Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • איראנע באמבעס שרעקן נישט אפ אידישע קינדער

    אין די יעצטיגע מינוטן איז אריינגעקומען א באריכט פון ארץ ישראל איבער הונדערט אכציג ביאליסטישע מיסלס וואס זענען געקומען צו פליען, וואס האט אלעמען אריינגעטריבן אין די שעלטערס זיך צו באשיצן פון די באמבעס, עס זענען דורך עטליכע מינוטן פון שרעק ווען די ליפן שאקלען זיך מיט א תפלה צום אויבערשטן אז דער ער זאל שיקן זיין שמירה אויף אידישע קינדער, און קיין שום איד זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן.   דער אויבערשטער האט טאקע געהאלפן אידישע תפלות האבן געשפאלטן הימלען און טראץ וואס מען האט געהערט איבער גאנץ ארץ ישראל שטארקע קולות פון באמבעס וואס פאלן אראפ אדער וואס ווערט צושמעטערט אין די לופט, האט מען נישט געהערט פון קיין קרבנות פון דעם אטאקע, און מען דאנקט דעם אויבערשטן אז הקדוש ברוך הוא מצלינו מידם.   מען קען הערן געוויסע מענטשן זענען פארפאניקט און זענען דערציטערט, און קענען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן האלטן זיך רואיג, זיי זאגן "עטס זעטס נישט די וועלט ברענט?!", אדער "עטס זעטס אויס ווי די אידן פון אונגארן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה", וואס האבן געמיטליך פארברענגט און אנגעגאנגען מיטן לעבן, זיי האבן געגעסן און געטרונקען, בשעת אין די דערנעבנדע פוילן האבן די נאציס רח"ל פארברענט אידישע קינדער על קידוש השם אין די קאלך אויוונס.   עס לוינט זיך נישט צו טענה'ן מיט מענטשן, אבער פאר זיך אליינס דארף מען ענטפערן, מיר האבן אמאל געהאט די זכי' צו הערן פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, "מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז 'זארגן' העלפט נישט, ווייל מה-דאך יעצט ווען זארגן העלפט נישט זארגט מען זיך אזויפיל, ווען זארגן וואלט געהאלפן וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזען...", אפשר קענען די פאניקער אונז זאגן וואס זיי ווילן פון אונז, מיר גלייבן באמונה שלימה אז דאס וואס דארף פאסירן, וועט פאסירן, דער אויבערשטער פירט די וועלט, אלעס אנדערש איז נאר א פארשטעלאכסט, דער אויבערשטער באהאלט זיך אין די וועלט מיט אלע פאסירונגען.   וואס בלייבט איבער פאר אונז צו טון? לערנען און דאווענען. יעצט קען מען זאגן א ווארט צום אויבערשטן? "איראן סטראשעט...", נאכאמאל, יעצט קען איך עפענען א משניות? "די עקאנאמיע איז ממש...", וואס ווילסוט פון מיר? האסט תפילין? האסט פיאות? "וואס זארגסטו פרעמדע זארגן?".   יעצט ערב ראש השנה גייען מיר אריינכאפן א תפלה ביים הייליגן רבי'נס ציון, מיר זענען נישט געקומען קיין אומאן צו טרעפן מציאות אויף פושקינא, אדער אויף אפצוציילן וויפיל זיצן דער אדער יענער קלויז האט. מיר זענען דא ביים רבי'ן, א גאנץ יאר ווארטן מיר דערויף, און יעצט לאמיר עס אויסנוצן. טאנץ אריין אין מקוה, געב א פרוטה לצדקה, כאפ דעם שאטל צום ציון, קוק נישט אויף קיינעם, יענער מעג האקן, ער מעג זינגען, און דער מעג טאנצן, איך עפן אויף דעם תיקון הכללי, קוק אפילו נישט צי דו האסט געפילן, א קאלטע תיקון הכללי איז אויך א תיקון אויף אלעמען. דערנאך זאג עטליכע ווערטער, דאנק דעם אויבערשטן אויף די מתנות וואס דו האסט באקומען. אויב דו האסט נאך כח, בעט דעם אויבערשטן פאר די ישועות וואס דו דארפסט, און אויב דו האסט נאך אלץ כח שמועס דיך אויס, פארצייל וואס דו ביסט דורך, דו ביסט יעצט ביים גרעסטן טעראפיסט, האב נישט קיין מורא, עפן דיך אויף דיין הארץ זאג אים ארויס אלע דיינע בלבולים, אלע חלישות הדעת, אז עס קומט ארויס טרערן איז אויך גוט, קוועטש נישט ארויס גיין געפילן.   דער אויבערשטער זאל העלפן תכלה שנה וקללתיה, תחל שנה וברכותיה.

    < זעה מער כט אלול תשפ"ד 📝
  • טויזנטער אידן באלאגערן דעם הייליגן ציון אין די יעצטיגע מינוטן

    &nbsp; די פילע שטיינער און טשעלענדזשעס האבן נישט באוויזן אפצוהאלטן די צענדליגע טויזנטער אידן צו קומען צום הייליגן רבי'ן, פונקט פארקערט, עס האט נאך געשטארקט די חשק און כיסופים. דער קידוש השם פון דעם גרויסן קיבוץ איז אין לשער ואין לתאר, עס קומען טאקע אידן פון אלע סארטן בעקגראונדס, פון אלע שטרעמונגען, אבער אלע קומען מיט איין ציל, א ריינע און תמימות'דיגע ציל, יעדער וויל ווערן נאנט צום אויבערשטן, מען ווארפט אוועק דעם אייגענעם שכל, איך פארשטיי נישט פארוואס און פארווען, אבער אז דער רבי וואס מאכט מיר פאר אן ערליכער איד זאגט "קום", קומט מען. &nbsp; פון איין זייט איז געווען די מניעות ווי אייביג, מניעות פון די משפחה, מניעות פון געלט, און די שווערסטע פון אלעם מניעות המוח, און דערצו קומט נאך צו די שוועריקייטן פון די רוסלאנד אוקראינע מלחמה, מען דארף פארן אסאך לענגער דורכגיין גרעניצן, יעדער איד וואס איז געקומען האט זיך זיין סיפור, ווי דער סמ"ך מ"ם האט זיך געשטעלט אין די לענג און אין די ברייט, בפרט די אידן פון ארץ ישראל האבן דורכגעמאכט זייער א שווערע פעקל דאס יאר, ווען צוליב די אנגעצויגענע מצב אין ארץ ישראל ווען עס פליען באמבעס פון אלע זייטן האבן פילע עירליינס געקענסעלט פליגערס, דאס איז אויסער וואס מאלדאווע האט נישט געלאזט די טשארטערס דארט לאנדן. צענדליגע טויזענטער אידן האבן באלאגערט די לופט פעלד אין ארץ ישראל און זיך געבעטן מען זאל זיי טרעפן א זיץ אין סיי וועלכע פליגער ארויס, מען האט זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער און נאכדעם האט זיך הערשט אנגעהויבן די מעשה, מען טרעפט זיך אין א פרעמדע לופט פעלד און מען דארף יעצט זוכן א וועג, ווער עס האט זוכה געווען האט נאך פופצן צוואנציג שעה געטראפן א פליגער צו איינע פון די לענדער ארום אוקריינע, וואס פון דארט האבן זיי פריש געדארפט פארן א גוטע צען פופצן שעה, און אנדערע האבן זיך ארויסגעלאזט אויף וועגן פון צוואנציג דרייסיג שעה מיט א קאר, אדער באס, ערב יום טוב נאכמיטאג האט מען נאך געזען פילע ארץ ישראל'דיגע אידן קומען אן אויסגעמוטשעט אבער פרייליך אז זיי האבן סוף כל סוף זוכה געווען אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. &nbsp; פריער ערב יום טוב מיטאג האבן די געטרייע מלמדים האבן גענומען אלע קינדער נאך חדר און זיי געטראגן צום הייליגן ציון, און געזאגט מיט זיי די תיקון הכללי. &nbsp; בכלליות טוט זיך אין די יעצטיגע מינוטן טוט זיך ביים רבינ'ס ציון גרויסע זאכן, טויזנטער אידן פולן אן דעם ציון מיט אלע גאסן ארום און מען זאגט תיקון הכללי, מען מאכט ווידוי דברים לפני הצדיק, מען בעט זיך אויס א זיסע יאר, מען טראכט צו זיך ווען מען ווייסט ווען פאריאר וואס פארא יאר עס וועט זיין תשפ"ד, וואלט מען אסאך בעסער געדאווענט, אסאך מער איינגעריסן, און יעצט האט מען די געלעגענהייט נאך איידער מען שרייבט פאר דעם קומענדיגן יאר, וועלן מיר אריינגיין צום הייליגן ציון און נישט אפלאזן ביז מיר וועלן זיין זיכער אז מיר האבן געפועל'ט א גוט יאר, מיר וועלן בעטן בכלליות, די אלע זינלאזע מלחמות זאלן זיך שוין אויפהערן, און בפרטיות יעדער מיט זיינע געברויכן וואס ער דארף, בגשמיות וברחוניות, און מיר זאלן היי יאר זוכה זיין צו ומלאה הארץ דעה את ה' כמים כים מכסים, בביאת גואל צדק במהרה בימנו אמן. &nbsp; תחל שנה וברכותיה

    < זעה מער כט אלול תשפ"ד 📝
  • וועטער און זמנים איבערבליק אויף ראש השנה אין אומאן תשפ"ה

    וועטער באריכט: עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז די וועטער באריכטער זענען נישט קיין נביאים, כל שכן אז מען האלט יעצט נאך עטליכע טעג פריער. בפרט אויף די וועטער באריכטן פון סוף וואך ראש השנה און צום גדלי', וואס איז נאך א וואך פאראויס, קען מען זיך נישט צופיל פארלאזן דערויף. אויף די פילע בקשות פון אנשי שלומינו, וועלן מיר דא ברענגען א וועטער באריכט פאר די טעג וואס מען וועט וויילן ביים הייליגן רבי'ן. מענטשן ווילן וויסן וואס מען זאל זיך מיטברענגען, רעגן מאנטלען, אדער סוועטערס וכדומה. דאס איז די וועטער באריכט וואס ווערט ערווארטעט לויט די "עקיו וועטער" פירמע, וואס הייסט צו זיין א מער פארלעסליכע צווישן די וועטער באריכטער. &nbsp; אין קורצן זעט אויס אז די טעג ארום ראש השנה אין אומאן וועלן זיין לייכט קיל, טייל טעג וועלן זיין פארוואלקענט און רעגנדיג, ספעציעל שבת און מוצאי יום טוב. די טעמפעראטורן וועלן זיין צווישן 50&deg; און 70&deg; פערענהייט בייטאג, און וועט אראפגיין אין די נעכט ביז אזוי ווייט ווי אין די מיטעלע דרייסיגער פערענהייט. &nbsp; דערפאר איז רעקאמענדירט צו מיטברענגען סוועטערס און שאלן פאר די קילע וועטערס, ווארימע אונטערוועש פאר די קאלטע נעכט, און רעגן מאנטלען פאר די רעגנדיגע טעג. &nbsp; מאנטאג, כ"ז אלול: מען קומט אָן בעז"ה צו א געשמאקע טעמפעראטור פון 68&deg;F במשך דעם טאג און 53&deg;F אין די נאכט. מען קען ערווארטן מער ווייניגער א זוניגער וועטער. דינסטאג, כ"ח אלול: די וועטער ווערט אביסל ווארעמער, מיט טעמפעראטורן ארום 73&deg;F בייטאג און 50&deg;F ביינאכט. דער הימל וועט אויך בלייבן מער ווייניגער זוניג. מיטוואך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה: נאכמיטאג וועט זיך די טעמפעראטור העכערן צו ארום 75&deg;F, אבער עס ווערט ערווארטע צו זיין פארוואלקענט, וואס דאס מיינט א גשמאקע וועטער. דאנערשטאג, א' תשרי, יום א' דר"ה: דער ערשטער טאג ראש השנה וועט זיין אביסל קילער, מיט טעמפעראטורן פון בערך 69&deg;F במשך דעם טאג און 54&deg;F ביינאכט, דער הימל וועט זיין מער פארוואלקענט. פרייטאג, ערב שבת קודש, ב' תשרי, יום ב' דר"ה: דער צווייטער טאג ראש השנה וועט ווערן נאך קילער און עס ווערט ערווארטעט רעגן, ספעציעל פארמיטאג. בייטאג טאג וועט זיין אין די געגענט 57&deg;F, אבער פרייטאג צו נאכטס וועט ווערן גאר קאלט, 37&deg;F. שבת קודש, ג' תשרי, פר' האזינו - שבת שובה: שבת וועט זיין היבש קיל &ndash; 51&deg;F בייטאג און 38&deg;F מוצאי שבת קודש &ndash; עס וועט בלייבן פארוואלעקנט מיט א מעגליכקייט פון אביסל רעגן. זונטאג, ד' תשרי, צום גדליה: די טעמפעראטור וועט זיך הייבן צו 61&deg;F, אבער די פארוואלקנטע הימלען וועלן איבערלאזן אביסל רעגן במשך דעם טאג. מאנטאג, ה' תשרי: מאנטאג וועט זיין קיל מיט א טעמפעראטור פון 56&deg;F בייטאג און ביינאכט וועט זיין קאלט ביז אזוי ווייט ווי 34&deg;F. אויך איז צו איז צו ערווארטן רעגן במשך דעם טאג. זמנים: דינסטאג נצבים וילך: די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:00 פארמיטאג. עס וועלן זיך שטעלן מנינים שחרית, אנגעהויבן פון 7:00. פרישטאג וועט זיין אום 9:00. נאכטמאל 6:00. מען וועט דאווענען מנחה און מעריב אום 7:15. סליחות זכור ברית וועט זיין אום 1:00. פדיון נפש וועט זיין נאך סליחות. &nbsp; מיטוואך ערב ראש השנה: די מקוה וועט זיין אפן א גאנצן טאג, פון 5:00 פארטאגס ביז 6:15 נאכמיטאג. עס וועלן זיך שטעלן מנינים שחרית, אנגעהויבן פון 7:00. פדיון נפש וועט זיין נאכן מנין שחרית פון ראש ישיבה שליט"א עס וועט זיין חדר פאר די קינדער, עס וועט זיין ארויסגעשטעלן מודעות דערוועגן. פרישטאג וועט זיין בחצות היום אום 1:00. טועמיה וועט זיין אום 4:00. &nbsp; ליל א' דראש השנה: זמן הדלקת הנרות 6:15. מנחה ערב ראש השנה ביים זמן הדלקת הנרות 6:15. &nbsp; יום א' דראש השנה: די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:30 פארמיטאג. תפילת שחרית 8:00. דרשת תקיעת שופר אום 11:30. תפילת מוסף 12:00. תשליך 5:00. מנחה 5:45. דרשה 6:15. &nbsp; יום ב' דראש השנה: די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:30 פארמיטאג. תפילת שחרית 8:00. תפילת מוסף 12:00. מנחה 5:45. דרשה 6:15. &nbsp; ליל שבת קודש: זמן הדלקת הנרות 6:15. מנחה וקבלת שבת 7:30. נאך די סעודה וועט פארקומען א געהויבענע באטע. &nbsp; יום שבת קודש: תפלת שחרית 9:30. נאכן דאווענען וועט זיין א קידוש מיט סיפורי מעשיות. תפלת מנחה ושלש סעודות 6:30. זמן מוצאי שבת קודש 7:41. &nbsp; מוצאי שבת קודש וועט מען עפענען די מקוה אום 7:45. &nbsp;

    < זעה מער כג אלול תשפ"ד 📝
  • סעקיורטי קעמעראס ווערן אינסטאלירט אין שטעטל

    מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט מען אין די טעג אנגהויבן די ארבעט פון אינסטאלירן "סעקיוריטי קעמעראס" אין אלע ווינקלען פונעם שטעטל. דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן א בריוו פאר די חברי ההנהלה, וואו ער באטאנט די וויכטיגקייט פון קעמעראס צו קענען אויפכאפן לייסענס פלעיטס פון די וואס זענען פארמישט אין גניבות אדער אנדערע שלעכטע מעשים. אין דעם בריוו דערציילט דער ראש ישיבה אז א פרוי איז באפאלן געווארן דורך א באנדע שקצים. זי האט געשריגן צום אייבערשטן מיטן גאנצן הארץ, און א נס איז געשען אז זיי זענען אנטלאפן. דער ראש ישיבה דערמאנט אויך איבער גנבים וואס גנב'ענען פאסט פון די איינוואוינער, און איבער די גרויסע פראבלעם פון קארס פאר פארן שנעל, וואס שטעלן אונזערע קינדער אין א סכנה. אונזער חבר ההנהל מו"ה מרדכי היימליך הי"ו האט איינגעקויפט די קעמעראס. און ווי געזאגט האט מען שוין אנגהויבן די פאקטישע אינסטאלאציע ארבעט. מען פלאנט עס צו לייגן ביי ביי די הויפט אריינגענג פון שטעטל, אריינגערעכנט רעקליף, טווין ברידזש (ביידע זייטן), האשקי, און דענמאן. מען דארף אבער געדענקען אז נישט קעמעראס און נישט סעקיוריטי איז אויף וועם מיר פארלאזן זיך, מיר גלייבן אז נאר דער אויבערשטער וואס איז דער שומר ישראל וועט אונז היטן פון אלעם בייזן. אין אנדערע נייעס האט מען אנגעהויבן די ארבעט צו בויען א כלים מקוה, א וויכטיגער פראיעקט פאר א אידישע שטאט וואס האט נאך געפעט ביז יעצט. זינט מען האט געגרינדעט דעם שטעטל פינף יאר צוריק, לייגט מען כסדר צו פרישע איינריכטונגען, אבער אויף צו טובל'ען כלים האט מען זיך געמוזט באגיין מיטן האשקי מקוה, וואס איז בכלל נישט אויסגעשטעלט דערפאר. יעצט האט מען דערהאלטן די ווארימע נדבה פון מו"ה אברהם אלי' פרידריך הי"ו פאר א נייע כלים מקוה, האט מען תיכף צוגעטרעטן צו די ארבעט. דער ראש ישיבה האט באשטימט אז עס זאל פלאצירט ווערן אינעם בנין פון די קהילה אויף טווין ברידזש, נעבן די קליידער סטאר (באזאר) און דער קיאסק. די ארבעט איז שוין אין פולן שוואונג, און מען האפט בקרוב דאס מקוה צו ענדיגן צו די צופרידנהייט פון אלע תושבים. עין רואה ואוזן שומעת!

    < זעה מער כב אלול תשפ"ד 📝
  • עירוב אין אומאן איבערגעקוקט און באשטעטיגט געווארן לכבוד ראש השנה תשפ״ה

    מיר זענען צופרידן צו מעלדן פאר אלע אנשי שלומינו וואס וועלן בעזרת השם, וויילן אין אומאן אויף ראש השנה, וואס פאלט אויס היי יאר דאנערשטאג און ערב שבת קודש און ווי באקאנט, דארף מען צוליב די מצב מלחמה לויטן געזעץ טראגן בײ זיך דעם פּאַספּאָרט ווען מען גייט אויפן גאס, דערפאר איז א גרויסער זאך צו וויסן אז דער עירוב אין אומאן איז פריש איבערגעקוקט געווארן און באשטעטיגט געווארן דורך דער וועד העירובין בעיה"ת אומאן, אונטערן השגחה פון חשובע רבנים וועלכע האלטן אן עינא פקיחא אויף יעדע פרט, אז עס זאל זיין כשר למהדרין. אזוי וועלן אלע אנשי שלומינו קענען רואיגערהייט גיין צום הייליגן ציון פונעם רבי'ן אום שבת קודש, אן קיין פראבלעמען. &nbsp; מיר זענען שטארק דאנקבאר פארן חשובן וועד העירובין, וועלכע האבן זיך גענומען די אויפגאבע און אחריות צו פארזיכערן אז אנשי שלומינו זאלן קענען קומען צום רבין מיט גרינגערהייט. און שוין אין די ערשטע יארן וואס דער בנין איז געווען אין באנוץ האבן זיי, מיט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אויסגעברייטערט דעם עירוב כדי עס זאל ארייננעמען אויך דעם בנין, און דאס איז טראץ וואס עס איז א ווייטער מרחק פונעם צענטער און פונעם ציון. עס דארף אנערקענט ווערן זייער מסירת נפש און אנשטרענגונג צו העלפן אנשי שלומינו, מיר זאלן קענען קומען צום רבי'ן אין אונזער פלאץ און וויסן אז די הלכה'דיגע קאמפליצירטע עירובין זענען פולקאם געדעקט. &nbsp; באזונדער דארף מען ארויסברענגען א הכרת הטוב פארן יושב ראש פונעם וועד, הגה"צ ר' אליעזר יודא קעניג שליט"א, וועלכער שטייט בראש מיט א געוואלדיגע אחריות און ערליכקייט. און צוזאמען מיט אנדערע חברי הוועד שליט"א האבן זיך אוועקגעגעבן מיט מסירת נפש, נישט בלויז פאר אונז, נאר אלע צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן, געניסן פון זייער היילגע ארבעט, וואס זיי פירן יערליך אויס שלא על מנת לקבל פרס. &nbsp; צו באמערקן, דאס יאר איז דער עירוב אין די געגענט אביסל אויסגעברייטער געווארן, אריינצונעמען נאך עטליכע גאסן ארום דעם בנין. &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער כב אלול תשפ"ד 📝
  • דורכברוך צו פארבעסערן שבת באקסעס פאר נצרכים

    אין שטעטל גייט אן דער בארימטער חסד צענטער "בית התבשיל" וואס אפערירט מיט פילע אקטיוויטעטן, און העלפט ארויס אנשי שלומינו אויף פילע וועגן. טייל זענען באקאנט, אבער רוב רובם פון די האלב מיליאן דאלער בודזשעט ווערט אויסגעגעבן שטילערהייט אן קיין פרסום. &nbsp; נישט מער פון עטליכע טעג צוריק האבן אלע בייגעוואוינט דער לעצטער ריזיגער חלוקה אינעם נייעם בנין אויף רעדקליף, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט בהרבחה פון אלעם גוטן בחנם, פרוכט, גרינצייג, טרונקען, פעיפער גודס, נאש, און נאך פילע זאכן לכבוד שבת ויום טוב און א גאנץ יאר. דער חלוקה איז דורך מיט גרויס סוקסעס, ווען פילע אנשי שלומינו האבן זיך אייגעפאקט מכל טוב וטוב, און אזוי ארום האט מען געהאט א געלעגענהייט צו זען אביסל פון דער נאנט מהנעשה והנשמע אינעם בית התבשיל. &nbsp; איינע פון די שטילע אבער קאסטבארע פראיעקטן פונעם בית התבשיל איז די שבת באקסעס פראגראם וואס שטעלט צו א גאנצע שבת ארדער פאר פילע בני תורה און נצרכים, א פראיעקט וואס גייט אן גאנץ יאר אויף א גאר שטארקע פארנעם, ווען יעדע וואך קומט אן א דעליווערי פון די גראסערי אנגעפילט מכל טוב וטוב, גרעיפ דזשוס, פלייש, פיש, גרינצייג, פרוכט און פעיפער גודס צו מחי' זיין די אלע משפחות וואס זענען אנגעוויזן דערויף. &nbsp; נאך א מיטינג מיט'ן ראש ישיבה האט דער בית התבשיל באשלאסן ארויפצוברענגען דעם פראיאקט אויף א פרישע שטאפל. כאטש דער נייער סיסטעם וועט קאסטן סאך מער געלט פאר'ן בית התבשיל, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז עס לוינט זיך. דער סיסטעם וועט ארבעטן אז יעדע איינגעשריבענער וועט באקומען דעם ארדער לויט זיין געברויך. &nbsp; מען וועט קענען באקומען א "גראסערי ליסטע" ביים צדקה גבאי פונעם בית התבשיל הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א, וואס מען וועט דארפן אויספילן יעדער איינער אלע אייטעמס פונעם ליסטע פונקטליך וואס און וויפיל מען דארף, א זאך וואס וועט זיכער צוגעבן זייער אסאך פאר די אלע משפחות, ווען זיי וועלן באקומען יעדע וואך לויט'ן געברויך. &nbsp; אנשי שלומינו האבן גרויסע זכי' צו שטיצן דעם הערליכן מוסד. מען הערט צוריק פונעם נייעם גבאי הר"ר יחזקאל שליט"א אז אנשי שלומינו געדענקען גוט וויאזוי מוהרא"ש פלעגט אלץ אויסרומען דער בית התבשיל וואס ער האט אויפגעשטעלט אין יבנאל, ווי ער פלעגט כסדר זאגן די גרויסקייט פון שטיצן אזא זאך. דער בית התבשיל וואס איז געבויט אויף די זעלבע יסודות, קען אנגיין נאר דורך די שטיצע און חיזוק פון אנשי שלומינו. &nbsp; לשובע ולא לרזון &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כא אלול תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויסע זכותים צו קומען צום רבי'ן

    אין די יעצטיגע טעג זענען אלע פארנומען זיך צו גרייטן צום לאנג ערווארטעטן נסיעה. אויסער אנגרייטן דעם פאספארט, קויפן עראפלאן און באן טיקעטס, איז דא נאך ארבעט. מען איז מרבה מיט מצוות און מעשים טובים, מען זאגט מער תהלים, מען לייגט צו נאך א שיעור אין תיקוני זוהר, אלעס כדי צו פארמערן זכותים מיט וואס צו קענען צוגיין צום יום הדין. די צענדליגע טויזנטער אידן וועלכע קומען צום רבי'ן שפירן אז מען דארף פארשטערקערן דעם קשר מיט'ן צדיק, בעפאר מען קומט צו זיין ציון, וואס דערמיט וועט דער הייליגער רבי קענען שתדלען פאר אונז פאר א כתיבה וחתימה טובה, מען לייגט צו נאך שיעורים אין רבי'נס ספרים, בפרט די פינף ספרים ליקוטי מוהר"ן, סיפורי מעשיות, ספר המידות, שיחת הר"ן און חיי מוהר"ן און מען פרובירט מקיים צו זיין די עצות און הדרכות וואס דער רבי שרייבט אונז. &nbsp; העולה על כולנה, אז מען קומט צום רבי'ן, זאגט דער ראש ישיבה שליט"א, וואס קען זיין בעסער ווי אז מען האט געפאלגט זיין הייליגע צוואה און געטון פאר הדפסה והפצה? דער בעסטער זכות פאר'ן יום הדין איז צו צוריק ברענגען נאך א איד צום אויבערשטן, ווי דער זוהר הקדוש (חלק ב', קכח) שרייבט, און מוהרא"ש ברענגט עס צו אין זיינע הייליגע בריוו הונדערטער צי טויזנטער מאל "תא חזי, כל מאן דאחיד בידא דחייבא (ותב לגביה), ואשתדל ביה למשבק ארחא בישא, איהו אסתלק בתלת סלוקין, מה דלא אסתלק הכי בר נש אחרא, גרים לאכפייא סטרא אחרא, וגרים דיסתלק קודשא בריך הוא ביקריה, וגרים לקיימא כל עלמא בקיומיה לעילא ותתא, ועל האי בר נש כתיב, בריתי היתה אתו החיים והשלום, וזכי למחמי בנין לבנוי, וזכי בהאי עלמא, וזכי לעלמא דאתי, כל מארי דינין לא יכלין למידן ליה בהאי עלמא, ובעלמא דאתי עאל בתריסר תרעי ולית מאן דימחי בידיה, ועל דא כתיב (תהלים קיב ג) גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יבורך, הון ועשר בביתו וצדקתו עומדת לעד, זרח בחשך אור לישרים וגו'." א הבטחה פון הייליגן רבי שמעון, אז איינער וואס העלפט מקרב זיין אידן צום אויבערשטן, איז זוכה צו גאר גרויסע זאכן, צווישן אנדערע אז די מקטריגים קענען זיך נישט עפענען דאס מויל קעגן אים, ער איז זוכה צו גוטע ערליכע קינדער און אייניקלעך, צו עשירות און אלע טויערן אין הימל ווערן געעפענט פאר אים. &nbsp; מען קען נאך אריינכאפן די גרויסע זכותים דורך קויפן א זכות אינעם קרן הדפסה, וואס איז אגב פארנומען ביז איבערן קאפ אין די טעג צו צוגרייטן הונדערטער טויזנטער קונטרסים פאר אומאן. פרנס השנה פאר'ן קומענדיגן יאר תשפ"ה, קען מען קויפן פאר $10,000, אדער $200 א וואך. פרנס החודש איז $5,000 אדער $100 א וואך. פרנס השבוע $2,600 - $50 א וואך, און פרנס היום קען מען קויפן פאר $1,000 - א נישטיגע צוואנציגער א וואך. &nbsp; ומתן שכרה בצדה, ווער עס שליסט זיך אן און געבט א מינימום פון $1,000 ביז ערב ראש השנה הבעל"ט גייט אריין אין דעם זעלטענעם גורל צו געווינען דער הערליכער פאכמאנישן האנט געשריבענעם "תיקון הכללי" אויף קלף פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; רופט שוין אן דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449, און וועלט אויס דעם פרנס וואס איר קענט זיך ערלויבן, און דער זכות וועט אייך ביישטיין זוכה צו זיין בדין, און צו באקומען די אלע השפעות וואס דער זוהר הקדוש איז מבטיח.

    < זעה מער כא אלול תשפ"ד 📝
  • אמעריקע'ס חובות פאר כינע

    שאלה: איך וואונדער מיר איבער די פינאנציעלע ווירטשאפט צווישן אמעריקע און כינע (טשיינע): 1. איז עס אמת אז אמעריקע איז שולדיג טריליאנען פאר כינע, אויב יא פארוואס? 2. פארוואס האט נישט אמעריקע גענוג געלט צו דעקן אירע הוצאות בשעת כינע האט יא? 3. אויב אמעריקע האט נישט גענוג צו דעקן איר הוצאות, פארוואס געבט זי אויס אזויפיל? &nbsp; ענטפער, קודם לאמיר קלאר מאכן פון וויפיל מען רעדט, היינט צו טאגס איז אמעריקע שולדיג פאר כינע כמעט א טריליאן דאלער, צו האבן א השגה ווי סאך דאס איז: אויב אנשי חיל וועט מאכן "יעדן טאג" א פרישע טשערידי קאמפיין אויפצוטרייבן מיליאן דאלער פאר צדקה, וועט עס נעמען בערך 3 גאנצע יאר אנצוקומען צו א טריליאן דאלער. &nbsp; אמעריקע האט אבער אסאך מער חובות ווי דאס. בסך הכל האט אמעריקע בערך 35 טריליאן (35,000,000,000) דאלער חובות, די חובות פאר כינע איז נישט מער ווי בערך 3 פראצענט דערפון. זיבעציג פראצענט פון די חובות איז אמעריקע שולדיג פאר זיך אליינס. יא, איר האט גוט געליינט, אמעריקע בארגט פון איין טאש, צו די אנדערע. אין דעם איז אריינגערעכעט, חובות וואס די אמעריקאנער רעגירונג איז שולדיג פאר די פעדעראלע רעזערוו, די סאשעל סעקיוריטי טראסט פאנד, און אמעריקאנע פירמעס און אינסטיטוציעס. די איבעריגע איז אמעריקע שוליג פאר אנדערע אויסלענדישע אינוועסטירער, רעגירונגען און בענק. &nbsp; די אמעריקאנע פאליטיק לאזט נישט אמעריקע פירן א באלאנצירטע בודזשעט, ביידע פארטייען זענען מודה אז מען דארף אויסגעבן געלט אחריות'דיג, אבער "מיין" געלט זאלסטו חלילה נישט שניידן... דערפאר לעבט אמעריקע ווי א געספוילטע קינד וואס דער טאטע געבט אים יעדע זאך וואס גלוסט אים, איי עס איז נישטא קיין געלט, וועט מען נוצן דעם "קרעדיט קארד", אין אונזער פאל איז עס "באנדס". &nbsp; די רעגירונג שטעלט כסדר ארויס אזא צעטל וואס דארט שטייט אז "אמעריקע איז שולידיג כך וכך פאר דער וואס האלט דעם שטר". די באנדס שטעלט די אמעריקאנער רעגירונג ארויס צום פארקויפן כסדר, און זאגט צו א סכום געלט ריבית במשך די צייט וואס זי האט דעם חוב. כינע קויפט כסדר באנדס פון פרעמדע לענדער כדי צו עררייכן דערמיט איינפלוס אויף אויסלענדישע רעגירונגען. &nbsp; די כינעזע רעגירונג וואס ווערט געפירט דורך איין פארטיי - די קאמוניסטישע פארטיי - פרעגט נישט זייערע בירגער וואס צו טון, און דערפאר קענען זיי זיך ערלויבן צו איינקויפן אויסלענדישע חובות דורך די געלט וואס עס קומט זיי אריין פון די פילע פאבריקן וואס פראדוצירן סחורה פאר גאר ביליג און ווערט צוכאפט דורך די גאנצע וועלט. &nbsp; אז מען האט שוין דערמאנט דעם אנשי חיל קאמפיין, דארף מען דערמאנען אנשי שלומינו אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל מאכן א פרישע גאול, און כאטש מען האט ב"ה דערגרייכט צום סוף דער מיליאן דאלער, האט דער ראש ישיבה שליט"א זייער געבעטן אז מען זאל זיך אנשטרענגען און זיך ווידער אונטערנעמען א ציל. מען קען נישט בעטן יעדעם צו נעמען דעם זעלבן סכום, נישט יעדער איז אייניג, אבער יעדער זאל אויפטרייבן די מערסטע מינוטן א יעדן טאג צו זיין פרייליך. עס קומט יעצט א נייע יאר, זאל מען זען אז לכל הפחות "איין מינוט" יעדן טאג זאל מען זיין פרייליך, מען זאל ארויפקוקן צום הימל און זאגן פאר'ן אויבערשטן א "ישר כח פאר מיין לעבן". און ווער עס קען זאל צולייגן נאך א מינוט דא, און נאך א מינוט דארט, און מיט דעם וועט מען דערגרייכן גאר הויך. דער אר"י הקדוש האט עדות געזאגט אויף זיך, אז ער איז נישט צוגעקומען צו זיינע מדרגות נאר דורך דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט יעדע מצוה ווי ער וואלט ווען פארדינט כל הון דעלמא. &nbsp; וועגן די חובות פון אמעריקע, דארף מען זיך נישט זארגן, מען קען ווייטער לערנען און דאווענען, און דער אויבערשטער נעמט שוין זייער גוט קעיר אז די עקאנאמיע זאל פארן גוט, און עס זאל נישט קומען קיין רעסיסע, נישט קיין אינפלעישאן, און נישט קיין קראך. &nbsp; תחל שנה וברכתיה &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כ אלול תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו קענען שוין געבן פדיון נפש דורך אונזער וועבסייט

    ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש זי"ע יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן א "פדיון נפש", ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. &nbsp; עס איז כדאי צו זען דעם לשון פון הייליגן רבי'ן אינעווייניג "שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ שֶׁאָמַר: כְּשֶׁאָדָם שׁוֹאֵל לְהַצַּדִּיק אִם לַעֲשׂוֹת דָּבָר שֶׁיֵּשׁ בּוֹ מְסִירַת נֶפֶשׁ בִּשְׁבִיל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא רָאוּי לוֹ לְהָשִׁיב וּלְצַוּוֹת עָלָיו שֶׁלֹּא לַעֲשׂוֹת. וְאַף עַל פִּי כֵן הַשּׁוֹאֵל אֵין צָרִיךְ לְקַיֵּם דְּבָרָיו. כֵּן שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ." &nbsp; דער הייליגער רבי נתן שרייבט ווייטער: "עוֹד שָׁמַעְתִּי בְּעִנְיָן אַחֵר: כָּל מַה שֶּׁהַצַּדִּיק מְצַוֶּה לַעֲשׂוֹת צָרִיךְ לְקַיֵּם, רַק כְּשֶׁמְּצַוֶּה שֶׁלֹּא לִסַּע עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, זֶה אֵין צָרִיךְ לְקַיֵּם." &nbsp; און ער פירט אויס "עֶרֶב רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לִתֵּן עַל פִּדְיוֹן." &nbsp; דערפאר אז מיר האבן זוכה געווען צו ברעכן די מניעות און קומען צום רבי'ן וועלן מיר אלע אויך מקיים זיין די לעצטע ווערטער, און געבן א פדיון נפש ערב ראש השנה, און מען קען אויך זאגן פארקערט, איינער וואס וויל מקיים זיין די ווערטער פון רבי'ן און טון א מסירת נפש און קומען צום רבי'ן, און כאטש עס זעט אים אויס אז ער קען נישט, זאל ער געבן א פדיון, און דאס וועט אים עפענען די טירן צו קענען איבערקומען אלעס גרינגערהייט. &nbsp; מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די גרעסטע חסד וואס מען קען טון, מאכן תחיית המתים מיט מענטשן וואס מיינען אז זיי זענען דערנאך, דער אויבערשטער - טראכטן זיי - איז ברוגז, און מיט דעם וואס מען זאגט זיי אויס דעם סוד, אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און דארף זיי יא, דער זכות בלייבט אויף אייביג.&nbsp; &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ נאכזאגן פונעם הייליגן רבי נתן "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת",&nbsp; וועלכע צדקה בלייבט מיטן מענטש אויף אייביג, דאס וואס מען געבט צו פארשפרייטן די תורה פונעם צדיק אמת. &nbsp; דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט. &nbsp; דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, סליחות ליל זכור ברית ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביי חצות הלילה, און נאך סליחות וועט מען קענען געבן "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אזוי אויך ערב ראש השנה אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית אום 8:00 אינדערפרי און דערנאך וועט מען קענען געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה. &nbsp; ערב ראש השנה וועט אויך זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש. &nbsp; פאר די וואס ווילן מקדים זיין קען מען שוין געבן פדיון נפש דא אויפן וועבסייט:&nbsp; .breslevcenter.com/pidyen-nefesh &nbsp; געדענקט: העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער, און דערמיט זיי דערנענטערן צום אייבערשטן, איז די בעסטע זכות פאר'ן גרויסן יום הדין, וואס וועט זיכער ביישטיין פארשריבן צו ווערן פאר א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמירים. &nbsp; פדה בשלום נפשי!

    < זעה מער כ אלול תשפ"ד 📝
  • נייע שטארקע דזשענערעניטאר ב"ה אנגעקומען צום בנין אין אומאן

    עס איז באקאנט אז אוקריינא איז פארמישט אין א שווערע קריג מיט רוסלאנד, כאטש מען זעט עס בכלל נישט ווען מען קומט אויף אומאן, האט עס אבער יא געוויסע עפעקטן, איין פלאץ ווי מען קען זען אז די לאנד איז אין קריגס צושטאנד איז אז אלע מענער ארבייטער זענען אדער גאר אינגע, אינגער פון אכצן יאר, אסער זענען זיי עלטערע וואס דארפן שוין נישט גיין אין מיליטער. אויך האט עס א השפעה אויף די עלעקטעריק סערוויס, וואס איז נישט אזוי שטארק פארלעסליך אין די לעצטע צייטן, און עס מאכט זיך כסדר בלעק אוטס (עלעקטער אויסשאלטערונגען). אפילו אין פרידנס צייט קען די אוקריינע עלעקטעריק פירמעס נישט צושטעלן גענוג פאוער פאר די ריזיגע צופלוס פון באנוצער וואס קומען אן אויף ראש השנה, אין ווי אנשי שלומינו געדענקען האט מען אלץ געהאט א געדינגענע דזשענערעיטאר ביים בנין וואס זאל צושטעלן סערוויס פאר די צייטן וואס די לאקאלע פירמעס קענען נישט. אבער היי יאר ווען פילע וויכטיגע בנינים אין אוקריינע דארפן וויכטיג האבן די עלעקטעריק בעקאפ סיסטעמס, האט מען נישט געקענט טרעפן צו דינגען אזא מאשין.&nbsp; &nbsp; דערפאר האט מען געזען אז מען מוז נעמען היי יאר אן אנדערע אפציע, מען דארף באשטעלן פון אויסלאנד א מאשין, און פאשטייט זיך אז מען קען נישט דינגען א מאשין פון אויסלאנד, און מען קען עס נאר האבן אויב מען קויפט עס אפ. מען האט געבעטן דעם אויבערשטן מען זאל טרעפן די ריכטיגע מאשין, און ב"ה מען האט עס באשטלט פארן בנין, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז דער מאשין איז שוין אנגעקומען צום בנין אין אומאן. &nbsp; מען האט ברוך השם געטראפן א גוטע מאשין וואס קען צושטעלן די ריכטיגע מאס עלעקטעריציטעט הונדערט פופציג קילא וואטס, וואס איז גענונג צו קענען צושטעלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף די גאנצע געברויך פאר'ן בנין. &nbsp; נייגעריגע מענטש פרעגן "ווען מען קומט אין אומאן קען מען זען א מלחמה? מען קען זען באמבעס?", דער ענטפער איז אז יא. ווער עס האט א מאשינקע וואס האט א סקרין קען זען א מלחמה, קען זען באמבעס; און דאס איז אויך אמת אין ניו יארק, און אין לאנדאן, די אלע וואס זענען נעבעך עדיקטעד צו די נייעס און זיי הערן נייעס, קוקן נייעס, זיי לעבן נעבעך אין שרעק נישט קיין חילוק וואו זיי געפונען זיך, אבער די וואס קוקן נייעס אין די חומש, ביי אונזערע העדליינס שטייט היינט "ואתם הדבקים בה' אלקוכם חיים כולכם היום", די לעבן א חיים טובים, וואו זיי זאלן זיין, בשעת דער וואס ליינט נייעס ציטערט שוין פופציג יאר, "מאגן גייט רוסלאנד גיין נוקלער, יעצט מיינט ער עס שוין אמת'יג!". &nbsp; ברוך השם אנשי שלומינו פאר'ן מיט שמחה צום הייליגן רבי'ן ווי מען וועט פועלן א זיסע יאר, א יאר פון ערליך אידיש נחת, א יאר פון שלום בית, א יאר פון פרנסה בהרחבה, א יאר פון גוטע שידוכים, א יאר פון שמירת עינים, א יאר ווי מען וועט זיך פרייען מיט די בארד און פיאות, א יאר וואס מען וועט רעדן צום אויבערשטן, מען וועט אויספעולן א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער יט אלול תשפ"ד 📝
  • יו ען גענעראל פארזאמלונג וואך אין מאנהעטן

    אין די יעצטיגע טעג קומען ארויס פילע פרעזידענטן, פרעימיער מיניסטארן, קעניגן, דיקטאטארן און סתם שוויצערס פון די מעכטיגע שווארצע קארס, זיי באווייזן זיך די פנים מיט פארקנייטשטע שטערס און געביגלטע נעקטייס, אלע קומען אן צו אונזער שכינות אין מאנהעטן צום גרויסן "יו ען" קאמפלעקס, ווי עס וועט פארקומען א גרויסע פארזאמלונג פון די אזוי גערופענע "וועלט פירער"... &nbsp; מען וועט ווארפן הערליכע פראזן, ווי די וועלט דארף "צוזאמען ארבעטן" (ארבעטן מיט מיר...) כדי צו פארבעסערן די וועלט, און בשעת זיי פארן מיט פריוואטע דזשעטס וועלן זיי שארף רופן צו מינימיזרן די די פאלושן וואס די געז פאראורזאכט, וואס דאס איז גורם קליימעט טשעינדזש, וואס איז גורם אז די וואסער זאל זיך הייבן, שטורעמעס זאלן זיך פארמירן, ווינטן זאלן בלאזן, פייערן זאלן ברענען, אלעס ביסטו שולדיג! &nbsp; דערנאך וועט מען רופן פאר "אלע צדדים" (אויסער איך...) פון "אלע קאנפליקטן" פון "אלע לענדער" זאלן "זיין איינגעהאלטן" און אז מען זאל חלילה "נישט עסקעלעיטן" די מלחמות. און אפילו רוסלאנד וועט שרייען אז "לענדער טארן נישט פארלעצן די יו ען אנערקענטע גרעניצן פון אן אנדערן לאנד" וואס דאס וועט חלילה צושטערן די "וועלטס רואיגקייט"... &nbsp; און אזוי וועט מען רעדן דברי "התעוררות" פאר אלע פארזאמעלטע, וואס וועלן זיך ממש ווישן די אויגן פאר געלעכטער, מען וועט הערן פון פוטין איבער נישט רודפן פאליטישע קעגנער, פון איראן איבער זייער וויכטיגע ראלע אין אנהאלטן די שלום און פרידן אויף דער וועלט, און פון כינע ווי זיי העלפן די וועלט זיך האלטן געזונט. &nbsp; דאס דערמאנט אונז א דיבור וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס ווען עס קומט אלול, זיי ברענען און ברענען אבער טוען גארנישט, מען שרייט "אלול!!!", "מען דארף תשובה טון", "אוי וויי א פחד א שרעק, דער יום הדין קומט", אבער ווען עס קומט למעשה, טוען זיי גארנישט. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז דאס קומט פון דעם וואס א מענטש מיינט אז תשובה איז א בער, מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן, דער אויבערשטער - זאגט זיי דער סמ"ך מ"ם פארשטעלט מיט א ווייסע בעקישע - איז אזוי ברוגז אויף דיר, קוק דיך אן, ביסט אזוי ווייט פונעם אויבערשטן, און זיי טראכן אז זיי מוזן טון עפעס וואס זיי קענען נישט, און דערפאר נעבעך טוט מען גארנישט. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז תשובה טון איז ממש גרינג, מען זאגט פאר'ן באשעפער - מיט טרערן אדער אָן - איך האב חרטה וואס איך האב געטון, און איך גיי שוין זיין ערליך. דערנאך טו עפעס. לייג צו עטליכע קאפיטלעך תהלים א טאג לכבוד חודש אלול, לערן אביסל מער משניות אדער גמרא, מאך דיך א שיעור אין תיקוני זוהר. טו עפעס א קלייניקייט, וועסטו אנקומען גאר ווייט!

    < זעה מער יט אלול תשפ"ד 📝
  • גרויסע חלוקה אין שטעטל קומענדיגע זונטאג ביים נייעם בנין פון בית התבשיל

    דער בארימטער בית התבשיל אין שטעטל, וואס שטייט בראש פון פילע חסד אקטיוויטעטן, מיט'ן ציל אז יעדע משפחה, אפגעזען פון זייער צושטאנד, זאל האבן צו עסן צו דער זעט, האט נארוואס מודיע געווען אז די קומענדיגע חלוקה וועט פארקומען אינעם נייעם גרויסן בנין אויף 117 רעדקליף רד. - דער בנין וואס איז נישט לאנג צוריק אריבער צו די הענט פונעם בית התבשיל, און האלט אינמיטן אריבערגיין רענאוואציעס מען זאל עס קענען נוצן פאר נאך פילע צוועקן, הייבט אן א פרישע תקופה פאר'ן בית התבשיל, ווען דער פלאץ וועט בעז"ה קענען צושטעלן די לאגיסטיקס וואס עס פעלט אויס פאר אזא פראיעקט, מיט גענוג פלאץ און גענוג פארקיג פאר אלע וואס קומען נעמען פון די חלוקות. &nbsp; יעצט לקראת די ימים טובים הבעל"ט וועט פארקומען א גאר גרויסע חלוקה לכל הקהל הקדוש, אם ירצה השם קומענדיגע זונטאג נצבים וילך 6:00 נאכמיטאג, עס וועט פארטיילט ווערן פילע נוצבארע עסן און אנדערע פראדוקטן וואס וועלן בעז"ה ארויסהעלפן פילע משפחות צו קענען אריינברענגען די ימים טובים גרינגער און פרייליכער. &nbsp; עס וועט זיין צענדליגע אייטעמס, צווישן זיי קרעקערס, סנעקס, טרונקען, פרוכט, גרינצייג, פעמפערס, פעיפער גודס און נאך נוצליכע אייטעמס וואס מען קען נוצן אין א אידישע משפחה, עס וועט זיין - מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אסאך שענער, בעסער, און מער ווי די ביז יעצטיגע גרויסע חלוקות. &nbsp; אלע זענען געלאנדעט צו קומען אנטייל נעמען אין די חלוקות, און נעמען פון די ריזיגע אויסוואל פון פראדוקטן גענצליך בחנם, וכל הקודם זכה. &nbsp; די חלוקה איז צושטאנד געקומען דורכן בית התבשיל וואס ווערט געפירט דורכ'ן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו מיט די הילף "לשובע ולא לרזון" וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שמעון ישראל פאזען הי"ו, וואס שטעלט צו ריזיגע חלוקות אין פילע אידישע שטעט לע"נ הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה פון קערעסטיר זי"ע, וואס איז געווען בארימט פאר זיינע פילע פעולות צו שטילן די הונגער פון אידישע קינדער. &nbsp; דער זכות זאל מגין זיין די אלע עסקנים וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה, זאלן געבענטש ווערן פון אלעם גוטן, צו פארשריבן ווען צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

    < זעה מער טז אלול תשפ"ד 📝
  • דער קאמפיוטער קיבארד

    שאלה: ווער איז אויפגעקומען מיט'ן קאמפיוטער קיבארד, און פארוואס איז עס פארדרייט און נישט אויפן סדר פון די אל"ף בי"ת? &nbsp; ענטפער: די מערסט אויפגעכאפטע סדר פון די קיבארדס רופט מען QWERTY (לויט די ערשטע קנעפלעך פונעם קיבארד) דאס איז אנטוויקעלט געווארן דורך אן אמעריקאנער פארשוין מיט'ן נאמען קריסטאפער לאטאם שולס, וואס האט אויך געמאכט דער ערשטער מאסן פראדוצירטע טייפרייטער מאשין מיט בערך בערך 150 יאר צוריק. &nbsp; די סיבה פארוואס ער האט געמאכט די אותיות פארדרייט איז בעיקר צוליב וואס ער האט געוואלט אפטיילן די אותיות וואס מען נוצט אפט איינע נאכן צווייטן אין ענגליש, אז זיי זאלן נישט זיין צוזאמען, ווייל די דעמאלטסדיגע טייפרייטערס פלעגן גרינג ווערן פארהאנקערט אויב מען האט צו שנעל געדרוקט צוויי קנעפלעך איינע נעבן צווייטן. &nbsp; מיט בערך פופציג יאר שפעטער האט א איד מיט'ן נאמען ר' דוד יאנקלאוויטש וואס האט געהאלפן ערצייגן א אידישע טייפרייטער אויסגעשטעלט אונזער באקאנטער אידיש / לשון הקודש קיבארד. און אזוי ווי ביים ענגלישן סדר האט ער אויך בעיקר געזוכט אפצוטיילן אותיות וואס מען נוצט אפט אינאיינעם, אבער ער האט אויך געלייגט א געוויכט אז די אותיות וואס מען אפט זאל זיין אין צענטער און גרינג צו גרייכן, דערפאר זענען די אותיות "ו, מ, ה, א, י, און ע" אין צענטער, ווייל דאס זענען גאר אפטע אותיות אין אידיש און לשון הקודש. &nbsp; ווען זאכן גייען אונז "שלא כסדר" זאכן זענען צומיש, עס גייט אונז נישט וויאזוי מיר ווילן, דארפן מיר געדענקען אז "שלא כסדר" איז "כסדר", פונקט ווי ביים קיבארד האט מען אויסגעשטעלט א צומשיטע סדר, ווייל דאס איז פאר די טובה פון די באנוצער, כל שכן וכל שכן דער רבונו של עולם, וואס מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה וויאזוי ער פירט די וועלט, קענען מיר האבן פארשטיין אז דאס איז די בעסטע פאר אונזער תכלית. &nbsp; אידישע קינדער פרעגן נישט קיין קשיות, מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "למה, יאמרו הגוים", א גוי פרעגט פארוואס, און "אשרי העם, שככה, לו", וואויל איז פאר אידישע קינדער וואס זאגן אט אזוי. וויאזוי? אט אזוי. ווייל אז א איד גלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס עס גייט דורך אויף אים איז פאר זיין טובה, דאס איז מעין עולם הבא, אזא מענטש קען נישט ווערן באשטראפט, ווייל וויאזוי עס זאל אים גיין, און וואס עס זאל נאר נישט פאסירן מיט אים, וועט ער אייביג בלייבן פרייליך און צופרידן. ווי דוד המלך דרוקט זיך אויס אין תהלים ווי ער שפירט זיך פארזיכערט אינעם הענט פונעם אייבערשטן "כגמל עלי אמו כגמל עלי נפשי", אזוי ווי א ניי געבוירן קינד אינעם שויס פון די מאמע. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו אלול תשפ"ד 📝
  • טויזנטער ביפּערס פון כיזבאלא קעמפער רייסן אויף

    שוין זיבעציג יאר וואס די עירוב רב זענען ארויס אין א מלחמה על ה' ועל משיחו, זיי זענען געגאנגען מיט טעראר און ארויסגעטריבן די בריטן פון ארץ ישראל, און דערנאך זיך דערקלערט ככל הגוים בית ישראל, אידן זאלן זיין א פאלק ווי אלע פעלקער, רחמנא ליצלן. &nbsp; און ווי דער פסוק זאגט אונז שוין "ויאמר משה, למה זה אתם עברים את פי ה' והוא לא תצלח", מען קען נישט גיין קעגן רצון ה', און טראץ זייערע פילע אזוי גערופענע הצלחות און מלחמות איז דארט ליידער קיינמאל שטיל, זיי גייען אן מיט'ן מלחמה קעגן די תורה בכלל, יעדן טאג זענען זיי גוזר פרישע גזירות קעגן ערליכע אידן, והעולה על כולנה דער יעצטיגער שווערער מצב מיט די גזירות הגיוס, ווען זיי ווילן אריינשלעפן יעדן איד אין זייער כפירה מיליטער, און אזוי ליידן זיך אידישע קינדער אפ פון זיי יעדן טאג, ליידער פאלן כסדר קרבנות ברוחניות ובגשמיות, בפרט ווען פארגאנגענעם שמחת תורה זענען זיי געווען בלינד, שטום, און געלעמט און עס זענען אויסגע'שחט'ן געווארן ליידער הונדערטער אידן מיט אלע מיתות משונות הי"ד. &nbsp; בשעת עס גייט נאך אן א מלחמה אין עזה מיט כאמאס, איז אויך אין צפון שטארק אנגעצויגן, טויזנטער איינוואוינער זענען שוין אנטלאפן פון זייערע הייזער כמעט א יאר, ווען כיזבאלא שיקט כסדר אריין מיסלס און באמבעס פון לבנון. יעצט איז אנגעקומען די נייעס אז די ציונים האבן אויפגעריסן טויזנטער ביפערס און ראדיאס פון די כיזבאלא קעמפער, פון וואס צענדליגע זענען געשטארבן, הונדערטער זענען קריטיש, און טויזנטער זענען פארוואונדעט. &nbsp; מיר ערליכע אידן דארפן געדענקען אז ביידע זענען אונזערע פיינט, יעדע גוי האט פיינט א איד, אבער אויך ליידן מיר זיך ליידער צוזאם פון דער שנאת עם הארץ לתלמוד חכם, וואס ווילן אונז פארלענדן ברוחניות, וגדול המחטיאו יותר מן ההרגו. &nbsp; אבער וואס קענען מיר ארויסנעמען פון דער פאסירונג, אז די כיזבאלא קעמפער האבן זיך איינגערעדט אז זיי האבן א באהאלטענע כלי מיט וואס זיי שפירן זיך פארזיכערט, קיינער ווייסט נישט דערפון. די זעלבע וואס דער יצר הרע פרובירט אונז איינרעדן, א מענטש מיינט אז ער האט א כלי מיט וואס מען קען זען שלעכטע זאכן, און קיינער ווייסט נישט דערפון, ער באהאלט זיך אין אן אפיס, אבער דער אויבערשטער זעט, דער אויבערשטער ווייסט, און דער כלי קען נאך איין טאג רחמנא ליצלן אויפרייסן. דער רבי זאגט, אדער א נסיון אדער א בזיון. &nbsp; יעצט אין די הייליגע טעג דארפן מיר זיך פארנעמען ארויסצואווארפן אלע כלים וואס קענען אויפרייסן, און זיך פארנעמען זיך צו היטן די אויגן, נישט קוקן אויף קיין דיווייס וואס מען קען זיך דערמיט פארבינדן צו נישט גוטע פלעצער, כלים וואס מען קען זען דערויף שלעכטע זאכן.

    < זעה מער טו אלול תשפ"ד 📝
  • נייע מקוה בענק ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן

    בשעת מיר גרייטן זיך מיט די לעצטע הכנות צו די געהויבענע טעג אין אומאן בצלא דמהימנותא ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ווען מיר וועלן זיך ריטשארדזשן אינזערע באטעריען מיט אמונה, התחזקות און הדרכה אויף א גאנץ יאר, קומט אריין די אפדעיט פונעם בנין אין אומאן, אז אויך דארט ווערט געמאכט גרויסע הכנות צו אויפנעמען די הונדערטער געסט. &nbsp; אויסער די פילע תיקונים וואס מען האט שוין געמאלדן, ווי צום ביישפיל די גרויסע אהל הרחבת הדעת ווי מען וועט עסן די סעודות אויף א געשמאקע פארנעם, און אויסער די צוגעלייגטע וואסער טענק צו פארמערן די וואסער סופליי פארן יום טוב, תיקונים אין די כשרות המקוה, האט מען נארוואס צוגעענדיגט צו בויען שטארקע שיינע דויערהאפטיגע מקוה בענק וואס וועט זיכער אסאך צוגעבן און פארבעסערן די עקספריענס פון נוצן די מקוה זיך צו מטהר זיין לכבוד החג און לכבוד שבת. &nbsp; אין די לעצטע יארן האט מען געהאט פראוויזארישע פשוטע בענק אדער בענקלעך, עס איז נישט געווען גענוג פלאץ, און זיכער נישט וואו צו הענגען די וועש, וואס האט פארשווערט דאס נוצן די מקוה. היי יאר וועט מען בעז"ה דאס מער נישט דארפן האבן, ווען מען האט ברוך השם צוגעלייגט די פילע נייע בענק. &nbsp; אין ברסלב איז א מקוה א שטארקע עיקר, ברסלב'ע חסידים זענען שטארק מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי, זיך מטהר צו זיין פאר'ן אויבערשטן, דער רבי האט געזאגט אז די ערשטע זאך איז מקוה, און מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן אז ברסלב'ע חסידים זענען שטארק דאנקבאר פאר הרה"ק רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע וואס א דאנק אים איז מקוה געווארן שטארק פארשפרייט ביי חסידישע אידן, און אזוי קענען מיר חסידי ברסלב טרעפן פילע הערליכע געשמאקע מקוואות אין יעדע אידישע פלאץ פאר שפאט ביליגער פרייזן. &nbsp; א ברסלב'ע חסיד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ווען די מקוה איז געווען אויסערליך שמוציג און מאנכע האבן זיך נישט געשפריט באקוועם אריינצוגיין, "די מקוה איז ריין, איך בין שמוציג", ווי צו זאגן אז די קאליר פון די מקוה זעט אפשר נישט אויס אזוי ריין פאר אונזערע אויגן, אבער די נשמה וואשט מען נישט אויס מיט זייף און מיט א שויער, די נשמה וואשט מען אויס אין א מקוה, נישט קיין חילוק וויאזוי עס זעט אויס". &nbsp; דערפאר זענען אנשי שלומינו שטארק דאנקבאר פאר די עוסקים במלאכת הקודש וואס יום ולילה לא ישבותו, מען ארבעט אויף אלע פראנט צו מאכן דאס וויילן ביים רבי'ן דאס מערסטע היימיש וואס מעגליך, און דערמיט העלפן אנשי שלומינו וואס זענען זיך מוסר נפש צו מקיים זיין א דיבור פון הייליג'ן רבי'ן "איש בל יעדר - קיינער טאר נישט פעלן".

    < זעה מער יד אלול תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 436 to 450 of 1837 results

1 2 ... 27 28 29 30 31 32 33 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com