Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער "רענט קאמפיין" גרייט זיך צום "מסיבת הכרת הטוב" אי"ה מוצש"ק יתרו הבעל"ט

    אין די אפיסעס פון די "רענט קאמפיין" רידערט זיך די טעג מיט די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים פארן רענט קאמפיין. די עסקנים פונעם רענט קאמפיין האבן גענומען אויף זיך אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, אזוי אז דער ראש ישיבה קען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. און חפץ ה' בידם והצליחו, אז א שיינע ציבור שטרענגט זיך אן יעדע חודש און באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט, און דערפאר ווילן זיי יעצט אפגעבן פארן ציבור זייער פארדינטע אנערקענונג. היי יאר איז שוין דער פינפטער יאר וואס די רענט קאמפיין גרייט זיך אפצורעכטן א גרויסארטיגע מסיבת הכרת הטוב, און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע דרשה.   דער מלוה מלכה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, און וועט בעז"ה איבערלאזן גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.

    < זעה מער ו שבט תשפ"א 📝
  • יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ!

    איר האט אלץ געקוקט מיט קנאה'דיגע בליקן אויף די מפיצים: "פון וואו נעמען זיי די שטארקייט ארומצוגיין און מפיץ זיין"? אדער "פארוואס האב איך נישט די זיכערקייט אין מיר נישט צו ווערן דערשראקן פון שפאטישע בליקן?". גענוג מיט די קנאה. איר קענט אויך זיין א מפיץ. יא, אויך דו. דער "קרן הדפסה" האט פראקלאמירט א נייע פראגראם. זייט מנדב וועכענטליך א צאל קונטרסים עצתו אמונה, וואס וועט בעז"ה ווערן געשיקט אויף די פאסט בחנם אויף אייער זכות. געדענקט: ווען נישט "הפצה", פון וואו וואלט מוהרא"ש געוואויר געווארן פונעם סוד פון רבי'ן? פון וואו וואלטן מיר געוויסט אז מען קען רעדן צו אייבערשטן? ווער וואלט אונז אנטפלעקט דער "סדר דרך הלימוד"? ווער וואלט אונז אויסגעלערענט וואס מיינט שלום בית? ווער ווייסט וויפיל נאך צדיקים וואלגערן זיך צווישן אונז, זיי ווארטן נאר אז איינער זאל קומען און זיי געבן א קונטרס'ל און זיי אנטפלעקן דעם סוד פון רבין, דער סוד פון רעדן צום אייבערשטן, דער סוד פונעם דרך הלימוד? געדענקט: דער צדיק פון קומענדיגער דור קען זיין אין אייער זכות! קויפט אייך איין זכותים אין הפצה, וואס וועט אייך באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. רופט 718-387-2691 עקסט. 3, אדער שיקן אן אימיעל צו donate@kerenhadfusa.org. &nbsp;

    < זעה מער ה שבט תשפ"א 📝
  • אפגעצייכענט א יאר פון עפענונג פון ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים

    אין די טעג ווערט אפגעצייכעט א יאר זינט דאס עפענונג פון ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק. אין די קורצע צייט זינט עס האט זיך געעפענט דער בית המדרש אין ירושלים האט עס שוין באוויזן גדולות ונצורות. דער ביהמ"ד האט כעת איבער 50 קביעות'דיגע מתפללים, און אידן אין ירושלים עיה"ק פון אלע שיכטן און קרייזן ווייסן וואו מען קען קומען שעפן התחזקות והתעררות. דער ביהמ"ד איז פארוואנדעלט געווארן צו א גאר גרויסע הפצה צענטער. פילע קומען כסדר אריין אין ביהמ"ד צו קויפן סידיס, יו-עס-בי'ס, קונטרסים, גליונות א.א.וו. - אויך ווערט פון דא פארשפרייט צענדליגע טויזנטער ספרים און גליונות דורך די הייליגע מפיצים, וואס זענען זיך מוסר נפש אז נאך אידן זאל אויך וויסן אז אויך זיי קענען לעבן מיט אייבערשטן יעדן טאג. פון ירושלים עיה"ק קומט א באריכט איבער דעם פארגאנגענעם שבת. "א שיינער שבת איז אריין אין אונז - תלמידי היכל הקודש אין ירושלים, סיי די תפילות זענען געווען מורא'דיג געשמאק, און סיי די לופט אין שוהל איז געווען ריין און ציכטיג און ס'האט געהערשט א געשמאקע אווירה אין שוהל במשך דעם גאנצן שבת. אזוי אויך האבן מיר זוכה געווען די וואך אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז געשריבן א פערזענליכע בריוו אויף סעודה שלישית וואו דער ראש ישיבה האט מאריך געווען איבער די וויכטיקייט פון נקודת החבר און איבערחזר'ן וואס מ'לערנט ביים צדיק און אויך איבער די מעלה און וויכטיגקייט פון זיך האלטן באחדות. מ'האט געזען אויף אלעמענס פנימ'ער די שמחה און גליק אז דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך עקסטער מטריח פאר אונז און שיקט אונז א בריוו אויף שלוש סעודות". אויך געבט מען איבער פון ירושלים עיה"ק אז מען קובע געווען עטליכע נייע שיעורים אין בית המדרש. צום ערשט איז נתייסד געווארן א שיעור אין "פעולת הצדיק". שוין די צווייטע וואך וואס ס'קומען יונגעלייט שבת צופרי בעפאר מ'הייבט אן דאווענען און לערנען צוזאמען דעם הייליגן ספר פעולת הצדיק. און ווי זיי געבן איבער "ווער ס'האלט מיט די שיעור פילט א מורא'דיגע העכערקייט און הייליגקייט ביים דאווענען - מחיה נפשות". אויך האט מען די לעצטע וואך ב"ה אנגעהויבן א שיעור יעדן טאג אין א בלאט גמרא, וואס קומט פאר אום 8:00 ביינאכט אין בית המדרש. דער מגיד שיעור איז האברך החשוב הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א - פון די גבאים אין בית המדרש, און איז דער מנהל בית הדפוס אין ירושלים. אזוי אויך האט מען די וואך אנגעהויבן א נייע חבורה אין שוהל - "חבורת שיחת חברים", וואס איז אויפגעשטעלט ספעציעל פאר אברכי קהילתנו כדי זיך צו קענען מחזק זיין איינער דעם אנדערן מיט די הייליגע עצות און חיזוק וואס מ'לערנט ביים ראש ישיבה שליט"א. מיטן אייבערשטנס הילף וועט די חבורה זיין לתועלת און ס'וועט ארויסקומען פון דעם גאר שיינע זאכן. אויפן בילד זעט מען דעם ציבור ביי שלש סעודות שב"ק וארא תשפ"א דער עשטער כינוס תלמידי היכל הקודש אין ירושלים כסלו תש"פ סיום חגיגה אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - כסלו תשפ"א &nbsp; באריכט איבער די הפצה אקטיוויטעטן אין ארץ הקודש - טבת תשפ"א

    < זעה מער ד שבט תשפ"א 📝
  • מען גרייט זיך צום יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    אין צוויי וואכן פון יעצט אום שב"ק בשלח י"ז שבט געפאלט אויס די זעקסטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג וואס עס קומט נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים און זענען נאך אלץ מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, וועלן זיך משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט די מעגליכקייט היי יאר אריבערצופארן קיין ארץ ישראל, וועלן זיך צוזאמנעמען אין די לאקאלע בתי מדרשים אינעם טאג פונעם יארצייט און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און לערנען די היייגע עצתו פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. אנשי שלומינו וועלן אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הוא ימליץ טוב בעדינו! א מורא'דיגע מעשה פאסירט ביי מוהראש'ס ציון שאלות צום ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע בריוו פון ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע בילדער פון מוהרא"ש - אריינגערעכט היסטארישע בילדער קליפס פון ימים טובים בצל הקודש פון מוהרא"ש זי"ע ספרים פון מוהרא"ש צו דאולאודן בחנם אוידיא פון שיעורי ליל שישי פון מוהרא"ש זי"ע ניגון "מוהרא"ש" דורכן ראש ישיבה שליט"א &nbsp;

    < זעה מער א שבט תשפ"א 📝
  • טעלעפאן בוך "היכל הקודש"

    אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך ארויסצוקומען מיט'ן ברסלב'ן טעלעפאן בוך, אין וואס ער וועט זיך געפונען די ליסטע פון אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט, מיט זייערע טעלעפאן נומערן און אדרעסן, און אזוי ווייטער, און גלייכצייטיג די ביזנעסער פון אנשי שלומינו, וואס דאס וועט פיל פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו זיך צו האלטן אינאיינעם באחדות. מיט'ן נייעם טעלעפאן בוך "היכל הקודש" וועלן אנשי שלומינו זיך קענען האלטן פארבינדען איבער די גאנצע וועלט. ווי אויך וועט מען גרינגער קענען שטיצן איינער דעם צווייטן, צו נוצן די סערוויסעס און ביזנעסער פון אנשי שלומינו. אין א בריוו די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז אנשי שלומינו זאלן זען צו געבן פרנסה איינער פאר'ן צווייטן, אפילו ווען מ'קען טרעפן אביסל ביליגער ערגעץ אנדערש. מאכט זיכער אז אייער נאמען און ביזנעס פאלט נישט ארויס פונעם טעלעפאן בוך. איר קענט טעקסטן אלע אייערע אינפארמאציע צו 347-455-8028, אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו BreslevPhoneBook@gmail.com. &nbsp; איש את רעהו יעזורו!

    < זעה מער כט טבת תשפ"א 📝
  • זכות "בן גמלא" אנאנסירט דורך די הנהלת המוסדות

    די הנהלת המוסדות האט פראקלאמירט א פרישע פראגראם, אז מען קען קויפן א זכות "בן גמלא", דאס הייסט אז מען קויפט אפ א וואך פון א חדר אין תלמוד תורה, און די זכות פון די תפילות און די תורה וואס די הייליגע קינדערלעך לערנען און דאווענען וועט גיין אויפן חשבון פונעם נדבן. אזוי אויך וועלן די קינדערלעך, די תינוקות של בית רבן מתפלל זיין צום באשעפער אויף זייער פשוטע שפראך פאר די הצלחה אדער ישועה פונעם נדבן. די תפילות פון די קינדער וואס קומט ארויס פון זייער ריינע הארץ איז בוקע רקיעים, און וועט זיכער עושה רושם זיין ביים באשעפער. א הערליכע שטר שותפות "בן גמלא" וועט בעז"ה אונטערגעשריבן ווערן דורכן ראש ישיבה שליט"א, און וועט געגעבן ווערן פארן נדבן למשמרת. צו קויפן א "בן גמלא", רופט 347-889-9892 דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט אינגעלייט אין קרית ברסלב ליבערטי דער ראש ישיבה שרייבט אונטער "בן גמלא" שטרות מיט עטליכע אינגעלייט דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט מו"ה יודל ליכטענשטיין הי"ו

    < זעה מער כח טבת תשפ"א 📝
  • נייע אפטיילונגען אין וועכענטליכע עצתו אמונה: מעשיות און גורלות פאר קינדער, און מפתח פון קול ברסלב

    אין די לעצטע וואכן האט מען ב"ה צוגעלייגט עטליכע זייער שיינע אפטיילונגען אין די עצתו אמונה אויסגאבע וואס אנטהאלט די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א פון די לעצטע וואך. צום ערשט איז צוגעקומען יעדע וואך א שיינע מעשה, געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א ספעציעל פאר די קינדער, און צוגעלייגט א שיינע געמאלענע בילד, ספעציעל געמאלן דורך א בארימטע מעלער פאר די עצתו אמונה פאר קינדער. יעדע וואך קומט א שיינע מעשה וואס לערנט אויס שיינע מוסר השכל און ברענגט אריין יראת שמים. אויך האט מען צוגעלייגט פאר די קינדער וואס וועלן אריינשיקן אז זיי האבן דורכגעלערענט די עצתו אמונה פון די פארגאנגע וואך און האבן ארויסגענומען דערפון א שיינע מעשה, אדער א מוסר השכל, אדער סיי וואס, וועלן זיי אריינגיין אין עטליכע שיינע גורלות. אויך איז צוגעקומען א זייער פראקטישע אפטיילונג א "מפתח פון קול ברסלב", דארט וועט בעז"ה אויסגערעכענט ווערן יעדע וואך אלע נייע שיעורים, דרשות, אינטערוויוס פונעם "קול ברסלב" האטליין, אויף א שיינע מסודר'דיגע וועג, מ'זאל עס קענען גרינג טרעפן. &nbsp; צו באשטעלן דעם "עצתו אמונה" צו באקומען בעז"ה וועכענטליך אויף די פאסט, רופט דעם "קרן הדפסה" אויף רופט 718-387-2691 עקסטענשאן 102, אדער שיקט אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org.

    < זעה מער כז טבת תשפ"א 📝
  • פרישע בית הדפוס ווערט געעפענט אין בני ברק - דריטע בית הדפוס היכל הקודש אין ארץ ישראל

    מיט גרויס סייעתא דשמיא האט מען געעפעט א פירשע לאקאלע בית הדפוס אין שטאט בני ברק, וואס קומט צוליב די גרויסע פארלאנג פון גליונות אין שטאט, ווי צענדליגע אינגעלייט און בחורים פארשפרייטן יעדע וואך די גליונות היכל הקודש, און בעז"ה ווערט ערווארטעט אנצוקומען אין נייעם בית הדפוס אין די גאר נאנטע טעג נייע פארגעשניטענע מאשינען, וואס וועלן בעז"ה קענען דרוקן טויזנטער גליונות און קונטרסים אויף א גאר שנעלן טעמפא. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די טויזנטער אידן וואס זענען זיך מחיה מיט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א, און בפרט איז דאס א גוטע בשורה פאר די טייערע הייליגע מפיצים, וואס האבן ביז יעצט זיך געדארפט מוטשען אפצונעמען די גליונות פונעם גרויסן בית הדפוס אין ירושלים עיה"ק. יעצט וועלן זיי שוין בעז"ה קענען אנהייבן צו מפיץ זיין די גליונות תיכף ווען זיי ערשיינען. דא רעדט מען שוין פונעם דריטן בית הדפוס אין ארץ ישראל. בשעת ווען דער ערשטער בית הדפוס אין ארץ ישראל האט זיך געעפענט מיט נישט מער ווי א האלב יאר צוריק, האט מען שוין אנגעיאגט דארט צו דרוקן איבער א האלבע מיליאן וועכענטליכע "גליונות" און "עצתו אמונה". נישט לאנג דערנאך איז געעפענט געווארן דער בית הדפוס אין שטאט צפת וואס דינט דער גאנצער גליל געגענט צפון ארץ ישראל, וואס אויך דארט דרוקט מען טויזנטער גליונות וועכענטליך. און יעצט בעזהשי"ת עפענט זיך אויף דער דריטער בית הדפוס, דאס מאל אין שטאט בני ברק. הרב נתן לעוו הי"ו וואס האט גענומען אויף זיך די גאנצע אונטערנעמונג, פארציילט אין אן אינטערוויו פארן "קול ברסלב" האטליין: "איך האב מיך ממש לעצטענס באקענט מיט די הייליגע עצות און לימודים פון היכל הקודש, וואס האט געטוישט מיין גאנצע לעבן ברוחניות ובגשמיות, און עס גייט מיר אין לעבן צו געבן פאר נאך אידן דעם זיסן טעם"... "איך האב זיך פארבינדן מיט די מפיצים אין בני ברק וואס נעמען זייערע גליונות פונעם בית הדפוס אין ירושלים, און פארשפרייטן עס אין גאנצן שטאט, אין די לעצטע וואכן האבן איך אנגעהויבן אליינס צו דרוקן א טויזנט גליונות, מען זאל עס קענען אנהייבן מפיץ צו זיין וואס שנעלער, דערנאך האבן מיר געטראכט אז צוליב די גרויסע פארלאנג פאר גליונות דא אין שטאט, וואלט געווען כדאי צו האבן אייגענע פרינטינג מאשינען, אזוי וועט מען קענען דרוקן אסאך מער און פאר ביליג." אנשי שלומינו אין בני ברק האבן זיך צוזאם גענומען ארויסצוהעלפן מיט די הוצאות, און זענען צו די זעלבע צייט מזכה אלעמען ארויסצוהעלפן מיט די גרויסע הוצאות. מען קען זיך משתתף זיין אויף די "נדרים פלאס" פלאטפארמע אויפן נאמען "היכל הקודש בני ברק" אדער דורכן רופן (פון אמעריקע) 011-972-52-760-5715 עס ווערט ערווארטעט אז גאר בקרוב וועלן זיך עפענען נאך פילע בתי הדפוס איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, און אזוי אויך אין אלע שטעט און לענדער ווי אידן וואוינען איבער די גאנצע וועלט און מיט דעם ברענגען משיח צדקינו. ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן "דורך הפצה איז מען מקרב ביאת המשיח". בב"א. &nbsp; "אייער ארבעט זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה" (דער הייליגער רבי נתן זי"ע'ס ווערטער פאר זיין פטירה)

    < זעה מער כו טבת תשפ"א 📝
  • אידישע שטובער ווערן אויפגעלאכטן וועכענטליך מיט פילע גליונות און אויסגאבעס ארויסגעגעבן דורך היכל הקודש

    דער ראש ישיבה איז כסדר מעורר אז מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען ליינט. "איינער וואס איז אנגעליינט מיט גוי'אישע ביכער, און מיט אלע אינטערנעט נייעס, וואס געט זיין פענע ארויס ווען ער שרייבט? וויפיל אמונה און יראת שמים געבן אים די אלע מידיע נעצן?" זאגט דער ראש ישיבה. דערפאר איז א נחת צו זען ווי מיט יעדע דורכגייענדיגע וואך, קומען צו פרישע גליונות און קוטרסים צום אויסוואל. אזוי אז ווער עס געבט אכטונג אויף זיין שטוב עס זאל בלייבן ריין, כאפט זיך צו צו די אלע אויסגאבעס און ברענט עס אהיים זייער משפחה זאל האבן וואס צו ליינען שבת און א גאנצע וואך, און זענען רואיג וויסנדיג אז די אלע אויסגאבעס זענען שמן זית זך, געשריבן דורך ערליכע אידן וואס נעמען זייער שטאף פון די הייליגע ספרים. די אלע גליונות ווערן בעז"ה געשריבן און מסודר דורך אינגעלייט וואס געבן זיך אוועק פאר דעם הייליגן צוועק, און ווערט בעז"ה ארויפגעלייגט אויפן וועבסטייט יעדע וואך דאנערשטאג בערך 5:00 נאכמיטאג, פון ווי יעדער קען דאונלאודן די אלע אויסגאבעס, אזוי אויך ווערט עס דאן געשיקט צו טויזנטער איינגעשריבענע אימעילס איבער די גאנצע וועלט פון וואו מען קען עס ארויספרינטן פאר זיך און אויך מאכן קאפיעס וויפיל מ'וויל און עס פארשפרייטן להחיות בהם נפש כל חי. (איינשרייבן פאר אימעיל) פאר פילע פון די גליונות ווערט אויך אנגעבאטן א "סובסקריבשאן" פאר א קליינע אפצאל, און די אלע באקומען עס אויף די פאסט בעז"ה ארויסגעפרינט אויף א שיינעם פארמאט. דערווייל ווערט סובסקריבשאן צוגעשטעלט פאר די פאלגענדע גליונות: עצתו אמונה אידיש, גליון היכל הקודש אידיש, קרית ברסלב בלעטל, און בית נצחי. אזוי אויך ווערט עס נאר געשיקט צו אדרעסן אין די פאראייניגטע שטאטן, (די מפיצים אינעם ירושלמער קרן הדפסה ארבעטן יעצט אויס דאס צו קענען צושטעלן פאר די איינוואוינער פון ארץ ישראל). פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן צום קרן הדפסה אפיס אויף 718-387-2691 עקסט. 3. דער קרן הדפסה האפט אז בקרוב וועט מען קענען צולייגן נאך אויסגאבעס צום סובקריבשאן אפציע. פאלגענד איז א ליסטע פון גליונות וואס ווערן כסדר ארויסגעגעבן בעז"ה דורך היכל הקודש. (ואין מוקדם ומאוחר בתורה) 📖 עצתו אמונה - אידיש 📖 עצתו אמונה - לשה"ק דאס ווערט ארויסגעגעבן דורכן "קרן הדפסה היכל הקודש". עס אנטהאלט די שאלות ותשובות, און די אנדערע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה במשך די וואך. לעצטענס איז צוגעלייגט געווארן דערין די "עצתו אמונה פאר קינדער" - א שיינע מעשה פאר די קינדער געשריבן דורכן ראש ישיבה, מיט א שיינע בילד בייגעלייגט. אויך האלט מען אינמיטן ארויסצוגעבן אן "עצתו אמונה" אויף ענגליש יעדע וואך בעז"ה. 📄 גליון היכל הקודש - אידיש 📄 גליון היכל הקודש - לשה"ק 📄 גליון היכל הקודש - ענגליש דאס איז דער וועלט בארימטער גליון וואס ווערט פארשפרייט אין צו טויזנטער עקזעמפלארן אין הונדערטער שולן איבער די גאנצע וועלט, דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש וויליאמבורג", וואס אנטהאלט א מעשה אויף די סדרה פארן שבת טיש, א גוט ווארט פון ראש ישיבה, געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה, נייעס פון די מוסודות, און א באשרייבונג פון די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבין. דער גליון גייט שוין אן אזוי פאר איבער 10 יאר. און האלט שוין יעצט ביי די 480סטער גליון. 📄 אשר היה אל יואל דאס איז א נייער גליון, וואס וועט בעז"ה אנטהאלטן די דברות קודש פון ראש ישיבה ביי שלש סעודת, הערליך אראפגעשריבן, מיט שיינע קלארע אותיות, און ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש". 📄 א גרוס פון בית פיגא דאס איז א רעלאטיוו נייער בלעטל, וואס ווי איר נאמען זאגט ווערט ארויסגעגעבן דורך די "בית פיגא" סקול, מיט וואס פילע מיידלעך איבער די וועלט זענען זיך מחי' יעדע וואך זינט עס קומט ארויס. עס אנטהאלט אזעלעכע זאכן ווי: א בריוו פון ראש ישיבה פאר די מיידלעך; נייעס; מעשיות פון תפלה - עפיזאדן ווי מיידליך האב געבעטן דעם אייבערשטן ווען זיי האבן עפעס געדארפט און זענען געהאלפן געווארן; א מעשה אין פארזעצונגען פאר די מיידלעך; א בריוו פון די מנהלת פאר די תלמידות, און נאך. 📄 ישיבה קטנה א גאר נייער גליון ארויסגעגעבן דורך די "ישיבה קטנה היכל הקודש ברסלב ליבערטי". ווי מען וועט זיך מחיה זיין יעדע וואך בעז"ה מיט די מעשיות פון תפלה פון די תלמידים; נייעס פון כתה; חיזוק פון די פרשה, און סיומים פון די חשובע תלמידים. 📖 סיפורי מעשיות - אידיש 📖 סיפורי מעשיות - לשה"ק אין די קורצע צייט זינט עס ווערט אריסגעגעבן איז עס שוין געווארן גאר אויפגעכאפט. ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש ברסלב" דא ווערט אראפגעשריבן דעם ראש ישיבה'ס ווערטער פון שבת קודש ביי סיפורי מעשיות. עס איז דערקוויקענד צו ליינען ווי דער ראש ישיבה פלעכט אריין חיזוק און עצות אין די הייליגע מעשיות פון הייליגן רבין.&nbsp; אויפן גרויסן פארלאנג, ווערט געמאכט פלענער אריינצונעמען דעם גליון אין די "סובסקריבשאן" פאמיליע. פאלגט נאך בעז"ה. 📄 קרית ברסלב בלעטל דער גליון וואס ווערט ארויסגעגעבן וועכענטליך דורך "מוסדות היכל הקודש ברסלב ליבערטי" האט א חידוש: "מעשיות פון תפלה פון טאטעס" - בעטן דעם אייבערשטן אויף די אידישע שפראך מיט תמימות ופשיטות איז נישט ח"ו א קינדערישע זאך. נאר זיידעס און טאטעס דארפן פונקט אזוי לעבן דערמיט - די איינוואוינער פון שטעטל דערציילן זייערע מעשיות ווי דער אייבערשטער האט צוגעהערט זייערע תפלות, און זענען געהאלפן געווארן, און אזוי ווערט מען געשטארקט אז מען זאל זיי נאכמאכן, און אויך געדענקען אז נאר צום אייבערשטן קען מען זיך ווענדן סיי ווען. אויך אנטהאלט עס פארשידענע אינטערעסאנטע "נייעס פון שטעטל", פארשידענע בריוו פון ראש ישיבה, און א "חידות אפטיילונג" פאר קינדער. 📖 שיחות הראש ישיבה - אידיש 📖 שיחות הראש ישיבה - לשה"ק&nbsp;&nbsp;&nbsp; &nbsp; דער אויסגאבע אנטהאלט גאר אינטערסאנטע און רייכע שמועסן וואס תלמידים האבן זיך פארצייכעט וואס זיי האבן געהערט פון ראש ישיבה שליט"א ביי פארשידענע זמנים. מען קען פון די "שיחת חולין של תלמידי חכמים" ארויסנעמען גאר אסאך עצות אויף למעשה. דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך "קרן הדפסה היכל הקודש". צוליב די גרויסע נאכפראגע, ווערט געמאכט פלענער אריינצונעמען דעם גליון אין די "סובסקריבשאן" פאמיליע. פאלגט נאך בעז"ה.

    < זעה מער כג טבת תשפ"א 📝
  • שמחה'דיגע טעג אין ישיבה ווען עטליכע מפיצים טוען שידוכים

    א גרויס שמחה הערשט אין די טעג ווען עס זענען געשלאסן געווארן עטליכע שידוכים צווישן די תלמידי הישיבה. פארגאנגענם דאנערשטאג העלל"ט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ חיים ישעי נ"י בן המפיץ הר"ר יודל דעפריס שליט"א פון קענווי איילאנד, ענגלאנד מיט הכלה בת הר"ר אלימלך שארף שליט"א חתן הרה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א. נעכטן דינסטאג מיטאג איז געשלאסן געווארן דער שידוך צווישן החתן המפיץ שלום יוסף נ"י בן המפיץ הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א חתן המפיץ הגדול הר"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א מיט הכלה בת הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל הישיבה. נעכט ביינאכט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ יעקב הלל נ"י בן המפיץ הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס קט. בן הר"ר אברהם חיים פארקאש שליט"א, מיט הכלה בת הר"ר ישראל מאיר הרוויץ שליט"א פון בארא פארק. &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן זיי זאלן אלע אויפשטעלן שיינע אידישע שטובער, און האבן דורות ישרים ומבורכים. &nbsp;קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה &nbsp; בילדער: שידוך דעפריס-שארף, דאנערשטאג ויחי &nbsp; בילדער: תנאים דעפריס-שארף, ליל שישי ויחי &nbsp; בילדער: שידוך ניישטיין-יאקאבאוויטש, דינסטאג שמות &nbsp; בילדער: שידוך פארקאש-הורוויץ, דינסטאג שמות

    < זעה מער כב טבת תשפ"א 📝
  • באס איינגעקויפט פאר נייע שאטל סערוויס אין קרית ברסלב ליבערטי

    אין א פרישע שטיינדל פון הרחבת גבולי הקדושה, איז יעצט איינגעקויפט געווארן א באס פאר די "שאטל" וואס וועט גענוצט ווערן אינעם ברסלבע שטעטל אין ליבערטי. מיטן פארברייטערטן ציבור וואס וואוינט קע"ה אינעם שטעטל, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז א נחיצות צו האבן א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע מיטל, סיי אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן און אזוי ווייטער. ברוך השם אז מען קען שוין אינפארמירן דעם ציבור אז מען האט שוין געקויפט א צוגעפאסטע שאטל-באס, און עס ווערט יעצט אויסגעארבעט די פרטים פון די סקעדזשועלס און די רוטס, וואו און ווען אלץ עס וועט ארומפארן. דער שאטל באס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באדינען דעם ציבור און ארומפארן אינעם גאנצן שטעטל עטליכע מאל א טאג אויפנעמען פאסאנדזשירן, און זיי אפפירן למחוז חפצם לחיים לשמחה ולשלום. עס וועט בעז"ה מאכן א סטאפ ביי די לאקאלע "וואלמארט" געשעפט, ביים "תלמוד תורה" געביידע, און בעזר השם נאך עטליכע סטאפס.&nbsp; פרטים יבואו &nbsp; בילדער

    < זעה מער כא טבת תשפ"א 📝
  • שיינע שמחת בר מצוה ביים ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען א שיינע שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווען הבחור החשוב שמעון ני"ו איז אריינגעקומען לעול המצוות. די סעודה לכבוד די בר מצוה איז פארגעקומען ביים גרויסן זיידן הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, בבית מדרשו אין בארא פארק. פילע אנשי שלומינו און קרובי המשפחה זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די שיינע שמחה. נאכדעם וואס דער חתן הבר המצוה האט געזאגט זיין פשעטל, האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ווארעמע דיבורים צום פרישן בר מצוה בחור, "וישם את אפרים לפני מנשה", האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער רבי זאגט אז א איד דארף טון אסאך גוטע זאכן, לערנען און דאווענען, טון פיל מצות און מעשים טובים, און דורכדעם וועלן די שלעכטע זאכן שוין אוועקפאלן פון זיך אליין. אז דער בר מצוה בחור גייט יעצט אריין לעול התורה והמצות, זאל ער זיך שטארקן מיט דעם, אריינצוכאפן ווי מער גוטע זאכן". דערנאך האט גערעדט דער חשובער זיידע, הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. "אנו עמלים והם עמלים, א איד פלאגט זיך און א גוי פלאגט זיך, אבער א איד באקומט שכר פאר זיין ארבעט". האט ער נאכגעזאגט פון צדיקים, "א גוי באקומט דאך אויך באצאלט פאר זיין ארבעט? נאר, דער חילוק איז אז דער איד באקומט שכר אפילו ווען די ארבעט געלונגט נישט, בלויז פאר'ן זיך אנשטרענגען און פרובירן צו טון גוטע זאכן, קריגט ער שוין אסאך שכר אויף דעם". ער האט ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם בר מצוה בחור וואס זיצט און לערנט די הייליגע תורה מיט גרויס התמדה, און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים. צו די זעלבע צייט האט ער גערעדט פון די חשיבות פון זיין איידעם, דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז מחזק אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט. נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער חשובער זיידע, הרב הצעיר מקארלסבורג שליט"א, וואס האט גערעדט זייער שיין פאר א לענגערע צייט, פילע שיינע חידושים און געדאנקען פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט, און גלייכצייטיג ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז זיך מוסר נפש אריינצוברענגען אמונה אין אידישע קינדער, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם איז ער מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן. דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן עלטער זיידע, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פון די וואכנדיגע פרשה, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה. * דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א ווידער אריבערגעפארן צום גרויסן זיידן, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, צו תפלין לייגן. דער רב שליט"א האט געלייגט תפלין פאר'ן בר מצוה בחור, און אים שיין אנגעוואונטשן. ס'איז געווען גאר א שיינע שמחה, און מיר אלע וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ער זאל זוכה זיין צו זען פיל אידיש נחת ביי דעם בר מצוה בחור און ביי אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט. בילדער פונעם בר מצוה בילדער פון תפילין לייגן קליפס פונעם בר מצוה &nbsp; סימן טוב ומזל טוב!

    < זעה מער כ טבת תשפ"א 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן זצ"ל אין וויליאמסבורג

    א ריזן ציבור אנשי שלומינו חסידי ברסלב זענען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג ליל שישי ויגש צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן. אינאיינעם איז אויך געווען א שבע ברכות פאר החתן קלמן וועבערמאן הי"ו מתלמידי הישיבה. א שיינע סעודה איז צוגעגרייט געווארן לכבוד דער מעמד. צום ערשט האט גערעדט הרה"ח מוה"ר משה קורץ שליט"א, דומ"ץ יבנאל, וואס האט גערעדט פון די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע, און האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז זיין גאנצע התחזקות קומט נאר דורך לערנען די ספרים פון הייליגן רבי נתן זי"ע. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש, און ארויסגעברענגט ווי מיר גליקליך מיר זענען אז מיר האבן די הייליגע ספרים פון רבין און רבי נתן, בפרט יעצט ווען מוהרא"ש זי"ע האט אראפגעשריבן זייערע עצות אויף אזא גרינגע וועג אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין און מקיים זיין, דארפן מיר עס לערנען און חזר'ן און טון, וועלן מיר מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ווי אויך - האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט - דארפן מיר נאכמאכן רבי נתן, וואס איז אים געגאנגען אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן, מיר דארפן מאכן הפצה און זיכער מאכן אז יעדער איד אויף דער וועלט ווייסט אז ס'איז דא א רבי וואס קען אים העלפן, און האט אויך פאר אים א וועג צוריק צום אייבערשטן. נאך ברכת המזון און שבע ברכות האט מען געטאנצן און זיך דערנאך צוגאנגען מיט פרישע כוחות זיך צו שטארקן אין עבודת ה'. בילדער ווידיא שיעור אוידיא שיעור

    < זעה מער יט טבת תשפ"א 📝
  • פרישע שיפמענט "אשר בנחל" אין אידיש אנגעקומען אין בית הדפוס

    מיט גרויס שמחה האבן די מפיצים אויפגענומען די נייעס אז עס איז נארוואס אנגעקומען אין בית הדפוס א פרישער שיפמענט פון די איבערגעדריקטע "אשר בנחל אויף אידש" מיט הערליכע מפתחות און תוכן הענינים. טויזנטער אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיטן לערנען יעדן טאג עטליכע בריוו אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירת נפש, און יעדער וואס לערנט דאס איז עדות ווי עס פלאמט אים אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און עס וועקט אים אויף אז ער זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין מענטשן נאר גלייך לויפן צום אייבערשטן און אים אויספארציילן אלעס וואס דרוקט אים. עס וועקט אויף אז נישט קיין חילוק וואס עס איז דורך אויף א מענטש, זאל ער זיך אויפשטעלן און אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן. ווען מען לערנט אין דעם הייליגן ספר שפירט דער מענטש ווי מוהרא"ש רעדט ממש צום אים אין זיין מצב ווי ער פערזענליך געפינט זיך יעצט, און ער טרעפט ענטפערס צו אלע זיינע ספיקות, און פלאנטערנישן ווי ער איז אריינגעפאלן. מוהרא"ש האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם ספר גאר גרויסע זאכן, מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט נאר דרוקן דעם הייליגן ספר, וועט ער האבן א ישועה וואס ער דארף. צו באקומען דעם הייליגן ספר אשר בנחל אדער אלע אנדערע ספרים, קענט איר רופן קרן הדפסה אויף 718-387-2691 אדער אימעילט צו info@kerenhadfusa.org. בריוו אין שאלות ותשובות עצתו אמונה איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" בריוו איש אמונות איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" בילדער

    < זעה מער טז טבת תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א כאפט זיך אריבער קיין אומאן

    די פארגאנגענע וואך דינסטאג נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין אומאן פאר א טאג, מיט זיין אינגל וואס ווערט דאס יאר זיבן יאר אלט, צו טון די סגולה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריינעם העמד". אנשי שלומינו נעמען די קינדער פאר די זיבן יאר צום הייליגן רבי'ן צו זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחה, געווענליך נעמט מען די קינדער אום ראש השנה פאר זיי ווערן זיבן יאר, אזוי ווי אבער פארגאנגענעם ראש השנה זענען די גרעניצן ליידער געווען פארשלאסן, האבן פילע אידן האבן נישט געקענט אנקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, דערפאר פארן פילע אידן מיט זייערע קינדער במשך דעם יאר צום הייליגן רבי'ן. אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין". ביים ציון הקדוש אין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט תיקון הכללי ווארט ביי ווארט מיט זיין אינגל, און מיט נאך צוויי קינדער פון אנשי שלומינו וואס זענען אויך מיטגעפארן. בילדער: דער ראש ישיבה ביים ציון הקדוש אין אומאן, דינסטאג ויגש תשפ"א אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צום שטוב פון מו"ה ישראל פוקס הי"ו א גאנץ יעריגער תושב אין אומאן, וואו ר' ישראל האט געמאכט א סיום הש"ס, ווי אויך האבן זיינע קינדער געמאכט סיומים. דער ראש ישיבה האט גערעדט א שיינע שיינע שמועס. ווידיא: סיום הש"ס פון ר' ישראל פוקס אין אומאן, דינסטאג ויגש תשפ"א &nbsp; ציונו הקדוש, קודש קדשים!

    < זעה מער טו טבת תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1261 to 1275 of 1723 results

1 2 ... 82 83 84 85 86 87 88 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com