Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינער יום טוב ראש השנה אריבער אינעם נייעם בנין אין אומאן

    א הערליכע יום טוב איז אריבער אויף תלמידי היכל הקודש דעם ראש השנה אין אומאן ווען די תלמידי היכל הקודש האבן זיך אלע געהאלטן צוזאמען, יעדער אויף זיין פלאץ וואו ער באקומט חיזוק און התעוררות במשך די גאנצע יאר. מוהרא"ש ז"ל פלעגט אלץ זאגן אז דאס וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי"ט) "אני אעשה מכם כיתות כיתות", מיינט נישט אז די כיתות דארפן זיך קריגן צווישן זיך, פארקערט, יעדער האלט זיך צוזאמען, אלע שעפן פונעם זעלבן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן, נאר יעדער טרעפט זיך פלאץ וואס קען מער אריינברענגען אין אים די לימודים פון הייליגן רבי'ן און אים דערנענטערן צום אייבערשטן, און אדרבה מ'דארף מחזק זיין איינער דעם צווייטן, לעבן באהבה ואחוה, און יעדער זאל מקבל זיין פון זיין משפיע וואס רעדט דאס בעסטע צו זיין הארץ. דאס איז מקוים געווארן מיט'ן פולסטן שיינקייט ביי די תלמידי היכל הקודש, כאטש וואס מיר האבן ליידער פארלוירן מוהרא"ש זי"ע, האלטן זיך די תלמידים ווייטער אינאיינעם באהבה ושלום. יעדער פרובירט ווייטער ממשיך זיין צו לערנען זיינע הייליגע ספרים, צו מקיים זיין זיינע הייליגע עצות. די חשובי תלמידי מוהרא"ש זענען ממשיך פארצולערנען די תורות פון הייליגן רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און די תלמידי היכל הקודש זענען ווייטער מקבל יעדער איינער פון דעם פלאץ וואס רעדט דאס מערסטע צו זיין הארץ, און אזוי האט יעדער די ריכטיגע התחזקות זיך צו קענען שטארקן אין עבודת ה' אויפ'ן רבינ'ס דרך. עס זענען געווען 4 באזונדערע לאקאלן פון בתי מדרשים פון היכל הקודש אין אומאן: ביהמ"ד היכל הקודש "זכרון יחזקאל שרגא", אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יצחק לעזער שליט"א. דער ביהמ"ד איז געווען אין א גרויסער שאטער גאנץ נאנט צום ציון הק' נעבן די צענטראלער באס סטאפ, דארט וועט בעז"ה געבויט ווערן אינעם קומענדיגן יאר א גרויסער פערמענאנטער ביהמ"ד, און מקוה מיט אלע הצטרכות'ער פון אכילה שתי' לינה. בית המדרש היכל הקודש "חסדי חיים", וואס איז געווען אינעם גרויסן בנין פון מעגאמעטער, ממש אונטערן ציון הק', אנגעפירט דורך הרה"ח ר' נחמן שיק שליט"א, בנו בכורו פון מוהרא"ש ז"ל. אויך איז געווען א לאקאלער ביהמ"ד היכל הקודש "בית נתנאל", אינעם הויף פונעם אכסני' פון הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, אין צענטער פון אומאן, אויף די פושקינא גאס. דערנאך איז געווען דער נייער בנין היכל הקודש אנגעפירט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס איז געבויעט געווארן ווייט ארויס פונעם צענטער, אויף דער בילאצערקיווסקע גאס, א וועג פון בערך 20-25 מינוט צו גיין פון ציון הק' דורך שטילע געסלעך פון קליינע הייזער ארומגענומען מיט ביימער און גראז. דער יום טוב ראש השנה ביים ראש ישיבה שליט"א איז אריבער אויף אן געהויבענעם פארנעם, עס איז געווען אן אנגעפילטער סדר היום ווי מען האט אויסגענוצט יעדע מינוט פון ווען מ'איז אנגעקומען ביז'ן אהיימגיין, מיט דאווענען, גיין צום ציון, סעודות שב"ק ויו"ט, און שיעורי תורה. דער נייער געביידע - וועלכע פארשפרעכט צו זיין פּראכט פון א בנין - איז נאכנישט געווען פארטיג, און איז דעריבער געווען צוגערישט אויף א פראוויזארישער אופן. מיט דעם אלעם איז געווען ב"ה צוגעשטעלט אלע געברויכן ברוחניות ובגשמיות. דער ריזיגער היכל בית המדרש איז געווען צוגערישט מיט הונדערטער זיץ ערטער, און איז געווען ליכטיג און לופטיג. עס זענען געווען פיינע באקוועמע נייע בעטן, געשמאקע מאכלים בהרחבה, און א פיינע גרויסער מקוה, מיט גענוג שויערס. רוב ציבור איז אנגעקומען קיין אומאן דאנערשטאג נאכט, עס איז געווען צוגעשטעלט א פיינער נאכטמאל, מיט וואס מ'האט זיך מחי' געווען פונעם לאנגן וועג, און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און מען איז זיך געגאנגען צולייגן. אינדערפרי נאך א פיינע מקוה און תפלת שחרית, איז געווען צוגעגרייט א געשמאקע פרישטאג. אין אלע וואכן טעג איז געווען צוגעשטעלט א ספרינטער ווען וואס האט געדינט אלץ א "שאטל", וואס האט געטראגן דעם עולם צום ציון אויף א פונקטליכער סקעדזשועל אהין און צוריק, יעדע 15 מינוט. עש"ק נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם בארימטן שיעור אין א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר מיט א מורא'דיגע געשמאק יעדן טאג, און איז ספעציעל באקאנט מיט די שיינע דברי חיזוק וואס דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון יעדן בלאט גמרא. נאכמיטאג איז געווען א פיינע טועמי' צוגעגרייט, און דער עולם האט זיך געגרייט צום היייליגן שב"ק. עס איז אריבער א הערליכער שבת, מיט שיינע ווארימע תפילות, הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט איבער א האלבע שעה אין די רעגן מיטצוהאלטן די תפלות. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אראפגעגאנגען אונטן צום עס זאל וואו איז צוגעשטעלט געווארן א הערליכע סעודה לכבוד שבת קודש, און נאך די סעודה איז מען צוריק ארויף אין שול צו די באטע, וואו מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות. דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ספעציעל ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט צו זיין אויף א שבת ביים רבי'ן, וואס דער רבי זאגט אז דאס איז אזוי ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת. און דער ראש ישיבה האט מעודד געווען מ'זאל אויסנוצן יעדע מינוט וואס מ'וויילט דא אין אומאן, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר. שב"ק אינדערפרי האט ר' יושע אליעזר גליק געגעבן א נאמען ביי קריאת התורה, און האט געגעבן קידוש נאכ'ן דאווענען לכבוד די שמחה. ביים קידוש האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט סיפורי מעשיות (מעשה פונעם חכם ותם), און האט ספעציעל ארויסגעברענגט אז ווען מ'לעבט מיט די עצה פון "דאס איז מיין מעשה, און דאס איז יענעמ'ס מעשה", מ'קוקט נישט אויף א צווייטן, קען מען האבן א גוט לעבן אויף דער וועלט. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די מעשה פון אלישע און גחזי ווי דער גענעראל פון ארם איז געקומען זיך אויסהיילן פון זיינע קרעץ און אלישע הנביא האט אים געהייסן זיך טובל'ען אינעם ירדן, און ער האט זיך אויפגערעגט "ביי אונז איז דא אסאך געזונטערע בעדער ווי די שמוציגע וואסער פון ירדן", אבער זיינע ארומיגע האבן אים געזאגט "וואס האסטו צו דערלייגן? פרוביר עס אויס", און ווען ער האט געפאלגט איז ער טאקע געהאלפן געווארן. א מענטש קען טראכטן אז "פאר מיינע שווערע עבירות מוז איך רייסן שטיקער פון מיר כדי תשובה צו טון", דער אמת איז אבער אז מ'דארף גלייבן אין א צדיק און פאלגן וואס ער זאגט בתמימות ובפשיטות, אפילו ווען מ'פארשטייט נישט וויאזוי דער תיקון ארבעט, דארף מען גיין צום ציון און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס מ'האט קאליע געמאכט. מוצש"ק האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור אין גמרא. און 1:00 איז געווען סליחות "זכור ברית", דער בעל תפלה איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א פון קרית יואל. נאך סליחות האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר עטליכע שעה, ביז 5:00 פארטאגס. אינדערפרי נאכן דאווענען, האט דער ראש ישיבה גענומען פדיון נפש פאר אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט נעכטן, און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור אין גמרא. דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען צום ציון זיך צו באטייליגן ביים "תיקון הכללי העולמי", וואס איז איינגעפירט געווארן אין די לעצטערע יארן אז צענדליגע טויזנטער אידן זאגן אויס אינאיינעם דעם תיקון הכללי ביום ציון הק' ערב ראש השנה ביי חצות. אזוי אויך זענען די קינדער געגאנגען זיך באטייליגן ביים "תיקון הכללי העולמי", און געזאגט דעם תיקון הכללי אונטערן די אויפזיכט פון די גאנץ יעריגע מלמדים. דערנאך איז סערווירט געווארן א פיינער טועמי'. ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאם געקומען צו מנחה, דער בעל תפלה צו מנחה איז געווען הר"ר יונה זינגער שליט"א, צו מעריב איז צוגעגאנען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן. נאך א שיינע סעודה, האט זיך דער עולם געאיילט צו גיין שלאפן, כדי צו קענען אויפשטיין אינדערפרי פאר'ן עלות. פארטאגס איז מען אויפגעשטאנען 5:00, און 5:30 האט שוין דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם צו גיין צום ציון, פארטאגס ווען ס'איז ליידיגער און מ'קען זיך אויסבעטן מיט מער ישוב הדעת. 8:15 איז געווען אדון עולם, פסוקי דזמרה האט געדאווענט הר"ר מרדכי היימליך, און דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית און מוסף, וואס איז געווען זייער שיין, די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען. דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה ביי תקיעת שופר, ער האט מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, ווייל בשעת מען בלאזט שופר ווערן די טענות פונעם שטן צעמישט, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און זיך איבערבעטן מיטן אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן. דערנאך איז געווען א שיינע סעודה ווי מען האט געזונגען אינאיינעם שיינע ניגונים לכבוד יום טוב. מנחה איז געווען 7:00, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע דרשה, צו וואס עס זענען געקומען צו גיין א גרויסער עולם פון נאנט און ווייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ער האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן מיטל-נאכט, אז דער צווייטער טאג יו"ט איז שוין "דינא רפיא", מ'איז שוין נישט אזוי אויסגעמוטשעט ווי מ'איז געווען ביים אנקומען קיין אומאן נאך א שווערע נסיעה, און דעריבער זאל מען זען אויסצונוצן דעם טאג מיט תפלות ותחנונים און פועל'ן א גוט געבענטשט יאר, און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. נאך די געהויבענע סעודה האט איינער געפרעגט וועגן גיין צום ציון ביינאכט, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ביינאכט איז נישט א פאסיגע צייט צו גיין צום ציון, ענדערש זאל מען זיך לייגן פרי, און גיין פארטאגס ווען די לופט איז ריין. כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט ביים צווייטן טאג יום טוב, דער עולם האט מיטגעהאלטן די געהויבענע תפלות, סעודות, שיעורים, און דרשות. פאר'ן זמן האט דער ראש ישיבה ווידער געזאגט א דרשה, ארויסברענגדיג וואס מ'נעמט אהיים פון דעם יום טוב אין אומאן. מ'זאל מיטנעמען די עצות פון הייליגן רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן יעדע זאך, אויך ווען מ'גייט צוריק אהיים צום געווענליכן טאג טעגליכן שטייגער זאל מען געדענקען דאס וואס דער רבי לערנט אונז, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין. ויום טוב היו עושים בצאתם בשלום מן הקודש, מוצאי יו"ט האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, און מ'האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכי' אז מיר זענען געווען אין אומאן אויף ראש השנה, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה. מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!

    < זעה מער ד תשרי תשע"ט 📝
  • ווארטס מיט שפאונוג: נייער אלבום "קום צוריק", איז בעז"ה אויפן וועג

    די לאנג ערווערטעטע אלבום, די דריטע אין די סעריע פון "טאנץ מיט אמונה", וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען היינט נאכט, מיטן נאמען "קום צוריק". דער נייער הערליכער אלבום אנטהאלט 9 פרייליכע ניגונים, וואס וועקן אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. די ניגונים און זייער אינהאלט אין קורצן זענען ווי פאלגענד: 1 בעטן און בעטן - דארפסט עפעס, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין, דער אייבישטער הערט דיר אויס 2 א שיינע שטוב - כדי צו האבן שלום בית דארף מען האבן וותרנות 3 קום צוריק - דו ביסט נישט דערנאך, קענסט היינט תשובה טון 4 יבניאל - מוהרא"ש האט אונז לעכטיג געמאכט, און געזוכט צו העלפן יעדן איד 5 בעט דעם באשעפער - גיי נישט צו קייעם ווען דו דארסט עפעס, נאר צום אייבערשטן 6 שבת איז גוט - מיר דאנקען דעם באשעפער אויף די גרויסע מתנה "שבת" 7 אלעס איז דער אייבישטער - דער באשעפער פירט אונז מיט א פונקטליכע השגחה פרטית 8 דעם לעצטן טאג - געדענק אז מ'נעמט גארנישט מיט, אויסער מצות און מעשים טובים 7 וואוילע קינדער - האב רחמנות אויף דיין קינד, מאך אים חתונה וואס אינגער &nbsp; דער נייער אלבום וועט זיין בעזהשי"ת צו באקומען אין אומאן, און נאך ראש השנה אין ישיבה אין וויליאמסבורג, און ביי די מפיצים פאר האלסעיל קען מען רופן 718.384.1652 / 5

    < זעה מער כג אלול תשע"ח 📝
  • "אומאן פארברענג" מארגן דינסטאג נאכט פאר פרויען אין היכל הישיבה

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי'. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה דעם דינסטאג נאכט פ' נצבים הבעל"ט אין היכל הישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט אין וויליאמסבורג, און עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף אונזער גרויסע זכי'. &nbsp;ולאחיו יאמר חזק!

    < זעה מער כג אלול תשע"ח 📝
  • פדיון נפש ערב ראש השנה אין אומאן

    ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן "פדיון נפש", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען מער און מער פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די בעסטע וועג ווי אזוי מחי' צו זיין מענטשן, און דאס בלייבט פאר די מענטשן אויף אייביג. דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט. דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, מען וועט קענען געבן דעם "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ערב ראש השנה אין אומאן, מ'קען זען די זמנים פאר פדיון נפש אין אומאן אין א באזונדערע קעסטל אינעם גליון, ווי אויך וועט זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש. דאס ארויסהעלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, איז די בעסטע הכנה צום הייליגן ראש השנה. פדה בשלום נפשי! &nbsp; מ'קען אויך מנדב זיין פאר פדיון נפש דא אויפן וועבסייט

    < זעה מער כב אלול תשע"ח 📝
  • געשמאקע וועטערס ערווארטעט בעזהשי"ת אין אומאן אין די טעג ארום ר"ה

    די וועטער מומחים זאגן ברוך ה' אז זיי ערווארט זייער געשמאקע וועטערס אין די קומענדיגע טעג אין אומאן, בעת די שווערע צענדליגע טויזנטער אידן וועלן וויילן אויף ראש השנה תשע"ט הבעל"ט. די וועטערס ווערן ערווארטעט צו זיין יעדן טאג בייטאג בערך 80 פערנהייט, און ביינאכט בערך 55 פערנהייט, עס ווערט נישט ערווארטעט קיין יומיד וועטערס בעז"ה. אזוי אויך ווערט כמעט נישט ערווארטעט קיינע רעגנס בעזהשי"ת. פאלגענד איז דער וועטער באריכט פאר יעדן טאג, אנגעהויבן פון מיטוואך נצבים, ביז מיטוואך וילך: מיטוואך: בייטאג 79, אביסל פארוואלקענט, אנפאנג נאכט אביסל לייכטע רעגן, און עס וועט אראפגיין ביז 58. דאנערשטאג: אביסל פארוואלקענט, בייטאג 79, ביינאכט 57. עש"ק: זוניג ארום 80. ליל שב"ק: קלאר, ארום 55. שב"ק: זוניג 78. מוצש"ק: מער ווייניגער קלאר, 54. זונטאג ערב ר"ה: לייכט פארוואלקענט, 78, ביינאכט ליל א' דר"ה, 54. מאנטאג, יום א' דר"ה: מערסטענס זוניג 78, ביינאכט ליל ב' דר"ה, 54. דינסטאג, יום ב' דר"ה: זוניג, 78, ביינאכט מוצאי יו"ט, לייכט פארוואלקענט 55. &nbsp; מיטוואך צום גדלי': אביסל פארוואלקענט, 78. ביינאכט, 54.

    < זעה מער כב אלול תשע"ח 📝
  • עירוב אין אומאן אויסגעברייטערט אריינצונעמען דעם נייעם בנין

    פאר א חודש צוריק האט הרב אליעזר יודא קעניג שליט"א יו"ר וועד העירוב ד'אומאן, זיך פארבינדן מיטן ראש ישיבה שליט"א און פארגעשלאגן אז ער איז גרייט צוצולייגן צום עירוב ביזן בנין פון ראש ישיבה. אנ"ש זענען זייער מכיר טובה דעם וועד העירוב אין אומאן, פארן אנטקעגן קומען אנשי שלומינו מיטן אונטערגענומען א קאסטבארן פראיעקט אויסצוברייטערן דעם עירוב עס זאל אויך ארייננעמען דעם נייעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף די בילאצערקאווסקע גאס שוין אויף היי יאר ראש השנה תשע"ט. דער עירוב וועט זייער צוניץ קומען, בפרט היי יאר וואס ראש השנה פאלט אויס זונטאג נאכט, און דער עולם איז שוין דארט שוין בעפאר שב"ק, און אזוי וועט מען בעז"ה קענען גיין און קומען מיט הרחבת הדעת אויסגיסן דאס הארץ ביים אייבערשטן און פועלן א גוט געבענטשט יאר ביים הייליגן ציון. &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער יח אלול תשע"ח 📝
  • א פרייליכע חתונה אין בית המדרש - קאמבינירט מיט א סיום הש"ס

    נעכטן איז ב"ה פארגעקומען א פשוטע אבער גאר פרייליכע חתונה, ווען החתן יעקב הילל פארקאש בן הר"ר יואל שליט"א בן הר"ר אברהם חיים שליט"א פון קרית יואל איז געגאנגען אונטער די חופה כדת משה וישראל מיט די טאכטער פון מו"ה מנחם גאלדשטיין הי"ו פון מאנסי. אום 5:00 נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אין ווילימסבורג, ווי דער חתן האט מיט גרויס שמחה געפראוועט זיין סיום ש"ס בשעת זיין קבלת פנים, און אזוי האט ער זוכה געווען נאך פארן גיין אונטער די חופה, צו וואס ווייניג זענען זוכה אין זייער גאנצן לעבן. דערנאך איז מען געגאנגען צו די געהויבענע חופה, וואס איז פארגעקומען אין חצר פון בית המדרש. דערנאך האט מען זיך צוריק געקערט צום ביהמ"ד ווי אלע נאנטע משפחה פון די חתן כלה זענען געווען געלאדענט צום סעודה. אום 7:55 איז דער חתן אריינגעקומען אין בית המדרש צום טאנצן. ביי די געהויבענע ריקודין, האבן די פילע געסט וואס זענען געקומען זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן זייערע אויגן ווי מ'קען פראווען א חתונה נאכט "פשוט און גענצליך אומזיסט", און נישט נאר וואס די שמחה ווערט נישט געמינערט דערפון, נאר די חתונה איז געווען "משונה פרייליך", מ'האט פשוט נישט געקענט שטיין אדער זיצן פאסיוו, נאר די פוס האבן זיך געהויבן ווי פון זיך אליין. אזש די ווענט האבן מיט געטאנצט. אום 10:00 האט זיך די מוזיק אויסגעלאשן, און די כלה איז אריינגעקומען צו ברכת המזון, דערנאך איז געווען "מצוה טאנץ", וואס איז געפראוועט געווארן אויף א הייליגע געהויבענע פארנעם, אן קיין איבעריגע הספדים צערעמאניעס וואס אין רוח חכמים נוחה הימנה. דער שמש פון ביהמ"ד האט זיך אויפגעשטעלט און אויסגערופן "יעמוד יעמוד יעמוד, מו"ה ... וועט גיין טאנצן לקראת הכלה. גוט שבת", און דער וועם מען האט אויסגערופן האט זיך געשטעלט טאנצן מצוה טאנץ. עס האבן געטאנצן די זיידעס, עלטערן, חתן כלה. אויך זענען מכובד געווארן מיט א מצוה טאנץ הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א, און הרה"ג דער ראש ישיבה שליט"א. די פעטערס האבן געטאנצן מיטן חתן ווען עס איז געווען די רייע פונעם מחותן פון זייער זייט. די פרייליכע חתונה - אריינגערעכענט די מצוה טאנץ - איז געווען געענדיגט אום 10:55, און די עסקנים האבן תיכף אויפגערוימט און צוזאם גענומען דעם בית המדרש, די בחורים זאלן קענען זיך זעצן לערנען צומארגענס. ווען איינער וואלט אריינגעקומען אין ביהמ"ד א פערטל נאך עלף, וואלט ער זיך געווינדערט "וואו איז געווען די חתונה היינט?". מען האט געדאנקט דעם אייבערשטן אז עס זענען דא אידן וואס האבן שכל, און דארפן גארנישט און ווילן גארנישט נאר טון דעם רצון ה' און חתונה מאכן זייערע קינדער וואס פשוטער. און זענען פרייליך מיט דעם אליינס אז זיי זענען זוכה צו חתונה מאכן די קינדער אינגערהייט, און פארשטייען אז וואס מער מ'לייגט נאר צו צו ווערן פרייליך טוט גאר אויף דאס פארקערטע. זאל דער אייבישטער העלפן אז די חתן כלה זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן לה' ולתורתו, און די עלטערן און מחותנים זאלן אלע זוכה זיין צו זען רב תענוג ונחת פון דעם פאר פאלק און פון זייער גאנצע משפחה.&nbsp; כמתום ירבו בישראל. בילדער

    < זעה מער יז אלול תשע"ח 📝
  • בחורים פרייען זיך ביי א חתונה פון א תלמיד הישיבה

    דעם פארגאנגענעם מאנטאג זענען די בחורים אריינגעפארן אין שטאט זיך מיטצופרייען ביי די שמחת החתונה פון החתן מו"ה שבתי מארקוס ב"ר יוסף הי"ו, עב"ג בת ר' פייוול גאטערער הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג. אזוי ווי ביי אלע חתונות פון ישיבה, איז די חתונה געווען גאר לעבעדיג און דערהויבן, די בחורים האבן געטאנצן פרייליך און משמח געווען אויף א הערליכן און איידעלען פארנעם. דער חתן שבתי הי"ו איז גאר שטארק באליבט ביי יעדן ובפרט ביי די בחורים פון ישיבה, זייענדיג דער וואס העלפט אזויפיל ארויס די ישיבה צו יעדע געלעגנהייט, אויסער זיין ערליכקייט, התמדת התורה, און גוטע מדות, אויף וואס יעדער קען מעיד זיין, נוצט ער אויס די איבריגע צייט צוצוגעלייגן א האנט ווען ס'פעלט נאר אויס, צוצושטעלן די מסיבות פון די מוסדות, ועל כולם העלפט ער זייער אסאך דעם ראש ישיבה שליט"א מיט זיין עסקנות צו קענען דעקן די הוצאות פון די רענט פאר די בניני המוסדות. זאל דער אייבערשטער העלפן אז די געוואלדיגע זכותים זאלן אים באגלייטן אלעמאל, ער זאל האבן א גליקליך לעבן, עס זאל אים קיינמאל גארנישט פעלן אין לעבן, עס זאל זיין א קשר של קימא, געזונט פרנסה מיט נחת מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! די פרייליכע חתונה &nbsp; בילדער

    < זעה מער יב אלול תשע"ח 📝
  • עס קומט א פרישע פשוטע חתונה אין ישיבה

    נאך די צוויי פריערדיגע פשוטע חתונות וואס זענען פארגעקומען אין בית המדרש פון די ישיבה אין וויליאמסבורג מיט גאר גרויס סוקסעס, קומט יעצט נאך א פרישע חתונה אין ישיבה אין די נאנטע טעג. דעם קומענדיגן מאנטאג פ' כי תבא וועט אי"ה גיין אונטער די חופה החתן יעקב הלל ני"ו בן מוה"ר יואל פארקאש שליט"א, עב"ג בת מו"ה מנחם גאלדשטיין הי"ו, און די חתונה וועט אי"ה פארקומען אין היכל הישיבה. אזוי ווי ביי די פריערדיגע חתונות וועט די חתונה נאכט גארנישט קאסטן פאר די מחותנים, די ישיבה שטעלט צו די סעודת החתונה פאר די נאנטע משפחה מיטגלידער, מיט אלע איבריגע צוגעהער, און אלע קרובים און גוטע פריינד וועלן ארויפקומען אנצואוואונטשן און זיך מיטפרייען מיט די שמחה. ווי באקאנט האבן די פריערדיגע חתונות אין ישיבה געמאכט א גרויסע שטורעם אין די היימישע וועלט, פילע אידן האבן זיך געעפנט די אויגן צום פאקט אז מ'דארף נישט אויסבלוטיגן דעם דם התמצית ביים חתונה מאכן א קינד, זעענדיג אז ס'זענען דא מחותנים מיט א קאפ אויף די פלייצעס, וועלכע מאכן חתונה אן דעם וואס די חתונה נאכט זאל זיי קאסטן אפילו א פרוטה, און כאטש וואס נישט יעדער קען דאס נאכמאכן אינגאנצן, האט דאס אבער געטוישט דעם מהלך המחשבה ביי פילע אידן, וועלכע האבן אנגעהויבן איינזען אז דאס אויסגעבן ביי א שמחה אידיש געלט אין די וועלט אריין האט נישט קיין שום פשט, עס איז זייער נאריש און קיינער פארדינט גארנישט דערפון. אין די פארגאנגענהייט, ווען מ'פלעגט זען בילדער פון אויפרייסערישע שמחות, האט דאס ארויסגערופן א געוויסע רעספעקט ביי מענטשן, "קוק ווי דער שטעלט זיך אהער אזוי שיין מיט אזא הערליכע שמחה", היינט קוקט מען שוין אבער אויף דעם בילד מיט אנדערע סארט ברילן, "נעבעך אויף דעם איד, ער איז גרייט צו ווארפן אזויפיל אידיש געלט אין די מיסט, בלויז צו באקומען אביסל אויפמערזאמקייט". דאס איז אפילו ווען דער מענטש קען זיך טאקע ערלויבן א טייערע שמחה, איז נאכאלץ דא בעסערע וועגן ווי אזוי צו נוצן דאס געלט ווי דאס אויסווארפן אויף זאכן וואס ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם, דער מענטש רעדט זיך נעבעך איין אז ער באקומט כאטש כבוד פון דעם, ווען ער זאל ווען אבער קענען הערן וויפיל מ'רעדט צאם אויף אים אונטער זיין רוקן, טאקע בשעת'ן עסן די טייערע פליישן וואס ער האט צוגעשטעלט, מ'קוקט אים בכלל נישט ארויף פאר'ן זוכן אויפמערקזאמקייט, וואלטער געוויס זיך נישט געפריידט אזוי מיט דעם סארט "כבוד" וואס ער באקומט לפנים; ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו איינעם וואס האט נישט דאס געלט פאר דעם, אזוי ווי רוב מנין ובנין וועלכע דארפן זיך אנבארגן פון די זון און די לבנה צו קענען באצאלן די טייערע שמחות, ווי די גוטזאגער זאגן "מענטשן געבן אויס געלט וואס זיי האבן נישט, פאר זאכן וואס זיי דארפן נישט, צו באאיינדרוקן מענטשן וועלכע קוקן עס בכלל נישט ארויף", פארוואס פעלט דאס אויס? ווער פארדינט פון דעם? דאס האט דאך שוין געברענגט אזויפיל צרות און יסורים פאר אזויפיל אידישע קינדער. דעריבער איז גרויס די פרייד אז מ'האלט שוין ביים דריטן חתונה אין ישיבה, דריי מאל איז שוין א חזקה, והחוט המשולש לא במהרה ינתק, עס איז זיכער אז אויסער דעם וואס די מחותנים פארדינען פאר זיך אליין, זיי שפארן זיך איין אסאך דמים תרתי משמע, זענען זיי מיט דעם אויך מזכה נאך פילע אידן וועלכע נעמען פון דעם ארויס א מוסר השכל אויסצוגעבן טייער אידיש געלט אויף וויכטיגערע צוועקן, און אזוי קענען מאכן שמחות מיט א פרייליכע און רואיגע געמיט. &nbsp; קול מצהלות חתנים מחופתם ונערים ממשתה נגינתם

    < זעה מער ט אלול תשע"ח 📝
  • רוב בעטן פונעם צווייטן שטאק שוין ארויסגעדינגען

    אין די יעצטיגע טעג לייגט מען אריין גרויסע כחות צו ענדיגן דעם בנין על צד היותר טוב. מען איילט זיך זייער צו ענדיגן די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. מען לייגט ווייטער טיילס, עס ווערט ווייטער געצויגן די עלעקטריק, די פלאמבינג. ארום דעם בנין ווערט יעצט אינסטאלירט הויך קוואליטעט וואסער, און סוער סיסטעם, וואס וועט בעז"ה זיין גענוג פאר הונדערטער באנוצער אויף איינמאל, אויך אין ערב אדער מוצאי יו"ט ווען די שויערס ווערן באנוצט צום מאקסימום, וועלן די וואסער, סוער און הייצונג סיסטעמען קענען בעז"ה דערהייבן דעם גרויסן געברויך. ווי שוין געמאלדן פריער, זענען שוין אלע בעטן פון איין שטאק שלאף צימערן אינגאנצן אויסגעגאנגען, און מען האט דאן תיכף צוגעטרעטן צו צובויען און פארענדיגן נאך א שטאק נאך אויף היי יאר בעז"ה. און במשך די לעצטע צוויי וואכן זענען שוין אויך די בעטן פונעם צווייטן שטאק, כמעט אנגעפילט געווארן. דערפאר דער וואס וויל נאך איינשטיין דעם ראש השנה הבעל"ט אינעם נייעם הערליכע בנין אינאיינעם מיטן ראש ישיבה, דארף זיך זייער צואיילן ארויסנעמען א בעט, ווייל ווי געזאגט זענען שוין רוב רובם פון די צימערן אנגעפילט. צו באשטעלן קען מען רופן 347-452-0412 וכל הקודם זכה. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מ'זאל מתפלל זיין ער זאל קענען באצאלן אלע חובות, און וואס ער איר אריין. מיר דארפן געדענקען אז דער בנין האט דער ראש ישיבה נאר גענומען אויף זיך כדי מיר אלע זאלן קענען מקיים וואס דער היילגער רבי האט געהייסן צו קומען אויף ראש השנה צו זיין ציון, און וויילן אויף אן אפגעהיטענעם אופן אין א שטיל ווינקל פון אומאן.

    < זעה מער ח אלול תשע"ח 📝
  • ניי אין ברסלב סענטער וועבסייט : היכל הנגינה - מוזיק

    היינט ב"ה איז פארטיג געווארן די מוזיק פעידזש אינעם וועבסייט. דער "עולם הנגינה" בלאט געפינט זיך אינעם מעין פעידזש, אזוי אויך קענט איר עס טרעפן אונטערן "אלבומס" מעניו. אין דעם נייעם אפטיילונג וועט איר בעז"ה קענען טרעפן די מוזיק אלבומס מיט הערליכע ניגונים וואס דערנענטערן אידן צום אייבערשטן. אזוי אויך וועט דארט זיין בעז"ה נוסחאות התפלה, ניגוני ברסלב, און נאך. יעצט ביים עפענונג פונעם נייעם בלאט אינעם סייט, האט מען שוין ארויפגעלייגט עטליכע שיינע אלבומס: "טאנץ מיט אמונה 1", "טאנץ מיט אמונה 2", "נוסח ימים נוראים" און "ניגונים פון תשובה 1", נאך אלבומס וועלן בעז"ה ארויפקומען אין די קומענדיגע טעג. שמעו ותחי נפשכם! http://www.breslevcenter.com/music

    < זעה מער ד אלול תשע"ח 📝
  • זמנים און לאקאציע פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין אומאן

    ווי די ליינער פונעם וועבסייט האבן אוודאי כסדר מיטגעהאלטן ווי עס ווערט געלייגט א ציגל אויף א ציגל, און עס ווערט געבויעט א שטאק נאך א שטאק, האט איר זיכער אויך געזען ווי מען ארבעט יעצט גאר שווער אז אלעס אינעם בנין זאל זיין פארטיג אין צייט, אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם. און ב"ה אז נאך די אלע אינוועסטירונגען פון געלט, צייט, קאפ און מח, זען מען שוין ווי דער בנין שטייט שוין אין די פינף שטאק הויך, און ווי מען זעט ב"ה איז דער בנין א שטארקער און באקוועמער בנין, מיט א גרויסער ריינער מקוה, מיט גענוג שויערס, א לעכטיגער ריזיגער הויכער בית המדרש, און ריינע געשמאקע באקוועמע שלאף צימער, א.א.וו. אין די קומענדיגע קארגע 3 וואכן וועט מען בעז"ה מיטהאלטן ווי די אלע שטאקן ווערן בעז"ה אינגאנצן פארטיג כלול בהדרו וביופיו, מיט אלע צוגעהערן און פוירניטשער, געפעינט, געלייגט די הערליכע טיילס. דער הערליכער בנין געפונט זיך אין א באשיידענע ווינקל פון אומאן, אינגאנצן אפגעשיידט פון די רוישיגע גאסן, אויף נומער 28 פון די&nbsp;בילאָצערקאָווסקע&nbsp;גאס (אין אוקרייניש זאגט מען עס "וואָליצאַ בילאָצערקאָווסקע", געשריבן אויף אוקרייניש:Вулиця Білоцерківська). &nbsp; פאלגענד זענען די זמנים פארן קומענדיגן ראש השנה. שבת פרשת נצבים: זמן הדלקת הנרות 7:09, מנחה ערב שב"קבזמן הדלקת הנרות, באטע ליל שב"ק 10:00, שחרית 9:00, מנחה שב"ק 7:00, שלש סעודות 7:30, זמן מוצאי שב"ק 8:40 ערב ראש השנה: סליחות ליל זכור ברית 1:00, פדיון נפש אחר סליחות, שחרית ערב ראש השנה 8:00, פדיון נפש אחר שחרית ראש השנה: זמן הדלקת הנרות 7:05, מנחה ערב ר"ה בזמן הדלקת הנרות, שחרית ב' ימי ר"ה 8:00, מנחה ב' ימי ר"ה 6:45, דרשה 7:30, זמן מוצאי יו"ט 8:33. איש בל יעדר! לינק

    < זעה מער ב אלול תשע"ח 📝
  • דער ראש ישיבה מעלדט א בשורה טובה: מען הייבט שוין אן ארויפצוען די פינפטע שטאק

    דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט כ"ו אב געשיקט א פרישע בריוו פאר די תלמידים, ווי ער מעדלט די גרויסע פארשריט וואס ווערט געמאכט אינעם נייעם בנין אין אומאן. דער ראש ישיבה שרייבט אינעם בריוו, אז אזוי ווי עס איז שוין ארויסגעדינגען "אלע" שלאף צימערן האט מען זיך יעצט גענומען אין די איילעניש ארויף נאך א שטאק וואס איז געווען געפלאנט אויף קומענדיגע יאר הבעל"ט, און וועט בעז"ה געבויעט ווערן נאך אויף היי יאר, צו קענען פלאצירן די גרויסע צאל איינגעשריבענע קע"ה. אויך שרייבט דער ראש ישיבה אינעם בריוו, אז ער האט געמוזט ארויסנעמען אין די איילעניש א פרישע הלוואה פון $100,000 (אין צוגאב צו די חובות פון עטליכע הונדער טויזענט דאלער אין וואס דער ראש ישיבה איז שוין אריין אויף דעם בנין) כדי צו קענען אויסצאלן דאס ארויף בויען נאך א שטאק. דער ראש ישיבה בעט אינעם בריוו אז מ'זאל מתפלל זיין אז מ'זאל קענען ענדיגן דעם בנין אין צייט אויף ראש השנה, און אז ער זאל קענען באצאלן אלע חובות. דער ראש ישיבה פארציילט ווי ער איז געווען היינט אין קרית יואל ביים ציון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט דארט מתפלל געווען פאר אלע תלמידים. דער ראש ישיבה דערמאנט אינעם בריוו אז היינט וועט בעז"ה פארקומען אין קעמפ א שיינע פרויען פארברענג, און ענדיגט צו דעם בריוו מיט שטארקע חיזוק ווערטער וואס מ'קען ארויסנעמען פונעם היינטן דף ירושלמי. און איז מחזק מ'זאל זיך ווייטער שטארקן אין לערנען על פי סדר דרך הלימוד. * פאלגענד איז דער בריוו: &nbsp; בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו. היינט האבן מיר מחליט געווען אז מיר ציען ארויף נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן כדי עס זאל זיין פלאץ צו שלאפן פאר די אלע וואס האבן נישט קיין פלאץ אינעם אונטערשטן שטאק. איך האב היינט ארויס גענומען נאך אן הלוואה פון הונדערט טויזנט דאלער וויפיל עס קאסט צו ענדיגן נאך א שטאק כדי די בנין זאל זיין גרייט ביז ראש השנה, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קענען וואס שנעלער באצאלן אלע חובות. איך שיק אייך בילדער פון אומאן וואו איר קענט זען אז מען ענדיגט דעם בנין דאס מערסטע וויפיל מען קען אז עס זאל זיין גרייט פאר דאס יאר ראש השנה תשע"ט הבא עלינו לטובה. אויף די בילדער וועט איר זען ווי מען לייגט די טיילס אין די שטובער; מען לייגט ארויף די טירן ביי די צימערן; מען טראגט ארויף ציגל אויפן דריטן שטאק; מען ציט ארויף שטאנגען פאר די פערטע שטאק, און אזוי ווייטער. איך בעט אייך אלע: זייטס מתפלל פאר מיר איך זאל קענען באצאלן אלע חובות אין וואס איך בין אריין און דער בנין זאל זיין גרייט אויף ראש השנה. היינט געפאלט דער יארצייט פון רבינו הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו; איך בין היינט פארטאגס געפארן קיין קרית יואל צום ציון, איך האב נישט געקענט זיין דארט צו לאנג ווייל עס איז געווען א געפערליכע געדרענג, מען האט נישט געקענט אריין שטופן א נאדל אינעם אוהל, טויזנטער אידן זענען געשטאנען דארט און געוויינט צום אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיינע איבערגייאכץ, עס איז געווען זייער הייס אינעם אוהל, איך האב געמוזט ארויסגיין אינדרויסן, דארט האב איך מתפלל געווען פאר ענק אלע. איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר אלע תלמידים איר זאלט מצליח זיין אין אלעס וואס איר דארפט ובעיקר עס זאל מקוים ווערן ביי יעדן איינעם פון אייך וואס דער רבי האט געזאגט: "מיין פייער'ל וועט טליען ביז משיח וועט קומען", עס זאל זיך נישט אויסלעשן דעם פינק פון הייליגן רבי'ן, איר זאלט אלע ווייטער פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר אלע אידן און פאר די גאנצע וועלט. גלייך ווען איך בין צוריק געקומען איז פארגעקומען דער שיעור פון א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי; וואס זאל איך אייך זאגן, ווען איך לערן פאר דעם דף בבלי און ירושלמי באקום איך אזא חיות, ממש אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אן א שיעור מאל: "דער דף גמרא איז דער חיות פונעם טאג". היינט האבן מיר געלערנט אין ירושלמי אזא לעכטיגע גמרא (ברכות ד.): "רבי חייא, ורבי שמעון בן חלפתא הוו מהלכין בהדא בקעת ארבל בקריצתה", רבי חייא און רבי שמעון בן חלפתא זענען געגאנגען אונטערוועגנס אין א דארף נעבן טבריה וואס האט געהייסן "בקעת ארבל", "וראו איילת השחר שבקע אורה", אזוי גייענדיג האבן זיי געזען ווי עס הייבט אן טאג'ן, "אמר רבי חייא לר' שמעון בן חלפתא: 'כך היא גאולתן של ישראל'", האט זיך רבי חייא אנגערופן צו רבי שמעון בן חלפתא, אזוי ווי דאס אויפשיין פונעם מארגן שטערן אזוי העלפט דער אייבערשטער אידישע קינדער, "בתחילה קימאה קימאה, כל מה שהיא הולכת היא רבה והולכת". קודם שיינט עס אויף אביסל, און צוביסלעך ווערט עס שטערקער און שטערקער, אזוי ווי עס שטייט (מיכה ז, ח): "כי אשב בחושך ה' אור לי", ווען איך זיץ אין פינסטערניש מאכט מיר דער אייבערשטער ליכטיג. טייערע ברידער, ווען מען לערנט אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד האט מען יעדן טאג שטארקע חיזוק, כאפ זיך מיט מיטן באן. נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען; היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א שיעור פאר די פרויען דא אין קעמפ. איך רעד נישט פאר זיי פנים אל פנים, נאר איך זאג א שיעור וואס מען כאפט אפ, און ווען די פרויען קומען זיך צוזאמען זיך מחזק זיין שפילט מען אויף פאר זיי דעם שיעור. איך האב אייך נאר געשריבן די ערשטע חלק פונעם טאג ביז שחרית; יעצט דארף איך לויפן צו די בחורים זיי געבן די גמרא שיעור. יעצט זוממער לערנען מיר מסכת תענית גמרא רש"י תוספות וכו' ווייל די בחורים זאגן דאס יעדן טאג פערציג טעג אין א צי איז גוט אז זיי זאלן דאס פארשטיין. ברוך ה' אז דער טאג איז מיר אנגעפילט מיט מחזק זיין אידישע קינדער, איך האף אז איר וועט האבן אביסל חיזוק אז איר זאלט אויך טון גוטע זאכן. זייטס געזונט און שטארק. א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. * ווער עס וויל ארויסהעלפן און מנדב זיין פארן בנין, פון וואו עס וועט ארויסקומען א לעכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט, זאל זיך ווענדן צום ראש ישיבה. זיך איינצושרייבן איינצושטיין אינעם בנין אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט רופט 347-452-0412. הראש השנה שלי עולה על הכל &nbsp; די היינטיגע אפדעיט פונעם בנין. עס שטייען שוין ב"ה די ערשטע דריי שטאק, מלייגט ציגל ביים פערטן שטאק, מ'גיסט צעמענטענע זוילן פארן פינפטן שטאק

    < זעה מער כו אב תשע"ח 📝
  • סיום הש"ס פון הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו געפראוועט אין קעמפ

    זונטאג איז פארגעקומען א שיינע סיום אינעם קעמפ, ווען הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, עס זענען זיך צוזאם געקומען ידידים און קרובי המשפחה, זיך מיטצופרייען מיטן בעל שמחה. מען האט זיך געזעצט צו א סעודה, און מ'האט געזונגען שיינע ניגונים. צו ערשט האט דער בעל שמחה מו"ה שבתי הי"ו אויפגעטרעטן, און געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן דורכזאגן גאנץ ש"ס, און ער האט געדאנקט זיינע עלטערן און שווער און שוויגער און בפרט זיין אשת חיל וואס האבן אים געגעבן חיזוק און שטיצע די אלע יארן. נאכדעם האבן גערעדט עטליכע ידידים און באגריסט ר' שבתי'ן וועלכער געט זיך אזויפיל אוועק פאר'ן ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, און בפרט פארן קעמפ. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט עטליכע ווערטער ווי ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון ענדיגן ש"ס, ווי דער הייליגער רבי זאגט, אז ווען מ'ענדיגט ש"ס באקומט מען א "צלם אלוקים". דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי ער האט אמאל געזען ר' שבתי אהיים קומען פון די ארבעט אויסגעמוטשעט אום 3:00 פארטאגס, און האט אים געזאגט "לייג דיך שלאפן, עס איז שפעט", האט אים ר' שבתי געענטפענט "איך האב נאך נישט געענדיגט מיינע שיעורים, איך קען מיך נאך נישט לייגן שלאפן". מ'האט געזינגען שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון תורה, און זיך געפרייט מיט די גרויסע שמחה. שישו ושמחו בשמחת התורה בילדער פונעם סיום הש"ס דרשה פונעם ראש ישיבה ביים סיום הש"ס

    < זעה מער כה אב תשע"ח 📝
  • שטארק נוצבארע וועבסייט אפדעיטס זענען יעצט אין די לעצטע פאזעס

    1) מוזיק א שפאגל נייע אפטיילונג וועט בעז"ה געעפענעט ווערן פאר מוזיק. דער בלאט וועט בעז"ה אנטהאלטן די ניגונים וואס וועקן אויף פון שלאף אז מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, די שיינע ניגונים פון ישיבה און פונעם ראש ישיבה, ניגונים און נוסחאות פון ברסלב בכלליות, און נאך. דאס אלעס וועט בעז"ה זיין עוועיליבל אויף א הערליכן געשמאקן פארמאט סיי צו דאונלאודן, און סיי צו הערן אנליין. &nbsp; 2) שפראכן אומגעהויערע כחות ווערט אריינגעלייגט צוצולייגן נאך שפראכן צום וועבסייט. דער וועבסייט באקומט כסדר טויזנטער ווענדונגען פון אידן וואס פארשטייען נאר אנדערע שפראכן, ווי צום ביישפיל לשון הקודש און ענגליש. יעצט ארבעט מען אויס אז וואס מער אפטיילונגען פונעם וועבסייט זאל זיין צום פארשטיין פאר וואס מער אידישע קינדער איבער דער גאנצער וועלט, אז אויך זיי זאלן קענען הערן די עצות און שעפן פונעם שפרודלדיגן לעבעדיגן קוואל פונעם הייליגן רבין. &nbsp; 3) געשעפט עס וועט בעז"ה געעפענט ווערן א פול-פוקנציאנירדע געשעפט ווי מען וועט בעז"ה קענען באשטעלן אויפן וועבסייט ספרים, קונטרסים, סידיס, יו-עס-ביס, און אנדערע ברסבלע ארטיקלען. אויך ארבעט מען אויס איינצופעדעמען א פארגעשניטענע שיפינג סיסטעם צו קענען שיקן גרינגערהייט די באשטעלונגען אויף די גאנצע וועלט. * די מענעדזשמענט פונעם וועבסייט געבן איבער אז זינט דער סייט איז אפן האט עס שוין געהאט איבער 30,000 באזוכער (מיט איבער 300,000 היטס אויפן מעין פעידזש). יעדע חודש האט עס בערך 5,000 באזוכער (מיט איבער 15,000 היטס אויפן מעין פעידזש). די גריסן וואס מען הערט געבן א געוואלדיגע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, "זייט איך הער די שיעורים, דאוון איך מיט מנין" שרייבט איינער. "איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט מיינע קינדער, און איך ברענג מער נישט אהיים מיין סעלעפאן, א גרויסע ישר כח פאר אייער וועבסייט" געט אונז א צווייטער איבער. "איר האט געטוישט מיין לעבן. איך האב אנגעהויבן צו לערנען, איך האב באקומען א נייע האפענונג אז מיין מצב וועט זיך נאך איין טאג טוישן צום גוטן. איך האב אסאך מיטגעמאכט אין מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן מאכן התבודדות יעדן טאג, און איך פיל מיך אסאך בעסער", שרייבט אן אנדערע בריוו. &nbsp; טייערע אידן, נעמט א חלק אין די גרויסע הוצאות פונעם אויפבויען און אויפהאלטן דעם וועבסייט וואס ברענגט אריין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט. דרוק דעם לינק. דער אייבישטער וועט אייך אוודאי באצאלן מיט כל משאלות לבכם לטובה אמן.

    < זעה מער כא אב תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 1576 to 1590 of 1720 results

1 2 ... 103 104 105 106 107 108 109 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com