Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בית המדרש היכל הקודש בארא פארק ציט זיך אריבער צו א נייע גרעסערע פלאץ

      מיט גרויס פרייד נעמען אויף תושבי בארא פארק די נייעס איבער די נייע לאקאציע פונעם בית המדרש אין שטאט. דער בית המדרש דינט אלץ א לייכט טורעם פאר גאנץ בארא פארק והגלילות ווען אידן אין שטאט ווייסן אז עס איז דא א בית המדרש ווי מען וועט הערן חיזוק און באקומען פרישע כחות צו גיין ווייטער.   נאכדעם וואס דער ליעס אויפן פריערדיגן לאקאל איז אויסגעלאפן, און מען האט זיך דערזען אז דאס פלאץ איז שוין לאנג אויסגעוואקסן האבן די גבאים באשלאסן אז מען דארף זוכן א גרעסערע פלאץ, און חפץ ה' בידם הצליח, דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז אונטער געקומען א פרישע פלאץ מיט גאר אסאך מעלות, א סאך בעסערע געגענט, אין צענטער פון בארא פארק, א גרעסערע היכל בית המדרש, און מען האט א מקוה אויפן פלאץ, און מען איז אריין אין קאנטראקט אויפן נייעם בית המדרש היכל הקודש בארא פארק וואס וועט פון יעצט זיין אויפן נייעם אדרעס 1415 55 סטע סטריט.   פארגאנגעם מוצאי שבת קודש תיכף נאכן זמן איז מען ארויס פונעם אלטן בית המדרש, מען האט אריינגעלייגט אלע חפצים, בענק טישן ספרים און אזוי ווייטער אין א טראק און מען האט זיך גענומען אויפפיקסן דעם נייעם פלאץ עס זאל זיין ראוי פארן בית ה'.   אלע אנשי שלומינו בכלל און פון בארא פארק בפרט האבן צוגעלייגט א פלייצע, יעדער מיט וואס ער קען, און די וואך האט מען זיך גענומען מיט א שנעלקייט איבערבויען, יעדער האט זיך איבערגעבן מיטן גאנצן הארץ דער מיט געלט און בעיקר מיט מיט רצון, אנשי שלומינו זענען ווארעם און העלפן ארויס, מיט הארץ און נשמה. בפרט דארף ארויסגעברענגט ווערן די געטרייע גבאים וואס שטייען איבערגעגעבן פאר אנשי שלומינו, הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א, און הר"ר אהרן קליטניק שליט"א וואס יומם ולילה לא ישבותו. אזוי אויך דארף מען ארויסברענגען הכרת הטוב פאר פילע גוטע פריינט און מתפללים וואס האבן גאר אסאך ארויסגעהאלפן, ר' בנימין פאלמאן, וואס האט אלעס אנגעפירט מרישא ועד גמירא, און געטון די קאנטראקטיג ארבעט. ר'  לוי יצחק סאפיר וואס האט מנדב געווען די פלאר, און איז געשטאנען בראש פון די ארבעט פון באשטעלט די פילע זאכן פארן בית המדרש. ר' שמעון גאנצפריעד, וואס האט מיט די אייגענע הענט איבערגעמאכט די גאנצע עלקעקטריק, ארויסגעריסן די אלטע, און געלייגט נייע שיינע לייטס. ר' דוד דייטש, וואס שטייט אלץ צו די רעכטע האנט בייטאג און ביינאכט. ר' אברמי פרידריך, וואס האט געמאכט די מאלדינגס און די טירן. ר' שמואלי ווייס, וואס מנדב געווען די דעמאלישן, דאס ארויסרייסן די אלטע ווענט און עס אוועקטראגן. און אחרון חביב ר' שמואליק בלעדי, וואס איז אלץ גרייט צו העלפן מיט געטריישאפט.   עס איז נאך דא פילע זאכן וואס מען קען נאך האבן די געלעגענהייט צו מנדב זיין, און דערמיט האבן א חלק אינעם נייעם בית ה'. רופט שוין אן דעם גבאי הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א אויף 347-760-5924 און רופט אייך אן ווארעם.   ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער ו אייר תשפ"ד 📝
  • ה' אייר: דער טאג וואס דער הייליגער רבי איז לוחם אנטקעגן די אפיקורסים אין יעדן דור

    היינט צוויי הונדערט און פערצן יאר צוריק אין די טאג ה' אייר האט זיך דער רבי געצויגן צום ביז דאן משכילישע פעסטונג אומאן. דער שטאט ווי אסאך צדיקים האבן שוין פרובירט זיך צו ציען ביז דאן, ווי צום ביישפיל דער הייליגער צדיק סנגרון של ישראל דער בארדיטשבער רב זי"ע, דער הייליגער צדיק רבי זאב וואלף פון טשארני אססטרא, אבער האבן נישט געקענט דארט בלייבן, ווייל די משכילים אין שטאט שטאט אומאן האבן זיי ארויסגעטריבן. &nbsp; ווי דער סיפור ווערט פארציילט באריכות אין ספר הקדוש פעולות הצדיק אנגהויבן פון סימן תתקל"ג, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין אומאן מיט אן אש קודש צוזאמען מיט זיין גרויסער תלמיד דער הייליגער רבי נתן זי"ע מיטן ציל לוחם צו זיין קעגן די פארשטאלטענע השכלה וואס האט פארכאפט פילע אידן אין יענע צייט, און דער רבי האט ברוב קדושתו וחכמתו באוויזן צו באזיגן די גרויסע משכילישע לייבן פון אומאן און זיי מחזיר בתשובה זיין. עס לוינט זיך צו נאכצוקוקן אינעם ספר די גאנצע סיפור באריכות. &nbsp; אינעם ספר פעולת הצדיק סימן תתקל"ה ווערט געברענגט אז אויפן וועג איז דער רבי איז געווען זייער צוקאכט, און רבי נתן האט נישט געוואוסט וואס גייט פאר. היינט ווען מען האלט איבער זיבעציג יאר ווען כלל ישראל טרויערט אויפן גרויסן אומגליק וואס האט פאסירט מיט כלל ישראל, ווען קוים נאך עטליכע יאר נאך וואס דער נאצישער שלאנג האט אומגעברענגט פיזיש מיליאנען אידן על קידוש השם, האט כלל ישראל באטראפן דער ציוניסטישער אומגליק אין דעם טאג ה' אייר, וואס האט שוין אומגעברענגט מיליאנען אידישע נשמות אויפן שייטערהויפן רחמנא ליצלן. קען זיין אז דאס איז געווען פארוואס דער רבי איז דאן געווען אזוי צוקאכט און פארפלאמט זעענדיג פאראויס וואס וועט פאסירן אין דעם ביטערן טאג. &nbsp; אין די צייט איז אונזער פליכט זיך צו שטארקן ווייטער צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ספרים וואס איז נאך ביזן היינטיגן טאג בכח ארויסצונעמען די השכלה די אויבער חכמישקייט פון אונזערע קעפ, און אריינלייגן די קלארע אמונה אינעם אויבערשטן ביי אונז, אז מען זאל ממש שפירן ווי דער אויבערשטער שטייט ממש דא מיט מיר, און מען זאל אנהייבן פשוט צו רעדן צו אים, אויף אונזער שפראך. דער רבי האט דער כח ארויפצוהייבן דעם גרעסטן למדן און דער גרעסטער עובד און בעל מדרגה ער זאל זיך קאנעקעטן צום אויבערשטן און אנהייבן פון פריש דינען דעם אויבערשן, און פון די אנדערע זייט קען דער רבי איבערדרייען דעם גרעסטן בעל עבירה, די גרעסטע משכילים און ציונים און זיי מאכן גלויבן אינעם אויבערשטן און אין זיין גרויסע רחמנות ווי ער האט אונז ליב השוכן אתם בתוך טמאותם. וואס דאס וועט אויסרייסן אלע טומאות און מקרב זיין משיח צדקינו. &nbsp; צדיק באמונתו יחי'

    < זעה מער ה אייר תשפ"ד 📝
  • לשובע ולא לרזון: קויפט זכותים אינעם בית התבשיל און געבט צו עסן פאר הונגעריגע אידן

    אין טעג פון די יארצייט פונעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי ישעיה'לע פון קערעסטיר זי"ע, איז דער פאסיגער זמן צו שטיצן דעם בארימטן "בית התבשיל היכל הקודש" וואס גייט אין די וועגן פונעם צדיק א גאנץ יאר, און געט צו עסן פאר הונגעריגע אידן, בפרט פאר יום טוב, וואס עס גייט ארויס אסטראנאמישע סכומים צו מאכן זיכער אז אלע האבן א פרייליכע און זאטע יום טוב. &nbsp; דער בית התבשיל שטעלט צו צו עסן פאר בני תורה און נצרכים שוין עטליכע יאר צום גוטן, און צילט אז אין יעדע שטוב זאל זיין וואס צו עסן און טרונקען צו דער זעט נישט קיין חילוק אין די מצב אינדערהיים, און נישט אפילו ביי די וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל. &nbsp; בלויז אין די וואכן פאר דעם פארגאנגעם יום טוב פסח איז ארויסגעגאנגען פונעם אקאונט פונעם בית התבשיל איבער 180,000 דאלער (מיט 50,000 מער פון תשפ"ג) פאר די פילע פראיעקטן פונעם בית התבשיל אנגהויבן פון די חלוקות פון קעיסעס גרעיפ זשוס מצות פלייש פיש פרוכט און אזוי ווייטער, וואס איז צושטאנד געקומען בשותפות פון הרב אברהם לויפער שליט"א, ביז שיקן גאנצע פסח אדערס צו פילע פאמילעס, און אזוי אויך אויסצאלן פילע גראסערי ארדערס פאר ווער עס האט געדארפט. און דארנאך די דעביט קארטלעך מיט וואס פילע משפחות האבן געקענט איינקויפן אין גראסער לכבוד יום טוב. פון דארט גייט מען צום חלוקה בשותפות פון ר' ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג, און צום לעצט דער גרויסער אפעליינסעס יריד, וואס האט צוגעשטלט קאך כלים פאר שפאט ביליג. &nbsp; דאס אלעס האט נאר געקענט צושטאנד קומען אדאנק די ווארים הארץ וואס אנשי שלומינו האבן ארויסגעוויזן און געשטיצט דעם בית התבשיל מיט א ברייטע האנט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס ווייטער אנהאלטן לויט וויפיל נדבות עס וועלן אריינקומען אינעם קאסע אזוי פיל וועט מען קענען ווייטער געבן. &nbsp; יעצט אינעם גרויסן טאג פונעם צדיק וואס האט משפיע געווען ישועות און רפואות פאר אידישע קינדער דורך זיין מדה מיט וואס ער האט זיך אויסגעצייכענט דאס איז זיכער מאכן צוגעבן צו עסן פאר אידן, וועט מען אויך היינט זוכה זיין צו פועלן ישועות און רפואות פאר זיך און די משפחה אין זכות פונעם גרויסן צדיק און אינעם זכות פון גיין אין זיינע וועגן. &nbsp; רופט יעצט אריין צום גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און נעמט אייך די זכות פון צאלן א גראסערי ארדער פאר א נויטבאדערפטיגטע משפחה, אדער אויסצוצאלן א גרויסע באלאנץ פון א משפחה. רופט אים אוף 845-637-5367, אדער קען מען דרוקן דא און מנדב זיין אנליין. &nbsp; לשובע ולא לרזון &nbsp;

    < זעה מער ד אייר תשפ"ד 📝
  • הערליכע יום טוב פסח מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם יום טוב פסח האבן די איינוואוינער פון קרית ברסלב געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב. &nbsp; כאטש מען קען נישט ארויסברענגן אין א קורצע באריכט דעם געשמאקן דערהויבענעם יום טוב מעין עולם הבא וואס מען האט בייגעוואוינט, מען האט געשפירט ווי מען איז ארויס פון די אייגענע מצרים. אבער דאך וועט מען פרובירן ארויסצוברענגען אויפן שפיץ גאפל דעם שיינעם יום טוב, און זען וואס מען קען מיטנעמען אויף ווייטער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן עטליכע טעג פאר יום טוב, זיך צו קענען צוגרייטן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און במשך די פאר טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א עוסק געווען אין אסאך קהל'ישע ענינים וואס פעלט אויס פאר'ן שטעטל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אסאך פארברענגט מיט די חשובע בחורים פון ישיבה אין שטעטל, פארגעלערנט שיעורים און זיי געגעבן גאר אסאך הדרכה פארן לעבן אין אלע הינזיכטן. &nbsp; במשך די ערב פסח טעג איז פארטיילט געווארן גאר אסאך עסן פראדוקטן פאר די איינוואוינער, געברענגט דורך דעם "בית התבשיל" אינטער די פירערשאפט פון דעם געטרייען גבאי צדקה מו"ה שלמה יאקאבאוויטש. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי געוואנדן אויף די גרויסקייט פון די משפחה. &nbsp; שבת הגדול האט דער ראש ישיבה געדאוונט שחרית אין בית המדרש אויף די ירושלים גאס, צו מחזק זיין די אינגעלייט וואס וואוינען אין דעם געגנט. &nbsp; אין טאג פון בדיקת חמץ איז מען אריבער צום מצה בעקעריי שעפן מים שלנו, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף די חסד אז מען האט אזא רבי וואס מאכן געשמאק די מצות פון יום טוב. אזוי אויך האט מען געדאנקט דעם אייבערשטן אז דאס איז די דריטע יאר וואס די מצה בעקעריי איז אפן און עס גיבט ארויס אזאנע געשמאקע מצות, וואס די ארבעטערס לייגן אריין זייערע תפילות עס זאל ארויסקומען גוט און כשר. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט דאס וואס די גמרא זאגט (פסחים&nbsp; מב ע"א) "א"ר יהודה: אשה לא תלוש אלא במים שלנו, דרשה רב מתנה בפפוניא, למחר אתו כולי עלמא חצבייהו ואתו לגביה". רב מתנא האט געזאגט אז מען דארף האבן "מים שלנו" פאר די מצות, צומארגנס האבן אלע געברענגט זייער וואסער צו רב מתנא. האט רב מתנא זיי אויפגעקלערט אז עס האט דאס נישט געמיינט צו זאגן, נאר ער האט געזאגט אז עס דארף זיין "גענעכטיגטע" וואסער. מוהרא"ש האט געפרעגט, וואס וויל די גמרא ארויסברענגען מיט די מעשה? נאר דאס איז צו ארויסברענגן ווי שטארק זיי האבן געהאט אמונת חכמים, אז זייער רבי האט געזאגט א ווארט האבן זיי נישט געפרעגט קיין שאלות, נאר גלייך געפאלגט, אפילו עס האט אויסגעזען אינטערעסאנט. &nbsp; ערב פסח נאכמיטאג איז מען צוריק צום מצה בעקעריי, גלייך ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן די מצות מיט גרויס שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט הלל מיט א געשמאק און פרייליכקייט, גאר אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען ארויסהעלפן דאס באקן מצות. &nbsp; במשך די טעג פון יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אין בית המדרש אויף די האשקי גאס, און צוגעגאנגען צום עמוד ביינאכט און דערנאך אינדערפרי ביי שחרית, ווי באקאנט איז א דאווענען פונעם ראש ישיבה פיל מיט הארץ און געפיל, עס עפענט דאס הארץ צום אייבערשטן, עס עפנט די מויל צו רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן וואס עס דרוקט.&nbsp; &nbsp; די ערשטע נאכט פאר מנחה האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם הייליגן בריוו פון רבי שמשון אסטראפאליא זי"ע וואס דאס איז א סגולה אז מען זאל נישט האבן קיין שלעכטס במשך דעם גאנצן יאר. אויך איז מרומז אינעם בריוו די סוד פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; במשך די חול המועד טעג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט אינדערפרי דעם שיעור גמרא אין וואלד אין "גן עדן התחתון" הונטערן בית המדרש, עס האט געשפירט זייער געשמאק צו זיין ביים שיעור אום חול המועד, און לערנען א דף גמרא אינטערן הימל מיט א געשמאקן לופטל. דערנאך האט מען געדאוונט אין "היכל ראזענבערג" און געזינגען הלל דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף די נס אז מיר ווייסן פון אזא גרויסע רבי. &nbsp; דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור וואס איז געווען צוזאמען מיט א סיום הש"ס פון הבחור יוסף ב"ר שמחה סאלז הי"ו, ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון א בחור'ל וואס ניצט אויס די פרייע צייט צו לערנען בלעטער גמרא, און אפילו עס נעמט לאנגע יארן קומט מען אבער אן צום סוף. די עיקר איז צו האבן דעם ווילן צו ענדיגן ש"ס, און אז מען וויל קומט מען אן צו דעם. מען קען הערן דעם גאנצן הערליכן שיעור אויף "קול ברסלב".&nbsp; &nbsp; נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה גערעדט צו א קבוצה בחורים פון "ישיבת סאוט פאלסבורג", וואס זענען געקומען הערן חיזוק, דער ראש ישיבה האט געשמועסט מיט זיי וואס "ברסלב" איז, און אז דער הייליגער רבי האט זייער אויסגערימט די עקשנות פון די ליטווישע אידן. &nbsp; שבת חול המועד ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט ביים בית המדרש אשר בנחל כדי צו מחזק זיין די מתפללים פון דעם שול. &nbsp; שבת אינדערפרי האט דער רעדאקטער פונעם בלעטל הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א געהאט א שמועס מיטן ראש ישיבה וואס האט אנגעוויזן מען זאל לייגן א שטארקע דגוש אויף די קינדער אפטיילונג, ווייל די קינדער איז די עיקר ווי מען דארף זיך פארלייגן אז זיי זאלן ווערן אנגעפילט מיט אמונה, און אז זיי זאלן נישט דארפן ליינען אנדערע פיסטע זאכן וואס ברענגט נישט גארנישט אויף למעשה, נאר פארדרייט סתם די קאפ. &nbsp; שביעי של פסח אויפדערנאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש אשר בנחל צו זינגען צוזאמען שירה און דאנקען דעם אייבערשטן אז מען האט א רבי וואס נעמט אונז ארויס פון מצרים, און ברענגט אונז אריין דעם פה-סח אז מיר זאלן שמועסן מיטן אייבערשטן אין יעדן מצב. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארטיילט גרעיפ דזשוס פאר יעדן באזונדער, און נאכן זינגען פאר א שטיק צייט האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער די גרויסקייט פון שביעי של פסח, אז דאס איז מסוגל פאר שידוכים און פרנסה וואס איז קשה כקריעת ים סוף. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון חתונה מאכן די קינדער אינגערהייט, כדי זיי צו ראטעווען בעוד מועד. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די שיינקייט וואס מען זעט אין שטעטל, "פופצן איינוואוינער האבן אריינגענומען די עלטערן אויף יום טוב פסח ביי זיך אינדערהיים וואס דאס איז די שענסטע זאך וואס קען נאר זיין אז מען איז מכבד עלטערן. און דאס זעט מען גאר שטארק אין היכל הקודש אז מען האלט טייער די עלטערן אויף א שטארקע פארנעם." &nbsp; אחרון של פסח נאכמיטאג איז מען זיך צאמגעקומען צו משיח'ס סעודה ווי דער ראש ישיבה האט פארציילט די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב וויאזוי ער איז געווארן געראטעוועט אפאר מאל בשעת ער איז געפארן צו ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיטן הייליגן אור החיים הקדוש צו ברענגען די גאולה שלימה, אבער עס איז נאכנישט געווען די צייט און ער האט זיך געדארפט צוריקדרייען אהיים. &nbsp; בשעת'ן זיין פארכאפט ביי די רויבערס אויף א אינזל האט ער נאר געדענקט די אלף בית, און דאס האט ער גע'חזר'ט, וואס דאס ווייזט אונז א וועג אז ווען מען ווייסט נישט וואס צו בעטן, הייבט מען מיט די אלף בית און אזוי קומט שוין אריין געדאנקען וואס צו בעטן דעם אייבערשטן. למשל א' איז "אמונה", ביי ב' האט דער ראש ישיבה געזאגט קען מען זאגן איז "בויך" באשעפער העלף איך זאל פארלירן וואג, איך בין זייער איבערוואגיג. אזוי בעט מען מיטן אן אמת אלעס וואס ליגט אויפן הארץ. &nbsp; עס איז געווען גאר א הערליכער און דערהויבענער יום טוב פסח, און די אלע חיזוק דרשות און ווארימע תפילות וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. &nbsp; לשנה הבא בירושלים

    < זעה מער א אייר תשפ"ד 📝
  • פאספארט אלערט: צייט צו באקוקן די פאספארטן צו קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה

    מיט יעדע פארבייגייענדע טאג ווערט די בענקשאפט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה שטארקער. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן", אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבין. "פלען איט רייט" איז אין די טעג שטארק פארנומען אויסצוארבעטן די פלענער וואס ווען און וויאזוי מען זאל קענען אנקומען אמבעסטן קיין אומאן היי יאר. דאס איז פשוט אז קיין אומאן קומט מען נישט אן סתם דרוך קויפן א טיקעט, צוערשט קומט תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם צו שטעלן שטיינער אין וועג. בפרט ווען די מצב אין אוקראינע איז פארנעפלט שוין איבער צוויי יאר. אבער אנשי שלומינו האבן שוין געזען אז מיט תפילות קען מען פועלן, אפילו אין די לעצטע צוויי יאר האט מען זוכה געווען צו הערליכע נסיעות קיין אומאן, סיי אין די וועג וויאזוי מען איז געפארן ב"ה, די טשארטערס קיין פוילן, די אפשטעל אין ליזענסק ביים הייליגן ציון, און דערנאך האט מען זיך אפגערוט געגאנגען אין מקוה געדאווענט און געגעסן, אזוי אויך דער וועג אריבער די גרעניץ ביז אומאן. &nbsp; אזוי אויך אין אומאן זעלבסט האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט גארנישט געפעלט, די פעקלעך זענען ב"ה אנגעקומען, און מען האט געפועלט ישועות פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל. דאס יאר טוען אנשי שלומינו ווייטער גיסן תפילות בשעת די שטאב פון "פלען איט רייט" איז פארנומען ביז איבערן קאפ צו איבערארבעטן די פלענער אויף די היי יעריגע נסיעה, עס צו מאכן נאך בעסער און נאך געשמאקער. טוען אנשי שלומינו בעטן דעם אויבערשטן זיי זאלן מצליח זיין און טאקע קענען אויספירן מכח אל הפועל די אלע גוטע געדאנקען צו קענען צושטעלן א נסיעה אויפן בעסטן אויפן בעזרת השם יתברך. &nbsp; אין די קומענדיגע טעג האפן מיר אז מיר וועלן קען מעלדן די פרישע אפדטעיטס איבער די נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה, אבער די קומענדיגע אלערט איז גילטיג אויפן יעצטיגן מאמענט: די פאספארטן. עס איז שטארק רעקאמענדירט אלע זאלן איבערקוקן די פאספארטן פון זיך און די קינדער און קוקן ווען עס לויפט אפ, ווייל פילע לענדער לאזן נישט אריין מיט א פאספארט וואס לויפט אפ אין ווייניגער פון דריי חדשים, און פילע עירליינס זענען נאך אפילו מער מחמיר, און זיי פארלאנגען א פאספארט וואס איז פעליג אויף א האלבע יאר שפעטער. דאס מיינט אז אפילו אויב די עקספיירעישאן דאטום איז א גאנצע יאר פון יעצט (ביז למספרם אפריל 2025), איז שוין רעקאמענדירט צו באנייען דעם פאספארט. &nbsp; דער וואס האט נאך נישט קיין פאספארט קען גיין צו איינע פון די הונדטערטער לאקאציעס וואו מען קען באשטעלן א נייע פאספארט. עס איז כדאי זיי צו רופן פון פריער, צו וויסן וועלכע דאקומענטן מען דארף צושטעלן, און צי זיי מאכן פאספארט בילדער אויפן פלאץ. אויב דארף מען נאר באנייען א פאספארט, קען מען עס אויך טון דורך די פאסט, דורך דעם לינק. &nbsp; די סטעיט דעפארטמענט זאגט אז עס געדויערט אין די טעג צו פראצעסירן א פאספארט בערך 2 חדשים, און נאך א חודש וואס עס נעמט אנצוקומען און ארויסצושיקן. &nbsp;פאר אנשי שלומינו איז צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין, לב יודע מרת נפשו, יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם טוט אונטערלייגן שטיינער און פיסלעך אויף אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל זיי אלע קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה. &nbsp;

    < זעה מער כח ניסן תשפ"ד 📝
  • גאר סוקסעספולע קמחא דפסחא חלוקות דורך די הילף פון די עסקנים פון רבי ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג

    שטייענדיג יעצט אייניגע טעג נאך דעם געהויבענעם זיסן יום טוב פסח, ווען מיר האבן אויסגענוצט די הייליגע טעג זיך אנציפולן מיט אמונה אויף א גאנץ יאר, איז די פאסיגע צייט ארויסצוהייבן די געוואלדיגע פעולות פון די געטרייע עסקנים פונעם וואויל באקאנטן ארגאניזאציע "רבי ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג" וואס געבן זיך אוועק מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, און מיט גרויס סעייתא דשמיא שטייען זיי צו הילף פאר הונדערטער משפחות אין פילע היימישע געגענטער, און טוען כל מה שביכלתם מיט מסירת נפש אז אידישע קינדער זאלן האבן אויף פסח, און א גאנץ יאר לשובע ולא לרזון, פאר די גאנצע משפחה. &nbsp; אזוי אויך שטייען זיי צוהילף פאר אונזער הייליגע קהלה היכל הקודש במשך דעם גאנצן יאר, ווען די געטרייע עסקנים יום ולילה לא ישבותו, און העלפן דעם בית התבשיל היכל הקודש מיט'ן געטרייען גבאי הר"ר שלמה יאקאבאוויטש, ער זאל קענען ברענגען פילע גאר רייכע חלוקות מכל טוב וטוב. &nbsp; בפרט יעצט פאר דעם יום טוב פסח, האבן די עסקנים הר"ר שמעון ישראל פאזען שליט"א, הר"ר יואל בראך שליט"א, הר"ר חיים יודל שווארטץ שליט"א פון רבי ישעיה'לעס קאך פון וויליאסבורג, צוזאמען געארבעט מיט בית התבשיל היכל הקודש מען זאל קענען ברענגען גאר ברייטע און ווערטפולע חלוקות מיט א ברייטע האנט לכל דכפין. מען האט צוגעשטעלט מיט הרחבה ריזיגע חלוקות פון פרישע פיש, פלייש, פרוכט, גרינצייג, גרעיפ דזשוס און וואס נישט, מיט וואס פילע פון אנשי שלומינו האבן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף געקענט אריינברענגען דעם יום טוב מיט א פרייליך הארץ. &nbsp; מען רעדט פון חלוקות אין ווערט פון שווערע צענדליגע טויזנעטער דאלער, וואס די עסקנים מיט זייער גוט הארץ האבן נישט געזשאלעוועט קיין צייט, טירחה און כחות, נאר כדי צו העלפן אידישע קינדער, און גיין אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן אונז געלערנט די גרויסע נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט ווען אידישע קינדער טוען חסד איינע מיטן צווייטן. &nbsp; יעצט ווען מען שטייט אין די וואך פון די יארצייט פונעם גרויסן צדיק נאך וועם דער הייליגער ארגאניזאציע הייסט, זאל דער אויבערשטער העלפן אז די זכות פון דעם הייליגן צדיק רבי ישעי' בן רבי משה פון קערעסטיר זאל מגין זיין פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די אלע הייליגע פעולות, און בפרט פאר די אויבנדערמאנטע עסקנים וואס זענען געשטאנען בראש, אז עס זאל זיי קיינמאל גארנישט פעלן, אך טוב וחסד ירדפיהם כל ימי חייהם, זיי זאלן זוכה זיין צו דעם ושבתי בבית ה' לאורך ימים. &nbsp; מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ד 📝
  • וואס באדייטן די ליינס אויף די שטאטישע גאסן?

    שאלה: איך וואונדער מיר וואס מיינט די פארשידענע קאלירן געספרעיטע ליינס אויף די גאסן אין שטאט, נאך מער זע איך אז אפילו ווען מען פעיווט איבער די גאסן, מאכן די ארבעטער זיכער איבערצושרייבן די ליינס. איך וואלט געוואלט וויסן וואס דאס מיינט. ישר כח, נפתלי הירצקא. &nbsp; די ליניעס וואס זענען ארויפגעספריעט אויף די גאסן זענען בכלל נישט קיינע געהיימע קאודס, איך האף אז איר וועט נישט זיין אנטוישט געוואר צו ווערן אז דער תירוץ אויף דיין שאלה איז בכלל נישט קיין דראמאטישע אויפדעקונג. די ליינס קומען פשוט צו אנדייטן אז דארט אונטער די ערד געפונען זיך "יוטיליטי ליניעס". ווי מיר וועלן באלד אביסל ערקלערן. די קאלירן קומען צו לאזן וויסן וועלכע ליניעס געפונען זיך דארט אונטער די ערד. און וויבאלד זיי זענען פיל מאל זייער וויכטיג, דארף מען זיי תיכף ווידער פארבן, אויב זיי זענען געווארן איבערגעדעקט ווען מען מאכן איבער די גאסן. &nbsp; אין ניו יארק סידי באדייטן די קאלירן ווי פאלגענד: רויט ווייזט אויף פייער ליינס. דארט אונטער די ערד לויפן די פייפס וואס פירן וואסער צו די פייער היידרעינטס. געל איז פאר געפארפולע זאכן ווי נאטורליכע גאז, און אראנדזש איז פאר קאמיוניקאציע ליניעס, ווי טעלעפאן, פייבער קעיבלס וכדומה. עס זענען דא נאך קאלירן וואס מען זעט צומאל, ווי ווייס וואס די קאנסטראקשען ארבעטער צייכענען אן ווי זיי דארפן גראבן, בלוי, ווי עס לויפן טרונק וואסער פייפס. &nbsp; די אלע קאלירן וועט מען מער זען אין געגענטער ווי עס קומען פאר קאנסטראקשען, וואס דארף אנדייטן פאר די ארבעטער ווי זיי דארפן זיין פארזיכטיג נישט איבערצורייסן די וויכטיגע ליניעס, וואס אויב מען רייסט זיי איבער קענען זיי אין בעסטן פאל זיין א גרעסערע שאדן, אדער אין ערגסטן פאל קען עס זיין גאר געפארפול, ווי צום ביישפיל אויב מען רייסט איבער א גאז ליניע איז עס א געפאר פון אן ערנסטע אויפרייס ח"ו. &nbsp; פאר אונזערע אויגן זעען די קאלירן אויס ווי סתם זיינע אילוסטראציעס און אבי געקאטשקעטע זאכן אויפן גאס, אבער באמת האט עס א טיפערער באדייט, אונטער דעם געפונען זיך גרויסע אוצרות, פון וואסער, ענערגיע, און קאמיוניקאציע, וואס אויב מען פארבינדט זיך דערמיט, קען מען זייער אסאך נהנה זייין דערפון. &nbsp; פארוואס האבן צדיקים געלייגט א דגוש אויף דעם און דעם סעיף און שולחן ערוך? צום ביישפיל מיר זעען ווי מוהרא"ש זי"ע האט כסדר גערעדט איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, און כסדר געחזרט דעם פראקטישן און לכתחילה'דיגן וועג פון אנהייבן פון זונטאג. אדער ער פלעגט אלץ רעדן איבער די וויכטיגקייט פון שלום בית, זאגענדיג אז דאס איז דער יסוד צו קענען זיין אן ערליכער איד. און אזוי ווייטער. מיר פשוטע מענטשן קענען טראכטן אז אפשר וואלט מען געדארפט רעדן פון אנדערע נושאים, אפשר וואלט מען געדארפט רעדן פון תאוות אכילה, פון סיגופים און תעניתים. אבער דער צדיק איז דער וואס צייכענט אונז אן און ווייזט אונז ווי מיר דארפן ספעציעל זיין געווארענט, ווייל דער צדיק זעט וואס טוט זיך אין הימל. די אלע זאכן וואס די צדיקים האבן אונז געזאגט איז ווייל דווקא דארט קענען מיר טרעפן אונזער אוצר. אויב מיר וועלן לערנען יעדן טאג אביסל, רעדן צום אויבערשטן, זאגן אביסל תהלים דאס וועט אונז פארבינדן מיט די גרויסע אוצרות פון רוחניות'דיגע ענעריגע, רוחניות'דיגע אוצרות, און וועט אונז עפענען די קאמיוניקאציע ליניעס מיטן אויבערשטן, און מיר וועלן זוכה זיין צו א גוטע לעבן. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ד 📝
  • וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

    שאלה: איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס מיינט דאס "די מאגן ברענט", וואס איז די גורם דערפון, און וואס קען איך טון צו פארמיידן די גרויסע יסורים וואס דאס ברענגט, ישר כח. הערשל נ. &nbsp; מאגן ברענען, אדער ווי עס ווערט גערופן אויף ענגליש "הארץ ברענען", איז א סימפטאם פון עסיד ריפלאקס, וואס מיינט אז די עסיד (די שארפע כעמיקאלן וואס די מאגן לייגט אריין אין די שפייז צו "פארדייען" דאס עסן) פון די מאגן רייסט זיך דורך די טיר וואס דארף אים האלטן אינעם מאגן, און גיסט זיך איבער ארויף אינעם וושט. די שארפע עסיד מיט וואס די וושט באגעגענט זיך שאפט די געפיל ווי די הארץ אדער דער מאגן "ברענט". עס זענען דא עטליכע מיטלען וואס קענען העלפן קורץ טערמיניג, דאס מיינט אז עס דארף העלפן אפשטעלן די יסורים אויפן פלאץ. דאס ערשטע דארף מען פרובירן פשוט א גלעזל צוויי קאלטע וואסער וואס וועט אראפ שווענקען די עסיד פונעם וושט, וואס דאס האט בכלל נישט קיין שעדליכע סייד עפעקטס. אויב דאס העלפט נישט, דארף מען פרובירן מיט טאמס, וואס באשטייט פון קאלציום, וואס שטילט אביסל איין די עסיד, אז עס זאל זיך קענען האלטן אין די ראמען. אבער דאס איז אויסדרוקליך נישט גוט אויפן לאנגן טערמין. אויב עס מאכט זיך א מאגן ברענעריי פון צייט צו צייט, איז עס זייער גוט. אויב א מענטש זעט אז ער דארף ממש טאג טעגליך נעמען טאמס, איז צייט צו נעמען מער שריט. &nbsp; די ערשטע זאך איז תפלה, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן מען זאל מצליח זיין צו טרעפן דעם פראבלעם. דערנאך איז כדי צו אידענטיפיצירן די מאכלים צו וואס זיין מאגן איז האקל דערויף, פילע וועלן ליידן דערפון נאך שארפע, פעטע, אדער זויערע מאכלים, וכדומה. און פארמיידן ווי ווייט מעגליך די יענינגע זאכן וואס די מאגן גלייכט נישט. טייל זענען האקל צו קעפין, אלקאהאל, ציטרוס פרוכט, אדער סאדע. אויך קען מען ענדערש באקומען מאגן ברענעריי אויב מען עסט זיך איבער, איז כדי צו עסן מיט דרך ארץ ענדערש מערערע מאל קלענע סעודות, ווי איידער זיך איבערעסן. אויך איז כדי נישט צו עסן נאנט צום גיין שלאפן, ווייל זיך אראפ לייגן נאכן עסן קען פארגרינגערן די עסיד ארויסצוגיין פון די ראמען. איבערוואג איז אויך כדאי צו נעמען אין באטראכט. איבעריגע פונטן לייגן דרוק אויף מאגן, און קען ארויסשטיפן עסיד צו וואו עס געהער נישט. טרונקען גענוג: ווען די מאגן האט גענוג פליסיגקייט, איז די עסיד נישט אזוי שארף און נישט אזוי אקטיוו. אבער נאך אלעמען און מיט אלעמען דארף מען בעטן דעם אויבערשטן, און גלויבן אז נישט די השתדלות ברענגט די רעזולטאטן, נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט אזוי ווי ער וויל. &nbsp; יעצט ווען מיר שטייען נאך דעם הייליגן יום טוב פסח, זענען מיר אלע פרייליך אז דער מאגן האט פאר גאנצע אכט טעג (אדער אין ארץ ישראל זיבן) נישט אריינגענומען א ברעקל חמץ, אבער האט אריינגענומען די פילע כוסות וויין, מצה, און מרור. דארפן מיר זיך זייער פרייען דערויף. און שמחה איז די בעסטע רפואה פאר אלע מחלות. און סטרעס איז די שעדליכסטע פאר אלע מרעין בישין. א ברסלב'ע חסיד איז געווען זייער פרייליך אין בית המדרש נאך פסח זאגענדיג "איך האב אכט טעג נישט געגעסן קיין משהו חמץ", פרעגט אים א איד "פון וואו ווייסטו?", פאר דעם איד איז געווען א שאד צו ענטפערן. אבער שפעטער האט דער איד געזאגט פאר די ארומיגע "פון וואו ווייסטו אז דיין פלייש האט נישט קיין בלוט נאכן זאלצן?", ווייל אז מען האט געזאלצן כהלכה, האט עס שוין נישט קיין בלוט. און אפילו דו וועסט מיר אויפווייזן אין א לאבראטאריע אז די רויטע זאפט וואס מען זעט צומאל אויף געזאלצענע פלייש אז דאס איז סייענטיפיש בלוט. זאג איך דיר אז דאס איז נישט קיין בלוט. ווייל אז די הלכה זאגט אז דאס איז נישט קיין בלוט, איז עס נישט קיין בלוט. מיר האבן אלע אויפגערוימט די הייזער ווי די הלכה פארלאנגט, מיר האבן געבאקן די מצות אונטער אכצן מינוט ווי די הלכה פארלאנגט. דערפאר בין איך זיכער אז איך האב נישט געהאט קיין ברעקעלע חמץ, און דערפאר בין איך זייער פרייליך. און די שמחה של מצוה אז איך האב נישט געהאט קיין חמץ וועט מיר אפהיטן די גאנצע יאר איך זאל זיין אפגעהיטן פון יעדע עבירה רח"ל, און פון יעדע מחלה. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כד ניסן תשפ"ד 📝
  • פערצן יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט פערצן יאר צוריק, אין די יעצטיגע טעג, גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע פון אנשי שלומינו זענען אריינגעשפרינגען אינעם ים, און בס"ד געעפענט די טויערן פונעם נייעם חדר "היכל הקודש", וואס האט זיך דאן געעפענט אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. &nbsp; עס איז נישט דורך מער פון עטליכע יאר, און פון דעם איז זיך עס ברוך ה' צואוואקסן צו די פילע פארצווייגטע מוסדות "היכל הקודש", חדרים, מיידל שולעס, כוללים, און נאך, וואס האבן זיך געעפנט זייט דעמאלט אין וויליאמסבורג, קרית יואל, אין ברסלב ליבערטי, אין ירושלים, אין בני ברק, און אין טבריה. &nbsp; די מוסדות היכל הקודש האבן שוין היינט גאר א ווייטע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דער דער ראש ישיבה שליט"א איז ווייטער ממשיך. &nbsp; הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, אן ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, און פון דעם וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס דאס הייליגט און איידלט אויס דער מענטש. &nbsp; די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטענדיג מיט'ן אייבערשטן, אלץ האבן זיי צו פארציילן ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט זיי, זיי דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. &nbsp; מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז ווען די אמונה ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצערלעך, דאן וועלן זיי שוין לעבן מיט'ן אייבערשטן זייער גאנץ לעבן, די ריינע אמונה וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן נאר זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער איז מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. &nbsp; עס איז מערקווירדיג איבערצוגיין וואס מוהרא"ש האט דערציילט פאר'ן ראש ישיבה מיט פערצן יאר צוריק ווען ער איז געזעס ן ביי מוהרא"ש יענעם חול המועד פסח און איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די נייע תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דאן דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט איבער פופציג יאר פריער. &nbsp; אין יענע יארן איז ברסלב געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, אין אינעם ברסלב'ער בי ת המ דרש האט מען זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. ביי איין געלעגענהייט האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין געשריבן אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". &nbsp; פאר'ן גבאי וואס האט דאס געהערט האט דאס אויסגעזען ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פאר'ן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז דער חלום איז מקוים געווארן"! &nbsp; שטייענדיג פערצן יאר שפעטער, זעט מען די הערליכע פירות וואס זענען ארויסגעקומען פונעם חדר, טייל פון די ערשטע קינדער אין חדר זענען שוין היינט מלמדים מומחים אין די מוסדות, אלע זענען אויפגעוואקסן לשם ולתפארת מיט א ברען צום הייליגן באשעפער. &nbsp; והודעתם לבניך ולבני בניך! &nbsp;

    < זעה מער כד ניסן תשפ"ד 📝
  • געהויבענע יום טוב פסח מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דעם יום טוב פסח האבן די איינוואוינער פון קרית ברסלב ליבערטי געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב. &nbsp; ווי די חשובע איינוואוינער פון שטעטל געבן איבער, איז עס געווען גאר א הערליכער און דערהויבענער יום טוב פסח, מען האט זיך מחי' געווען און הנאה געהאט יעדע מינוט, און עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן עטליכע טעג פאר יום טוב, צו קענען צוגרייטן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און במשך די פאר טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך עוסק געווען אין אלע קהל'ישע ענינים וואס פעלט אויס פאר'ן שטעטל. &nbsp; מען האט געבאקן דאס יאר ערב פסח מצות אינעם מצה בעקעריי אין שטעטל, גלייך ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן די מצות מיט גרויס שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט הלל. &nbsp; אין לויף פונעם יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך גערעדט און פארגעלערנט און מחזק געווען אידישע קינדער, בעיקר מיט דעם "פה-סח", די אידן זענען געווען אין מצרים, געארבעט שווער און געליטן ביטערע צרות, ביז משה רבינו איז געקומען און זיי אויסגעלערנט צו רעדן און שרייען צום אייבערשטן, ווייל נאר דאס איז די איינציגסטע וועג ארויס פון אלע צרות, און אזוי האט ער זיי ארויסגענומען פון מצרים. און דאס דארפן מיר אויך טון היינט צו טאגס, אין סיי וועלכע צרה א מענטש איז נאר אריינגעפאלן, האט ער נאר איין אדרעס, זיך צו ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צו אים דאס גאנצע הארץ, און אזוי וועט ער אויסגעלייזט ווערן פון אלע זיינע צרות און פראבלעמען. &nbsp; אויך האט מען גערעדט ווי מ'דארף זוכן די גוטע נקודות, דאנקען אסאך דעם אייבערשטן אויף אלע גוטע זאכן וואס ער געבט אונז, און אזוי ווערט די הארץ געעפנט און מ'קען גרינגער רעדן און בעטן דעם אייבערשטן. ווען א איד געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן האט ער א גליקליכע און געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות. אין א בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "אודאי דארף מען בעטן און בעטן דעם אייבערשטן, אבער מען דארף אכטונג געבן; אסאך מאל ווען מען איז אזוי אריינגעטון נאר אין בעטן - קען מען אמאל אריינפאלן אין דחיקת השעה, מען קען צומאל האבן אזוי ווי טענות 'איך בעט און בעט און גארנישט, איך באקום נישט קיין ענטפער'; דעריבער איז זייער וויכטיג ווען מען בעט דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען און לויבן, זוכן גוטס, זוכן נקודות טובות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן ח"א ל"ג) אויפ'ן פסוק (קהלת ז, יד): "ביום טובה", ווען עס גייט גוט, דו שפירסט דעם אייבערשטן, "היה בטוב", דאס איז גוט, לעב מיט דעם הרגשה, אבער וויסן זאלסטו "וביום רעה", ווען דו שפירסט גארנישט, אלעס איז פארלאשן, דו זעסט נאר שלעכטס, "ראה" - זוך אויף אלוקית, זוך אין די חושך דעם אייבערשטן, דאנק דעם אייבערשטן. דאס האב איך דיר געמיינט צו זאגן אז דו זאלסט נישט נאר עוסק זיין אין בעטן דעם אייבערשטן, דו דארפסט אויך אין די צייט פון בעטן - דאנקען, אזוי וועסטו זען דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, וועסטו נישט אריינפאלן אין עצבות". &nbsp; דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור צוזאמען מיטן סיום הש"ס פון הבחור יוסף ב"ר שמחה סאלז הי"ו, מען קען עס הערן אויפ'ן טעלעפאן ליין "קול ברסלב", און אויפן "ברסלב סענטער" וועבסייט. א לענגערע אויספירליכע באריכט איבער'ן הערליכן יום טוב אין שטעטל, וועט בעז"ה נאכפלאגן. &nbsp; אויך אין אלע בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע געגנטער, זענען די ארטיגע אידן זיך צוזאמגעקומען און געדאווענט אינאיינעם במשך דעם יום טוב, און זיך געשטארקט מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, וואס זענען מחי' און מחזק יעדן איד אין יעדן מצב. &nbsp; חסל סידור פסח כהלכתו! &nbsp;

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ד 📝
  • עצתו אמונה ווערט איבערגעמאכט מיט א הערליכע נייע דעקל

    לכבוד פסח וועט אויפגעוויקעלט ווערן א נייע הערליכע דייזין פאר די וועכענטליכע קונטרס "עצתו אמונה" וואס אנטהאלטן די בריוו פונעם ראש ישיבה, ווי ער איז מחזק און מעודד אידישע קינדער. &nbsp; מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר די ליינער וואס די בריוו מיינען, די גאנצע וועלט איז זיך מחי' מיט די הייליגע בריוו, די מפיצים גייען ארום אין אידישע הייזער און לאזן איבער די הערליכע בריוו מלא חיזוק און אמונה, פון וואס אלע לעבן אויף. &nbsp; דער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז התחדשות איז א גרויסע יסוד אין עבודת ה', א מענטש טאר זיך נישט לאזן אלט ווערן, מיר דארפן יעדן טאג פריש אנהייבן צו ווערן אן ערליכער איד. עס איז אויסגעקומען נישט לאנג צוריק צו באגעגען א איד וואס איז אויפגעוואקסן נעבעך אן קיין אידישקייט, ער איז געבוירן ביי א משפחה וואס די טאטע איז א קריסט און די מאמע איז להבדיל א פארבלאנדשזעטע אידישע טאכטער. דער איד איז לעצטענס נתקרב געווארן צו אידישקייט נאכן אריינבלאנדזשען איין שבת נאכמיטאג צו א אידישע געגענט. דער איד האט שוין געהאט א ברית און האט זיך אנגעהויבן צו לערנען די סאמע ערשטע יסודות פון אידישקייט. רעדנדיג צו אים האט ער געזאגט מיט אזא שמחה "איך האב שוין זוכה געווען צו קושן די תורה", ער האט עס געזאגט מיט אזא פרישקייט, אזא שמחה. דאס געבט איז "פוד פאר טהטאט", עס מאכט אונז טראכטן: היינט האב איך אפגעגאסן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה, געליינט קריאת שמע, געווען אין מקוה, געלערענט א דף גמרא, געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים, געדאווענט מיט מנין, וואס רעכענט אריין קדיש, ברכו, קדושה, קריאת התורה, גערעדט אפאר ווערטער צום אויבערשטן, געזאגט א גוט ווארט פאר די ווייב. וואו איז אונזער פרישקייט? וואו איז די שמחה של מצוה? אז איך האב שוין זוכה געווען טויזענט מאל צו לייגן תפילין איז עס נישט קיין שמחה אז איך האב היינט געלייגט תפילין? &nbsp; מיר זענען פארקראכן פון ענין, יעצט לכבוד פסח, וועלן די עצתו אמונה אויך באקומען א חיצונות'דיגע התחדשות, וואס וועט אונז דערמאנען זיך צו פרייען יעדע וואך אויף די הייליגע בריוו, זיין דאנקבאר דעם אויבערשטן, און מכיר טוב זיין דעם ראש ישיבה שליט"א אז ער לאזט זיך אראפ צו אונז און העלפט אונז שטייגן און דורכגיין די ברויזענדע כוואליעס פונעם לעבן.

    < זעה מער ז ניסן תשפ"ד 📝
  • איראן אטאקירט מדינת ישראל

    פארגאנגענעם שבת קודש האט איראן געשאסן אויף מדינת ישראל טעריטאריע איבער הונדער פופציג שאהיד דראונס, איבער הונדטערט באליסטישע מיסלס, און צענדליגע קרוז מיסלס, אויך די פארשידענע איראנער פּראקסיס (איראנע פארבינדעטע גרופעס, וואס זענען אפציעל נישט א חלק פון איראן) ווי די כוטיס פון תימן, און כיזבאלא פון לבנון האבן צוגעהאלפן מיט שיסן פון זייערע טעריטאריע פארשידענע מיסלס און באמבעס. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז עס זענען נישט געווען קיין געשעדיגטע, דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין הארץ פון די מערב וועלט אז זיי זאלן קומען צו הילף, און די אלע הונדערטע מיסלס און דראונס זענען אראפ געשאסן געווארן דורך די פארשידענע פארטיידיגונג סיסטעמען. &nbsp; עס קען נישט געשריבן וועגן אן דערמאנען אז מיר פארלאזן זיך נישט אויף די מזרח וועלט, און נישט אויף די מערב וועלט, נישט אויף פראנקרייך, נישט אויף אמעריקע, נישט אויף ביידען, און אויך נישט אויף טראמפ, און זיכער נישט אויף די ציוניסטישע ממשלה. מען דארף ווייטער מתפלל זיין דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אונז אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט, און בפרט אויף תושבי ארץ הקודש, וואס שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, א גוי האט פיינט א איד, ער קען נישט צוקוקן ווי אידישע קינדער לעבן מיט די תורה, לעבן מיט'ן אויבערשטן, און זוכט אים אויסצורייסן ברוחניות ובגשמיות, אין די גאנצע וועלט שטייען ערליכע אידן אויס גזירות פון די דעמאקראטישע רעגירונגען וואס "זארגן זיך זייער" אויף אונזער וואוילזיין, און ווילן צווינגען אידישע מוסדות מען זאל לערנען מיט זיי אלע שמוץ און ליבעראלע איידיעס, מינות און אפיקרוסות, רחמנא ליצלן. אבער מיר וועלן ווייטער טון דאס וואס האט אונז געהאלפן איבערלעבן אלע גזירות און השמדות, מיר וועלן זיך ווענדן צום באשעפער שעמדה לאבותינו ולנו, און הקדוש ברוך הוא מצלינו מידים. &nbsp; דאס קומט אלץ נקמה אויף דעם וואס מדינת ישראל האט צוויי וואכן צוריק באמבאדירט דעם איראנער אמבאסאדע אין סיריע, אומברענגענדיג זעכצן איראנער, צווישן זיי הויכראנגיגע גענעראלן. דאס קומט צוליב וואס איראן טוט כסדר שיקן זייערע שליחים וואס טעראריזירן מדינת ישראל צילן, צי זאל עס זיין אין סיריע, לבנון, עזה, תימן און אזוי ווייטער. דאס קומט נאכדעם וואס אמעריקע - וואס איראן קוקט אן אלץ שותף מיט מדינת ישראל - האט אומגעברענגעט איינע פון די העכסטע גענעראלן פון איראן קאסאם סולימאני ארויספארנדיג פונעם באגדאד לופטפעלד אין איראק. דאס איז געווען נאכדעם וואס טראמפ האט באשולדיגט סולימאני אז ער איז געשטאנען אונטער פילע אטאקעס קעגן אמעריקאנער אינטערעסן איבער די וועלט. דאס איז געווען צוליב... זאל איך גיין ווייטער? אדער איך קען שוין אויספירן חד גדיא, חד גדיא? דער אמת איז אז אויך דער דאזיגער חד גדיא וועט זיך ענדיגן די זעלבע ווי דער פיוט חד גדיא וואס מיר וועלן זינגען פסח אויפדערנאכט נאכן סדר. אז צום סוף וועט זיין אז ואתה מלאך המוות ושחט לכומעני, וואס האט געשאסן אויף ביבי, וואס האט מלחמה געהאלטן מיט כאמאס, וואס האט טעראריזירט די מדינה, וואס האט זיך גערייצט מיט איראן, וואס האט טערארירזירט אמעריקע וועלכע האט אומגעברענגט סולימאני, חד גדיא חד גדיא. און צום סוף וועט דער אויבערשטער העלפן אז די צדיקים וועלן מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט, און משיח וועט קומען און די וועלט וועט איינזען אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אויבערשטן און דאן וועט געשען אז "ואתא הקדוש ברוך הוא ושחט למלאך המוות". &nbsp; חד גדיא חד גדיא

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ד 📝
  • פילע פעולות פונעם בית התבשיל ברסלב צו שטיצן און העלפן אנשי שלומינו

    דער בית התבשיל אנגעפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו האט גענומען אויף זיך א ציל אז די משפחות פון אנשי שלומינו זאלן האבן פון אלעם גוטן א גאנץ יאר און בפרט אויף יום טוב פסח. דערפאר פיבערן די עסקנים אין די טעג מיט פולע גרויסצוגע פראיעקטן וואס יעדעס איינס איז כדאי לעצמו, און העלפט ארויס פילע קינדער געבענטשטע משפחות און בני תורה אריינצוברענגען דעם יום טוב מיט הרחבת הדעת &nbsp; די ערשטע פראיעקט איז די קמחא דפסחא וואס דער בית התבשיל האט געמאכט א שותפות מיט הרב אברהם לויפער שליט"א פון וויליאמסבורג, ער זאל צושטעלן קעיסעס פון גרעיפ דזושס, אייער, צוויבל, עפל, קארטאפל, פלייש, פיש, וויין און נאך לכבוד יום טוב. די קמחא דפסחא ווערט באצאלט האלב דורך הרב לויפער שליט"א, און&nbsp; פופציג פראצענט ווערט באצאלט דורכן בית התבשיל, דאס האט געקאסט פארן בית התבשיל דרייסיג טויזענט דאלער. &nbsp; די צווייטע און גרעסטע פראיעקט פונעם בית התבשיל אויף יום טוב פסח איז פשוט "קעש אין גראסערי", וואס מען האט פארבעסערט פון פאריאר, ווען מען האט געטיילט קיופאנס וואס דאס קען מען נאר נוצן איין מאל, דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל היי יאר טיילן קארטלעך וואס האבן דערויף דאס געלט אזוי ווי א דעביט קארד. דאס קען מען נוצן אינעם לעמאנעיד גראסערי ביז צוויי טעג נאך פסח וויפיל מאל מען וויל. דער ראש ישיבה פילט אן די קארטלעך מיט א שיינעם סכום לויט די צאל נפשות פון די משפחות. דאס האט געקאסט פארן בית התבשיל פינף און זיבעציג טויזענט דאלער. &nbsp; די דריטע אקציע דורך בית התבשיל איז די בשותפות מיט ר' ליפא שווארץ און ר' חיים יודל שווארץ, דאס קומען אלע נעמען אפילו די וואס באקומען נישט פון קמחא דפסחא. עס איז געווען דארט פלייש, גרעיפ דזשוס, אייער, צוויבל, קארטאפל, עפל, סוויט פאטעיטע, און נאך פון וואס אלע האבן זיך מחי' געווען. &nbsp; א פרישע זאך האט די בית התבשיל גענומען אויף זיך היי יאר, מען האט צוגעשטלעט א הערליכע קאטאלאג פון פילע קיטשען אפלייענסעס און געשיר פאר פרייזן ביליגער פון האלסעיל. מען האט געדארפט באצאלן און באשטעלן פון פאראויס. אין דעם איז אריינגעגאנגען גאר אסאך קאפ און מח. און האט געשפארט טויזנטער דאלער פאר אנשי שלומינו. &nbsp; מיט דעם איז מען נאך נישט פארטיג. נענטער צו יום טוב וועט ווערן צוגעשטעלט נאך עטליכע חלוקות דורך ר' ר' ליפא שווארץ, ר' חיים יודל שווארץ און ר' ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג, און דארט וועט געטיילט ווערן נאך פילע גאר נוצבארע פראדוקטן פאר פסח, מיט ציל אריינצוברענגען א שמחת יום טוב און הרחבת הדעת אין שטובער פון אידישע קינדער. &nbsp; בסך הכל איז די בודזשעט פון די פסח פראיעקטן פון בית התבשיל איבער $150,000. מען בעט אלע פון אנשי שלומינו זאלן זיך אנרופן ווארעם און מחזק זיין די גבאים.&nbsp; &nbsp; דרוקט דא צו קויפן א זכות פון די סעודת יום טוב פאר $180 זכות ליל הסדר פאר $360 און א גאסט אויף גאנץ יום טוב פאר $1800. אין דעם זכות זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן. &nbsp; כל דכפין ייתי וייכול

    < זעה מער ג ניסן תשפ"ד 📝
  • זעלטענע איבערלעבעניש ווי די לבנה פארשטעלט דעם זון מיטגעהאלטן דורך מיליאנען אין אמעריקע

    אין צענדליגע שטעט איבער צפון אמעריקע האט מען אין דעם פארגאנגענעם מאנטאג מיטגעהאלטן דעם זעלטענעם מחזה ווי די צוויי באדינערס פון באשעפער די צוויי כוכבי לכת את המאור הגדול דער זון און דער מאור הקטן לממשלת הלילה דער לבנה שפאצירן דורך איינע דעם צווייטן, און די לבנה "לעשט אויס" די זון פאר עטליכע מינוטן. &nbsp; דער שרייבער פון די שורות האט געהאט די געלעגענהייט מיטצוהאלטן דעם ליקוי פערזענליך ארויפפארנדיג ארויף צום שטעטל פּאָטסדעם ניו יארק, ווי מיר האבן געפונען א שטילע ווינקל. באמת וואלטן מיר עס געקענט מיטהאלטן אסאך פריער אנגהויבן פון סיריקיוז, און דערנאך אין וואטערטאון, און דערנאך אין גאווערנאר, אבער אזוי ווי די וועטער האט געזאגט אז וואס מער רעכטס וועט זיין מער טונקל האבן מיר באשלאסן צו פארן ווייטער ארויף ווי ווייט מעגליך די צייט האט ערלויבט, און עס האט אויסגעזען א גאנצן צייט ווי מיר האבן א פארמעסט צווישן די לבנה און די וואלעקענס ווער עס וועט פריער באדעקן דעם זון. במשך דעם וועג האבן מיר מיט די משפחה וואס זענען מיטגעקומען כסדר מתפלל געווען אז די פלאג זאל זיך האבן אויסגעצאלט, און מיר זאלן קענען זעם זעלעטענעם געשעעניש. &nbsp; מיר זענען אנגעקומען נעבן א גאז סטאנציע וואס איז געשטאנען נעבן א וואסערל ווי עס זענען נישט געווען קיין סאך אנוועזענדע, א רואיג ווינקל, מיר האבן געקוקט מיט די ספעציעלע גלעזער און געזען ווי אלע פון גאנץ ניו יארק סטעיט ווי די זון ווערט "אריינגעביסן" און דערנאך ווערט עס קלענער און קלענער, מען האט געזען די אינטערעסאנטע "לבנה" שאטענס, און שפעטער האט אנגעהויבן צו ווערן אביסל מער טונקל, אזוי ווי ווען עס איז פארוואלקענט, ביז די זון האט ווי געגעבן א פלאקער אויף און מיט א מינוט שפעטער איז געווארן טונקל. מען האט געקענט זען מיט די פשוטע אויגן די לבנה וואס האט זיך געשטעלט פונקט אינמיטן פון די זון, עס האט אויסגעזען ווי א שווארצע באל וואס שיינט ארויס דערפון א שטארקע ווייסע שיין. נאך א גרויסע אויסגעשריי דורך אלעמען, איז געווארן שא שטיל, אלע האבן געקוקט מיט בייז ווינדער ווי די זון איז "שווארץ געווארן" אינמיטן העלן טאג, דאס האט אנגעהאלטן אביסל מער פון דריי מינוט, ביז די זון האט פריש ווי אויפגעפלאקערט און עס איז צוריק געווארן ליכטיג. &nbsp; די זון שיינט יעדן טאג און מאכט אונז ליכטיג, אזוי אויך די לבנה טוט איר פליכט וואס דער באשעפער האט אויף איר ארויפגעלייגט צו באלייכטן די נאכט, אבער ווער קוקט אויף זיין, אויסער די קורצע בליק ביי קידוש לבנה, טראכט קיינער נישט פון זיי, און דוקא ווען עס גייט נישט גוט פארן זון, עס קומט א לבנה און שטערט איר שיין, ווערט די זון אינטערעסאנט. דו שיינסט און לייכטס, דו טוסט זיין פליכט וואס דער באשעפער געבט דיר, עס דאכט זיך דיר אז עס איז גארנישט ווערט, ווער באמערקט דיין דאווענען? ווער איז מחשיב דיין נעגל וואסער? אבער ווען עס גייט דיר איבער, דו האסט שוועריקייטן און דו גייסט ווייטער אן, דיין קומט דיין שיינקייט ארויס. &nbsp; טייערע לעכטיגקייט, דו שיינסט ווי די זון, גיי אן ווייטער, האב נישט מורא פון די וואס פארשטעלן דיין וועג, פאלג דעם רצון ה', טוה וואס דער צדיק הייסט דיר, און פאלג אפילו עס זעט דיר אויס ווי די וועג איז שווארץ, דיין שיין גייט נישט דורך, ווייל נאכדעם וועסטו זען אז דיין שיין וועט זיין אסאך שענער און זיסער ווי אייביג.

    < זעה מער ב ניסן תשפ"ד 📝
  • ערד ציטערניש געשפירט אין די מזרח שטאטן פון אמעריקע

    ערב שבת קודש 10:20 אינדערפרי האבן מיליאנען מענטשן אין די סטעיטס פון ניו יארק און נוי דזשערסי אריינגערעכענט אין אלע געגענטער ווי היימישע אידן וואוינען, פון לעיקוואוד ניו דזשערסי ביז צו די קעטסלקילס אין ניו יארק, געשפירט א שטארקע טרייסל פאר בערך צוואנציג סעקונדעס. מענטשן האבן זיך געוואונדערט וואס די טרייסלענישן מיינען, אבער עס איז באשטעטיגט געווארן אז די געגענט איז באטראפן געווארן פון א מילדע ערד ציטערניש, געמאסטן 4.8 אויפן ריכטער וואג. &nbsp; ווען די ציטערניש איז אין די געגענט צווישן 4 און 5 אויפן ריכטער וואג ווערט עס גערעכעט ווי א מידלע ערד ציטערניש. יעדן טאג פאסירן טויזנעטער פיצעלע עדר ציטערנישן וואס נאר סאפיסטיקירטע מאשינען כאפן אויף, אויך פאסירן טויזנטע לייכטע ערד ציטערנישן וואס כמעט קיינער כאפט נישט אויף, אבער מילדע ערד ציטערנישן זענען נישט קיין טעגליכע ערשיינונג אין די געגענט פון ניו יארק, דאס זענען ערד ציטערנישן וואס רוב מענטשן וועלכע געפונען זיך אינעווייניג אין הייזער שפירן, אבער רוב מענטשן אין גאס וועלן נישט אויפכאפן. &nbsp; פאריגע וואך האט דער אויבערשטער געשיקט א גאר שטארקע ערד ציטערניש אויף טייוואן, אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט איז נאר אויפצואוועקן אונז אידישע קינדער, און ווי עס זעט אויס האט דער אויבערשטער מיט זיין גרויסע חסד געוואלט אויפוועקן מיר זאלן כאפן באצייטענס אז מען מיינט אונז, האט דער אויבערשטער געשיקט נאך א פריינטליכע דערמאנונג אין די פארעם פון א מילדע ערד ציטערניש וואס האט נישט געמאכט קיין שאדענס, אבער האט אלעמען אויפגעשאקעלט. &nbsp; עס איז באקאנט די משל פון דעם מענטש וואס איז געווען פארשפארט אויפן דאך פון א וואלקן קראצער אין שטאט, און האט געוואלט מען זאל אים באמערקן מען זאל אים קומען ראטעווען, האט ער געווארפן קענדיס, דערנאך קוואדערס, דאלערס און הונדערטערס פון אויבן, אז מענטשן זאלן באמערקן ווער עס ווארפט עס, אבער די דורכגייער האבן בלויז גענומען די שיינע מתנות פון הימל און זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט. בלית ברירה האט ער גענומען ביר פלעשלעך וואס זענען דארט געליגן און אנגעויבן ווארפן איינע נאך די אנדערע אויף די דורכגייער, און הפלא ופלא עס איז געווארן א ויצעקו און ביז עטליכע סעקונדעס האבן זיך שוין געפונען פאליציי אויבן אויפן דאך מיט די רעוואלווערס אויסגעשטרעקט "ביסט א מזיק אן אזכר, ווארפן גלאז אינעם רשות הרבים", האט דער מענטש זיי געפרעגט, "ווען איך האב געווארפן קענדיס און געלט, וואו זענט עטס געווען? ווען ענק וואלטן מיר באמערקט און געקוקט צו מיר דעמאלטס וואלטן ענק נישט געדארפט ליידן". &nbsp; דער אויבערשטער געבט אונז אזא גוטע לעבן, און מיר נעמען אלעס פאר גרענטעד. עס קומט זיך אונז פרנסה, געזונט, קינדער, א הויז, און אזוי ווייטער, מיר קאמפלעינען א גאנצן צייט, עס פעלט אונז דאס און יענץ. דער אויבערשטער וויל מיר זאלן אים טרעפן דורך זיינע חסדים, ער וויל אונז נישט דערשרעקן, און זיכער נישט חלילה שטראפן. יעצט ווען מיר האבן געהערט זיך ערד ציטערניש אין ווייטן טייוואן, און דערנאך די מילדע ערד ציטערניש דא ביי אונז, איז די צייט מיר אנהייבן דאנקען און אנערעקענען דעם אויבערשטן וואס איז דא מיט אונז און געבט אונז נאך אן אטעם, נאך א טאג, מיר קענען לייגן תפילין, רעדן א ווארט צו אים. אז מיר וועלן קוקן צו אים ווען ער ווארפט אונז צוקערלעך, וועלן מיר נישט דארפן ליידן.

    < זעה מער כח אדר ב' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 466 to 480 of 1723 results

1 2 ... 29 30 31 32 33 34 35 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com