Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • כשרות פון ביר

    ביי ערליכע אידן טראגט כשרות המאכלים א שטארקע געוויכט. מען ווייסט אז אויב נעמט מען חלילה אריין עפעס וואס איז נישט כשר, קען מען עובר זיין אויף עטליכע לאווין רחמנא ליצלן, און אזוי אויך איז עס מטמטם הלב. איז טאר מען גארנישט עסן? אפשר איז אריין עפעס וואס איך ווייס נישט? די תורה זאגט אבער "וחי בהם" (ויקרא יח). דער אויבערשטער וויל נישט מיר זאלן חלילה לעבן א טויטע לעבן פול מיט פאביעס און או-סי-די. דער אויבערשטער האט אונז געגעבן א תורה, און די צדיקים האבן מקבל געווען פון בארג סיני די מהלך און כללים וויאזוי מען לערנט עס, און דאס איז איבערגעגעבן געווארן פון דור נאך דור, ביז די גמרא, די ראשונים, דער רמב"ם האט עס שיין מסדר געווען אין הלכות, דערנאך דער טור און שלחן ערוך. און דאס איז דער אורים ותומים וויאזוי דער אויבערשטער זאגט אונז פונקטליך וואס צו טון. צו גיין אויף דעם ריכטיגן זיסן מיטל-וועג, וואס מען מעג, מעג מען, און וואס מען טאר נישט, טאר מען נישט. ווען עס קומט צו כשרות, האבן די רבנים אראפגעשטעלט פארשידענע כללים געבויט אויפן שלחן ערוך והפוסקים שמפיהם אנו חיים, ווען עס דארף א הכשר און ווען נישט. למשל, איז אנגענומען אז צוקער, מעל, זאלץ, רייז און נאך פילע פשוטע פראדוקטן דארפן נישט קיין הכשר. איינע פון די זאכן וואס איז אלץ געווען נכלל אינעם ליסטע פון זאכן וואס מען קען נוצן אויך אן א הכשר איז געווען "ביר". די טראדיציאנאלע וועג פון מאכן ביר (וואס ווערט געמאכט פון וואסער, גערשטן, האפן, און הייוון) האט נישט פארמאגט קיין שום חשש אז עס זאל האבן כשרות פראבלעמען, און האט ערלויבט אז ערליכע אידן זאלן עס טרונקען. אבער צייטן טוישן זיך. פון היינט און ווייטער - האבן די רבנים גע'פסק'נט - קען מען שוין נישט טרונקען קיין סתם ביר, נאר עס ווערט באטראכט אלס א משקה וואס קען האבן ערנסטע חששות פון טריפות, און עס מוז האבן א פארלעסליכע הכשר אז א איד זאל עס מעגן טרונקען. אין די פאבריקן פון די ביר פירמעס מאכט מען שוין אויך פילע אנדערע סארטן ביר וואס קענען האבן ערנסטע חששות. מען מאכט פילע סארטן "פלעיווארד" ביר, מען נוצט שוין אין טייל סארטן ביר אפילו מילכיגע און פליישיגע באשטאנדטיילן, וואס אפילו אויב דער ביר פונעם שעלף איז טאקע בלויז פשוטע ביר, קען עס ווערן געמאכט מיט בליעות פון טריפות, בשר בחלב און נאך איסורים ח"ו. פארשטייט זיך אז מיר חסידי ברסלב ווייסן אז דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן טרינקען קיין שום משקה המשכר, נישט קיין ביר, נישט קיין בראנפן און נישט קיין וויין, אויסער אויף קידוש, הבדלה, און די ד' כוסות, און אפילו פורים דארף עס זיין מיט א מאס.

    < זעה מער כט חשון תשפ"ו 📝
  • ניו יארק ווערט שטרענגער מיט'ן שאפינג בעג פארבאט

    גרשון קרעמער &nbsp; עס קומען אריין באריכטן פון עטליכע גראסעריס אז אינספעקטארס פון די סטעיט'ס "דעפארטמענט אוו ענווייראנמענטל קאנסערוועישאן" (DEC) האבן אנגעהויבן צו מאכן אינספעקשאנס, און האבן שוין ארויסגעגעבן פארלעצונגען און ווארענונגען. און ווי זיי זאגן, וועלן זיי יעצט מוזן אויפהערן נוצן די געשמאקע "שאפינג בעגס", און אנהייבן נוצן טייערערע איבערנוצבארע בעגס, פאר אן אפצאל. &nbsp; ווי עס שיינט, מיט דעם וואס ניו יארק ווערט מער לינק, האבן זיי זיך פריש גענומען צום געזעץ, וואס פארבאט צו נוצן די באקאנטע דינע פלעסטיק און דראעט מיט גרויסע קנסות פאר געשעפטן וואס וועלן עס פארלעצן. &nbsp; טוב ה' לכל, דער אויבערשטער איז דער מקור הטוב, ער האט אלעס באשאפן נאר כדי אונז צו מאכן גוט, אבער מיר דארפן האבן א בעג צו קענען מיטנעמען דאס גוטס. וואו קען מען באקומען דעם בעג? ביים צדיק. דער צדיק געבט אונז אמונה, און דאס איז די כלי צו באקומען די שפע פונעם אויבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו "אמונה איז די כלי מען זאל קענען מקבל זיין, אויב מען בעט א ברכה פון א צדיק, דער צדיק וואונטשט, אויב דער מענטש זאגט נישט "אמן", איז נישטא די פלאץ וואו די ברכה זאל חל זיין, ווען מען זאגט "אמן", מען גלייבט - דעמאלט קומט די ישועה." &nbsp; אזוי אויך פארקויפט דער צדיק נאך א בעג "דאנקען דעם אויבערשטן". דער הייליגער רבי נתן זאגט: "ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט מען אין הימל מען זאל אים געבן מער גוטס און מער חסדים, ער זאל האבן מער אויף וואס צו דאנקען". דער ראש ישיבה שרייבט דערוועגן אין א בריוו: "נעם זיך פאר א גוטע קבלה אז זי זאל האבן א רפואה. די בעסטע קבלה וואס מען קען זיך פארנעמען איז יעדן טאג פאר דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן. זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און פארמאך דיין טעלעפאן, פלאג זיך אויס פון אלעמען און דאנק דעם אייבערשטן פאר דריי מינוט, אז דו ביסט א איד, אז דו ביסט חתונה געהאט, פאר די קינדער און פאר דיין געזונט. רעכן אויס וואס מער זאכן און זאג אויף יעדע זאך שכח, רעד דאס אויס אויף דיין מאמע לשון וועסטו זען א גרויסע נס." &nbsp; ווען מיר גייען איינקויפן אינעם געשעפט, מיט בעגס צי אן, וועלן מיר פארזיכטיג קוקן אויף יעדע זאך צי עס איז כשר. נישט יעדע זאך מיט אידישע אותיות מיינט אז עס איז כשר. אפילו עס האט א נאמען פון א "רב", איז זייער וויכטיג צו וויסן ווער ער איז. בפרט פון אזוי גערופענע הכשרים פון די רבנים מטעם די מדינה, ווי עס רופט זיך אויף זייער שפראך די "ראבאנוט", פון זיי דארף מען נאך מער אכטונג געבן. ווי מען זעט ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט פון איין זייט פאר איינעם: "אויף אייער פראגע וואס צו טון ווען ענק גייען צו אייער שווער און מען געבט דארט פלייש וואס איז נישט למהדרין מן המהדרין וכו', וואס זאלן ענק טון; ענק קענען עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן, אז די עלטערן זאלן נישט ווערן וויי געטון." אבער פאר די צווייטע זייט, ווען עס קומט צו א הכשר מטעם, שרייבט דער ראש ישיבה זייער שארף: "עס איז מיר שווער אנצונעמען וואס איר דערציילט מיר אז ביי דיין שווער אין שטוב עסט מען פלייש בהכשר פון די רבנות; עס גייט נישט אריין אין קאפ, ווייל דיין שווער שטעלט זיך אהער ווי א שיינער איד, ער איז א רב, מיט רבי'שע בעקעטשעס וכו' וכו', און אין שטוב איז הפקר רחמנא לצלן, מען עסט פון כל הבא ליד." &nbsp; "דו זאלסט חס ושלום נישט עסן פון דעם פלייש; פרעג א דיין אויב דו קענסט בכלל עסן ביי אים אין שטוב. עס איז זייער נישט קיין בא'טעמ'טע עסק, אבער נבילות וטריפות קענסטו נישט עסן. פון איין זייט דארף מען טאקע אכטונג געבן צו מכבד זיין די עלטערן, איך ווייס פעלער וואס מוהרא"ש האט קלאר געזאגט פאר תלמידים וואס האבן פאר זיך קיינמאל נישט געגעסן קיין פלייש אז ווען זיי גייען צו די עלטערן זאלן זיי למען השלום ולמען כיבוד אב ואם יא עסן - אבער דאס איז נאר ווען עס איז כשר. אויב האט דאס נישט קיין הכשר, נאר דעם הכשר פון רבנות - איז דאס חזיר טריף." &nbsp; זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קענט איר לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com. &nbsp;

    < זעה מער כו חשון תשפ"ו 📝
  • דער פיאנא

    גרשון קרעמער שאלה: איך בין נייגעריג צו פארשטיין ווי אזוי פיאנאס ארבעטן. היינטיגע ארבעטן מיט עלעקטריציטעט. אבער די גרויסע אלטמאדישע פיאנאס, ווי אזוי קען יעדער קנעפל ארויסגעבן אן אנדערן טאן - אן קיין עלעקטריציטעט? שלום יאקאבאוויטש ענטפער: מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף. לאמיר "אויפהייבן דעם דעקל" פון דעם שיינעם גרויסן פיאנא און זען וואס טוט זיך אינעווייניג: &nbsp; ווען דו דרוקסט דעם קנעפל, הייבט זיך אויף א קליינע האלצערנע שטיקל, וואס שטופט א האמערל צו עטליכע "סטרונעס". &nbsp; יעדער טאן האט זיך זיינע אייגענע סטרונעס: קורצערע, דינערע פאר די הויכע טענער; לענגערע, דיקערע פאר די נידריגע טענער. ווען דער האמער קלאפט אויף די סטרונעס איז עס גורם אז זיי זאלן זיך שאקלען און "ציטערן". די ציטערונגען גייען דאן צו א גרויסער האלצערנער קלאנג-ברעט, וואס פארשטארקט נאטורליך דעם קלאנג&mdash;אן קיין ספיקערס אדער עלעקטריציטעט. &nbsp; דער טאן ווענדט זיך אין דריי זאכן: &bull; די לענג פון די סטרונע (לענגער מאכט א נידריגערן טאן, און וואס קורצער איז דער טאן העכער).&bull; די דיקעקייט און ווי שטארק יעדע סטרונע איז אויסגעצויגן (שטייף און דין מאכט א הויכן טאן, לויז און דיק מאכט א נידריגן טאן).&bull; די צאל סטרונעס (די מיטעלע און הויכע קנעפלעך ניצן בדרך כלל דריי סטרונעס אינאיינעם וואס געבן ארויס א רייכערן קלאנג; די נידריגע (באס) קנעפלעך ניצן געווענליך איין אדער צוויי דיקע סטרונעס). &nbsp; ווען מען לאזט אפ דעם קנעפל, פאלט אראפ א קליינע ווייכע האמערל אויף די סטרונע וואס שטעלט אפ די ציטערונגען, און עס הערט אויף צו "זינגען". מיט דעם וועסטו שוין לכאורה פארשטיין פארוואס ווען דו האלטסט ווייטער אן דיין פינגער אויפן קנעפל בלייבט דער טאן זינגען. &nbsp; דער גאנצער פראצעדור איז הונדערט פראצענט מעכאניש. עס איז געבויט פון האלץ, ווייכע סחורה און אייזן, און דער פיאנע אזוי ווי מיר קענען איר היינט איז שוין אלט בערך 300 יאר. &nbsp; וואס קענען מיר ארויסנעמען דערפון פאר אונז? מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז עס איז זייער גוט מען זאל רעדן צום אויבערשטן מיט א ניגון, יעדער זאל נעמען דעם ניגון וואס רעדט פערזענליך צו זיין הארץ. יעדער ניגון איז אנדערש, און יעדער איד איז אנדערש. אבער אויך זאגט דער קיבארד אז כאטש יעדער קנעפל האט א באזונדערע קלאנג, אבער צוזאמען זינגען זיי הערליכע לידער. מען דארף טאקע פון איין זייט האבן יעדן קנעפל, אויב איין קנעפל פעלט קען מען נישט שפילן דעם ניגון. עס וועט נישט האבן קיין טעם. אבער פון די אנדערע זייט קען זיך קיין איין קנעפל נישט גרויס האלטן אז ער איז די זאך. דער זינגט דיקע שטימעס, דער שפילט הויכע שטימעס, אבער ווען מען איז באחדות, קיינער זוכט זיך נישט צו גרויסן איינער אויפן צווייטן, איז דער ניגון וואס קומט ארויס פון כלל ישראל אזוי שיין. די הארמאניס, די אינטראס, דער באס און די מעלאדיעס זענען מלא חן. יעדער איד געבט צו זיין טעם און זיין געשמאק. &nbsp; טייערער איד, הייב אויף דעם דעקל פון דיין פיאנא און אנטדעק די כחות וואס דער אויבערשטער האט "דיר" געגעבן, וועסטו מצליח זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קענט איר לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כב חשון תשפ"ו 📝
  • די אמעריקאנער רעגירונג ענדיגט די פראדוקציע פון פעניס

    אין א שטילע אבער היסטארישע מאמענט אין די יו.עס. מינט אין פילאדעלפיע, האט מען די וואך פראדוצירט דעם לעצטן פעקל פון איין-צענט מטבעות, און דערמיט האט זיך געענדיגט א 235-יעריגער קאפיטל אין אמעריקאנער וואלוטע. די באשלוס איז געקומען נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געהייסן דעם טרעזשורי דעפארטמענט אויפצוהערן פראדוצירן פעניס, באטראכטנדיג עס אלס א טייערע איבערבלייבעניש פון א פארגאנגענער תקופה. אין די לעצטע יארן איז די פרייז צו פראדוצירן דער פעני ארויף זייער שטארק, און עס האט שוין געקאסט כמעט צענט צו פראדוצירן איין צענט. די אמעריקאנער רעגירונג האט יערליך אויסגעגעבן מיליאנען אויף מטבעות וואס מען האט כמעט נישט גענוצט, און עס האט שוין מער נישט געמאכט קיין "סענטס" עס ווייטער אנצוהאלטן... בפרט היינט אז רוב געלט טראנזאקציעס ווערן דורכגעפירט דיגיטאל, האט די פשוט'ע קופערנע מטבע שוין לאנג פארלוירן איר ראלע אין פראקטישן טעגליכן באנוץ. אויפן טאג-טעגליכן לעבן מיינט עס נישט קיין גרויסע זאכן, ווייל פעניס וועלן בלייבן לעגאלע געלט, אבער געשעפטן וועלן מער נישט שרייבן קענען די באקאנטע $1.99 פרייזן, נאר וועלן מוזן טוישן אזא פרייז צו $2 אדער $1.95. יעדע סך הכל פון די בילס וועלן דארפן ווערן גערונדעט צום נאנטסטן פינף צענט. אבער פון דער אנדערער זייט געבט עס אונז אסאך צו טראכטן. ווייל דאס דערמאנט אונז עפעס וואס איז גרינג צו פארגעסן. די וועלט מאכט אונז טראכטן כאילו די מערסטע ווערטפולע זאך איז "געלט", בשעת געלט קומט און געלט גייט, און ווי רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "אדער גייט דער מענטש אוועק פון זיין געלט, אדער דאס געלט פונעם מענטש". אבער דער אמת'ער מטבע, למשל צדקה, אדער יעדע אנדערע זאך וואס מען טוט פארן אויבערשטן, די סארט וואלוטע גייט קיינמאל נישט ארויס פון באנוץ. דאס דארף מען נישט ראונדן. דארט האט יעדע פרוטה דעם פולן ווערט, נאך מער, דער ווערט איז געוואנדן לויט ווי שווער עס קומט אן. פאר דעם כעס'ן איז דער ווערט פון שווייגן אסאך העכער, פאר דעם נייגעריגן איז דער ווערט פון זיך איינהאלטן פון קוקן, פון הערן אסאך מער ווערט. יעצט איז די ריכטיגע צייט אנצוהייבן אוועקלייגן די זעלטענע מטבעות וואס וועלן קיינמאל מער נישט פראדוצירט ווערן. מומחים זאגן אז דער ווערט פון די פרוטות וועט זייער שטארק ארויפגיין. מיר רעדן דא נישט פון די רויטע פעניס. מיר רעדן דא פון די קליינע מצוה'לעך - וואס מיר קוקן דא אן ווי פעניס. אבער אויב מען אינוועסט יעצט דערין, מען זאגט א גוט ווארט פאר איינעם, מען גייט אריין אין בית המדרש כאפן א מנחה אין א ווינטערדיגן טאג, זענען די סטאקס פון די מצוה'לע דארט גאר הויך. עס איז ווערט אלע געלטער!

    < זעה מער כב חשון תשפ"ו 📝
  • קרן הדפסה אין פולן שוואונג

    זינט מוהרא"ש האט אנטדעקט די הייליגע ספרים פון רבי'ן, וואס האבן איבערגעדרייט זיין לעבן, האט ער שטענדיג געשטרעבט צו מפיץ זיין די הייליגע ספרים פאר נאך אידן. ער האט געזען בחוש וואס א ספר פון א צדיק קען אויפטון - ווי פון א בחור וואס קען נישט איינזיצן איין מינוט, ווערט דורך די זיסע עצות א בחור וואס לעבט מיט'ן אויבערשטן, און געפינט זיין געשמאק אין לערנען, דאווענען און מצוות ומעשים טובים. &nbsp; נאך אסאך יארן בעטן דעם אויבערשטן, אוועקגעבן שעות צו רעדן מיט מענטשן, און האלטן דרשות, האט ער געזען אז די בעסטע וועג צו מפיץ זיין איז דורך די הייליגע ספרים. מענטשן ווילן פארשטיין וואס איז דאס ברסלב? וואס פארקויפט ברסלב? אנשטאט אריינגיין אין דרשות און ויכוחים, געבט מען א ספר - און דארט טרעפט מען שוין אליינס אלע תירוצים. די אלע קשיות פאלן גלייך אוועק ווען א מענטש איז טועם די ווערטער פון צדיק; ער זעט אז אויך ער האט א וועג צו קענען זיין אן ערליכער איד מיט אלע זיינע נסיונות און דורכפעלער. &nbsp; ווען דער ראש ישיבה האט געעפנט דעם קרן הדפסה - דעמאלט אויף א קליינעם פארנעם אין וויליאמסבורג - האט מוהרא"ש זי"ע געהאט א געוואלדיגע קורת רוח. ער האט געזען אז דא מיינט מען ביזנעס, דער ראש ישיבה איז ממשיך די וועג וואס ער האט אויסגעטרעטן. &nbsp; היינט איז דער קרן הדפסה א ריזיגער אפאראט. דאס דרוקן פון ספרים און קונטרסים איז טאקע דער הויפט ציל פונעם קרן, אבער עס איז בלויז איין אפטיילונג פון די פילע אפטיילונגען אינעם ריזיגן מוסד. &nbsp; דא וועלן מיר געבן א קליינע באריכט איבער עטליכע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן אין די לעצטע וואכן. &nbsp; ספרים איבער חינוך: צוערשט קומען די ספרים פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער חינוך. אויף די ספרים איז דא א געוואלדיגע פארלאנג. די מפיצים זאגן אז די ספרים מאכן ממש א רעוואלוציע אין דער חינוך וועלט. סיי אין די מוסדות, ווי מלמדים, לערערינס, מנהלים, עלטערן - אלע שפירן אז זיי באקומען צוריק קאנטראל אין קלאס און אין שטוב, זיי טרעפן די שפראך צו זייערע קינדער. &nbsp; דער קונטרס "חינוך מיט הארץ" וואס איז געווען געדרוקט פאר א יאר צוריק אויף א גרויסן פארמאט, איז יעצט - אויף דעם פארלאנג פונעם ציבור - איבערגעדרוקט געווארן אויף א קליינעם פארמאט. &nbsp; אויך קומט ארויס אין די טעג א פרישער קונטרס מיטן נאמען "די מיטל וועג" - א הערליכער קונטרס בעניני חינוך. &nbsp; מעשה'לעך פאר קינדערלעך: די סעריע ביכלעך "מעשה'לעך פאר קינדערלעך" - די זיסע מעשה'לעך פול מיט הארץ און נשמה וואס האלטן געשפאנט די קינדער אויף שעות, און לייגן אריין תמימות און אמונה אין די קינדער. אין די טעג האלט מען ביים ענדיגן נומער 4, און אט שיקט מען עס צום דרוק מיטן אויבערשטנס הילף. &nbsp; נאך נייע ספרים: א הערליכער קונטרס "חודש מרחשון מאיר ושמח" - געשריבן דורך הרה"צ יצחק לעסער שליט"א מיט זיין געשמאקער שפראך. &nbsp; א גאר שיינער קונטרס "געזונטע אויגן" אין גרויסן פארמאט, געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע, איבערגעטייטשט אויף אידיש דורך הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א. &nbsp; קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע "Have No Fear" איבערגעטייטשט אויף ענגליש דורך הר"ר משה זאב שווארץ ז"ל. &nbsp; "צוואת מוהרא"ש" איבערגעטייטשט אויף אידיש, אין א גרויסן פארמאט. &nbsp; "זויבערע אויגן" נאך א געוואלדיגער קונטרס פון מוהרא"ש. &nbsp; עס זענען דא נאך פילע פראיעקטן אויף וואס מען ארבעט אין די קארידארן פון קרן הדפסה, ועוד חזון למועד.

    < זעה מער כא חשון תשפ"ו 📝
  • אפלויף סיסטעם ביים בנין היכל הקודש אין אומאן צו ווערן פולקאם איבערגעמאכט

    גרשון קרעמער &nbsp; אומאן. - האלטנדיג צוויי חדשים נאך דעם געהויבענעם יום טוב וואס מיר האבן געהאט ביים הייליגן רבי'ן, ווי מיר האבן זיך אנגעשעפט כוחות אויף די גאנצע יאר, שפירט זיך נאך די שמחה אין די ביינער. מען דאנקט דעם אויבערשטן יעדן טאג וואס מיר האבן געהאט די זכי' צו מקיים זיין דעם ציווי פון הייליגן רבי'ן, און נישט געקוקט אויף קיין שוועריקייטן זענען מיר זיכער אז מיר האבן געפועל'ט א גוט יאר. &nbsp; אין די צייט וואס מיר אלע זיצן רואיג, און די נסיעה אויפן קומענדיגן יאר זעט נאך אויס ווייט אוועק, שלאפן אבער נישט די עסקנים. זיי שפירן פאר א זכי' צו העלפן אז אנשי שלומינו זאלן האבן א געשמאקן און רואיגן יום טוב. &nbsp; דער יום טוב איז דורך הערליך ברוחניות ובגשמיות, די תפלות זענען געווען גאר דערהויבן, און די התעוררות ביים ציון איז געווען אויף א פארנעם וואס מען קען נישט באשרייבן. די בעטן, דאס עסן, די מקוה איז אלעס געווען צוגעשטעלט אויפן שענסטן פארנעם. אבער דא קומט דער אבער - עס איז געווען א גרויסער סוער פראבלעם. במשך דעם צווייטן טאג יום טוב האט מען בלית ברירה אפגעשפארט דעם וואסער סיסטעם, צוליב וואס די אפלויף סיסטעם איז געווען איבערגעפילט און פארשטאפט. טראץ וואס דאס נישט האבן קיין וואסער פאר די איבער זעקס הונדערט געסט איז געווען גאר שטארק אומאנגענעם, די בית הכסא'ס און די סינקס צו וואשן די הענט האבן נישט געארבעט, וואלט עס געווען אסאך ערגער ווען עס פאסירט א סוער בעקאפ. &nbsp; די מענעדזשמענט האט גאר שווער געארבעט עס צו פאררעכטן, אבער האט געזען אז עס איז נישט מעגליך עס צוריק צו שטעלן ווי געהעריג, נאכדעם וואס אזוי-גערופענע "פלאשעבל" ווייפס האבן פארשטאפט און צובראכן דעם טייערן סיסטעם. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלה אויפגענומען א לאקאלן קאנטראקטער איבערצומאכן און פאררעכטן דעם גאנצן סוער סיסטעם, מען זאל עס קענען ווידער נוצן אויפן קומענדיגן יאר בעז"ה. די קאסטן דערפאר ווערן ערווארטעט צו גרייכן אין די צענדליגע טויזנטער דאלארן, אבער עס איז נישטא קיין ברירה, ווייל כדי מען זאל עס קענען נוצן אויף ראש השנה הבעל"ט מוז מען זיך שוין יעצט נעמען צו דער ארבעט. &nbsp; אויף קומענדיגן יאר, זאגן די עסקנים, וועט מען אריינלייגן מער כוחות אז דער ציבור זאל זיין וואכזאם צום מציאות אז נוצן ווייפס צוברעכט דעם סיסטעם און מאכט אן אסאך שאדן פארן ציבור. &nbsp; און כאטש ווי דערמאנט איז יעצט נאך זייער פרי צו קויפן טיקעטס, איז שוין אבער צייט צו בעטן דעם אויבערשטן אויף קומענדיגן יאר מיר זאלן האבן ווייטער די זכיה צו קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה.

    < זעה מער יט חשון תשפ"ו 📝
  • פּאַפּ קאָרן

    גרשון קרעמער שאלה: &nbsp; א גרויסן יישר כח פאר אייערע באלערנדע ארטיקלען יעדע וואך. &nbsp; איך גלייך צו עסן פאפקארן. איך לייג אריין קערלעך אינעם מייקראוועיוו, איך צינד עס אן, און עס גייט נישט דורך מער ווי עטליכע מינוט און איך הייב אן צו הערן ווי עס הייבט אן אויפצופלאצן. איך בין זייער נייגעריג: וויאזוי פאפט פאפקארן? &nbsp; &nbsp; ענטפער: &nbsp; א פאפקארן קערנדל איז עפעס אזוי ווי א קליינע פרעשור-קוקער. דעם קערנדל'ס שאלעכץ איז הערמעטיש פארמאכט, און האלט פארכאפט דערין די ווייכע סטארטש און אביסל וואסער. &nbsp; ווען מען הייצט אן דעם קערנדל, ווערט דאס וואסער דערין אויך הייס, און ווען דאס וואסער דערין גרייכט צו א געוויסע גראַד היץ, קען עס מער נישט בלייבן פליסיג. עס מוז ווערן פּאַרע, (די ווייסע "רויך" וואס קומט ארויס ווען מען קאכט וואסער). אבער די וואסער קען זיך נישט אויסברייטערן, די שאלעכץ לאזט עס נישט דורך. די פרעשור אינעווייניג ווערט שטערקער און שטערקער, ביז "בום" - דאס וואסער פון אינעווייניג זיגט, די שאלעכץ רייסט אויף, און די ווייכע סטארטש ווערט באפרייט און ווערט אין יענע סעקונדע פארוואנדלט אין א נייע בריאה, די געשמאקע "פּאַפּ קאָרן". &nbsp; דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר אונז אלע. פון קליינערהייט אן גייען מיר דורך אזא ערפארונג מער ווי איינמאל. א קליין קינד ליגט זיך רואיג און באקוועם, מען פיטערט אים, מען באדט אים, מען טוישט אים. אבער ער וואקסט אביסל אונטער און מען הייבט אן צו לייגן "פרעשור". מען וויל ער זאל אנהייבן קריכן, מען לייגט זיין באליבטע פלעשל אביסל ווייטער, און ער מוז זיך ארויסרייסן פון זיין קאמפארט זאון און וואקסן. &nbsp; דערנאך שטופט מען אים ווייטער, מען שטופט אים צו גיין, און שפעטער טראגן אים די עלטערן אין א פרעמדע פלאץ. ער קען דא קיינעם נישט, עפעס א טאטע - זאגט מען אים, איז זיין "רבי", און זיין טאטע זאגט אים "ביי ביי, גיב דיך אן עצה. וואקס!" און דאס גייט ווייטער כסדר ביז דאס קינד ווערט שוין גרויס און מען טוט א שידוך. &nbsp; דאס קינד קען שפירן כאילו מען שטופט אים ארויס. ער פארשטייט נישט, "איך האב דא פון אלעם גוטן, איך האב צו עסן, צו שלאפן, פארוואס דארף איך אנהייבן נעמען אחריות אויף אלעמען אליינס?" אבער טאקע ווייל די עלטערן האבן רחמנות אויף זייערע קינדער, העלפט מען זיי צו שטיין אליינס, און ווערן זעלבסטשטענדיגע מענטשן. &nbsp; לאמיר אנהייבן דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלע טשעלענדזשעס (נסיונות) וואס ער גיבט אונז, ווייל נאר אזוי האבן מיר געקענט אנקומען וואו מיר זענען היינט אנגעקומען. &nbsp; &nbsp;זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער, ביטע לאזט א מעסעדזש אויף 845-445-7447, אדער אויף askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו חשון תשפ"ו 📝
  • פרישע געניאלע ערפינדונג - א צוזאמלייג שטריימל

    גרשון קרעמער &nbsp; "מען קען שוין ווידער פארן קיין אומאן מיט א קליין רענצל" - זאגן מאנכע. וואס איז די מעשה? פארוואס זאל מען נישט קענען? &nbsp; אין די לעצטערע יארן - זעט אויס ווי עס איז געווארן א פארמעסט צווישן די שטריימל סוחרים ווער עס קען גיין העכער. דער שרייבער געדענקט נאך אין די תקופה ווען די שטריימלעך האבן אנגעהויבן צו "וואקסן" און מען האט זיך געווערטלט "איין טאג וועלן נאך די שטריימלעך ווערן העכער ווי די ספאדיקס", דאס איז דאן געווען אן עכטע וויץ. היינט זאג אזא סטעיטמענט, און קיינער וועט נישט פארשטיין וואס דו רעדסט. "מיינסט צו זאגן אז די ספאדיקס וועלן ווערן אזוי הויך ווי די שטריימלעך"? וועט ער פרעגן. &nbsp; נו, וואס איז דער פראבלעם גרשון? ווער זאגט עס איז א פראבלעם? אקעי, וואס ווילסטו צוקומען? איז אזוי. אין די לעצטע יארן איז געווארן שווערער און שווערער צו רייזן מיט א שטריימל, די שטריימל באקס איז געווארן ממש א ריזיגע רענצל פאר זיך. אויף אזוי ווייט אז דער ראש ישיבה האט געדארפט רעדן ביי די דרשות אז מען זאל נישט לאזן דעם שטריימל אינדערהיים ווען מען קומט צום רבי'ן אויף ראש השנה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף קומען צום רבי'ן מיט דרך ארץ מיט א הוט און רעקל פאר די וואכן טעג, און מיט שטריימל בעקיטשע אויף שבת און יום טוב. &nbsp; עס זעט אויס אז עס געקומען צו א מצב וואס מענטשן האבן געזאגט פאר די סוחרים "גענונג איז גענוג", אויב די שטריימלעך ווערן נאך אפילו מיט איין מילימעטער העכער וועט מען שוין דארפן צוצאלן פאר "אווערסייז" ביים עירפארט. &nbsp; יעצט איז געקומען א שטריימל סוחר מיט א רעוואלוציאנערע איינפאל: "צוזאמלייג שטריימלעך" ער פארשפרעכט צו ערצייגן געהעריגע ברייטע הויכע שטריימלעך וואס מען וועט קענען אפטיילן די האר פונעם קאפל, עס צוזאם לייגן פלאך, און דערנאך עס צוריק באהעפטן צום קאפל מיט א וועלקרא און סנעפ, און דעטס איט: דער שטריימל איז גרייט צו באקרוינען דעם חתן. &nbsp; יעצט קענען שוין די שטריימלעך ווייטער וואקסן און בליען נאך העכער און שענער ווי קיינמאל בעפאר, ביז דער שטריימל וועט אנקומען צו קומענדיגן אבסטיקל. ווייל פאר'ן שטריימל צו וואקס און ווערן העכער פון א רענצל וועט נאך האפענטליך נעמען א שטיק צייט... &nbsp; מען דערציילט א מעשה אויפ'ן הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע, אז ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע איז קיינער נישט געגאנגען אויפן גאס מיט א שטריימל שבת, עס איז געווען פשוט אז "מען קען נישט גיין אזוי פאני אין אמעריקע". די גאס איז נישט דער מורה דרך פאר א צדיק, און עס קומט שבת, דער הייליגער רבי טוט זיך אן זיין שטריימל, און וויל גיין אין בית המדרש. דער רבי ווערט אויפגעציטערט "רבי, דא אין אמעריקע גייט מען נישט אזוי". דער רבי טוט נישט וואס "מען" טוט, ער טוט וואס איז ריכטיג. דער גבאי גייט ארויס מיט'ן הוט, און ער האט "בושות" ווען ער באגלייט דעם הייליגן צדיק מיט'ן מאדנעם האריגן הוט צום בית המדרש. די לצים האבן אוודאי נישט אנטוישט, "רבי", זאגט דער גבאי שטיל אינעם אויער פונעם צדיק, "מען לאכט! דער עולם שרייט אז עס איז א חילול השם". דער רבי דרייט זיך אויס צו גבאי מיט זיין זיסן שמייכל, "מען לאכט פון אייך, איר גייט מיט א הוט אום שבת"... &nbsp; מיר וועלן זיך גיין אין די וועגן פון הייליגן רבי'ן, און נישט פרעגן די גאס וואס איז שיין און וואס איז נארמאל, וואס איז ריכטיג און וואס איז פראסט. מיר טוען אן שבת אונזערע שענסטע מלבושים, ווייל דא איז שיין ביים אויבערשטן. און מיר וועלן זיך נישט נאר פרייען פאר די בילדער, נאר מיר וועלן זיך פרייען מיט'ן זכות אז מיר קענען היטן שבת, מיר וועלן זינגען און טאנצן מיט די קינדער. און אזוי וועלן מיר קענען ווייטער ציען שיינע לעכטע אידישע דורות. &nbsp; זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער, ביטע לאזט א מעסעדזש אויף 845-445-7447, אדער אויף askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו חשון תשפ"ו 📝
  • הונדערט חתונות אין בית המדרש אפגעצייכענט

    וויליאמסבורג &mdash; בשעת די גאנצע וועלט זוכט א לעזונג צום געפערליכן פראבלעם פון די הוצאות החתונה וואס גרייכן ביז'ן הימל, מען קומט אויף מיט עצות גג על גג, מען מאכט פארזאמלונגען וואס ווארימען אן די הערצער, עס ווערט געזאגט רעדעס ווי מען ליארמט, עס גיסט זיך טויזענטער פלעשער טינט אין די פילע ארטיקלען צו בייקומען דעם צרה, אבער מפטירין כדאתמול; מאכנע זענען געווען זיכער אז נאך קאוויד ווען די בעלי שמחה האב עדות געזאגט אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזא שיינע שמחה ווי די דעמאלסדיגע באשיידענע שמחות, וועט יעצט זיכער קומען דער רעוואלוציע, און אלע פריצישיע באלרומס וועלן דארפן פארמאכט ווערן. ווער וויל צאלן חובות נאך א שמחה ווען עס איז אסאך שענער איידל און בא'חנ'ט? &nbsp; אבער דער סמ"ך מ"ם שלאפט נישט, און כאטש די אלע פעולות וואס די אלע עסקנים און ארגאניזאציעס האבן געטון זענען געטון געווארן מיט גוטע כוונות, האט עס אבער ליידער נישט מצליח געווען אויפן לאנגן טערמין. ווען נאך לאנגע האראוואניע באווייזט מען שוין אונטערצוברענגען איין משוגעת, זענען שוין אינצווישן ארויסגעוואקסן צען פרישע. &nbsp; אבער אין וויליאמסבורג איז געווען אנדערש. ווייל מען האט גענומען א צדיק, וואס פארשטייט צו אונז, און אים גענומען פאר א מורה דרך. דער ראש ישיבה שליט"א האט באשלאסן אז דאס וואס מוהרא"ש האט אלע יארן געבעטן אז מען זאל חתונה מאכן פשוט אין בית המדרש, דארף מען טון למעשה. ער האט געעפענט דעם בית בית המדרש אויף 27 סקילמאן סט. אז מען זאל דארט קענען חתונה מאכן. &nbsp; און מיט עצות פון מוהרא"ש זי"ע האט עס געשלאגן טיפע ווארצלען, נישט ווי די רעוואלוציעס וואס רייסן אויף באמבאסטיש אבער ליידער שלאפט דערנאך איין, נאר איז מוסף והולך מיט חתונות כסדר, און ווערט נאר מער און מער. &nbsp; וואס איז די עצה פון מוהרא"ש? מען זאל אריינברענגען דעם באשעפער אינעם בילד. מען לערנט אויס די קינדער פון קינדווייז אן אז מען דארף נאר זוכן צו געפעלן פארן אויבערשטן, טון זיין רצון. נאכ'ן לערנען ביים ראש ישיבה, שעצן די קינדער די עכטע לעבן, נישט די פאלשע לעבן פאר די גאס. זיי בעטן זייערע עלטערן מען זאל זיי נישט חתונה מאכן מיט פאלשע פוץ און געמאכטע רייכטום. ווייל וואס מער מ'לעבט מיט דעם לימוד, און וואס מער די קינדער וואקסן אויף דערמיט, ווען עס קומט די צייט און מען טוט א שידוך למזל טוב, שעצן זיי עכטע צירוג מיט פאלשע שטיינער, און ווילן נאר עכטע שמחה מיט פאלשע מוזיק, און זוכן נאר עכטע חן מיט פאלשע בלומען. &nbsp; די חתונות אין בית המדרש האט אן עכטע אידישע חן. עס איז א מחזה וואס לוינט זיך עס צו קומען זען אפילו פון ווייט אוועק. עס איז דא צוגעשטעלט א פשוטע אבער היימישע סעודה פאר די געסט, און פאר די מוזיק איז דא אן אריינגעבויעטע סאונד סיסטעם וואס שפילט מוזיק פון א מוזיק פלעיער. און די שמחה איז עד לב השמים. מען שפירט אז דא פריידט מען זיך נישט מיט די ברענד נעים זינגער וואס ווארפט זיך ווי א שיכור, מיט די קאלטע-הייסע אייס קרים קעיק, אדער מיט די קאלירפולע לעקטערס וואס מאכן דיזי. &nbsp; אויך צום מצוה טאנץ האט מען צוריק געברענגט דעם נאסטאלאגישן אמאליגן טעם. מען פראוועט דעם הייליגן מנהג אויף א הערליכע ריינע פארנעם, דער שמש רופט אויס בלויז די זיידעס, מחותנים און חתן כלה מיט א זיסע "יעמוד יעמוד" ניגון, און דערנאך טאנצן זיי די ריקודין של מצוה, וואס האט אלע חן פון די וועלט. &nbsp; און דאס אלעס קאסט פאר ביידע מחותנים - גארנישט. קיין איין רויטע גרייצער. &nbsp; אבער דאס אלעס הייבט זיך נישט אן ביי די חתונה. מען קען נישט נעמען קיין געספוילטע בחורים און מיידלעך און זיי חתונה מאכן אין בית המדרש. שוין פון די שלום-זכרים און קידושים ווערט אלעס געמאכט פשוט, אפשערן ווערן געפראוועט אזוי ווי די מסורה פון אונזערע עלטערן, מען ברענגט בלויז דאס קינד מיט א טלית אין חדר ווי ער לעקט האניג און טיילט פעקעלעך, און די שמחת הבר מצוה ווערט אפגעהאלטן אין דייניג רום, אזוי ווי מען פלעגט אלעמאל טון, און אזוי וואקסן די קינדער אויף צופרידן און געזונט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; וואס איז יעצט דער חידוש? די חתונות גייען שוין אן פאר בערך אכט יאר. פארגאנגעם זונטאג איז אפגעהאלטן געווארן דער הונדערטסטער חתונה אין א מזל'דיגע שעה, ווען צום הונדערטסטן מאל האבן מחותנים אונטערגעפירט זייערע קינדער אונטער די חופה מיט אמת'ע פרייליכע הערצער. און די שמחה האט זיך נישט געענדיגט א טאג נאך די חתונה ווען די בעלי חובות האבן אנגעהויבן צו דרוקן, נאר האלט ווייטער אן און די עלטערן קוועלן ווייטער נחת פון זייער קינדער. &nbsp; 📰 די ערשטע חתונה אין ישיבה

    < זעה מער יד חשון תשפ"ו 📝
  • עלעקשאן דעי אין אמעריקע

    היינט דינסטאג פרשת וירא, למספרם נאוועמבער 4 איז "עלעקשאן דעי", דער טאג ווען עס טומלט זיך אין אמעריקע. דער שרייט רעכטס, און דער שרייט לינקס, די לויפער פארשפרעכן פיתום ורעמסס אויב זיי ווערן ערוועלט, און אז די וועלט ענדיגט זיך אויב חס ושלום חס ושלום די אפאנענט געווינט. אין סדום איז אויך געווען צוויי פארטייען - אזוי זאגט רש"י. עס זענען געווען פייערדיגע זון שטיצער, און ווייסע לבנה קריכער. עס האט זיך געטון אויף טישן און אויף בענק. "די לבנה" זאגן זיי "פירט די וועלט, ווען זי רעגירט, קען קיינער אונז נישט אן רירן." אבער די זון-דינער בלייבן נישט שטיל. "אלעס איז די זון", דערקלערן זיי, "אויב מיר וועלן איר דינען, וועט אונז גוט זיין. אויב חלילה מיר וועלן גיין צו די לבנה, איז אויס וועלט". וואס מיינט איר? דער אויבערשטער האט איבערגעדרייט סדום ערגעץ 5:55 פארטאגס, ווען די לבנה איז נאך דארט, און די זון איז שוין ארויף געקומען. עס האט זיי גארנישט געהאלפן. דאס איז קלאר אז נישט מאמדאני, און נישט קאומאו קען אונז העלפן. אבער די זעלבע איז פארקערט, נישט מאמדאני און נישט קאומאו קענען עפעס שלעכטס טון. רש"י זאגט אן אינטערעסאנטע זאך: דער אויבערשטער האט עס געמאכט פארטאגס, "ווייל אויב וואלט דער אויבערשטער חרוב געמאכט סדום בייטאג, וואלט די לבנה שטיצער געזאגט "אויף אונזער זייגער וואלט עס נישט פאסירט" און אויב וואלט עס דער אויבערשטער געטון ביינאכט, וואלט די זוניסטן געזאגט "זעסט, נאר וועגן די לבנה איז עס געשען"." שטעלט זיך א שאלה: ווער וועט זאגן? ביידע זענען שוין לאנג אומגעקומען. סדום איז חרוב. לאמיר זיך פארשטעלן: דער אויבערשטער מאכט חרוב סדום 12:00 אינמיטן טאג, און אלע זענען שוין טוט. ווער זאל זאגן? נאר וואס דען, עס גייט ארויף אויף היינט, עס זענען דא מתנגדים - דער נאר שטופט אים, ער מוז צורייסן. און כאטש ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער ווערט איבערגעדרייט, ער שטייט מיט'ן קאפ אראפ און פיס ארויף, עס פלאקערט און ברענט, ער אטעמט קוים, אבער ער שרייט נאך אלץ "ווער דארף חיזוק? פאר וועם שרייבט מען די אלע קונטרסים און גליונות". דערפאר וועלן מיר זיך שטארקן און הערן דעם אויבערשטענ'ס קול טראץ די הויכע וואל טומל קולות, און געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט אזוי שיין. מיר האלטן מיט א שיינע פלעי, דער אויבערשטער וויל זען אויב מיר בלייבן געטריי צו אים, און מיר געדענקען אז ער שטייט אונטער אלעם.

    < זעה מער יג חשון תשפ"ו 📝
  • ראבאט

    שאלה: א גרויסער ישר כח ר' גרשון, איך האב לעצטנס געהערט שמועות אז אילאן מאסק אנטוויקלט א ראבאט וואס זאל קענען טון אלע סארט געווענליכע שטוב ארבעט ווי קאכן, רייניגן, וכדומה. אויך זאגט מען אז ער וויל עס מאכן גענוג ביליג אז פשוט'ע מענטשן זאלן עס קענען קויפן. איז דא עפעס אמת דערין? אויב יא, ווען קען מען עס ערווארטן? &nbsp; א גרויסן דאנק, ט. יאקאבאוויטש, קרית יואל &nbsp; ענטפער: יא, דאס וואס דו הערסט איז אמת, אבער עס זענען דא נאך ראבאטן אויסער ביי טעסלא. ליידער זענען דא אסאך מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז ממש "ראבאטיש", ער שפילט די ראלע פון א "טאטע", און די פרוי שפילט "מאמע", אבער עס זענען נישט קיין שום געפילן פון איינע צום צווייטן. &nbsp; ער קומט אין בית המדרש ווי א ראבאט, ווייל מיין שכן גייט אין שול, ער דאווענעט ראבאטיש, ווייל יעדע "נארמאלע" מענטש דאווענט, ער האט א "טו דו ליסט - וואס דארף איך טון נישט צו גיין אין גיהנום" און מאכט טשעקס, ✓ תפילין ✓ דאווענען. וואס איז נעקסט? מיר "קושן" נישט טעכניש די ציצית ביי קריאת שמע, נאר מיר קושן עס צוזאם, מיר פרייען זיך דערמיט. מיר זענען נישט קיין ראבאטן. מיר דאווענען נישט מאנאטאן ווי אן עי איי וואס זאגט אפ וואס מען לייגט אריין אין אים, מיר "רעדן צום אויבערשטן" א גאנצן טאג, מיר דאנקען אים און מיר בעטן אים וואס מיר דארפן. &nbsp; טעסלא, ארבעט טאקע אויף א ראבאט וואס ער רופט אפטימוס (אסאך רופן עס "טעסלא באט"). ער זאגט אז ער צילט צו ערצייגן א ראבאט וואס וועט קענען טון פשוטע שטוב ארבעט וואס מענטשן שפירן אלץ צו לאנגווייליג. &nbsp; טעסלא האט שוין געוויזן מוסטערן פון זייער ערשטע ווערסיעס וואס קענען גיין, טראגן זאכן, צאמלייגן קליידער, און ניצן פשוט'ע ארבעטס געצייג. מאסק זאגט אז אין דער צוקונפט האפט ער אז עס וועט קענען טון רוב פיזישע ארבעט וואס מענטשן טוען. מומחים גלייבן אז עס וועט נאך נעמען עטליכע יאר ביז אזעלכע ראבאטן וועלן ווערן גענוג זיכער, און ביליג עס זאל ווערן פארשפרייט. &nbsp; פאר אונז בלייבט נאר איבער צו געדענקען אז מיר זאלן נישט ווערן קיין גולמים וואס טוען מצוות אנשים מלומדה אן קיין נשמה און אן קיין געפיל. מיר זאלן שטייגן אין עבודת ה' און ווערן שטערקער און בעסער און זוכן נאר קרבת אלקים און ווערן בעסער אידן. דאס וועט אונז ברענגען צו האבן א זיסע און געשמאקע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער יג חשון תשפ"ו 📝
  • נייער "כולל בוקר" אין קרית ברסלב שטארק מצליח

    א פרישע ווינט פון לימוד התורה שפירט זיך אין שטעטל. יעדן אינדערפרי, איידער דער טאג הייבט זיך אן , טוט זיך א געפילדער אין בית המדרש. פילע יונגעלייט, בחורים, און אפילו קינדער קומען און זעצן זיך לערנען &ndash; יעדער אויף זיין אייגענעם וועג, טייל לערנען מיט א חברותא, אנדערע לערנען פאר זיך; מען זעט אינגעלייט לערנען חומש רש"י, אנדערע לערנען משניות אדער גמרא, שלחן ערוך אדער חסידישע ספרים &ndash; יעדער לערנט וואס עס רעדט צו זיין הארץ. &nbsp; דער געוואליגער סוקסעס האט זיך ב"ה אנטוויקעלט מיט די חיזוק און באגלייטונג פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלכער האט פארגאנענעם שבת קודש באזוכענדיג אין שטעטל, שטארק אנגעווארימט דעם ציבור און געזאגט אז ער וויל זייער זען דעם בית המדרש פול יעדן אינדערפרי מיט לומדים. צווישן זיינע ווערטער האט ער אריסגעברענגט די גרויסקייט פון לערנען תורה אין די פריע שעה'ן פון טאג &ndash; ווען די וועלט איז נאך שטיל און דער מח איז קלאר &ndash; און אויפגעפאדערט דעם ציבור צו גיין שלאפן אין צייט, אויפשטיין פרי, און אוועקגעבן די ערשטע שעה פונעם טאג פאר׳ן אויבערשטן און פאר די תורה. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז נאר מיט משניות קען מען זיך פאררופן א תלמיד פון היכל הקודש. "זאגן אצן פרקים משניות יעדן טאג," האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז מחזק א מענטש, און דערהאלט אים אין יעדע מצב." אפילו די וואס זענען פארנומען מיט עסקנות און צרכי ציבור קענען נישט דורכלאזן א טאג אן לערנען האט דער ראש ישיבה געזאגט, און אז יעדע ברסלב'ע חסיד מוז שטענדיג האבן מיט זיך א קליינע משניות, און אריינכאפן נאך א פרק ווען נאר מעגליך. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגעבן זיין פלאן מען זאל ווידער עפענען דעם כולל בוקר אין שטעל, אזוי ווי עס געווען אין די ערשטע יארן פונעם שטעטל, ווען דער בית המדרש איז נאך געווען ביי הר"ר אברהם משה אין שטוב. וואס דעמאלטס איז טאקע נאך געווען א קליינע בית המדרש, אבער עס איז געווען פיל יעדן טאג פון זעקס ביז זיבן אזייגער מיט אינגעלייט וואס זענען געזיצן און געלערנט פאר'ן א שעה דאווענען. &nbsp; אין א בריוו די וואך צום איבערגעגעבענעם גבאי, הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעדרוקט ווי שטארק דערהויבן דער חודש תשרי איז אריבערגעגאנען אויף אים אין שטעטל, און האט אים מחזק געווען צו באנייען דעם כולל בוקר. &nbsp; געלויבט דעם אויבעשטן, דער חלום פון ראש ישיבה איז צושטאנד געקומען, יעדן אינדערפרי ווערט דער בית המדרש ליכטיג &ndash; א הערליכע קול תורה פילט אן די לופט, די טישן און בענק זענען פול, און די צופרידענע פרייליכע פנימ'ער זענען עדות אויף די געוואלידע תועלת דערפון. מען שפירט די זיסקייט פון די תורה, וואס נאר דאס קען געבן פאר א מענטש דעם סיפוק און צופרידנקייט וואס יעדער זוכט. &nbsp; שבתי בבית ה' כל ימי חיי, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו

    < זעה מער יב חשון תשפ"ו 📝
  • דער באהאלטענער צדיק רבי פסח שפירא זצ"ל

    עס איז שווער צו באשרייבן דעם געהויבענעם איד הרב הצדיק ר' פסח שפירא זצ"ל, וואס האט צוריקגעגעבן זיין הייליגע נשמה צום באשעפער פארגאנגענעם כ"ט תשרי. ווייניג האבן געוויסט פון אים, אבער ער איז געווען אן איד וואס איז געווען דבוק אין אויבערשטן, און איז געווען א תלמיד מובהק פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; רבי פסח האט געהאט א גאר שטארקע הכרת הטוב צו מוהרא"ש זי"ע, ווי מען זעט אין זיין הארציגע צוואה געשריבן אויף אידיש אדרעסירט צו זיינע באליבטע קינדער בזה הלשון: "טייערע קינדער, איר זאלט קיינמאל נישט קריגן ח"ו ח"ו אויפן הייליגן צדיק מוהרא"ש שליט"א!!! ער האט מיר ממש געראטעוועט בגשמיות וברוחניות אויף די וועלט און אויף יענע וועלט לנצח נצחים!!! בזכותו בין איך געבליבן א איד א שומר תורה ומצוות מיט א בארד און פאות, מיט אזוי פיל גוטס ברוחניות ובגשמיות... געדענקט!!!". &nbsp; ער האט געהאט א משניות וואס איז אים געווען גאר באליבט, דאס איז א משניות וואס ער האט באקומען בימי בחרותו פון מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש האט אריינגעשריבן בכתב יד קדשו עטליכע שורות וואס האבן אים אייביג באגלייט: "יום ה' לסדר נשא את ראש התשמ"ב. הרי זה בכי יותן להבחור היקר והנעלה פסח שפירא נרו יאיר ויזרח תלמיד מתיבתא היכל הקודש חסידי ברסלב. ויהי רצון מלפני אבינו שבשמים שתחזיק בהמתנה היקרה הזו כל ימי חייך, ובכל יום ויום מימי חייך תזכה ללמוד ולהשלים ח"י פרקים משניות, וזה ימשיך על נשמתך אור וחיות עריבות נעימות זיוו שכינת עוזו יתברך מח"י העלומים הנשמכת מרישא דלא אתיידע דעתיק וכו' שבתוך האי רישא מתלבש אין סוף ברוך הוא וכו' ותצליח בדרכך כל ימי חייך ברוחניות וגשמיות." ער האט באצירט דעם בריוו מיט שיינע קאלירן און בלומען און צוגעלייגט: "ילדי היקרים! תכספו ותרצו ותתפללו שתזכו לומר כל יום ח"י פרקים משניות!", דערנאך האט ער געשריבן: "זכיתי לקבל ממוהרא"ש ישתבח שמו לעד", "אשרי חלקי לנצח נצחים עם כל משנה! עם כל מלה! עם כל אות ב"ה!", "בזכות מוהרא"ש זכיתי לכל", "זכיתי לקבל ממוהרא"ש שליט"א את כל חלקי ונחלתי בגן עדן לנצח נצחים", און צום לעצט: "בני בני! החזיקו בח"י פרקים משניות, אשריכם!!!". ( אין אידיש: "מיינע טייערע קינדער! בענקטס און בעטס דעם אויבערשטן זוכה צו זיין צו זאגן יעדן טאג 18 פרקים משניות!", "איך האב דאס זוכה געווען צו באקומען פון מוהרא"ש - ישתבח שמו לעד!", "וואויל איז מיין חלק אויף אייביג, מיט יעדע משנה, מיט יעדע ווארט, מיט יעדע אות!", "דורך מוהרא"ש האב איך זוכה געווען צו אלעס &mdash; מיין גאנצע חלק אין גן עדן אויף לנצח נצחים") &nbsp; ווייניג ווייסן אז דער באקאנטער שוויתי טאוול אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געמאלן געווארן דורך ר' פסח אליין. ער האט אריינגעלייגט זיין הארץ און נשמה אין יעדע זאך וואס ברענגט צום אויבערשטן. &nbsp; זיין גאנץ לעבן האט ער געלעבט מיט א געוואלדיגע אמונת חכמים, און יעדע ווארט וואס ער האט געזען אדער געהערט פון רבי'ן און פון מוהרא"ש זי"ע האט ער אנגענומען בתמימות ובפשיטות. עס איז נישט מעגליך אין די ראמען פון אזא קורצע ארטיקל דאס ארויסצוברענגען. מיר וועלן אבער אראפברענגען עטליכע זאכן וואס מיר קענען נאכמאכן. &nbsp; ער האט מקפיד געווען צו גיין אין מקוה יעדן טאג, און געבעטן דעם אויבערשטן בשעת מעשה וואס ער האט געדארפט. ער פלעגט רעדן צום אויבערשטן כסדר ווען ער האט נאר געקענט. טראץ זיינע פילע געזונט פראבלעמען האט ער אריינגעכאפט יעדן טאג פילע שיעורים. ער פלעגט האבן א פולע הויפן פון ספרים וואס ער האט יעדן טאג געלערנט. ער האט געזאגט טעגליך פילע לימודים אויפן סדר וואס מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט: חומש רש"י מיט תרגום פון פרשה אנגעהויבן פון זונטאג, תנ"ך, ח"י פרקים משניות, תלמוד בבלי כסדרן (ער האט געענדיגט איבער האלב ש"ס הונדערט און איין מאל), תלמוד ירושלמי, תוספתא, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, זוהר הקדוש, תיקוני זוהר, און דעם רבינ'ס ספרים. &nbsp; כאטש ער האט אזויפיל אריינגעכאפט, פלעגט ער אלץ זאגן "אביסל איז אויך גוט", און האט זיך געפרייט כמוצא שלל רב מיט יעדע מצוה, יעדע תפילין, יעדע שבת. ער האט נישט געזוכט קיין חומרות יתרות, נאר וואס דער דיין האט געפסקענט האט ער געטון מיט א גרויסע שמחה. ער פלעגט כסדר ארומגיין מפיץ זיין, ער האט געלייגט די הייליגע גליונות אין די שולן און אין די פאסט קעסטלעך, אזוי אויך מחזק געווען יעדן וואס ער האט געקענט. &nbsp; ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיינע קינדער, געטאנצט מיט זיי, גערעדט מיט זיי, זיי פארציילט מעשיות פון צדיקים, און זיך אומגעקוקט אויף זיי. ער פלעגט פארן מיט מסירת נפש צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, נישט קיין חילוק ווי שווער עס איז אים אנגעקומען. &nbsp; ער האט געלעבט מיט תכלית, און זיך אלץ געגרייט אויפן טאג וואס מען וועט צוריק געבן זיין נשמה צום באשעפער. אין זיין ליקוטי מוהר"ן וואס ער האט זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע הונדערט מאל האט ער האט געמאלן א בילד פון א מצבה און געשריבן דערין "פ.נ. פסח שפירא שזכה להיות ראש השנה באומן". &nbsp; ער האט איבערגעלאזט א גרויסע ירושה, פון וואס מיר אלע קענען זיך צוטיילן דערמיט, און דערמיט זוכה זיין צו לעבן א זיסע גוטע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; עוז והדר לבושה, ותשחק ליום אחרון

    < זעה מער יא חשון תשפ"ו 📝
  • מזל טוב צום שמחת ברית מילה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגעם ערב שבת קודש פרשת נח איז פארגעקומען א גרויסע שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א ווען ער האט זוכה געווען צו מאכן א ברית מילה פאר זיין ניי געבוירן אינגל. די גרויסע שמחה ברית איז פארגעקומען אין קארלסבורגע בית המדרש אין בארא פארק וואו עס האבן זיך באטייליגט פילע רבנים, קרובים און תלמדים. &nbsp; דער סנדק איז געווען דעם ראש ישיבה'ס טאטע הגה"צ אב"ד קארלסבורג רב שליט"א, דער מוהל איז געווען הרב ר' אהרן ווייס שליט"א פון קרית יואל, און דער סנדק מעומד איז געווען דער שווער פונעם ראש ישיבה שליט"א הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען. &nbsp; דער רך הנמול האט מען געגעבן א נאמען 'עמרם' נאך א זיידע א גרויסער צדיק רבי עמרם אויש זצ"ל, פון שטאט סאטמאר וואס איז איז געווען א גרויסער עובד השם, וואס זיין יארצייט איז געווען כ"ח תשרי. &nbsp; א נאכט בעפאר ליל שישי איז פארגעקומען דער וואך נאכט און שטוב פון הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א אין וויליאמסבורג, וואו פילע תלמדים און משפחה האבן זיך באטייליגן אין געקומען וואונטשן. &nbsp; עס איז מערקווירדיג צו באמערקן א סיפור וואס דער ראש ישיבה האט שוין אסאך מאל דערציילט. אסאך יארן האט דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אמאל מזכיר געווען ביי מוהרא"ש זי"ע איבער קינדער, און מוהרא"ש האט אים דאן מחזק געווען מיט די ווערטער "זארג דיך נישט, וועסט נאך האבן א מנין ארום דיר", און דער ראש ישיבה האט עס אנגענומען די ווערטער מיט פולקאמע אמונת חכמים אלץ א הבטחה אז ער וועט האבן צען אינגלעך. און יעצט ביי דעם קינד איז דער ברכה גענצליך פארפולקאמט געווארן, זייענדיג דער צענטער אינגל ביים ראש ישיבה, און אפילו מוהרא"ש זי"ע איז שוין נישט מיט אונז בגופו, אבער זיינע הייליגע ווערטער זענען נאך אלץ דא, און לעבט, און זיינע ווערטער זענען נאך משפיע פאר'ן דור, אמונה, שמחה, חיזוק און שמחת החיים. &nbsp; די גאנצע קהלה פריידט זיך מיט מיט די גרויסע שמחה, אנשי שלומינו און אלע תלמידים וואונטשן אן פאר'ן ראש ישיבה, ער זאל זען נחת דקדושה פון דעם קינד ער זאל אים מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים, און אזוי אויך זאל ער זען נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך און פון אונז תלמידים הקרויים בנים, דער אויבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ער זאל אונז ווייטער קענען מחזק זיין און מיר זאלן ווייטער קענען שעפן פון דעם הייליגן קוואל, ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.

    < זעה מער ז חשון תשפ"ו 📝
  • ראדיא כוואליעס

    שאלה:א גרויסן ישר כח פאר אייערע הערליכע וועכנטליכע ארטיקלען! איך בין זייער נייגעריג ווי אזוי ראדיא אנטענעס ארבעטן. קענט איר עס ביטע מסביר זיין?&nbsp; &nbsp; נ.ב., קרית ברסלב &nbsp; ענטפער:דו פרעגסט זייער גוט, און איך וועל פרובירן עס צו ענטפערן דאס בעסטע וואס איך קען, כאטש איך אליינס פארשטיי אויך נישט אינגאנצן. &nbsp; א ראדיא אנטענע ארבעט אזוי: עס שיקט אדער כאפט אויף אומזעבארע ענערגיע כוואליעס פון דער לופט. ראדיא כוואליעס זענען א סארט "עלעקטראמאגנעטישע" כוואליע - אזוי ווי ליכטיגקייט כוואליעס, אבער וויבאלד זיי זענען "לענגערע" כוואליעס, קענען אונזערע אויגן עס נישט זען. &nbsp; ווען איינער רעדט אריין אין א ראדיא מיקראפאן, ווערט זיין קול פארוואנדעלט צו עלעקטרישע סיגנאלן, און דערנאך "שטופט" די אנטענע ארויס די סיגנאלן צו די לופט אלס "ראדיא כוואליעס", וועלכע פארן מיט אן אומגעהויערן שנעלקייט, "ליכט שנעלקייט" וואס פליעט בערך 186,000 מייל א סעקונדע! &nbsp; ווען די אנדערע אנטענע וואס איז אנגעשטעלט אויפצוכאפן יענע כוואליעס "שפירט" אז די כוואליע איז אנגעקומען צו אים, וועט די אנטענע צוריק איבערטוישן די ראדיא כוואליעס צו עלעקטרישע סיגנאלן, און דער מאשין געבט עס ארויס אלץ א הערבארע שטימע. אזוי ארום קען א מענטש "הערן" וואס עס ווערט געזאגט אין א ווייטע פלאץ. &nbsp; אויב מיר וואלטן ווען געקענט זען ראדיא כוואליעס, וואלט מיר געזען די לופט ארום אונז פול מיט מיליאנען כוואליעס וואס פליען ארום - נייעס ראדיאס, עמערדזשענסי קאמוניקאציעס, עראפלאן סיגנאלן, הצלה און פאליציי ראדיאס, וויי-פיי, בלו-טוט, און נאך אסאך&nbsp; - אלע פליען דורך נעבן אונז אן דעם וואס מיר זאלן עס הערן, זען אדער שפירן. &nbsp; אבער מיט דעם ריכטיגן "אנטענע", קענען מיר ליינע און הערן די אלע מעסעזשעס וואס קומען אין אונזער ריכטונג. &nbsp; דאס מיינט מען טאקע אונז. דער אויבערשטער שיקט אונז מעסעדזשעס, מיר קענען זיין בלינד שטום און טויב, און זיך פארהוילן דערפון חס ושלום. אדער קען מען צוהערן דעם צדיק, דער וואס כאפט אויף די אלע מעסעזשעס און געבט אוועק אלעס וואס ער האט, אלעס אונז צו העלפן מיר זאלן קענען פארשטיין און הערן וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז. &nbsp; עס איז דא א בחירה, מיר קענען הערן די נייעס ראדיאס, און ווערן דערשראקן אז דאס מאל איז די ענדע פון די וועלט. מאמדאני ווערט מעיאר פון ניו יארק סיטי, וואס וועט זיין? עס איז דא א גאווערמענט פארשליסונג, אלעס איז פארמאכט. יעצט קומט אזא מאכטפולע האריקעין וואס ניו יארק האט נאך קיינמאל נישט געזען. פוטין האט ערצייגט א פרישע וואפן וואס פארשעמט יעדע אנדערע באמבע. ווילסט הערן נייעס: עס איז נישטא קיין נייעס. די אלע באמבאסטישע קעפלעך פון די צייטונגען זענען כסדר די זעלבע זאך, זיי ווערן נישט מיעד פון דערשרעקן און פארפאניקן. דאס איז זייער אויפגאבע, פאר דעם זענען זיי דא. &nbsp; איך האב פאר אייך אנדערע נייעס. נייעס וואס וועט אייך העלפן אין לעבן. משניות איז מיין נייעס. די סדרה פון די וואך איז מיין נייעס. וואס איז די העדליינס היינט? "אברהם גייט רעכטס ווייל לוט גייט לינקס". נאך א נייעס? "אברהם אבינו איז נישט רואיג, ער האט נאך היינט נישט געטון א טובה פאר א צווייטן". &nbsp; מען דארף בלויז אנשטעלן די אנטענע צום ריכטיגן פריקווענסי, און די מעסעדזשעס קומען דורך קלאר.

    < זעה מער ז חשון תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 1738 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 115 116
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com