Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרייליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די וואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שרגא בן מוה"ר אברהם משה שטראססער שליט"א, מנהל כללי מוסדות ברסלב בארה"ב, עב"ג בת מו"ה נחמן ניישטיין שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו הקדושים, חתן המפיץ הגדול מוה"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א. צוליב די פארארדענונגען פון די רעגירונג, איז די חתונה פארגעקומען אויף גאר א קליינעם פארנעם, לויט די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט אנגעשטעקט. די חתונה איז טאקע געווען קליין, אבער די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם. שמח תשמח רעים האהובים!   בילדער פון די פרייליכע חתונה

    < זעה מער א ניסן תשפ 📝
  • די עצות פון הייליגן רבי'ן בארואיגט אידן איבער די וועלט פון די שרעק פון די קאראנע וויירוס

    שטייענדיג אין שאטן פונעם פחד און פאניק וואס נעמט איין די וועלט פון די קאראנע וויירוס, זענען אידן זיך מחי' מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבי'ן, וואס נאר ער האט די שפראך צו יעדן אידיש קינד, אין יעדן מצב, ער ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, אז מ'זאל זיך נישט שרעקן פון קיין שום זאך, וויסן אז קיין שום שלעכטס קען נישט פאסירן צו א מענטש אן א באפעל פונעם אייבערשטן אליין, מיר ליגן אלע אין די הענט פונעם אייבערשטן, נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, און נאר ער קען אונז העלפן, סיי ווען ס'איז דא א קאראנע וויירוס אויף דער וועלט, און סיי ווען נישט. די מפיצים געבן איבער אז די ספרים, קונטרסים, גליונות, און סידיס, ווערן צעכאפט דורך יעדן איינעם, אידישע קינדער זענען זיך ממש מחי' און לעבן אויף, ווען זיי הערן און ליינען די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, וואס בארואיגט דעם מענטש פיזיש און גייסטיש, זיך צו קענען ספראווען מיט די איבערפלוס פון פאניק וואס ווערט פארשפרייט אויף דער וועלט. ספעציעל דער נייער קונטרס "קאראנע וויירוס", וואס איז שוין געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש, ענגליש, און לשון הקודש, ווערט גאר שטארק צעכאפט דורך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, דאס העלפט זיך צו קענען כאפן דעם אטעם, נישט צו ווערן אריינגעכאפט אין איבריגע אומזיסטע פחדים, פרובירן זיך אכטונג צו געבן אויף ווי ווייט מעגליך, און זיך איבערגעבן אינגאנצן צום אייבערשטן, פארמערן תורה און תפלה, און בעטן דעם אייבערשטן געראטעוועט צו ווערן פון אלעם שלעכטס. די טעלעפאן ליניעס פון "קול ברסלב", ווערן איבערגעפילט מיט צענדליגע טויזנטער אריינרופער, וואס ווילן הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז מחזק און מעודד אויף אמונה, ווי אזוי זיך שטארקן איבער די פחדים, און ווי אזוי געראטעוועט צו ווערן אין דעם שווערן מצב. אויפ'ן פארלאנג פונעם ציבור האט מען געמאכט א ספעציעלע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" איבער די קאראנע וויירוס, וואו מ'קען הערן הערליכע ניגונים איבער קאראנע, קורצע און לענגערע שיעורים איבער דעם וויירוס, עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אומצוגיין. די נומערן פון "קול ברסלב" זענען 212-444-9191, אפסטעיט 845-351-0910, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066 - אנצוקומען צום קאראנא אפטיילונג דארף מען דרוקן 1 און דערנאך 1 און דערנאך 7. לאמיר זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה, זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, וואס דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט געברענגט דעם וויירוס, און אזוי וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון אלע שלעכטס. &nbsp; לך עמי בא בחדריך וסגור דלתיך בעדך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם!

    < זעה מער כט אדר תשפ 📝
  • מסיבת הכרת הטוב דעם פארגאנגענעם מוצש"ק

    דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק זענען פילע אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת "הכרת הטוב" וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לכבוד די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות במשך די גאנצע יאר. די "רענט קאמפיין" ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבנקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וועלכע טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט פאר'ן בנין פון די הייליגע ישיבה. די צוויי חשובע אינגעלייט ווערן אויפגענומען מיט גרויס ווארעמקייט יעדן חודש דורך אנשי שלומינו, וועלכע שפירן א זכיה צו קענען צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט, וואס מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם פינאנציעלן עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז, אריינצולייגן אין אונז די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אונז מקרב זיין צום אייבערשטן און אונז שטארקן מיט תורה און תפלה און חיזוק אנצוגיין אין לעבן. צום ערשט האבן גערעדט עטליכע בעלי דרשנים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'האט אויסגעטיילט מתנות פאר אלע נדבנים, דער עולם האט זייער הנאה געהאט פונעם הערליכן געשמאקן פראגראם. עזוב תעזוב עמו &nbsp; בילדער

    < זעה מער ח אדר תשפ 📝
  • די בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט. אזוי אויך שעפן פילע אידן זייער גאנצע אידישקייט און לעבן פון די הייליגע בריוו פון די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך. עס איז זייער מערקווערדיג דער גרויסער חילוק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט צען יאר צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. ווען אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט, ווען עס הערשט אזא צמאון א דורש אויף די ישיבה, לא צמא ללחם ולא צמא למים, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, לשמוע את דבר ה'. די פארלאנג איז שוין אזוי שאטרק אז פארגאנגענעם יאר האט מען בשום אופן נישט געקענט נאכקומען דער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. כדי דאס צו פארמיידן וועט מען היי יאר נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. רופט 917-232-9070 צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים. ליהודים היתה אורה ושמחה &nbsp;

    < זעה מער ז אדר תשפ 📝
  • חודש'ליכע פרויען צוזאמקום פון חודש אדר קומט פאר אין די וואך פון פרשת תרומה

    לכבוד דעם נייעם פרייליכן חודש אדר וואס קומט יעצט אן, ווערט יעצט געמאלדן מיט גרויס פרייד פאר אלע די פרויען אנשי שלומינו אז מען וועט זיך צוזאם קומען אין אלע שטעט און געגענטער זיך מחזק צו זיין און זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון הייליגן רבין. עס איז א גרויס שמחה צו זען ווי די אלע חודש'ליכע פארברענגען טוען זיך פארמערן יעדע חודש מיט פילע פרישע מקורבים און אזוי אויך קומען כסדר צו פרישע געגענטער וואס פרעגן "למה נגרע", און אראדשירן א חודש'ליכע פרויען צוזאם קום אין זייער געגענט. מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו הערן א הערליכע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים, און וועט בעז"ה מדריך די זיין די פרויען מיט פראקטישע און תורה'דיגע הדרכה, און עצות וויאזוי מען קען פארבעסערן די שלום בית, די חינוך פון די קינדער, א.א.וו. - בפרט יעצט ווען עס קומען די פרייליכע און אנגעשטרענגטע ימים טובים סעזאן, וועלן די פרויען האבן די זכיה צו הערן עצות און פראקטישע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע זמנים אויפן בעסטן פארנעם, און אנהאלטן אן אנגענעמע און פאזיטיווע אטמאספערע אין שטוב, אז די קינדער זאלן שפירן און געדענקען ווי געשמאק און ווי גוט איז צו זיין א איד און צו מקיים זיין די מצוות פון הייליגן באשעפער. &nbsp; &nbsp;&nbsp;&nbsp;פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער: &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;וויליאמסבורג - מיטוואך תרומה, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;בארא פארק - מיטוואך תרומה, 9:00 ביינאכט, אויף 1236 50סטע סטירט. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית יואל - מאנטאג תרומה, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד. 845-637-0399 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;מאנסי - מיטוואך תרומה, 8:30 - 845-200-8998 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית ברסלב ליבערטי - מיטוואך תרומה, פרטים וועלן געמאלדן ווערן אי"ה. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;דזשערסי סיטי - פרטים וועלן בעז"ה נאכפאלגן. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית טאהש, קאנאדע - דינסטאג תרומה, 8:15 ביינאכט 371 בית הלוי. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;ירושלים - מיטוואך תרומה, 8:30 ביינאכט, שומרי אמונים 12, קומה ג' - 0583275645 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;צפת - דינסטאג תרומה, 8:15 ביינאכט, מאור חיים 5, כניסה אמצעית 3. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;בית שמש - מיטוואך תרומה, 8:30 ביינאכט, נהר הירדן 54 קומה א', 0559821013. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קענווי איילאנד, ענגלאנד - מיטוואך תרומה, 8:00 ביינאכט, 1 סאנינגדעיל. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער ל שבט תשפ 📝
  • שטארקע סוקסעס מיט די פלעי "דער בערגער און דער ארעמאן"

    די געשפרעך פונעם טאג איז יעצט איבער די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די וואך זונטאג און מאנטאג דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, אין די זאלן פון עדן פאלאס אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי. אום זונטאג איז די פלעי געשפילט געווארן צוויי מאל, איינמאל נאכמיטאג און די צווייטע מאל ביינאכט, און אום מאנטאג איז די פלעי פארגעקומען איינמאל פארנאכטס. אלע באטייליגטע פרויען זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן. ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל'ס וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה. און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט. &nbsp; למען תספר באזני בנך!

    < זעה מער כה שבט תשפ 📝
  • מסיבת מלוה מלכה הכרת הטוב קומענדיגע מוצש"ק תרומה

    די "רענט קאמפיין" געבט איבער אז זיי טוען איינלאדענען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת הכרת הטוב די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן צו צו באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות. די מסיבה מסיבה וואס אנשפרעכט צו זיין מיט א הערליכע געשמאקע פראגראם פון וואס אלע וועלן בעז"ה זייער הנאה האבן וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצש"ק פרשת תרומה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp; די רענט קאמפיין ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודשליכע רענט פאר די הייליגע ישיבה. און די אלע וואס לייגן צו א פלייצע און העלפן צו נעמען זיי מיט דעם אראפ דעם פינאנציעלע עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז זיינע תלמידים און אריינלייגן און אונז אלע תורה און תפלה און אונז געבן עצות און חיזוק אנצוגיין.

    < זעה מער כד שבט תשפ 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער. אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, אריינצוברענגען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין יעדע אידישע הויז איבער די גאנצע וועלט. צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אז ער זאל וויסן און געדענקען אלעמאל אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צום אייבערשטן. יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות. דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט מתפלל זיין ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען און געהייסן דאס אויסקריצן אויף זיין מצבה אז יעדער בחור אדער מיידל וואס וועט דארט אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל.&nbsp; מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה אז אזוי ווי ביי זיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך אים, די זעלבע וועט אויך זיין נאך זיין הסתלקות אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן. און דאס האט ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע טויזנטער אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'. דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. ביי די סעודה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן, דאס זענען גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד. דאס איז אן אמת'ער רבי, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס מוהרא"ש האט געטון ווען ער איז געווען א יונגער בחור'ל און ער האט געטראפן א ספר'ל פון הייליגן רבי'ן, און דאס האט אים געטוישט זיין לעבן, ס'האט אים געברענגט נאנט צום אייבערשטן, און דאן האט מוהרא"ש נישט געהאלטן דעם סוד פאר זיך, נאר ער האט זיך גענומען פאר א ציל אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער איבער די גאנצע וועלט. אין יענע צייטן איז דער נאמען פון רבי'ן נאך נישט געווען באקאנט בכלל פאר זייער אסאך אידן, און חפץ ה' בידו הצליח אז ער האט זוכה געווען אריינצוברענגען די עצות און לימודים פון רבי'ן אין די גאנצע וועלט. און דאס איז אונזער פליכט ווייטער ממשיך צו זיין, יעדער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער קען איבערגעבן די לימודים ווייטער פאר נאך אידן, אויב דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן און אונז געברענגט צום הייליגן רבי'ן, דארפן מיר דאס פארגינען אויך פאר נאך איינעם. נארישע מענטשן האבן מורא פון די "כאפערס", די געטרייע מפיצים וואס טראגן ארום און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים. וואס וויל זיי דען? וואס שטייט אין די קונטרסים? די איינציגסטע זאך וואס די קונטרסים ברענגען ארויס איז דאך נאר צו מקרב זיין יעדן איד צום אייבערשטן, צו ווייזן פאר יעדן איינציגסטן מענטש אז ער האט נאך אויך א וועג מצליח צו זיין אויף דער וועלט, אז ער זאל קיינמאל נישט אויפגעבן נאר שטענדיג זיך אויפהויבן און זיך מחזק זיין, צו וויסן א וועג ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, ווי אזוי צו האבן שלום בית, און נאך פילע גוטע עצות אין לעבן. ווען דער מפיץ קומט צום טיר מיט א קונטרס, איז ער נישט דא געקומען צו פארכאפן מענטשן קיין ברסלב, ער איז געקומען מזכה צו זיין אידן מיט חיזוק און אמונה, מיט עצות און הילף, מ'זאל ווייטער קענען אנגיין אין לעבן, נאר אויך ארייננעמען דעם אייבערשטן אין זייער לעבן. נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך איז נטאציע איבער די פארגעשטעלט געווארן א שיינע סלייד פרעזע גרויסקייט פון הפצה, מען האט געהערט ערשטהאנטיגע מעשיות פון פילע אידן ווי אזוי די הייליגע ספרים און קונטרסים האבן זיי מחיה ווי אויך האט מען געהערט די געווען און זיי געגעבן א נייעם לעבן. די ערשטע דרשה וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן אין ישיבה תפארת התורה אין יאר תשס"ט. און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א. לזכר עולם יהיה צדיק!&nbsp; &nbsp; די גאנצע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים סעודת הילולא

    < זעה מער יז שבט תשפ 📝
  • טיקעטס צום שפיל "דער בערגער און דער ארימאן", וואס ווערט פארגעשטעלט דורך "בית פיגא" סקול - שוין דא צו באקומען

    עס איז אונז א גרויס פרייד צו מעלדן פאר אלע חשובע פרויען וואס פרעגן כסדר איבער טיקעטס פארן שפיל אז מען קען שוין ב"ה קויפן טיקעטס פאר די בית פיגא ברלסב שפיל "דער בערגער און דער ארעמאן", אין אלע היימישע געגענטער. דער גאר פראפעשאנעל שפיל וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג (נאכמטיג און פארנאכטס) און מאנטאג (פארנאכטס), אין די זאלן פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג, עס ווערט אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער שפיל זאל זיין סיי גאר דראמאטיש, ציענד, און אזוי אויך שטארק באלערענד. דער שפיל אנטשפרעכט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין אן איבערלעבעניש וואס וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן פון די באטייליגטע. די צוקוקער וועלן בעז"ה אויסער ענדזשויען יעדע מינוט, אויך מיטנעמען די באלערענדע מוסר השכל'ס וואס דער הייליגער רבי האט באהאלטן די הייליגע מעשיות, ווי דער רבי האט געזאגט אויף זיינע הייליגע מעשיות אז "עס וועט אויפוועקן דעם מענטש פון שלאף". &nbsp; פאלגענד זענען די לאקאציעס ווי מען קען עס שוין קויפן: פארקאש טלתים: וויליאמסבורג - 187 ראדני סט. קרית יואל - 8 העיס קט. מאנסי - 86 רוט 59. בארא פארק - 4529 16 עוו. &nbsp; טויס טו דיסקאווער: וויליאמסבורג - 147 ליע עוו. בארא פארק - 5504 18 עוו. &nbsp; די טיקעטס זענען זייער לימיטעד. איילט אייך צו צו קויפן ווילאנג עס איז נאך דא. &nbsp; טייערע פרויען און מיידלעך, האלט אייך געשפאנט - עס ערווארט אייך אן עקספירענס וואס איר וועט געדענקען אויף לאנגע יארן בעזר השם יתברך. &nbsp; מען גרייט צו די פראפס צום שפיל 1 מען גרייט צו די פראפס צום שפיל 2

    < זעה מער טז שבט תשפ 📝
  • מען גרייט זיך צום יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    קומענדיגן מיטוואך, י"ז שבט, פאלט אויס די פינפטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. עס דערקענט זיך גאר שטארק די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. די צענטראלע סעודת הילולא וועט פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג נאכט פרשת יתרו, אור ליום י"ז שבט, בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. דער ראש ישיבה שליט"א וועט רעדן איבער וואס עס איז אונזער פליכט זיך צו שטארקן אין דעם גרויסן טאג. אין קרית ברסלב ליבערטי וועט זיין צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ פון די סעודה און די דרשות. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, דעמאלט קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט, די לימודים און עצות וואס ער האט אויסגעלערנט וואס זענען ווייטער חי וקים און זענען ווייטער מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר ווייסן דאך זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו פארן ארויס קיין ארץ ישראל, זיך צו משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן וועלן זיך צוזאמנעמען בכל מקומות מושבותיהם און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און די פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן איבער די גאנצע וועלט. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט די ספרים און קונטרסים.&nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; הוא ימליץ טוב בעדינו!

    < זעה מער יב שבט תשפ 📝
  • סיום הש"ס דורך הב' בערל בן הרה"ח ר' משה ארי' שניטצלער אין ישיבה תפארת התורה ברסלב

    א הערליכע סיום הש"ס איז פארגעקומען אין ישיבה איז פארגעקומען אין ישיבה, דוכן חשובן 14 יעריגן תלמוד הב' בערל שניטצלער ני"ו וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ש"ס. א שיינע ציבור משפחה און גוטע פריינט זענען זיך צוזאם געקומען און זיך מיטגעפרייט בשמחת התורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט וויפיל ער דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז זיינע עלטערן שטייען מיט מיט אים און זענען דאס מחשיב, וויפיל ווייטער מען קען אנקומען ווען די גאנצע שטוב איז געבויעט אויף תורה און אמונה. אזוי אויך באקומען מען א "צלם אלקים" דורך ענדיגן ש"ס ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט, און - האט דער ראש ישיבה געזאגט - יעדער קען מעיד זיין ווי דער חתן האט באקומען א צלם אלקים א לעכטיגע צורה. שישו ושמחו בשמחת התורה &nbsp; ווידיאו לינק צו גאנצן סיום

    < זעה מער ט שבט תשפ 📝
  • טויזנטער זענען זיך מחזק אין לערנען א דף גמרא יעדן טאג מיט די לעבעדיגע אינטעריוויו מיטן וועלט בארימטער קאמפאזיטער ר' יוסי גרין

    אויפן לעבעדיגן אינטערוויו פארציילט ר' יוסי גרין, ווי ער האט זיך געטראפן א שבת אין בארא פארק אין א בית המדרש, און וועלדיג אויסנוצן די צייט, האט ער געזוכט א ספר אין וואס אריינצוקוקן, אבער האט בשום אופן גארנישט געטראפן, ביז ער האט געטראפן א קליין קונטרס'ל "סדר דרך הלימוד", וואס ער האט נישט געקענט אראפלייגן פון זיינע הענט, און האט אים געמאכט טראכטן "וואס וועט זיין מיט מיר? ווען וועלן איך אנהייבן צו לערנען", יענע שבת ביינאכט נאך די סעודה האט ער זיך אנגעהויבן זיין שיעור אין גמרא, וואס ער האט נישט אויפגעגעבן זינט יענע נאכט שוין איבער 35 יאר, און האט שוין א דאנק דעם געענדיגט עטליכע מאל ש"ס. און נישט קיין חילוק וואס עס איז נאר איבערגאנגען אויף אים, אפילו אינעם טאג וואס ער האט ל"ע געהאט א שווערע הארץ אטאקע ל"ע האט ער מיט מסירת נפש געלערענט זיין בלאט גמרא מיט די הילף פון זיין געטרייע אשת חיל. עס קומען צוריק גריסן פון גאר אסאך אידן וואס האבן זיך גענומען אויף זיך חוק ולא יעבור יעדן טאג צו לערנען א בלאט גמרא און אזוי אויך הערט מען געוואלדיגע גריסן פון די טייערע פרויען, ווי זיי זענען מחזק זייערע מענער צו ווייטער לערנען און אנהאלטן זייערע שיעורים. &nbsp; לינק צום לעבעדיגן ווידיא אינטערוויו

    < זעה מער ט שבט תשפ 📝
  • בית פיגא ברסלב טוט פארשטעלן: "דער בערגער און דער ארעמאן"

    אין די יעצטיגע טעג קומט פאר העפטיגע צוגרייטונגען צו די הערליכע פארשטעלונג וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן דורך די תלמידות פון סקול "בית פיגא ברסלב". אין לויף פון די יארן האט די סקול שוין אויפגעשפילט גאר שיינע פארשטעלונגען פון די מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, אבער דאס מאל אנטשפרעכט עס צו זיין גאר א פראפעסינאלע געלונגענע פלעי, וואס וועט האלטן געשפאנט די צושויער און זיי באגלייטן אויף ווייטער פאר א לאנגע צייט. די פארשטעלונג וועט זיין פון די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, מיט'ן נאמען "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז די צענטע מעשה אינעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות". די מעשה פאר זיך איז גאר א דראמאטישע ערציילונג, פונעם רייכן סוחר (בערגער) וואס האט זיך משדך געווען מיט אן ארעמאן, ווי אזוי די חתן און כלה זענען צעטיילט געווארן, די שווערע מיטמאכענישן וואס זיי ביידע זענען דורכגעגאנגען פאר לאנגע יארן, ביז צו די פרייליכע ענדע ווען זיי האבן זיך ענדליך צוזאמגעטראפן און גליקליך חתונה געהאט. אין לויף פון די סצענעס וועט מען מיטהאלטן לעבעדיג די פרייליכע און טרויעריגע מאמענטן, אנגעצויגענע און רואיגע מצבים, און זען ווי אזוי אמונה און תפילה באגלייטן יעדן איד דורך די שווערסטע אומשטענדן. די פלעי וועט פארקומען אי"ה אין די זאלן פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג אויף 420 פלאשינג עוועניו, קומענדיגן זונטאג משפטים (פעברואר 16) אום 2:00 אזייגער נאכמיטאג און אום 8:00 ביינאכט, און אויך אום מאנטאג משפטים (פעברואר 17) אום 8:00 ביינאכט. מ'קען שוין קויפן טיקעטס דורכ'ן אריינרופן אין אפיס פון די סקול אויף 718-384-1652 עקסטענשאן 201. עס איז ערווארטעט גאר א גרויסע באטייליגונג פון הונדערטער פרויען און מיידלעך, מ'זאל זען צו קויפן באצייטנס די טיקעטס זיך צו פארזיכערן א פלאץ. &nbsp; כה תאמר לבית יעקב - אלו הנשים!

    < זעה מער ד שבט תשפ 📝
  • הצלחה'דיגער טיי אוונט פאר'ן כולל היכל הקודש

    דעם מאנטאג איז פארגעקומען א טיי אווענט אין שטוב פון מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, לטובת די כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, וואו אינגעלייט וואס תורתם אומנתם זיצן און לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופוסקים ובהוראה. א שיינער עולם האט זיך משתתף געווען און זיך אנגערופן מיט ווארעמע סכומים, אז דער כולל זאל ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט ביים טיי אווענט איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה וואס האלט דעם מענטש אין יעדן מצב, און דאס זעט זיך ספעציעל אן אין די עלטערע יארן; איינער וואס האט געהאט א שיעור אין תורה יעדן טאג, ווען ער קומט אין די עלטערע יארן, ווען ער ארבעט שוין נישט, לעבט ער ווייטער מיט די הייליגע תורה און ער האט א געשמאקע לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, ווידער איינער וואס איז נאר געווען פארנומען זיין גאנץ לעבן נאכצולויפן געלט, ער האט נישט געלערנט קיין תורה, ווערט ער פארשווארצט אין די עלטערע יארן, ער פארלירט זיין טעם אין לעבן. &nbsp; ובהם נהגה יומם ולילה!

    < זעה מער ג שבט תשפ 📝
  • שידוך שליסן פון הב' שרגא שטראססער נ"י מתלמידי הישיבה פארגעקומען מיט גרויס שמחה

    גאר גרויס איז געווען דער שמחה ביי יעדן מאנשי שלומינו הערנדיג אז עס איז געשלאסן געווארן די וואך שוין דריי שידוכים אין ישיבה. דער פרישער שידוך איז געווען דינסטאג, ווען עס איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון הב' שרגא פייוול בן ר' אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל המוסדות עב"ג הכלה בת ר' נחמן ניישטיין נ"י, חתן המפיץ הגדול הר"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א. דער חתן נ"י איז געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים וואס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און דארט אויסזאגן תהלים, זאג איך זיי צו אז איך וועל נישט רוען ביז זיי וועלן טרעפן זייער שידוך. אזוי אויך האט ער פארגאנגענעם זומער מסיים געווען מס' תענית יעדן טאג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וואס איז אויך מסוגל צו טרעפן א שידוך אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט ביי א דרשה אין ישיבה. אזוי אויך העלפט דער חתן נ"י כסדר אין ישיבה מיט גרויס געטריישאפט. דער חתן איז געווען פון די ערשטע קינדער אין תלמוד תורה, ווען זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט זייערע קינדער אין די פרישע ברסלבע חדר, ווען מענטשן האבן אפגעלאכט פון זיי "זיי וועלן נישט קענען טרעפן קיין שידוכים", "ווער וועט נעמען א קינד וואס האט געלערענט אין ברסלב?" א.א.וו. - יעצט ב"ה דאנקט מען דעם אייבערשטן אז זיי האבן נישט געהאט קיין התפעלות פון די אלע גוט זאגערס, זיי האבן ב"ה זוכה געווען צו זען העריכע פירות פון דעם קינד און פון אלע קינדער, דער חתן האט זיך משלים געווען מיט זעק פון אלע מקצועות התורה, הערליך אויסגעשטיגן מיט גוטע מידות, און האט יעצט א טאקע א שידוך געטון א הערליכע שידוך, מיט די גליקליכע כלה וואס האט זוכה געווען צו באקומען אזא בריליאנט. די אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, זען דורות ישרים ומבורכים. בילדער פונעם "לחיים-ווארט-תנאים" &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כז טבת תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 1291 to 1305 of 1666 results

1 2 ... 84 85 86 87 88 89 90 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com