Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • זעקסטע פרייליכע "רייכע" חתונה אין ביהמ"ד, קאסט נישט קיין פרוטה פאר די מחותנים

    נעכטן אווענט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן ישראל סאמעט ני"ו עב"ג בת הרב דניאל בוים שליט"א. די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווי א שיינע ציבור משפחה און באקאנטע זענען זיך צוזאם געקומען נישט זיך צו פרייען מיט'ן רייכן בענד, אדער מיט די טייערע סטעיק וכו' וכו' נאר זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה חתן וכלה, וואס האבן יעצט זוכה געווען אויפצושטעלן זייער נייער שטוב. די חתונה - אזוי ווי די פריערדיגע 5 חתונות אין ישיבה - איז פארגעקומען אויף די פשוטסטער אופן וואס שייך אבער די שמחה וואס איז געווען ביי די חתונה האט מען פאר קיין געלט אויף דער וועלט נישט געקענט קויפן, בשעת עס האט אין מציאות נישט געקאסט קיין איין צענט פאר די מחותנים. צוערשט איז מען זיך צוזאם געקומען צום קבלת פנים אין בית המדרש, ווי מען האט געזונגען שיינע ווארימע ניגונים. די געהויבענע חופה איז פארגעקומען אין הויף פון בית המדרש, און בשעת די חופה האבן די בחורים אנגעגרייט די סעודת החתונה אין בית המדרש. נאך די חופה איז מען אריינגעקומען אין בית המדרש, ווי עס איז געווען אנגעגרייט בילקעלעך, פיש און דיפס, און אין די זייט איז געווען ווארימע עסן, וואס יעדער האט געקענט נעמען וויפיל ער האט געוואלט. די עסן ביי די חתונה איז צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו, איינע די פיש, א צווייטע די קוגלען, א דריטע די דיפס און סאלאטן, און אזוי ווייטער. און די פליישן ווערט צוגעשטעלט דורך די "בית התבשיל" פון די קהלה, וואס זיי נעמען צוזאם די איבריגע מאכלים וואס בלייבט איבער לרחצה פון שמחה זאלן. און דאס אלעס ווערט צוגעשטעלט אין פלאסטיק געשיר פון די ישיבה. ביי די חתונה איז נישט געווען קיין שום באצאלטע סארווירער אדער רוימער. ביי די מענער האבן די בחורים פון ישיבה צוגעגרייט און אראפגערוימט, און די זעלבע ביי פרויען האבן די מיידלעך פון די סקול געטוען די אלע ארבעט. און א פרוי פון אנשי שלומינו האבן גענומען די בילדער ביי די פרויען. די ריכטיגע שמחה האט זיך אנגעהויבן ווען דער חתן איז אריינגעקומען, וינעו אמות הסיפים, די טענץ און די שמחה איז געווען נישט אראפ צו שרייבן, און ווען איינער האט געזוכט די "7 מען בענד" וואס האט געשפילט אזוי שיין האט ער עס בשום אופן נישט געקענט טרעפן, ווייל די גאנצע מוזיק איז געווען נישט מער פון א פשוטער טעיפ פון א רעקארדיטער טייערער חתונה, וואס יענע ארימע מחותנים בעלי חובות האבן נעבעך אריינגעלייגט עטליכע טויזנט דאלער פאר די מוזיק, אבער האט דא משמח געווען ביי די רייכע חתונה אן קיין פרוטה אחת. די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט וואויל באקאנטער "יעמוד יעמוד" סיסטעם, וואס האט גענומען נישט מער פון א האלבע שעה, וואס די זיידעס, מחותנים, און חתן כלה האבן געטאנצט די ריקודין לפני הכלה. דערנאך איז יעדער אהיים פרייליכערהייט, און די זעלבע צייט זענען זיך חתן כלה, און די מחותנים אויך יעדער אהיים צו זיך מיט פרייליכע געמיטער און א גרינגע געוויסן, וויסנדיג אז מען האט נישט געבארגט אדער געשנארט פאר די פרייליכע חתונה קיין איין דאלער, און מ'איז נישט געווארן קיין בעל חוב צוליב חתונה מאכן.   זאל דער אייבישטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און כמותם ירבו בישראל, עס זאל צוריק קומען די ריכטיגע געשמאק ביי א אידישע שמחה, ווען מ'פרייט זיך אז מ'איז זוכה אז נאך א פארפאלק שטעלט אויף א ערליכע אידישע שטוב אזוי ווי דער אייבישטער וויל, און מ'זוכט נישט צו געפעלן פאר מענטשן נאר מ'טוט נאר וואס דער אייבישטער וויל, וואס דאס האט אלע חן אויף דער וועלט.

    < זעה מער יט אייר תשע"ט 📝
  • שיינע סעודת ל"ג בעומר אין ישיבה

    נעכטן מיטוואך אווענט איז זיך א שיינע ציבור אנשי שלומינו צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. צו אפרעכטן א סעודת ל"ג בעומר און זיך מחזק זיין מיט די הייליגע לימודים פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און מען האט געזונגען שיינע ניגונים פון ל"ג בעמור און די זמירות פון ל"ג בעומר, און דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט אנגעהויבן מיט ארויסברענגען אז אפילו די וואס זענען נישט אין מירון קענען זיך מקשר זיין פון וואו אימער מיט רבי שמעון דורך לערנען די ווערטער פון דעם הייליגן תנא. רבי שמעון בן יוחאי זאגט (בכורות לא:): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁאוֹמְרִים דְּבַר שְׁמוּעָה מִפִּיו בָּעוֹלָם הַזֶּה שִׂפְתוֹתָיו דּוֹבְבוֹת בַּקֶּבֶר", יעדעס מאל מען זאגט די ווערטער פונעם צדיק, שאקלען זיך די ליפן פונעם צדיק און עס איז אזוי ווי דער צדיק לעבט; קומט אויס אז ווען מען לערנט די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי אין משניות, גמרא און זוהר - איז אזוי ווי מען שטייט ביי רבי שמעון און מען קען אים בעטן אלעס וואס מען דארף. דער ראש ישיבה האט צוגעברענגן פון הייליגן רבין וואס זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סב): אז "דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעוֹמֶר הִיא סְגֻלָּה לְבָנִים", עס איז א סגולה פאר קינדער אז מען זאל שיסן ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן; מוהרא"ש איז דאס מסביר מיט די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שיר השירים רבה א, ל) אז א פאר-פאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי וויל זיך גט'ן היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאך נישט נפקד געווארן מיט קינדער, האט זיי רבי שמעון געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן. דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, און ווען עס איז אריבער אביסל צייט איז ער אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און ער איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריין לייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן, צו מארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת ווען מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!" זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר זאג איך אייך צו איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי. האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, אז מוהרא"ש זאגט אז דאס איז פשט אין דעם וואס דער רבי זאגט אז שיסן מיט א פייל און בויגן ל"ג בעומר, און מען נעמט אריין אין זיך דעם לימוד פון רבי שמעון וואס האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (זוהר הקדוש נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער זאך איז 'זיך ליב איינער דעם צווייטן', - דורך דעם איז מען זוכה צו קינדער און צו אלע ברכות. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די גרויסע אחריות וואס עלטערן האבן זיך צו מוסר נפש זיין עס זאל זיין שלום אין שטוב; דער מאן זאל מוותר זיין פאר זיין ווייב און די ווייב פאר'ן מאן כדי אז די קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע געזונטע קינדער. אזוי אויך זאל מען לעבן בשלום מיט די משפחה און שכנים, און זיכער צווישן אונז תלמידי היכל הקודש. דאס האט רבי שמעון בן יוחאי אריין געברענגט אין זיינע תלמידים, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. ער האט געזאגט (זוהר הקדוש נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז 'זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן'; מוהרא"ש זאגט אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט איבער דעם וואס מענטשן פרעגן דארף מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף אדער דארף מען זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און זיין צופרידן? האט דער ראש ישיבה מסביר געווען אז מען דארף ביידע, פון איין זייט דארף טאר מען נישט האבן קיין טענות אויפן אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט ווי לאנג א מענשט לעבט דארף מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף און קיינמאל נישט אויפגעבן. דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור ווי יעדן דאנערשטאג; עס איז דא א חתונה אין ישיבה. און האט געזאגט אז עס איז כדאי צו קומען זען די חתונה, די שמחה פון די מחותנים און די שמחה פון חתן כלה. און זען אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונה, עס איז א חתונה בחנם אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט. אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו קליפ: מען טאנצט לכבוד ל"ג בעומר קליפ: סעודת ל"ג בעומר ודברות קודש פון ראש ישיבה קליפ: הפצה ביים ציון הק' רשב"י בילדער

    < זעה מער יח אייר תשע"ט 📝
  • חתונה אין ישיבה היינט דאנערשטאג בעז"ה

    מארגן דאנערשטאג פ' בהר וועט אי"ה פארקומען די חתונה פון הבה"ח ישראל סאמעט הי"ו, עב"ג בת הרה"ח מוה"ר דניאל בוים שליט"א מחשובי אנ"ש. די חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג. ווי ביי די פריערדיגע חתונות, וועט דאס מאל אויך אלעס ווערן צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט פאר ביידע זייטן, אלע משפחות פון די קהלה לייגן צו א האנט צוצושטעלן אלע געברויכן פון די חתונה, און גלייכצייטיג איז ערווארטעט אז דאס וואס זיין גאר א פרייליכע חתונה, ווי ביי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה. מיט יעדע פרישע חתונה וואס קומט פאר אין שול, ווערן די חתונות נאך מער שטילער און באשיידענער. ביי יעדע פרישע חתונה קומען אויף פרישע געדאנקען ווי אזוי צו מאכן די חתונה נאך מער היימיש און אידיש, ווי אזוי אויסצוגעבן נאך ווייניגער געלט פאר אומנויטיגע צוועקן, און די חתונות ווערן מער פרייליך און מער פשוט און איינפאך. צו די זעלבע צייט, מאכן אבער די חתונות גאר הויכע קולות. פאר די פילע מחותנים וואס ברעכן אונטער די לאסט פון די אומגעהויערע גרויסע הוצאות החתונה, וואס איז פאר כמעט יעדן אוממעגליך צו באצאלן אן חובות; פאר די מחותנים הערט זיך די נייעס איבער די אומזיסטע חתונות אין זייערע אויערן ווי קולות וברקים אויף די העכסטע טענער. די אומזיסטע חתונות מאנען און פאדערן, זיי ווייזן קלאר שווארץ אויף ווייס אז ס'איז מעגליך חתונה צו מאכן די קינדער מיט אן אמת'ע רואיגקייט און שלוות הנפש, נישט ווי ס'איז שוין איינגעגעסן געווארן ביי מענטשן אז א חתונה מוז קראנק מאכן די עלטערן פון ביידע זייטן רחמנא ליצלן. ווען עס ענדיגט זיך די פאר שעה פון די חתונה, וואס האט מען דעמאלט פון די אלע געלטער וואס מ'האט געווארפן אין מיסט? די איינציגסטע זאך וואס בלייבט, איז דאך נאר די נחת וואס מ'וועט האבן שפעטער פון דעם פרישן פאר-פאלק, און אויך - אויב האט מען נישט דעם ריכטיגן שכל - די פילע חובות מיט וואס מ'וועט זיך מוטשען צו באצאלן פאר די קומענדיגע יארן. דעריבער איז ווערד צו באגריסן די קלוגע מחותנים, די קלוגע חתן כלה, וואס טוען די ריכטיגע שריט, זיי געבן נישט אויס קיין איבריגע געלטער פאר די נאכט פון חתונה, זיי טראכטן נאר פון תכלית, וואס וועט זיין נאך די חתונה, דער עיקר ציל איז אויפצושטעלן א אידישע שטוב, א בית נאמן בישראל. דער אייבערשטער זאל זיי טאקע העלפן אז ס'איז זאל א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים געזונטערהייט. &nbsp; כי טובה חכמה מפנינים!

    < זעה מער יז אייר תשע"ט 📝
  • בית המדרש היכל הקודש - ירושלים

    בעזהשי"ת א שיינע חבורה פון היכל הקודש תלמידים האבן זיך צאמגענומען צו עפענען א נייע חבורה אין עיר הקודש ירושלים, מיטן ציל זיך צו קענען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבין. די קומענדיגע שיעור אין היכל הקודש - ירושלים וועט אי"ה פארקומען היינט דינסטאג &ndash; ט"ז אייר, 7:00 אווענט אין בית המדרש "ביאלא בני ברק", רחוב אבינדב 20 אין ירושלים, אקעגן די שטיבלאך "אור הצפון".

    < זעה מער טז אייר תשע"ט 📝
  • הצלחה'דיגע טיי אווענט נעכטן זונטאג אין מאנסי פארן ברסלבער כולל אין וויליאמסבורג

    נעכטן זונטאג בהר איז פארגעקומען אין שטוב פון מו"ה שאולי גאנץ הי"ו אין עירמאנט, א טיי אווענט פארן כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, ווי אינגעלייט וואס תורתם אומנתם זיצן און לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופוסקים ובהוראה. נאכן דאווענען מעריב האט דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע שמועס, ווי צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דאס געלט איז נישט דער עיקר פון דעם אוונעט, דער עיקר איז די התחזקות וואס דארף ארויסקומען פון דעם. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון די גרויסקייט פון רבי שמעון בר יוחאי ווי ער איז ארויסגעקומען פונעם הייל האט ער געזען ווי א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת קודש, ווי ער האט באווינדערט ווי ער איז מכבד דעם שבת, דארפן מיר זיך אויך ארויסלערנען דערפון צו קוקן נאר גוט אויף יעדן איד. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז נאך זיין חתונה האט ער נישט געהאט קיין קינדער גלייך, האט ער געטון אלע סגולות וואס דער רבי שרייבט, צום ביישפיל, שיסן מיט א פייל און בויגן ל"ג בעומר, און דאווענען פארן עמוד (דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעמֶר הִיא סְגֻלָּה לְבָנִים. גַּם הַתְּפִילָּה שֶׁמִּתְפַּלְּלִין לִפְנֵי הָעַמּוּד בִּנְגִינָה הִיא סְגֻלָּה לְבָנִים (ספר המידות &ndash; ערך בנים, סג)). א גרויסער ציבור פון האט זיך משתתף געווען, פון נאנט און ווייט און איז ארויסגעגאנען מיט גאנצע פעסער חיזוק. &nbsp; בילדער: דער ראש ישיבה ביים טיי אוונעט

    < זעה מער טו אייר תשע"ט 📝
  • אנ"ש וועלן זיך צוזאם קומען אי"ה מיטוואך נאכט צום סעודת ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג

    אי"ה דעם מיטוואך אווענט אור ליום ל"ג בעומר וועלן זיך אנשי שלומנו צוזאם געקומען זיך צו פרייען לכבוד די הייליגע הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג. מען וועט זיך וואשן צו א סעודה, מען וועט זינגען צוזאמען די פיוטים לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי און נאך שיינע ניגונים, דערנאך וועט מען בעז"ה האבן די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. די סעודה פון ל"ג בעומר וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן אום מיטוואך נאכט, נישט ווי געווענליך די צווייטע נאכט, ווייל דאנערשטאג גייט בעז"ה פארקומען א חתונה אין בית המדרש, ווען דער חתן ישראל סאמעט וועט גיין אונטער די חופה בשטו"מ מיט די כלה די טאכטער פון הרב דניאל בוים שליט"א. ע'יר ו'קדיש מ'ן ש'מיא נ'חית (ליקוטי מוהר"ן ח"א, סימן א') קליפ: ל"ג בעומר ביי מוהרא"ש (אין יבנאל און מירון) קליפ: מוהרא"ש טאנצט בר יוחאי אין מירון בילדער: דער ראש ישיבה אין מירון פאר צוויי וואכן צוריק

    < זעה מער יד אייר תשע"ט 📝
  • הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה

    די וואך מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב לייבי ראטה ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. אויסער די חברים פון לייבי ני"ו, האבן האבן זיך באטייליגט פילע קרובי המשפחה. עס האבן אויפגעטרעטן זיין זיידע, הרב אהרן וועבערמאן שליט"א פון די הנהלת הישיבה, און א פעטער. וואס האבן אלע ארויסגעברענגט די נחת וואס זיי האבן צו זען ווי עס איז קוים דורך א יאר פון לייבי איז אריין אין ישיבה, און ווי ער האט גענומען אויף זיך צו פאלגן דעם ראש ישיבה און אויסער דעם וואס ער איז א געשמאקער בחור, וואס האט צייט צו העלפן אנדערע און געבן א גוט ווארט פאר יעדעם, זיצט ער גאנצעטע שעות און לערנט פלייסיג די הייליגע תורה. לייבי האט געזאגט עטליכע ווערטער ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה וואס האט אים אויסגעלערענט דעם הייליגן רבינ'ס דרך הלימוד, וואס האט אים געהאלפן זיך צובינדן צו די הייליגע תורה. עס לאזט זיך שווער גלייבן, ווען מ'העט ווי פילע בחורים אין ישיבה זענען זוכה צו ענדיגן ש"ס. ס'זעט אויס ווי א געלעכטער, "וואס, מ'זאגט דורך ש"ס?" דער אמת איז אבער אז 'לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער', ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג וועט מען זען אויבן אין הימל די חשיבות פון א איד וואס האט זוכה געווען צו זאגן אסאך די הייליגע תורה, אין פארגלייך צו א צווייטן וואס האט פארברענגט זיינע יארן מיט נארישקייטן, מיט'ן פרובירן אויפצואווייזן אז זאגן הייסט נישט געלערנט... ביים סיום איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות. מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס. ותשחק ליום אחרון! קליפ: דער שיינער סיום בילדער: דער שיינער סיום

    < זעה מער יב אייר תשע"ט 📝
  • טיי אווענט פאר די כולל אי"ה זונטאג נאכט אין מאנסי

    זונטאג נאכמיטאג פסח שני וועט בעז"ה פארקומען א טיי אווענט אין מאנסי אין שטוב פון האברך החשוב שאולי גאנץ ני"ו אויף 13 פעירוויו טערעס, עירמאנט (Farview Terrace Airmont NY 10901) די אידן אין מאנסי און ארום וועלן האבן די געלעגענהייט צו שטיצן די הייליגע כולל, וואס איז נישט איר'ס גלייכן אין דער וועלט, ווי אינגעלייט דארף גארנישט נאר די הייליגע תורה, און זיצן און לערנען פלייסיג. &nbsp; דער ראש ישיבה וועט זיך אי"ה באטייליגן ביים טיי אווענט, און רעדן דברי התחזקות אום צען אזייגער..

    < זעה מער יא אייר תשע"ט 📝
  • בעזרת השם האט מען איבערגעמאכט דעם טויער פונעם ציון

    דער אלעמען באקאנטער טויער וואס אנטפאנגט אלע באזוכער שוין אזוי פיל יארן ווען מען קומט אן צום הייליגן רבינ'ס ציון, וואס שטייט אויפגעשריבן דערויף "שער משה יצחק" איז נארוואס הערליך איבערגעמאכט געווארן, נאכדעם וואס עס איז שוין געווען זייער אפגענוצט. &nbsp; זה השער לה' צדיקים יבואו בו

    < זעה מער י אייר תשע"ט 📝
  • היינט מיטוואך פארטי אין קרית יואל לטובת די הייליגע מוסדות אין וויליאמסבורג

    עס איז נארוואס באקאנט געווארן אז די חשובע פרויען פאראיין אין קרית יואל טוט בעז"ה אראנדזשירן א פארטי לטובת די הייליגע מוסדות אין וויליאמסבורג וואס רעכט אריין די תלמוד תורה, די מיידל סקול, די ישיבה, כולל, די חתונה זאל בחנם, די בית הדפוס, און נאך פילע פעולות צו פארשפרייטן אמונה און חיזוק אין אידישע קינדער לויטן אויסגעטרעטענעם וועג פונעם הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערענט אלע יארן. יעצט וועלן די טייערע פרויען פון קרית יואל והגלילות בכלל און פונעם נייעם שפרודלדיגן געגענט בלומינג גראוו בפרט האבן די געלעגענהייט ארויסווייזן הכרת הטוב פארן ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות וואס האבן אזויפיל מי און פלאג אריינגעלייגט אז זיי זאלן האבן א גוטע לעבן, זיי זאלן וויסן וויאזוי צו לעבן מיט א מאן, וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, וואס דאס מיינט רעדן צום אייבערשטן, די חשיבות און די שמחה פון זיין א איד און טון יעדע קליינע מצוה, און מיט האבן א חלק אין די גרעסטע צדקה פון פארשפרייטן די הייליגע עצות צו נאך אידן, מענער פרויען בחורים מיידליך און קינדער, אז אויך זיי זאל קענען האבן א גוט לעבן מיטן אייבערשטן. די פארטי וועט פארקומען אי"ה מיטוואך אמור (למספרים מאי 15) פון 10:30 פארמיטאג ביז 2:00 מיטאג אויף 39 מעריוואלד לעין סאוט (Merriewold Lane South) אין בלומינג-גראוו. &nbsp; עס וועט זיין בעז"ה א שיינע פראגראם מיט ראפעלס.

    < זעה מער ט אייר תשע"ט 📝
  • סוקסעספולע פארטי דורך די לעידיס אקזולערי לטובת מוסדות היכל הקודש

    נעכטן זונטאג אמור במשך א גאנצן טאג, האבן הונדערטער פרויען געשטראמט צום לעכטיגן ווינקל אין וויליאמסבורג צום עטרת אפעל זאל, אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי עס געפינט זיך די הייליגע ישיבה און תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, און ווי עס קומען פאר כסדר די וועלט בארימטע חתונות בחנם. פרויען פון אלע קרייזן און עידזשעס זענען געקומען שטיצן זיין די הייליגע מוסדות וואס געבט חיות און לעבן פאר זיי דורך די שיעורים, ספרים, קונטרסים, האט ליינס, און אזוי ווייטער. די פארטי איז ב"ה געווען א געוואלדיגע סוקסעס, און עס איז אריינגעקומען גאר אסאך פינאנציעלע און מאראלישע שטיצע פאר די הייליגע מוסדות. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט וועט מען ווייטער אנגיין מיט מער מוט און פלייס צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון הייליגן רבין און מחזק זיין אידן צו לעבן מיטן אייבערשטן ביי יעדן טריט און שריט, און זיך ווענדן נאר צו אים, און אזוי ארויסגיין פון יעדן פראבלעם און פלאנטער. בזכות נשים צדקניות &nbsp; בילדער פון די פארטי הערליך צוגעגרייט

    < זעה מער ח אייר תשע"ט 📝
  • שבת התוועדות סיום הש"ס בעז"ה קומענדיגע יאר אין קראון פלאזא האטעל

    אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן סיום הש"ס קומענדיגע יאר שבת קודש פרשת ויגש ז' טבת, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ביי יעדער אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין דורכצוגיין כל התורה כולה. פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש זאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכ'ן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, וועלן זיי יעצט זוכה זיין זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה. צו דעם גרויסן געלעגנהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, וואו אלע תלמידי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכער פראגראם. בקרוב וועט געמאלדן ווערן די דעטאלן איבער רעזערווירן צימערן. כי הם חיינו!

    < זעה מער ז אייר תשע"ט 📝
  • נייע מיידל קעמפ ווערט אפגעקויפט

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען די נייעס ביי אנשי שלומינו אז אין די יעצטיגע טעג איז געשלאסן געווארן דער מקח פאר א נייע מיידל קעמפ אין סאוט פאלסבורג אין די קעטסקילס. אזוי ווי די משפחות פון אנשי שלומינו צואוואקסן זיך קע"ה אויף א גרויסן פארנעם, איז געזען געווארן פאר נויטיג צו טרעפן א נייעם גרויסן קעמפ פאר זומער באזונדער פאר די מיידלעך, וואו זיי זאלן קענען פארברענגען דעם זומער אויף א געשמאקן ערליכן פארנעם, מיט אמונה און יראת שמים, אונטער די פירערשאפט פון די חשובע מנהלת מרת לעזער שתחי'. דערפאר האט זיך די הנהלת המוסדות אריינגעלייגט צו זוכן און טרעפן א גוטע קעמפ וואס זאל זיין געאייגנט פאר די מיידלעך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען מצליח געווען אפצוקויפן דעם נייעם קעמפ. כה תאמר לבית יעקב!

    < זעה מער ה אייר תשע"ט 📝
  • מען דינגט שוין בעטן אויף ראש השנה אין אומאן

    כאטש וואס מיר שטייען נאך הארט נאך פסח, האבן שוין פילע אידן זיך שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. אין די יעצטיגע טעג קען מען שוין דינגען א בעט אינעם נייעם בנין אין אומאן, צו פארברענגען דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין א היימישע ערליכע אטמספער. צו דינגען א בעט קען מען רופן 347-452-1936 &nbsp; וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!

    < זעה מער ד אייר תשע"ט 📝
  • הקמת המצבה פון הב' שמעון ענדצווייג היינט אין קרית יואל

    &nbsp; היינט אום 6:30 אווענט וועט פארקומען דער מעמד הקמת המצבה פון הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה, אין בית החיים אין קרית יואל, ווי מען וועט הערן דברי הספד אויפן חשובן נפטר, און זען וואס מיר קענען זיך ארויסלערנען פון אים, ווי ער איז אנגעגאנגען מיט זיינע שיעורי תורה, און זיך אנגעפילט מיט ש"ס משניות, חומש רש"י, און אזוי ווייטער שיעורים בכל התורה כולה, ועל כולם אסאך תפילות פארגאסן פארן אייבערשטן אויף אידיש, וואס דאס אלעס קומט אים יעצט צונוץ אויפן עולם האמת.

    < זעה מער ג אייר תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1591 to 1605 of 1838 results

1 2 ... 104 105 106 107 108 109 110 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com