Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ה' אייר און די מלחמה קעגן די אפיקורסים פון יעדן דור

    מיט גענוי צוויי הונדערט און זעכצן יאר צוריק פונעם היינטיגן טאג — דאס מיינט אום ה' אייר שנת תק"ע — האט דער הייליגער רבי זי"ע זיך אריינגעצויגן אין דער שטאט אומאן, וואס איז דאן באטראכט געווארן אלס א צענטער פון משכילים. עס זענען געווען נאך צדיקים וואס האבן פריער פרובירט זיך אהין צו ציען — אריינגערעכנט דער הייליגער קדושת לוי פון בארדיטשוב זי"ע און דער הייליגער צדיק רבי זאב וואלף פון טשארני-אוסטראה זי"ע — אבער זיי האבן דארט נישט געקענט בלייבן צוליב די שטארקע רדיפות פון די משכילים.   די גאנצע השתלשלות וויאזוי דער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין אומאן ווערט באריכות פארציילט אינעם ספר הקדוש פעולות הצדיק (אנגעהויבן פון סימן תתקל"ג). דארט ווערט געברענגט וויאזוי דער הייליגער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אומאן מיט אן אש קודש, אינאיינעם מיט זיין גרויסן תלמיד דער הייליגער רבי נתן זי"ע, מיטן ציל לוחם צו זיין קעגן די פארשאלטענע השכלה וואס האט דאן פארכאפט פילע אידן. דער רבי האט מיט זיין גרויס קדושה און חכמה באוויזן צו באזיגן די גרויסע משכילישע לייבן פון אומאן און זיי מחזיר בתשובה זיין. עס לוינט זיך נאכצוקוקן אינעם ספר די גאנצע מעשה באריכות.   אינעם ספר פעולת הצדיק (סימן תתקל"ה) ווערט געברענגט, אז אויפן וועג איז דער רבי געווען זייער צוקאכט, און רבי נתן האט נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר. היינט, ווען מען האלט שוין איבער זיבעציג יאר וואס כלל ישראל טרויערט אויפן גרויסן אומגליק וואס האט אונז באטראפן, קען זיין אז דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס דער רבי איז דאן געווען אזוי צוקאכט און פארפלאמט. קוים עטליכע יאר נאכדעם וואס דער נאצישער שלאנג האט פיזיש אומגעברענגט מיליאנען אידן על קידוש השם, האט אונז באטראפן דער ציוניסטישער אומגליק אינעם טאג פון ה' אייר, וואס האט שוין ליידער אומגעברענגט מיליאנען אידישע נשמות אויפן שייטערהויפן, רחמנא ליצלן.   דערפאר איז היינט אונזער פליכט זיך צו שטארקן ווייטער צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס האבן נאך ביזן היינטיגן טאג דעם כח ארויסצונעמען די השכלה און די אויבער-חכמישקייט פון אונזערע קעפ, און אריינצולייגן אין אונז א קלארע אמונה אינעם אויבערשטן, אז מען זאל ממש שפירן ווי דער אויבערשטער שטייט דא מיט מיר, און מען זאל אנהייבן פשוט צו רעדן צו אים אויף אונזער שפראך. דער רבי האט דעם כח ארויפצוהייבן דעם גרעסטן למדן און דעם גרעסטן עובד אדער בעל מדרגה ער זאל זיך קענען באהעפטן צום אויבערשטן און אנהייבן פון פריש צו דינען דעם באשעפער; און פון די אנדערע זייט קען דער רבי איבערדרייען דעם גרעסטן בעל עבירה, די גרעסטע משכילים און ציונים, און זיי מאכן גלויבן אינעם אויבערשטן און אין זיין גרויסער רחמנות, ווי שטארק ער האט אונז ליב אלס "השוכן אתם בתוך טומאותם". דאס וועט אויסרייסן אלע טומאות און מקרב זיין משיח צדקינו.

    < זעה מער ה אייר תשפ"ו 📝
  • ענגלאנד פירט צוביסלעך איין א גענצליכע פארבאט צו רייכערן

    אין ענגלאנד האט דער פארלאמענט באשטעטיגט א געזעץ וואס פארבאט פאר יעדן וואס איז געבוירן פונעם יאר 2008 למספרם און ווייטער צו קויפן לעגאל סיי וועלכע ציגארעטל אדער טאבאקע פראדוקט. &nbsp; די בריטישע רעגירונג וויל דערמיט שאפן די וועלטס ערשטע "רייכערן-פרייע געזעלשאפט". וויבאלד זיי פארשטייען אז עס איז נישט רעאליסטיש צו פארבאטן רייכערן פאר יעדן איינעם אויפאיינמאל, האבן זיי אנשטאט דעם איינגעפירט א "ראלינג עלטער-פארבאט". דאס מיינט אז יעדעס יאר וועט די לעגאלע עלטער צו מעגן קויפן טאבאקאו ארויפגיין מיט איין יאר, אזוי אז די וואס זענען היינט אונטער 15-16 יאר וועלן קיינמאל נישט אנקומען צו די לעגאלע עלטער. &nbsp; דער פארבאט נעמט אריין אלע טאבאקאו פראדוקטן, אריינגערעכנט ציגארן און אנדערע סארטן טאבאקאו וואס מען ניצט צום רייכערן. לויטן געזעץ וועלן געשעפטן וואס וועלן געכאפט ווערן פארקויפן טאבאקאו פאר די וואס זענען נישט ערלויבט, באקומען גרויסע געלט-שטראפן און זייער גאנצע סחורה וועט קאנפיסקירט ווערן. &nbsp; כאטש דער נייער געזעץ איז בעיקר געצילט אויף טאבאקאו, לייגט עס אבער אויך שטארקע באגרעניצונגען אויף עלעקטראנישע סיגארעטן (וועיפינג), ווען פארשידענע פלעיווארס און קאלירפולע פעקעדזשינג וועלן פארבאטן ווערן. &nbsp; עס זענען דא עטליכע צילן פארן פארבאט, אבער דער הויפט ציל איז געזונטהייט: רייכערן ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע טויט-אורזאך אין רוב לענדער. לויט די סטאטיסטיקס פירט רייכערן צו הונדערטער טויזנטער פעלער פון יענע מחלה און הארץ קראנקהייטן ל"ע יעדעס יאר אין ענגלאנד. &nbsp; אויך טענה'ט די רעגירונג אז די קאסטן וואס די "נאציאנאלע העלט סערוויס" (NHS) צאלט צו היילן די פילע מחלות ל"ע וואס קומען פון רייכערן, זענען פיל העכער ווי די שטייערן וואס דאס לאנד פארדינט פון טאבאקאו פארקויף. &nbsp; וואס זאגט דער ראש ישיבה איבער רייכערן? "רייכער נישט, טו נישט די נארישקייט. דו ביסט א יונג קינד, א שאד פאר דיין לעבן. דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן (חיי מוהר"ן, סימן רעג, תעב), פארוואס זאלסטו דאס טון? איך וועל רעדן צו דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, ער זאל דיך מחזק זיין אויף דעם אז דו זאלסט נישט רייכערן. רייכערן לופטערט נישט אויס, עס מאכט נאר מער אנגעצויגן; אויב דו ווילסט זיך אויסלופטערן - זאלסטו גיין הפצה, הפצה לופטערט אויס דעם מח; אנשטאט שטיין אינדרויסן פון ישיבה אדער פונעם בית המדרש און בטל'ן צייט - גיי הפצה." &nbsp; איבער עלעקטראנישע ציגארעטלעך שרייבט דער ראש ישיבה: "זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אוועקגעווארפן דאס עלעקטראנישע ציגארעטל. עס איז נישט גוט דאס עלעקטראנישע ציגארעטל, מען ווערט אזוי צוגעקלעבט צו דעם, אז וואו מען גייט און וואו מען שטייט דארף מען דאס האבן, השם ישמרינו. דו שרייבסט: 'איך האב אוועקגעווארפן דאס עלעקטראנישע ציגארעטל נאך אסאך אסאך תפילות'; טאקע נאר אזוי קען מען זיך אפגעוויינען פון שלעכטס, נאר דורך תפילה, מיט אסאך סבלנות, און בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל." &nbsp; רייכערן ברענגט אויך מיט זיך גרויסע מכשולות פון חילול שבת און חילול יום טוב, אזוי ווי דער ראש ישיבה שרייבט: "רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב. מוהרא"ש פלעגט זאגן אלע יארן ביי די דרשות אין אומאן אז רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב (איין יאר האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו זיין איידעם, דער דיין הרב משה עסטרייכער שליט"א, אים פרעגן אויב עס איז טאקע אזוי). דו ביסט געקומען רעדן צו מיר יום טוב און דו האסט געשטינקען פון סיגארעטלעך, דאס האט מיר זייער פארדראסן, דעריבער האב איך נישט געוואלט רעדן מיט דיר. יעצט אז דו זאגסט מיר אז דו נעמסט אויף זיך מער נישט צו רייכערן יום טוב, בין איך זייער צופרידן. עס האט מיר זייער געשטערט אז ביי אונז אין בנין רייכערט מען יום טוב. באניי זיך מיט'ן לימוד פון ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אויך מיט'ן זאגן דעם 'יום תהילים'; זיי נישט מוותר אויף די צוויי שיעורים, וועסטו זען גרויסע ישועות בגשמיות וברוחניות."

    < זעה מער ה אייר תשפ"ו 📝
  • קאווע און וואוקס

    שאלה: &nbsp; א גוטן ר' גרשון, קודם כל, א גרויסן יישר כח פאר דיינע אלע ארטיקלען יעדע וואך; עס איז זייער שיין און אינטערעסאנט. &nbsp; איך האב געוואלט פרעגן וועגן קאווע, צי עס איז אמת אז עס שטערט פון וואקסן אדער נישט. אויך האב איך געהערט אז די שפאנישע זענען נידעריג ווייל זיי טרינקען אסאך קאווע. ביטע לאזט מיר וויסן ווי שנעלער, ווייל מיין קאווע ווערט שוין קאלט. יישר כח. &nbsp; ענטפער: א גרויסן יישר כח פאר דיין שאלה און עקסטער פאר די שיינע ווארעמע ווערטער. ערשטנס, דו דארפסט נישט ווארטן ביז דו ענדיגסט ליינען דעם ענטפער; דו קענסט שוין יעצט אויסטרינקען דיין קאווע רואיגערהייט, איך וויל נישט עס זאל ווערן קאלט... &nbsp; לגבי דיין שאלה צי עס איז אמת אז קאווע שטערט פון וואקסן, אויסער אלטע איינרעדענישן ליגט גארנישט דערין. סיי דאקטוירים און סיי וויסנשאפטלער זענען איינשטימיג אז קאווע און קאפעין האבן נישט קיין שום השפעה אויף די ביינער אדער אויף דעם פיזישן וואוקס פון א מענטש. די הויכקייט פון א מענטש ווענדט זיך בעיקר לויט די נאטור וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן (גענעטיקס). און דער עיקר וואס מאכט אויס אויסער גענעטיקס, איז געזונטע נעהרונג (שפייז) און שלאף אין די יונגע יארן. &nbsp; מיט וואס מען נעהרט דעם מענטש אין די אינגע יארן האט א געוואלדיגע השפעה אויף שפעטער. ווען א קינד הערט אלס די חשיבות פון ערליכע אידן און ער זעט ווי זיינע עלטערן לעבן פארן אויבערשטן, באקומט ער די וויכטיגע נערונג וואס ער דארף כדי אויפצוואקסן געזונט און שטארק, צו קענען נעמען זיינע שוועריקייטן אז ער זאל נישט אונטערברעכן פון יעדע זאך. &nbsp; דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט געהערט אז שפאנישע מענטשן זענען נידריג צוליב דעם וואס זיי טרינקען קאווע, האט גארנישט מיט'ן מציאות. דער בעסטער באווייז אז דאס איז בלויז זייער נאטורליכע גענעטיקס איז אז די לענדער וואו מען טרינקט די מערסטע קאווע אין דער גאנצער וועלט זענען די סקאנדינאווישע לענדער (פינלאנד, נארוועגיע און שוועדן), און דארט זענען די מענטשן פון די העכסטע אין דער וועלט! &nbsp; דו קענסט רואיג טרינקען קאווע, אבער מאך זיכער צו מאכן אן ערליכע ברכה און דאנקען דעם אויבערשטן פאר די געשמאקע קאווע מיט וואס דו דערקוויקסט זיך טאג-טעגליך. &nbsp; שהכל נהי' בדברו

    < זעה מער ד אייר תשפ"ו 📝
  • דער וועג צו ליבערטי

    א גוטן ר' גרשון קרעמער. איך האב א שאלה בנוגע דעם "ליבערטי מאנטיסעלאו" סיין וואס געפינט זיך ביי עקזיט 19 אויפ'ן טרואוועי, ווען מ'פארט פון קאנאדע קיין קרית יואל. נאכדעם וואס מ'נעמט דעם עקזיט, דארף מען נאך פארן כמעט א שעה צייט ביז מ'קומט אן קיין ליבערטי; מען דארף דורכפארן רוט 28, 209, 42, און 52. יעדע פון די אלע וועגן פירן צו פילע פארשידענע שטעטלעך, און לויט מיין חשבון קען מען פון דעם איינעם עקזיט אנקומען צו איבער הונדערט שטעט. אויב אזוי, בין איך נייגעריג צו וויסן פארוואס זענען דוקא "ליבערטי" און "מאנטיסעלאו" אויסגעקליבן געווארן ארויפצוגיין אויפ'ן סיין. אמת אז פאר אונז אידן האט עס א געוויסע חשיבות, וויבאלד די צוויי שטעט זענען די היים פון גרויסע הייליגע אידישע קהילות, אבער איך וואונדער מיך פארוואס ביי די אלגעמיינע גאס ווערט דאס אויך פאררעכנט פאר אזא וויכטיגע זאך אז מ'זאל עס ארויסשרייבן. &nbsp; י. גוטמאן, מאנטריאל &nbsp; גרשון קרעמער &nbsp; צום ערשט, דאס איז זייער א גוטע שאלה. די אלע סיינס ווערן געשטעלט דורך די "דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע" (DOT), וואס האבן זייערע אייגענע רעגולאציעס צו באשלוסן וועלכע שטעט זאלן פיגורירן אויף די גרויסע גרינע וועג-ווייזער שילדן. &nbsp; מיר וועלן דא אויסרעכענען עטליכע פונקטן וואס קענען העלפן פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט: די ערשטע זאך זענען די "קאנטראל סיטיס". לויט די פעדעראלע אנווייזונגען, קלויבט די די-או-טי (DOT) אויס פארשידענע שטעט וואס ווערן אנגערופן "קאנטראל שטעט". דאס זענען באקאנטע שטעט וואס דינען אלס אן אנדייטונג פאר דרייווערס צו וויסן אויב זיי פארן אין די ריכטיגע ריכטונג. וויבאלד ליבערטי און מאנטיסעלאו זענען די צוויי גרעסטע שטעט אין די סאליוואן קאונטי ראיאן, זענען זיי באשטימט געווארן אלס קאנטראל שטעט. אפילו אויב עס נעמט נאך א שעה צו פארן ביז אהין, העלפט דער סיין פאר די רייזענדע &mdash; ספעציעל פאר די וואס קומען פון ווייט און קענען נישט גוט דעם געגנט &mdash; צו פארשטיין אז זיי פארן ריכטיג. &nbsp; אויסער דעם איז עקזיט 19 (קינגסטאן) א גאר וויכטיגער שיידוועג, היות עס דינט אלס דער הויפט אריינגאנג וואס פארבינדט דעם "טרואוועי" (I-87) מיט'ן קעטסקילס ראיאן דורך רוט 28 און רוט 209. בכלל, סיי היסטאריש און סיי עקאנאמיש, זענען ליבערטי און מאנטיסעלאו די גרעסטע האנדל און טוריזם צענטערן פונעם גאנצן ראיאן, וואו מיליאנען מענטשן פארן אהין פאר פארשידענע סיבות, אריינגערעכנט די פארקס, טרעילס, און אנדערע פארוויילונג ערטער. &nbsp; דאס דערמאנט אונז די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן, וואס מאנט און פאדערט פון אונז כסדר מיר זאלן קוקן און מאכן א חשבון הנפש, זיך אויסשמועסן מיט'ן אויבערשטן, און זען צי מיר פארן אין די ריכטיגע ריכטונג. מיר דארפן כסדר האלטן פאר די אויגן וואו אונזער ציל איז. עס איז אמת אז כדי צו טרעפן דעם אויבערשטן זענען דא די גאנצע תרי"ג מצוות &ndash; יעדע מצוה ברענגט א מענטש נענטער צום אויבערשטן און יעדע גוטע זאך פירט אים צום ריכטיגן דעסטינאציע &ndash; אבער אויף די הויפט 'הייוועי' דארף מען ארויפשרייבן די וויכטיגסטע שטעט, וואס וועלן דערמאנען דעם מענטשן וואו ער דארף אנקומען. דער רבי האט זיך פארלייגט אויף געוויסע ספעציפישע זאכן, ווייל דאס וועט ברענגען דעם מענטשן צו אלעס אנדערש. צום ערשט איז דאס רעדן צום אויבערשטן; א מענטש זאל זיך קובע זיין א צייט ווען ער עפענט זיין מויל און שמועסט זיך דורך מיט'ן באשעפער. נאכדעם איז וויכטיג א מענטש זאל טון אלעס וואס ער קען נאר כדי צו זיין פרייליך. דאס זענען די צוויי זאכן מיט וואס א מענטש זאל זיך ארומנעמען, וואס דאס וועט אים העלפן אריבערגיין דעם וועג בשלום. "די וועלט איז ווי א שמאלע בריק," האט דער רבי געזאגט, "און דער עיקר איז נישט מורא צו האבן." פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס זאל א מענטש טון כדי ער זאל נישט מורא האבן? ער זאל לייגן א צוים פון ביידע זייטן: פון איין זייט אמונה, און פון די צווייטע זייט שמחה."

    < זעה מער ד אייר תשפ"ו 📝
  • דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פראווען ל"ג בעומר אין שטעטל

    גאנץ כלל ישראל שפירט א שטארקע שייכות צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, אבער ביי חסידי ברסלב איז דער קשר אן אויסנאם. ברסלב'ער חסידים האבן שטענדיג געהערט פונעם רבי'ן איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, די חשיבות פון מתפלל זיין ביי קברי צדיקים וואו מען קען פועלן אפילו ווען מען איז עס נישט ווערד, און די געוואלדיגקייט פון לערנען דעם זוהר הקדוש. &nbsp; נאך לאנג איידער מירון איז געווארן פאפולער אין די וועלט, אפילו ווען עס איז נאך געווען גאר שווער אנצוקומען צום ציון הקדוש אין מירון, פלעגט מען שטענדיג טרעפן ברסלב'ער חסידים מתפלל זיין און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אויבערשטן ביים הייליגן ציון אין מירון. &nbsp; יעצט ווען עס קומט שוין נענטער דער גרויסער און הייליגער טאג ל"ג בעומר, גרייטן זיך די גבאים צום גרויסן טאג אזוי ווי יעדעס יאר. אבער בפרט דאס יאר האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די גוטע בשורה מיט פרייד, אז צום ערשטן מאל וועלן מיר האבן די זכיה אז דער ראש ישיבה וועט פראווען דעם הייליגן טאג אינאיינעם מיט אונז דא אין אמעריקע. אנדערש ווי אין די פריערדיגע יארן וואס ער פלעגט פארן קיין מירון צום ציון הקדוש, וועט מען זיך דאס יאר מקשר זיין צום צדיק דורך לערנען זיינע הייליגע ספרים, דעם זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, פון וואו אימער מען געפינט זיך. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט: "עס איז מיר חשוב'ער צו בלייבן דא מיט אנשי שלומינו ווי איידער צו פארן קיין מירון, אויב קען איך פועל'ן אז אנשי שלומינו זאלן אנהייבן לערנען זוהר הקדוש". דער ראש ישיבה וויל מאכן אן אויפוואכונג אז יעדער זאל זיך קובע זיין שיעורים אין זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, און דאס איז אים פיל וויכטיגער און חשוב'ער ווי זיין ל"ג בעומר אין מירון. &nbsp; דער פלאן איז אז אי"ה ל"ג בעומר - דינסטאג פרשת בהר-בחוקותי נאכמיטאג - וועט מען זיך צאמקומען פארנט פונעם בית המדרש הגדול אויף האשקי ראוד, וואו מען וועט אנצינדן א גרויסע מדורה אזוי ווי מען פירט זיך בכל תפוצות ישראל. מען וועט זינגען און טאנצן לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, און פועל'ן אלעס גוטס דורך שמחה של מצוה. &nbsp; דערנאך וועט צוגעשטעלט ווערן א גרויסע סעודה אין בית המדרש, וואו מען וועט האבן די זכיה צו הערן ביים סעודה גאר וויכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער וואס מען דארף זיך פארנעמען אין אט דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר. &nbsp; די פייער און די טענץ אינדרויסן פון שול וועלן פארקומען אויפן גרויסן פארקינג לאט פארנט פון בית המדרש. די פרויען וועלן שטיין ביים אויבערשטן פארקינג לאט, וואו עס וועט זיין גאר באקוועם מיטצוהאלטן דעם גאנצן מעמד. &nbsp; די עוסקים במלאכת הקודש האבן געבעטן מודיע צו זיין אז עס ווערן געזוכט בחורים און אינגעלייט וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט'ן מעמד במשך דעם גאנצן טאג, אנגעהויבן פון פירן די טרעפיק אויף האשקי און דרייוון די באסעס אויפצופיקן דעם ציבור פון די באשטימטע פארקינג פלעצער (ווי עס הייסט יעצט וועלן זיין שאטעלס וואס וועלן אויפנעמען דעם עולם פונעם 'באזאר' וואו עס איז דא פיל פארקינג), און אזוי אויך צוצושטעלן די סעודה וכדומה. ווער עס וויל האבן די זכיה זאל זיך ביטע מעלדן צום משמש מו"ה ישראל פוקס הי"ו. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער מעמד זאל ברענגן די ריכטיגע השפעות פאר אונז און פאר גאנץ כלל ישראל, און דער עיקר זאל מען קענען ארויסנעמען דערפון לעובדא ולמעשה וויאזוי זיך צו פירן אין לעבן ווי ערליכע אידן. &nbsp; תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו.

    < זעה מער ג אייר תשפ"ו 📝
  • פרעמיער מיניסטער מאדזשיאר נעמט איבער די לייצעס אין אונגארן

    גרשון קרעמער &nbsp; אין אונגארן קומט יעצט פאר א גרויסע פאליטישע איבערקערעניש. דער לאנגיעריגער פירער, פרעמיער מיניסטער וויקטאר אורבאן, האט איבערגעגעבן די לייצעס פון די רעגירונג פאר א נייעם פרעמיער מיניסטער, פיטער מאדזשיאר, נאכן דינען אין דעם פאזיציע פאר זעכצן יאר. אורבאן האט געהאט א גאנץ אנדערע בליק אויף די וועלט ווי רוב פון זיינע אייראפעאישע קאלעגעס; ער איז געווען באפריינדעט מיט פוטין און טראמפ, און האט זיך אפט אקעגן געשטעלט די שטיצע וואס אייראפע האט געוואלט געבן פאר אוקראינע. נאך זיין געווינס האבן אסאך זיך געזארגט צי רוסלאנד און אמעריקע וועלן דאס קענען גרינג אראפשלינגען. &nbsp; אבער למעשה האט מען געזען אז די שרעק איז געווען אומזיסט. די וועלט פירער האבן זיך שנעל צוגעוואוינט צום נייעם מצב. סיי פון אמעריקע און אפילו פונעם קרעמלין אין מאסקווע זענען געקומען ווארעמע גריסן צום נייעם פרעמיער מיניסטער. פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדריקט צוטרוי אין מאדזשיאר, און אלע זענען געלאפן זיך חנפ'נען צו אים, מיינענדיג אז דערמיט פארזיכערן זיי אז די באציאונגען צווישן זיי און אונגארן וועלן בלייבן אויף גוטע טערמינען. &nbsp; דאס דערמאנט אונז די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן. עס ווערט דערציילט אז שטייענדיג ביים פענצטער אין זלאטיפאלי און קוקנדיג אויפן מארק, וואו ער האט געזען די סוחרים, די פערד און די וועגענער, האט ער זיך אויסגעדרוקט: "אין פופציג יאר ארום וועט דא ווייטער זיין א מארק, עס וועלן ווייטער זיין וועגענער און פערד &mdash; נאר עס וועלן זיין אנדערע פערד..." &nbsp; מיר זעען פאר אונזערע אויגן דעם "דור הולך ודור בא". אזוי גערופענע פירער קומען און פירער גייען, רעגירונגען טוישן זיך, אבער די וועלט גייט אן מיט איר רוטין כאילו גארנישט איז געשען. "אין כל חדש תחת השמש" - פאליטיק בלייבט פאליטיק, אינטערעסן בלייבן אינטערעסן, נאר די פנימ'ער טוישן זיך. &nbsp; צי מיר וועלן נאך דא זיין אין פופציג יאר ארום אדער נישט, קען קיינער נישט וויסן; אבער דאס איז זיכער, אז מיר זענען נישט דא פאר אייביג. חנפ'ענען מענטשן וועט אונז גארנישט ברענגען, ווייל אפילו ווען א מענטש זאל שוין יא וועלן העלפן, קען ער אונז נישט העלפן; ער קען אפילו זיך אליינס נישט העלפן. וואס בלייבט יא? תורה און תפלה. דער הייליגער רבי נתן האט זיך אמאל צופייערט: "די וועלט איז נישטא און מען קען איר נישט האבן, יענע וועלט איז יא דא און מען קען איר דערגרייכן." דאס ווארט איז זייער א פשוטע, אבער אין די זעלבע צייט א טיף ווארט. &nbsp; דער סמ"ך מ"ם וויל אונז פארדרייען דעם קאפ דאפלט. יעדער איד ציט צום אויבערשטן, ער וויל זיין גוט און ער וויל שפירן א קרבת אלוקים. וואס טוט אבער דער סמ"ך מ"ם? פון איין זייט מאכט ער די וועלט אויסזען גלאנציג; ער נעמט ארום די גשמיות'דיגע זאכן מיט בלישקעדיגע "רעפינג" פאפיר, און ער פרובירט מיט אלע כוחות מיר זאלן טראכטן אז דארט ליגט דאס גליק &mdash; אז "עפעס איז דארט דא"... אבער דאס איז אים נישט גענוג; ער ווארפט אונז אראפ מיר זאלן דורכפאלן, און דערנאך זאגט ער פארן מענטש: "דו ביסט א דורכפאל, דו וועסט שוין סייווי נישט קענען זיין קיין ערליכער איד. קוק וויפיל מאל דו האסט שוין צוגעזאגט אז 'גענוג איז גענוג', אויב דו ביסט שוין סייווי דערנאך, מאך כאטש א לעבן אויף דער וועלט". &nbsp; דאס שרייען דער רבי און רבי נתן צו אונז: "אין שום יאוש בעולם כלל!" יא, אויך דו קענסט נאך זיין אן ערליכער איד; עס איז נישט עפעס וואס דו קענסט נישט באווייזן. "שבע יפול צדיק וקם" &mdash; אז מען פאלט אראפ מיינט עס נאך נישט אז מען איז נישט קיין צדיק. די שאלה איז נאר וואס דו טוסט יעצט. שטעל דיך אויף, און דו ביסט א צדיק! מען קען עס יא דערגרייכן, נאר געב נישט אויף. &nbsp; דער אמת'ער קנין וואס א מענטש נעמט מיט מיט זיך, זענען נישט קיין פאליטישע קשרים (שקרים...), נאר די שעה'ן וואס מיר כאפן אריין מיט א פרק משניות, א קאפיטל תהילים, אדער אן אמת'ער קרעכץ און א ווארט צום אויבערשטן. אינמיטן דעם יאגעניש פון די גשמיות'דיגע וועלט, לאמיר נישט פארגעסן אז אונזער ציל איז קונה צו זיין נצחיות אין א וועלט וואס איז בלויז א דורכגאנג.

    < זעה מער כט ניסן תשפ"ו 📝
  • מסיבת הכרות הטוב פאר נדבנים פונעם בית התבשיל

    אנשי שלומינו האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר'ן בארימטן "בית התבשיל" אין שטעטל, וואס ווערט אנגעפירט אזוי געטריי און איבערגעגעבן דורך די גבאים מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אינאיינעם מיט מו"ה אהרן שלמה שווארץ נ"י. דער בית התבשיל איז אויפגעשטעלט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א מיט'ן ציל אז קיינער אין שטעטל זאל חלילה נישט בלייבן הונגעריג. במשך דעם גאנצן יאר טיילט דער בית התבשיל אויס גרויסע קוואנטומס עסן ביי די וועכנטליכע חלוקות וואס קומען פאר יעדן פרייטאג ביים בנין פונעם בית התבשיל, וואו צענדליגער משפחות קומען יעדע וואך און זענען זיך מחי' מיט די פראדוקטן און גרייטע מאכלים וואס מען קען דארט אויפפיקן. דאס איז אויסער וואס אין די לעצטע תקופה האט מען אנגעהויבן ארבעטן אויף א נייע פראיעקט אויפצובויען א קאך, וואו מען וועט טעגליך קאכן פרישע און נארהאפטיגע עסן. אבער ווען עס קומט די פסח צייט, לאזט זיך דער בית התבשיל אריין אין א ריזיגן פראיעקט וואס עס איז כמעט נישט מעגליך אראפצולייגן אויפ'ן פאפיר. צוערשט איז דא די גרויסע חלוקה וואס יעדער זעט, וואו רוב שטעטל קען קומען אפנעמען פלייש, אייער, פאטעיטאס, גרעיפ דזשוס און עפל וויפיל מען דארף, אן קיין שום גרעניצן און אן קיין לימיט. דאס אלעס ווערט געגעבן "הונדערט פראצענט" בחנם, אן קיין שום אפצאל. דאס יאר איז ארויס פונעם בית התבשיל איבער 4,000 פונט פלייש, 200 באקסעס גרעיפ דזשוס, 280 באקסעס אייער, 140 באקסעס עפל, 150 באקסעס פאטעיטאס, און 225 גרויסע זעק צוויבל. דערנאך גיבט דער בית התבשיל א גאנצע "אכציג פראצענט" הנחה ביים פיש געשעפט אין שטעטל; עס זענען ארויס דאס יאר איבער 5,000 סלייסעס פיש. &nbsp; אויסער דעם זענען דא נאך זאכן וואס קיינער זעט נישט; דאס איז דער קאסטבארער פראיעקט פונעם בית התבשיל פון די "גראסערי קארטלעך", וואו משפחות וואס האבן געבעטן הילף האבן באקומען א "קעש קארטל" צו נוצן אין גראסערי. די קארטלעך האבן געקאסט פארן בית התבשיל דעם ריזיגן סכום פון איבער $100,000. &nbsp; אויך האט דער בית התבשיל צוגעשטעלט פאר משפחות אין שטעטל "הארדוועיר" דעליוועריס ביז צום טיר, פאר פיל נידריגער פונעם קאסט-פרייז. דער גאנצער פראיעקט האט געקאסט פארן בית התבשיל דעם אסטראנאמישן סכום פון איבער $200,000. &nbsp; דער ריזיגער בודזשעט איז געדעקט געווארן דורך חשוב'ע אידן נדיבים בעם, וואס האבן דעם שטארקן געפיל וואס דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אריין אין אלע תלמידים צו וועלן העלפן א צווייטן איד. אנשי שלומינו ווייסן די גרויסע זכיה וואס מען האט צו קענען העלפן דעם בית התבשיל, אזוי ווי מיר פלעגן יארן לאנג הערן פון מוהרא"ש זצוק"ל. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה באשטימט אז אין דעם גרויסן טאג ג' אייר, דער יומא דהילולא פונעם גרויסן עמוד החסד הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, זאל דער בית התבשיל אפרעכטן א יארצייט סעודה לעילוי נשמתו, וואו עס וועלן געלאדנט ווערן אלע וואס האבן ביישטייערט גרויסע סכומים פארן פסח קאמפיין פונעם בית התבשיל, אלס א צייכן פון הכרת הטוב פאר זייער הילף. &nbsp; די סעודה וועט פארקומען אויף א פריוואטן פארנעם אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א און וועט נישט זיין אפן פארן פובליק. דער בית התבשיל האט אנגעגרייט א רייכע פראגראם מיט א פולע סעודה פאר אלע חשוב'ע משתתפים וואס גייען אין די וועגן פון דעם הייליגן צדיק - צו שפייזן אידישע קינדער. &nbsp; די וואס ווילן נאך אנטיילנעמען און זיך אנשליסן אלס א שותף אין די הייליגע פעולות פונעם בית התבשיל נאך איידער די יארצייט סעודה, קענען זיך פארבינדן מיט מוה"ר שמואל אייכענשטיין נ"י אויף 917-589-3382.

    < זעה מער כט ניסן תשפ"ו 📝
  • א געוואגטע רעטונגס אקציע אין איראן

    א גאר דראמאטישע רעטונג אפעראציע האט זיך אפגעשפילט אין איראן דעם פארגאנגענעם שבת חול המועד פסח, ווען דאס אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט א רעטונג-מיסיע טיף אין איראנער טעריטאריע, צו ראטעווען צוויי פארוואונדעטע סאלדאטן נאכדעם וואס זייער קאמף-פליגער איז אראפגעשאסן געווארן. &nbsp; די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען אן אמעריקאנער F-15 אי סטרייק איגל פליגער איז אראפגעשאסן געווארן איבער איראן. אויפן פליגער זענען געווען צוויי מאנשאפט-מיטגלידער, וועלכע האבן זיך געמוזט ראטעווען און ארויסטאנצן מיט פאראשוטן אין די לעצטע מינוט. ביידע זענען אראפגעפאלן אין א געפארפולע געגנט &mdash; טיף אין פיינטליכע טעריטאריע. &nbsp; איינער פון זיי איז שנעל געפונען און ארויסגעפירט געווארן, אבער דער צווייטער איז פארשוואונדן געווארן אין א שווערע בארגיגע געגנט &mdash; פארוואונדעט און אליין. &nbsp; דער פארוואונדעטער סאלדאט האט איבערגעלעבט כמעט 48 שעה אין די בערג פון איראן אונטער גאר שווערע אומשטענדן. ער האט זיך געדארפט באהאלטן פון די איראנער טרופן וואס האבן אים געזוכט, אליין באהאנדלען זיינע וואונדן, און ניצן זיין טרענירונג צו בלייבן לעבן און פארמיידן ווערן געפונען דורך לאקאלע מענטשן אדער מיליטערישע פאטראלן. אין דער זעלבער צייט האבן איראנער קרעפטן אינטענסיוו געזוכט דעם סאלדאט, און האבן ארויסגעשטעלט א גרויסע באלוינונג פאר ווער עס וועט אים טרעפן. &nbsp; דאס אמעריקאנער מיליטער האט נישט געווארט עס זאל זיך ענדיגן מיט א טראגעדיע, און זיי האבן צוגעגרייט א גרויסע און קאמפליצירטע רעטונג-אפעראציע. א גרויסע צאל פליגער און העליקאפטערס האבן זיך באטייליגט אין דער אקציע, אריינגערעכנט עליטע-איינהייטן ווי די 'ספעשל פארסעס' און 'נעיווי סיעלס' וועלכע זענען אריינגעגאנגען טיף אין איראן, און האבן גענוצט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און מאנעוורעס צו פארדרייען דעם פיינט. &nbsp; בעת די רעטונגס אקציע האט זיך אנטוויקלט א גאר העפטיגע קאמף מיט די איראנער קרעפטן: די אמעריקאנער העליקאפטערס זענען געקומען אונטער פייער, און עטליכע זענען אפילו געשעדיגט געווארן. טייל פליגער האט מען געדארפט חרוב מאכן, כדי זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די פיינטליכע הענט. די סיטואציע איז געווען שרעקליך געפארפול, אבער דאס מיליטער האט ווייטער דורכגעפירט זייער מיסיע און נישט אויפגעגעבן. &nbsp; צום סוף האבן זיי מצליח געווען צו געפינען דעם פארוואונדעטן סאלדאט אין די בערג. מען האט אים ארויסגעפירט מיט א העליקאפטער און ער איז איבערגעגעבן געווארן פאר מעדיצינישע באהאנדלונג. &nbsp; דאס לערנט אונז א גאר וויכטיגע לימוד. אפילו אויב דו געפינסט זיך טיף אינעם שונא'ס טעריטאריע, דו ביסט שווער פארוואונדעט, און ער זוכט דיך צו כאפן אויף יעדע וועג, געב נישט אויף! דער אויבערשטער ווארט אויף דיר, פייט ביזן סוף. זאג פאר דיין אויבערהאר, דער אויבערשטער, אין וועלכע בלאטע דו ביסט אריינגעפאלן; זאג אים אז כאטש דו ביסט וואו דו ביסט, געהערסטו צו אים, און בעט אים ער זאל דיר העלפן. &nbsp; &nbsp; ווייל ווי ביטער די מצב זאל נאר נישט זיין וועסטו זען ווי דער אויבערשטער וועט דיר שיקן הילף און דו וועסט געראטעוועט ווערן; צום סוף וועסטו זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.

    < זעה מער כח ניסן תשפ"ו 📝
  • שיינע שבת אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    א שבת נאך פסח האט מען געהאט די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה אין שטעטל. שבת אינדערפרי האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט זוהר הקדוש פרשת ואתחנן, וויבאלד ער צילט צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר הקדוש אויף ל"ג בעומר, און פראווען א סיום ברוב פאר והדר אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר ביי די סעודה אין שטעטל, כדי אריינצוברענגען אז אנשי שלומינו זאלן זיך קובע זיין א שיעור אין זוהר הקדוש. גאר שיינע שטיקלעך זענען פארגעלערנט געווארן, מיר וועלן געבן איין ביישפיל: עס ווערט אויסגעשמועסט וויאזוי דער יצר הרע מאכט זיך באקוועם ביים איד, פונקט ווי א איד נעמט אריין אן אורח צו זיך אין שטוב; אין אנהייב פירט ער זיך אויף ווי אן אורח, אן אריינצוגריבלען צו פיל אינעם בעל הבית, אבער אויב ער זעט אז דער בעל הבית לאזט אים דארט ווערן דער בעל הבית, גייט ער אלץ איין טריט ווייטער און מאכט זיך מער און מער באקוועם אין די דירה, ביז ער ווערט גאר דער בעל הבית און ער זאגט פארן עכטן בעל הבית וויאזוי זיך צו פירן אין זיין אייגענער דירה. אזוי איז אויך מיטן יצר הרע: קודם קומט ער צום מענטש ווי אן אומשולדיגער אורח, ער וויל נאר דו זאלסט געבן א שלעכטן קוק אומגעוואלט, אבער אויב דער מענטש לאזט זיך פירן פון אים און טוט נישט תשובה, גייט ער אלץ איין טריט נאך א טריט, ביז ער ווערט שוין דער בעל הבית, אזוי אז דער איד פילט שוין כאילו ער האט מער נישט קיין בחירה, און דער יצר הרע איז דער בעל הבית אויף אים רח"ל. דערפאר דארף א איד אלעמאל זען צו בלייבן דער בעל הבית, און נישט לאזן דעם יצר הרע געוועלטיגן אויף אים. אויך האט מען געלערנט איבער די גרויסקייט פון א מזוזה, אז דאס היט פון די שלעכטע קליפות וואס שטייען ביים טיר פון א אידיש הויז און ווילן ח"ו שעדיגן די מענטשן. דערפאר דארף מען זען צו האבן גוטע כשר'ע מזוזות, און נישט זוכן ביי דעם צו צאלן ביליג. דאס דאווענען איז אריבער גאר ווארעם, אינאיינעם מיט'ן ליינען פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי דעם קידוש האט מען פארגעלערנט די מעשה פונעם בעל תפילה, איבער די אלע כיתות וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן אין זייערע תאוות, ווי למשל תאוות ממון אדער תאוות ניאוף. דער ראש ישיבה האט דערציילט, אז אין איינע פון די חול המועד טעג ביי שחרית, האט זיך אראפגעזעצט אן אינטערעסאנט אידל ממש נעבן זיין זיץ אין שול. געוויסע מענטשן האבן אים געוואלט פארשיקן פון דארט, אבער דער ראש ישיבה האט נישט געלאזט, זאגנדיג אז ער איז דער וואס שיקט די טשעקלעך אין די פאסט פארן מוסד די לעצטע שטיק צייט... מען האט געזען ווי געוויסע מענטשן האבן דאן געטוישט זייער בליק אויף דעם אידל, נאר צוליב דעם פאקט וואס ער האט געלט. פאר א צווייטן האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז אפשר איז ער גאר אליהו הנביא וואס האט זיך פארשטעלט ווי אזא פשוט'ן אינטערעסאנטן אידל. שפעטער האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז מ'דארף נישט צוקומען צו די צוויי טעמים כדי ליב צו האבן א איד; מ'דארף אים פשוט ליב האבן ווייל ער איז א איד און ער האט א אידישע נשמה. אבער פון דא זעט מען, אז געלט רעדט צו א מענטש פיל מער ווי דער פאקט אז יענער איז א איד. אויף דעם דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל נישט זיין פארזונקען אין תאוות ממון. בנוגע די תאוות ניאוף האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען מאכט א "שיטה" פון די עבירה, אזוי ווי מען זעט אין די מעשה פונעם בעל תפילה, אז זיי האבן געמאכט א שיטה פון תאוות ניאוף רח"ל. דאס איז די גרעסטע פראבלעם, אז ער בעט שוין ניטאמאל דעם אייבערשטן ארויסצוגיין פון די שרעקליכע עבירה, ווייל ער פילט זיך שוין ליידער באקוועם דערין. דערפאר זענען מיר דא ביים רבי'ן, ער זאל אונז ארויסנעמען דערפון דורך דעם וואס מיר רעדן צום אייבערשטן און בעטן אים מען זאל זוכה זיין ארויסצוגיין דערפון. נאכן קידוש האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז פאר שלש סעודות וועט מען זיך צאמקומען לערנען ח"י פרקים משניות און א יום תהילים; דאס איז דער עיקר און דער יסוד, און נאכן האבן די צוויי שיעורים קען מען צולייגן נאך און נאך שיעורים. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט, אז ער האט זייער הנאה געהאט פון א טאטע וואס האט געזאגט פאר זיין זון, אז ער צאלט אים געלט פאר יעדן טאג וואס ער זאגט ח"י פרקים פאר דריי אזייגער נאכמיטאג &ndash; דאס איז א קלוגער טאטע. אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז ער האט זייער הנאה צו זען אז לעצטנס זעט מען אנשי שלומינו ארומגיין מיט די נייע "ח"י פרקים משניות סעט", ארויסגעגעבן דורך ר' מאיר דוד פארקאש הי"ו. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פונעם ענין פון "וידם אהרן", אז ער האט נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן אפילו פאר איין רגע. דאס איז די גרעסטע מדריגה, אז וואס א מענטש זאל נאר דורכגיין זאל ער נישט האבן קיין קשיות, נאר ער זאל וויסן אז אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכן חשבון פונעם אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבערן וויכטיגקייט פון האבן אן אפגעהיטענע שטוב, און נישט אריינצוברענגען קיין שום כלי וואס מ'קען דורך דעם צוקומען צו עבירות רח"ל. מ'קען זיך נישט באהאלטן פון די ווייב און קינדער, און זיכער קען מען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן וואס זעט אלעס איבעראל. מוצאי שבת האט איינער באדאנקט דעם ראש ישיבה פארן זאגן מוסר, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס איז נישט קיין מוסר, נאר עס איז מלא חיזוק. &nbsp;

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ו 📝
  • דער באנק

    שאלה: פארוואס רופט מען די ביזנעס פון האלטן און בארגן געלט א "באנק"? &nbsp; ענטפער: דער ענטפער אויף דיין שאלה איז אן אינטערעסאנטע געשיכטע. &nbsp; מיט יארן צוריק, איידער מענטשן האבן געהאט די היינטיגע פינאנציעלע סיסטעמען, פלעגן סוחרים זוכן א זיכער פלאץ וואו צו האלטן זייער גאלד און זילבער. זיי האבן זיך נישט געשפירט זיכער צו האלטן די ווערטפולע מעטאלן ביי זיך אין שטוב, וויבאלד אסאך פון זיי האבן נישט געהאט קיין סעיפס וואו עס צו האלטן. &nbsp; דערפאר האבן טייל סוחרים אנגעהויבן צו האלטן זייער געלט ביי די שמידן. א שמיד האט געארבעט מיט אייזן און מעטאלן און געהאט שטארקע פייער-פרוף סעיפס. דער שמיד פלעגט זיי געבן א שטר &ndash; א סארט באשטעטיגונג &ndash; אז פלוני האט ביי אים אזויפיל און אזויפיל גאלד. &nbsp; אין אנהייב פלעגט מען נוצן די שטרות פשוט אלס א רעסיט צו קענען שפעטער צוריקנעמען דאס געלט, אבער מיט דער צייט האבן מענטשן געזען אז עס איז אסאך גרינגער צו האנדלען מיט'ן שטר אליין, אנשטאט צו דארפן פיזיש טראגן און ברענגען דאס גאלד פון איין פלאץ צום צווייטן. אזוי איז געבוירן געווארן די ערשטע ווערסיע פון די היינטיגע פאפירענע געלט, וואס איז דאן נאך געווען געדעקט מיט גאלד וואס איז געלעגן אין סעיף. &nbsp; די שמידן האבן באמערקט אז עס זאמלען זיך אן ביי זיי גרויסע סכומים פון גאלד, וויבאלד אסאך מענטשן האבן געלאזט זייערע שפורונגען (Savings) ליגן ביים שמיד. האבן זיי אנגעהויבן א פרישע ביזנעס: זיי האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן הלוואות פון די פקדונות וואס זיי האבן געהאט ביי זיך, און פארשטייט זיך געבעטן אינטערעסט (ריבית) אויף די הלוואות. &nbsp; יעצט, וואו קומט אריין דאס ווארט "באנק"? ווייל מיט די צייט האבן די געלט-הענדלער אנגעהויבן צושטעלן פארשטייער אין מארק און זענען געזיצן אויף א באנק. דארט האבן זיי געטון זייערע געשעפטן: געגעבן און גענומען געלט, אויסגעטוישט מטבעות, און געפירט זייערע חשבונות. &nbsp; מיט דער צייט האבן מענטשן אנגעהויבן זאגן "איך גיי צום באנק". אויב א געלט-סוחר איז געגאנגען קראכן &ndash; ווען צופיל מענטשן האבן געוואלט צוריקנעמען זייערע פקדונות בשעת דאס געלט איז געווען ארויסגעבארגט &ndash; פלעגט מען צעברעכן זיין באנק אינעם מארק. פון דעם איז געבוירן געווארן דאס ווארט "באנקראט" ווען א ביזנעס גייט אונטער. &nbsp; ביי אונז גייט שוין אן די "באנק" ביזנעס פיל לענגער. אנשטאט צו האבן די שווערע דאגות פון "מרבה נכסים מרבה דאגה" &ndash; וואס צו טון מיט דעם פילן גאלד &ndash; האבן אידן שוין לאנג געהאט אן אייגענע און הייליגע באנק: א באנק אין בית המדרש. &nbsp; מיר זענען גליקליך אז מיר קענען זיצן אויף דעם "באנק" &ndash; בחצרות בית ה', אינעם הויז פונעם אויבערשטן, וואו יעדער איד קען זיך אראפזעצן און זיך משתעשע זיין מיט די אמת'ע אוצרות אן קיין שום פחד פון גניבה. &nbsp; ביי דעם באנק זענען די אוצרות אן א שיעור. יעדער ווארט צום אויבערשטן, יעדע תפילה, יעדער קאפיטל תהלים, א בלעטל גמרא אדער א פרק משניות &ndash; אלעס ווערט פארזיכטיג אוועקגעלייגט אין אונזער אייגענעם "אקאונט". און כאטש זיי זענען פיל טייערער פון גאלד און זילבער, "נחמדים מזהב ומפז", דארף מען אבער נישט קיין סעיף, נישט קיין שליסל און נישט קיין וועכטער; דער אויבערשטער געדענקט אלעס און פירט א קלארן חשבון, פון וואס גארנישט ווערט פארגעסן. &nbsp; דער סיסטעם איז נישט היינט געבוירן געווארן; עס גייט שוין אן זינט קבלת התורה, ווען דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תורה הקדושה &ndash; אונזער גרעסטן אוצר. פון דעמאלט אן איז יעדע מצוה און יעדע לימוד ווי א דיפאזיט אין דעם אייביגן באנק. &nbsp; און אנדערש ווי א גשמיות'דיגער באנק, איז דא נישטא קיין שום חשש פון "באנקראט". דער באנק קען קיינמאל נישט צוזאמפאלן, ווייל דאס איז דעם אויבערשטנס באנק.

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ו 📝
  • יום טוב פסח - חג האמונה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל

    דער יום טוב פסח ווערט אפגעראכטן ביי גאנץ כלל ישראל גאר שיין און געשמאק, מען איז מקיים די אלע הייליגע מצוות און מנהגים מען פריידט זיך מיט די מצוות און מען שעפט זיך אן מיט אמונה אויף א גאנץ יאר. אבער אין שטעטל איז דער יום טוב פסח איינע פון די שנעסטע צייטן, בפרט אז מען האט די זכי' אז מען האט דעם ראש ישיבה אויף יום טוב, מען קען מיטהאלטן די שיינע דאווענענס, הלל, דרשות, שיעורים און שמועסן. און אויפן פארלאנג פון פולע אנשי שלומינו, וועלן מיר דא איבערגעבן א קורצע באריכט וויאזוי דער הערליכער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה אינעם שטעטל קרית ברסלב, ליבערטי. &nbsp; די ערשטע טעג יום טוב זענען געווען גאר שיין, געשמאק און ווארעם, באשיינט מיט די הערליכע תפילות וואו דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט הלל. דעם ערשטן טאג יום טוב האט דער ראש ישיבה פארגעזאגט "טל" מיט א ספעציעלן געשמאק און מתיקות. נאכ'ן דאווענען איז נישט פארגעקומען קיין קידוש, וויבאלד דער מנהג איז אז מ'מישט זיך נישט. &nbsp; דורכאויס די טעג פון חול המועד איז יעדן טאג פארגעקומען א הערליכער דאווענען אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה. זונטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א הערליכן שיעור; קודם האט מען שיין געזינגען פסח'דיגע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דעם שיעור פונעם ראש ישיבה, וואו ער האט ארומגערעדט אז מ'דארף זיך מורא'דיג פרייען אויף די זכיה פון קענען עסן מצה און אפרעכטן שיינע, הערליכע סדרים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אויך ארומגערעדט איבער די חשיבות פון מצה, אז יעדע שטיקל מצה איז א רפואה; א מינוט נאך יום טוב איז שוין די מצה פונקט ווי א קרעקער און עס האט שוין נישט די אלע סגולות. עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז ביי געוויסע מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען דעם ראש ישיבה און האבן געהאט געוויסע קריצן אויפ'ן שטערן וכדומה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דורך'ן עסן מצה קען עס אראפגיין און מ'קען ווערן אויסגעהיילט. &nbsp; שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צוזאמגעקומען אין דעם גרויסן שול, וואו מ'האט געזונגען פסח'דיגע ניגונים פאר א לענגערע צייט. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגעטיילט פאר יעדן פערזענליך א כוס וויין. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז א גרויסער עולם האט זיך אהערגעשלעפט ווייל זיי דארפן פרנסה, און דאס איז דאך די באקאנטע סגולה פון שביעי של פסח, ווען מען איז אריבער דעם ים און דארט איז געווען די גרויסע ביזת הים. מען זעט טאקע אז א גרויסער עולם קומט ווייל זיי ווילן זוכה זיין צו האבן ביזת הים. אבער, אז מ'האט געלט איז עס נאך נישט אלעס; די אידן האבן געהאט אסאך געלט דארט אין מדבר, אבער זיי האבן גארנישט געקענט טון דערמיט, זיי האבן עס פשוט נישט געדארפט. זיי האבן געהאט עסן פונעם אייבערשטן, און די ענני הכבוד האבן אויסגעוואשן זייערע וועש. וואס האבן זיי שוין געקענט טון מיט די אלע הויפנס פון ביזת הים? עס האט זיי נישט צופיל געהאלפן. &nbsp; דער עיקר דארף מען זען מיטצונעמען די אמונה, גלייבן אינעם אייבערשטן, און זען דעם נס וואס דער אייבערשטער האט געטון. קיינער האט נישט געקענט טראכטן אז מען וועט שטיין ביים וואסער און דאס וואסער וועט זיך שפאלטן. זיי האבן געקענט טראכטן אז אפשר וועלן די מצריים שלום מאכן מיט זיי, אדער אז זיי וועלן חלילה אויסגע'הרג'עט ווערן &ndash; אזעלכע מחשבות האבן זיי געקענט האבן. אבער צו טראכטן אז דאס וואסער וועט זיך פלוצלינג שפאלטן, דאס איז שוין קיינעם נישט בייגעפאלן. דא זעט מען קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט; דער אייבערשטער האט געוויזן אז עס איז נישטא קיין טבע, עס איז נישטא קיין מקרה, און עס איז נישטא קיין מזל. &nbsp; און דאס דארף מען ארייננעמען אין זיך; מ'דארף ארייננעמען אין זיך די אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. מ'דארף אלעמאל בעטן פונעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט דערציילט א משל: א קעניג האט געהאט א באליבטע טאכטער און ער האט איר חתונה געמאכט. נאך די חתונה איז זי מער קיינמאל נישט געקומען באזוכן דעם טאטן. דער טאטע האט זיך זייער געבענקט, האט ער געשיקט מענטשן מען זאל איר גיין דערשרעקן. זיי האבן זיך פארשטעלט מיט מאסקעס, אנגעטון אין שווארץ, און זי איז געווארן זייער דערשראקן. דער טאטע האט אפגעשמועסט אז ער וועט שטיין אין די זייט, און ווען די טאכטער וועט שרייען, וועט ער ארויסלויפן איר ראטעווען. אזוי איז טאקע געווען; זי האט געזען ווי דער טאטע שטייט אין די זייט, האט זי געגעבן א שריי: "טאטע, ראטעווע מיך פון די שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר דא שלעכטס טון!" איז ער געקומען און איר געראטעוועט, און ער האט איר געזאגט: "קינד מיינס, דאס איז אלעס נאר געווען אונטערגעשטעלט. איך האב דאס אונטערגעשטעלט ווייל איך האב געזען אז דו קומסט נישט צו מיר." &nbsp; דאס זעלבע איז געווען ביים ים. די אידן זענען ארויס פון מצרים און האבן שוין פארגעסן פונעם אייבערשטן און פון די נסים וואס ער האט געטון. האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז די מצריים זאלן זיי נאכלויפן, כדי זיי זאלן נאכאמאל דארפן שרייען צום אייבערשטן; דעמאלטס האט דער אייבערשטער געזאגט: "יא, יא, איך בין דא." דאס זעלבע גייט אדורך אויף יעדן מענטש אין יעדן מצב; דער אייבערשטער וויל נאר הערן ווי דו שרייסט "טאטע". עס איז דעריבער בעסער אז מען ווארט נישט ביז דער אייבערשטער דארף שיקן אזעלכע אומאנגענעמע מצבים וואס זאלן צווינגען דעם מענטש צו שרייען "טאטע". עס איז פיל בעסער אז ער שרייט שוין "טאטע" און רעדט צום אייבערשטן נאך פאר עס קומט א צרה, ווייל אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל ער זאל רעדן צו אים און שרייען "טאטע". &nbsp; דערנאך האט מען געזינגען ארום די טישן און מען האט געטאנצן פאר א לענגערע צייט די שירה "ויושע ה' ביום ההוא". מען האט געטאנצן און געשפרינגען מיט א געוואלדיגע שמחה און מיט גרויס קראפט. אינמיטן האט דער ראש ישיבה זיך אפגעשטעלט און געזאגט: "שטעל דיר פאר, מען גייט יעצט ארויס, מען שטייט דא נאכדעם וואס מען איז יעצט אדורך דעם וואסער. וואלסטו דען געטאנצן אזוי פארשלאפן? דו וואלסט דאך געטאנצן מיט דיין גאנצן כח - יעצט בין איך אדורך דעם ים סוף!" הערנדיג דאס, האט דער גאנצער עולם אנגעהויבן טאנצן נאך פיל שטארקער מיט א פרישע חיות. &nbsp; אום צווייטן טאג יום טוב, אחרון של פסח אינדערפרי, האט מען פארגעלערנט דעם זוהר הקדוש פאר א לענגערע צייט. (אין א באזונדערן שמועס האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז פונקט ווי מען לערנט אויס פאר קינדער וויאזוי צו לערנען חומש, משניות און גמרא, דארף מען אויך האבן א מלמד וואס זאל אויסלערנען וויאזוי צו לערנען זוהר; דאס איז טאקע וואס מיר טוען יעדן שבת פארן דאווענען). &nbsp; דערנאך האט מען פארגעלערנט פונעם סידור "עת רצון", דער פירוש וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויפן סידור, וואו מען האלט יעצט ביי קריאת שמע. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס זענען דארט דא אזעלכע מורא'דיגע שטיקלעך, וואס ער מיינט אז אין דעם גאנצן סידור געפינט זיך נישט אזא שיין שטיקל. מוהרא"ש שמועסט דארט אויס, אז בעצם געפינען מיר זיך שוין אין א מצב וואס רוב כלל ישראל איז ליידער נישט ריין פון פגם הברית, און מיר זענען באמת זייער ווייט פונעם אייבערשטן. אבער וויאזוי קען מען טאקע מתקן זיין דעם חטא, זיך צוריקקערן צום אייבערשטן און זוכה זיין צו אלעם גוטן? דאס קען מען נאר באקומען דורך דעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א שטארקע אמונה. און וויאזוי קען מען האבן א שטארקע אמונה? אויב א מענטש חזר'ט די צוויי פסוקים פון "שמע ישראל" און "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד", קען ער מיט דעם צוריק אויפבויען זיין אמונה; דאס קען אים ראטעווען פון אלעם און ער קען האבן א תיקון אויף אלע זיינע עבירות פון פגם הברית. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז די עצה פון זיך אנכאפן און זיך שטארקן מיט אמונה האט אים שוין פילע מאל געראטעוועט. ער האט דערציילט, אז ווען ער פלעגט אריינפאלן אין א מצב פון קטנות המוח און פלעגט טראכטן צו זיך: "וואס וועט זיין מיט מיר? וואו בין איך? וואו שטיי איך אויף דער וועלט? איך בין דאך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן..." האט ער זיך דערמאנט פון די עצה וואס דער רבי זאגט, אז מען זאל זיך אנכאפן מיט אמונה. מען זאגט "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד", און מען שטארקט זיך מיט פשוט'ע אמונה אז למעשה פירט דער אייבערשטער די וועלט און איך גלייב אין אים. דאס ראטעוועט א מענטש און ברענגט אים צוריק צו אלעס גוטס. &nbsp; אן אינטערעסאנטע זאך האט זיך דארט אפגעשפילט ביי דעם שיעור, ווען עס איז אריינגעקומען א איד וואס איז אליין א ראש ישיבה &ndash; א ליטווישער ראש ישיבה, דער פאטער פון ר' ראובן בירנבוים. דער ראש ישיבה האט אים געזאגט: "יעצט וועלן מיר הערן א שיינע ווארט פונעם ראש ישיבה," און ער האט אים מכבד געווען צו רעדן. יענער האט געערעדט א לענגערע צייט, און דער ראש ישיבה האט אים אויסגעהערט מיט גרויס דרך ארץ און מיטגעהאלטן זיינע ווערטער. &nbsp; דער גאסט האט אויך איבערגעגעבן א זייער שיינעם גרוס פארן ראש ישיבה, זאגנדיג ווי שטארק ער האט הנאה פון זיינע אייניקלעך וואס ווערן דא מחונך, און ער האט אויסגעלאבט זייער שיינעם חינוך. אויף דעם האט אים דער ראש ישיבה געענטפערט, אז דאס קומט טאקע גאר פון די פירות פון די זיידעס. &nbsp; דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען. עס איז געווען א גאר ווארעמע תפילה און א זייער געשמאקער הלל, אזויווי דער ראש ישיבה לייגט עס אראפ. נאכדעם איז צוגעשטעלט געווארן א גרויסער קידוש וואו מ'האט זיך געמישט, אזויווי דער מנהג איז אז אחרון של פסח מישט מען זיך. דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דאס וואס שטייט אין די הפטורה, אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיך אלע חיות קענען אויסקומען צוזאמען, "וגר זאב עם כבש" און אזוי ווייטער. דאס גייט אויך ארויף אויף אידישע קינדער, אז מ'דארף לעבן צוזאמען, אפילו אויב איינער איז איין סארט מענטש און דער צווייטער איז אן אנדערע סארט. בפרט אין שטוב, האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז זייער וויכטיג דאס צו געדענקען; אז אפילו אויב מ'איז פון אן אנדערע סארט אדער מ'איז נישט די זעלבע טייפ, דאך האט מען זיך ליב און מ'לעבט צוזאמען - דאס איז די וויכטיגסטע זאך. &nbsp; שפעטער איז מען זיך צאמגעקומען צו משיח'ס סעודה. דער ראש ישיבה האט שיין אויסגעשמועסט דעם טעם פארוואס מ'קומט זיך צאם, נעמליך ווייל דער הייליגער בעל שם טוב איז דעמאלט געראטעוועט געווארן. עס איז געווען אחרון של פסח בשעת ער איז געפארן קיין ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיטן אור החיים הקדוש כדי צו ברענגען משיח, און ער איז עטליכע מאל געראטעוועט געווארן אויפן וועג. דער ראש ישיבה האט אויסגעשמועסט די גאנצע מעשה מער באריכות, ווי אדל האט טאקע געבעטן אז מ'זאל איר לאזן לעבן און איר נישט אריינווארפן אין וואסער, נאר ענדערש אריינווארפן די כתבים; דאס איז ווייל פון איר וועט ארויסקומען אן אייניקל וואס וועט שרייבן גאר שיינע תורות וואס וועלן מחיה זיין די גאנצע וועלט, וואס דאס גייט ארויף אויפן הייליגן רבי'ן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט וואס דער רבי האט געזאגט, אז צווישן אים און משיח איז נישטא קיין חילוק; דער איינציגסטער חילוק איז נאר, אז ווען משיח וועט קומען וועט שוין נישט זיין קיין בחירה און יעדער וועט עס אננעמען, אבער יעצט איז נאך דא א בחירה צי מ'זאל אננעמען דאס וואס דער רבי זאגט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט קאכט זיך מיט די מלחמה צווישן אמעריקע און איראן, און אזוי אויך זענען דא מלחמות איבער די גאנצע וועלט, און מענטשן קענען מיינען אז דאס איז טאקע דער וועג וויאזוי משיח וועט קומען &ndash; דורך מלחמות, וואו איינער וועט אויפקומען מיט שטערקערע געווער פונעם צווייטן, און אזוי וועט משיח אנקומען. אבער דער רבי האט געזאגט אז משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין איין שאס פולווער. עס וועט אריינקומען אזא מין רוח טהרה און אזא שטארקע אמונה אין די וועלט, אז יעדער איינער וועט איינזען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. מען וועט קענען פארגינען פאר א צווייטן אז יענער זאל אויך האבן א לאנד; מען וועט נישט דארפן מלחמה האלטן מיט קיינעם, נאר מען וועט פארגינען יעדן איינעם. אזוי וועט זיין שלום אין די גאנצע וועלט אן קיין שום מלחמות. דאס וועט זיין משיח'ס ארבעט: אריינברענגען אמונה אין די גאנצע וועלט. דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן "חסל סידור פסח" מיט א געוואלדיגע ברען, און צוגעענדיגט מיט "לשנה הבאה בירושלים". מיט דעם האט זיך דער שיינער און הערליכער יום טוב געענדיגט מיט א גאר געשמאקן טעם, וואס אלע האבן מיטגענומען אויף א גאנץ יאר.

    < זעה מער כה ניסן תשפ"ו 📝
  • רענט קאמפיין מסיבה געקרוינט ב"ה מיט הצלחה

    פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט זענען אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו א הערליכע סעודת ראש חודש און מסיבת "הכרת הטוב", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אין קרית יואל לכבוד די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות במשך דעם גאנצן יאר. &nbsp; אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון נאנט און פון ווייט &ndash; פון שטעטל, פון וויליאמסבורג, פון לעיקוואוד און נאך ווייטער. מען האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה לכבוד ראש חודש און געהאט א געלעגנהייט זיך צו טרעפן אויף א געשמאקן פארברענג. &nbsp; דער "רענט קאמפיין" ווערט אנגעפירט מיט א געוואלדיגער איבערגעגעבנקייט דורך די חשובע עסקנים מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו. דורך זייער הייליגער ארבעט פון באצאלן די רענט פון די מוסדות, נעמען זיי אראפ א שווערן עול פונעם ראש ישיבה שליט"א, כדי ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט אונז מיט מער הרחבת הדעת, אריינצולייגן אין אונז די עצות און חיזוק פונעם הייליגן רבי'ן, אונז מקרב זיין צום אייבערשטן און אונז שטארקן מיט תורה, תפילה און חיזוק אנצוגיין אין לעבן. די צוויי עסקנים ווערן יעדן חודש אויפגענומען דורך אנשי שלומינו מיט א געוואלדיגער ליבשאפט, וועלכע זעען דאס אלס א זכיה צו האבן א חלק אין בויען די מוסדות פונעם הייליגן רבי'ן. &nbsp; צום ערשט האט מו"ה שבתי מארקוס הי"ו באגריסט דעם עולם מיט ווארעמע ווערטער. נאכדעם האט דער עולם געהאט די זכיה צו הערן א שיינע דרשה פונעם דיין שליט"א, נאכגעפאלגט מיט א שפאנענדע רעדע פון מו"ה מעכי ראזענפעלד הי"ו, וועלכער האט ווי זיין שטייגער באצויבערט דעם עולם מיט עמאציאנעלע סצענעס און טיפע משלים וואס האבן איבערגעלאזט א שטארקן רושם. &nbsp; דער הויכפונקט פונעם אוונט זענען געווען די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די גרויסע מעלות פונעם טאג "ראש חודש ניסן" &ndash; דער טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן, און דער טאג וואס דער הייליגער רבי איז געבוירן געווארן, וועמענס הייליגע לימודים באלייכטן די וועלט ביזן היינטיגן טאג. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צום ליל שישי שיעור, וואו ער האט ארומגערעדט פונעם ערשטן רש"י אין די פרשה, אז פאר אלע דיבורים און אמירות דארף קודם זיין א "לשון חיבה". דאס איז א וויכטיגע זאך וואס מען דארף האבן סיי פארן חינוך פון די קינדער, סיי פאר שלום בית, און פארן גאנצן לעבן בכלל. עס איז געווען א הערליכער שיעור התחזקות, און מען קען הערן די גאנצע דרשה אויף "קול ברסלב". &nbsp; נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען אן אינטערעסאנטע און געשמאקע פראגראם דורך די באקאנטע "ברסלב'ע ברודער", מו"ה אברהם הערש און מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו. זיי האבן פארגעשטעלט פארשידענע אקטועלע שאלות פאר'ן ציבור, וואס האט געהאט די געלעגענהייט צו לאזן הערן זייער מיינונג אויף פארשידענע אינטערעסאנטע און אקטועלע נושאים. די צוויי ברודער האבן אנגעפירט דעם פראגראם אויף א גאר געשמאקן פארנעם, פון וואס דער עולם האט ברוך ה' זייער הנאה געהאט. &nbsp; דער עולם איז אהיים מיט פולע באגאזשן פון חיזוק, גרייט צו דעם הייליגן יום טוב פסח הממשמש ובא.

    < זעה מער ח ניסן תשפ"ו 📝
  • הערליכער נייער קונטרס "אויסגערעכענט" לימי הספירה ול"ג בעומר

    גרשון קרעמער &nbsp; אין די טעג ערשיינט א פרישע ליכטיגקייט אין די קארידארן פון מכון "עצתו אמונה". עס איז ב"ה ארויסגעגעבן געווארן א פרישער הערליכער קונטרס מיטן נאמען "אויסגערעכענט", וואס איז א הערליכער ליקוט פון בריוו און שאלות ותשובות געשריבן דורכ'ן ראש ישיבה איבער ענינים וואס זענען נוגע בעיקר אין די ימי הספירה, אריינגערעכענט דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר. &nbsp; דאס קומט אלס המשך צו די סעריע קונטרסים וואס מען האט שוין ארויסגעגעבן אין די פארגאנגענהייט: "אויסדערוועלט" אויף שבועות, און "אויסגעלייזט" אויף פסח. אנשי שלומינו האבן געבעטן מען זאל ווייטער ממשיך זיין און ארויסגעבן אזא קונטרס אויך אויף די ספירה טעג. לויט די רעקאמענדאציע פונעם ראש ישיבה האט מען זיך געהאלטן צו די זעלבע סעריע און א נאמען געגעבן דעם קונטרס "אויסגערעכענט". דער נאמען איז מיוסד אויף די ספירה טעג ווען מען רעכנט און מען ציילט די טעג, און מען איז "אויסגערעכענט" יעדן טאג צו שטייגן און וואקסן כדי אנצוקומען צום הייליגן יום טוב שבועות און צו קבלת התורה. &nbsp; די תוכן פונעם ספר קען צוטיילט ווערן אין דריי חלקים: &nbsp; &nbsp; א. ימי הספירה: &nbsp; * הכנה לשבועות: וויאזוי יעדער טאג פון די 49 טעג איז א שטאפל נענטער צו קבלת התורה. &nbsp; * בין אדם לחבירו: דער ראש ישיבה לייגט א שטארקן דגש אכטונג צו געבן אויף דעם כבוד פון אנדערע, נישט חוזק צו מאכן פון א צווייטן, און צו טון חסד און העלפן א צווייטן איד. &nbsp; * די זיבן מידות: דער ספר צעטיילט די עצות פון רבי'ן לויט די זיבן מידות (יעדע וואך אן אנדערע מידה: חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד, יסוד, מלכות): חסד: שמייכלען צו אנדערע און טון חסד מיט מענטשן, בעיקר מיט די אייגענע ווייב און קינדער. גבורה: זיך שטארקן איבער דעם יצר הרע און אויפהערן צו קרעכצן. תפארת: זען די שיינקייט פון אידישקייט, און זיך נישט פוצן. נצח: אמונה איז דאס בעסטע מיטל צו זיין געזונט און איבערצוקומען פחדים. הוד: דורך דאנקען דעם אויבערשטן וועט מען שפירן א "גן עדן" אויף דער וועלט. יסוד: שמירת עינים און די וויכטיגקייט פון קדושה, וואס איז דער יסוד פארן לעבן. מלכות: ממליך זיין דעם אויבערשטן אויף זיך, און זיך לאזן פירן פון אים. &nbsp; &nbsp; ב. ל"ג בעומר און רשב"י &nbsp; * דער כח פון רשב"י: די שמחה פון ל"ג בעומר, און די שייכות וואס יעדער איד קען האבן מיט'ן הייליגן תנא. &nbsp; * לימוד הזוהר: די גרויסקייט פון לערנען זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, ספעציעל אין די דאזיגע טעג. &nbsp; * ליקוטי מוהר"ן: דער מאמר "לכו חזו", וויאזוי מען קען זיך האלטן שטארק אין גלות, אינאיינעם מיט די תפילה פון רבי נתן אויף אידיש. &nbsp; * נסיעה קיין מירון: די נסיעות פונעם ראש ישיבה, הדרכה פאר די וואס פארן, און חיזוק פאר די וואס קענען נישט פארן. &nbsp; * מנהגי היום: הדלקה, סעודה, חאלאקע, און שפילן מיט א פייל און בויגן. &nbsp; *זמירות לל"ג בעומר: אמר רבי עקיבא, פיוט בר יוחאי און פיוט ואמרתם כה לחי, כדי מען זאל עס קענען מיטזינגען. &nbsp; &nbsp; ג. יום הולדת פון מוהרא"ש זצ"ל &nbsp; * די הנהגות און לימודים וואס מען קען ארויסנעמען פונעם לעבן פון מוהרא"ש, וועמענס געבורטסטאג עס געפאלט אין די ימי הספירה. &nbsp; &nbsp; אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע מתנה וואס מיר זענען זוכה אין דעם דור, צו געניסן פון אזויפיל עצות, שכל און לימודים פונעם ראש ישיבה שליט"א. עס איז אונזער געבעט און וואונטש אז דער ראש ישיבה זאל ווייטער האבן די כוחות אונז צו לערנען, פאר אונז און פאר אונזערע דורות, וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה און מיט א געשמאק. &nbsp; אויך האבן אנשי שלומינו א גרויסע הכרת הטוב פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן צום הצלחה פונעם קונטרס. צום ערשט פארן מנהל המכון הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א, וואס האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות מען זאל קענען ארויסגעבן דעם קונטרס; פאר מו"ה יודא לייב ווייס הי"ו און הר"ר זלמן לייב מייזליש שליט"א וואס האבן מנקד געווען; פאר מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו וואס האט געמאכט דעם אויסשטעל; און פאר מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו, מנהל קרן הדפסה, וואס איז געשטאנען צו דער רעכטער האנט פונעם מכון פאר אלעס וואס האט אויסגעפעלט. &nbsp; אויך קומט זיך א געוואלדיגער דאנק פארן געטרייען מלמד מו"ה הערשל שניטצלער הי"ו, וואס האט אפגעקויפט דעם זכות המהדורה, און דערפאר איז דער קונטרס באקרוינט געווארן מיטן נאמען "מהודרת שניטצלער". &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויסצוניצן די טעג פון ספירה צו רעכענען אלע אונזערע טעג און אלע אונזערע מעשים עס זאל זיין לויט דעם רצון ה', און זיך פלייסן בלימוד ספרי הזוהר הקדוש ותיקונים, און לעבן מיט די הייליגע עצות פונעם רבי'ן אויפן וועג פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, לויט ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט מיט אונז, אמן. &nbsp; טעמו וראו כי טוב ה'

    < זעה מער ז ניסן תשפ"ו 📝
  • די הארמוז וואסער-וועג סאמאטוכע

    די ביזנעס וועלט פאלגט נאך מיט גרויס שפאנונג די עסקאלאציע אינעם הארמוז וואסער-וועג, וואו כמעט צוואנציג פראצענט פון די וועלט'ס אויל פארט דורך אין א געווענליכע טאג. נאך די לעצטיגע מיליטערישע קאנפליקט, שטייען צענדליגער טאנקער-שיפן געשטראנדעט, און פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א שארפע ווארענונג צו איראן אז אויב דער וועג ווערט נישט פולשטענדיג געעפנט, וועט די אמעריקאנער ארמיי רעאגירן גאר מאכטפול. דאס האט געפירט אז די אויל פרייזן זאלן זיך שטארק הייבן, א זאך וואס לאזט נישט פילע ביזנעסלייט שלאפן רואיג. &nbsp; אמת אז עס שטייען צענדליגער גיגאנטישע טאנקער-שיפן געשטראנדעט ביי ביידע זייטן פונעם שמאלן וואסער-וועג, אבער די שאלה איז: וואס טוט זיך מיט אונז? מיר דארפן דאך אויך א וועג דורכצופארן דעם שמאלן וואסער-וועג. נישט נאר איין וואסער-וועג, נאר יעדן טאג קומען פרישע כוואליעס און שטורעמס וואס ווילן אונז דערטרענקען. וויאזוי קענען מיר דאס אלעס דורכשווימען? דער הייליגער רבי דערציילט (אין סיפורי מעשיות) איבער דעם מענטש וואס איז דורכגעגאנגען די "זיבן וואסערן". די זיבן וואסערן זענען נישט קיין פיזישע וואסערן; דאס זענען די שוועריקייטן און די מניעות וואס מיר אלע באגעגענען טאג-טעגליך אין אונזער לעבן. אמאל איז עס א דאגה פון געלט &mdash; וויאזוי וועל איך דעקן דעם חודש &mdash; און אמאל איז א מענטש פארלוירן אין זיך אליינס. &nbsp; דער רבי אבער לאזט אונז נישט איבער אויפ'ן וואסער בלויז מיט א פראבלעם, נאר ער געבט אונז עצות למעשה. די עצה איז אמונה און בטחון: צו וויסן אז דער אויבערשטער פירט אלעס, סיי צי דער "סטרעיט אוף הארמוז" זאל זיין אפן, און סיי צי מיין באנק אקאונט זאל האבן דעקונג. &nbsp; די צווייטע עצה וואס דער הייליגער רבי געבט אונז, איז א שליסל וואס עפנט אויף אלע פארשפארטע וועגן: די תורה פון "אזמרה" &ndash; זיך צו פאקוסן אויף די גוטע פינטלעך. אפילו ווען אלעס זעט אויס שווארץ, טרעף דאס ביסל גוטס; דאס וועט דיר העלפן זיך האלטן העכערן וואסער ביז דער קריזיס וועט דורכגיין בסעייתא דשמיא. &nbsp; טראמפ זאגט אז ער וועט ברענגען שלום אויף דער וועלט. אבער וואס האב איך דערפון ווען אלע לענדער שמייכלען איינס צום צווייטן, אבער איך בין צוריסן פון אינעווייניג? אויב מ'בעט נישט דעם אויבערשטן מען זאל זיין פרייליך און צופרידן, איז עס פיל ערגער ווי ווען איראן און אמעריקע קריגן זיך. אויב איך קען נישט שלאפן ביינאכט פון פחדים און פאביעס, אין שלום בעצמי קען מען זיך פיל גרינגער דערטרענקען ווי ווען מען פארט דורך דעם הארמוז. &nbsp; לאמיר זיך אנגארטלען מיט די זיסע עצות און וויסן אז דער גאנצער טומל איז בלויז א נסיון, צו זען אויב מיר וועלן האלטן דעם קאפ גראד און געדענקען אז ער איז דער וואס פירט אלעס. אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו דעם וואס דוד המלך זאגט אין תהלים: "בנאות דשא ירביצנו על מי מנוחות ינהלני". אפילו ווען אינדרויסן שטורמט, בין איך רואיג, ווייל איך ווייס אז דער אויבערשטער פירט אונז דורך רואיגע וואסערן. &nbsp;

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ו 📝
  • פאטאלער אינצידענט אין ניו יארקער לופטפעלד

    פארגאנגענעם זונטאג אווענט בערך 11:40 איז פארגעקומען א שרעקליכע טראגעדיע אין לא גווארדיע לופטפעלד, ווען א פייערלעשער טראק האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט אן אריינקומענדיגן "עיר קאנאדע" פליגער וואס האט געהאלטן אינמיטן לאנדן. אויפן פליגער האבן זיך געפונען 72 פאסאזשירן, אריינגערעכענט א שיינע צאל היימישע אידן, און 4 מאנשאפט מיטגלידער. &nbsp; דער קראך האט איבערגעלאזט די צוויי פילאטן נישט ביים לעבן, און פערציג אנדערע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן. עס איז דערווייל נישט קלאר וויאזוי אזא פאטאלער טעות האט געקענט פאסירן, אז מען זאל געבן רשות פארן פייערלעשער טראק אריבערצוקרייזן דעם ראנוועי פונקט אין די זעלבע צייט וואס מען האט געגעבן קלערענס פארן פליגער צו לאנדן דארט. &nbsp; דאס דערמאנט אונז אז ווען אימער עס האט פאסירט אז איינער האט באקומען א גרויסע שטראף פון הימל נאכדעם וואס ער האט זיך קעגן געשטעלט מוהרא"ש, צי דורך מסירה אדער אנדערע זאכן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אז האבן הקפדות אויף מענטשן איז בכלל נישט קיין גרויסקייט. ער איז נישט געקומען אויף דער וועלט צו באשטראפן די וואס טשעפען אים; זיין גאנצע ציל איז בלויז צו פארשפרייטן דעם אויבערשטן אויף די גאנצע וועלט. אבער ווען מען איז דבוק אינעם אויבערשטן באקומט מען א גרויסע סייעתא דשמיא, און פונקט ווי איינער וואס לייגט זיך אונטער א גרויסן בולדאזער וואס פארט וועט מען נישט זאגן אז ער איז "באשטראפט געווארן" פארן זיך קעגן שטעלן דעם טראקטאר, די זעלבע זאך איז ווען עס קומט צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פונעם רבי'ן - די זיסע דרך אין עבודת ה' וואס יעדער פשוט'ער מענטש קען דורך דעם אנקומען צו די גרויסע מדריגה פון דביקות בה' - איז ער גלייך צו א בולדאזער, און מען דארף זיין א גרויסער נאר זיך צו לייגן אונטער די רעדער פון א פארענדיגן טראק. &nbsp; די זעלבע זאך איז אמת טאג-טעגליך אין לעבן. דער אויבערשטער האט דיר געגעבן עלטערן, א מאן אדער א ווייב, קינדער, שכנים און אזוי ווייטער; ער האט דיר געגעבן געוויסע נאטורן, און אזוי אויך פאר זיי. דו קענסט פרובירן זיך קעגן צו שטעלן, אבער עס וועט גארנישט העלפן. א בולדאזער איז א נארישע משל דערצו: דו קענסט גארנישט טון קעגן דעם רצון ה', און ווער וועט צום סוף ליידן? נאר דו אליין. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט געבן א משל דערויף צו צוויי מענטשן וואס זענען אפגעשטעלט געווארן דורך א פאליציאנט, ווען ביידע זענען באמת געווען אומשולדיג. איינער האט זיך קעגן געשטעלט און פארפירט, בשעת דער צווייטער האט בלויז געזאגט: "איך מיין אז עס איז א טעות". דער ערשטער איז געווארן אנגעשפריצט מיט פעפער-ספרעי, זיין גאנצע קערפער איז געווען פארוואונדעט און בלוטיג פון פרובירן זיך ארויסצורייסן פון די קייטן, ער האט געהאט צובראכענע ביינער פון זיך שלאגן מיט די אפיצירן, און צום סוף איז ער נאך געווארן אנגעקלאגט אויף "זיך קעגן שטעלן א פאליציאנט". דער צווייטער אבער, איז געזעסן שטיל; ער האט טאקע אביסל געליטן פון די אומבאקוועמע קייטן און פון די אויספארשונגען, אבער נאך א קורצע צייט איז ער גענצליך באפרייט געווארן ווען מען האט איינגעזען דעם טעות. &nbsp; לאמיר בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זיין צופרידן מיט דעם וועג וויאזוי ער פירט אונז, דעמאלט וועט אונז גוט זיין סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 106 to 120 of 1865 results

1 2 ... 5 6 7 8 9 10 11 ... 124 125
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com