Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אמעריקע סטראשעט אז זיי וועלן פארמאכן דעם אינטערנאציאנאלן געריכט

    פון: גרשון קרעמער   דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, מארקא רוביאו, האט לעצטנס פארעפנטליכט אן ארטיקל אין איינע פון די באקאנטע צייטונגען, וואו ער מעלדט איבער אן אגרעסיווע קאמפיין מצד די אמעריקאנער רעגירונג אונטער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, אינגאנצן אונטערצוברענגען דעם אינטערנאציאנאלן קרימינאלן געריכט (די ICC) וואס געפינט זיך אין האג, האלאנד.   לויט ווי רוביאו טענה'ט, איז די ICC א סכנה פאר די אמעריקאנער זעלבסטשטענדיגקייט. די רעגירונג זאגט אז אונטער טראמפ האט די אדמיניסטראציע אנגענומען אן "אמעריקע פוירסט" מהלך, און אמעריקע מוז זיין אומאפהענגיג און זיך נישט לאזן דיקטירן דורך אויסלענדישע ריכטער איבער וויאזוי מיר פירן אונזערע מיליטערישע אדער גרעניץ ענינים. דער קאמפיין צילט אויך צו לייגן דרוק אויף אנדערע לענדער דורך דיפלאמאטישע מיטלען און מעגליך אויך דורך סאנקציעס, אז זיי זאלן אפצוהאקן זייער שטיצע פארן געריכט. "מיר דארפן קוקן אויף אונזערע אייגענע אינטרעסן און באשיצן אונזערע בירגער פון אריינגעשלעפט ווערן אין אינטערנאציאנאלע קאורטס," האט ער געזאגט.   פון אונזער זייט ווילן מיר אויסדרוקן אונזער פולקאמע סאלידאריטעט מיט'ן סעקרעטערי אוו סטעיט רוביאו. ער זאגט דאך אזוי פיין: "לאמיר פארמאכן דעם קאורט, אויפהערן צו משפט'ן אנדערע, און לייגן דעם פאקוס אויף זיך אליין." דאס איז דאך ממש וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז.   די משנה לערנט אונז "הוי דן את כל אדם לכף זכות", אז מ'דארף יעדן איד דן זיין לזכות און קוקן אויף א צווייטן מיט א גוט אויג. אבער פון די אנדערע זייט זאגט די משנה "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו", אז מ'זאל בכלל נישט פראבירן צו משפט'ן א צווייטן. דא שטעלט זיך א שטארקע שאלה: דארף מען יא דן זיין א צווייטן — נאר טאקע אויף א גוטן אופן — אדער זאל מען בכלל נישט אריינגיין אין דעם ענין פון משפט'ן א צווייטן?   מ'קען אפשר זאגן אז ביידע זענען אמת. קודם כל, לאמיר פארמאכן דעם "שאפ". מיר גייען ארויסהענגען א גרויסן סיין אויף אונזער קאורט און זאגן פאר יעדן איינעם וואס קומט אונז בעטן מיר זאלן זאגן א דעה אויף א צווייטן, אז דער "אינטערנאציאנאלער געריכט" איז פארמאכט. דער ריכטער איז פארנומען מיט וויכטיגערע ענינים; ער דזשאדזשט זיך אליין. איך קוק אויף מיר אליין צו זען אויב ביי מיר איז אלעס מסודר.   אבער ווען עס קומט צו די מענטשן וואס זענען אנגעוויזן אויף אונז — ווי למשל א מלמד אדער א טיטשער צו די תלמידים, א מאן און ווייב צווישן זיך, אדער עלטערן צו זייערע קינדער — דארט מוז מען יא ניצן די כלי פון קוקן מיט א גוט אויג.   מען דארף געדענקען אז נישט יעדעס ווארט איז גלייך 'חוצפה', און נישט יעדע מיסטעיק מיינט אז עס איז שלעכט. אויב מיר וועלן אנקוקן אונזערע קינדער מיט א פאזיטיוון בליק, וועלן מיר זיי קענען מחיה זיין און אויפהייבן, כדי זיי זאלן קענען אויפוואקסן ערליכע און געזונטע קינדער בס"ד.     פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ה אב תשפ"ו 📝
  • די געהיימע קאקא קאלא רעסעפי

    שאלה: &nbsp; לכבוד ר' גרשון, איך האב לעצטנס געלייענט איבער די גאר באקאנטע "קאקא-קאלא" פירמע. עס איז דארט געשטאנען אז די פונקטליכע רעצעפט וויאזוי מען מאכט דעם געטראנק איז א געהיימער סוד וואס ליגט פארשלאסן אין א שטארקן סעיף, און בלויז געציילטע מענטשן אויף דער וועלט ווייסן דעם צוזאמשטעל. איז דאס טאקע אמת? &nbsp; אויב יא, וויאזוי קען מען געבן א הכשר דערויף? דער רב אדער דיין מוז דאך זען יעדע זאך וואס מען לייגט אריין דערין איידער ער גיט א הכשר. &nbsp; א לייענער &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; טייערער לייענער, איר פרעגט א זייער גוטע שאלה. עס איז אמת אז די אריגינעלע רעסעפי פון קאקא-קאלא איז איינע פון די גרעסטע ביזנעס סודות אויף דער וועלט, אבער ווען עס קומט צו כשרות, מאכט מען נישט קיין שום פשרות. &nbsp; עס זענען דא שמועות אז די וועג וויאזוי מען גיט א הכשר איז אז קאקא-קאלא ווייזט זיי א ווערהאוז מיט למשל הונדערט אינגרידיענטס, וואס בלויז א קליין חלק פון זיי ווערט פאקטיש גענוצט אינעם געטראנק, און וויבאלד די רבנים באשטעטיגן אלעס אלס כשר, קענען זיי געבן א הכשר דערויף אן וויסן די פונקטליכע געהיימע רעצעפט. &nbsp; אבער דאס איז אין פאקט נישט אמת. די רבנים (ווי די 'או-יו' אין אמעריקע און הרב לאנדא פון בני ברק) וועלכע גיבן דעם הכשר, באקומען יא פולע צוטריט און קענען זען פונקטליך יעדע איינציגסטע אינגרידיענט וואס גייט אריין אינעם געטראנק. אבער די דיינים און משגיחים דארפן אונטערשרייבן א שטרענגע "נאן-דיסקלאוזשער עגרימענט" (NDA - א קאנפידענשעליטי קאנטראקט), אז זיי טארן בשום אופן נישט ארויסגעבן דעם סוד פאר קיינעם. &nbsp; היינט זונטאג פרשת ואתחנן, ה' אב, געפאלט אויס די יארצייט פונעם צדיק יסוד עולם, דער הייליגער ארי הקדוש ז"ל, וואס "כל רז לא אנוס ליה" &ndash; ער האט געוויסט די געהיימסטע סודות, און מיר אלע לעבן היינט פון זיין תורה און קדושה וואס איז איבערגעגעבן געווארן פאר אונז דורך זיין גרויסן תלמיד, רבי חיים וויטאל ז"ל. &nbsp; עס שטעלט זיך די שאלה: וואס איז געווען זיין גרויסער סוד? וויאזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע מדרגות אין קדושה, און באוויזן צו זען וואס טוט זיך אין אלע וועלטן, וואס ער האט מגלה געווען פאר זיינע תלמידים? וואס איז געווען זיין געהיימע "רעסעפי"? איז עס נאך אלץ א סוד? &nbsp; דער אמת איז אז יא. כאטש דער געהיימער סוד איז שוין ארויסגערינען &ndash; זיין גרויסער תלמיד רבי חיים וויטאל האט עס בפירוש געשריבן אין זיינע כתבים &ndash; דאך איז עס נאך אלץ א סוד. דאס איז פון די פלאי הבריאה, וויאזוי צדיקים קענען מגלה זיין גרויסע סודות, זאכן וואס אויב מען ווייסט זיי קען מען אנקומען צו די גרעסטע מדרגות, אבער עס בלייבט נאך אלץ א סוד. &nbsp; מען קען מיינען אז דער געהיימער רעסעפי צו ווערן אזא קדוש וטהור ליגט אין פאסטן שווערע תעניתים משבת לשבת, אדער מאכן סיגופים און זיך וואלגערן אין שניי וואס דער קערפער קען קוים איבערטראגן. &nbsp; אבער ניין! רבי חיים וויטאל זי"ע שרייבט, אז ער איז אנגעקומען צו זיינע מורא'דיגע מדרגות בלויז דורך שמחה של מצוה! &nbsp; ער האט געזאגט, אז יעדעס מאל וואס ער האט מקיים געווען א מצוה, האט ער זיך אזוי שטארק געפריידט דערמיט, פונקט ווי א מענטש וואס באקומט יעצט א טעלעפאן רוף פון די לאטערי אפיס אז ער האט געווינען א ביליאן דאלער און ער ווערט יעצט א ריזיגער עושר. "דאס" &ndash; שרייבט ער &ndash; "האט אים אויפגעהויבן אזוי הויך". &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ה אב תשפ"ו 📝
  • נייע הערליכע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" - תם מה הוא אומר

    דורך: גרשון קרעמער &nbsp; מען דארף פאר קיינעם נישט פארשטעלן דעם הערליכן הפצה ליין "קול ברסלב", דער ליין וואס האט געמאכט - און מאכט נאך אלץ - א רעוואלוציע אין עולם ההפצה. טויזנטער אידן פון נאנט און ווייט רופן כסדר אריין צו הערן א גוט ווארט, אדער עפעס וואס וועט זיי אריינגעבן א רוח החיים, זיי אויפלעבן און דערנענטערן צום אויבערשטן. איינער באקומט עס דורך א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, א צווייטער דורך אן אינטערוויו, א דריטער דורך א ניגון, און א פערטער דורך א שמועס. אויפן ליין קען יעדער געפינען חיזוק און עצות לויט זיין תכונת הנפש און לויט זיין יעצטיגן געברויך. &nbsp; דער טעלעפאן נומער פונעם האטליין איז באקאנט אין די גאנצע אידישע וועלט: 212-444-9191. דאס איז א גרינגע נומער וואס אפילו אויב מען האט עס נישט ביי די האנט, איז עס גרינג צו געדענקען. די ערשטע זעקס נומערן, 212-444, זענען א באקאנטע אנהייב פאר אסאך אידישע טעלעפאן האטליינס, און די לעצטע פיר נומערן, 9191, זענען מרמז אויפן שם צ"א (וואס באשטייט פון ביידע שמות הקדושים צוזאמען - הוי"ה און אדנ"י) צוויי מאל. אזוי ארום, ווען איינער האט נישט די נומערן ביי די האנט, דארף ער זיך נאר דערמאנען פונעם אויבערשטן, און ער וועט זיך גלייך דערמאנען די נומערן פונעם האטליין. &nbsp; יעדע וואך זענען דא פרישע שמועסן, דרשות און אינטערוויוס, וואס יעדער איינער פאר זיך וואלט געווען בארעכטיגט פאר א באזונדערן ארטיקל צו באריכטן די הערליכע אוצרות וואס ווערן דארט אנטפלעקט; אבער דערווייל איז דאס אוממעגליך אהערצושטעלן. אבער ווען עס קומט ארויף א פרישע אפטיילונג, ווען אינגעלייט קומען און עפענען א פרישן קנעפל וואו מען קען זיך אנשעפן פון די זיסע און געשמאקע עצות פונעם רבי'ן, דאן קען מען נישט בלייבן שטיל, און מען מוז מגלה זיין פארן ציבור די "מתנה טובה יש לי בבית גנזי". כדי אנצוקומען צו דעם אפטיילונג דארף מען רופן "קול ברסלב" אויף 212-444-9191, דערנאך דרוקט מען 1 פאר אידיש, 4 פאר שמועסן, און 9 איז באשטימט פאר די נייע אפטיילונג "תם מה הוא אומר". &nbsp; די נייע אפטיילונג גייט שוין אן פאר צוויי וואכן און ציט צו זיך גאר אסאך צוהערער. דער נייער פראגראם ווערט איבערגעגעבן דורך מו"ה ישראל דוד העסקל הי"ו אינאיינעם מיט הר"ר יצחק ראזענבוים שליט"א &mdash; וועלכער האט שוין יארן צוריק באקומען דעם זיסן צונאמען "יצחק דער תמים" &mdash; און עס ברענגט אריין א פרישקייט אין תמימות ופשיטות ביי אנשי שלומינו און ביי אלע צוהערער. &nbsp; ווי זיי זאגן, איז דער געדאנק ארויסצוקומען מיט דעם שמועס געבוירן געווארן אלס א רעאקציע צו די היינטיגע נסיונות. מיר לעבן היינט אין א וועלט פיל מיט פאדקעסטס, טאלק-שאוס און פארגעשריטענע האטליינס, וואס זענען ליידער אפטמאל אנגעפילט מיט ליצנות און קאלטקייט. דאס זיך צוהערן צו זיי קען זייער שנעל אפקילן א מענטש, פארברענען די ריינע אמונת חכמים און אוועקנעמען די פשוט'ע תמימות. כדי צו געבן פאר אידישע קינדער א ריינע און הייליגע פלאץ זיך אויסצוליפטערן, האבן די צוויי חשוב'ע אידן מאנשי שלומינו אונטערגענומען דעם פראיעקט צוצושטעלן א היימישע "שיחת חברים", וואס וועט אונז העלפן האלטן די תמימות אויף וואס מיר בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג. &nbsp; תיכף אינעם ערשטן שמועס טאנצן זיי שוין אריין מיט הערליכע לעבעדיגע מעשיות פון השגחה פרטית וואס וועקן אויף די נשמה. מען הערט וואונדערליכע עפיזאדן וויאזוי דער אייבערשטער פירט די וועלט; למשל, די מעשה פון א מלמד וואס האט געהערט א שווערע תורה'דיגע קשיא אויף א האטליין, און דעם קומענדיגן טאג אין חדר האט א תלמיד אים פונקט געפרעגט די זעלבע שאלה &mdash; וואס האט אים געגעבן די געלעגנהייט אויפצוהייבן דעם אינגל מיט גוטע ווערטער אנשטאט אים אוועקצומאכן. אדער א פחד'דיגע געשיכטע איבער א יונגערמאן וואס האט אראפגעבויגן דעם קאפ אויפן בראנקס עקספרעסוועי ביי א רויטע לייט פאר א נסיון פון שמירת עיניים, און ממש אין יענע מינוט האט אים דער אייבערשטער געראטעוועט זיין קינד פון אונטער די רעדער פון א סקול-באס אין בארא פארק. &nbsp; די גאנצע שמועס איז איין שטיק חיזוק מיט א קלארן מעסעדזש: מיר דארפן נישט פרובירן "אפצוקילן די גאס" &mdash; אזוי ווי יענער אינגערמאן וואס האט געעפנט די טירן פונעם בית המדרש כדי עס זאל ארויסבלאזן די עיר קאנדישן אויף די הייסע גאסן אין וויליאמסבורג. די גאס קען מען נישט טוישן. וואס מיר דארפן יא טון איז עפענען א ספר פאר אונז אליין, בויען אונזער אייגענע תמימות און אמונה טיף אינעווייניג אין אונז, און אזוי זיך אליין ראטעווען פון די פרעמדע לופט. &nbsp; אזוי ווי דער ציל איז צו זיין א גוטע אדרעס פאר "שיחת חברים", האבן די אינגעלייט געעפנט א ספעציעלע טעלעפאן ליניע וואו די צוהערער קענען איבערלאזן הערות, קאמענטארן, און מיטטיילן זייערע אייגענע השגחה פרטית מעשיות. מען קען נאר לאזן וואויסמעיל מעסעדזשעס (נישט קיין טעקסט) אויף 845-467-7718, און מיט דעם מיטטיילן מיטן ציבור מעשיות פון וואס אנדערע קענען זיך אויך מחזק זיין און אריינברענגען נאך אמונה אינעם טאג-טעגליכן לעבן. &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ה אב תשפ"ו 📝
  • באזוך פון הרה"ח ר' הערשל הירש שליט"א אין ת"ת היכל הקודש קרית יואל

    דער הייליגער רבי דערציילט אין די "סיפורי מעשיות" איבער אַ בעטלער וואָס האָט אויסגעזען ווי ער האָט נישט קיין פיס. מענטשן האָבן געמיינט אז ער איז אַ קאַליקער, אָבער באמת האָט ער פֿאַרמאָגט די שענסטע פיס; ער איז נישט בלויז אָנגעגאַנגען אין לעבן, נאָר ער איז אָנגעקומען איבעראל וואו ער האָט נאָר געוואָלט. &nbsp; פארגאנגענעם דאָנערשטאָג פרשת דברים, האָבן די קינדערלעך אין ברסלב'ער חדר געהאַט די זכיה צו זען דעם "בעטלער אָן די פיס", ווען זיי האָבן אויפגענומען דעם בעל מסירות נפש, הרה"ח ר' הערשל הירש שליט"א. &nbsp; דער אויבערשטער האָט אויספרובירט ר' הערשל מיט אַ גאָר שווערן נסיון, וואָס מיר ווינטשן נישט פאר קיינעם. אַלס חתן איז ער אַריבער א שרעקליכן עקסידענט, ווען אַ קאַר האָט אים מיטגעשלעפט און ער האָט נעבעך פארלוירן ביידע פיס. מען האט אפגעלאזט זיין ערשטע שידוך, אָבער זיין אמונה איז געבליבן גאַנץ. היינט צו טאָגס איז ער א איד מלא שמחה; ער טאַנצט, און שפרינגט פאר פרייד, און ער מאַכט פרייליך יעדן איינעם וואָס באַגעגנט אים. &nbsp; ר' הערשל האט דערציילט פֿאַר די קינדער אין חדר וויאזוי ער דערקוויקט זיך כסדר מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א דורכ'ן טעלעפאן. טראָץ וואָס ער קען נישט ארויפגיין די טרעפּ ביי 27 סקילמאַן און איז דאָרט פֿיזיש קיינמאָל נישט געווען, איז ער באמת אַ תלמיד הישיבה מיט'ן גאנצן הארץ און נשמה, און ער לעבט מיט די שיעורים אפשר נאך מער פון אַנדערע מענטשן וואָס פֿאַרמאָגן צוויי געזונטע פיס. &nbsp; ר' הערשל האָט אנגעווארימט די קינדער מיט דיבורי אמונה, נאָכזאָגנדיג א וואָרט פֿונעם ראש ישיבה בשם דעם הייליגן בעל שם טוב הקדוש: "מען קען נאָר שטראָפֿן אַ מענטש אויב מען נעמט צו פֿון אים די אמונה. ווייל ווען אַ מענטש לעבט מיט אמונה, נעמט ער אָן אַלץ באהבה, דעריבער קען מען אים קיינמאָל נישט שטראָפֿן." פילע קינדער האבן זיך געווישט די אויגן הערנדיג די ווערטער פֿון אזא איד, שפּירנדיג אַ געוואַלדיגע דאַנקבאַרקייט צום אייבערשטן אויף די געזונטע פֿיס וואס זיי האבן. &nbsp; קוקנדיג אויף ר' הערשל, האָבן די קינדער געזען אַ לעבעדיגן מוסר ספר. צומאל מאַכט זיך אַז מענטשן מיט געזונטע פֿיס זיצן אין אַ "ווילטשער" &ndash; מען בלאָזט, מען רעגט זיך אויף קלייניגקייטן, און מען האָט טענות צום אויבערשטן. דאָ האָט מען געזען אַז די עכטע פיס פון אַ איד איז זיין אמונה און בטחון; דאָס איז דער מאָטאָר וואָס טראָגט אונז איבעראל וואו מיר דארפן. מיט אמונה קענען מיר דורכגיין און איבערקומען יעדע מניעה און בלייבן רואיג און פרייליך, פּונקט ווי דער בעטלער פֿון סיפורי מעשיות. &nbsp; דער שיינער מעמד האָט זיך געענדיגט ווען די קינדער האָבן געזונגען פאר ר' הערשל די שיינע חדר ניגונים &ndash; ניגונים וואָס ברענגען אַרויס די שמחה פֿון לעבן מיט'ן אויבערשטן און פֿון טון מצוות ומעשים טובים. &nbsp; אַלע קינדער האָבן זיך אָפּגעלערנט פֿון ר' הערשל אַז מען זאָל זיין דאַנקבאַר פאר'ן אויבערשטן פאר אלעס וואָס מען האָט, און מען זאָל זיין צופרידן אפילו ווען מען האָט נישט אלעס וואָס מען וויל. &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות, ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ג אב תשפ"ו 📝
  • ניו יארק און ניו דזשערסי פלאנען ארויסצוגעבן נייע, מער זיכערע פוד סטעמפ קארטלעך

    אין די לעצטערע יאָרן זענען צענדליגער היימישע משפחות וואָס געניסן פון די פוד סטעמפס פראגראם (EBT), ליידער געפאַלן קרבנות צו שווינדלער. פאַרברעכער האָבן אויסגענוצט די פּרימיטיווע סיסטעם פון די פוד סטעמפ קארטלעך &mdash; וואָס מען דארף "סווייפּן" &mdash; און האָבן אַרויפגעלייגט "סקימינג" אַפּאַראַטן אויף די מאַשינען אין די געשעפטן. דורכדעם האָבן זיי געגנב'עט די קאַרטל אינפאָרמאַציע און אינגאנצן אויסגעליידיגט די בענעפיטן פון די קארטלעך. &nbsp; די פראבלעם איז געווען אז עס איז געווען כמעט אוממעגליך צו באמערקן די אפאראטן, און נאכדעם וואס מען איז אריינגעפאלן אין דעם נעץ, איז געווען זייער שווער זיך ארויסצוזען דערפון, שוין אפגערעדט פון דעם וואס מען האט נישט צוריקבאקומען דאס געלט. &nbsp; יעצט קומט אריין די גוטע נייעס אז די צוויי סטעיטס, ניו יאָרק און ניו דזשערזי, וואו עס וואוינען פילע היימישע אידן, האבן באשלאסן צו טון עפעס זאכליך דאס צו באקעמפן. באַאַמטע אין ביידע סטעיטס האָבן געמאָלדן אַז מען וועט אָנהייבן אַרויסשיקן נייע בענעפיט קאַרטלעך וואָס וועלן פאַרמאָגן אַ סעקיוריטי "טשיפּ", ענליך צו די היינטיגע קרעדיט קאַרדס, דאס וועט מאכן פיל שווערער און כמעט אוממעגליך פאַר קרימינאַלן צו גנב'ענען די אינפאָרמאַציע. &nbsp; אבער ביז די נייע קאַרטלעך קומען אָן, בעטן די סטעיט באַאַמטע אַז דער עולם זאָל זיין פארזיכטיג און נוצן די עקזיסטירנדע זיכערהייט מיטלען צו באַשיצן די בענעפיטן. איין עצה וואס זיי זאגן איז, מען זאל "איינפרירן" דאס קאַרטל דורכן טעלעפאן אויב מען ווייסט אז מען וועט עס נישט נוצן פאר עטליכע טעג. אזוי אויך זאל מען קיינמאָל נישט אַרויסגעבן קאַרטל אינפאָרמאַציע פאר א צווייטן דורך טעקסטן, אימעילס אדער טעלעפאָן קאָלס פון אומבאַקאַנטע. און זיכער זאל מען פאר קיינעם נישט איבערגעבן דעם "פּין" נומער. &nbsp; אין די זעלבע צייט דארף מען זייער אכטונג געבן פונעם גרויסן סקעמער וואס לאקערט אויף אונז יעדן טאג און יעדע מינוט. זיין עיקר ציל איז צו גנב'ענען אונזער טייערסטע פארמעגן &ndash; עפעס וואס מיר פארמאגן בלויז א באגרעניצטע סכום דערפון, און אויב עס ווערט גערויבט פון אונז, קען מען עס מער נישט צוריקבאקומען; דאס איז "צייט". &nbsp; צייט איז די טייערסטע זאך וואס מיר פארמאגן, און מיר דארפן אננעמען זיכערהייט מיטלען עס צו באשיצן. די גוטע נייעס איז, אז עס איז דא צו באקומען א ספעציעלע פארגעשריטענע "טשיפ" וואס דינט אלס א גוטע באווארענונג מיטל צו היטן אויף די טייערע צייט: דאס איז "לעבן מיט'ן יעצט". אויב א מענטש וועט אלעמאל בעטן פונעם אויבערשטן "העלף מיך איך זאל קענען אויסנוצן מיין יעצטיגע מינוט אויפ'ן בעסטן אופן", וועט אים דאס באהיטן און באשיצן, און אים העלפן באקומען אלע בענעפיטן אויף וואס ער איז בארעכטיגט. &nbsp; אבער אפילו אויב מען איז שוין חלילה באגנבעט געווארן, איז נאך אלץ דא וואס צו טון. א מענטש קען שטענדיג אנהייבן פון דאס ניי און תשובה טון אויף וואס עס איז געווען; מיט דעם איז ער מעלה זיין גאנצע פארגאנגעהייט, און ווען א מענטש טוט תשובה ווערט אלעס איבערגעדרייט צום גוטן. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com. &nbsp;

    < זעה מער ב אב תשפ"ו 📝
  • בוי-ארבעט פונעם נייעם היכל הקודש בנין אין אומאן רוקט זיך פאראויס

    מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווערט די בענקשאפט שטארקער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף: "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדן פאררעכטן". אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבי'ן, און די טראוועל אגענטן אדווערטייזן שוין אין גרויסן די פילע טיקעט אפציעס וואס מען קען נעמען. &nbsp; אין די זעלבע צייט קומען אריין פרישע אפדעיטס אז דער פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם בנין אין אומאן רוקט זיך פאראויס מיט גרויסע טריט. פון די בילדער וואס מיר האבן באקומען פון אומאן קען מען זען ווי מען האלט שוין נאכ'ן אויפציען די שטארקע פונדאמענט-ווענט, און מען רוקט זיך שוין צום קומענדיגן פאזע, מען בויעט שוין די פלאָרס. &nbsp; עס איז אינטערסאנט צו וויסן אז דער גאנצער בילדינג ווערט געבויט אלס א "סופּערסטראָקטשער". דאס מיינט אז דער גאנצער בנין וועט שטיין אויף שטארקע קאָנקריט זיילן און סעמענטענע פלארס, און אלע פשוט'ע ווענט וואס וועלן שפעטער צוקומען דורכאויס דעם בילדינג וועלן בלויז דינען ווי "מחיצות" &mdash; פשוט אפצוטיילן צווישן איין צימער און דעם צווייטן. דאס איז נישט ווי געווענליך אין אסאך בנינים וואס טייל פון די ווענט זענען א חלק פונעם סטרוקטור וואס מען קען נישט אוועקנעמען. &nbsp; מען בויט דעם פלאָר אויפ'ן סייט מיט א ספעציעלע סיסטעם. אנשטאט צו ברענגען גרייטע צעמענטענע פּלענקס, שטעלט מען אויף א צייטווייליגן האלצענעם פרעים, אונטערגעשטיצט מיט פילע אייזערנע שטאנגען. אויף דעם פרעים וועט מען ארויפגיסן דעם נאסן צעמענט, וואס וועט ווערן דער פלאָר פונעם ערשטן שטאק. דער פראצעס נעמט אביסל צייט &mdash; מען וועט דארפן ווארטן בערך א חודש ביז דער צעמענט טריקנט זיך אינגאנצן אויס און ווערט הארט ווי א שטיין. דאן וועט מען בעז"ה קענען אראפנעמען די האלצענע פלאטפארמע, און דער פלאָר וועט שוין קענען שטיין אליין אויף אירע אייגענע פיס. &nbsp; עס איז וויכטיג צו דערמאנען אז אנצוקומען קיין אומאן גייט נישט סתם אזוי מיט'ן קויפן א טיקעט; צוערשט קומט פארשטייט זיך תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט אויפטון. בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, לייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אריין מיט אלע כוחות צו שטעלן שטיינער אין וועג. אבער ווי אנשי שלומינו האבן שוין געזען אין די פארגאנגענע יארן, האט מען מיט תפילות זוכה געווען צו שיינע זאכן, און אומאן ווערט שענער און בעסער יעדעס יאר. &nbsp; פאר אנשי שלומינו איז דאס זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין; "לב יודע מרת נפשו" &ndash; יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, און יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען דען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדן איינעם וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם לייגט אונטער שטיינער און פיסלעך פון אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל דאס אלעס קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה. &nbsp; פאַר קאָמענטאַרן אָדער שאלות ביטע רופט אָדער טעקסט 845-445-7447 אָדער שיקט אַן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער א אב תשפ"ו 📝
  • הימלען אין ניו יארק פארטונקלט צוליב די קאנאדישע פייערן

    מען גייט ארויס אין גאַס, מען הייבט אויף די אויגן, און מען זעט אין ניו יארק און די ארומיגע געגנטער אן אראנזשן הימל. די לופט איז פאַרכמאַרעט, און פארוואלקנט. די שווערע לופט קומט פון די קאַנאַדישע וואַלד-פייערן וואָס ברענען מיט אַ שטאַרקייט און די ווינטן שלעפּן דעם געדיכטן רויך אַראָפּ קיין ניו יאָרק צו אונזערע געגנטער. &nbsp; דער יעצטיגער מצב אין קאַנאַדע איז נישט פשוט. מיליאָנען עיקערס וועלדער אין קאנאדא ברענען אָן קאָנטראָל. דאס קומט נאכדעם וואס עס האט געהערשט ביז יעצט אן עקסטרעמע טרוקעניש און רעקאָרד-הויכע טעמפּעראַטורן, וואָס האָבן אויסגעטרוקנט די וועלדער שנעלער ווי געווענליך, פאַרוואַנדלענדיג מיליאָנען ביימער אין רייפע ברענשטאָף. &nbsp; דער אויבערשטער האָט אראפגעשטעלט אַ שטארקע "היי פּרעשור" לופט-סיסטעם איבער פארשידענע געגנטער אין קאַנאַדע. די דאָזיגע סיסטעם דרייט זיך כסדר, און די ווינטן פונעם "דזשעט סטריעם" כאפן אריין דעם רויך אין זיך און שלעפּן עס אראפ צו אונזערע איסט-קאָוסט געגנטער, אנשטאט עס זאָל אַוועקגעבלאָזן ווערן צום אָקעאַן. &nbsp; אסאך מענטשן קוקן אויף די טונקעלע הימלען און רעאגירן דערויף: "אה, ממש פּאַסיג פאַר די ניין טעג, ס'ברענגט אַזאַ ריכטיגע ערב-תשעה-באב'דיגע דעפּרעסטע פילינג..." &nbsp; אבער דאָ דאַרף מען זיך אָפּשטעלן. פארוואס טראכסטו אז עס איז דא בכלל אַזא זאך אין אידישקייט אז מען דארף ערגעץ-וואו זיין דעפּרעסט? דאס איז א גרויסער טעות צו מיינען אַז אין די ניין טעג דאַרף מען שמעקן נישט גוט און ארומגיין מיט א "לאנגע נאז". &nbsp; דער אמת איז, אז אפילו אונזער טרויער אויפ'ן חורבן בית המקדש אום תשעה באב טאָר נישט זיין קיין וויינען פון עצבות און מרה שחורה. עס דארף זיין א "קרעכץ מיט שמחה" &ndash; דהיינו אַ זיסע בענקעניש צום אייבערשטן. מען שמועסט זיך אויס מיט'ן אויבערשטן, און מען בעט זיך: "רבונו של עולם! ווען גיי איך שוין אָנהייבן טראַכטן פון דיר? מיין אייגענער מוח, מיין פּריוואַטער בית המקדש, איז אַזוי חרוב. איך ווייס עס און איך הער עס כסדר אַז מען דאַרף רעדן צום באַשעפער, און אז איך קען רעדן צו דיר, אָבער פונדעסטוועגן שטופּ איך עס אָפּ אויף מאָרגן, נאָכאַלץ האָב איך מורא פון מענטשן און נאָכאַלץ בין איך באַזאָרגט וואס וועט זיין מארגן. רבונו של עולם, ווען גיי איך דיך שוין שפּירן? ווען גייט שוין זיין אַ השראת השכינה ביי מיר אין האַרץ?" &nbsp; דאָס איז די ריכטיגע עבודה פון א איד. מיר דאַרפן קוקן אויף דעם רויטן הימל און דער רויך און זיך דערמאנען פון עפעס אנדערש. מען דארף אנטלויפן פון עצבות און מרה שחורה פונקט ווי מען אַנטלויפט פון א פייער! &nbsp; לאָמיר זיך אויפרישן מיט אַ בענקעניש צום טאַטן אין הימל, און פאַרוואַנדלען די ניין טעג אין אַ צייט פון שפירן דעם אויבערשטן. &nbsp; רב לך שבת בעמק הבכה. &nbsp; &nbsp; פאַר קאָמענטאַרן אָדער שאלות ביטע רופט אָדער טעקסט 845-445-7447 אָדער שיקט אַן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער א אב תשפ"ו 📝
  • עמפינדליך צו א פראסטע שפראך

    שאלה &nbsp; איך בין לעצטנס אריין אין די ברסלב'ער חדר, און איך זע אז אין דעם חדר איז דא א נייע שפראך. מען רעדט שיין, מען באדאנקט זיך אויף יעדע זאך. אז א יונגל דארף עפעס, בעט ער שיין און איידל: "זיי מוחל, קען איך עס האבן?" מיין רבי, הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, זאגט אז אויב מ'פארגעסט צו בעטן שיין, איז ער "אלערדזשיק" (עמפינדליך). אבער איך וואונדער מיך: אויב ער איז אלערדזשיק, פארוואס באקומט ער נישט קיין רויטע באקן? איך זע דאך נישט קיין שום אלערגיע רעאקציע? &nbsp; &nbsp; ענטפער &nbsp; ס'איז דא עטלעכע מיני אלערגיע רעאקציעס. עס זענען דא מענטשן וואס זענען אלערדזשיק צו געבן קאמפלימענטן. עס זענען דא מענטשן וואס זענען אלערדזשיק צו זאגן "שכוח". און עס איז אויך דא פארקערט: א מענטש ווערט אלערדזשיק ווען יענער באדאנקט זיך נישט, אדער אויב א מענטש רעדט אומאיידל, אזוי ווי ביי קמצא און בר קמצא. &nbsp; די גמרא (גיטין נה: - נו.) דערציילט אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב קמצא און בר קמצא. "ההוא גברא דרחמיה קמצא, ובעל דבביה בר קמצא עבד סעודתא. אמר ליה לשמעיה: זיל אייתי לי קמצא, אזל אייתי ליה בר קמצא..." &nbsp; אויף אידיש: אמאל איז געווען א מענטש וואס האט געהאט א גוטן חבר מיט'ן נאמען קמצא, און א שונא וועמען מען האט גערופן בר קמצא. דער מענטש האט אמאל געמאכט א גרויסע סעודה, און ער האט געהייסן זיין באדינער: "גיי, רוף מיר קמצא צו דער סעודה." דער שמש האט זיך אבער טועה געווען, און אנשטאט קמצא האט ער אהינגעברענגט בר קמצא. &nbsp; ווען דער בעל הבית האט געזען אז בר קמצא זיצט ביי זיין סעודה, איז ער געווארן זייער בייז און אים אנגעשריגן: "וואס זוכסטו דא? דו ביסט דאך מיין שונא! שטעל דיך אויף און גיי ארויס פון דא!" &nbsp; בר קמצא האט זיך געבעטן ביי אים: "אז איך בין שוין דא, לאז מיך ביטע בלייבן, און איך וועל דיר באצאלן פאר אלעס וואס איך וועל עסן." "ניין!" איז געווען דער ענטפער. בר קמצא האט ווייטער געבעטן: "איך וועל דיר באצאלן פאר האלב פון די גאנצע סעודה." &ndash; "אויך נישט!" "ווייסטו וואס, איך וועל דיר באצאלן פאר די גאנצע סעודה!" &ndash; "בשום אופן!" דער בעל הבית האט אים אנגעכאפט און ארויסגעווארפן פאר די אויגן פון יעדן איינעם. &nbsp; בר קמצא איז געווארן שרעקלעך פארשעמט. ער האט געטראכט: "עס זענען דאך דארט געזעסן גרויסע חכמים און קיינער האט נישט פרובירט אפצושטעלן דעם בעל הבית; דאס מיינט," האט ער געטראכט, "אז זיי זענען אויך מסכים מיט דעם וואס מען האט מיר דא אפגעטון." ער האט נעבעך באשלאסן זיך צו נוקם זיין. ער איז געגאנגען צום קייסר און אים גע'מסר'ט: "די אידן האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן דיר." כדי אויפצואווייזן זיין בלבול, האט ער פארגעשלאגן אז דער קייסר זאל שיקן א קרבן צום בית המקדש. אויפ'ן וועג האט בר קמצא שטילערהייט געמאכט א קליינעם מום אינעם קעלבל, וואס מאכט עס פסול על פי הלכה, אבער ביי די גויים ווערט עס נישט גערעכנט פאר קיין מום. &nbsp; די חכמים האבן צוערשט געוואלט מקריב זיין דעם קרבן צוליב שלום המלכות, אבער רבי זכריה בן אבקולס האט געזאגט: "מענטשן וועלן זאגן אז מען מעג מקריב זיין א בעל מום אויפ'ן מזבח." דערנאך האט מען געוואלט הרגענען בר קמצא כדי ער זאל נישט קענען מסר'ן ווייטער, אבער רבי זכריה האט עס ווייטער נישט געלאזט, זאגנדיג: "מענטשן וועלן זאגן אז ווער עס מאכט א מום אין א קרבן דארף מען הרגענען." דאס האט צום סוף געברענגט צו אונזער גרויסן חורבן. &nbsp; וואס האסטו טענות אויפ'ן בעל הבית פונעם סעודה? דער מענטש וואס האט געמאכט די סעודה איז דאך געווען א "נארמאלער" מענטש; כ'מיין "וואס זוכסטו דא? מען האט דיר דאך נישט גערופן!" ער האט אים נישט ארויסגעשיקט סתם פאר גארנישט, ער איז געווען א "נארמאלער מענטש", אבער ביים הייליגן רבי'ן איז מען אלערדזשיק אויף אזא סארט שפראך. &nbsp; עס זענען דא מענטשן וואס ווערן רויט ווען זיי זאגן דעם אמת. דער מענטש האט נעבעך אזוי פארדרייט זיין מח, אז ער ווערט פארשעמט ווען ער זאגט דעם אמת. ער זאל זאגן א קאמפלימענט? ער שעמט זיך ארויסצוזאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן. ער דארף עפעס? עס איז אים א בושה צו בעטן שיין. אבער ביי אונז איז פונקט פארקערט: פארלאנגען און באפעלן "איך דארף...", אן בעטן שיין אדער זאגן א שכוח &ndash; דאס איז א בושה. &nbsp; דער הייליגער רבי האט געזאגט, אז אויב קעניגן און קייסערן וואלטן געזען דעם דרך ארץ און די מידות טובות פון זיינע לייט, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען דרך ארץ ביי אונז. מוהרא"ש זי"ע האט דערציילט, אז ברסלב'ער חסידים האבן קיינמאל נישט גערעדט צו קיינעם מיט א לשון פון "דו!" &ndash; "קום אהער, דו!". זיי האבן אלעמאל גערעדט איידל: "קענט איר אפשר אהערקומען?" זיי האבן גערעדט א שיינע, הייליגע שפראך. &nbsp; לאמיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן שטענדיג האבן א שיינע און הייליגע שפראך, רעדן שיין צו יעדעם, און אין דעם זכות זאלן מיר מקרב זיין די גאולה. &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער א אב תשפ"ו 📝
  • מחנה להודות - וואו די קינדער שטייגן און לעבן מיט אמונה

    עס טוט זיך לעבעדיג אין "מחנה להודות", וואו די פראגראמען גייען אן מיט'ן פולן שוואונג אונטער די פירערשאפט פון הר"ר יודל איינהארן שליט"א, דער ראש המדריכים, אינאיינעם מיט די געטרייע מדריכים כל אחד בשמו הטוב יבורך. מיט אזא סטעף זענען די אקטיוויטעטן נישט סתם ליידיג פון אינהאלט, נאר עס איז א לעבעדיגער שיעור וואס פלאנצט אריין אמונה און מידות טובות אויף א געשמאקן און זיסן אופן. &nbsp; ווי שוין דערמאנט אינעם פריערדיגן ארטיקל, איז דער נאמען "להודות" געבוירן געווארן אויפ'ן וועג צוריק פון אומאן, ווען הונדערטער אידן זענען געבליבן שטעקן ביים גרעניץ צווישן אוקראינע און פוילן. אונטער די שרעקליכע געשטופעניש, אן קיין מינימאלע באדערפענישן פאר כמעט צען שעה, אין יענע שווערע שעה'ן ווען מען האט נישט געקענט עפענען א ספר וכדומה, האט הר"ר יודל באשלאסן אויסצופרובירן די פשוט'ע עצה פון דאנקען דעם אויבערשטן אויף אלעס. דאס האט געעפנט אלע טויערן; עס האט אנגעהויבן קומען וואסער צו טרונקען, די וועג האט זיך געעפנט, און מען איז ארויס בשלום ב"ה. &nbsp; דאס איז דער לימוד וואס דער נאמען "להודות" ברענגט מיט זיך: אריינצובאקן אין די קינדער אז מען קען אלעמאל רעדן צום אויבערשטן און אים בעטן וואס מען דארף, אבער אויב מען נוצט די עצה פון דאנקען דעם אויבערשטן, עפענען זיך די טויערן פון הימל ברייט און די ישועה קומט גאר שנעל. &nbsp; כדי אריינצוברענגען די עצה ביי די קינדער אויף א געשמאקן אופן, האט מען אויסגענוצט א פראבלעם וואס האט זיך געמאכט אין קעמפ און מען האט דערפון געמאכט א שפאנענדע "קאלארוואר ברעיקאוט". &nbsp; דעם פארגאנגענעם שבעה עשר בתמוז האט זיך די עלעקטריק אפגעהאקט אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג אינמיטן דאווענען מנחה אין "קעמפ אילן החיים / מחנה להודות". אנשטאט צו ווערן פארלוירן, האט מען אויסגענוצט די צרה און עס פארוואנדלט אין א געשמאקע איבערלעבעניש פאר די קינדער. &nbsp; מען האט אויסגערופן פאר די קינדער אז אן אינספעקטאר פון די עלעקטריק פירמע איז אויפ'ן וועג אפצושפארן די עלעקטריציטעט פונעם גרויסן לאנטש-רום (בנין אברהם הערש). הר"ר ישעי' איידילס, דער געטרייער מענעדזשער, האט שטארק צוגעהאלפן און מיטגעשפילט; די קינדער האבן געהאלפן באדעקן די פענסטער מיט שווארצע גארבעדזש בעגס, דער מענעדזשער האט ארויפגעלייגט שלעסער אויף די טירן, און מיט די הילף פון די קינדער האט מען ארויסגעטראגן אלע טישן און עסצייג צום קליינעם שול. א גוי'אישער ארבעטער, אנגעטון מיט א קאנסטראקשן היטל און א קליפ-בארד אין די האנט, איז אנגעקומען זאגנדיג אז ער קומט מטעם די עלעקטריק פירמע זוכן דעם לאנטש-רום. די קינדער זענען געשטאנען און זיך געמאכט כאילו זיי פארשטייען נישט קיין ענגליש, פרובירנדיג צו באהאלטן דעם "סוד". פלוצלינג האט דער "אינספעקטאר" ארויסגענומען א גרויסן צעטל, א "בלו-פרינט" פונעם קעמפ, זוכנדיג דערויף דעם לאנטש-רום; ער דרייט איבער דעם צעטל און עס אנטפלעקט זיך א ריזיגע סיין וואס האט געמאלדן די גרויסע ברעיקאוט פאר די קינדער: צוויי טימס, "להודות" און "להלל", ארום וועלכע דער קעמפ וועט לויפן במשך די זומער וואכן. &nbsp; פארגאנגענע וואך האט מען אויפגעשפילט א סקיט פאר די קינדער פון כיתה ח', וואו מען האט אראפגעלייגט די מסירות נפש פון הייליגן רבי נתן ביים דרוקן דעם רבינ'ס ספרים; ווי ער האט אויפגעשטעלט א בית הדפוס אין זיין דירה און ווי די מתנגדים האבן אים גע'מסר'ט, אבער ער האט זיך נישט דערשראקן. דאס האט געדינט אלס אן אריינפיר צו א געלט-קאמפיין, וואו די קינדער וועלן שאפן געלט צו קויפן א נייע לעמינעיטינג מאשין פארן הייליגן בית הדפוס. די קינדער האבן טאקע צוזאמגעקליבן גאר שיינע סכומים מיט אן אומגלויבליכן ברען, כדי צו קענען האבן א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים. &nbsp; די קינדער האבן אויך קלאר געזען דעם גרויסן כח פון תפילה. נאכדעם וואס מען האט פאראויסגעזאגט שטארקע רעגנס פאר עטליכע טעג, וואס וואלט געדארפט שטערן די פראגראמען אינדרויסן אויפן גאס, האבן די תפילות פון די קינדער עושה רושם געווען, און פונקט אין די שעה'ן פון שווימען זענען די הימלען געווען טרוקן. &nbsp; אזוי לעבן די קינדער גליקליך און צופרידן, וואקסן און שטייגן, און לערנען זיך אויס די זיסע עצות פון רבי'ן, א זאך וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן בעזהי"ת. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ו 📝
  • סטעיט הייבט אן גרויסן פּראָיעקט צו פארבעסערן "רוט 17"

    די סטעיט האט אונטערגענומען א גרויסן מולטי-מיליאן דאלאר פּראָיעקט איבערצומאכן א שטרעקע פון כמעט 8 מייל אויפן באקאנטן "סטעיט רוט 17" הייוועי (די 17). דער שאסיי שניידט דורך א גרויסן טייל פון ניו יארק סטעיט, אנגעהויבן פון אונטן ביי די ניו זשערסי גרעניץ ארויף צום קרית יואל געגנט, און ציט זיך ווייטער אַפּסטעיט ביז די פענסילוועניע גרעניץ. &nbsp; דער הייוועי טראגט אויף זיך א געשאצטע צוואנציג טויזנט קארס טעגליך דורכאויס די פארנומענע זומער וואכן. צווישן די זאכן וואס וועלן פארבעסערט ווערן, איז דאס איבערפלאסטערן דעם ראוד, לייגן נייע קאנקריט דזשוינטס, אינסטאלירן נייע גייד-רעילס, זיכערהייט סיינס, און "ראמבל סטריפּס". אזוי אויך וועלן איבערגעמאכט ווערן די רעמפּס ביי די עקזיטס 98, 99, 100, 100A, און שארט עוועניו. &nbsp; די ארבעט ווערט געשאצט צו דויערן צוויי קאנסטראקשען סעזאנען, און מען האפט עס צו ענדיגן אינעם ווינטער פון יאר 2027 למספרם. די סטעיט האט געמאלדן אז זיי וועלן זיכער מאכן צו האלטן כאטש איין לעין אפן בשעת די ארבעט, אבער מאטאריסטן דארפן זיך רישן אויף צייטווייליגע טראַפיק שוועריקייטן אויפן הייוועי און ביי די רעמפּס. &nbsp; דאס איז א געוואלדיגע נייעס פאר די איינוואוינער פון שטעטל, אז די רעגירונג נעמט זיך ענדליך פאררעכטן דעם גרויסן הייוועי. אבער בשעת מען פלאסטערט די ראודס, דארפן מיר זיך אפשטעלן און דאנקען דעם אויבערשטן אז ער האט אונז געגעבן אזא שיינע גלאטע ראוד צום גיין אינעם טעגליכן לעבן. &nbsp; דער אויבערשטער האט אראפגעשיקט די נשמה פונעם הייליגן רבי'ן וואס האט אונז אויסגעלערנט אזא זיסן און שיינעם וועג, און געוויזן אז "לא בשמים היא" &ndash; די תורה איז נישט אין הימל, נאר "כִּי קָרוֹב אֵלֶיךָ הַדָּבָר מְאֹד בְּפִיךָ וּבִלְבָבְךָ לַעֲשֹׂתוֹ". יעדער איינער קען צולייגן אביסל הארץ, עפענען דאס מויל און רעדן צום באשעפער, און דאס איז פונקטליך וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז. &nbsp; דער סמ"ך מ"ם וויל אונז איינרעדן אז פארן אויף א צוהאקטן וועג מיט לעכער און באמפּס איז עפעס א סארט פרומקייט. ער וויל מען זאל מיינען אז דער אויבערשטער וויל א מענטש זאל גיין צושלאמפערט און שמוציג, זיך נישט וואשן, און ליגן אין מרה שחורה. דער רבי קומט אונז אבער לערנען אז דאס איז בלויז א מעשה יצר צו טראכטן אזוי. &nbsp; עס שטייט "משנכנס אב ממעטין בשמחה", און אזוי אויך "משנכנס אדר מרבין בשמחה". שטעלט זיך די שאלה: פארוואס זענען דא גאנצע בלעטער אין שולחן ערוך און אין די פוסקים מיט הלכות איבער די דיני אבילות פון חודש אב, אבער עס זענען נישטא קיין הלכות איבער וויאזוי מקיים צו זיין די דיני שמחה אין חודש אדר? &nbsp; קען מען אפשר ענטפערן, אז דאס איז ווייל שמחה דארף מען פראקטיצירן מיט יעדע מעגליכע מיטל וואס מ'קען נאר. דער רבי זאגט אז מען דארף זיך פרייליך מאכן אויף סיי וועלכן אופן עס לאזט זיך, ווייל וואס מער שמחה אלס בעסער. ווידער דיני אבילות, דאס איז ווי א "קאנטראלד מעדיקעישאן"; מען טאר נישט נעמען דערפון וויפיל מען וויל אדער וויאזוי מ'וויל, נאר מען מוז האבן קלארע, פונקטליכע גיידליינס. &nbsp; דער רבי חזר'ט איין אז עס איז אסאך גרינגער חלילה אריינצופאלן אין א מרה שחורה דרוך עצבות, ווי איידער אנצוקומען צו הוללות דורך צופיל שמחה. &nbsp; לאמיר זיך צוהערן צום הייליגן רבי'ן וואס ווייזט אונז אזא שיינעם, גלאטן, און געשמאקן וועג: מען קען, און מען מוז, דינען דעם באשעפער מיט שמחה! &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כח תמוז תשפ"ו 📝
  • מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל שליסן זיך אָן אלס חבר אינעם מוסד הקדוש "קרן הצלה"

    מיט גרויס פרייד איז אין די טעג אנגעקומען די בשורה טובה פון ארץ ישראל, אז אונזערע מוסדות "היכל הקודש" &mdash; וואס זענען אויך ביז יעצט געפירט געווארן על טהרת הקודש, אן נעמען קיין שום געלט פון די ממשלה &mdash; האבן זיך יעצט אפיציעל אנגעשלאסן אינעם הייליגן חבורה פון די מוסדות אונטערן שירעם פונעם מוסד הקדוש "קרן הצלה". דער קרן איז, ווי באקאנט, געגרינדעט געווארן מיט די גרעסטע מאס מסירות נפש דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין יאר תשל"ח, א יאר פאר זיין פטירה, מיטן ציל צו דינען אלס א שטיצע-ברעט פאר אלע מוסדות התורה אין ארץ ישראל וואס ווערן געפירט על טהרת הקודש. &nbsp; ביז יעצט זענען אונזערע מוסדות אנגעגאנגען אויף א קלענערן פארנעם, און עס איז נישט ממש געווען שייך זיך אנצושליסן. אבער כהיום הזה, ווען די מוסדות זענען ב"ה פילפאכיג געוואקסן און האבן זיך צעשפרייט צו א גרויסן מוסד וואס אנטהאלט אין זיך אסאך קינדער און בחורים בלע"ה, האט די הנהלת המוסדות, מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט דעם באשלוס אז עס איז געקומען די פאסיגע צייט זיך אנצושליסן אין אט דעם הייליגן קרן. &nbsp; דער מזכיר ראשי פון די מוסדות, מו"ה שלמה מינצבערג הי"ו, האט זיך פארבינדן מיטן גבאי פון קרן הצלה, מו"ה שמחה אנשין שליט"א, וועלכער האט גאר ווארעם אויפגענומען דעם מזכיר און ארויסגעהאלפן און זיך צוגעשטעלט מיט אלעס וואס האט נאר אויסגעפעלט צו מסדר זיין, כדי צו קענען ווערן אן אפיציעלער מיטגליד פונעם קרן. &nbsp; דער פראצעס האט געפאדערט א שיין ביסל ארבעט. אלס ערשטע זאך האבן זיי געדארפט קלארשטעלן און זיכער מאכן אז קיין איין תלמיד פונעם מוסד איז נישט איינגעשריבן אין קיין אנדערע מוסדות וואס נעמען יא רעגירונגס-געלטער. נאך א גרונטליכע אויספארשונג האט מען אנטדעקט נעמען פון עטליכע קינדער וואס מען האט אפילו נישט געוואוסט אז אנדערע מוסדות נוצן זייערע נעמען כדי צו באקומען געלט פאר זיי. &nbsp; מ'האט תיכף אנגערופן יעדן מוסד באזונדער און פארלאנגט אז זיי זאלן אראפנעמען פון זייערע ליסטעס די נעמען פון די קינדער וואס לערנען למעשה נישט ביי זיי. געוויסע האבן עס גערן אראפגענומען, אבער אנדערע האבן זיך קעגנגעשטעלט און נישט געוואלט אזוי שנעל אויפגעבן דאס געלט; אבער צום סוף, ברוך השם, האבן אלע אראפגענומען די נעמען. &nbsp; דערנאך איז באשטימט געווארן אן אוידענץ ווען די הנהלה איז ארויפגעגאנגען צום בית דין שטיבל פון די עדה החרדית אונטערצושרייבן א התחייבות אז מ'וועט קיינמאל נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה, מיט א תנאי אז אויב יא, וועט מען דארפן צוריקגעבן דאס גאנצע געלט וואס מען האט באקומען ביז דאן. די חשוב'ע רבנים פון די עדה החרדית, הרה"ג ר' יודל פישער שליט"א, הרה"ג ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, און הרה"ג ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א, האבן זייער שיין אויפגענומען די הנהלת המוסדות. זיי האבן זיי שטארק מחזק געווען און ארויסגעברענגט זייער שעצונג פאר די געוואלדיגע שטארקייט זיך אינגאנצן אפצוטיילן מיט א פולשטענדיגע התבדלות. &nbsp; לויטן סדר פון הצלה מאכן זיי פיר חלוקות געלט דורכאויס דעם יאר: איינס אויף פסח, א צווייטע פאר סוכות, די דריטע אינמיטן ווינטער און די פערטע אינמיטן זומער. די געלטער ווערן אויסגעטיילט לויט וויפיל געלט עס איז אריינגעקומען אינעם קרן במשך דעם יאר; למשל, דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח האט מען צוזאמגעשטעלט פינף מיליאן דאלער, וואס דאס האט מען אויסגעטיילט פאר אלע מוסדות. &nbsp; צום שלוס האט די הנהלה אויך באקומען א שיינעם מכתב המלצה פונעם בית דין צדק העדה החרדית, וואו זיי ברענגען ארויס די חשיבות הענין פון דעם געוואלדיגן זכות אז מ'נעמט נישט קיין געלט פון נישט-ערליכע מקומות, און בעטן אידן פון איבער די וועלט מ'זאל ארויסהעלפן און שטיצן די מוסדות היכל הקודש ברסלב וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם הייליגן מוסד קרן הצלה. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן ווייטער גיין אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים, און זייער זכות זאל אונז ביישטיין מיר זאלן קענען אויפשטעלן ערליכע דורות וואס לעבן מיט אמונה פשוטה.

    < זעה מער כז תמוז תשפ"ו 📝
  • סענאטאר לינדזי גרעהעם געשטארבן אין עלטער פון 71 יאר

    דער סענאטאר לינדזי גרעהעם, וועלכער איז געווען באקאנט אלס א שטארקער אידן-פריינט, איז נעכטן געשטארבן אין עלטער פון 71 יאר נאכ'ן ליידן פון א פאטאלע הארץ-אטאקע ל"ע אין זיין שטוב. &nbsp; גרעהעם האט געדינט אין זיין אמט זינט דעם יאר תשס"ג, ווען ער איז ערוויילט געווארן אלס רעפובליקאנער סענאטאר פון סאוט קאראליינע, און זינט דאן איז ער געווען שטארק באקאנט מיט זיינע גוטע באציאונגען מיט אידישע עסקנים. צווישן אנדערע האט ער אסאך ארויסגעהאלפן די "צדק" ארגאניזאציע וואס געבט זיך אפ מיט שתדלנות אויף פארשידענע פראנטן אין ענינים וואס זענען נוגע דאס יהדות החרדית, און איבערהויפט מיט פדיון שבוים. &nbsp; זיין פלוצלינגדיגע הארץ-אטאקע האט פאסירט בלויז איין טאג נאכדעם וואס ער האט זיך צוריקגעקערט פון א באזוך אין אוקראינע, וואס ער האט אויסגענוצט צו שטופען א שטארקע פרא-אוקראינע אגענדע. די פאסירונג האט געהויבן ברעמען ביי אסאך מענטשן און האט געברענגט פארשידענע ספעקולאציעס און קאנספיראציעס, צי עס איז נישט אפשר א נקמה פון רוסלאנד אדער איראן קעגן דעם פאליטיקאנט, וועלכער האט זיך שטענדיג שטארק ארויסגעשטעלט אויף די זייט פון אוקראינע קעגן רוסלאנד און אויף די זייט פון מדינת ישראל קעגן איראן. &nbsp; ווען מיר הערן אַזעלכע נייעס, דערמאַנט עס אונז א וויכטיגע נקודה. דער סענאַטאָר האט געהאט גאר אסאך מאַכט; זייענדיג אזויפיל יאר אין פאליטיק, האט ער אנגעפירט פארשידענע גאר וויכטיגע קאמיטעען אינעם סענאט. ער האט נאך נעכטן געזאגט זיין אומצוויידייטיגע מיינונג וויאזוי ער האלט אז די וועלט דארף זיך פירן אין די קומענדיגע יארן, נישט וויסנדיג אז אפילו מארגן וועט ער אליינס שוין נישט דא זיין. &nbsp; דאס דערמאַנט אונז אז מיר זאלן אויך טראכטן אביסל פאראויס. עס זענען דא מענטשן וואס מיינען אז טראכטן פונעם יום המיתה דארף ברענגען מרה שחורה, אבער דער רבי לערנט אונז א וועג אז טראכטן פון עלמא דאתי ברענגט גאר א שמחה; עס ברענגט אז דער מענטש זאל בעסער אויסנוצן די פאר יאר וואס ער האט אויף דער וועלט, און זיך אזוי ארום איינפאקן צידה לדרך פון וואס ער וועט קענען געניסן לעד ולנצח נצחים. &nbsp; דער רבי לערנט אונז אויס אז מען קען ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן: עס, שלאף, גיי ארבעטן, אבער אינצווישן כאַפּ אריין אַ קאַפּיטל תהלים, געב א שמייכל פאר א איד, רעד מיט א חבר פון אמונה, און הער אויס דיין ווייב און קינדער. &nbsp; יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג וואס מיר געבן אוועק מער צייט מתפלל צו זיין אויף די גאולה, לאמיר זען אן אינטערעסאנטע מעשה וואס חז"ל פארציילן: (סנהדרין צ"ח ע"א) "יהושע בן לוי אשכח לאליהו דהוי קיימי אפיתחא דמערתא דרבי שמעון בן יוחאי אמר ליה... אימת אתי משיח אמר ליה זיל שייליה לדידיה והיכא יתיב אפיתחא דקרתא ומאי סימניה יתיב ביני עניי סובלי חלאים וכולן שרו ואסירי בחד זימנא איהו שרי חד ואסיר חד אמר דילמא מבעינא דלא איעכב אזל לגביה אמר ליה שלום עליך רבי ומורי אמר ליה שלום עליך בר ליואי א"ל לאימת אתי מר א"ל היום אתא לגבי אליהו... א"ל שקורי קא שקר בי דאמר לי היום אתינא ולא אתא א"ל הכי אמר לך (תהלים צה, ז) היום אם בקולו תשמעו" &nbsp; דער הייליגער תנא רבי יהושע בן לוי האט אמאל געטראפן אליהו הנביא, וועלכער איז געשטאנען ביים אריינגאנג פון דער מערה פון רבי שמעון בן יוחאי. האט אים רבי יהושע בן לוי געפרעגט: "ווען קומט משיח?" האט אים אליהו געזאגט: "גיי פרעג אים אליין." האט ער אים געפרעגט: "וואו זיצט ער?" האט אים אליהו הנביא געענטפערט: "ביים אריינגאנג פון דער שטאט." האט ער אים געפרעגט: "און וויאזוי וועל איך אים דערקענען?" האט אים אליהו געזאגט: "ער זיצט צווישן די ארימעלייט וואס ליידן פון קראנקהייטן. אלע ארימעלייט עפענען אויף אלע זייערע באנדאזשן אויפאמאל און בינדן זיי צוריק איין אויפאמאל, אבער משיח עפנט נאר איינס און פארבינדט עס גלייך צוריק, און ערשט דערנאך עפנט ער דאס צווייטע. ער טראכט ביי זיך: 'אפשר וועט מען מיך יעצט רופן, און איך טאר זיך נישט אויפהאלטן'." רבי יהושע בן לוי איז צוגעגאנגען צו אים און אים באגריסט: "שלום עליך, רבי ומורי." האט משיח אים געענטפערט: "שלום עליך, בר ליואי." האט אים רבי יהושע בן לוי געפרעגט: "ווען וועט דער רבי קומען?" האט משיח געענטפערט: "היינט." ווען רבי יהושע בן לוי איז צוריקגעקומען צו אליהו הנביא, האט ער אים געפרעגט: "ער האט מיר געזאגט א זאך וואס איז נישט אמת; ער האט געזאגט אז ער קומט 'היינט', אבער ער איז נישט געקומען!" האט אים אליהו הנביא געזאגט: "ער האט געמיינט צו זאגן 'היום &mdash; אם בקולו תשמעו', היינט &mdash; אויב איר וועט זיך צוהערן צום קול פון דעם אויבערשטן." &nbsp; עס פרעגט זיך די קשיא: פארוואס האט משיח אים געדארפט זאגן "היינט", אז דערנאך זאל אליהו הנביא דארפן פארענטפערן אז עס מיינט נישט ממש היינט, נאר ער האט געמיינט צו זאגן "היינט - אויב"? &nbsp; מען קען ענטפערן דעם תירוץ אז דער פשט איז טיפער. עס איז דא א "גלות הכלליות" &ndash; מיר האבן נישט קיין בית המקדש און קיין קרבנות, און עס איז דא א "גלות הפרטית" &ndash; ווען איך שפיר נישט דעם אויבערשטן און איך פארגעס אז דער אויבערשטער געפינט זיך דא ביי מיר. דער רבי האט געזאגט, אז אין די טעג וויינט מען נישט בלויז אויף דעם בית המקדש וואס איז חרוב געווארן מיט צוויי טויזנט יאר צוריק, נאר מיר וויינען אויף אונזער אייגענעם בית המקדש; אונזער מוח, וואס איז דער "קודש הקדשים", איז נעבעך חרוב, און מיר טראכטן בטעות אז דער קען אונז העלפן אדער יענער קען אונז שלעכטס טון. דאס האט משיח אים געזאגט: אויב איר וועט לעבן מיט'ן "היום" (מיט דעם היינט), וועט זיין "בקולו תשמעו" &ndash; מען וועט צוהערן צום קול פונעם צדיק, און דאן קומט טאקע משיח היינט. א איד קען זוכה זיין דורך דעם לימוד פון "היום" ארויסצוגיין פון זיין פערזענליכן גלות. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com. &nbsp;

    < זעה מער כז תמוז תשפ"ו 📝
  • סטעיט דעפארטמענט פארגרינגערט פאספארט פראצעדורן

    יעדע ברסלב'ע חסיד שפירט א געוואלדיגע בענקעניש צום ציון פונעם הייליגן רבי'ן. מיר שפירן אן קשר אמיץ צום הייליגן רבי'ן, וואס האט באוויזן אריינצולייגן א פרישע גייסט און א נייע האפענונג אין אונזערע הערצער, אפילו ווען מיר האבן נישט געזען קיין ליכטיגקייט, האבן מיר דעטראפן די עצות פון הייליגן רבין, איינער דורך א קונטרס, א צווייטער דורך א שיעור, און מיט די הייליגע עצות און חיזוק, האט ער אונז צוריקגעברענגט צום אויבערשטן. &nbsp; דערפאר ברענט א פייער אין די הערצער פון יעדן ברסלב'ע חסיד באשר הוא שם, צו פאלגן דעם הייליגן רבינס בקשה, בפרט ווען עס ווערט נענטער צום הייליגן יום הדין. און דעם הייליגן רבי'נס אזהרה און בקשה פון איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, "מיין ראש השנה איז העכער פון אלעס" און "קיינער טאר נישט פעלן," קלינגט נאך אין אונזערע אויערן. &nbsp; דעריבער איז דא א געוואלדיגע אינטערעסע צו הערן יעדן אפדעיט אין די טרעוול וועלט וואס קען אראפנעמען מניעות און פארגרינגערן די פראצעדורן פונעם רייזע. &nbsp; עס קומט יעצט אריין א פרישע באריכט פון די סטעיט דעפארטמענט אז זיי האבן שטארק פארבעסערט זייער אנליין פראגראם צו באנייען פאספארטן. ביז היינט האט מען געדארפט אראפגיין צו א פאספארט צענטער אדער א פאסט אפיס, דארפן כאפן א פראפעסיאנאלע בילד אין א ספעציעלע געשעפט, און דאס דערנאך ארויסשיקן מיט די פאסט. &nbsp; מיט דעם נייעם פלאן וועט מען דאס אין אסאך פעלער קענען מסדר זיין איבעראל. אפליקאנטן וואס דארפן בלויז באנייען דעם פאספארט קענען דאס יעצט טון אינגאנצן אנליין. די נייע אפגרעיד לאזט דעם אפליקאנט אליינס כאפן דאס בילד סיי ווי אימער מען איז אויף א קאמפיוטער. דער קאמפיוטער סיסטעם וועט תיכף אליינס איבערקוקן און באשטעטיגן צי דער בילד איז גענוג קלאר און צי עס שטימט מיט זייערע רעגולאציעס. מען פילט אויס די אפליקאציע אנליין, מען לייגט ארויף דעם בילד, מען באצאלט וויפיל עס קאסט, און מען ווארט דער נייער פאספארט זאל אנקומען בעזרת השם אין דער פאסט. &nbsp; פאר אנשי שלומינו איז דאס א געוואלדיגע בשורה. קודם כל שפארט עס איין אסאך צייט און עגמת נפש, וואס מען קען אנדערש אויסנוצן צו מרבה זיין מיט מצוות און מעשים טובים אין די פארבליבענע צייט ביז די נסיעה. &nbsp; אבער דער עיקר מעלה איז, אז דאס היט אונז אפ פון דארפן ארום קלעטערן אין די גאסן אדער שטיין אין רייעס, וואס מאכט דעם מענטש מער אויסגעשטעלט צו די נסיונות פון די גאס. מיט די נייע פארגרינגערונג קענען די גאנצע הכנות גיין סאך רואיגער, געשמאקער, און ריינער. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל מצליח זיין צוברעכן אלע מניעות, אלע טעכנישע הכנות זאלן אנקומען גרינג, און מען זאל זוכה זיין אנצוקומען בשלום צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כד תמוז תשפ"ו 📝
  • נדרים און נזירות היינטיגע צייטן

    שלום עליכם. &nbsp; אפשר קענט איר מיר זאגן: א. וואס איז דער פשט אין חז"ל "נדרים סייג לפרישות"? ב. איז שייך נדרים און נזירות אין אונזערע צייטן? &nbsp; משה ריבקין. &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; איר פרעגט זייער גוט. איר פרעגט צוויי שאלות: וואס איז דער טייטש פון דעם וואס די משנה זאגט אין אבות (פרק ג, משנה יג) "נדרים סייג לפרישות", און צי עס איז שייך היינט "נדרים און נזירות". &nbsp; די ערשטע שאלה, איבער דעם פשט פון "נדרים סייג לפרישות", געהערט נישט צו מיר. חז"ל זאגן אין מסכת אבות (פרק ו, משנה ו): "התורה נקנית בארבעים ושמונה דברים." דאס זענען גרויסע יסודות כדי צו קענען קונה זיין די תורה. מען קען זיך אפשטעלן אויף יעדן איינעם פון זיי, צווישן זיי טרעפט מען "שמחה", "אמונת חכמים", און אויך "המכיר את מקומו". מיר דא אין אונזער רובריק קענען פרובירן צו טרעפן שיינע זאכן וואס מיר קענען ארויסנעמען פון צווישן די שורות. איר ווילט מן הסתם נישט הערן פון מיר פשוט'ן עברי-טייטש; איך גלייב אז איר האט שוין אריינגעקוקט אין די פירושים, אבער עפעס איז אייך נאך אלץ שווער, אבער דאס וועל איך איבערלאזן פאר די כולל אינגעלייט. &nbsp; און דאס וואס איר פרעגט צי עס זענען שייך היינטיגע צייטן נדרים, חרמים און נזירות &ndash; איז דער ענטפער: זיכער איז דאס דא. &nbsp; עס מאכט זיך זייער אפט אז א מענטש איז ביי זיך ממש זיכער און שווערט זיך אז ער איז א דורכפאל. מען שפירט זיך ווי אין א חרם, ווי א נזיר &ndash; קיינער דארף מיר נישט, קיינער קוקט נישט אויף מיר, און עס איז נישטא קיין וועג צוריק. &nbsp; אפשר פארדעם איז דער מנהג ביי אידן יעדן ערב ראש השנה, ווען מיר געפינען זיך אינעם חצר פונעם הייליגן רבי'ן אין אומאן, זאגט מען דעם גאנצן נוסח פון "התרת נדרים". כדי צו קענען תשובה טון דארף מען זיך מתיר נדר זיין פון די אלע מאל וואס איך שווער ביי זיך אז איך האב שוין נישט קיין האפענונג און קיינער קען מיך נישט העלפן. דא ביים הייליגן רבי'ן איז דא די רפואה פאר דעם; מען רעכנט אויס אלע סארטן חרמות, נדרים, שבועות און נזירות מיט אלע מיני לשונות וואס זאלן זיך נישט מאכן, און מען איז עס מבטל מיט א בית דין של שלשה: "מותר לך, מופר לך". אלעס איז אויס, אלעס איז בטל; די אלע שווארצע נבואות וואס יעדער האט געזאגט אויף מיר, אז פון מיר וועט שוין גארנישט זיין און איך וועל קיינמאל נישט מצליח זיין, אלעס איז גענצליך גארנישט, פונקט ווי שטויב. &nbsp; די זעלבע זאך איז ווען עס קומט דער יום הקדוש ביי כל נדרי, די הייליגסטע נאכט פונעם יאר. דער אויבערשטער איז מוחל אלע עבירות, אבער מען דארף נאר תשובה טון. תשובה איז נישט קיין בער; מען דארף בלויז זאגן "אשמנו, בגדנו", מען דארף פארציילן פארן באשעפער וואס מען האט געטון, און זאגן פארן באשעפער: "איך גיי שוין זיין גוט". &nbsp; אבער מען קען זיך נישט עפענען דאס מויל. דער יצר הרע קומט צום מענטש און זאגט אים: "מיט דיין מויל גייסטו רעדן צום אויבערשטן? דו ווייסט דאך וואס דו האסט שוין אלץ צוזאמגערעדט און וואס דו האסט שוין אפגעטאן!" מען שפירט זיך ווי אין א חרם, מען שפירט כאילו יעדער זאגט אויף מיר אז איך בין שוין דערנאך. אפשר דאס איז די סיבה פארוואס מען האט איינגעפירט א מנהג ביי כלל ישראל אז דער בעל תפילה הייבט אן די ערשטע זאך מיט "כל נדרי"; ער נעמט צוויי דיינים נעבן זיך און רופט אויס אז אלע נדרים און אלע חרמות זענען בטל ומבוטל. דו קענסט אנהייבן פונדאסניי, דער אויבערשטער דארף דיר יא, דו דארפסט בלויז עפענען דיין מויל. מיט אמונת חכמים קען יעדער ארויסגיין פון די אלע חרמות און נזירות.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ו 📝
  • אמעריקע מיט איראן שלאגן זיך ווידער

    די אמעריקע-איראן מלחמה האט ווידער אויפגעפלאקערט די וואך, און די קורצע שטילקייט צווישן ביידע לענדער איז איבערגעריסן געווארן. בלויז עטליכע וואכן נאכדעם וואס טראמפ האט שטאלצירט מיט זיין צייטווייליגן אפמאך און פארשפראכן ווייטערדיגע פארהאנדלונגען, זענען די שווערדן ווידער ארויסגענומען געווארן פון די שיידלען, און ביידע זייטן האבן זיך ווידער פארמאסטן אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע מיט אויפגעבלאזענע מוסקלען. &nbsp; וואס האט יעצט פאסירט? אמעריקאנער קרעפטן האבן דורכגעפירט אטאקעס קעגן איראנער צילן, נאכדעם וואס איראן האט באשאסן שיפן אין דעם סטרעיט פון הורמוז &ndash; דער וויכטיגער שיף-וועג צווישן איראן, אמאן און די אנדערע אראבישע לענדער. די מצב אין מיטל מזרח איז ווידער געווארן געשפאנט, די אויל-פרייזן האבן זיך ווייטער געהויבן, און די שכנות'דיגע לענדער זענען אנגעצויגן, נישט וויסנדיג וואס דער מארגן וועט ברענגען. &nbsp; אויף שאלות פון רעפארטער האט פרעזידענט טראמפ זיך גאר שארף אויסגעדרוקט. ער האט געזאגט אז דער צייטווייליגער אפמאך איז "פארביי", און ער האלט אז עס האט נישט קיין פשט ווייטער צו פארהאנדלען מיט די איראנער פירערשאפט וואס איז גענצליך "משוגע". ער האט אפילו אנגעדייטעט אז אמעריקע וועט נאכאמאל דורכפירן אטאקעס אויב עס וועט אויספעלן. &nbsp; עס איז אינטערעסאנט צו זען ווי שנעל זאכן טוישן זיך; דער מצב איז ממש א "ראלער קאוסטער", שלום און מלחמה אהין און צוריק, ממש פון איין מינוט צום צווייטן. דאס איז וויבאלד די צוויי זייטן זענען נישט באמת אינטערעסירט אין שלום. מען וויל שלום, אבער נאר אויב זאכן גייען פונקטליך ווי "איך" וויל, און ווען מען מיינט עס נישט מיט אן אמת, קען עס זיך נישט האלטן. &nbsp; די משנה זאגט אונז אז אהבה וואס איז תלוי בדבר קען זיך נישט האלטן, נאר אהבה שאינה תלויה בדבר קען זיך האלטן. אויב מיר רעדן שיין אינדערהיים מיט דער ווייב נאר ווייל מיר ווילן עפעס פון איר, איז דאס נישט קיין אהבה, דאס איז "סעלפישקייט" &ndash; איך האב "מיך" ליב, און דערפאר פיר איך זיך אויף שיין. דער ראש ישיבה האט אמאל מסביר געווען אז אמת'ע ליבשאפט מיינט ארויסצוגיין פון וועג און טון עפעס וואס "איך האב נישט ליב", נאר כדי יענעם פרייליך צו מאכן. &nbsp; אונזער ארבעט איז צו פרייליך מאכן די ווייב, און אויב מיר וועלן עס טון לשם שמים, וועט עס זיין סופה להתקיים, און דאס איז אמת'ע אהבה און אמת'ע שלום. &nbsp; עס איז א שאד אריינצוטראכטן וואס האט טראמפ געמיינט ביים אנפאנג אדער וואס ער טראכט יעצט, מיר וועלן נישט אנקומען אין ערגעץ מיט דעם. מיר קענען אבער יא טראכטן וואו מיר שטייען אויף דער וועלט: וואס קען איך היינט טון צו מאכן מיין ווייב פרייליך? דאס וועט אונז ברענגען אייביגע רווחים. פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com. &nbsp;

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 60 of 1886 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 125 126
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com