Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ספר איש אמונות חלק א' שוין אט גרייט צום דרוק

    מיט גרויס פרייד און התרגשות, טוט מכון עצתו אמונה מעלדן די גוטע בשורה פאר אלע אנשי שלומינו בכלל און בפרט פאר די אלע וואס האבן געהאט די זכי' און האבן זיך שוין איינגעהאנדעלט א זכות אינעם ספר, אז נאכן ארבעטן א לאנגע צייט וואס מען ארבעט אז די הערליכע בריוו געשריבן מיט מסירות נפש און פלייס דורך דעם ראש ישיבה שליט''א זאל ווערן גרייט צום דרוק, אז דער אז דער ערשטער באנד אינעם ספר איש אמונות (חלק א' - שנת תש"פ), גייט שוין אט אט אריין צום דרוק.   עס איז גענצליך איבעריג צו ערקלערן וואס די בריוו האבן שוין אויפגעטון ביז יעצט ווען זיי זענען נאר ארויסגעקומען אויף א פראוויזארישע וועג, ווייל עס איז גאר שטארק באוואוסט פאר יעדעם וואס האט עס נאר גענומען אין די האנט ווי די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן.   דער אויבערשטער האט געטון א חסד חינם מיט אונזער דור, אז מיר זענען זוכה עס זאל ארויסקומען אזא הייליגע ספר, מיר בעטן אים אויף ווייטער אז מיר זאלן עס טאקע לערנען לשמור ולעשות ולקיים צו פאלגן די עצות און הדרכות פון רבינו הקדוש זי''ע, וואס דאס וועט אונז ברענגען צום אויבערשטן און דערמיט קענען איבערקומען די גרויסע נסיונות וואס מיר גייען דורך ברוחניות ובגשמיות.   אנשי שלומינו שפירן פאר א זכי' צו געבן צדקה פאר די היילגער ספרים איש אמונות, פילע האבן געקויפט גרעסערע זכותים. ווי צום ביישפיל, דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דורך דעם אלעמען באליבטן מו"ה יענקי פיש הי"ו, און וועט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדורת פיש". דערנאך זענען דא פילע זכותים פאר פילע וואכן, זכות ראש השנה איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה משה גאטליעב הי"ו, זכות יום כיפור איז אפגעקויפט געווארן דורך הרוצה בעילום שמו שליט"א, אין צוגאב וואס ער העלפט ארויס דעם מכון צו יעדע צייט, און האט אייגענטילך מגי' געווען דעם ספר. זכות יום טוב סוכות איז געקויפט געווארן דורך מו"ה אברהמי אייזנער ה"ו, וואס איז אלעמאל גרייט ווען עס קומט צו הדפסה והפצה. זכות פרשת בראשית איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו. זכות פרשת נח איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה מנחם זאב שטרול הי"ו. זכות פרשת לך לך איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה משה ראזענבערג הי"ו. זכות  פרשת וירא  איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה שמעון ראטה הי"ו. זכות פרשת חיי שרה  איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה יענקי איידליס הי"ו. זכות  פרשת תולדות  איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה מאטי ראזענפעלד הי"ו. זכות  פרשת ויצא איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה ארי פיש הי"ו. זכות פרשת וישלח איז אפגעקויפט געווארן דורך הרב אלימלך שארף שליט"א.   פארן גיין צום דרוק קומט א מודעה פון מכון עצתו אמונה אז עס זענען נאך געבליבן א קליינע צאל פון זכותים אינעם ספר וואס מען קען נאך אריינכאפן צו קויפן. צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. אדער קענט איר זיך פארבינדן דורך אימעיל Maebreslev@gmail.com. אזוי אויך קען מנדב זיין דרוך די "מטבע" פלאטפארמע, אקאונט 00124222790, אזוי אויך דורך די OJC פלאטפארמע, אקאונט 10505.   צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת  

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ד 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק ב' ווערט איבערגעדרוקט

    תיכף נאך די פטירה פון אונזער הייליגער רבי מוהרא"ש זי"ע האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אונטערגענומען צו דרוקן און פארשפרייטן די חלקים פון אשר בנחל אויף אידיש, הונדערטער בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אויף אידיש ספעציעל פאר'ן היימישן אידיש רעדנדע עולם, נאכדעם וואס כמעט אלע פון די צענדליגע טויזנטער בריוון פון די אלגעמיינע בענדער פון אשר בנחל זענען אויף לשון הקדוש. דאס איז געווען נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפענט די ישיבה און די מוסדות אין ניו יארק, און עס זענען נתקרב געווארן פילע תלמידים בחורים און אינגעלייט, און האבן געבעטן למה נגרע, זיי ווילן בריוו אויף מאמע לשון וואס זיי זאלן פארשטיין, און מוהרא"ש האט זיך אראפ געלאזט צו אונז און איבערגעלאזט די הערליכע ירושה, וואס דער ראש ישיבה האט אפגעדרוקט טויזענט קאפיעס נאך מוהרא"ש'ס פטירה אין זעקס הערליכע בענדער. &nbsp; נאכדעם וואס די אלע קאפיעס זענען אויסגעגאנגען האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם מנהל פון תלמוד תורה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א ער זאל פריש איבערארבעטן די אלע בריוו, מגיה זיין די ספעלינג, די נקודות, צוטיילן די שטיקלעך, צולייגן מראה מקומות און קלארע מפתחות, און אזוי ווייטער. די פריש איבערגעארבעטע בענדער אשר בנחל וועט מיט'ן אויבערשטענס הילף ווערט געדרוקט אין "זיבן" בענדער, נאכן צולייגן די אלע הוספות. &nbsp; די ערשטע חלקים האט שוין הר"ר מרדכי שליט"א געענדיגט איבערארבעטן און מען האט עס שוין איבערגעדרוקט עטליכע מאל, און ממש יעצט האט מען פריש געדרוקט א גרויסע סכום פון אשר בנחל אידיש חלק א' וואס האט באקומען דעם נאמען "מהדרות מארקאוויטש" ווי געמאלדן נישט לאנג צוריק. אין די יעצטיגע צייט ארבעט דער מנהל אויף די ווייטערדיגע בריוו, און בשעת מען גרייט זיך אויף די בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א איבערצודרוקן חלק ב', האפט מען אז חלק ג' וועט זיין גרייט תיכף נאכדעם וואס מען וועט ענדיגן דרוקן חלק ב'. &nbsp; אין אנפאנג האט דער ראש ישיבה שליט"א אליינס עוסק געווען אין די עבודת הקודש פון שאפן דאס געלט צו דרוקן די ספרים, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן פונעם קרן הדפסה אז זיי זאלן עס איבערנעמען, און דערפאר קומט דער קרן הדפסה ארויס מיט אן אפיעל צו אנשי שלומינו מען זאל זיך ווארים אנרופן און נעמען א חלק אינעם חלק ב', כדי מען זיך זיך קענען נעמען שנעל צו די ארבעט, און די מפיצים וואס זוכן די ספרים זאלן עס ווידער קענען באקומען, און פארשפרייטן די הייליגע ליכטיגקייט פאר אלע אידן איבער די וועלט. &nbsp; עס איז איבעריג צו רעדן צו אנשי שלומינו איבער די גרויסע סגולה פון דרוקן די ספרים פון אשר בנחל אויף וואס מוהרא"ש זי"ע האט מבטיח געווען זיכערע ישועות, און עס דרייען זיך ארום פילע אמת'ע מעשיות פון גרויסע ישועות למעלה מדרך הטבע וואס אידן האבן געזען נאכן דרוקן די הייליגע ספרים. &nbsp; רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה שליט"א און נעמט א חלק אין דעם הייליגן פראיעקט, 347-578-4449.&nbsp; &nbsp; נדיבים בעם האבן יעצט דעם זעלטענעם געלעגענהייט און קענען אפקויפן דעם "זכות מהדורה" פארן סכום פון צען טויזענט דאלער, און די אלע ספרים וועלן גערופן ווערן אויף זיין נאמען, און וועט זיין אן אייביגע זכות לדורות עולם.

    < זעה מער ט תמוז תשפ"ד 📝
  • א לידעלע: נייע מוזיק ווידיא צו דערווארימען א אידישע נשמה

    אין איינקלאנג מיט'ן ציל פון קהלת היכל הקודש צו פארשפרייטן אמונה אין אידישע קינדער, צו מקרב זיין משיח דורך דערנענטערן אידן צום באשעפער, ווערט געטון פילע פעולות, אלעס מיט'ן זעלבן ציל. די דרשות, ספרים, קונטרסים, תלמוד תורה, הפצה, האטליין, וועבסייט, און אזוי ווייטער, אלע צילן די זעלבע זאך, צו ערוועקן אידישע נשמות און זיי דערמאנען אז מיר האבן א טאטע וואס ווארט אויף אונז, ער איז דא נעבן אונז מיט אונז, אייביג און איבעראל. &nbsp; די מוזיק ווידיאס דינט דעם זעלבן צוועק, אויף א געשמאקע און ציענדע וועג רעדן מען ווערטער פון אמונה, וואס מיט דעם פלאנצט מען איין אין זיך דעם "אין עוד מלבדו". &nbsp; היינט איז ערשינען א פרישע גאר פראפעסיאנאלע מוזיק ווידיא מיט'ן נאמען "א לידעלע", אינעם ניגון ווערט אויסגעשפילט ווי דער ראש ישיבה שליט"א מיט עטליכע אינגע תלמידים אנגעטון ווי אין דער אלטער היים שפאצירן אין די פעלדער מיט שאף און רינדער, מען האקט האלץ מען פלאנצט און מען שניידט אין די ענדלאזע הערליכע גרינע פעלדער, ווען בשעת מעשה זינגט מען זיך אונטער דעם "לידעלע" וואס דער הייליגער צדיק דער קדושת לוי זיעועכ"י האט פארפאסט אויף אידיש מיט'ן ציל צו אריינפלאנצן אין אידישע הערצער די ריינע אמונה, און מ'זאל וויסן סיי ווען ס'גייט גוט און סיי ווען ס'איז חלילה פארקערט איז עס אלעס פונעם אויבערשטן. "רבונו של עולם, איך וויל צו דיר א לידעלע זינגען, אנא אמצאך? וואו טאטע זיסער, קען איך דיר טרעפן? און וואו טאטע זיסער קען איך דיר נישט טרעפן? ואנא לא אמצאך? ווייל וואו איך גיי איז דאך דו, און וואו איך שטיי איז דאך ווייטער דו, אז עס גייט מיר גוט, איז דאך דו, און אז חלילה פארקערט איז דאך ווייטער דו, מזרח איז דאך דו, מערב איז דאך דו, צפון איז דאך דו, און דרום איז דאך דו, שמים איז דאך דו, ארץ איז דאך דו, מעלה איז דאך דו, און מטה איז דאך דו", ווען אינצווישן לאזט זיך דער ראש ישיבה מיט די תלמידים אין א פרייליכע קאדאטשקע טאנץ אויף די פרייע פעלדער "מזרח איז דאך דו, מערב איז דאך דו, צפון איז דאך דו, און דרום איז דאך דו, שמים איז דאך דו, שמים איז דאך דו, ארץ איז דאך דו, מעלה איז דאך דו, און מטה איז דאך דו". &nbsp; דער גאנצער מוזיק ווידיא לאזט איבער דעם צוקוקער א געוואלדיגע רושם פון השגחה פרטית, מען דערמאנט זיך פונעם טאטן וואס געפונט זיך איבעראל און אין יעדן מצב. &nbsp; דער ראש ישיבה צוזינגט זיך דערנאך ווייטער "אז עס גייט מיר גוט, איז דאך דו, און אז עס איז דו, גייט מיר גוט, דו דו". &nbsp; דער פראיעקט איז ערמעגליכט געווארן דורך די ברייטהארציגע נדבה פון מו"ה יענקי פיש הי"ו פון קאסטום שאורום. &nbsp; "א לידעלע"

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ד 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק א' מהדורת מארקאוויטש

    די וואך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעקומען אין שטוב פון מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו לכבוד דעם וואס ער האט זיך אונטערגענומען אפצוקויפן די זכות פון די מהדורה פון אשר בנחל אידיש חלק א', דער ראש ישיבה שליט"א האט געחתמ'עט מיט'ן חשוב'ן נדבן א "שטר שותפות", און דער באנד פון אשר בנחל וועט גערופן ווערן "מהדרות מארקאוויטש" לכבודו פונעם נדבן. &nbsp; אשר בנחל איז א זאמלונג פון די בריוו אויף אידיש געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען צו שרייבן די בריוו, וואס זענען פול מיט חיזוק, עצות און הדרכה, און זענען געשריבן פארן היינטיגן שווערן דור מיט זיינע אייגענארטיגע שוועריקייטן און נסיונות ברוחניות ובגשמיות. נאך כמעט פופציג יאר וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן בריוו אויף לשון הקודש, האט ער אין די לעצטע יארן, זעענדיג אז עס זענען דא א גרויסע פרישע ציבור מקורבים וואס רעדן נאר אידיש, זיך אראפ געלאזט צו אונז און געשריבן די זעקס בענדער אשר בנחל אויף אידיש. &nbsp; פאר אונז איז גוט באקאנט די גרויסע סגולה פון מנדב זיין פאר אשר בנחל. מוהרא"ש זי"ע האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן אשר בנחל וועט זען א זיכערע ישועה. צווישן אנשי שלומינו איז שטארק באוואוסט פילע מעשיות פון אומגלויבליכע ישועות וואס זענען געקומען נאכן דרוקן א באנד פון אשר בנחל. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז ווייל דער אשר בנחל דערנענטערט אידישע קינדער צום אויבערשטן, און דערפאר האט עס אזא כח אין הימל צו מעורר זיין רחמים אויף אידישע קינדער. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז די גרויסע זכותים פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן ספר זאל מגין זיין פאר מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו און פאר זיין גאנצע משפחה, דער אויבערשטער זאל אים בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה. &nbsp;

    < זעה מער כא סיון תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך איבערצודרוקן די ענגלישע קונטרסים לע"נ הרה"ח ר' משה זאב שווארץ ע"ה

    קרן הדפסה האט היינט געמאלדן אז זיי פלאנען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף איבער צו דרוקן אלע ענלישע קונטרסים וואס ר' משה זאב ע"ה האט איבערגעטייטשט. דאס איז א גרויסע און ערנסטע הפצה פראיקעט, און עס וועט זיין א געוואלדיגע זכות פאר אנשי שלומינו וואס ווילן נעמען א חלק דערין. &nbsp; ר' משה זאב ע"ה וואס איז נעכטן נסתלק געווארן לחיי העולם הבא האט איבערגעטייטש גאר אסאך קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע אויף ענגליש, וואס האט געמאכט א געוואלדיגע מהפכה ביי די ענגליש רעדנדע ציבור, און האט געגעבן התחקות פאר אומצאליגע אידן איבער די וועלט, און דאס וויל מען יעצט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף ממשיך זיין. &nbsp; מען קען זיך ווענדן צום גבאי'ן מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 צו נעמען א חלק אין די גרויסע הוצאות, דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן געשריבן אין א בריוו ווי ער דרוקט זיך אויס די גרויסקייט פון העלפן דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים, ער האט געשריבן "אז דו דארפסט א ישועה - זאלסטו געבן צו דרוקן די הייליגע ספרים "אשר בנחל" און די הייליגע קונטרסים. איך האב פאריגע חודש געגעבן פינף הונדערט דאלער און איך האב געזען א גרויסע ישועה, אויך היינט האב איך נאכאמאל מנדב געווען פינף הונדערט דאלער; איך שפיר זיך נישט אזוי גוט, איך האף דאס וועט זיין פאר מיר א ישועה." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער אז "מען זעט אפענע ישועות ווען מען העלפט דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אויבערשטן", און "ווען מיר האבן א קלארע הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע אז ווער עס וועט געבן געלט צו דרוקן דעם ספר "אשר בנחל" וועט זען גרויסע ניסים", דעריבער איז "א שאד צו זוכן סגולות וואס האבן נישט קיין מקור." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן דערמאנט אז ער האפט צום אייבערשטן ער וועט זיין בכח צו געבן די וועכנטליכע שיעור, און ער וועט מודיע זיין, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל בעטן פאר אים. דערפאר ווילן מיר בעטן אנשי שלומינו זאלן בעטן דעם אויבערשטן פאר ראש ישיבה שליט"א, און אויך מנדב זיין פאר די קונטרסים פאר'ן זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אז מען דערמאנט שוין דאס, איז דא די פלאץ צו מעלדן אויך דער גוטע נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאלדן אז דער וועכענטליכער ליל שישי שיעור וועט פארקומען היינט נאכט ווי געווענליך אין וויליאמסבורג אום ניין אזייגער. &nbsp; לאמיר זיך משתתף זיין ביד רחבה וברוח נדיבה, און געניסן פון די אלע גרויסע זכותים וואס קומט פון הפצה, און מיט דעם זוכה זיין צו אלע ישועות.

    < זעה מער יד סיון תשפ"ד 📝
  • נייער ספר "אשר היה אל יואל" - באלייכט אידישע שטובער

    מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן אז דער ספר "אשר היה אל יואל" אויף דברים תשפ"ג איז שוין ערשינען. דער ספר, א ליכטיגער אוצר געזאגט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א, איז א געוואלדיגע מתנה פאר יעדן איד וואס זוכט התחזקות און הדרכה אויף זיין וועג צו ווערן אן ערליכער איד און ווערן נענטער צום אויבערשטן. &nbsp; דער ספר "אשר היה אל יואל" באשטייט פון די די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן וועכענטליך שבת קודש, קלאר און הערליך אראפגעשריבן. אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן נישט די זכיה צו הערן די שיינע געשמאקע ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א אום שבת קודש ערשט האנטיג, האבן יעצט די געלעגענהייט צו לערנען די הייליגע ווערטער פונעם ספר. &nbsp; די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א וואשט אויס אידישע קינדער צום אויבערשטן, מען באשלאסן אז איך הייב אן פון פריש, זאל זיין וואס זאל זיין, דער אויבערשטער האט מיר ליב, און ווארט אויף מיר ווי א טאטע צו זיינע פארלוירענע קינדער. די תורות פון ראש ישיבה צייכענען זיך אויס מיט עצות און חיזוק אויף למעשה, זאכן וואס מען קען תיכף אפלייען צום טאג טעגליכן לעבן, און מיט דעם ווערן נאנטערן צום אויבערשטן. ווי באקאנט איז געווען דעם רבינ'ס סדר ביי די הייליגע תורות און שמועסן, אז ווען דער רבי רעדט פון א פראבלעם, וועט ער אלץ זאגן די עצה וואס מען קען טון דערצו, און די ראש ישיבה שליט"א לערט אלץ פאר ביי שלש סעודות א תורה אדער א שיחה פון הייליגן רבי'ן און ווייזט אן וויאוזי מען קען ארויסנעמען דערפון עצות צו עבודת ה'. &nbsp; דער ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורכן קרן הדפסה, וועלכע האט אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער ספר זאל ארויסקומען שיין און בא'טעמ'ט, און ברוך השם מען קען מעלדן די גוטע נייעס אז דער ספר איז שוין דא צו קויפן אויפן ברסלב סענטער וועבסייט. &nbsp; קויפט דעם ספר אשר היה אל יואל פאר בלויז $9.99 &nbsp; דבר ה' אשר היה אל יואל

    < זעה מער יג סיון תשפ"ד 📝
  • עצתו אמונה חלק ט' ארויס פון דרוק

    מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די נייעס אז "עצתו אמונה" חלק ט' - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, אינעם הארטן דעקל פארמאט איז שוין ארויס פון דרוק און איז אויפן וועג מיטן שיף קיין אמעריקע, און וועט זיין צו באקומען אין געציילטע וואכן ביי הדפסה און ביי די מפיצים, די אלע וואס האבן געהאט די זכי' צו נעמען א חלק אין ארויסגעבן דעם ספר וועלן עס קענען באקומען פונעם ראש ישיבה שליט''א.&nbsp; &nbsp; ווער עס האט שוין געזען אמאל דעם ספר, און זוכה געווען צו לערנען אינעם הייליגן ספר, דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער זאכליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. &nbsp; די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. &nbsp; און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט העלפן. &nbsp; הונדערטער אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און ביי זיי איז א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, און איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. &nbsp; מ'קען בעז"ה מיטהאלטן די פארשריט פון ספרי מכון עצתו אמונה ביים "מרישא ועד גמירא" פלאטפארם צום סוף פונעם וועכנטליכער קונטרס "עצתו אמונה". &nbsp; אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!

    < זעה מער יא סיון תשפ"ד 📝
  • Yes I Can: A Musical Journey of Inspiration - the first time in English

    "Hashem should help. We should go to Shavuos and start learning, every day a little bit of Chumesh, a little bit of Mishnayos. Even if you don&rsquo;t understand anything, say the words! Say the words!" &nbsp; With these holy words from the Rosh Yeshiva, spoken from the depth of his heart, the music video begins its journey. &nbsp; The newly released music video named &ldquo;Yes I Can&rdquo; is a major breakthrough in Hafotzeh, as it is the first professional music video specifically catered to the thousands of English-speaking Talmidim who want to drink from the pure spring of the spirit of Breslev, in the way taught by Mohorosh ZY"U. The Talmidim from &ldquo;The English Speaking Chaburah&rdquo; rewrote the lyrics based on those written by the Rosh Yeshiva in Yiddish. The music was professionally composed by the famous Yanky Samet, with musical arrangements by Menachem Berenshtein. It was beautifully sung by Shmuli Kahan, who devoted himself to this project as it matches his passion for Hafotzeh in general. The recording took place at Yanky Cohen Studios, all done by the English Speaking Chaburah in Jerusalem. &nbsp; The video features newly found footage of Mohorosh ZY"U learning with Talmidim, which will definitely touch your hearts and souls. &nbsp; The lyrics are as follows: What should I do if I cannot learn, I get ashamed when it comes to my turn, All of my friends know it so well, But with me, you cannot tell. &nbsp; A thousand times already I&rsquo;ve tried, But it's just not going inside, A Talmuch Chochom I will never be, Ohy, Hashem, please help me. &nbsp; But the truth is that &ldquo;Yes I Can&rdquo;, So says the Rebbe in Sichas Haran, Saying the words is a very big thing, Even if you don't understand anything. &nbsp; The Rebbe says you don&rsquo;t have to keep on trying, Take a Mishnayos and just start saying, Start to say the words like a small kid, The words of Torah cleanses you from sin. &nbsp; Say a Perek and another Perek, This will bring you to Hashem and come back, Beg Hashem that you want to understand, Because only Torah makes a person stand. &nbsp; Ribono Shel Olam have Rachmonons, Take me out of my personal Golus, Take a Mishnayos and start to learn, An Erlicher Yid you will become. &nbsp; Yes I Can

    < זעה מער ד סיון תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה איז גרייט מיט תיקון ליל שבועות און נאך ספרים אויף שבועות

    מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז די "תיקון ליל שבועות" אין די הייליגע נאכט פון יו"ט שבועות איז א מורא'דיגער תיקון אויף די עבירה פון ביטול תורה פון א גאנץ יאר, און איז מסוגל אריינצוברענגען אין א מענטש א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, "טועמי' חיים זכו", מען פארזוכט פון אלע 24 ספרים פון תנ"ך וואס מען גייט מקבל זיין קומענדיגע צופרי, מען זאגט דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה, און אזוי שפירט מען די זיסקייט פון די הייליגע תורה. &nbsp; אבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דאס וואס מען האט צוגעלייגט אסאך שטיקלעך פון פארשידענע פרשיות, איז נישט דער עיקר פונעם תיקון ליל שבועות, און אסאך מאל איז עס גורם אז א מענטש זאגט שוין בכלל נישט קיין תיקון ליל שבועות, ווייל עס איז אים צו שווער צו זאגן אזא גרויסער תיקון. אבער ווען מען ווייסט אז דער עיקר תיקון איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה און ספר, וועט יעדער עס זיכער זאגן מיט א געוואלדיגע חשק, וואס דאס איז בכלל נישט שווער, און דאס מאכט א גרויסער תיקון אין אלע וועלטן. &nbsp; מוהרא"ש האט געזאגט אז נאכן זאגן תנ"ך איז כדאי צו זאגן די "תרי"ג מצוות", ווייל דעם קומענדיגן אינדערפרי גייט מען מקבל זיין די תורה און די מצוות פון אייבערשטן, דארף מען דאך וויסן וואס זענען די מצוות, וועט דער קבלת התורה זיין א ריכטיגע קבלה. (שיחות מוהרא"ש חלק ט"ז) &nbsp; ווען קרן הדפסה היכל הקודש האט דאן אפגעדרוקט דער תיקון אויף דעם נוסח, האט מוהרא&rdquo;ש זייער שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים.&nbsp; און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל.&nbsp; אויך יעצט האט מען עס איבערגעדרוקט אויף די פארלאנג פון די פילע וואס זוכן עס. &nbsp; אזוי אויך קען מען קויפן ביים קרן הדפסה דער גאר באקאנטער קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געמאכט א רעוואלוציע פון לימוד התורה ביי כלל ישראל "סדר דרך הלימוד" וואס א דאנק דעם קונטרס האבן שוין אומצאליגע אידן זיך געזעצט לערנען, און געווארן צוגעבינדן צו די תורה און צום אויבערשטן. &nbsp; און לעצטענס האט די וועלט זוכה געווען צו א נייע אור, זייער פאסיג לכבוד דעם יום טוב שבועות, ווען מען האט אפגעדרוקט דעם קונטרס אויף אידיש מיטן נאמען "א וועג צו לערנען" וואס איז געווארן אויפגעכאפט אין די גאנצע אידישע וועלט. &nbsp; כאפט אריין צו באשטעלן די קונטרסים פונעם קרן הדפסה שוין יעצט כדי עס זאל נאך בעז"ה אנקומען אין צייט אויף יום טוב שבועות. &nbsp; תיקון ליל שבועות בלויז $2.99 א וועג צו לערנען בלויז $1.99 &nbsp; סדר דרך הלימוד בלויז $1.99 &nbsp;

    < זעה מער כח אייר תשפ"ד 📝
  • עצתו אמונה ווערט איבערגעמאכט מיט א הערליכע נייע דעקל

    לכבוד פסח וועט אויפגעוויקעלט ווערן א נייע הערליכע דייזין פאר די וועכענטליכע קונטרס "עצתו אמונה" וואס אנטהאלטן די בריוו פונעם ראש ישיבה, ווי ער איז מחזק און מעודד אידישע קינדער. &nbsp; מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר די ליינער וואס די בריוו מיינען, די גאנצע וועלט איז זיך מחי' מיט די הייליגע בריוו, די מפיצים גייען ארום אין אידישע הייזער און לאזן איבער די הערליכע בריוו מלא חיזוק און אמונה, פון וואס אלע לעבן אויף. &nbsp; דער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז התחדשות איז א גרויסע יסוד אין עבודת ה', א מענטש טאר זיך נישט לאזן אלט ווערן, מיר דארפן יעדן טאג פריש אנהייבן צו ווערן אן ערליכער איד. עס איז אויסגעקומען נישט לאנג צוריק צו באגעגען א איד וואס איז אויפגעוואקסן נעבעך אן קיין אידישקייט, ער איז געבוירן ביי א משפחה וואס די טאטע איז א קריסט און די מאמע איז להבדיל א פארבלאנדשזעטע אידישע טאכטער. דער איד איז לעצטענס נתקרב געווארן צו אידישקייט נאכן אריינבלאנדזשען איין שבת נאכמיטאג צו א אידישע געגענט. דער איד האט שוין געהאט א ברית און האט זיך אנגעהויבן צו לערנען די סאמע ערשטע יסודות פון אידישקייט. רעדנדיג צו אים האט ער געזאגט מיט אזא שמחה "איך האב שוין זוכה געווען צו קושן די תורה", ער האט עס געזאגט מיט אזא פרישקייט, אזא שמחה. דאס געבט איז "פוד פאר טהטאט", עס מאכט אונז טראכטן: היינט האב איך אפגעגאסן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה, געליינט קריאת שמע, געווען אין מקוה, געלערענט א דף גמרא, געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים, געדאווענט מיט מנין, וואס רעכענט אריין קדיש, ברכו, קדושה, קריאת התורה, גערעדט אפאר ווערטער צום אויבערשטן, געזאגט א גוט ווארט פאר די ווייב. וואו איז אונזער פרישקייט? וואו איז די שמחה של מצוה? אז איך האב שוין זוכה געווען טויזענט מאל צו לייגן תפילין איז עס נישט קיין שמחה אז איך האב היינט געלייגט תפילין? &nbsp; מיר זענען פארקראכן פון ענין, יעצט לכבוד פסח, וועלן די עצתו אמונה אויך באקומען א חיצונות'דיגע התחדשות, וואס וועט אונז דערמאנען זיך צו פרייען יעדע וואך אויף די הייליגע בריוו, זיין דאנקבאר דעם אויבערשטן, און מכיר טוב זיין דעם ראש ישיבה שליט"א אז ער לאזט זיך אראפ צו אונז און העלפט אונז שטייגן און דורכגיין די ברויזענדע כוואליעס פונעם לעבן.

    < זעה מער ז ניסן תשפ"ד 📝
  • וועכענטליכע עצתו אמונה נעמט אן ספאנסארס

    די ששת ימי המעשה זענען שוין דורך, און דער שבת המלכה איז אנגעקומען, א מחיה, די שענסטע מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געקענט געגעבן, מען האט אביסל צייט פאר זיך, מען קען זיך אפגעבן מיט די ווייב און קינדער, מען קען פארברענגען אין שטוב ביים סעודה, און מיט די קינדער ביי אבות ובנים, מען כאפט אריין צו לערנען אביסל, און מען פילט זיך אן מיט פרישע געז פאר די קומענדיגע וואך דורך די "עצתו אמונה" קונטרס, וואס די געטרייע קרן הדפסה שיקט אפ ערליך כסדר, און מען שעפט זיך אן מיט עצות און חיזוק, וואס געבט כח צו גיין נאך א וואך. &nbsp; עס איז ליידער דא ביי וועם די געשיכטע גייט אנדערש, שבת מיינט ביי זיי "דעס טאר מען נישט, יענץ טאר מען נישט", "איך האב נישט קיין נערוון צו מיין ווייב", "וואו קען מען גיין צו א שלום זכור, א קידוש, א שבע ברכות". &nbsp; מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר ווייסן פון אן אויסוועג. ווילאנג נעמט פון ווען מען הערט אויף צו הערן דעם קול פונעם צדיק, אויב די בריוון פון עצתו אמונה ווערט ח"ו אלטע נייעס, מען הייבט אן טראכטן "נאכאמאל די זעלבע זאך", "נאכאמאל רעדן שיין צו די ווייב", "שכח אייבישטער", ביז ווען דער שבת זעט אויס ווי די צווייטע מעשה? &nbsp; יעצט וועלן אנשי שלומינו באקומען די געלגענהייט צו קויפן די זכות פונעם קונטרס עצתו אמונה וואס קומט ארויס יעדע וואך אזוי ערליך, דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך מוסר נפש צו ענטפערן די פילע אנפרעגער, און די מכון עצתו אמונה מיט די קרן הדפסה געבן זיך אפ געטריי עס מסדר צו זיין און אפדרוקן הערליך און קלאר, אז עס זאל זיין כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און געבט חיות פאר טויזנטער אידן. &nbsp; כדי צו דעקן די הוצאות און איינוועגס געבן די געלעגענהייט פאר אונז אלע צו קענען קויפן דעם גרויסן זכות, וועלן אנשי שלומינו באקומען די מעגליכקייט ווערן די "ספאנסער פון די וואך", וואס וועט ווערן ארויפגעדרוקט אויפן דעקל מיט שיינע גרויסע אותיות. צו סיי וועלכע געלעגענהייט, במקום סעודת הודאה, לרגל א שמחה, א זכות פאר א ישועה, אדער סיי ווען, רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449, און כאפט דעם זכות פון א קונטרס ווילאנג די אויסוואל פון וואכן איז נאך גרויס.

    < זעה מער כה אדר ב' תשפ"ד 📝
  • תיקון הכללי ווערט איבערגעדרוקט אויף א הערליכע פארמאט

    קרן הדפסה גרייט זיך אין די טעג ארויסצוגעבן א פריש איבערגעארבעטע תיקון הכללי מיט גרויסע באטעמטע אותיות, אז עס זאל זיך זאגן גרינג און געשמאק. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט אין א בריוו פון מוהרא"ש אין פעלת הצדיק (סימן תתצ"ז בהגהה) ""נִמְצָא שֶׁעֲשָׂרָה קַאפִּיטְל תְּהִילִים" - טז, לב, מא, מב, נט, עז, קה, קלז, קנ - די צען קאפיטלעך, "שֶׁגִּלָּה רַבֵּינוּ זַ"ל", וואס דער רבי האט אונז אנטפלעקט, די תיקון הכללי, "הוּא תִּיקוּן לְכָל הַחֲטָאִים שֶׁבָּעוֹלָם בִּכְלָלִיּוּת", איז א תיקון פאר אלע עבירות פון די וועלט, "וּבִפְּרָטִיּוּת לְכָל מִינֵי פְּגָמֵי הַבְּרִית", און ספעציעל פאר פגם הברית רחמנא לצלן, "וּבִפְּרָטֵי פְּרָטִיּוּת לְמִקְרֶה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְּלָן". מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (שם): "וְעַל כֵּן מִי הֶחָפֵץ בַּחַיִּים", ווער עס זוכט לעבן, "מִי הָרוֹצֶה לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה מֵעֲוֹנוֹתָיו וַחֲטָאָיו שֶׁנָּפַל בָּהֶם רַחֲמָנָא לִצְּלָן", ווער עס וויל תשובה טון אויף זיינע זינד וואו ער איז אריין געפאלן, "כָּל אֶחָד וְאֶחָד כְּפִי יְרִידוֹתָיו", יעדער איינער לויט ווי ער איז אראפגעפאלן, "יְרַחֵם עַל נִשְׁמָתוֹ", זאל רחמנות האבן אויף זיין נשמה, "וְיֹאמַר בְּכָל יוֹם אֶת הָעֲשָׂרָה מִּזְמוֹרֵי תְּהִלִּים", און זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, "שֶּׁהֵם תִּיקוּן חָדָשׁ לְגַמְרֵי", וואס דאס איז א נייער תיקון. דער רבי זאגט אז נאכן זאגן די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי" דארף מען מער נישט איבער טראכטן וואס מען האט געטון, דער עיקר תיקון הברית - האט דער רבי געזאגט - איז "נישט איבערטראכטן"; איינמאל מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי זאל מען מער נישט איבער טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען און טון מצוות. מיר דארפן אוועק לייגן אונזער שכל אין פאלגן דעם רבי'ן, זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, די "תיקון הכללי", בתמימות ובפשיטות. דער רבי האט צוגעזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צב): דער וואס וועט זאגן די צען קאפיטלעך - דעם "תיקון הכללי" - וועט פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען." &nbsp; דערפאר כדי צו מאכן געשמאק און גרינג דאס תיקון הכללי גרייט מען צו צום דרוק די פריש איבערגעארבעטע תיקון הכללי אויף דריי פארמאטן, א גרויסע פארמאט, א מיטעלע סייז, און א מהדרות כיס וואס פיט אריין אין טאש. &nbsp; מען קען אפקויפן די זכות פון דרוקן די תיקון הכללי דורכן רופן דעם גבאי ר' לייבי ראטה אויף 347-578-4449.

    < זעה מער יח אדר ב' תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב מאכט זיס די ערב פסח טעג

    די צוגרייטונגען צו פסח אין קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב האבן זיך שוין אנגעהויבן פאר עטליכע חדשים, פסח איז א גאר שטארקע סעזאן אינעם קרן הדפסה, טויזנטער ספרים און קונטרסים ווערן פארקויפט אין די עטליכע וואכן. &nbsp; דאס יאר האט מען הערליך איבערגעמאכט דעם בעסט סעלער הגדה של פסח אויף לשון הקודש "אור זרוע" פון מוהרא"ש זי"ע מיט א הערליך אויג פארכאפענדע דעקל, דאס איז אויסער די עיקר ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אינעווייניג עס זאל האבן הערליכע דרוקט מיט שיינע אותיות און אן קיין טעותים בעזרת השם יתברך. אין די זעלבע צייט האט מען איבערגעדרוקט די הערליכע איבערגעארבעטע הגדה אור זרוע אויף אידיש, וואס ווערט צוכאפט דורך דער אידיש רעדנדע ציבור. &nbsp; איינע פון די שטארקסטע קונטרסים וואס גייט אויף פסח איז "א כשר'ן פסח" וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט און הייליגקייט פון יום טוב פסח, און אלע מצות פונעם יום טוב, ווי אכילת מצה און אזוי ווייטער, און וויאזוי א איד קען זוכה זיין צו האבן אן אמת'ע כשר'ע און פרייליכע יום טוב. קרן הדפסה האט געדוקט דערפון טויזנטער שטיק צו קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג. &nbsp; ביי די מפיצים גייט אויך זייער שטארק דער קארטל "א פרייליכן פסח" וואס איז מחי' טויזנטער אידן אין די טעג וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין נערוון און אנגעצויגענקייט, מיט'ן ציל צו ח"ו מאכן דעם איינדרוק אז אידישקייט איז פרעשור און אנגעצויגן. דער טעלעפאן נומער ראטעוועט אידישע קינדער, און לערנט אויס אז פסח מאכן איז נישט קיין בארג, און וויאזוי מען קען מאכן אז מען זאל שפירן די זיסקייט פון די ערב פסח טעג, די בין הזמנים טעג, דער סדר נאכט, און מען זאל עס שפירן אזוי שטארק אז עס זאל איבערגיסן צו אלע ארומיגע וואס וועלן ווערן אנשטעקיג פון די פאזיטיווע זיסע אטמאספער וואס די פסח טעג דארף באמת ברענגען.

    < זעה מער טז אדר ב' תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים מיטן הערליכן ספר "איש יהודי"

    דער הערליכער ספר איז צוטיילט אין צוויי חלקים, די ערשטע חלק איז הערליכע בליציגע טייטשן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף די ווערטער פון די מגילה, אויסגעשטעלט אויף די סדר פון די מגילת אסתר, ווי מען קען זען אונטער די ווערטער פון די מגילה הערליכע דברי תורה פון מיט חיזוק און עצות וויאזוי א מענטש קען זיך שטארקן די אמונה און ארויסנעמען די מאקסימום פון די הייליגע יום טוב, אויף די וועג וואס דער הייליגער רבי און זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט. וויאזוי מען זעט פון די מגילה אז דער אויבערשטער האט אונז יא ליב, און מיר קענען נאך אלץ תשובה טון. &nbsp; די צווייטע האלב איז בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א דברים היוצאים מן הלב, הארציגע ווערטער צו שטארקן און צו אויפוועקן אידישע קינדער זיי זאלן אויסנוצן די הייליגע טעג צוריק צו קומען צום אויבערשטן, און זיך שטארקן אויף די טאג טעגליכע שווערקייטן, און מיר זאלן זיך נישט לאזן פאלן פון די פגעי הזמן. &nbsp; דער ספר איז דא צו באקומען אויפן ברסלב סענטער וועבסייט ווי מען קען עס דאונלאודן, אדער קען שיקן אן אימיאל צו maebreslev@gmail.com און מען וועט צוריק באקומען א ריפליי מיט די הערליכע הונדער פינף און זיבעציג בלעטער פון דעם שיינעם ספר. &nbsp; 📖 ספר איש יהודי צו דאונלאודן אויף ברסלב סענטער. &nbsp; איש יהודי היה בשושן הבירה

    < זעה מער יא אדר ב' תשפ"ד 📝
  • ערב פורים אין קרן הדפסה היכל הקודש

    דער אלעמען באקאנטער קרן הדפסה היכל הקודש גייט ווייטער אן מיט זייער הייליגע ציל פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. פילע ספרים ווערן כסדר געדרוקט מיט די גאנצע פלייס, און אידן פון איבער די גאנצע וועלט צוכאפן עס און זענען זיך מחיה מיט די אלע הייליגע ספרים. &nbsp; אויסער די פילע נייע ספרים און קונטרסים אויף מען ארבעט יעדן טאג, מאכט מען זיכער מיטן אויבערשטענ'ס הילף אז אין די ימים טובים ווען עס איז דא א ספעציעל גרויסע פארלאנג פאר ספרים מענינא דיומא, אז די&nbsp; שעלפס זאלן זיין אנגעפילט גרייט צו ווערן אפגעשיקט צו די פילע באשטעלונגען. &nbsp; לכבוד פורים האט זיך דער קרן הדפסה אנגעסטאקט מיט א גרויסע קוואנטום פון ספרים אויף פורים, וואס בלאזט אריין א חיות אין אידישע קינדער ווען עס קומט דער יום טוב פורים. דער סמ"ך מ"ם האט פיינט אידישע קינדער, און ווען עס קומט פורים, דער פרייליכער טאג, מאכט ער זיכער אריינצוברענגען אין אידישע קינדער נערוון, עצבות און מרה שחורה, ער לייגט אריין אין קאפ דאס וואס עמלק האט געוואלט מיר זאלן טראכטן "היש ה' בקרבינו", דער אויבערשטער דארף מיך טאקע? אויף דעם קומען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואס רעדן מיט א שפראך צו אונז און שרייט "ומרדכי לא יכרה ולא ישתחוה" מיר וועלן צוריק לויפן צום אויבערשטן, רעדן צו אים און האפן צו אים, וואס דאס וועט אונז ראטעווען. &nbsp; אויפן וועבסייט קען מען טרעפן פילע פורים אייטעמס, צווישן זיי הפצה קארטל אויף פורים, א פרייליכן פורים, שמחת פורים, פורים שמח, און מגילת אסתר עם פריש גנזי המלך און ליקוטי תפלות לזמני השנה. &nbsp; יעצט ווען דער ערב פורים קומט שוין צו אן ענדע, איז שוין דער קרן הדפסה אקטיוו אין פולן שוואונג אויפן קומענדיגן פסח סעזאן, זיך אנצוגרייטן מיט די פילע הערליכע קונטרסים און ספרים. &nbsp; ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך

    < זעה מער י אדר ב' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 61 to 75 of 298 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com