Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בני ברק'ע מפיצים פארשפרייטן דעם מעסעזש "יש עם מי לדבר"

    "גאנץ בני ברק זענען געווארן מפיצים" פארציילט אונז איינע פון אנשי שלומינו אין בני ברק, "אין די טעג זעה איך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן גייען ארום, בחורים און אינגעלייט, מען טיילט אויס קונטרסים, ספרים; אויך אין די פאסט קעסטל קומט מיר אן יעדן טאג דיקע ביכער". "יש עם מי לדבר", עס איז דא צו וועם צו רעדן, זאגן זיי אלע. "אחת ולתמיד" וועט מען ווייזן פאר אלעמען ווער איז באלעבאס.   די מפיצים אין בני ברק האבן געזען דא א גוטע געלעגענהייט זיך צו שטארקן נאך מער אין הפצה, מען האט געלאזט דרוקן צענדליגע טויזנעטער קארטלעך "יש עם מי לדבר" מיט די זעלבע קאלירן און פארמאט ווי די פארטייען, און מען לייגט צו דעם נומער פון "קול ברסלב".   די פילע מפיצים גייען ארום דערמיט, און וועקן אויף יעדן ערליכן איד און דאס טוט דערמאנען אז יא מען האט טאקע צו וועם צו רעדן. דער אויבערשטער שטייט און ווארט מען זאל רעדן צו אים, און ער הערט אויס יעדעס ווארט. "עס איז דא צו וועם צו רעדן." אויך וועט עס דערמאנען יעדן ערליכן איד "איין מאל פאר אלמאל" ווער איז באלעבאס, אויף מיר, אויף מיין ווייב, אויף מיין משפחה, מיין גאס, מיין קהלה, מיין שטאט, און אויף די גאנצע וועלט. דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א השגחה פרטית, און יעדע קליינע און גרויסע זאך ווערט געטון דורך אים.   לגבי גיין צו די וואלן פון די עיריה אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו "איך וויל נישט ענק זאלן האבן א שייכות מיט פאליטיק, עס לוינט זיך נישט צו האבן שייכות מיט די פארטייען וואס אלעס איז איין שטיק שקר, איין שטיק חנופה; עס לוינט זיך נישט צו באקומען א שטח פאר א שול, מיר האבן דעם אויבערשטן, מיר וועלן בעטן דעם אויבערשטן און אזוי וועלן מיר האבן וואס מען דארף"   "אז דו וועסט קומען אין אמעריקע באזוכן אונזער שטעטל - וועסטו זען גרויסע ריזיגע בנינים; תלמוד תורה'ס, מיידל שולע, שולן, בית הדפוס, מקואות - אלעס אן קיין משכנתא און אן קיין חנופה, אן קיין פאליטיק, אן קיין עשירים; אלעס נאר פון תפלה."   "געב איבער פאר אלע חברים תלמידי היכל הקודש, נישט צו האבן צו טון מיט די זאכן, מיר נעמען נישט קיין חלק אין די בחירות הטמאות, און אפילו די בחירות עירי' - איז אויך נישט כדאי צו גיין, אפילו מען זאגט צו שטחים פאר די קהילה".

    < זעה מער יז אדר א' תשפ"ד 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדערלעך אידיש חלק ב' ארויס פון דרוק

    אין די יעצטיגע טעג איז ענדליך אנגעקומען אין קרן הדפסה א ריזיגע שיפמענט פון די שטארק נאכגעפרעגטע ביכלעך פאר די קינדער, די שוין היינט בארימטע סעריע "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", דער שיפמענט אנטהאלט די פאלגענדע דריי ביכלעך. &nbsp; צום ערשט ליגט דערין "מעשה'לעך פאר קינדער אידיש נומער איינס" וואס איז צוכאפט געווארן דורך די מאסן ביים ערשטן דרוק אויף א פארנעם וואס מען האט זיך נישט געקענט פארשטעלן, און שוין א לאנגע צייט וואס עס איז בכלל מער נישטא צו באקומען, ווען סיי אויף די וועבסייט, און בפרט פון די מפיצים הערט מען כסדר פארלאנגען אז אלע זוכן דוקא דאס, און זיי וואטן שוין אזוי לאנג עס צו קענען האבן. יעצט וועלן אלע וואס האבן עס נאכנישט אנגעיאגט איינצוהאנדלען עס קענען קויפן, אויפן וועבסייט און ביי די מפיצים בעזרת השם יתברך. &nbsp; אבער יעצט קומט די "טשערי אן די פיי", אינעם שיפמענט איז אנגעקומען "מעשה'לעך פאר קינדערלעך אידיש נומער צוויי", וואס איז יעצט צום צום ערשטן מאל דא צו באקומען, כמעשהו בראשונה, צען הערליכע ציענדע מעשה'לעך מיט הערליך אויג פארכאפענדע געמאלענע בילדער, געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס לייגט אריין דערין זיין הארץ און נשמה, מיטן ציל אריינצופלאנצן אין די טייערע ריינע נשמה'לעך אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות און אז זייער תמימות זאלן זיי קענען מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן, און זיי זאלן באקומען די מעסעדזש פון די וויגעלעך אז דער אויבערשטער דארף זיי, און זיי זאלן גלייבן אין זיך, אינעם אויבערשטן און אינעם צדיק. &nbsp; מען האט געדרוקט דערפון א גאר א גרויסע קוואנטום נאכן זען דעם גרויסן פארלאנג פונעם ערשטן חלק, מיט דעם אלעם האפט מען עס וועט זיין גענוג פאר אלע וואס זוכן עס, און עס איז כדאי זיך עס איינצוהאנדלען וואס שנענער איידער עס גייט אויס. &nbsp; אזוי אויך איז אונגעקומען די ענגלישע ווערסיע פונעם ביכל די ערשטע חלק "ליטל סטאָריס פאָל ליטל סאָולס" וואס איז איבערגעטייטש פון די אידישע קונטרסים וואס ווערט פארקויפט און פארשפרייט אין די פלעצער ווי ענגליש איז די ערשטע שפראך, אז אויך זיי זאל קענען געניסן פון דעם זיסן און לויטערן קוואל וואס קוועלט אמונה, יראת שמים און מידות טובות. &nbsp; די אלע זאכן קענען שוין די מפיצים באשטעלן פונעם קרן הדפסה, און וועט זיין צו קויפן אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט אין די נאנטע טעג מיטן אויבערשטענ'ס הילף. &nbsp; אז מען רעדט שוין, איז כדי צו דערמאנען אז די ענגלישע ביכל חלק ב' איז אין די טעג אריין אין דרוק, און די אידישע ביכל חלק ג' איז אין די ווייטע שטאפלען פון ווערן געדרוקט, און מען האפט אז פון יעצט וועלן די נייע חלקים ארויסקומען שנעלער, און מען זאל נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג פון איין חלק צו די אנדערע. &nbsp; אינעם סעריע פון מעשה'לעך פאר קינדערלעך איז אויך דא די פאפולערע אייטעם פון די קאלערינג בוק און די יו עס בי, און נאך פארשידענע זאכן, אלעס מיטן ציל אריינצוברענגען די זיסקייט פון תורה ומצוות צום קומענדיגן דור.

    < זעה מער ט אדר א' תשפ"ד 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער אין ענגליש #2 גרייט צום דרוק

    אין יעדע שטוב פון אנשי שלומינו איז א מוז די סיפורי צדיקים פון די ביכלעך "מעשה'לעך פאר קינדער". די מעשה'לעך געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א איז אנגעפילט מיט יראת שמים, אמונה, און מידות טובות, אראפגעלייגט געשמאק מיט הערליכע מאלערייען, וואס גייט אריין אין די ריינע הערצעלעך פון די קינדער וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן, און לערנט זיי אויס פון די פריסטע יונגעט אז זיי קענען אויך זיין ערליכע אידן, און אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און ער ווארט צו הערן פון זיי. עס געבט אריין אין זיי א ליבשאפט צו די תורה און די מצוות, עס געבט אריין א געשמאק אין א שבת, א יום טוב, דאווענען, אויף א וועג וואס די קינדער זאלן עס קענען מיטנעמען זייער גאנצע לעבן. &nbsp; די ביכלעך זענען געשריבן געווארן אויף אידיש, און ווערן פארשפרייט דורך די מפיצים אין אלע ערליכע אידישע שטובער ווי מען כאפט זיך צו דערצו גאר שטארק, אלע ווילן אז די קינדער זאלן ליינען ערליכע סיפורי צדיקים און אז די קינדער זאלן וואקסן מיט יראת שמים, און דערפאר האט מען שוין געדארפט איבערדרוקן די ביכלעך עטליכע מאל, נאכדעם וואס אלעס איז אויסגעגאנגען. אזוי אויך האט מען עס איבערגעטייטשט אויף ענגליש אונטער די נאמען "ליטל סטאריס פאר ליטל סאולס", און אויף לשון הקודש מיט'ן נאמען "מעשה'לעך לילידם" וואס ווערט צוכאפט אין די שטובער ווי מען קען נישט קיין אידיש. &nbsp; אויף אידיש איז שוין דערווייל ארויסגעקומען #1 און #2, אזוי אויך איז ארויסגעקומען יו עס בי'ס און קאלערינג ביכלעך אין די זעלבע סעריע, און יעצט האט מען ב"ה געענדיגט איבערארבעטן די ביכל #2 אויף ענגליש, אבער כדי צו קענען ווייטער גיין מיט די ארבעט דארף מען קענען דעקן די גרויסע הוצאות, דערפאר ווערט יעצט געגעבן א געלעגענהייט פאר ווער עס האט די מעגליכקייט צו קויפן דעם "זכות מהדורה", וואס די גרויסע זכותים פון די אלע קינדער וואס וועלן אנגעזאפט ווערן מיט אמונה און יראת שמים פונעם ביכל וועט גיין אויפן קאנטע פונעם נדבן, וואס וועט זיכער מגין זיין אויף אים און אויף זיין משפחה. כאפט אריין דעם זעלטענעם זכות און רופט דעם גבאי'ן מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 1-347-578-4449. וכל הקודם זכה. &nbsp; פונקט ווי ביי די אידישע ביכלעך ווערט דא אויך די גאנצע ארבעט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען דרוקט עס ביי גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, און מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער. &nbsp; מען קען קויפן די פריערדיגע ביכלעך אויפן וועבסייט שאפ ברסלב סענטער אויפן דעם לינק&nbsp;

    < זעה מער כח שבט תשפ"ד 📝
  • אויפגעכאפטע גליון "שיעורי חינוך" צייכענט אפ א גאנצע יאר

    אין די טעג ווערט אפגעצייכענט א גאנצע א יאר צייט פון ווען די הערליכע גליון "שיעורי חינוך", איינע פון די פולע גליונות פון היכל הקודש האט אנגעהויבן ארויסקומען. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו די וואך צו די מוצאי לאור שטארקע דברי חיזוק אז זיי זאלן זיך שטארקן ביתר שאת וביתר עוז ווייטער ממשיך זיין צו מיט די הייליגע ארבעט, דער ראש ישיבה שרייבט צווישן אנדערע "יעצט איז געווארן א יאר פון ווען דו האסט אנגעהויבן ארויסגעבן דעם הערליכן גליון שיעורי חינוך. דער גליון האט געמאכט א גרויסע מהפיכה אין די וועלט; אפילו די וואס ווילן נישט ארייננעמען אין האנט א ברסלב'ע צעטל - אבער דעם גליון נעמט מען יא, ווייל אלע דארפן עצות אויף חינוך; אלע זענען פארלוירן אין דעם ענין". דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער "די וועלט דארף רחמי שמים; עס בלאז לינקע ווינטן, און די חינוך פון אונזערע קינדער איז אין א סכנה, מען דארף האבן דעם רבינ'ס עצות און שכל וויאזוי מחנך צו זיין די קומענדיגע דורות מיט יראת שמים און קדושה וטהרה". &nbsp; ווי די ארויסגעבער דערציילן הערט מען צוריק גריסן פון אלע שיכטן אין קרייזן אין כלל ישראל, זאל עס זיין חסידישע, ליטווישע, אשכנזישע, ספרדישע, מען הערט צוריק פון טאטעס פון מאמעס, פון מלמדים, און פון מיידל שולעס, ווי זיי זענען מחיה מיט די געוואלדיגע גליונות וואס עס קומט זיי צוניץ מידי יום מיומו און דאס איז ממש זייער וועג ווייזער צו מחנך זיין די קינדער וכו' זעענדיג דערין א געוואלדיגע נחיצות און מאכן זיכער נישט צו פארפאסן קיין איין גליון וואס האט שוין פילע פון זיי געשטעלט אויף די פוס. &nbsp; פילע מוסדות זענען פארלוירן, זיי ווייסן נישט ווי זיך אהין צו טון, מען רופט פעדאגאגן, פסיכאלאגן, מומחים און טעראפיסטן אויסצולערנען די מלמדים וויאזוי צו פירן א כתה, מען לויפט זיי נאך, און מען צאלט זיי וויפיל עס לאזט זיך, מען פרובירט זיך אנצוכאפן אין א שטרוי כדי געראטעוועט צו ווערן פון די מבול פון הפקרות וואס האט ארום גענומען די וועלט, און דא באגעגענען זיי א גליון אראפגעלייגט די יסודות פון חינוך אזוי שיין און קלאר מיט קלארע עצות און שכל וויאזוי מען קען זיך אפגעבן מיט די קינדער, און אלעס איז גענומען פון די תורה. דערפאר כאטש מען וואלט געקענט מאכן א גליון פון נאך טויזענט נושאים, אבער דוקא די נושא פון חינוך האט געמאכט א מהפכה וואס מען האט זיך נישט געקענט אליינס פארשטעלן. &nbsp; מיטן אויבערשטענ'ס הילף האפן די ארויסגעבער מיט די צייט צו מסדר זיין די פילע גליונות און קונטרסים און דערנאך מאכן דערפון אין שיינע ספרים וואס וועט באלייכטן טוינזטער אידישע שטובער, און מהנה זיין כלל ישראל מיט דעם גרויסן אוצר. &nbsp; יעצט ווען עס איז געווארן א יאר פון ווען מען איז אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט דאנקט מען דעם אויבערשטן אויף די געוואלדיגע זכי' אז מען האט געקענט האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים שאין כדוגמתו. &nbsp; און דא איז טאקע דער פלאץ זיך צו באנאנקען פאר די מוציאים לאור פון דעם געוואלדיגן גליון און פאר אלע וואס העלפן זיי צו סיי מיטן עס איבערטייטשן אויף לשון הקודש פאר די אלע וואס פארשטייען נישט די אידישע שפראך און סיי פאר די מגיהים און אויסשטעלעס און אזוי ווייטער, דער אייבערשטער וועט זיי אוודאי באצאלן מיט אלעם גוטן. &nbsp; עס דארף ארויסגעברענגט ווערן א געוואלדיגע מוסר השכל פון דעם גליון, וואס איז צושטאנד געקומען פון עטליכע אינגעלייט תלמידים פון דער ראש ישיבה שליט"א וואס האבן געטראכט א געדאנק - אזוי ווי נאך אסאך מענטשן - אבער האבן עס גענומען מכח אל הפועל, און פון דעם דארפן מיר זיך אלע אפלערנען, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל קענען אויספירן די געדאנקען וואס מען האט אויף למעשה, וואס פון דעם קען ארויסקומען גאר אסאך כבוד שמים. &nbsp; אויך דארף מען דא דערמאנען אלע תלמידי היכל הקודש, יעדער איינער זאל נעמען א חלק אין פארשפרייטן די הייליגע עצות וואס מען באקומט יעדער איינער אויף זיין וועג, איינער קען מאכן הפצה מיט די גליונות, איינער קען דרוקן, און איינער קען געבן געלט פאר הפצה, וואס מיט דעם האט מען א חלק אין די גאולה.

    < זעה מער כח שבט תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך איבערצודרוקן אשר בנחל אידיש חלק א'

    זייער שווער קומט אונז אן צו שרייבן איבער'ן די הייליגער בריוון פון ספר הקדוש "אשר בנחל". דאס איז דער ספר וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט בלוט פון זיין הארץ, דער הייליגער ספר וואס פלאמט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער ספר וואס וועקט אויף אידישע קינדער פון שלאף. דער ספר וואס שרייט אויס "אין עוד מלבדו, עס נישט פארהאן עפעס אנדערש אויסער דער אויבערשטער". "הייב אן פון יעצט, קוק נישט אויף צוריק", "דער אייבישטער דארף דיר יא, הער נישט אויס דער סמ"ך מ"ם&nbsp; וואס זאגן אז נישט", "מען קען אנטלויפן נאר צום אייבערשטן", א.א.וו. - וויפיל מען זאל רעדן איבער דעם הייליגן ספר, קען מען אפילו נישט אנהייבן. אין די לעצטערע יארן פון מוהרא"ש'ס הייליגע לעבן ווען עס האבן זיך אנגהויבן פארמערן תלמידים וואס האבן נישט פארשטאנען לשון הקודש, האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן מערערע בריוו אויף מאמע לשון, אויף אידיש ספעציעל פאר אנשי שלומינו אין אמעריקע. פון די אלע בריוו האט זיך צוזאם געקליבן עטליכע הונדערט בריוו, וואס דער קרן הדפסה האט הערליך מסדר געווען און אפגעדרוקט אין זעקס הערליכע בענדער. מען האט שוין געדרוקט די ספרים איין מאל און נאכאמאל און צוגעלייגט פילע תיקונים ווי מפתחות און א שטארקע הגה, און וויפיל מען דרוקט איז נישט גענוג נאכדעם וואס די טייערע מפיצים נוצן אויס אלע ספרים גאר שנעל. יעצט גרייט זיך דער קרן הדפסה איבערצודרוקן דער ערשטער באנד אין א הערליכער פארמאט מיט א הארטע דעקל, מען קען זיך ווענדן צום גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 1-347-578-4449 צו קויפן זכותים אין דעם הייליגן ספר אויף וואס מוהרא"ש האט קלאר מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן דעם ספר וועט זען ישועות בכל עשנינים. אויך קען מען קויפן דער "זכות מהדורה" פאר צען טויזענט דאלער, וואס מיט דעם וועט דער גאנצער שיפמענט גיין אויפן אייביגן זכות פונעם נדבן, אן אומשאצבארע זכות וואס מען קען נישט באגרייפן. כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים &nbsp;

    < זעה מער כב שבט תשפ"ד 📝
  • שאפ ברסלב וועבסייט הערליך איבערגעמאכט

    אין די צייט וואס די וועבסייט וועלט רוקט זיך פאראויס מיט בעסער שאפינג וועבסייטס שטייט נישט מו"ה אברהם יצחק אייזנער הי"ו מיט פארלייגטע הענט, שוין עטליכע חדשים וואס ער לייגט אריין בסייעתא דשמיא גאר אסאך ריסורטש מיט די גרעסטע מומחים אין יוזער עקספירענס און דיזיין סטראטעגיע, אויפצוקומען מיט די געשמאקסטע שאפינג עקספיריענס וואס שייך בסייעתא דשמיא. &nbsp; יעצט קען מען שוין ב"ה שניידן די פירות און ווען קומט אריין אינעם ברסלב סענטער געשעפט באגעגנט מען א גענצליך נייע איבערגעמאכטע סייט, ווי אלעס איז מסודר און שיין אויסגעלייגט גרינג צו קויפן גרינג צו זוכן און געשמאק צו באזוכן. &nbsp; צוערשט האט מען געשאפן א צוויי שפראכן סייט, ווי די באזוכער קענען אויסוועלן "אידיש" אדער "ענגליש" אלץ זייער שפראך וואס איז זיי די מערסטע באקוועם.&nbsp; &nbsp; ווען מען גייט אריין אין סיי וועלכע קאלעקשאן, וועט ארויפקומען פילטערס אויף די לינקע זייט (וואס מען קען באשליסן אז מען וויל נישט האבן די פילטער אפציע אויב מען וויל נישט עס זאל אויפנעמען פלאץ אויפן סקרין דורכן דרוקן "באהאלט פילטער), ווי מען האט ארייגעבויעט גאר גוטע נוצבארע און פראקטישע פילטערס, ווי "אוועלעביליטי", ווי מען קען זען וויפיל פון די אייטעמס זענען יעצט אין סטאק און מאכן א טשעק צי מען וויל עס זען אויפן סקרין. דערנאך איז דא א "פרייז" פילטער וואס לאזט קלויבן די רעינדזש פון פרייזן וואס איר ווילט זען אויפן סקרין, דורכן רוקן די פרייז רוקער העכער און נידעריגער. דאס הייסט אויב וועלט איר אויס א רעידנזש פון צום ביישפיל 10 ביז 20 וועט ארויפקומען אויפן סקרין נאר די אייטעמס וואס קאסטן צווישן צען און צוואנציג דאלער. דערנאך איז דא די "סארט אייטעם" פילטער וואס ערלויבט די באזוכער צו אויסוועלן וועלכע סארט אייטעמס זיי ווילן יעצט טרעפן, צום ביישפיל קונטרסים, ספרים, קארטלעך, און אזוי ווייטער, דערנאך איז די די "שפראך" פילטער וואס לאזט אויסוועלן די שפראך אין וואס די אייטעם איז געשריבן אדער געזאגט געווארן, אידיש, ענגליש, לשון הקודש, און נאך. דערנאך איז דא די "בעל מחבר" פילטער וואס וועט שטארק העלפן טרעפן דעם ספר וואס מען זוכט לויט'ן מחבר, דער הייליגער רבי, רבי נתן, מוהרא"ש, און אזוי ווייטער. &nbsp; אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר מו"ה אברהם יצחק אייזנער הי"ו וואס האט אריינגעלייגט - און לייגט נאך אריין - הונדערטער שעות אויפן פראיעקט, אינאיינעם מיט מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו און מו"ה יוסף יאקאבאוויטש הי"ו, און די איבעריגע שטאב פון קרן הדפסה פאר זייער הילף בכל עת ועונה. אזוי אויך איז מען מכיר טובה פאר אלע וואס האבן מנדב געווען פארן קרן הדפסה, וואס זיי אלע האבן א חלק אין די גרויסע הפצה ווינקל וואס פארשפרייט די הייליגע עצות פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; אז מען רעדט שוין פונעם ברסלב סענטער שאפ וועבסייט, איז כדי צו דערמאנען דעם ברסלב סענטער שאפ עפפ וואס ווערט באנוצט דורך די וואס פארמאגן ביזנעס דיווייסעס, וואס איז זייער שיין און געשמאק צו נוצן. און די וואס האבן א פראבלעם אז די עפפ עפענט זיך נישט, איז עס געווענליך ווייל די פילטער פירמעס לאזן נישט דורך ביי דיפאלט פילע שאפינג עפפס. אבער וועלן גערן ארויסהעלפן און עפענען דעם עפפ אויפן פארלאנג. &nbsp; שאפ ברסלב סענטער

    < זעה מער כב טבת תשפ"ד 📝
  • מעגא פעקעדזש פון קרן הדפסה אויפגענומען מיט גרויס עקסטאז

    נאך א שטארקע נאכפראגע ביי אנשי שלומינו צו האבן אן עפארדעבל פעקעדזש פון די גליונות פון היכל הקודש, מיט א פארלעסליכע דעליווערי, האט קרן הדפסה נארוואס געמאלדן א נייע "שבת גליונות מעגא פעקעדזש" צו אדרעסירן אט דעם פארלאנג. &nbsp; דער נייער פעקעדזש סובסקריבשאן פלאן וועט צושטעלן א ריכטיגע עונג שבת פאר די גאנצע משפחה, סיי די קינדער און סיי די ערוואקסענע, מענער און פרויען מיט לייען מאטריאל אנגעפולט מיט אמונה, מידות טובות, עצות און חיזוק. &nbsp; פאר פילע אנשי שלומינו וועלכע נעמען נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל אין שטוב פון די גאס האבן זיך באקלאגט אז די ביז יעצטיגע סובסקריבשאן פלענער זענען געווען אדער צו טייער, אדער נישט גענונג פארלעסליך, זייענדיג געשיקט דורך די פאסט סערוויס וואס כאטש מען האט שטארק פרובירט עס זאל אנקומען אויף שבת, און צוליב דעם האבן די ארויסגעבער פון אלע גליונות זיך אנגעשטרענגט אז אלע גליונות זאלן שוין גיין צום דרוק אנפאנג וואך, און די שטאב פון קרן הדפסה האט געמאכט אלע אנשטרענגונגען עס צו דרוקן און ארויסשיקן די שנעלסטע וואס מעגליך, איז עס נישט געווען גענוג גוט, צוליב וואס די פאסט סערוויס האט געהאלטן אין איין ווערן פארשלעפט, און דאס האט געמאכט אסאך עגמת נפש פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן אזוי שטארק געוואלט האבן די שיינע גליונות אויף שבת קודש. &nbsp; דערפאר האבן אנשי שלומינו זייער פרייליך אויפגענומען די גוטע בשורה אז אין קרן הדפסה האט מען זיך צוגעהערט צו די פילע בקשות און ארויסגעקומען מיט א נייע פלאן וואס הייסט "מעגא פעקעדזש" וואס וועט אנהאלטן אלע גליונות אויף שבת אריינגערעכענט: עצתו אמונה, קרית ברסלב בלעטל, גליון היכל הקודש און דער גליון שיעורי חינוך, און דאס וועט ארויסגעשיקט ווערן בעז"ה מיט די מער פארלעסליכע UPS דעליווערי פירמע, וואס איז גאראנטירט בעז"ה אנצוקומען אין צייט אויף שבת קודש. &nbsp; די וואס עס איז זיי נישט אזוי וויכטיג עס זאל אנקומען בעפאר שבת וועלן זיך קענען איינצושרייבן צו באקומען די בית נצחי אדער די עצתו אמונה, דורך די ביליגערע פאסט סערוויס, און וועט האפענטליך אבער נישט זיכער אנקומען בעפאר שבת. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די בית נצחי וועט מען שיקן אלץ מיט א גאנצע וואך פריער כדי אז מען זאל עס בעז"ה באקומען אין צייט. &nbsp; רופט שוין אריין צום אפיס פון קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3 זיך איינצושרייבן פארן מעגא פעקעדזש, פון וואס איר וועט זיכער הנאה האבן. &nbsp; אויך די וואס באקומען שוין ביז יעצט די גליונות און ווילן ווייטער באקומען דארפן אריינרופן און זיך פריש איינשרייבן צו איינע פון די אפציעס. ביטע רופט וואס פריער ווייל די נייע סיסטעם גייט שוין אריין אין קראפט קומענדיגן פרשת שמות הבעל"ט. ווארט נישט אויף שפעטער, רופט שוין 718-387-2691 עקסטענשאן 3.

    < זעה מער ט טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע נייע מוזיק ווידיאס ערשינען

    א נייע הערליכע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "זאל זיין אזוי, אלעס איז דער אויבערשטער" פונעם ראש ישיבה שליט"א איז נארוואס ארויסגעקומען וואס ברענגט ארויס אז אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש, סיי געשמאקע און סיי חלילה שווערע קומען נאר פונעם אויבערשטן, און אויב גייט עפעס אנדערש ווי איך וויל, נעם איך עס אן באהבה, ווייל איך ווייס אז אזוי וויל דער אויבערשטער. &nbsp; אויפן מוזיק ווידיא שפילט מען אויף סצענעס וואס מאכן זיך טאג טעגליך, צום ביישפיל איינער מאכט א קאווע און קלאפט זיך אריין און עס גיסט זיך אויס; מען קומט ארויס פון שטוב אינדערפרי צו א פרישע טאג, און בומס א טיקעט ליגט אויפן קאר פענסטער; מען לייגט ארויף זאכן אויף א הויכע שעלף ענדליך אלעס איז שוין דארט און טראך, אלעס פאלט אראפ, מען פרובירט אריינצודרייען א נאגל איינמאל און נאכאמאל אבער אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ, דער נאגל גייט נישט אריין עס פאלט אראפ; מען פארן אין קאר אויף א געשמאקע פארברענג, און פלוצליג שפירט מען ווי די לופט פונעם רעדל איז ארויסגעגאנגען, מען טרעפט זיך מיט א פלאכע רעדל; מען פרובירט אריינצולייגן די שפיץ פונעם פאדעם אין נאדל לאך אבער עס גייט איבעראל אויסער ווי מען וויל; מען שלעפט ארויף א שווערע באקס, פלוצלינג שטאלפערט מען זיך אן אין עפעס און דאס גאנצע אינהאלט קוילערט זיך אראפ אלע טרעפ; מען מאכט אן אייער שפייז אינדערפרי נאכן דאווענען, אבער פלוצלינג איין איי צוקראכט זיך אויף די פלאר. דער ניגון ברענגט ארויס ווי מען דארף זיך שטארקן און געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און מען זאל זיך נישט נעמען צום הארצן. &nbsp; היינטיגע צייטן וואס דער סמ"ך מ"ם דרייט איבער א וועלט און פרובירט אריינצוקומען צו אידישע הערצער פון יעדע מעגליכע שפאלט אדער לעכל, מוזן מיר טון די זעלבע זאך, און דערמאנען אידישע קינדער אויף יעדן וועג מעגליך אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און מען קען זיך ווענדן צו אים, און נאר צו אים קען מען און דארף מען האפן. איינע פון די גאר אפעקטיווע וועגן זענען די מוזיק ווידיאס וואס ברענגען אריין אמונה אין אידישע קינדער אויף א געשמאקע און ציענדע וועג. &nbsp; די ווידיאס זענען פראפעסינאל רעקארדירט געווארן דורך מו"ה שרולי סאמעט הי"ו, און איז געספאנסערט געווארן דורך מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו פון יואלי'ס קולינג. מען קען באשטעלן עירקאנדישן אדער היטינג דורך רופן 845-470-8888. &nbsp; אויך איז לעצטענס ארויסגעקומען א פרישע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "דער אויבערשטער איז איבעראל" וואס איז פאכמאיש אראפגעשפילט אין א געשמאקע וועלדל ביי פארברענג מיט פילע בחורים און קינדער וואס שפילן גאר שיין אויף די ניגון מיט זינגען און טאנצן, בשעת מען זיצט און טאנצט נעבן געדעקטע טישן מיט שיינע לעמפ און א קעמפ פייער, בשעת די זון גייט צוביסליך אונטער. &nbsp; די מוזיק ווידיאס זענען אפגעכאפט געווארן פארגאנגעם זומער העעל"ט, און זענען הערליך און פראפעסיאנאל אויסגעארבעט געשמאק און אינטערעסאנט. שמעו ותחי נפשכם. &nbsp; 🎦 דער אויבערשטער איז איבעראל &nbsp; 🎦 זאל זיין אזוי &nbsp;

    < זעה מער ו טבת תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב בלעטל גרייכט צוויי הונדערט אויסגאבעס

    איך האף אז מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר אונזערע ליינער דעם קרית ברסלב בלעטל, וואס עס שטעלט מיט זיך פאר, און וואס דאס איז. אלע משפחות פון אנשי שלומינו ליינען דורך די פילע אינהאלטספולע בלעטער יעדע וואך, און מען ברענגט עס אהיים רואיג וויסענדיג אז דא וועט מען ליינען ערליכע מאטריאל וואס וועט נאר ברענגען יראת שמים, מידות טובות, אמונת חכמים, תמימות, און אריינלייגן די פילע עצות פון הייליגן רבין אויף א געשמאקע אופן. &nbsp; בראש פונעם אויסגאבע שטייט דער געטרייער רעדאקטאר הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אוועק בלב ונפש יעדע וואך לאנגע שעות און טעג, און מאכט זיכער אז אנשי שלומינו זאל האבן ערליכע געשמאקע ליין מאטריאל ואתו עמו די רעדאקציע, שרייבער און גראפיקער כל אחד בשמו הטוב יבורך. &nbsp; לכבוד די צוויי הונדערטסטע אויסגאבע האט אריינגעלייגט די וואך א ספעציעלע פראיעקט געשריבן דורכן בארימטן שרייבער ר' ישראל דוד העסקעל ני"ו, וואס וועט מהנה זיין דעם עולם, ווי מען וועט קענען זען אין די יעצטיגע אויסגאבע. אנשי שלומינו האבן זייער הנאה צו ליינען די פילע אפטיילונגען, אנגעהויבן פון די "וועלטליכע נייעס" געשריבן דורך ר' גרשון קרעמער וואס ברענגט ארויס כסדר פילע אינטערסאטנע אנעקדאטן פון די וועלט און וואס עס מיינט פאר אונז. דערנאך קומט די נייעס פון היכל הקודש וואס האלט אנשי שלומינו אינפארמירט איבער די פילע נייעסן און אפדעיטס וואס טוט זיך איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; דערנאך קומט די גאר געשמאקע "מעשיות פון תפלה" קאלום וואס איז לעבנסוויכטיג זיך צו דערמאנען כסדר ווער עס פירט די וועלט און וועם מען דארף בעטן און ווער עס קען העלפן, ווען מען זעט יעדע וואך עטליכע געקליבענע מעשיות מיט נעמען וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן ווען מען האט אים געבעטן. &nbsp; נאכדעם איז דא וועכעטליך א קורצע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס דערמאנט אונז מיר זאלן נישט פארעסן וואס אונזער ציל אויף דער וועלט און איז און געבט געשמאקע ווירקזאמע עצות אויפן לעבן. אויף די זייט דערפון איז דא א "שיחה פון ראש ישיבה שליט"א", א קורצע שמועס איבער א נושא, וואס ווערט שוין אויסגעשמועסט די בליק פון די תורה אויף אן ענין. &nbsp; נאכדעם איז דא די פרישע קאלום איבער אלץ און אלעמען דורך ר' גרשון קרעמער, וואס שרייבט איבער פארשידענע אינטערסאנטע ענינים וואונדער פונעם באשעפערס וועלט, און וואס דאס קען אונז לערנען טאג טעגליך. &nbsp; יעדע וואך באלעקן זיך אנשי שלומינו די פינגער מיט די הומאריסטישע און געשמאקע ארטיקל פון ר' משה ארי' שניטצלער וואס טראגט אונז אויף א רייד יעדע וואך ערגעץ אנדערש, צו אויף די הרי החושך, אדער גאר צו עפעס א מאשקע אין קרעטשמע, פון וועלכע מען קומט ארויס מיט א שיינע מוסר השכל אנצוהויבן פריש לערנען און דאווענען, יעדע וואך אויף א פרישע וועג. &nbsp; די קאלום פון "א מעשה פון א צדיק" קען מען זיכער נישט אויסלאזן, דארט ברענגט מען א שיינע מעשה פון א צדיק וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, אויף א וועג וואס מען קען זיך דערפון עפעס לערנען אז אויך מיר זאלן קענען ווערן ערליכע אידן. &nbsp; דערנאך קומט די "לענבסגעשיכטע פון הייליגן רבי'ן" אין פארזעצונגען, ווי עס ווערט געשילדערט אויף גאר א דראמאטישע וועג די פילע מיטמאכענישן פון הייליגן רבין ווי ער האט זיך געפלאגט און געאקערט אלעס כדי מיר זאלן קענען הערן זיינע הייליגע ווערטער און נאנט ווערן צום אויבערשטן. &nbsp; פון דארט פארט מען קיין לאנדאן הבירה צום געשמאקן שריפטשטעלער ר' ישראל דוד העסקעל, וואס פירט אונז אריין אין אן אנדערע וועלט, און טיילט אונז מיט א שמועס אדער עפיזאד אויף א הומאריסטישע וועג וואס מען נעמט מיט טאג טעגליך צו קענען זיין אן ערליכע איד, און זיך נישט לאזן פאלן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז נאר צוברעכן. &nbsp; דערנאך קומט די הויכפונקט, "א סעודה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א", ווי עס ווערט יעדע וואך אראפ געלייגט די געשמאקע סעודות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי ער געבט זיך אפ מיט זיין שטוב, ער רעדט שיין צו זיין ווייב און קינדער, מאכט זיי פרייליך. אנשי שלומינו ליינען עס מיט דורשט און בעטן דעם אויבערשטן אז אויך זיי זאלן קענען פירן א שיינע סעודה און קענען פרייליך מאכן אין שטוב. &nbsp; דערנאך קומט די פרויען אפטיילונג מיט פילע ארטיקלען פאר די חשובע פרויען און מיידלעך, קודם קומט א פאכמאנישע פאום געשריבן דורך מרת מ. פורסט תחי' וועלכע ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע ענין אויף א שיינע וועג, און דערנאך קומט די הערליכע ארטיקל "פאר די ברסלבע שטוב" געשריבן דורך מרת מ. פאפענהיים תחי' פון ירושלים עיה"ק וועלכע שרייבט גאר שיינע זאכן פאר די פרויען וועלכע קענען קוים ווארטן צו ליינען די געשמאקע ארטיקל יעדע וואך. &nbsp; דערנאך קומט די "מעשיות פון תפלה" פאר די פרויען ווי די פרויען פון אנשי שלומינו לייגן אריין זייערע מעשיות ווי זיי האבן געבעטן דעם אויבערשטן און דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן, און זענען מקיים דעם "בתוך רבים אהללנו" און דאנקען דעם אויבערשטן אויף זיינע חסדים דורך די שפאלטענעס פונעם אויסגאבע. &nbsp; יעצט קומען די קלענערע צו גיין, עס קומען אן פילע בלעטער פאר די קינדער, חידות, קעסטל רעטענישן, וועגן, ספר המדות פאר קינדער, שיחות פון רבין פאר קינדער, טרעף חילוקים, עצתו אמונה רעטעניש. און דערנאך טרעפן זיך די קלענערע קינדער אין די בילדער, ווי גרויס איז די שמחה פון א קינד וואס טרעפט זיך מיט זיין קליקס אדער לעגא וואס ער האט צוזאם געשטעלט א שיינע פארק, אדער פרעה'ס חלום. און מעשיות פון תפילה פאר קינדער מיט די שיינע בילדער וואס באקט אין די יוגענט פון די וויגעלע אז יא עס איז דא א באשעפער, און ער פירט אלעס, גרויסע זאכן און אויך קליינע זאכן און אלעס אינצווישן, און דו קענסט אים בעטן אלעס, אויך אז דו זאסלט האבן א גוטע ריסעס, און אויך אז דיין בובו זאל זיך אויסהיילן. און דאס וועט ער מיטנעמען מיט זיך אויף א גאנצע לעבן, אז ווען עפעס וועט אים זיין שווער אויפן הארץ וועט ער וויסן צו וועם זיך צו ווענדן. &nbsp; צום סוף קומט וועכענטליך די בילדער אפטיילונג, ווי מען קען זען שיינע בילדער פון אנשי שלומינו איבער די וועלט, וואס טוט זיך ביים ראש ישיבה, שמחות ביי אנשי שלומינו, פארברענגען און מסיבות, ווי עס בויען זיך בנינים און אזוי ווייטער. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען מזכה זיין את הרבים מיט ערליכע ליין מאטריאל, און אז עס זאל ארויסקומען נאר א כבוד שמים פון אלע בלעטער און ארטיקלען.

    < זעה מער א טבת תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך צו יום טוב חנוכה

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס אז דער הערליכער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס איבערגעדרוקט געווארן, און איז שוין ווידער דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון בלויז $2.99. &nbsp; אנשי שלומינו ווארטן שטארק ארויס אויף דעם הערליכען "סדר הדלקת נר חנוכה" וואס באשטייט פון דעם נוסח הדלקת נר חנוכה מיט אלע מזמורים פיוטים און מנהגים ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט, באגלייט מיט שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער מלוקט פון פילע ספרים איבער די גרויסע צייט וואס עס טוט זיך אפ אין אלע וועלטן ווען א איד צינדט די הייליגע חנוכה ליכט, און דער גרויסער עת רצון וואס מ'קען דאן פועלן גאר גרויסע זאכן. &nbsp; אזוי אויך אנטהאלט עס פילע גאר ווארימע תפילות אויף פאַרשידענע ענינים ווי אויף קינדער, נחת פון די קינדער, שידוכים, פרנסה, וואָס מוהרא"ש האָט געשריבן ספעציעל צו זאגן חנוכה ווען די לעכט ברענען. די תפילות עפענען אויף דאָס האַרץ צום&nbsp; אייבערשטן, און פועלן גאָר גרויסע ישועות. &nbsp; דער "סדר הדלקת נר חנוכה" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער לעצטענס איז עס איבערגעדרוקט געווארן פון פריש, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין. &nbsp; מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט נאר באשטעלט עס שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה. 📚 "סדר הדלקת נר חנוכה" - אידיש פאר בלויז $2.99 📚 קונטרס "חנוכה שמחה" פאר בלויז $1.49 📚 קונטרס "פארליר זיך נישט" שיעור ליל שישי חנוכה תשע"ד &nbsp; &nbsp; 💳 ברסלב סענטער שאפ גיפט קארטל BreslevCenter.com gift card &nbsp;

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ד 📝
  • ערשטע באנד פון ספר אשר היה אל יואל ווערט געדרוקט

    נאכדעם וואס עס איז שוין דורך כמעט א יאר פון וואס דער הערליכער גליון אשר היה אל יואל האט אנגעהויבן צו ערשיינען, האט דער בית הדפוס געמאלדן אז זיי זענען יעצט אינעם פראסעס פון דרוקן די ערשטע באנד אלץ א באזונדערע ספר. &nbsp; די ספרים און קונטרסים "אשר היה אל יואל" באשטייט פון די די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן וועכענטליך ביי שלש סעודת, קלאר און הערליך אראפגעשריבן. אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן נישט די זכיה צו הערן די שיינע געשמאקע ווערטער פון שלש סעודות פון ראש ישיבה שליט"א ערשט האנטיג האבן דורך דעם די געלעגענהייט צו לערנען די הייליגע ווערטער פונעם ספר. &nbsp; די שלש סעודות תורה פון ראש ישיבה שליט"א וואשט אויס אידישע קינדער צום אויבערשטן, מען קומט ארויס א פרישע מענטש פעסט באשלאסן אז איך הייב אן פון פריש, זאל זיין וואס זאל זיין, דער אויבערשטער האט מיר ליב, און ווארט אויף מיר ווי א טאטע צו זיינע פארלוירענע קינדער. די תורות פון ראש ישיבה צייכענען זיך אויס מיט עצות און חיזוק אויף למעשה, זאכן וואס מען קען תיכף אפלייען צום טאג טעגליכן לעבן, און מיט דעם ווערן נאנטערן צום אויבערשטן. ווי באקאנט איז געווען דעם רבינ'ס סדר ביי די הייליגע תורות און שמועסן, אז ווען דער רבי רעדט פון א פראבלעם, וועט ער אלץ זאגן די עצה וואס מען קען טון דערצו, און די ראש ישיבה שליט"א לערט אלץ פאר ביי שלש סעודות א תורה אדער א שיחה פון הייליגן רבי'ן און ווייזט אן וויאוזי מען קען ארויסנעמען דערפון עצות צו עבודת ה'. &nbsp; דער ספר ווערט ארויסגעגעבן דורכן קרן הדפסה, וועלכע לייגט אריין גאר גרויסע כחות אז דער ספר זאל ארויסקומען שיין און בא'טעמ'ט, און ווי זיי געבן אונז איבער גייט עס בעז"ה גיין צום דרוק בערך אין א חודש פון יעצט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אויף דעם ספר אז די זעלבע הבטחה וואס מוהרא"ש האט געגעבן אז מען וועט זען זיכערע ישועות אויב מען דרוקט "אשר בנחל" גייט אויך אן ביי "עצתו אמונה" און דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעלייגט אז דאס איז אויך ביי "אשר היה אל יואל". די וואס ווילן קויפן א זכות אין דעם ספר פאר $500 אדער דער וואס וויל אפקויפן די זכות פון די מהודרה פאר פינף טויזענט דאלער קען זיך ווענדן צום געטרייען גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ד 📝
  • גליון "דער ראש ישיבה זאגט" אויף ענגליש צייכענט אפ א יאר

    עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער היינטיגער גרויסער מפיץ מו"ה שמואלי קאהאן הי"ו פון ירושלים, וועלכע רעדט א פליסיגער ענגליש האט אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה מיט עטליכע יאר צוריק, וואס מיט די צייט האט ער געשפירט ווי די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א גייען אריין אין זיין הארץ מער און מער, און ער האט זיך געטראפן כסדר אין מצבים וואס ער האט ווי געזאגט צו זיך אליינס "דער ראש ישיבה זאגט" אזוי און אזוי. &nbsp; דערפאר האט ער אביסל מער פון צוויי יאר צוריק האט אנגעהויבן פארשפרייטן שיינע מעסעדזשעס אויף ענגליש פון א קרישקעלע פון בערך א האלבע מינוט איינע פון די טויזנטע דיאמאנטן וואס דער ראש ישיבה שליט"א פארקויפט יעדן טאג, ער האט עס אפגעטייפט פאר זיך איבערגעטייטש אויף ענגליש, און האט עס רעקארדירט שיין און קלאר און ארויסגעשיקט פאר די חברים וואס רעדן ענגליש, אז זיי זאלן אויך קענען טרונקען פון די יין המשומר פון די אונגארישע וויין. &nbsp; נאכדעם וואס דאס האט אנגעהאלטן איבער א יאר, האט ער באמערקט אז ער האט יעדע וואך זעקס הערליכע פערל ווערטער חיזוק און עצות הדרכה אויף למעשה וואס איז שוין אפגעטייפט אויף ענגליש, וואס וואלט געווען זייער א גלייכע זאך מען זאל עס ארויסגעבן פאר די וועלט, אז אויך די וואס באקומען נישט זיינע מעסעדזשעס אויפן טעלעפאן זאלן אויך קענען הנאה האבן דערפון, ער האט מיטגעלטיילט זיין געדאנק מיטן גרויסן מפיץ אין ירושלים דער גבאי פונעם בית המדרש מו"ה שמעון עוזר פערל שליט"א וואס האט אים שטארק מעודד געווען און האט אליינס גענומען די אפגעטייפטע ווערטער פון אים און האט עס הערליך אויסגעשטעלט אלץ א גליון מיט די נאמען "דער ראש ישיבה זאגט", ווי יעדע שטיקל הייבט זיך אן מיט די ווערטער "דער ראש ישיבה זאגט", ארויסגענומען פון א בריוו, א דרשה, א חיזוק יומי, א גליון, וכדומה. &nbsp; די גליונות ווערן יעדע וואך צוכאפט ביי די ענגליש רעדנדע אידן, ווי די מפיצים אין לעיקוואוד, און בארא פארק פלעטבוש זאגן עדות, ווען פילע שולן און יחידים בעטן כסדר מען זאל זיי ברענגען דעם הערליכן גליון דער ראש ישיבה זאגט וואס ווי זיי זאגן קענען זיי נישט צוגיין צו א שבת אן זיך דערקוויקן מיט די הערליכע עצות. &nbsp; דער גליון קען מען באקומען דא אויפן וועבסייט. אויך קען מען עס באקומען אויף אימעיל, און ביי די מפיצים. &nbsp; 📌 דער גליון אויפן וועבסייט צו דאונלאודן יעדע וואך בעז"ה

    < זעה מער כב חשון תשפ"ד 📝
  • נייעס ספרים אויף ברסלב סענטער געשעפט

    אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען צוויי פרישע ספרים צום וועבסייט וואס מען האט אריינגעברענגט ספעציעל פאר אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן צו האבן די ספרים. &nbsp; בראש וראשון איז די גמרא מנוקד בבא קמא, וואס איז יעצט די ריכטיגע צייט עס צו קויפן צום בעפארשטיינדן אנהייב פון די שיינע מסכת קומענדיגן זונטאג פרשת חיי שרה, און נישט קיין חילוק צי מען האט מיטגעהאלטן דעם שיעור הקהלה אין גמרא ביז יעצט אדער נישט איז עס א זייער פאסיגע צייט זיך מיטצוכאפן. די חילוק וועט זיין אז די וואס האבן עס מיטגעהאלטן ביז יעצט וועלן בעזרת השם יתברך ענדיגן ש"ס אין דריי יאר ארום, און די וואס הייבן יעצט אן וועלן ענדיגן אין זיבן יאר ארום בעז"ה ווען מען וועט ענדיגן מסכת קידושין וועלן זיי פראווען זייער אייגענע סיום הש"ס. &nbsp; עס איז איבעריג צו רעדן פאר תלמידי היכל הקודש די גרויסקייט פון א בלאט גמרא, א זאך וואס מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א מאנען אייביג, ווען מען קוקט אריין אין די בריוון און מען הערט אויס די דרשות קען מען נישט פארפאסן די פילע בקשות וואס מען באגעגענט כסדר "לערן א בלאט גמרא וועט דיר גוט זיין בזה ובבא" און אזוי ווייטער. יעצט האט די קרן הדפסה געלאזט באשטעלן א באגרעניצע צאל גמרות מיט גרויסע שיינע אותיות מנוקד אז אלע זאלן קענען לערנען די גמרא וואס מען הייבט יעצט אן. &nbsp; אויך האט מען באשטעלט ספעציעל פאר אנשי שלומינו די נייע קיצור שלחן ערוך מנוקד מיט די פסקים צוגעשריבן פון משנה ברורה, א הערליכע שיינע ארבעט פון עוז והדר, שיינע גרויסע לעכטיגע אותיות מנוקד, אז מען זאל קענען מקיים זיין די בקשה פון רבין אז מען זאל יעדן טאג לערנען הלכה, א זאך וואס ביי יעדע ברסלב'ע חסיד אז א חק ולא יעבור. ווייל אן הלכה וויאזוי ווייסט מען וויאזוי א איד דארף זיך פירן. &nbsp; מען קען שוין באשטעלן די ספרים און נאך פילע הונדערטער ספרים קונטרסים וכדומה פונעם רבין און זיינע תלמידים אויפן וועבסייט און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע דיבורים, וואס רעדן צו אונזער דור הלכה למעשה. און אז מען וועט לערנען די הייליגע ספרים און פאלגן זיינע עצות וועלן מיר האבן א חיים טובים אויף די וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער טז חשון תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה לייגט צו פרישע אפיסיס

    די הנהלה פון קרן הדפסה שלאפט נישט, די פילע אפטיילונגען פון די הפסה ווערן כסדר צוגעלייגט נאך אין נאך פראיעקטן. און פארשידענע אפיסעס זענען געווען צוזייט און צושפרייט אין צייטווייליגע לאקאלן, און פאר די תועלת פון די הפצה, האט מען באשלאסן אז מען זאל צובויען פרישע אפיסעס, כדי אלע זאלן קענען ארבעטן אינאיינעם בפונדק אחד, מיטן ציל צו מפרסם און מגלה זיין דעם אויבערשטן אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; די נייע אפסיס וועלן זיין געווידמעט פאר די פאלגענדע אפטיילונגען: טרענסלעישאן: דער אפיס וועט דינען די חשובע איבערטייטשער וואס לייגט אריין פילע כחות צו איבערטייטשן פילע ספרים, גליונות און קונטרסים אויף ענגליש, וואס מיט א פערמענאנטע אפיס וועט מען בעז"ה קענען אויסברייטערן די טרענסלעשאן אסאך מער און בעסער. &nbsp; גרעפיקס: קרן הדפסה האלט אויף א גראפיקער וואס איז שטארק פארנומען אויף א טעגליכע און א וועכענטליכע פארנעם צו דעזיינען און אויסשטעלן די דעקלעך פאר די קוטרנסים, די וועכענטליכע גליונות און קרית ברסלב בלעטל. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער נייער אפיס צוגעבן אסאך הרחבת הדעת צו קענען מאכן נאך מער און נאך בעסער. &nbsp; קול ברסלב: דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט איבערגעגעבן די ארבעט אנצופירן דעם פארצווייגטן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין פארן געטרייען אינגערמאן מו"ה משה עקשטיין הי"ו וואס האט אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו נאך מער צו פארברייטערן דעם ליין מיט נאך פילע נייע אפטיילונגען, וואס דאס וועט בעז"ה געטון ווערן הויפטזעכליך פון דעם אפיס. &nbsp; קרית ברסלב בלעטל: עס איז דא א ספעציעלע אפיס פאר די שרייבער און מגיהים פונעם וועכענטליכן פאפולערן גליון "קרית ברסלב בלעטל" פאר די שרייבערס און מגיהים וואס האבן נישט קיין אפיס און קיין קאמפיוטער וואו זיי קענען אריינקומען שרייבן זייערע געשמאקע ארטיקלען, מיט וואס אלע אנשי שלומינו זענען זיך מחי'. &nbsp; דאס איז אויסער די פילע אקטיוויטעטן פונעם הדפסה וואס פון דארט גייט ארויס הפצה אויף גאר אסאך וועגן, קונטרסים, ספרים, גליונות, סידיס, יו-עס-בי'ס, וועבסייט, סטאר, סובסקריבשאנס, און אזוי ווייטער. און אויסער דעם וועבן זיך נאך פילע נייע פלענער וואס מען בעט דעם אויבערשטן מען זאל האבן די כחות אויסצופירן מכח אל הפועל, אלעס מיטן ציל צו פארשפרייטן דעם רבי'נס אור אויף דער וועלט וואס דאס דערנענטערט אידישע קינדער צום אויבערשטן, וואס מיט דעם וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלמה.

    < זעה מער י חשון תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו זענען שטארק אקטיוו צו העלפן אידישע קינדער בשעת מלחמה

    רעדנדיג צו אנשי שלומינו אין ארץ ישראל צו הערן וויאזוי מען גייט אן אין די צייט פון די מלחמה, וויאזוי עס אפעקטירט די ערליכע אידן בכלל און אנשי שלומינו בכלל, האבן זיי נישט געוויסן פון וואס מיר רעדן. &nbsp; אנשי שלומינו זאגן אז די מלחמה האט זיי בכלל נישט אפעקטירט, זיי זענען פארנומען מיט לערנען, דאווענען, און אויב עס האט עפעס אפעקטירט האט עס נאר אפעקטירט די הפצה און מחזק זיין אנדערע. &nbsp; יעצט איז א צייט וואס אלע דרשנים זענען שטיל, אידן זענען פארפאניקט און דערשראקן פארשפארט מיט דריי שלעסער, און די ווארטזאגערס פון כלל ישראל האבן נישט וואס צו זאגן, יעצט קוקן אלע ארויס אויף די מפיצים, אפילו די וואס אין אלגעמיין האבן זיי נישט קיין געדולד צו די גליונות "פארוואס דארף מען עס בכלל? ווער דארף חיזוק?", אבער יעצט איז אן אנדערע פרשה, אלע שלונגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון רבין וואס איז כמים קרים על נפש עייפה. &nbsp; תלמידי היכל הקודש אין ארץ ישראל זענען נאך מער פארנומען די טעג זיי גייען ארום פון שטוב צו שטוב און זענען מפיץ די גליונות ספרים און סידיס, און בפרט האט מען יעצט געלאזט דרוקן א נייע קארטל "די מצב איז שרעקליך" און אין לשון הקודש "המצב משתק אותך" וואס ווערט צוכאפט דורך אלעמען, און זיי באקומען דעם אדרעס וואו זיך צו ווענדן פאר טערעפי פאר די נשמה, וואס איז אמונה אמונה און נאכאמאל אמונה, אידישע קינדער ווילן בלויז הערן איין זאך אין די טעג "דער אויבערשטער פירט די וועלט, האב נישט קיין מורא פון קיינעם". &nbsp; אזוי אויך כאפן זיך אלע צו צו די באקאנטע קמיע וואס מוהרא"ש האט געמאכט ביים אינטיפאדא ווען די אראבער האבן זיך דאן אויך צולאזט און אויפגעריסן פילע באמבעס פון וואס אסאך זענען נעבעך געשעדיגט געווארן, און מוהרא"ש האט געזאגט אז ווער עס וועט טראגן דעם קמיע איז ער מבטיח אז ער וועט נישט געשעדיגט ווערן. &nbsp; אויך איז מען געגאנגען מחזק זיין אין די שפיטעלער ווי עס געפונען זיך ליידער פילע פארוואנדעטע און צובראכענע אידן, ווי מען האט דערפרייט די פאציענטן וואס האבן זיך מחיה געווען מיט די פרייליכע פנים פון אנשי שלומינו, וואס גיסן אריבער חיזוק אמונה און שמחה צו אלע ארומיגע. &nbsp; 🛒 קמיע פון מוהרא"ש צו קויפן

    < זעה מער ט חשון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 91 to 105 of 309 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 20 21
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com