנגע צייט וואס אנשי שלומינו אין ארץ ישראל בעטן דעם אויבערשטן און בענקען האט דער אויבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה איז ב"ה אפגעפארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל. דער פלאן איז אז דער ראש ישיבה האט וועט וויילן אין שטאט מירון ביז נאך ל"ג בעומר לכבוד די הילולא פון התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. &nbsp; היינט מאנטאג איז דער ראש ישיבה געפארן גלייך פון עירפארט באזוכן די הייליגע מוסדות אין בני ברק, ווי ער האט גערעדט צו די חשובע קינדער, און דערנאך געגעבן א שיעור פאר די בחורים און אינגעלייט אנשי שלומינו אין בית המדרש היכל הקודש בני ברק. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך דאן ארויסגעלאזט קיין מירון, און נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט געלאזט וויסן פאר הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א דער מגיד שיעור פון ישיבת היכל הקודש ירושלים אז ער וויל ביי דעם באזוך פארברענגען און מדריך זיין די חשובע בחורים, זענען די בחורים אריבערגעקומען קיין מירון, וואו זיי וועלן פארברענגען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די קומענדיגע עטליכע טעג, דער ראש ישיבה וועט מיט אויבערשטנ'ס הילף האבן די געלעגנהייט זיי צו געבן שיעורים וויאזוי זיך צו פירן און האבן א גוט לעבן מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז.&nbsp;&nbsp; &nbsp; נאך ל"ג בעומר איז אין פלאן בעז"ה דער ראש ישיבה זאל גיין באזוכן אין שטאט טברי', צו די קינדער און די מלמדים אין די הייליגער מוסדות, און לויט'ן פלאן וועט דער ראש ישיבה פארן קיין ירושלים מאנטאג נאך ל"ג בעומר און דאווענען אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און באזוכן די מלמדים און די טייערע צאן קדשים אין די מוסדות הקדושים &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן צו לאזן וויסן פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען אין ארץ ישראל זיי זאלן נישט צו מיטקומען בשעת דער ראש ישיבה פארברענגט מיט די תלמידים פון די ישיבה און די מוסדות, ווייל דעמאלט וויל ער זיך אפגעבן ספעציעל מיט די טייערע קינדער, און דאס מיט קומען שטערט זייער שטארק צו קענען רעדן צו די קינדער און זיך אפגעבן מיט זיי.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה וועט אם ירצה השם געבן שיעורי התחזקות אין די בתי מדרשים פאר אלע אנשי שלומינו, און דעמאלט וועלן בעז"ה אלע קענען מיטהאלטן און הערן דיבורי התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; עס אז נאכאמאל וויכטיג צו דערמאנען אז מען קען זיך מקשר זיין מיטן הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פון סיי וועלכע פלאץ ווי מען געפונט זיך נאר איבער די גאנצע וועלט, דורכן לערנען זיינע הייליגע ווערטער אין די גמרא, און בפרט דורך זאגן די ווערטער פון הייליגן זוהר וואס ער האט געשריבן. און בשעת'ן לערנען קען מען זיך אויסבעטן ביים אויבערשטן אלעס וואס מען דארף פונקט ווי מען וואלט ווען געווען ביים ציון הקדוש און געשטאנען אינעם מערה, (ווי עס ווערט געברענגט פון הייליגן טשערנאבלער מגיד), און דער אויבערשטער וועט זיכער צוהערן אונזערע תפלות, און אין זכות פון די הייליגע צדיקים וואס מיר לערנען זייער תורה, וועלן מיר פולן ישועות און רפואות.

    < זעה מער יב אייר תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 426 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com