Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • גרויס שמחה צום שידוך שליסן פון הב' פנחס דוד וועבערמאן נ"י מתלמידי הישיבה

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די פרישע נייעס מאנאטג פון נאך א שידוך וואס איז געשלאסן געווארן פון די תלמידי הישיבה. ווען הב' פנחס דוד בן ר' אהרן וועבערמאן נ"י האט א שידוך געטון מיט הכלה בת ר' שמואל לייב פעלבערבוים נ"י פון קרית טאהש קאנאדא. דער חתן נ"י איז געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים וואס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און דארט אויסזאגן תהלים, זאג איך זיי צו אז איך וועל נישט רוען ביז זיי וועלן טרעפן זייער שידוך. אזוי אויך האט ער פארגאנגענעם זומער מסיים געווען מס' תענית יעדן טאג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וואס איז אויך מסוגל צו טרעפן א שידוך אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט ביי א דרשה אין ישיבה. אזוי אויך העלפט דער חתן נ"י כסדר אין ישיבה מיט גרויס געטריישאפט. דער חתן איז געווען פון די ערשטע קינדער אין תלמוד תורה, ווען זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט זייערע קינדער אין די פרישע ברסלבע חדר, ווען מענטשן האבן אפגעלאכט פון זיי "זיי וועלן נישט קענען טרעפן קיין שידוכים", "ווער וועט נעמען א קינד וואס האט געלערענט אין ברסלב?" א.א.וו. - יעצט ב"ה דאנקט מען דעם אייבערשטן אז זיי האבן נישט געהאט קיין התפעלות פון די אלע גוט זאגערס, זיי האבן ב"ה זוכה געווען צו זען העריכע פירות פון דעם קינד און פון אלע קינדער, דער חתן האט זיך משלים געווען מיט זעק פון אלע מקצועות התורה, הערליך אויסגעשטיגן מיט גוטע מידות, און האט יעצט א טאקע א שידוך געטון א הערליכע שידוך, מיט די גליקליכע כלה וואס האט זוכה געווען צו באקומען אזא בריליאנט.   עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כו טבת תשפ 📝
  • שמחה'דיגע שטימונג ווען הבחור יחזקאל שרגא שארף נ"י איז געווארן א חתן

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די בשורה וואס איז געקומען זונטאג פון די הייליגע ישיבה מיט שידוך שליסן פון החתן יחזקאל בן ר' אלימלך שארף נ"י חתן הרה"צ ר' יצחק לעסער שליט"א עב"ג בת ר' עזרא בוים נ"י בן הרה"צ ר' דניאל שליט"א. דער חתן נ"י איז געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים וואס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און דארט אויסזאגן תהלים, זאג איך זיי צו אז איך וועל נישט רוען ביז זיי וועלן טרעפן זייער שידוך. אזוי אויך האט ער פארגאנגענעם זומער מסיים געווען מס' תענית יעדן טאג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וואס איז אויך מסוגל צו טרעפן א שידוך אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט ביי א דרשה אין ישיבה. אזוי אויך העלפט דער חתן נ"י כסדר אין ישיבה מיט גרויס געטריישאפט. &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כו טבת תשפ 📝
  • פרישע חודש'ליכע פרויען צוזאמקום וועט פארקומען אין די וואך פון פרשת וארא

    עס איז א שמחה ביי די פרויען אנשי שלומינו צו זען ווי עס קומען כסדר צו פרישע לאקאלן אין אמעריקע אין ארץ ישראל און אין אייראפע ווי די פרויען פרעגן "למה נגרע", און אראדשירן א חודש'ליכע פרויען צוזאם קום אין זייער געגענט. יעצט אין די ערב ראש חודש שבט טעג גרייטן זיף די פרויען צום פרישן צוזאמקום, און ווי ביז היינט וועט מען זיך דארט בעז"ה אויפפרישן און מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, און אזוי ארום קענען ווייטער אנגיין און איבערקומען אלע שוועריקייטן וואס מאכט זיך טאג טעגליך, און קענען ווייטער אויפציען ערליכע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט אריבער אויף אידישע קינדער. מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו הערן א הערליכע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים, און וועט בעז"ה מדריך די זיין די פרויען מיט פראקטישע און תורה'דיגע הדרכה, און עצות וויאזוי מען קען פארבעסערן די שלום בית, די חינוך פון די קינדער, א.א.וו. &nbsp; &nbsp;&nbsp;&nbsp;פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער: &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;וויליאמסבורג - מיטוואך וארא, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;בארא פארק - מיטוואך וארא, 9:00 ביינאכט, אויף 1236 50סטע סטירט. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית יואל - מיטוואך וארא, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;מאנסי - אי"ה קומענדיגע וואך, פרטים וועלן נאכפאלגן אי"ה. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית ברסלב ליבערטי - מיטוואך וארא, פרטים וועלן געמאלדן ווערן אי"ה. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;דזשערסי סיטי - מיטוואך וארא, 9:00 ביינאכט, 54 רענדאלף עוועניו. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;ירושלים - מיטוואך וארא, 8:30 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0583275645. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;צפת - אי"ה קומענדיגע וואך, פרטים וועלן נאכפאלגן אי"ה. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;בית שמש - מיטוואך וארא, פאר פרטים רופט 0559821013. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קענווי איילאנד, ענגלאנד - מיטוואך וארא, 8:00 ביינאכט, 1 סאנינגדעיל. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער כד טבת תשפ 📝
  • עצתו אמונה צווייטע באנד גייט צום דרוק

    קויפט א זכות אין ספר עצתו אמונה פאר $500 און פועלט ישועות! עס איז אונז א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער צווייטער באנד פון ספר עצתו אמונה - בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א - גייט שוין בקרוב גיין צום דרוק. ווער עס האט שוין געזען דעם ערשטן באנד, און זוכה געווען צו לערנען אינעם הייליגן ספר, דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז דער וועג וויאזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות נאר דורך גלייבן אין אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פלעינע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. גאר א גרויס חלק פון די שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור, וואס וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און זאגט צו פאר'ן אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דריקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און זיי פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענענדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען? פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים? אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. ועל כולם זענען גאר א גרויס חלק פון די בריוו איבער די ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינער דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה אויס, אז חומרות און פרושות ברענגט נישט קיין גוטס, ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דאס ווארט פון רבי אברהם ב"ר נחמן ז"ל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן הנהגות פאר אינגעלייט, "קינדערלעך, היט אייך פון כריתות", "ווען מ'מעג מעג מען אלעס, ווען מ'טאר נישט טאר מען גארנישט". אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה זייער אסאך איבער "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס. &nbsp; הזמן יכלה והם לא יכלו, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע ענינים בפרטיות פון וואס דער ראש ישיבה רעדט אלץ ארום אין די בריוו, דאס איז א תמצית פון אלע ענינים וואס ווערן ארום גערעדט: אומאן - אחדות - אידיש געלט - איינזאם - אינטערנעט - אמונה - אמונת חכמים - אשר בנחל - בארד און פאות - בושה - בזיונות - בחור - בין אדם לחבירו - בין המצרים - בית דין - בית המדרש - ברכת המזון - בר מצוה - גמרא - געזעץ - געמבלינג - געפילן - דראגס - דרייוון - דרשות - הדרכות - היטן די צייט - היכל הקודש - היסטאריע - הלכה - הפצה - התחדשות - התחזקות - וואקסינען - זומער - זיכוי הרבים - זריזות - חב"ד - חברים - חובות - חומרות - חידושי תורה - חיזוק פאר מיידלעך - חיזוק פאר פרויען - חינוך הילדים - חסידות ברסלב - חתונה - חתן - טלית - טערעפי - טשעפען - יאוש - יבנאל - יום טוב - יום כיפור - ישיבה - כולל - כיבוד אב ואם - כעס - כשרות - לבוש - לימוד התורה - לימודי חול - לערערין - לצנות - מאוויס - מדות טובות - מוהרא"ש - מוהרנ"ת ז"ל - מוסדות - מוסר - מועדים וזמנים - מחלוקת - מחשבות - מלמדים - מנהגים - מנין - מעביר סדרה - מעשר - מקוה - משיח - משניות - משפחה - משקה המשכר - נאטורן - ניבול פה - ניגונים - נייעס - נסיונות - נעגל וואסער - סבלנות - סגולות - סדר דרך הלימוד - סוכות - סיום - סיום הש"ס - סיפורי צדיקים - סכנה - סמארטפאון - ספיקות - ספירה - ספרי ברסלב - עבודת השם - עבירות - ענינים שונים - עצבות - עצות - פורים - פחדים - פירושים - פסח - פרנסה - צדיקים - צדקה - ציצית - צניעות - צרות - קאמפיוטער - קברי צדיקים - קדושה - קינדער - קללות - קנאה - קעמפ - קריאת שמע - קשיות - ראש השנה - רענט - רפואה - שאלות - שבת קודש - שובבי"ם - שווער און שוויגער - שידוכים - שיחות - שיעורים כסדרן - שכחה - שכנים - שכרות - שלאפן - שלום - שלום בית - שמחה - שמחות - שמירת עינים - שנה ראשונה - שערן די האר - תהלים - תודה והודאה - תיקון הכללי - תלמיד - תמימות - תפילה והתבודדות - תפלות אויף אידיש - תפלין - תשובה - תשעה באב &nbsp; פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א ווי מ'זעט די גרויסקייט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע בריוו בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר. איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן די שיינע בריוון פון עצתו אמונה. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידן זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די בריוון. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "פון אייך קענט איר וויסן וואס גייט אריבער אויף אנדערע"; מיר האבן דאך אזויפיל חיזוק פון רבי'ן און מיט דעם אלעם זענען מיר ווי אזוי מיר זענען, פול מיט חלישות הדעת, פול מיט בלבולים וכו', וכו', איז דאך זיכער אז אנדערע וואס האבן נישט דעם רבינ'ס חיזוקים דארפן דאך זיכער אסאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן; די בריוון, די פשוט'ע דיבורי אמונה איז זיי אזוי שטארק מחי'. בעט איך דיר ליבער ..., זיי נישט אזוי בקטנות הדעת, טראכט נישט פון שלעכטס; טראכט פון דאס גוטס וואס מיר האבן, און זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים. געב אכטונג עס זאל נישט זיין מיט גרייזן, אזוי אויך זאלסטו עס דרוקן מיט גרויסע אותיות און נקודות אז עס זאל זיין גרינג צו ליינען. ווער עס ליינט די בריוון זאגט אז דאס איז ממש מוהרא"ש'ס בריוון; די זעלבע ווערטער, די זעלבע חיזוקים, נאר אביסל מער אראפגעברענגט פאר היינטיגע בחורים און מיידלעך, זיי זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך אויפהייבן. "קָמָה אֲלֻמָּתִי וְגַם נִצָּבָה (בראשית לז, ז)", "קָמָה אֲלֻמָּתִי", די בינטלעך &ndash; די קונטרסים הייבן אויף אידישע קינדער, "וְגַם נִצָּבָה", עס געבט כח זיך צו דערהאלטן אין שווערע מצבים. אין דעם זכות פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער וועסטו זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים. פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א איבער די ישועות וואס מ'זעט ווען מ'איז מנדב צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע בריוו בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו! פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר היינט דערציילט, אז דיין ווייב תחי' איז געזונט און שטארק מען זעט וואס תפלה טוט, ווי שטארק תפלה איז; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): "תְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", תפלה איז שטערקער פון די טבע; אפילו די נאטור זאגט איין זאך, קען מען מיט תפלה איבערדרייען די נאטור. איך האב איבערגעגעבן די פינף הונדערט דאללער צו דרוקן די צווייטע חלק "עצתו אמונה"; עס גייט בקרוב אריין צום דרוק. אין דעם זכות פון דרוקן די בריוון וואס איז מחזק טויזנטער טויזנטער מענטשן וועסטו זען נאך נסים ביי דיר און ביי דיין גאנצע משפחה. דער אייבערשטער זאל דיך היטן מיט דיין גאנצע משפחה. אזוי ווי די הוצאות פון דרוקן איז אומגעהויער גרויס, קען מען זיך משתתף זיין און האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים.מען קען איבערגעבן א נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופט 347-831-1391 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו mail@kerenhadfusa.org און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה חלק ב'". &nbsp; כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער יט טבת תשפ 📝
  • דראמאטישע אינטערוויוס אויפן נייע "אינטערוויוס" אפטיילונג אויף קול ברסלב

    אין א פרישע רינגל אין די גאלדענע קייט פון די הייליגע פעולות פון ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, איז יעצט צוגעלייגט געווארן א פרישע אפטיילונג צום פאפולערן האטליין "קול ברסלב", וואס אין צוגאב צו די פילע אפטיילונען וואס זענען שוין ביז יעצט געווען, ווי שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע, שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, די טעגליכע שיעורים, אינגעלייט שיעורים, שיעורים אויף תנ"ך, שיעורים אין גמרא, ספעציעלע חינוך שיעורים, און נאך שיעורים פון אנדערע מגידים, און צום לעצט איז צוגעלייגט געווארן דער נייער קנעפל "פאמיליע ווינקל" וואס איז גאר שנעל געווארן זייער אויפגעכאפט, ווי מען קען הערן מעשיות פון תפלה צעטיילט פון מעשיות פון אינגעלייט, בחורים און קינדער ווי מען לאזט טעגליך אריין פילע "תפלה מעשיות" וואס די בעלי המעשה דערציילן אליינס ווי זיי האבן געהאט א צרה און זענען וואונדערליך געהאלפן געווארן נאכן בעטן דעם אייבערשטן אויף 'פּלעין אידיש', און דערנאך איז דא דארט די "מעשיות פון הפצה" וואס מפיצים דערציילן דארט פילע מעשיות פון אידן וואס זענען געהאלפן געווארן דורך הפצה, און זענען זיך מחזק ווייטער אנצוגיין. אויך קען מען דארט הערן "סיפורי צדיקים". אין צוגאב צו דעם אלעם איז פאריגע וואך צוגעלייגט געווארן דער נייער קנעפל "אינטערוויוס", (אין די "פאמיליע ווינקל") &nbsp;וואו עס איז שוין ביז יעצט ארויפגעלייגט געווארן עטליכע גאר דראמאטישע אינטערוויוס מיט היימישע אינגעלייט, וואס דערציילן פון זייער ערפארונג, וואס זיי זענען דורכגעגאנגען ביז זיי האבן געטראפן די ישיבה, און וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון מיט זיי און מיט זייערע קינדער, און נאך פארשידענע גאר אינטערסאנטע האר אויפשטעלענדע עפיזאדן וואס זיי זענען פערזענליך אריבער געגאנגען. די נייעס פון דעם נייעם אינטערוויוס אפטיילונג האט זיך פארשפרייט פון מויל צו אויער ווי א פייער אויף טרוקענע דערנער, און אין די קורצע צייט פון ווייניגער פון א וואך זינט עס איז ארויפגעשטעלט געווארן, איז דער האט-ליין פארפלייצט געווארן יעדן טאג מיט טויזנטער קאלס פון אידן וואס דרוקן גלייך אריין 1/7/5 צו הערן די אינטערוויוס. די גריסן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. אידן געבן איבער ווי די אינטערוויוס זענען זיי מחזק און מעודד, ווייטער צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן און זיינע עצות, רעדן צום אייבערשטן, לערנען שיעורים כסדרן, זיך מחזק זיין ווייטער צו מכבד זיין די ווייב, א.א.וו. ווי עס געבן איבער די פארוואלטונג פון "קול ברסלב" וועט נאך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען נאך אסאך גאר דראמאטישע איבעראשונגען, גאר אינטערעסאנטע אינטערוויוס מיט פארשידענע אידן, וואס וועט האלטן געשפאנט די צוהערער בעזהשי"ת. &nbsp; דער נייער אפטיילונג וועט איר טרעפן אויפן האטליין דורך די קנעפלעך ווי פאלגענד: אידיש (1) / פאמיליע ווינקל (7) / אינטערוויוס (5) &nbsp; פאלגענד זענען די נומערן צו רופן דעם האטליין הויפט נומער 212-444-9191 אפסטעיט (נייע) נומער 845-351-0910 ארץ ישראל נומער 079-704-0066 ענגלאנד נומער 0330-350-2361 &nbsp; לא רעב ללחם כי אם לשמוע את דבר השם &nbsp;

    < זעה מער יז טבת תשפ 📝
  • הערליכע שיעורים אינעם דף גמרא טעגליך אין אלע שטעט ווי אנשי שלומינו געפינען זיך

    מען האט שוין ברוך השם אנגעהויבן דעם פרישן מחזור פון ש"ס, און אלע בעלי בתים, אינגעלייט און בחורים, האבן זיך אנגעשלאסן מיט א פעסטע קביעות צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט. דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אין אלע לאקאציעס ווי אנשי שלומינו וואוינען אז מען זאל דארט פארלערנען דעם בלאט דורך מגידי שיעור בעלי הסבר בטוב טעם ודעת, ווי די אינגעלייט זענען זיך מחיה יעדן טאג נאך די ארבעט, און שלינגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון חז"ל אין די הייליגע גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א אליינס לערט פאר דעם בלאט גמרא א טאג פריער מיט א שטארקע קלארקייט, און מען לייגט עס ארויף אויפן וועבסייט, אזוי אז אלע אידן און מגידי שיעור זאלן זיך קענען פארקוקן, און מען זאל שוין קענען מיטהאלטן דעם שיעור גלייך אינדערפרי דעם נעקסטן טאג אפילו אין די ווייטע שטעט אין אויסלאנד ווי עס ווערט פריער טאג. פאלגענד איז א ליסטע פון די שיעורים אין אלע געגענטער. וויליאמסבורג, דורכן ראש ישיבה שליט"א, אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, 27 סקילמאן סט. אום 8:00 אינדערפרי. קרית יואל, מגיד שיעור מו"ה יעקב הלל פארקאש, אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב, 8 היעס קאורט. טעגליך 8:30 אווענט. מאנסי, מגיד שיעור מו"ה שאול גאנץ, אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, 32 דאלסאן סט., זונטאג אום 10:30 אינדערפרי, טעגליך מאנטאג ביז דאנערשטאג, 7:30 אווענט, און פרייטאג אום 8:00 אינדערפרי. בארא פארק, מגיד שיעור הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, אויף 4615 14 עוו. (צווייטע שטאק - ווייבער שול) אום 9:15 אוונעט. קרית ברסלב ליבערטי, אין ארטיגן בית המדרש - מו"ה הערשל שניטצלער, אום 5:30 פארטאגס, מו"ה יוסף שניטצלער, אום 8:30 ביינאכט. בלומינג גראוו, מגיד שיעור הר"ר בערל לעווי שליט"א, טעגליך אום 8:45 אווענט. שיעור אין ענגליש: אין כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, דורך הרב יעקב לעססער שליט"א, אום 10:00 פארמיטאג דער שיעור וואס ווערט פארגעלערענט טעגליך דורכן ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער טז טבת תשפ 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן אין ביהמ"ד ברסלב אין מאנסי

    א גאר גרויסער ציבור פון מאנסי און ארום האבן זיך פארזאמעלט נעכטן ערב עשרה בטבת אווענט צו פראווען דעם יארצייט פונעם גרויסן תלמוד פון הייליגן רבין רבי נתן זצ"ל, אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם וואס דער רבי האט געזאגט אז ווען נישט רבי נתן וואלט גארנישט ח"ו געבליבן פון הייליגן רבין, דער ראש ישיבה האט פארציילט דעם גאנצן סיפור וויאזוי דער הייליגער רבי נתן איז נתקרב געווארן צום הייליגן רבין, וויאזוי ער האט זיך געחלומט ווי איינער זאגט אים "דראפע זיך און דערהאלט זיך", און דערנאך ווען ער איז אנגעקומען צום רבין האט ער געזען אז דאס איז געווען דער הייליגער רבי. און וואס האט אים בעיקר געכאפט פון הייליגן רבין איז געווען ווען דער רבי האט אים געזאגט "נתן, און ווייטער איז גוט אז מ'רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס צו א גוטן חבר". האט ער געזאגט "איך האב פארשטאנען איך האב שוין א וועג אין לעבן. ווייל וואס וועט נאר אויף מיר אריבערגיין וועל איך דאס פארציילן פארן אייבערשטן". דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק מחזק געווען דעם ציבור צו נוצן די עצה פון התבודדות, רעדן און פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף אונז דורך, און אויב מ'וועט נישט נאכלאזן אפילו מ'שפירט גארנישט, ווען מען צום סוף זען גרויסע זאכן, און מען וועט זען גרויסע ישועות. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא יעדן טאג. און וואס די גרויסע צדיקים האבן געזאגט דערויף "א דף גמרא איז דער אייבישטער", און מחזק געווען דעם ציבור אז מ'זאל זען יעצט אנצוהייבן צו לערנען דעם בלאט גמרא. דאן האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון די געוואלדיגע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", וואס א דאנק דעם קען יעדער איד וויאזוי ער זעט נאר אויס און אין וועלכע מצב ער איז נאר, זוכה זיין דורכצוגיין כל התורה כולה. דער ראש ישיבה האט דאן ארויסגעברעגנט אז אסאך מאל זעט מען אז ווי נאר א בחור'ל - וואס האט קיינמאל א אידיש ספר נישט געעפענט - כאפט זיך צו צום רבני'ס סדר דרך הלימוד, וועלן אלץ זיין "גוטע אידן" וואס וועלן זיכער מאכן אים צו דרייען א קאפ "ס'הייסט יא געלערענט, ס'הייסט נישט געלערענט...", האט דער ראש ישיבה געפרעגט "זיצן ליידיג הייסט געלערענט?! רעדן פאליטיק און ווער משוגע פאר ליידיגיין הייסט געלערענט?! וואו ביסטו געווען ווען ער האט קיין אידיש ספר נישט געעפענט?!" דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אנשי שלומינו פלעגן זיך פירן אז ביים יארצייט פון רבי נתן פלעגט מען מאכן אן אפיעל מען זאל העלפן דרוקן דעם הייליגן רבינס ספרים. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מוהרא"ש'ס קונטרסים זענען צוזאם גענומען דעם הייליגן רבינס ספרים און פון זיינע תלמידים. "מען זעט גרויסע ישועות" האט דער ראש ישיבה געזאגט "ווען מענטשן זענען מנדב צו דרוקן די הייליגע בריוון וואס ברענגען צוריק אידן צום אייבערשטן". די קרן הדפסה האט דארט אויפן פלאץ געמאכט א גרויסע אויספארקויף פון ספרים און אויך געגעבן די געלגענהייט אפצוקויפן געוואלדיגע זכותים פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. מ'קען מנדב זיין פארן קרן הדפסה דא אויפן וועבסייט אויף דעם לינק לינק צום שיעור &nbsp; לינק צו בילדער

    < זעה מער י טבת תשפ 📝
  • אומבאשרייבליכע שבת סיום הש"ס אריבער מיט הונדערטער באטייליגטע אין קראון פלאזא האטעל

    די פענע איז צו ארים, און די שפראך איז צו קורץ צו קענען ארויסברענגען דעם שיינעם שבת קודש וואס איז אריבער אויף די פילע הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות, וועלכע זענען זיך געקומען פרייען אינאיינעם בשמחת התורה, ווען די גאנצע קהלה סיי די טייערע בחורים, די אינגעלייט, און די בעלי בתים, האבן אלע אינאיינעם זוכה געווען דורכצוגיין במשך די לעצטע זיבן-און-א-האלב יאר יעדן טאג, טאג איין טאג אויס איין בלאט פון ש"ס, און יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין די גאנצע ששה סדרי הש"ס. וויבאלד עס איז אוממעגליך אראפ צו שרייבן און ארויסצוברענגען די געוואלדיגע געהויבענע שבת, וועלן מיר בלויז געבן א קורצע באריכט פון די טעכנישע פרטים וויאזי דער שבת איז אריבער. מען האט זיך איינגעשריבן אינעם האטעל ערב שבת קודש אום 1:00, דאן איז געווען אביסל צייט צו שווימען אינעם אינדאר סווימינג פול, קודם פאר די פרויען, און דערנאך די מענער. טועמיה איז געווען אום 2:00. מען האט זיך געשטעל דאווענען מנחה און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן פאר קבלת שבת. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון דעם שבת אז א גרויסער עולם האט מסיים געווען ש"ס, און דער גאנצער עולם הייבט יעצט אן ש"ס. ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט די חשיבות פון די טאטעס פון די אינגעלייט וואס זענען געקומען זיך באטייליגען מיט די שמחה פון זייערע קינדער וואס ענדיגן ש"ס. בשעת'ן דאווענען איז געווען א שיעור פאר די פרויען דורך מרת שארף תחי', וואס האט גערעדט פון די גרויסקייט און די חשיבות וואס די פרויען האבן בשעת'ן לעכט צינדן, וואס דעמאלטס איז א מורא'דיגע שעת הכושר פאר א אידישע פרוי צו בעטן אלעס וואס זי דארף ובפרט קען זי דאן בעטן פאר גוטע קינדער. ווי אויך האט זי גערעדט אז מען זאל האלטן חשוב די מאן אז ער לערנט יעדן טאג און אים מחזק זיין פאר דעם דערנאך איז געווען די סעודה אינעם גרויסן עס זאל. און אום 9:30 איז געווען די באטע. ביים באטע האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט איבער די לעצטע אנטיסעמיטישע געשעענישן, און מען קען נאר בארואיגן זיך און די קינדער מיטן חזר'ן אז דער אייבערשטער איז דא, און ער היט אונז. שב"ק אינדערפרי איז געווען פרישטאג פאר די פרויען אום 9:30, דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט פאר די מענער א שיעור אין פעולות הצדיק פארן דאווענען און גערעדט איבער די גרויסקייט פון פארציילן שטענדיג מעשיות פון צדיקים, בפרט א מלמד פאר קינדער, און דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט באריכות וויאזוי דער הייליגער בעל שם טוב איז געווארן א צדיק און ווען דער הייליגער רבי האט דאס געהערט אלץ קליין קינד האט אים עס אין אים ערוועקט א מורא'דיגע תשוקה צו זיין א צדיק. נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט סיפורי מעשיות ביים קידוש, די זיבעטע מעשה פון "די פליג מיט'ן שפין" ווי דער רבי זאגט דארט: "ווילאנג דער דף איז מגין אויף דיר דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם". דערנאך איז געווען די סעודה פון בייטאג. שבת נאכמיטאג פאר מנחה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט תהלים מיט די קינדער, נאך תהלים האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט די קינדער "ווער האט א מעשה פון תפלה"?, אפאר קינדער האבן זיך אויפגעשטעלט איינער נאכ'ן צווייטן און פארציילט זייער פערזענליכע מעשה פון תפלה וואס זיי האבן געהאט. נאך מנחה איז געווען של"ס, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט ביי די תורה וואס די רבי האט געזאגט "ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני", איך אָן דיר אייבערשטער בין איך א טויטער, אָן דיין כח קען איך גארנישט, במילא זיי מיר מוחל אויף די עבירות וואס איך טוה וכו'. און מרת לעסער האט פארגעלערנט פאר די פרויען. מרת לעסער האט גערעדט אז די פרויען זענען די גרעסטע מחותנים ביים סיום ווייל אין זייער זכות קענען די מענער לערענען. אויך האט די מנהלת געזאגט, אז מען האט געפרעגט אויב די מיידליך פון בית פיגא זאלן קומען 'זיי האבן דאך גארנישט קיין שייכות מיטן סיום'?, האט זי געזאגט זיי זענען געקומען ווייל זייערע צוקנופטיגע חתנים וועלן ענדיגן דעם קומענידעג מחזור ש"ס, און דער שבת איז דאך אויך א "שבת התחתלת הש"ס". מוצש"ק איז די גאנצע עולם ארויס און פרייליכע ריקודין, דאן האט דער ראש ישיבה געמאכט הבדלה פארן גאנצן ציבור און דערנאך איז געווען אבות ובנים. דאן האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם לעצטן דף אין ש"ס. דערנאך איז געווען צייט צו גיין שווימען, קודם פאר די פרויען, דערנאך פאר די מענער.&nbsp; מוצש"ק איז פארגעקומען דער גרויסער מעמד סיום הש"ס. אום 9:30 איז געווען נטילת ידים, הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א מנהל תלמוד תורה איז געווען דער יושב ראש, וואס האט מיט גרויס געניטשאפט אנגעפירט דעם גאנצן מעמד. מען האט געזינגען זמירות, און דערנאך האט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אויפגעטרעטן, און האט ארויסגעברענגט דעם גרויס הכרת הטוב וואס מיר אלע האבן צום ראש ישיבה, וואס באווייזט אונז איבערצורעדן און איבערצייגן אז מיר קענען יא לערנען יעדן טאג, און מיר קענען יא ענדיגן ש"ס און כל התורה כולה, מיר קענען יא האבן שלום בית, מיר קענען יא אויפצוען שיינע הערליכע דורות אויפן וועג פון הייליגן רבין, מיר קענען יא זוכה זיין צו האבן אמונה און רעדן צום אייבערשטן. דערנאך האט מו"ה דוד לאקס הי"ו אויפגעטרעטן און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט אים, און אז נאר א דאנק די אמונה וואס ער האט מקבל געווען פון ראש ישיבה שליט"א האט ער און זיין ווייב געקענט דורכגיין דעם גרויסן טראומע אן דארפן באקומען "טעראפי" אדער "העלפ". דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט דעם סיום מיטן פארלערנען דעם לעצטן שטיקל פון ש"ס, און דערנאך האט מען געזאגאט קדיש. דערנאך האט אויפגעטרעטן איינע פון די חשוב'ע כולל יונגעלייט הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט אז "מאמתי קורין את שמע בערבית" האט ער געטייטש "וויאזוי קען מען געדענקען דעם אייבערשטן אפילו ווען עס גייט שווער, "משעה שהכהנים נכנסים", דער צדיק ווערט אנגערופן "כהן", ווען מען גייט צום צדיק, דאן דערמאנט ער דער מענטש צוריק צו גיין צום אייבערשטן, און אנטלויפן נאר צו אים און צו זיין תורה. דערנאך איז גווען א הערליכע סלייד פרעזענטאציע, ווי מען האט געזען פילע פון די צענדליגע סיומי הש"ס פון תלמידי הישיבה במשך די לעצטע צען יאר, וואס האט געלאזט א מורא'דיגע רושם אויף אלע באטייליגטע, וואס האבן געזען אז יעדער איד אין יעדן מצב קען זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די זיסקייט פון די תורה, און אז נאר מיט די תורה קען מען און וועט מען האבן א גוטע לעבן. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט אסאך דברי חיזוק אין פארשידענע ענינים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכן טאנץ "שישו ושמחו בשמחת התורה", מיטן באקאנטן סאטמארן חסידישן זינגער הר"ר עמרם אקער הי"ו וואס האט געהויבן דעם ציבור אין די לופטן. דערנאך האט מען געזען א סלייד פרעזענטאציע פון ר' יוסי גרין נ"י פון די גרעסטע היינטיגע קאמפאזיטער, וואס האט פארציילט וויאזוי ער האט אנגעהויבן צו לערנען אדאנק די הפצה פון א אינגערמאן מיט איבער דרייסיג יאר צוריק, וואס האט איבערגעלאזט א קליין קונטרס'ל "סדר דרך הלימוד" וואס האט אים געמוטיגט אנצוהייבן צו לערנען יעדן טאג אביסל גמרא, און א דאנק דעם האט ער שוין ב"ה זייט דעמאלטס זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע מאל ש"ס. נאכן בענטשן האט מען זיך ווייטער געפרייט און געטאנצט ביז אין די פריע פארטאגס שעה. פקודי ה' ישרים משמחי לב בילדער פונעם הערליכן מעמד סיום הש"ס מוצש"ק &nbsp;

    < זעה מער י טבת תשפ 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל קומענדיגע מאנטאג נאכט ויחי אין מאנסי

    אי"ה קומענדיגע וואך מאנטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה פראווען דעם יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זי"ע, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין, וואס געפאלט אויס אום עשרה בטבת. דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן שע): אזוי אויך האט דער רבי געזאגט, "פון מיר ווייסט נאר נתן, און נפתלי אביסל". היי יאר וועט דער ראש ישיבה פראווען דעם יארצייט אין ביה"ד היכל הקודש ברסלב אין מאנסי אויף 32 דאלסאן רד. - ווי מען וועט זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס דער בעל הילולא האט אונז איבערגעלאזט. אום 8:30 אווענט וועט מען זיך וואשן צום סעודה, און דערנאך וועט ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט שיינע דברי התחזקות וואס מיר קענען ארויסנעמען פונעם הייליגן רבי נתן אויף למעשה. כל הקהל מזומנים א הערליכער בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר איינער וואס פרעגט "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל?" דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג

    < זעה מער ה טבת תשפ 📝
  • היסטארישן שבת סיום הש"ס איז שוין בלויז עטליכע טעג אוועק

    גרויס התרגשות הערשט צווישן אנשי שלומינו ווען מען גרייט זיך צום גרויסארטיגן שבת התוועדות - סיום הש"ס, וואס איז געענדיגט געווארן נאך זיבן יאר, דורך אלע אנשי שלומינו עלטערע אידן, אינגעלייט, בחורים, און קינדער. דאס מאכט די סיום הש"ס אייגענארטיג, זייענדיג א סיום פון א גאנצע קהילה וואס לערנען&nbsp; יעדן איינציגן טאג א דף גמרא, און יעצט איז מען זוכה צו שניידן די פירות פון די הארעוואניע און&nbsp; ענדיגן דעם גאנצן ש"ס. א שטארקער פאקטאר וואס שפילט אין דעם סיום הש"ס איז דער פאקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט אונז כסדר דערמאנען אזש עס גייט כמעט נישט דורך א טאג, וואס דער ראש ישיבה זאל נישט מאנען און בעטן אלע תלמידים אז מען זאל נישט גיין שלאפן איידער מען האט געלערנט א דף גמרא, און אז מען קען נישט גיין צו א שיעור, אדער מען איז פאריארגט, מען האט נישט קיין קאפ און מען קען נישט לערנען, האבן מיר דאך די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן סימן ע"ו) אז די עיקר ביים לערנען איז זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן פייערן דעם גרויסן "שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס" אינעם פראכטפולן "קראון פלאזא האטעל" אין סעמפארד קאנעטיקוט, וואס איז ארויסגעדינגען געווארן מיט אלע צימערן, ווי אלע תלמידים וועלן זיך צאמקומען אינאיינעם מיט זייערע משפחות, מענער פרויען און&nbsp; קינדער, ווי מען וועט פראווען א הערליכן שבת אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער שבת פארשפרעכט צו זיין א הערליכע און היסטארישע שבת, וואס לוינט זיך אלע געלטער און טירחא צו קומען דאס מיט האלטן. דער שיינער שבת וועט בעז"ה בלייבן איינגעקריצט אין זכרון פון אלע באטייליגטע וואס וועלן אי"ה מיטהאלטן די געהויבענע תפילות, סעודת שבת און באטע'ס אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, און די אינהאלטסרייכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה וועט געבן במשך דעם שבת, וואס וועט פארזיכערן אז מיר כאפן זיך מיט מיט'ן באן נאכאמאל אנהייבן ש"ס אויפ'ן דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, בפרט וועט עס בעז"ה געבן א שטארקע חשק און שטופ פאר אונזערע קינדער, נאכצומאכן זייערע עלטערן, און אויך אנהייבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אזוי ארום וועלן זיי אויך זוכה זיין צום גרויסן זכות און מסיים זיין ש"ס אין זיבן יאר ארום. ממש געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן זאל רופן וואס שנעלער צו רעזעווירן א צימער, וכל הקודם זכה. בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341 וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197 מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095 קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044 &nbsp; מיר האבן מקבל פון הייליגן רבי'ן אז ער האט געזאגט: "ווען מען ענדיגט ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים" (פון א בריוו פון ראש ישיבה - י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט)

    < זעה מער ג טבת תשפ 📝
  • נייע מוזיק ווידיא: געב א מינוט פאר דיין קינד

    א גאר דראמאטישער נייער ווידיא, וואס וועט אויפשאקלען דאס הארץ פון יעדעם וואס זעטע איז נארוואס ארויסגעקומען. אויפן ווידיא זעט מען ווי א ניגון ווי א קינד וויינט צו זיינע עלטערן, ער געבט ארויס זיינע געפילן ווי ער שפירט זיך נישט אזוי אינטערעסאנט ביי זיינע עלטערן, ווייל זיי זענען פאר'שיכור'ט אינעם טעלעפאן. דער ראש ישיבה שליט"א האט באשלאסן דאס ארויסצוגעבן, כדי אונז אויפצואוועקן, און אונז ווייזן וויאזוי מען זעט אויס, און ווי די סמארטפאון וואס מ'ברענגט אהיים, רייסט אפ קינדער פון עלטערן, און די קינדער וואקסן נעבעך אויף ווי לעבעדיגע יתומים ה"י. זעט דא דעם נייעם מוזיק ווידיא

    < זעה מער כט כסלו תשפ 📝
  • בליץ באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן מאנטאג נאכט פון ניו יארק. דינסטאג פארנאכטס אום 6 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א געלאנדע בשטו"מ אין ארץ ישראל, פון וואו דער ראש ישיבה שליט"א איז תיכף אריבערגעפארן קיין "בית שמש" צום בית המדרש היכל הקודש דארטן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט צוערשט פארגעלערענט דעם בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור התחזקות פאר די תלמידים פון ארץ ישראל ביז 9 א זייגער. דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין ירושלים עיה"ק ווי דער ראש ישיבה האט אויך געגעבן א שיעור אינעם דארטיגן ביהמ"ד היכל הקודש. מיטוואך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבניאל, צום ציון הק' פון מוהרא"ש, ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעבעטן ביים הייליגן ציון. דארט אין יבניאל האט דער ראש ישיבה געטראפן אסאך תלמידים פון מוהרא"ש און מחזק געווען די אידן מיט די ווערטער פון הייליגן רבין. מיטוואך נאכמיטאג אום 3 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין עיה"ק צפת, ווי עס איז דא א שיינע חבורה פון אינגעלייט תלמידי היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה האט צוערשט פארגעלערענט דער בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט שיינע דיבורי התחקות. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בני ברק, זיך צו באטייליגן ביים חתונה פון החתן יעקב ראטטענבערג ני"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה בן מו"ה יהוסף צבי הי"ו פון קרית יואל, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה מיט הכלה החשובה תחי' בת מו"ה אליעזר פוקס הי"ו. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג אין ישיבה ווי ער שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל, און גאר אסאך מאל ששה סדרי משנה. &nbsp; דער ראשי ישיבה שליט"א איז היינט דאנערשטאג צוריק געקומען בשלום פון ארץ ישראל. און דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין בעז"ה היינט דאנערשטאג געבן דעם וועכענטליכע שיעור פאר אינגעלייט אום 9:00.

    < זעה מער כז כסלו תשפ 📝
  • "שכוח אייבירשטער פאר מיין לעבן, עס זענען געפלויגן קוילן איבעראל העכער מיר און איך בין גאנץ און געזונט"

    כלל ישראל איז אויפגעשוידערט און צוטרייסעלט פונעם שרעקליכן איבערפאל פון צוויי ברוטאלע רוצחים וואס זענען איבערגעפאלן דעם כשרן גראסערי אינעם נייעם אידישן געגענט אין גרינוויל, דזשערסי סיטי, ווי זיי האבן מיט די גרעסטע אכזריות געמארדעט יעדן איד וואס זיי האבן נאר געקענט. בשעת'ן גרויסן הסתר פנים, ווען דאס אידיש פאלק האט ליידער מקריב געווען צוויי טייערע הייליגע קרבנות, וואס זענען אומגעקומען על קידוש השם דורך די צוויי אנטיסעמיטן השם ינקום דמם, האט מען אויך געזען די גרויסע חסדים פון אייבערשטן וואס געראטעוועט און אפגעהיטן אלע אידן פון בית המדרש, און די פילע צאן קדשים פון חדר וואס איז אויך דארט אינעם זעלבן פלאץ. אזוי אויך א טייערע אינגערמאן מאנשי שלומי ר' דוד לאקס הי"ו, וואס האט נארוואס זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, וואס תורה מגיני ומצלי, איז בשעת מעשה געווען אינעם גראסערי וואס איז איבערגעפאלן געווארן, איז געראטעוועט געווארן פון די הענט פון די רוצחים בדרך נס. ר' דוד הי"ו איז תולה דעם נס אויף דעם וואס ער האט געהאט אויף זיך די קמיע פון מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן דערויף "איך זאג צו ווער עס וועט טראגן דעם קמיע וועט ווערן באהיטן פון אלע טעראריסטן און משחיתים, און מחלות וחולאים רעים וואס זענען ליידער זייער מצוי היינט". ווי ר' דוד פארציילט עס מיט זיינע אייגענע ווערטער: "איך בין אריין אין גראסערי, אינמיטן אנגרייטן עסן זענען געקומען צו פליען 3 קוילן, איך האב מיך תיכף אראפ געבויגן און זיך באהאלטן אונטערן פרידזשידער צו באשיצן, עס האט אויסגעזען אז עס איז פארטיג, האב איך מיך אויפגעשטעלט, ווי נאר איך האב מיך אויפגעשטעלט, האבן אריינגעשטורעמט צוויי גויים אנגעטון אין שווארץ, איינער איז געשטאנען אויסגעשטרעקט מיט זיין גרויסן ביקס קעגן איבער מיך, און ב"ה דער אייבישטער האט מיר געגעבן די קוראדזש, איך האב אוועקגעשטיפט איר הענט מיטן ביקס, און ארויסגעלאפן פון גראסערי, אויפן וועג האב איך געטראפן א קליין אידיש אינגל וואס איז געווען אויפן גאס, האב איך אים שנעל אריינגעשלעפט אינעוויינג אין א הויז. שכוח אייבישטער פאר מיין לעבן, דער אייבירשטער איז זייער גוט צו מיר, און בין גאנץ און געזונט, עס זענען געפלויגן קוילן איבעראל העכער מיר, און ב"ה איך בין געראטעוועט געווארן", דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן ביים שיעור גערעדט פונעם גרויסן נס וואס ר' דוד האט געהאט, און געזאגט אז "ווען דו גייסט ארויס פון שטוב, זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן ביים מזוזה, 'הייליגער באשעפער, ברענג מיך צוריק אהיים בשלום'. א מענטש ווייסט נישט וואס גייט זיין מיט אים היינט. איינע פון די אינגעלייט, דודי, ער איז געווען אין געשעפט, דער גוי האט אים אויסגעשטרעקט דעם גאן, א מלאך איז געקומען, א מענטש קען דאס נישט טון, ער האט געגעבן א קלאפ דעם גוי מיטן הענט און ארויסגעגאנגען. א מענטש ווייסט וואס גייט זיין מיט אים? מוהרא"ש האט געזאגט 'יעדעס מאל א מענטש גייט ארויס פון שטוב, לייג ארויף די הענט אויף די מזוזה, מאך מיט די ליפן 'באשעפער ברענג מיך צוריק אהיים בשלום''. "קומענדיגע יאר ווען דו וועסט זיין אין אומאן און דו וועסט זאגן "מי יחי' ומי ימות", וועט זיך עס שוין אנדערש זאגן" האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; צו הערן דעם חיזוק יומי ווי דער ראש ישיבה רעדט פון דעם דרוקט דא &nbsp; צו הערן דעם גאנצן שיעור דרוקט דא

    < זעה מער יג כסלו תשפ 📝
  • כינוס תלמידי היכל הקודש אין ירושלים היינט דינסטאג וישלח ביינאכט

    מיט גרויס שמחה נעמען די ירושלימ'ער איינוואוינער אויף די בשורה אז בעז"ה היינט ביינאכט וועט פארקומען א "כינוס תלמידי היכל הקודש" אין ירושלים עיה"ק פאר די פילע בחורים און אינגעלייט פון ירושלים עיר הקודש וואס לעבן מיטן ראש ישיבה'ס שיעורים און פרובירן צו גיין מיט דעם, ווי מ'וועט זיך בעז"ה צוזאם נעמען זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער כינוס וועט בעז"ה פארקומען היינט דינסטאג וישלח י"ב כסלו אום 7:00 אווענט אין ביהמ"ד ביאלא ב"ב, אויף רחוב אבינדב 20. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער יב כסלו תשפ 📝
  • ערשטע באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" ערשינען

    מיט פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער ערשטער באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז שוין אנגעקומען קיין אמעריקע, און איז שוין דא צו באקומען פאר יעדן איינעם. ווער עס האט שוין אמאל באגעגנט די קונטרסים "עצתו אמונה", דעם דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיט'ן תורה'דיגע צוגאנג, געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג ווי אזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות, נאר דורך גלייבן אינעם אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פשוטע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. פילע שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור וואס וויל חתונה האבן און זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. אסאך בריוו זענען איבער דער ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן ווען ס'מאכט זיך פראבלעמען אין שלום בית, און אז חומרות און פרישות ברענגט נישט קיין גוטס. אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה זייער אסאך פון "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס, און אזוי ווייטער ווערט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וספיקות וועגן חינוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנ'ס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. דעם ספר קען מען באקומען אין וויליאמסבורג ביים "קרן הדפסה היכל הקודש" אין ישיבה, ווי אויך קען מען עס באשטעלן ביי "חיזוק צום טיר" אויפ'ן נומער .347-509-4908 &nbsp; להחיות בהם נפש כל חי!

    < זעה מער ז כסלו תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 1306 to 1320 of 1666 results

1 2 ... 85 86 87 88 89 90 91 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com