Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרישע אפדעיטס פונעם נייעם בנין אין אומאן

    גרשון קרעמער   אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין אין גרויסן אויפ'ן קומענדיגן ראש השנה תשפ"ז הבעל"ט. מ'קויפט שוין טיקעטס, מ'טשעקט איבער די פאספארטן צו זען אויב זיי זענען נאך וועליד, אבער יעדער ווייסט אז דער עיקר הכנה איז תפילה. עס איז קלאר, אז אפילו אויב מען האט א פאספארט, געלט און געזונט, קען מען אן תפילות נישט אנקומען צום הייליגן רבי'ן.   צווישן די אלע הכנות, לעכצט דער עולם צו הערן פרישע אפדעיטס איבערן נייעם בנין אין אומאן. ווער עס איז נאר געווען אינעם ביז-יעצטיגן בנין די לעצטע פאר יאר, האט געשפירט אויף די אייגענע הויט די ענגשאפט וואס הערשט דארט. אפגערעדט פון די פילע נייע מקורבים וואס קומען צו יעדעס יאר און שרייען "למה נגרע", זיי ווילן אויך זיין אינעם בנין אינאיינעם מיטן ראש ישיבה, וואס דאס איז א געוואלדיגע תענוג רוחני וגשמי.   דער בנין געפינט זיך ווייט פונעם גאנצן הו-הא און געפילדער פון פושקינא, וואס דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס ברענגט אן אומבאשרייבליכע הרחבת הדעת. בפרט ווען מען קומט מיט די קינדערלעך - אונזער שווארץ אפל פון אויג - קען מען דאך נישט צומאכן אן אויג אויב מען געפינט זיך אין אן אלגעמיינעם פלאץ, וואו מען קען נישט איבערלאזן א קינד אליין אפילו פאר איין מינוט. אבער דא, ביים ראש ישיבה'ס בנין, איז עס פיל רואיגער; מען ווייסט אז די מלמדים געבן זיך אפ מיט די קינדער, מען לערנט מיט זיי, מען דאווענט מיט זיי, מען עסט מיט זיי, און מען נעמט זיי צום הייליגן ציון זאגן תיקון הכללי אינאיינעם מיט די מלמדים – א סערוויס וואס מען קען מיט געלט נישט באצאלן.   אויך אויף די גשמיות'דיגע זייט איז אלעס צוגעשטעלט אויפ'ן בעסטן אופן: א הערליכע גרויסע מקוה, דריי געשמאקע סעודות יעדן טאג, ברייטע צימערן צו שלאפן, און א פראכטפולער בית המדרש וואו מען קען לערנען און דאווענען. דער הויכפונקט פונעם יום טוב איז בלי ספק דאס געשמאקע דאווענען מיט'ן ראש ישיבה, וועלכער דינט אלס בעל תפילה און דאווענט פאר'ן עמוד אזוי הארציג און ווארים, וואס דאס איז מעורר יעדן איינעם צו תשובה. צוליב די אלע סיבות איז טאקע דא א שטארקע אינטערעסע ביים עולם צו הערן כסדר'דיגע אפדעיטס איבער דעם פארשריט פונעם נייעם בנין.   דעריבער זענען מיר פרייליך צו מעלדן אז די ארבעט רוקט זיך פאראויס מיט א שנעלן טעמפא. ברוך השם, מען האט שוין געענדיגט לייגן די "ריבאר" (די אייזענס), און מען האט שוין געגאסן די קאנקריט פאר די פוטינגס פונעם בנין.   (א קליינע הסבר: די ווענט פונעם בנין ווערן אנגערופן די "פאונדעישאן" (פונדאמענט), און דער אונטערשטער טייל וואס האלט די פאונדעישאן הייסט די "פוטינג" - וואס מיינט אויף פשוט אידיש "די פוס" - דאס זענען די פיס פונעם בנין, דער ברייטער חלק אונטן פונעם פונדאמענט, וואס דערויף האלט זיך דער גאנצער בנין.)   דא האט מען עס געמאכט אנדערש ווי געווענליך ווען מען בויט א פשוט'ע הויז. נארמאל לייגט מען די פוטינג אונטער די פאונדעישאן בלויז עטליכע פיס ברייט, אבער ביי אונזער בנין, וואס וועט זיין א קאמערציאלע געביידע פון עטליכע שטאק הויך, בויט מען עס פיל שטערקער; מען האט געמאכט די גאנצע "סלעב" (דער גאנצער פלאר פונעם בנין) זאל זיין איין ריזיגע דיקע פוטינג. דאס רופט מען א "מעט פאונדעישאן" (Mat Foundation). דער סלעב/פוטינג איז כמעט צוויי פיס הויך קאנקריט מיט ריבאר וואס באדעקט דעם גאנצן שטח.   אויפ'ן שטח פונעם בנין קען מען יעצט זען פילע "ריבאר" אייזענעס וואס שטעקן זיך ארויס פונעם סלעב/פוטינג. דאס איז כדי מען זאל קענען ארויפלייגן דערויף די ווענט פון די פאונדעישאן, און אזוי וועט די גאנצע סטרוקטור זיין בעז"ה איין הארטע שטיק, גענוג שטארק פאר'ן גרויסן בנין.   וואס איז באמת דער טעכנישער ציל פון לייגן ריבאר (אייזענע שטאנגען) אינעם קאנקריט? דער הסבר איז אזוי: צעמענט און קאנקריט זענען טאקע גאר שטארק אויף איין אופן, עס קען אויסהאלטן גאר אסאך "פרעשור" (דרוק) פון אויבן, אבער פון די אנדערע זייט, אויב עס באקומט א שטארקע זעץ אדער א שטויס פון די זייט, קען זיך עס גאנץ שנעל צוברעכן. אייזן איז פונקט פארקערט: עס קען זיך גרינגער צוקוועטשן אונטער פרעשור, אבער עס וועט זיך נישט איבערברעכן פון קיין קלעפ פון די זייט. דערפאר פלעכט מען זיי ביידע צוזאמען כדי צו האבן ביידע סארט שטארקייטן; אזא קאנקריט קען פארנעמען סיי פרעשור פון אויבן און סיי קלעפ פון די זייטן.   מיר האפן אייך ווייטער צו האלטן אינפארמירט איבער די ווייטערדיגע פארשריטן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף.   האט איר קאמענטארן? רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כה סיון תשפ"ו 📝
  • "קרעמל" אויף קול ברסלב צייכענט אפ דעם יובל החמישים

    באמת וואלט מען געדארפט שרייבן אן ארטיקל יעדע וואך באזונדער אפצוגעבן א באריכט איבער די הערליכע שמועסן אינעם "קרעמל" אפטיילונג אויף די בארימטע "קול ברסלב" האטליין. אבער יעצט, ווען מ'האלט ביים אפצייכענען דעם "יובל החמישים", קען מען עס בשום אופן נישט לאזן אריבערגיין אן דעם וואס מען זאל עס באמערקן און ארויסהייבן. &nbsp; די הערליכע אפטיילונג לויפט שוין העכער א יאר צייט, כמעט יעדע וואך אן קיין שום אויסנאם. יעדער וואס האט עס נאר אמאל אויסגעהערט האט א געוואלדיגע הנאה, און מ'פילט אז מ'מוז ווידער ארויפגיין יעדע וואך נאכאמאל. כאטש דער שמועס ציט זיך געווענדליך פאר א שעה אדער צוויי, דאך שלינגט דער עולם די ווערטער מיט גרויס דורשט. &nbsp; די אפטיילונג ווערט אנגעפירט דורך צוויי חשוב'ע אינגעלייט: דער באקאנטער מלמד הרב בערל שניצעלער אינאיינעם מיט זיין שותף הרב שמואל אייכנשטיין. אנשי שלומינו פילן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די דאזיגע אינגעלייט פאר זייער גרויסער איבערגעגעבנקייט. זייער שמועס באשטייט פון אראפברענגען יעדע וואך אן אינגערמאן מאנשי שלומינו; מען גייט דורך זיין לעבנס-געשיכטע בקיצור, און מען שטעלט זיך אפ בעיקר אויף די פונקטן וואס זענען א לימוד אויף למעשה. מען הערט זייער סיפור התקרבות &ndash; וויאזוי יעדער אינגערמאן איז געוואר געווארן פונעם רבי'ן &ndash; און די שוועריקייטן און מיטמאכענישן וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אין זייער לעבן און וויאזוי זיי האבן זיך געשטארקט. &nbsp; אז מ'הערט אויס די פופציג שמועסן, איז ממש א וואונדער צו זען ווי יעדער איינציגער קומט מיט א גאנץ אנדערע מעשה, אנדערע נסיונות, און אן אנדערן מהלך וויאזוי ער האט זיך מחזק געווען און ווייטער געצויגן. ס'גיט א געוואלדיגע חיזוק צו זען וויאזוי יעדער האט א צווייטע געשיכטע, אבער אלע קומען דורכדעם צום זעלבן אויספיר: דער רבי האט אן עצה פאר יעדן איינעם. דער רבי איז דא פאר מיר פונקט ווי פאר יעדן - סיי פאר א תלמיד חכם, א פשוט'ן ארבעטער, א ביזנעסמאן, און פאר יונג און אלט צוגלייך. די לימודים פונעם רבי'ן ווי 'אביסל איז אויך גוט', 'קוק גוט אויף זיך', 'לערנען אפילו מ'פארשטייט נישט', 'נישט אפלאזן דעם אויבערשטן זאל זיין וואס זאל זיין', אדער צו וויסן אז 'מ'האט קיינעם נישט אויסער דעם אייבערשטן' &ndash; די אלע עצות ארבעטן ביי יעדן איינעם. די עצות קענען יעדן צוריקברענגען און אויסהיילן, סיי פון גשמיות'דיגע מחלות ווי עדיקשאנס, דיפרעשאן, אדער ענקזייעטי, און זיכער פון רוחניות'דיגע קרענק. מ'באקומט אן אמת'ע סיפוק אין לעבן, מ'באקומט א קאנעקשאן צום אויבערשטן, און מ'ווערט נישט צעבראכן פון יעדן דורכפאל. &nbsp; אז דו קוקסט אויף א קאפעליע וואס שפילט א הארציגן ניגון, פארשטייסטו דאך אז דאס איז צוזאמענגעשטעלט פון פארשידענע אינסטרומענטן. איינער האלט א פידל, דער צווייטער א פייפער, א דריטער א קלארינעט, און דער פערטער א פויק. יעדער איינער געבט ארויס אן אנדערן קלאנג, יעדער האט אנדערע סטרונעס אדער קנעפלעך מיט וואס ער 'זינגט'. דער פידל קען נישט נאכמאכן דעם זאפטיגן קול פונעם קלארינעט, און דער קלארינעט קען נישט ארויסברענגען די ווארימע געפילן פונעם פידל. די גאנצע שיינקייט פונעם ניגון איז נאר ווען יעדער ברענגט ארויס זיין אייגענעם, ספעציעלן און געשמאקן קלאנג; ווען מ'הערט אלעמען אינאיינעם, ערשט דעמאלטס קומט ארויס א הערליכער ניגון בשלימות. &nbsp; דעם דאזיגן געדאנק פילט מען גאר שטארק נאכ'ן אויסהערן די אלע הערליכע שמועסן פונעם "קרעמל". יעדער איינער פארמאגט דאך זיינע אייגענע נסיונות און כוחות הנפש, און יעדער האט א באזונדערן תפקיד וואס נאר ער אליין קען אויפטוהן. אבער אלע אינאיינעם זענען מיר דא מיט איין קלארן ציל: צו זינגען דעם הערליכן ניגון פון אמונה, א געזאנג פיל מיט האפענונג, וואס וועט צוריקברענגען און מקרב זיין יעדן איד וואס הערט דאס צום אויבערשטן. &nbsp; האט איר קאמענטארן אדער הערות? רופט אדער שיקט א טעקסט צו 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com &nbsp;

    < זעה מער כה סיון תשפ"ו 📝
  • די געשיכטע פון העלען קעלער

    שאלה: &nbsp; לכבוד ר' גרשון קרעמער, איך האב מורא'דיג הנאה פון אייערע שיינע ארטיקלען. איך האב געוואלט פרעגן א שאלה: ווער איז געווען דאס מיידל פון די אמאליגע צייטן וואס האט געהייסן העלען קעלער? איך ווייס אז זי איז געווען בלינד און טויב, זי האט נישט געקענט זען און נישט הערן. איך האב געהערט אז זי איז שפעטער געווארן א באקאנטע רעדנערין און א שרייבערין. איך פרוביר צו פארשטיין: וויאזוי קען מען קאמיוניקעיטן מיט איינעם וואס קען נישט הערן און נישט זען, אז זי זאל קענען פארשטיין? &nbsp; ז. דרעזנער &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; דיין שאלה איז א געוואלדיגע שאלה. אבער אזוי ווי דער כלל גייט "שאלת חכם חצי תשובה", איז דער תירוץ - אדער בעסער געזאגט דער מוסר השכל פונעם תירוץ - נאך פיל בעסער. די לעבנס געשיכטע פון העלען קעלער איז א מעשה וואס ברענגט ארויס גאר שטארק דעם כוח הרצון. דער רבי פלעגט אונז שטענדיג זאגן אז דער עיקר איז דער רצון, און דאס קען אונז קיינער נישט צונעמען. "אין דבר העומד בפני הרצון", האט רבי נתן געזאגט; דאס מיינט סיי אז אויב מען האט א רצון וועט מען מיט סיעתא דשמיא און אסאך תפילות אנקומען דערצו, און אפילו ווען דער אויבערשטער פירט אנדערש, וועלן מיר בלייבן מיט אונזער "וועלן". דאס איז אויך פשט אין "אין דבר העומד בפני הרצון", אז קיינער קען אונז נישט שטערן פון וועלן. &nbsp; לאמיר צוריקגיין צו די באקאנטע געשיכטע פון די לעגענדארע העלען קעלער. מיט בערך הונדערט-פופציג יאר צוריק (ארום שנת תר"מ) איז געבוירן געווארן א געזונט קינד וואס מ'האט א נאמען געגעבן העלען קעלער. אבער ווען זי איז אלט געווען בערך אנדערהאלבן יאר, האט זי זיך ליידער אנגעשטעקט מיט א מחלה וואס האט איר איבערגעלאזט גענצליך בלינד און טויב ל"ע. זי האט פארלוירן יעדע נארמאלע מעגליכקייט זיך צו פארשטענדיגן מיט די ארומיגע, און זי איז נעבעך געבליבן לעבן אין א טונקעלע און שטילע וועלט. &nbsp; דער אויבערשטער האט אבער געוואלט אז זי זאל ארויסגיין פון איר פינסטערניש, האט ער צוגעשיקט א ספעציעלע טיטשער וואס האט אויסגעפונען א מהלך וויאזוי זיך צו פארבינדן מיט איר. די לערערין האט געכאפט אז דאס קינד קען פילן ווען מ'רירט איר אן, און מ'קען דאס אויסניצן צו קאמוניקירן מיט איר. &nbsp; אבער וויאזוי קען מען זיך קאמוניקירן מיט איינעם וואס מ'קען איר אפילו נישט מסביר זיין וואס מ'וויל? די טיטשער האט גענומען העלען'ס האנט און "געשריבן" (נישט ממש געשריבן, נאר געטאפט אויף איר האנט אזויווי מען שרייבט) די ספעציעלע שפראך פון אותיות פאר בלינדע. &nbsp; דאס קינד האט אנהייב בכלל נישט געכאפט וואס מ'וויל פון איר, און זי האט עס קודם אנגעקוקט ווי סתם א שפיל. די לערערין האט אבער נישט אויפגעגעבן און ווייטער ממשיך געווען צו "שפילן" מיט איר, דאס אויסקריצן די אותיות. ביז איין שיינעם טאג האט עס פאסירט: די לערערין האט אונטערגעשטעלט דעם קינד'ס האנט אונטער א קראן פון קאלטע וואסער, און שנעל אויסגעקריצט אויף איר צווייטע האנט די אותיות "וואסער" (W-A-T-E-R). מיט סייעתא דשמיא האט זי פלוצלונג געכאפט דעם געדאנק! זי האט ענדליך פארשטאנען אז די באוועגונגען אויף איר האנט באדייטן די פליסיגע זאך וואס פליסט יעצט אויף איר רעכטע האנט. &nbsp; דא האט זיך פאר איר געעפנט א גאנצע נייע וועלט. העלען פלעגט "פרעגן" אויף יעדן חפץ וואס זי האט נאר באגעגנט וואס דאס איז (זי פלעגט ווייזן מיט איר האנט אז מ'זאל איר אויסספעלן די אותיות). מיט די צייט האט זי זיך אויסגעלערנט צו ליינען "ברעיל" (דאס זענען אותיות וואס זענען אריינגעקריצט אינעם פאפיר, וואס מ'קען שפירן מיט די פינגער), און זי האט זיך אפילו אויסגעלערנט צו רעדן דורך לייגן אירע פינגער אויף די ליפן און אויפן האלדז פון איר לערערין; אזוי האט זי געכאפט דעם קאנצעפט פון רעדן דורך שפירן די ציטערנישן וואס קומען ארויס פונעם קול. &nbsp; מיט די צייט איז זי טאקע באקאנט געווארן אלס א גרויסע שרייבערין און האט ארויסגעגעבן א רייע ביכער. &nbsp; מ'קען זיך אסאך ארויסלערנען פון די מעשה, איינס דערפון איז די שטארקע כח הרצון, און אויך זיך לערנען נישט נאכצולאזן און קיינמאל נישט אויפצוגעבן. עס גייט נישט? ווער נישט דערשראקן, נאר גיי ווייטער מיט דיינע כוחות! דער באשעפער פירט דאך די וועלט, און ווען די ריכטיגע צייט וועט קומען, וועט זיך די גאנצע ארבעט אויסצאלן און דיין ליכט וועט אויפשיינען. &nbsp; אין דבר העומד בפני הרצון.

    < זעה מער כד סיון תשפ"ו 📝
  • באַמיאונגען איבערצוגעבן מאימאנידעס שפיטאל פאר די סיטי דורכגעפאלן

    אין גוטע נייעס הערט מען איבער גוטע אנטוויקלונגען די וואך אין דעם אנגייענדיגן קאמף ארום דעם צוקונפט פונעם מאימאנידעס שפיטאל אין בארא פארק, ווען דער רעגירונג'ס פלאן צו באקומען קאנטראל דערויף האט געליטן נאך א נידערלאגע. &nbsp; די עסקנים וואס פירן דעם קאמף פארציילן, אז דער ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו העלט האט נישט ארויפגעלייגט דעם נושא אויפן אגענדע פון דער קומענדיגער פאבליק העלט קאונסיל זיצונג. דאס מיינט אז דער פראצעדור וועט לכל הפחות נישט אזוי שנעל דורכגיין. &nbsp; מיט עטליכע וואכן צוריק האבן היימישע ארגאניזאציעס פון בארא פארק אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן דעם וואס די שטאט וויל איבערנעמען דעם שפיטאל, וואס באדינט דעם היימישן ציבור אין בארא פארק שוין פאר לאנגע יארן. א ריכטער האט דאן געאורטיילט, אז זיי האבן נישט געהאט קיין רעכט זיך גלייך צו ווענדן צום דעפארטמענט אוו העלט אריבערצופירן דעם שפיטאל צו שטאטישער קאנטראל, נאר זיי האבן געדארפט דורכגיין דעם גאנצן פראצעדור פון אפהאלטן א פאבליק הירינג, וואו דער ציבור קען זאגן זיין מיינונג. &nbsp; די עסקנים זאגן אז א שטאטיש-געפירטער שפיטאל איז א גרויסער חורבן; זיי ווייזן אן א ביישפילט פון אנדערע שפיטעלער וואס די שטאט פירט אן נעבן די היימישע געגנטער, וואו עס איז א שאד צו רעדן ווייטער &mdash; קיינער טרעט נישט איבער דעם שוועל פון די שפיטעלער. דער רעקארד ווייזט אונז אז אין אלע שפיטעלער וואס די שטאט פירט איז דער צושטאנד זייער שלעכט און קיינער זוכט נישט אהין צו גיין, און מען וויל נישט אז מאימאנידעס זאל זיי נאכפאלגן. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע וואס דארפן רפואות זאלן געהיילט ווערן וואס אמשנעלסטן, און מען זאל זיך נאר דארפן באנוצן מיט די שפיטעלער אויף שמחות. &nbsp; אסאך מאל הערט מען א שאלה: "איך פארשטיי אז מען דארף האבן א צדיק, אבער מען קען דאך גיין צו יעדן רב אדער דיין?" עס איז טאקע אמת אז מען מוז האבן א רב און א דיין, אבער מען מוז אויך האבן א צדיק. ווען מען טראכט נאר אז 'מיימאנידיס' גייט אפשר ווערן א שוואכערע שפיטאל ווייל עס וועט גיין אונטער די קאנטראל פון די שטאט, ווערן אלע אויפגעברויזט: "היתכן? איך וויל האבן דעם בעסטן דאקטאר און דעם בעסטן שפיטאל!" די זעלבע זאך איז מיט אונזער נשמה; מיר קענען נישט גיין צו סתם א דאקטער אדער צו סתם א שפיטאל, מיר דארפן דעם הייליגן רבי'ן. ער פארשטייט אונזער מחלה און ער פארשטייט וואס פארא מעדיצינען מיר דארפן כדי צו זיין געזונט. אז מיר וועלן נעמען זיינע רפואות, לערנען אביסל פון זיינע הייליגע תורות, פאלגן זיינע עצות, זיין פרייליך מיט יעדע זאך, רעדן צום אויבערשטן, לערנען כאטש אביסל יעדן טאג (אפילו בלויז דורכ'ן זאגן די ווערטער), און רעדן שיין צו די ווייב אפילו ווען עס איז שווער, וועלן מיר זוכה זיין צו א גוט לעבן בזה ובבא. &nbsp;

    < זעה מער כג סיון תשפ"ו 📝
  • הנהלה פון שטעטל אריין אין קאנטראקט פאר א נייעם בנין פאר די מוסדות

    אין א פרישע פרייליכע בשורה הערט מען איבער א נייעם בנין וואס די הנהלה פונעם ברסלב'ן שטעטל ארבעט אפצוקויפן פאר די הייליגע מוסדות. &nbsp; עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן די הנהלה זיי זאלן אריינקוקן צו זען אויב עס איז דא א מעגליכקייט אפצוקויפן דעם גרויסן און פעסטן פינף-שטאקיגן בנין אויף טשעסטנאט סטריט וואס שטייט הארט נעבן דעם בנין המוסדות, כדי צו האבן פלאץ פאר די פרישע קלאסן וואס עפענען זיך כסדר יעדעס יאר ברוך השם, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך. &nbsp; ווען דער חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו האט אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין, האט ער זיך געזען שטיין פאר א וואנט; ער האט נישט געקענט דערגיין ווער דער אייגענטימער דערפון איז, און צי עס איז בכלל דא א רעדע איבער עס אפצוקויפן. בפרט היות דער בנין זעט אויס צו זיין געדעקט מיט הכנסות פון די פילע טענענטס וואס וואוינען דארט, איז נישט געווען קיין עכטע סיבה צו טראכטן פארוואס מען זאל עס וועלן פארקויפן. &nbsp; נאכן בעטן דעם אייבערשטן, איז ער געוואר געווארן אז דער בעל הבית וואוינט גאר אין כינע, אבער מען איז ווידער געבליבן שטעקן זוכן מער אינפארמאציע איבער אים אן ערפאלג. &nbsp; אזוי איז דורך א שטיק צייט, ביז איין שיינעם טאג - אזוי בהשגחה פרטית - האט ר' מנחם באמערקט אז דער בנין איז גאר אויפן מארקעט, און מען זוכט א קונה וואס זאל עס אפקויפן. &nbsp; ער האט תיכף גערופן דעם אנגעגעבענעם נומער זאגנדיג אז ער איז א פאטענציאלער קונה. זיי האבן איבערגעגעבן דעם פרייז, און מען האט אנגעהויבן אנגרייטן א קאנטראקט כדי צו קענען שליסן דעם געשעפט ווי אמשנעלסטן. אבער נאך בלויז עטליכע טעג האבן זיי צוריקגערופן זאגן אז עס איז אפירגעקומען א פרישע קונה וואס וויל אפקויפן דעם בנין, דערפאר גייט די פרייז ארויף מיט נאך הונדערט טויזנט דאלער. בלית ברירה האט מען אונטערגעשריבן דעם קאנטראקט פארן העכערן סכום, נאך איידער עס וועט ארויפגיין נאך מער. &nbsp; דא קומען מיר אן צו וואו מיר האלטן יעצט: די מעשה האלט ביי דעם פונקט אז מען דארף שאפן דעם גאנצן סכום אפצוקויפן דעם בנין, וואס דער פרייז דערפון באטרעפט א סך הכל פון צוויי מיליאן דאלער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט אונזער אלעמען באקאנטן עסקן מו"ה אהרן פיש הי"ו צו שאפן דעם סכום, און אזוי האפט מען צו שליסן דעם מקח קומענדיגע וואך. רופט יעצט צו מנדב זיין א באדייטנדן סכום אדער בארגן א סכום געלט פאר אונזערע קינדער: 347-889-9892. &nbsp; פאר ווער עס איז אינטערעסירט אריינצוגראבן אביסל טיפער, וועלן מיר דא ברענגען אביסל היסטאריע פון אט דעם בנין. &nbsp; אינעם פארגאנגענעם יום טוב פסח "בלעטל" איז געווען באשריבן אביסל היסטאריע פון ליבערטי פון א אידישן שטאנדפונקט. אסאך פון די גרעסטע און סוקסעספולסטע זומער-האטעלן אין די קעטסקילס צווישן די יארן תר"נ און תרע"ה (1890-1915 למספרם), האבן זיך געפונען אין און ארום דעם שטעטל ליבערטי. &nbsp; קיין איינע פון די אלע האטעלן פון יענע צייטן האבן נישט זוכה געווען איבערצולעבן: דער "סוואנאנא" האטעל האט אפגעברענט אין יאר תרע"ב (1912), דער "וואוואנדא" האטעל אין תרע"ד (1914), און דער "יע לאנקאשיר" האטעל איז פארברענט געווארן אין יאר תר"פ (1920). &nbsp; אויסער איין באקאנטער רעזארט אין ליבערטי וואס האט נישט נאר איבערגעלעבט, נאר איז געווארן איינע פון די מערסט בארימטע נעמען אין דעם גאנצן געגנט. דאס איז געווען דער "האל האוז" (Hall House), וואס איז שפעטער געווארן באקאנט אלס דער "האטעל לענאפע" (Hotel Lenape). און דאס איז טאקע דער בנין איבער וועלכן מיר רעדן יעצט. &nbsp; דער "האל האוז", וועלכער איז גערופן געווארן נאך זיין אייגנטומער דזשעי. סי. האלל, האט זיך געעפנט אין יאר תר"נ אלס אן עכטער רעזארט פונעם אלטן שטייגער. אין די אנאנסן פלעגן זיי שרייבן אז דער האטעל געפינט זיך הויך אויף א בארג אינעם דארף, ארומגענומען מיט שיינע שאטנדיגע ביימער. &nbsp; דער האטעל האט פארמאגט 50 שיינע, לופטיגע און באקוועמע צימערן. עס איז געווען באלויכטן מיט עלעקטריציטעט, וואס האט געהייסן א גאר מאדערנע זאך פאר יענע צייטן. פונעם פארטש האט מען געהאט א הערליכן פאנאראמישן בליק איבערן גאנצן ארום. &nbsp; אבער די צייטן האבן זיך געטוישט. די פארוויילונגען וואס דער "האל האוז" האט אנגעבאטן, זענען מיט דער צייט געווארן צו פשוט און צוריקגעבליבן פאר די מער פארגעשריטענע טוריסטן פונעם נייעם 20'סטן יארהונדערט. און ווי רוב רעזארטן פון יענע צייט, האט דער האטעל אויך אנגעהויבן שטארק צו גיין בארג אראפ. &nbsp; אבער אנדערש ווי די אנדערע, האבן די נייע אייגנטומער באוויזן דאס צו האלטן אפן; זיי האבן עס אינגאנצן איבערגעבויט און געטוישט דעם קאנצעפט. עס האט מער נישט געהייסן קיין "רעזארט", נאר פשוט א מאדערנער, שטאטישער האטעל מיטן נאמען "האטעל לענאפע". &nbsp; די פלענער פארן נייעם האטעל זענען געווארן אנאנסירט מיט גרויס פאמפע אין די נייעס, אין יולי 1927: &nbsp; "עס ווערט באריכטעט אומאפיציעל אז די דירעקטארן פון די 'האלל הויז קארפארעישן' פלאנירן צו טוישן דעם נאמען צו 'האטעל לענאפע'. עס הייסט אז די זאך איז שוין כמעט אפגעמאכט," האט די צייטונג געשריבן, צוגעבנדיג אז מיטן עפענען א נייע רייכע ציגעלנע געביידע, וועלן די אייגנטומער פטור ווערן פונעם אלטמאדישן טעם וואס דאס ווארט 'הויז' (House) ברענגט מיט זיך. &nbsp; און טאקע מאנטאג, דעם 10'טן פעברואר, 1930, האט זיך די נייע געביידע געעפנט מיט גרויס פאראדע. עס איז געווען א הערליכער בנין געבויט פון רויטע ציגל אין א מאדערנעם "דזשארדזשיען" סטיל, דיזיינט דורך די באקאנטע אלבאני ארכיטעקטן "פעמבער און דעמערס" (עס פארמאגט נאך היינט די זעלבע רויטע ציגל). &nbsp; די ערשטע געסט זענען געווען איבער 280 באטייליגטע ביי א גרויסן פאליטישן פארטיי-דינער. דער האטעל איז באצייכענט געווארן אלס "דער מערסט מאדערנער בנין אינדרויסן פון די גרויסע שטעט". ער האט פארמאגט א ריזיגן לאבי וואס איז געווען הויך גאנצע צוויי שטאק, 50 געסט-צימערן, און א גרויסן עס-זאל פאר 300 מענטשן. &nbsp; פון יענעם טאג אן איז דער "האטעל לענאפע" געווארן דאס הארץ פונעם שטעטל ליבערטי. דארט זענען פארגעקומען די וויכטיגסטע פאליטישע דינערס, חתונות, אווענטן, קאמפיינס און אלע סארט אונטערנעמונגען, ביז ער האט צום סוף ענדגילטיג פארמאכט די טירן דעם 24'סטן יאנואר, 1970. אביסל שפעטער איז די אלטע געביידע ווידער איבערגעמאכט געווארן, דאס מאל פאר אפארטמענטס פאר עלטערע לייט וואס האבן נישט קיין גרויסע הכנסות. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח אנצוגיין ווייטער מיט די הייליגע מוסדות, און מיר זאלן אלע קענען אויפשטעלן לעכטיגע אידישע דורות וואס פירן זיך מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן. &nbsp;

    < זעה מער כב סיון תשפ"ו 📝
  • זומער אפדעיטס פון "קרן הדפסה"

    גרשון קרעמער &nbsp; אין די יעצטיגע טעג קומען טוט זיך לעבעדיג אין די קארידארן פון קרן הדפסה היכל הקודש, מען ארבעט שווער צוגרייטן צום דרוק פילע נייע ספרים און קונטרסים, ווי אויך טוט מען איבערדרוקן אלטע ספרים און קונטרסים, כדי נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג פונעם ציבור אנשי שלומנו בכלל און פון די טייערע מפיצים בפרט. &nbsp; יעצט ביים אנפאנג זומער, ארבעט מען הויפטזעכליך אויף קונטרסים וואס זענען מער פאפולער אין די זומער טעג, ווען אידן זוכן חיזוק פאר די נסיונות וואס דער זומער ברענגט מיט זיך, אבער מען ארבעט אויך אויף נאך פארשידענע פראיעקטן. &nbsp; טייל פון די פילע פראיעקטן מיט וואס די טייערע עוסקים במלאכת הקודש זענען יעצט פארנומען: &nbsp; * לוח ברסלב תשפ"ז: מען ארבעט שוין העפטיג אויף די פאפולערע לוח ברסלב פארן קומענדיגן יאר תשפ"ז הבעל"ט, אזוי אויך ארבעט מען שוין אויף די גרויסע ווערסיע פונעם לוח, דער וואנט לוח. &nbsp; ביזנעס אייגנטומער קענען נאך יעצט אויסנוצן די געלעגנהייט צו אדווערטייזן זייערע געשעפטן, וואס וועט געזען ווערן דורך אנשי שלומינו כמעט יעדן איינציגן טאג. &nbsp; * עס איז יעצט נארוואס ארויס פון דרוק א נייע קונטרס "חיזוק און עצות וויאזוי זיך צו האלטן ערליך דורכאויס די נסיונות פון די זומער טעג" געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א, מיט עצות און הדרכות פאר די זומער טעג ווען די נסיונות פון שמירת עינים זענען גאר שטארק, און נאר מיט די חיזוק פונעם רבי'ן קען מען עס ביישטיין. &nbsp; * פרישע קונטרסים אין די "אויגן סעריע": צום בעפארשטייענדיגן זומער סעזאן האט מען אין די לעצטע שטיק צייט איבערגעמאכט עטליכע קונטרסים פון די "אויגן סעריע" פון מוהרא"ש זי"ע וואס רעדט איבער שמירת עינים. יעצט ארבעט מען איבער דעם באקאנטן קונטרס "ליכטיגע אויגן" עס ארויסצוגעבן אין א גרויסן און שיינעם פארמאט. &nbsp; * ספר שמירת הזמן אויף ענגליש: די ארבעט אויף די ענגלישע איבערזעצונג פונעם הערליכן ספר פון מוהרא"ש זי"ע שמירת הזמן האלט שוין אט ביים ענדע, און עס ווערט שוין כמעט גרייט צום דרוק. מען קען נאך כאפן א זכות אינעם ספר, איידער עס גייט ארייין אין דרוק. &nbsp; אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין די עבודת הקודש און זוכה זיין צו האבן א טייל אין דער הייליגער ארבעט פון דערמאנען א איד אז עס איז נאך יא דא א וועג פאר אים &mdash; אפילו נאך אלעס וואס ער איז אריבער און אפילו אין דער היינטיגער שווערער וועלט; דער אויבערשטער האט נאך נישט באנקראטירט, ער דארף דיך נאך אלץ, און דו קענסט גרינג צוריקקומען און אנהייבן פון פריש &mdash; זאלן זיך מעלדן צום גבאי מו"ה לייבי ראטה אויף 347-578-4449. כאפט אריין! דער זכות וועט אייך זיכער צוניץ קומען געהאלפן צו ווערן מיט אלעס גוטס. Polish &nbsp;

    < זעה מער יח סיון תשפ"ו 📝
  • האריקעין סעזאן הייבט זיך אן רואיגער ווי געווענליך

    גרשון קרעמער &nbsp; אין די טעג זענען מיר אריינגעטרעטן אין דעם יערליכן האריקעין סעזאן, וועלכער לויפט צווישן די חדשים פון יוני ביז נאוועמבער למספרם. אין גוטע נייעס, זאגט די NOAA (די וועטער אגענטור פון די אמעריקאנער רעגירונג) פאראויס פאר דעם יאר תשפ"ו א נידריגערע האריקעין סעזאן ווי געווענליך. דאס איז אנדערש ווי אין די לעצטע צען יאר, וואס זיי האבן יעדעס יאר פאראויסגעזאגט א מער אקטיווע סעזאן. &nbsp; לויט זייער יעצטיגער שאצונג, וועלן זיין בלויז צווישן 8 און 14 שטורעמס וואס וועלן באקומען א נאמען. (ווען א סיסטעם אנטוויקלט זיך אלס א טראפישער שטורעם, געבן זיי א נאמען פאר'ן שטורעם; למשל, צווישן די האריקעינס וואס אסאך וועלן געדענקען, ציילן זיך "האריקעין סענדי" אדער "האריקעין איירין". די סיבה פארוואס מען געבט א נאמען איז פשוט צוליב פראקטישקייט, מען זאל גרינג קענען אידענטיפיצירן פון וועלכן האריקעין מען רעדט.) בלויז 3 ביז 6 שטורעמס, זאגן זיי, וועלן זיך אנטוויקלען אלס האריקעינס, און נישט מער ווי 1 ביז 3 וועלן ווערן ערנסטע האריקעינס. עס דארף באמערקט ווערן אז אפילו ביי די ערנסטע האריקעינס זענען דא אסאך וואס בלייבן איבער'ן וואסער און קומען קיינמאל נישט אן צו די יבשה. &nbsp; דער אויבערשטער איז דער משנה עתים ומחליף את הזמנים, און ער זאגט פונקטליך פאר יעדן וואלקן וואו און ווען ער זאל קומען און גיין. מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט זיין אסאך גשמי ברכה דאס יאר, און עס וועלן נישט אויסברעכן קיין שעדליכע שטורעמס, ווייל אידישע קינדער זענען מתפלל און דער אויבערשטער הערט אויס. &nbsp; די וועטער אגענטור לייגט אן דעם שוואכן האריקעין סעזאן אויף דעם וואס עס ווערט ערווארטעט אז עס וועט זיך אנטוויקלען אן "על ניניא" סיסטעם אינעם פאציפישן אקעאן, וואס דאס שטערט די ווינטן פון זיך אנטוויקלען אלס אן ערנסטער שטורעם. &nbsp; עס בלייבט נאר איבער צו דאנקען דעם אויבערשטן פאר די זון, רעגן, שניי און טוי, צווישן אלע אנדערע גוטע זאכן וואס ער געבט אונז. די זון און דער רעגן געבן פאר די ביימער און גראז די נוטרישן (נארונג) זיי זאלן קענען שיין וואקסן, און דערנאך קענען מיר ארויסגיין שעפן פרישע לופט צווישן די גראז און ביימער און רעדן צום אויבערשטן, וואס נאר אזוי קענען מיר אנגיין. Polish &nbsp;

    < זעה מער יז סיון תשפ"ו 📝
  • א נייע וועלט פון חיזוק: "אביסל פון אלעס" אויף קול ברסלב

    די ליינער זענען זיכער גוט באקאנט מיט די "קול ברסלב" (1212-444-9191) טעלעפאן ליין, וואס דינט אלס א קוואל פון חיזוק פאר טויזנטער אידן איבער דער גאנצער וועלט. היינט ווערט עס אנגעפירט דורך מו"ה משה עקשטיין הי"ו, וואס ארבעט אומאויפהערלעך צוצושטעלן דאס בעסטע און דאס שענסטע פאר די צוהערער. פאריגע וואך האט ער געעפנט א פרישע, הערליכע אפטיילונג פון וואס אלע רעדן. די נייע אפטיילונג געפינט זיך אויף עקסטענשאן 1-7 און טראגט דעם נאמען: "אביסל פון אלעס". &nbsp; פון וואס באשטייט די אפטיילונג "אביסל פון אלעס"? נישט יעדער און נישט שטענדיג האט מען די צייט אדער דעם קאפ אויסצוהערן א גאנצע דרשה אדער א לאנגע אינטערוויו פון א שעה צייט. אבער דאך וויל מען נישט פארפאסן די שיינע שטיקלעך חיזוק וואס קענען צומאל ליגן אינמיטן א לאנגע שמועס &ndash; א שטארקע ליין אדער א גוט ווארט וואס קען געבן חיות פאר א מענטש, אים שענקען פרישע כוחות, אדער אויפלעבן זיין טאג. דערצו זענען פארהאן הונדערטער אלטע שיעורים און דרשות פון די פארגאנגענע יארן &ndash; ווי למשל א הערליך ווארט אויף די פרשה אדער די צייט פון יאר וואס דער ראש ישיבה שליט"א אדער יבדלח"ט מוהרא"ש זי"ע האבן געזאגט מיט עטליכע יאר צוריק &ndash; וואס ליגן באהאלטן אין די ארכיוון און זאמלען שטויב פשוט ווייל מ'ווייסט נישט וואו זיי צו זוכן. &nbsp; פאר דעם צוועק האט זיך געעפנט דער נייער אפטיילונג. אונדזער געטרייער עורך פון קול ברסלב, מו"ה משה עקשטיין הי"ו, נעמט די ארבעט פון פירן דעם האטליין מיט א געוואלדיגער ערנסטקייט. ספעציעל פאר דעם אפטיילונג זוכט ער און נישטערט ארום אפירצוזוכן די שענסטע און אינטערעסאנטסטע נקודות, און לייגט עס ארויס פארן ציבור צו הערן און הנאה האבן, איין שטיקל נאכן צווייטן. &nbsp; דער פארמאט פונעם אפטיילונג לויפט אויף אן אופן אז די שטיקלעך פארן איינס נאכן אנדערן אן קיין שום הקדמות און אן קיין קעפלעך. מען וועט נישט הערן קיין שום אריינפיר ווי למשל "יעצט גייט מען הערן א שיעור פון שנת תשפ"א". דאס מאכט עס גאר שטארק צוגעפאסט פאר איינעם וואס וויל אויסהערן עפעס קאלירפול אינמיטן די ארבעט אדער בשעתן דרייוון; מען טוט זיך אן א בלוטוט, מען דיילט אריין צו קול ברסלב, און מען קען הערן שעה'ן לאנג קליינע זיסע פנינים און קרישקעלעך &ndash; די סמעטענע פון אלע אפטיילונגען פון קול ברסלב. אויב מען טרעפט א שטיקל וואס רעדט נישט צו מיר, דארף מען בלויז דרוקן דעם "פאונד" (#) קנעפל און עס גייט גלייך צום קומענדיגן שטיקל. &nbsp; אריינבליקנדיג אינעם אפטיילונג זענען מיר געבליבן שטוינען פונעם רייכן אינהאלט, א ממשות'דיגער "גן עדן התחתון" פון תענוג רוחני. אט איז א קליינע ליסטע פון די סארט שטיקלעך וואס מיר האבן דארט באגעגנט: פארשידענע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר די בחורים, ווי סיפורי מעשיות, נ"ך, ספר המדות, ליל שישי שמועסן, חינוך און נאך. מען הערט דארט ווי דער ראש ישיבה זינגט מיט די בחורים הארציגע ניגונים אדער א ניגון פון איינע פון די סידיס, א מעסעדזש פונעם ראש ישיבה, מען ליינט פאר א שטיקל פון א בריוו פונעם ראש ישיבה מיט עצות פארן לעבן, מעשה'לעך פאר די קינדערלעך, שטיקלעך פון אינטערוויוס אויף "קול ברסלב", און אפהאנדלונגען ווי למשל פון די "ברסלב'ע ברודער". אויך זענען דא פנינים און אויסצוגן פון דרשות פון כ"ק מוהרא"ש זי"ע, פול מיט עצות און הדרכה למעשה. &nbsp; ר' משה לייגט אריין א געוואלדיגע ארבעט, אבער ער בעט אז דער עולם זאל אים ארויסהעלפן. אויב איר הערט עפעס אויפן ליין &mdash; סיי וואו עס זאל נאר זיין &mdash; א קרעמל שמועס, אן אינטערוויו, א דרשה (אפילו א דרשה וואס ליגט שוין יארן אויפן סיסטעם), און איר טרעפט א גוט שטיקל חיזוק וואס האט אייך דערקוויקט דאס הארץ, ביטע לאזט א מעסעדזש אויף נומער 9 אינעם אידישן מעניו. ביטע גיבט איבער פונקטליכע פרטים וואו דאס שטיקל געפינט זיך, כדי נאך אידן זאלן קענען הנאה האבן דערפון. &nbsp;

    < זעה מער יז סיון תשפ"ו 📝
  • המשך פונעם באריכט פונעם יום טוב שבועות אין שטעטל

    מיר וועלן ממשיך זיין דעם באריכט וואו מיר האבן געהאלטן דעם ערשטן טאג נאכמיטאג. צו מנחה איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש, און דער ראש ישיבה האט פארגעליינט דעם שטר התנאים צווישן מנחה און מעריב, אזוי ווי דער מנהג איז. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן די דריי צייטן פונעם יאר: ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות; וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים די דריי צייטן, וועט ער ארויסנעמען פון עולם התוהו. &nbsp; כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, דער צווייטער טאג שבועות שבת קודש איז אויך דורך מיט א גרויסער דערהויבענקייט. דאס דאווענען פונעם ראש ישיבה שליט"א האט אפגעקלינגען אינעם גאנצן היכל, און אלע האבן זיך גוט אויסגעבעטן צו האבן א קשר מיט די תורה א גאנץ יאר &mdash; נישט נאר שבועות אינטערן טלית. &nbsp; ביים קידוש נאכ'ן דאווענען האט מען פארגעלערנט דעם סוף פון די מעשה פונעם בעל תפילה, וואס האט ממאס געווען אין געלט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער דעם וואס מען זעט אז עס זענען דא אזעלכע וואס כאטש זיי זענען באמת ערליכע אידן, דאך קען מען נאר ביים הייליגן רבי'ן זוכה זיין צו ווערן ריין פון די תאוות ממון. דער ראש ישיבה האט דערציילט: "איין טאג האב איך געדאווענעט אין א שול נעבן מיין הויז אין וויליאמסבורג, און איך האב געהערט ווי עטליכע אינגעלייט שמועסן דארט וועגן דעם ברסלב'ער שטעטל. איינער האט געזאגט אז ער איז געווען דארט אין שול און אלעס איז זייער שיין, אבער ער האט דארט געזען אן אינטערעסאנטן מענטש וואס טאנצט זיך אזוי אונטער ביים דאווענען, און ער האט געפרעגט ווער דאס איז און וואס זיין מעשה איז." האט זיך איינער פון דעם ראש ישיבה'ס קינדער אנגערופן: "יענער האט געלט!" האט יענער געענטפערט: "אזוי? א שאד איך האב דאס נישט געוויסט!..." דער הייליגער רבי האט דעם כח דאס אויסצורייסן פון אונז און אונז צו ווייזן וואס עס איז באמת חשוב; לערנען יעדן טאג די שיעורים איז חשוב, און רעדן צום אייבערשטן איז חשוב. &nbsp; ביי נעילת החג, וואס איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט שלש סעודות, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט די כתובה. דערנאך האט מען געזונגען ניגוני שבועות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט שיחות הר"ן סימן צ"א, "סגולה להתמדת התורה" &ndash; נישט צו רעדן אויף קיין שום איד, ווייל יעדער איד איז אן אות אין די תורה, און אויב איין אות פעלט אדער איז נישט געשריבן כהוגן, איז די גאנצע תורה פסול. אזוי אויך דארף מען וויסן אז דו אליין ביסט דאך אויך אן אות אין די תורה, ממילא טאר מען אויף זיך אליין אויך נישט רעדן און זיך נישט אראפקלאפן. דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן: "איך האב פאר דיר א גוטע 'פאדקעסט' צו קוקן: מאך דיר א שיעור אין מדרש רבה; דו מוזט עס זען, איך זאג דיר דו וועסט הנאה האבן." אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פונעם וויכטיגקייט פון קומען דאווענען אין שול שחרית, מנחה און מעריב, וואס נאר דורך דעם האט מען הצלחה. אזוי אויך דארף מען אהיימגיין צו די ווייב און קינדער נאך פינף אדער זעקס אזייגער. &nbsp; מוצאי יום טוב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ פאר אריבער א שעה, זינגענדיג דעם פרייליכן ניגון "תורת ה' תמימה משיבת נפש". אלע האבן זיך געפריידט און געטאנצן אויף די זכיה צו האבן אזא לעכטיגע ווינקל, וואס מען לערנט מיט אונז אזעלכע גוטע און ניצבארע עצות פארן לעבן. &nbsp; תורת ה' תמימה משיבת נפש. &nbsp;

    < זעה מער טז סיון תשפ"ו 📝
  • קינדער בליען און וואקסן

    שאלה: איך זע אלטע בילדער פון ווען איך בין געווען א קליין קינד, און איך זע אז דעמאלטס בין איך געווען פון די העכסטע אין קלאס, העכער פון אסאך חברים. היינט אבער זע איך אז טייל פון יענע קינדער זענען שוין העכער פון מיר. וויאזוי ארבעט דאס? וויאזוי קען זיין אז איינער איז נידעריג אלס יונג קינד און שפעטער וואקסט ער מער פון אנדערע? &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; דו פרעגסט אז לכאורה וואלטן אלע מענטשן געדארפט וואקסן בערך די זעלבע שנעל; איינער וואס איז געווען נידעריג אלס קינד וואלט לכאורה געדארפט בלייבן נידעריג שפעטער, און די הויכע קינדער וואלטן געדארפט זיין הויך אויך ווען זיי ווערן ערוואקסן. דו פרעגסט דאך זייער גוט. &nbsp; אבער דער אמת איז נישט ממש אזוי. לאמיר נעמען אלס ביישפיל דעם הייליגן תנא רבי עקיבא; איך מיין אז יעדער קען די מעשה, ער איז געווען א גרויסער עם הארץ, און נישט בלויז ער האט נישט געקענט לערנען, נאר ער האט פיינט געהאט יעדן תלמיד חכם. ווען עקיבא איז געווען דרייסיג יאר אלט, זענען שוין זיינע חברים פון זיין יארגאנג געווען זייער גרויס; אסאך פון זיי האבן שוין געפסקענט שאלות, פארגעלערנט שיעורים, און זענען געווען שיינע אידן. ביי די פערציג יאר האט ער ערשט געלערנט די אל"ף בי"ת, אבער עס איז נישט דורך קיין סאך צייט און ער האט אנגעהויבן וואקסן. ער איז געווארן דער רבי פון כלל ישראל; ער איז שוין נישט געווען דער פאסטוך עקיבא, נאר דער הייליגער תנא רבי עקיבא, דער רבי פון רבי שמעון בר יוחאי, דער מחבר פונעם הייליגן זוהר, וואס נאר אין זייער זכות קענען מיר זיך האלטן אין גלות שוין כמעט צוויי טויזנט יאר. &nbsp; בגשמיות איז עס אויך אזוי: נישט יעדער וואקסט פיזיש אין די זעלבע צייט. דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין יעדעס קינד באזונדער אן אייגענעם "וואוקס-פלאן" וואס ליגט אין זיינע דזשינס (גענעס). געוויסע קינדער וואקסן מער אין די יונגע יארן, אנדערע וואקסן שפעטער, און עס זענען דא אזעלכע וואס וואקסן כסדר. &nbsp; דערפאר קען זיך מאכן אסאך מאל אז א קינד וועט זיין פון די העכסטע אין זיין קלאס ביז די צען יאר, ווייל ער האט אנגעהויבן וואקסן פריער. אבער א צווייט קינד, וואס איז ביז יעצט געווען פון די "קליינע", הייבט יעצט אן זיין "וואוקס-שפרונג" און ער וועט גאנץ שנעל איבערוואקסן אסאך פון זיינע חברים. &nbsp; אין וואס ווענדט זיך די הויכקייט פון א מענטש? עס ווענדט זיך אין אסאך זאכן; צווישן זיי רעכענען זיך די דזשינס (גענעס), וואוקס-הארמאנען, גענוג שלאף, און א געזונטע נעהרונג. &nbsp; דער עיקר, קוק נישט אויף א צווייטן &ndash; סיי פיזיש און סיי גייסטיש. גיי אן מיט דיין לעבן, וואקס אויף דיין אייגענעם גאנג, און ווער דאס בעסטע און העכסטע "איך" וואס דו קענסט נאר זיין. Polish &nbsp;

    < זעה מער טז סיון תשפ"ו 📝
  • פרישע אומאן אפדעיט: מען ענדיגט שוין דעם פונדאמענט

    בסייעתא דשמיא גייט די ארבעט פאראויס מיט א שטארקן טעמפא ביים בויען דעם נייעם צווייטן בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן, הארט נעבן דעם עקזיסטירנדן בנין אויף די בילעצערקאווסקע גאס. אזוי ווי דער עולם קוקט ארויס מיט דורשט אויף פרישע נייעס, האבן מיר זיך פארבינדן מיט די ממונים איבערן קאנסטרוקציע קאמפיין צו הערן וואו מען האלט. &nbsp; די פרישע נייעס איז אז די ארבעט האט זיך שטארק גערוקט אין די לעצטע צוויי וואכן; דא וועלן מיר אביסל ערקלערן וואס עס קומט פאר אונטער די קוליסן. נאכן אויסגראבן דעם טיפן גרוב פארן בעיסמענט פונעם בנין, האט מען געגאסן א דיקע פלאטפארמע פון קאנקריט וואס דעקט דעם גאנצן שטח. דאס וועט דינען אלס דער יסוד אויף וואס דער גאנצער ריזיגער בנין גייט בעז"ה שטיין. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג האלט מען אינמיטן אויסלייגן די "ריאינפארסמענט" &ndash; מען לייגט אריין דיקע אייזערנע שטאנגען (ריבאר), וואס ווערן צוזאמגעפלאכטן אויף א ספעציעלן אופן וואס מאכט אז די קאנקריט זאל זיך בעז"ה האלטן אסאך שטערקער. כדי דער בנין זאל קענען טראגן אזא הויכע סטרוקטור, לייגט מען א "דאבל לעיער" &ndash; דאס מיינט צוויי שיכטן פון אייזערנע נעצן, איינס אויפן אנדערן, וואס דאס פארטאפלט די שטארקייט בעז"ה. &nbsp; גלייך נאכדעם וואס די אייזערנע יסודות וועלן זיין פארטיג, וועט מען זיך בעז"ה נעמען גיסן די וויכטיגסטע שיכט פון קאנקריט וואס וועט איבערדעקן די אייזנס, און דערנאך וועט מען זיך באלד נעמען צו די ווענט ארויף. &nbsp; פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע באריכטן בעז"ה. Polish &nbsp;

    < זעה מער טז סיון תשפ"ו 📝
  • וואס גייט פאר אין קובא?

    בשעת די הויפט נייעס קעפלעך זענען פארנומען מיט איראן, הערט מען אויך אין די לעצטע חדשים רעדן איבער קובא ("קיובא" אין ענגליש), א קליין אינזל-לאנד בלויז בערך 90 מייל פון פלארידע, וואס האט שוין אנגעמאכט אסאך גערודער אין די אמעריקאנער אינערן און אויסערן פאליטיק. &nbsp; די רעגירונג אין קובא איז שוין קאמוניסטיש זינט די רעוואלוציע אין יאר תשי"ט, ווען פידעל קאסטרא האט איבערגענומען די ממשלה. זינט דעמאלט זענען די באציאונגען צווישן אמעריקע און קובא שטארק אנגעצויגן, ווען אמעריקע לייגט כסדר פילע עקאנאמישע באגרעניצונגען און סאנקציעס קעגן זיי. &nbsp; יעצט, אונטער טראמפ, זענען די געמיטער ווידער געווארן הייס. די אמעריקאנער רעגירונג באשולדיגט די קובאנער רעגירונג אין אונטערדריקן מענטשנרעכטן און באגרעניצן פרייהייט, אבער ווי עס שיינט שטערט זיי בעיקר דאס וואס זיי שטיצן רעזשימען וועלכע זענען פיינטליך צו אמעריקאנער אינטערעסן. דער ציל פון די אלע סאנקציעס איז, לויט די אמעריקאנער רעגירונג, צו לייגן מער דרוק אויף האוואנא זיי צו צווינגען דורכצופירן רעפארמען. &nbsp; דער גרעסטער טייל פון די קובאנער עקאנאמיע ווערט געפירט דורך רעגירונג-קאנטראלירטע פירמעס, דעריבער שפירן זיך סאנקציעס אויף די פירמעס זייער שנעל אויף זייער גאנצער עקאנאמיע. און כאטש זיי ליידן שוין יארן לאנג פון שווערע עקאנאמישע פראבלעמען און א מאנגל אין עסן און ברענשטאף, איז דער מצב יעצט געווארן אסאך ערגער. &nbsp; שטיצער פון די סאנקציעס זאגן אז דאס איז דער איינציגסטער וועג צו מסדר זיין די קובאנער אישו. קריטיקער זאגן אבער אז די וואס זיצן ביים שיסל טרעפן שוין וועגן זיך ארויסצודרייען פון די ליידן, און די סאנקציעס שעדן בעיקר נאר די פשוט'ע בירגער. &nbsp; איינע פון די סיבות פארוואס קובא איז אזוי שטארק אויפן אויבן-אן &mdash; זאגן פילע &mdash; איז צוליב די גרויסע קובאנער געמיינדע אין פלארידע. דאס זענען אנטלאפענע פון קובא וואס שטיצן שטרענגע פאליסיס קעגן דעם קאמוניסטישן רעזשים, און היות פלארידע איז א "סווינג סטעיט", שפירן זיך די פאליטישע פירער געצווינגען צו נעמען שריט. &nbsp; נישט אלע ווייסן דאס, אבער איידער די רעוואלוציע איז קובא געווען א גאר רייך לאנד מיט שפע און פרייהייט; דאס אלעס האט זיך אבער אין איין מינוט איבערגעדרייט מיט דעם אויפשטייג פון פידל קאסטרא אלס פירער. דאס ברענגט אונז צו די אנערקענונג אז עס איז זייער וויכטיג צו נעמען אין באטראכט וועמען דו גייסט נאך. דו הערסט דרשות, דו גייסט צו א מענטש &mdash; וואס ברענגט ער דיר? מאכט ער דיר טראכטן פונעם אויבערשטן? מאכט ער דיר לערנען? דערמאנט ער דיר כסדר אז "חברים" איז א סקעם, און אויב עס איז דא א חבר איז דאס די ווייב? אויב נישט, וואס האסטו דערפון? ער קען רעדן שיין און דיר זאגן קבלה ווערטער און שיינע תורות, אבער ער וועט האבן א פנים ווי פידל קאסטרא, וואס האט אויך גערעדט שיינע ווערטער ווי שיין די וועלט וועט זיין אונטער קאמוניזם &mdash; יעדער וועט זיין די זעלבע (ארים...) און עס וועט הערשן שלום, ממש ימות המשיח... אבער וואס האט ער דיר געגעבן? גארנישט. קוק וואס דו האסט אין די האנט: אויב גייסטו ארויס מיט מעביר סדרה זיין, דו באקומסט א חשק צו לערנען, און דו הייבסט אן זיך צו פרייען מיט דיין בארד און פיאות &mdash; דאן גייסטו גוט. &nbsp; מה שביד בטוח Polish &nbsp;

    < זעה מער טו סיון תשפ"ו 📝
  • באבל פון א ברי

    שאלה: &nbsp; א גוטן ר' גרשון קרעמער, &nbsp; ביטע מסביר זיין: ווען איך באקום א ברי, פארוואס ווערט דארט א באבל אויף די הויט? וויאזוי געשעט דאס? &nbsp; ברוך מ. &nbsp; &nbsp; ענטפער: &nbsp; זייער א גוטע שאלה האסטו געפרעגט, ברוך. &nbsp; ווי דו פארשטייסט אליין, איז עס זיכער א גוטע זאך. יעדע זאך וואס דער באשעפער טוט איז פאר א גוטע סיבה. מיר וועלן פרובירן צו זען וואס פארא גוטס עס ליגט אין דעם וואס מען באקומט א באבל ווען מען כאפט ח"ו א ברי; דאס וועט אונז לאזן שטיין פארוואונדערט זענדיג די חסדים און וואונדער פונעם באשעפער, אז עס וועט זיך אליין ארויסשרייען: "מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית". &nbsp; "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה, אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה" &ndash; עס איז נישטא קיין צופאל, קיין דורכפאל, אדער "איך בין א שלימזל". מען דארף טאקע זיין פארזיכטיג, ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן, אבער אויב נאכ'ן זיין פארזיכטיג האסטו נישט באמערקט דעם הייסן טעלער און דו האסט זיך אפגעבריט דעם פינגער &ndash; "אוי, עס טוט וויי!" &ndash; איז די ערשטע זאך וואס מען זאגט "גם זו לטובה". דערנאך באמערקסטו ווי עס וואקסט ארויס א באבל; אוי וויי, אבער דאס איז אויך לטובה. &nbsp; דער אויבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט, אז ווען די אויבערשטע שיכט פון די הויט ווערט געשעדיגט דורך א ברי, טוט זיך א גאנצע איבערקערניש. די הויט איז נישט בלויז איין שיכט ווי עס זעט אונז אויס אויבערפלעכליך, נאר עס פארמאגט עטליכע שיכטן (לעיערס). די ערשטע זאך טיילט זיך אפ די געשעדיגטע שיכט פון די אונטערשטע שיכט, און עס קומט צו פליסן פּלאַזמא וואס שטעלט זיך אריין צווישן די צוויי שיכטן; דאס איז דער בלעזל (באבל) וואס מיר זעען. דער באבל איז א געוואלדיגע טובה נאך א ברי. די אינערליכע שיכט פונעם הויט איז פיל מער האקל און איידל, און אויב די אויבערשטע שיכט איז געשעדיגט, קען זיך גרינג אריינכאפן שמוץ און באקטעריעס, אדער מען קען זיך סתם אזוי גרינג צורייבן. דער באבל דינט אלס א צייטווייליגער "קושן" צווישן די צוויי שיכטן, און פארמיידט אזוי בסייעתא דשמיא אינפעקציעס. שטודיעס ווייזן אז אויב מען לאזט דעם באבל במנוחה, היילט זיך די הויט אסאך שנעלער און בעסער. &nbsp; אויב מען כאפט א ברי &ndash; מען איז חס ושלום דורכגעפאלן מיט א שלעכטע קוק אדער א שלעכטע מעשה &ndash; דארף מען שנעל אפטיילן די צוויי שיכטן. מען דארף נעמען א "קושן" און עס לייגן אינצווישן, זאגנדיג: "רבונו של עולם, עס איז נישט איך! איך וויל זיין גוט, העלף מיר, אן דיר קען איך גארנישט". אויב מען נעמט אן דעם עצה, וועט מען זיך אסאך שנעלער און בעסער אויסהיילן בסייעתא דשמיא.

    < זעה מער יא סיון תשפ"ו 📝
  • זיבן יאר פונעם שטעטל אפגעצייכנט

    אין די טעג ווערט אפגעצייכנט זיבן יאר פונעם דאטום י"ז סיון תשע"ט, ווען די ערשטע עטליכע משפחות מאנשי שלומינו האבן זיך אפיציעל אריינגעצויגן אינעם נייעם שטעטל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דאן געגרינדעט. &nbsp; עס האט דעמאלט אויסגעזען ווי א ווייטער חלום: א שטעטל? וואו, אינעם וויסטן ליבערטי? אבער געלויבט דעם אויבערשטן, מיט סייעתא דשמיא שטייט מען היינט בלויז עטליכע יאר שפעטער, און עס שפרודלט א הערליך בליענדע שטעטל וואו פילע משפחות אנשי שלומינו, יראים ושלמים, לעבן אינעם שויס פון דער נאטור אינאיינעם מיט'ן אויבערשטן. אלעס איז ברוך השם געפאלן אין פלאץ, און עס פעלט גארנישט אינעם שטעטל, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. &nbsp; עס וואלט זיך באמת אויסגעפעלט מערערע ארטיקלען צו באשרייבן די פילע פעולות, מוסדות און ארגאניזאציעס וואס אפערירן מיט סייעתא דשמיא אינעם שטעטל. מיר וועלן דא אויסרעכענען בלויז אויפ'ן שפיץ גאפל, און מיר האפן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף אין די צוקונפט טאקע צו קענען מאכן א געהעריגע אפהאנדלונג און באשרייבן יעדן באזונדער מיט'ן ריכטיגן כבוד. &nbsp; דאס שטעטל פארמאגט הערליך צוגעשטעלט אלעס וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. דאס שטעטל פארמאגט צוויי שולן וואו מען דאווענט טעגליך אינדערוואכן: די צענטראלע שול געפינט זיך אויף האשקי רד. און דינט ווי א מנינים-צענטער מיט כסדר'דיגע מנינים שחרית, מנחה און מעריב; און די צווייטע געפינט זיך אין די נייע געגנט פונעם ווילעדזש, אינעם בנין פונעם תלמוד תורה. אזוי אויך פארמאגט דאס שטעטל א גרויסן לופטיגן היכל התורה צום לערנען, וואו דער קול תורה הילכט אפ במשך רוב שעות פון טאג און נאכט. דאס שטעטל פארמאגט פיר מקוואות טהרה, א גרויסן תלמוד תורה און א מיידל שולע וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט יראת שמים און מידות טובות, א ישיבה פאר די בחורים, א סעמינאר פאר מיידלעך, א כולל פאר די אינגעלייט, א אינגל קעמפ, א מיידל קעמפ און א קאנטרי פאר שטאטישע משפחות. א גרויסע בית הדפוס מיט'ן מכון "עצתו אמונה", א מהודר'דיגע מצה בעקעריי, א בית הוראה בראשות פונעם דיין שליט"א, א קאמפיוטער קיאסק, א וועד הכשרות. דאס שטעטל פארמאגט אן עירוב וואס ציעט זיך מיילן לאנג, וואו געטרייע מלמדים געבן זיך אוועק יעדע וואך עס איבערצוקוקן און בודק צו זיין, און א בית השחיטה מיט פיר אויסגעצייכענטע שוחטים יראי ה'. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען העפטיג צו בויען פרישע בנינים פאר'ן חדר און פאר דער מיידל שולע, און מען ארבעט אויך אויף צו קענען גרינדן א בית החיים. &nbsp; ווער רעדט נאך פון די ימים טובים און די געהויבענע טעג אין שטעטל, ווען דער ראש ישיבה שליט"א קומט ארויס און מען לעבט ממש מעין עולם הבא. מען הערט זיך צו צום ראש ישיבה וואס דערמאנט כסדר אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און נאר אויב מען לעבט מיט אמונה קען מען האבן א זיס און געשמאק לעבן דא אויף דער וועלט. אנגעהויבן פון די זומער טעג ווען דער ראש ישיבה שליט"א געפינט זיך אין שטעטל און מען איז נהנה פון די שיינע שיעורים יעדן טאג און יעדן שבת, און דערנאך די געהויבענע ימים טובים ווי סוכות, חנוכה, פסח, ל"ג בעומר און שבועות - וואס מען דארף גארנישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א יום טוב במחיצת פונעם ראש ישיבה. &nbsp; דער חסד וואס טוט זיך אפ אין שטעטל איז אין לשער ואין לתאר; כמעט יעדער איינער אין שטעטל נעמט אן אקטיווע טייל אין איינע פון די פילע וואלונטיר ארגאניזאציעס. למשל, "שעוות אסירים" וועלכע גייען כסדר באזוכן ארעסטאנטן אין די תפיסות; "ביקור חולים" שיקט טעגליך פרישטאג און נאכטמאל פאר קימפעטארינס און אנדערע נויטבאדערפטיגע; "הצלה" פארמאגט צענדליגער וואלונטירן און פאראמעדיקס וואס לויפן כסדר אויף הצלת נפשות קאלס; די פייער דיפארטמענט פארמאגט היימישע וואלונטירן; און פילע "חברים" און "חביבים" מעמבערס געבן כסדר אוועק צענדליגער שעות צו העלפן א איד אין נויט. דער "בית התבשיל" פארמאגט פילע וואלונטירן וואס זענען מסדר וועכנטליכע חלוקות פון עסן בחנם, ווי אויך קמחא דפסחא און תומכי שבת פאר יעדן וואס דארף. פילע פרויען געבן אוועק צענדליגער שעות וועכנטליך פאר איינע פון די צוויי באזארן &mdash; פאר קליידער און פאר מעבל &mdash; וואו מען פארקויפט אלעס כמעט בחנם, אדער צו העלפן אינעם קימפעטארין היים. פילע אינגעלייט געבן זיך אוועק צו שרייבן פארן "בלעטל" צייטונג, כדי דער עולם זאל האבן ערליכע לייען מאטריאל פאר מענער, פרויען און קינדער. &nbsp; פון א גשמיות'דיגן בליק פארמאגט דאס שטעטל א גוט אהערגעשטעלטע שאטל סערוויס צו טראגן מענטשן פון איין געגנט צום צווייטן. די אינגעלייט און בעלי בתים שטעלן זיך אויך ב"ה גוט אוועק מיט פרנסות; דאס שטעטל פארמאגט פילע געשעפטן פאר אלע געברויכן, פון ספרים, קליידער און שפילצייגן, ביז א גרויסן סופערמארקעט און נאך. אזוי אויך טוען פילע אינעם קאנסטראקשן ליין, און עס זענען דא פילע האלסעיל און סערוויס ביזנעסער. &nbsp; אבער דער עיקר פונעם שטעטל איז נישט די כמות, נאר די איכות. אינגעלייט, בחורים, קינדער, פרויען און מיידלעך לעבן אלע מיט א תכלית; זיי לעבן מיט א ציל צו דינען דעם אויבערשטן און נאר אים צו געפעלן. מען געדענקט אז כדי צו האבן א גוט לעבן דארף מען אויפבויען א גוטע רילעישאנשיפ מיט'ן אויבערשטן, ווייל אויב מען האט א גוטע קאנעקשאן איז מען א געהאלפענער. אויף דעם וועג וועט מען בעז"ה ווייטער גיין ביז משיח צדקינו. &nbsp; אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה. &nbsp;

    < זעה מער י סיון תשפ"ו 📝
  • געזעץ צו מאכן זומער-זייגער פערמענאנט ווערט פאראויסגערוקט אין קאנגרעס

    כמעט יעדער אין אמעריקע איז שוין מיד פון רוקן די זייגערס יעדע האלבע יאר. אסאך רעדן זיך אפ אז יעדעס מאל מען רוקט דעם זייגער, נעמט עס זיי כאטש עטליכע טעג ביז זיי געוואוינען זיך צו צום נייעם זייגער, און דורכאויס די צייט שפירן זיי זיך מיד און אפגעמוטשעט. די שאלה ביי די געזעצגעבער איז אבער שטענדיג געווען וועלכע זייגער מען זאל אנהאלטן און וועלכע מען זאל אפשאפן. &nbsp; יעצט איז ווידער ארויפגעקומען א געזעץ-פארשלאג אין קאנגרעס צו מאכן דעם זומער-זייגער פערמענאנט. דער פארשלאג איז דורכגעגאנגען גאר שטארק אין די קאמיטע מיט א מערהייט פון 48 קעגן 1. כאטש עס זענען שוין געווען ענליכע פארשלאגן אין די פארגאנגענהייט וואס האבן זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג, זאגן מאנכע אז דאס מאל האט עס א בעסערע שאנס דורכצוגיין; הויפטזעכליך צוליב דעם וואס פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אויסגעדרוקט גאר שטארקע שטיצע פארן ביל, און געזאגט אז ער וועט ארבעטן גאר שווער אז דער געזעץ זאל דורכגיין. &nbsp; אין אלגעמיין איז דא א שטיצע פאר'ן זומער זייגער, בעיקר צוליב וואס דאס וועט אויסציען די נאכט; אינדערפרי וועט עס איינרעדן דעם מענטש אז עס איז שוין זיבן אזייגער בשעת עס איז נאך זעקס, און אזוי ווי דער טאג הייבט זיך אן פרי, האט מען א לאנגן נאכמיטאג וואס מען קען אויסנוצן. אבער ביי אונז אידישע קינדער, וואס זוכן איין זאך - צו דינען דעם אויבערשטן - איז דאס ציל אינגאנצן עפעס אנדערש. די ערשטע זאך אינדערפרי - זאגט דער הייליגער רבי - איז גיין דאווענען. עס איז נישטא עפעס וויכטיגער צו ערלעדיגן אינדערפרי, נישט קיין חילוק צי מען איז יא גרייט אדער נישט. גיי דאווענען! אויב מען שטופט עס אפ, וועסטו זיך באלד טרעפן נאכמיטאג און האסט חלילה פארפאסט א שחרית. די זעלבע זאך איז מיט מנחה און מעריב: גיי אין שול דאווענען. &nbsp; מאנכע ברענגען ארויף אן אישו אז אויב מען וועט לאזן דעם גערוקטן זייגער אום ווינטער, וועט אויסקומען אז דער ערשטער מנין שחרית אין ווינטער וועט זיין זייער שפעט. בפרט ווען מען דארף גיין ארבעטן, און מען דארף זיך באווייזן ביי די ארבעט זיבן אזייגער אדער אפילו ניין אזייגער, איז דא שטעט אין אמעריקע וואו דער נץ וועט נישט זיין פאר אכט אדער אכט-דרייסיג אינמיטן ווינטער, וואס דאס וועט זיין זייער שווער פאר ערליכע אידן איבער אמעריקע צו דאווענען שחרית כהלכה. &nbsp; ביי אונז אבער וועט דער זייגער נישט דיקטירן; זיי קענען רוקן דעם זייגער וויאזוי זיי ווילן, מיר וועלן זיך ווייטער מוסר נפש זיין צו טון דעם רצון השם, און מען וועט ווייטער בעטן דעם אויבערשטן צו קענען דאווענען אלע תפילות מיט א מנין אין בית המדרש, און דער אויבערשטער וועט זיכער מקבל זיין אונזערע תפילות לרחמים ולרצון. &nbsp;

    < זעה מער ט סיון תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 91 to 105 of 1886 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 125 126
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com