Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע נייע חינוך קונטרס פון ראש ישיבה שליט"א

    ווי שוין באריכטעט געבן אנשי שלומינו אין ארץ ישראל ארויס יעדע וואך די אויפגעכאפטע גליונות "שיעורי חינוך", וואס ווערט צושפרייט אין גאנצע אידיש וועלט. יעצט איז מען ארויף "נעקסט לעוול", ווען מען האט באשלאסן אז מען וועט מאכן דערפון קונטרסים מען זאל קענען לערנען א גאנצע שיעור פון ראש ישיבה אויף איינמאל.   פון יעדע עטליכע וואכן פון די גליונות ווערט געענדיגט א גאנצע שיעור, וואס פון דעם וועט מען עס בעז"ה איבערארבעטן פאר א קונטרס, מיט וואס די אידישע וועלט וועט זיך מחי' זיין דערמיט.   יעצט איז ב"ה ארויס די ערשטע קונטרס, דער ראש ישיבה שליט"א האט עס איבערגעקוקט און שטארק מפליג געווען. מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען מאכן א קונטרס פון אלע אנדערע שיעורים אין חינוך, א נושא וואס יעדער מחנך זוכט מיט לעכט. אין די היינטיגע שווערע וועלט ווייסט מען נישט ווי זיך אהין צו טון, וויאזוי געט מען זיך אן עצה.   דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס פארציילט אז ער האט געהערט פון עטליכע היימישע קאר סערוויס דרייווערס אז רוב פון זייערע טריפס וואס זיי מאכן, כמעט נייציג פראצענט, איז צו טראגן קינדער פון חדר און סקול צום טעראפיסט, און צוריק צום חדר און סקול.    דער קונטרס און די קומענדיגע וועלן געבן פאר די מלמדים און טיטשערס די וועג פראקטיש און תורה'דיג וויאזוי מען געבט אריין אין קינדער סעלף קאנפידענץ, וויאזוי מען לערנט זיי אויס נישט צו בוליען און זיך נישט לאזן בוליען, וויאזוי זיי אנצוגרייטן קעגן אלע סארטן אביוזערס וואס מאכט זיך ליידער, וויאזוי זיי זאלן ליב האבן אידישקייט און תורה ומצוות. די מחנכים וועלן אנהייבן שפירן א טעם אין זייער ארבעט, זיי וועלן זיך אויסלערנען ווען יא צו זאגן און ווען נישט, אזוי אויך וויפיל און וויאזוי צו זאגן, וויאזוי צו רעדן צו קינדער פון אמונה, פון קדושה, און אזוי ווייטער.   ווער עס וויל האבן א חלק און נעמען די הוצאות פון א קונטרס אדער א חלק קען זיך ווענדן צום גבאי פון קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו 347-578-4449. דער ערשטער קונטרס מיטן נאמען "יסודות אין חינוך" וועט בקרוב זיין צו באקומען ביי די מפיצים, אדער אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט.

    < זעה מער יט אדר א' תשפ"ד 📝
  • גרויסארטיגע סיום מסכת בבא קמא קומענדיגן ליל שישי

    דעם ליל שישי כי תשא אינעם יומא דהילולא פונעם הייליגן רבין רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע וועט דער ראש ישיבה בעז"V פראווען א הערליכע סיום מסכת בבא קמא, אינאיינעם מיטן ליל שישי שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדע וואך פאר די אינגעלייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אין די לעצטע וואכן עטליכע מאל איבער דעם סיום ווען מען גרייט זיך צו ענדיגל איינע פון די שווערסטע מסכות הש"ס, און וואויל איז דער וואס כאפט זיך מיט דערמיט, און א שאד אויף די וואס קוקן צו ווי די באן פארט און פארן נישט מיט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וויל ביי דעם סיום פון בבא קמא מאכן א גרויסע אסיפה פון אנשי שלומינו און זיך אויפפרישן מיט די הייליגע הנהגות פון היכל הקודש, היכל הקודש - זאגט דער ראש ישיבה - איז נישט אז עס שטייט אויפן סיין פון בית המדרש ווי דיין טלית און תפילין ליגט די ווערטער היכל הקודש, נאר יעדער תלמוד היכל הקודש מוז לערנען צום ווייניגסטענס איין בלאט גמרא יעדן טאג. &nbsp; ביי איינע פון די שיעורים האט דער ראש ישיבה פארגעליינט דעם בריוו פון הייליגן רבי נתן זי"ע אין עלים לתרופה איבער די גרויסע התנגדות וואס איז דא קעגן ברסלב'ע חסידים, און ער שרייבט דארט אז איינעם פון די בחורים האט אים זיין טאטע ארויסגעווארפן פון שטוב, און וויל אים נישט צוריק נעמען אויסער אויב ער נעמט זיך אונטער אז ער גייט נישט לערנען מער פון איין בלאט גמרא א טאג, ווייל אויב לערנט מען אסאך בלעטער גמרא א טאג איז עס א סימן אז מען איז א ברסלב'ע חסיד, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז ווייניגסטענס מוזן מיר לערנען כאטש איין בלאט גמרא א טאג, ווייל מוהרא"ש האט געזאגט אז מען קען זיך נישט רופן א תלמוד היכל הקודש אויב מען לערנט נישט א בלאט גמרא יעדן טאג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די גמרא קען יעדער לערנען אויף וועלכע וועג מען וויל, מיט א חברותא, ביי א שיעור, אבער אויב דו האסט נישט קיין חברותא און קיין שיעור, איז עס נאכנישט קיין תירוץ פאר א ברסלב'ע חסיד, ווייל דער רבי האט אונז געגעבן די שיינע מתנה פונעם דרך הלימוד, (שיחת הר"ן סימן ע"ו) און יעדער קען זיך אליינס לערנען דעם בלאט גמרא, אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט "אין צריכין בלימוד רק האמירה לבד", דער רבי זאגט אז מען דארף בלויז זאגן די ווערטער ווען מען לערענט, און דער עיקר לימוד התורה איז זאגן די ווערטער, ווי דער רבי ברענגט צו די גמרא אינעם שיחה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווערט עס איז זוכה צו לערנען גמרא יעדן טאג, וועט זיך זיין לעבן טוישן מן הקצה אל הקצה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, מוהרא"ש האט פארציילט אז א איד איז געקומען וויינען צום הייליגן אמרי אמת פון גור זי"ע אז ער האט נישט קיין פרנסה, האט אים דער אמרי אמת געזאגט "לערן גמרא יעדן טאג, וועלן דיר די תנאים און אמוראים העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה", אויך האט מוהרא"ש געזאגט אז מענטשן אינוועסטירן אזוי סאך כדי צו האבן סיפוק און שמחת החיים, מען ספענדט אויף וואקאציעס, אויף חתונות, אפשר - טראכטן זיי - וועט מיר דאס ברענגען די אויסגעווארטע שמחה, אבער עס העלפט נישט, ווייל אמת'ע שמחה קען א מענטש נאר האבן אויב מען לערנט תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זייער געבעטן אז יעצט ווען מען קומט אן צום בבא קמא-בבא מציעא סטאנציע זאלן אלע ארויפקומען אויפן באן פון ש"ס, בבא מציעא איז איינס פון די שענסטע מסכתות הש"ס, רוב אינגעלייט האבן שוין ערגעץ ווי געלערנט חלקים פון די מסכת, אין חדר אדער אין ישיבה, און יעצט קען מען אריינטאנצן אין די געשמאקע מסכת. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט ווען מען ענדיגט די שובבי"ם טעג, און מען גרייט זיך צו די הייליגע ארבע פרשיות, פורים און פסח, איז דא איין עצה צו מתקן זיין די נשמה, און קענען ארויסקריכן פון די בלאטע אין וואס מען איז אריינגעפאלן, דער הייליגער רבי זאגט אז "תלמוד" איז בגימטריא "לילי"ת", די קליפה וואס זוכט אראפ צו ווארפן א מענטש אין עבירות, און נאר די גמרא קעגן ראטעווען א מענטש פון דעם קליפה. &nbsp; דער הייליגער קדושת ציון פון באבוב זי"ע האט פארציילט אז איינמאל איז געקומען צו אים א בחור און געוויינט צו אים אז ער איז דורכגעפאלן מיט גאר האבע עבירות און ער וויל תשובה טון ער וויל א תיקון פאר זיין נשמה וואס איז פארשמירט און שמוציג, האט אים דער צדיק געזאגט "לערן יעדן טאג גמרא, דאס וועט אויסרייניגן דיין נשמה", ווען דער צדיק האט געזען אז דער בחור וויל עס נישט אננעמען, האט ער אים געזאגט "ווילסט איך זאל דיר געבן שווערע און ביטערע סיגופים, פאסטן און זיך פייניגן, דאס וועט דיר אבער גארנישט העלפן. איך געב דיר א גרינגע עצה, אבער דאס וועט דיר העלפן, עס וועט דיר רייניגן דיין נשמה באמת און דיר דערנענטערן צום אויבערשטן". &nbsp; דער ראש ישיבה האט לעצטענס פארציילט עטליכע גאר גרויסע ישועות וואס מ'האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע ווי מענטשן זענען געהאלפן געווארן פון שווערע משפטים און אנדערע סארטן צרות און פראבלעמען דורכדעם וואס זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אפילו אויב מ'פארשטייט גארנישט וואס מ'לערנט, פאלגט מען די צדיקים וואס האבן געזאגט אז זאגן די ווערטער איז גענוג, און זיי האבן געזען גאר גרויסע ישועות. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קען פאגלן די הייליגע צדיקים, און מיר זאלן זיין מקושר צו די תורה, צו די צדיקים, און צום הייליגן באשפער.

    < זעה מער יט אדר א' תשפ"ד 📝
  • דער קאנטינענט אזיע - רוסלאנד

    דער גרעסטער קאנטינענט אויף דער וועלט איז בלי ספק אזיע, סיי אין שטח, סיי אין פאפולאציע, סיי אין דזשי די פי. אין שטח פארנעמט אזיע כמעט א דריטל פון די וועלטס שטח, איבער פיר און א האלב "ביליאן" מענטשן - וואס איז כמעט "צוויי דריטל" מענטשן פון די גאנצע וועלט - וואוינען אין אזיע, די דזשי די פי פון אזיע איז כמעט פערציג טרילאן דאלער, וואס איז כמעט פערציג פראצענט פון די וועלט'ס דזשי די פי. &nbsp; ביי אונז האט אזיע א גרויסע חשיבות צוליב וואס ארץ ישראל געפונט זיך אין איר, אזוי אויך בבל ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געשריבן די גמרא. די גאנצע מעשה פון די מגילה האט זיך אפגעשפילט אין אזיע, די לענדער פרס ומדי, זענען לויט רוב דיעות בערך ווי די היינטיגע "איראן" און "אינדיע" געפונען זיך. &nbsp; עס איז נישט מעגליך אין ראם פון איין ארטיקל צו ענדיגן איבער אזיע, וועלן מיר רעדן בלויז פון די גרעסטע לאנד אין אזיע וואס איז אונזער באקאנטער "רוסלאנד" וואס כמעט אכציג פראצענט רוסלאנד איז אין אזיע. רוסלאנד איז אזוי גרויס אז זי דעקט צו א דריטל פון גאנץ אזיע. דער חלק פון רוסלאד וואס געפונט זיך אין אזיע איז אונז גוט באקאנט, דער חלק רוסלאנד רופט זיך "סיביר", וואו טויזנטער הייליגע אידן האבן אונז איבערגעלאזט פעק מיט מעשיות פון אמת'ע מסירת נפש, ווען מען האט נישט אפגעלאזט דעם אויבערשטן און די אמונה טראץ אלע פייניגונגען וואס זיי האבן דורכגעמאכט, צו וואס מיר וועלן באלד צוריק קומען. &nbsp; כאטש רוסלאנד האט פארלוירן פילע ריפאבליקס ("לענדער") וואס זענען געווען א טייל פון זייערע פעדעראציע ווען די סאוויעטישע פארבאנד האט זיך אויפגעלעזט אין יאר תשנ"א, פארמאגט זיך נאך היינט פילע ריפאבליקס וואס דארפן צו הייסן טיילווייז זעלבסטשטענדיג פארמאגענדיג אייגענע שפראכן, און אן אייגענע רעגירונג. עטליכע באקאנטע ריפאבליקס וואס זענען א טייל פון רוסלאנד זענען טשעטשניע, קארקאסיע, און דאגעסטאן. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אלץ פארציילן די מעשה פון נטע גורעליק, וואס איז געווען ערליכע חסידישע בחור וואס איז אנגעקומען קיין אומאן אין די צייטן ווען קאמוניזם האט געהערשט מיט גאנצן קראפט, ער האט זיך דארט באקענט מיט אנשי שלומינו, וואו ער איז געוואר געווארן פונעם סוד פון אוועקווארפן אלע חכמות און רעדן צום אויבערשטן בתמימות ובפשיטות, און אים פארציילן אלעס וואס גייט אויף אים דורך. &nbsp; עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און די אויטאריטעטן האבן אים געכאפט ווי ער העלפט ארויס פארשפרייטן אידישקייט און לערנט תורה מיט קינדער, מען האט אים פארשיקט קיין סיביר. נטע וויסענדיג אז אין די קעלט פון סיביר איז כמעט אוממעגליך איבערצולעבן האט ער שטארק מתפלל געווען אין די וואכן פארענדיג אויף די באן קיין סיביר דער אויבערשטער זאל אים העלפן ער זאל עס קענען דורכמאכן. &nbsp; אנקומענדיג האט דער אויבערשטער געמאכט א נס אז ער האט נושא חן געווען אין די אויגן פון די פירערס, און מען האט אים געגעבן "אינדאר" ארבעט, ער זאל באדינען די פאליציי און די אנדערע באאמטע, דאס מיינט אז ער וועט זיך געפונען אין די אפיסעס געביידע וואו עס איז געווען פיינע הייצונג. נאך א קורצע צייט איז אנגעקומען אהין א טאכטער פון א גלח וואס די רעגירונג האט אויך פאראורטיילט קיין סיביר, און אויך איר האט מען געגעבן ארבעט דארט. &nbsp; יעדע נאכט פלעגט דער גלח'ס טאכטער אים משוגע מאכן און געפייניגט ער זאל זינדיגן מיט איר, ער פלעט דאן ארויס לויפן אין די קעלט און שרייען צום אויבערשטן "ראטעווע מיך, איך ווער פארברענט", און ער איז נישט צוריק ביז ווען ער איז שוין זיכער געוען אז זי שלאפט שוין. &nbsp; נאך דריי יאר ארבעטן דארט געטריי און איבערגעגעבן, האבן זיי באשלאסן אים צו באפרייען, און לכבוד דעם האט מען אים געמאכט א "געזעגענונגס פארטי", און ווען אלע זענען דארט געזעצן, האט דאס מיידל זיך אויפגעשטעלט און געזאגט "אויב איז דא הייליגע בחור אויף דער וועלט, איז עס דער בחור", און האט פארציילט וויאזוי ער האט זיך יעדע נאכט דריי יאר אין א ציה זיך ארויסגערדרייט פון איר. &nbsp; ווען נטע איז צוריק געקומען קיין אומאן האט ער פארציילט זיין געשיכטע פאר אנשי שלומינו - אלע האבן געוויינט - האט רבי לוי יצחק בענדער זי"ע וואס איז דארט געזעצן פארציילט - און נטע האט אויסגעפירט, "איך האב געהאט א נס אז איך האב מיך באקענט מיט אנשי שלומינו און זיך אויסגעלערענט רעדן צום אויבערשטן בתמימות איידער איך בין אנגעקומען קיין סיביר, ווייל ווען איך נוץ ווען חכמה און שכל, וואלט נישט מעגליך געווען ביישטיין די נסיון". &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יח אדר א' תשפ"ד 📝
  • טראמפ געשטראפט מיט 355 מיליאן דאלאר

    א ריכטער אין ניו יארק האט געאורטיילט אין א קעיס קעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט אז ער דארף באצאלן קנס די פרעצעדענטלאזע סומע פון דריי הונדער און פינף און פיפציג מיליאן דאלאר קנס. &nbsp; דער ריכטער האט געפונען טראמפ שולדיג אין פארשידנע ביזנעס שווינדל קלאגעס אין וואס דער ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענעראל האט אים אנגעקלאגט, אריינגערעכענט אז ער האט איבערגעשאצט זיין ביזנעס ווערט כדי צו באקומען הלואות פון די בענק אויף בעסערע טערמינען. &nbsp; ווען מיר זעען דעם ביליאנער טראמפ לויפן פון איין געריכט צום צווייטן צאלן געפעפערטע קנסות און אפיעלן נאכאמאל אפיעלן די אורטיילן, זעען מיר אז געלט און עשירות קען נישט העלפן קיין מענטש. צומאל איז א מענטש אזוי ארים, אז אויסער געלט האט ער גארנישט, און דער האט נעבעך א פנים ווי דער חכם פון סיפורי מעשיות, ער לויפט אהער און אהין, און איז אלץ גערעגט און האט טענות אויף די גאנצע וועלט, ווען פון די אנדערע זייט קען מען זען ערליכע אידן וואס אויך אויב זיי האבן נישט קיין געלט זענען זיי טריליאנערן, וואס קענען זיך ערלויבן זיך אויפצורייסן, ער קען זיך ערלויבן א גוט ווארט פאר א צווייטן, ער איז גענוג רייך. ער קען זיך ערלויבן צו לערנען פרקים משניות, ער קען זיך ערלויבן זיך אויפצורייסן מיט זיין בארד און פיאות, מיט זיין מקוה און תפילין, ער גייט ארויס אין א ריקוד און איז באמת פרייליך אז ער "האט זוכה געווען היינט צו לערנען א בלאט גמרא". ער שפירט אזא סיפוק און הנאה אז ער קען ארויסזאגן די ווערטער "אמר רבא, אמר אביי". &nbsp; עס איז אמאל געווען א איד וואס איז געקומען צו רבי חיים ז"ל מיט א שווערע שאלה, ער האט געקויפט א טייערע טעסלע, ער וואוינט אין בני ברק, ווי אלע האבן אלטע ביליגע קארס, און ער וויל וויסן צי ער מעג פארקן זיין קאר נעבן זיין הויז, און דערמיט מכשיל זיין אנדערע אידן מיט קנאה. רבי חיים קוקט אים אן און פרעגט אים "וויפיל מאל האט איר שוין געעדדיגט ש"ס"? זאגט ער "ש"ס? איך?", וויפיל מסכת האט איר שוין געענדיגט?, "נאך נישט געעדיגט, איך האב געלערענט אפאר בלעטער אין ישיבה, אפאר בלעטער אין חדר", "איר קענט רואיג אהיים נעמען אייער קאר", האט אים רבי חיים געענטפערט, "עס איז נישטא וואס אייך צו מקנה זיין". &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז נאכדעם וואס א איד איז צוגעקלעבט צום אויבערשטן, ער דאווענט, ער לערענט, ער פריידט זיך מיט זיין לעבן, מיט זיינע פשוטע מצוות, יעצט איז געשמאק צו האבן א שיינע הויז, א שיינע קאר, אבער אן דעם קען מען נישט זיין פרייליך. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יז אדר א' תשפ"ד 📝
  • בני ברק'ע מפיצים פארשפרייטן דעם מעסעזש "יש עם מי לדבר"

    "גאנץ בני ברק זענען געווארן מפיצים" פארציילט אונז איינע פון אנשי שלומינו אין בני ברק, "אין די טעג זעה איך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן גייען ארום, בחורים און אינגעלייט, מען טיילט אויס קונטרסים, ספרים; אויך אין די פאסט קעסטל קומט מיר אן יעדן טאג דיקע ביכער". "יש עם מי לדבר", עס איז דא צו וועם צו רעדן, זאגן זיי אלע. "אחת ולתמיד" וועט מען ווייזן פאר אלעמען ווער איז באלעבאס. &nbsp; די מפיצים אין בני ברק האבן געזען דא א גוטע געלעגענהייט זיך צו שטארקן נאך מער אין הפצה, מען האט געלאזט דרוקן צענדליגע טויזנעטער קארטלעך "יש עם מי לדבר" מיט די זעלבע קאלירן און פארמאט ווי די פארטייען, און מען לייגט צו דעם נומער פון "קול ברסלב". &nbsp; די פילע מפיצים גייען ארום דערמיט, און וועקן אויף יעדן ערליכן איד און דאס טוט דערמאנען אז יא מען האט טאקע צו וועם צו רעדן. דער אויבערשטער שטייט און ווארט מען זאל רעדן צו אים, און ער הערט אויס יעדעס ווארט. "עס איז דא צו וועם צו רעדן." אויך וועט עס דערמאנען יעדן ערליכן איד "איין מאל פאר אלמאל" ווער איז באלעבאס, אויף מיר, אויף מיין ווייב, אויף מיין משפחה, מיין גאס, מיין קהלה, מיין שטאט, און אויף די גאנצע וועלט. דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א השגחה פרטית, און יעדע קליינע און גרויסע זאך ווערט געטון דורך אים. &nbsp; לגבי גיין צו די וואלן פון די עיריה אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו "איך וויל נישט ענק זאלן האבן א שייכות מיט פאליטיק, עס לוינט זיך נישט צו האבן שייכות מיט די פארטייען וואס אלעס איז איין שטיק שקר, איין שטיק חנופה; עס לוינט זיך נישט צו באקומען א שטח פאר א שול, מיר האבן דעם אויבערשטן, מיר וועלן בעטן דעם אויבערשטן און אזוי וועלן מיר האבן וואס מען דארף" &nbsp; "אז דו וועסט קומען אין אמעריקע באזוכן אונזער שטעטל - וועסטו זען גרויסע ריזיגע בנינים; תלמוד תורה'ס, מיידל שולע, שולן, בית הדפוס, מקואות - אלעס אן קיין משכנתא און אן קיין חנופה, אן קיין פאליטיק, אן קיין עשירים; אלעס נאר פון תפלה." &nbsp; "געב איבער פאר אלע חברים תלמידי היכל הקודש, נישט צו האבן צו טון מיט די זאכן, מיר נעמען נישט קיין חלק אין די בחירות הטמאות, און אפילו די בחירות עירי' - איז אויך נישט כדאי צו גיין, אפילו מען זאגט צו שטחים פאר די קהילה".

    < זעה מער יז אדר א' תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע זעק

    במשך די שובבי"ם האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מעורר געווען אלע תלמידים, סיי די בחורים אין ישיבה, אזוי אויך די אינגעלייט מען זאל אויסנוצן די טייערע שובבי"ם טעג מיט תשובה ותיקון המעשים, וואס דאס איז די בעסטע הכנה צום פרייליכן חודש אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה". &nbsp; אנשי שלומינו האבן אריינגעכאפט טויזנטער בלעטער גמרא, פרקים משניות, קאפיטלעך תהלים, אזוי אויך האט מען זיך מחזק געווען צו גיין אין מקוה יעדן טאג, זאגן תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, רעדן שיין אין שטוב, און אננעמען בזיונות באהבה וואס דאס זענען די בעסטע וועגן צו מתקן זיין די נשמה, און איבער אלעם רעדן צום אויבערשטן, פארציילן פארן אויבערשטן אלעס וואס גייט אויף אונז אריבער, אים דאנקען פאר אלעס וואס ער טוט אונז, און אים איבערבעטן אויף וואס מיר האבן געזינדיגט צו אים, און אים בעטן אויף להבא, וואס דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז מיר דארפן טון אנשטאט סיגופים, תעניתים, גלגלול שלג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט כסדר ביי די שיעורים געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט. &nbsp; אין ישיבה האבן די בחורים אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים. &nbsp; און אזוי גייען די בחורים צו די פרייליכע טעג פון אדר פורים און פסח מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה. &nbsp; משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער טז אדר א' תשפ"ד 📝
  • נייע הצלה גאראדזש אין שטעטל

    שוין א לאנגערע צייט וואס מען זוכט מטעם הצלה א ריכטיגע פלאץ וואו צו האלטן די הצלה "באס" (אזוי רופט מען די הצלה טראק אין די "הצלה שפראך") אינעם שטעטל, על כל צרה שלא תבוא, אבער עס איז דערווייל געווען אן ערפאלג. &nbsp; ביז איינע פון די חשובע הצלה וואלונטירן אין שטעטל מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן הי&rdquo;ו איז אנטקעגן געקומען מיט א פלאן אז ער איז גרייט אוועקצוגעבן זיין פלאץ אויפן רוט 52 וואס קומט אויס פונקט אינמיטן ביידע געגענטער פונעם שטעטל. &nbsp; נאכן עס איבעררעדן מיטן ראש ישיבה שליט&rdquo;א און נאכדעם וואס די פירער פון חברה הצלה זענען געקומען קוקן דעם פלאץ איז עס באשטעטיגט געווארן אלס געאייגענט פאר דעם צוועק. ברוך השם אז מען האלט שוין דא אז דאס איז שוין געווארן הערליכע אהערגעשטעלט מיט צוויי פארקינגס, איין "באס" וועט שטענדיג זיין גרייט, האפענטליך נאר אויף שמחות, און דער צווייטער וועט דינען אלס א בעקאפ ווען די ערשטע דארף דורכגיין מעינטענענס. &nbsp; דער ציבור שפירט א געוואלדיגע הכרות הטוב פארן אלעמען באליבטן הצלה וואלונטיר מו&rdquo;ה אברהם יושע נרו יאיר, וואס אויסער דעם וואס ער לויפט כסדר אויף קאלס, האט ער אוועקגעגעבן זיין אייגענע פלאץ פארן ציבור, און אזוי אויך טוען מיר זיך באדאנקען פאר אלע חשובע וואלונטירן און זייערע בני בית וואס ווען נאר עס קומט אריין א קאל, לאזן זיי אלעס איבער, און לויפן העלפן א צווייטן איד סיי ווען 24 שעה א טאג. &nbsp; ואחרון חביב פאר די חשובע הצלה ארגאניזאציע וואס שטייט צו הילף פארן שטעטל מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן פון אלעם גוטס. &nbsp; מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע פלעגט שטענדיג זאגן אז אין די זכות פון די חשובע וואלונטירן וועט משיח קומען, ווייל די גרעסטע זאך איז טון חסד. &nbsp; כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא! &nbsp;

    < זעה מער יג אדר א' תשפ"ד 📝
  • אמעריקאנער פארגעשניטער דראון אראפגעשאסן דורך תימנע כוטיס

    אין די לעצטע צייט זענען די כוטיס אין תימן ארויס אין א מלחמה קעגן די מערב וועלט, ווען זיי אטאקירן שיפן און מיטליטערישע געצייג אינעם ים סוף און אינעם מיטל מזרח. די מעכטיגע אמעריקאנער ארמיי וואס האלט זיך פאר די שטארקסטע אין דער וועלט וואס קיינער קען זיי באזיגן, פלאגט זיך מיט די אפגעריסענע פרימיטיווע כוטיס וואס מאכן טענטראמס ווי קליינע קינדער וואס ווילן נישט גיין שלאפן. &nbsp; אמעריקע מיט נאך פילע מערב לענדער האבן ארויסגעשיקט פילע אויפגעריסטעטע ריזיגע שיפן צום ים און באגלייטונג מיט די פארגערישריטענסטע פליגערס און דראונס, זיי האבן שוין באמבאדירט פילע לאקאציעס אין תימן, צילנדיג זייערע וואפן זאפאסן. אבער די וועלט איז געכאפט געווארן אין שאק די וואך ווען די בארפיסיגע אראבער האבן באוויזן אראפ צושיסן א דרייסיג מיליאן דאלארדיגע דראון וועלכע אמעריקע האט געשיקט העכער אירע הימלען צו שפיאנירן אויף איר. &nbsp; פאר אונז איז עס גארנישט קיין איבעראשונג, מיר ווייסן אז ביי אויבערשטן איז נישט די גרעסטע מיליטער שווערער צו באזיגן ווי א קליינע פליג, און מיר חזר'ן כסדר אז נישט די ארמיי אדער די עף סיקסטינס באשיצן אונז. מיר האבן דעם שטארקסטער גענעראל דער אויבערשטער וואס היט אויף אונז און אים קען קיינער נישט באזיגן. &nbsp; והבוטח בה' חסד יסובבנו &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יג אדר א' תשפ"ד 📝
  • יערליכע "מיד-ווינטער אנווארימען" פארטיס פון די לעידיס אקזילערי

    היי יאר מיטן וואוקס פונעם ציבור גרייט מען צו צען באזונדערע פארטיס אין צען באזונדערע שטעט. צו וואס אלע פרויען פון אנשי שלומינו וועלן קומען בעזרת השם העלפן דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז ווען מען העלפט די מוסדות טוט מען נישט קיין טובה פאר קיינעם אויסער פאר זיך. מען העלפט אז די אייגענע קינדער זאלן קענען באקומען דעם ריינעם אויסגעטרעטענעם חינוך וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אויסגעטרעטן, און ווערט ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורכן ראש ישיבה שליט"א &nbsp; דאס יאר ווערט ערווארטעט א גאר געשמאקע פראגראם, מיט ספעציעלע דאר פרייזעס פאר אלע וואס זענען מנדב פון $75 און העכער, עס וועט זיין לייכטע ריפרעשמענטס, און עקסייטינג ראפעלס. עס וועט אויסגעראפעלט ווערן ווערטפולע גיפט סערטיפיקאטן צו דריי פאפולערער געשעפטן, בעמבעלינאָ, סענטעיד סענסעישאָן, און דעליקעט ראָוז. &nbsp; צייכענט זיך אן אינעם לוח צו האלטן פריי דעם טאג אין אייער געגענט ווי די חשובע פרויען מאנשי שלומינו לאדענען איין אלע פרויען צו קומען אנטייל צו נעמען, און הנאה האבן א געשמאק פארברענג מיטן אויבערשטנ'ס הילף. &nbsp; בארא פארק דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; קרית ברסלב מאנטאג ויקהל (כ"ד אדר א', מארטש 4) 8:30 אווענט &nbsp; סטעטן איילענד דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; וויליאמסבורג דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; לינדען דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; טאמס ריווער דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; מאנסי מאנטאג כי תשא (י"ז אדר א', פעברואר 26) 9:00 אוונעט &nbsp; קרית יואל מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; קרית טאהש מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; דזשערסי סיטי&nbsp; מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; די וואס ווילן מנדב זיין אויפן טעלעפאן קענען רופן מרת אפעל תחי' אויף 347-519-0701, מ'וועט קענען אריינגיין אין די רעפלס דורך טעלעפאן.

    < זעה מער יב אדר א' תשפ"ד 📝
  • רוסישער אפאזיציע פירער געמארדעט אין טורמע

    אלעקסיי נעוואלני האט זיך שטארק באקאנט געמאכט אין די לעצטע יארן זייענדיג איינער וואס האט זיך געוואגט זיך קעגן צו שטעלן דעם רוסישן פרעזידענט ווילאדימיר פוטין, לויפענדיג אין די וואלן פאר פרעזידענט אין יאר 2018 למספרם. זייענדיג א כאריזמאטישער מענטש מיט שאנסן צו טשאלאנדזשען פוטין, האבן די רוסישע באאמטע אנגעהויבן צו לייגן אומגעהויערע שטרויכלונגען קעגן אים, מען האט אים גערודפט אין געריכט און באשולדיגט מיט אלע סארטן קלאגעס. זייענדיג אויף א פליגער פון טאמסק קיין מאסקווע אין יאר 2020 למספרם איז ער אוועקגעפאלן, וואס האט זיך דערנאך ארויסגעשטעלט צו זיין א מארד פראוו פון די רוסישע עף עס בי (אזוי ווי די עף בי איי אין אמעריקע) אגענטן. נעוואלני האט זיך ערהוילט אין א דייטשע שפיטאל, און טראץ עס איז געווען קלאר אז פוטין וויל אים זען טויט, איז ער צוריק געפארן קיין רוסלאנד אינעם לייבן גרוב, פאר אביסל כבוד. &nbsp; דא האבן מיר א ביישפיל ווי כבוד האט פאקטיש גע'הרג'עט, פאר אביסל כבוד. אבער אפילו מען האלט נישט ביים ווערן פיזיש גע'הרג'עט, וועט א מענטש אבער הרג'ענען זיין לעבן פאר אביסל כבוד. פאר פופצן מינוט וואס מענטשן וועלן שמועסן "וואו האט דיין חתן געלערענט?", וועט ער נעמען א בחור א חיה רעה וואס וועט רודפן זיין טאכטער איר גאנץ לעבן, בלויז ווייל ער זאל קענען עטפערן "מיין חתן האט געלערנט אינעם לומדישן ישיבה". &nbsp; אזוי אויך וען א מענטש פאלט אריין אין קנאה ער רעדט זיך איין אז יענעם גייט בעסער, ער פארגעסט אז דער אויבערשטער געט סיי פאר אים און סיי פאר יענעם פונקטליך אזוי ווי עס דארף צו זיין, עסט מען זיך אויף לעבעדיגערהייט, און עס נעמט ארויס א מענטש פון זיין לעבן, אפילו אויב מען טוט אים נישט קיין תכריכים, גייט ער ארום ווי א לעבעדיגער מת מיט א הוט און רעקל, ער עסט זיך דאס געזונט פארוואס יעדעם גייט גוט, און נאר אים איז שלעכט. &nbsp; די זעלבע זאך מיט תאוה, וואס פאר א הנאה פון פופצן מינוט קען א מענטש פארלירן סיי די וועלט און סיי יענע וועלט, און דאך פאלן נעבעך מענטש אריין אין דעם פאסטקע. &nbsp; דערפאר דארפן מיר בעטן דעם אויבערשטן "נעם ארויס פון מיר די קנאה תאוה און כבוד", ראטעווע מיך פונעם נעץ אין וואס דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אריינשלעפן." דאס איז די איינציגסטע עצה צו געראטעוועט ווערן דערפון. &nbsp; הקנאה והתאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יב אדר א' תשפ"ד 📝
  • ניורא לינק אינסטאלירט ערשטמאליג א טשיפ אין א מענטשליכע מוח

    די וועלט איז אויף מיט די דורכברוך וואס די "ניוראלינק" פירמע האט לעצטענס דורכגעפירט. די פירמע ארבעט שוין דערויף בערך אכט יאר, מיטן ציל צו "פארבינדן" די מח פון א מענטש צו א "פיצלע" טשיפ, וואס זאל קענען ארויסהעלפן מענטשן וואס זענען ל"ע פאראליזירט, און זאלן דערמיט קענען שיקן מיטן מח א מעסעדזש צו א קאמפיוטער אן דעם וואס מען זאל דארפן נוצן די אויגן, הענט אדער מויל. &nbsp; לויט באריכטן איז דער ערשטער טעסט געווען סוקסעספול און דער ערשטער מענטש וואס האט דאס באקומען מיט א חודש צוריק ערהוילט זיך פיין, און דער מאשין וואס הייסט "די לינק" ארבעט גוט, און דער פאציענט וואס איז פאראלאזירט ל"ע קען דערמיט לאזן וויסן וואס ער וויל. &nbsp; דער אמת איז אז מיר אלע האבן דעם טישפ שוין לאנג אין אונזער מח, דער טשיפ איז די נשמה די חלק אלוקי ממעל וואס פארבינדט אונזער נשמה צום אויבערשטן, און דער אויבערשטער ווארט מיר זאלן אים זאגן וואס מיר ווילן, דער אויבערשטער וויל מיר זאלן נוצן אונזער מויל אויסצודרוקן אונזער אמת'ע רצון, ער ווארט מיר זאלן אים זאגן "באשעפער, איך וויל יא זיין גוט, קוק נישט אויף מיין יצר הרע, דאס איז נישט איך, איך וויל נאר טון דיין רצון, באשעפער ראטעווע מיך, העלף מיך, שלעפ מיר ארויס פון מיין פלאנטער." &nbsp; דאס איז א "לינק" וואס פאררעכט אלעס וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו פארשטעלן, ער וויל אונז מאכן פאראליזירט, מיר זאלן נישט טראכטן אז מיר האבן נאך עפעס א פארבינדונג מיטן אויבערשטן. פרוביר נאר איינמאל אויס די טעם פון גיין אין א זייט, אין א פלאץ ווי קיינער איז נישט דארט, און עפען דיין הארץ צום אויבערשטן. וועסט ארויסגיין א נייע מענטש. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יא אדר א' תשפ"ד 📝
  • גרויסע אויספארקויף אינעם השבת אבדה שטיבל אין שטעטל

    אין שטעטל גייט אן א וויכטיגע ארגאניזאציע וואס ווערט געפירט דורך די חשובע משפחות טייטלבוים, די "השבת אבידה שטיבל" וואס שטעטל צו די סערוויס פון זיך אפגעבן מיט די גרויסע מצוה פון השבת אבידה אויפן שענסטן פארנעם, סיי ווער עס טרעפט עפעס אין שטעטל ווייסט מען אז עס איז דא אן אדרעס ווי מען וועט זיך אפגעבן דערמיט, אזוי אויך ווער עס פארלירט עפעס, בעט מען דעם אויבערשטן און מען גייט אריבער צום השבת אבידה שטיבל ווי מען וועט עס בעז"ה טרעפן. &nbsp; אבער במשך די צייט זאמלען זיך אן גאר אסאך זאכן וואס קיינער קומט נישט זוכן, און עס איז נישט מעגליך אנצוגיין אזוי, האט מען בהוראת פונעם דיין שליט"א איינגעפירט צו מאכן אן אויספארקויף יעדע עטליכע חדשים אויף די זאכן וואס ליגן שוין אינעם שטיבל פאר א לאנגע תקופה, די זאכן וועלן פארקויפט ווערן פאר צוויי דריי דאלער וואס וועט גיין אויסצוהאלטן דעם שטיבל, מען זאל ווייטער קענען אנהאטלן דעם וויכטיגן סערוויס פאר די שטעטל. &nbsp; יעצט וועט פארקומען די ערשטע גרויסע אויספארקויף פון זאכן וואס ליגן שוין לאנג, עס וועט פארקומען די וואך פון מארגן מיטוואך ביז ערב שבת קודש, ווי מען וועט טרעפן א גאר גרויסע אויסוואל פון גוטע קוואליטעט זאכן, בעיקר זענען דארט מלבושים ווי רעקלעך, מאנטלען, האנטוכער, רעגן מאנטלען, מעיל, שאלן, טלתים, העמעדער, וועש, שירעמס, ריפלעקטארס און נאך פילע זאכן. מען וועט קענען ארויסגיין פון דארט מיט גאר גרויסע מציאות, גוטע קוואליטעט זאכן פאר פרוטות. &nbsp; די אדרעס פונעם השבת אבידה שטיבל סיי א גאנץ יאר צו איבערגעבן געטראפענע זאכן, און אויך אויפצוזוכן פארלוירענע זאכן, און יעצט צום אויספארקויף איז אין שטוב פון מו"ה שמשון הערש טייטלבוים הי"ו, אויף 121 טווין ברידזש רד. - פאר סיי וועלכע פראגע בנוגע דעם השבת אבידה שטיבל קען מען אלץ רופן 845-243-0604. &nbsp; 📰 די גרינדונג פונעם השבת אבידה שטיבל

    < זעה מער יא אדר א' תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה פראוועט א שבת התוועדות צו שאפן געלט פאר די הייליגע מוסדות

    שבת קודש פרשת משפטים איז דער ראש ישיבה געפארן צו פארברענגען אינאיינעם מיט א קליינע ציבור תומכי המוסדות, וואס האבן מנדב געווען גרויסע סכומים גדולים אז די מוסדות זאלן קענען אנגיין, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו אין עצתו אמונה פרשת תרומה: "די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק שאפן געלט פאר די מלמדים, איך האף דו ביסט מכיר טובה אז איך העלף דיר, איך פאר אוועק פון שטוב אנשטאט דיר; עס וואלט ווען געדארפט זיין אז דו זאלסט זיין דער וואס איז פארנומען זוכן א וועג פאר דיינע קינדער זיי זאלן האבן א מלמד מיט א לערערין וכו', למעשה פָּארע איך זיך פאר דיר; מיט אלע כוחות שאף איך געלט פאר דיינע קינדער, זאלן האבן מלמדים און לערערינס." &nbsp; פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט תיקוני זוהר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער צוויי ספרים האט ער די מערסטע ליב צו לערנען, ליקוטי מוהר"ן און תיקוני זוהר, און כאטש אז פון אנפאנג זענען די צוויי ספרים אים געווען די שווערסטע, ער האט ממש געשפירט ווי ער עסט שטרוי, אבער מיט די צייט האט ער אנגעהויבן שפירן דערין די זיסע טעם, נאך מער פון סיי וועלכע אנדערע לימוד. &nbsp; דער ראש הישיבה האט איבערגעלאזט זיינע קליינע קינדער אינדערהיים אין וויליאמסבורג, און פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען האט ער געזאגט אז ער גייט פרובירן צו דאווענען ווי עס דארף צו זיין, ווייל שוין א לאנגע צייט וואס ער קען נישט געהעריג דאווענען, ווייל ער דארף קעיר נעמען פון זיינע קליינע קינדער, זען אז אויך זיי זאלן דאווענען. דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו מנחה און קבלת שבת וואס איז דורכגעגאנגען מיט גרויס התעוררות. &nbsp; ביי די סעודה האט דער ראש הישיבה געזאגט צווישן אנדערע די שעדליכקייט פון אנזאמלען חובות און הלוואות, א זאך וואס איז זייער איינגעגעסן ביי מענטשן און מען כאפט אפילו נישט, און נאכדעם נעמט עס אוועק פונעם מענשט זיין גאנצע ישוב הדעת און מנוחה, דער מענטש האט נאכדעם נישט קיין מח צו דאווענען און לערנען ווי מען דארף. די וואך זעט מען דאס אין די פרשה. די תורה זאגט אז א מענטש וואס האט חובות, זאל ער גיין און זיך פארקויפן פאר א קנעכט, כדי ער זאל קענען באצלאן זיינע חובות, און אפילו ער וועט דארפן חתונה האבן מיט א שפחה כנענית און ער וועט האבן קינדער כנענישע קנעכט, דארף ער דאס טון פטור צו ווערן פון זיינע חובות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט באריכות די דריי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פונעם מהרש"א, ווען דער רבי איז געווען אין אוסטראה און האט געהאט ביי זיך דריי רענדלעך, און האט געזאגט אז פאר יעדע רענדל קען ער פארציילן א מעשה פונעם מהרש"א, און ער האט געגעבן אלע רענדלעך פון זיין האנט, און האט פארציילט דריי מעשיות, ער האט פארציילט די מעשיות פאר זיין טאכטער ווען זי איז געווען זייער קראנק, און זיין זיידע דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע איז געקומען צום רבין אין חלום און אים געזאגט ער זאל זיך נישט זארגן, און ער זאל פארציילן מעשיות פון צדיקים וואס איז מסוגל צו ישועות, און דעמאלטס האט דער רבי פארציילט די דריי מעשיות, און זי איז געזונט געווארן. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גזירת החינוך וואס איז דא אין ניו יארק, און האט געזאגט אז עס גייט אים נישט אן וואס זאל זיין, מען וועט גארנישט טוישן פון די מסורה אין די חינוך פון די קינדער, און אפילו די רעגירונג וועט מער גארנישט געבן, ב"ה לא אלמן ישראל, אידישע קינדער וועלן זיך אנרופן ווארעם און מען וועט קענען אנגיין, עס איז נישט וואס מורא צו האבן, מיר דארפן נאר מתפלל זיין, און דער אויבערשטער וועט העלפן די גזירה וועט בטל ווערן. &nbsp; ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה פארציילט אסאך סיפורי צדיקים, און בעיקר איבער מוהרא"ש זי"ע, צווישן אנדערע האט ער פארציילט אז איין טאג האט אים מוהרא"ש געזאגט אז ער האט אמאל געהערט פון זיין טאטע אז עס איז דא א מין מחלה וואס הייסט אפילעפסיע, און מען דארף נישט מורא האבן דערפון אפילו אויב עס זעט אויס זייער שרעקעדיג, מען ווארט אויס ביז ער ענדיגט זיך צו ווארפן, און דערנאך הייבט ער זיך אויף און אלעס איז מסודר. עטליכע טעג נאכדעם וואס ער האט געהערט די מעשה, איז מוהרא"ש געווען אין עירפארט, און איינער איז דארט אראפ געפאלן, און אלע האבן געשריגן און געפאניקט, און מוהרא"ש האט געזאגט "איך בין נישט געווארן דערשראקן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז צוויי טעג נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אים פארציילט די מעשה איז א בחור אין ישיבה אראפגעפאלן, און די עלטערן האבן ניטאמאל געוויסט אז זייער בחור האט עפילעפסיע, און דעמאלטס האט ער פארשטאנען פארוואס מוהרא"ש האט אים פארציילט די מעשה. &nbsp; במשך דעם שבת האט דער ראש ישיבה אסאך ארום גערעדט איבער וויכטיגע זאכן אין חינוך און שלום בית, און בעיקר איבער תפילה, התבודדות און רעדן צום אויבערשטן, און איבער די חשיבות פונעם דרך הלימוד. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מקיים זיין למעשה אלע שיינע זאכן און זיסע עצות פון הייליגן רבין.&nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער י אדר א' תשפ"ד 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדערלעך אידיש חלק ב' ארויס פון דרוק

    אין די יעצטיגע טעג איז ענדליך אנגעקומען אין קרן הדפסה א ריזיגע שיפמענט פון די שטארק נאכגעפרעגטע ביכלעך פאר די קינדער, די שוין היינט בארימטע סעריע "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", דער שיפמענט אנטהאלט די פאלגענדע דריי ביכלעך. &nbsp; צום ערשט ליגט דערין "מעשה'לעך פאר קינדער אידיש נומער איינס" וואס איז צוכאפט געווארן דורך די מאסן ביים ערשטן דרוק אויף א פארנעם וואס מען האט זיך נישט געקענט פארשטעלן, און שוין א לאנגע צייט וואס עס איז בכלל מער נישטא צו באקומען, ווען סיי אויף די וועבסייט, און בפרט פון די מפיצים הערט מען כסדר פארלאנגען אז אלע זוכן דוקא דאס, און זיי וואטן שוין אזוי לאנג עס צו קענען האבן. יעצט וועלן אלע וואס האבן עס נאכנישט אנגעיאגט איינצוהאנדלען עס קענען קויפן, אויפן וועבסייט און ביי די מפיצים בעזרת השם יתברך. &nbsp; אבער יעצט קומט די "טשערי אן די פיי", אינעם שיפמענט איז אנגעקומען "מעשה'לעך פאר קינדערלעך אידיש נומער צוויי", וואס איז יעצט צום צום ערשטן מאל דא צו באקומען, כמעשהו בראשונה, צען הערליכע ציענדע מעשה'לעך מיט הערליך אויג פארכאפענדע געמאלענע בילדער, געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס לייגט אריין דערין זיין הארץ און נשמה, מיטן ציל אריינצופלאנצן אין די טייערע ריינע נשמה'לעך אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות און אז זייער תמימות זאלן זיי קענען מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן, און זיי זאלן באקומען די מעסעדזש פון די וויגעלעך אז דער אויבערשטער דארף זיי, און זיי זאלן גלייבן אין זיך, אינעם אויבערשטן און אינעם צדיק. &nbsp; מען האט געדרוקט דערפון א גאר א גרויסע קוואנטום נאכן זען דעם גרויסן פארלאנג פונעם ערשטן חלק, מיט דעם אלעם האפט מען עס וועט זיין גענוג פאר אלע וואס זוכן עס, און עס איז כדאי זיך עס איינצוהאנדלען וואס שנענער איידער עס גייט אויס. &nbsp; אזוי אויך איז אונגעקומען די ענגלישע ווערסיע פונעם ביכל די ערשטע חלק "ליטל סטאָריס פאָל ליטל סאָולס" וואס איז איבערגעטייטש פון די אידישע קונטרסים וואס ווערט פארקויפט און פארשפרייט אין די פלעצער ווי ענגליש איז די ערשטע שפראך, אז אויך זיי זאל קענען געניסן פון דעם זיסן און לויטערן קוואל וואס קוועלט אמונה, יראת שמים און מידות טובות. &nbsp; די אלע זאכן קענען שוין די מפיצים באשטעלן פונעם קרן הדפסה, און וועט זיין צו קויפן אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט אין די נאנטע טעג מיטן אויבערשטענ'ס הילף. &nbsp; אז מען רעדט שוין, איז כדי צו דערמאנען אז די ענגלישע ביכל חלק ב' איז אין די טעג אריין אין דרוק, און די אידישע ביכל חלק ג' איז אין די ווייטע שטאפלען פון ווערן געדרוקט, און מען האפט אז פון יעצט וועלן די נייע חלקים ארויסקומען שנעלער, און מען זאל נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג פון איין חלק צו די אנדערע. &nbsp; אינעם סעריע פון מעשה'לעך פאר קינדערלעך איז אויך דא די פאפולערע אייטעם פון די קאלערינג בוק און די יו עס בי, און נאך פארשידענע זאכן, אלעס מיטן ציל אריינצוברענגען די זיסקייט פון תורה ומצוות צום קומענדיגן דור.

    < זעה מער ט אדר א' תשפ"ד 📝
  • עס-זאַל אין אומאן וועט בעז"ה ווערן אריבערגעפירט צו א גרויסע טענט

    אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אז מען האט זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבי'ן פארגאנגענעם ראש השנה, און מען בעט דעם אויבערשטן אז מען זאל זוכה זיין אויך אויף קומענדיגן יאר ראש השנה תשפ"ה צו קענען אנקומען צום הייליגן רבין, מען בעט דעם אויבערשטן אז מען זאל נישט האבן קיין מניעות און קיין שטערונגען, אלעס זאל פארן על צד היותר טוב, סיי מצד די רעגירונגען, סיי מצד געלט, און אזוי ווייטער מען זאל קענען קומען און גיין געזונטערהייט און אויספועלן אלעס גוטס. &nbsp; אלע וואס האבן מיטגעהאלטן פארגאנגענעם ראש השנה תשפ"ד האבן געזען אז דער בנין איז שוין איבערגעפולט על כל גדותיו, מען האט ב"ה שוין געקויפט עטליכע ריזיגע שטחים נעבן דעם בנין ווי מען וועט זיך קענען פארברייטערן מיטן אויבערשטענס הילף. אבער די מערסטע ענגשאפט האט זיך אנגעזען ביים עסן, אין די ערשטע יארן פונעם בנין פלעגט מען עסן אינעם גרויסן עס זאל אינעם בעיסמענט, ווי עס איז געווען גענוג פלאץ פאר אלעמען, אבער אין די לעצטע צוויי יאר האט מען בלית ברירה געמוזט פארוואנדלען דעם בית המדרש אין א דיינינג רום נאך יעדע תפלה, וואס איז א גרויסע דיעבד. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען בויען א נייע הערליכע בנין אויף איינע פון די שטחים דערנעבן, אבער ביזדערווייל האט דער ראש ישיבה באשלאסן וועט מען זיך ספראווען מיט דעם דורך א גרויסן טענט. אויף איינע פון די גיגאנטישע שטחים וואס די קהילה פארפיגט נעבן דעם בנין וועט מען אראפשטעלן א געהעריגע צעמענטענעם פלאר, אויף וואס מען וועט אויפשטעלן א באקוועמע ריזיגע טענט מיט גענוג און נאך פלעצער בהרחבה גדולה, אויפן פארנעם ווי אנדערע הכנסת אורחים טוען אין אומאן, וואס וועט מיטן אויבערשטנעס הילף צוגעבן צום הרחבת הדעת פון אלע וואס קומען אויף ראש השנה וויילן אינעם בנין. און דער בית המדרש וועט קענען פארבלייבן נאר לתורה ולתפלה במשך דעם גאנצן מעת לעת.

    < זעה מער ז אדר א' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 451 to 465 of 1666 results

1 2 ... 28 29 30 31 32 33 34 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com