Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו אין בית שמש ציען זיך אריין אין נייע בית המדרש

    אין די לעצטע יארן האבן זיך אנשי שלומינו אין בית שמש אנגעהויבן זיך צוזאם צו נעמען, און אנגעהויבן פון איינס און א האלב יאר צוריק שמחת תורה תשפ"ג האט זיך איינע פון אנשי שלומינו פארגעשלאגן אוועק צו געבן זיין שטוב מען זאל דאווענען דארט יעדן שבת אלע דריי תפילות, און אזוי איז עס טאקע אנגעגאנגען ביז יעצט ווען יעדן שבת האט מען זיך אוועקגעזעצט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו.   געלויבט דעם אויבערשטן אז מען איז אויסגעוואקסן דעם פלאץ, און א אינגערמאן מאנשי שלומינו מו"ה משה ארי' קרויס הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן א געהעריגע פערמענאנטע בית המדרש, מען זאל זיך קענען געהעריג אוועקשטעלן, און חפץ ה' בידו הצליח, ער האט געפונען א הערליכע פלאץ אין צענטער פון שטאט, א פלאץ געאייגענט פאר א בית המדרש, אויף נהר הירדן 25, און מען האט געשלאסן קאנטראקט, און אזוי גייט עס שוין אן פאר די לעצטע צוויי וואכן, ווי מען דאווענט אינאיינעם און מען איז זיך מחזק מיט די רבינ'ס עצות.   אנשי שלומינו אין בית שמש האבן באשטעלט אלע מעבל וואס מען דארף פאר א בית המדרש, מען האט באשטעלט אן ארון הקודש, א פרידשידער, טישן און בענקלעך, אנשי שלומינו האבן נישט געוואלט ווארטן ביז עס קומט אן, און האבן אריבערגעברענגט פון זייערע שטובער טישן און בענקלעך מען זאל זיך שוין קענען באנוצן מיטן בית המדרש.   דער בית המדרש אין בית שמש ווערט געפירט דורכן גבאי הר"ר שלמה מינצבערג שליט"א וועלכע זארגט זיך פאר אלע געברויכן פונעם שול, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז ווער עס טרעט איבער דעם שוועל זאל שפירן די ווארימקייט און ליבשאפט וואס עס געפונט זיך צווישן אירע ווענט.   דער טעגליכע שיער אין א דף גמרא וואס גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט אין בית שמש אין שטוב פון הר"ר שלמה טעסלער שליט"א וועט אין די קומענדיגע טעג אויך אריבער געפירט ווערן אין בית המדרש, ווי אנשי שלומינו וועלן קענען לערנען מיט הרחבת הדעת.   אנשי שלומינו אין בית שמש לעבן מיט די עצות פון רבין מען קומט זיך צוזאם יעדן ליל שישי ווי מען האלט מיט א שיער פון ראש ישיבה שליט"א, אבער מען באגינגט זיך נישט מיט דעם, מען פאלגט טאקע די עצות, יעדע וואך קומען בערך צוואנציג אינגעלייט און בחורים און נעמען טויזנטע גליונות און קונטרסים וואס ווערן געדרוקט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו, און פארשפרייטן עס אין די לענג און אין די ברייט פון שטאט, אזוי אויך איז מען מהנה די דערנעבנדיגע שטעט ווי ביתר און קוממיות.   מו"ה יצחק ראטה הי"ו פארציילט אז יעדע וואך דרוקט ער אויף זיין מאשין בערך 2500 גליונות וועכענטליך, וואס איז אויסער די בערך 200 עצתו אמונה קונטרסים און די אנדערע גליונות יעדע וואך. ער פארציילט אז זיין מאשין האט שוין געדרוקט איבער איינס און א האלב מיליאן קאפיס פאר הפצה, במשך די לעצטע דריי יאר.   דער בית המדרש וועט דינען ווי א לייכט טורעם פאר'ן גאנצן שטאט, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן אלע וויסן אז עס איז דא א פלאץ ווי מען קען באקומען חיות און האפענונג אין יעדן מצב.   ואני ברב חסדך אבוא ביתך אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך

    < זעה מער כז אייר תשפ"ד 📝
  • אינטערוויוס אויף קול ברסלב גרייכט ציפער פון פינף הונדערט

    מען דארף נישט פארציילן פאר די ליינער איבער דעם בארימטן טעלעפאן ליין "קול ברסלב" וואס גייט שוין אן געלויבט דעם אויבערשטן אן קיין רעש און פראפאגאנדע שוין אסאך יארן צום גוטן. עס איז נישט קיין נייעס ווי שטארק דער עולם איז מחי' און מען באלעקט זיך די פינגערס מיט יעדע נייע הערליכע אינטערוויו. &nbsp; די הערליכע אינטערוויוס דעקן גאר א ברייטע ספעקטרום פון נושאים, אבער הצד השוה שבהן אז אלעס איז שמועסן פון אנשי שלומינו - ווי מען רופט עס אין ברסלב "שיחת חברים", אויף וואס דער רבי האט געזאגט "וואו ס'קומען זיך צוזאם צוויי פון מיינע לייט, לוינט זיך ס'זאל קומען א דריטער און שרייבן". &nbsp; אויב איינער דארף זיך אמאל אויסלופטערן, אנשטאט צו הערן וואס די מידיע האט צו פארציילן, און הערן איבער געלט און השתדלות, איז כדאי צו הערן ווי ערליכע אידן רעדן און שמועסן פונעם אויבערשטן און פון אמונה, אויב איינער דארף חיזוק, איז אנשטאט צו הערן וואס דער טעראפיסט זאגט, וויאזוי ער איז מסביר וויאזוי מ'דארף אריינאטעמען און ארויסאטעמען, און געבן אנקאנדישאנעל לאוו, איז ענדערש צו הערן וואס צדיקים זאגן, ווי שטארק דער אויבערשטער האט דיר ליב, וויאזוי מען קען אריינאטעמען די ווערטער פון צדיקים, און ארויסאטעמען נאך א פסוק חומש, און נאך א קאפיטל תהלים, נאך א פרק משניות און נאך א בלאט גמרא.&nbsp; &nbsp; דער אינטערוויוס אפטיילונג ווערט אנגעפירט דורך הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א וואס ידיו רב לו איבעראל וואו מען קען מפיץ זיין, ווי מען קען ברענגען נאך איד זאל וויסן פון אויבערשטן, זאל עס זיין דורך הפצה מיד ליד, זאל עס זיין דורכן זיין דער גבאי אין בית המדרש, צי איז עס דורך לערנען מיט די קינדער אין חדר און אריינפרעגלען אין זיי די ריינע אמונה, טרעפט ער אויך צייט צו אפהאלטן די אינהאלטספולע אינטערוויוס מיט וואס טויזנעטער צוהערער זענען זיך מחי' יעדן טאג. &nbsp; יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום סימבאלישן ציפער פון פינף הונדערט, זענען אנשי שלומינו מכיר טובה פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס ער לייגט אריין, צוזמען מיט די אנדערע וואס געבן זיך אוועק אנצופירן די פילע אנדערע קנעפלעך פון די פאפולערע קול ברסלב טעלעפאן ליין. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א געהויבענע באזוך אין ארץ ישראל

    נאך דעם געהויבנענם איבער-א-וואך נסיעה קיין ארץ ישראל, האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א היינט אינדערפרי באטייליגט ביים ברית פון רך הנימול וואס איז געבוירן געווארן למזל טוב ביים געטרייען גבאי פון בית המדרש היכל הקודש מאנסי מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ויקרא שמו בישראל יוסף אליהו ני"ו. &nbsp; מיר האבן שוין אין די פארגאנגנע באריכט אביסל פארציילט מהנעשה והנשמע ביים ראש ישיבה וויילענדיג אין ארץ ישראל ווי ער האט פארברענגט אין מחזק געווען אנשי שלומינו אין פילע שטעט אין ארץ ישראל, זיך משתתח געווען ביי די קברי צדיקים בפרט ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געהאט די זכי' צו פארברענגען אין הויף פון זיין טאטן שליט"א קארלסבורגער רב אין מירון אין די טעג פון ל"ג בעומר, ווען די דער ראש ישיבה האט גערופן צו זיך קיין מירון די ישיבה בחורים פון ארץ ישראל זיי צו לערנען און מחזק זיין פון די נאנט. &nbsp; אינעם לעצטן טאג פון זיין באזוך אין ארץ ישראל דינסטאג, האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין בית המרדש היכל הקודש ברסלב אין ירושלים צוזאמען מיט אנשי שלומינו, דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף גמרא, אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין די מוסדות סיי די חדר און סיי די סקול, דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען מנחם אבל זיין מו"ה אהרן גאלדשטיין הי"ו וואס זיצט שבעה נאך זיין טאטן ע"ה. במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגענומען אנשי שלומינו וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך דורכצורעדן זייערע ענינים און באקומען פערזענליכע הדרכה, נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין ישיבה דאווענען מנחה מיט די בחורים, און פאר'ן זיך געזעגענען מיט די תלמידים האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט משניות און תיקוני זוהר וואס די בחורים האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען דערין. &nbsp; ביינאכט איז דער ראש ישיבה אנגעקומען קיין בני ברק ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שיעור פאר אנשי שלומינו אין בית המדרש, פון דארט איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן צום עירפארט, און איבערגעלאזט אנשי שלומינו מיט פולע זעק פון חיזוק און הדרכה צו קענען ווייטער אנגיין.

    < זעה מער כא אייר תשפ"ד 📝
  • ירושלים לעבט מיט הערליכע טעג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א

    ווי באריכטעט איז דער ראש ישיבה ווי געפארן ווי געפלאנט קיין ירושלים עיה"ק זונטאג נאכט מוצאי ל"ג בעומר צו מחזק זיין די תלמידים, און פארברענגען מיט זיי פאר צוויי טעג. &nbsp; נעכטן מאנטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים, נאך שחרית האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם דף גמרא, ווי ער האט דערנאך ארומגערעדט איבער דעם אז דער עיקר אידישקייט איז זיך פרייען מיט די פשוטע טעגליכע מצות. אידן האבן געפרעגט וואס טוט מען ל"ג בעומר? "וואס מען טוט?" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "מען שטייט אויף אינדערפרי, מען זאגט מודה אני, מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, מען גייט אין מקוה, מען טוט אן תפילין, מען דאווענט שחרית און מען איז פרייליך. דאס איז ל"ג בעומר"... &nbsp; נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה אפגענומען שלום פונעם ציבור אנשי שלומינו, און במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה אויפגענומען אינגעלייט וואס האבן געוואלט איבערשמועסן מיט ראש ישיבה עניני חינוך והנהגת הבית. ביינאכט איז פארגעקומען א שיעור התחזקות אין בית המדרש, צוזאמען מיט אס סיום הש"ס פון א אינגל אונטער די בר מצוה, הילד החשוב משה ארי' יאזשעף, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. עס האבן זיך פארזאמעלט א ריזיגער ציבור צו הערן די טייערע ווערטער פונעם ראש ישיבה, און צו שעפן פונעם קוואל פונעם הייליגן רבי'ן, דער ראש ישיבה האט געזאגט צווישן אנדערע אז ער האט ארויסגענומען פונעם היי יאריגן ל"ג בעומר אין מירון אז ער האט זיך איבערצייגט אז אידישע קינדער קומען נישט קיין אומאן אדער קיין מירון פאר שוואוילטאג, מען קומט נישט פאר פאָן, ער האט מיטגעהאלטן ווי אידן וועלכע זענען צוגעוואוינט א גאנץ יאר צו א באקוועמע לעבן זענען געפארן שעות אריכות אויף באהאלטעטע וועגן געקראכן אין די וועלדער. דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, אידיש קינדער קומען ווייל זיי ווילן זיין דבוק צו צדיקים, מען וויל זיין דבוק אין אויבערשטן. &nbsp; בעת מיר שרייבן די שורות מאנטאג נאכט, הייסט עס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארבלייבן אין ירושלים, פאר מאנטאג, ווי ער וועט דאווענען שחרית אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים און דערנאך פארלערען דעם דף מתובל בדברי חיזוק, און אויך וועט דער ראש ישיבה גיין באזוכן די ירושלימער מוסדות די חדר און די מיידל סקול, און במשך דעם טאג ווייטער אויפנעמען אנשי שלומינו וואס ווילן זיך שואל עצה זיין. ביינאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה געבן א שיעור אין בני ברק, ווי עס וועט אויך זיין א סיום הש"ס פון א חשובער אינגער בחור א זון פון הר"ר יואל לעווי שליט"א. דערנאך דינסטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך צוריק קערן קיין ניו יארק נאכן איבערלאזן פילע הויפענעס פון חיזוק פאר די אידן אין ארצינו הקדושה.

    < זעה מער כ אייר תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו אין ארץ ישראל לעבן מיט א געהויבענע וואך במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א

    ווי שוין באריכטעט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל פאריגע וואך זונטאג אווענט, און האט באזוכט מאנטאג אין בני ברק, און דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין מירון מיט די בחורים, ווי ער האט פארברעגט עטליכט טעג מיט זיי אינאיינעם מיטן מגיד שיעור מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט גאר געשמאק פארברענגט מיט די בחורים, דער ראש ישיבה האט יעדן טאג פארגעלערנט פאר זיי די הערליכע דפים אגדתא גמרות אין מסכת בבא מציעא וואס מען לערנט יעצט, דערנאך האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט זיי, און געענטפערט זייערע שאלות וואס זיי האבן געהאט צו פרעגן. נאך עטליכע טעג זענען די טייערע בחורים אהיימגעפארן אנגעזאפט מיט הדרכה אויף ווייטער בעזר השם. &nbsp; מיטוואך פסח שני איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, נאכן זיין דארט א לענגערע צייט איז דער ראש ישיבה געפארן קיין טברי', ווי ער האט באזוכט ביים חדר און אין שולע. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע שמועס אין בית המדרש היכל הקודש טברי' פאר די אינגעלייט ארומרעדנדיג פון די חיזוק וואס מען נעמט ארויס פון פסח שני, אז קיין שום איד איז נישט פארפאלן, נאר מען האט אלעמאל נאך א שאנס צוריק צו קומען צום אייבערשטן. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פון ל"ג בעומר, און צוגעלייגט אז פון דעם וואס אין די לעצטע פאר יאר איז גאר שווער אנצוקומען צו רבי שמעון ל"ג בעומר, קען מען ארויסנעמען אז דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זיך מקשר זיין מיט רבי שמעון דורך זיינע ספרים, מען זאל לערנען זוהר און תיקונים, גמרא און משניות. אוודאי איז גאר שיין און חשוב צו זיין אין מירון, מאכן א הדלקה און טאנצן לכבוד רבי שמעון, אבער דער עיקר דארף מען זען לערנען די ספרים א גאנץ יאר. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה צוריק געפארן קיין מירון וואו ער האט שוין געוויילט דארט ביז נאך ל"ג בעומר במחיצת זיין טאטן דער קארלסבורגער רב שליט"א. &nbsp; נאך ל"ג בעומר איז דער ראש ישיבה געפארן באזוכן אנשי שלומינו אין ירושלים, א באריכט פון ירושלים וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.

    < זעה מער יט אייר תשפ"ד 📝
  • ל"ג בעומר ביי אנשי שלומינו

    דער יום טוב ל"ג בעומר ווערט געפראוועט אין די גאנצע אידישע וועלט מיט גרויס שמחה. אבער ווי נאך שפירט מען די שמחה פון ל"ג בעומר ווי ביי אנשי שלומינו. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אום ל"ג בעומר "די חתונה איז דארט, אבער דר חתן איז דא", דער הייליגער רבי איז מגלה אין די ערשטע תורה אין ליקוטי מוהר"ן די גרויסקייט פון הייליגן רבי שמעון, ווי דאס וואס דער הייליגער רבי שמעון זאגט אין די גמרא "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל" גייט ארויף אויף די הייליגע ספר "זוהר הקודש וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט, ווי דער היילגער תנא איז מעיד אויף זיך אז בזכות דער הייליגער ספר וועלן אידישע קינדער ארויסגיין פון גלות און דאס האלט אונז היינטיגע צייטן מיר זאלן קענען לעבן מיט'ן אויבערשטן אפילו אין שווערע דור. אנשי שלומינו האבן יעדער א שיעור אין זאגן די הייליגע ווערטער פון זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, וואס אפילו מען פארשטייט עס נישט, ווייסט מען אז נאך די הונדערט און צוואנציג וועט מען האבן די זכי' צו לערנען אין ישיבה פון הייליגן רבי שמעון וואס וועט אונז אויסלערען מיר זאלן באגרייפן די הייליגע זאכן וואס ער שרייבט. &nbsp; ביי אנשי שלומינו האט דער גרויסער טאג א באזונדערע באדייט, מען שפירט זיך מקושר צו דעם צדיק, וואס דער הייליגער שרייבט אז ער איז מרומז אין דעם פסוק "כי לא תשכח מפי זרעו" און "עיר וקדיש משמיא נחית", וואס מען האט אויסגעקריצט איף די טויער פון זיין הייליגן ציון אין מירון געבויט אויף די רמז וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז ער האט געהאט די זכיה צו מתפלל זיין מוצש"ק ביומא דהילולא אינעם מערה, און דערנאך האט ער זיך געפריידט אין די חצר מיט די גרויסע שמחה פון רבי שמעון. דער ראש ישיבה שליט"א האט מפתלל געווען פאר אידישע קינדער, און האט אינזין געהאט אלע תלמידים. &nbsp; אבער אויך ביי אנשי שלומינו פון חוץ לארץ פראוועט מען דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר מיט שמחה און פרייד שירות ותשבחות צום גרויסן הייליגן באשעפער אז ער האט געשיקט אזא תנא אלקי רבי שמעון, אונז צו מגלה זיין די הנאה וואס דער אייבערשטער האט פון יעדן איד באזונדער אויף דער וועלט. &nbsp; אין שטעטל וועט מען בעז"ה פראווען דעם גרויסן טאג ווי יאר יערליך אנגעהויבן מיט א הדלקה ביים חצר הבית המדרש אויף האשקי, ווי מען וועט אנצינדן א גרויסע פייער און דערנאך טאנצן און שפרינגען מיטן גאנצן ברען. דערנאך וועט זיין אם ירצה השם צוגעשטעלט א געשמאקן סעודה אין בית המדרש ווי מען וועט זיך וואשן און הערן שיינע דיבורים לכבוד דעם גרויסן טאג. די הדלקה וועט אם ירצה השם פארקומען היינט זונטאג נאכמיטאג אום זיבן אזייגער, דערנאך וועט זיין די סעודה. &nbsp; תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו

    < זעה מער יח אייר תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א אנגעקומען קיין ארץ ישראל

    נאך א לאנגע צייט וואס אנשי שלומינו אין ארץ ישראל בעטן דעם אויבערשטן און בענקען האט דער אויבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה איז ב"ה אפגעפארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל. דער פלאן איז אז דער ראש ישיבה האט וועט וויילן אין שטאט מירון ביז נאך ל"ג בעומר לכבוד די הילולא פון התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. &nbsp; היינט מאנטאג איז דער ראש ישיבה געפארן גלייך פון עירפארט באזוכן די הייליגע מוסדות אין בני ברק, ווי ער האט גערעדט צו די חשובע קינדער, און דערנאך געגעבן א שיעור פאר די בחורים און אינגעלייט אנשי שלומינו אין בית המדרש היכל הקודש בני ברק. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך דאן ארויסגעלאזט קיין מירון, און נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט געלאזט וויסן פאר הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א דער מגיד שיעור פון ישיבת היכל הקודש ירושלים אז ער וויל ביי דעם באזוך פארברענגען און מדריך זיין די חשובע בחורים, זענען די בחורים אריבערגעקומען קיין מירון, וואו זיי וועלן פארברענגען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די קומענדיגע עטליכע טעג, דער ראש ישיבה וועט מיט אויבערשטנ'ס הילף האבן די געלעגנהייט זיי צו געבן שיעורים וויאזוי זיך צו פירן און האבן א גוט לעבן מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז.&nbsp;&nbsp; &nbsp; נאך ל"ג בעומר איז אין פלאן בעז"ה דער ראש ישיבה זאל גיין באזוכן אין שטאט טברי', צו די קינדער און די מלמדים אין די הייליגער מוסדות, און לויט'ן פלאן וועט דער ראש ישיבה פארן קיין ירושלים מאנטאג נאך ל"ג בעומר און דאווענען אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און באזוכן די מלמדים און די טייערע צאן קדשים אין די מוסדות הקדושים &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן צו לאזן וויסן פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען אין ארץ ישראל זיי זאלן נישט צו מיטקומען בשעת דער ראש ישיבה פארברענגט מיט די תלמידים פון די ישיבה און די מוסדות, ווייל דעמאלט וויל ער זיך אפגעבן ספעציעל מיט די טייערע קינדער, און דאס מיט קומען שטערט זייער שטארק צו קענען רעדן צו די קינדער און זיך אפגעבן מיט זיי.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה וועט אם ירצה השם געבן שיעורי התחזקות אין די בתי מדרשים פאר אלע אנשי שלומינו, און דעמאלט וועלן בעז"ה אלע קענען מיטהאלטן און הערן דיבורי התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; עס אז נאכאמאל וויכטיג צו דערמאנען אז מען קען זיך מקשר זיין מיטן הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פון סיי וועלכע פלאץ ווי מען געפונט זיך נאר איבער די גאנצע וועלט, דורכן לערנען זיינע הייליגע ווערטער אין די גמרא, און בפרט דורך זאגן די ווערטער פון הייליגן זוהר וואס ער האט געשריבן. און בשעת'ן לערנען קען מען זיך אויסבעטן ביים אויבערשטן אלעס וואס מען דארף פונקט ווי מען וואלט ווען געווען ביים ציון הקדוש און געשטאנען אינעם מערה, (ווי עס ווערט געברענגט פון הייליגן טשערנאבלער מגיד), און דער אויבערשטער וועט זיכער צוהערן אונזערע תפלות, און אין זכות פון די הייליגע צדיקים וואס מיר לערנען זייער תורה, וועלן מיר פולן ישועות און רפואות.

    < זעה מער יב אייר תשפ"ד 📝
  • בית המדרש היכל הקודש בארא פארק ציט זיך אריבער צו א נייע גרעסערע פלאץ

    &nbsp; מיט גרויס פרייד נעמען אויף תושבי בארא פארק די נייעס איבער די נייע לאקאציע פונעם בית המדרש אין שטאט. דער בית המדרש דינט אלץ א לייכט טורעם פאר גאנץ בארא פארק והגלילות ווען אידן אין שטאט ווייסן אז עס איז דא א בית המדרש ווי מען וועט הערן חיזוק און באקומען פרישע כחות צו גיין ווייטער. &nbsp; נאכדעם וואס דער ליעס אויפן פריערדיגן לאקאל איז אויסגעלאפן, און מען האט זיך דערזען אז דאס פלאץ איז שוין לאנג אויסגעוואקסן האבן די גבאים באשלאסן אז מען דארף זוכן א גרעסערע פלאץ, און חפץ ה' בידם הצליח, דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז אונטער געקומען א פרישע פלאץ מיט גאר אסאך מעלות, א סאך בעסערע געגענט, אין צענטער פון בארא פארק, א גרעסערע היכל בית המדרש, און מען האט א מקוה אויפן פלאץ, און מען איז אריין אין קאנטראקט אויפן נייעם בית המדרש היכל הקודש בארא פארק וואס וועט פון יעצט זיין אויפן נייעם אדרעס 1415 55 סטע סטריט. &nbsp; פארגאנגעם מוצאי שבת קודש תיכף נאכן זמן איז מען ארויס פונעם אלטן בית המדרש, מען האט אריינגעלייגט אלע חפצים, בענק טישן ספרים און אזוי ווייטער אין א טראק און מען האט זיך גענומען אויפפיקסן דעם נייעם פלאץ עס זאל זיין ראוי פארן בית ה'. &nbsp; אלע אנשי שלומינו בכלל און פון בארא פארק בפרט האבן צוגעלייגט א פלייצע, יעדער מיט וואס ער קען, און די וואך האט מען זיך גענומען מיט א שנעלקייט איבערבויען, יעדער האט זיך איבערגעבן מיטן גאנצן הארץ דער מיט געלט און בעיקר מיט מיט רצון, אנשי שלומינו זענען ווארעם און העלפן ארויס, מיט הארץ און נשמה. בפרט דארף ארויסגעברענגט ווערן די געטרייע גבאים וואס שטייען איבערגעגעבן פאר אנשי שלומינו, הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א, און הר"ר אהרן קליטניק שליט"א וואס יומם ולילה לא ישבותו. אזוי אויך דארף מען ארויסברענגען הכרת הטוב פאר פילע גוטע פריינט און מתפללים וואס האבן גאר אסאך ארויסגעהאלפן, ר' בנימין פאלמאן, וואס האט אלעס אנגעפירט מרישא ועד גמירא, און געטון די קאנטראקטיג ארבעט. ר'&nbsp; לוי יצחק סאפיר וואס האט מנדב געווען די פלאר, און איז געשטאנען בראש פון די ארבעט פון באשטעלט די פילע זאכן פארן בית המדרש. ר' שמעון גאנצפריעד, וואס האט מיט די אייגענע הענט איבערגעמאכט די גאנצע עלקעקטריק, ארויסגעריסן די אלטע, און געלייגט נייע שיינע לייטס. ר' דוד דייטש, וואס שטייט אלץ צו די רעכטע האנט בייטאג און ביינאכט. ר' אברמי פרידריך, וואס האט געמאכט די מאלדינגס און די טירן. ר' שמואלי ווייס, וואס מנדב געווען די דעמאלישן, דאס ארויסרייסן די אלטע ווענט און עס אוועקטראגן. און אחרון חביב ר' שמואליק בלעדי, וואס איז אלץ גרייט צו העלפן מיט געטריישאפט. &nbsp; עס איז נאך דא פילע זאכן וואס מען קען נאך האבן די געלעגענהייט צו מנדב זיין, און דערמיט האבן א חלק אינעם נייעם בית ה'. רופט שוין אן דעם גבאי הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א אויף 347-760-5924 און רופט אייך אן ווארעם. &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער ו אייר תשפ"ד 📝
  • לשובע ולא לרזון: קויפט זכותים אינעם בית התבשיל און געבט צו עסן פאר הונגעריגע אידן

    אין טעג פון די יארצייט פונעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי ישעיה'לע פון קערעסטיר זי"ע, איז דער פאסיגער זמן צו שטיצן דעם בארימטן "בית התבשיל היכל הקודש" וואס גייט אין די וועגן פונעם צדיק א גאנץ יאר, און געט צו עסן פאר הונגעריגע אידן, בפרט פאר יום טוב, וואס עס גייט ארויס אסטראנאמישע סכומים צו מאכן זיכער אז אלע האבן א פרייליכע און זאטע יום טוב. &nbsp; דער בית התבשיל שטעלט צו צו עסן פאר בני תורה און נצרכים שוין עטליכע יאר צום גוטן, און צילט אז אין יעדע שטוב זאל זיין וואס צו עסן און טרונקען צו דער זעט נישט קיין חילוק אין די מצב אינדערהיים, און נישט אפילו ביי די וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל. &nbsp; בלויז אין די וואכן פאר דעם פארגאנגעם יום טוב פסח איז ארויסגעגאנגען פונעם אקאונט פונעם בית התבשיל איבער 180,000 דאלער (מיט 50,000 מער פון תשפ"ג) פאר די פילע פראיעקטן פונעם בית התבשיל אנגהויבן פון די חלוקות פון קעיסעס גרעיפ זשוס מצות פלייש פיש פרוכט און אזוי ווייטער, וואס איז צושטאנד געקומען בשותפות פון הרב אברהם לויפער שליט"א, ביז שיקן גאנצע פסח אדערס צו פילע פאמילעס, און אזוי אויך אויסצאלן פילע גראסערי ארדערס פאר ווער עס האט געדארפט. און דארנאך די דעביט קארטלעך מיט וואס פילע משפחות האבן געקענט איינקויפן אין גראסער לכבוד יום טוב. פון דארט גייט מען צום חלוקה בשותפות פון ר' ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג, און צום לעצט דער גרויסער אפעליינסעס יריד, וואס האט צוגעשטלט קאך כלים פאר שפאט ביליג. &nbsp; דאס אלעס האט נאר געקענט צושטאנד קומען אדאנק די ווארים הארץ וואס אנשי שלומינו האבן ארויסגעוויזן און געשטיצט דעם בית התבשיל מיט א ברייטע האנט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס ווייטער אנהאלטן לויט וויפיל נדבות עס וועלן אריינקומען אינעם קאסע אזוי פיל וועט מען קענען ווייטער געבן. &nbsp; יעצט אינעם גרויסן טאג פונעם צדיק וואס האט משפיע געווען ישועות און רפואות פאר אידישע קינדער דורך זיין מדה מיט וואס ער האט זיך אויסגעצייכענט דאס איז זיכער מאכן צוגעבן צו עסן פאר אידן, וועט מען אויך היינט זוכה זיין צו פועלן ישועות און רפואות פאר זיך און די משפחה אין זכות פונעם גרויסן צדיק און אינעם זכות פון גיין אין זיינע וועגן. &nbsp; רופט יעצט אריין צום גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און נעמט אייך די זכות פון צאלן א גראסערי ארדער פאר א נויטבאדערפטיגטע משפחה, אדער אויסצוצאלן א גרויסע באלאנץ פון א משפחה. רופט אים אוף 845-637-5367, אדער קען מען דרוקן דא און מנדב זיין אנליין. &nbsp; לשובע ולא לרזון &nbsp;

    < זעה מער ד אייר תשפ"ד 📝
  • געהויבענע יום טוב פסח מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דעם יום טוב פסח האבן די איינוואוינער פון קרית ברסלב ליבערטי געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב. &nbsp; ווי די חשובע איינוואוינער פון שטעטל געבן איבער, איז עס געווען גאר א הערליכער און דערהויבענער יום טוב פסח, מען האט זיך מחי' געווען און הנאה געהאט יעדע מינוט, און עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן עטליכע טעג פאר יום טוב, צו קענען צוגרייטן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און במשך די פאר טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך עוסק געווען אין אלע קהל'ישע ענינים וואס פעלט אויס פאר'ן שטעטל. &nbsp; מען האט געבאקן דאס יאר ערב פסח מצות אינעם מצה בעקעריי אין שטעטל, גלייך ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן די מצות מיט גרויס שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט הלל. &nbsp; אין לויף פונעם יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך גערעדט און פארגעלערנט און מחזק געווען אידישע קינדער, בעיקר מיט דעם "פה-סח", די אידן זענען געווען אין מצרים, געארבעט שווער און געליטן ביטערע צרות, ביז משה רבינו איז געקומען און זיי אויסגעלערנט צו רעדן און שרייען צום אייבערשטן, ווייל נאר דאס איז די איינציגסטע וועג ארויס פון אלע צרות, און אזוי האט ער זיי ארויסגענומען פון מצרים. און דאס דארפן מיר אויך טון היינט צו טאגס, אין סיי וועלכע צרה א מענטש איז נאר אריינגעפאלן, האט ער נאר איין אדרעס, זיך צו ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צו אים דאס גאנצע הארץ, און אזוי וועט ער אויסגעלייזט ווערן פון אלע זיינע צרות און פראבלעמען. &nbsp; אויך האט מען גערעדט ווי מ'דארף זוכן די גוטע נקודות, דאנקען אסאך דעם אייבערשטן אויף אלע גוטע זאכן וואס ער געבט אונז, און אזוי ווערט די הארץ געעפנט און מ'קען גרינגער רעדן און בעטן דעם אייבערשטן. ווען א איד געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן האט ער א גליקליכע און געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות. אין א בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "אודאי דארף מען בעטן און בעטן דעם אייבערשטן, אבער מען דארף אכטונג געבן; אסאך מאל ווען מען איז אזוי אריינגעטון נאר אין בעטן - קען מען אמאל אריינפאלן אין דחיקת השעה, מען קען צומאל האבן אזוי ווי טענות 'איך בעט און בעט און גארנישט, איך באקום נישט קיין ענטפער'; דעריבער איז זייער וויכטיג ווען מען בעט דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען און לויבן, זוכן גוטס, זוכן נקודות טובות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן ח"א ל"ג) אויפ'ן פסוק (קהלת ז, יד): "ביום טובה", ווען עס גייט גוט, דו שפירסט דעם אייבערשטן, "היה בטוב", דאס איז גוט, לעב מיט דעם הרגשה, אבער וויסן זאלסטו "וביום רעה", ווען דו שפירסט גארנישט, אלעס איז פארלאשן, דו זעסט נאר שלעכטס, "ראה" - זוך אויף אלוקית, זוך אין די חושך דעם אייבערשטן, דאנק דעם אייבערשטן. דאס האב איך דיר געמיינט צו זאגן אז דו זאלסט נישט נאר עוסק זיין אין בעטן דעם אייבערשטן, דו דארפסט אויך אין די צייט פון בעטן - דאנקען, אזוי וועסטו זען דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, וועסטו נישט אריינפאלן אין עצבות". &nbsp; דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור צוזאמען מיטן סיום הש"ס פון הבחור יוסף ב"ר שמחה סאלז הי"ו, מען קען עס הערן אויפ'ן טעלעפאן ליין "קול ברסלב", און אויפן "ברסלב סענטער" וועבסייט. א לענגערע אויספירליכע באריכט איבער'ן הערליכן יום טוב אין שטעטל, וועט בעז"ה נאכפלאגן. &nbsp; אויך אין אלע בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע געגנטער, זענען די ארטיגע אידן זיך צוזאמגעקומען און געדאווענט אינאיינעם במשך דעם יום טוב, און זיך געשטארקט מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, וואס זענען מחי' און מחזק יעדן איד אין יעדן מצב. &nbsp; חסל סידור פסח כהלכתו! &nbsp;

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ד 📝
  • לעכטיגע פורים טעג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    מוצש"ק פורים ביים מגילה ליינען אין ישיבה מיט גרויס התעוררות האט מען געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט די פסוק "ואני לא נקראתי לבוא אל המללך זה שלושים יום" געשטיקט מיט טרערן, שפעטער ווען מען האט געפרעגט דעם ראש ישיבה דערויף האט ער ערקלערט אז מרדכי האט געזאגט פאר אסתר "גיי צום אויבערשטן, פרעג א צדיק", האט אסתר געזאגט "ואני לא נקראתי לבוא אל המלך, קיינער דארף מיר נישט, קיינער הערט מיר נישט אויס, קיינער הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן אויף מיר, קיינער דארף מיך נישט, איך שפיר ווי דער אויבערשטער דארף מיך נישט, יעדעס מאל איך פרוביר, פאל איך טיפער, איך האב פארלוירן מיין רוח הקדושה, איך געפין מיך צווישן צלמים", און מרדכי שטארקט איר "לאז דיך נישט, פארליר דיך נישט, קוק נישט אויף די אלע חלישת הדעת, גיי ווייטער טו וואס דו האסט צו טון". &nbsp; פורים אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געטרונקען זיבן כוסות וויין, קעגן די זיבן מידות און די שבעה רועים, ביים פערטן כוס האט דער ראש ישיבה געזאגט אז די פערטע פון די זיבן רועים איז משה רבינו, מידת נצח, די מידה פונעם הייליגן רבין "נצחתי ואנצח". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אמאל פלעגט ער מאכן קידוש און הבדלה אויף וויין און נישט אויף גרעיפ דזשוס, אבער זייט איין מאל נאך פורים וואס ער האט געטרונקען א שווערע וויין, זייט דעמאלטס איז אים שווער צו טרונקען וויין, אבער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דאס איז נישט מסירת נפש - טרונקען וויין פורים, מסירת נפש איז אז מען גייט התבודדות יעדן טאג. &nbsp; פון דעם האט דער ראש ישיבה זייער אסאך גערעדט פורים, יעדער וואס וואס איז אריינגעקומען האט ער געפרעגט וואס מיינט מען איז מקורב צו א צדיק? מקורב צום צדיק מיינט - האט דער ראש ישיבה כסדר געחזרט - אז מען רעדט צום אויבערשטן. די ערשטע זאך צופרי דארף מען רעדן צום אויבערשטן, אז נישט וועלן מיר זיך טרעפן ווידער אין צען צוואנציג יאר ארום און דו וועסט נאך אלץ נישט וויסן וואס מיינט מקורב צום צדיק, מיט וועלכע שטריק בינדט מען זיך צו צו א צדיק? זיי נישט קיין חכם, רעד צום אויבערשטן. &nbsp; איינע פון די אינגעלייט זייענדיג בגילופין האט זיך אנגערופן איך מאך שוין התבודדות פינף יאר און עס העלפט מיר נישט. האט דער ראש ישיבה געענטפערט, קודם כל כאפסטו נישט אז דו רעסט בכלל נישט צום אויבערשטן, עס דאכט זיך דיך איך מאך התבודודות, און צווייטענס, מען טאר נישט זאגן אזא זאך. יעדע ווארט צום אויבערשטן העלפט זיכער. און דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט פארוואס טראכטסו אז עס האט נישט געהאלפן? האט ער געזאגט "איך בעט שוין פינף יאר איך זאל נישט זיין קיין כעס'ן און נאך אלץ קען איך מיך אויפרעגן. האט אים דער ראש ישיבה געזאגט, זיכער קענסטו זיך אויפרעגן, ביסט נישט קיין מלאך, ביזט דען אזא בעל גאוה אז עס פאסט זיך נישט אז דו ביסט בסך הכל א מענטש און דו קענסט זיך אויפרעגן? און בכלל דאס אז דו בעטסט יעדן טאג אויף כעס איז גאר א גרויסע זאך, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז א מענטש וועט בעטן א גאנצע לעבן צו זיין אן ערליכע איד, אפילו אויב ער וועט נישט מצליח זיין ח"ו, אבער וויבאלד ער האט געבעטן דערויף זיין גאנצע לעבן וועט ער באקומען שכר אויף יענע וועלט ווי א ירא שמים. &nbsp; שושן פורים נאך שחרית האט דער ראש ישיבה געליינט די מגילה שנעל אן א ברכה, ער האט געזאגט אז אזוי האט זיך געפירט דער מונקאטשער רב, און אזוי אויך זיין זיידע, כדי זיך משתתף זיין מיט די שמחה פון די בני ירושלים. &nbsp; נאך שחרית איז פארגעקומען א תיקון לע"נ א יארצייט פון איינע פון די מתפללים, דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויזן אין ספר ארך אפים פון מוהרא"ש זי"ע וואס שרייבט אז די נשמות אויף יענע וועלט זענען מקנא א נשמה וואס האט איבערגעלאזט קינדער אויף די וועלט אין היכל הקודש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט צו פארברענגען פורים מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל דעמאלטס קומט ארויס די שיינקייט פון אנשי שלומינו, גאר אסאך זענען געקומען נעמען ברכות, אבער קיינער האט נישט געבעטן א ברכה אויף געלט, אבער אנדערע אידן וואס האבן נאכנישט פארזוכט פון די זיסע עצות פונעם רבין האבן געבעטן געלט, שפע, פרנסה, אבער תלמידי היכל הקודש זענען געקומען און געוויינט, "איך וויל זיין א ירא שמים, איך וויל לערנען, און וויל רעדן צום אויבערשטן", דאס איז די פנימיות פון די תלמידים פונעם הייליגן רבין. &nbsp; להודיע שכל קווך לא יבוש ולא יכלמו לנצח כל החסים בך

    < זעה מער כב אדר ב' תשפ"ד 📝
  • סדר הזמנים אויפן יום טוב פורים הבעל"ט

    די הייליגע פורים טעג ווערט געפראוועט ביי אנשי שלומינו מיט גרויס געהויבנקייט, עס איז גאר אנדערש א פורים ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, און מען נוצט אויס דעם גרויסן טאג מיט אן אמת'ע שמחה. &nbsp; דא וועלן מיר איבערגעבן די זמנים פון יום טוב פורים אין היכל הקודש: וויליאמסבורג - ביהמ"ד היכל הקודש, 27 סקילמאן סטריט: ביים ראש ישיבה שליט"א וועט מען דאווענען מנחה תענית אסתר היינט דאנערשטאג&nbsp; אום 7:15, און 9:30 וועט זיין דער שיעור ליל שישי. &nbsp; מוצש"ק וועט מען ליינען די מגילה אום 8:45, זונטאג אינדערפרי פורים וועט מען דאווענען שחרית אום 9:00, קריאת המגילה וועט זיין בעז"ה 10:00. &nbsp; מען וועט קענען ברענגען משלוח מנות פאר'ן ראש ישיבה "נאר אין ישיבה", אנגעהויבן פון 3:00 נאכמיטאג. &nbsp; נאכמיטאג אום 6:00 וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. צון סעודת פורים און משתה היין, און דערנאך וועט מען טאנצן און זיך פרייען פרייען אינאיינעם אשר בנחל שם גורלינו, והבדלינו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת. &nbsp; מאנטאג שושן פורים אום 6:00 וועט מען זיך וואשן צו א סעודת שושן פורים, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן בעזר השם א שיינע שמועס, און אויך וועט ווערן אויפגעשפילט א שיינע פורים שפיל דורך די אינגעלייט מיט לצנותא דעבודה זרה. דער ווייבער שול וועט אי"ה זיין אפן פאר די נשים צדקניות. &nbsp; קרית יואל - 8 העיס קט. און 8 פרעמישלאן וועי: מנחה היינט תענית אסתר 7:25, נאכן שיעור וועלן אנשי שלומינו גיין צום וואך נאכט בבית הגבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 17 חברון רד. #101, און ערב שבת קודש וועט מען דאווענען שחרית ביי אים אין שטוב אום 9:45. &nbsp; שבת קודש וועט מען ליינען זכור 11:20, מנחה ושלש סעודות אום 7:10, מגילה ליינען מוצש"ק 9:00, שחרית 9:30, מגילה אינדערפרי 10:30. סעדות פורים אום 7:15 אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א, מעריב מוצאי פורים 10:30. &nbsp; אין א בריוו פון ראש ישיבה שרייבט דער ראש ישיבה וויכטיגע נקודות וויאזוי אויסצונצן דעם הייליגן יום טוב אויף די ריכטיגע וועג: &nbsp; "איך וויל ענק שרייבן אביסל פון פורים, אז איר וועט זיך צאמקומען פורים אנשי שלומינו אין יעדע פלאץ &ndash; איז דאס זייער א גרויסע זאך; פארשטייט זיך נאכן גיין צו די עלטערן. עס איז אזוי פרייליך ווען אנשי שלומינו נעמען זיך צאם, מען טאנצט אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק, מיר זענען נישט ביי המן און עמלק." &nbsp; "מען דארף נישט טרינקען צו ווערן שיכור ווי לוט, פארפאסן מנחה, מעריב, ברכת המזון, קריאת שמע, ליגן אין ברעכאכץ; טרינקט פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס יין המשומר. זייט אייך מקבל אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט די זיסע שכל פון רבי'ן, די פשוט'ע ריינע זיסע אמונה. ווען מען האט א קלארע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט &ndash; דארף מען שוין גארנישט, מען לעבן שוין דא אויף די וועלט אין גן עדן." &nbsp; "פורים אינדערפרי זאלט איר קומען אין שול לערנען די שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, בי"ת נצחי וכו'." &nbsp; "פורים איז א צייט פון (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט, ער בעט הילף צו קענען אויפשטיין, נישט בלייבן ליגן געפאלן &ndash; העלפט מען אים." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; מען קען הערן פון מענטשן, פון אלע סארט קרייזן, אלע שרייען אייבערשטער, אלע רעדן אמונה, אלע ווילן זיין גוט. בפרט אנשי שלומינו ווען זיי טרינקען איז עס גאר אנדערש, מען וויינט צום אייבערשטן, מען וויל זיין גוט, עס קומט ארויס דער אמת'ער סוד, אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א צדיק." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זיך איבערבעטן; אפילו מיט מענטשן מיט וועם מען איז צעקריגט &ndash; קען מען זיך איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מתנות לאביונים; דאס איז די גרויסקייט פון פורים, נאך גרעסער פון יום כיפורים. מוהרא"ש האט אזוי שטארק געווארט צו זען ביי אנשי שלומינו די ליבשאפט וואס דער רבי האט געזאגט עס וועט זיין צווישן אונז (חיי מוהר"ן, סימן רצב)." &nbsp; &nbsp; והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור &nbsp;

    < זעה מער יא אדר ב' תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב מצה בעקעריי ברוך השם געעפנט צום דריטן יאר

    גאר פרייליכע נייעס קומט אריין דער באריכט אז יא אונזער ברסלב'ער מצה בעקעריי האט געעפנט אירע טויערן אויך דאס יאר. נאכדעם וואס עס האט אויסגעזען אז דאס יאר וועט מען עס נישט עפענען, צוליב דעם וואס די לעצטע צוויי יאר איז דער מצה בעקעריי געווען א גרויסע פינאנציעלע לאסט אויף די קהילה, און האט דערלייגט אסאך געלט. &nbsp; דאך האבן אבער אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה נישט אויפגעגעבן, מען האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז אויף עפעס א וועג זאל מען קענען עפענען דעם בעקעריי, וואס טראגט גאר א גרויסע חשיבות ביי אנשי שלומינו צוליב דעם וואס ארבייטערס אין די בעקעריי זענען חשובע איידעלע אידן מאנשי שלומינו, וואס לעבן מיט תמימות, אמונה און יראת שמים, בשעת די ארבעט בעט מען דעם אויבערשטן אז די מצות זאלן אריינגעבן אמונה אין אלע וואס עסן דאס. &nbsp; ברוך השם דער אויבערשטער האט אנגענומען די תפילות פון אידישע קינדער, און עס האט פאסירט א נס, עטליכע פון אנשי שלומינו האבן שטארק געשוויצט און זיך אוועקעגעבן אז מען זאל קענען עפענען די בעקעריי אויך דאס יאר, אויך האבן זיי גענומען אויף זיך הוצאות פונעם בעקעריי אויב עס וועט זיין מער פון די הכנסות. &nbsp; מען דאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם נייעם אנטוויקלונג, אזוי אויך קומט זיך הכרת הטוב פאר אלע חשובע ארבעטערס וואס זענען עוסק אין די עבודת הקודש באמונה, און שטעלן זיך צו מיט די גאנצע געטריישאפט אז אנשי שלומינו זאלן האבן ריינע ערליכע תמימות'דיגע און כשר'ע מצות. &nbsp; דער דיין שליט"א באגלייט די גאנצע ארבעט פונעם באקן, ער קוקט זיך אים און גיבט די הוראות וואס מען דארף טון, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז די מצות זאלן זיין כשר בכתכלית ההידור, אויך האט דער דיין שליט"א געמאכט א באזונדערע חבורה ביי די נאכט שעות צוזאמען מיט די חשובע כולל אינגעלייט. &nbsp; אנשי שלומינו נעמען ארויס פון דא א שטארקע חיזוק אויף די כח פון תפלה און התבודדות, ווען מען זעט ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן, קעגן אלע אויסזיכטן. &nbsp; מצה מיכלא דמהימנותא

    < זעה מער ז אדר ב' תשפ"ד 📝
  • גראנדיעזע מעמדי התחלת כתיבת ספר תורה

    ווי שוין געמאלדן גרייטן זיך אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש צו שרייבן א פרישע ספר תורה לעילוי נשמת דעם הייליגן רבין רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, א ספר תורה וואס וועט זיין ספעציעל געמאכט אויף א קליינע פארמאט כדי מען זאל עס קענען מיטנעמען קיין אומאן ווי מען וועט ליינען דערין אויף די וועגן און אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. א זאך וואס דער הייליגער רבי האט זיך זייער געשטעלט דערויף, און געמאנט און געפאדערט אז אלע וואס גלייבן אין אים זאלן זען צו זיין ביי אים אויף ראש השנה. &nbsp; כדי צו געבן א געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו צו קענען אנטייל נעמען אין די התחלת כתיבת ספר תורה האט מען מסדר געווען צוויי עקסטערע מעמדים, סיי אין שטאט, און סיי אין אפסטעיט. קומענדיגע וואך ליל שישי ויקרא נאכן שיעור פונעם ראש ישיבה אין וויליאמסבורג וועט פארקומען די ערשטע מעמד התחלת כתיבת ספר תורה, און די וואך דערנאך ליל שישי פרשת צו וועט פארקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב אויף האשקי תיכף נאכן שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אין די זעלבע צייט איז די קאמפיין אויפצוטרייבן די פאנדן פאר די הוצאות פארן ספר תורה איז שוין געלאזט געווארן אין גאנג, און די זכותים מיט זייער פרייזן זענען שוין ארויסגעשטעלט געווארן דורך געטרייען גבאי. די וואס טראכטן צו קויפן א זכות, דארפן עס טון וואס שנעלער ווייל די פארלאנג צו קויפן זכותים אינעם ספר תורה איז זייער גרויס, בפרט די גאר ספעציעלע זכותים, ווערן צוכאפט זייער שנעל. &nbsp; די אויסוואל פון די זכותים זענען ווי פאלגענד: זכות ספר: $5,000&nbsp; בראשית, שמות און במדבר (ויקרא און דברים זענען שוין פארקויפט) &nbsp; זכות פרשה מיוחדת: $3,600&nbsp; די פאלגענדע זענען נאך עוועילעבל: וירא - עקידה; תולדות - ברכת יצחק; ויחי - ברכת יעקב; יתרו - עשרת הדברות; כי תשא - קטורת; נשא - ברכת כהנים; ואתחנן - עשרת הדברות; און עקב - פרשת היראה. די פרשיות פון בשלח - שירת הים פרשת המן; בחוקותי - ברכת פרנסה; האזינו - שירת האזינו; און וזאת הברכה - ברכת משה רבינו; זענען שוין פארקויפט. &nbsp; זכות פרשה: $1,800 די פרשיות זענען נאך אוועלעבל: ויצא, מקץ, ויגש, שמות, משפטים, תצוה, ויקהל, פקודי, ויקרא, צו, שמיני, אחרי, אמור, בהר, במדבר, בהעלותך, שלח, בלק, פנחס, מטות, מסעי, דברים, ראה, שופטים, תצא, תבא, נצבים און וילך. בראשית, נח, לך, חיי שרה, וישלח, וישב, וארא, בא, תרומה, תזריע, מצורע, קדושים, קרח, און חקת זענען שוין פארקויפט. &nbsp; אויך קען מען קויפן א זכות יריעה פאר $1,000 און זכות עמוד פאר $500. &nbsp; די אלע אויסגערעכנטע זכותים זענען ווי עס האלט מיטוואך מיטאג פרשת ויקהל, אבער די זכותים ווערן זייער שנעל פארקויפט. ווארט נישט ביז דער גבאי רופט אייך אן, ווייל ביז דעמאלטס וועלן שוין נאך פילע זכותים שוין זיין אויסגעכאפט. מאכט שוין אייער אויסוואל און רופט תיכף דעם ממונה מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 845-295-1500 און קויפט אייך איין א זכות אינעם ספר על שם רבינו.

    < זעה מער ג אדר ב' תשפ"ד 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין דעם ליל שישי פקודי אין קרית יואל

    אנשי שלומינו פון איבער די טריי סטעיט עריע גרייטן זיך צום יערליכן מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין, וואס וועט היי יאר אפגעהאלטן ווערן אין א הערליכע גרויס לאקאל אין קרית יואל. &nbsp; דער נייער לאקאציע איז בעיקר צוליב צוויי סיבות, איינס וויבאלד דער ציבור איז קע"ה זיך צואווקאסן, און מען איז שוין אויסגעוואקסן דעם בית המדרש אין וויליאסמבורג ווי דער מסיבה פלעגט פארקומען אין די לעצטע אכט יאר, און אויך צוליב וואס דער ציבור איז צושפרייט אזוי ווייט, פון בארא פארק, וויליאמסבורג, לינדען, דזשערסי סיטי, מאנסי, קרית יואל, מאנטיסעלא, און קרית ברסלב, האט מען געזוכט א גרויסע שיינע פלאץ וואס וועט זיין פונקט אינמיטן, אז קיינער זאל נישט דארפן פאר צו ווייט; און צוליב דעם האט מען באשטימט דעם מסיבה אויף דעם לילי שישי פקודי אין די פראכטפולע זאלן פון "עטרת מייזעלס" אויף י.ד. גאלדבערגער דרייוו אין קרית יואל. &nbsp; מטעם די רענט קאמפיין גייען אן פיבערהאפטיגע הכנות צום גרויס מעמד, מען גרייט צו דעם הערליכן פרגראם, א געשמקע סעודה ווערט סערווירט ווערן פאר אלע באטייליגטע לכבוד דעם סיום מסכת שבת ירושלמי וואס אנשי שלומינו ענדיגן די וואך. דער סיום וועט געמאכט ווערן דורכן דיין שליט"א. אלע ווארטן אויף די פרייליכע אויפטריט פונעם אלעמען באליבטן גוט זאגער מו"ה מיכל ראזענעפלד הי"ו וואס וועט מהנה דעם ציבור מיט זיינע געשמאקע דיבורים. אבער הלכה למעשה קומט מען הערן די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט בעז"ה אראפ לייגן וויאזוי מען קען זיכער מאכן בעז"ה אז מען לאזט נישט דורך די הייליגע טעג פון אדר און פורים מיט נארישקייטן, נאר מען נעמט מיט די הייליגע השפעות אויף א גאנץ יאר. &nbsp; אויך וועט מען טיילן בעז"ה גאר שיינע מתנות פאר אלע באטיייגטע, און בפרט פאר די וואס לאזן זיך קאסטן מיט שיינע סכומים במשך דעם יאר פארן רענט קאמפיין.&nbsp; &nbsp; די רענט קאמפיין שטייט בראש פון די צוויי חשובע עסקנים מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס האבן גענומען אויף זיך די מיסיע אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פאר די בנימים פון די קהלה און מוסדות, און דערמיט העלפט מען זיך אליינס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט מער צייט זיך צו קענען בעז"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; חפץ ה' בידם והצליחו, אז א דער ציבור איז שטארק ווארעם פאר די עסקנים און שטרענגען זיך אן יעדע חודש און ווען מען קען נאר און מען באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט. וואס דערפאר אראנדזשירן זיי דעם מסיבה, אפצוגעבן פאר אנשי שלומינו זייער פארדינטע אנערקענונג. &nbsp; די עסקנים האבן געבעטן איבערצוגעבן עטליכע נקודות פאר אנשי שלומינו, ערשטענס בעטן זיי אלעמען צו קומען אין צייט דעם ליל שישי פקודי 8:15 אויף דערנאכט,&nbsp; וואס פון דעם וועט יעדער נהנה זיין אז מען וועט קענען ענדיגן אין צייט מיטן אויבערשטנ'ס הילף. אויך בעטן זיי איבערצוגעבן אין שטוב אז דער מסיבה איז נאר פאר ערוואקסענע מענער, און נישט פאר קינדער, בחורים אדער פרויען. אויך וועט דאס מאל נישט זיין צוגעשטעלט קיין טראנספארטציע פון שטעטל. &nbsp; דער מסיבה אנטשפרעכט איבערצולאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע באטייליגטע אויף א לאנגע צייט.

    < זעה מער ל אדר א' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 61 to 75 of 403 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 26 27
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com