Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • קאסטבארע וויכטיגע אפדעיטס געמאכט צום "ברסלב סענטער" עפפ

    גרשון קרעמער   אויסער אונזער שיינער וועבסייט וואס איר ליינט יעצט אויף א וועב בראוסער, קען מען נהנה זיין פון די געשמאקע קאנטענט פון דעם וועבסייט אויף אן עפפ. די וואס האבן א טעבלעט ווייסן אז עס איז זייער שווער צו געניסן פון די אינהאלט פון א וועבסייט (וואס איז געמאכט פאר א גרויסע סקרין) אויף א טעבלעט. עפל און ענדרויד האבן ערצייגט דערפאר די קאנצעפט פון "עפפס", וואס זענען אפליקאציעס ספעציעל געאייגענט פאר מאביל מכשירים - וואס אויף זיי קען מען גרינג און שנעל מישן און אנקומען וואו מען וויל.   ברסלב סענטער, האט אויפן פארלאנג פון פילע אידן זיך אריינגעלייגט א צייט צוריק צו ערצייגן א "ברסלב סענטער" עפפ, וואס טויזנעטער אידן האבן עס שוין געדאונלאוד, און באנוצן זיך דערמיט כסדר, צו הערן די שיעורים, בילדער, נייעס און אפדעיטס.   אבער ווי טעכנאלאגיע ארבעט, שטייען נישט זאך צו לאנג אויף איין פלאץ, און עדנרויד איז אויסגעוואקסן ווערסיע 13 (אויף וואס מען האט ערצייגט דעם עפפ צום ערשטן מאל) און אויף איר פלאץ איז ערשינען "ענדרויד 14". אינעם נייעם פלאטפארמע זענען צוגעלייגט געווארן פילע זיינע זיכערהייט מאסנאמען, און אזוי אויך פילע חלקים פון די "שפראך" וואס מען נוצט צו שרייבן עפפס האבן זיי געטוישט.   גוגל האט געשיקט א מעסעדזש צו די דעוועלאפערס, אז אויב זיי ווילן אז ברסלב סענטער עפפ זאל בלייבן אוועליבל אויף זייער "עפפ געשעפט" מוזן מען אפדעיטן און איבערשרייבן גרויסע חלקים פונעם עפפ, כדי עס זאל בלייבן קאמפלייענט מיט זייערע נייע רעגולאציעס און שפראך.   קרן הדפסה האט זיך שטארק אריינגעלייגט דערין, און במשך די לעצטע וואכן איז מען געזיצן מיט דעוועלאפערס און אויסגעארבעט די נייע עפפ, מען האט נישט געשוינט קיין מי און קיין געלט, און ב"ה אז מען האט עס שוין געענדיגט, און אלע וואס האבן דעם עפפ, וועלן באקומען א נאטיפיקאציע דרוכן "פלעי סטאר" אז עס איז דא א פרישע אפדעיט.   אויב פארמאגט איר א מאביל דיווייס, איז יעצט די צייט איר זאלט אריינקוקן און אויספרובירן ברסלב סענטער אינעם עפפ סטאר. אזוי אויך די אלע וואס האבן עס שוין, זאלן עס אפדעיטן, כדי זיי זאלן ווייטער קענען הנאה האבן דערפן.   עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר די שטאב פון קרן הדפסה, וואס האט אריינגעלייגט גרויסע כחות אז מען זאל פארטיג ווערן אין צייט. און אלע באנוצער זאלן ווייטער קענען נוצן און געניסן פון די פילע געשמאקע תוכן פונעם עפפ.   זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כה אב תשפ"ה 📝
  • סוקסעספולע זיצונג צווישן טראמפ, זעלענסקי און די אייראפעאישע פירער אין ווייסן הויז

    גרשון קרעמער &nbsp; די האפענונג אין אוקראינע אז די ענדע פון זייער מלחמה מיט רוסלאנד איז נאנט האט זיך שטארק געהויבן נאך די אנטוויקלונגען אין די לעצטע טעג. &nbsp; אנגעהויבן האט זיך עס מיט די טראמפ פוטין סאמיט אין רוסלאנד פארגאנגנעם ערב שבת קודש אין אנקארדזש אלאסקע, ווי פוטין האט געשפילט אביסל ווייכער און מער וויליג צו ענדיגן די מלחמה, אבער נאר אויב אוקראינע איז מסכים אויפצוגעבן אויף צוואנציג פראצענט פון זייער לאנד, דהיינו קריימיע און דאנבאס. &nbsp; און נאך מער היינט ווען עס איז פארגעקומען א היסטארישער מיטינג אינעם אוועל אפיס, ווי די פירער פון פילע לענדער זענען געקומען אינאיינעם מיט - און אין שטיצע פון - אוקריינע, דורכצושמועסן וויאזוי מען קען מאכן א דיעל צווישן אוקראינע און רוסלאנד, אויף וואס אלע זאלן מסכים זיין. &nbsp; דער זיצונג, אין וועלכע עס האבן זיך באטייליגט, די פירער פון אמעריקע, אוקריינע, גרויס בריטאניע, דייטשלאנד, איטאליע, פראנקרייך, פינלאנד, די אייראפעאישע קאמיסיע, און נאטא איז געווען אסאך מער פריינטליך צו זעלענסקי, אין פארגלייך צום פריערדיגן באזוך פון אים אינעם ווייסן הויז. &nbsp; טראמפ האט ארויסגעוויזן א שטארקע פריינטשאפט צו זעלענסקי, און זעלענסקי האט כסדר באדאנקט טראמפ, בשעת די פארהאנדלונגען. מען האט צווישן אנדערע גערעדט איבער זיכערהייטס גאראנטיען פאר אוקריינע, און איבער א געדאנק פון א דריי שפיציגע זיצונג צווישן טראמפ, פוטין און זעלענסקי. &nbsp; מיר חסידי ברסלב וועלכע גרייטן זיך אין די טעג צו פארן צום הייליגן רבינס ציון קיין אומאן, וועלן ווייטער בעטן דעם אויבערשטן אז עס זאל זיין שלום איבעראל, סיי צווישן רוסלאנד און אוקריינע, וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אויך אפעקטירן און פארגרינגערן די נסיעה קיין אומאן, און אויך צווישן אידישע קינדער. &nbsp; אבער בעיקר וועלן מיר בעטן אז מיר זאלן זיין בשלום מיט'ן אויבערשטן, מיר זאלן אננעמען זיין ממשלה אויף זיך. ווען מיר זאגן אין די הייליגע טעג "וידע כל פעול כי אתה פעלתו" וועלן מיר בעיקר אינזין האבן יעדער אויף זיך, "באשעפער העלף אז גרשון קרעמער זאל שוין וויסן און געדענקען אז דו מאכסט אלעס". &nbsp; אזוי אויך וועלן מיר מתפלל זיין מיר זאלן מאכן שלום מיט זיך אליינס. איך זאל אויפהערן זיין מיין אייגענע מתנגד. איך זאל שוין אננענעמען זיך אזויווי דער אויבערשטער האט מיר געמאכט, און אנהייבן קוקן גוט אויף זיך. דער רבי זאגט אין תורה רפ"ב, אז מיר דארפן אנקוקן יעדן איד גוט, אפילו דער ערגסטער מענטש, דער רבי ענדיגט נישט צו "אויסער אויף זיך"... &nbsp; אז מיר וועלן אנקוקן זיך אליינס מיט א גוט אויג, וועלן מיר אליינס אויך ווערן בעסער אידן, און מיר וועלן זען ווי עס ווערט ביי אונז אליינס מקוים דער פסוק "ועוד מעט ואין רשע", איין פיצעלע פלאץ ווי איך בין נישט קיין רשע, "והתבננת על מקומו, ואיננו", מען קוקט אויפן פלאץ ווי ער איז געווען, און ער איז מער נישט דארט. ווייל אויב מיר וועלן זיך באנוצן מיט די עצה פון "קוקן גוט", קען מען זוכה זיין ארויפצוגיין צו די העכסטע מדרגות. &nbsp; זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כד אב תשפ"ה 📝
  • די וועטער לויט די גריצלען פון די היישעריקן

    שאלה: איך האב אמאל געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז מען קען וויסן די וועטער פון די קולות וואס די היישעריקן מאכן. קענט איר מיר ביטע מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט? איך וויל פארשטיין. &nbsp; א גרויסן ישר כח. איך האב אמת'דיג הנאה פון אייערע ארטיקלען, ספעציעל וויאזוי איר ברענגט אריין דעם אויבערשטן אין יעדע הינזיכט. &nbsp; זלמן לייב &nbsp; &nbsp; ענטפער: א גרויסן ישר כח ר' זלמן לייב פאר דיין שאלה, און פאר דיינע ווארימע ווערטער. &nbsp; עס איז מורא'דיג צו זען ווי די וואונדער פונעם אויבערשטן פולט אן די גאנצע וועלט, און אויב מיר וועלן צולייגן אביסל שימת לב, וועלן מיר זען גאר אינטערעסאנטע זאכן. די אויפפירונג פון קריקעטס (אן אינזעקט זייער ענליך צו היישעריקן - דאס זענען די וואס גריצלען אין די זומער נעכט) איז זייער אינטערעסאנט. און יא, פון זייערע גריצלערייען קען מען וויסן די פונקטליכע טעמפעראטור אין די נעכט. ווען עס ווערט ווארימער וועלן זיי גריצלען שנעלער, און ווען עס ווערט קילער, וועלן זיי פארשטאטערן זייערע גריצלערייען. &nbsp; וויסנשאפטלער האבן אפילו אויסגעארבעט א וועג וויאזוי א מענטש זאל קענען וויסן די גענויע טעמפעראטור דורך דעם. אויב דו הערסט אן איינצעלעם היישעריק, צייל אפ וויפיל מאל ער גריצלט אין פערצן סעקונדעס, פלאס 40, דאס איז די יעצטיגע טעמפעראטור אין די גאס אין פערהייט (וואס מען נוצט אין אמעריקע). &nbsp; וויאזוי ארבעט דאס? דער אויבערשטער האט זיי באשאפן "קאלט בלוטיג" דאס מיינט אז זייערע קערפערס קענען נישט קאנטראלירן זייער טעמפעראטור. (דער אויבערשטער האט געמאכט אז פארשידענע באשעפענישן קענען האלטן זייערע טעמפעראטור אויף א געוויסע שטאפל אפגעזען אויב עס איז הייס אדער קאלט ארום זיי. צום ביישפיל, אונז מענטשן, ווען מיר זענען הייס, שוויצן מיר, דאס קילט אונז אביסל אפ, ווען מיר זענען קאלט, ציטערן מיר, דאס ווארימט אביסל אן). און אויב ווערט הייס, ווערן זיי אויך הייס, און זיי ווערן מער אקטיוו, אריינגערעכענט אז זיי גריצלען מער. און ווען עס ווערט קעלטער, ווערן זיי מער פאמעליך. און אויב מען הערט זיך צו צו זיי קען מען וויסן די וועטער. &nbsp; דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר אונז, דער אויבערשטער שיקט אונז רמזים א גאנצן טאג, מיר דארפן נאר צולייגן קאפ, און מיר וועלן הערן ווי דער אויבערשטער רעדט צו אונז. &nbsp; מען דערציילט אויף פארשידענע צדיקים ענליכע מעשיות, ווי עפעס האט פאסירט און זיי האבן געזאגט אז זיי ווייסן וואס דער אויבערשטער וויל פון זיי. צו זיי דארפן איינעם איבערבעטן, אדער עפעס אנדערש פארבעסערן. &nbsp; מיר קענען אויך הערן די אלע רמזים פון הימל, דער אויבערשטער רעדט צו אונז אויך. אויב עס גייט אויף אונז דורך א צרה, איז נישט ריכטיג צו באשולדיגן דעם אדער יענעם. איך האב נישט געזאגט אז דו דארפסט דיך באשולדיגן, אבער אויב דו וועסט מאכן התבודדות, זיך אויסשמועסן מיט'ן אויבערשטן, וועסטו "הערן אן ענטפער", דו וועסט זיך דורכשמועסן מיט'ן אויבערשטן, און זוכן וואס "דו" קענסט טון בעסער, און וועסט ארויסקומען קלאר. &nbsp; אדרבה פרוביר עס אויס וועסטו זען וואונדערליכע זאכן. &nbsp; --- &nbsp; שאלות אדער קאמענטארן? שיקט עס צו 845-445-7447 אדער צו askgershon@gmail.com. &nbsp; --- &nbsp; האט איר הנאה געהאט פון דער ארטיקל און איר ווילט ארויסווייזן הכרת הטוב? &nbsp; יעדע נדבה, נישט קיין חילוק וויפיל איר געבט העלפט איר דעם ראש ישיבה פארשפרייטן די שיינקייט און זיסקייט פון אידישקייט, און וועט מיר פערזענליך זיין א געוואלדיגע חיזוק. &nbsp; אונזער פעידזש https://www.charidy.com/breslev/1370094. &nbsp; א דאנק פון פאראויס פאר אייער שטיצע. &nbsp; גרשון קרעמער

    < זעה מער כ אב תשפ"ה 📝
  • וועכענטליכע עצתו אמונה - גרייכט נומער פיר הונדערט

    עס איז נישט מעגליך זיך צו האלטן פריש, אן הערן התחזות ווידער און ווידער, ווען עס גייט דורך א וואך וואס מען האט נישט געעפענט אן עצתו אמונה דערקענט זיך עס אויף א אינגערמאן. דאווענען מיט מנין דארף חיזוק, מען פארגעסט זיך אז קיינער קומט מיך גארנישט, דער אויבערשטער זעט אויס אין מח ווי עפעס א הויכע ווייטע זאך, די טעגליכע מצוות ווערן מצות אנשים מלומדה, עס ווערט נעבעך לעול ולמשא, און מען הייבט אן דמיונען אז ביי יענעם געפינט זיך דאס גליק. &nbsp; יעדע וואך באקומען מיר די הערליכע מתנה פונעם ראש ישיבה, א פרישע אוצר פון בריוון געשריבן פאר "מיר", מיר צו מחזק זיין מעודד זיין, משמח זיין, איך זאל טרעפן דאס גליק ביי מיר, איך זאל זיין צופרידן, איך זאל אהיימגיין און איוועסטן אין "מיין" לעבן, אין מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין תורה, מיין תפלה, מיין אמונה. &nbsp; און אז מען ווערט צואגעוואוינט צו א גוטע זאך, קען מען עס נעמען פאר "גרענטעד" מען מיינט אז עס "קומט אזוי". דערפאר איז פאסיג יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום אומגעהויערן נומער פון "פיר הונדערט" וועכענטליכע "עצתו אמונה" קונטרסים, זיך אפצושטעלן א רגע, און מכיר טוב זיין דעם אויבערשטן אויף וואס מיר פארמאגן. &nbsp; ווי דער עורך מו"ה יואל מנחם גרשון הי"ו געבט אונז איבער, איז ער עדות אויף די מסירת נפש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דערויף, דער ראש ישיבה שליט"א שטרענגט זיך אן יעדע וואך און געבט אוועק אומצאליגע שעות פאר אונז, צומאל בלייבט ער אויף ביז שפעט, און צומאל שטייט ער אויף גאר פרי פארטאגס, זיכער צו מאכן מיטן אויבערשטענס הילף אז אויך די וואך קומט ארויס א פרישע קונטרס, מיט א פרישע דאזע אקסיגען און חיות פאר אונז אלע. &nbsp; דאס איז באמת נאר איין קליין פינטעלע פון די מסירת נפש וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אוועק פאר אונז. און אז דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז יעצט גייט אן דער טשערידי קאמפיין, איז יעצט די צייט מיר זאלן ארויסגיין פון אונזער וועג און העלפן דעם ראש ישיבה באצאלן די חובות וואס ער האט זיך אנגעמאכט "פאר אונז". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן אז מען זאל פרובירן צו שאפן כאטש דאפעלט פון פאריאר, כדי ער זאל קענען ווייטער אנגיין. דער ראש ישיבה זאגט אז די חובות לאזן אים נישט שלאפן, און ער קען נישט ווייטער שלעפן די עול. דערפאר וועלן אנשי שלומינו פון היינט ביז דאנערשטאג יעדער איינער רופן זיינע באקאנט און שכנים און זיי מזכה זיין צו אינוועסטן אין די הייליגע צדקה. &nbsp; און מיט דעם וועלן מיר ווייזן אביסל הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp;

    < זעה מער יח אב תשפ"ה 📝
  • טראמפ מיטינג מיט פוטין אין אלאסקע

    אין די עטליכע חדשים זינט טראמפ איז אריינגעקומען אינעם ווייסן הויז, האט ער - ווי עס זעט אויס - גענומען א שטארקע ציל, צו ערייכן וואס מער שלום אפמאכן צווישן שונאים. צווישן אנדערע שטאלצירט מיט'ן מאכן שלום צווישן ארמעניע און ארבייזשאן וואס זענען געווען אין מלחמה לאנגע יאר, קאנגא און ראוואנדא האבן אויסגעארבעט א שלום, אויך פאקיסטאן און אינדיע האבן געמאכט א פייער אפשטעלן צווישן זיך, אזוי אויך האט ער געפועלט ביי די הוטיס אין תימן אויפצוהערן טעראריזירן די שיפן אינעם ים סוף, אזוי אויך האט ער אפגעשטעלט די מלחמה צווישן מדינת ישראל און איראן. &nbsp; יעצט פרובירט ער שטארק אפצושטלן די מלחמה אין עזה, און אזוי אויך די לאנג פארצויגענע מלחמה צווישן רוסלאנד און אקוריינע. מיר חסידי ברסלב האבן געהאט א שווערע וועג אין די לעצטע יארן צוליב די מלחמה, ווען אוקריינע האט אפגעשפארט זייערער לופט רוימען און מען קען נאר פארן צו איינע פון די שכנות'דיגע לענדער, און פון דארט צופארן צופיס. &nbsp; ב"ה אז אויסער דעם איז די מצב שטיל אין אוקריינע, אלעס גייט אן ווי געהעריג, מען פארט און מען קומט, עס איז דא אלע געברויכן. דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער. טראמפ האט שוין פרובירט מיט גוטנס מיט פוטין, אבער זיין געדולד לויפט אים אויס, ער וויל שוין זען דער זינלאזער מלחמה פאריבער. &nbsp; דערפאר האט ער געמאלדן אז ער האט אפגעשמועסט צו האבן א פערזענליכע סאמיט מיט פוטין אין אלאסקע דעם קומענדיגן פרייטאג. זיין פלאן איז אז ביידע וועלן דארפן אויפגעבן טערטאריאלע אמביציעס, אביסל וועלן זיי באקומען, אבער אויך וועלן זיי דארפן מוותר זיין. ביידע זייטן זאגן דערווייל אז זיי ווילן ווייטער פייטן, פוטין וויל איינעמען די אלע חלקים וואס ער האט דערקלערט, און אוקריינע וויל צוריק כאפן אלעס וואס רוסלאנד האט פארכאפט פון זיי אין די לעצטע עלף יאר. &nbsp; ווען איינע פון די אסטראנאטן זענען ארויף אויף די לבנה און האט געזען א ריזיגע שווארצע חלל, די ספעיס, און אינמיטן איז דא א קליינע בלויע גרינע באלי, דער כדור הארץ, האט ער געזאגט "אויף דעם קליינע ברעקל קריגט עטס ענק?, יעדער וויל האבן נאך א ברעקל פון דעם ברעקל." &nbsp; ווען מיר זעען צווי מורישקעס קריגן זיך מיט די גאנצע ערנסטקייט אויף א ברעקל חלה, יעדער פרובירט עס צו כאפן פאר זיך, איז עס זייער פאני אין אונזערע אויגן. אבער זענען מיר דען אנדערש? ווען מיר וועלן אביסל ארויסזומען, קוקן אויף די גרעסערע בילד, לוינט זיך דען זיך צו קריגן אויף דער וועלט? דער היילגער רבי אברהם ב"ר נחמן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט "וועלטעלע וועלטעלע, עס איז נישט ווערד אויף דיר א קרעכץ צו טון", דער אויבערשטער האט אונז באשאפן פאר וויכטיגערס פון דעם, מיר האבן א תפקיד אויף דער וועלט, עס גייט אזוי שנעל דורך די זיבעציג יאר, און דער סמ"ך מ"ם פרובירט אונז צו מאכן פארנומען מיט נארישקייטן מיט גערעכטע טענות. &nbsp; לאמיר זיך לערנען פון די אלע נארישע מלחמות, אז אויך אונזערע פערזענליכע מלחמות זענען זינלאז און נאריש, און אויסער הארץ וויי ברענגט עס גארנישט. &nbsp; תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברנו, ולא חסרונם &nbsp; קאמענטארן? 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com

    < זעה מער יח אב תשפ"ה 📝
  • מסכת תענית פון חמשה עשר באב, די אויסגעפרואווטע סגולה פאר שידוכים

    וואס א יאר שפעטער עס גייט דורך, ווערט די סגולה פון זאגן און ענדיגן יעדן טאג ביז ראש השנה גאנץ מסכת תענית, מער און מער באקאנט. עס איז שוין דורך פערצן יאר, זינט די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע, אבער די ברכה פון א צדיק האט נישט קיין עקספיירעשאן. מען זעט יעדעס יאר, ווי בחורים פאלגן דעם צדיק, און כאפן זיך צו די גמרא, און ווערן געהאלפן מיט שידוכים. &nbsp; די מעשה פון וואס מיר רעדן האט פאסירט אין מחנה תפארת תורה, אינעם דריטן יאר פון די ישיבה, מען איז דאן געווען סטאנציאנירט אין א קעמפ אין עלענוויל ניו יארק. &nbsp; די מצב אין ישיבה איז דאן געווען זייער שווער. מען זעט ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער יענע תקופה "דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו&rsquo;, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן." &nbsp; דער ראש ישיבה פלעגט כסדר מזכיר זיין די בחורים ביי מוהרא"ש זי"ע, און האט אים געזאגט "וואס וועט זיין? קיינער וויל נישט נעמען קיין בחורים פון ישיבה", מוהרא"ש פלעגט אים אבער אלץ מחזק זיין, "וועסט נאך זען - עס וועט קומען א צייט וואס די מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה". עס האט אויסגעזען ווי מוהרא"ש וויל אים פשוט מחזק זיין, מען האט נישט געקענט זען וויאזוי זאכן וועלן זיך קענען טוישן. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט דארט ווייטער אינעם בריוו "אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג&rsquo;עקשנ&rsquo;ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער. " &nbsp; "איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא&rdquo;ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא&rdquo;ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא&rdquo;ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב." &nbsp; "ביי די דרשה האט מוהרא&rdquo;ש געזאגט אזוי: &ldquo;איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט&rdquo;ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה&rdquo;; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג&rdquo;." &nbsp; זייט דעמאלטס חזר'ט זיך דאס איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, און נישט נאר אין ישיבת תפארת התורה, נאר איבעראל אין אלע ישיבות, א געזונטע בחור וואס וויל חתונה האבן, טוט אלעס אויף דער וועלט ער זאל שוין טרעפן א שידוך, און דא הערט מען אן אויסגעפרואווטע סגולה פון א צדיק. &nbsp; דערפאר זעט מען אין פילע ישיבות ווי בחורים וואס נאכן מיטהאלטן די סדרי הישיבה, נעמען זיי זיך צו די מסכת תענית, אן דעם וואס איינער זאל זיי הייסן אדער שטיין אויפן קאפ, און זאגן אפ די גאנצע מסכת יעדן טאג, מיט די גרעסטע מאס עקשנות, און די ברכה פון א צדיק ווערט מקויים, ווען מען זעט יעדעס יאר גאר וואונדערליכע מעשיות פון בחורים וואס האבן געטראפן גוטע שידוכים אויף גאר אומגעראכטענע וועגן, שנעל און גרינג, און שטעלן אויף שיינע ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. חז"ל זאגן טאקע "לא הי&rsquo; ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" די גרויסע שמחה חמשה עשר באב, אז מען האט געטראפן שידוכים, אזוי אויך זאגן חז"ל אז פון חמשה עשר באב דארף יעדער מוסיף זיין בלימוד התורה, ביי די בחורים וואס פאלגן דעם צדיק - איז דאס ממש איין זאך. מען עס מוסיף בלימוד התורה, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף שטעלן מען אויף א בית נאמן בישראל. &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב &nbsp;

    < זעה מער יד אב תשפ"ה 📝
  • ברסלב קאמפיין תשפ"ה - אינוועסט, י"ח - כ' אב הבעל"ט

    אין די יעצטיגע טעג גרייטן זיך אנשי שלומינו ארום די וועלט צום יערליכן קאמפיין צו העלפן און שטיצן דעם ראש ישיבה צו בויען די קהלה, די מוסדות, די שטעטל, די חסד פראיעקטן און אלעס ארום, וואס אלעס האט איין ציל, צו פארשטערקערן אונזער קשר צום אויבערשטן. און מיט'ן אויבערשטענס הילף וועט מען אינאיינעם אויפטרייבן א מיליאן דאלער. &nbsp; היינט דאנעשטאג נאכט וועט פארקומען א ספעציעלר שיינע "מסיבת החתלת הקאמפיין" אינעם בית המדרש הגדול "היכל דוד" אין שטעטל אויף האשקי רד. - א מסיבה צו וואס אלע אנשי שלומינו זענען העפליך געלאדענט. ביים מסיבה וועט סערווירט ווערן א גאר רייכע געשמאקע מאלצייט. &nbsp; ביים היינטיגן מסיבה וועלן זיך די טירן עפענען אום 8:30, און אום 9:00 וועט מען הערן א גאר אינטערעסאנטע היסטארישע פאנעל" בנושא "וויאזוי די סוקסעס האט זיך אנגעהויבן" ווי גאר אינטערסאנטע פאקטן וועלן אויפגעדעקט ווערן צום ערשטן מאל.&nbsp; &nbsp; דער הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין די דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט זיין אום 9:30, ווי מען וועט הערן דברי התחזקות און עצות צום לעבן, און דערמיט וועט זיך אפיציעל אנהייבן דער קאמפיין פון תשפ"ה, וואס טראגט דער נאמען "אינוועסט". &nbsp; אלץ א הכרת הטוב פאר אנשי שלומינו וואס האבן אויפגערטריבן גאר שיינע סכומים פארגאנגענעם יאר, וועט דער ראש ישיבה שליט"א פערזענליך פארטיילן מתנות, קומענדיגע וואך זונטאג פרשת עקב אין שטעטל. &nbsp; א קלוגער מענטש טראכט פאראויס, מען ארבעט יעצט שווער, אבער עס צאלט זיך אויס די ארבעט אין גרויסן, ווען שפעטער שניידט מען די זיסע פירות פון די פריערדיגע האראוואניע. &nbsp; ווען איינער וואלט געזאגט מיט עטליכע יאר צוריק, וויאזוי די הייליגע קהלה וועט אויסזען היינט צו טאגס וואלט מען אים אנגעקוקט ווי אראפגעקומען פון די לבנה. "ווילסט מיר זאגן אז דער ראש ישיבה וועט האבן אן אייגענעם בנין אין אומאן? דו חלומס'ט אז ברסלב קען בויען א שטעטל פון אפילו צוואציג איינוואוינער?" ברוך השם אז דאס און נאך אסאך מער איז היינט צו טאג די רעאליטעט. דאס אלעס איז די פירות און סייעתא דשמיא וואס דער ראש ישיבה מיט אנשי שלומינו וואס האבן זיך געפלאגט פאר אונז אין די פריערדיגע יארן. &nbsp; ווער געדענקט נישט די מעשה וואס מוהרא"ש זי"ע פלעגט פארציילן ווי ער האט געזאגט פאר א ברלסב'ע חסיד אין וויליאמסבורג מיט פופציג יאר צוריק אז "דא וועלן נאך פארן חדר באסעס מיט'ן אויפשריפט ברלסב" און דער האט געענטפערט פאר מוהרא"ש זי"ע "איר חלומ'ט בהקיץ". ב"ה היינט צו טאגס איז ברסלב נישט נאר אין וויליאמסבורג, מוהרא"ש'ס חלום איז קאי וקיים. מוהרא"ש מיט זיינע תלמידים די מפיצים האבן אינוועסטירט יארן לאנג, זיי האבן געאקערט און געגעסן זאמד, אבער ב"ה די ארבעט האט זיך אויסגעצאלט "נצחתי ואנצח, גמרתי ואגמור". &nbsp; יעצט דארף מיר זיך פריש אנגארטלען די כחות, און מיט סייעתא דשמיא ווייטער אינוועסטירן אין די הייליגע מוסדות פון ראש ישיבה שליט"א, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועלן מיר בקרוב זען ווי די ביזנעס בליעט און וואקסט נאך שענער און נאך בעסער. &nbsp; דער קאמפיין וועט לויפן פון קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת עקב, און וועט זיך ענדיגן דאנערשטאג נאכט אין א הערליכע מעמד אין הורליוויל ארט סענטער. &nbsp; קאפיין דאטום: י"ח - כ' אב תשפ"ה ציל: $1,000,000 שליסט אייך אן אויף https://www.charidy.com/breslev

    < זעה מער יג אב תשפ"ה 📝
  • האנט שפראך

    שאלה: &nbsp; א גוטן ר' גרשון. &nbsp; צום ערשטן וויל איך אייך באדאנקען פאר אייער געוואלדיגע ארבעט. עס איז אזוי געשמאק צו ליינען אייערע ארטיקלען - אזוי רייך אין תוכן, און אזוי לעבעדיג מיט די רבינ'ס עצות. אסאך מאל ליין איך געדאנקען וואס איך האב שוין געהערט פון פריער, אבער ווען איך ליין עס אין אייערע ארטיקלען, האט עס א פרישע באדייט. &nbsp; יעצט צו מיין שאלה: לעצטענס האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א נייע הערליכע מוזיק ווידיא "א מחי' א גרויסע משפחה" אינעם ווינקל אונטן אויף די רעכטע זייט, זעט מען א אינגל מאכט פארשידענע תנועות מיט די הענט. איך קען באשטיין צו וויסן וואס דאס מיינט? וואס טוט ער דארט, און וואס פרובירט ער ארויסצוברענגען? &nbsp; נאכאמאל א גרויסן ישר כח, זאל דער אויבערשטער העלפן זאלסט ווייטער האבן כח אריינצוברענגען אמונה אין אידישע הערצער. &nbsp; י. הורוויץ, לאנדאן הבירה ענטפער: א גרויסן ישר כח ר' יחיאל פאר אייערע ווארימע ווערטער. &nbsp; דאס וואס איר האט געזען אינעם ווידיא איז "האנט שפראך" (סיין לענגוויטש), דער אינגל מאכט פארשידענע תנועות מיט זיין הענט איבערצוטייטשן די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז אויך די וואס קענען נישט גוט הערן, זאלן אויך קענען הנאה האבן פון דעם ניגון, און באקומען די גוטע זיסע עצות פונעם הייליגן רבי'ן. &nbsp; דאס איז בעצם דאס וואס דער הייליגער רבי טוט מיט אונז אלע. א מענטש קען טראכטן, מילא די גרויסע צדיקים, זיי האבן געלעבט פיר און צוואנציג שעה א טאג מיט'ן אויבערשטן, זיי האבן "מיחד געווען יחודים", זיי האבן געהאט א גוטע לעבן. אבער איך, איך ווייס דאך זייער גוט ווער איך בין, איין מינוט שפיר איך וויל איך וויל נאר טון דעם רצון ה', און וויל זיין גוט, איך ווייין זיך אויס צום אויבערשטן; און א מינוט שפעטער, פאל איך אראפ. איך שפיר מיך ווי אזא דורכפאל, אזא גארנישט; און דער סמ"ך מ"ם מאכט אונז טראכטן אז עס איז א שאד די ארבעט, איך וועל שוין חלילה ממילא נישט זיין אן ערליכער איד. &nbsp; און טאקע פאר דעם קומט דער רבי אריין אין בילד. טאקע אונז מיינט מען. &nbsp; האסט שוין אמאל פרובירט צו געבן אן עפל פאר א בעיבי? עס איז דאך אזוי געזונט, אזוי געשמאק! ניין, ווייל זיי קענען נישט עסן א גאנצע עפל. ער קען זיך חלילה דערשטיקן דערמיט. וואס טוט מען? מען נעמט דעם שיינעם געשמאקן און געזונטן עפל, מען שיילט עס אפ, מען צושניידט עס, מען לייגט עס אריין אין א בלענדער, מען צומאלט עס גוט, אה מחי', פיינע פרישע עפל סאוס, דער קליינער איז זיך מחי' דערמיט, ער לעבט אויף. &nbsp; מיר זענען אויך אזוי. מיר ווילן אויך זיין צוגעקלעבט צום אויבערשטן ווי די גרויסע צדיקים, אבער אויב רעדט מען צו אונז א שפראך פון שמות, קבלה, מדריגות, דביקות, התעוררות, און אפילו התבודדות - קען עס נישט יעדער נעמען, מיר זענען צו ווייט דערפון. קומט דער הייליגער רבי, מיט זיינע תלמידים, דער היילגער רבי נתן, מוהרא"ש זי"ע און היינט דער ראש ישיבה שליט"א, און לייגן עס אריין אין אונזער מויל צומאלן ווי עפל סאוס. &nbsp; דער רבי רעדט צו אונז פשוטע ווערטער: דער אויבערשטער איז דא, ער וויל דיך העלפן, ער קען דיך העלפן, דארפסט פלעין עפענען דאס מויל. ווען דו פארסט אויפן וועג און דו האסט א שכן נעבן דיר פאר עטליכע שעה וועסטו רעדן צו אים? דער אויבערשטער איז מיט דיר טאג איין טאג אויס, רעד צו אים, פשוט אזוי, פונקט ווי דו וואלסט גערעדט צו דיין חבר. &nbsp; * &nbsp; * &nbsp; * &nbsp; פרייליכע נייעס! &nbsp; גרשון קרעמער האט שוין א טעלעפאן נומער. פון יעצט און ווייטער, קען מען שוין שיקן וואויס מעסעדזשעס און טעקסט מעסעדזשעס צו אונזער נייע טעלעפן נומער. &nbsp; 845-445-7447 &nbsp; דער טעלעפאן ווערט נישט אויפגעהויבן, מען קען בלויז לאזן מעסעזשעס. און די וואס גלייכן בעסער אימעל, וועט מען ווייטער קענען שיקן שאלות אויף אימעיל אויף askgershon@gmail.com. &nbsp; מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

    < זעה מער יג אב תשפ"ה 📝
  • טעקסאס דעמאקראטן אנטלויפן אין א פרואוו אפצוהאלטן רידיסטריקטינג פראצעדור

    א דראמא שפילט זיך אפ די טעג אין די פאליטישע גאס אין טעקסאס, ווי איבער 50 געזעצגעבער זענען "אנטלאפן" פון די סטעיט די וואך, פרובירנדיג דערמיט אפצוהאלטן די רעפאבליקאנער פון קענען שטימען איבערצומאכן די קאנגרעסיאנאלע דיסטירקטס וואס וועט לויט פאליטישע אנאליזירער אוועקנעמען עטליכע זיצן פון דעמאקראטן. &nbsp; לויט די טעקסאס געזעצן פעלט אויס אז כאטש צוויי דריטל געזעצגעבער (100 פון די 150) מוזן זיין אנוועזענד בשעת אן אפשטימונג, און זאגן אז זייער אנטלויפן איז צו "באשיצן דעמאקראטיע", וויבאלד "דזשערימענדערינג" (אויסשטעלן די דיסטריקטן אויף א וועג וואס וועט בענעפיטירן די מערהייט פארטיי) מאכט אז די באפעלקערונג ווערט נישט געהעריג רעפרעזענטירט. &nbsp; די אנדערע זייט - אין שפיץ פון פרעזידענט טראמפ - זאגט, אז עס איז אמת אז עס וואלט בעסער געווען אן דזשערימענדערינג, אבער ווען די דעמאקראטן טוען דאס שוין יארן, אין סטעיטס ווי ניו יארק, קאליפארניע, אילינויס, מערילענד און אזוי ווייטער, מוז מען צוריק קעמפן אויף די זעלבע וועג. און דאס וואס זיי וויינען יעצט "דעמקראטיע", איז פשוט ווייל זיי האבן שוין אויסגענוצט אלע קוילן, און זיי קענען נישט נקמה נעמען, ווייל זיי האבן עס שוין געטון צום מאקסימום איבעראל ווי זיי האבן געקענט. &nbsp; דאס זאגט אונז אז נישט אלץ איז דער וואס וויינט און שרייט, דער צדיק, און נישט אלץ איז דער וואס האט טענות, דער בעל יושר. &nbsp; ווען אן ערנסט אויסזענעדע ליידיג גייער זעט א תמימות'דיגער איד, וואס האט געהערט און פאלגט דעם צדיק און הייבט אן לערנען און זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און אזוי זיך צו צוקלעבן צום אויבערשטן, און הייבט אן חוזק מאכן, "דאס הייסט געלערענט? דו דאווענסט גמרא?", דו מיינסט זיכער אז ער "לערנט" יעדן טאג אפאר שעה, און ער "פארשטייט" נישט וויאזוי מען קען איינעם הייסן "זאגן". איך האב פאר דיר גרויסע נייעס. ער ווייסט אפילו נישט וועלכע סדרה גייט די וואך. ער עפענט נישט קיין אידיש ספר מיום כיפורים זה, עד יום כיפורים הבא עלינו לטובה. &nbsp; ווען א לץ שרייעט "ברסלב'ע חסידים פארן זיך אויף אומאן, מען לאזט איבער די ווייב אליינס", עס זעט אויס אז ער איז ממש א צדיק תמים, וואס איז הייליג און וויל זיך פשוט אננעמען פאר די נעבעכדיגע פרויען. זאג מיר נאר, וואו געפונסטו זיך א גאנצע וואך, ער שיקט ארויף זיין ווייב צו די קאנטרי, און ער פארברענגט א גאנצע וואך מיט "חברים", ער מאכט "סיומים" אין די ניין טעג... און לאזט איר הענגען פאר גאנצע אכט וואכן. &nbsp; עס איז א שאד די צייט, א שאד די שפייאכטס צו ענטפערן א לץ, מיר וועלן קוקן אויף וואס מיר האבן אין די האנט. מיר וועלן יעדע זאך בעטן דעם אויבערשטן, מיר וועלן ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגער תורה, מיר וועלן זיך פרייען מיט יעדע מצוה'לע, און פאלגן דעם רבי'ן און "זיך פארן" קיין אומאן, ווי מיר וועלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף פועלן א גוטע און א זיסע יאר.

    < זעה מער יב אב תשפ"ה 📝
  • א מחי' א גרויסע משפחה - א זיסע געשמאקע נייע מוזיק ווידיא

    "א מחי' א גרויסע משפחה, נאך א בעיבי נאך א הצלחה" הערט מען פילע אידן זיך אונטערזינגען אין די לעצטע טעג, דאס קומט נאכדעם וואס עס איז נארוואס ארויסגעקומען א פרישע געלונגענע מוזיק ווידיא מיט'ן נאמען "א מחי' - א גרויסע משפחה", און די שפילער זענען נישט מער און נישט ווייניגער, זיסע קינדערלעך און בעיביס, זיי זינגען שפילן און טאנצן צום ניגון, וואס העלפט ארויסברענגען דעם שטארקן מעסעדזש פונעם ניגון. &nbsp; אין די היינטיגע טעג, וואס מיר געפונען זיך אין גלות צווישן די אומות העולם שוין אזוי פיל יאר, פרובירט דער סמ"ך מ"ם מיט אלע מיטלען צו טוישן אונזער בליק און אונזער צוגאנג צום לעבן, און ליידער קען מען שוין הערן בקצה המחנה, דער גוי'ישער בליק אויף א משפחה לעבן, כאילו דאס איז "אלטמאדיש" און "יאנטשי", און אז עס שטערט פון "ענדשויען לעבן", און דאס קען מאכן שפירן אז א קינדער געבענטשטע משפחה איז לעול ולמשא. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א קאמפאזירט דער הערליכער ניגון, באגלייט מיט גאר שיינע פראפעסיאנעלע מוזיק, און יעצט האט מען צוגעלייגט די גאר שיינע מוזיק ווידיא עקטס ווי אלעס ווערט לעבעדיג אראפ געשפילט. &nbsp; עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די אלע וואס האבן אריינגעלייגט כחות אינעם ניגון, און בסייעתא דשמיא ארויסגעגעבן דעם הערליכן מוזיק ווידיא. דער ראש ישיבה שליט"א האט קאמפאזירט די ווערטער, דער דירעקטאר איז ר' שרולי סאמעט, פילמירט געווארן דורך בייניש סטודיאס. &nbsp; עס קומט זיך א הכרת הטוב פאר פילע וואס האבן צוגעהאלפן און אריינגלייגט אסאך כחות, צום ערשטן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געשריבן די ווערטער, און דארנאך פאר נאך פילע וואס האבן געהלפן מיט זייערע טאלאנטן געדאנקען און געטריישאפט: &nbsp; 🎬 ווידיא דירעקטאר: שרולי סאמעט 🎥 דירעקטאר אסיסטענס: זאבי ראטה, אלי זעלקאוויטש און ש. פעלבערבוים 🎻 קינדער אינסטרומענט דירעקטאר: אשר ראנד 🎶 קינדער טענץ דירעקטאר: נחמן נתן קרויס 📸 פילמינג: בענעש סטודיאס ✂️ עדטיטנג: עולם מידיע 🧊 טרי־די: מאיר וויזעל און יעקב לאפעז 🤟 האנט שפראך לערער: יונה ראזעבלאט 🎼 מוזיק דירעקטאר: סענדי ראטה 🥁 דראמס: אבי אבדני 🎸 גיטאר: יונה קייזער 🎵 באס: אבי יפרח 🎚️ מוזיק מיקס: אלי מלמד 🎨 קאלירן און ארט: נ. געלבאך און ירון אלוש 🎭 פראפס: KB GENRAL 🈯 איבערטייטשער: נחמן פילמער, י. זילבער און ל. יאקאבאוויטש 💄 מעיקאפ: LMP WORKS 👋 האנט שפראך: י. פרידריך &nbsp; אבער דער עיקר הכרת הטוב קומט פאר'ן אויבערשטן, וואס האט אונז איבערגעלאזט דעם הייליגן רבין מיט זיינע תלמידים וואס לערנען אונז דעם זיסער תורה וועג, און דערמאנען אונז כסדר מיר זאלן נישט בלאנדזשען אין פרעמדע פעלדער - בשעת מיר פארמאגן אזא רייכטום. &nbsp; דער ווידיא איז נישט אזוי "ארויסגעקומען" אין אין מינוט, דער פראדוצירער ר' ישראל סאמעט האט באקומען א טעלעפאן רוף מיט דריי יאר צוריק פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אים געזאגט אז עס קומט יעצט ארויס דער נייער ניגון, און אים געבעטן מ'זאלן מאכן א גאר שיינע מוזיק ווידיא דערויף, אבער אויף א פרישע שטאפל נאך שענער און בעסער ווי ביז יעצט. &nbsp; ר' ישראל זאגט אז ער האט תיכף אנגעהויבן בעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס און וויאזוי עס צו מאכן, און דער עיקר איידיע איז אים איינגעפאלן אין אומאן שפאצירנדיג אויפן וועג פונעם בנין היכל הקודש צום ציון פון הייליגן רבין. און במשך די דריי יאר האט מען שווער געארבעט צו מאכן דעם מוזיק ווידיא גאר שיין, ציענד און אויג פארכאפענד, נוצנדיג די בעסטע טאלאטן און שפילער וואס מען האט געקענט. &nbsp; צום ביישפיל בלויז אויסצולערנען די קינדער די אינסטרומענטן, די טענץ, אויסצושטעלן די סצענעס, אויסוועלן די קאלירן, איינקויפן און פעינטן די אלע זאכן עס זאל שטימען, יעדע פון די זאכן האבן פארנומען חדשים פון ארבעט. &nbsp; עקסטער פון דעם האט מען דא אהערגעשעטלט א חידוש וואס איז נאך נישט געווען ביז היינט אין די אידישע וועלט, אז אויך ווער עס קען נישט הערן זאל קענען מיטהאלטן. די סטאטיסטיקס זאגן אז עס זענען דא אזויפיל ווי זיבן פראצענט פון די באפעלקערונג וואס קען נישט הערן, אדער קען נישט גוט הערן. זייער אסאך פון זיי נוצן די "הענט שפראך" (סיין לענגוויטש) צו קאמוניקירן, און זיי קוקן מער די סארט זאכן, ווייל זיי קענען נישט הערן. &nbsp; ר' ישראל האט זיך אריינגעלייגט דערן, ער איז זיך געגאנגען לערנען די שפראך ביי א פראפעסיאנאלע טיטשער, און ער האט פרובירט עס אויסצולערנען פאר עטליכע קינדער, ביז ער האט אנגעטראפן דאס קינד י. פרידריך וואס האט עס ב"ה גוט אויפגעכאפט, און מיט דעם אלעם האט מען געדארפט אפכאפן דאס קינד עטליכע הונדערט מאל ביז עס איז ב"ה געלונגען. &nbsp; מען האט טאקע ארייגעלייגט גאר אסאך כחות געלט און צייט, אבער ב"ה אז מען הערט צוריק אז עס צאלט זיך אויס אין גרויסן, מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די גאנצע וועלט, מענטשן זאגן אז מען קען עס קוקן איינמאל און נאכאמאל און מען ווערט נישט זאט. &nbsp; 🎦 א מחי' א גרויסע משפחה &nbsp; איך גיי נאך די מסורה איך האב א תורה איך גיי נאך די צדיקים די הייליגע חכמים &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; א מחי קליינע קינדער א מחי אסאך אסאך קינדער א מחי' קינדער טאנצן קוק ווי זיי שיינען קוק ווי זיי גלאנצן &nbsp; מיינען עס איז גרינגער מיט ווייניג קינדער מען קען נאר רילעקסן רואיג ווען די שטוב איז ליידיג &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; נעבעך נעבעך מענטשן מיינען אז עס מאכט נערוועז ווען קינדער וויינען &nbsp; עס איז נישט אמת וואס מען טראכט אז קינדער לאזן נישט שלאפן ביינאכט &nbsp; איך גרייט אן א באטי און צאמי באט וואט אבאוט מי &nbsp; די בעבי וויינט אן א שיעור ווען האב איך צייט פאר מיר &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; יעדע בעבי איז נאך א ברכה באלד קומט די נחת באלד קומט הצלחה &nbsp; שפעטער ווערט עס זיסער און גרינגער מען זאגט הלואי וואלט איך געהאט מער &nbsp; הער נישט וואס מענטשן רעדן קעגן די תורה וועג אז די קינדערלעך שטערן פון האבן געשמאקע טעג &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעבי נאך הצלחה &nbsp; נאר אויף תכלית דארף מען קוקן אויף דער עלטער וועסטו זיך דערקוויקן &nbsp; אויף יענע וועלט שעפט מען נחת ווען מען לאזט איבער גרויסע משפחות &nbsp; מ'גיימיר זיך טרעפן אין צען יאר דעמאלט וועסטו זען קלאר &nbsp; נאר דאס בלייבט פון א מענטש אז ער איז מיט קינדער געבענטשט &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעבי נאך הצלחה &nbsp; מזל טוב נאך א יונגעלע מזל טוב נאך א מיידעלע &nbsp; מזל טוב מען קויפט א קאפעלע &nbsp; מזל טוב מען קויפט א קליידעלע &nbsp;

    < זעה מער יב אב תשפ"ה 📝
  • שניידן האר און נעגל דאנערשטאג

    שאלה: די הלכה איז אז מען שערט נישט די נעגל דאנערשטאג, כדי ס'זאל נישט אנהייבן צו וואקסן שבת. &nbsp; איר האט אמאל געשריבן אז די האר וואס וואקסט שוין ארויס איז שוין טויטע צעלן, און פארדעם שפירט מען נישט קיין ווייטאג ווען מען שניידט עס. &nbsp; ווי איך פארשטיי איז אויך נעגל אזוי - ווייל אויך ביי דעם שפירט מען נישט קיין ווייטאג ביים שערן. &nbsp; אויב אזוי, ווי אזוי ווייסן די ווארצלען אז מען האט זיי יעצט אפגעשוירן, אז ס'זאל נישט אנהייבן וואקסן שבת? &nbsp; משה אריה יוזשעף &nbsp; ענטפער: אין שלחן ערוך (אורח חיים, ר"ס, סעיף א) וואו מען רעדט פון זאכן וואס מען טוט לכבוד שבת, שטייט "ומצוה ... לגלח הצפרנים בערב שבת", עס איז א מצוה צו שניידן די נעגל ערב שבת. דער רמ"א לייגט צו "ואם היו שערות ראשו גדולות, מצוה לגלחן", אויב די האר איז גרויס איז עס א מצוה צו שניידן ערב שבת. &nbsp; דער טורי זהב אויפן פלאץ ברענגט פונעם מהרש"ל אז "עס איז דא א טעם" פארוואס מען זאל עס נישט טון דאנערשטאג, און דער טורי זהב שרייבט דערויף, "ומה שמסיים שיש טעם בנטילת צפרנים, שמעתי הטעם דדרך השערות והצפרנים המגולחים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת, וע"כ גם בגילוח שערות אין לעשות ביום חמישי". אז ער האט געהערט אז די טעם איז אז האר און נעגל הייבן אן צו וואקסן דריי טעג נאכ'ן שניידן, דערפאר זאל מען נישט מאכן אז עס זאל זיין אום שבת, און דערפאר זאל מען זיך אויך נישט שערן די האר דאנערשטאג. &nbsp; פרעגסטו זייער גוט, ווער זאגט פאר די נעגל און די האר אז מען האט זיי יעצט געשוירן? &nbsp; די ערשטע זאך וואס מען קען דא זען, ווי שטארק מען דארף זיך פרייען אז שבת קומט, מען רוימט מען וואשט לכבוד שבת, און מ'נעמט אים אויף און מ'ווארט אויף אים ווי אויף א חשובע גאסט. און אז מען איז פרייליך שבת איז מען זוכה צו א נחלה בלי מצרים, מען קען אייביג לעבן מיט'ן אויבערשטן, נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט. &nbsp; צוריק צו דיין שאלה, די נעגל און די האר ווארצלען אינעווייניג אינעם קערפער זענען נאך אלץ פארבינדן מיט די דרויסענדיגע צעלן, אפילו זיי זענען שוין נישט קיין לעבעדיגע צעלן, און זיי קענען "שפירן" ווען מען שניידט עס אפ, כאטש עס טוט אונז נישט וויי, כאפן זיי עס אבער יא אויף, און זיי הייבן אן צו שיקן מעסעדזשעס אז די האר און נעגל זאלן זיך נעמען וואקסן. &nbsp; "עַל יְדֵי שְׁמִירַת שַׁבָּת מַמְשִׁיךְ עַל עַצְמוֹ אוֹר שֶׁל מָשִׁיחַ גַּם עַל יְדֵי תְּשׁוּבָה" (ספר המידות חלק ב' אות ד)

    < זעה מער יא אב תשפ"ה 📝
  • מען פארקויפט שוין זיצן פאר'ן בית המדרש אין אומאן

    אין די טעג - ווייניגער פון צוויי חדשים איידער מיר וועלן זוכה זיין נאך די אלע תפילות אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן - האט מען אנגעהויבן נעמען געלט פאר די זיצן אינעם בית המדרש אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן, ווי מען וועט קענען מיטהאלטן די געהויבענע תפילות ביים ראש הישיבה שליט"א ווי ער גיסט זיך אויס דאס הארץ אלץ שליח ציבור און איז אלעמען מעורר צו תשובה. &nbsp; אזוי ווי עס איז דא א גרויסע מאנגל אין זיצן, ווערט מען געבעטן זיך צו מעלדן וואס פריער, ווייל כדי צו אנהאלטן די חזקה זיצן פון פאריאר וועט מען דארפן אויסצאלן דעם זיץ ביז חמשה עשר באב, און פון ראש חודש אלול הבעל"ט וועט מען עפענען די זיץ פארקויפונגען פאר כל הקהל הקודש, און צוליב דעם גרויסן פארלאנג וועט מען מוזן אננעמען דעם כלל פון "כל הקודם זכה". &nbsp; אנשי שלומינו האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די זיצן גבאי מו"ה נחמן נתן הי"ו וואס געבט זיך אוועק דערפאר שעות און קאפ וויי שלא על מנת לקבל פרס, פשוט צו העלפן אנשי שלומינו. &nbsp; אבער עס דארף באטאנט ווערן אז עס זענען דא צענדליגע אינגעלייט און בחורים וואס טייל קען מען זען, און אנדערע העלפן אונטער די קוליסן, סיי א גאנץ יאר, און בפרט אין אומאן, אין קאך, אנפירן מיט די גוים, טיילן דאס עסן, מסדר זיין די מקוה, מסדר זיין צימערן, און נאך צענדליגע גרויסע און קליינע זאכן. &nbsp; ווען מיר קומען אן קיין אומאן, זענען מיר גוט אפגעמוטשעט פון די לאנגע וועג, מען וויל כאפן א דרימל, זיך אויפפרישן, עפעס עסן, גיין צום ציון וואס מער מען קען, און די איבעריגע צייט וויל מען לערנען די לימודים, יעדער האט פילע שיעורים וואס מען וויל נישט פארפאסן. און דערפאר האבן מיר א גרויסע הכרת הטוב פאר די אלע וואס העלפן, ווייל אויך זיי ווילן זיך אביסל אפרוען, זיי ווילן אויך גיין צום ציון אדער לערענען, אבער זיי רייסן אוועק פון זיך און געבן זיך אוועק לטובת הכלל והפרט. &nbsp; צוריק צום ענין - יעצט נעמט מען געלט "נאר" פון חזקות, ביז חמשה עשר באב הבעל"ט, און די אלע וואס ווילן באצאלן זאל וואס שנעלער זיך צו פארבינדן מיט ר' נחמן נתן. דאס בעסטע איז יעדע דאנערשטאג נאכט, תיכף נאכ'ן שיעור פון ראש ישיבה, אדער קען מען אים רופן אויף 347-404-8738. &nbsp; פון ראש חודש אלול און ווייטער וועט מען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף קענען קויפן אלע זיצן וואס זענען נישט געקויפט געווארן, סיי די וואס האבן געהאט חזקות און סיי דער וואס וויל יעצט קויפן דעם ערשטן מאל.

    < זעה מער ו אב תשפ"ה 📝
  • קענען פשוטע מענטשן פארן צום ספעיס?

    שאלה: מיין עלטער זיידע האט זיכער נישט גע'חלומ'ט פון פליען אויף א פליגער, און היינט - געלויבט דעם אויבערשטן - מיט עטליכע יאר שפעטער, פליען מיליאנען מענטשן יעדן טאג. אויך איך גרייט מיך צו פארן צום רבי'ן מיט מיינע אינגלעך צום הייליגן רבי'ן, און איינער פון זיי וויל וויסן צי מען וועט אין די קומענדיגע יארן קענען פארן צום ספעיס, אזוי אויך ווילן זיי הערן וואס מען קען זיך לערנען דערפון. &nbsp; ענטפער: א שיינע שאלה, לאמיר עס צולייגן אביסל, יעצט נעמט א רייזע צום רבי'ן כאטש צוואנציג שעה, און דו וויסלט וויסן צי אין צוואציג דרייסיג יאר ארום וועט מען זיך אריינזעצן אין א ראקעט, און ביז ווייניגער פון א שעה וועט מען זיך זען ביים הייליגן רבי'ן ציון. נישט קיין שלעכטע פלאן! &nbsp; די ערשטע זאך, בעט דעם אויבערשטן, אז ער וויל וועט מען אנקומען דערצו. עס איז שוין היינט דא א מעגליכקייט פאר פשוט'ע בירגער צו פארן צום ספעיס, עס קאסט טאקע עטליכע הונדערט טויזענט דאלער א טיקעט, אבער טעכניש קען יעדער זיין אין ספעיס. &nbsp; און ווי זאכן גייען איז שטארק מעגליך אז אין עטליכע צענדליגע יאר ארום וועט מען קענען קויפן א "ספעיס טיקעט" קיין מירון אויף ל"ג בעומר אדער ראש השנה קיין אומאן. &nbsp; אבער לאמיר נישט פארפארן צו פאנטאזיעס, לאמיר זען א גאר אינטערעסאנטע מעשה וועס דער מדרש דערציילט. מיר באגלייטן יעצט א שטערן זעער, ער דרייט זיך ארום מיט זיין גרויסן שפאקטיוון, און שפאצירט אינאיינעם מיט א פשוטע מענטש אין גאס, ער איז יעצט גאר שטארק פארנומען. &nbsp; ער באטראכט די שטערנס ווי זיי דרייען זיך, און פלוצליג רופט ער אויס מיט שרעק "אין אפריקע וועלן אויסברעכן פינף מלחמות קומענדיגע יאר, און הונדערט טויזענט מענטשן וועלן שטארבן", דער עולם שטייט ארום פארגאפט און הערט אויס זיינע פערל ווערטער, נאך עטליכע מינוט ברענגט ער פרישע נייעס "אונזער באליבטער קעניג גייט קראנק ווערן נאך דעם יאר, און וועט עס נישט איבערלעבן", אזוי גייט ער און באטראכט, געבט אנאליזן און מיינונגען איבער אלץ און אלעמען, אינמיטן באמערקט זיין באגלייטער אז אט דערנענטערט מען זיך צו א טיפן גרוב וואס איינער האט דארט געגראבן, און זאגט פאר'ן שטערן זעער "געב אכטונג, דו פאלסט אריין", אבער דער איז נישט "דאהי"... און פלוצליג האט עס פאסירט... &nbsp; דער שטערן זעער האט שוין געהאט גאנץ אנדערע חשבונות, עס אינטערסירט אים נישט איבער רוסלאנד, שפאניע, אדער פראנקרייך, ער וויל וויסן "וויפיל ביינער זענען מיר נאך געבליבן גאנץ"&nbsp; &nbsp; די זעלבע זאך מיט אונז, פלעגט מוהרא"ש זאגן, דער וויל פליען צו די לבנה, דער צו מארס, אבער מיר דארפן קוקן אויף עפעס אנדערש, וויאזוי גייען דורך מיינע טעג? דער צדיק פרובירט צו שרייען צו אונז און זאגן, "געב דיך אכטונג" אבער מיר זענען פארנומען מיט די "נייעס", מיר "מוזן" וויסן וואס האט טראמפ געזאגט, האט איראן טאקע אויפגעגעבן? וועט רוסלאנד מאכן שלום?&nbsp; &nbsp; ענדרש לאמיר לערענען עטליכע פסוקים חומש, משניות גמרא. און דאס וועט אונז טראגן צום רייזע וואס מיר נעמען מיט אויף אייביג.

    < זעה מער ה אב תשפ"ה 📝
  • מאסיווע ערדציטערניש טרייסלט אויף די וואסערן נעבן רוסלאנד

    מאנטאג נאכט האט פאסירט גאר שטארקע 8.8 ערדציטערניש ביי די ברעגעס פון רוסלאנד'ס קומכאטשע האלב אינזל, וואס האט אויפגעציטערט דעם גאנצן ראיאן, און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין איינע פון די צען שטארקסטע ערד ציטערנישן אין די היסטאריע וואס מען ווייסט. &nbsp; דער ציטערניש האט פאסירט בערך צוועלף מייל אונטער די וואסער, וואס איז א פלאץ וואס וואלט לויט די מומחים געדארפט ברענגען גאר אסאך שאדענס, צוליב וואס די וואסערן ווערן גאר שטארק אויפגעציטערט, און שיקט ארויס גאר גרויסע שאק כוואליעס צו אלע זייטן ארום, און האט לויט זיי געזאלט אנמאכן גאר שווערע שאדנס השם ישמרינו. &nbsp; ביז עטליכע מינוט זענען גאר ערנסטע צונאמי ווארענונגען ארויסגעשיקט געווארן צו פילע לענדער ארום דעם פיציפישן אקעאן אריינגערעכענט יאפאן, אמעריקע (ספעציעל אלאסקא, האוואי, און קאליפארניע), גואם, און די פיליפינען. מיליאנען מענטשן זענען אנטלאפן פון זייערע הייזער מיט די נשמה אין די הענט, צו פלעצער אוועק פונעם ברעג, און צו הויכע פלעצער. &nbsp; מיט ווייניגער פון פופצן יאר צוריק האט אזא ערד ציטערניש מיט די נאכפאלגעדנע צונאמי אומגעברענגט כמעט צוואציג טויזענט מענטשן, און צואווארפן א פערטל מיליאן הייזער אין יאפאן, און האט נאכגעפאלגט מיט די פוקאשימא נוקלעארע חורבן, און געדענקענדיג דאס, האבן די באאמטע דערשראקן אז דא קומט עפעס ווער ווייסט וואס. &nbsp; פון איין זייט איז עס ווערד צו באמערקן ווי נישטיג מיר זענען, מיט אלע גרויסע "דערגרייכונגען" קומט א קליינע קיצל פון אויבערשטן "הַמַּבִּיט לָאָרֶץ וַתִּרְעָד", און גארנישט קען נישט ביישטיין דעם אויבערשטענ'ס כח, דער אויבערשטער שיקט ארויס דער ים, און אין רגעים איז נישט קיין זכר פון גאנצע שטעט. &nbsp; אבער ווען דער אויבערשטער וויל, געשעט גארנישט, עס מעג קומען דער מעכטיגער ערד ציטערניש, כמעט די שטערקסטע וואס איז נאר אמאל געווען, אלע נייעס זאגערס דערשרעקן אז דא קומט כוואליעס וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, אבער דער אויבערשטער לאזט דער ים גיין נאר ביז ווי ער וויל "גְּבוּל שַׂמְתָּ בַּל יַעֲבֹרוּן בַּל יְשׁוּבוּן לְכַסּוֹת הָאָרֶץ", און כאטש עס זענען געווען גאנץ הויכע כוואליעס זענען צום סוף כמעט נישט געווען קיין פארפלייצונגען, נישט ווייל די סייענטיסטן האבן עס אפגעהאלטן, נאר ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געוואלט. &nbsp; וועסטו מיר זאגן אז איך ווייס טאקע אז דער אויבערשטער "פירט די וועלט", ער איז דער "ממליך מלכים", אבער וואס טוט זיך מיט מיר, איך קליינע מענטשעלע. דאס איז איז טאקע אונזער עבודה, מיר זאלן חזר'ן טאג און נאכט אז דער אויבערשטער פירט נישט נאר די גרויסע וועלט, נאר אויך די "קליינע" וועלט, און יעדע זאך ווי גרויס אדער קליין, פירט דער אויבערשטער מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט, און קיינער קען מיך נישט גוטס טון אדער שלעכטס טון, נאר אלעס איז אין זיינע הענט. &nbsp; און דערפאר "אָשִׁירָה לַה' בְּחַיָי, אֲזַמְּרָה לֵאלֹקַי בְּעוֹדִֽי"!

    < זעה מער ה אב תשפ"ה 📝
  • נסיעה טשארטער אויף אומאן ב"ה באשטעטיג

    די ליינער וואונדערן זיך מן הסתם וואס עס גייט פאר מיט די טשארטער פון נסיעה טרעוול. עס איז שוין אנפאנג חודש אב און מען האלט אין איין זאגן אז מארגן און נעקסטע וואך קומט שוין די אפדעיטס פונעם לאנג ארויסגעקוקטן טשארטער. &nbsp; יעדער פון אנשי שלומינו בעט דעם אויבערשטן אז ער וויל מקיים זיין די בקשה וואס דער רבי האט אזוי שטארק געבעטן אז יעדער אן אויסנאם זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, מיר אלע גלייבן אינעם צדיק, און מיר ווילן באקומען די גרויסע תיקונים וואס ער געבט אונז, אבער אין די זעלבע צייט וויל מען פארן אויף אן אפגעהיטענע נסיעה, מיט וואס ווייניגער נסיונות אין שמירת עינים, און בכלל צוגעשטעלט אויף א היימישע ערליכע פארנאם. &nbsp; דערפאר ארבעט דער אייגענטומער פון נסיעה טרעוול ר' אלי' קנאלל שוין פון אנפאנג יאר, און פרובירט אויף יעדע אופן צו ברענגען די בעסטע אפציעס פאר אנשי שלומינו, יעדע זאך וואס ער טוט פרעגט ער דעם ראש ישיבה, און לויט זיינע הוראות טוט ער וואס ער קען. &nbsp; די ערשטע זאך האט ער פרובירט די בעסטע אפציע, ער האט געוואלט מאכן אז די טשארטער זאל ארויספארן פון ניובורג'ס סטוארט עירפארט, וואס איז די באקוועמסטע פאר רוב אנשי שלומינו, און בלויז בערך א שעה פון שטעטל, און האט געזאלט פארן ביז קישינוב מאלדאווע, אבער ער האט נישט געקענט באקומען א קלארע "יא" פונעם עירפארט, זיי האבן געהאלטן אין איין שטופן, ענדליך נאך לאנגע חדשים האבן די חברה אין קישינוב געזאגט אז מען קען נישט לאנדן אזא גרויסע עירפארט ביי זיי. און ווען ר' אלי האט זיי אויפגעוויזן אז עס פארן דארט כסדר אזעלעכע גרויסע פליגערס, איז נאך עטליכע וואכן געקומען א פרישע תירוץ, אז מען קען טאקע לאנדן, אבער מען קען נישט פארקן דארט אזא גרויסע פליגער, זייערע פארקינג ערטער זענען קלענער, ר' אלי איז גרייט געווען צו צאלן פאר צוויי פארקינגס, אבער זיי האבן זיך אויך דערפון ארויסגעדרייט מיט כל מיני תירוצים. &nbsp; ר' אלי האט עס דורכגערעדט מיט'ן ראש ישיבה, און דער ענטפער איז געווען אז מען זאל עס נישט טון, ווייל אפילו מען וואלט ענדליך געפועלט אז זיי זאלן עס ערלויבן, וואלט עס געקאסט צופיל געלט, און אפילו אלי וואלט גרייט געווען צו דערלייגן אויפן געשעפט, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער זאל עס נישט טון, ווייל עס איז נישט קיין קליינע סכומים, דערפאר האט אים דער ראש ישיבה געראטן ער זאל צוריק גיין צום אלטן מהלך, פארן קיין פוילן, און פון דארט פארן קיין אומאן מיט באנען און באסעס. &nbsp; און געלויבט דעם אויבערשטן אז ר' אלי האט ב"ה מסדר געווען א גוטע מהלך פון א נסיעה, די בעסטע וואס עס איז מעגליך געווען, און אזוי אויך די פרייז גייט זיין זייער גוט. &nbsp; דער פלאן איז אז מען פארט בעז"ה ארויס פון ניו יארק מיטוואך נאכט נאך חצות אום 1:30, קיין פוילן, און מען וועט בעז"ה זיין צוריק אין ניו יארק צום גדלי' אווענט. דאס אלעס וועט זיין פאר בלויז $2,395 און אין דעם איז אלעס אריינגערעכענט, די פליגער, דאס עסן, באן, באס, אויף ביידע וועגן. &nbsp; מער פרטים וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; קיינער טאר נישט פעלן!

    < זעה מער ב אב תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 121 to 135 of 1738 results

1 2 ... 6 7 8 9 10 11 12 ... 115 116
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com