Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ר' חיים מאיר ערפס אינאיינעם מיט ר' ליפא בראך איבערראשן אנשי שלומינו מיט נייע ברסלב'ע מוזיק אלבום

    אין די טעג ווערט באקאנט איבער א נייע אלבום וואס דער באקאנטער און געשמאקער זינגער ר' חיים מאיר ערפס (אדער ווי באקאנט אלץ "סי-עם-אי") פראדוצירט מיטן מיטארבעט פונעם מייסטער מוזיק אראנדשירער ר' ליפא בראך. דער נאמען פונעם אלבום וועט זיין "א מופת בין איך". די ניגונים זענען ווארימע און הארציגע ניגונים אויף אידיש נתחבר געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס יעדע ניגון איז א שיעור פאר זיך פול מיט חיזוק, אמונה, שמחה, און מעסעדזשעס וואס וועט אונז העלפן יעדן טאג.   די ארויסגעבער האבן נישט געשוינט קיין מיה און פלאג אז דער נייער אלבום "א מופת בין איך" זאל ארויסקומען מיטן העכסטן מאס פראפעשאנליזם. דער אלבום אנטהאלטן צען באזונדערע ניגונים, וואס יעדע ניגון האט זיין אייגענע געשמאק און מעסעדזש.   אין די זעלבע צייט וואס ר' חיים מאיר איז פארנומען מיטן ארויסגעבן זיין אייגענע אלבום, האט ער אלעס געלייגט אין די זייט, זאגענדיג אז העלפן דעם ראש ישיבה קומט פאר אלעמען.   די צוהערער וועלן נתעורר ווערן פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי ער זינגט פון זיין ריינע הארץ, און ווי באקאנט יעדער וואס הערט נאר דעם ראש ישיבה שליט"א זינגען דערמאנט זיך פונעם אויבערשטן, און עס ברענגט אים א הרהור תשובה.   ביים הערן דעם אלבום וועט מען פארכאפט ווערן פון די הערליכע הארציגע ניגונים, וואס באשטייט פון נייע און אלטע הערליכע ניגונים, דער נייער אלבום ברענגט ארויף די ברסלב'ע ניגונים אויף א פרישע שטאפל ווי נאך קיימאל בעפאר. ווי מען הערט פון די ארויסגעבער שטעלט זיך ארויס אז אן אלבום מיט אזא תוכן, פראפעשינאלקייט, און מעסעדזש איז נאך נישט געווען אויף די אידישע מארק.   אין די יעצטיג טעג האלט מען שוין ב"ה ביי די לעצעט שטאפלען פון מיקסן, און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט עס שוין אויפן גאס קומענדיגע מוצאי שבת נחמו הבעל"ט.   דער נייער סידי וועט זיכער האבן א געוואלדיגע פאזיטיווע השפעה אויף אלע צוהערער, און וועט צוברענגען פילע אידן צו ווערן נענעטער צום אויבערשטן.

    < זעה מער טו תמוז תשפ"ג 📝
  • פילע פרישע ספרים צו באקומען דעליווערט דורכן קרן הדפסה

    פילע נייע ספרים און קונטרסים קומען כסדר ארויף אויפן וועבסייט, דא וועלן מיר אויסרעכענען עטליכע. &nbsp; ליקוטי תפלות על פי נושאים - די הארציגע תפלות צום אויבערשטן געשריבן דורך רבי נתן, ווען איינער זוכט א תפלה וואס רעדט צו זיין הארץ אויף א געוויסע נושא, זאל עס זיין קינדער, פרנסה, שידוכים, הצלחה, געזונט און אזוי ווייטער קען מען אין דעם ספר טרעפן וואס ער זוכט, און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אויבערשטן מיט די לויטערע תפלות פון רבי נתן. הארטע דעקל, הערליכע שיינע דרוק פאר בלויז $12.49. &nbsp; תחמל - א ספר וואס שעטלט צוזאים חומש, תהלים, ליקוטי מוהר"ן איינגעטיילט לויט די טעג צו ענדיגן במשך א יאר. הארטע דעקל, הערליכע דרוק, פאר בלויז $7.99 &nbsp; ליקוטי עצות, אידיש - דער הערליכער ספר ליקוטי עצות, וואס איז עצות אויפצואוועקן א איד צום אויבערשטן ארויסגענומען פון די ווערטער פון הייליגן רבין געשריבן דורך רבי נתן, איז דא איבערגעטייטשט אויף א היימשע געשמאקע אידיש. הארטע דעקל, הערליכע שיינע דרוק פאר בלויז $30.49 &nbsp; משיבת נפש מיט א ביאור אויף אידיש - דער הערליכער ספר וואס כשמו הוא כן הוא א ספר וואס רעדט צום נשמה פון א איד און וועקט אים אויף צום תכלית, געשריבן דורכן גרויסן ברסלבער חסיד הרה"ח ר' אלטר טעפליקער זי"ע מיט א ביאור אויף אידיש אויפן דף. הערליכע שיינע דרוק, הארטע דעקל. צו באקומען אין צוויי מאסן, די קליינע איז פאר $18.49 און די גרעסערע איז $24.49. &nbsp; תהלים עם שמות הצדיקים - דער גאנצער ספר תהלים און דערנאך דער ספר שמות הצדיקים וואס דער רבי האט געזאגט איז א גרויסע סגולה צו זאגן, מיט גאר שיינע גרויסע לעכטיגע אותיות, און א הארטע דעקל פאר בלויז $15.49. &nbsp; סיפורי מעשיות - די דרייצן הערליכע מעשיות וואס דער רבי האט פארציילט און געזאגט אז עס וועקט אויף א מענטש פון שלאף מיט גרויסע קלארע אותיות, געשריבן סיי אינעם רבינ'ס לשון אויף אידיש, און סיי אין רבי נתן'ס לשון אויף לשון הקודש, הארטע דעקל פאר $24.49 &nbsp; עצות המבוארות - חיזוק און עצות אין פילע נושאים אין עבודת ה' ארויסגענומען פונעם רבי'נס ספרים, געשריבן דורך הרה"ח ר' שמעון בארסקי זי"ע, געדרוקט אין שיינע גרויסע אותיות, מיט א הארטע דעקל פאר בלויז $15.49. &nbsp; ליקוטי תפלות לזמני השנה - די הייליגע תפלות פון רבי נתן מסודר לויט די צייטן און ימים טובים, ווען מען זוכט א תפלה אויף פורים, פסח, שבת, ראש השנה און אזוי ווייטער וועט מען עס דא בעז"ה גרינג טרעפן און קענען זיך גוט אויסבעטן ביים אויבערשטן אלעס וואס מען דארף, הערליכע שיינע אותיות, הארטע דעקל פאר בלויז $15.99. &nbsp; קיצור ליקוטי מוהר"ן - א תמצית פון די הייליגע תורות עצות און חיזוק פונעם ספר ליקוטי מוהר"ן, געשריבן דורך רבי נתן זי"ע, געדרוקט מיט שיינע אותיות, און א הארטע דעקל. צו באקומען אין צוויי מאסן, די קליינע פאר $16.99 און די גרויסע פאר $18.49. &nbsp; דאס איז נאר א קליין חלק פון די פרישע ספרים. דרוקט דא צו זען אלע ספרים אויסגעשטעלט לויט די סדר ווען עס איז צוגעקומען צום וועבסטייט, און זייט אייך מחיה פון די ריזיגע אויסוואל פון ספרים, קונטרסים קארטלעך און נאך וואס מען קען דא באקומען. &nbsp; אויסער דעם שלאפט נישט דער קרן הדפסה, מען דרוקט און מען פארשפרייט די פילע ביז יעצטיגע ספרים און קונטרסים, אזוי אויך גייט מען אריין כסדר אין פילע נייע פראיעקטן אויף וואס מיר האפן צו באריכטן אין א צווייטע געלעגענהייט, צווישן אנדערע האט מען געמאכט א הערליכע דעקל פאר די ענלישע לייט אף אמונה, אויפן זעלבן שטייגער ווי מ'האט געמאכט אויף די וועכענטליכע עצתו אמונה, די מעשה'לעך פאר קינדער 1 און 2 גייען צום דרוק, אזוי אויך די קאלערינג בוך 2 (וואס מען האט הערליך איבערגעמאכט דעם דיזיין) גייט שוין צום דרוק, און דער קונטרס "שפתי תפתח" סימן ג' קומט שוין ארויס.

    < זעה מער י תמוז תשפ"ג 📝
  • בית הדפוס היכל הקודש אין בית שמש

    בית שמש - דער בית הדפוס היכל הקודש אין שטאט בית שמש טוט אין די טעג אפצייכענען "מיליאן פאפירן" וואס מען האט שוין געדורקט אינעם דרוקעריי, נאכדעם וואס פון דעם בית הדפוס גייט ארויס יעדע וואך טויזנטער גליונות היכל הקודש, הונדערטער ספרי "עצתו אמונה", צענדליגע פון די אנדערע ספרים און גליונות ווי "אשר היה אל יואל", "שיחות הראש ישיבה", גליון "סיפורי מעשיות" און נאך, אזוי אויך דרוקט מען צענדליגע "קרית ברסלב בלעטל", און לעצטענס האט מען אויך צוגעלייגט דער נייער גליון "שיעורי חינוך" וואס ווערט אויסגעכאפט דורך מלמדים, מחנכים, און כלל עמך בית ישראל וואס ווילן א וועג אין מחנך זיין די קינדער, אזוי ווייטער אלע פולע גליונות וואס קומט ארויס פון היכל הקודש תלמידי הראש ישיבה שליט&rsquo;&rsquo;א. &nbsp; יעדן דאנערשטאג קומען די פולע צענדליגע מפיצים צום בית הדפוס און נעמען נעמען אפ זייער פעקל וואס די געטרייע גבאים האבן אנגעגרייט פאר יעדעם לויט זיין געברויך, און זיי גייען ארום און זענען דאס מפיץ זיין אין אלע בתי מדרשים אין בית שמש.מ&rsquo;באקומט צוריק ווארימע גריסן פון אסאך טייערע אידן יעדע וואך וואס זענען זאך פשוט מחי&rsquo; דאס הארץ מיט די פשוטע טייערע און זיסע לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז. &nbsp; יעצט איז די בית הדפוס אנגעקומען צום אומגלויבליכן נומער פון א מיליאן(!) פאפירן וואס מ&rsquo;האט געדרוקט אין ווייניגער פון צוויי יאר זינט דער בית הדפוס האט זיך געעפענט, וואס מיינט אן עוורידזש פון איבער 40 טויזנט בלעטער א חודש. &nbsp; פאריאר האט דער ראש ישיבה שליט&rsquo;&rsquo;א באזוכט אין דעם בית הדפוס און האט דארט ארום גערעדט איבער די גרויסקייט און פון די געוואלדיגע זכי&rsquo; צו גיין מפיץ זיין די עצות פונעם הייליגן רבי&rsquo;ן, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה ארויס געברענגט זיין דאנקבארקייט וואס ער האט פארן מנהל בית הדפוס מו&rdquo;ה יצחק ראטה הי&rsquo;&rsquo;ו וואס האט אריינגעברענגט אין זיין דיינינג רום א פרינטינג מאשין צו דרוקן די גליונות. אזוי אויך האט מען געוויזן פארן דער ראש ישיבה די ליסטע פון אלע מפיצים און וויפיל גליונות זיי זענען מפיץ וואך נאך וואך, פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש זענען זייער דאנקבאר פארן גבאי פונעם בית הדפוס וואס געט זיך אוועק יעדע וואך שעות אויף שעות צו דרוקן און אנגרייטן אלע גליונות פאר יעדן מפיץ זיין פעקל לויט וואס יעדער ער באשטעלט, אזוי אויך געבט ער אוועק זיין שבת שטוב פאר אלע תפילות שבת יעדע וואך שבת און יעדע יום טוב און בכלל צו יעדע צייט וואס מ&rsquo;דארף, דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס אין זכות פון העלפן דעם הייליגן רבי&rsquo;ן מיט אזא געטריישאפט. &nbsp; דער בודזשעט פונעם בית הדפוס איז זייער הויך, מען דארף כסדר שאפן גרויסע סכומים פון טויזנטער שקלים צו קענען קויפן פאפיר, און צוליב די שטארקע אינפלאציע איז די פרייז פון קויפן צוויי פעלעטס פאפיר (קליינע פאפיר פאר עצתו אמונה און גרעסער פאפיר פאר די גליונות) איבער 12 טויזנט שקלים, (בערך 3,200 אמעריקאנער דאלאר) אנשי שלומינו איבער די וועלט קענען יעצט האבן די זכי&rsquo; ארויס צו העלפן דעם בית הדפוס אנגיין. זייט מנדב דורך נדרים פלאס / היכל הקודש בית שמש אדער קענט איר רופן דעם מנהל בית הדפוס אויף 504199751 972+.Test &nbsp;

    < זעה מער י סיון תשפ"ג 📝
  • "Little Stories for the Little Souls" Booklet Now Available in English!

    We are thrilled to share some wonderful news with our English-speaking audience. Since the release of our beloved book of מעשה&rsquo;לעך פאר קינדער in Yiddish, we have been flooded with requests for an English version. The anticipation has been building, with parents eagerly waiting to share these enchanting tales with their children. &nbsp; Today, we are delighted to announce that the first shipment of our new booklet, titled "Little Stories for the Little Souls," has arrived from the esteemed press of Eretz Yisroel. The excitement is palpable among the countless children who have been eagerly anticipating its arrival. We offer our heartfelt gratitude to Hashem for this blessing. &nbsp; This captivating booklet comprises ten captivating stories, brimming with inspiration about faith, prayer, the righteousness of our ancestors, the significance of performing mitzvot and acts of kindness daily, the importance of guarding one's eyes, midos tovos, and temimos. The Rosh Yeshiva himself penned these stories in Yiddish, infusing them with profound messages that will resonate with children from the cradle to their adult years. We extend our gratitude to Mrs. Mendlowitz, a renowned translator, for her exceptional work in rendering these stories into English. &nbsp; In parallel, we are excited to share that the second book in our series of מעשה&rsquo;לעך פאר קינדער in Yiddish is nearing completion. This book, which features ten enchanting tales such as "Never Get Lost," "How to Become a Righteous Person?," "A Visit to the Rebbe," "At the Zion of the Holy Baal Shem Tov," "His Merits Are Upon Us," "The Fish Jumps into the Ship," "Freed from the Dogs," and "How Should One Ask Hashem?," is on its way to the printing press. Additionally, we are currently reprinting the first book in Yiddish, which has sold out due to popular demand. &nbsp; Every aspect of this endeavor is carried out under the careful guidance and supervision of the revered Rosh Yeshiva Shlita. The dedicated members of "Mechon Atzuso Emunah" have worked tirelessly, investing days and weeks, to ensure the success of this profoundly impactful booklet. We have engaged highly experienced printers, skilled graphic artists, and utilized excellent quality paper. The booklet is also laminated, ensuring its durability for young children who will cherish the beautifully painted illustrations. &nbsp; We are thrilled to announce that the booklet is now available at the printing press, through the Mafitzim, and on our website. Don't miss this opportunity to bring joy and inspiration to the hearts of your little ones with these timeless stories. &nbsp; link to buy the new booklet &nbsp; "מעשה'לעך פאר קינדער #1" ביכל אין ענגליש שוין דא צו באקומען &nbsp; זינט פאריאר ווען עס איז ארויס פון דרוק דער ביכל פון מעשה'לעך פאר קינדער אויף אידיש, האט נישט אויפגעהערט צו קומען די בקשות פונעם ענגליש רעדנדע ציבור אויף אן ענגלישע ווערסיע, עס זענען געקומען פילע ווענדונגען צום קרן הדפסה "ווען קומט שוין ארויס דער נייער ביכל אויף ענגליש, מיינע קינדער ווארטן שוין דערויף!". &nbsp; דערפאר איז יום בשורה הוא לנו, מען קען שוין מעלדן מיט פרייד פאר אלעמען אז היינט איז ברוך השם אנגעקומען פונעם דרוק פון ארץ ישראל דער ערשטער שיפמענט פון די נייע ביכל אויף ענגילש וואס טראגט דעם נאמען "Little Stories for Little Souls" צום די גרויסע שמחה פון די פילע קינדער וואס קענען שוין קוים ווארטן. &nbsp; דער נייער ביכל אנטהאלט צען דראמאטישע מעשיות, פול מיט חיזוק אויף אמונה, תפלה, אמונת צדיקים, טון מצוות ומעשיות טובים לעובדה ולמעשה, שמירת עינים, מידות טובות, תמימות און נאך, וואס דער ראש ישיבה האט אליינס געשריבן אויף אידיש, אריינלייגענדיג דערין פילע מעסעדזשעס פון יראת שמים וואס וועט אריינגיין אין די קינדער נאך אין די וויגן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע זייערע יארן. דער ביכל אויף ענגליש איז גאר פאכמאניש איבערגעטייטשט געווארן דורך די בארימטע מרת מענדלאוויטש תחי', וואס האט געמאכט גאר א גוטע ארבעט. &nbsp; אין די זעלבע צייט קומט מען זאגט די גוטע בשורה פאר אנשי שלומינו אז דער צווייטער ביכל אין די סעריע פון מעשה'לעך פאר קינדער אויף אידיש (אנטהאלטן די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן) איז שוין כמעט גרייט, און האלט שוין ביים גיין צום דרוק. אזוי אויך דרוקט מען אין די טעג איבער די ערשטע ביכל נאכדעם וואס עס איז שוין אויסגעגאנגען און איז יעצט נישטא צו באקומען. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער. &nbsp; מען קען שוין באקומען דעם ביכל ביים קרן הדפסה, ביי די מפיצים, און אויפן וועבסייט. &nbsp; 🛒 מעשה'לעך פאר קינדער ענגליש #1 בלויז $8.99

    < זעה מער כו אייר תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארעם צו קענען דרוקן חלק ח' פון עצתו אמונה

    דער קומענדיגן באנד פון עצתו אמונה וואס האלט שוין ביי חלק ח' וואס אנטהאלט די פילע בריוו און שאלות ותשובות געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א האלט שוין ב"ה ביי די לעצטע שטאפלען איידער עס גייט צום דרוק. דער פרישער באנד איז פונקט ווי די פריערדיגע אנגעפילט מיט חיזוק איבער אמונה, עבודת השם, עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן וויאזוי מען קען לעבן מיטן אייבערשטן, איבערקומען שוועריקייטן, זיך דורכקומען אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און וויאזוי פשוטע מענטשן קענען זוכה זיין צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן און צו די תורה, מען זאל ליב האבן אידישקייט און קענען אויפצוען מיטן אייבערשטנ'ס הילף שיינע לעכטיגע דורות. &nbsp; די פריערדיגע בענדער זענען צוכאפט געווארן פון די הענט פון די מפיצים דורך אנשי שלומינו וועלכע האבן שוין געקאסט די טעם פון די "אונגארישע וויין" און קענען קוים ווארטן צו געניסן פונעם ענדלאזן קוואל פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, אין וואס מען איז זיך קובע א שיעור יעדן אייציגן טאג פון וואס מען שעפט די כחות אנצוגיין. אזוי אויך דורך פולע אידן איבער די גאנצע וועלט וואס האבן געהערט אז דער הייליגער רבי האט אן עצה און חיזוק פאר יעדעם איינעם אין יעדן מצב, און מען כאפט זיך צו דערצו ווי א דורשטריגער צו א קאלט גלעזל וואסער. &nbsp; אומצאליגע אידן און גאנצע משפחות זענען שוין געראטעוועט געווארן מרדת שחת ברוחניות ובגשמיות דורך די בריוו פון עצתו אמונה, וואס איז אלעס געשעפט געווארן פונעם ריינעם קוואל פון די הייליגע תורה, פון חז"ל, פון אונזערע הייליגע רבי'ס, ובפרט פון די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט. פילע סודות ווערן אנטפלעקט פאר די וואס לערנען אינעם הייליגן ספר, מען ווערט געוואר אז "דער אייבישטער דארף מיר יא", און "אויך איך קען צוריק קומען צום אייבערשטן" און "איך קען און עס איז געשמאק צו זיין אן ערליכער איד", אזוי אויך אז עס איז דא א וועג פאר יעדעם צו לערנען די הייליגע תורה דורך "זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו מען פארשטייט גארנישט", און אז "זיך אפגעבן מיט די ווייב, רעדן שיין צו איר, און אפשווייגן ווען זי פארשעמט איז עבודת השם", אזוי אויך ווערט מען געוואר דעם גרויס סוד אז "דער אייבישטער הערט אויס יעדעס ווארט וואס איך זאג, און ער ווארט איך זאל רעדן צו אים", און אז "עס איז נישטא צו וועם זיך צו ווענדן, איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן", אזוי אויך זעט מען דארט אז "מען טאר זיך נישט מאכן קיין חובות, אויב דו האסט נישט קיין געלט, מעגסטו און דארפסטו גיין נאך געלט", אזוי אויך לערנט מען וויאזוי מען דארף אויסלערענען די קינדער זיך אכטונג צו געבן פון מנוולים "זאג פאר דיינע קינדער אז קיינער מעג זיי נישט אנרירן, און אויב ח"ו איינער רירט זיי אן זאלן זיי שרייען!" אזוי כהנה וכהנה לאזט זיך דער ראש ישיבה שליט"א אראפ צו אונז פשוטע מענטשן און ברענגט אין אונז אריין האפענונג, קרבת אלקים, און עצות צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן טראץ אלע שוועריקייטן. &nbsp; דער גרויסער זכות פון העלפן דרוקן דעם הייליגן ספר איז אין לשער, יעדע נדבה וועט צוניץ קומען פארן נותן בזה ובבה, ער האט א חלק אין מחזק זיין און דערנענטערן אומצאליגע אידישע קינדער צום אייבערשטן און זיי ארויסהעלפן טאג טעגליך אז זיי זאלן האבן א בעסערע און זיסערע לעבן מיט די ווייב און קינדער. &nbsp; מען קען געבן נדבות דירעקט פאר ראש ישיבה שליט"א (און אויפשרייבן אויפן ענוועלאפ "עצתו אמונה חלק ח'"), אדער קען מען איבערגעבן די נדבות פאר מו"ה ישעי' איידליס שליט"א, מ'קען אים רופן אויף 347-831-1391.

    < זעה מער ט אייר תשפ"ג 📝
  • הפצה פארברענג אין קרית יואל צייכענט אפ ערשטע יאר מיט הצלחה

    אין די טעג ווערט אפגעצייכענט א גאנצע קיילעכיגע יאר פון די שיינע הפצה פארברענגען פון אנשי שלומינו אין קרית יואל, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט א יאר צוריק נאך פסח, ווען יעדע וואך קומען זיך צוזאם א שיינע ציבור אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף העיס קט. ווי דער גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א לערנט צום ערשט פאר א שיעור אינעם הערליכן ספר "פעולת הצדיק", און דערנאך ליינט מען פאר א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אין אשר בנחל, און א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אין "עצתו אמונה" וואס האט איז מחזק מחיה געווען די באטייליגטע. &nbsp; דערנאך איז אלץ דא שיינע שיחת חברים, מען שמועסט און פארציילט פארשידענע שיינע עובדות פון אנשי שלומינו, וויאזוי מען דערהאלט זיך מיטן רבינ'ס עצות, און מעשיות פון תפלה ווי מען בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און דער אייבישטער הערט צו און העלפט. א שטארקע דגוש ווערט געלייגט אויף הפצה, מען פארציילט שיינע מעשיות פון הפצה - מען אעז מחזק מען זאל נישט זיין סעלפיש צו האלטן דעם סוד פון די גוטע לעבן וואס דער רבי געבט אונז פאר זיך, נאר מען זאל יעדער אויף זיין אופן זוכן וויאזוי ער קען מפיץ זיין די הייליגע ספרים און דרשות, מען הערט כסדר צוריק ווי די הייליגע מפצים ראטעוועט אידן און גאנצע משפחות וואס האבן זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט, און א דאנק הפצה האבן זיי געטראפן דעם צדיק וואס האט געראטעוועט דעם מצב, און צוריק געשטעלט אידישע שטובער. &nbsp; דער פארברענג גייט שוין אזוי אן ברוך השם א גאנצע יאר מיט גרויס הצלחה, ווי מען קומט זיך צוזאמען אין בית המדרש היכל הקודש אויף העיס קט. קרית יואל יעדע דינסטאג נאכט אום 8:45 ווי מען פארברענגט און מען איז זיך מחזק מיטן רבינ'ס דיבורים, ביז 9:45 ווען מעט דאווענט מעריב בציבור. &nbsp;

    < זעה מער ו אייר תשפ"ג 📝
  • גליון היכל הקודש גרייכט צום גליון נומער 600

    דער מערסט פארשפרייטער גליון אין די חרדישע וועלט "גליון היכל הקודש" איז די וואך פרשת תזירע מצורע אנגעקומען צום מערקווירדיגן ציפער פון "זעקס הונדערט", דער גליון וואס ערשיינט שוין פאר צוועלף יאר, און ווערט פארשפרייט אין פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, און ווערט איבערגעטייטשט צו נאך עטליכע שפראכן, און ווערט געליינט מיט דורשט דורך צענדליגע טויזנטע אידן איבער די וועלט אין די שולן, אין די הייזער און אויפן קאמפיוטער דורך יעדן איד וואס זוכט א חיזוק ווארט צו קענען מיטנעמען מיט זיך. &nbsp; די סיבה פארוואס דער גליון איז אזוי פאפולער איז נישט ווייל עס האט ציענדע קאלירפולע גראפיקס, אויך האט עס נישט קיין דראמטישע שרעקעדיגע מעשיות אדער פארזעצונגען, עס אנטהאלט נישט קיין בילדער און אילוסטראציעס, נישטא דארט צו טרעפן חידות, אפהאנדלונגען אדער ארטיקלען, עס האט אפילו נישט קיין טיעפע תורות אדער פארפלאנטערטע פלפולים, דאס איז בכלל נישט וואס מאכט מענטשן זוכן דעם גליון אין אלע שולן איבער די וועלט. &nbsp; דער גליון אנטהאלט באשטייט פון פשוטע פאפיר, שווארץ ווייס אבער אטהאלט לעכטיגע ווערטער. עס האט אן אינהאלט וואס ציט יעדן איד ווי א מאגנעט. &nbsp; צום ערשט איז אלץ דא דער "ווארט אויף די פרשה" א געדאנק אויף די סדרה פון מוהרא"ש, דארט וועט מיט פשוטע ווערטער שטיין א שיינע טייטש אויף די וואכעדיגע סדרה איבער אן ענין וואס מ'קען דערפון ארויסנעמען הלכה למעשה חיזוק אדער עצות צו קענען שטייגן אין עבודת ה'. &nbsp; דערנאך טרעפט מען אלץ אויפן לינקן זייט גראד ביים אנפאנג פונעם גליון א שיינע שיחה פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער צולייגט אזוי שיין אן ענין, און מאכט קלאר פארן מענטש וואס זיין תכלית אויף דער וועלט איז און וואס מען קען טון צו האבן א בעסערע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; דאן קומט "א גוט ווארט" פון ראש ישיבה, דאס איז א קליינע ציטאט פון א בריוו, א דרשה וכדומה פונעם ראש ישיבה, א ווארט וואס מאכט טראכטן, אן עצה צום לעבן און דאס גלייכן. &nbsp; דאן קומט אויפן צווייטן און אויפן דריטן זייט די בריוו פונעם ראש ישיבה און די שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה, ווי ליינער האבן די געלעגעהייט (דא אויפן וועבסייט https://breslevcenter.com/answers דרוק אויף "פרעג א שאלה") צו פרעגן פונעם ראש ישיבה זייער שאלות און ספקות אויף אלע נושאים וואס עס קען זיי נאר דרוקן, און דער ראש ישיבה ענטפערט יעדעם בטוב טעם ודעת אן ענטפער על פי תורה, א לעזונג צום פראבלעם לויט ווי אונזערע רבי'ס האבן אונז אויסגעלערענט. &nbsp; דערנאך איז דא אויפן לעצטן זייט אביסל נייעס און אפדעיטס וואס טוט זיך אין די קהילה און אין די מוסדות אין די פילע שטעט איבער די וועלט, אז אנשי שלומינו זאלן קענען מיט האלטן און זיין אינפארמירט מהנעשה והנשמע ביי אנשי שלומינו. יעצט איז דער געלעגעהייט ווען מיר דארפן מכיר טוב זיין פאר הר"ר מרדכי אידיג שליט"א וועלכע געבט זיך אוועק פאר דעם גוטן שוין אזוי פיל יאר צום גוטן, און האט שוין מחי' מתים געווען און אויפגעלעבט אזויפיל אידן. עס איז אוממעגליך פאר אונז צו באצאלן פאר זיינע פילע לייסטונגע פאר דעם גליון בפרט און פאר די מוסדות היכל הקודש בפרט. זאל אים דער אייבישטער באצאלן מיט אלעם גוטן, ער זאל ווייטער קענען זיך אפגעבן מיט מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן אזוי ווי זיין הארץ באגערט.

    < זעה מער כט ניסן תשפ"ג 📝
  • פאספארט אלערט: צייט צו באקוקן די פאספארטן צו קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה

    מיט יעדע פארבייגייענדע טאג ווערט די בענקשאפט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה שטארקער. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן", אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבין. "פלען איט רייט" איז אין די טעג שטארק פארנומען אויסצוארבעטן די פלענער וואס ווען און וויאזוי מען זאל קענען אנקומען אמבעסטן קיין אומאן היי יאר. &nbsp; צוליב די אנגייענדע מלחמה וואס אוקריינע איז פארמישט שוין איבער א יאר, פארשטייט מען אז אנצוקומען קיין אומאן גייט נישט סתם מען קויפט א טיקעט, צוערשט קומט פארשטייט זיך תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם צו שטעלן שטיינער אין וועג. אבער ווי אנשי שלומינו האבן שוין געזען, האט מען פאריאר מיט תפילות זוכה געווען צו שיינע זאכן, סיי אז די וועג האט זיך אויסגעארבעט על צד היותר טוב, מען איז געקומען מיט פליגערס קיין פוילן, און דערנאך איז מען געפארן קיין ליזענסק ווי עס איז געווען צוגשטעלט צו עסן, און א מקוה, און פון דארט האט מען גענומען דעם לאנגען וועג מיט באסעס און מיטן באן קיין אומאן. אזוי אויך אין אומאן זעלבסט האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט גארנישט געפעלט, די פעקלעך זענען ב"ה אנגעקומען, און מען האט געפועלט ישועות פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; דאס יאר טוען אנשי שלומינו ווייטער גיסן תפילות בשעת די שטאב פון "פלען איט רייט" טוט איבערארבעטן די פלענער וואס מען קען טון היי יאר, סיי וואס מען קען בעסער מאכן, און סיי וואס מען קען צולייגן. עס ליגן אויפן טיש גוטע געדאנקען מיט וואס צו פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו מיטן אייבערשטנ'ס הילף אנוצוקומען צום הייליגן רבין, נאך בעסער און שענער פון פאריאר. אנשי שלומינו זענען מתפלל "ותקננו בעצה טובה מלפניך", מען זאל קענען צושטאנד ברענגען די אלע זאכן, און עס זאל זיך אויסארבעטן אויפן בעסטן פארנעם. &nbsp; אין די קומענדיגע טעג האפן מיר אז מיר וועלן קען מעלדן די פרישע אפדטעיטס מטעם "פלען איט רייט", אבער אויפן יעצטיגן מאמענט איז דא איין קריטישע זאך וואס עס פעלט אויס מען זאל שוין יעצט קעיר נעמען דערפון: די פאספארטן. &nbsp; יעדער וואס דארף באנייען אדער אפלייען פאר א פאספארט פאר זיך אדער פאר די קינדער, זאל עס טון שוין יעצט. ווי די רעגירונג שרייבט אין די יעצטיגע טעג, אז זיי באקומען אסאך מער פאספארט אפליקאציעס ווי זיי קענען באהאנדלען, דארף מען זיך רישן אז אפילו "עקספעדייט" פאספארטן זאלן נעמען מער פון צוויי חדשים, און כאטש מיר האלטן יעצט נאך בערך פינף חדשים צום נסיעה, איז זייער וויכטיג אז מען זאל זיך שוין אפגעבן דערמיט, און נישט ווארטן אויף שפעטער, ווען עס קען קאסטן אסאך מער טירחה, געלט, און עגמת נפש. &nbsp; פאר אנשי שלומינו איז צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין, לב יודע מרת נפשו, יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם טוט אונטערלייגן שטיינער און פיסלעך אויף אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל זיי אלע קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.

    < זעה מער כו ניסן תשפ"ג 📝
  • וועכענטליכע עצתו אמונה וועט באקומען א הערליכע דעקל

    מיט לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער אויף זיינע פילע חסדים האבן אנשי שלומינו נארוואס אפגעצייכנט זיבן יאר, א גאנצע שמיטה, זינט דעם ליכטיגן טאג ג' ויקרא תשע"ו לפ"ק, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באוויליגט צו נעמען אויף זיך צו שרייבן יעדן טאג א מכתב יומי, און פרטיות'דיג בריוון און שאלות ותשובות תלמידים און לכל דורש ומבקש. וואס איז שוין היינט צוטאגס תודה לא-ל באוויסט אין די גאנצע וועלט מיט'ן נאמען "עצתו אמונה" און "איש אמונות", דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, דער ראש ישיבה שליט"א זאלן האבן די כוחות און מעגליכקייט צו שרייבן ווייטער און אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן און צו די תורה. &nbsp; ברוך ה' יעצט ווען מען האלטן שוין ביי קונטרס נומער 295, האט מען אויפ'ן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א באקליידעט דעם קונטרס מיט א פרישע נייעם הערליכן דעקל, וואס וועט אוודאי ברענגען א פרישקייט צו ליינען די הערליכע בריוון פאר יונג און אלט. &nbsp; אזוי אויך האט מען לויטן פארלאנג פונעם ראש ישיבה צוגעלייגט צוויי און צוואנציג בריוון, וועלכע לויפט אויף פארשידענע נושאים לויט די סדר הא"ב, כדי צוצולייגן חומר צו ליינען אין די רואיגע יום טוב צייט און חול המועד. &nbsp; אט איז דער בריוו ווי דער ראש ישיבה בעט מען זאל לייגן א נייע שיינע דעקל: &nbsp; טייערער ליבער ..., שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אזויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די שיינע בריוו פון עצתו אמונה, אזויפיל מענטשן נעמען דאס פאר זייער וועג ווייזער, פאר זייער מורה דרך; גאנצע שטובער האבן אויפגעהערט ליינען מאגאזינען, זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל. &nbsp; איך זאג דיר נאכאמאל, די מטרה מיינע פון דרוקן די בריוו איז נאר פאר אנשי שלומינו. איך וויל רעדן צו אלע מיינע תלמידים און צו אלע שטובער, טאטעס און מאמעס, דאס איז מיין וועג ווי איך קען אנקומען צו זיי, (על כל פנים ווער עס וויל מיך אויסהערן). אז די מפיצים ווילן דאס מפיץ זיין - קענען זיי דאס טון, און אז נישט - איז נישט; די בריוו שרייב איך פאר מיינע תלמידים ותלמידות. &nbsp; וואויל איז דיר אז דו ארבעסט אזוי געטריי אז דאס זאל זיין שיין און בא'טעמ'ט. &nbsp; איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן א נייעם דעקל, א קאלירטע דעקל פאר די וועכנטליכע קונטרסים, און יעדע יאר פסח זאלסטו בייטן דעם דעקל, אזוי אז עס זאל זיך אויפפרישן ביי אנשי שלומינו, עס זאל זיין פריש. &nbsp; מערכת עצתו אמונה וואונטשט פאר אלע אנשי שלומינו און ליינער א חג כשר ושמח, מיט אמונה און תקוה אז מיר וועלן נאך היי יאר זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין ירושלים עיר הקודש, אמן.

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ג 📝
  • Habayis Magazine: Making Pesach Meaningful and Enjoyable

    Exciting news for English-speaking readers: The brand new &ldquo;Habayis Magazine&rdquo; published by Heichal Hakodesh will with Hashem&rsquo;s help soon be available for all to enjoy. With an array of uplifting and insightful articles written by esteemed authors, this magazine promises to offer something unique and inspiring. &nbsp; The first edition of &ldquo;Habayis Magazine&rdquo; is set to debut just in time for Pesach, bringing joy and light into our homes.. It includes articles on all topics from joyful reminiscing to practical tips for Pesach preparations. &nbsp; One article by D. Wildey explores the power of fond memories from our childhood as we grow older. Another piece by S. L. Fried offers tips and tricks for getting organized ahead of Pesach so that we can fully enjoy the yom tov without feeling overwhelmed or stressed out. &nbsp; Y. Silver shares insights on &ldquo;The power of tefillah&rdquo; in helping us connect to Hashem on a deeper level, while B. Wildey provides some "Pesach Pearls" - nuggets of wisdom to guide us through this auspicious time. &nbsp; Readers will also get an exclusive glimpse into Lakewood's largest Matzah Bakery as Rabbi Aron Meyor discusses his role as Mashgiach in an interview with S. Feldman. &nbsp; For those who love a good story, S. Lesser translates the first story of Sippurei Maasios "The Lost Princess". This particular tale is sure to enchant readers young and old alike! And lastly but certainly not least, Z. Gelbwachs writes about what it means to be a hero according to teachings passed down from the Rebbe; how Emunah helps us serve Hashem better, and cope with day-to-day life challenges. All throughout Habayis Magazine's pages run themes such as Emunah, Simcha Shel Mitzvah, and how to help us serve Hashem better. &nbsp; We hope you will enjoy this first issue of &ldquo;Habayis Magazine&rdquo;! &nbsp;

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ג 📝
  • פראוועט א געהויבענע סדר מיטן באקאנטן הגדה "אור זרוע" פון מוהרא"ש זי"ע

    אזוי ווי מיר דערנענטערן זיך מיט שנעלע טריט צום הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה, גרייטן זיך אידישע קינדער צום הייליגין יום טוב מיט פילע הכנות. מען קויפט איין מצות, וויין, פיש, פלייש און אלעס אינדערצווישן. אבער וואס קען זיין א בעסערע הכנה צום הייליגן סדר ווי לערנען דעם הייליגן הגדה "אור זורע" געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע? דער יעצטיגער מהדורה פון די הגדה איז גאר שיין אין הערליך געדרוקט מיט קלארע געשמאקע גרויסע אותיות, און צוגעשריבן דערצו די הערליכע ווערטער פון אמונה און די באדייט פון די הייליגע מצות פון די סדר נאכט געשריבן דורכן גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די הגדה אנטהאלט די גאנצע סדר נאכט מיט פילע שיינע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער טייטשט אריין די ווערטער פונעם בעל ההגדה אויף לעובדה ולמעשה, און לייגט אריין די ווערטע אין מויל מען זאל קענען איבערגעבן די הייליגע אמונה פאר די קינדער און די ווייטערדיגע דורות. &nbsp; די הגדה האט מען שוין עטליכע מאל איבערגעדרוקט און עס איז אלץ גלייך צוכאפט געווארן פון די מפיצים ווי נאר עס איז ארויסגעקומען. אבער יעצט איז דא א פרישע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן דעם שיינעם הגדה. דער קרן הדפה האט לכבוד פסח געדרוקט א פרישע שפימענט פון די הגדה, אויף א גאר א שיינעם פארמאט, וואס וועט זיכער צוגעבן צום געשמאקן סדר נאכט. &nbsp; איר קענט יעצט קויפן די הגדה פונעם וועבסייט, מאכט זיכער נישט אפצושטופן. יעצט איז נאך דא גענוג צייט אז עס זאל נאך אנקומען צו אייך אהיים גענוג פרי פארן הייליגן יום טוב, אז איר זאלט קענען לערנען דערין יעדן טאג אביסל ביזן הייליגן סדר נאכט, און אזוי ארום זיין אנגעזאפט מיט די הייליגע אמונה וואס איר וועט קענען איבערגעבן ביים סדר. &nbsp; 📖 הגדת אור זרוע לשון הקודש 📖 הגדת אור זרוע אידיש

    < זעה מער כח אדר תשפ"ג 📝
  • Second Volume of Best-Selling Light of Emunah Now Available

    The highly-anticipated second volume of the Rosh Yeshiva&rsquo;s sefer &ldquo;The Light Of Emuna&rdquo; - which is &ldquo;Atzusoi Emunah עצתו אמונה&rdquo; translated in English - is now available in stores and online. Following the success of the first volume, which became a best-seller and wasmet with great enthusiasm from English-speaking Jews worldwide and received rave reviews, readers are eager to delve into the second volume of the Rosh Yeshiva&rsquo;s thought-provoking insights. &nbsp; In "Light of Emunah Volume 2," the Rosh Yeshiva continues to provide readers with answers to life's biggest questions, drawing from the Rebbe&rsquo;s extensive wisdom. The book tackles topics such as relationships, self-improvement, and spirituality, and offers practical advice that readers can apply to their daily lives. &nbsp; One of the standout features of the book is the Rosh Yeshiva&rsquo;s ability to address a wide range of struggles that people face in their lives. From dealing with difficult emotions to finding purpose and meaning in life, the book provides readers with a roadmap to navigate these challenges and come out stronger on the other side. &nbsp; Readers who have already picked up the second volume of "Light of Emuna" have been raving about its content, calling it "insightful," "life-changing," and "an absolute must-read." &nbsp; Don't miss out on this opportunity to deepen your connection to Hashem and to gain valuable insights into the power of Emuna. Order your copy today and join the many readers who have already been transformed by this remarkable series! &nbsp; 📖 The Light of Emunah - Volume 2 &nbsp; צווייטער באנד עצתו אמונה שוין ערשינען &nbsp; דער הערליכער ספר פונעם ראש ישיבה שליט"א "The Light Of Emuna" - וואָס איז "עצתו אמונה" איבערגעזעצט אויף ענגליש - איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים און אָנליין. &nbsp; נאך די גרויסע הצלה פונעם ערשטן באנד, וואס איז געווארן א בעסט-סעלער און איז באגריסט געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם דורך די ענגליש-רעדנדע אידן איבער דער וועלט, פון וועם מען האט צוריק געהערט געוואלדיג גריסן, ווי די פילע ליינער קענען שוין קוים ווארטן צו לערנען דעם צווייטן באנד. &nbsp; אין "לייט אף אמונה חלק ב'", גיט דער ראש ישיבה ווייטער גאר שיינע תשובות צו די מערסט קאמפליצירטסטע שאלות אין לעבן, אלעס ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים. דער ספר באהאנדעלט פילע שאלות פון ווי שלום בית, נפשיות'דיגע פראבלעמען, חינוך, און פראקטישע עצות וואס די לייענער קענען פאקטיש אויספירן צו פארבעסערן זייער לעבן. &nbsp; אויב ליינט איר ענגליש, פארפאסט נישט די געלעגענהייט צו קויפן דעם ספר און מיט דעם וועסטו קענען שפירן אן אמת'ע קרבת אלוקים, און שפירן די "ליכטיגקייט פון אמונה"! &nbsp;

    < זעה מער כח אדר תשפ"ג 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער אין USB שוין אנגעקומען אין בית הדפוס

    פרייליכע נייעס, מעשה'לעך פאר קינדער גייט נאך א טריט פארויס. עס איז נארוואס ערשינען דער ערשטער USB מיט מעשה'לעך פאר קינדער פארציילט דורך ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט לערנען מיט די קינדער מידות טובות, לעבן מיט די תורה און יראת שמים. &nbsp; קינדער און עלטערן צוגלייך זאגן אלע פה אחד ווי זיי זענען זיך מחיה פונעם נייעם אלבום פונעם ראש ישיבה. דער USB דרייוו איז אנגעפילט מיט הערליכע מעשיות וואס ברענגען פאר די קינדער אמונה, יראת שמים, זיך פרייען מיט די מצות, זיך פרייען אז מען איז א איד, וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן. &nbsp; דאס אנשפרעכט צו מאכן א רעוואלוציע ביי די קינדער, אנשטאט מען זאל הערן נארישע אלבומס וואס ברענגט גארנישט ארויס, אדער אין בעסטן פאל ניגונים פון זינגערס וואס אמונה איז ביי זיי א ווייטע זאך, דער אויבערשטער קוקן זיי אן איז ווייט ווייט אוועק הויך אויך אין הימל. וועלן זיי יעצט זיך קענען דערקוויקן אין בעט פארן גיין שלאפן, אין קאר אויף א לעגערע נסיעה אדער סיי ווען מיט די הערליכע נייע USB ווי דער ראש ישיבה דערציילט די הערליכע מעשיות פון צדיקים וואס וועט אויפפלאמען זייער הארץ אויך צו וועלן ווערן ערליכע אידן. &nbsp; דער ראש ישיבה זייענדיג א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע האט מקבל געווען וועלכע מעשיות מען דארף פארציילן פאר קינדער, אזוי אויך "וויאזוי" מען פארציילט א מעשה פאר קינדער. די מעשיות זענען פארזיכטיג אויסגעקליבן געווארן צו זיין דאס מערסטע צוגעפאסט פאר די טייערע צאן קדשים, די קינדערלעך וואס מען קען זיי נאך אסאך גרינגער בייגן און אסאך גרינגער אריינפלאצן אין זיי די ריינע אמונה, און יראת שמים און יראת חטא. &nbsp; עס איז נאך אסאך בעסער, ווייל דער USB קומט אינאיינעם מיטן ביכל אויף אידיש וואס איז שוין געווען צו באקומען א שטיק צייט, וואס איז צוכאפט געווארן דורך אלעמען וואס איז געדרוקט געווארן מיט שיינע קאלירטע בילדער מיט קלארע געפינטעלטע אותיות, אויף לעמינעיטעד פאפיר, מיט וואס קינדער וועלכע קענען שוין עברי וועלן זיך מחיה זיין מיטצוהאלטן אינאיינעם. &nbsp; די פילע פראדוקטן פון מעשה'לעך פאר קינדער אויפן שאפ ברסלב סענטער וועבסייט: &nbsp; &bull; די נייע אוידיא USB &nbsp; &bull; אידישע ביכל &nbsp; &bull; קאלערינג ביכל &nbsp; &bull; לשון הקודש ביכל

    < זעה מער יב אדר תשפ"ג 📝
  • גליון סיפורי מעשיות גרייכט נומער הונדערט

    דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט, "איך זעה אז מיט תורה'ס גייט עס נישט, וועל איך אנהייבן צו דערציילן מעשיות." דער הייליגער רבי האט אין יענע תקופה אנגעהויבן צו פארציילן פאר אנשי שלומינו דרייצן גאר אינטערעסאנטע מעשיות. אויבן אויף קענען די מעשיות אויסזען ווי סתם מעשיות, א קעניג האט געהאט א טאכטער, זי האט זיך פארלוירן; צוויי חברים איינער א חכם, כאפט אלעס אויף, און דער צווייטער א תם, א בטלן, קען קוים מאכן א שיך מיט דריי עקן; צוויי קליינע קינדער לעבן איבער נאכן ווערן פארלוירן אין וואלד, און דערנאך האבן זיי חתונה; צוויי שכנים אן ארימאן, און א סוחר, האבן נישט קיין קינדער, דער סוחר ראטעוועט די פרוי פונעם ארימאן, ביידע ווערן געהאלפן מיט א קינד, און עס גייט אריבער וואס עס גייט אריבער ביז דער שידוך קומט צושטאנד; אזוי פארציילט דער רבי די דרייצן וואונדערליכע מעשיות. אבער דער הייליגער רבי האט געזאגט אז זיינע מעשיות זענען נישט קיין פשוטע מעשיות געמאכט איינצושלעפן, פארקערט, דאס זענען הייליגע מעשיות וואס וועט אויפוועקן אידישע קינדער פון שלאף. מען קומט מען גייט, מען לויפט מען פארקויפט, און מען פארגעסט אינגאנצן פון תכלית, מען זעט געלט, כבוד, תאוות, מען קוקט נישט ארויף צום אייבערשטן. די הייליגע מעשיות דערמאנען א מענטש מה חובתו בעולמו, מיר זענען קינדער פונעם אייבערשטן דער קעניג פון דער וועלט, מיר זענען פארלוירן, דער צדיק דערמאנט אונז "גיי צוריק צום אייבערשטן, דיין טאטע זוכט דיר, שריי צו אים", און אזוי ווערן מיר ערוועקט צו ווערן ערליכע אידן. &nbsp; ווי דער מנהג אין ברסלב, דערציילט דער ראש ישיבה די הייליגע מעשיות יעדן שבת קודש נאך מוסף, ווי אנשי שלומינו קומען הערן די הייליגע ווערטער ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון די מעשיות וויאזוי מען קען האבן אויף דער וועלט א זיסע לעבן, וויאזוי מען קען האבן שלום בית אפילו מיט די שווערסטע פרוי, וויאזוי מען קען פועל'ן ביים אייבערשטן אלע ישועות וואס מען דארף, מען זאל נאר עפענען דאס מויל און זאגן עטליכע ווערטער צום טאטן וואס ווארט שוין אזוי לאנג צו הערן פון אונז. &nbsp; אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט האבן כסדר געזאגט, הלואי קענען מיר אויך הערן די ליכטיגע דיבורים, די געשמאקע חיזוק פונעם ראש ישיבה ביי סיפורי מעשיות. דערפאר האבן עטליכע אנשי שלומינו גענומען אויף זיך די אויפגאבע אראפ צו שרייבן יעדע וואך די אלע שיינע שמועסן פונעם ראש ישיבה ביי סיפורי מעשיות, מען דרוקט עס אפ אין א הערליכע גליון "סיפורי מעשיות" וואס ווערט צושפרייט איבער די וועלט מיט וואס טויזנטער אידן זענען זיך מחיה יעדע וואך. &nbsp; יעצט איז דער גליון אנגעקומען צום סימבאלישן נומער "הונדערט", איז צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן וואס האט אראפגעשיקט אזא מתנה פאר אונז דער הייליגער רבי וואס איבער צוויי הונדערט יאר נאך זיין פטירה קענען מיר נאך געניסן פון זיינע תורות, שמועסן, און מעשיות, וואס דאס פלאמט אויף און וועקט אויף אונזער הארץ צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.

    < זעה מער ח אדר תשפ"ג 📝
  • עצתו אמונה אין ענגליש "LIGHT OF EMUNA" צווייטע באנד, גייט שוין צום דרוק

    זייט דער ערשטער באנד עצתו אמונה אויף ענגליש איז ארויס פון דרוק, הערט מען נישט אויף צו באקומען בקשות פון די ענגליש רעדנדע ציבור ווי מען ווארט שוין אויף נאך. כלל ישראל איז הונגעריג אויף די הייליגע דיבורים פון הייליגן רבין, אידן ווילן זיין וואויל, אידן ווילן זיין ערליך, דער סמ"ך מ"ם זוכט ווי ער קען אראפ ווארפן אידישע נשמות, צוברעכן די אידישע גייסט. און ווען מען קאסט די טעם פון די "אונגארישע וויין" די לויטערע הייליגע עצות פון הייליגן רבין קען מען נישט זאט ווערן. &nbsp; דערפאר קענען מיר נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז נאך אזויפיל מיה און פלאג, האלט מען שוין דא אז דער צווייטער באנד עצתו אמונה - אדער ווי עס ווערט גערופן אין ענגליש Light of Emunah - גייט שוין צום דרוק מיט איבער הונדער שאלות ותשובות איבער אלע ענינים וואס א מענטש קען נאר טראכטן (ווי אויסגערעכענט שפעטער), דער ספר איז הערליך געשריבן און איבערגעטייטש די ווערטער פונעם ראש ישיבה אין א קלארע און פליסיגע ענגליש, און איז איבער 280 זייטן אנגעפולט פון דעקל צו דעקל מיט עצות חיזוק און הדרכה, וואס איינמאל מען הייבט עס אן צו לערנען וועט מען נישט קענען אראפ לייגן ביזן סוף. &nbsp; מיר האפן אין די נאנטע טעג צו מעלדן אז דער ספר איז שוין ארויס פון דרוק און מען קען עס שוין קויפן אויפן וועבסייט. &nbsp; פאלגענד זענען די שאלות וואס ווערן אדרעסירט אינעם נייעם ספר &nbsp; How should one conduct himself with his married children? &nbsp; How can I have shemiras einayim at work? &nbsp; How can I stay strong when I must contend with friction at home? &nbsp; Is one allowed to make a vow when it comes to avodas Hashem? &nbsp; What can I do if my wife is misguided in certain aspects? &nbsp; Should I continue davening in a shul where not all tzaddikim are respected? &nbsp; My husband is constantly occupied with movies; should I leave him? &nbsp; Is there still hope for me? &nbsp; How can I determine to whom I should give tzedakah? &nbsp; How can I merit a Breslever shidduch? &nbsp; Does responding to a Hatzolah call take priority over helping out at home? &nbsp; Why doesn&rsquo;t Heichel HaKodesh print the Rebbe&rsquo;s sefarim? &nbsp; Is talking to Hashem considered a hefsek? &nbsp; How often must one talk to Hashem? &nbsp; Must I ask my mother for forgiveness? &nbsp; How is one zocheh to become a talmid chacham through learning with the seder derech halimud? &nbsp; How can I control my temper? &nbsp; How can we live together in harmony? &nbsp; How can one eliminate panic attacks? &nbsp; What can I do so that my family accepts me the way I am? &nbsp; Should I daven even without the right concentration? &nbsp; Am I ready to get married? &nbsp; From what age should one start davening for his zivug? &nbsp; How can I remain calm as my wedding approaches? &nbsp; Should a woman go to shul to daven? &nbsp; What can I do when my parents involve me in their arguments? &nbsp; With what hardships did Mohorosh have to contend? &nbsp; Was my teshuvah accepted? &nbsp; How can one always remain happy? &nbsp; How can I establish a chaburah of talmidei Heichel HaKodesh in my town? &nbsp; How should I proceed after divorcing twice? &nbsp; My son&rsquo;s melamed doesn&rsquo;t stop hitting him; how can I protect him? &nbsp; Are there specific minhagim to consider when a boy turns three years old? &nbsp; Is one allowed to learn Torah before immersing in a mikvah? &nbsp; How can I extract myself from machlokes? &nbsp; What can I do when my tefillos are not answered? &nbsp; Which colors of clothing are not permissible to wear? &nbsp; Is there a way for me to repent? &nbsp; How should I prepare for lighting the Shabbos candles? &nbsp; How do you teach children to behave in a holy manner? &nbsp; How can I remain optimistic when I feel left behind? &nbsp; How can I create an atmosphere of equality in my classroom? &nbsp; What can my wife do to assist me with my struggles? &nbsp; How can I ensure that my earnings shouldn&rsquo;t be lost? &nbsp; Should I continue with shadchanus? &nbsp; What should the conversation be at the Shabbos table? &nbsp; What is the right approach in chinuch? &nbsp; Can you give us chizuk on הלכות הרחקות? &nbsp; What nusach should one say when reading Krias Shema sheal HaMitah? &nbsp; What should one be makpid on when buying tefillin? &nbsp; How can we find comfort after the terrible shooting in Jersey City? &nbsp; Why are my tefillos not answered? &nbsp; How can I break free from my taavos? &nbsp; Should I buy a life insurance policy? &nbsp; How can I persevere until I find my shidduch? &nbsp; Why was Mohorosh&rsquo;s life full of pain and suffering? &nbsp; Which chapters of Krias Shema does one omit on Shabbos and Yom Tov? &nbsp; Must one take action when he hears disturbing things taking place in his neighbor&rsquo;s home? &nbsp; How can I avoid going to sleep late? &nbsp; How can I remain optimistic when I don&rsquo;t have children? &nbsp; How do I explain the concept of kedushah to my son? &nbsp; Should I risk my health to have more children? &nbsp; How much time should a boy set aside to learn? &nbsp; Why did Mohorosh not complete writing the sefer להבות אש? &nbsp; How can I prepare for my upcoming marriage? &nbsp; May I travel alone in a taxi? &nbsp; Where is the source stating that when one learns Torah, he needs no weapons to protect himself? &nbsp; How can we find consolation after the tragedy in Jersey City? &nbsp; Should I give up my regular shiur in Gemara in favor of a shiur with the seder derech halimud? &nbsp; How can I overcome my temptations? &nbsp; My parents are separated; where should I spend Shabbos? &nbsp; How can I remain strong after suffering a financial loss? &nbsp; How can I draw my father-in-law back to Breslev? &nbsp; Why did the Rosh Yeshivah not announce his upcoming trip to Eretz Yisrael? &nbsp; What can I do to improve my shalom bayis? &nbsp; How can one persist in avodas Hashem? &nbsp; Is there still hope for me? &nbsp; Thank you for the clarity I gain by the shiurim. &nbsp; Should I travel to America to collect money? &nbsp; Should I return to my usual minyan despite being humiliated? &nbsp; Should I continue carrying out shidduchim? &nbsp; How do I persevere until I find my shidduch? &nbsp; How can I start again after finally divorcing? &nbsp; How can I calm my children when missiles are flying overhead? &nbsp; My life transformed after listening to the shiurim. &nbsp; How can I find pleasure in my learning? &nbsp; Should I go back to yeshivah after they threw me out? &nbsp; How important is it to spend Shabbos at home with the children? &nbsp; How can my wife get rid of someone harassing her? &nbsp; Which segulos can I do to find my shidduch? &nbsp; Why did Mohorosh give so many guarantees? &nbsp; Why does Mohorosh express himself so sharply in his will? &nbsp; How does the segulah of Meseches Taanis work? &nbsp; Is emunah the only answer to mental illnesses? &nbsp; What is the correct seder to learn the Rebbe&rsquo;s sefarim? &nbsp; May one insist on a specific shidduch? &nbsp; How can I turn down a person when he asks for a favor? &nbsp; How can I convince others of the importance of properly covering one&rsquo;s hair? &nbsp; Is one permitted to buy a product from a company that may have once been owned by Nazis, yimach shemom? &nbsp; I was thrown out of yeshivah, how do I proceed? &nbsp; What was the Rebbe&rsquo;s position regarding fasting? &nbsp; How can I draw my father closer to the Rebbe? &nbsp; Which is the correct way to learn? &nbsp; My life transformed thanks to the shiurim; can the Rosh Yeshivah give me further guidance? &nbsp; If I marry young, how will I support myself? &nbsp; Should I return to Yeshivah when they do not allow me to learn Mishnayos? &nbsp; How long should it take to daven Shacharis? &nbsp; How long will I still have to wait for my shidduch? &nbsp; How can I repay the Rosh Yeshivah for all the shiurim? &nbsp; Thank you for the chizuk to face the challenges of technology. &nbsp; How does one create a connection to Heichel HaKodesh? &nbsp; How can I create a positive change? &nbsp; How do I rectify the follies of my youth? &nbsp; How can I strengthen my feelings of self-worth? &nbsp; Thank you for transforming my marriage. &nbsp; Can the Rosh Yeshivah give me chizuk for learning Torah? &nbsp; Must I give up my smartphone? &nbsp; How can I ensure that I remain attached to a tzaddik? &nbsp; Should I travel to Uman with my wife? &nbsp; How do I navigate complicated relationships?

    < זעה מער ב אדר תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 106 to 120 of 298 results

1 2 ... 5 6 7 8 9 10 11 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com