Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • טראפיק אין פילע אייראפעאישע לופטפעלדער אנגעשטויסן

    ווער עס קומט אריין אין די טעג אין פילע אייראפעאישע לופטפעלדער בכלל און נאך מער אין די איבער צוואנציג לופטפעלדער ארום אוקראינע זעט אז עס טוט זיך דארט א געוואלדיגע געפילדער, די לופטפעלדער זענען געפאקט און פארנומען, עס טוט זיך א געלויף און א טומל, איבעראל דרייען זיך ארום אידן מארבע כנפות הארץ, פון אלע שבטים און קרייזן, פון אלע שטעט און לענדער, עס טוט זיך מיט שופר בלאזן, מנינים פאר סליחות שחרית מנחה און מעריב...   ווער רעדט נאך אין די פליגערס גופא, צענדליגע טויזנטער אידן קוועטשן זיך אריין אין די שמאלע זיצן און קענען שווערליך פלאצירן זייער איבערגעפילטע "קערי אָן" רענצלעך, עס זעט עפעס אויס ווי די אידן האבן איינגענומען די עירליין אינדוסטריע... עס הערט זיך א נייגעריגע פראגע פון אן אומוויסנדע פארבייגייער "וואס גייט דא פאר? צו וועמען פארט מען, און וואס איז דער ציל?"   "אומאן, אוקריינא" איז דער ענטפער, "מיר פארן צום צדיק וואס האט געבעטן אז מיר זאלן זיין ביי זיין הייליגן ציון אין דעם פארכטיגן טאג ראש השנה"...   "אוקריינא? איר פארט אריין צו די מלחמה?"   "יא מיר פארן צום קריג, צום גרויסן מלחמה, עס טוט זיך אין מיין הארץ א שווערע מלחמה א גאנץ יאר, דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אראפ ווארפן, צוברעכן, צוקלאפן, ער וויל מיר אוועקשלעפן פון אויבערשטן, ער רעדט מיר איין אז דער אויבערשטער איז ברוגז אויף מיר, ער וויל אז עס זאל גארנישט בלייבן פון מיר, איך קעמף א מלחמה אויף מיין סאמע עקזיסטענץ"...   "וואס האט דאס מיט אוקראינא?" פרעגט ער מיט וואונדער.   "דארט אין אוקריינא געפינט זיך דער גענעראל, דער גרויסער צדיק וואס האלט מיר ביים לעבן, דער צדיק וואס דערמאנט מיר כסדר אז איך זאל נאכאמאל פרובירן, איך זאל פארט גיין דאווענען און לערנען, אפילו איך שפיר מיך ווי טויזנט מאל גארנישט, און דער גענעראל האט מיר גערופן און האט מיר אנגעזאגט אז איך מוז קומען, דערפאר קומען מיר".   דאס הארץ איז איבערגעפילט מיט בענשאפט, פון די אויגן פליסן שוין די טרערן, מען וויל זיך שוין זען ביים הייליגן רבינ'ס ציון, מען וויל שוין אפלאדענען די שווערע שטיינער וואס ליגט אויפן הארץ.   ביים הייליגן ציון וועלן מיר טון וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך אינעם בריוו "די ערשטע זאך ווען דו קומסט אריין צו די הייליגע פלאץ, קודש הקדשים, ביים ציון - זאלסטו צוגיין צום ציון און געבן א קיש, זאלסט געבן א פרוטה לצדקה, זאגן "הרינו מקשר עצמי" און אנהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי – שטייט, ווארט ביי ווארט.   ווען דו ענדיגסט די תיקון הכללי זאלסטו זאגן די תפילה פון רבי נתן, שטייטליך ווארט ביי ווארט. זאלסט מאכן השתטחות און זיך מתוודה זיין אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זאלסט דערציילן אלעס אין דיין שפראך (אידיש), אלעס וואס דו האסט געטון פון ווען דו ביסט געבוירן געווארן ביז די רגע וואס דו ביסט ביים ציון, און ווען דו ענדיגסט זיך מתודה זיין - זאלסטו אנהויבן בעטן פאר דיר און פאר אלע אידן, אלע זאלן תשובה טון און אז דו זאלסט טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.   ווען דו ענדיגסט מיט די ווידוי און מיט די בקשות - זאלסטו אנהויבן ספר תהלים, און אז דו וועסט קענען ענדיגן גאנץ תהילים - איז דאס זייער א גרויסע זאך, און אז נישט - זאלסטו נישט ווערן מבולבל.   אויב דו קענסט - זיי מיך מזכיר ביים ציון, די טובות וואס דו האסט באקומען פון מיר."   מיר וועלן וויינען צום אויבערשטן "רבונו של עולם העלף מיר, רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, רבונו של עולם נעם מיך ארויס פון שאול תחתית, רבונו של עולם זיי מיר מוחל אויף מיינע חטאים, עוונות ופשעים, איך טו תשובה מיט אן אמת"   און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועלן מיר נאך יום טוב צוריק אהיים גיין צו אונזער משפחות איבער די גאנצע וועלט מיט פרישע כחות ברוחניות ובגשמיות, אויסגעפועלט ישועות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער כו אלול תשפ"ג 📝
  • רוסלאנד'ס לונא-25 לבנה מיסיע דורכגעפאלן

    אין נייעס פון די הויכע רוימען קומט אריין א באריכט אז דער רוסישער ספעיס שיף מיטן נאמען לונא-25 וואס איז ארויסגעשיקט געווארן אנהויב חודש אויגוסט למספרם האט אריינגעקראכט אין די לבנה אויבערפלאך און איז גענצליך חרוב געווארן. דער באריכט איז באשטעטיגט געווארן דורך מר. ראס קאסמאס, דער פירער פון די רוסישער ספעיס אגענטור. &nbsp; דער מיסיע איז דער ערשטער רוסישער מיסיע צו די לבנה זינט 1976 למספרם ווען רוסלאנד איז נאך געווען א טייל פונעם סאוויעטן פארבאנד. רוסלאנד'ס ספעיס אגענטור האט אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות אין דעם לונא 25 מיסיע, עס איז אריינגעגאנגען דערין איבער צוואנציג יאר ארבעט, און האט אריינגעצויגן אין איבער צוועלף א האלב ביליאן רובל, דער מיסיע האט געפלאנט צו געדויערן איבער א יאר צייט, דער ציל פון די מיסיע איז געווען צו דורכפירן פילע וויסנשאפטליכע עקספירימענטן אויפן לבנה און העלפן פילע טעכנאלאישע פארשריט. אזוי אויך האט עס געזאלט אויספלאסטערן א וועג פאר א נייע ספעיס לאנדונג טעכנאלאגיע אויף צוקונפטיגע רוסישע לבנה מיסיעס. &nbsp; דער דורכפאל האט איבערגעלאזט א גרויסע פראגע איבער די רוסישע ספעיס מעגליכקייטן, און צי זיי זענען בכלל ביכולת אנצוקומען צו זייערע ווייטע און גרויסע אמביציעס. &nbsp; בשייכות מיט דעם באריכט קומט אריין א א גאר מערקווידיגן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט מיט איבער זעכציג יאר צוריק, ווען עס איז פארגעקומען א הייסע ספעיס קריג צווישן די מערב וועלט לענדער מיט די סאוויעטן, ווען יעדער האט פרובירט איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט פרישע ספעיס דערגרייכונגען, צווישן זיי האבן סיי אמעריקע און סיי רוסלאנד געוואלט אנקומען צו די לבנה, אין יענע טעג האט זיך דער לעלובער רבי הרה"ק ר' משה מרדכי זי"ע געפונען אין עיה"ק מירון, איין טאג איז ער געשטאנען דארט פארטראכט און ארויפגעקוקט צום הימל, און נאך עטליכע מינוט האט ער זיך אנגערופן: "די רוסן ווילן דערגרייכן די לבנה, אבער עס וועט זיי נישט געלונגען, זיי וועלן דורכפאלן, פאר די אמעריקאנער וועט עס געלונגען, דאס איז צוליב וואס די אמערקאנער האבן אמונה, אבער די רוסן זענען געמיינע כופרים". &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז די סיבה פארוואס די וועלט האט אזא רעספעקט פארן אמעריקאנעם דאלאר איז צוליב וואס עס שטייט אויפגעשריבן אויף יעדע אמעריקאנער מטבע און באנקנאט "אין גאד ווי טראסט", "מיר גלייבן אין אויבערשטן". און פאר אמונה האבן אלע דרך ארץ. מוהרא"ש פלעגט דערפאר אלץ עצה'נען אז ווען מען האט צו טון מיט מענטשן זאל מען כסדר דערמאנען דעם אויבערשטן, אפילו ווען מען דארף האנדלען מיט גוים, ווען מען דארף גיין עפעס ערלעדיגן ביי א שטאטישע אפיס, אדער מען זיצט אין א גוי'יאשע טעקסי, זאל מען אים זאגן עפעס וואס דערמאנט דעם אויבערשטן, צום ביישפיל אז ער האט דיר עפעס א טובה געטון, זאג אים "גאד בלעס יו", "דער אויבערשטער זאל דיר בענטשן", אדער אויב ער באקלאגט זיך אויף עפעס וואס גייט אים שווער, זאג אים "איי וויל פרעי פאר יו טו גאד", "איך וועל דאווענען פאר דיר ביים אויבערשטן", און דו וועסט זען וואונדער ווי אלע טויערן וועלן זיך דיר עפענען. &nbsp; וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך

    < זעה מער יג אלול תשפ"ג 📝
  • וואַגנער פירער יעווגאַני פריגאָזשען אומגעקומען אין עראפלאן קראך

    די לעצטע צייט האט די וועלט כסדר געהערט פונעם קוראיזן רוסישער פארשוין יעווגאני פריגאזשען. "פריגאזשען זאגט", "פריגאזשען טענה'ט", "פריגאשען האט איינגענומען." ער איז כסדר געווען אין די נייעס. &nbsp; ווער איז ער, און וואס איז זיין געשיכטע? פריגאשזען האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ א פשוט'ע קעכער אין א רייכע רעסטוראנט, וואו ווילאדמיר פוטין פלעגט גלייכן צו קומען עסן, דער פריגאשען האט זיך שטארק גע'חנפ'עט צו פוטינען און זענען געווארט שטארק באפריינדעט. זייער פריינטשאפט איז נאר געווארן שטערקער און שטערקער מיט די צייט, פוטין האט פון זיין זייט זיכער געמאכט גרויס און רייך צו מאכן זיין פריינט, ער האט אים צוגעטיילט פעטע קאנטראקטן פון די רעגירונג, און ווען פוטין האט געזוכט א פאסיגע מענטש איבערצונעמען דעם פריוואטן מיליטערישע גרופע "וואגנער", האט ער עס צוגעטיילט צו זיין געשוואוירענע פריינט יעווגאני פריגאשען. &nbsp; פון די אנדערע זייט האט פריגאשען געטריי געדינט זיין אויבערהאר, און האט ערפילט די רוסישע אינטערעסן און אויסגעפירט פוטינ'ס באפעלן אין פילע לענדער און קאנטינענטן. פילע אטענטאטן אויף פוטין פיינט וועלכע זענען "געפלויגן פון די פענסטער" ווערן צוגעשריבן צו אים, אזוי אויך דער רוסישער אינוואזיע אויף אוקראינע און יאר תשע"ד ווערט געקרעדיט צו זיין וואגנער גרופע. &nbsp; דאס איז געווען איבערהויפט צוליב וואס רוסלאנד האט דאן געדארפט שפילן כאילו עס האט גארנישט מיט אים, עס איז פשוט אן אויפשטאנד פון לאקאלע אוקראינע בירגער וועלכע זענען אומצופרידן און דרייען איבער. פאר דעם איז די וואגנער גרופע געווען ממש צוגעפאסט, צוליב וואס זיי זענען א ציווילע און פריוואטע מיליטערישע גרופע. &nbsp; די הויכפונקט פון דעם יעוונגאני איז בלי ספק געווען זיין חדשים לאנגע קאמף איינצונעמען דעם שטעטל באכמוט, ווען די וואגנער קעמפער האבן דארט געקעמפט מיט ציין און נעגל, אבער דאס איז אויך געווען די אנהויב פון זיין שנעלע ענדע. די שווערע קאמפן האבן איבערגעלאזט זיין גרופע צוביילט און צוקלאפט, און נישט האבנדיג וועם צו באשוליגן האט פריגאזשען כסדר זיך געלזאט העכער און העכער מיט אפענע און בייסיגע קריטיק קעגן דעם מיליטערישע פירער שייגא. ביז עס האט זיך דערקייקעלט צו א פולשטענדיגע אויפשטאנד קעגן די מיליטערישע פירער, וואס פוטין האט כלומר'שט צום סוף מוחל געווען ווען פריגאזשען מיט זיין באנדע האבן זיך אוועקגעדרייט פון מאסקווע און אנטרינען קיין בעלארוס. &nbsp; פוטין אבער געווארט אויפן טאג ווען ער וועט קענען נקמה נעמען, און ווי עס שיינט האט ער יעצט געטראפן זיין געלעגענהייט, ווען פריגאזשען איז ארויף אויף זיין פריוואטע פליגער, האט די רוסישע רעגירונג - לויט די ערשטער באריכטן - באשאסן דעם פליגער מיט אנטי עירקרעפט מיסלס, און דערמיט אומגעברענגט דעם פריגאזשען מיט אלע אנדערע מיטרייזענדע. &nbsp; דאס איז א קלאסישער ביישפיל פון וואס חז"ל זאגן אונז אין מסכת אבות "עַל דַּאֲטֵפְתְּ אַטְפוּךְ וְסוֹף מְטַיְּפַיִךְ יְטוּפוּן", "דו ביסט דערטראנקען געווארן, ווייל דו האסט א צווייטן דערטראנקען, און די וואס האבן דיר דערטראנקען וועלן אויך דערטראנקען ווערן". דער ראש ישיבה זאגט אונז כסדר אז דיין בעל הבית הייסט דיר טשעפען א צווייטן, רודפ'ן א צווייטן זאג אים "דאס וועל איך לאזן פאר דיר", און אויב דו מיינסט אז עס איז הפקר וועלט, דו וועסט ווארפן מענטשן, וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט אליינס געווארפן ווערן. &nbsp; נאך מער זעט מען פון די פרשה די אמת'ע באדייט פון "חברים. אסאך וועלן זיך שווערן "איך האב אן אמת'ע חבר", און מען געבט אוועק פאר'ן חבר ביידע וועלטן, מען פארברענגט מיט חברים, מען איז מנדב נאכטמאלס פאר די חברים, און ווען די ווייב בעט געלט פאר א גוי'טע שרייט מען "דו עסט מיר אויף מיין געלט!". מוהרא"ש פלעגט זאגן, "א מענטש אויף דער וועלט איז גענצליך אליינס, מען האט נאר דעם אויבערשטן. נאר אויף אים קען מען זיך פארלאזן. אבער אויב איז דא א חבר איז עס נאר די ווייב, ווייל א חבר איז נאר א חבר ווען ער דארף דיר האבן, אבער אין די רגע עס וועט אים אויסקומען בעסער, וועט ער זיין דער ערשטער דיר צו באגראבן." &nbsp; דא ביי די פרשה פון פריגאזשען שיינט עס ארויס. פריגזשען מיט פוטין זענען געווען צוויי מערסט געטרויבארע חברים, פוטין האט אים געטרויעט מיט אלעמען, און פריגאזשען האט אים געדינט ווי א קנעכט. אבער ווען עס האט אים געלוינט, איז פריגאזשען פלוצלינג גרייט געווען אראפ צו ווארפן פוטין, און ווען פוטין האט געהאט א שאנס, האט ער אן קיין צעגערייען אומגעברענגט זיין בעסטן חבר.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ג 📝
  • ווילדע פייערן פארברענען די שטאט מאווי אין האוואי

    טויזנטע איינוואוינער אויפן אינזל מאווי זענען געבליבן היימלאז, טויזנטער הייזער ביזנעסער זענען ארויף מיטן רויך, רעזידענטן פונעם אינזל פארציילן ווי דער פייער איז פלוצלים אנגעקומען, און ווי זיי האבן זיך ממש געפלאגט צו אנטלויפן פון די פלאמען וועלכע זענען געטריבן געווארן פון די שטרומישע שטארקע ווינטן וועלכע האבן דאן געבלאזן. &nbsp; דער פייער האט אומגעברענגט אמווייניגסטענס 100 מענטשן, און האט איבערגעלאזט צענדליכע טויזנטע היימלאז, און נאך הונדערטע ווערן נאך געזוכט. די רעגירונג זאגט אז דאס איז די מערסט טויטליכסטע ווילדע פייער אין די היסטאריע פון די סטיעט. דער פייער האט איבערגעלאזט א שרעקליכע חורבן אין די גאנצע שטאט, און די שאדענס ווערן ערווארטעט צו גרייכן אין די הויכע מיליאנען. &nbsp; דער פייער איז געלאפן אויפן באפעל פונעם אויבערשטן אן קיין פארשטענדליכע סדר, עס האט טיילמאל איבערגעשפרינגען א הויז דא, א גאס דארט, און דערנאך זיך ווייטער פארשפרייט און אויפגעגעסן אלעס וואס איז געקומען אינטער אירע הענט. דער אידישער שול מיט די ספרי תורה איז בחסדי ה' אפגעשוינט געווארן, אבער ליידער זענען דא זייער אסאך אידן צווישן די וואס האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס, און אויך צווישן די אומגעקומענע ציילן זיך עטליכע אידן. &nbsp; דער אומגליק וואס איז געקומען זייער נאנט צום הייליגן יום טוב ראש השנה דערמאנט אונז דער פיוט וואס מיר זאגן מיט א מורא'דיגע פארכט אין די הייליגע טעג, "ונתנה תוקף קדושת היום, כי הוא נורא ואיום...", ווי מיר וועלן דארט ארויסברענגען אז אין די הייליגן טעג פארשרייבט דער רבונו של עולם וואס עס וועט דורכגיין בפרטי פרטיות אויף יעדעם איינעם באזונדער, ווי מיר וועלן זינגען "מי, מי, במים... ומי, ומי, באש..." ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן פארוואס גייט דער נוסח "מי, מי..." "ומי, ומי..."? וויייל צווישן די ווערטער ווערט אריינגערעכענט נאך פילע מצבים געשמאקע און שווערע וואס מען שרייבט יעצט אן פארן מענטש פארן קומענדיגן יאר. &nbsp; ווען מען קוקט צוריק אויפן פארגאנגענעם יאר און מען זעט וואס מען איז אלץ דורך, קען מען טראכטן "ווען איך וואלט געוויסט וואס איך וועלן דארפן דורכגיין וואלט איך אסאך בעסער געבעטן, איך וועלט געטון מער מצוות און מעשים טובים, און געטון אלעס אויף דער וועלט אפצושרייען די שווערע גזרות". &nbsp; מיט אויבערשטענ'ס הילף גרייטן מיר זיך אין די טעג צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר גרייטן זיך אן מיט קאפיטלעך תהלים, אסאך תפילות, און מעשים טובים, און מיר וועלן קומען צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר אלע וואס וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה קיין אומאן, און דערפאר קוקן מיר נישט אויף גארנישט און מיר פאלגן דעם הייליגן רבין, און מיר וועלן זיך באטייליגן ביים הייליגן קיבוץ אויף ראש השנה, און מיר וועלן פועלן א גוט געבענטשט יאר פאר זיך, פאר די קינדער, פאר די ווייב און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער ל אב תשפ"ג 📝
  • ניין און נייציג יעריגע טראקינג קאמפאני באנקראטירט

    איינס פון עלטסטע און גרעסטע טראקינג קאמפאניס אין אמעריקע "יעלאו טראקינג" מיט דרייסיג טויזנט ארבעטער, האט זיך אפגעשפארט&lrm; אין די טעג, די פירמע האט געהאט אין באנוץ איבער צוועלף טויזנט טראקס וואס האבן געטון שיפינג ארבעט פאר די גרעסטע אמעריקאנע פירמעס, זאגענדיג אז זיי קענען מער נישט טראגן זייער גרויסע חובות לאסט. &nbsp; דאס פיילן פון טשעפטער 11 באנקראט, האט צוגעפירט אז ארום דרייסיג טויזנט דזשאבס זענען פארלוירן געגאנגען, און עקאנאמיסטן ערווארטן אז צוליב דעם באנקראט וועט זיך הייבן די שיפינג קאסט אין אמעריקע צוליב וואס די יעלאו פירמע האט צוגעשטעלט ארום פופצן פראצענט דעליוועריס אין אמעריקע, און וועלן זיך יעצט ארויפלייגן אויף די איבעריגע פירמעס וואס וועלן קענען בעטן טייערער צוליב די מאנגל אין שיפינג סערוויסעס. &nbsp; מיט דעם גייט די שווערע האראוואניע פון די כמעט הונדערט יאריגע ריזיגע פירמע לאיבוד, און אויסער גרויסע חובות איז גארנישט געבליבן דערפון, דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס כלל ישראל האט ליידער פארלוירן א טייערער איד הרה"ח ר' חיים בער מייזעלס ע"ה, וואס האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום אויבערשטן אין בליענדן עלטער פון 45 יאר, און כאטש ער קען יעצט שוין טאקע גארנישט טון אויף אונזער וועלט, נעמט אבער ער מיט מיט זיך אויפן עולם העליון שווערע מילאנען דאלארן, דאס געלט קומט נישט פון זיין סעיווינגס אקאונט, און נישט פון זיין פענשאן פאנד, דאס קומט פון די פילע צדקות וואס ער האט צוזאם געשטעלט פאר אלע מיני צוועקן ווי הכנסת כלה, אלמנות און יתומים, אלטע און קראנקע, און וואס נישט, ווען יעדע צובראכן הארץ האט באקומען ביי אים זייער אויפמערקזאמקייט, און ער איז אָן קיין אייגענע חשבונות פון כבוד אדער אנערקענונג אריינגעשפרינגען און גערופן און געשאפן און נישט גערוט ביז ער האט געזען אז די נצרכים באקומען וואס זיי דארפן. &nbsp; אויב מיר זארגן זיך פאר אונזער "פיוטשער" און טראכטן פאראויס, איז נעמען א דזשאב וואו מען קען דארט וואקסן און ווערן "פראמאטעד" צו ווערן די "מענעדזשער פון די מענעדזשערס" נישט וואס מיר דארפן צילן, אונזער "פיוטשער" איז "לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון" איין טאג גייט מען מיר פרעגן ציפעדיגע קשיות: "נשאת ונתת באמונה" איז אמונה געווען ביי דיר א גרויסע עסק? "קבעת עתים לתורה" האסטו גע'גנב'עט צייט צו לערנען יעדן טאג עפעס תורה? "עסקת בפרי' ורבי'" האסטו גערעדט שיין צו דיין ווייב? און דאן וועט מען מיטנעמען די אלע גוטע מעשים וואס מיר האבן געטון און אונזערע קורצע לעבנסטעג, און מיר וועלן קענען עסן די פירות וואס מיר האבן איינגעפלאנצט ווען מיר האבן נאך געקענט.

    < זעה מער כד אב תשפ"ג 📝
  • אמעריקאנער קאנגרעס פארשט די ווארהייט איבער יו-עף-או'ס

    א קאנגרעס קאמיטע האט אפהאלטן א פארהער פאריגע וואך צו אדרעסירן די אנגייעענדע פראגן ארום יו-עף-או'ס,&nbsp; א רעגירונג וויסלבלאוער דעיוויד גראש האט אויפגעטרעטן, און האט גע'טענה'ט אז די רעגירונג האלטן איבערבלייבענישן פון מיסטעריעזע יו-עף-או'ס אין עטליכע פלעצער. אז די רעגירונג טוט שוין יארן לאנג פארהוילן אינפארמאציע דערוועגן, ער זאגט אז מען האבן אים געסטראשעט מיטן לעבן אז ער זאל נישט ארויסקומען אין פאבליק דערמיט.&nbsp; &nbsp; אנקעטעס ווייזן אז מער און מער אמעריקאנער גלייבן אין די עקזיסטענץ פון יו-עף-או'ס, אין א לעצטיגע אנקעטע האבן 42 פראצענט געזאגט אז גלייבן אין די עקזיסטענס פון די יו-עף-או'ס, און 10 פראצענט אמעריקאנער זאגן אז זיי האבן שוין גאר געזען א יו-עף-או מיט די אייגענע אויגן... &nbsp; די פראצענט אמעריקאנער וואס גלייבן אז עס עקזעסטירן יו-עף-או'ס זענען געשטיגן דאפעלט פון בערך צוואנציג יאר צוריק, ווען נישט מער ווי בערך 20 פראצענט האבן אזוי געגעלייבט. &nbsp; דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן "מי שיש לו אמונה חייו חיים" דאס מיינט אז א מענטש מוז האבן אמונה כדי צו לעבן, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אמונה אין אויבערשטן, און מיר גלייבן אז ער פירט די וועלט און געבט אכטונג אויף אונז יעדע רגע, ער ווייסט פונקטליך וואס מיר גייען דורך, און הערט אויס און העלפט אונז מיט אלעס וואס מיר דארפן. &nbsp; להבדיל די אומות העולם זינקען אין תאוות און אין שמוץ אלץ טיפער און טיפער אין שאול תחתית, און כדי צו קענען אראפווארפן פון זיך יעדע עול פון מאראל און אנושית קריכן זיי אלץ מער און מער צו לינקס. אין די צייט וואס ביז נישט לאנג צוריק האט יעדע גוי געגלייבט אין בורא כל עולמים - טאקע נישט אויף דעם פארנעם פון להבדיל א איד - אבער ווען א גוי גייט דורך א שרעקליכע טראגעדיע דערמאנען זי זיי זיך אז "אין גאַד ווי טראָסט", צום ביישפיל נאך 9/11 האט דער דעמאלסדיגער פרעזידענט דזשארדזש בוש זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט דעם גאנצן קאפיטל "מזמור לדוד ה' רועי לא אחסור" אין ענגליש, ווי ער האט מחזק געווען דאס אמעריקאנער פאלק אז "גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי", און געזאגט אז "גאט איז מיט אונז אין די שווערסטע אומשטענדן..." &nbsp; אין די שמוציגע גאס דארפן זיי אבער טרעפן א ציל אין לעבן, זיי מוזן גלייבן אין עפעס צו האבן אויף וואס צו לעבן, קומען זיי אויף מיט אלע מיני אמונות טפילות, גלאובעל ווארעמינג, ענימל רייטס, יו-עף-או'ס און כל מיני קאנספיראציעס און טעאריעס וואס געבט זיי א לעבן פון חיי שעה, און האלט זיי אויף ביזן נעקסטן דמיון און נביא שקר וואס קומט ארויף אויף די מידיע און שרייט אז ביז פינף יאר ארום ווערט די וועלט חרוב אויב מען טוט נישט זיין מעכטיגע עצה... &nbsp; ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום

    < זעה מער טז אב תשפ"ג 📝
  • אנקעטעס ווייזן טראמפ שטארק פאראויס פון אלע אנדערע קאנדידאטן

    דער געוועזענער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד דזשעי טראמפ איז אנדערשט מיט כמעט יעדע זאך פון אלע אנדערע פרעזידענטן אין די אמעריקאנער היסטאריע. צווישן אנדערע איז ער דער איינציגסטער פרעזידענט מיט זירא ערפארונג אין פאליטיק צו ערוועלט ווערן אלץ פרעזידענט, בכלל איז ער גענצליך אן אנדערע טיפ פון א געווענליכע פאליטישאן. אלץ האט ער האט זיך געוואגט צו טון זאכן וואס קיין שום פאליטישע ראטגעבער וואלט אים געראטן צו טון, צום ביישפיל זיין איבערגעאיילטע "מוז האבן א מיינונג" אויף כמעט יעדע זאך צוגאנג, איז א זאך וואס וואלט אים שוין צענדליגע מאל - לויט די פאליטישע אנאליסטן - געדארפט אונטערברענגען. זיין אבסעסירטע מלחמה מיט די מידיע - א זאך וואס איז לויט די אנגענומענע כללים פון ביז היינט האט אלץ געהייסן א "זיכערע פאליטישע זעלסבט מארד", און אויך דאס האט אים נאך נישט אונטערגעברענגט. והעולה על כולנה, די פילע פאליטישע און יורידישע רדיפות; אנגעהויבן פון די פילע אויספארשונגען נאך ווען ער איז געלאפן צום ערשטן מאל אלץ פרעזידענט, און די פילע אינוועסטיגעשאנס בשעת'ן דינען אויפן פרעזידענטליכע שטול, וואס האבן זיך געענדיגט מיט - ווייטער פרעצעדענטלאז - צוויי מאל (!) אימפיטשט ווערן, א זאך וואס האט אים נאך אלץ נישט אומגעווארפן. &nbsp; און ווער רעדט נאך ווען ער האט - יא אדער נישט - פארלוירן די וואלן פאר צוויי יאר צוריק, דאס וואלט אים לויט אלע פארשטייערס געדארפט אריינלייגן אין א טיפע מרה שחורה "אזא נארסיסיסט ווי ער קען נישט דערהייבן קיין דורכפאל" האבן זיי אלע געשריגן. און די "טשערי אָן די פיי" איז נאך ווען ביז יעצט טוען נאך פילע פראסעקיוטערס און "ספעציעלע אויספארשער" אים אנקלאגן אויף כל מיני באשולדיגונגען פון האלטן פרעזידענטליכע רעקארדס, אריינלייגן נאציאנאלע זיכערהייט אין א סכנה, ביז די יאנואר 6 רעוואלוציע, ווען ער האט לויט זייער קעגנער געהעצט זיינע געשוואוירענע שטיצער צו אומווארפן די אמעריקאנער רעגירונג און דערקלערן לעבנסלענגלעכיגע קעניג אויף אמעריקע... &nbsp; און דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל די פילע רדיפות און דורכפעלער וואס דער טראמפ איז דורכגעגאנגען, און דאס אלעס אין בלויז עטליכע יאר צייט, און פארגעסט נישט דא רעדט מען שוין פון א מענטש וואס איז שוין יעצט אין די הויכע 70'ער יארן, א צייט וואס רוב מענטשן זענען שוין לאנג ריטייערט. &nbsp; מיר דארפן נישט צוקומען צום גוי זיך צו לערנען וויאזוי זיך צו פירן, אבער אפגעזען וואס אייער מיינונג אויף דעם גוי טמא דאנאלד טראמפ איז, איז דא דא עפעס וואס מיר קענען זיך לערנען דערפון. האסטו שוין צענדליגע מאל צוגעזאגט דעם אויבערשטן "מער וועל איך שוין נישט זינדיגן" און עודך טרעפסט זיך דערין ווידער? דו הערסט דעם סמ"ך מ"ם שרייען "דו ביסט איין שטיק דורכפאל", דו הערסט שוין אין דיין קאפ ווי אלע זאגן אויף דיר "דו ביסט שוין דערנאך", אבער ניין הייב דיך אויף און קוק נישט אויף קיינעם. זאג דעם סמ"ך מ"ם "אויב טראמפ גייט נאך ארום שטאלץ און קאמפיינט צו ווערן ווידער פרעזידענט, מעג איך אויך נאך זיך אויפהייבן און זאגן פארן באשעפער געב מיר נאך א שאנס." &nbsp; די זעלבע זאך בגשמיות, קוק נישט אויף צוריק, ביסט טיף אין חובות? גיי אן מיט דיין לעבן ווייטער. טרעף א דזשאב הייב אן אפצאלן צוביסלעך, און עס וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט זיך זען אינדרויסן פון דיינע חובות. &nbsp; טראמפ'ס קאמבעק איז אונז אלע מחייב. מיר קענען אויך צוריק קומען. מיר וועלן נאכאמאל פרובירן צו היטן די אויגן, היינט - זאגט איך דיר צו רבונו של עולם - וועל איך רעדן שיין צו מיין ווייב. פון יעצט וועל איך לערנען כאטש איין פרק משניות יעדן טאג. עס וועט נישט לאנג נעמען און דיין קאמבעק וועט זיין אסאך שענער און ווייטער ווי פון דאנאלד טראמפ.

    < זעה מער ז אב תשפ"ג 📝
  • חלומות פון מיליאנען אמעריקאנער פארפאלן אין איין מינוט

    אין די יעצטיגע טעג איז די גאנצע מידיא אויף מיט די לאטערי נייעס. זיי הערן נישט אויף צו רעדן איבער דעם גרויסן לאטערי וואס האט זיך געהויבן צו ריזיגע ציפערן, אזש ביז איבער א ביליאן דאלער, און ווערט באצייכעט ווי איז איינע פון די העכסטע לאטערי ציפערן אין די אמעריקאנער היסטאריע, די סיבה פארוואס עס איז אנגעקומען דאס מאל אזוי הויעך איז צוליב וואס עס איז שוין דורך 38 מאל אין א צי וואס עס איז נישט געווען קיין געווינער פארן העכסטן פרייז. &nbsp; אויף די אלגעמיינע גאס, האט די לאטערי משוגעת איבערגעדרייט אמעריקע, און טראצדעם וואס אפילו די לאטערי באאמטע אליינס האבן מודה געווען, אז די שאנסן צו באקומען דעם געווינס, איז ווייניגער פון איינס פון דריי הונדערט טויזנעט, זענען מענטשן ווי אראפ פון זינען און געלאפן קויפן טיקעטס, און זייער קאפ האבן זיי זיך שוין געזען ווי ביליאנערן, און האבן שוין געהאט חשבונות און חלומות וואס מען וועט טון מיט דאס געלט, מען האט דן געווען צי מען וועט נעמען דער געווינס אויף איין מאל און דארפן פארציכטן אויף א האלבע ביליאן דאלער, אדער וועט מען נעמען פעימענטס פון עטליכע פאר דרייסיג יאר, מענטשן האבן געחלומט און געדמיונט איך גיי מיר קויפן א הויז, א קאר, א פליגער, און מען האט זיך אייגערעדט אז מארגן בין איך ביליאנער... &nbsp; אבער אלע זייערע חלומות זענען נעבעך צערינען אין די סעקונדע די זייגער האט געקלאפט צעוועלף נעכטן חצות הלילה, ווען די לאטערי באאמטע האבן אויסגערופן די נומערן, און מיליאנען אמעריקאנער בירגער זענען נעבעך געבליבן אויסגעשפילט מיט זייערע אלע דמיונות אין מיסט. &nbsp; ביי אידישע קינדער האט מען אבער געדענקט אז מיט געלט קען מען נישט קויפן קיין סיפוק, מיט געלט קען מען נישט קויפן קיין נחת, שלום בית אדער געזונט. "וואס קען מען קויפן מיט געלט?" זאגט אלץ דער ראש ישיבה, "איין זאך קען מען טון מיט געלט: געבן פאר די ווייב זאל קענען באשטעלן א רוימערקע". &nbsp; דער אמת'ער לאטערי האט דער אויבערשטער געגעבן מיר זאלן עס קענען קויפן בחנם, און דער וואס קויפט עס איז א זיכערע געווינער. "די עשירות" - זאגט דער ראש ישיבה כסדר - "איז ביי דיר אין בוזעם טאש", אז דו האסט דארט א משניות, א תהלים, א גמרא'לע און דו כאפסט ארויס א פסוק דא, און א פרק דארט, דאס איז אמת'ע עשירות. &nbsp; עס דרייען זיך ברוך השם צווישן אונז גאר גרויסע עשירים, אידן וואס האבן שוין דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, ירושלמי, תוספתא, מדרשים, זוהר הקדוש, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, חסידישע ספרים, הלכה ספרים, און דעם רבי'נס ספרים, דאס איז אמת'ע עשירות, און דאס איז רייכטום וואס קיינער וועט אונז קיינמאל נישט קענען צונעמען. און דער פארמעגן וועט אונז היטן אויף דער וועלט און וועט מיטגיין מיט אונז אויך אויף יענע וועלט. &nbsp; אין מלווין לו לאדם לא אלא מצוות ומעשים טובים

    < זעה מער ב אב תשפ"ג 📝
  • דער טיטאניק דערמאנט ווידער אז דער אויבערשטער פירט די וועלט

    פאר איבער הונדערט יאר צוריק איז די וועלט געווען אויף מיט די נייעס אז עס פארט ארויס א שיף פון א שטאט ענגלאנד קיין ניו יארק, "א שיף וואס די וועלט האט נאך אזאנס נישט געזען" האט מען גערעדט. די פירמע האט אריינגעבאכעט אויף די שיף אלע לוקסוס וואס די וועלט האט דאן געהאט, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געריסן צו קויפן טיקעטס, און די וואס האבן זוכה געווען האבן זיך געשפירט ווי די וועלט איז זייערס, "איך האב א טיקעט אויפן טיטאניק" האבן זיי שטאלצירט. &nbsp; די פירמע האט זיך ברייט אויפגעטון מיט זייער מעכטיגע שיף, און האבן הייס פארשפראכן אז דער שיף איז אזוי שטארק און פארזיכערט אז "עס קען ממש נישט זינקען", זיי האבן יעדעם מסביר געווען ווי פארגעשריטן דער שיף איז, און וויפיל זיכערהייט מיטלען עס פארמאגט, אז קיין שום זאך קען עס נישט בייקומען. &nbsp; איין זאך האבן זיי פארגעסן, ווי דער ראש ישיבה זאגט אלץ, ווען א מענטש דרוקט זיך אויס "עס איז ערלעדיגט, פארלאז דיך אויף מיר!" דארף מען זייער מורא האבן, ווען מענטשן פארגעסן פונעם אויבערשטן, מען מיינט אז מענטש קענען עפעס "פארזיכערן", וועט דער אויבערשטער ווייזן ווער איז בעל הבית, א מענטש דארף אייביג זאגן, "מיטן אויבערשטענ'ס הילף", און און אויב ער האלט אז עפעס וועט זיין, זאגט א איד א מאמין "מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט אזוי און אזוי זיין", אדער "איך פארלאז מיך אויפן אויבערשטן אז ער וועט עס פירן צום גוטן", וכדומה. &nbsp; בשעת די איבער צוויי טויזענט פאסאנזשירן זענען געווען פארנומען מיט זייער שוואוילטאג, מען האט געהוליעט, געשיכור'ט און געפרעסן האט דער באשעפער צוגעפירט א גרויסע אייזבארג זאל שווימען אינעם ריכטונג ווי דער שיף האט געדארפט דורכפארן, און דער קאפיטאן מיט זיין גאווה - האלטענדיג אז דער שיף קען סייווי נישט זינקען - האט איגנארירט אלע ווארענונגען פון אנדערע שיפן וואס זענען נישט לאנג בעפאר דורכגעפארן אז מען דארף דארט זיין פארזיכטיג, און האט מיט א שטארקייט אריינגעזעצט אין א בארג וואס איז באשטאנען פון נישט מער ווי פארפרוירענע וואסער וואס האט דורגעריסן דעם שיף, וואס האט ניטאמאל געהאט גענוג רעטונג שיפלעך פאר אלעמען זייענדיג זיכער אז אפילו דאס ביסל איז גענצליך איבעריג. &nbsp; עס האט גענומען נישט מער פון בערך צוויי און א האלב שעה, און דער גאנצער מעכטיגער שיף האט זיך געטראפן אונטערן ים. דער אויבערשטער האט געשיקט א שטארקע דערמאנונג פאר די מענטשן פון דער וועלט אז "יש מנהיג לבירה", ער דער רבונו של אולם פירט די וועלט. &nbsp; זעט אויס אז עס איז שוין דורך צופיל יארן זינט דעם טיטאניק טראגעדיע, און די מענטשן האבן שוין ווידער פארגעסן ווער עס אין טשארדזש, ווער עס איז דער אמת'ער וועלט פירער, און עס האט זיך געמאכט א פירמע וואס האט ערצייגט א קליין אונטערוואסער שיפל און האט עס א נאמען געגעבן "טיטאן" וואס דערמיט האבן זיי אנאנסירט וועלן זיי פירן טוריסטן טויזנטער פיס אונטער די וואסער און ווייזן דעם גרויסן מעכטיגן שיף ווי עס ליגט אזוי הילפלאז אונטערן די וואסער שוין אזוי פיל יארן, און ווידעראמאל האבן מענשטן געהאט די חוצפה אויסצורופן אז זייער שיף קען נישט דורכפאלן, "עס איז אזוי סעיף אז עס קען נישט זינקען" האט דער אייגענטומער אויסגערופן, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געיאוועט און געצאלט א פערטל מיליאן דאלער צו האבן די זכי' צו קענען פארן מיט'ן דעם סובמארין און וועלן זיך קענען אויפטון פאר זייערע חברים אז "איך בין שוין געפארן מיט דעם מעכטיגן סובמארין". &nbsp; פאריגע וואך האט ווידער אמאל פאסירט די זעלבע זאך, דער אויבערשטער האט געוויזן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויפן קיין מענטשן, און בשעת עטליכע גרויסע ביליאנערן האבן זיך געפונען דערין האט עס פלוצלינג פאסירט, זייער געלט און זייערע פארבינדונגען האט זיי גארנישט געהאלפן, אלע מעכטיגע מיליטערישע רעטונג שיפן און מאשינען וואס מען האט גערופן האבן זיי גארנישט געקענט העלפן, דער באשעפער האט אויפגעקראכט דעם שיפל, און פון איין סעקונדע אויפן צווייטן זענען זיי אלע פארלוירן געווארן אין די טיפענישן פונעם ים. &nbsp; יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז עס ווייל דער אויבערשטער וויל עפעס פון אונז, דער באשעפער וויל אז מיר זאלן אים אריינעמען אין אונזער לעבן, ער וויל זיין א שותף אין אונזער ביזנעס, ער וויל וואוינען אין אונזער שטוב, ער וויל מיר זאלן וויסן אז נישט איך און נישט מיין ווייב זענען בעל הבית אין אונזער הויז, ער איז דער אמת'ער בעל הבית, און נאר אים גייען מיר ביידע פאלגן. &nbsp; אזוי אויך אין אלע תחומים פון לעבן וויל דער באשעפער אז מיר זאלן אים שטענדיג מיטנעמען, דורך דעם וואס מיר וועלן אלעס דורכשמועסן מיט אים, און טון אלעס וואס ער בעט פון אונז.

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 211 to 219 of 219 results

1 2 ... 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com