Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ספר איש אמונות חלק א' שוין אט גרייט צום דרוק

    מיט גרויס פרייד און התרגשות, טוט מכון עצתו אמונה מעלדן די גוטע בשורה פאר אלע אנשי שלומינו בכלל און בפרט פאר די אלע וואס האבן געהאט די זכי' און האבן זיך שוין איינגעהאנדעלט א זכות אינעם ספר, אז נאכן ארבעטן א לאנגע צייט וואס מען ארבעט אז די הערליכע בריוו געשריבן מיט מסירות נפש און פלייס דורך דעם ראש ישיבה שליט''א זאל ווערן גרייט צום דרוק, אז דער אז דער ערשטער באנד אינעם ספר איש אמונות (חלק א' - שנת תש"פ), גייט שוין אט אט אריין צום דרוק.   עס איז גענצליך איבעריג צו ערקלערן וואס די בריוו האבן שוין אויפגעטון ביז יעצט ווען זיי זענען נאר ארויסגעקומען אויף א פראוויזארישע וועג, ווייל עס איז גאר שטארק באוואוסט פאר יעדעם וואס האט עס נאר גענומען אין די האנט ווי די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן.   דער אויבערשטער האט געטון א חסד חינם מיט אונזער דור, אז מיר זענען זוכה עס זאל ארויסקומען אזא הייליגע ספר, מיר בעטן אים אויף ווייטער אז מיר זאלן עס טאקע לערנען לשמור ולעשות ולקיים צו פאלגן די עצות און הדרכות פון רבינו הקדוש זי''ע, וואס דאס וועט אונז ברענגען צום אויבערשטן און דערמיט קענען איבערקומען די גרויסע נסיונות וואס מיר גייען דורך ברוחניות ובגשמיות.   אנשי שלומינו שפירן פאר א זכי' צו געבן צדקה פאר די היילגער ספרים איש אמונות, פילע האבן געקויפט גרעסערע זכותים. ווי צום ביישפיל, דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דורך דעם אלעמען באליבטן מו"ה יענקי פיש הי"ו, און וועט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדורת פיש". דערנאך זענען דא פילע זכותים פאר פילע וואכן, זכות ראש השנה איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה משה גאטליעב הי"ו, זכות יום כיפור איז אפגעקויפט געווארן דורך הרוצה בעילום שמו שליט"א, אין צוגאב וואס ער העלפט ארויס דעם מכון צו יעדע צייט, און האט אייגענטילך מגי' געווען דעם ספר. זכות יום טוב סוכות איז געקויפט געווארן דורך מו"ה אברהמי אייזנער ה"ו, וואס איז אלעמאל גרייט ווען עס קומט צו הדפסה והפצה. זכות פרשת בראשית איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו. זכות פרשת נח איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה מנחם זאב שטרול הי"ו. זכות פרשת לך לך איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה משה ראזענבערג הי"ו. זכות  פרשת וירא  איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה שמעון ראטה הי"ו. זכות פרשת חיי שרה  איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה יענקי איידליס הי"ו. זכות  פרשת תולדות  איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה מאטי ראזענפעלד הי"ו. זכות  פרשת ויצא איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה ארי פיש הי"ו. זכות פרשת וישלח איז אפגעקויפט געווארן דורך הרב אלימלך שארף שליט"א.   פארן גיין צום דרוק קומט א מודעה פון מכון עצתו אמונה אז עס זענען נאך געבליבן א קליינע צאל פון זכותים אינעם ספר וואס מען קען נאך אריינכאפן צו קויפן. צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. אדער קענט איר זיך פארבינדן דורך אימעיל Maebreslev@gmail.com. אזוי אויך קען מנדב זיין דרוך די "מטבע" פלאטפארמע, אקאונט 00124222790, אזוי אויך דורך די OJC פלאטפארמע, אקאונט 10505.   צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת  

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ד 📝
  • טראמפ קלויבט אויס א וויצע מיטלויפער

    אין די צייט וואס די רויעך פון די אטענטאט פארזוך נייעס האט זיך נאך נישט געזעצט, ממש איידער די רעפאבליקאנער האבן זיך געגרייט אנצוהייבן זייער נאצינאלע קאנווענשאן צו באשטימען אפיציעל טראמפ אלס זייער קאנדיטאט פאר פרעזידענט אין אמעריקע, האט די טראמפ קאמפיין געמאלדן אז דזשעי די ווענס א נייער סענאטאר פון אָהייאָ וועט זיין זיין מיטלויפער אלס וויצע פרעזידענט קאנדידאט. &nbsp; עס ווערט באריכטעט אז פונקט ווי זיין אויבערהאר מר. טראמפּ, האט אויך ווענס גאר גוטע באציאונגען מיט פילע אידן און אידישע עסקנים, א זאך וואס וואס ווערט גאר גוט אויפגענומען אויף די אידישע גאס. &nbsp; מיר דארפן נישט קיין וואל סטריט, סאשעל מידיע, אדער טראמפ זאל אונז דערמאנען אז נאר דער באשעפער קען היטן, אבער אין א המשך צו די נייעס איבערן אטענטאט פראזוך קעגן טראמפ, איז אינטערעסאנט צו באמערקן וואס דער וואל סטריט זשורנאל באריכטעט איבער טראמפ'ס געשרייבאכטס אין זיין סאשעל מידיע "טרוט סאשעל" אז "דער באשעפער אליינס האט פארמיטן דאס אומגלויבליכע פון פאסירן". &nbsp; און כאטש סיי טראמפ און סיי זיין וויצע שטעלן זיך ארויס אויף פילע אישוס זייער שטארק לטובת ערליכע אידן, בפרט אויף חינוך, ווי זיי שטיצן זייער שטארק "סקול טשויס", אבער מיר דארפן געדענקען אז אז נישט טראמפ און נישט זיין וויצע קען אונז ראטעווען. &nbsp; די גמרא ברענגט (מגילה ט"ו ע"ב) "ר' נחמיה אומר כדי שלא יאמרו ישראל אחות יש לנו בבית המלך ויסיחו דעתן מן הרחמים" פארוואס אסתר המלכה האט גערופן המן צו די סעודות מיט איר און אחשורוש איז געווען ווייל זי האט מורא געהאט אז אידישע קינדער וועלן נישט בעטן דעם אויבערשטן ער זאל זיי ראטעווען פון די גזירה פון המן, ווייל "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן עסקנים וואס האבן קאנעקשאנס אין די ווייט האוז און עס וועט זיין גוט. &nbsp; דערפאר איז וויכטיג ווייטער צו מתפלל זיין אז אמעריקע זאל בלייבן א לאנד ווי אידישע קינדער זאלן קענען וואוינען און היטן תורה ומצוות און מחנך זיין די קומענדיגע דורות על דרך ישראל סבא, ביז משיח וועט קומען.

    < זעה מער י תמוז תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין צו אומאן ראש השנה תשפ"ה

    מיט גרויס התרגשות גרייט מען זיך צום קומענדיגן ראש השנה צו קומען וויילן ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן, ווי ער האט געבעטן און געפאדערט פון אלע וואס גלייבן אין אים. דער ראש ישיבה דערמאנט כסדר אין די דרשות אין די טעג מען זאל נישט זיין קיין בטלן און שוין באשטעלן טיקעטס, און זיך באזארגן מיט שפעזן.&nbsp; &nbsp; אין די לעצטע יארן האבן זיך די צאל אידן וואס קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבין שטארק צואוואקסן, און דער גרויסער זעקס שטאקיגער בנין וואס מען האט נישט לאנג צוריק געבויעט מיט פלאץ פאר הונדערטער געסט איז שוין ב"ה אויסגעוואקסן. עס ווערן טאקע געמאכט פלענער צו בויען א פרישע בנין, אבער ביזדערווייל קען מען זיך ממש נישט אן עצה געבן פון גרויס ענגשאפט אין פלאץ. &nbsp; בעיקר האט זיך עס אנגעזען אינעם עס זאַל וואס אין די לעצטע עטליכע יאר האט מען שוין מער נישט געקענט דארט פראווען די סעודות שבת ויום טוב, און מען האט געמוזט בלית ברירה פארוואנדלען דעם גרויסן היכל הבית המדרש אין א עס זאַל. אבער היי יאר וועט שוין דאס אויך נישט מעגליך זיין צוליב דעם געוואלדיגן ריבוי עם קע"ה. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן נאך אסאך התבודדות אז אויף היי יאר וועט מען אויפבויען א גרויסן ריזיגן שאטער וואס וועט הייסן "אהל הרחבת הדעת", נעבן דעם יעצטיגן בנין, וואס דארט וועט מען בעז"ה פראווען די סעודות שבת ויום טוב בשבת אחים. דאס יאר איז עס נאך מער וויכטיג צוליב וואס ראש השנה געפאלט אויס דאנערשטאג און פרייטאג, און דער יום טוב וועט זיך אריינצוען אינעם שבת קודש, וואס אנשי שלומינו בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלן אינאיינעם אפרעכטן אינעם גרויסן געשמאקן שאטער מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג געפונען זיך גרויסע קאנסטראקשען טראקטארן אויפן שטח ווי זיי מאכן דעם שטח פלאך און גרייט, דערנאך וועט מען בעז"ה אויספלאסטערן דעם שטח מיט בעטאן, אויף וואס מען וועט בע"ה אויפשטעלן דעם גרויסן שאטער. &nbsp; דער זכות פון דעם גרויסן "אהל הרחבת הדעת" איז געקויפט געווארן דורך די עסקנים פונעם רענט קאמפיין מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון קויפן טיקעטס קיין אומאן איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט לעצטענס פילע מאל אין די דרשות און פאדערט&nbsp; שטארק אויף מען זאל זיך נישט מאכן קיין חובות אפילו אויף צו פארן צום רבין. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אפילו איינער האט בשום אופן נישט קיין געלט צו פארן, איז עס נישט קיין תירוץ ער זאל די לעצטע מינוט זיך אנבארגן געלט, נאר עס איז נאך דא גענוג צייט - זאגט דער ראש ישיבה - און מען קען גיין נאך געלט און בעטן אידן זאל צוהעלפן מיט'ן צאלן דעם טיקעט. אידן שפירן פאר א זכי' ארויסצוהלעפן אן אנדערן איד צו פארן צום הייליגן רבין, און רופן זיך אן זייער ווארעם. &nbsp; ראש השנה שלי עולה על הכל

    < זעה מער י תמוז תשפ"ד 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק ב' ווערט איבערגעדרוקט

    תיכף נאך די פטירה פון אונזער הייליגער רבי מוהרא"ש זי"ע האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אונטערגענומען צו דרוקן און פארשפרייטן די חלקים פון אשר בנחל אויף אידיש, הונדערטער בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אויף אידיש ספעציעל פאר'ן היימישן אידיש רעדנדע עולם, נאכדעם וואס כמעט אלע פון די צענדליגע טויזנטער בריוון פון די אלגעמיינע בענדער פון אשר בנחל זענען אויף לשון הקדוש. דאס איז געווען נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפענט די ישיבה און די מוסדות אין ניו יארק, און עס זענען נתקרב געווארן פילע תלמידים בחורים און אינגעלייט, און האבן געבעטן למה נגרע, זיי ווילן בריוו אויף מאמע לשון וואס זיי זאלן פארשטיין, און מוהרא"ש האט זיך אראפ געלאזט צו אונז און איבערגעלאזט די הערליכע ירושה, וואס דער ראש ישיבה האט אפגעדרוקט טויזענט קאפיעס נאך מוהרא"ש'ס פטירה אין זעקס הערליכע בענדער. &nbsp; נאכדעם וואס די אלע קאפיעס זענען אויסגעגאנגען האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם מנהל פון תלמוד תורה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א ער זאל פריש איבערארבעטן די אלע בריוו, מגיה זיין די ספעלינג, די נקודות, צוטיילן די שטיקלעך, צולייגן מראה מקומות און קלארע מפתחות, און אזוי ווייטער. די פריש איבערגעארבעטע בענדער אשר בנחל וועט מיט'ן אויבערשטענס הילף ווערט געדרוקט אין "זיבן" בענדער, נאכן צולייגן די אלע הוספות. &nbsp; די ערשטע חלקים האט שוין הר"ר מרדכי שליט"א געענדיגט איבערארבעטן און מען האט עס שוין איבערגעדרוקט עטליכע מאל, און ממש יעצט האט מען פריש געדרוקט א גרויסע סכום פון אשר בנחל אידיש חלק א' וואס האט באקומען דעם נאמען "מהדרות מארקאוויטש" ווי געמאלדן נישט לאנג צוריק. אין די יעצטיגע צייט ארבעט דער מנהל אויף די ווייטערדיגע בריוו, און בשעת מען גרייט זיך אויף די בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א איבערצודרוקן חלק ב', האפט מען אז חלק ג' וועט זיין גרייט תיכף נאכדעם וואס מען וועט ענדיגן דרוקן חלק ב'. &nbsp; אין אנפאנג האט דער ראש ישיבה שליט"א אליינס עוסק געווען אין די עבודת הקודש פון שאפן דאס געלט צו דרוקן די ספרים, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן פונעם קרן הדפסה אז זיי זאלן עס איבערנעמען, און דערפאר קומט דער קרן הדפסה ארויס מיט אן אפיעל צו אנשי שלומינו מען זאל זיך ווארים אנרופן און נעמען א חלק אינעם חלק ב', כדי מען זיך זיך קענען נעמען שנעל צו די ארבעט, און די מפיצים וואס זוכן די ספרים זאלן עס ווידער קענען באקומען, און פארשפרייטן די הייליגע ליכטיגקייט פאר אלע אידן איבער די וועלט. &nbsp; עס איז איבעריג צו רעדן צו אנשי שלומינו איבער די גרויסע סגולה פון דרוקן די ספרים פון אשר בנחל אויף וואס מוהרא"ש זי"ע האט מבטיח געווען זיכערע ישועות, און עס דרייען זיך ארום פילע אמת'ע מעשיות פון גרויסע ישועות למעלה מדרך הטבע וואס אידן האבן געזען נאכן דרוקן די הייליגע ספרים. &nbsp; רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה שליט"א און נעמט א חלק אין דעם הייליגן פראיעקט, 347-578-4449.&nbsp; &nbsp; נדיבים בעם האבן יעצט דעם זעלטענעם געלעגענהייט און קענען אפקויפן דעם "זכות מהדורה" פארן סכום פון צען טויזענט דאלער, און די אלע ספרים וועלן גערופן ווערן אויף זיין נאמען, און וועט זיין אן אייביגע זכות לדורות עולם.

    < זעה מער ט תמוז תשפ"ד 📝
  • וויאזוי לעבט די עימיש געמיינדע אָן עלעקטעריציעט?

    שאלה: איז עס אמת אז די אמיש מענטשן נוצן בכלל נישט קיין עלעקטעריק? אויב יא, וויאזוי קענען זיי דאס באווייזן? יואליש &nbsp; ענטפער: די אמיש (אדער עימיש ווי מען זאגט עס אין ענגליש) געמיינדע ברענגט ארויף וואונדער ביי פילע מענטש, א גרופע וואס וואוינען אפגעזונדערט פון די וועלט, נוצט נישט קיין מאדערענע כלים, און דערווייטערן זיך אפילו פון קארס און עלעקטעריציטעט. &nbsp; דער אמת איז אז די אמישע מענטשן פארמאגן טאקע נישט קיין עלעקטערישע אפאראטן אין זייערע היימען. אבער כאטש זיי פארמאגן נישט קיין עלעקטעריציטעט אין זייערע הייזער, קען מען נישט זאגן אויף זיי אז זיי לעבן אן עלעקטעריציטעט. ווייל כאטש זיי שניידן נישט זייערע העלצער מיט עלעקטערישע זעגן, קויפן זיי עס פון די געשעפטן אין די דערנעבנדיגע שטעטלעך וואס אפערירן געהעריג לויט די היינטיגע טעכנאליגע. אזוי איז אלעס וואס זיי פארמאגן, זיי מאכן נישט אליינס זייערע פענסטער ווי אמאליגע צייטן, גאר אסאך פון זייערע זאכן וואס זיי נוצן טאג טעגיך איז פראדוצירט דירעקט אדער אומדירעקט מיט עלעקטעריציטעט און מיט קאמפיוטערעזירטע כלים. &nbsp; דער געדאנק אז אפילו עלעקטעריציטעט גייט שוין אן פאר איבער הונדערט יאר, קען מען נאך לעבן אן דעם איז אן איינרעדעניש, דערמאנט אונז א שיחה פון הייליגן רבי'ן וואס אסאך האבן א קשיא זיך דערויף, דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין חיי מוהר"ן סימן רצ"ט, "פעם אחת דיבר עמי מענין שאי אפשר להיות איש כשר באמת, כי אם כשמתקרבין להצדיק האמת שבדור, ענה ואמר, קודם שנמצא הצדיק האמת בעולם, יכולים להתקרב להשם יבתרך מעצמו, אבל אחר שכבר נמצא הצדיק האמת בעולם, אי אפשר להתקרב להשם יתברך באמת בשום אופן, כי אם כשזוכין להתקרב אליו", וואס עס קומט ארויס פון דעם שיחה איז, אז איינמאל דער הייליגער רבי'ס נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, מוז מען צוקומען צו אים כדי צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד. &nbsp; מאנכע וואונדערן זיך, זיי זעען אז עס זענען דא ערליכע אידן וואס זענען נישט קיין ברלסבע? א שטארקע קשיא, נישט אזוי? אבער דער אמת איז אז וואו אויף דער וועלט עס איז דא התחזקות היינטיגע צייטן, קומט עס דירעקט אדער אומדירעקט פון הייליגן רבין, די פילע משפיעים וואס דערווארימען אידישע קינדער היינט, האבן א שטארקע קשר מיט'ן הייליגן רבין, פילע לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אדער זענען תלמידים פון רבי'ס וואס האבן געלערענט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. &nbsp; איינמאל דער רבי איז אראפ געקומען אויף דער וועלט האט זיין נשמה געברענגט רוחניות'דיגע עלעקטעריציטעט אויף דער וועלט. עס איז א שאד זאלסט גיין קויפן דיין האלץ ביים דערנעבענדיגן לאמבער, ווען די עלעקטעריציטעט איז אוועיליבל ביי דיר אין שטוב. מיר דארפן נישט לעבן ווי די אמישע, רוף אן דיין עלעקטעריק פירמע, גיי אריין צו שאפ ברסלב און צי אריין די לעכטיגקייט פון הייליגן רבין צו דיר אין שטוב, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא. &nbsp; איר קענט אריינשיקן א פראגע צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער ט תמוז תשפ"ד 📝
  • א לידעלע: נייע מוזיק ווידיא צו דערווארימען א אידישע נשמה

    אין איינקלאנג מיט'ן ציל פון קהלת היכל הקודש צו פארשפרייטן אמונה אין אידישע קינדער, צו מקרב זיין משיח דורך דערנענטערן אידן צום באשעפער, ווערט געטון פילע פעולות, אלעס מיט'ן זעלבן ציל. די דרשות, ספרים, קונטרסים, תלמוד תורה, הפצה, האטליין, וועבסייט, און אזוי ווייטער, אלע צילן די זעלבע זאך, צו ערוועקן אידישע נשמות און זיי דערמאנען אז מיר האבן א טאטע וואס ווארט אויף אונז, ער איז דא נעבן אונז מיט אונז, אייביג און איבעראל. &nbsp; די מוזיק ווידיאס דינט דעם זעלבן צוועק, אויף א געשמאקע און ציענדע וועג רעדן מען ווערטער פון אמונה, וואס מיט דעם פלאנצט מען איין אין זיך דעם "אין עוד מלבדו". &nbsp; היינט איז ערשינען א פרישע גאר פראפעסיאנאלע מוזיק ווידיא מיט'ן נאמען "א לידעלע", אינעם ניגון ווערט אויסגעשפילט ווי דער ראש ישיבה שליט"א מיט עטליכע אינגע תלמידים אנגעטון ווי אין דער אלטער היים שפאצירן אין די פעלדער מיט שאף און רינדער, מען האקט האלץ מען פלאנצט און מען שניידט אין די ענדלאזע הערליכע גרינע פעלדער, ווען בשעת מעשה זינגט מען זיך אונטער דעם "לידעלע" וואס דער הייליגער צדיק דער קדושת לוי זיעועכ"י האט פארפאסט אויף אידיש מיט'ן ציל צו אריינפלאנצן אין אידישע הערצער די ריינע אמונה, און מ'זאל וויסן סיי ווען ס'גייט גוט און סיי ווען ס'איז חלילה פארקערט איז עס אלעס פונעם אויבערשטן. "רבונו של עולם, איך וויל צו דיר א לידעלע זינגען, אנא אמצאך? וואו טאטע זיסער, קען איך דיר טרעפן? און וואו טאטע זיסער קען איך דיר נישט טרעפן? ואנא לא אמצאך? ווייל וואו איך גיי איז דאך דו, און וואו איך שטיי איז דאך ווייטער דו, אז עס גייט מיר גוט, איז דאך דו, און אז חלילה פארקערט איז דאך ווייטער דו, מזרח איז דאך דו, מערב איז דאך דו, צפון איז דאך דו, און דרום איז דאך דו, שמים איז דאך דו, ארץ איז דאך דו, מעלה איז דאך דו, און מטה איז דאך דו", ווען אינצווישן לאזט זיך דער ראש ישיבה מיט די תלמידים אין א פרייליכע קאדאטשקע טאנץ אויף די פרייע פעלדער "מזרח איז דאך דו, מערב איז דאך דו, צפון איז דאך דו, און דרום איז דאך דו, שמים איז דאך דו, שמים איז דאך דו, ארץ איז דאך דו, מעלה איז דאך דו, און מטה איז דאך דו". &nbsp; דער גאנצער מוזיק ווידיא לאזט איבער דעם צוקוקער א געוואלדיגע רושם פון השגחה פרטית, מען דערמאנט זיך פונעם טאטן וואס געפונט זיך איבעראל און אין יעדן מצב. &nbsp; דער ראש ישיבה צוזינגט זיך דערנאך ווייטער "אז עס גייט מיר גוט, איז דאך דו, און אז עס איז דו, גייט מיר גוט, דו דו". &nbsp; דער פראיעקט איז ערמעגליכט געווארן דורך די ברייטהארציגע נדבה פון מו"ה יענקי פיש הי"ו פון קאסטום שאורום. &nbsp; "א לידעלע"

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ד 📝
  • פרעזידענט טראמפ לייכט פארוואונדעט נאך בייזוויליגע אטענטאט פארזוך

    פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג אין באטלער, פענסילוועניע, איז פארגעקומען א קאמפיין ראלי אויפן דורכן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, ווען&nbsp; אינמיטן זיין רעדע האט פאסירט אז א שיסער - וואס האט אויסגערעכנט צו האבן א פאזיציע אויפן דאך פונקט קעגנאיבער טראמפ'ס פאדיום - האט געשאסן עטליכע קוילן אין ריכטונג פון טראמפ, פון וואס טראמפ האט פארמיטן די קוילן, און איז בלויזט לייכט געשעדיגט געווארן ביי די רעכטע אויער, ער איז שנעל אראפגעפירט געווארן פונעם סטעידזש דורך די סיקרעט סערוויס. &nbsp; די מאטיוון פונעם צוואנציג יעריגער שיסער זענען דערווייל נישט קלאר. דער שיסער איז גלייך געשאסן געווארן דורך די סיקרעט סערוויס. טראמפ איז גלייך אוועקגעפירט געווארן פון דארט צום נענטסטן שפיטאל פארן אינטערזוכונג, און איז ארויס פון דארט נאך געציילטע שעות געזונט און שטארק, אבער מיט א פארוואונדעטע אויער&hellip; שפעטער האט זיך פרעזידענט ביידען פארבינדן טעלעפאניש מיט טראמפ, זיך נאפרעגענדיג זיין געזונהייט מצב. &nbsp; אויך האט פרעזידענט ביידען ארויסגעגעבן א געשריבענע סטעיטמענט, זאגנדיג אז ער איז צעפרידן צו הערן אז טראמפ איז אקעי, און אז ער דאווענט פאר טראמפ און זיין פאמיליע, און פאר אלע וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי די ראלי. ביידען זאגט אז ער פארדאמט דעם אטענטאט פרואוו און זאגט אז עס איז נישטא קיין פלאץ פאר אזעלכע זאכן אין אמעריקע, און דאס גאנצע לאנד מוז זיך פאראייניגן עס צו פארדאמען.&nbsp; &nbsp; מוצאי שבת ביים מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן די דרשה מיט די אויפטרייסלענדע נייעס, זאגענדיג אז די גאנצע וועלט רעש'ט יעצט מיט דעם וואס ס'האט פאסירט דעם היינט, און דאס ווייזט אז מען האלט שוין גאר נאנט צו די טעג וואס משיח גייט אונז אויסלייזן, נאכדעם וואס מ'זעט אז ס'פאסירט פלאים'דיגע זאכן וואס מען הערט נישט יעדן טאג. &nbsp; אויך היינט אינדערפרי נאכן שיעור גמרא האט דער ראש ישיבה געזאגט: אז ווען א מענטש שטופט זיך ארויף צו הויעך, קען פאסירן אזעלעכע זאכן, ווען ער זאל זיין א שטילער מענטש פאר זיך וואלט אים גארנישט פאסירט. &nbsp; מען האט באשיינפערליך געזען אז די סיקרעט סערוויס מיט זייער בודשעט פון ביליאנען דאלער א יאר איז גארנישט ווערט. נאר דער אויבערשטער קען היטן א מענטש, און נאר אין אים קען מען זיך פארזיכערן. זייערע פילע זיכערהייטס מיטלען האבן גארנישט געהאלפן ראטעווען דעם פרעזידענט. טראץ זייערע בארימערייען זיך אז מען קען גארנישט פארמיידן פון זייערע שארפע אויגן, וואו די בעסטע העכסט טרענירטע געהיימע אגענטן שפינירן דורך אלעס אינעם אומגעגענט, און גארנישט קען בייקומען זייערער שטרענגע זיכערהייט, וואלט דער שיסער געקענט אומברענגען דעם פרעזידענט, ווען ער שיסן ווען מיט איין אינטש ווייטער. ער איז געראטעוועט געווארן נאר ווייל עס איז געווען באשערט פאר אים צו בלייבן לעבן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז ביידע קאנדידאטן זענען שוין געווען פרעזידענט, און מ'האט שוין געזען וואס זיי קענען ברענגן צום טיש, זיי האבן נישט קיין חידושים, במילא וועט עס פאר אונז נישט צופיל אויסמאכן. מיר אלע דארפן ווייטער צאלן די דירה יעדן חודש, קאווערן דעם חודש מיט אלע הוצאות, זיי וועלן אונז נישט קענען העלפן דערמיט, מיר דארף האלטן דעם קאפ גראד, און אונזער מח זאל נישט פארדרייט ווערן פון די פילע דראמטישע קאמפיין נייעסלעך, בשעת עס איז קאלר אז נאר דער אייבערשטער קען אונז העלפן.

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ד 📝
  • פארוואס שרייבט מען ט"ז?

    שאלה: איך פארשטיי פארוואס אין לשון הקודש שרייבט מען ט"ו פאר פופצן ווייל מען וויל נישט שרייבן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, אבער פארוואס ביי זעכצן שרייבט מען ט"ז? &nbsp; תשובה: דער שאלה איז זייער א גוטע, דער שרייבער פון די שורות האט זיך לאנג געמוטשעט צו טרעפן א תשובה, און באמת אחרי ככלות הכל האב איך נישט קיין קלארע תשובה דערויף. &nbsp; באמת איז די שאלה נאך שטארקער, ווייל מען זעט אין פילע פריערדיגע ספרים וואס שרייבן ט"ו און י"ו, אריינגערעכעט אין ליקוטי הלכות, און פון די אנדערע זייט קען מען ממש נישט טרעפן היינט איינער וואס זאל נישט שרייבן ט"ו און ט"ז. &nbsp; זוכענדיג פאר א תשובה האט אונז איין תלמוד חכם געזאגט אז עס זעט אים אויס אז דאס איז פשוט א פראקטישע זאך, עס זאגט זיך בעסער ט"ז נאך ט"ו, והא ראי' מען זעט פארשידענע פריערידגע האבן אמאל געשריבן אזוי און אמאל אזוי, אבער ט"ו האבן אלע געשריבן. &nbsp; אנדערע האבן געוואלט זאגן אז עס איז דא עפעס א קפידה דערויף וויבאלד ביידע אותיות פון י' און ו' ווערט גענוצט ביים אויבערשטענ'ס נאמען, און צוליב דעם שרייבט מען עס אזוי. אבער למען האמת האב איך נישט געטראפן קיין קלארע תשובה דערין. און אדרבה מיר בעטן די חשובע ליינער זאלן אונז ארויסהעלפן און אויסקלארן דער ענין דורך שיקן א טעקסט צו askgershon@gmail.com. &nbsp; וואס עס איז אונז נוגע למעשה איז די חשיבות פון אפילו נאר שרייבן דעם אויבערשטנעס נאמען אפילו ברמז. פון דעם קענען מיר עפעס פארשטיין די חשיבות ווען א איז זאגט ארויס אפילו נאר איין ווארט צום אויבערשטן. א מענטש וואס שפירט זיך ווייט, ער שפירט זיין הארץ איז אים פארשטאפט, ער האט נישט וואס צו רעדן צום אויבערשטן, ער איז פארמאכט, זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא". דו ווייסט וואס פארא חשיבות עס פארמאגט? דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן, דער אויבערשטער איז זיך משתשע מיט דיר. פאר א משל קענסטו זיך פארשטעלן ווי דיין קליין קינד וואס האט קוים אנגעהויבן צו רעדן זאגט צום ערשטן מאל "טאטא", אפילו עס איז אומקלאר און שטומפיג, קיינער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, אבער דו, זיין טאטע, וואס פארא תענוג איז עס, דו קענסט קוים ווארטן אז דער קליינער זאל "נאך איינמאל" זאגן "טאטי". &nbsp; אונזער טאטע ווארט מיר זאלן אים רופן. גיי צו אים, ער האלט זיין הענט אויסגעשטרעקט צו דיר מיט ליבשאפט. גיי צוריק צו אים. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ד תמוז תשפ"ד 📝
  • וואלן אין עטליכע לענדער טוישן פירערשאפט פאזיציעס

    אין די פאראייניגטע קעניגרייך (UK) האט רישי סונאק דער געוועזענער פרעימיער מיניסטער פון די קאנסערוואטיווער פארטיי אויפגעגעבן אויפן פארמעסט נאכן נישט קענען צוזאם שטעלן א רעגירונג צום לעיבאר פארטיי פירער קיער סטארמער וואס האט באקומען דעם מאנטאד צוזאם צו שטעלן דעם נייעם רעגירונג אין גרויס בריטאניע. &nbsp; אין פראנקרייך האט זיך אריסגעשטעלט א דריי שפיציגע פארמעסט, ווי די לינקע האבן אינאיינעם אנגעצויגן בערך 180 זיצן, די צענטעריסטן בראש פונעם יעצטיגן פרעזידענט מאקרון האבן באקומען ארום 160, און די רעכטע פארטייען האבן באקומען בערך 140, וואס מאכט אז קיינער האט נישט קיין רוב, און איז זייער אומקלאר ווער וועט באקומען די פירערשאפט פאזיציע. &nbsp; אין איראן איז פארגעקומען וואלן נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער פרעזידענט ראַאיסי איז גע'הרג'עט געווארן אין אן עראפלאן קראך, דארט האט איינער מיט'ן נאמען מאסוד פעזשעקיען געווינען די וואלן. מאסוד איז רעלאטיוו מעסיג קעגן סאַאיד דשאלילי וואס האט פארלוירן די וואלן. &nbsp; ביי אלע דריי פעלער זעט מען ווי די אמטירענדע רעגירונגען האבן שטארק פארלוירן צו די אנדערע פארטיי, ווען די וויילער לייגן אן אלע זייערע פראבלעמען אויף זייער פרעימיער מיניסטער אדער פרעזידענט. מיר דארפן געדענען נישט צו זיין אזוי נאריש, ווען מיר האבן פראבלעמען איז נישט די יו ען שולדיג, אויך נישט נאטא, און נישט טראמפ אדער ביידען, נישט גאווערנאר האקול אדער מעיאר עריק עדעמס. &nbsp; סיי אלע אונזערע הצלחות און סיי אונזערע נסיונות אלעס קומט פונעם באשעפער, ער וויל אז מיר זאלן זיך ווענדן צו אים, אים דאנקען פאר אלע זיינע חסדים, מיר האבן א דאך איבערן קאפ, מיר האבן וואס אנצוטון, מיר האבן צו עסן, ב"ה עס זענען דא שמחות ביי אידישע קינדער, מען איז זוכה צו לערענען יעדן טאג אביסל, מען דאווענעט, מען לייגט תפילין, מען גיסט אפ נעגל וואסער, מען רעדט שיין צו די ווייב/קינדער/עלטערן, וואס האבן מיר זיך צו באקלאגן? &nbsp; און אויב מיר כאפן אמאל א שנעלקע, זאכן גייען נישט ווי מיר ווילן, דארפן מיר זיך אויפוועקן, דער אויבערשטער דערמאנט אונז מיר זאלן נישט טראכטן אז דער עסקן אדער יענער בדחן קען אונז העלפן. דו האסט טראָומע? דארפסט טעראָפי? רעד זיך אויס צום אויבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס איז דיר אריבער אין לעבן; אלע וואס האבן געלאכט פון דיינע דורכפעלער, אלע וואס האבן דיר געבוליט און געפייניגט; טו עס איינמאל און נאכאמאל ביז אלע טראָומע וועט ארויסגיין פון דיר. קענסט מאכן אן אפּוינטמענט ביים גרויסן טעראָפּיסט אונזער טאטע אין הימל שוין יעצט, ער איז אוועיליבל, און ער ווארט שוין אויף דיר. &nbsp; משפיל גאים עדי ארץ ומגביע שפלים עדי מרום

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ד 📝
  • נאך א שמאלע בריק אין שטעטל ווערט איבערגעמאכט

    פאריאר אנפאנג זומער איז דענמאן רד. געווען פארשלאסן פאר פארקער כדי איבערצומאכן דעם שמאלן בריק דארט (קאונט בריק 272), די ארבעט האט גענומען בערך זעקס חדשים, און סוף זומער האט מען זיך געטראפן מיט א ברייטע צוויי ליניע בריק העכערן איסט מאנגאָפּ טייך, וואס האט ביז דאן געהאט א לימיט אז קארס העכער 6 טאָנען האבן נישט געמעגט דארט פארן. &nbsp; יעצט אנפאנג זומער האט זיך סאליוואן קאונטי גענומען צום קומענדיגן בריקל אין די רייע, און אפגעשפארט א שטקל פון גאַרדען האוז צו פאררעכטן און איבערבויען קאונטי בריק 261 וואס איז אויך געווען שמאל און שוואך, עס האט נאר געהאט איין ליניע, און האט נישט געקענט פארנעמען קיין וואג איבער 8 טאן. דאס האט מען יעצט אנגעהויבן איבערצומאכן ברוך השם. און מען האפט אז ביז עטליכע חדשים וועלן די באסעס און טראקס געהעריג דארט קענען אריבערפארן, ברענגען די תינוקות של בית רבן מיט די באסעס אין חדר, און אזוי אויך וועלן די גרויסע מואווינג טראקס פון אנשי שלומינו קענען טראגן זייערע שווערע פעק צו זייערע נייע הייזער אין שטעטל. &nbsp; די אנגייענדע ארבעט אויפן ראוד וועט אנמאכן א צייטווייליגע אומבאקוועמליכקייט ווען צוליב דער אפגעשפארטער ראוד מען וועט דארפן פארן א שיינעם אומוועג דורך מעריהאף און קראוס ראודס אנצוקומען צו די אנדערע זייט, מען וועט זיך דארפן אנגארטלען מיט געדולד, און בעטן דעם אייבערשטן אז די ארבעט זאל וואס שנעלער פארטיג ווערן, און מען זאל שוין קענען נוצן דעם נייעם ברייטן בריק וואס וועט בעז"ה זיין גענוג ברייט פאר קארס פון ביידע ריכטונגען דורכצופארן אויף איינמאל. &nbsp; כל העולם כולו גשר צר מאוד &nbsp;

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ד 📝
  • נייע "ותיקין מנין" געגרינדעט אין ברסלבער שטעטל אין ליבערטי

    מיר זענען פרייליך צו מעלדן איבער דעם נייעם און פינפטן מנין שחרית וואס איז די וואך געגרינדעט אין שטעטל. אנפאנג וואך איז איינגעפעדימט געווארן א נייע "ותיקין מנין" אין צענטראלן בית המדרש אויפן האשקי גאס אין שטעטל. דער נייע מנין איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס הר"ר חיים דוד ראזענבערג שליט"א האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל פון מאנסי. און צוזאמען מיט הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, איינער פון די ערשטע איינוואוינער פונעם שטעטל, האבן זיי אינאיינעם געארבעט צו גרינדן דעם וותיקין מנין. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען זייער פרייליך צו הערן וועגן דעם נייעם מנין, זאגענדיג אז דער הייליגער רבי האט געוואלט אז ברסלב'ע חסידים זאלן נישט אפשטופן דאס דאווענען שחרית פאר גארנישט, נאר מען זאל דאווענען גלייך אינדערפרי ווען מען שטייט אויף. דער וותיקין מנין איז אויסער די אנדערע טעגליכע מנינים שחרית וואס גייען אן יעדע שעה, 7:00, 8:00, 9:00 און 10:00. די וואך וועט מען זיך שטעלן וותיקין אום 5:00 ברכות. &nbsp; אין די זומער מאנאטן, גלייך נאך דעם זיבן אזייגער מנין, קומט פאר דער טעגליכער שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אין א דף גמרא. דער שיעור ווערט געווענליך פארגעלערענט אונטן אין וואלד וואו מען רופט "גן עדן התחתון". דער שיעור איז א געשמאקע שיעור וואס ציעט צענדליגע משתתפים וואס זוכן צו הערן די גמרא פארגעלערנט קלאר און קרוץ, מתובל מיט דברי הדרכה און חיזוק. (וואס ווערט יעדע וואך אזוי שיין געדרוקט אויף לשון הקדוש אינעם קוטרס "אשית עצות בנפשי") &nbsp; דורכאויסן טאג ווערט דער בית המדרש גענוצט דורך די כולל אינגעלייט, וועלכע לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בהוראה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. אום 1:45 דאווענט מען מנחה מיט די כולל אינגעלייט. &nbsp; ביינאכט איז דא נאך א מנין מנחה 15 מינוט פארן צאת (רבינו תם), און ביים זמן פון רבינו תם איז דא א מנין מעריב וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט א שיעור אין א דף גמרא דורכן דיין שליט"א. און אום 10:30 איז דא נאך א מנין מעריב.

    < זעה מער ב תמוז תשפ"ד 📝
  • די שטיינערנע צוימען אין די וועלדער פון ניו יארק

    שאלה: איך גיי התבודדות אין די וועלדער אין שטעטל, און איך זעה אויף פילע פלעצער לאנגע שורות פון שטיינענע צוימען, וואס איז פשט פון די הערליכע שטיינערדיגע צוימען אין די פוסטע וועלדער? ווער האט עס געמאכט און פארוואס? נפתלי הירצקא &nbsp; תשובה: וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם עצה פון רבי'ן און די נוצט אויס די זומער חדשים צו רעדן צום אויבערשטן צווישן די גראז און ביימער. געדענק וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז אין ברסלב רעדט מען פון אסאך זאכן, אבער א ברסלבע חסיד איז נאר אזא איינער וואס רעדט צום אויבערשטן. ווייל דאס איז דער עיקר וואס דער היילגער רבי האט געוואלט פון אונז. &nbsp; לגבי דיין שאלה איבער די שטיינערנע צוימען: פאר איבער הונדערט יאר צוריק זענען געווען אין דעם גאנצן ניו יארק סטעיט ראיאן - אריינגערעכענט די קעטסקילס - פילע פעלדער פון תבואה, די אייראפעאישע אימיגראנטן האבן זיך צוגעכאפט צו די ריזיגע שטחים מיט גוטע פרוכטבארע ערד וואס ניו יארק פארמאגט און געמאכט דערפון פעלדער. &nbsp; מיט די צייט האבן אבער די פארמערס אנגעהויבן באמערקן אן אינטערעסאנטע ערשיינונג, יעדעס יאר אנפאנג זומער ווען זיי האבן געוואלט אנפלאנצן די פעלדער האבן זיי געטראפן זייערע פעלדער פול מיט שטיינער, עס האט גענומען א לאנגע צייט ביז זיי האבן זיך געכאפט אז די ערד אין אונזער ראיאן איז זייער שטיינערדיג, און דאס איז געווען איינע פון די סיבות וואס רוב רובם פון די פעלדער זענען מיט די צייט פארלאזט געווארן, און די פארמער האבן זיך געזוכט גרינגערע פלעצער ווי צו פלאנצן. די פארמער האבן אבער אויסגענוצט די שטיינער עס צו לייגן אין די זייט פון זייערע פעלדער, און געמאכט דערפון צוימען וואס האט געוויזן די גרעניצן צווישן די פעלדער. &nbsp; מיט די צייט זענען די אלע פעלדער צוריק געווארן פול מיט ביימער, אבער די צוימען זענען געבליבן אלץ א זכר פון די פעלדער תקופה אין אפסטעיט. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון די שטיינער אין ניו יארק, איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער נאמען "ראקלענד (שטיינערדיגע לאנד) קאונטי" נעמט זיך טאקע פון דעם. &nbsp; אבער דער עיקר וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם יעצטיגן ארטיקל איז אבער בלי ספק די ערשטע ווערטער פון דיין שאלה, מיר אלע דארפן זיך מחזק זיין צו גיין אביסל שמועסן מיטן אויבערשטן. נישט קיין חילוק צו די ביסט אין ליבערטי, אין ראקלענד אדער אין די שטאט, דער אויבערשטער איז איבעראל, און ער ווארט מיר זאלן האבן א קשר מיט אים. אויב דו האסט א וואלד איז גוט, און אויב נישט - דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט אז אמאל זייענדיג מיט מוהרא"ש אין עירפארט אויפן וועג קיין אומאן אויף ראש השנה, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן "דארפסט א וואלד צו רעדן צום אויבערשטן, שטעל זיך פאר אז די אלע מענטשן זענען חיות אין וואלד, און קענסט יעצט אזוי רעדן צום אויבערשן", - רעד צום אויבערשטן וואו דו ביסט. דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע מדרגות צו וואס א מענטש קען נאר צוקומען אויף דער וועלט.

    < זעה מער א תמוז תשפ"ד 📝
  • אמעריקע פייערט זעלבסטשטענדיגקייט טאג

    אינעם היינטן טאג יולי 4 למספרים 248 יאר צוריק האבן זיך די אמעריקאנער דערקלערט זעלבסטשטענדיג פון די ענגלענדער וואס האבן געהערשט אויף זיי נאך א בלוטיגע מלחמה וואס האט גענומען אכט יאר. &nbsp; די מלחמה איז געפירט געווארן דורכן העלדישן גענעראל דזשארדזש וואשינגטאן וואס האט טראץ די פילע שטרויכלונגען באוויזן מיט'ן אויבערשטנעס הילף צו באזיגן די ענגלישע ארמיי. &nbsp; מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים אז ער האט צוגעפירט אז די ניי געגרינדעטע רעגירונג וואס האט זיך דאן פארמירט האט אראפ געשטעלט א קאנסטיטוציע וואס שטעלט אוועק פילע רעכטן פאר יעדן בירגער, ווי צום ביישפיל רעליגיעזע רעכטן, און היינט ברוך השם קענען מיר לעבן אינעם מלכות של חסד און דינען דעם אויבערשטן, אן ווערן גע'רודפ'ט פון די רעגירונג, ווי עס איז געווען דער שטייגער אין אייראפע במשך הונדערטער יארן. &nbsp; דער סמ"ך מ"ם דער מלך זקן וכסיל שלאפט אבער נישט, און אין יעדע צייט שטעלט ער אונטער נסיונות לויטן מצב הדור, היינט איז עס מיט הפקרות, וויבאלד מיר לעבן אין א פרייע מדינה, "מיינד יור אָון ביזנעס" איז דער סלאגאן, "קיינער קען מיר נישט זאגן וואס צו טון" זאגט דער גוי'אישע גאס. און זה לעומת זה עשה אלוקים, ואין הקדוש ברוך בא בטרוניא עם בריותיו, דער אויבערשטער האט אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה, "אזא חידוש ווי איך בין איז נאך קיינמאל נישט געווען", דער רבי איז א חידוש ווייל ער האט א שפראך צו אונז, מיר קענען נישט שאצן די גרויסקיין פון צדיקים, אבער דער הייליגער רבי - שרייבט דער הייליגער סאטמארע רבי אין ויואל משה - איז אראפגעקומען צו אונזער נידעריגער דור, און ער הייבט אונז אויף און דערנענטערט אונז צום אויבערשטן, דורך אונז דערמאנען אז דער אויבערשטער איז דא, און מיר קענען אלץ רעדן צו אים. דער רבי וועקט אונז אויף מיר זאלן איינערקענען אין די גרויסע אוצרות וואס מיר פארמאגן אין בוזעם טאש, דו האסט א ציצית, תפילין, מזוזה, נעגל וואסער. דו האסט געווינען די לאטערי, פארוואס גייסטו ארום מיט א לאנגע נאז? כאפ א טענצל "שלא עשני גוי", וואס אזוי וועלן מיר קענען ווייטער זיך האלטן שטארק אין אונזער אידישקייט, אין די פרייע הפקר'דיגע אמעריקע.

    < זעה מער כח סיון תשפ"ד 📝
  • דער באָל פּוינט פענע

    וויאזוי ארבעט א געווענליכע פענע, און וויאזוי שפירט זיך עס נישט ווי עס רייבט זיך אויפן פאפיר, נאר עס גליטשט זיך געשמירט? רפאל &nbsp; תשובה: זייער א גוטע פראגע! א געווענליכע פענע וואס מיר נוצן טאג טעגליך הייסט א "באל פוינט פענע", דער פענע איז א גוט אויסגעארבעטע פאטענט צו קענען שרייבן שנעל ביליג און באקוועם. &nbsp; פאר נישט צו לאנג צוריק פלעגט מען נוצן פענעס געמאכט פון פארשידענע מאטריאלן ווי האלץ, שטיין, אדער פעדערן, וואס איז געווען טייער און שווער צו נוצן, אבער דער אויבערשטער האט געהאלפן אז היינט קען מען פאר עטליכע צענט קויפן א גאר גוטע פענע, וואס איז בעסער און באקוועמער פון די פענעס וואס די גרעסטע קעניגן פלעגן נוצן ביז נישט לאנג צוריק. &nbsp; דער הויפט באשטאנדטייל פונעם פען איז ווי איר נאמען זאגט דער "באל פוינט" וואס מיינט דער "באל ביים שפיץ". אינעם פענע קען מען זען ווי עס ליגט דערין א שטרוי פון טינט וואס קומט אראפ ביז אונטן, און אונטן ווערט דער לאך פארשטאפט מיט אן אייזערנעם באל. דער באל לאזט זיך דרייען, אבער עס איז פארשטעלט פון אינעוויינג אז עס זאל נישט קענען אריינגיין וואס מאכט אז עס זאל זיין נאר א גאר דינעם עפענוג צווישן די באל אונעם שטרוי, פונקט גענוג אז די טינט זאל נישט קענען ארויסרינען, אבער דער באל זאל זיך נאך קענען דרייען באקוועם. &nbsp; עס איז איינגעפירט אז ווען מען שרייבט הייבט מען אן מיט בס"ד וואס איז די ראשי תיבות פון "בסייעתא דשמיא" וואס מיינט "מיטן אויבערשטנעס הילף", ווייל דער אנפאנג פון א זאך איז גאר וויכטיג. און אויב מען הייבט אן מיט'ן אויבערשטן האט מען סייעתא דשמיא. &nbsp; ווען דער מענטש וויל שרייבן פאפיר, דרוקט ער אראפ דעם באל און רוקט אויפן פאפיר, וואס מאכט עס זאל זיך דרייען און דער באל וואס איז אנגעשמירט פון אינעוויינג מיט טינט ווערט דערנאך אפגעזיגעלט אויפן פאפיר ווען דער מענטש שרייבט. און ווען מען שרייבט נישט, דינט דער באל ווי א שטאפער אז די טינט זאל זיך נישט אויסטרוקענען. &nbsp; די אנהייב פון יעדע זאך איז זייער וויכטיג, ווען מיר הייבן אן מיטן אויבערשטן, און בפרט מיט דאנקען דעם אויבערשטן, האט מען הצלחה. אין אונזער טאג-טעגליכן לעבן, ווען מיר שטייען אויף אינדערפרי און גיסן זיך אפ נעגל וואסער, זאגט א איד תיכף די ערשטע זאך "מודה אני" &ndash; מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר נאך א טאג פון לעבן. ווען מיר הייבן אן דעם טאג מיט דאנקען דעם אויבערשטן, האט מען א געבענטשע טאג בסייעתא דשמיא. &nbsp; אין קורצן, די באל פוינט פענע איז א פשוטע אבער געניאלע אויפטרעף וואס העלפט אונז שרייבן פליסיג און באקוועם. אבער מיר דארפן געדענדען אנהייבן יעדע זאך מיט א דאנק צום אויבערשטן, אזוי קענען מיר האבן א ברכה אין אלעס וואס מיר טוען. &nbsp; שיקט אייערע פראגעס צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כז סיון תשפ"ד 📝
  • הערליכע ווידיא "באזוך אין קרית ברסלב" ערשינען

    אין די לעצטע טעג איז ערשינען א הערליכע ווידיא, "א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי", וואס נעמט אונז אויף א שפאציר אין דעם פרישן שטעטלוואס האט זיך געגרינדעט פאר פיר יאר צוריק מיט'ן ציל צו שאפן אן אחדות'דיגע און געשמאקע לעבן, און צו געבן די קינדער אַ חינוך דורך די הייליגע מוסדות על טהרות הקודש, וואו די קינדער ווערן נתחנך אויף די וועג ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעשטעלט, אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות און ווערן ערצייגן מיט די ריינע אמונה דורך די געטרייע מלמדים און מחנכים. &nbsp; מען האלט מיט א "סדר אין כולל" ווי צוויי מנינים אינגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה זיצן און לערנען מיט התמדה אין צענטראלן בית המדרש, און וואקסן אויס די צוקונפטיגע דיינים בעז"ה. &nbsp; דערנאך כאפט מען א קורצע בליק אין פילע לאקאע בתי מדרשים און מקואות וואס ביישיינען די אנדערע געגענטער פונעם שטעטל, מען גיין אריין אין בית המדרש מקור השמחה, בית המדרש ירושלים, בית המדרש אשר בנחל, דער ריבניצע מקוה, בית המדרש פעולת הצדיק, און בית המדרש עצתו אמונה, וואס ווערט באנוצט דורך די איינוואוינער דורך די וואך און נאך מער שבת קודש. &nbsp; אויך נעמט מען א קליינע בליק אינעם צוקונפטיגער צענטראלע בית המדרש וואס וועט האבן שטיבלעך צום דאווענען מיט א גרויסע מקוה אויף די בארדיטשוב גאס אין שטעטל, וואס האלט זיך אינמיטן בויען. &nbsp; מען גייט דערנאך אויף א באזוך אינעם גרויסן באקאנטן לעמאנעיד סופערמארקעט געשעפט וואס געפונט זיך אין קרית ברסלב ליבערטי און איז אפן א גאנץ יאר צוצושטעלן אלע געברויכן פאר תושבי קרית ברסלב. און דערנאך כאפט מען א שמועס מיט עטליכע ביזנעסלייט און הערן פון זיי ערשטהאנטיג ווי אזוי די ביזנעס וועלט אין די קעטסקילס גייט צו און ווי אזוי זייער לעבן שפרודלט אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם. &nbsp; מען שטאט אפ א באזוך אינעם תלמוד תורה, ווי מען זעט די פילע קלאס צימער'ן ווי די ריינע תינוקות של בית רבן לערנען מיט התמדה, דערנאך אין די ישיבה קטנה ביי די בחורים, וואס די הארץ ווערט איבערגעפילט מיט נחת זעענדיג די זיסע קינדער ווערן נתחנך פון די פריעסטע יוגענט צו לעבן מיט'ן אויבערשטן. דערנאך זעט מען די פילע חדר באסעס וואס טראגן אהיים די קינדערלעך, און מען כאפט א שפאציר אינעם ריזיגן "קרן הדפסה היכל הקודש" בנין, וואס דרוקט ביי זיי איבער א מיליאן קוטרסים און ספרים א יאר. &nbsp; מען זעט אן אינטערעסאטנע ווינטער באזוך אינעם "אילן החיים" אינגל זומער קעמפ, און אינעם "בית פיגא" מיידל זומער קעמפ, אזוי אויך אינעם מצה בעקעריי. א קורצע בליק אינעם באזאר, און אינעם קיאסק. וואס דאס אלעס איז בלויז א טיפה מן הים פון די אקטיוויטעטן אינעם שפרודלדיגן שטעטל. &nbsp; איבער צען טויזענט אידן פון איבער די וועלט האבן שוין געהאט די געלעגענהייט דורכדעם צו קענען געבן א קליינע בליק אינעם שטעטל מיט די קהילה און מוסדות, ארויסגעגעבן און פראדוצירט דורך מו"ה ארי פיש הי"ו, דער באזוך איז אפגעכאפט געווארן העכסט פראפעסיאנאל, און געבט א קליינע בליק אויפן שפיץ גאפל פון וואס עס טוט זיך אין די נייע אבער הערליכע קהילה מיט די מוסדות. &nbsp; מען הערט צוריק געוואלדיגע גריסן פון די אלע צוקוקער, וואס האבן באקומען א נייע בליק אויף די מוסדות און די קהילה, און פילע זאגן אז דאס האט זיי געעפנט די אויגן צו זען די שיינקייט פון קהילת היכל הקודש. &nbsp; מען קען זען דעם ווידיא אנליין אינעם "ברסלב עניטיים" וועבסייט, אדער קען מען עס דאונלאודן. &nbsp; א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כו סיון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 406 to 420 of 1723 results

1 2 ... 25 26 27 28 29 30 31 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com