Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אפעראציע אדער אינוואזיע?

    אין די יעצטיגע טעג קומען פאר העפטיגע שלאכטן צווישן די איזראעלישע מיליטער און די כאמאס טעראריסטן אין צפון עזה, עס זענען אריינגעפארן הונדערטער טאנקען, מיליטערישע דזשיפס, טויזנטער סאלדאטן, מיטן ציל אויסצוראטן כאמאס. כאמאס פרובירט צו קעמפן פון זייער טונעלן, און די איראנער רעגירונג האט שוין געלאזט הערן זייער רויטע לינע אויב עס ווערט געמאכט אן אינוואזיע צו עזה. אבער די מדינה זאגט, טאקע מיר גייען מאכן אן אינוואזיע אויף עזה, אבער יעצט איז עס בלויז א גרעסערע מיליטערישע אפעראציע...   לאמיר באזוכן רוסלאנד און אוקריינא, עס טוט זיך א מלחמה שוין כמעט צוויי יאר, אבער חלילה וחס, וואס האסטו געזאגט מלחמה? אין רוסלאנד זאגן מלחמה, איז אחת דתו, "עס קומט פאר א מיליטערישע אפעראציע צו דיסנאציפיצירן אוקריינא" שרייעט דער רוסישער בער אזש ביז הייזעריג ווערן. אבער די מערב וועלט רופט אן דעם קינד ביים נאמען "די רוסישע אוקריינא מלחמה". איז וואס גייט דארט פאר? איז עס אן אפעראציע אדער אן אינוואזיע?   רוסלאנד פון זייער זייט האט שוין אויך אראפ געשטעלט פילע רויטע ליניעס, "אויב מ'וועט געבן לאנג שטרעקיגע וואפן פאר אוקריינא, נא נא" שאקעלט דער רוסישער ווארטזאגער מיט זיין פינקי פינגער. למעשה האלט שוין אמעריקע לאנג אסאך ווייטער דערפון, יעצט איז רוסלאנד ארויס מיט א פרישע ווארענונג "מ'זאל נאר נישט געבן קיין פאטריאט סיסטעמס", היינט ליגן שוין די פאטריאטן לאנג אין אוקריינא, אבער רוסלאנד איז ווייטער פריש כאילו מען האט נאך קיינמאל געווארענט "געבן פאר אוקריינא עף סיקסטינס איז ביהרג ואל יעבור", ווען די עף סיקסטינס וועלן אנקומען קיין אוקריינא ווייס איך נישט, אבער יעצט האבן זיך שוין צענדליגע אוקריינע סאלדאטן געטרעינט אויף די אמעריקאנער פליגערס, ועוד ידם נטוי' נאך צענדליגע זעלנער טרענירן זיך אין עטליכע אייראפעאישע לענדער, ווארשיינליך וועלן מיר זיך אויפוועקן איין טאג און הערן אז אוקריינע האט באמבאדירט מיט די זעכצענערס, און הוברר הדבר למפרע אז זיי האבן עס שוין אין זייער באזיץ פאר א לענגערע צייט.   וואס פארא מין ווערטשאפט איז דאס? מען גייט אריין אין א לאנד, אבער אינוואזיע? וואו זעסטו דא אינוואזיע? דאס איז אן "אפעראציע", זעסט נישט דא איז די אפעראציע צימער, מען אפערירט דא! וואס הייסט דו זעסט נישט? איך זאג דיר דאך קלאר, איך מאך אן אפעראציע און שוין...   דער אמת איז אז דאס איז א סטראטעגיע פון פילע לענדער אין די וועלט אריינגערעכענט אמעריקע און כינע, אז מען וויל טון דאס זייעריגע אן דעם וואס די אנדערע זייט זאל ארויסגיין פון די כלים און שרייען אז יענער טרעט איבער א "רויטע ליניע", און זאכן ווערן דערנאך נאר מער קאמפילצירט וואס פעלט זיך נישט אויס פאר די הצלחה. דאס איז א סטראטעגיע פון טון וואס איך וויל אבער, זיך מאכן תמ'עוואטע "וואס איך האב געשפיגן? וואס איך? איך מיין אז אפשר רעגענט..." און די אנדערע זייט פאסט נישט צו מאכן אן עסק, און אזוי האפט מען יענער זאל באקומען דעם מעסעזש, אבער איך האב עס נישט אנגעהויבן. נישט אלעמאל ארבעט דער טריק, אבער דאס פרובירט מען צום ערשט.   דער סמ"ך מ"ם נוצט אויך די זעלבע טאקטיק קעגן אונז, ער קומט נישט בעטן "גיי עס חזר פלייש", ער ווייסט עס וועט נישט ארבעטן, "איך עס נישט קיין חזר פלייש און זוך א צווייטן", ער קומט צו אונז מיט מצוות, "קוק וויאזוי דו זעסט אויס, ביסט דורגעפאלן, דארפסט זיין צובראכן, קלאג און קרעכץ ווי שווארץ די מצב איז", פילע ערליכע פאלן אריין אין אזא נעץ, דאס זעט אויס ווי אזא הייליגע געדאנק, עס זעט אויס ווי עצבות איז דא ממש א מצוה, מרה שחורה איז א הייליגע פליכט. אזוי אויך פרובירט ער צו כאפן א מענטש מיט די מצוה פון מחלוקת "דער איז דאך אזא אויסוואורף, עס איז מצוה אים צו בארעדן, ער קען נאך אונטערברענגען אלעס, גיי ארויס קעגן אים מיט א מלחמת מצוה", דא ווערן ווייטער פילע ערליכע אידן פארכאפט, ווייל ערליכע אידן זוכן נאר צו טון מצוות ומעשים טובים.   מוהרא"ש פלעגט טייטשן די פסוק "ואנשי סדום רעים וחטאים" די מענטשן פון סדום זענען געווען שלעכט און זינדיג, אבער "להשם מאוד" זיי האבן עס געמיינט כולו לשם שמים, מען האט גערצחעט מענטשן לשם שמים.   אבער אויך פון די אנדער זייט קען מען נוצן די עצה, ווען א מענטש וויל זיך צוריק קערן צום אויבערשטן, זאל ער זאגן "היינט וויל איך זיין אן ערליכער איד, היינט וויל איך לייגן תפילין, גיין אין מקוה, דאווענען מיט מנין, לערנען אביסל חומש רש"י" און אזוי ווייטער, און אויב דער סמ"ך מ"ם וועט עס אים מאכן אויסזען אוממעגליך, זאל ער אים זאגן "נאר היינט, מארגן וועלן מיר זען וואס וועט זיין", און אזוי איין טאג אויף אמאל, קען מען זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד.

    < זעה מער טז חשון תשפ"ד 📝
  • מעכטיגע סטרייק פון קאר ארבייטער קומט צו אן אנדע

    פארגאנגעם ערב סוכות למספרם סעפטעמבער 29 זענען די בערך הונדערט און פופציג טויזנעט ארבייטער פון די אמערקאנער קאר פירמעס וואס ווערן רעפרעזענטירט דורך די יו עי דאבעליו (יוניידעט אויטא ווארקערס) יוניאן ארויסגעגאנגען אין א פאראייניגטע "סטרייק" קעגן די דריי גרויסע אמריקאנער קאר פאבריקן פארד, דזשענעראל מאטארס, און סטעלאנטיס (צווישן די באקאנטע ברענדס וואס געהערן צו סטעלאנטיס זענען קרייסלער, דאדזש, דזשיפ, און רעם), דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס די יוניאן איז ארויס אין א סטרייק קעגן אלע דריי פירמעס אין די זעלבע צייט. &nbsp; עס זענען שוין אנגעגאנגען פארהאנדלונגען צווישן די פירמעס און די יוניאן פאר עטליכע חדשים פון אנפאנג זומער, ווען די פירמעס האבן פארגעשלאגן פאר די יוניאן געשוואלענע קאנטראקטן, אבער זיי זענען נישט געווען צופרידן. &nbsp; די יוניאן האט פארלאנגט פון די פירמעס מער זיכערהייט דאס מיינט שווערע מאכן ארויסצואווארפן אן ארבייטער, אזוי אויך קלענער מאכן די געהאלט חילוק צווישן פרישע ארבעטער און אלטע ארבעטער, דאס מיינט אז פרישע ארבעטער זאלן תיכף קענען באקומען גוט באצאלט, אזוי אויך האבן זיי פארלאנגט מען זאל אויפהערן ארויסשיקן ארבעט פאר אנדערע לענדער ווי מען באצאלט ביליגער פאר די ארבעטער. &nbsp; די פירמעס האבן גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט נאכקומען די אלע פארלאנגען אן הייבן די פרייזן פון די קארס און פארלירן די פלאץ אין די מארקעט וואס קאנקורירט מיט פירמעס פון לענדער מיט ביליגע ארבעטער. אינמיטן זומער האט די יוניאן געשטעלט די פראגע צי מען זאל גיין אויף א סטרייק צו די מיטלידער צו א וואוט אויף וואס 97 פראצענט האבן געשטימט א הילכיגן יא. &nbsp; אין די פארגאנגע טעג האבן זיך טייל ארבעטער צוריק געקערט צו די ארבעט נאכדאם וואס עס איז אויסגעארבעט געווארן א דיעל מיט צוויי פירמעס, און אין די טעג קומט אן א באריכט אז ווי עס זעט אויס וועט אויך די דריטע פירמע דשי-עם (דזשענעראל מאטארס) צוריק גיין צו נארמאל, ווען די לעצטע דעטאלן פון אן אפמאך ווערן אויסגעארבעט, און וועט האפענטליך ווערן אונטערגעשריבן דורך ביידע צדדים. &nbsp; דער אמעריקאנער גוי לאזט זיך נישט נארן. אפילו ער ארבעט ביי די פרעזשטילפולסטע פרימעס פארד, דזשי עם, ער דארף א גוטע געהאלט. ער דארף וואקאציע, ער וויל א גוטע פענסיע. ער איז שטארק מיט זיין זאך, און מיר זענען שטארק מיט אונזער זאך. מיר דארפן עפעס אנדערש. יא מיר דארף טאקע באצאלט. און אויב דער בעל הבית דרייעט זיך ארויס עטליכע וואך, אז יעצט איז ער פונקט געענגט און נעקסטע וואך וועט ער באצאלן אלעס, דארפסטו וויסן צו ענדיגן דא. און נישט לאזן די חובות דיר נאך מער פארפלאנטערן מיט אים. אבער מיר דארפן שחרית, מנחה, מעריב, מיר דארפן א ווייב און קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פאריגע וואך געזאגט אז די ביזנעסלייט וואס נעמען אויף ארבעטער זאגן אז פון איין זייט זענען זיי זיך מחי' מיט די ברסלב'ע ארבעטער, מ'קען זיך רעכענען מיט זייער ווארט, זענען גראדע מענטשן, אבער פון די אנדערע זייט קען מען נישט רעדן צו זיי, אויב רעדט מען ניבול פה, וועלן זיי שרייען "דא רעדט מען נישט אזוי", ווען עס קומט צו גיין צו מנחה, וועלן זיי נישט פרעגן נאר זאגן "איך גיי דאווענען מנחה", און ווען עס קומט פינף אזייגער, איז נישטא קיין מעשיות, מען טוט זיך אן דאס רעקל, מען מאכט צו דאס שאל, און מען גריסט א גוטן טאג, און מען גייט אהיים צו די ווייב און קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אלץ פאר ביזנעסלייט וואס האסטו פון דיין ביזנעס אויב דו האסט נישט קיין צייט צו רעדן צו דיין ווייב און קינדער? וואס האט דיין ווייב פון האבן אן "אנלימיטעד קרעדיט קארד" אבער זי איז אליינס? ענדערש מאך צו דיין ביזנעס, און לעב א חיים טובים מיט דיין משפחה. &nbsp; אזוי אויך אויב דיין בעל הבית זאגט דיר "פארסט קיין אומאן? האסט נישט קיין פלאץ ביי אונז" ווייסטו וואס דו האסט צו טון. ער איז סך הכל דיין ארבעטס געבער פון "ניין טו פייוו", און ער קען דיר נישט איינטיילן וויאזוי צו פירן דיין לעבן.&nbsp;

    < זעה מער טו חשון תשפ"ד 📝
  • קרעדיט קארד חובות אין אמעריקע שטארק געשטיגן

    לויט די קרעדיט מאניטערינג פירמע "עקוויפעקס" זענען די חובות פון אמעריקאנער שטארק געשטיגן לעצטענס, מענטשן זעען אויס צו זיין זייער נאכלעסיג און סווייפן זייערע קארטלעך רעכטס און לינקס, לויטן די פעדעראל רעזערוו זענען אמעריקאנער יעצט שולדיג פאר די בענק בערך צען און א האלב "טריליאן" דאלער אין אלע סארטן הלוואות אריינגערעכענט מארגעדזשעס, קרעדיט קארדס. פון וואס קרעדיט קארד חובות אליינס באשטייט פון איבער א טריליאן דאלער. &nbsp; בערך א האלבע טריליאן דאלער חובות זענען אנגעצייכענט אלץ שפעט, און בערך דריי הונדערט פופציג ביליאן דאלער ווערט באצייכענט אלץ איבער 90 טעג שפעט. די עווערידזש פון קרעדיט קארד חוב איז בערך פינף און א האלב טויזנעט דאלער, און פילע אמעריקאנער טרעפן זיך פאכאפט אין א קרעדיט קארד חובות נעץ פון וועלכע זיי קענען נישט ארויסקריכן, ווען זיי פרובירן צו באצאלן די חובות פון זייערע קארטלעך אבער טרעפן זיך כסדר טיפער און טיפער אין לאך. &nbsp; מענשטן אין אמעריקע ווערן כסדר פארכאפט אינעם נעץ פון די קרעדיט פירמעס דורך די פילע אפפערס וואס זיי שיקן מיט גלאנציגע הבטחות וויפיל געלט זיי וועלן באקומען דורך ספענדן נאר עטליכע טויזענט דאלער אויפן קרעדיט קארד, און דורך די שרייעדיגע רעקלאמעס פון באקומט א קרעדיט קארד מיט זירא פראצענט אינטערעסט, וואס ווען מען מאכט נאר איין שפעטע באצאלונג שיסן צו פראצענטן ארויף, און ווען מען רעדט צום פירמע זאגן זיי אז דאס איז קלאר געשטאנען ארויסגעשריבן אינעם קאנטראקט (מיט פיצעלע אותיות, וואס מען האט געדארפט א פארגרעסערונג גלאז צו ליינען...) &nbsp; אנשי שלומינו הערן כסדר פונעם ראש ישיבה ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן פון חובות בכלל, און פון קרעדיט קארדס בפרט, דער ראש ישיבה זאגט אייביג ווי מענטשנ'ס לעבן ווערט ממש חרוב דורך די חובות, און דער גלאנציגער קארטל איז גארנישט אזא גאלד גרוב, און די מיילס און ריווארדס וואס די פירמעס געבן איז נאר אריינצוכאפן די נאאיווע קאסטומערס אין זייער נעץ, און רייך ווערן אויפן חשבון פונעם ארימער פארדינער וואס פלאגט זיך צו באצאלן זיינע בילס פון פעיטשעק צו פעיטשעק. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז ווער עס קען נישט דורכקומען מיט זיין געהאלט זאל ענדערש גיין נאך געלט, און נאך בעסער איז מען זאל גיין הפצה, און מזכה זיין אידן מיט די מצוה פון צדקה, און זיי איינוועגס געבן לעבן, און אזוי זאל מען נישט אריינפאלן אין חובות. און פון די אנדערע זייט טאר מען נישט לעבן פאר יענעם, זאלסט איבערטראכטן אז אפשר דארפסטו נישט אויסגעבן אזויפיל געלט אויף נארישקייטן נאר ווייל יענער זאל זען. פארוואס דארף א וואך נאכט קאסטן "נאר" פופצן הונדערט דאלער? דער אדווערטייזמענט שרייעט אז עס איז ממש א מציאה, אבער פארוואס פארווען פארוועם? איז אויסגעהאלטן צו קויפן א סטרעטשי פאר א דריי חדשים'דיג קינד פאר הונדערט דאלער? דאס איז דאך א הימל געשריי? ווער האט ריווח דערפון - אויסער וויזא און מעסטער קארד? וואס ביי אן "אפשערן" קען קאסטן מער פון פופציג דאלער? קענסט מיר זאגן פארוואס דו דארפסט רופן א האלבע שטאט צום אפשערן? דו מיינסט אז איינער פריידט זיך מיט דעם אז ער "מוז" קומען זען ווי "קיוט" זיין אוטפיט איז? הער שוין אויף לעבן פאר יענעם וועסטו האבן א חיים טובים. &nbsp; אז דו וועסט מקיים זיין דעם "לך לך" וועסט לעבן פאר דיר, פיר דיין לעבן לויט וואס איז גוט פאר דיר, ווי רש"י לייגט צו "להנאתך ולטובתך", וועסטו האבן אלע גוטע ברכות וואס די פסוק רעכענט אויס, קינדער, פרנסה, און א גוטע נאמען, "ונברכו בך כל משפחות האדמה".

    < זעה מער יד חשון תשפ"ד 📝
  • גרעניץ קריזיס שטרענגט איבער די רעגירונג אין אמעריקע

    אן ערנסטע דעבאטע גייט אן אין אמעריקע שוין עטליכע יאר איבער אימיגראציע, גרעניץ זיכערהייט, און אומלעגאלע אימיגראנטן, בשעת די קאנסערוואטיווע שרייען אז מען קען נישט צולאזן אזא הפקרות, א זאך וואס איז נישטא אויף די גאנצע וועלט אז די גרעניצן זענען ממש אפן און ווער עס וויל קען קומען, און די וואס מ'כאפט באקומען בסך הכל א טאג אין געריכט אויף עטליכע יאר שפעטער, ווען אינצווישן זיצן זיי אויף די קאסט פון די רעגירונג און שטייער צאלער וואס שטעלט זיי צו אש"ל אין פינף שטערנדיגע האטעלן פאר געשוואלענע בילס. &nbsp; אויף די אנדערע זייט פון די מטבע שרייען די פראגרעסיוון אז אמעריקע איז א לאנד פון אימיגראטן און רחמנות, און מען מוז ארויסווייזן מיטגעפיל מיט די מיטגעמאכטן מענטשן וואס קומען פון ארימע און קארופטירטע לענדער פון וואו זיי אנטלויפן אויס זארג פאר זייער לעבן, און בסך הכל דארף מען זיי אויפנעמען און מכניס אורח זיין. &nbsp; ווער געדענקט נישט ווי טראמפ פלעגט שרייען מען גייט בויען די שענסטע גרעסטע און בעסטע וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא וואס מעקסיקא גייט באצאלן די ביל דערפאר, זאגענדיג אז די גרעניץ שוואכקייט ווערט אויסגענוצט דורך געלט גייציגע גענגס אריינצוברענגען קיין אמעריקע דראגס און געווער, און נאר די מאפיא באנדעס האבן ריווח פון די אומבאשיצטע גרעניצן. &nbsp; יעצט ווען כאמאס האט דורכגעפירט זייער בארבארישע אקציע פארגאנגענעם שמחת תורה האט מען אנגעהויבן צו הערן פרישע רופן פון די רעכטע לאגער אז מען דארף האבן בעסער באשיצטע גרעניצן, אזוי אויך הערט מען אין ניו יארק סיטי ווי די אפענע שטאט ניגון וואס דער מעיאר עריק עדעמס פלעגט זינגען טוישט זיך צו א "מיר קענען עס שוין מער נישט דערהייבן" א נוסח וואס ער זינגט לעצטענס זייענדיג איבערגעשטרענגט פון די פילע געלטער וואס דאס קאסט אפ פאר די סיטי, און האט אנגעהויבן ארויסווארפן אימיגראנטן פון די סיטי שעלטערס אויב זענען זיי שוין דארט מער פון זעכציג טעג. אזוי אויך האט ער אנגעהויבן זאגן אז מען וועט אנהייבן אויפצושטעלן געצעלטן ווי מען וועט פלאצירן די אימיגראטן נאכדעם וואס עס איז שוין מער נישטא וואו זיי צו לייגן. &nbsp; אין קאווע שטיבל קען מען הערן ווי מענטשן רעגן זיך "אונזער געלט גייט צו באצאלן פאר די אימיגראנטן!", קודם כל וויל איך דיר בארואיגן, דיין געלט קומט נישט אן צו די אימיגראטן, דיינע טעקסעס זענען געגאנגען צו די טאליבאן און אלע מיליטערישע עקוויפמענט וואס אמעריקע האט דארט איבערגעלאזט... &nbsp; אבער נאך מער פון דעם, אמעריקע איז נישט אונזער, מיר זענען דא געסט, און די סיבה פארוואס מיר זענען דא איז ווייל דא לאזט מען אונז דינען דעם אויבערשטן, אידן זענען אהער אנגעקומען זוכנדיג שוץ פון די אלע רדיפות אין אנדערע לענדער, און זענען געקומען צו דעם מלכות של חסד ווי מען וויל איין זאך, דינען דעם אויבערשטן און טון זיין רצון. &nbsp; מיר זענען נישט קיין דעמאקראטן, אדער רעפאבליקאנער, נישט קיין לינקע און נישט קיין רעכטע, די וועלט קען אנגיין אן דעם וואס מיר טראגן אירע דאגות, מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר זענען אידישע קינדער וואס דער אויבערשטער האט אונז אראפ געשיקט אז מיר זאל "קעיר נעמען" פון אונז אליינס, מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן לערנען אביסל יעדן טאג, דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות, ברענגען ברויט אין שטוב, און זיך אפגעבן מיט די שטוב די ווייב און קינדער כדי מיר זאלן קענען ערציען אונזערע קינדער צו אהבת ה' און יראת ה'.

    < זעה מער יא חשון תשפ"ד 📝
  • ניו יארק סטעיט גיבט אריין אפיעל אין געריכט בנוגע חרדישע מוסדות

    ניו יארק סטעיט האט היינט אריינגעגעבן פאפירן אין געריכט צו אפעלירן דעם אורטייל וואס דער סופרים קאורט האט גע'פסק'ענט מיט א האלבע יאר צוריק איבער די שיקזאל פון די חינוך פון חרד'ישע מוסדות אין די סטעיט. &nbsp; דער אורטייל פון וואס די סטעיט איז נישט צופרידן זאגט האט אוועקגענומען א גרויס טייל פון די "ציינער" פון די געזעץ וואס האט געזאלט צווינגען די מוסדות התורה אין ניו יארק צו לערנען פילע נושאים און פילע שעות, וואס איז נישט שייך זיך צוצושטעלן דערצו, די חינוך פון אונזערע קינדער זענען ביי אונז די הייליגסטע און דאס טייערסטע, און מען קען נישט אוועקגעבן די טייערע שעות אויף צו לערנען לימודי חול, וואס זענען אין בעסטן פאל שטותים און נארישקייטן. &nbsp; דער אורטייל האט געזאגט אז טראצדעם וואס דער יעצטיגע געזעץ פארלאנגט צו לערנען מיט די קינדער א "היבש" ענדליכע קאריקילום ווי די אלגעמיינע פאבליק שולעס, דאך קען די סטעיט עס נישט פארסירן, סיי קענען זיי נישט פארשפארן קיין מוסדות וואס פארלעצן די געזעץ, און אויך קענען זיי נישט הייסן עלטערן טוישן א מוסד צוליב דעם. &nbsp; אפגעזען וואס וועט זיך אויסלאזן אין די געריכטן וועלן אידישע קינדער ווייטער לערנען מיט די קינדער די הייליגע תורה און זיינע מצוות און לערנען לימודי חול בלויז וויפיל און וואס די צדיקים פון פריערדיגן דור האבן אראפגעשטעלט, אז מען לערנט די שפראך, און רעכענען, ווייל דאס זענען זאכן וואס מען וועט דארפן נוצן שפעטער און לעבן, און מיידלעך לערנט מען אויך נייען און קאכן, זאכן וואס עס איז זיי וויכטיג שפעטער אין לעבן. &nbsp; דער הייליגער סאטמארער רב זי"ע וואס האט אהערגעשטעלט מיט מסירת נפש די מוסדות התורה אין אמעריקע נאכן צווייטן וועלטס קריג האט אראפ געשטעלט די כללים וויאזוי מען זאל לערנען מיט אינגלעך מיט מיידלעך, לימודי קודש און לימודי חול, סיי ביי אינגע קינדער און סיי ביי די גרעסער, ווען מען זאל לערנען עברי, און וויאזוי, ווען מען לערנט חומש, משניות, גמרא, מוסר, תנ"ך, הלכה און וויפיל, וואספארא לימודי חול מען זאל לערנען מיט אינגלעך און וואס מיט מיידלעך. און דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע האט געזאגט אז אפילו פאר די מיידלעך וואס מען לערענט מער צייט און מער נושאים לימוד חול זאל עס זיין אבי יוצא צו זיין, און מען זאל זיכער מאכן אז די אידישע לימודים וואס אנטהאלט פרשה, הלכה, מוסר זאל זיין אינטערסאנטער און מער ציענד. &nbsp; עס זענען נעבעך דא מאדערענע מוסדות וואס האבן גענומען די לימודי חול אביסל צו ערענסט און מען לייגט אריין גאר שטארקע כחות די קינדער זאלן וויסן ווער זענען געווען די פרעזידענטן פון אמעריקע און פונקטליך וויפיל פוס די אפריקאנע ווארעם האט, אלע מלחמות און פאלטיק וואס האט זיך אפגעטון פון בריאת העולם ביז היינט, און נישט נאר דאס מען מאכט נאך טעסטס דערויף, כאילו דאס מיידל וועט נישט קענען ערציען קיין קינדער אדער וואשן וועש אויב זי ווייסט נישט אויסנווייניג וויאזוי די הויפטשטאט פון בענגלאדעש הייסט. &nbsp; און נעבעך צובראכענע אידישע קינדער האבן געשטיפט די ניו יארקער רעגירונג און זיי געצווינגען מיט געריכטן זיי זאלן נעמען די "עקווילינסי" געזעץ ערענסט, און ליידער האלט מען דא, אז מען דארף זיך פארטיידיגן אין געריכט מיט די רעגירונג. &nbsp; אידישע קינדער בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן ערליכע מוסדות וואס זוכן נאר איין זאך אריינצולייגן דעם אויבערשטן אין די קינדער, און לערנען מיט זיי די ריינע אמונה, און מיר חזר'ן אז מיר ווייסן אז "שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו", אבער נאר "הקדוש ברוך הוא מצלינו מידם", נאר דער אויבערשטער קען אונז און וועט אונז העלפן. און מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין צו איבערגעבן די הייליגע חינוך פאר אונזער קינדער ביז משיח'ס טאג. &nbsp; מיר וועלן ענדיגן מיט די פסוקים "אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, ה' הושיעה המלך יעננו ביום קראינו"

    < זעה מער י חשון תשפ"ד 📝
  • ביטקוין קעגן דאלאר ווערד איז נעכטן שטארק געשטיגן

    פינף און דרייסיגטויזענט דאלאר זענען מענטשן געווען גרייט צו צאלן נעכטן פאר אן איינצעלנע "ביטקוין", דאס איז א גאר הויכע פרייז רעלאטיוו צום געווענליכן ווערד פון א ביטקוין, וואס האט זיך געדרייט במשך די לעצטע יאר צווישן נייצן און אכט און צוואנציג טויזענט דאלער. &nbsp; עקאנאמיסטן לייגן אן די שפרינג אינעם ביטקוין פרייז בעיקר אין צוויי זאכן, איינס איז די הויכע אינפלאציע אין אמעריקע וואס מאכט מענטש שפירן דעם דאלער ווייניגער ווערד, און מען זוכט צו אינוועסטירן דאס געלט אין אנדערע פלעצער, און צווייטענס איז די אומזיכערע גלאבאלע צושטאנד דורך די פילע קאנפליקטן איבער די וועלט סיי אין אייראפע און סיי אין מיטל מזרח וואס איז גורם אז מענטשן זאלן טראכטן פון לייגן זייערע געלטער אן אלטערנאטיווע וואלוטעס וואס ווערן נישט געפירט דורך רעגירונגען. &nbsp; ביטקוין איז א דיגיטאלע פארמעגן און איז איינע פון די פילע סאטן קריפטא וואלוטעס וואס נוצן קריפטאגרפיע צו פארזיכערן טראנזאקציעס און צו קאנטראלירן נייע ביטקוינס פון ווערן געשאפן. ביטקוין איז געשאפן געווארן אין יאר 2009 למספרם דורך אן אנאנימער מענטש (אדער מענטשן) וואס האט זיך גערופן סאטאשי נאקאמאטא. דער עיקר געדאנק אויף וואס ביטקוין איז געבויט איז דאס נוצן א סיסטעם וואס מ'רופט "בלאק טשעין" צו האלן חשבון אויף די געלטער וואס קומען און גייען אנשטאט וואס לענדער נוצן זייערע צענטעראלע בענק דערפאר, וואס ערלויבט א זיכערע און קראנטע אומברעכבארע וועג פון שיקן געלטער אן דעם וואס א באנק זאל דארפן זיין אינוואלווד אינצווישן. (דיסקלעימער: איך בעט אנטשולדיגונג פאר די ליינער פארן שרייבן דעם דאזיגן פאראגראף וואס איך פארשטיי אויך כמעט נישט וואס דא שטייט... ואתכם הסליחה.) &nbsp; די מאסקימום סכום פון ביטקוינס וואס קען בכלל עקזעסטירן איז נישט מער פון איין און צוואנציג מיליאן, און ביז יעצט זענען דא בערך ניינצן און א האלב מיליאן ביטקוינס אין צירקולאציע. די ווערט פון די מטבע איז שוין דורכגאנגען פילע עליות און ירידות במשך די עטליכע יאר פון זיין עקזיסטענץ, מיט די העסטע ווערט קעגן דאלער איז אנגעקומען איבער זעכציג טויזענט דאלאר. וויפיל איך האב פרובירט צו פרעגן מענטשן האט כמעט קיינער נישט פארשטאנען באמת וואס איז דאס ביטקוין, אבער אלע האבן פה אחד געוואלט האבן אפילו נאר איין ביטקוין, פארוואס? ווייל עס האט א ווערד. "וואס גייט מיך אן וואס דאס איז וויאזוי דאס ארבעט, אויב איך קען מיט דעם באצאלן מיינע בילס, געב אהער אפאר שטיק". &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אלץ חזר'ן מיט אונז און זיך בעטן מען זאל פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, צום ביישפיל, ווילסט אנהייבן א נייע בלעטל? זאג תיקון הכללי, אלעס וועט ווערן אפגעמעקט, "איך וויל פארשטיין וויאזוי ארבעט עס? פלעין דורך זאגן צען קאפיטלעך און אלעס איז פארראכטן?" ווילן מענטשן וויסן, אבער וואס איז דאס אונזערע געשעפטן, אז א צדיק האט מבטיח געווען אז דער תיקון הכללי איז א תיקון אויף אלצדינג בפרט אויף די שרעקליכע עבירות פון די אינגע יארן, איז עס קראנט. און אויב דו ווייסט שוין פון די וואלוטע פון "תיקון הכללי" און דו קענסט עס דעפאזיטן אין די באנק, זאג עס יעדן טאג נאכן דאווענען. וועסט זיין ווי א נייע מענטש וואס אפילו ער זאל האבן שמוציג געווארן פון בלאטע אבער קומט ארויס פריש נאך א שויער, אזוי וועסטו זיין פריש און שמעקעדיג ברוחניות.

    < זעה מער ט חשון תשפ"ד 📝
  • רעפאבליקאנער קענען זיך נישט פאראייניגן איבער א פירער

    א מאדנע ספעקטאקל שפילט זיך אפ אין די טעג אין די פאליטישע וועלט, ווען די האוז אף רעפרעזענטעטיווס וואס מען רופט די "קאנגרעס" שטייט שוין אן א ספיקער פאר איבער צוויי וואכן. &nbsp; דאס האט פאסירט ווען די מיטגלידער פונעם קאנגרעס האבן אין א היסטרישע שריט געשטימט ארויסצואווארפן קעווין מעקארטי פונעם ספיקער פאזיציע, א פארשעמונג וואס קיין איין ספיקער איז נאך נישט דורכגעגאגנען, און דאס איז טראץ וואס ער איז פון די רעפאבליקאנער, וואס האבן כהיום א שמאלע אבער קלארע רוב אינעם קאנגרעס פון פון 221 קעגן 212 דעמאקראטן. &nbsp; קאנגרעס קען טעכניש ווייטער אנגיין אזוי אן א ספיקער, אבער דער פאזיציע איז וויכטיג בעיקר כדי צו קענען לייגן זאכן אויף די אגענדע, דאס מיינט צו באשליסן אויף וועלכע געזעצן מען זאל שטימען, און אויך דארף דער ספיקער העלפן פירן דעם מאיאריטעט פארטיי און זיכער מאכן אז מען קומט זיך דורך. &nbsp; כדי צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט דארף מען צוריק קוקן אביסל וואס האט פאסירט ווען דער יעצטיגער קאנגערס איז איינגעשוואוירן געווארן. ווען מען האט זיך דערזען נאך די וואלן מיט א שמאלע רעפאבליקאנער מאיאריטעט האבן עטליכע רעפאבליקאנער זיך צוזאם גענומען און פארלאנגט אז כדי זיי זאלן גרייט זיין צו וועלן פאר מעקארטי פאר ספיקער דארף ער גרייט זיין צו טוישן די רעגולאציעס און מסכים זיין אז אפילו בלויז עטליכע מיטגלידער וועלן קענען בעטן ארויסצואווארפן דעם ספיקער. &nbsp; יעצט ווען עס האט געהאלטן ביי א מצב אז מען האט געדארפט שטימען צו העכערן דעם חובות דאך פון אמעריקע כדי די רעגירונג זאל ווייטער קענען פונקציאנירן האט זיך געמאכט א קאנפליקט צווישן די פירערשאפט און די עטליכע פאראייניגטע קאנגרעס מיטגלידער, די פירערשאפט האט געוואלט נאכגעבן פאר די דעמאקראטן און לאזן העכערן דעם בארגן לימיט, אבער די חברה האבן געסטראשעט אז זיי וועלן פארלאנגען א נייע פירערשאפט אויב מען געבט עס נאך. וכך הוה, תיכף נאכדעם וואס מען האט געהעכערט דעם חובות דאך האבן זיי פארלאנגט א וואוט אויף די ספיקער פאזיציע, וואס אלע דעמאקראטן האבן פארשטייט זיך געשטימט אויף ניין, אבער די עטליכע רעפאבליקאנער האבן זיך צוגעשטעלט צו זיי און מעקארטי איז ארויס געווארפן געווארן. &nbsp; אזוי ציט זיך עס שוין זינט דעמאלטס, און עטליכע רעפאבליקאנער האבן שוין פרובירט צו לויפן פאר די פאזיציע, אבער ביזדערווייל זענען אלע דורכגעפאלן, און דער קאנגרעס ספיקער אמט איז דערווייל ליידיג. &nbsp; פאריגע וואך אין די סדרה זעט מען צוויי תקופות פון די וועלט וואס מענטשן האבן געזינדיגט, און דער אויבערשטער האט זיי באשטראפט, דער ערשטער איז געווען ותמלא הארץ חמס, מען האט גע'גנב'עט, ווייט קאלער קריימס, מען האט אריינגעהעקט אין יענעמ'ס אקאונט, און גע'לקח'ענט בלויז "איין פעני", וואס האט דער אויבערשטער געטון? וימח את כל היקום, אלעס אויס. שפעטער האבן זיך די חכמי כעלעם צוזאם גענומען, און זיך אנגעהויבן זארגן, גלאבעל ווארמינג, די וועלט גייט אונטער, לאמיר מאכן א טורעם ארויפגיין אין הימל און מלחמה האלטן מיטן אויבערשטן, וואס טוט דער אויבערשטער, מען גייט זיי צומישן זייער שפראך, דער ערשטער בעט א האמער, אבער דער פארשטייט דריל, ער בעט וואסער, אבער ער פארשטייט האלץ, דער אויבערשטער האט זיי פארשפרייט, און אלעס איז בטל געווארן. &nbsp; רש"י פרעגט "וכי אי זו קשה של דור המבול או של דור הפלגה, אלו לא פשטו יד בעיקר, ואלו פשטו יד בעיקר להלחם בו, ואלו נשטפו ואלו לא נאבדו מן העולם, אלא שדור המבול היו גזלנים והיתה מריבה ביניהם, לכך נאבדו, ואלו היו נוהגים אהבה וריעות ביניהם, שנאמר שפה אחת ודברים אחדים, למדת ששנאוי המחלוקת וגדול השלום" פארוואס איז דער אויבערשטער געווארן אזוי ברוגז אויפן דור המבול? אביסל קלעבעדיגע הענט? נא שוין, אבער דער דור הפלגה זענען דאך געווען מינים ואפיקורסים! זאגט רש"י אז די דור הפלגה האט געהאט אחדות, שלום, "שפה אחת דברים אחדים" און ווען עס איז דא שלום מען פארשטייט זיך איז דא הצלחה, אבער ביים דור המבול איז געווען מחלוקת און דער אויבערשטער האט זייער פיינט מחלוקת. ווען מען קריגט זיך ווערט דער גאנצער יקום אויס, וימח את כל היקום. &nbsp; ווען די רעפאבליקאנער להבדיל וואלטן ווען געלערענט דעם רש"י וואלטן זיי געזען ווי די נארישע קריגערייען - אפילו ווען זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט - ברענגען זיי אונטער. די עטליכע רעפאבליקאנער וואס האבן זיך צוזאם גענומען קעגן די פירערשאפט האבן געהאט הצלחה אין זייער מיסיע, אבער די רעפאבליקאנער בכללית זענען אין דער ערד ווייל זיי קריגן זיך. און ווען מען קריגט זיך, איז גארנישט דא. &nbsp; לאמיר לאזן די רעפאבליקאנער מיט די דעמאקראטן און אלע אנדערע נארישע פארטייען זיך רייסן ביי די קעפ, גיי לערן מיט א גוי ברטנורא... אבער וואס טוט זיך ביי אונז אינדערהיים? דא דארפן מיר זען אז מען זאל זיך ליב האבן און רעדן שיין איינע צום צווייטן. לאז שוין אפ דיין גערעכטיגקייט. און בעט איבער, הייב אן פון יעצט רעדן שיין, וועסטו זען ווי שיין דיין הויז וועט בליען, און אפילו מיר גרייזן צומאל - מיר זענען דאך מענטשן - וועלן די קינדער אויסוואקסן בסעייתא דשמיא ערליכע אידן. &nbsp; למדת ששנאוי המחלוקת וגדול השלום

    < זעה מער ח חשון תשפ"ד 📝
  • צוויי אידישע משכונות ברוך השם באפרייט פון עזה

    אין דעם גרויסן חשכות פון די צרות און טראגעדיעס וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט פארגאנגעם שמחת תורה, האבן אידישע קינדער אויפגענומען דעם מעט מן האור אז כאמאס האט איינגעשטימט ארויסצולאזן צוויי פון די איבער צוויי הונדערט משכונות וועלע זי האט פארכאפט ביי זייער אטאקע. &nbsp; די כאמאס טעראר גרופע האט איבערגעגעבן די צוויי אידישע משכונות א מאמע מיט איר טאכטער פאר די רויטע קרייץ הילפס הארגאניזאציע אין עזה פאריגע וואך סוף וואך וועלכע האט זיי צוגעטראגן צום געניץ פון מדינת ישראל פון וואו זיי זענען אהיים געפלויגן קיין שיקאגא אילינוי. די צוויי זענען געווען געסט אין איינע פון די ישובים וועלכע זענען איבערגעפאלן געווארן דורך די ברוטאלע חיות, און זענען פארכאפט געווארן אינאיינעם מיט נאך פילע. די צוויי אידן זענען שומרי תורה ומצוות און זענען מיטגלידער אין די לאקאנע חב"ד קהלה. &nbsp; אין די זעלבע צייט גייען אן די תפלות פון אידישע קינדער אויף די איבעריגע פארכאפטע וועלכע זענען נעבעך פארכאפט אין עזה אז זיי זאלן זיך אומקערן אהיים געזונט בגוף ונפש וואס שנעלער, און אזוי אויך איז כלל ישראל מתפלל אז די בלוט פארגיסונג זאל זיך שוין אויפהערן און קיינער זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן אין די אנגעהיצטע אטמאספערע אין מיטל מזרח. &nbsp; אין אזא צייט איז זייער פאסיג מען זאל זיך איינקויפן גוטע לייף אינשורענס, און זיך פארזיכערן אז גארנישט בייז פאסירט, אזוי אויך איז יעצט די צייט מען זאל אפירנעמען אפעקטיווע סגולות פאר אריכת ימים. חז"ל זאגן "כל המשלים פרשיות עם הציבור מאריכים לו ימיו ושנותיו", דאס איז א סגולה פון חז"ל וואס איז קלאר און זיכער, און דאס איז בעסער פון די בעסטע לייף אינשורענס, וואס קען בסך הכל געבן "געלט" פאר די משפחה, אבער דאס איז באמת א פארזיכערונג פארן לעבן ווי חז"ל זאגן, און אזוי ווערט אויך געפסקענט אין שולחן ערוך "חייב אדם להשלים פרשיותיו עם הציבור". &nbsp; אסאך מענטשן זענען נישט מעביר סדרה צוליב חוסר ידיעה, מען מיינט אז מען איז נאר יוצא ערב שבת קודש, אבער אין שלחן ערוך שטייט "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור" אז פון זונטאג קען מען שוין מעביר סדרה זיין, און די משנה ברורה ברענגט אז דער הייליגער ווילנער גאון האט זיך אזוי געפירט. &nbsp; און נישט קיין חילוק צי מען האט מעביר סדרה געווען פאריגע וואך, און צי מען וועט מעביר סדרה זיין נעקסטע וואך קען מען זיך היינט נעמען מעביר סדרה זיין די נייע הערליכע סדרה פרשת לך לך, און זוכה זיין צו א גוטע לאנגע לעבן, און נאך מער מען וועט "וויסן וואו דער אויבערשטער וואוינט", ווי עס איז באקאנט דער סיפור אז דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט געהערט אלץ קינד פון הייליגן רבי ר' מרדכי'לע פון נאדבורנא זי"ע "פולעווע" (לערן אסאך) "אין חומש רש"י, ווייל איך קען אסאך גרויסע תלמידי חכמים וואס ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י ווייסן זיי נישט וואו דער אויבערשטער וואוינט". &nbsp;

    < זעה מער ז חשון תשפ"ד 📝
  • אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט לייגט ארויס גלאבאלע סעקיורטי אלערט

    די סטעיט דעפארטמענט פון די פאראייניגטע שטאטן - די זעלבע וואס האבן געווארענט פאר ראש השנה אז מען טאר נישט פאר קיין אומאן - האט א סיסטעם אויף זייער וועבסייט וועלכע זיי רופן "טראוועל אדווייזערי" דאס מיינט אז זיי ראטן צי מען זאל פארן אין געוויסע לענדער אדער נישט. ווען מען קלאפט אריין א נאמען פון סיי וועלכע לאנד אויף דער וועלט וועט ארויפקומען אן אלערט איינע פון פיר שטאפלען. 1 בלוי, איז די נידעריגסטע וואס זיי רופן "זיין נארמאל פארזיכטיג" וואס מיינט אז מען קען דארט פארן. 2. געל, "זיין מער פארזיכטיג", 3. אראנדזש, "טראכט איבער צי דו זאלסט דארט פארן און 4. רויט, "פאר נישט אהין". &nbsp; די סיבות פארוואס די רעגירונג לייגט ארויף לענדער אויף די פארשידענע שטאפלען פון אדווייזעריס זענען געווענליך געבינדן צו סיבות ווי אומסטאבילע רעגירונגען, פאליטשע איבערקערענישן, טעראריזם וואכזאמקייט, און פאבליק געזינט ריזיקעס. די סטיעט דעפארטמענט האבן ספעצילע באאמטע וואס קוקן כסדר נאך און האלטן אן אויג אויף די פילע לענדער איבער די וועלט, און ווען עס קומען ארויף איינע פון די סיבות וואס מאכן לויט זיי א סכנה צו רייזן אהין, וועלן זיי ארויפרוקן דעם אדווייזערי שטאפל, און צושרייבן די סיבה פארוואס זיי האלטן אז מען דארף זיין דארט מער פארזיכטיג. &nbsp; לאור וואס אמעריקע האט זיך אריינגעמישט אין די מלחמה אין מיטל מזרח, און האט געברענגט אויף זיך די אויברויז פון די מוסלמענער, האט די סטעיט דעפארטמעמנט ארויסגעלייגט אן אראנדזשע "אלוועלטיכע פארזיכטקייט אלערט", און געבעטן רייזענדע און אמעריקאנער אין אויסלאנד צו זיין באזונדער אויף די וואך פאר פאטענציאלע סכנות פון אויפגעברויזטע מוסלמענער אדער אראבער וועלכע קענען וועלן נקמה נעמען אויף דעם וואס אמעריקע מישט זיך אריין אין די מיטל מזרח קעגן זייערע אינטערעסן. &nbsp; יעצט ווען די די סטעיט דיפארטמענט האט ארויסגעלייגט דעם אלוועלטליכן סעקיוריטי אלערט דארף מען געדענקען אז קודם כל איז עס דער אויבערשטער וועלכע געבט אונז סעקיוריטי, און עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן ווייל מיר האבן א גרויסער גאט וועלכע היט אונז אויף טריט און שריט. &nbsp; און צו די אלע וואס פאניקן נאך אלץ איז גוט אנצואווייזן, אז אויב אונזער זכרון ארבעט גוט האט די זעלבע סטעיט דעפארטמענט ארויסגעלייגט א נומער 4 רויטע "פאר נישט אהין" טרעוועל אדווייזער אויף אוקריינא, און האט אפילו ארויסגעלייגט א סטיעטמענט פאר ראש השנה אז די דעפארטמענט אויף סעטיט רעקאמענדירט אז אמעריקאנער בירגער זאלן נישט פארן קיין אוקריינא, און האבן ווייטער ארויסגעשריבן "דער רעקאמענדאציע גייט ארויף אויף אמעריקאנער בירגער וואס טראכטן צו רייזן קיין אומאן אויף ראש השנה", ווייטער האבן זיי ארויסגעברענגט אז זייער אמבאסאדאר אין קיעוו איז זייער געצוימט, עס גייט פאר א מלחמה און אזוי ווייטער. &nbsp; עס איז איבעריג צו זאגן אז די צענדליגע טויזנטער וואס זענען געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה און די טויזנטער וואס פארן קיין אוקריינא אויף קברי צדיקים זאגן אלע עדות אז אין די געגענטער וואס די אידן פארן איז נישט קיין זכר פון קיין מלחמה, און אז די גאנצע "טראוועל אדווייזערי" איז אין בעסטן פאל שטארק איבערגעטריבן. &nbsp; הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל

    < זעה מער ד חשון תשפ"ד 📝
  • אמעריקאנער פרעזידענט'ס באזוך אין מיטל מזרח געשטערט צוליב שפיטאל אויפרייס

    דער אמעריקאנער פרעזידענט ביידען האט זיך נעכטן ארויסגעלאזט צו א קורצע באזוך מיט א פלאן צו פארן פאר זיצונגען אין מדינת ישראל, און דערנאך קיין ירדן, ווי מען האט געפלאנט צו האבן א זיצונג מיט ירדנ'ס קעניג אבדולא, פאלעסטינע פרעזידענט אבאס, און עגיפטנ'ס פרעזידענט על-סיסי. בשעת דער פרעזידענט איז געווען אין די לופט, האט - ווי נעכטן באריכטעט - פאסירט א גרויסע אויפרייס אין א שפיטאל אין צפון עזה, ווי עטליכע הונדערט פאלעסטינער זענען אומגעקומען, דאס האט גורם געווען אז דער זיצונג אין ירדן איז תיכף אפגערופן געווארן. &nbsp; די אראבישע וועלט האט געליארעמט אז מדינת ישראל האט געשאסן א מיסל צום שפיטאל, און די מידיע האט עס תיכף אפגעקויפט אן קיין פראגעס, און אין די גאנצע וועלט האבן די העדליינס געלויטעט אז איבער פינף הונדערט אומגעקומען אין מדינת ישראל אטאקע אויף שפיטאל אין עזה. און אפילו אין די פרייע אמעריקע וואס האלט זיך אלץ שטיצער פון מדינת ישראל האבן עס רוב מידיע נעצן אזוי געדעקט. &nbsp; מען קען אפשר אריינגיין אינעם נושא איבער ציונות, קנאות, ווער איז שולדיג, און מען קען רעדן אז די מדינה איז באמת א מרידה במלכות שמים פון די ערשטע מינוט, וואס איז אביסל א האקעלע נושא צו רעדן אין אזא צייט ווען אידיש בלוט גיסט זיך, און מען באוויינט די שווערע הונדערטער אידן וואס קומען נעבעך אום אויפן מזבח פון כוחי ועוצם ידי און נאציאנאליזם. &nbsp; דא וועלן מיר בארירן אן אנדערע פונקט, פארוואס זאל זיך די מידיע צוכאפן צו דעם ליגנט אז מדינת ישראל איז שולדיג אינעם אויפרייס נאך איידער מען האט אפילו געהאט א שאנס עס נאכצוגיין? פון וואו האבן זיי גענומען די קאנפידענץ צו באריכטן אין די ערשטע מינוט מיט אזא בלעכענעם פנים אז מדינת ישראל איז שולדיג דערין, אפילו זיי ווייסן אז דאס וועט אויפרייצן די גאנצע אראבישע וועלט - וואס מאכט ליידער נישט קיין חילוק צווישן א איד און די מדינה - קעגן אידישע קינדער? &nbsp; און דאס האט מען געזען אפילו ביי צייטונגען וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורך אידיש אפשטאמיגע ארויסגעבער ווי די ניו יארק טיימס. און די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. אין די גאנצע וועלט - בפרט אין די אראבישע וועלט - האבן זיך צענדליגער טויזנטער מאסן זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן אין פראטעסטן האלטנדיג די פענער פון פאלעסטינע שרייענדיג "אלא אכבאר". ערליכע אידן פארלאזן זיך אויפן אויבערשטן, וויסנדיג אז ער פירט די וועלט, און קיינער קען מיר נישט טון נישט קיין שלעכטס און נישט קיין גוטס אן דעם וואס דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט. &nbsp; וואס מען קען ארויסנעמען פון די גאנצע סומאטוכע איז אז מען קען די נייעס נישט גלייבן קיין כי הוא זה. עס איז א שאד יעדע מינוט וואס מיר געבן אוועק צו ליינען וואס די אינטערנעט אנגעפאשעטע שרייבערס ווילן אונז פארקויפן, ווייל די זעלבע זאך ווי דאס טוען זיי כסדר, זייער אגענדע איז סך הכל אנצודרייען כאאס, און צושלעפן תמימות'דיגע ליינער, וואס וועלן דערשראקענערהייט לויפן קויפן זייער צייטונג כדי צו וויסן די לעצטע "קראנטע" נייעס... &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג אז די פרשת השבוע דאס איז אונזער נייעס. די העדליינס היינט איז, אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר נח אז מען דארף תשובה טון. אויך איז היינט אויף די פאדערשטע בלאט פון די נייעס אז דער אויבערשטער האט געהאט טענות אויף נח פארוואס ער איז געווען א צדיק אין פעלץ, דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זיין ווי אברהם אבינו און מפרסם זיין און מגלה זיין פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. &nbsp; דאס איז נייעס, און דאס איז קראנטע נייעס, און מיט דעם וועלן מיר לעבן א גוטע לעבן סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.

    < זעה מער ג חשון תשפ"ד 📝
  • מיסל רייסט אויף אין הויף פון עזה שפיטאל ברענגט אום הונדערטער

    אין די מינוטן קומען אריין באריכטן פון עזה איבער א מאכטפולע באמבע וואס האט אויפגעריסן פארענט פון די אכלי שפיטאל אין עזה סיטי וואס געפונט זיך צפון עזה, וואס איז די געגענט וואס די איזרעאלישע מיליטער האט באפוילן צו אוועקואירן. באריכטן געבן אן אז אויפרייס האט געקאסט דאס לעבן פון עטליכע הונדערט מענטש, סיי פאציענטן, און סיי פון אנדערע וואס האבן דארט געזוכט שוץ האפענדיג אז דארט איז מען מער פארזיכערט. &nbsp; אין די מינוטן איז נישט קלאר ווער עס האט דארט געשיקט די באמבע, און יעדער לייגט עס אן אויפן אנדערן, די פאלעסטינער און די אראבישע וועלט ברויזט געפערליך אויף די איזראעלישע מילטער און רופט פאר נקמה, בשעת איזראעל טענה'ט אז דאס קומט גאר פון א באמבע וואס די איסלאמיק דזשיאד האט געשיקט צום ריכטוג פון די אידישע שטעט אין ארץ ישראל אבער איז דורכגעפאלן, אראפ פאלענדיג ביי זיי אין הויף. &nbsp; אידן איבער די גאנצע וועלט וואס לעבן מיט אמונה פאלן נישט אריין אין קיין פאניק, מען ווייסט אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, און נאר אויף אים קען מען זיך פארלאזן. מען דאווענט מען בעט און מען זאגט תהלים. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אין די טעג מפרסם געווען אז מוהרא"ש פלעגט אין אזא צייט זאגן אז מען זאל יעדן טאג זאגן קאפיטל פ"ג אין תהלים,&nbsp; &nbsp; (פג) שִׁיר מִזְמוֹר לְאָסָף: אֱלֹקִים אַל דֳּמִי לָךְ אַל תֶּחֱרַשׁ וְאַל תִּשְׁקֹט אֵל: כִּי הִנֵּה אוֹיְבֶיךָ יֶהֱמָיוּן וּמְשַׂנְאֶיךָ נָשְׂאוּ רֹאשׁ: עַל עַמְּךָ יַעֲרִימוּ סוֹד וְיִתְיָעֲצוּ עַל צְפוּנֶיךָ: אָמְרוּ לְכוּ וְנַכְחִידֵם מִגּוֹי וְלֹא יִזָּכֵר שֵׁם יִשְׂרָאֵל עוֹד: כִּי נוֹעֲצוּ לֵב יַחְדָּו עָלֶיךָ בְּרִית יִכְרֹתוּ: אָהֳלֵי אֱדוֹם וְיִשְׁמְעֵאלִים מוֹאָב וְהַגְרִים: גְּבָל וְעַמּוֹן וַעֲמָלֵק פְּלֶשֶׁת עִם יֹשְׁבֵי צוֹר: גַּם אַשּׁוּר נִלְוָה עִמָּם הָיוּ זְרוֹעַ לִבְנֵי לוֹט סֶלָה: עֲשֵׂה לָהֶם כְּמִדְיָן כְּסִיסְרָא כְיָבִין בְּנַחַל קִישׁוֹן: נִשְׁמְדוּ בְעֵין דֹּאר הָיוּ דֹּמֶן לָאֲדָמָה: שִׁיתֵמוֹ נְדִיבֵמוֹ כְּעֹרֵב וְכִזְאֵב וּכְזֶבַח וּכְצַלְמֻנָּע כָּל נְסִיכֵמוֹ: אֲשֶׁר אָמְרוּ נִירֲשָׁה לָּנוּ אֵת נְאוֹת אֱלֹקִים: אֱלֹקַי שִׁיתֵמוֹ כַגַּלְגַּל כְּקַשׁ לִפְנֵי רוּחַ: כְּאֵשׁ תִּבְעַר יָעַר וּכְלֶהָבָה תְּלַהֵט הָרִים: כֵּן תִּרְדְּפֵם בְּסַעֲרֶךָ וּבְסוּפָתְךָ תְבַהֲלֵם: מַלֵּא פְנֵיהֶם קָלוֹן וִיבַקְשׁוּ שִׁמְךָ ה' יֵבֹשׁוּ וְיִבָּהֲלוּ עֲדֵי עַד וְיַחְפְּרוּ וְיֹאבֵדוּ: וְיֵדְעוּ כִּי אַתָּה שִׁמְךָ ה' לְבַדֶּךָ עֶלְיוֹן עַל כָּל הָאָרֶץ: &nbsp; אין דעם קאפיטל בעט מען דעם אויבערשטן, "באשעפער שווייג נישט, די שונאי ישראל פון אלע פעלקער האבן זיך געהויבן די קאפ, זיי ווילן אויסמעקן דאס אידישע פאלק ר"ל, באשעפער טוה מיט זיי ווי דו האסט געטון פאר מדין, סיסרה, און יבין (מלך חצור - מלבי"ם) וואס דו האסט זיי אלע אויסגעמעקט און אויסגעראטן", און מען בעט ווייטער דעם אויבערשטן ער זאל פארלענדן און אויסרייסן אלע אנטיסעמיטן, און מען ענדיגט צו אז דאן וועלן אלע זען אז דו באשעפער ביסט דער אייציגער און דו ביסט בעל הבית און פירסט די גאנצע וועלט. &nbsp; וידעו כי אתה שמך ה' לבדך עליון על כל הארץ

    < זעה מער ב חשון תשפ"ד 📝
  • אמעריקע זאגט אז זי קען שטיצן צוויי מלחמות אין די זעלבע צייט

    וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט הערט מען איבער די מצב אין ארץ ישראל, מען רעדט איבער די סטראשערייען פון איראן, פון די פארדאמונגען פון די יו ען, און די שטיצע פון אמעריקע, אלע באריכטן איבער די צוגרייטונגען פון די ארמייען צו איינעמען עזה און מאכן סדר איין מאל פאר אלעמאל ביי די כאמאסניקעס און זיי אויסראטן. &nbsp; דאס איז אין די זעלבע צייט וואס ביי די מלחמה וואס קומט פאר אין די אנדערע זייט וועלט צווישן רוסלאנד און אוקריינא טוט זיך אויך א וועלט, וויפיל האבן געהערט אז אין די לעצטע טעג - דאס קומט אויס בערך אין די זעלבע צייט וואס די מלחמה אין ארץ ישראל האט זיך אנגעפאנגען - האבן זיך געדאפעלט די צאל טרופן וואס אוקריינא האט באוויזן אומצוברענגען פון רוסלאנד, אין געווענליכע טעג פלעגן זיין בערך פיר הונדערט טויטע רוסישע סאלדאטן בעת ווען אין די לעצטע וואך האט זיך עס געהויבן צו בערך אכט הונדערט א טאג. ווען נישט וואס די שווערע צושטאנד אין ארץ ישראל וואלט עס לכאורה געווען העדליינס, אלע וואלטן גערעדט "האסט געהערט וואס אוקראינע האט לעצטענס באוויזן", און די מידיע וואלט געמאכט אנאליזן צי אוקראינע וועט עס יא קענען באווייזן, צי נישט, אויב דאס איז א באווייזן אז די "קאנטער-אפענסיווע" איז סוקסעספול, אדער איז נאר צוליב דאס און יענץ. &nbsp; א ריפארטער האט אפילו אנגעפרעגט דעם אמעריקאנער פרעזידענט ביידען נאכדעם וואס ער האט געשיקט מיליטערישע הילף אויסצוראטן כאמאס און צוגעזאגט צו העלפן מיט אלעם וואס פעלט אויס צי אמעריקע איז נישט איבערגעשטרענגט מיט די מלחמה וואס זי שטיצט אין אוקריינא. &nbsp; די סיבה פארוואס די אוקראינע נייעס ווערט אוועקגעשטופט טראץ וואס לויט די צאל טויטע וואלט עס געדארפט זיין אסאך א שטערקערע נייעס איז צוויי פאכיג, איינס ווייל אין ארץ ישראל וואוינען מיליאנען אידישע קינדער, און די נייעס איז נאנט צום הארץ, אלע האבן דארט קרובים און באקאנטע, און אידישע קינדער זארגן זיך איינע פארן צווייטן, אבער אויך איז דא נאך א סיבה, דאס איז צוליב וואס די מלחמה פון רוסלאנד איז אלטע אויסגעוועפטע נייעס, דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט א נאטור אין מענטשן אז מען גלייכט נייעס, און ווען מען רעדט פון א זאך צו לאנג, פארלירט מען די געדולד דערצו. &nbsp; דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף זיך "חידוש כמוני לא היה בעולם", די וועלט וואונדערט זיך אויף דעם אויסדרוק, במשך די דורות האבן מיר געהאט די הייליגע אבות, די שבטי קה, די נביאים, די שופטים, גאונים, ראשונים, צדיקים, פוסקים, און וואס מיינט דאס "לא היה בעולם", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס גייט ארויף אויף די מדת ההתחדשות. דער רבי איז געווען אזא חידוש אין התחדשות וואס אזאנס איז נאכנישט געווען אויף דער וועלט. דער רבי האט געמאכט טויזנטער התחלות יעדן טאג, ווייל דאס איז די שליסל מען "זאל נישט אלט ווערן". &nbsp; דאס קענען מיר ארויסנעמען פון דעם וואס מען רעדט מער נישט פון אוקראינע, אז ווען מען לערנט די היייליגע תורה, מען הערט די עצות פון די צדיקים זאל מען טראכטן אז מען הערט עס יעצט צום ערשטן מאל, מען איז יעצט געוואר געווארן פון די זיסע עצה פון רעדן צום אויבערשטן, מען האט היינט צום ערשטן מאל געהערט אז דער אויבערשטער האט מיך ליב אפילו מיט אלע מיינע דורכפעלער, ברעיקינג ניוס: עס איז דא א וועג וויאזוי דו זאסלט קענען האבן שלום בית. מיט די עצה פון התחדשות קען מען זוכה זיין זיך צו האלטן ביים רבין און נישט אלט ווערן און ווערן נאכגעלאזט. &nbsp; חידוש כמוני לא היה בעולם

    < זעה מער א חשון תשפ"ד 📝
  • עווקואציעס ארויס פון ארץ ישראל אין ליכט פון מלחמה

    טויזנטער חרדישע אידן פון איבער די וועלט וועלכע האבן געוויילט אין ארץ ישראל געפונען זיך אין א שווערע סיטואציע אין די טעג בלייבענדיג שטעקן אין ארץ ישראל אינעם שווערן מלחמה צושטאנד. דער קריג וואס האט אויסגעבראכן פארגאנגענעם שמחת תורה אין וואס שווערע הונדערטער אידן זענען ליידער געשלאכטעט געווארן כצאן לטבח דורך בלוט דורשטיגע רוצחים האט נישט געקענט פאסירן אין אן ערגערע צייט פאר די צענדליגע טויזנטער חוץ לארץ'דיגע געסט וועכלע זענען געקומען קיין ארץ ישראל צו די פילע רביים אדער צו משפחה. &nbsp; טראצדעם וואס אפיציעל איז דער לופט פעלד אין תל אביב פולשטעדיג אפן, האט אבער דער קריג צוגעברענגט אז רוב רובם פון די לופטלינעס אריינגערעכענט אלע גרויסע אמעריקאנער עירלייס ווי אמעריקען, יונייטעד, דעלטא האבן תיכף געקענסעלט זייערע פלייטס, מורא האבענדיג אז א מיסל אדער א ראקעט זאל נישט טרעפן זייערע פליגערס, וואס דאס האט זיך נאר מער און מער פארערגערט מיט יעדן דורכגייענדען טאג, און פילע וואס האבן ריסקעדזשולט א טיקעט פאר גאר טייערע פרייזן האבן פלוצלינג באקומען א הודעה פונעם עירליין אז אויך דער נייער פלייט איז אפגערופן. &nbsp; די אלע משפחות מענער ווייבער און קינדער האבן זיך שוין געוואלט זען אינדערהיים סיי צוליב די כולל, דזשאב, ישיבה, חדר און סקול, און בפרט זוכט מען נישט צו זיין אוועק פונדערהיים אין א מלחמה צייט. אידישע קינדער האבן מתפלל געווען מען זאל קענען אנקומען איים, און צובילסעך האבן פילע לענדער אנגעהויבן צו שיקן פליגערס אהיים צו נעמען זייערע בירגער אנגעהויבן פון פוילן, בעליגע, פראנקרייך און נאכגעפאלגט מיט קאנאדע. &nbsp; אבער וויבאלד רוב פון די חוץ לארצדיגע געסט קומען אבער פון אמעריקע און ענגלאנד איז דאס בכלל נישט געווען קיין ישועה, אבער נאך אסאך תפילות האט דער אויבערשטער געהאלפן אז היינט האבן סיי אמערקיע און סיי די יו.קעי. געמאלדן אז זיי גייען אויך אוועקואירן זייערע בירגער, און אלע איינוואוינער פון זייערע מדינות זאלן זיך מעלדן צו די אויסערן דעפארטמענט ווי מען וועט זיי העלפן אנקומען אהיים. &nbsp; אידישע קינדער געפונען זיך אין גלות צווישן די אומות העולם און זענען מתפלל אז אונזער טאטע אין הימל זאל זיך שוין דערבארימען אויף אונז, מיר זענען אלע אין א שרעקליכע מלחמה זאנע, דער סמ"ך מ"ם באשיסט אונז מיט שמוציגע באמבעס ער ברעכט אויף די חומות פון אונזערע הייזער, טאטע און הימל מיר קענען נישט מער, אזוי וועלן מיר זיכער פועלן אז ער זאל שוין שיקן משיח צדקינו מיטן אדלער און אונז אוועקואירן צום בית המקדש השלישי, ווען עס וועט מקויים ווערן דער פסוק "לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה", און דער פסוק "וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ ועגל וכפיר ומריא יחדיו ונער קטן נהג בם" בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן. &nbsp; ואשא אתכם על כנפי נשרים ואביא אתכם אלי

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ד 📝
  • אידן רייסן איין בתפילה פאר די אידן אין ארץ הקודש

    אין די צייט וואס אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם צאפעלט דאס הארץ מיט שרעק און קענען נישט צו זיך קומען פון די שמועות מבהילות וואס קומען אן פון ארץ ישראל, ווען רוצחים האבן באפאלן פילע שטעט נעבן די גרעניץ און האבן נעבעך אומגעברענגט אידישע קינדער מיט די גרעסטע מאס אכזריות און קאלט בלוטיגקייט. טרעפן אידן זייער איינציגסטע טרייסט אינעם אויבערשטן, ווען מען זעט אז די מערסט פארגעשריטענסטע שפינאזש כחות זענען געכאפט געווארן אין א טאטאלע סורפרייז, ווען די רוצחים האבן זיך טרענירט אונטער זייער נאז, עס האט נישט געהאלפן קיין טאנקען עראפלאנען און אפילו נישט קיין אטאם באמבעס. אידישע קינדער האבן זיך אויפגעוועקט אויף זייער א ביטערע שווערע וועג אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נישט אויף די ממשלה נישט אויף די צה"ל און אפילו נישט אויף אמעריקע. &nbsp; אידן איבער די גאנצע וועלט רייסן איין תפילות פאר אחינו בני ישראל יושבי ארץ הקודש און אויף די פילע צענדליגע טויזענטע געסט וואס זענען דארט אז עס זאל זיי חלילה נישט פאסירן קיין שלעכטס, און אזוי אויך פאר די פילע פארכאפטע און פארוואונדעטע אז זיי זאלן זוכה זיין אהיים צו גיין צו זייערע משפחות געזונט און שנעל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אין די טעג געשריבן שטארקע נקודות אין די בריוו וואס איז וויכטיג צו געדענקען אין אזא עת צרה, נעכטן מוצאי יום טוב האט דער ראש ישיבה געשריבן אין א בריוו "שטארקט אייך מיט אמונה, ווערט נישט פארלוירן און געבט אכטונג אין שטוב אויף די משפחה אויף די קינדער מען זאל נישט אריינפאלן אין א בהלה. מען האט יעצט הושענא רבה געבעטן: "הושענא, נפש מבהלה הושענא"; דאס איז די גרעסטע צרה, אז מען פאלט אריין אין פאניק. &nbsp; מיר זענען אלע מתפלל אז אלע וואס זענען ליידער געשעדיגט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה און די געפאנגענע זאלן באפרייט ווערן. &nbsp; די אלע וואס בארומען זיך 'אונזער מיליטער, אונזערע טאנקען, אונזערע שפיאנען'; יעצט זעט מען ווי פארשעמט זיי זענען, נישטא קיין כוחי ועוצם ידי, "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר, שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר" (תהלים קכז, א), מיר דארפן זיך פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן, נאר ער איז אונזער היטער. &nbsp; אשרינו אז דער רבי לערנט אונז א גאנץ יאר די ריינע אמונה און ווען עס קומט שווערע טעג - דעמאלט זעט מען אז די אלע וואס רעדן צום אייבערשטן און לערנען דעם רבינ'ס ספרים זענען נישט קיין פליטעס, מען איז נישט פארלוירן, מען האלט זיך שטארק, מען בלייבט מיט א ישוב הדעת, און אנדערע וואס האבן נישט קיין צדיק אמת ווייסן נישט ווי זיך צו רירן אין לעבן מרוב פחד ובהלה; דאס דארף אונז געבן א שטופ צו גיין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות - פאר אלעמען." &nbsp; היינט האט דער ראש ישיבה מוסיף געווען "מיר האבן געהערט די שרעקליכע שוידערליכע נייעס, אז רוצחים אראבער זענען געקומען און גע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, און געפאנגען אומשולדיגע אידן, קינדער און עלטערע אידן; פון אינמיטן יום טוב ווען די נייעס איז אנגעקומען צו אונז - האבן מיר נישט קיין מנוחה. &nbsp; מיר דארפן געדענקען וואס די הייליגע תורה זאגט (תהלים קכז, א): "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר", אויב דער אייבערשטער היט נישט דעם שטאט, "שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר", איז גארנישט ווערד די היטערס; דאס זעט מען יעצט, ווען זיי בארימען זיך מיט זייער מיליטער, מיט זייער קלוגשאפט, מיט כוחי ועוצם ידי, זאל אזוינס פאסירן; עס זאל אריבערגיין צענדליגער שעות וואס אראבער זאלן גיין פון הויז צו הויז און אויס'שחט'ן טייערע אידישע קינדער. &nbsp; אודאי דארף מען זיך היטן פון די רוצחים, און אז עס איז א צייט פון מלחמה - דארף מען טון וואס מען קען זיך צו היטן, אבער זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די שומרים - זיי קענען העלפן; נאר דער אייבערשטער, ער העלפט און ער וועט אונז ראטעווען. &nbsp; מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה און תפילה. געבט אכטונג נישט זיך פארלירן, היט אויף ענקערע משפחות, זעט עס זאל זיין רואיג אין שטוב, די קינדער זאלן זיין רואיג. הערט נישט די נייעס, נאר אביסל וויפיל עס פעלט אויס צו וויסן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל זיי ווארפן א פחד און א שרעק. &nbsp; דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער. מיר דאווענען פאר אלע וואס זענען פארוואונדעט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה, און אלע געפאנגענע וואס זענען ביי די הענט פון די רוצחים - זאלן באפרייט ווערן. &nbsp; זינגט ניגונים פון אמונה דאס וועט אייך בארואיגן." &nbsp; &nbsp; נחשבנו כצאן לטבח... ובכל זאת שמך לא שכחנו &nbsp;

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ד 📝
  • פרישע קאוויד פאניק נעמט ארום די וועלט

    אין די לעצטע וואכן זעט מען א פרישע פאניק ביי מענטשן וועלכע הערן אויס די נייעס, ווען מען גייט ארויס אין די אלגעמיינע גאס קען מען זען פילע פארמאסקירטע פנימ'ער, פון פארפאניקטע דורכגייער וועלכע ציטערן פאר שרקע צוליב א פרישע אויפשטייג פון "קאוויד", די צייטונגען העדליינס פארמערן זיך יעדן טאג מיט קידוש לבנה אותיות איבער א פארמערונג פון קאוויד קעיסעס סיי אין אמעריקע און סיי איבער די וועלט. &nbsp; ווי עס זעט אויס האט די מענטשהייט זייער א קורצע זכרון, ווייל אויב מען קוקט צוריק אויף די קאוויד איבערקערעניש וואס האט אויסגעבראכן מיט דריי און א האלב יאר צוריק צווישן פורים און פסח שנת תש"פ קען מען קלאר זען דער חורבן וואס די פאניק האט אנגעמאכט; און ווי אלע האבן זיך געקענט איבערצייגן זענען רוב אומגעקומענע געווען פון די קרענק וואס הייסט "פאניק" וואס האט געפירט מענטשן צו טון אומזינגע זאכן, וואס האט ליידער צוגעברענגט פילע טויטפעלער. &nbsp; יעצט האבן די פאניק ליבהאבער זיך פריש גענומען צום קאוויד, און שרעקן אן אז דער יעצטיגער קאוויד קען מען קוים באמערקן, און די סימפטאמען זענען זייער באהאלטן און קוים וואס מען ווייסט אז מען האט קאוויד, דערפאר - זאגן זיי - איז זייער וויכטיג צו זיין אין פאניק און זיין זייער דערשראקן &nbsp; עס איז איבעריג ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט פון זייערע ווערטער, ווייל ווי זיי אליינס זאגן ליידט מען נישט פון קיין אטעמען פראבלעמען, אדער אפילו נישט פון קיין שמעקן און טעם פארלוסט, דער יעצטיגער קאוויד ווערסיע זאגן זיי אליינס שפירט זיך בלויז ווי א דורכגייענדע פארקילאכטס אדער א סעזאנאלע עלגערגיע מיט בלויז אביסל א רינעדיגע נאז וכדומה. &nbsp; אבער פארט זאגט עקספערטן אז עס איז דא איין נאטורליכע מיטל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט זייער ווירקזאם קעגן דעם דיזיס, און ווען מען האט אבזערווירט די וואס האבן גענומען דעם רפואה האט מען געזען גאר גרויסע חילוקים אין די עפעקטן וואס קאוויד האט געהאט אויף זיי. די שלעכטע נייעס איז אז זייער ווייניג ווייסן פון דעם רפואה, אבער די גוטע נייעס איז אז עס איז זייער גרינג צו באקומען - בפרט ביים היימישן ציבור - וואס לאזט זיך נישט נארן פון די שטראם פון די גאס - האט מען זיך שטארק אריינגעלייגט אז מען זאל עס קענען באקומען זייער גרינג. &nbsp; דער רפואה וואס איז אויך א רפואה פאר פילע פיזישע און גייסטישע מחלות הייסט אמונה, אז א מענטש נעמט אריין אין זיך אז דער אויבערשטער פירט די וועלט פונקטליך וויאזוי ער וויל עס, און ער האט די מערסטע עקספירנעס - שוין כמעט זעקס טויזענט יאר - און ער ווייסט פונקטליך וואס ער טוט. די וואס נעמען אריין פון די פילן, זאגן אז זיי שפירן זיך ממש ווי אן אנדערע מענטש, און די קאוודי סימפטאמען גיין כמעט אייביג אינגאנצן אוועק.

    < זעה מער ו תשרי תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 196 to 210 of 219 results

1 2 ... 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com