Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • די ארבעט ביים בנין אין אומאן האט זיך ב"ה פריש אנגעהויבן

    דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט אינעם בריוו אויסגעדוקט זיין געוואלדיגע שמחה וואס ער האט הערנדיג אז מען האט זיך שוין ברוך השם גענומען צו די ארבעט ווייטער צו בויען ביים בנין אין אומאן.   דא איז דער פולער בריוו בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן   לכבוד ... נרו יאיר עס איז טאקע נאך נישט נאנט צום יום טוב ראש השנה, אבער ביי אונז זינגט מען שוין: "אומאן – אומאן, ראש השנה". היינט האט מען אנגעהויבן ווייטער צו בויען דעם בנין אין אומאן; איך שיק דיר בילדער ווי מען בויט דעם בנין. איך בין אזוי פרייליך ווען איך טראכט פון רבינ'ס ראש השנה; איך שפיר ווי אלעס ווערט מיר שוין גרינגער. דינג שוין א בעט ביי אונז ווי לאנג עס איז נאך דא בעטן. מארגן מיטוואך וועט זיין דער שיעור הכנה לקבלת התורה, קום צום שיעור; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.   בילדער

    < זעה מער ג סיון תשפ 📝
  • טיי אווענט אין קרית יואל פארן ברסלבע כולל אין וויליאמסבורג

    א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען נעכט אווענט אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש בסלב העיס צום טיי אווענט פארן כולל ברסלב אין וויליאמסבורג ווי מען איז געקומען שטיצן די תלמידי חכמים וואס זיצן און לערנען יעדן טאג פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופסוקים ובהוראה. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט א שיינע שיעור ווי ער האט אפעלירט ביים ציבור צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, "עס וועט דורכגיין צען יאר, ווער עס וועט פאלגן וועט אין די צייט האבן אפגעלערענט גאנץ ש"ס, און נאך אסאך מער, און דער וואס וועט מאכן חשבונות, און שפעקולירן, וועט דעמאלטס נאך אלץ האלן אינמיטן שפעקולירן". דער ראש ישיבה האט ארויסגענומען פון שאנק דעם "אוצר יומי" און געוויזן פאן ציבור, "אין בלויז עטליכע מינוט א טאג, קענט איר ענדיגן כל התורה כולה אין זיבן א האלב יאר ארום" האט דער ראש ישיבה אויסגערופן פארן ציבור. דערנאך האט זיך אנטוויקעלט א שיינע שמועסן מיט אנשי שלומינו וואס זענען געקומען, מען האט זיך דערמאנט זכרונות פון מוהרא"ש זי"ע, הר"ר מענדל ווייס שליט"א האט פארציילט א מעשה ווי ער האט געפועלט א ישועה ביי מהרא"ש זי"ע אין זכות פון מנדב זיין צו דריקן א באנד אשר בנחל. בילדער זעט די דרשה פון ראש ישיבה

    < זעה מער כז אייר תשפ 📝
  • זכרו הבהיר פון מסירת נפש איד מו"ה ראובן וויינבערג ע"ה ווערט געדענקט לטובה דורך חסידי ברסלב

    פארגאנגענעם חול המועד העעל"ט איז אוועק פון דער וועלט דער מסירת נפש איד מו"ה ראובן ב"ר נתן נטע וויינבערג ז"ל אין עלטער פון 97 יאר. ר' ראובן איז געווען פון די שטענדיגע מתפללים אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב קרית יואל אויף די פרעמישלאן גאס, וואס האט אלץ געהאט א גוט ווארט פאר יעדעם, און שטענדיג יעדעם מקבל געווען בסבר פנים יפות, און אפילו אין טיפן עלטער ווען ער האט געהאט בתי מדרשים נענטער צו זיין הויז, האט ער נאר געוואלט קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש, ווי ער איז געווען זייער באליבט ביי אלעמען. ער האט געקומען אין ביהמ"ד מיט די גרעסטע שמחה נאר כדי צו קענען זוכה זיין צו ענטפערן נאך אן אמן, זאגן נאך איין קריאת שמע, און זאגן נאך איין קדיש. ר' ראובן ז"ל איז געבוירן געווארן אין קאמוניסטישע רוסלאנד ווי ער איז נתנסה געווארן בעשר נסיונות, און האט געהאלטן אידישקייט מיט מסירת נפש, פילע ברית'ן זענען פארגעקומען אין גרעסטן געהיימניס אין זיין שטוב. ער האט זוכה געווען איבערצולאזן נאך זיך שיינע לעכטיגע דורות, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, פילע פון זיי ברסלבע חסידים תלמידי היכל הקודש. יעצט ווען ר' ראובן געפינט זיך שוין אויפן עולם האמת באקומט ער זיין פארדינטע שכר פאר אלע זיינע מצוות און מעשים טובים און מסירות נפש וואס ער האט זיך איינגעקויפט אויף דער וועלט. מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת

    < זעה מער כו אייר תשפ 📝
  • אנשי שלומינו עפענען א בית הדפוס אין ירושלים עיה"ק

    אנשי שלומינו עפענען א בית הדפוס אין ירושלים עיה"ק מיט גרויס פרייד קומט אן די גוטע בשורה איבער דאס עפענונג פונעם בית הדפוס אין עיה"ק ירושלים, וואו מען וועט דרוקן ספרים און קונטרסים מיט אייגענע מאשינען, צו פארשפרייטן צווישן אידישע קינדער איבער גאנץ ירושלים בפרט און גאנץ ארץ ישראל בכלל. צו דער געלעגענהייט האט דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן א בריוו בעטענדיג אלע אנשי שלומינו צו זאל מקיים זיין די צוואה פון הייליגן רבי נתן וואס האט געזאגט פאר זיין פטירה "אַייעֶר עוּבְדָא זָאל זַיין אִיר זָאלְט דְרוּקְן דִּי סְפָרִים, עֶס זָאל זַיין 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ⁠ חוּצָה'; אִיר זָאלְט זַיין שְׁטַארְק מִיט 'גֶעלְט' מִיט 'רָצוֹן' אוּן מִיט 'טִרְחָא'", דער ראש ישיבה שליט"א ענדיגט צו זיין בריוו אז "וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אנדערע, דער וועט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלע ישועות". צו מנדב זיין פארן נייעם בית הדפוס אין ירושלים עיה"ק דרוקט דא אט איז דער פולער בריוו בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל ה' עליהם יחיו. מיט גרויס פרייד עפענען מיר יעצט א בית הדפוס אין ירושלים וואו מען וועט דרוקן ספרים און קונטרסים צו מחזק זיין אידישע קינדער. אלע קרעכצן אויפ'ן מצב הדור, אלע באוויינען די נסיונות פונעם דור; מען ווייסט נישט וואס מען טוט, מען דערזעט זיך פארלוירן; אבער מיר ווייסן וואס מיר האבן צו טון, מיר האבן א צוואה פון רבי נתן וואס האט געזאגט איידער זיין הסתלקות: "עֶזְרָא הַסּוֹפֵר גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, אוּן טְרֵיף פָּסוּל אִיז זִיךְ מִתְגַּבֵּר, אַזוֹי פִיל וִוי סְ'אִיז הַיינְט דָא אֲלָפִים וּרְבָבוֹת טְרֵיף פָּסוּל; נָאר אֵיין בְּלֶעטְל פוּן רֶבִּינְ'ס סְפָרִים וֶועט זַיין אַ תִּיקוּן אוֹיף אַלְסְדִינְג", און ער האט אויסגעפירט: "אִיךְ זָאג אַייךְ אָן אַז אַייעֶר עוּבְדָא זָאל זַיין אִיר זָאלְט דְרוּקְן דִּי סְפָרִים, עֶס זָאל זַיין 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ⁠ חוּצָה'; אִיר זָאלְט זַיין שְׁטַארְק מִיט 'גֶעלְט' מִיט 'רָצוֹן' אוּן מִיט 'טִרְחָא'". ווער עס וויל האבן א חלק אין די גרויסע מצוה זאל זיך פארבינדן מיט די טייערע אינגעלייט: האברך ... נרו יאיר, האברך ... און האברך ... נרו יאיר. וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אנדערע, דער וועט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלע ישועות. 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ⁠ חוּצָה'

    < זעה מער כה אייר תשפ 📝
  • קויפט א זכות אין ספר עצתו אמונה פאר $500 און פועלט ישועות!

    עס איז אונז א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער דריטער באנד פון ספר עצתו אמונה - בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א - גייט שוין צום דרוק ביז געציילטע טעג בעז"ה. ווער עס האט שוין געזען דעם ערשטן און צווייטן באנד, און זוכה געווען צו לערנען אינעם הייליגן ספר, דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז דער וועג וויאזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות נאר דורך גלייבן אין אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פלעינע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. גאר א גרויס חלק פון די שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור, וואס וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און זאגט צו פאר'ן אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דריקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און זיי פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענענדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען? פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים? אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. ועל כולם זענען גאר א גרויס חלק פון די בריוו איבער די ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינער דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה אויס, אז חומרות און פרושות ברענגט נישט קיין גוטס, ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דאס ווארט פון רבי אברהם ב"ר נחמן ז"ל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן הנהגות פאר אינגעלייט, "קינדערלעך, היט אייך פון כריתות", "ווען מ'מעג מעג מען אלעס, ווען מ'טאר נישט טאר מען גארנישט". אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה זייער אסאך איבער "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס. &nbsp;הזמן יכלה והם לא יכלו, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע ענינים בפרטיות פון וואס דער ראש ישיבה רעדט אלץ ארום אין די בריוו, דאס איז א תמצית פון אלע ענינים וואס ווערן ארום גערעדט: אומאן - אחדות - אידיש געלט - איינזאם - אינטערנעט - אמונה - אמונת חכמים - אשר בנחל - בארד און פאות - בושה - בזיונות - בחור - בין אדם לחבירו - בין המצרים - בית דין - בית המדרש - ברכת המזון - בר מצוה - גמרא - געזעץ - געמבלינג - געפילן - דראגס - דרייוון - דרשות - הדרכות - היטן די צייט - היכל הקודש - היסטאריע - הלכה - הפצה - התחדשות - התחזקות - וואקסינען - זומער - זיכוי הרבים - זריזות - חב"ד - חברים - חובות - חומרות - חידושי תורה - חיזוק פאר מיידלעך - חיזוק פאר פרויען - חינוך הילדים - חסידות ברסלב - חתונה - חתן - טלית - טערעפי - טשעפען - יאוש - יבנאל - יום טוב - יום כיפור - ישיבה - כולל - כיבוד אב ואם - כעס - כשרות - לבוש - לימוד התורה - לימודי חול - לערערין - לצנות - מאוויס - מדות טובות - מוהרא"ש - מוהרנ"ת ז"ל - מוסדות - מוסר - מועדים וזמנים - מחלוקת - מחשבות - מלמדים - מנהגים - מנין - מעביר סדרה - מעשר - מקוה - משיח - משניות - משפחה - משקה המשכר - נאטורן - ניבול פה - ניגונים - נייעס - נסיונות - נעגל וואסער - סבלנות - סגולות - סדר דרך הלימוד - סוכות - סיום - סיום הש"ס - סיפורי צדיקים - סכנה - סמארטפאון - ספיקות - ספירה - ספרי ברסלב - עבודת השם - עבירות - ענינים שונים - עצבות - עצות - פורים - פחדים - פירושים - פסח - פרנסה - צדיקים - צדקה - ציצית - צניעות - צרות - קאמפיוטער - קברי צדיקים - קדושה - קינדער - קללות - קנאה - קעמפ - קריאת שמע - קשיות - ראש השנה - רענט - רפואה - שאלות - שבת קודש - שובבי"ם - שווער און שוויגער - שידוכים - שיחות - שיעורים כסדרן - שכחה - שכנים - שכרות - שלאפן - שלום - שלום בית - שמחה - שמחות - שמירת עינים - שנה ראשונה - שערן די האר - תהלים - תודה והודאה - תיקון הכללי - תלמיד - תמימות - תפילה והתבודדות - תפלות אויף אידיש - תפלין - תשובה - תשעה באב &nbsp;פאלגענד זענען צוויי בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי מ'זעט די גרויסקייט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע בריוו בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר. איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן די שיינע בריוון פון עצתו אמונה. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידן זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די בריוון. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "פון אייך קענט איר וויסן וואס גייט אריבער אויף אנדערע"; מיר האבן דאך אזויפיל חיזוק פון רבי'ן און מיט דעם אלעם זענען מיר ווי אזוי מיר זענען, פול מיט חלישות הדעת, פול מיט בלבולים וכו', וכו', איז דאך זיכער אז אנדערע וואס האבן נישט דעם רבינ'ס חיזוקים דארפן דאך זיכער אסאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן; די בריוון, די פשוט'ע דיבורי אמונה איז זיי אזוי שטארק מחי'. בעט איך דיר ליבער ..., זיי נישט אזוי בקטנות הדעת, טראכט נישט פון שלעכטס; טראכט פון דאס גוטס וואס מיר האבן, און זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים. געב אכטונג עס זאל נישט זיין מיט גרייזן, אזוי אויך זאלסטו עס דרוקן מיט גרויסע אותיות און נקודות אז עס זאל זיין גרינג צו ליינען. ווער עס ליינט די בריוון זאגט אז דאס איז ממש מוהרא"ש'ס בריוון; די זעלבע ווערטער, די זעלבע חיזוקים, נאר אביסל מער אראפגעברענגט פאר היינטיגע בחורים און מיידלעך, זיי זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך אויפהייבן. "קָמָה אֲלֻמָּתִי וְגַם נִצָּבָה (בראשית לז, ז)", "קָמָה אֲלֻמָּתִי", די בינטלעך &ndash; די קונטרסים הייבן אויף אידישע קינדער, "וְגַם נִצָּבָה", עס געבט כח זיך צו דערהאלטן אין שווערע מצבים. אין דעם זכות פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער וועסטו זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים. &nbsp; &nbsp; בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות; וויפיל אידן זענען זיך מחי' וועכנטליך מיט'ן קונטרס "עצתו אמונה", אזויפיל מענטשן ווארטן יעדע וואך צו באקומען דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה". דעריבער שרייב איך דיר, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך שטארקן און נישט אויפגעבן די גרויסע זכות פון דרוקן די הייליגע בריוון וואס אזויפיל מענטשן זענען זיך מחזק דורכדעם צוריק צו קומען צום אייבערשטן. שטרענג זיך אן מיט אלע כוחות עס זאל ארויסקומען יעדע וואך א קונטרס, ווייל מיר האבן א נייע דור וואס ליינט נישט קיין שום צייטונג און קיין שום מאגעזין; די תלמידי הישיבה און תלמידות בית פיגא פארשטייען נישט צו קיין צייטונגען און מאגעזינען, זייער ליין מאטריאל איז נאר דער "גליון היכל הקודש" און דער "קונטרס עצתו אמונה". זאלסטו פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן אז עס זאל זיין גרייט א קונטרס יעדן ליל שישי, אז אלע משפחות זאלן דאס קענען אהיים טראגן און האבן אן עונג שבת. איך האף אז מיט די צייט וועט זיין וועכנטליך נאך גליונות און קונטרסים; די חדר וועט ארויסגעבן א צעטל און די סקול וועט ארויסגעבן וואס צו ליינען, אז די נייע דור וועט נישט דארפן זוכן וואס צו ליינען פון פרעמדע השקפות. &nbsp; פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א איבער די ישועות וואס מ'זעט ווען מ'איז מנדב צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע בריוו בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו! פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר היינט דערציילט, אז דיין ווייב תחי' איז געזונט און שטארק מען זעט וואס תפלה טוט, ווי שטארק תפלה איז; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): "תְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", תפלה איז שטערקער פון די טבע; אפילו די נאטור זאגט איין זאך, קען מען מיט תפלה איבערדרייען די נאטור. איך האב איבערגעגעבן די פינף הונדערט דאללער צו דרוקן די צווייטע חלק "עצתו אמונה"; עס גייט בקרוב אריין צום דרוק. אין דעם זכות פון דרוקן די בריוון וואס איז מחזק טויזנטער טויזנטער מענטשן וועסטו זען נאך נסים ביי דיר און ביי דיין גאנצע משפחה. דער אייבערשטער זאל דיך היטן מיט דיין גאנצע משפחה. אזוי ווי די הוצאות פון דרוקן איז אומגעהויער גרויס, קען מען זיך משתתף זיין און האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים.מען קען איבערגעבן א נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופט 347-831-1391 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו mail@kerenhadfusa.org און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה חלק ג'". &nbsp;כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער כ אייר תשפ 📝
  • שיינע שמחת וואך נאכט און ברית ביום ל"ג בעומר העעל"ט ביים ערשטע אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א

    א גרויס שמחה איז געווען ל"ג בעומר ביינאכט אויף פרעמישלאן גאס קרית יואל ווען א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען - לויט די באגרעניצטע רעגולאציעס - צום וואך נאכט פונעם אינגל וואס איז געבוירן געווארן ביי הר"ר שלמה ראטה הי"ו דער זון פון ראש ישיבה שליט"א און איידעם פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי פון ביהמ"ד. דער ראש ישיבה איז אנגעקומען צו תפלת מעריב, און תיכף דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א סעודה לכבוד די שמחה און לכבוד דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, מען האט געזינגען די פיוטים פון ל"ג בעומר, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א דרשה לכבוד דעם געלענהייט, און ארויסגעברענגט שטארקע חיזוק ווערטער וואס מיר קענען ארויסנעמען פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. (פאר די פולע דרשה דרוקט דא און אזוי אויך בילדער) צומארגענס איז פארגעקומען דער געהויבענער ברית אין וויליאמסבורג אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, ווי א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען - פארזיכטיג לויטן מצב - צום דאווענען, און גלייך דערנאך דער ברית, וואס איז אויסגענוצט געווארן דורכן ציבור זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג דערמאנען דער חז"ל די גרויסע עת רצון ביי א ברית ווען אליהו הנביא קומט, און מען איז מוחל אלע עבירות. הר"ר אהרן ווייס שליט"א דער מוהל מומחה איז געווען דער מוהל. הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א אבד"ק ווייטצען עלטער זיידע פון קינד איז געווען סנדק. מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "נחמן נתן", נאכן הייליגן רבי'ן און זיין גרויסער תלמיד רבי נתן. ביים סעודה האט דער זיידע דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט זיינע דאנק ווערטער צום אייבערשטן אז ער איז זוכה אז זיין ערשטער אייניקל איז אריינגעקומען בבריתו של אברהם אבינו ע"ה, און ווי ער געדענקט נאך ווי היינט ווי ביים ברית פונעם טאטן הר"ר שלמה, האט דער זיידע דער ווייצטענער רב געטייטשט "כשם שנכנס לברית" אז פונקט ווי דער קינד גייט צום ברית און ווייסט גארנישט, "כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים" אזוי זאל מען ער גיין לתורה לחופה, זיך פירן בתמימות ובפשיטות א גאנץ לעבן אן וועלן פארשטיין. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט ווי מ'זעט ווי די יארן לויפן אזוי שנעל, "קוים געווען דער ברית פון ר'&nbsp; שלמה, און שוין האלט מען ב"ה דא", דערפאר דארף מען זען אריינכאפן אויף דער וועלט וואס מ'קען לנצח נצחים. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע הגה"צ ווייטצענער רב שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט אז דער וואונטש פון "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים", וואס מ'פירט צו וואונטשן דעם קינד ביים ברית, ווערט דא אין דעם בית המדרש פולקאם מקויים, דער ברית איז אין שול, די אפשערן איז אויך אין שול, די בר מצוה איז אין שול, און אפילו די חתונה מאכט מען אויך אין בית המדרש. בילדער פונעם ברית און סעודת ברית נאכן ברית האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעשוירן זיין אינגלע יוסף נ"י וואס איז יעצט געווארן דריי יאר. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים

    < זעה מער יט אייר תשפ 📝
  • דערגרייכונג: מען נעמט שוין סובסקריבשאנס פאר "עצתו אמונה" און "בית נצחי"

    שוין עטליכע יאר וואס פילע הונדערטער אידן זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס מיט די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה", וואס דארט ווער צוזאם גענומען די פילע בריוון און ענטפערס אויף שאלות וואס זענען געשריבן געווארן אין די לעצטע וואך. די אלע בריוו זענען געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א, געבויט אויף די הייליגע לימודים און עצות פון הייליגן רבין און זיין תלמיד רבי נתן, לויט ווי מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן אלע יארן. אין די בריוו טרעפט זיך דארט יעדער איינער פאר זיך פאסיגע עטנפערס אויף אלע זייערע פערזענליכע קשיות, ספיקות און בלבולים, און געפונען דארט א טרייסט צו אלע זייערע יסורים און אנגסט, ווען דער ראש ישיבה דערמאנט זיי איינמאל און נאכאמאל, אז די עצה אויף אלע עצות איז רעדן צום אייבערשטן, און אנטלויפן נאר צו אים. אזוי אויך דערקוויקן זיך פילע יעדן טאג פון וואך מיט די וועכענטליכע קונטרסים "בי"ת נצחי" - וואס אנטהאלט אין זיך א בלאט "בבלי", א בלאט "ירושלמי" און א פרק "תוספתא" פאר יעדן טאג פון די קומענדיגע וואך - וואס ווערט ארויסגעגעבן כדי יעדער זאל קענען גרינגער מקיים זיין דאס וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזרן מיט אונז אז "פונקט ווי א מענטש דארף א דירה דא אויף דער וועלט, אזוי אויך דארף א מענטש זיך בויען א הויז אויף יענער וועלט, און דורך לערנען יעדן טאג א בלאט ב'בבלי י'רושלמי א פרק ת'וספתא בויט מען זיך אויף א "בי"ת נצחי" א הויז אויף לנצח נצחים". אבער פאר פילע איז עס שווער געווען צו מקיים אין מציאות, ווייל ווער קען מיטנעמען אויף די באס צו די ארבעט אדער צו א דאקטארס אפוינטמענט א.א.וו. א דיקע גמרא בבלי, א גרויסער ירושלמי, און א תוספתא? דערפארט שטעלט דער בית הדפוס צו יעדע וואך די אלע בלעטער בבלי ירושלמי און תוספתא א קליין קונטרס "בית נצחי" אין א פראקטישער קליינער פארמאט, געדרוקט מיט שיינע גרויס אותיות. אבער נאך אלץ זענען געווען אסאך וואס האבן געהאט שוועריקייטן דאס צו באקומען צוליב די ווייטקייט וואס זיי וואוינען וכדומה, בפרט יעצט אין די "קאראנע צייט" איז עס אפילו פאר וויליאמסבורגער איינוואוינער געווען שווער צו באקומען. און פילע האבן אויסגעדרוקט זייער וואונטש אז מען זאל עס קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. דערפארט כדי צו ענטפערן די אלע "למה נגרע" בקשות, איז אונז א גרויסע שמחה צו מעלדן, אז דער בית הדפות איז ב"ה געגאנגען נאך א טריט ווייטער און איינגעשטעלט א פראקטישער "סובסקריבשאן" סיסטעם, ווי מען קען זיך קענען איינשרייבן די פערזעליכע פרטים, די אדרעס, די קרעדיט קארד, און באקומען די קונטרסים מיטן אייבערשנס הילף צוגעשיקט יעדע וואך אויף די פאסט. די מינימאלע פרייז איז באשטימט געווארן אויף $2.99 פער וואך פאר יעדע פון די קונטרסים. גלייכצייטיג הערט מען פון די קרן הדפסה אז מען ארבעט שווער זיך צו פארברייטערן, מיט בעסערע און גרעסער מאשינען צו קענען נאכקומען די ארבעט פון דרוקן די מיליאנען קונטרסים און גליונות בלי גוזמא וואס גייט כסדר ארויס, און קען ממש נישט נאכקומען די ארבעט. מען קען זיך איינשרייבן פאר סובסקריבשאנס אויף 718-387-2691 אדער אויף אימעיל, mail@kerenhadfusa.org &nbsp;מען קען אויך דאונלאודן יעדע וואך די קונטרסים דא אויפן וועבסייט פריי פון אפצאל, און זיך עס אליינס ארויספרינטן. צו דאונלאודן דעם בית נצחי צו דאונלאודן דעם עצתו אמונה "ותלמד בכל לילה דף גמרא ב'בלי, י'רושלמי, ופרק ת'וספתא, אשר זה ב'י'ת' נצחי, ואף שיקח לך כמה שנים לגמר ולסימם - מה בכך?! לבסוף יבנה לך ב'י'ת' נפלא" (אשר בנחל חלק ל"ה, מכתב ו"א רנ"ט) &nbsp;

    < זעה מער יז אייר תשפ 📝
  • עירוב אין שטעטל מאכט ב"ה פארשריט

    איינס פון די גאר וויכטיגע פונקציעס וואס א אידישע ישוב דארף האבן איז אן עירוב. דער ראש ישיבה האט זיך אריינגעלייגט אינעם קאסטבארן פראיעקט פון אויפבויען א מהודר'דיגע עירוב. און ברוך השם עס זענען דא טייערע אינגעלייט וואס טראץ זייערע טירדות וואס זיי זענען ב"ה טרוד על המחיה ועל הכלכלה, רייסן זיי אראפ פוון זייער טייערע צייט און געבן זיך אוועק און העלפן צו צו בויען דעם עירוב, יעדער מיט וואס ער קען ער, טייל בויען, טייל העלפן מיט געלט. מען האט שוין ב"ה געמאכט גרויס פארשריט, אבער עס איז נאך דא אסאך ארבעט. דער ראש ישיבה איז ארויס אין א רוף אז ווער עס קען זאל צולייגט א האנט צו ענדיגן דעם עירוב אין שטעטל, ווער עס וויל געבן א נדבה זאל איבער געבן דאס געלט פארן ראש ישיבה. דער ראש ישיבה שרייבט צווישן אנדערע, אז "העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב". &nbsp; פאלגענד איז די פולע בריוו. בעזרת ה' יתברך יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו. איך בעט אייך זייער, ווער עס קען העלפן ענדיגן בויען דעם עירוב זאל צולייגן א האנט; מיר דארפן הילף, סיי בגוף, סיי בממון און סיי מיט חיזוק ווערטער פאר די איבערגעגעבענע אינגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק טעג און נעכט אז מיר זאלן האבן א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב. העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב. איך האף און איך בענק צו הערן אז מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן און מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן; אין דעם איז אנגעהאנגען די הצלחה פונעם שטעטל. ווען מען זעט א חסרון ביי א צווייטן איז דאס דער אייגענער חסרון, ווען מען קען נישט ליידן א צווייטן דאס איז דער אייגענער פראבלעם; אויף דעם איז דא איין עצה, ארויסגיין אין פעלד און שרייען: "רבונו של עולם איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, פארוואס בין איך אזוי אז איך קען נישט ליידן דעם און יענעם?" די עצה פון התבודדות איז א וואונדערליכע עצה, ווער עס נוצט די עצה ווערט אויסגעוואשן און אויסגערייניגט, מען באקומט נייע בלוט, ריינע בלוט און א ריינע הארץ. ווען מען בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, טאטעניו, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, איך וויל שפירן א צווייטנס צער און ווייטאג", דורכדעם איז מען זוכה אז מען באקומט א ריינע הארץ, א ריינע בלוט. שטארקט אייך, טאנצט יעדן טאג נאך אלע דריי תפילות; מאכטס א רינג אלע אינאיינעם, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח צדקינו וועט קומען אפילו עס וועט זיין נאר איין שול וואו מען וועט זיין בשלום; מיר ווארטן צו זען וואו וועט זיין די איין שול וואס אלע האבן זיך ליב און אלע ווילן נאר יענעם זאל גיין גוט. איך ענדיג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל פון הייליגן רבי'ן. דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)". דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער יג אייר תשפ 📝
  • פרישע שטח אפגעקויפט אין אומאן נעבן עקזעסטירנדע בנין

    שטייענדיג אין די טונקלקייט פון קאראנא, הויבט שוין אן צו שיינען ביי אונז די ליכטיגקייט פונעם רבינ'ס ראש השנה, מיר גרייטן זיך אויפ'ן הייליגן ראש השנה צו פארן קיין אומאן צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, צו מקבל זיין אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג בעטן מיר דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן אן קיין שום מניעות און שטערונגען. געלויבט השי"ת אז נאך אלע וואלגערנישן פון די פארגאגענע יארן וועלן מיר שוין זיין היי יאר צום דריטן מאל אינעם נייעם בנין אין אומאן. ווי באקאנט האט מען אין די ערשטע פאר יאר זיך געוואלגערט פון איין פלאץ צום אנדערן, מ'האט געדינגען איין לאקאל, עס אויסגעוואקסן, און דערנאך עטליכע יאר האט מען געדינגען א צווייטע לאקאל, אבער אויך דאס איז מען ב"ה זייער שנעל אויסגעוואקסן. דאן איז דער ראש ישיבה אריינגעשפרינען מיט מסירת נפש אינעם גרויסן פראיעקט פון בויען א נייעם בנין ספעציעל געאייגענט פארן געברויך פון ראש השנה אין אומאן פאר אנשי שלומינו. מיט סייעתא דשמיא האט מען ב"ה געטראפן א פאסיגע שטח אויף די שטילע "בילאצערקאווסקע" געסל, אינדרויסן פונעם צענטער, אוועק פון די הו הא פון די "פושקינא" גאס און ווייט ארויס, געאייגענט צו ווערן א ריינע ווינקל צוגעפאסט פאר הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער שלא טעמו טעם חטא. און געלויבט דעם אייבערשטן מען האט ב"ה באוויזן אין צוויי יאר אויפצובויען אויפן פלאץ א הערליכע זעקס שטאקיגע געביידע. פאר צוויי יאר צוריק איז מען צום ערשטן מאל אריין אינעם בנין אויף ראש השנה, וואס האט נאך דאן געהאלטן אינמיטן געבויט ווערן, אבער איז גענוצט געווארן אויף א צייטווייליגן אופן, עס האט שוין געהאט איין שטאק פון שלאף צימערן, דער מקוה, דער בית המדרש, און דער קאך, זענען שוין געווען געבויט, אבער אלעס אויף א רויען אופן. פאריאר איז שוין דער גאנצער סטרוקטור פון אלע שטאקן געווען אויפגעבויט, צוויי פון די פיר שטאק שלאף צימערן זענען שוין געווען פארטיג, די קיך איז שוין געווען אויסשטאפירט מיט אלע געברויכן, די מקוה האט שוין געהאט א העכסט סאפיסטיקירטער פילטער. אויך האט מען צוגעקויפט א שטח פון אונטערן בנין ווי מען האט אינסטאלירט א גרויסע וואסער טאנק עס זאל זיין מער וואסער פארן געברויך. יעצט אום חודש אייר תש"פ קומט אריין די פרישע נייעס אז מען האט ב"ה געקויפט נאך א שיינע פראפערטי נעבן בנין, ווי מען וועט בעז"ה אינעם צוקונפט קענען צובויען און זיך אויסברייטערן, וואס ווי עס זעט אויס וועט נישט לאנג נעמען ביז דער יעצטיגער בנין וועט שוין זיין קליין און אוממעגליך צו אריינעמען אלע אנ"ש וואס ווילן וויילן אום ר"ה מיטן ראש ישיבה אויף ראש השנה. אזוי אויך וועט מען בעז"ה נוצן דעם שטח פאר א גארטן, די קינדער זאל האבן וואו צו לערנען און פארברענגען מיט די מלמדים אויף אן אפגעהיטענעם אופן. פאריאר איז ב"ה שוין געווען א צוגעשטעלטער חדר אויפן פלאץ מיט די גאנץ-יעריגע מלמדים וואס האבן געדאווענט געלערענט און געזינגען מיט די קינדער, וואס איז געווען א&nbsp; גרויסער סוקסעס. אזוי אויך איז געווען צוגעשטעלט א "שאטל" - א ווען וואס טראגט און ברענגט דעם ציבור יעדע האלבע שעה - צו און פון הייליגן ציון. דער שאטל איז צוגעשטעלט געווארן דורכן "רענט קאמפיין", וואס ווערט אנגעפירט דורכן איבערגעגעבענער און געטרייער עסקן מו"ה שבתי מארקוס הי"ו וואס דעקט א גאנץ יאר די רענט פונעם בנין המוסדות אין וויליאסבורג - טויזטנטער דאלארן א חודש - און האט געספאנסערט דעם שאטל לתועלת הציבור. יעצט האט מען שוין אנגעהויבן מיט די הכנות צוצוגרייטן דעם בנין פאר'ן קומענדיגן ראש השנה, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען שוין אגעהויבן צו פארדינגען בעטן אינעם בנין. פאריאר איז שוין געווען פילע וואס זענען געקומען צו שפעט און מ'האט זיי נישט געקענט מער צושטעלן קיין בעט אינעם בנין צוליב וואס מען איז אויסגעלאפן פון פלאץ. היי יאר ווערט פארגעזען א גרעסערע מאנגל, צוליב וואס עטליכע צימערן וועלן באשטימט ווערן אלץ VIP צימערן, פאר די וואס דארפן עס, וואס וועט האבן בלויז 4 בעטן אינעם צימער. והחכם עיניו בראשו, ארויסצונעמען א בעט ווי פריער. וכל הקודם זכה. &nbsp; הראש השנה שלי עולה על הכל

    < זעה מער יב אייר תשפ 📝
  • ברכת מזל טוב פארן ראש ישיבה שליט"א צום געבורט פון ערשטן אייניקל

    א גרויסע שמחה הערשט אין קהילת היכל הקודש ברסלב מיט די נייעס אז עס איז געבוירן געווארן א אינגל למזל טוב צו הר"ר שלמה ראטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א און איידעם פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב פרעמישלאן קרית יואל. יעצט אין די צייט פון די געהויבענע שמחה ביים ראש ישיבה שליט"א - וואס איז זיך מוסר נפש און עס גייט אים אין לעבן אז נאך אידן זאלן האבן א גוט לעבן מיטן אייבערשטן, האבן שלום בית, און עכט אידיש נחת פון די קינדער - וואונטשן אים אלע אנשי שלומינו אז ער זאל ווייטער קענען ברענגען אידן צום אייבערשטן און ווייטער קענען פארשפרייטן די גוטע עצות פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט, כאוות נפשו, און ער זאל זען אידיש נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך. אזוי אויך פארן זיידן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א וואס איז דער איבערגעגעבענער גבאי פונעם ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל, און איז א לעכטיג ווינקל אינעם עצי תמרים קווארטל פון קרית יואל, ווי אידן פון גאנצע שטאט וואס זוכן א גוט ווארט און אן עצה פארן לעבן ווייסן אז דארט קען מען קען שטענדיג באקומען לופט צום אטעמען און חיות ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, יעצט ווען עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביי הר"ר יואל שליט"א איז די וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, און קענען מפיץ זיין דעם אור פון הייליגן רבין לכל דורש ומבקש, און ער זאל האבן רב תענוג ונחת ביי קינדער און אייניקלעך. אין דער צייט איז אויך דער וואונטש פון אנשי שלומינו צום בעל שמחה הר"ר שלמה שליט"א מלומדי כולל היכל הקודש ברסלב ווי ער לערנט מיט גרויס התמדה טאג טעגליך און איז זיך משלים אין תורה והוראה, אז ער זאל ווייטער שטייגן בתורה און יראת שמים און ער זאל זען רב תענוג ונחת אמן. &nbsp; סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל.

    < זעה מער יא אייר תשפ 📝
  • פרייליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די פארגאנגענע וואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אליעזר שמן ני"ו, בן מו"ה מאיר הי"ו, וואס איז חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה פישל שערמאן הי"ו. צוליב די פארארדענונגען פון די רעגירונג, איז די חתונה פארגעקומען אויף גאר א קליינעם פארנעם, לויט די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט אנגעשטעקט. די חתונה איז טאקע געווען קליין, אבער די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם. דער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס. וואונטשן מיר אים יעצט אז די אלע גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים.&nbsp; ויזכו לבנות בית נאמן בישראל! בילדער &nbsp; ווידיא

    < זעה מער ו אייר תשפ 📝
  • די ארבעט ביים שטח אין אומאן ווערט באנייט נאך א שווערע און לאנגע ווינטער

    נאך א לאנגע איבעררייס פון די ארבעט ביים נייעם בנין, ווערט יעצט איבערגעגעבן, אז מ'בויעט שוין ווייטער ביים שטח אין אומאן. נאכדעם וואס מ'האט אריינגעלייט פיל ארבעט דארט ביים שטח אין די לעצטע דריי יאר, ווי מען האט אויפגעבויט א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין, וואס אנטהאלט אלע הצטרכות'ן פאר אנשי שלומינו אינג און אלט, פאר די טעג וואס מען וויילט ביים הייליגן רבין אין אומאן אויף ראש השנה, אריינגערעכענט, א מקוה מפוארה, מיט שויערס, א קאך מיט א לאנטש רום, א ריזיגער בית המדרש, און פילע שטאקן מיט צימערן צום שלאפן. נאכדעם וואס מ'האט ברוך השם אריינגעלייגט אסאך ארבעט און פארבעסערט דאס פלאץ יעדעס יאר, מ'האט צוגעלייגט נאך צימערן צום שלאפן, מ'האט אינסטאלירט א העכסט סאפיסטיקירטע פילטער סיסטעם פאר די מקוה, גרייט מען זיך היי יאר צוצולייגן פילע תיקונים פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור. די ערשטע זאך אויף וואס מ'גייט בעז"ה ארבעטן איז צו פארגרעסערן דאס וואסער סופליי.&nbsp; ווי באקאנט, קען די שטאטישע וואסער סיסטעם אין אומאן נישט דערהייבן דאס וואסער געברויך פאר די צענדליגע טויזטער אידן קע"ה וואס קומען אויף יום טוב צום הייליגן רבין אין אומאן, דערפאר פארלירן אסאך געביידעס די וואסער אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. דער ראש ישיבה שליט"א האט מחליט געווען צו גראבן אייגענע קוועלער ביים נייעם בנין, פון וואס מ'זאל קענען שעפן פרישע ריינע וואסער פון פאראויס, אזוי אויך אז מ'זאל אינסטאלירן גרויסע וואסער טענק, מ'זאל עס סטארעדזשן דאס וואסער. פאר צוויי יאר צוריק האט מען זיך גענומען זוכן קוועלער, און ברוך השם מען האט מצליח געווען צו טרעפן און פארטיגן זעקס (!) שפרולדעדיגע וואסער קוועלער אויפן שטח, וואס פראדוצירן אינאיינעם בערך 10,000 גאלאן וואסער א טאג. פאריאר האט מען געבויעט אויפן שטח א גרויסן 12,000 גאלאנדיגע וואסער טאנק, ווי די וואסער איז געווארן געסטארדזשד, און האב ב"ה שטארק געהאלפן לינדערן דאס וואסער מאנגל אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג. מיט דעם אלעם איז עס נישט גענוג געווען פארן ריזיגן באנוץ קע"ה, דערפאר ווערן יעצט פארענדיגט די פלענער פאר א גיגאנטישע וואסער טאנק וואס וועט קענען אנטהאלטן בערך 50,000 גאלאן, וואס וועט האפענטליך בעז"ה געבן א גאר הרחבה'דיגע וואסער סופליי פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין אויף גאנץ יום טוב. כאטש וואס מיר שטייען נאך הארט נאך פסח, האבן שוין פילע אידן זיך שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. אין די נאנטע טעג וועט שוין בעז"ה קענען דינגען א בעט אינעם נייעם בנין אין אומאן, צו פארברענגען דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין א היימישע ערליכע אטמספערע - פרטים יבואו בעז"ה. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון! &nbsp;

    < זעה מער ג אייר תשפ 📝
  • לעצטע געלעגנהייט זיך משתתף צו זיין אינעם "קמחא דפסחא" קאמפיין

    אין די לעצטע וואך פאר דעם יום טוב פסח, גייט ווייטער אן די קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די סקול. אין די יעצטיגע שווערע צייט, ווען די מוסדות זענען אפגעשלאסן, איז נאך פיל וויכטיגער צו שטיצן די חשובע מלמדים און איינגעשטעלטע וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש פאר די קינדער במשך די גאנצע יאר אין די פרידנס צייטן, און יעצט מוטשען זיי זיך צו קענען איינקויפן לכבוד יום טוב. מיט אייער ברייטע נדבה וועט איר קענען אריינברענגען א ליכטיגקייט אויף יום טוב אין פילע אידישע שטיבער. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. רופט אריין צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 - #101 . און לאזט איבער א מעסעדזש, אדער קענט איר טעקסטן צו 917-746-7317 כל דכפין ייתי ויכול! &nbsp;

    < זעה מער ח ניסן תשפ 📝
  • נייע סידי "טאנץ מיט קאראנע" קומט ארויס

    די וועלט האלט זיך נאך אינמיטן שאקלען מיט די קאראנע וויירוס, דער אייבערשטער ווייזט יעצט פאר די גאנצע וועלט אז נאר ער איז דער איינציגסטער בעל הבית אויף דער וועלט, קיינער קען גארנישט טון צו די שרעקליכע וויירוס, נאר אויפהויבן דעם הענט צום הימל, זיך ווענדען צום אייבערשטן און אים בעטן זיין הילף. אין די יעצטיגע שווערע קאראנע צייט זענען אידן זיך מחי' מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבי'ן, וואס נאר ער האט די שפראך צו יעדן אידיש קינד, אין יעדן מצב, ער ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, אז מ'זאל זיך נישט שרעקן פון קיין שום זאך, וויסן אז קיין שום שלעכטס קען נישט פאסירן צו א מענטש אן א באפעל פונעם אייבערשטן אליין, מיר ליגן אלע אין די הענט פונעם אייבערשטן, נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, און נאר ער קען אונז העלפן, סיי ווען ס'איז דא א קאראנע וויירוס אויף דער וועלט, און סיי ווען נישט. מיט'ן רבינ'ס דיבורים קען מען זיך שטארקן איבער די פחדים, נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אינעם פאניק און פארלוירנקייט, וואס דאס העלפט סיי ווי נישט אויף קיין שום פאל. די מפיצים געבן איבער אז די ספרים, קונטרסים, גליונות, און סידיס, ווערן צעכאפט דורך יעדן איינעם, אידישע קינדער זענען זיך ממש מחי' און לעבן אויף, ווען זיי הערן און ליינען די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, וואס בארואיגט דעם מענטש פיזיש און גייסטיש, זיך צו קענען ספראווען מיט די איבערפלוס פון פאניק וואס ווערט פארשפרייט אויף דער וועלט. לאור המצב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארפאסט זעקס ניגונים איבער די קאראנע וויירוס, פול מיט עצות און חיזוק אויף קאראנע, ווי אזוי זיך צו שטארקן מיט אמונה און מיט שמחה, נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף א גאנצע רפואה פאר אלע קראנקע, און אלע געזונטע זאלן בלייבן געזונט, און זיך מחזק זיין אז די שווערע צייטן וועלן אריבערגיין, דער אייבערשטער וועט אונז אויסלייזן פון אלע צרות. די ניגונים איז צוזאמגעשטעלט געווארן אין דעם נייעם סידי "טאנץ מיט קאראנע", וואס איז דא צו באקומען ביי אלע מפיצים, ווי אויך קען מען הערן די ניגונים אויפ'ן "קול אמונה" טעלעפאן ליין&nbsp; די נומערן פון "קול ברסלב" זענען 212-444-9191, אפסטעיט 845-351-0910, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066 , און דרוקט 1 און 1 און 7 און 1. ביי די ספעציעלע קאראנע אפטיילונג אויפ'ן ליין קען מען אויך הערן קורצע און לענגערע שיעורים איבער דעם וויירוס, עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אומצוגיין אין דעם יעצטיגן מצב, ווי אויך קען מען הערן פארגעליינט דעם קונטרס "קאראנע וויירוס", און אויך א תפלה צו מתפלל זיין אויף קאראנע, אינטערוויוס איבער קאראנע, קאראנע חדר, און נאך. לאמיר זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה, זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, וואס דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט געברענגט דעם וויירוס, און אזוי וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון אלע שלעכטס. &nbsp; לך עמי בא בחדריך וסגור דלתיך בעדך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם!

    < זעה מער ז ניסן תשפ 📝
  • פרישער חתן אין ישיבה

    א פרישער חתן איז דא די וואך אין ישיבה; החתן אליעזר שמן ני"ו, בן מו"ה מאיר הי"ו, וואס איז חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה פישל שערמאן הי"ו. דער חתן איז געווען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבנאל, און דארט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט, און געהייסן דאס אויפקריצן אויף זיין מצבה, אז יעדער וואס דארף א שידוך וואס וועט אויסזאגן ספר תהלים ברציפות ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט א שידוך ווי שנעלער. ווי אויך האט ער געטון די סגולה פון מוהרא"ש, צו לערנען פערציג מאל מסכת תענית אין פערציג טעג. דער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס, וואונטשן מיר אים יעצט אז די אלע גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, דער אייבערשטער זאל העלפן דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא, ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים. &nbsp; שמחה ונחת לרוב!

    < זעה מער ה ניסן תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 1276 to 1290 of 1666 results

1 2 ... 83 84 85 86 87 88 89 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com