Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • די זיבן קאנטינענטן

    ווען מען רעדט איבער די קאנטינענטן, וועלן מיר געבן א דין קדימה פאר אייראפע. פארוואס? פשוט ווייל רוב רובם פון כלל ישראל האט זיך געדרייט דארט אין די לעצטע עטליכע הונדערט יאר. אנגעהויבן פון שפאניע, פארטוגאל, דייטשלאנד, אונגארן, רוסלאנד, פוילן און אזוי ווייטער, זענען געווען הונדערטע שטעט און שטעטלעך אנגעפילט מיט קהילות הקודש פשוטע אידן און צדיקים וקדושים וואס האבן געקערט וועלטן.   אבער איידער מיר גייען אריינגיין אין די קאנטיענטן, לאמיר אים באטראכטן, וואס ביסטו קאנטינענט? וואס איז דאס אנדערש פון א לאנד אדער שטאט? לאמיר א קוק טאן אויפן כדור הארץ: בערך צוויי דריטל פונעם באלי איז באדעקט מיטן אקעאן. דאס מיינט אז די יבשה מיט אלע לענדער דערין איז נישט מער פון בערך איין דריטל שטח פון די וועלט. אבער די יבשה איז נישט אלעס אויף איין פלאץ, עס איז צוטיילט אין עטליכע ריזיגע שטיקער "אינזלען", וואס די פילע פעלקער פון די וועלט שלאגן זיך ארום דערויף ווער זאל הערשן וואו.   עס איז אנגענומען איינצוטיילן די יבשה אויף זיבן קאנטינענטן. אזיע, אפריקע, צפון אמעריקע, דרום אמעריקע, אנטארטיקע, אייראפע, און אויסטראליע. אבער וויבאלד די קאנטינענטן אזיע, אפריקע און אייראפע זענען פאקטיש פארבינדן אלץ איין יבשה, אזוי אויך ביידע אמעריקעס זענען פארבינדן, זענען דא וואס טיילן עס איין אין בלויז פיר. "אפרא-אייראָאַזיע", "די אמערקעס", "אויסטראליע" (אדער אשיאנא), און "אנטארטיקע".   אבער דאס איז נישט אנגנומען אויף די וועלט צוליב וואס אויב וואלט מען אזוי גערעכעט וואלטן געווען בערך 180,000 קאנטנענטן, פון די פילע קלענערע און גרעסערע אינזלען איבער די גאנצע וועלט.   יעדע קאנטינענט באשטייט פון ריזיגע שטחים פון וועלדער פעלדער בערג ימים טייכן און פעלקער ווען די פארשידענע קאנטינענטן זענען אפגעטיילט איינע פון די אנדערע בעיקר מיט וועלכע פעלקער זענען דארט באוואוינט. אייראפע באשטייט פון די ווייסע פעלקער מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, אזיע איז באוואוינט בעיקר מיט די כינעזע-יאפאנעזע און אראבישע פעלקער, און אפריקע מיט די שווארצע פעלקער. צפון אמעריקע באשטייט בעיקר פון ענגליש אייראפעאישע אפשטאמיגע בראש פון די פאראייניגטע שטאטן, און דרום אמעריקע באשטייט בעיקר פון שפאניש אייראפעאישע. אויסטראליע ווערט אויך באטראכט אלץ אן ענגליש אפשטאמיגע קאנטינענט, און אנטארטיקע איז א פוסטע פארפרויענע קאנטינענט אן קיין שום לאנד אדער רעגירונג וואס זאל הערשן אויף די ריזיגע ליידיגע שטחים.   עס זענען פארהאן מענטשן וואס גלייכן צו פארן צו וואס מער לענדער און שטעט, כדי זיך נאכדעם צו קענען בארימען וואו אלץ זיי האבן שוין באזוכט, דער רבי אין שיחות הר"ן, סימן כח שרייבט שוין דערוועגן: עס איז גוט פארן מענטש דורך צו לערנען יעדן ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט, זיי געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלץ נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, דאס זעלבע דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: "איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל"; און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פארן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף דער וועלט.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ד 📝
  • הכנסת ספר תורה לע"נ מוהרא"ש זי"ע מוצש"ק פרשת בשלח הבעל"ט

    אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום יומא דהילולא קדישא פון אונזער גרויסן מנהיג וואס דער אויבערשטער האט ברוב רחמיו וחסדיו אראפ געשיקט צו אונזער דור, מוהרא"ש זי"ע, וואס פאלט אויס קומענדיגן שב"ק פרשת בשלח י"ז שבט הבעל"ט. &nbsp; איבעראל אין די גאנצע וועלט וועלן זיך די תלמידים צוזאם נעמען אין די שולן פון היכל הקודש ווי מען וועט איבער חזר'ן און זיך אויפפרישן מיט די לעכטיגע עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבער געלאזט. מען וועט רעדן איבער די נושאים וואס ער פלעגט אלץ מחזק זיין אז מען זאל כסדר חזן, מען וועט רעדן פון רעדן צום אויבערשטן, ווי ער פלעגט אלץ זאגן אז ווען א מענטש זאל וויסן וואס מען קען פועלן מיט תפלה וואלט מען נישט נישט אפגעלאזט די זאך פון התבודדות. מען וועט זיך מחזק זיין צו רעדן שיין אין שטוב, ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מען קען נישט זיין אפגעהיטן אן א ווייב, און אויב מען קריגט זיך איז דער סמ"ך מ"ם באלעבאס אין שטוב רח"ל. מען וועט רעדן איבער דעם סדר דרך הלימוד פון זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, מען וועט זיך מחזק זיין מיט לימוד משניות, זאגן פרקים משניות וואס איז מסוגל פאר כל מיני ישועות בפרט פאר ווער עס וויל ארויסגיין פון אלע סארטן עדיקשאנס רח"ל. מען וועט רעדן פון הפצה, וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען די תלמידים אז אויב דו האסט אנגעהויבן צו הערן די ווערטער פונעם צדיק און דיין לעבן האט זיך געטוישט, פארוואס זאלסטו נישט פארגינען די זיסע לעבן פאר נאך איד. און אזוי ווייטער. &nbsp; אין די לעצטע יארן האט מען געשריבן א ספר תורה לעילוי נשמת מוהרא"ש זי"ע וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צום בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, וואס מען האלט שוין ב"ה ביי די לעצטע שטאפלען, און די הכנסת ספר תורה וועט בעז"ה געפראוועט ווערן קומענדיגן מוצש"ק פרשת בשלח הבעל"ט ברוב עם וברוב פאר והדר. רוב זכותים זענען שוין אויספארקויפט געווארן, עס זענען נאך דא געציילטע זכותים וואס מען קען נאך שאפן, מען קען רופן דעם גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 3476662803. &nbsp; פאלגט נאך אונזערע באריכטן איבער פרטים איבער די מעמדי סיום כתיבות האותיות וואס וועט פארקומען סיי אין ברוקלין און סיי אין אפסטעיט אין די קומענדיגע טעג בעהשי"ת &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה &nbsp; 📰 נייע ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע שוין אנגעהויבן צו שרייבן

    < זעה מער כו טבת תשפ"ד 📝
  • שאלות ותשובות פאנעל פון די חשובע כולל אינגעלייט מיט די געטרייע הצלה וואלענטירן

    אין א ערשטמאליגע דערגרייכונג, איז פארגעקומען א גאר וויכטיגע שאלות ותשובות פאנעל, ביים בית הוראה שטיבל אין שטעטל וואו מען איז אדורכגעגאנגען גאר וויכטיגע נושאים וואס איז נוגע פאר די הצלה וואלענטירן וואס לויפן אויף הצלה רופן אין שבת קודש. &nbsp; דער פאנעל איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג ויחי, מען האט זיך צאמגעזעצט די חשובע אברכי הכולל, צוזאמען מיט די געטרייע הצלה וואלענטירן פון שטעטל, ווי אויך האט מען געהאט די זכי&rsquo; אז דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען צו פארן פאר דעם צוועק כדי דאס צו קענען מיטהאלטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשטעלט איינע פון די חשובע אינגעלייט פון כולל מו&rdquo;ה הערשל בוים הי&rdquo;ו זאל פארלייגן די שאלות וואס מען וויל דורכרעדן, און אזוי איז מען דורכגעגאנגען פאר דריי שעה גאר אסאך וויכטיגע שאלות. &nbsp; ר&rsquo; הערשל האט פארגעשטעלט די שאלה פאר די הצלה וואלענטירן און די וואלענטירן האבן אויסגעשמועסט די פראקטיק דערפון, און אזוי אויך האבן זיי געוויזן די מאשינען מיט וואס מען באנוצט זיך אפט על כל צרה שלא תבא. &nbsp; נאכן דורכגיין א גרויסע ליסטע פון הלכות איז מען ברוך השם ארויסגעקומען זייער קלאר וויאזוי מען האט זיך צו פירן. געוויסע שאלות האט דער ראש ישיבה געזאגט פארן דיין שליט&rdquo;א זאל דאס אדורכגיין, און דערנאך שרייבן אויף דעם א תשובה וויאזוי מען דארף זיך צו פירן ביי דעם פאל. &nbsp; שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט: &ldquo;עס איז מיר געווען א פארגענוגן צו זען ווי די כולל אינגעלייט מיטן דיין שליט&rdquo;א זענען אזוי קלאר אין די הלכות אויף למעשה, און אויך די אינגעלייט וואס זענען הצלה וואלענטירן זענען אויך אויסגעקאכט אין די הלכות נישט צו נכשל ווערן אין חילול שבת&rdquo;. &nbsp; אזוי אויך האט דער ראש ישיבה זיך אויסגעדריקט &ldquo;דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן, און דער ראש הכולל, דער דיין - איז אויך א מתנה פאר די גאנצע קהילה&rdquo;.

    < זעה מער כג טבת תשפ"ד 📝
  • שניי

    שטיינעדיג אין תקופת טבת אין סאמע ברען (פראסט...) פונעם ווינטער, לאמיר זיך אפשטעלן אויף די שניי, און באטראכטן אביסל דעם באשעפערס גרויסע וואונדער. &nbsp; ווי שיין און געשמאק איז צו זען דעם רואיגן ווייסן צודעק וואס הילט איין די גאנצע בריאה אין דעם פוכיגן ווייכן שניי. די רואיגע אטמאספערע וואס דאס געבט צו איז נישט צום באשרייבן. אבער אויסער די קינדער וואס קענען קוים ווארטן אויף די שניי צו קענען שפילן דערמיט און בויען שניי מענטשן, באקומט די וועלט אסאך בענעפיטן פון די שניי. ווער געדענקט נישט די שוואכע ווינטער פון פאריאר ווען עס האט כמעט נישט געשנייט אין ניו יארק, אבער וואס אסאך כאפן אפשר נישט, האט עס צוגעברענגט א שטארקע מאנגל פון פרישע קוואל וואסער, וואס האבן די צוויי א שייכות? די וואסער קוועלער זענען היילן וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די בריאה, און ווערן געפיטערט פון די רעגן אדער שניי פון העכער די ערד. אבער די ערד העכער די קוועלער זענען נישט געלעכערט, און כאטש עס רינט כסדר אראפ וואסער פון די ערד'ס אויבערפלאך צו זיי, קען אבער זייער ווייניג וואסער אויף אמאל אריינגייין, דאס איז גורם אז אפילו ווען עס רעגנט אסאך און אפילו גאר שטארקע שטורעם רעגנס קומט אבער זייער ווייניג דערפון אן צו די קוועלער אונטער די ערד. שניי איז אבער אנדערש, ווען די ערד איז צוגעדעקט מיט א שיכט פון שניי, טוט די זון אויפלאזן יעדן טאג קליינע מאסן פון די שניי וואס רינט שטאטעלעך אריין אין די ערד, און כמעט די גאנצע וואסער דערפון קומט פאקטיש אן צו די קוועלער. &nbsp; און קוק די וואונדער פון באשעפער, די קאלטע שניי האט נאך א תפקיד, די קאלטע שניי טוט אנווארימען די ערד, און פילע געוויקסן און באשעפענישן באהאלטן זיך אונטער דעם און קענען אזוי ארום דורכלעבן די ברוטאלע ווינטער קעלט. &nbsp; וויאזוי ווערט שניי פארמירט? אן אריינגיין אין וויאזוי "רעגן" ווערט פארמירט, וואס דארף א באזונדערע אריכות, ווערן די טראפעלעך פון וואסער פון וואס די וואלקענעס באשטייען פארמירט אין פיצקעלעך אייז ברעקעלעך אויב די טעמפעראטור איז אונטער 32 פערנהייט (0 צעלציוס) וואס ווערט וואנדערליך פארמירט אין די הערליכע פארעמס פון וואס מיר קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן, ווי יעדע איינציגע שניי ברעקל זעט אויס אנדערש, אבער איז הערליך פארמירט ווי א מייסטערהאפטע שטערן. &nbsp; עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאט א דרך צו מאכן סיגופים ווי גלגול שלג, זיך פייניגן דאס גוף און אזוי אויסלייטערן די נשמה, אבער דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט א דרך אין עבודת ה', דער רבי האט געזאגט אז ווער עס מאכט התבודדות, ער רעדט צום אויבערשטן דער דארף זיך נישט פייניגן, דער רבי האט אויך געזאגט אז ער באדויערט דאס וואס ער האט זיך געפייניגט אין די אינגע יארן, ווייל ווען ער וואלט געוויסט ווי גרויס התבודדות איז וואלט ער נאר דאס געטון. &nbsp; מוהרא"ש האט צוגעלייגט אז די וואס גייען הפצה קומען אפ אלע סיגופים, ווייל אז מען גייט ארום קומט אויס אז מען דארף גיין אין שניי, מען גליטשט זיך אויס, האט מען באקומען גלגול שלג, זומער גייט מען אין די היצן, מען שוויצט אוועק, און מען נעמט אלעס אן בשמחה, דערמיט קומט מען אפ אלע עבירות. &nbsp; ראה זה חדש: אויפן גרויסן פארלאנג האבן מיר געעפענט אן אימעיל askgershon@gmail.com, ווי די ליינער וועלן קענען בעטן מיר זאלן באשרייבן סיי וועלכע נושא, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן כיד ה' הטובה עלינו.

    < זעה מער כב טבת תשפ"ד 📝
  • שאפ ברסלב וועבסייט הערליך איבערגעמאכט

    אין די צייט וואס די וועבסייט וועלט רוקט זיך פאראויס מיט בעסער שאפינג וועבסייטס שטייט נישט מו"ה אברהם יצחק אייזנער הי"ו מיט פארלייגטע הענט, שוין עטליכע חדשים וואס ער לייגט אריין בסייעתא דשמיא גאר אסאך ריסורטש מיט די גרעסטע מומחים אין יוזער עקספירענס און דיזיין סטראטעגיע, אויפצוקומען מיט די געשמאקסטע שאפינג עקספיריענס וואס שייך בסייעתא דשמיא. &nbsp; יעצט קען מען שוין ב"ה שניידן די פירות און ווען קומט אריין אינעם ברסלב סענטער געשעפט באגעגנט מען א גענצליך נייע איבערגעמאכטע סייט, ווי אלעס איז מסודר און שיין אויסגעלייגט גרינג צו קויפן גרינג צו זוכן און געשמאק צו באזוכן. &nbsp; צוערשט האט מען געשאפן א צוויי שפראכן סייט, ווי די באזוכער קענען אויסוועלן "אידיש" אדער "ענגליש" אלץ זייער שפראך וואס איז זיי די מערסטע באקוועם.&nbsp; &nbsp; ווען מען גייט אריין אין סיי וועלכע קאלעקשאן, וועט ארויפקומען פילטערס אויף די לינקע זייט (וואס מען קען באשליסן אז מען וויל נישט האבן די פילטער אפציע אויב מען וויל נישט עס זאל אויפנעמען פלאץ אויפן סקרין דורכן דרוקן "באהאלט פילטער), ווי מען האט ארייגעבויעט גאר גוטע נוצבארע און פראקטישע פילטערס, ווי "אוועלעביליטי", ווי מען קען זען וויפיל פון די אייטעמס זענען יעצט אין סטאק און מאכן א טשעק צי מען וויל עס זען אויפן סקרין. דערנאך איז דא א "פרייז" פילטער וואס לאזט קלויבן די רעינדזש פון פרייזן וואס איר ווילט זען אויפן סקרין, דורכן רוקן די פרייז רוקער העכער און נידעריגער. דאס הייסט אויב וועלט איר אויס א רעידנזש פון צום ביישפיל 10 ביז 20 וועט ארויפקומען אויפן סקרין נאר די אייטעמס וואס קאסטן צווישן צען און צוואנציג דאלער. דערנאך איז דא די "סארט אייטעם" פילטער וואס ערלויבט די באזוכער צו אויסוועלן וועלכע סארט אייטעמס זיי ווילן יעצט טרעפן, צום ביישפיל קונטרסים, ספרים, קארטלעך, און אזוי ווייטער, דערנאך איז די די "שפראך" פילטער וואס לאזט אויסוועלן די שפראך אין וואס די אייטעם איז געשריבן אדער געזאגט געווארן, אידיש, ענגליש, לשון הקודש, און נאך. דערנאך איז דא די "בעל מחבר" פילטער וואס וועט שטארק העלפן טרעפן דעם ספר וואס מען זוכט לויט'ן מחבר, דער הייליגער רבי, רבי נתן, מוהרא"ש, און אזוי ווייטער. &nbsp; אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר מו"ה אברהם יצחק אייזנער הי"ו וואס האט אריינגעלייגט - און לייגט נאך אריין - הונדערטער שעות אויפן פראיעקט, אינאיינעם מיט מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו און מו"ה יוסף יאקאבאוויטש הי"ו, און די איבעריגע שטאב פון קרן הדפסה פאר זייער הילף בכל עת ועונה. אזוי אויך איז מען מכיר טובה פאר אלע וואס האבן מנדב געווען פארן קרן הדפסה, וואס זיי אלע האבן א חלק אין די גרויסע הפצה ווינקל וואס פארשפרייט די הייליגע עצות פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; אז מען רעדט שוין פונעם ברסלב סענטער שאפ וועבסייט, איז כדי צו דערמאנען דעם ברסלב סענטער שאפ עפפ וואס ווערט באנוצט דורך די וואס פארמאגן ביזנעס דיווייסעס, וואס איז זייער שיין און געשמאק צו נוצן. און די וואס האבן א פראבלעם אז די עפפ עפענט זיך נישט, איז עס געווענליך ווייל די פילטער פירמעס לאזן נישט דורך ביי דיפאלט פילע שאפינג עפפס. אבער וועלן גערן ארויסהעלפן און עפענען דעם עפפ אויפן פארלאנג. &nbsp; שאפ ברסלב סענטער

    < זעה מער כב טבת תשפ"ד 📝
  • אנטדעקט אין די טעג היסטארישע בריוו פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו

    אין די לעצטיגע טעג איז אנטדעקט געווארן א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער שרייבט ארויס קלאר זיין שטעלונג קעגן די ציונים און די צה"ל וועלכע ער רופט אן "ערב רב", אזוי אויך שרייבט מוהרא"ש זי"ע זיין קלארע מיינונג איבער דעם צו מען זאל זיך באטייליגן אין די בחירות, און דערנאך שרייבט מוהרא"ש זי"ע איבער גיין צו הפגנות קעגן די מדינה. &nbsp; מיר וועלן דא ברענגען איבערגעטייטשע אויסצוגן און מאכן א שטיקל סך הכל פונעם בריוו, עס איז ראטזאם אז דער וואס קען לשון הקודש זאל ליינען מוהרא"ש'ס הייליגע לשון אליינס. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט דעם בריוו צו א איד וואס איז פארכאפט געווארן אין די צה"ל, און מוהרא"ש וויינט מיט מיט אים ווי ער דארף זיין אויף די פראנט ליניעס ווי ער מוז רחמנא ליצלן מחלל זיין שבת. &nbsp; מוהרא"ש גייט אריין אין זאגן אז איידער משיח וועט קומען וועט ארץ ישראל זיין אין די הענט פון די עירוב רב, וואס כאטש אויבערפלעכליך זעט עס אויס ווי זיי בויען אויף ארץ ישראל, אבער אידן וועלן זיין אין א גלות שווערער פון אלע פריערדיגע גלות'ער, ווייל זיי רייסן אויס די גאנצע תורה רח"ל, "וואויל איז דער וואס האלט זיך ביי די אמונה" שרייבט מוהרא"ש. &nbsp; אפילו די תנאים און אמוראים האבן שוין געשריבן אויף דעם דור "ייתי ולא אחמיניה", - "משיח זאל שוין קומען, אבער מיר ווילן נישט זיין אין יענע צייטן", אין די גמרא - שרייבט מוהרא"ש - איז נתקיים געווארן היינט ווען די זינדיגע ציונים זענען ארויס אין א קאמף מיט כביכול, און האבן געהאט א חלק אינעם חורבן אייראפע כידוע ווי זיי האבן נישט געלאזט ראטעווען, און יעצט טוען זיי אלעס מיטן ציל צו געוועלטיגן אויף אידישע קינדער, און מעשי שטן הצליח, זיי האבן מעביר געווען על הדת הונדערטער טויזנטער ספרדישע אידן, וואס האבן זיך געהאלטן פעסט הונדערטער יארן אין גלות, און יעצט אין ארץ ישראל גייט אויף זיי אריבער א רוחניות'דיגע וועלט מלחמה, אזוי אויך בגשמיות פילט מען אן די טורמעס פון זיי, און מען שיקט זיי אויף די פראנט ליניעס אויף סכנת נפשות גע'הרג'עט צו ווערן רח"ל. מוהרא"ש שרייבט 'איך וואלט געוואלט שרייבן אסאך מער, אבער מיין הארץ טוט מיר וויי, און איך הייב אן וויינען ווען איך זע וואס מיינע ברודער מאכן נעבעך מיט'. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: ווער עס קוקט אן די זאך אביעקטיוו, ער שליסט זיך נישט אן צו קיין שום פארטיי, ער איז נאר צוגעקלעבט צום אויבערשטן, זעט ער ווי אלעס איז איין שטיק בלאף, עס קומען די רשעים און זענען מטמא ארץ ישראל - "וויאזוי קען מען זיצן מיט זיי צוזאמען?" פרעגט מוהרא"ש. "וואויל איז דער וואס אנטלויפט און דרייט זיך ארויס פון זייער מיליטער, וואו דארט איז מען מתיר עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים בפרהסיא. דערפאר וואס האט אן ערליכע איד צו זיין פארמישט מיט זיי? און כל שכן גיין אנטייל נעמען אין די בחירות; וואס האבן מיר מיט זיי?". &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: מיר געפונען זיך צווישן זיי אין א ביטערע גלות, אזא גלות וואס כלל ישראל האט נאך נישט געהאט זייט זי איז געווארן א פאלק, אז מ'זאל אויסרייסן דעם אויבערשטן נאמען אפענערהייט, מען איז מרבה ממזרים צווישן אידן, מען פילט אן ארץ ישראל מיט נבילות, טריפות, אייזלען פלייש, פערדן פלייש און קעמלען פלייש, מען איז מחלל שבת, מען מאכט חיטוטי שכבי אן קיין שום בושה, זאכן וואס יעדע נארמאלע פאלק ציטערט צו טון, ווי גראבן ארום דעם הר הבית, קברי תנאים ואמוראים, און אור אלטע אידישע קברים, און דאס אלעס טוט מען באהאלטן, און פארשטעלט וכו'. &nbsp; זיי זענען מפקיר אידישע טעכטער, מען מאכט פון זיי זונות ממש, אויף דעם איז געבויעט דער קאנצעפט פון שירות לאומי (נאציאנאלע דינסט) אין צה"ל, און נישט בחנם האבן חז"ל געזאגט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור, און מען טאר נישט גיין אין מיליטער, ווייל דארט איז הפקר וועלט. &nbsp; אזוי אויך איז רציחה און שפיכת דמים ביי זיי א וויץ, עס גייט זיי בכלל נישט אן די לעבנס פון אידישע קינדער, זיי קעירן נישט פאר די צובראכענע עלטערן. דאס איז נאר א טפה מן הים וואס מיר ליידן זיך צוזאם פון די עירוב רב, וואס האבן גורם געווען א שרעקליכע צומישעניש אפילו צווישן ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות (כמוהם ירבו בישראל), ווייל אין די גרויסע צומישעניש מיינט יעדער אז מען קען נאך עפעס ראטעווען, בפרט אויב מען וועט זיצן אינאיינעם מיט זיי אין די כנסת המינים; אבער די פאקט איז אז נישט נאר וואס דאס האט נישט געהאלפן, נאר עס האט אסאך קאליע געמאכט אויף דורי דורות; ווייל אויב וואלט מען נישט אריין וואלטן זיי זיך מער גערעכנט מיט די ערליכע אידן, אויך וואלטן זיי זיך געשעמט פון די וועלט, ווייל דאס וואס די וועלט איז נאך אביסל מכבד אידישע קינדער איז עס נאר צוליב זייער דרך ארץ פאר די תורה, ווייל זיי מוזן מודה זיין אז ארץ ישראל געהערט פאר'ן עם הנבחר, ווי עס איז באקאנט אין די וועלט. אבער יעצט טוען זיי אלעס מיט א בלעכענע פנים און ווייזן פאר די וועלט אז אויך די ערליכע אידן זענען מסכים מיט זיי, והא ראי' אז זיי זיצן מיט זיי אין די כנסת המינים, און זיי שרייבן אלעס אונטער, און נעמען אחריות אויף אלעס אינאיינעם. &nbsp; דערפאר וואויל איז דער וואס איז זוכה זיך צו עפענען די אויגן און אנטלויפט פון זיי. מיר האבן נישט קיין אנדערע עצה נאר צו אנטלויפן צום אויבערשטן און אים בעטן ברחמים טאג און נאכט אויף אידישע נשמות אז מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן דורך משיח צדקינו וואס וועט אנטפלעקן דעם אויבערשטן מיט א געוואלדיגע אפענקייט אז יעדער פון גרויס ביז קליין וועט קענען ווייזן מיט די פינגער און וועט זאגן "הנה אלוקינו, זה ה' קוינו לו, זה ה' יושיענו", און מען וועט רעדן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א חבר, וואס דאס איז דער עיקר וואס משיח וועט אויסלערנען. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט ווייטער: מיין טייערקייט, גלייב מיר, איך וואלט געדארפט מאריך זיין דערין און שרייבן נאך טויזנעטער בלעטער, ווייל דאס איז נוגע די עיקרים פון די הייליגע אמונה, און ביז יעצט האב איך נאך קיינמאל געשריבן מיין מיינונג אין די ענינים צוליב עטליכע סיבות, און אז דער אויבערשטער וועט מיר העלפן, וועלן איך נאך אסאך רעדן דערפון, און ווייזן און אויפדעקן אז יעצט גייט אריבער אויף אידישע קינדער א גלות פון די ערוב רב, וואס דאס איז די ביטערסטע גלות, און פונקט אין ארץ ישראל, און אויך די אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט ליידן נאר צוליב זיי וואס זיי רייצן זיך וכו'. &nbsp; יעצט האסטו נישט קיין אנדערע ברירה - ווייל דו ביסט פארכאפט מיט'ן כח פון די רעגירונג, מען האט דיר געשיקט אויף די פראנט ליניענס אין פייער - נאר רעדן צום אויבערשטן, און אויך זאלסטו רעדן צו אנדערע אידן ווערטער פון אמונה און יראת שמים, און עס לוינט זיך נישט צו טענה'ן מיט קיינעם, אפילו מיט ערליכע אידן איבער די ענינים, און זיכער נישט מיט קיין פרייע, ווייל ביידע האלטן אז דאס איז א אתחלתא דגאולה רח"ל, און כאילו זיי טוען אונז עפעס א טובה מיטן אויפבויען ארץ ישראל, און זיי ווייסן נישט און זיי כאפן נישט אז בין כך ובין כך באצאלן מיר א טייערע פרייז, סיי בגשמיות אז עס ווערן גע'הרג'עט און פארוואונדעט צענדליגע טויזנטע אידישע קינדער, און סיי ברוחניות אז זיי לייקענען אין די אמונה רחמנא ליצלן. דער עיקר זע צו רעדן ווערטער פון פשוטע אמונה און זארג זיך נישט, דער אויבערשטער וועט דיר זיכער ארויסנעמען פון דארט, און דו וועסט זוכה זיין אהיים צו גיין צו דיין ווייב און קינדער, און דו וועסט אינגאצן פטור ווערן פון זיי, ווייל אלעס קען מען פועל'ן דורך תפלה. &nbsp; איך מוז מקצר זיין כאטש עס איז א פלאץ ווי מען וואלט געדארפט מאריך זיין און מסביר זיין אלעס בפרטי פרטיות. &nbsp; דא שרייבט מוהרא"ש אונטער זיין נאמען. &nbsp; דערנאך שרייבט מוהרא"ש ווייטער: ביטע ביטע, גיי נישט צו די בחירות, סיי פון די כנסת המינים, און סיי פון די עיריה (מוניציפאליטעט)! מיר האבן גארנישט מיט זיי. איך האלט אפילו פון גיין פראטעסטירן קעגן זיי. מיר תלמידים פון הייליגן רבין דארף דאס נישט טון, ווייל דאס איז סכנת נפשות ממש, ווייל זיי זענען חשוד אויף שפיכת דמים ממש, זיי שוינען נישט אויף קיין אינגע אדער אלטע, אויף פרויען און שוואכע, ווי מיר זעען; דערפאר דארפן מיר נאר בעטן דעם אויבערשטן ער זאל אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות. מוהרא"ש שטרייכט אונטער די קומענדיג שורות: עס איז זיכער אז די וואס גייען פראטעסטירן קעגן זיי טוען א גרויסע מצוה, און זיכער די וואס פראטעסטירן פאר די וועלט מאכן א גרויסע קידוש השם, ווייל די עירוב רב האבן זייער זייער מורא דערפון, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט פראטעסטירן, ווייל דאס איז די איינציגסטע געווער וואס די ערליכע אידן האבן. &nbsp; אבער מיר תלמידים פון הייליגן רבי'ן דארפן טון דאס אונזעריגע, אויפשטיין חצות און וויינען און קלאגן אויפן גרויסן חורבן, און אסאך רעדן צום אויבערשטן ער זאל שוין זען אונזערע ביטערע פראבלעמען, און דאס טוען נישט אפילו די פרומסטע, דערפאר זאלן זיי טון דאס זייעריגע און יוצא זיין דערמיט וואס דאס איז א גרויסע מצוה, און מיר וועלן יוצא זיין מיט אונזערס וואס קיינער טוט נישט, וואס דאס איז דאס גרעסטע זאך, אויפשטיין זאגן תיקון חצות און וויינען אויפן חורבן בית המקדש און אויף צרות ישראל. איך האף צום אויבערשטן נאכאמאל צו רעדן פון די זאכן מער באריכות. &nbsp; אט איז די טעקסט פון די אריגינעלע בריוו: בעזה"י &nbsp; יום ו' עש"ק לסדר חקת כ"ט סיון תשד"ם &nbsp; שלום רב להיקר והנעלה נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה ני"ע ... נרו יאיר ויזרח לנצח. &nbsp; את מכתבך לנכון קבלתי ומאד מאד, אני מצטער בצערך הקשה שאתה צריך לעמוד על החנית הראשונה בתוך האש ממש רחמנא ליצלן ועליך לחלל שבת בעוה"ר. &nbsp; מה אומר לך, קודם ביאת משיח צדקינו יהיה ארץ ישראל נתונה בידי הערב רב ואשר הם יעיקו את עמינו בני ישראל מאד מאד יותר מכל הגליות, ואף שיבנו את הארץ וירחיבו אותה וכו', אבל ברוחניות ובגשמיות יהיה מר מאד מאד, כי יעקרו את האמונה הקדושה לגמרי מאחינו בני ישראל, ויעקרו את כל התורה כולה, ומי שישאר אז קיים ביהדות אשרי לו ואשרי חלקו, והתנאים והאמוראים פחדו מאד מאד מהזמן הזה ואמרו "ייתי ולא אחמיניה ויהיה יקרות ועניות גדול וכו'" ושאר מיני צרות ויסורים, שיהרגו אלפים ורבבות נפשות כשרות וכו', והזנות והניאוף מאד מאד יתפשט, ועולה על הכל הכפירות והאפיקורסות, זה יעשה שממה ממש ויכפרו לגמרי, אשר זה יהיה מלחמת גוג ומגוג כי יהיה ערבוביא בישא אשר על זה נאמר אזל"א גר"ש שכינתא אומרת לקודשא בריך הוא "גרש האמה הזאת ואת בנה", אלין ערב רב דגרושני מהסתפח בנחלת ה' (תיקו"ז תיקון כ"א) ואמרו בזוה"ק (פ' פנחס דף רל"ג) יתיר מעכבין בגלותא ערב רב לישראל מאומין דעלמה (יותר מעכבין בגלות הערב רב לישראל מאמות העולם) ע"ש, ודבר זה נתקיים במלוא מובן המלה בדורתינו אלו, אשר קמו תרבות אנשים חטאים ערב רב ממש פסולת הנוהמא של העכו"ם שנתלקטו בערי מזרח אירופא, וקראו לעצמם שם "ציונים", ואמרו "נקומה ונעלה ציון ונלחם שם באלקי ישראל", וגרמו אבדון והרג גדול מיליונים מאחינו בני ישראל (כאשר כהיום יש כבר הוכחות ברורות שיש להם יד בהשואה כולה, ולא רק שיש להם חלק, אלא גם עשו כל מיני פעולות לעכב את ההצלה) ובארץ ישראל עושים כל העולה על רוחם וכו', ואף כל זה רק למען אחיזת העינים שרוצים לשתלט על כל חלקה טובה מעמינו ישראל התמימים. ובעוה"ר מעשה שטן הצליח, כי שנטא נצח, ועל ידי כן העבירו על הדת ועל האמונה אלפי אלפים ורוב רבבות רבבות מאחינו בני ישראל הספרדים התמימים שהחזיקו מעמד כבר אלפיים שנות הגלות, ודייקא בארץ ישראל עבר עליהם שואה רוחניות, ועכשיו גם גשמיות, כי הם ממלאים את בתי הסוהר וכו', וכן שולחים אותם ראשונה אל החנית על מנת להרג וכו', (תאמין לי כי יש הרבה לדבר בזה, אך כואב לי מאד הלב בשעת הכתיבה, כי נתעוררים בי דמעות וכאבים על שבר בת עמינו). &nbsp; מי שמסתכל בעין האמת ועומד מהצד, היינו שאינו שייך לשום מפלגה לשום צד רק מדבק עצמו בו יתברך, הוא רואה את האמת איך שהכל שקר גמור ואחיזת העינים, ובאו זרים וטמאו וחיללו את הארץ, ועל כן מה שייך לשבת אתם עמם יחד? אשרי מי שבורח ומשתמט מהצבא שהתירו עבודה זרה שפיכת דמים וגילוי עריות בפרהסיא, ועל כן מה יש לאחד מעמינו בני ישראל להתערב עמהם, ומכל שכן ללכת לבחור בכנסת המינים, מה לנו ועמהם? אנו נתונים ביניהם עכשיו בגלות מר מאד מאד, אשר כמוהו לא היתה מאז היתה ישראל לגוי, שיעקרו בריש גלי את שם ה' וירבו פסולים וממזרים בישראל, וימלאו את כל הארץ בנבילות וטריפות בשר חמורים וסוסים וגמלים וכו' וחילול שבת וניתוחי מתים וחטוטי שכבי בלי שום בושה כלל, מה שהאומות העולם פחדו לעשות דבר כזה לחפור סביבות ההר הבית וקברי תנאים ואמוראים וקברי ישראל עתיקים וכו', וכל זאת עושים בחסות וכסות ענינים וכו'. &nbsp; הפקירו את בנות ישראל ועשו אותם זונות ממש, כי על זה נבנה השירות לאומי להנשים בצה"ל, ואשר לא בחינם גזרו ואמרו החכמים ואמר שיהרג ויעבור ולא תלך בת ישראל לצבא, כי שם נעשית מופקרת ממש. &nbsp; וכן ענין רציחה ושפיכת דמים, אצלם שחוק וקלות ראש ממש, כי לא איפכת להם נפשות ישראל כלל, "יקומו וישחקו הנערים לפנינו" וכו', אינם מתחשבים ומתייחסים כלל עם רגשי ההורים האומללים. וכל זה רק כטיפה מן הים מה שאנו סובלים מהערב רב שגרמו ערבוביא בישא גם בין אחינו בני ישראל שומרי תורה ומצוות (כמוהם ירבו בישראל), כי מרוב התמורות כל אחד חושב שעדיין יכולים להציל, ובפרטיות כשישבו עמם אתם יחד בכנסת המינים, והמציאות שלא די שלא עזרו אלא גם קלקלו הרבה לדורי דורות, כי אם לא היו נכנסים אז היו יותר מתחשבים עם הדתיים, ומה גם שהיו מתביישים מאומות עולם אשר האומות העולם מה שמכבדים את ישראל קצת זה רק מפני דרך ארץ התורה, שההכרח להם להודות שהקב"ה נתן את ארץ הנבחרה לעם הנבחר וכו' כידוע דבר זה בעולם, אבל עכשיו הם עושים מעשיהם בצורה חפויה ומכסים הכל בכסות כאילו גם הדתיים מסכימים עמהם, ועליו הראיה שיושבים אתם עמם יחד בכנסת המינים וחותמים יחד על הכל ונוטלים האחריות על כל פרט ופרט כידוע דבר זה. &nbsp; ועל כן אשרי מי שזוכה לפתוח את עיניו ויברח מהם ומהמונם. לנו אין שום עצה אחרת רק לברוח אליו יתברך בתפלה ובקשה ולבקש יומם ולילה למען כלל נשמות ישראל, שנזכה כבר להגאל על ידי משיח צדקינו שיגלה את מלכותו יתברך בגלוי נפלא אשר ידעו אותו יתברך מקטנם ועד גדלם, וכל אחד יראה באצבעו ויאמר "הנה אלוקינו זה ה' קיוונו לו זה ה' יושיעינו" וידברו עמו יתברך כאשר ידבר איש עם רעהו, אשר זה עיקר בנין המלכות דקדושה גילוי משיח צדקינו. &nbsp; חמדת לבבי תאמין לי שהיה ראוי לי להאריך בדברים אלו באלפים עמודים כי הוא נוגע בעקרי האמונה הקדושה, ועד אף פעם לא כתבתי דעתי מענינים אלו מפני כמה טעמים, ואם יהי' ה' עמדי ארחיב את הדיבור בזה מאד להראות ולגלות כי עכשיו עובר על כלל נשמות גלות הערב רב אשר הוא הגלות הכי מרה, ודווקא בארצינו הקדושה, ואחינו בני ישראל במקומות הגלות סובלים רק בשביל הערב רב שמרדו וכו'. &nbsp; לעת עתה אין לך ברירה כי נתפסת בכח השלטון ושלחו אותך לחנית הראשונה מקום האש, רק לדבר עמו יתברך שם, וכן לדבר עם אחינו בני ישראל רק דיבורי אמונה ויראת שמים, ולא כדאי להכנס בויכוחים אפילו עם דתיים מענינים אלו, ומכל שכן עם חילונים, כי שניהם אוחזים שהוא התחלתא דגאולה רח"ל, וכאילו עושים לנו טובה בבנין הארץ, ולא יודעים ולא שמים על לב כי בין כך משלמים מחיר יקר, הן בגשמיות שנהרגים ונפצעים אלפים ורבבות מנערי ישראל, והן ברוחניות שכופרים בעיקר רחמנא ליצלן. &nbsp; העיקר ראה רק לדבר דיבורי אמונה פשוטה ואל תדאג כלל, השי"ת בוודאי יוציא אותך משם ותזכה לחזור אל ביתך אשתך וילדיך ותקבל פטור לגמרי, כי הכל יכולים לפעול על ידי תפלה. &nbsp; ההכרח לקצר אף שהוא מקום שצריך להאריך ולהסביר בפרטי פרטיות את כל הענין. הדו"ש &nbsp; אליעזר שלמה &nbsp; נא ונא לא ללכת לבחירות הן של הכנסת המינים והן של העיריה, לנו אין עסק עמהם כלל. ולדעתי אפילו לילך להפגין נגדם, אנו תלמידי רביז"ל לא צריכים כי זה סכנת נפשות ממש כי הם חשודים על שפיכות דמים ממש ואין חסים לא על נערים ועל זקנים ולא על נשים וחלושי כח כאשר ראינו, ועל כן עלינו רק לבקש את השי"ת תמיד שיגאלנו מהגלות המר הזה, "בוודאי כל אלו אשר יוצאים למחות נגדם עושים מצוה גדולה ומכל שכן אלו שמוחים לפני אומות העולם&nbsp; עושים קידוש ה' גדול כי הערב רב מפחדים ומתביישים מהם מאד מאד, ועל כן אשרי מי שילך ויפגין, כי זה הנשק היחידי שיש ליהודים מאמינים בני מאמינים". &nbsp; אבל אנו תלמידי רביז"ל צריכים לעסוק בעסקינו קימת חצות ולבכות ולקונן על החורבן הנורא ולהתבודד הרבה עמו יתברך שיסתכל על צרותינו המרה, ודבר זה לא עושים גם הכי חרדים, ועל כן הם יעשו את שלהם לצאת בה שהוא מצוה רבה, ואנו נצא בעסק שאף אחד לא עוסק שזה עולה על הכל לקום בחצות לילה ולבכות ולהתאונן על חורבן בית המקדש וצרות ישראל. &nbsp; אקווה להשי"ת עוד לחזור ולדבר מדברים אלו יותר באריכות.

    < זעה מער כא טבת תשפ"ד 📝
  • מען גרייט זיך שוין אויף ראש השנה תשפ"ה

    "ראש כל שנה ושנה, ציווה להתקבץ על ציונו אומנה, שומרים זאת תלמידיו, מדי שנה בשנה להתראות לפניו, שוברים על זה מניעות עצומות" (יעדן ראש השנה, האט ער געהייסן מיר זאלן קומען צו זיין ציון קיין אומאן, אלע תלמידים פאלגן עס, און צוברעכן דערויף גאר גרויסע מניעות) אזוי שרייבט רבי יצחק ברייטער אין זיין שיר "שיר ידידות", און דאס טוט טאקע באגלייטן יעדן ברסלבער חסיד אין די גאנצע וועלט, צו מקיים זיין דעם רצון פון הייליגן רבין צו קומען צו אים אויף ראש השנה, ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט "הראש השנה שלי עולה על הכל", און שוין פון אנפאנג יאר גרייט מען זיך צום גרויסן נסיעה, ווי דער רבי וועט אונז מתקן זיין אונזער נשמה. &nbsp; אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין אין גרויסן, בפרט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו פאריגע וואך "מיר זענען געזיצן אינאיינעם מיט נאך אינגעלייט, העניך, יואל הכהן, און שמעון עוזר פון ירושלים, ער איז דא צוגאסט, מיר זענען איבערגעגאנגען די פרייזן פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה. מיר וועלן בעטן א בעט אויף די העכסטע שטאק זיבן הונדערט דאלער, אזוי זאלן אנשי שלומינו, די וואס זענען גרייט צו גיין פיר שטאק - קענען האבן פאר גאר ביליג, אויך האבן מיר געמאכט אז אויב מען ברענגט א קינד און מען נעמט נישט קיין באזונדערע בעט - קומט צו נאר הונדערט דאלער פארן קינד, און אויב מען וויל שלאפן מיט צוויי קינדער אין איין בעט - איז נאר נאך צוויי הונדערט דאלער, די דריטע שטאק וועט זיין א בעט פאר טויזנט, און די ערשטע וועט זיין פאר דרייצן הונדערט דאלער." &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער "איך וויל קלארשטעלן די מטרה פון אונזער פלאץ אין אומאן, מיר זענען נישט קיין האטעל, מיר שטעלן נישט צו וואס מען שטעלט צו אין האטעל, מיר שטעלן צו זייער פשוט, און די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה וועט זיין נאך מער פשוט. מיר זוכן נישט צו זיין ווי א האטעל, איך פרוביר צו מאכן דאס בעסטע פאר אנשי שלומינו זאלן זיין אינאיינעם, אויך די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן בקדושה ובטהרה, איז אז מען וויל קומען אין אונזער בנין - זאל מען נישט ערווארטן וואס מען געבט אין האטעל." פארגאנגענעם ליל שישי האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו דערוועגן און געזאגט מען דארף זיך שוין גרייטן צו אומאן תשפ"ה, מען דארף אנגרייטן געלט, און בעיקר אנגרייטן תפילות, יעדער זאל זיך מאכן א פושקע אינדערהיים וואס זאל שטיין דערויף "אומאן קודש קדשים" און אויב האסטו נישט וואס אריינצולייגן דארט, לייגט דארט אריין נאך תפילות און נאך תפילות, און זאג "רבונו של עולם פון וואו וועל איך האבן געלט דא אריינצולייגן". &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה

    < זעה מער כ טבת תשפ"ד 📝
  • אידישע קינדער פרישן זיך אויף ווייטער צו מעביר סדרה זיין

    מיט גרויס שמחה האט מען אויסגעשריגן פארגאנגענע וואך אין בית המדרש נאך קריאת התורה פון פרשת ויחי "חזק חזק חזק ונתחזק" ווען מען האט זיך געפרייעט מיט די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ספר בראשית, ווען מען האט יעדע וואך געהאט די זכיה אריבער צו גיין שנים מקרא ואחד תרגום, און אסאך גאר מיט רש"י אדער אנדערע מפרשי התורה. &nbsp; אין גאנצע אידישע וועלט רעדט מען אין די טעג און מען איז מעורר איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, ווי עס איז באקאנט אז "שמות" איז ראשי תיבות "שנים מקרא ואחד תרגום", אלע זענען מקבל אויף זיך פון יעצט אנצוהייבן נישט קיין חילוק וואס איז געווען, וועט מען פון יעצט אריבערגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך בעז"ה. &nbsp; אבער וויאזוי קען מען דאס באווייזן? אז מען טראכט צוריק האט מען פאריאר אויך זיך אונטערגענומען צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מען איז געווען זיכער אז פון יעצט וועל איך עס באווייזן, אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז ערב שבת נאך חצות האט מען עס נישט באוויזן, מה דאך זומער מיט די לאנגע פרייטאגס איז מען קוים אנגעקומען מיט די נשמה אין די הענט צום זמן, אין די קורצע ווינטערדיגע ערבי שבתות מאן דכר שמיה. דערפאר קומט דער צדיק מוהרא"ש זי"ע און איז אונז מגלה א סעיף אין שלחן ערוך "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור", מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען אז מען זאל זיך נישט פאפן אז מען וועט שוין מעביר סדרה זיין פרייטאג, נאך פון היינט זונטאג וועל איך לערנען חומש מיט תרגום פון אנפאנג ביז שני, מאנטאג וועל איך לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז מען וועט זוכה זיין צו מעביר סדרה זיין, און געניסן פון די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן "א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה, וועט מען זען אז אין די קומענדיגע וואך וועט מען האבן א שאדן", צי א געלט שאדן, אדער א גרויסע בזיון אדער אנדערע עגמת נפש, און פארקערט מדה טובה מרובה, ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו די תורה, מען גייט דורך די סדרה וועט מען האבן אסאך השפעות טובות. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאריגע וואך אין א בריוו איבער דעם ענין, שרייבענדיג: "לערן אביסל חומש מיטן תרגום יעדן טאג, די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" אז דו וועסט יעדן טאג לערנען חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די וואך - וועסטו זוכה זיין צו האבן א מוצלח'דיגע וואך; מוהרא"ש זאגט פון צדיקים: "לערנען חומש רש"י - ברענגט הצלחה"." &nbsp; אויך ביים ליל שישי שיעור פון פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה ווידער גערעדט איבער דעם ענין, און געזאגט אז ביי תלמיד היכל הקודש איז די שמחה גאר גרויס אז מיר האבן געענדיגט חומש בראשית, אבער אין די וועלט איז עס נאך זייער שווער, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך דערויף מען זאל זיין נאכגעלאזט דערין, אבער מיר זענען זייער מכיר טוב פאר מוהרא"ש וואס האט אונז אויסגעלערנט א וועג וויאזוי מיר זאלן קענען באקומען דעם גרויסן מתנה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין ישיבה איז געווען א גרויסע שמחה, מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, "וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ישיבה וואו יעדער איינער פון קליין ביז גרויס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ספר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום"? מוהרא"ש פלעגט זאגן שטעל אפ סיי וועלכע מענטש אויף די גאס און פרעג אים צי ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל גאנץ חמשה חומשי תורה, זיכער וועסטו טרעפן יחידי סגולה וואס זענען זוכה, אבער סתם פשוטע מענטשן? דערפאר זענען מיר זייער פרייליך און מיר זענען מחזק אנדערע אידן זאל אויך טרייען דעם זיסן וועג.&nbsp; &nbsp; תורת ד' תמימה משיבת נפש

    < זעה מער יט טבת תשפ"ד 📝
  • חלוקה "ראשית דגנך" דורך קהילת היכל הקודש אין בני ברק

    אין בני ברק גייען אן פילע פעולות צו מרבה זיין כבוד שמים, אויסער די בית המדרש, הפצה אקטיוויטעטן, די מוסדות גייען אן פילע פעולות פון חסד. &nbsp; אין ארץ ישראל איז דא צדקה קאסע, וואס דינט בערך ווי פוד סטעמפס אין אמעריקע, אבער דאס ווערט נישט אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, דאס ווערט אויפגעהאלטן און אנגעפירט דורכן האראדאנקער רבי שליט"א פון לאנדאן. דער סיסטעם ארבעט אז אלע וואס ווילן געניסן דערפון דארפן זיך ווענדן צו זייערע קהילות וואס דארפן זיין אנגעשלאסן אין די ארגאניזאציע, און דער האראדנעקער רבי שליט"א שטעלט צו צוויי דריטל פון דאס געלט, און די קהלה דארף צולייגן א דריטל. אויך דארף מען אויספילן אן אפליקאציע און אויב קומט מען נאך די אומשטענדן ווערט מען "עלידזשיבל", מען דארף אויסרעכענען צום ביישפיל וויפיל קינדער מען האט, וויפיל געלט מען פארדינט, וויפיל עס קאסט דירה געלט, אויב מען האט גרעסערע הוצאות פאר דאקטוירים וכדומה, דערנאך באקומען די באשטעטיגטע א קארטל אויף וואס עס גייט ארויף בערך הונדערט שקל א חודש פער קינד, וואס מיט דעם געלט קען מען גיין איינקויפן אין גראסערי&nbsp; די סאמע וויכטיגסטע פראדוקטן ווי ברויט און מילך פארן שטוב, מיט וואס די אידן אין ארץ ישראל האבן פשוט צו לייגן פוטער ברויט אויפן טיש, און די קינדער גייען נישט שלאפן הונגעריג. &nbsp; די קהילה היכל הקודש אין בני ברק האט געזען פאר וויכטיג אז מיר זאלן זיך אויך אנשליסן דערין, כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו וועלכע זענען אנגעוויזן דערין. אין בני ברק דארף די גאנצע פראגראם דורכגיין די קהלה קדושה וויזניץ, וואס זיי זענען געשטעלט אויפן שטאט בני ברק מטעם דעם האראדנעקער רבי שליט"א, מען האט זיך געוואנדן צו זיי און אויסגעפילט די פאפירן, איינע פון אנשי שלומינו מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן דאס געלט וואס די קהילה דארף צושטייער געבן. נאכן מסדר זיין אלע טעכנישע ענינים, דארף מען יעצט ווארטן צוויי חדשים צו באקומען א באשטעטיגונג פון די הנהלה פון חוץ לארץ. &nbsp; דערפאר האט די הנהלה האט באשלאסן אז מען קען נישט לאזן די אינגעלייט אויפן וואסער אין די צוויי חדשים, האט מען מחליט געווען צו מאכן חלוקות פאר אנשי שלומינו כאטש אויף דערווייל. ב"ה מען האט געשאפן ברויט פון א נדבן וואס טיילט יעדע צוויי וואכן פרישע ברויט לכל דכפין, און מען האט געברענגט אין בית המדרש עטליכע קעסטלעך ברויט, דערנאך האט דער אויבערשטער געהאלפן מען האט געטראפן א נדבן וואס האט זיך אונטערגענומען צו טיילן מילך, אזוי אויך האט מען באקומען פון די גראסערי קאסט פרייז, וואס דער בעל הבית איז פון אנשי שלומינו וואס האט זיך זייער געפריידט צו קענען ארויסהעלפן, אזוי האט מען נישט געדארפט אזויפיל געלט. די איבעריגע געלט האט געשאפן ווי אויבנדערמאנט מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו. &nbsp; מ'האט א נאמען געגעבן דעם חלוקה "ראשית דגנך", וואס ראשית איז ראשי תיבות ת' איז תרומות און די איבעריגע אותיות איז מוהרא"ש'ס נאמען און דער ראש ישיבה'ס נאמען. אויסערדעם טוט דער קהילה אין בני ברק נאך פילע פעולות חסד, מען טוט אסאך אין שידוכים, אזוי אויך ארבעט אויף א טשארטער קיין אומאן מען זאל קענען פארן אינאיינעם על טהרת הקודש.

    < זעה מער יז טבת תשפ"ד 📝
  • די נארט אטלאנטיק טריטי ארגאניזאציע (נאטא)

    אום אפריל 1949 למספרם איז געגרינדעט געווארן די נאטא ארגאניזאציע וואס האט צוזאם גענומען פילע מערב וועלט לענדער אין אן אליאנץ כדי צו זיין א קאנטער כח קעגן די סאוויעטישע פאראיין וואס האט געדראעט איינצושלינגען גאנץ אייראפע אונטער איר סאציאליסטישע/קאמוניסטישע רעדזשים. &nbsp; די אריגינעלע מיטגלידער פונעם פאראיין זענען געווען איטאליע, אייסלאנד, אמעריקע (יו-עס-עי), בעלגיע, דענמארק, לוקסעמבורג, נארוועגיע, ענגלאנד (יו-קעי), פארטוגאל, פראנקרייך און קאנאדא. וואס האבן זיך צוזאם גענומען צו פארמירן א מאכטפולע מיליטערישע בלאק אפצושרעקן דעם רוסישן בער פון אייננעמען פרישע לענדער אוטער אירע נעגל. &nbsp; נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטשן פארבאנד האט די פאראיין אנגעהאלטן און זיך צוגעפאסט צו די פרישע מצבים פון די וועלט, ווי זיך ארויסהעלפן אין צייט פון נויט, טעראריזם געפארן וכדומה. &nbsp; מיט די יארן זענען צוגעקומען צו נאטא נאך פילע לענדער, היינט צו טאגס פארמאגט זי דרייסיג פולקאמע מיטגלידער, צוויי לענדער וואס האלטן אינמיטן די פראצעדור פון זיך אנשליסן, און נאך עטליכע לענדער וואס ווילן זיך אנשליסן. די צוגעקומענע לענדער זענען אונגארן, אלבעניע, בולגאריע, גריננלאד, דייטשלאנד, האללאנד, טערקיי, טשעכיי, ליטא, לעטלאנד, מאנטאנעגרא, סלאוואקיע, סאלוועניע, עסטאניע, פוילן, צפון מעקאדאניע, קראאטיע, רומעניע, שפאניע. טייל פון די לענדער זענען פריער געווען א טייל פונעם סאוויעטשן פארבאנד. די לענדער וואס זענען אינמיטן די פראצעדור פון אנגענומען ווערן זענען פינלאנד און שוועדן שכנים פון רוסלאנד וועלכע האבן באשלאסן זיך אנצושליסן נאכדעם וואס רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינע מיט צוויי יאר צוריק. פאלגענדע דריי לענדער זענען אין געשפרעכן און ווילן זיך אנשליסן באסניע-הערצאגוואניע, גרוזיע, און אוקריינא. &nbsp; נאטא - און בעיקר דאס וואס זיי האבן אריינגענומען פילע לענדער וואס זענען פריער געווען א טייל פון די סאוויעטישע פארבאנד, ווערט אנגעקוקט דורך רוסלאנד אלץ די הויפט סיבה פארוואס זיי בארעכטיגן די אינוואזיע אויף אוקריינא. פונעם רוסשן פערספעקטיוו האבן זיי מורא געהאט אז זיי וועלן פארלירן א שטארק סטראטעגישע ארט ביים שווארצן ים, וואס האט זיי אנגערייצט איינצונעמען קרימיע מיט צען יאר צוריק, און דערנאך זיי אריינגעפירט צו די גרעסערע אינוואזיע קיין אוקריינא וואס זאל זיי געבן צוטריט צו קרימיע פון די יבשה נאכדעם וואס אוקראינע האט אין רעאקציע צום אינוואזיע אפגעהאקט דאס וואסער פלוס פונעם טרוקנענעם האלב אינזל קרימיע. &nbsp; על אפם ועל חמתם פון רוסלאנד האט עס אבער גורם געווען פונקט דאס פארקערטע. די לענדער שוועדן און פינלאנד וואס האבן אלע יארן זיך געהאלטן נייטראל - אזוי צו זאגן, און נישט וועלנדיג אויפברויזן רוסלאנד האבן זיי זיך צוריק געהאלטן פון זיך אנשליסן אין נאטא. דאס האט זיך אבער געטוישט אין די רגע רוסלאנד האט אנגעגריפן אוקריינא - ווי די וועלט קוקט עס אן - על לא עוול בכפם, האבן די צוויי שכנים פון רוסלאנד באשלאסן אז עס איז צייט פאר זיי זיך אנצושליסן אין נאטא, איידער רוסלאנד'ס אפעטיט פאר נאך שטח שלינגט זיי איין. &nbsp; נאטא לערנט אונז אויס די גרויסע כח פון אחדות און זיך צוזאם נעמען, חז"ל איז פול מיט ממרות פון די גרויסע כח פון אחדות, ווי ס'איז באקאנט די משל פון א קנה א דינע שטעקן וואס מ'קען גרינג צוברעכן, אבער ווען מ'בינדט צוזאם א גרויסע בינטל פון דינע שטעקענס איז עס כמעט אוממעגליך צו צוברעכן. חז"ל זאגן אז ווען אידן זענען באחדות, אפילו עס איז דא צווישן זיי אפילו עבודה זרה רח"ל קען דער מידת הדין נישט שולט זיין אויף זיי. אחדות איז די שליסל צו הצלחה ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; פונקט ווי די מערב וועלט האבן זיך צוזאם גענומען און געמאכט א פאראיין, און רוסלאנד חלומ'ט נישט אפילו פון צורירן אן אינטש פון נאטא, נאך מער איז דאס ביי אידישע קינדער. דער רבי זאגט אין ספר המידות אות פחד סימן כד, "כשישראל באחדות האומות מתפחדים מהם," ווען אידן זאלן לייגן אלע מחלוקת אין א זייט און זיך ליב האבן אפילו אלע מיינונגס פארשידענהייטן וואלט אלע שונאי ישראל זיי נישט געקענט צורירן. אויך שטייט אין מדרש "גדול השלום שאפילו בשעת מלחמה אין פותחין אלא בשלום" (ויקרא רבה פרשה ט) אז אפילו בשעת מען האלט מלחמה דארף מען צוערשט פרובירן מיט שלום. &nbsp; די ערשטע זאך דארף א מענטש שלום מאכן מיט זיך אליינס. א מענטש דארף זיך קענען אננעמען און זיין צופרידן פון וויאזוי דער אויבערשטער האט אים געמאכט. דערנאך דארף ער זיין צופרידן פון זיין טאטע מאמע, ווייב אדער מאן, פון זיינע קינדער, און זיי אננעמען אזוי וויי זיי זענען, און ווען עס איז דא שלום איז דא א ברכה "לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום", "כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם", לאמיר אנהייבן קוקן גוט אויף זיך אויף די ווייב און קינדער און אויף אלע ערליכע אידן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן, און דער אויבערשטער וועט האבן נחת פון זיינע קינדער ווי זיי האבן זיך ליב.

    < זעה מער טו טבת תשפ"ד 📝
  • ברסלב עני טיים היט צוויי טויזענט שיעורים

    אנשי שלומינו דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט'ן געלונגענעם וועבסייט "ברסלב עני טיים", וואס עס איז געלונגען פאר מו"ה ארי פיש הי"ו מיט גרויס סייעתא דשמיא צוזאם צושטעלן, ווי מען קען מיטהאלטן כסדר די פילע שיעורים, מסיבות און מוזיק ווידיאס פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויף א געוואלדיגע באקוועמע און געשמאקע אופן. &nbsp; דער גאנצע וועבסייט איז געמאכט געווארן מיט "ענד יוסער" אין מיינד, און עס איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז אלעס זאל זיין פשוט און גרינג צו טרעפן און נוצן. אויב לייגט מען צו אן אויג קען מען זען וויפיל הארץ מען האט צוגעלייגט צו יעדן דעטאל, אנגעהויבן פון די אויסשטעל, און געענדיגט מיט די פיטשערס. &nbsp; גלייך ווען מען קומט אריין אינעם וועבסייט קען מען זען עטליכע שיעורים וואס מען האט לעצטענס צוגעלייגט מיט א בילד פון יענעם שיעור, אונטער דעם קען מען זען יעדע שיעור האט עטליכע טעגס, וואס אויב מען דורקט דערויף קען מען זען אלע שיעורים מיט יענעם טעג, אויך קען מען זען וויפיל מענטשן האבן שוין געזען דעם שיעור, ווען דער שיעור איז ארויף געגאנגען, און וויפיל מענטשן האבן געלייקט דעם שיעור. &nbsp; דערנאך איז דא א קנעפל "קאטאגאריעס" ווי עס זענען דא שיעורים איבער פילע נושאים, ווי מוזיק אלבומס, חיזוק יומי, חינוך, א גוט ווארט אויף די פרשה, טעגליכע שיעורים, וועכענטליכע שיעורים, סיומים, קינדער אפטיילונג, שיעורי תורה, שיעורים פאר פרויען, מוזיק ווידיאס, סיפורי מעשיות, מאורעות, שבת קודש, פאדקעסט, און גראמען. ביי יעדע איינס קען מען זען וויפיל שיעורים עס זענען דא אין יענע קאטאגאריע, אבער עס גייט נאך מער, ביי פילע קאטאגריעס ביי וועלכע עס איז דא גאר אסאך שיעורים, וועט דאן ארויפקומען די פילע סאב קאטאגאריעס, ווי צום ביישפיל ווען מען דרוקט טעגליכע שיעורים וועט ארויפקומען אלע פרשיות פון די תורה, און אויך דארט וועט מען קענען זען וויפיל שיעורים עס איז דא אין יעדע באזונדער. &nbsp; בכלל איז עס א יחיד במינו אין קאסטימייזעישאן אז יעדער זאל קענען צופאסן די וועבסייט צו זיי פערזענליך, מען קען סעיווען שיעורים צו א ליסטע מען זאל קענען צוריק קומען שפעטער עס צו זען, מען קען צוריק גיין און זען די שיעורים וואס מען האט געהערט, און אויסער דעם איז דא פילע פלעי אפציעס ווי שנעל און די קוואליטעט פונעם שיעור און אזוי ווייטער, יעדע שיעור איז עוועיליבל צו זען אויף ווידיא מאוד, אדער הערן אויף אוידיא מאוד, די זעלבע זאך קען מען דאונלאודן און שעירן יעדע שיעור אויף אוידיא אדער ווידיא. &nbsp; די עסקנים לייגן אריין גאר אסאך כח צייט און געלט סיי צו מאכן די וועבסייט בעסער און בעסער, הערן גריסן פון די באנוצער און לויט דעם צולייגן פיטשערס און פאררעכטן באגס, און בעיקר אויף ארויפצולאודן וואס מער שיעורים. אין די טעג איז מען אנגעקומען צו א געוואלדיגע דערגרייכונג ווען מען האט געהיט דעם אומגלויבליכן נומער פון "צוויי טויזענט שיעורים" וואס עס איז שוין דא צו הערן. &nbsp; דער וועבסייט ציט אידן פון איבער די גאנצע וועלט, אין יעדע קאנטינענט און לאנד ווי אידן געפינען זיך, סיי ווען איבערן טאג "עני טיים" קומט מען ארויף און מען טרונקט זיך אן מיטן יין המשומר וואס משיח וועט געבן צו טרונקען, מען הערט די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א, און מען באקומען אקסידזשען ווייטער אנצוגיין. &nbsp; עס איז דא א גאר גרויסע פארלאנג מען זאל צולייגן א נייע סעריע פון ווידיאס "שארטס", דאס קאסט אסאך ארבעט און געלט. און ווער עס וויל האבן א חלק דערין און מנדב זיין די הוצאות דערפון קען זיך ווענדן צו מוה"ר אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892.

    < זעה מער יד טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זי"ע אין מאנסי

    פארגאנגעם ערב שבת קודש עשרה בטבת העעל"ט איז אויסגעפאלן די יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבין רבי נתן זי"ע, חסידי ברסלב איבער די גאנצע וועלט האבן געפראוועט דעם גרויסן יארצייט, ווי מען איז זיך צוזאם געקומען און גערעדט פון די זיסע עצות וואס רבי נתן האט אונז איבער געלאזט, און זיך פארגענומען צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן, און צו פאלגן זיין צוואה וואס ער האט געבעטן פון זיינע תלמידים צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס אור ווייטער צו די גאנצע וועלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם יארצייט צווישן אנשי שלומינו אין מאנסי ווי מען איז זיך צוזאם געקומען און זיך געוואשן צו א סעודה פארגאנגענעם ליל שישי, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן א שטארקע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם אז אלע מתנות וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן, וואס יעדע פאר זיך איז שוין כדאי לעצמו, איז אלעס נאר צו פארדאנקען רבי נתן.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט פון די התקרבות פון רבי נתן, ווי ער איז שוין געווען מקורב צו חסידות אבער ער האט געשפירט אז עפעס פעלט אים, מען האט אים געהייסן ברענגען בייגלעך פאר מלוה מלכה און ער האט נישט געשפירט ווי ער קומט ערגעץ אן, ער האט זיך אריינגעכאפט אין א בית המדרש און אנגעהויבן זאגן תהלים מיט גרויסע בכיות ביז ער איז אנטשלאפן געווארן אינמיטן, אין חלום האט ער געזען ווי ער קריכט ארויף אויף א לייטער און פאלט אראפ, ער קריכט נאמכאמאל און פאלט ווידער, און ווען ער האט שוין געהאלטן ביים אויפגעבן זעט ער א געשטאלט פון א מענטש וועמען ער האט נאך קיינמאל נישט געזען ווי ער שרייט צו אים "אינגערמאן דראפע און דערהאלט זיך", דער ראש ישיבה האט געזאגט די ווערטער "דראפע זיך און דערהאלט זיך" מיט גרויס התעוררות, ווי צו זאגן אז דאס איז דער עיקר וואס דער רבי וויל פון אונז, מיר שפיר אז מיר ווערן פארברענט, אלעס גייט אונז מיטן פיטום אראפ, און דער רבי שרייט צו אונז "כאפ דיך אן, גיי ווייטער, געב נישט אויף", שפעטער ווען רבי נתן איז אנגעקומען צום רבין צום ערשטן מאל האט רבי נתן געזען אז דער געשטאלט וועמען ער האט געזען אין חלום איז דער הייליגער רבי.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריבער צום ענין פון קומען צום רבין אויף ראש השנה, וואס דער הייליגער רבי נתן האט תיכף ביים נתקרב ווערן פארשטאנען אז דאס איז ביים רבין גאר א גרויסע זאך, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אויף ראש השנה מוזן אלע קומען, אפילו עס איז אביסל שווערע צו פארן יעצט, אבער ווען מען ווייסט די חשיבות איז עס גארנישט שווער, און געבעטן מען זאל מאכן תפילות מען זאל קענען פארן צום רבין אויך קומענדיגע יאר. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן משניות, א זאך וואס דער הייליגער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן ער זאל טון, און מוהרא"ש האט געזאגט אז דאס דארף יעדער פרובירן צו טון, עס נעמט נישט לאנג, צען מינוט צופרי, צען מינוט מיטאג, און צען מינוט ביינאכט. זאגן די ווערטער אן נערוון, דאס טוישט א מענטש, משנה איז אותיות נשמה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך גערעדט איבער חינוך, ווי רבי נתן האט געזאגט אז ליינען קריאת שמע מיט זיינע קינדער איז אים נאך אזוי וויכטיג ווי חצות, וואס חצות איז געווען א זאך אויף וואס רבי נתן האט נישט געקענט אויפגעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער, פארציילן א מעשה, זינגען און טאנצן מיט זיי, שמועסן מיט די קינדער. און דער ראש ישיבה האט געזאגט מען דארף אכטונג געבן מען זאל נישט אוועק מאכן ערליכע אידן, און אפילו סתם אידן, וואס דארף מען רעדן פון אנדערע? וואס רעדן מען ביי דיין שבת טיש? פון דעם רבין פון יענעם רבין, מען מאכט חוזק פון ערליכע אידן, וואס פארא מעסעדזש געבט דאס פאר דיינע קינדער? &nbsp; דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער שלום בית ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן אויף די כבוד פון די פרוי, איר איבערבעטן, אפילו זי דארף דיך איבערבעטן, בעט איר איבער, זאג איר "זיי מיר מוחל", אפילו זי ענטפערט דיך שארף צוריק, דו וויסלט פלאצן צוריק שרייען "ווער דארף וועמען איבערבעטן?", זאג איר נאכמאל "זיי מיר מוחל" שלינג אראפ דעם פיל, נאכדעם וועט זיין זיס, און דאס האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט באקומט מען נאר דורך התבודדות, רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; די אלע פשוטע דיבורים האט דער ראש ישיבה געזאגט האט מען געהערט פון מוהרא"ש וואס האט דאס מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך רבי נתן און זיינע הייליגע ספרים. דאס איז עצות וואס א מענטש קען עס נעמען און אים טוישן מן הקצה אל הקצה, און איבערדרייען זיין ביטערע לעבן צו א זיסע לעבן בזה ובבא. &nbsp; 🎦 די שיעור פון ראש ישיבה שליט"א ביים יארצייט פון רבי נתן

    < זעה מער יג טבת תשפ"ד 📝
  • מעגא פעקעדזש פון קרן הדפסה אויפגענומען מיט גרויס עקסטאז

    נאך א שטארקע נאכפראגע ביי אנשי שלומינו צו האבן אן עפארדעבל פעקעדזש פון די גליונות פון היכל הקודש, מיט א פארלעסליכע דעליווערי, האט קרן הדפסה נארוואס געמאלדן א נייע "שבת גליונות מעגא פעקעדזש" צו אדרעסירן אט דעם פארלאנג. &nbsp; דער נייער פעקעדזש סובסקריבשאן פלאן וועט צושטעלן א ריכטיגע עונג שבת פאר די גאנצע משפחה, סיי די קינדער און סיי די ערוואקסענע, מענער און פרויען מיט לייען מאטריאל אנגעפולט מיט אמונה, מידות טובות, עצות און חיזוק. &nbsp; פאר פילע אנשי שלומינו וועלכע נעמען נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל אין שטוב פון די גאס האבן זיך באקלאגט אז די ביז יעצטיגע סובסקריבשאן פלענער זענען געווען אדער צו טייער, אדער נישט גענונג פארלעסליך, זייענדיג געשיקט דורך די פאסט סערוויס וואס כאטש מען האט שטארק פרובירט עס זאל אנקומען אויף שבת, און צוליב דעם האבן די ארויסגעבער פון אלע גליונות זיך אנגעשטרענגט אז אלע גליונות זאלן שוין גיין צום דרוק אנפאנג וואך, און די שטאב פון קרן הדפסה האט געמאכט אלע אנשטרענגונגען עס צו דרוקן און ארויסשיקן די שנעלסטע וואס מעגליך, איז עס נישט געווען גענוג גוט, צוליב וואס די פאסט סערוויס האט געהאלטן אין איין ווערן פארשלעפט, און דאס האט געמאכט אסאך עגמת נפש פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן אזוי שטארק געוואלט האבן די שיינע גליונות אויף שבת קודש. &nbsp; דערפאר האבן אנשי שלומינו זייער פרייליך אויפגענומען די גוטע בשורה אז אין קרן הדפסה האט מען זיך צוגעהערט צו די פילע בקשות און ארויסגעקומען מיט א נייע פלאן וואס הייסט "מעגא פעקעדזש" וואס וועט אנהאלטן אלע גליונות אויף שבת אריינגערעכענט: עצתו אמונה, קרית ברסלב בלעטל, גליון היכל הקודש און דער גליון שיעורי חינוך, און דאס וועט ארויסגעשיקט ווערן בעז"ה מיט די מער פארלעסליכע UPS דעליווערי פירמע, וואס איז גאראנטירט בעז"ה אנצוקומען אין צייט אויף שבת קודש. &nbsp; די וואס עס איז זיי נישט אזוי וויכטיג עס זאל אנקומען בעפאר שבת וועלן זיך קענען איינצושרייבן צו באקומען די בית נצחי אדער די עצתו אמונה, דורך די ביליגערע פאסט סערוויס, און וועט האפענטליך אבער נישט זיכער אנקומען בעפאר שבת. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די בית נצחי וועט מען שיקן אלץ מיט א גאנצע וואך פריער כדי אז מען זאל עס בעז"ה באקומען אין צייט. &nbsp; רופט שוין אריין צום אפיס פון קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3 זיך איינצושרייבן פארן מעגא פעקעדזש, פון וואס איר וועט זיכער הנאה האבן. &nbsp; אויך די וואס באקומען שוין ביז יעצט די גליונות און ווילן ווייטער באקומען דארפן אריינרופן און זיך פריש איינשרייבן צו איינע פון די אפציעס. ביטע רופט וואס פריער ווייל די נייע סיסטעם גייט שוין אריין אין קראפט קומענדיגן פרשת שמות הבעל"ט. ווארט נישט אויף שפעטער, רופט שוין 718-387-2691 עקסטענשאן 3.

    < זעה מער ט טבת תשפ"ד 📝
  • אוקראינע טראכט פון צוריק עפענען באריספּיל לופטפעלד

    נעכטן דינטאג אינדערפרי האבן די קיעווער איינוואוינער נעבן די באריספּיל לופטפעלד געזען א באואינג 777-300 פליגער זיך הייבן פונעם עירפארט, נאך גאנצע צוויי יאר וואס די לופטרוים אין אוקריינא איז גענצליך פארשלאסן צו קאמערציאלע לופט טראפיק צוליב די אנגייענדע מלחמה מיט רוסלאנד. &nbsp; אויף די אנפראגע פון רעפארטער האט מר. אנדריי יערמאק דער ווארטזאגער פונעם אוקראינשן פרעזינט ווילאדימיר זעלענסקי געזאגט אז זיי פלאנען בקרוב צוריק צו עפענען דעם לופטפעלד, און יעצט ארבעט מען אויס די לאגיסטישע און זיכערהייט מאסנאמען דערפאר. די פרעסע אפיס פון באריספיל לופטפעלד האט געזאגט אז די ליידיגע טעסט פליגער וואס מען האט יעצט געלזאט ארויספארן ווייזט אז די מצב איז זיכער און מען קען זיך ערלויבן צו עפענען דעם עירפארט נאכאמאל. &nbsp; פאר אנשי שלומינו איז דאס נאר א דערמאנונג ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז טראץ די אלע שוועריקייטן וואס דאס קומען צום רבי'ן טראגט מיט זיך, ווען דער סמ"ך מ"ם לייגט זיך אין די לענג און אין די ברייט צו שטערן ערליכע אידן צו פאלגן דעם רבין וואס האט געמאנט און געפאדערט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, דורך אלע מיטלען וואס ער קען. ער שיקט אונטער אידן מיט א מאנטל פון יראת שמים זאלן זאגן דרשות קעגן רבינ'ס ראש השנה, ער העצט אן משפחה זאלן שטערן מיט אלע מיני גוטע תירוצים, און בפרט אין די לעצטע צוויי יאר האט ער טרומפיאירט מיטן "מצב מלחמה" סלאגאן, און געשיקט שליחים פון אלע זייט וואס האבן פארגעהאלטן "אומאן איז נישט נישט ביהרג ואל יעבור", און "מען דארף זיין משוגע צו פארן צו א מלחמה זאנע", און מיט דעם אלעם האבן מיר זוכה געווען דאס און נאך אסאך איבער צו קומען נאך אסאך תפילה און סייעתא דשמיא. און פאר דעם אליינס דארפן מיר דאנקען און לויבן יעדן איינציגן טאג, און ארויסגיין אין א טענצל "שכח אייבישער אז איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה". &nbsp; דערנאך דארף מען מתפלל זיין אויף ווייטער אז מען זאל קענען זיין ביים הייליגן רבין אויף קומענדיגן ראש השנה. מען דארף בעטן אז די נארישע זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן און מען זאל קענען גרינגער שנעלער און ביליגער פארן קיין אומאן, און אז דעם רבינס אור זאל זיך פארשפרייטן אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה שלימה בב"א.

    < זעה מער ח טבת תשפ"ד 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן ליל שישי אין מאנסי

    דעם ליל שישי אור ליום עשרה בטבת פאלט אויס די 179'סטע יארצייט פונעם גרויסן צדיק און גאון דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין דער הייליגער רבי נתן זי"ע, דער גרויסער תלמיד וואס ווען נישט אים "וואלט נישט איבערגעבליבן א בלעטל שמות" פון הייליגן רבין, אזוי האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט אויף זיין גרויסן תלמוד. &nbsp; מיר וועלן דא צוברענגען אין קורצן דער סיפור הדברים וויאזוי די פטירה פון הייליגן רבין נתן איז צוגעגאנגען. שבת קודש פרשת מקץ - וואס איז דאן אויסגעפאלן ווי היי יאר א טאג נאך זאת חנוכה, האט רבי נתן נאך געזאגט תורה ביי שלש סעודות, און האט געזאגט בתוך הדבריו מיט א געוואלדיגע פחד "איר זאלט וויסן אז מ'וועט זיין א מת און א גוסס, און מ'וועט מוזן ליגן מיט די פוס צום טיר", רבי נתן האט געזאגט תורה אויף די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א' ס"א) "חדי רבי שמעון", און גערעדט איבער עצות פון צדיקים, אמונת חכמים, דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים, און איבער דעם אז דער עיקר שלימות איז אז אויך ווען די נשמה גייט ארויף הויך, בלייבט מען אויך אונטן, און דערנאך איז רבי נתן געווארן זייער פרייליך. &nbsp; מוצש"ק אינמיטן די נאכט איז רבי נתן געווארן זייער שוואך, און זיין שוואכקייט איז געווארן שווערער און שטערקער יעדן טאג, מאנטאג ויגש איז רבי זאב ליבארסקע געקומען און מען האט גערעדט איבער דעם ראש השנה פון רבי'ן, און רבי נתן האט זייער שטארק גערעדט איבער די וויכטיגקייט צו קומען צום רבין אויף אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט בזה הלשון "מען וועט זיך מוזן צונויף קומען", האט אים רבי זאב געפרעגט, "וואו"?, האט אים רבי נתן געענטפערט "אויף יענער וועלט". &nbsp; דינסטאג נאכט נאך תיקון חצות האט ער געזאגט פאר רבי מאיר יודא בזה הלשון "אפילו מען זאל זיין דער ערגסטער בעל עבירה, אבי מען האלט זיך אין רבן, וועט מען בודאי תשובה טאן און מען וועט האבן א תיקון", מיטוואך זענען עטליכע תלמדים געשטאנען נעבן אים און ער האט גערעדט מיט זיי, און האט זיי געזאגט "אייער עיקר עסק זאל זיין צו דרוקן די ספרים, יפוצו מעינותיך חוצה". &nbsp; ערב שבת קודש עשרה בטבת האט ער געשמועסט מיט די תלמידים אזוי ווי א צוואה, "מען דארף זיך האלטן צוזאמען מיט א געוואלדיגע ליבשאפט, ענק זענען ערליכע אידן, נאר ענק זענען שלימזלניקעס", דערנאך האט ער זיך אנגערופן "דריי צרות האבן פאסירט עשרה בטבת, עזרא הסופר איז נסתלק געווארן, מען האט געשריבן די תורה אויף גריכיש, און דער שטאט איז צושפאלטן געווארן", דערנאך האט ער געזאגט בזה הלשון "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק, און טרייף פסול איז זיך מתגבר אזויפיל ווי ס'היינט דא אלפים ורבבות טרייף פסול. נאר איך האף, אז איין בלעטל פון ספרי רבנו וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג. נו, זאג איך אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין יפוצו מעינותיך חוצה. איר זאלט זיין שטארק מיט געלט און מיט רצון און מיט טרחא". &nbsp; דער הייליגער רבי נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת קודש תיכף נאכן ליכט צינדן מיט א מיתת נשיקה, און איז געקומען לקבורה מוצאי שבת קודש אינעם בית החיים אין שטעטל ברסלב אויבן אויפן בארג. &nbsp; דאס יאר וועט דער ראש ישיבה פירן די יארצייט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין מאנסי אויף 34 יוניאן רד. ווי מען וועט זיך וואשן צו א סעודה און דער ראש ישיבה שליט"א וועט אויפטרעטן און זיך איבערפרישן מיט די הייליגע ירושה וואס מיר האבן באקומען פון דעם גרויסן בעל הילולא זי"ע. &nbsp; די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך אנשי שלומינו אין מאנסי, ווער עס וויל קען זיך נאך משתתף זיין. ביטע רופן מרת פריעדמאן אויף 845-425-0969. &nbsp; 📜 ווער איז געווען דער הייליגער רבי נתן?

    < זעה מער ז טבת תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 481 to 495 of 1666 results

1 2 ... 30 31 32 33 34 35 36 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com