Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מעמד "ש"ס איד" - סיום מסכת שבת

    איינע פון די זאכן וואס איז גאר שטארק ביי אנשי שלומינו, איז דאס לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא חק ולא יעבור, עס איז נישטא אזא זאך אז ס'זאל דורכגיין א טאג אן לערנען דעם טעגליכן דף הקהלה. יעצט האלט מען אינמיטן מסכת שבת, וואס מ'גייט אי"ה ענדיגן דעם זומער, און מ'גרייט זיך אויף גאר א שיינעם סיום, מעמד "ש"ס איד", ווען אלע אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמקומען זיך צו פרייען אז מ'איז זוכה צו זיין א "ש"ס איד", אז מ'עפנט יעדן טאג אויף די הייליגע גמרא. דער מעמד ווערט פארקומען זונטאג פרשת ראה, מער דעטאלן איבער'ן מעמד וועט נאכפאלגן אי"ה. נגיל ונשיש בזאת התורה!

    < זעה מער טז תמוז תשפ 📝
  • נייע אפטיילונג אויף קול ברסלב "שיחות חברים"

    ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי שטארק מחזק געווען אז מ'זאל זיך האלטן אינאיינעם מיט גוטע חברים, א מענטש ווען ער איז אליין קען ער זייער גרינג אוועקפאלן, ער קען שנעל ווערן צעבראכן, אבער ווען מ'האט גוטע חברים קען מען זיך מחזק זיין אינאיינעם, ווען איינער ווערט שוואך וועט אים דער צווייטער אויפהויבן און מחזק זיין. פילע אידן האבן געבעטן אז מ'זאל עפענען אן אפטיילונג אויף "קול ברסלב" ווי אנשי שלומינו, אידן וואס זענען זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט מיט אונז, זאלן זיך קענען אויסשמועסן און זיך מחזק זיין אינאיינעם בדיבוק חברים. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען די וואך געעפנט דעם נייעם אפטיילונג "שיחות חברים", וואס געפונט זיך אויף 1 און 7 און 7 אויף "קול ברסלב". דאס איז אויסער די אנדערע פילע געשמאקע אפטיילונגען אויף טעלעפאן ליין, מיט וואס מ'קען זיך מחיה זיין אין יעדן מצב אין לעבן. די נומערן צו רופן "קול ברסלב" זענען ווי פאלגענד 212-444-9191 / 845-351-0910, ארץ ישראל 0797040066, ענגלאנד 03303502361, קאנאדא 438-300-8080. טובים השנים מן האחד

    < זעה מער טו תמוז תשפ 📝
  • נייעס פון די אוקריינע גרעניצן

    ווי א טאג ס'ווערט נענטער צו ראש השנה, שטייגט די בענקעניש ביי אידישע קינדער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אז ער וועט פועל'ן פאר זיי א זיס ליכטיג יאר. אידן ווילן וויסן וואס טוט זיך מיט די גרעניצן וואס זענען געווען פארשפארט פאר די לעצטע חדשים צוליב די וויירוס. די וואך קומט גוטע נייעס אז אוקריינע לאזט שוין נאך פון אירע שווערע באגרעניצונגען. די אלע וואס קומען אריין דארט אין לאנד וועלן קענען נעמען א "קאראנע טעסט" אין לופטפעלד, וואס וועט קאסטן $75, און אויב קומט עס צוריק נעגאטיוו, וועט מען זיך נישט דארפן איינשפארן דארט בכלל, מ'וועט קענען געהעריג זיך ארומדרייען. אויך האט מען דארט געמאכט א געזעץ אז אויב קומט מען אריין פון איין לופטפעלד און ביז צוויי טאג פארט מען צוריק ארויס פון א צווייטע לופטפעלד, דארף מען זיך אויך נישט אפזינדערן. דאס איז גוטע נייעס פאר אידן וואס ווילן זיך יעצט אריבערכאפן קיין אומאן פאר איין טאג, איז דא א וועג ווי אזוי דאס צו באווייזן. מיר זענען ווייטער מתפלל אז אלעס זאל זיך געהעריג עפענען, מיר זאלן זוכה צו זיין ביים הייליגן רבי'ן מיט הרחבת הדעת און פועל'ן אלעס גוטס. מי יתן לי אבר כיונה אעופה ואשכונה!

    < זעה מער ט תמוז תשפ 📝
  • די גאנצע סעט אשר בנחל אידיש איבערגעדרוקט אין קרן הדפסה‎

    מיט גרויס שמחה האבן די מפיצים אויפגענומען די נייעס אז עס איז נארוואס אנגעקומען אין ישיבה דער פרישער שיפמענט פון די איבערגעדירקטע "אשר בנחל אויף אידש" מיט הערליכע מפתחות און תוכן הענינים. טויזנטער אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיטן לערנען יעדן טאג א פארציע אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירת נפש, און יעדער וואס לערנט דאס, איז עדות ווי עס פלאמט אים אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און עס וועקט אים אויף אז ער זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין מענטשן נאר גלייך לויפן צום אייבערשטן און אים אויספארציילן אלעס וואס דרוקט אים. עס וועקט אויף דעם מענטש, אז נישט קיין חילוק וואס עס איז דורך אויף אים ביז יעצט, זאל ער יעצט אויפשטיין פון בעט, זיך אפגיסן נעגל וואסער, לויפן אין מקוה, און גיין דאווענען מיט מנין, און דערנאך גיין אביסל לערנען, און אזוי אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי. ווען מען לערנט אין דעם הייליגן ספר, שפירט דער מענטש ווי מוהרא"ש האט רעדט ממש צום אים אין זיין מצב ווי ער פערזענליך געפינט זיך יעצט, און ער טרעפט ענטפערס צו אלע זיינע ספיקות, און פלאנטערנישן ווי ער איז אריינגעפאלן. מוהרא"ש האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם ספר גאר גרויסע זאכן, מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט נאר דרוקן דעם הייליגן ספר, וועט ער האבן א ישועה וואס ער דארף. צו באקומען דעם הייליגן ספר אשר בנחל אדער אלע אנדערע ספרים, קענט איר רופן קרן הדפסה אויף 718-387-2691 אדער אימעילט צו Mail@kerenhadfusa.org זעט עטליכע שאלות ותשובות פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל" עטליכע בריוו פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון "אשר בנחל"

    < זעה מער ז תמוז תשפ 📝
  • ספרים געשעפט אין ישיבה גרייט מיט אלע ספרים און תשמישי קדושה

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז די ספרים סטאר אין ישיבה האט אריינבאקומען א פרישע שיפמענט פון פון אלע ספרים פון הייליגן רבין, רבי נתן, מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה שליט"א, גלייכצייטיג קען מען דארט באקומען וואלענע טלתים קטנים ארויפגעקניפט מיט תכלת ציצית, אזוי אויך טלתים קטנים פאר קינדער. פאר מער אינפארמאציע קען מען רופן 347-578-4449

    < זעה מער ג תמוז תשפ 📝
  • שאלות ותשובות פון ראש ישיבה שליט"א צייכענט אפ טויזנטסטע בריוו

    איבער טויזנט בריוו זענען שוין געענטפערט דורכן ראש ישיבה שליט"א אויף זייערע שאלות אין כל ענינים שבעולם, אייניגע קענען זיך נישט אן עצה געבן אין שטוב מיט די ווייב אדער קינדער, דער האט האט גייסטישע יסורים וואס ער זעט נישט א וועג ארויס דערפון, אנדערע ווילן א תשובה וויאזוי זיך אן עצה געבן מיטן יצר הרע וואס ברענט און לאזט נישט אפ, דא וויינען בחורים און מיידלעך אז זיי דראפען זיך אויף גראדע ווענט און דארפן א שידוך, און אזוי ווייטער יעדער מיט זיינע נסיונות און שוועריקייטן וואס דער אייבישטער האט אים געגעבן, און זוכן אן עצה וואס צו טון. פילע זענען גאר האקעלע שאלות וואס עס איז כמעט נישטא קיינער וואס געבט זיך אפ דערמיט, און די אידן זענען נעבעך פארצווייפעלט און פארלוירן נישט וויסנדיג וואו זיך אהין צו טון, און געלויבט דער אייבישטער אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען און לאזט זיך אראפ און עטנפערט יעדעם בטוב טעם ודעת, את המעשה אשר יעשון, און באלייכט אונז די אויגן מיט די וועגן פון הייליגן רבין לויט ווי מיר האבן אלע יארן געלערענט פון מוהרא"ש זי"ע. יעצט ווערט אפגעצייכענט דער "טויזנסטער" בריוו, וואס האבן מחיה געווען נישט נאר די טויזנט אידן וואס האבן געפרעגט די שאלה דירעקט, נאר פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט זענען זיך מחיה מיט די אלע בריוו, וואס ערשיינט כסדר דא אויפן וועבסייט, און אזוי אויך ווערט ארויפגעלייגט געקליבענע בריוו יעדע וואך אינעם גליון וואס ווערט צוכאפט יעדע וואך, און אזוי אויך ווערט עס געדרוקט יעדע וואך אין די קונטרסים "עצתו אמונה" וואס ווערט אויך צוגעשיקט אויף די פאסט לויטן פארלאנג. דערנאך ווערן די אלע בריוו געדרוקט אין די ספרי עצתו אמונה וואס האלט שוין יעצט ביים דריטן באנד. מען קען נעמען א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים וואס ברענגען צוריק פילע אידן צום אייבערשטן, דורכן איבערגעבן די נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופן 347-831-1391 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו mail@kerenhadfusa.org און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה". על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו (שיחות מהורא"ש, חלק ב', ערך הפצה)

    < זעה מער ב תמוז תשפ 📝
  • פרוטה'לעך קאמפיין דערגרייכט ציל ב"ה דורך מער פון 5 א האלב טויזנט נדבנים

    מיט שבח והודאה צום אייבערשטן איז די פרוטה'לעך קאמפיין געקרוינט געווארן מיט פיל סוקסעס. יעצט דינסטאג מיטאג ווען די שורות ווערן געשריבן, האלט שוין דער שיסל שוין ביי 26,605,200 פרוטות, און דאס איז צושטאנד געקומען דורך ביז יעצטיגע 5,553 נדבנים וואס האבן זיך אנגערופן אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שכיוון לבו לשם שמים, ווען די אלע אידן האלטן פאר די אויגן די געוואלדיגע זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע ברסלבע מוסדות, מיט אלע אירע סניפים, וואס זענען פקיע שמיהם, און מען זעט די ארבעט פון אלע מיטארבייטער וואס האלטן אלץ פאר די אויגן דער ציל וואס די הייליגע מוסדות דארפן אויפצוטון, נאר אריינצוברענגען אין אידישע קינדער די לויטערע אמונה, נאך א איד זאל געדענקען אז מען קען נאר אנטלויפן צום אייבערשטן, און אז ער איז מיט א איד אין יעדע מצב און יעדע צייט, און מען קען אלץ צוריק קומען צו אים, א.א.וו. עס איז נאכנישט צו שפעט מנדב צו זיין פארן קאמפיין. מען האט צוגעלייגט נאך ביז דעם דאנערשטאג נאכט ווי מען וועט קענען געבן פארן קאמפיין סיי אויפן טעלעפאן 212-444-9191 עקס. 8 און סיי אויף טשערידי.קאם/ברסלב (https://www.charidy.com/breslev), און ערשט דערנאך וועט מען ארויסציען דעם ראפעל וואס פאר $36 און העכער, קען מען געווינען $25,000. אין זכות פון באשטייערן פאר די הייליגע מוסדות, וועט דער אייבישטער אייך אוודאי באצאלן מיט בני חיי מזוני און אלעס גוטס.

    < זעה מער א תמוז תשפ 📝
  • מאנטאג נאכמיטאג: קאמפיין דערגרייכט שוין איבער 17,000,000 - 68% פונעם ציל - נאך 7 שעה צו גיין

    די הייליגע ברסלבע מוסדות איז שוין באקאנט אויף די גאנצע וועלט, אבער וויפיל אידן די הייליגע מוסדות די דרשות און גליונות האבן שוין צוריק געברענגט צום אייבערשטן איז אוממעגליך צו וויסן. די צענדליגע מעסעדזשעס וואס קומען אריין צום אפיס טעגליך נעמט איבער דאס הארץ: * וויפיל אידן פארציילן ווי זיי האבן אנגעהויבן האבן אן אמתדיגע לעבן אינדערהיים מיט זייער משפחה, זיי זענען געוואר געווארן אז אויך זיי קענען האבן שלום בית און זיך דורכקומען מיט די בני בית. * וויפיל בחורים לאזן מעסעדזשעס ווי א דרשה האט זיי געראטעוועט אין די לעצטע מינוט פון אריינפאלן אין שאול תחתית ר"ל. * וויפיל משפחות געבן איבער אז זיי האבן זיך אויסגעלערענט אז די געשוויסטער קענען זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן אפילו מ'האט חילוקי דעות. * וויפיל טויזנטער אידן האבן אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, נאכן געוואר ווערן אז אפילו זיי האבן נישט די כשרות / מוט / קאפ וכו' וכו' איז נאך אלץ דא א וועג פאר זיי צו זיין צוגעבינדן צו די תורה, און דורך די גרויסע כח פון די הייליגע תורה זענען זיי ארויסגעקראכן פון אלע זייערע פלאנטערנישן אין וואס זיי זענען אריינגעפאלן * ועל כולם, וויפיל קינדער בחורים אינגעלייט מיידלעך ווייבלעך האבן אנגעהויבן צו לעבן יעדן טאג מיטן אייבערשטן. זיי האבן אנגעהויבן צו וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא און פירט זיי אויף טריט און שריט, און ווען איינער בעוול'ט זיי ווערן זיי שוין נישט אזוי אנטוישט, און ווען זיי האבן א הצלחה אדער א דורכפאל ווייסן זיי שוין צו וועמען זיי דארפן זיך באמת ווענדן, און גיסן זיך אויס דאס הארץ כסדר צום אייבערשטן, און הייבן אן א נייע לעבן. דער ראש ישיבה וואס געט זיך אזוי שטארק איבער צו אויפלעבן און מחזק זיין אידן, און געבט כסדר די ווארימע דרשות אין ישיבה וואס פלאמט אויף צענדליגע טויזנטער אידישע הערצער פון איבער די גאנצע וועלט, ער טוט די אלע פעולות און פירט אן די הייליגע מוסדות שלא על מנת לקבל פרס, אין דעם איז אריינגערעכט די חדר, די סקול, און די ישיבה, און נאך פילע וואוילטעטיגע פעולות וואס די הייליגע מוסדות טוען פאר אידישע קינדער. דער ראש ישיבה האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעשיקט אדער אפילו פארשעמט א קינד צוליב דעם וואס די עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד, נישט קיין חילוק פארוואס. די בנינים זענען שוין לאנג אויסגעוואקסן און צו קליין, און עס פעלט זיך גאר נויטיג אויס א נייע בנין פאר די הייליגע מוסדות. לאמיר ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב, און אנטקעגן קומען דעם געטרייען ראש ישיבה און צושטייער געבן ביים יעצטיגן קאמפיין, אז ער זאל זיך ווייטער קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון פירן די מוסדות, און נישט דארפן טראגן דעם פינאנציעלן עול. יעצט מאנטאג מיטאג קומט אריין די אפדעיטס פונעם קאמפיין, אז דער סכום האלט יעצט ביי ארום 17,000,000 פרוטה'לעך, עס איז נאר געבליבן נישט מער פון 7 שעה ביז די קאמפיין וועט פארטיג ווערן, רופט אייך אן ווארים, מען זאל אנקומען צום ציל פון נאך 8,000,000 פרוטה'לעך און געט צושטייער לכבוד איינע פון אייערע ידידים אדער באקאנטע און מאכט דעם קאמפיין פאר א קנאקעדיגע סוקסעס. בשם השם נעשה ונצליח

    < זעה מער ל סיון תשפ 📝
  • אוקריינע עפנט די גרעניצן מיט אמעריקע

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען די גוטע נייעס אז די וואך האט אוקריינע געעפנט די גרעניצן פון אמעריקע, זיי ערלויבן שוין אריינצוקומען צו זיי אין לאנד פון אמעריקע, דערווייל איז עס אבער נאר בתנאי אז מ'שפארט זיך דארט איין פאר צוויי וואכן. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר אזויפיל אמעריקאנע אידן וואס ווילן פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן בקרוב ווערן אראפגענומען אלע באגרעניצונגען. איש בל יעדר!

    < זעה מער כט סיון תשפ 📝
  • פינף און צוואנציג טויזענט קעש ראפפעל ביים "פרוטהלעך קאמפיין" כט-ל סיון הבעל"ט

    די "25 מיליאן פרוטה'לעך" קאמפיין, גייט שוין אן מיט'ן פילן שוואונג זיך צוזאמצונעמען אינאיינעם ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט. אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן גאר ווארעם צום קאמפיין, מיט'ן נעמען א ציל אריינצוברענגען א געוויסע סומע צום קאמפיין. אינגעלייט שפרין אז זיי זענען שולדיג א גרויסער חוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס וואס זיי באקומען פון אים כסדר, און יעצט קענען זיי אביסעלע ארויסווייזן אן הכרת הטוב מיט'ן אים העלפן קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש מיט א רואיגקייט אן צו דארפן שלעפן דעם שווערן לאסט פון חובות. דער קאמפיין וועט לויפן אין אן אפשניט פון בלויז 36 שעה, דעם קומענדיגן כ"ט און ל' סיון, וואס קומט אויס קוים אין א וואך ארום, זונטאג און מאנטאג פרשת קרח ]אין ארץ ישראל פרשת חקת[, ווען אידישע קינדער וואס האבן געפיל צו די געוואלדיגע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך אנשטרענגען און זיכער מאכן אז מ'זאל אנקומען צום ציל. פילע אינגעלייט ווארטן נישט אויף די לעצטע מינוט, נאר ברענגען שוין יעצט אריין גרעסערע סכומים פאר'ן קאמפיין. פאר'ן בלויזן סכום פון 36 $פאר'ן קאמפיין גייט מען אריין אין א ראפפעל צו געווינען 000,25 $ קעש, וואס וועט ווערן אויסגעראפפעלט אינעם נאכט פונעם קאמפיין. זונטאג נאכט ביים קאמפיין וועט פארקומען קלענערע טיי אוונטס אין אלע היימישע געגענטער, וואו אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אנצורופן זייערע קרובים און באקאנטע זיי מזכה צו זיין ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. פרטים איבער די טיי אוונטס וועט געמאלדן ווערן קומענדיגע וואך אי"ה. אויך די פרויען פון אנשי שלומינו האבן זיך צוזאמגענומען פאר די פרויען פארטי וואס וועט פארקומען דאס יאר אויפ'ן טעלעפאן, אלע פרויען זענען פארנומען צו רופן יעדן וועם זיי קענען, אריינצוברענגען ווי מער געלט פאר די הייליגע מוסדות, טייערע פרייזעס און גורלות וועלן זיין ביים טעלעפאן-פארטי פאר די וואס געבן א מינעמאלן סומע פאר די פארטי. מיר אלע ווייסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, און פאר אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, די שיעורים, ניגונים, בריוו, פונעם ראש ישיבה שליט"א קומען אן צו יעדן פארשטעקטן ווינקל איבער די אידישע וועלט, אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער קומען צום אייבערשטן, שטארקן זיך אין אידישקייט, יעדער אויף זיין דרגה, מיט די ווארעמע חיזוק ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין צוגאב צום גרויסן נעץ פון מוסדות התורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעשטעלט, אז די קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זאלן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און קענען זיין ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו. ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אומגעהויערע הוצאות וואס איז זייער שווער נאכצוקומען. און יעצט דארף דער ראש ישיבה שליט"א צוקומען צו אונזער הילף ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש. ווער ס'וויל ארויסהעלפן מיט'ן קאמפיין, נעמען א ציל וויפיל פרוטות ער וויל אריינברענגען, אדער צו מנדב זיין פאר'ן קאמפיין, קען מען זיך פארבינדען צום קאמפיין אפיס, דורכ'ן רופן דעם קול ברסלב טעלעפאן ליין, און דרוקן נומער 8. ביים "קאמפיין אפטיילונג" אויף "קול ברסלב" קען מען אויך הערן די "חיזוק רופן" וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס אנגעהויבן צו שיקן טעגליך א קורצע מעסידזש פאר אנשי שלומינו, מיט חיזוק פאר'ן טאג. ווי אויך קען מען דארט הערן אלע אנטוויקלונגען פונעם קאמפיין, און נאך. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז דער קאמפיין וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה, צו קענען אביסל פארגרינגען די שווערע לאסט וואס הויערט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די פילע הוצאות. פרוטה ופרוטה מצטרפת!

    < זעה מער יט סיון תשפ 📝
  • פינף און צוואנציג מיליאן פרוטהלעך קאמפיין כ"ט - ל סיון הבעל"ט

    אין די יעצטיגע טעג הויבט מען זיך אן גרייטן צום "25 מיליאן פרוטה'לעך" קאמפיין, זיך צוזאמצונעמען אינאיינעם ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט. מיר אלע ווייסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, און פאר אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, די שיעורים, ניגונים, בריוו, פונעם ראש ישיבה שליט"א קומען אן צו יעדן פארשטעקטן ווינקל איבער די אידישע וועלט, אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער קומען צום אייבערשטן, שטארקן זיך אין אידישקייט, יעדער אויף זיין דרגה, מיט די ווארעמע חיזוק ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין צוגאב צום גרויסן נעץ פון מוסדות התורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעשטעלט, אז די קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זאלן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און קענען זיין ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו. ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אומגעהויערע הוצאות וואס איז זייער שווער נאכצוקומען. און יעצט דארף דער ראש ישיבה שליט"א צוקומען צו אונזער הילף ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש. דעריבער איז יעצט פראקלאמירט געווארן דער פרישער קאמפיין, מיט'ן ציל אריינצוברענגען "25 מיליאן פרוטה'לעך" פאר די הייליגע מוסדות, פרוטה ופרוטה מצטרפת, אז יעדער וועט צולייגן א האנט אריינצוברענגען כאטש וויפיל ער קען, וועלן זיך צוזאמנעמען די אלע פרוטות לחשבון גדול. דער קאמפיין וועט לויפן אין אן אפשניט פון בלויז 36 שעה, דעם קומענדיגן כ"ט און ל' סיון, וואס קומט אויס זונטאג און מאנטאג פרשת קרח ]אין ארץ ישראל פרשת חקת[, ווען אידישע קינדער וואס האבן געפיל צו די געוואלדיגע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך אנשטרענגען און זיכער מאכן אז מ'זאל אנקומען צום ציל. ווער ס'וויל ארויסהעלפן מיט'ן קאמפיין, נעמען א ציל וויפיל פרוטות ער וויל אריינברענגען, קען זיך פארבינדען צום קאמפיין אפיס, דורכ'ן רופן דעם קול ברסלב האטליין, און דרוקן נומער 8. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז דער קאמפיין וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה, צו קענען אביסל פארגרינגען די שווערע לאסט וואס הויערט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די פילע הוצאות. פרוטה ופרוטה מצטרפת!

    < זעה מער יז סיון תשפ 📝
  • עצתו אמונה דריטער באנד ברוך ה' ארויס פון דרוק

    אוֹרְיָן תְּלִיתָאִי בְּיֶרַח תְּלִיתָאִי&nbsp;&nbsp; מיט פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער דריטער באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז ב"ה נארוואס ארויס פון דרוק און איז שוין דא צו באקומען אין א ווייכע דעקל פארמאט. אין די זעלבע צייט ווילן מיר מעלדן אז דער ערשטער חלק איז נאך דא צו באקומען, ווי אויך אז דער צווייטער חלק איז דא צו באקומען אין א ווייכע דעקל פארמאט און וועט בקרוב זיין צו באקומען אין די הארטע דעקל פארמאט. ווער עס האט שוין אמאל באגעגנט די קונטרסים "עצתו אמונה", דעם דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיט'ן תורה'דיגע צוגאנג, געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג ווי אזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות, נאר דורך גלייבן אינעם אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פשוטע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. פילע שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור וואס וויל חתונה האבן און זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. אסאך בריוו זענען איבער דער ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן ווען ס'מאכט זיך פראבלעמען אין שלום בית, און אז חומרות און פרישות ברענגט נישט קיין גוטס. אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה זייער אסאך פון "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס, און אזוי ווייטער ווערט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וספיקות וועגן חינוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו אינעם נארוואס ערשינענעם חלק ג', בזה הלשון: "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנ'ס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. דעם ספר קען מען באקומען אין וויליאמסבורג ביים "קרן הדפסה היכל הקודש" אין ישיבה, ווי אויך קען מען עס באשטעלן ביי "חיזוק צום טיר" אויפ'ן נומער .347-509-4908 אין די זעלבע צייט איז אונז א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער פערטער באנד פון ספר עצתו אמונה גייט שוין צום דרוק ביז געציילטע וואכן בעז"ה און מען קען זיך משתתף זיין און האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים. מען קען איבערגעבן א נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופן 347-831-1391 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו mail@kerenhadfusa.org און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה חלק ד'".

    < זעה מער ה סיון תשפ 📝
  • די ארבעט ביים בנין אין אומאן האט זיך ב"ה פריש אנגעהויבן

    דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט אינעם בריוו אויסגעדוקט זיין געוואלדיגע שמחה וואס ער האט הערנדיג אז מען האט זיך שוין ברוך השם גענומען צו די ארבעט ווייטער צו בויען ביים בנין אין אומאן. &nbsp; דא איז דער פולער בריוו בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp; לכבוד ... נרו יאיר עס איז טאקע נאך נישט נאנט צום יום טוב ראש השנה, אבער ביי אונז זינגט מען שוין: "אומאן &ndash; אומאן, ראש השנה". היינט האט מען אנגעהויבן ווייטער צו בויען דעם בנין אין אומאן; איך שיק דיר בילדער ווי מען בויט דעם בנין. איך בין אזוי פרייליך ווען איך טראכט פון רבינ'ס ראש השנה; איך שפיר ווי אלעס ווערט מיר שוין גרינגער. דינג שוין א בעט ביי אונז ווי לאנג עס איז נאך דא בעטן. מארגן מיטוואך וועט זיין דער שיעור הכנה לקבלת התורה, קום צום שיעור; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; בילדער

    < זעה מער ג סיון תשפ 📝
  • טיי אווענט אין קרית יואל פארן ברסלבע כולל אין וויליאמסבורג

    א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען נעכט אווענט אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש בסלב העיס צום טיי אווענט פארן כולל ברסלב אין וויליאמסבורג ווי מען איז געקומען שטיצן די תלמידי חכמים וואס זיצן און לערנען יעדן טאג פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופסוקים ובהוראה. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט א שיינע שיעור ווי ער האט אפעלירט ביים ציבור צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, "עס וועט דורכגיין צען יאר, ווער עס וועט פאלגן וועט אין די צייט האבן אפגעלערענט גאנץ ש"ס, און נאך אסאך מער, און דער וואס וועט מאכן חשבונות, און שפעקולירן, וועט דעמאלטס נאך אלץ האלן אינמיטן שפעקולירן". דער ראש ישיבה האט ארויסגענומען פון שאנק דעם "אוצר יומי" און געוויזן פאן ציבור, "אין בלויז עטליכע מינוט א טאג, קענט איר ענדיגן כל התורה כולה אין זיבן א האלב יאר ארום" האט דער ראש ישיבה אויסגערופן פארן ציבור. דערנאך האט זיך אנטוויקעלט א שיינע שמועסן מיט אנשי שלומינו וואס זענען געקומען, מען האט זיך דערמאנט זכרונות פון מוהרא"ש זי"ע, הר"ר מענדל ווייס שליט"א האט פארציילט א מעשה ווי ער האט געפועלט א ישועה ביי מהרא"ש זי"ע אין זכות פון מנדב זיין צו דריקן א באנד אשר בנחל. בילדער זעט די דרשה פון ראש ישיבה

    < זעה מער כז אייר תשפ 📝
  • זכרו הבהיר פון מסירת נפש איד מו"ה ראובן וויינבערג ע"ה ווערט געדענקט לטובה דורך חסידי ברסלב

    פארגאנגענעם חול המועד העעל"ט איז אוועק פון דער וועלט דער מסירת נפש איד מו"ה ראובן ב"ר נתן נטע וויינבערג ז"ל אין עלטער פון 97 יאר. ר' ראובן איז געווען פון די שטענדיגע מתפללים אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב קרית יואל אויף די פרעמישלאן גאס, וואס האט אלץ געהאט א גוט ווארט פאר יעדעם, און שטענדיג יעדעם מקבל געווען בסבר פנים יפות, און אפילו אין טיפן עלטער ווען ער האט געהאט בתי מדרשים נענטער צו זיין הויז, האט ער נאר געוואלט קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש, ווי ער איז געווען זייער באליבט ביי אלעמען. ער האט געקומען אין ביהמ"ד מיט די גרעסטע שמחה נאר כדי צו קענען זוכה זיין צו ענטפערן נאך אן אמן, זאגן נאך איין קריאת שמע, און זאגן נאך איין קדיש. ר' ראובן ז"ל איז געבוירן געווארן אין קאמוניסטישע רוסלאנד ווי ער איז נתנסה געווארן בעשר נסיונות, און האט געהאלטן אידישקייט מיט מסירת נפש, פילע ברית'ן זענען פארגעקומען אין גרעסטן געהיימניס אין זיין שטוב. ער האט זוכה געווען איבערצולאזן נאך זיך שיינע לעכטיגע דורות, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, פילע פון זיי ברסלבע חסידים תלמידי היכל הקודש. יעצט ווען ר' ראובן געפינט זיך שוין אויפן עולם האמת באקומט ער זיין פארדינטע שכר פאר אלע זיינע מצוות און מעשים טובים און מסירות נפש וואס ער האט זיך איינגעקויפט אויף דער וועלט. מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת

    < זעה מער כו אייר תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 1321 to 1335 of 1723 results

1 2 ... 86 87 88 89 90 91 92 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com