Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייע וועכענטליכע גליון "שיעורי חינוך" ווערט צוכאפט

    דער נאמען פונעם ראש ישיבה שליט"א איז שוין היינט בריינט באקאנט אין די וועלט. פילע אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיט די דרשות און עצות וואס דער ראש ישיבה שרייבט און זאגט. בפרט איז באקאנט דעם ראש ישיבה'ס דרשות און בריוו פאר מלמדים און מחנכים, ווי דער ראש ישיבה שליט"א קלארט אויס די שאלות און ספקות בעניני חינוך און געבט עצות און הדרכה פאר מלמדים. גענומען פון די הייליגע ספרים און בפרט פון די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמדידים.   דאס איז אויסער די וועכענטליכע שיעור התחקות וואס דער ראש ישיבה שליט"א גיבט פאר מלמדים און טיטשערס, וואס האלט שוין יעצט ביי איבער הונדערט שיעורים, און בנוסף וואס דער ראש ישיבה זאגט עטליכע מינוט חיזוק פאר די מלמדים יעדן טאג נאכן שיעור גמרא אינדערפרי.   דערפאר האבן זיך אנשי שלומינו אין ארץ ישראל באשלאסן ארויסצוגעבן מיטן אייבערשטנס הילף א נייע וועכענטליכע גליון מיטן נאמען "שיעורי חינוך", ווי עס וועט יעדע וואך אראפגעברענגט ווערן אויסצוגן פון די דרשות, און בריוון בעניני חינוך.   עס איז זיכער אז דער נייער גליון וועט צוכאפט ווערן דורך אידן איבער די וועלט אזוי ווי די אנדערע גליונות פון היכל הקודש ביז יעצט, און וועט מאכן א רושם אויף די מחנכים און מחנכות צו געדענקען ווי צו לייגן דעם דגוש ווען מען איז מחנך קינדער, וויאזוי זיך אן עצה צו געבן אין שווערע מצבים, און וויאזוי מען קען בעז"ה מצליח זיין צו מחנך זיין דעם קומענדיגן דור על דרך ישראל סבא, און דער אייבישטער זאל קענען שטאלצירן מיט זיי.   די וואך האט דער גליון אנגעהויבן מיט א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פארגאנגעם זונטאג פרשת וארא ביים לעצטן באזוך אין ארץ ישראל, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט א שיעור פון די מחנכים פון די מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל, וואס איז שטארק נוגע סיי פאר מחנכים און סיי פאר עלטערן פון קינדער.   דער ראש ישיבה רעדט דארט שטארק ארום איבער די וויכטיגקייט זיכער צו מאכן אז די קינדער גלייבן אין זיך, אויך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א אז מען זאל אכטונג געבן מען זאל נישט מאכן קיין קינדער פאר מיוחסים, און אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד מען זאל קענען מצליח זיין מיט אים, דער ראש ישיבה רעדט פון זיכער מאכן אז דער חדר איז צוזאם גענומען, איבער די וויכטיגקייט פארציילן מעשיות פון צדיקים פאר קינדער וואס דאס ברענגט זיי אריין א תשוקה צו וואקסן ערליכע אידן, דער ראש ישיבה רעדט איבער דעם אז אמונה איז ווי אטעמען, איבער וויאזוי צו געבן מתנות און גורלות, און נאך פילע וויכטיגע נושאים   דער גליון האט זיך אנגעהויבן מיט א הערליך אויגפארכאפענדע אויסשטעל, שיין מסדור קלאר צו ליינען, וואס וועט זיכער צוגעבן צום געשמאק עס צו ליינען.

    < זעה מער ל שבט תשפ"ג 📝
  • געהויבענע יארצייט פון מוהרא"ש געפראוועט

    עס גלייבט זיך שווער אז מען האלט שוין גאנצע אכט יאר זינט די פטירה פונעם גרויסן צדיק, עס וואקסט שוין אונטער א&nbsp; פרישע דור וואס האט נישט געזען מוהרא"ש, אבער דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג, אז מען קען היינט אויך קענען דעם צדיק, דורכן לערנען יעדן טאג זיינע הייליגע ספרים, דורכן פולעווען אינעם הייליגן ספר "אשר בנחל" איז מוהרא"ש נאך דא מיט אונז, און מיטן לערנען זיינע הייליגע ספרים שפירט מען א גילוי אלקות, מען הייבט אן זיך צו פרייען אז מען איז א איד, מען הייבט אן שפירן אז דער אייבישטער דארף מיך יא, איך האב נאך א האפענונג. &nbsp; דער הייליגער ציון אין יבנאל איז געווען באלאגערט דורך צענדליגע טויזנטער אידן וואס האבן אויסגענוצט דעם גרויסן טאג, און געקומען מתפלל זיין ביים הייליגן ציון, דער אייבישטער זאל העלפן אלע זאלן האבן געפועלט אלעס גוטס. &nbsp; אין די גאנצע וועלט זענען זיך טוינזטער אידן צוזאם געקומען לכבוד דעם גרויס יארצייט פון אונזער גרויסן רבין מרן מוהרא"ש זי"ע, וואס אונזער דור האט געהאט די זכיה אז ער האט באשיינט און באלאכטן די וועלט מיט זיינע טויזנטער ספרים און הונדערטער טויזנטער בריוו וואס ער האט אונז איבערגעלאזט. עס זענען שוין אנגעקומען באריכטן פון די יארצייט סעודות פון ירושלים עיה"ק, בני ברק, טבריה, יבניאל, לאנדאן, און אין קרית טאהש. &nbsp; דער צענטראלע סעודת הילולא איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג אין בית המדרש היכל הקודש אויף סקילמאן סטריט, וואס איז מיטגעהאלטן געווארן מיט א לייוו הוק אפ אין בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, און אין שטעטל. &nbsp; ביים יארצייט האט מען געהאט די זכיה צו הערן א הערליכע שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע גערעדט וויאזוי מוהרא"ש איז נתקרב געווארן צום הייליגן רבין דורך א קליין ספר וואס א מפיץ האט איבערגעלאזט ביי זיין טאטן, און דער ספר איז אים אזוי אריין אין די ביינער און עס האט אים ממש איבערגעדרייט זיין לעבן, וואס ביז דאן פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן אויף זיך אז ער איז געווען א לעבעדיגע בחור, ער נישט געהאט קיין געדולד צו לערנען, אבער פון ווען ער האט געטראפן ברסלב, איז ער נהפך געווארן לאיש אחר, ער איז געווארן א מתמיד עצום, ער האט אנגעהויבן צו מקיים יעדע שיחה פון הייליגן רבין, ער האט אנגעהויבן צו רעדן צום אייבערשטן און ער האט געזען אז דא איז דא אן אוצר וואס קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, און עס איז אים געגאנגען בנפשו, ווי קען מען לאזן אידישע קינדער אין דעם שווערן גלות אין אזא פינסטערניש? ווען מען האט דא אזא לעכטיגקייט אזא רבי וואס קען אריינשיינען אין די צובראכענע אידישע קינדער האפענונג, ער קען זיי מאכן טראכטן אז זיי קענען יא, דער אייבישטער דארף זיי יא, אפילו עס איז אריבער וואס איז אריבער, קען מען נאך אייביג פאררעכטן. דער ראש ישיבה האט אסאך ארום גערעדט פון הפצה, און אז די בעסטע וועג פון הפצה אין געבן א קונטרס, און אז א מענטש האט קשיות אויף ברסלב, אויף היכל הקודש, זאל מען אים געבן א ספר און זאגן "דא וועסטו טרעפן א תירוץ אויף אלע דיינע קשיות" און עס איז א שאד אריינצוגיין אין ווכיחים וואס ברענגט נישט קיין נוצן. דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי מוהרא"ש האט זיך דערהאלטן און זיך נישט נאכגעלאזט טראץ אלע זיינע צרות, ווען מען האט געזען די לעכטיגע צורה פון מוהרא"ש האט מען געקענט מיינען אז דא רעדט מען פון א מענטש וואס אלעס גייט אים גוט, בשעת ער האט געליטן אין זיין גאנצן לעבן פון אזעלעכע געבראטענע צרות מבית ומבחוץ. דער ראש ישיבה האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון גיין צום ציון פון מוהרא"ש וואס מ'קען דארט זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן אלע ישועות, און די זעלבע זאך האט דער ראש ישיבה געזאגט קען מען טון מיטן עפענען אן אשר בנחל, וואס איז אזוי ווי מען איז ביים הייליגן ציון, און דורך לערנען דעם הייליגן ספר צינדט זיך אן דעם מענטש'ס נשמה, מען באקומט אזא התעוררות, עס וועקט אויף דעם מענטש פון שלאף און מען קומט צוריק צום אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה'ס שמועס הערליכע וואס איז כדאי אויסצוהערן, האט זיך געצויגן פאר איבער א שעה. מען קען עס שוין מיטהאלטן דא אויף ברסלב סענטער, אזוי אויך קען מען עס שוין הערן אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין. &nbsp; נאכן בענטשן האט מען געזען א הערליכע רעקארדינג פון א שיעור פון מוהרא"ש זי"ע מוהרא"ש טייטשט דארט צווישן דער פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם" דער אייבישטער זאגט פאר די אידן, איך געב דיר "היום" א טאג, "ברכה וקללה" און דו קענסט זיך אויסוועלן צי דער טאג זאל זיין א געבענטשטע טאג אדער חלילה א געשאלטענע. ווי די פסוק זאגט דארט ווייטער, אויב מען וועט פאלגן דעם אייבערשטן, וועט מען האבן פון אלעם גוטן, אויב חלילה פערקערט איז פארקערט. &nbsp; אזוי אויך איז פארגעקומען ביים יארצייט אין אלע פלעצער אן אפיעל פארן שווארץ אפל פון היכל הקודש, "הפצה", דער ציבור אנשי שלומינו האט זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים צו קענען ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים. &nbsp; ווער עס וויל זיך נאך משתתף זיין, קען רופן מו"ה לייבי ראטה הי"ו, און געבן לעילוי נשמת דעם הייליגן צדיק. &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו

    < זעה מער יח שבט תשפ"ג 📝
  • דעליווערי ווען ווערט געקויפט בעז"ה פארן קרן הדפסה

    ווער עס קומט אריין און האלט מיט די אפעראציעס אינעם קרן הדפסה, זעט ווי עס טוט זיך דארט כסדר מיט דעליוועריס; אלע דעליווערי פירמעס, סיי די גרויסע נאציאנאלע, און סיי די היימישע פירמעס וואס שיקן לאקאל, טוען אפשטאטן דארט טאג טעגליך א סטאפ, אמאל צו ברענגען פרישע פעלעטס ספרים, פאפיר, אדער נייע מאשינען און אזוי ווייטער, און בעיקר קומען זיי פשוט אפצונעמען באקסעס באשטעלונגען פון ספרים און קונטסים בפרט פון די מפיצים.&nbsp; &nbsp; דאס איז צוליב דעם וואס די מפיצים פון איבער די גאנצע טריי סטעיט געגענט באלאגערן טאג טעגליך דעם קרן הדפסה מיט גרויסע ארדערס פון ספרים און קונטרסים, נאכדעם וואס דער פריערדיגע ארדער איז שוין אויסגעגאנגען, נאכדעם וואס עס איז צוכאפט געווארן דורך די ערליכע אידן צו וועם זיי גייען ארום דאס פארשפרייטן. ביז יעצט באנוצט זיך די הדפסה מיט קאמערציאלע דעליווערי סערוויסעס, וואס סיי עס קאסט אסאך געלט, און סיי עס איז גורם אז די מפיצים זאלן באקומען די ספרים און קונטרסים שפעט. &nbsp; ביז ווילאנג די הדפסה איז נאך נישט געווען אויף אזא גרויסן פארנעם, האט עס נאך ווי נישט ווי געקענט אגיין אזוי, אבער מיט די צייט האט זיך די הדפסה שוין אזוי פארגרעסערט און פארמערט ברוך השם, אז מען קען נישט ממשיך זיין אזוי, מען האט איינגעזען אז אויב מען האנדעלט זיך איין אַׁן אייגענע דעליווערי ווען וועט מען קענען טון די דעליוועריס אסאך שנעלער, בעסער און ביליגער. &nbsp; דערפאר האט מען באשלאסן אז מען וועט אריינשפרינגען אינעם קאסטבארן געשעפט פון קויפן אן אייגענעם ווען, וואס לויפט היינט אין די געגענט פון פופציג טויזענט דאלער, וואס דאס וועט בסייעתא דשמיא העלפן די מפיצים בכלליות באקומען זייערע ספרים און בפרט איז עס נויטיג צו קענען אפשיקן די וועכענטליכע גליונות אריין אין שטאט גענוג שנעל, ווייל פון ווען די גליונות גייען צום דרוק ביז שבת קודש איז דא זייער א קורצע צייט, און דאס דארף נאך אנקומען צו אלע היימישע שטעט אין די ניו יארקער אומגעגענט. &nbsp; יעצט האט מען די איינמאליגע געלעגענהייט אפצוקויפן דעם זכות פונעם ווען, ווער עס וויל האבן די זכיה קען זיך ווענדן צו מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 718-387-2691 עקסט. 103

    < זעה מער ח שבט תשפ"ג 📝
  • נייע הארציגע מוזיק ווידיא "א הפקר שטוב"

    עס איז נארוואס ארויסגעקומען דער נייעסטער מוזיק ווידיא פונעם ראש ישיבה, וואס געבט צו פארשטיין וויאזוי א שטוב זעט אויס ווען דער טאטע אדער די מאמע זענען צוגעקלעבט צו זייערע טעלעפאנען, ווי די גאנצע שטוב פארט אויף רעדער, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף די קינדער, די קינדער ווארפן אויף די שטוב, מאכן אלעס שמוציג, טוען סכנה'דיגע זאכן, אבער קיינער זעט און נישט און קיינער באמערקט נישט. קיין פרישע עסן איז נישטא, וועש אנצוטון איז נישט צום געפונען. מען הערט ווי די טאטע און די מאמע שמועסן זיך אויס צווישן זיך די חורבנות וואס דער טעלעפאן האט שוין געמאכט אין זייער שטוב ביז אהער, און ווי זיי באשלוסן אז גענוג געווען ביז אהער, מער וועט דער טעלעפאן נישט אריינקומען צו אונז אין שטוב. &nbsp; דער מוזיק ווידיא איז הערליך אפגעשפילט, און איז געווארן געזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, צוזמען מיט מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו, וואס לייגן אראפ דעם הארציגן ניגון. &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן אז דער ניגון זאל אריינגיין צו אונז אין הארץ. מיר זאלן געדענקען וואס איז דער עיקר צו וואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט, און ווי דער טעלעפאן נעמט אוועק אונזער קאפ און מח. &nbsp; צו זען דעם מוזיק ווידיא &nbsp; אט זענען די ווערטער פונעם ניגון: &nbsp; מיין טייערע ווייב, מיין אשת חיל א סמארט פאון איז נישט גוט פאר דיר &nbsp; נישטא קיין סאפער נישטא קיין קליידער די קינדער וואקסן הפקר &nbsp; דו וואשסט נישט קיין וועש דו ביסט דעפרעסט די גאנצע שטוב איז א מעס &nbsp; די עסן איז קאלט פארדארבן און אלט זע ווי די גאנצע שטוב צופאלט &nbsp; איך בעט דיר זייער איך האלט דיר טייער פון די קינדער נעם שוין קעיר &nbsp; א סמארט פאון איז סם דאס קען ביי דיר נישט זיין גענוג געווען שוין ביז אהער &nbsp; * &nbsp; מיין טייערער מאן די שולד איז דיין דו מאכסט די סמארט פאון אינטערעסאנט &nbsp; איך שטיי און איך שטוין ווי דו לאכסט צו דיין פאון אויף די קינדער קוקסטו קוים &nbsp; מיין טייערער צדיק כ'פרעג דיר צוריק דו קוקסט אויף מיר אזוי ביליג &nbsp; דו קומסט נישט אהיים דו רעדסט נישט שיין צו חברים ווילסטו גיין &nbsp; לאמיר צוזאמען זיך פארנעמען אפילו ס'גייט אונז זיין שווער &nbsp; א סמארט פאון איז סם דאס וועט ביי אונז נישט זיין &nbsp; גענוג געווען ביז אהער &nbsp;

    < זעה מער ד טבת תשפ"ג 📝
  • קול ברסלב צוריק צום געהעריגן נומער

    אזוי ווי דער אייבערשטער האט געפירט אז מען האט געמוזט אריבערפירן די טעלעפאן ליניע צו א נייע פירמע, האט מען אויסגענוצט דעם געלעגענהייט אביסל איבערצופרישן דעם טעלעפאן ליין, און מען האט עס אהערגעשטעלט שענער און בעסער, צו די הנאה פון די פילע צוהערער. &nbsp; דאס איז נישט געשען אין איין מינוט, עס איז אריין אין דעם א געוואלד מיט צייט, כח, און ארבעט, און דעריבער האט גענומען צייט ביז זאכן האבן זיך מסדר געווען אין פלאץ ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; דער עיקר שוועריקייט איז געווען דאס וואס די נומערן האבן נאך געפירט צום אלטן סיסטעם און נישט יעדער האט געקענט מיטהאלטן די אלע נייע שיעורים און שמועסן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין ביים נייעם סיסטעם. דאס אריבערפירן די נומערן האט זיך פארצויגן לענגער ווי געראכטן, און די פארוואלטונג פון קול ברסלב טוט זיך אנטשולדיגן אויף די עגמת נפש וואס דאס האט אנגעברענגט פאר אזויפיל אידישע קינדער וואס ווארטן מיט דארשט צו הערן נאך און נאך עצות און שכל אין לעבן, די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס זענען מחי' נפשות און בלאזן אריין לופט צום אטעמען און אקסיגן צום לעבן. &nbsp; שרייבנדיג די שורות איז שוין ברוך השם צוריק געשטעלט געווארן די ערשטע נומערן פאר "קול ברסלב" און "קוואל פון חיזוק", עס ארבעט שוין ברוך השם אזוי ווי פריער, אבער מען דארף נעמען אין אכט אז די סדר פון די קנעפלעך האבן זיך אביסל געטוישט מיט אנדערע אויסוואלן און באקוועמליכקייטן ווי ביז יעצט. &nbsp; יעצט דארף מען נאך תפילות אז אויך די פריערדיגע לאקאלע נומערן אין ארץ ישראל זאל אנהויבן ארבעטן מיט'ן נייעם סיסטעם. דערווייל קען מען רופן אין ארץ ישראל די צייטווייליגע נומערן אין ארץ ישראל ווי פאלגנד: "קול ברסלב" 0723701948. "קוואל פון חיזוק" 723701916. &nbsp; מיר וועלן דא איבערגיין אין קורצן די נייע סדר פון די מעין מעניו. צוערשט דארף מען דורקן 1 פאר אידיש און דערנאך קומט דער מעין מעניו: 1 - שיעורים פארן טאג 2 - שיעורי התחזקות 3 - שיעורי תורה 4 - שמועסן און פארברענגען 5 - קינדער ווינקל 6 - היכל נגינה &nbsp; עס איז כדאי אויסצוהערן אויף נומער 9 און דערנאך 2, די אלע באקוועמליכקייטן און אפציעס מיט וואס מען קען זיך באנוצן בשעת'ן הערן דעם ליין, בפרט ווי זאכן האבן זיך געטוישט פונעם אלטן סיסטעם. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער ב טבת תשפ"ג 📝
  • ברסלב עני-טיים ווערט פריש איבערגעמאכט

    &nbsp; עס קומט אריין גוטע נייעס אז דער ברסלב עני טיים וועבסייט - דער שוין גוט באקאנטער וועבסייט וואס פארמאגט אלע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, גייט פולקאם איבערגעבויעט און רידעזיינט ווערן. &nbsp; ברסלב עני טיים האט טויזנטער באנוצער וואס קומען כסדר ארויף און האלטן מיט יעדן שיעור, עס האט באזוכער פון אידן פון איבער די גאנצע וועלט. לעת עתה איז דער וועבסייט שוין עוועיליבל אין אידיש, ענגליש און לשון הקודש. &nbsp; ווי איינער פון די עסקנים פונעם וועבסייט מו"ה אהרן פיש הי"ו געט אונז איבער איז אינוועסטירט געווארן איבער צען אלפים צו איבערמאכן דעם וועבסייט עס צו מאכן נאך בעסער און שענער פאר אלע באנוצער. דער נייער וועבסייט וועט אויך זיין מער "מאביל פרענדלי", און דער שפאנישער שפראך וועט ווערן צוגעלייגט. &nbsp; לויט די פידבעק וואס זענען אריינגעקומען פון די באנוצער איז דא א ליסטע פון צענדליגע גוטע הוספות און פארבעסערונגען, וואס זענען שוין אינעם פראסעס צו אימפלימענטירט ווערן. ווי מ'וועט זיך בעזרת השם איבערצייגן אין די קומענדיגע וואכן און חדשים. &nbsp; אויפן וועבסייט קען מען טרעפן הונדערטער שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט וואס אלע זענען זיך מחיה יעדן טאג, עס אנטהאלט די טעגליכע שיעורים, די וועכענטליכע שיעוים, די חיזוק יומי שיעורים, די מוזיק ווידיאס און נאך אסאך. ברסלב-עני-טיים דאט קאם פארמאגט א גאר פארגעשניטענע סיורטש ענדזשין מען זאל גרינג און שנעל קענען טרעפן דעם שיעור וואס מען זוכט, לויטן טאג אדער נושא וואס מען זוכט. מען קען אויך דאונאודן די שיעורים וואס ווערט דאונלאודעד אויף זייער א שנענלע ספיד. אזוי אויך קען מען גרינג זען אויף יעדן שיעור צו מען האט עס שוין געזען, אויב האט עס נעבן דעם קעפל א רויטן סימן, איז עס א שיעור וואס מען האט נאך נישט געקוקט, נאכן זען א שיעור, וועט זיך דער סימן טוישן צו גרין. אזוי אויך קען מען איבערלאזן קאמענטארן אויף יעדן שיעור.

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ג 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער קומט ארויס לכבוד חנוכה אלץ א קאלארינג ביכל

    זינט עס איז ערשינען דער ערשטער ביכל פון די סעריע פון מעשיות פאר קינדער, הערט מען גאר אסאך גוטע גריסן פון אלע וואס האבן עס נאר גענומען אין די האנט. בפרט הערט מען צוריק פון די מפיצים אז זינט דער ביכל איז ארויס איז דאס פון די בעסט גייענדע זאכן. אידן פארציילן ווי געשמאק עס איז צו נעמען דעם ביכל אין די האנט און עס פארציילן פאר די קינדער, וואס דער ביכל איז געשריבן אין א גאר געשמאקע שפראך, וואס העלפט די קינדער זאלן פארשטיין די מעשיות, בפרט לערנט עס אויס די קינדער אמונה, תמימות, חסד, אהבת ה' און יראת ה'. יעצט קומט די נייעס פון די דרוקערס, אז אויף די פארלאנג פון פילע, האט מען יעצט איבערגעארבעט דעם ביכל אין א פרישע ווערסיע (גירסא) דאס מאל אלץ א "קאלערינג ביכל". קינדער האבן געווענליך שטארק ליב צו פארבן און קאלערן, און יעצט וועט מען זיי קענען געבן דעם ביכל מיט די בילדער פון די מעשיות וואס זיי קענען שוין אזוי גוט ביז יעצט, וואס די מעשיות דערמאנען זיי פון בעטן דעם אייבערשטן, גוטע מידות, און יראת שמים, און אויף דעם ביכל וועלן זיי זיצן און פארבן און פארברענגען די צייט פון שפילן מיט יראת שמים. &nbsp; דער ביכל אנטהאלט די בילדער פון די פאלגענדע מעשיות: זאגן תהלים מיט תמימות און פשיטות, ווייל איך בין א ברסלבער הייב איך זיך אויף, בעטן נאר פונעם אייבערשטן, שכוח אייבערשטער אז עס איז נאר די קו, פארשטיין די הייליגע תורה, אסאך מצוות, אויסגעריסן דעם טמא'נעם צלם, אפגעהיטענע אויגן, הפצה הפצה הפצה, דאס גרויסקייט פון א צדיק.&nbsp; &nbsp; אויסער דעם וואס די מדפיסים זענען פארנומען אנצוגרייטן דער צווייטער ביכל אין די סעריע מיט נאך צען שיינע מעשיות, האט מען שוין ברוך השם געענדיגט מאכן דעם ערשטן ביכל אינעם "קאלעריג ביכל" ווערסיע, וואס איז געדרוקט אויף ספעציעלע פאפיר וואס איז געמאכט צו פארנעמען קרעיאנס און מארקערס, אויף גרויסע פאפיר, און וועט שוין בעזרת השם זיין צו באקומען די וואך שבת חנוכה. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ג 📝
  • קרן הדפסה שטארק פארנומען נאכצוקומען גרויסע פארלאנג פון ספרים אויף חנוכה

    אינעם גרויסן בנין פון קרן הדפסה טוט זיך אין די יעצטיגע טעג אפ העפטיגע אקטיוויטעטן, מען גרייט זיך אויף די חנוכה סעזאן, מען דרוקט די פארשידענע ספרים לכבוד חנוכה, און ווי די מפיצים זאגן איז פארלאנג גאר גרויס. &nbsp; דער מערסטע גייט דער ספר "הדלקת נר חנוכה" וואס אנטהאלט דער הדלקת הנרות די מנהיגם און זמירות, אויך אנטהאלט עס גאר שיינע חיזוק ווערטער און בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן איבער די גרויסקייט פון חנוכה, און די געוואלדיגע צייט פון צינדן די חנוכה לעכט, און וויאזוי מען דארף זיך אפגעבן מיט די חינוך פון די קינדער אום חנוכה. &nbsp; אזוי אויך גייט גאר שטארק דער קונטרס אויף לשון הקודש "חנוכה שמח", געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע. דער ספר רעדט איבער די גרויסקייט פון צינדן חנוכה לעכט, און די לעכטיגקייט וואס דאס ברענגט פאר א אידישע נשמה. &nbsp; אזוי אויך איז דא א קונטרס אויף אידיש "פארליר דיך נישט", דאס איז א שיעור פון מוהרא"ש זי"ע וואס איז געזאגט געווארן אום חנוכה תשע"ד, וואס רעדט איבער די גרויסקייט פון חנוכה. &nbsp; דאס אלעס קען מען קויפן אויפן shop.breslevcenter.com וועבסייט פאר גאר גוטע פרייזן. חנוכה שמח קען מען קויפן פאר בלויז $1.49, "פארליר דיך נישט" פאר בלויז $1.99 און "הדלקת נר חנוכה" איז פאר $2.99

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ג 📝
  • נייע מוזיק ווידיא "תפלה - דער באשעפער הערט מיר אויס" איז מחזק טויזנטער

    אן ערליכער איד דארף אלץ ארום גיין מיט דעם געדאנק "וויאזוי קען איך מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן", "וויאזוי קען איך ברענגען נאך א איד צום אייבערשן", דערפאר טוט דער ראש ישיבה שליט"א אלע פעולות אין דער וועלט נאר מיט דעם ציל אז נאך א איד זאל געדענקען אז נאר צום אייבערשטן קען מען זיך און דארף מען זיך ווענדן. &nbsp; אין די היינטיגע וועלט ווען קליפס און מוזיק ווידיאס זענען א גאנגבארע ארטיקל, נוצט דער ראש ישיבה שליט"א אויך דעם מיטל אריינצוברענגען האפענונג אין אידישע קינדער, און כסדר דערמאנען אידישע קינדער ווער עס פירט די וועלט. &nbsp; היינט איז ארויסגעקומען דער ערשטער מוזיק ווידיא געבויט אויף ניגון "דער באשעפער הערט מיר אויס" פונעם לעצטן הערליכן אלבום "איך בין נישט אליין", ווי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אראפ פארשידענע מצבים וואס א מענטש גייט דורך שוועריקייטן אין לעבן, ווי פרסה, נחת, שידוכים, שלום בית, גייסטישע צרות, און דערמאנט אז אין יעדן פאל איז די אייציגסטע עצה דאס דורכצושמוסן מיטן אייבערשטן וואס הערט אויס יעדן איד, און דאס וועט ארויסשלעפן דעם מענטש פונעם פלאנטער אין וואס ער געפונט זיך. &nbsp; דער ניגון בלאזט אריין האפענונג, און געבט אריין פרישע חיות אין אלע וואס הערן זיך עס צו. דער ראש ישיבה זינגט אפ דעם ניגון אויפן ווידיא ווען אינעם בעקגראונד זעט מען פילע תלמדים פונעם ישיבה מיט פארשידענע איסטרומענט פידלען און פייפערס וכדומה ווי זיי שפילן צו צום ניגון. &nbsp; 🎦 א לינק צום מיזוק ווידיא &nbsp; פאלגענד זענען די ווערטער פונעם ניגון: &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן, ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; איך בין נישט אליין איך האב ווי צו גיין דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; תפלה טוט באגלייטן אין אלע שווערע צייטן דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; אלעס פון אים איך בעט ניסים יעדער זעט דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; פרנסה גייט מיר שווער מ'קומט נישט קויפן מער איך ווייס נישט וואס צו טון &nbsp; די חובות וואקסן טעגליך ס'איז ממש אומדערטרעגליך איך פיל ווי אויך גיי צוגרונד &nbsp; * &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן, ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן דער באשעפער הערט מיר אויס... &nbsp; * &nbsp; ווען איך דארף א שידוך טון מיט א טאכטער מיט א זון קיינער וויל נישט מיין קינד &nbsp; מיין קינד איז אין שפיטאל דאקטוירים אן א צאל ווען וועט ער זיין געזונט &nbsp; * &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן... תפלה טוט באגלייטן... &nbsp; * &nbsp; מיין קינד איז ערליך נישט דיפרעסט און צומישט נאר מיט חוצפה רעדט ער &nbsp; מיט חברים נידעריג תפילין איז אים איבעריג ער זאג איך וויל זיין א שלעכטער &nbsp; * &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן... תפלה טוט באגלייטן... &nbsp; * &nbsp; איך לייד פון ענקזייעטי פאוביעס און או-סי-די אייביג האב איך מורא &nbsp; איך בין אזוי נערוועז א מענטל קעיס איך בין א לוזער לכאורה &nbsp; * &nbsp; אנגעצויגן אין מיין שטוב מ'האט זיך בכלל נישט ליב די גאנצע לופט איז פאר'סמ'ט &nbsp; אייביג קריגערייען נאר בלאזן און געשרייען אזוי אומבא'טעמ'ט &nbsp; * &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן... תפלה טוט באגלייטן... &nbsp; * נאר אמונה העלפט דעם איד ווען ער פילט זיך שוואך און מיד אמונה איז מיין מעדיצין &nbsp; איך האב קיין קשיות נישט איך האב קיין שכל נישט אמונה זאגט מיר וואס צו טון &nbsp; * &nbsp; א איד דארף אייביג וויסן, ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; איך בין נישט אליין איך האב ווי צו גיין דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; תפלה טוט באגלייטן אין אלע שווערע צייטן דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; אלעס פון אים איך בעט ניסים יעדער זעט דער באשעפער הערט מיר אויס

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ג 📝
  • הדלקת נר חנוכה אויף אידיש

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס אז דער הערליכער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס איבערגעדרוקט געווארן, און איז שוין ווידער דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון בלויז $2.99. &nbsp; אנשי שלומינו ווארטן שטארק ארויס אויף דעם הערליכען "סדר הדלקת נר חנוכה" וואס באשטייט פון דעם נוסח הדלקת נר חנוכה מיט אלע מזמורים פיוטים און מנהגים ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט, באגלייט מיט שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער מלוקט פון פילע ספרים איבער די גרויסע צייט וואס עס טוט זיך אפ אין אלע וועלטן ווען א איד צינדט די הייליגע חנוכה ליכט, און דער גרויסער עת רצון וואס מ'קען דאן פועלן גאר גרויסע זאכן. &nbsp; אזוי אויך אַנטהאַלט עס פילע גאָר וואַרימע תפילות אויף פאַרשידענע ענינים ווי אויף קינדער, נחת פון די קינדער, שידוכים, פרנסה, וואָס מוהרא"ש האָט געשריבן ספעציעל צו זאגן חנוכה ווען די לעכט ברענען. די תפילות עפענען אויף דאָס האַרץ צום&nbsp; אייבערשטן, און פועלן גאָר גרויסע ישועות. &nbsp; דער "סדר הדלקת נר חנוכה" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער לעצטענס איז עס איבערגעדרוקט געווארן פון פריש, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין. מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט נאר באשטעלט עס שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה. 📚 "סדר הדלקת נר חנוכה" - אידיש פאר בלויז $2.99 📚 קונטרס "חנוכה שמחה" פאר בלויז $1.49 📚 קונטרס "פארליר זיך נישט" שיעור ליל שישי חנוכה תשע"ד &nbsp; 💳 ברסלב סענטער שאפ גיפט קארטל BreslevCenter.com gift card &nbsp;

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ג 📝
  • איבערגעפרישטע "קול ברסלב" מיט נייע אפציעס און נומערן

    ווי די צענדליגע טויזענטער צוהערער איבער די וועלט האבן שוין זיכער געהערט און באמערקט, ווערט יעצט איבערגעפרישט די "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און גלייכצייטיג אויך די ליין פאר פרויען "קוואל פון חיזוק". &nbsp; אזוי ווי דער אייבערשטער האט געפירט אז מיר האבן געמוזט אריבערפירן די טעלעפאן ליניע צו א נייע פירמע, האט מען שוין אינאיינוועגס אויך אביסל ארומגעטוישט די ליין, עס שענער און בעסער אויסגעשטעלט, צו די הנאה פון די פילע צוהערער. &nbsp; פארשטייט זיך אז עס גייט נישט אין איין מינוט, עס גייט אריין אין דעם א געוואלד מיט צייט, כח, און ארבעט, און דעריבער נעמט צייט ביז זאכן זענען זיך מסדר אין פלאץ ווי עס דארף צו זיין. דער עיקר שוועריקייט ביי די חשובע צוהערער איז געווען דאס וואס די נומערן פירן נאך צום אלטן סיסטעם און נישט יעדער האט געקענט מיטהאלטן אלע נייע שיעורים און שמועסן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין ביים נייעם סיסטעם. דאס אריבערפירן די נומערן האט זיך פארצויגן לענגער ווי געראכטן, און די פארוואלטונג פון קול ברסלב טוט זיך אנטשולדיגן אויף די עגמת נפש וואס דאס האט אנגעברענגט פאר אזויפיל אידישע קינדער וואס ווארטן מיט דארשט צו הערן נאך און נאך עצות און שכל אין לעבן, די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס זענען מחי' נפשות און בלאזן אריין לופט צום אטעמען און אקסיגן צום לעבן. &nbsp; שרייבנדיג די שורות זענען בלויז די קאנאדישע נומערן שוין אריבערגעפירט געווארן צום נייעם סיסטעם, און מיר בעטן און האפן צום אייבערשטן אז ווען איר וועט ליינען דעם באריכט וועלן שוין אלע לאקאלע נומערן פון אלע געגנטער זיין אריבערגעפירט. דערווייל האבן מיר צוגעשטעלט צייטווייליגע לאקאלע נומערן פאר אמעריקע און ארץ ישראל, וואס וועט ווארשיינליך אויפהערן ארבעטן נאכדעם וואס די ארגינעלע אלטע נומערן וועלן שוין פירן צום נייעם סיסטעם. &nbsp; פאר "קול ברסלב" רופט אין אמעריקע 845-299-2224 און אין ארץ ישראל 0723701948 פאר "קוואל פון חיזוק" רופט אין אמעריקע 718-705-5382 און אין ארץ ישראל 0723701916 &nbsp; וויבאלד דער נייער סיסטעם פון "קול ברסלב" איז אנדערש אויסגעשטעלט און קומט מיט אנדערע אויסוואלן און באקוועמליכקייטן ווי ביז יעצט וועלן מיר איבערגיין אין קורצן טייל פון די נייע אויסשטעל. &nbsp; צום ערשט דארף מען דרוקן פאר אידש &nbsp;1 ווי ביז יעצט, און דערנאך קען מען דרוקן 0 צו הערן אלע נייע אפדעיטס און נייע זאכן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין. ביים אפדעיט קעסטל (0) קען מען אלץ גיין צום קומענדיגן אפדעיט דורכך דרוקן דעם פאונד קנעפל (#) און צוריק דורכך דרוקן דעם זירא (0) קנעפל. 1 - שיעורים פארן טאג &nbsp; * דא קען מען הערן יעדן טאג די פרישע חיזוק יומי עטליכע קורצע מינוט מיט שכל און חיזוק פאר'ן טאג. &nbsp; * אויך איז דא דא אן אפטיילונג אנצוקומען שנעל צו די נייעסטע שיעורים. &nbsp; * א פרישע חידוש איז דארט געווארן צוגעלייגט, מיטן נאמען "היינטיגע שיעורי תורה", וואו מען קען הערן יעדן טאג די היינטיגע שיעורים, צו לערנען אדער צו מיטצוזאגן, דער בלאט בבלי און ירושלמי און דער פרק תוספתא, צוויי פרקים נ"ך פארגעלערנט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א וואס איז ממש מחי' נפשות. &nbsp; * אזוי אויך געפונט זיך אין דעם קעסטל דער אפטיילונג פון "עניני דיומא", א זאמלונג פון אלעס וואס געפונט זיך אויפ'ן ליין, אויסגעשטעלט לויט'ן סדר פון מועדי וזמני השנה. 2 - שיעורי התחקות &nbsp; * דא געפונט זיך דער אפטיילונג פון שיעורי התחזקות, אריינגערעכענט אלע שיעורי התחזקות, טעגליכע שיעורים, וועכנטליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס ווי באקאנט האבן זיי דעם כח צו נעמען סיי וועלכן איד, אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך נאר, און אים ברענגען נענטער צום אייבערשטן לויט זיין דרגא. &nbsp; * אויך קען מען דארט הערן שיינע חיזוק שטיקלעך ארויסגעשניטן פון די גמרא שיעורים, מיט נאך פילע שיעורי התחזקות אין אנדערע געלעגענהייטן. 3 - שיעורי תורה &nbsp; * דא קען מען טרעפן א גאר רייכער אויסוואל פון שיעורים אין פילע חלקים פון די הייליגע תורה, פארגעלערנט בטוב טעם ודעת מיט געשמאק, נישט צו לאנג און נישט צו טיף, אויף גאר א בא'טעמ'טע פארנעם, אז יעדער זאל קענען שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה. פילע אידן האבן זיך אויסגעדרוקט אז זיי האבן אלץ געמיינט אז זיי וועלן שוין קיינמאל נישט פארשטיין א שטיקל גמרא, ביז ווען זיי זענען אנגעקומען צו די זיסע געשמאקע שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא אזוי שיין און לייכט. &nbsp; * אויך געפונט זיך דא דער אפטיילונג "שיעורים מיטצוזאגן" גאר א גרויסער אויסוואל פון שיעורי תורה צו קענען מיטזאגן זייענדיג אונטערוועגנס, גמרא בבלי, ירושלמי, תוספתא, משניות, חומש, שלחן ערוך, און נאך, פון וואס פילע אידן זענען גאר שטארק נהנה, אויך קען מען מיטזאגן גאנץ תהלים, תיקון הכללי, תפלת הדרך און נאך. 4 - שמועסן און פארברענגען &nbsp; * דא קען מען הערן די הונדערטער גאר שיינע רייכע אינטערוויוס און שמועסן דורך מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א. &nbsp; * אזוי אויך געפונט זיך דא דער נייער מוצאי שב"ק פראגראם מיט'ן נאמען "חמין במוצאי שבת", שמועסן צווישן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו און מו"ה יענקי פיש הי"ו. &nbsp; * שיינע מעשיות פון די צדיקים וואס זייער יארצייט געפאלט די וואך דורך מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו &nbsp; * שמועסן איבער באזוכן אין טורמע, און יעדע וואך נייע חידושים און אינטערוויוס. &nbsp; * די אפטיילונג "לעובדא ולמעשה" דורך מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו וואס גייט איבער וואס עס איז געווען די וואך אין די בתי מדרשים און מוסדות היכל הקודש איבער די גארער וועלט, יעדע וואך מיט פרישע געסט וואס איז גאר אינטערעסאנט. &nbsp; * דער ליל שישי פראגראם "א בליק מיט די ברסלב'ע ברידער", צוויי די צוויי ברידער מו"ה יואל און מו"ה אברהם הערש וועבערמאן שיחיו, וואס שמועסן איבער די נייעס פון די וואך, וועלטליכע נייעס, אידישע נייעס, היכל הקודש נייעס, און שטעטל נייעס, מיט פילע אינהאלטסרייכע אינטערוויוס יעדע וואך, פון וואס די צוהערערער זענען זיך מחי'. &nbsp; * אויך קען מען הערן "פערזענליכע מעשיות", ווי מענטשן דערציילן זייערע אייגענע איבערלעבענישן ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן דורך תפלה, דורך בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ווי אויך פערזענליכע מעשיות פון הפצה, און נאך פילע גאר אינטערעסאנטע שמועסן און פארברענגען. 5 - קינדער ווינקל &nbsp; * דא וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען גאר שיינע סורפרייזעס פאר די חשובע קינדער, וואס אנטשפרעכט צו האלטן די קינדער געשפאנט מיט גאר שיינע מעשיות און פראגראמען. - ווארטס מיט שפאנונג! 6 היכל נגינה &nbsp; * דא קען מען טרעפן א רייכע זאמלונג פון ניגונים, שטייטע און שנעלע, קורצע און לאנגע, וואס וועקן דאס הארץ צום אייבערשטן און לעבן אויף דעם מענטש מיט אמונה און די עצות פון הייליגן רבי'ן. עס איז כדאי אויסצוהערן אויף נומער 9 און דערנאך 2, די אלע באקוועמליכקייטן און אפציעס מיט וואס מען קען זיך באנוצן בשעת'ן הערן דעם ליין, בפרט ווי זאכן האבן זיך געטוישט פונעם אלטן סיסטעם. &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז גאנץ בקרוב וועט דער נייער סיסטעם זיין פולשטענדיג אויפגעשטעלט, אלע קנעפלעך וועלן ארבעטן ווי עס דארף צו זיין, און אלע לאקאלע נומערן וועלן שוין זיין אריבערגעפירט. מיר בעטן די הילף פון אנשי שלומינו און די חשובע צוהערער אז יעדער זאל צולייגן עטליכע תפלות, בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן מצליח זיין, וואס דאס וועט זיין בלויז אייער הצלחה צו קענען הנאה האבן פון דעם געשמאקן אויפגעפרישטן טעלעפאן ליניע. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ג 📝
  • ברסלב סענטער עפפ ווערט שטארק פארבעסערט און אפדעיטעט

    אסאך אידן דארפן צוקומען אין די ביזנעס צו פארשידענע דיווייסעס ווי טעלעפאנען און טעבלעטס וואס ארבעטן הויפזעכליך מיט עפפס, דער סמ"ך מ"ם ארבעט אריין אויף קעסל און כלים עס אנצופילן חס ושלום מיט אלע סארטן מרעין בישין, און מיט דעם אראפווארפן דעם איד אין עקלדיגע עבירות און דורכדעם פארברענען זיין מח וואס נעמט אוועק דעם איד פונעם אויבערשטן. ערליכע אידן פאלגן די רבנים און נעמען נישט אריין די כלים אין שטוב, און אויב מען דארף עס האבן ביי די ארבעט, מאכט מען זיכער עס צו כשר'ן אויפן בעסטן אופן, און מען האלט עס נאר אין אפיס "פראם ניין טו פייוו". &nbsp; אין די היינטיגע ביזנעס וועלט איז זייער מצוי אז מען מוז זיך באנוצן מיט די כלים אויף א כשר'ע און אויסגעהאלטענע וועג, דערפאר איז זייער וויכטיג אנצופילן די כלים מיט ערליכע זאכן, הייליגע זאכן, און אנשטאט מען זאל לייגן אויף די דיווייסעס אזוי גערופענע "כשרע ענטערטעימענט" עפפס וואס אין בעסטן פאל פארברענט עס די צייט מיט נארישקייטן, לייגט מען ארויף דערויף עפפס וואס וועט מיר דערמאנען פונעם אייבערשטן, דערמאנען איך זאל עפענען א חומש, דערמאנען אז דער אייבישטער ווארט אז איך זאל רעדן צו אים. &nbsp; ווי מיר האבן שוין באריכטעט האבן עטליכע אינגעלייט מאנשי שלומינו אריינגעלייגט גרויסע כחות צו ערצייגן א הערליכע געשמאקע עפפ פארן ברסלב סענטער וועבסייט, וואס האט שוין געהאט טויזנטער דאונלאודס פון פילע לענדער איבער די וועלט, דאס מערסטע פארשטייט זיך אין אמעריקע, און נאכגעפאלגט מיט ארץ ישראל, קאנאדא, ענגלאנד, ארגענטינא און נאך, פון וועמען מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן, ווי געשמאק און שיין דאס איז אהער געשטעלט. &nbsp; מענטשן נוצן דאס ביים רויט לייט אויפן טראק צו ליינען א בריוו פון ראש ישיבה, ביים לאנטש ברעיק צו הערן א חיזוק יומי, אדער אין א שווערע מינוט צו טרעפן חיזוק און עצות. &nbsp; אויף די פילע פידבעק פון די באנוצער, האט מען אין די לעצטע חדשים זינט מען האט עס געלאונטשט, צוגעלייגט פילע אפדעיטס און נייע פיטשערס. &nbsp; פאלגענד זענען די אפדעיטס צום עפפ: 1. נאטיפיקאציעס: מען באקומט שוין נאטיפיקאציעס פאר יעדע נייע זאך וואס ווערט ארויפגעלייגט אריינגערעכענט בילדער, נייעס, קליפס, שיעורים, בריוו און טעגליכע בריוו. און מען קען אנשטעלן פאר וועלכע זאך מען זאל באקומען א נאטיפיקציע און וועלכע נישט. &nbsp; 2. דאונלאודס: מען ארבעט יעצט אז מען זאל קענען דאונלאודן די שיעורים, קליפס און בילדער. &nbsp; 3. בעקגראונד פלעי: מען ארבעט יעצט אויף א פיטשער אז מען זאל קענען הערן שיעורים אפעלו ווען מען גייט ארויס פונעם עפפ, "פיקטשער אין פיקטשער", דאס הייסט אז ווען מען גייט ארויס פון די פעידזש פון א ווידיא, שפילט עס ווייטער, נאר די פלעיער ווערט קליין. און אויב מען מאכט צו די פּלעיער וועט עס ווייטער שפילן אין די בעקגראונד. &nbsp; דאס איז בלויז א חלק פון די נייע זאכן וואס גייען זיין אי"ה אין די קןמענדיגע שטיק צייט.

    < זעה מער ה כסלו תשפ"ג 📝
  • הפצה פארברענג ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    פארגאנגענעם דינסטאג נאכט פרשת תולדות איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה אינדערהיים א הערליכע "הפצה פארברענג" פאר די בחורים וואס גייען ארום און זענען מפיץ פאר אידישע קינדער די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, און מיט דעם זענען זיי מחי' אידישע קינדער וואס לעכצן אויף חיזוק אנצוגיין אינעם טאג טעגליכע לעבן, און ביים רבי'ן קען מען טרעפן געוואלדיגע חיזוק אויף יעדע פראבלעם וואס איז נאר דא. &nbsp; אלע בחורים האבן פארציילט זייער מעשיות פון הפצה, וואס זיי האבן מיטגעלעבט בשעת'ן גיין הפצה, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה אריינגערופן אינמיטן מו"ה יואל שניצלער הי"ו וואס פירט אן די מכון עצתו אמונה, און געבעטן די בחורים זאלן אים פארציילן וויאזוי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים און ספרים וואס ער גיבט ארויס. די "הפצה פארברענג" האט דער ראש ישיבה געמאכט נאר פאר דעם ציל צו מחזק זיין די בחורים זיי זאלן ווייטער עוסק זיין אין די הייליגע ארבעט, וואס דאס איז געווען ביי מוהרא&rdquo;ש די חשוב&rsquo;סטע זאך וואס איז נאר דא. און אזוי ווי דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אין א בריוו: ביי מוהרא&rdquo;ש איז געווען הפצה די ערשטע, די לעצטע, די מיטלסטע און די גאנצע זאך! &nbsp; ווי דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אין א בריוו צו א מפיץ "וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פאלגט דעם רבי'ן; דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה. &nbsp; "כָּל הַמְקַיֵים נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא"; (סנהדרין לז) כל שכן ברוחניות (ראש ישיבה)

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ג 📝
  • נייע ספר "יכיר איש" על אגדות הש"ס ארויס פון דרוק

    ברב שבח והודאה צום הייליגן באשעפער זענען מיר זוכה צו אן ערשטמאליגער חבור אין אידיש אויף אגדת הש"ס, א חבור וואס באלייכט די אויגן מיט די הערליכע עצות און לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א נעמט ארויס פון די הייליגע ווערטער און פירונגען פון די הייליגע תנאים ואמוראים אשר מפיהם ובזכותם אנו חיים. &nbsp; דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן - זאגט גאט אזוי"; דאס קען מען שפירן באשיינפערליך ביים אריינקוקן אין דעם חבור, ווי יעדעס ווארט קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, און געבט א וועג צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און גיין אויף די תורה וועג, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ספרי עקב ו, ו:) "רצונך שתכיר את מי שאמר והי' העולם למוד אגדה". &nbsp; מכון עצתו אמונה האט אנגעויבן בעז"ה מיט מסכת תענית, נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין באגער ארויסצוקומען מיט די חידושים אויף די מסכתא. אזוי אויך אז די מסכתא האבן פילע בחורים שיחיו מסיים געווען דעם פארגאנגענעם ראש השנה, שליסנדיג א תקופה פון פערציג טעג, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וואס זיי האבן געלערנט דעם מסכתא יעדן טאג מיט מסירות נפש און גרויס יגיעה, זוכה זיין צו די סגולה פון אבינו רוענו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט מגלה געווען דעם גרויסן סגולה, זוכה זיין צו א זיווג הגון. &nbsp; דער ספר איז אויסגעשטעלט זענען לויט די סדר הדפים, און איז צאמגענומען פון די בריוון אין ספר איש אמונות, און ספר עצתו אמונה. &nbsp; כאטש דער ספר איז מלא וגדוש מיט הערליכע עצות, חזוק און הדרכה, פארט אבער איז דאס כטפה מן הים פון וואס איז פארהאן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף די מסכתא, מכון עצתו אמונה האפט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דאס צו איבערדרוקן ביי א קומענדיגע געלעגנהייט מיט פילע הוספות. &nbsp; מכון עצתו אמונה בעט פון אנשי שלומינו שיחיו, אויב האט מען א גמרא מסכת תענית וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעשריבן א בריוו אדער אפילו אפאר ווערטער, ווי אויך אויב האט איר מיטצוטיילן א מעשה מיט א שידוך וואס איז צושטאנד געקומען אין די צייט פון ענדיגן מסכת תענית פערציג מאל וכדומה, ביטע דאס אריינשיקן צו maebreslev@gmail.com און מען וועט דאס בעז"ה דרוקן אינעם קומענדיגן מהדורה. &nbsp; אנשי שלומינו בעטן ווייטער דעם אייבערשטן, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זוכה זיין צו קענען ווייטער אנגיין מיט די געוואלדיגע הבצת התורה ואמונה, געזונטערהייט, און זוכה זיין ארויסצוגעבן די פילע בריוו, חבורים און דרשות אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין די וועלט. &nbsp; 📖 צו קויפן דעם נייעם ספר "יכיר איש אויף מסכת תענית"

    < זעה מער כט חשון תשפ"ג 📝
  • נייע קונטרס "א וועג צו לערנען" ווערט צוכאפט פון די מפיצים

    עס איז כמעט נישט געווען א שיעור, וואו מוהרא"ש זי"ע זאל נישט רעדן פונעם "סדר דרך הלימוד". מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער "סדר דרך הלימוד" דאס און נאר דאס איז "דעם רבינ'ס זאך", דאס האט דער הייליגער רבי געמאנט און געפאדערט, און דאס פלעגט מוהרא"ש שטענדיג חזר'ן מיט אונז. &nbsp; דער שיחה פון הייליגן רבין אין שיחת הר"ן סימן ע"ו ווי דער רבי שטעלט אוועק זיין "סדר דרך הלימוד" איז אלץ געווען שגור על לשונו פון מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש פלעגט זאגן, לאמיר עס אויפמישן פון אינעווייניג און זען די ווערטער וואס דער הייליגער רבי שרייבט אין שיחת הר"ן סימן ע"ו: &nbsp; "שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ מִכְּבָר שֶׁסִּפֵּר: שֶׁלָּמַד כָּל הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן־עָרוּךְ שָׁלֹשׁ פְּעָמִים. פַּעַם אַחַת כִּפְשׁוּטוֹ. וּפַעַם שֵׁנִי לָמַד וְגָמַר אוֹתָם וְהָיָה יוֹדֵעַ בְּכָל דִּין וְדִין מֵאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן־עָרוּךְ הַשֹּׁרֶשׁ שֶׁלּוֹ בִּגְמָרָא פֵּרוּשׁ רַשִׁ"י וְתוֹסָפוֹת. וּפַעַם שְׁלִישִׁי לָמַד וְגָמַר אוֹתָם וְזָכָה לֵידַע בְּכָל דִּין וָדִין סוֹד הַכַּוָּנָה שֶׁל הַדִּין, מִפְּנֵי מָה הַדִּין כָּךְ עַל־פִּי סוֹד. וּכְפִי הַנִּשְׁמָע כָּל זֶה הָיָה בִּימֵי נְעוּרָיו כִּי אַחַר־כָּךְ חָזַר וְגָמַר אוֹתָם עוֹד כַּמָּה פְּעָמִים. וְדַרְכּוֹ הָיָה תָּמִיד שֶׁהָיָה לוֹמֵד הַרְבֵּה הַרְבֵּה כָּל יָמָיו עַד הַסּוֹף, אֲפִלּוּ בְּעֵת הַחוֹלַאַת הַכָּבֵד שֶׁהָיָה לוֹ בַּסּוֹף. וְאַף־עַל־פִּי שֶׁהָיָה עָלָיו טִרְחָא דְּצִבּוּרָא שֶׁהָיָה עוֹסֵק הַרְבֵּה עִמָּנוּ וְעִם כָּל אֲנָשָׁיו לְקָרְבָם לַעֲבוֹדַת ה', וְלִתֵּן לָנוּ עֵצוֹת בְּכָל עֲסָקֵינוּ וְכוּ' וְכוּ', וְגַם מֹחוֹ הָיָה מְשׁוֹטֵט תָּמִיד בְּהַשָּׂגוֹת גְּבוֹהוֹת וְנוֹרָאוֹת תָּמִיד וְכוּ' וְכוּ', אַף־עַל־פִּי־כֵן הָיָה עוֹסֵק בְּלִמּוּד הַתּוֹרָה בִּפְשִׁיטוּת הַרְבֵּה בְּכָל יוֹם וָיוֹם. וְלֹא הָיָה טָרוּד כְּלָל, רַק תָּמִיד הָיָה בְּיִשּׁוּב הַדַּעַת. וּבְעִנְיָן זֶה הָיָה חִדּוּשׁ נִפְלָא וְאִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִזֶּה כְּלָל. וּמֵחֲמַת זֶה הָיָה לוֹ פְּנַאי עַל כָּל דָּבָר. וְתָמִיד הָיָה לִמּוּדוֹ בִּמְהִירוּת גָּדוֹל מְאֹד. וְהָיָה לוֹמֵד כַּמָּה דַּפִּין פּוֹסֵק בְּשָׁעָה אַחַת עִם כָּל הַפֵּרוּשִׁים כֻּלָּם שֶׁסָּבִיב הָאַרְבָּעָה "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" הַנִּדְפָּסִים בְּכֶרֶךְ גָּדוֹל, (שֶׁהֵם הַ"טּוּרֵי־זָהָב" וְהַ"מָּגֵן אַבְרָהָם" וְהַ"בְּאֵר הַגּוֹלָה" וּ"פְרִי חָדָשׁ" וַ"עֲטֶרֶת זְקֵנִים" וְכַיּוֹצֵא בָּהֶם בִּשְׁאָר הַחֲלָקִים)." &nbsp; "וְסִפֵּר, שֶׁבְּעֵת שֶׁהָעוֹלָם מְכִינִים עַצְמָן לְהִתְפַּלֵּל בַּבֹּקֶר, בְּעֵת שֶׁמַּתְחִילִין לְהִתְקַבֵּץ עַד שֶׁמַּתְחִילִין לְהִתְפַּלֵּל, בְּאוֹתָהּ הַשָּׁעָה הוּא לוֹמֵד אַרְבָּעָה דַּפִּין פּוֹסֵק. וְכֵן כָּל מַה שֶּׁלָּמַד גְּמָרָא אוֹ פּוֹסֵק וְכַיּוֹצֵא הַכֹּל הָיָה בִּמְהִירוּת גָּדוֹל מְאֹד. וְסִפֵּר עִמָּנוּ הַרְבֵּה בְּעִנְיָן זֶה, שֶׁטּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת. וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ. וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן. וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר־כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר." &nbsp; "וְאָמַר: שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין. וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין. וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף &ndash; יָבִין אַחַר־כָּךְ. וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים שֶׁאַף־עַל־פִּי־כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ? כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ ז"ל (שַׁבָּת סג.): 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר וְאַף־עַל־גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תְּהִלִּים קי"ט): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה" וְכוּ'. כִּי עַל־יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל־יְדֵי־זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם. וְעַל־יְדֵי־זֶה מִמֵּילָא יָבִין בַּפַּעַם הַשֵּׁנִי וְהַשְּׁלִישִׁי כָּל מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כָּל מַה שֶּׁאֶפְשָׁר לְהָבִין וְלַעֲמֹד עַל דִּבְרֵיהֶם." &nbsp; "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה. וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב. אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד. כִּי עַל־יְדֵי־זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד. וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל־יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם. וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם. אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנַּ"ל בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזֹּהַר וְקַבָּלָה וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם." &nbsp; "וּכְבָר מְבֹאָר (לְעֵיל כ"ח) שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ ז"ל, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה. וּפַעַם אֶחָד חִשֵּׁב רַבֵּנוּ ז"ל, מַה שֶּׁהָאָדָם צָרִיךְ לִלְמֹד בְּכָל יוֹם עַד שֶׁאֵין הַיּוֹם מַסְפִּיק. דְּהַיְנוּ לִגְמֹר בְּכָל שָׁנָה שַׁ"ס עִם הָרִי"ף וְהָרֹא"שׁ, וְאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן־עָרוּךְ הַגְּדוֹלִים, וְכָל הַמִּדְרָשִׁים כֻּלָּם, וְכָל סִפְרֵי הַזֹּהַר וְתִקּוּנִים וְזֹהַר חָדָשׁ, וְכָל סִפְרֵי קַבָּלָה מֵהָאֲרִ"י ז"ל. גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם בִּקְצָת עִיּוּן. וְעוֹד חִשֵּׁב הַרְבֵּה דְּבָרִים. גַּם צְרִיכִין לוֹמַר תְּהִלִּים בְּכָל יוֹם, וּתְחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת הַרְבֵּה הַרְבֵּה." &nbsp; "וְאָז סִפֵּר הַרְבֵּה מֵעִנְיָן זֶה שֶׁצְּרִיכִין לִלְמֹד בִּמְהִירוּת גָּדוֹל וּבִזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בְּדִקְדּוּקִים הַרְבֵּה מֵעִנְיָן לְעִנְיָן. וְהַדְּבָרִים הַלָּלוּ הֵם בְּדוּקִים וּמְנֻסִּים." &nbsp; "גַּם לֹא הָיָה מְצַוֶּה לַחֲזֹר תֵּכֶף עַל לִמּוּדוֹ, רַק רְצוֹנוֹ תָּמִיד הָיָה לִלְמֹד הַסֵּפֶר אוֹ הַפּוֹסֵק שֶׁלּוֹמֵד כְּסֵדֶר מֵרֹאשׁוֹ לְסוֹפוֹ בִּזְרִיזוּת, וְאַחַר־כָּךְ יַתְחִיל פַּעַם שֵׁנִי וְיִגְמֹר אוֹתוֹ כֻּלּוֹ. וְכֵן פַּעַם אַחַר פַּעַם." &nbsp; "גַּם אָמַר: לְבַל יִהְיֶה נִבְהָל מִזֶּה שֶׁהִזְהִיר שֶׁצְּרִיכִין לִלְמֹד כָּל־כָּךְ בְּכָל יוֹם, כִּי גַּם אִם אֵינוֹ זוֹכֶה לִלְמֹד כָּל־כָּךְ, אַף־עַל־פִּי־כֵן הוּא יָכוֹל לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת. וְגַם כְּבָר סִפֵּר מִזֶּה שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר אֲפִילוּ אִם אֵינוֹ יָכוֹל לִלְמֹד כְּלָל, וַאֲפִלּוּ צַדִּיק יְכוֹלִין לִהְיוֹת אַף־עַל־פִּי שֶׁאֵינוֹ לַמְדָן כְּלָל. רַק בַּעַל הַשָּׂגָה אֵין יְכוֹלִין לִהְיוֹת כִּי־אִם כְּשֶׁהוּא לַמְדָן בִּגְמָרָא פֵּרוּשׁ רַשִׁ"י וְתוֹסָפוֹת. אֲבָל אִישׁ כָּשֵׁר וְצַדִּיק גָּמוּר יְכוֹלִין לִזְכּוֹת אֲפִלּוּ מִי שֶׁהוּא אִישׁ פָּשׁוּט לְגַמְרֵי, 'וְלֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמֹר וְאִי אַתָּה בֶּן חוֹרִין לְהִבָּטֵל מִמֶּנָּה' (אָבוֹת ב)." &nbsp; מוהרא"ש האט אמאל פארציילט אז איינער וואס פאררופט זיך א ברסלבע משפיע איז אמאל געקומען צו אים מיט טענות איבערן סדר דרך הלימוד, און אויף דעם וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז "מען דארף נישט ביים לערנען מער פון זאגן די ווערטער, אפילו אויב מען פארשטייט נישט", מוהרא"ש האט ארויסגענומען דעם שיחות הר"ן און געוויזן די ווערטער וואס דער רבי שרייבט "וְאָמַר: שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין. וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין. וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף &ndash; יָבִין אַחַר־כָּךְ. וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים שֶׁאַף־עַל־פִּי־כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ? כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל" האט אים יענער געפרעגט "ווער האט געשריבן דעם ספר, דאס איז אייער ספר?". &nbsp; מוהרא"ש האט מיט גרויס מסירת נפש ארויסגעגעבן דעם הייליגן ספר "סדר דרך הלימוד" און געדרוקט און פארשפרייט אין די מיליאנען און מיט דעם מקרב געווען זייער אסאך אידן צום אייבערשטן, ווען זיי האבן געזען אז אויך זיי קענען לערנען, און אויך זיי קענען האבן א שייכות מיט די תורה. &nbsp; מען האט אלע יארן געזען ווי די אלע וואס האבן געפאלגט דעם צדיק בתמימות און גענומען די משניות אדער גמרא און געזאגט די ווערטער, מען האט ממש געזען ווי זיי ווערן פון פריש געבוירן, זיי ווערן אנגעפילט מיט סיפוק הנפש, זיי ווערן געדולדיגע מענטשן, זייערע נערוון ווערט געהיילט, און מען ווערט נאנט צום אייבערשטן. &nbsp; ברוך שהחיינו וקיימנו, אז מען האט יעצט זוכה געווען אז דער הייליגער ספר איז געווארן איבערגעזעצט און געדרוקט צום ערשטן מאל אויף אידיש. פונעם קרן הדפסה געבט מען איבער אז די פארלאנג פון דעם הייליגן ספר איז אומגעהויער גרויס, מען האט עס שוין אין די ערשטע וואך איבערגעדרוקט עטליכע מאל, און מען קען ממש נישט נאכקומען דער גרויסער פארלאנג. &nbsp; אידן זענען דורשטיג פאר די הייליגע ווערטער פון רבין, מענשט האבן שוין געהערט איבער דעם ברסלב'ן דרך פון "זאגן", און פון די אנדערע זייט הערט מען פון לצים אפשפעטן, און ווען מען באגעגענט דעם הייליגן ספר, און מען זעט די ווערטער פון מוהרא"ש און פון הייליגן רבין, דאס געבט די כח זיך צו שטארקן אויף אלע לצים און ליידיג-גייער, און דאס הארץ ווערט אויפגעפלאמט, מען הערט אויף פארברענגען די צייט מיט נארשקייטן. מען הייבט אן לערנען אסאך משניות, גמרא, שולחן ערוך, און כל התורה כולה, און מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן. &nbsp; צו קויפן דעם ספר "א וועג צו לערנען" &nbsp;

    < זעה מער כג חשון תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 121 to 135 of 298 results

1 2 ... 6 7 8 9 10 11 12 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com