Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ווילדע פייערן פארברענען די שטאט מאווי אין האוואי

    טויזנטע איינוואוינער אויפן אינזל מאווי זענען געבליבן היימלאז, טויזנטער הייזער ביזנעסער זענען ארויף מיטן רויך, רעזידענטן פונעם אינזל פארציילן ווי דער פייער איז פלוצלים אנגעקומען, און ווי זיי האבן זיך ממש געפלאגט צו אנטלויפן פון די פלאמען וועלכע זענען געטריבן געווארן פון די שטרומישע שטארקע ווינטן וועלכע האבן דאן געבלאזן.   דער פייער האט אומגעברענגט אמווייניגסטענס 100 מענטשן, און האט איבערגעלאזט צענדליכע טויזנטע היימלאז, און נאך הונדערטע ווערן נאך געזוכט. די רעגירונג זאגט אז דאס איז די מערסט טויטליכסטע ווילדע פייער אין די היסטאריע פון די סטיעט. דער פייער האט איבערגעלאזט א שרעקליכע חורבן אין די גאנצע שטאט, און די שאדענס ווערן ערווארטעט צו גרייכן אין די הויכע מיליאנען.   דער פייער איז געלאפן אויפן באפעל פונעם אויבערשטן אן קיין פארשטענדליכע סדר, עס האט טיילמאל איבערגעשפרינגען א הויז דא, א גאס דארט, און דערנאך זיך ווייטער פארשפרייט און אויפגעגעסן אלעס וואס איז געקומען אינטער אירע הענט. דער אידישער שול מיט די ספרי תורה איז בחסדי ה' אפגעשוינט געווארן, אבער ליידער זענען דא זייער אסאך אידן צווישן די וואס האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס, און אויך צווישן די אומגעקומענע ציילן זיך עטליכע אידן.   דער אומגליק וואס איז געקומען זייער נאנט צום הייליגן יום טוב ראש השנה דערמאנט אונז דער פיוט וואס מיר זאגן מיט א מורא'דיגע פארכט אין די הייליגע טעג, "ונתנה תוקף קדושת היום, כי הוא נורא ואיום...", ווי מיר וועלן דארט ארויסברענגען אז אין די הייליגן טעג פארשרייבט דער רבונו של עולם וואס עס וועט דורכגיין בפרטי פרטיות אויף יעדעם איינעם באזונדער, ווי מיר וועלן זינגען "מי, מי, במים... ומי, ומי, באש..." ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן פארוואס גייט דער נוסח "מי, מי..." "ומי, ומי..."? וויייל צווישן די ווערטער ווערט אריינגערעכענט נאך פילע מצבים געשמאקע און שווערע וואס מען שרייבט יעצט אן פארן מענטש פארן קומענדיגן יאר.   ווען מען קוקט צוריק אויפן פארגאנגענעם יאר און מען זעט וואס מען איז אלץ דורך, קען מען טראכטן "ווען איך וואלט געוויסט וואס איך וועלן דארפן דורכגיין וואלט איך אסאך בעסער געבעטן, איך וועלט געטון מער מצוות און מעשים טובים, און געטון אלעס אויף דער וועלט אפצושרייען די שווערע גזרות".   מיט אויבערשטענ'ס הילף גרייטן מיר זיך אין די טעג צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר גרייטן זיך אן מיט קאפיטלעך תהלים, אסאך תפילות, און מעשים טובים, און מיר וועלן קומען צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר אלע וואס וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה קיין אומאן, און דערפאר קוקן מיר נישט אויף גארנישט און מיר פאלגן דעם הייליגן רבין, און מיר וועלן זיך באטייליגן ביים הייליגן קיבוץ אויף ראש השנה, און מיר וועלן פועלן א גוט געבענטשט יאר פאר זיך, פאר די קינדער, פאר די ווייב און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער ל אב תשפ"ג 📝
  • ניין און נייציג יעריגע טראקינג קאמפאני באנקראטירט

    איינס פון עלטסטע און גרעסטע טראקינג קאמפאניס אין אמעריקע "יעלאו טראקינג" מיט דרייסיג טויזנט ארבעטער, האט זיך אפגעשפארט&lrm; אין די טעג, די פירמע האט געהאט אין באנוץ איבער צוועלף טויזנט טראקס וואס האבן געטון שיפינג ארבעט פאר די גרעסטע אמעריקאנע פירמעס, זאגענדיג אז זיי קענען מער נישט טראגן זייער גרויסע חובות לאסט. &nbsp; דאס פיילן פון טשעפטער 11 באנקראט, האט צוגעפירט אז ארום דרייסיג טויזנט דזשאבס זענען פארלוירן געגאנגען, און עקאנאמיסטן ערווארטן אז צוליב דעם באנקראט וועט זיך הייבן די שיפינג קאסט אין אמעריקע צוליב וואס די יעלאו פירמע האט צוגעשטעלט ארום פופצן פראצענט דעליוועריס אין אמעריקע, און וועלן זיך יעצט ארויפלייגן אויף די איבעריגע פירמעס וואס וועלן קענען בעטן טייערער צוליב די מאנגל אין שיפינג סערוויסעס. &nbsp; מיט דעם גייט די שווערע האראוואניע פון די כמעט הונדערט יאריגע ריזיגע פירמע לאיבוד, און אויסער גרויסע חובות איז גארנישט געבליבן דערפון, דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס כלל ישראל האט ליידער פארלוירן א טייערער איד הרה"ח ר' חיים בער מייזעלס ע"ה, וואס האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום אויבערשטן אין בליענדן עלטער פון 45 יאר, און כאטש ער קען יעצט שוין טאקע גארנישט טון אויף אונזער וועלט, נעמט אבער ער מיט מיט זיך אויפן עולם העליון שווערע מילאנען דאלארן, דאס געלט קומט נישט פון זיין סעיווינגס אקאונט, און נישט פון זיין פענשאן פאנד, דאס קומט פון די פילע צדקות וואס ער האט צוזאם געשטעלט פאר אלע מיני צוועקן ווי הכנסת כלה, אלמנות און יתומים, אלטע און קראנקע, און וואס נישט, ווען יעדע צובראכן הארץ האט באקומען ביי אים זייער אויפמערקזאמקייט, און ער איז אָן קיין אייגענע חשבונות פון כבוד אדער אנערקענונג אריינגעשפרינגען און גערופן און געשאפן און נישט גערוט ביז ער האט געזען אז די נצרכים באקומען וואס זיי דארפן. &nbsp; אויב מיר זארגן זיך פאר אונזער "פיוטשער" און טראכטן פאראויס, איז נעמען א דזשאב וואו מען קען דארט וואקסן און ווערן "פראמאטעד" צו ווערן די "מענעדזשער פון די מענעדזשערס" נישט וואס מיר דארפן צילן, אונזער "פיוטשער" איז "לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון" איין טאג גייט מען מיר פרעגן ציפעדיגע קשיות: "נשאת ונתת באמונה" איז אמונה געווען ביי דיר א גרויסע עסק? "קבעת עתים לתורה" האסטו גע'גנב'עט צייט צו לערנען יעדן טאג עפעס תורה? "עסקת בפרי' ורבי'" האסטו גערעדט שיין צו דיין ווייב? און דאן וועט מען מיטנעמען די אלע גוטע מעשים וואס מיר האבן געטון און אונזערע קורצע לעבנסטעג, און מיר וועלן קענען עסן די פירות וואס מיר האבן איינגעפלאנצט ווען מיר האבן נאך געקענט.

    < זעה מער כד אב תשפ"ג 📝
  • אמעריקאנער קאנגרעס פארשט די ווארהייט איבער יו-עף-או'ס

    א קאנגרעס קאמיטע האט אפהאלטן א פארהער פאריגע וואך צו אדרעסירן די אנגייעענדע פראגן ארום יו-עף-או'ס,&nbsp; א רעגירונג וויסלבלאוער דעיוויד גראש האט אויפגעטרעטן, און האט גע'טענה'ט אז די רעגירונג האלטן איבערבלייבענישן פון מיסטעריעזע יו-עף-או'ס אין עטליכע פלעצער. אז די רעגירונג טוט שוין יארן לאנג פארהוילן אינפארמאציע דערוועגן, ער זאגט אז מען האבן אים געסטראשעט מיטן לעבן אז ער זאל נישט ארויסקומען אין פאבליק דערמיט.&nbsp; &nbsp; אנקעטעס ווייזן אז מער און מער אמעריקאנער גלייבן אין די עקזיסטענץ פון יו-עף-או'ס, אין א לעצטיגע אנקעטע האבן 42 פראצענט געזאגט אז גלייבן אין די עקזיסטענס פון די יו-עף-או'ס, און 10 פראצענט אמעריקאנער זאגן אז זיי האבן שוין גאר געזען א יו-עף-או מיט די אייגענע אויגן... &nbsp; די פראצענט אמעריקאנער וואס גלייבן אז עס עקזעסטירן יו-עף-או'ס זענען געשטיגן דאפעלט פון בערך צוואנציג יאר צוריק, ווען נישט מער ווי בערך 20 פראצענט האבן אזוי געגעלייבט. &nbsp; דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן "מי שיש לו אמונה חייו חיים" דאס מיינט אז א מענטש מוז האבן אמונה כדי צו לעבן, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אמונה אין אויבערשטן, און מיר גלייבן אז ער פירט די וועלט און געבט אכטונג אויף אונז יעדע רגע, ער ווייסט פונקטליך וואס מיר גייען דורך, און הערט אויס און העלפט אונז מיט אלעס וואס מיר דארפן. &nbsp; להבדיל די אומות העולם זינקען אין תאוות און אין שמוץ אלץ טיפער און טיפער אין שאול תחתית, און כדי צו קענען אראפווארפן פון זיך יעדע עול פון מאראל און אנושית קריכן זיי אלץ מער און מער צו לינקס. אין די צייט וואס ביז נישט לאנג צוריק האט יעדע גוי געגלייבט אין בורא כל עולמים - טאקע נישט אויף דעם פארנעם פון להבדיל א איד - אבער ווען א גוי גייט דורך א שרעקליכע טראגעדיע דערמאנען זי זיי זיך אז "אין גאַד ווי טראָסט", צום ביישפיל נאך 9/11 האט דער דעמאלסדיגער פרעזידענט דזשארדזש בוש זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט דעם גאנצן קאפיטל "מזמור לדוד ה' רועי לא אחסור" אין ענגליש, ווי ער האט מחזק געווען דאס אמעריקאנער פאלק אז "גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי", און געזאגט אז "גאט איז מיט אונז אין די שווערסטע אומשטענדן..." &nbsp; אין די שמוציגע גאס דארפן זיי אבער טרעפן א ציל אין לעבן, זיי מוזן גלייבן אין עפעס צו האבן אויף וואס צו לעבן, קומען זיי אויף מיט אלע מיני אמונות טפילות, גלאובעל ווארעמינג, ענימל רייטס, יו-עף-או'ס און כל מיני קאנספיראציעס און טעאריעס וואס געבט זיי א לעבן פון חיי שעה, און האלט זיי אויף ביזן נעקסטן דמיון און נביא שקר וואס קומט ארויף אויף די מידיע און שרייט אז ביז פינף יאר ארום ווערט די וועלט חרוב אויב מען טוט נישט זיין מעכטיגע עצה... &nbsp; ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום

    < זעה מער טז אב תשפ"ג 📝
  • אנקעטעס ווייזן טראמפ שטארק פאראויס פון אלע אנדערע קאנדידאטן

    דער געוועזענער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד דזשעי טראמפ איז אנדערשט מיט כמעט יעדע זאך פון אלע אנדערע פרעזידענטן אין די אמעריקאנער היסטאריע. צווישן אנדערע איז ער דער איינציגסטער פרעזידענט מיט זירא ערפארונג אין פאליטיק צו ערוועלט ווערן אלץ פרעזידענט, בכלל איז ער גענצליך אן אנדערע טיפ פון א געווענליכע פאליטישאן. אלץ האט ער האט זיך געוואגט צו טון זאכן וואס קיין שום פאליטישע ראטגעבער וואלט אים געראטן צו טון, צום ביישפיל זיין איבערגעאיילטע "מוז האבן א מיינונג" אויף כמעט יעדע זאך צוגאנג, איז א זאך וואס וואלט אים שוין צענדליגע מאל - לויט די פאליטישע אנאליסטן - געדארפט אונטערברענגען. זיין אבסעסירטע מלחמה מיט די מידיע - א זאך וואס איז לויט די אנגענומענע כללים פון ביז היינט האט אלץ געהייסן א "זיכערע פאליטישע זעלסבט מארד", און אויך דאס האט אים נאך נישט אונטערגעברענגט. והעולה על כולנה, די פילע פאליטישע און יורידישע רדיפות; אנגעהויבן פון די פילע אויספארשונגען נאך ווען ער איז געלאפן צום ערשטן מאל אלץ פרעזידענט, און די פילע אינוועסטיגעשאנס בשעת'ן דינען אויפן פרעזידענטליכע שטול, וואס האבן זיך געענדיגט מיט - ווייטער פרעצעדענטלאז - צוויי מאל (!) אימפיטשט ווערן, א זאך וואס האט אים נאך אלץ נישט אומגעווארפן. &nbsp; און ווער רעדט נאך ווען ער האט - יא אדער נישט - פארלוירן די וואלן פאר צוויי יאר צוריק, דאס וואלט אים לויט אלע פארשטייערס געדארפט אריינלייגן אין א טיפע מרה שחורה "אזא נארסיסיסט ווי ער קען נישט דערהייבן קיין דורכפאל" האבן זיי אלע געשריגן. און די "טשערי אָן די פיי" איז נאך ווען ביז יעצט טוען נאך פילע פראסעקיוטערס און "ספעציעלע אויספארשער" אים אנקלאגן אויף כל מיני באשולדיגונגען פון האלטן פרעזידענטליכע רעקארדס, אריינלייגן נאציאנאלע זיכערהייט אין א סכנה, ביז די יאנואר 6 רעוואלוציע, ווען ער האט לויט זייער קעגנער געהעצט זיינע געשוואוירענע שטיצער צו אומווארפן די אמעריקאנער רעגירונג און דערקלערן לעבנסלענגלעכיגע קעניג אויף אמעריקע... &nbsp; און דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל די פילע רדיפות און דורכפעלער וואס דער טראמפ איז דורכגעגאנגען, און דאס אלעס אין בלויז עטליכע יאר צייט, און פארגעסט נישט דא רעדט מען שוין פון א מענטש וואס איז שוין יעצט אין די הויכע 70'ער יארן, א צייט וואס רוב מענטשן זענען שוין לאנג ריטייערט. &nbsp; מיר דארפן נישט צוקומען צום גוי זיך צו לערנען וויאזוי זיך צו פירן, אבער אפגעזען וואס אייער מיינונג אויף דעם גוי טמא דאנאלד טראמפ איז, איז דא דא עפעס וואס מיר קענען זיך לערנען דערפון. האסטו שוין צענדליגע מאל צוגעזאגט דעם אויבערשטן "מער וועל איך שוין נישט זינדיגן" און עודך טרעפסט זיך דערין ווידער? דו הערסט דעם סמ"ך מ"ם שרייען "דו ביסט איין שטיק דורכפאל", דו הערסט שוין אין דיין קאפ ווי אלע זאגן אויף דיר "דו ביסט שוין דערנאך", אבער ניין הייב דיך אויף און קוק נישט אויף קיינעם. זאג דעם סמ"ך מ"ם "אויב טראמפ גייט נאך ארום שטאלץ און קאמפיינט צו ווערן ווידער פרעזידענט, מעג איך אויך נאך זיך אויפהייבן און זאגן פארן באשעפער געב מיר נאך א שאנס." &nbsp; די זעלבע זאך בגשמיות, קוק נישט אויף צוריק, ביסט טיף אין חובות? גיי אן מיט דיין לעבן ווייטער. טרעף א דזשאב הייב אן אפצאלן צוביסלעך, און עס וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט זיך זען אינדרויסן פון דיינע חובות. &nbsp; טראמפ'ס קאמבעק איז אונז אלע מחייב. מיר קענען אויך צוריק קומען. מיר וועלן נאכאמאל פרובירן צו היטן די אויגן, היינט - זאגט איך דיר צו רבונו של עולם - וועל איך רעדן שיין צו מיין ווייב. פון יעצט וועל איך לערנען כאטש איין פרק משניות יעדן טאג. עס וועט נישט לאנג נעמען און דיין קאמבעק וועט זיין אסאך שענער און ווייטער ווי פון דאנאלד טראמפ.

    < זעה מער ז אב תשפ"ג 📝
  • חלומות פון מיליאנען אמעריקאנער פארפאלן אין איין מינוט

    אין די יעצטיגע טעג איז די גאנצע מידיא אויף מיט די לאטערי נייעס. זיי הערן נישט אויף צו רעדן איבער דעם גרויסן לאטערי וואס האט זיך געהויבן צו ריזיגע ציפערן, אזש ביז איבער א ביליאן דאלער, און ווערט באצייכעט ווי איז איינע פון די העכסטע לאטערי ציפערן אין די אמעריקאנער היסטאריע, די סיבה פארוואס עס איז אנגעקומען דאס מאל אזוי הויעך איז צוליב וואס עס איז שוין דורך 38 מאל אין א צי וואס עס איז נישט געווען קיין געווינער פארן העכסטן פרייז. &nbsp; אויף די אלגעמיינע גאס, האט די לאטערי משוגעת איבערגעדרייט אמעריקע, און טראצדעם וואס אפילו די לאטערי באאמטע אליינס האבן מודה געווען, אז די שאנסן צו באקומען דעם געווינס, איז ווייניגער פון איינס פון דריי הונדערט טויזנעט, זענען מענטשן ווי אראפ פון זינען און געלאפן קויפן טיקעטס, און זייער קאפ האבן זיי זיך שוין געזען ווי ביליאנערן, און האבן שוין געהאט חשבונות און חלומות וואס מען וועט טון מיט דאס געלט, מען האט דן געווען צי מען וועט נעמען דער געווינס אויף איין מאל און דארפן פארציכטן אויף א האלבע ביליאן דאלער, אדער וועט מען נעמען פעימענטס פון עטליכע פאר דרייסיג יאר, מענטשן האבן געחלומט און געדמיונט איך גיי מיר קויפן א הויז, א קאר, א פליגער, און מען האט זיך אייגערעדט אז מארגן בין איך ביליאנער... &nbsp; אבער אלע זייערע חלומות זענען נעבעך צערינען אין די סעקונדע די זייגער האט געקלאפט צעוועלף נעכטן חצות הלילה, ווען די לאטערי באאמטע האבן אויסגערופן די נומערן, און מיליאנען אמעריקאנער בירגער זענען נעבעך געבליבן אויסגעשפילט מיט זייערע אלע דמיונות אין מיסט. &nbsp; ביי אידישע קינדער האט מען אבער געדענקט אז מיט געלט קען מען נישט קויפן קיין סיפוק, מיט געלט קען מען נישט קויפן קיין נחת, שלום בית אדער געזונט. "וואס קען מען קויפן מיט געלט?" זאגט אלץ דער ראש ישיבה, "איין זאך קען מען טון מיט געלט: געבן פאר די ווייב זאל קענען באשטעלן א רוימערקע". &nbsp; דער אמת'ער לאטערי האט דער אויבערשטער געגעבן מיר זאלן עס קענען קויפן בחנם, און דער וואס קויפט עס איז א זיכערע געווינער. "די עשירות" - זאגט דער ראש ישיבה כסדר - "איז ביי דיר אין בוזעם טאש", אז דו האסט דארט א משניות, א תהלים, א גמרא'לע און דו כאפסט ארויס א פסוק דא, און א פרק דארט, דאס איז אמת'ע עשירות. &nbsp; עס דרייען זיך ברוך השם צווישן אונז גאר גרויסע עשירים, אידן וואס האבן שוין דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, ירושלמי, תוספתא, מדרשים, זוהר הקדוש, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, חסידישע ספרים, הלכה ספרים, און דעם רבי'נס ספרים, דאס איז אמת'ע עשירות, און דאס איז רייכטום וואס קיינער וועט אונז קיינמאל נישט קענען צונעמען. און דער פארמעגן וועט אונז היטן אויף דער וועלט און וועט מיטגיין מיט אונז אויך אויף יענע וועלט. &nbsp; אין מלווין לו לאדם לא אלא מצוות ומעשים טובים

    < זעה מער ב אב תשפ"ג 📝
  • דער טיטאניק דערמאנט ווידער אז דער אויבערשטער פירט די וועלט

    פאר איבער הונדערט יאר צוריק איז די וועלט געווען אויף מיט די נייעס אז עס פארט ארויס א שיף פון א שטאט ענגלאנד קיין ניו יארק, "א שיף וואס די וועלט האט נאך אזאנס נישט געזען" האט מען גערעדט. די פירמע האט אריינגעבאכעט אויף די שיף אלע לוקסוס וואס די וועלט האט דאן געהאט, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געריסן צו קויפן טיקעטס, און די וואס האבן זוכה געווען האבן זיך געשפירט ווי די וועלט איז זייערס, "איך האב א טיקעט אויפן טיטאניק" האבן זיי שטאלצירט. &nbsp; די פירמע האט זיך ברייט אויפגעטון מיט זייער מעכטיגע שיף, און האבן הייס פארשפראכן אז דער שיף איז אזוי שטארק און פארזיכערט אז "עס קען ממש נישט זינקען", זיי האבן יעדעם מסביר געווען ווי פארגעשריטן דער שיף איז, און וויפיל זיכערהייט מיטלען עס פארמאגט, אז קיין שום זאך קען עס נישט בייקומען. &nbsp; איין זאך האבן זיי פארגעסן, ווי דער ראש ישיבה זאגט אלץ, ווען א מענטש דרוקט זיך אויס "עס איז ערלעדיגט, פארלאז דיך אויף מיר!" דארף מען זייער מורא האבן, ווען מענטשן פארגעסן פונעם אויבערשטן, מען מיינט אז מענטש קענען עפעס "פארזיכערן", וועט דער אויבערשטער ווייזן ווער איז בעל הבית, א מענטש דארף אייביג זאגן, "מיטן אויבערשטענ'ס הילף", און און אויב ער האלט אז עפעס וועט זיין, זאגט א איד א מאמין "מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט אזוי און אזוי זיין", אדער "איך פארלאז מיך אויפן אויבערשטן אז ער וועט עס פירן צום גוטן", וכדומה. &nbsp; בשעת די איבער צוויי טויזענט פאסאנזשירן זענען געווען פארנומען מיט זייער שוואוילטאג, מען האט געהוליעט, געשיכור'ט און געפרעסן האט דער באשעפער צוגעפירט א גרויסע אייזבארג זאל שווימען אינעם ריכטונג ווי דער שיף האט געדארפט דורכפארן, און דער קאפיטאן מיט זיין גאווה - האלטענדיג אז דער שיף קען סייווי נישט זינקען - האט איגנארירט אלע ווארענונגען פון אנדערע שיפן וואס זענען נישט לאנג בעפאר דורכגעפארן אז מען דארף דארט זיין פארזיכטיג, און האט מיט א שטארקייט אריינגעזעצט אין א בארג וואס איז באשטאנען פון נישט מער ווי פארפרוירענע וואסער וואס האט דורגעריסן דעם שיף, וואס האט ניטאמאל געהאט גענוג רעטונג שיפלעך פאר אלעמען זייענדיג זיכער אז אפילו דאס ביסל איז גענצליך איבעריג. &nbsp; עס האט גענומען נישט מער פון בערך צוויי און א האלב שעה, און דער גאנצער מעכטיגער שיף האט זיך געטראפן אונטערן ים. דער אויבערשטער האט געשיקט א שטארקע דערמאנונג פאר די מענטשן פון דער וועלט אז "יש מנהיג לבירה", ער דער רבונו של אולם פירט די וועלט. &nbsp; זעט אויס אז עס איז שוין דורך צופיל יארן זינט דעם טיטאניק טראגעדיע, און די מענטשן האבן שוין ווידער פארגעסן ווער עס אין טשארדזש, ווער עס איז דער אמת'ער וועלט פירער, און עס האט זיך געמאכט א פירמע וואס האט ערצייגט א קליין אונטערוואסער שיפל און האט עס א נאמען געגעבן "טיטאן" וואס דערמיט האבן זיי אנאנסירט וועלן זיי פירן טוריסטן טויזנטער פיס אונטער די וואסער און ווייזן דעם גרויסן מעכטיגן שיף ווי עס ליגט אזוי הילפלאז אונטערן די וואסער שוין אזוי פיל יארן, און ווידעראמאל האבן מענשטן געהאט די חוצפה אויסצורופן אז זייער שיף קען נישט דורכפאלן, "עס איז אזוי סעיף אז עס קען נישט זינקען" האט דער אייגענטומער אויסגערופן, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געיאוועט און געצאלט א פערטל מיליאן דאלער צו האבן די זכי' צו קענען פארן מיט'ן דעם סובמארין און וועלן זיך קענען אויפטון פאר זייערע חברים אז "איך בין שוין געפארן מיט דעם מעכטיגן סובמארין". &nbsp; פאריגע וואך האט ווידער אמאל פאסירט די זעלבע זאך, דער אויבערשטער האט געוויזן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויפן קיין מענטשן, און בשעת עטליכע גרויסע ביליאנערן האבן זיך געפונען דערין האט עס פלוצלינג פאסירט, זייער געלט און זייערע פארבינדונגען האט זיי גארנישט געהאלפן, אלע מעכטיגע מיליטערישע רעטונג שיפן און מאשינען וואס מען האט גערופן האבן זיי גארנישט געקענט העלפן, דער באשעפער האט אויפגעקראכט דעם שיפל, און פון איין סעקונדע אויפן צווייטן זענען זיי אלע פארלוירן געווארן אין די טיפענישן פונעם ים. &nbsp; יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז עס ווייל דער אויבערשטער וויל עפעס פון אונז, דער באשעפער וויל אז מיר זאלן אים אריינעמען אין אונזער לעבן, ער וויל זיין א שותף אין אונזער ביזנעס, ער וויל וואוינען אין אונזער שטוב, ער וויל מיר זאלן וויסן אז נישט איך און נישט מיין ווייב זענען בעל הבית אין אונזער הויז, ער איז דער אמת'ער בעל הבית, און נאר אים גייען מיר ביידע פאלגן. &nbsp; אזוי אויך אין אלע תחומים פון לעבן וויל דער באשעפער אז מיר זאלן אים שטענדיג מיטנעמען, דורך דעם וואס מיר וועלן אלעס דורכשמועסן מיט אים, און טון אלעס וואס ער בעט פון אונז.

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 181 to 186 of 186 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com