Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • קעניג אדער קיסר‎

    שאלה: וואס איז דער חילוק צווישן א קעניג מיט א קייזער (אדער קייסער)?   ענטפער: א "קעניג“ און א "קייזער“ זענען ביידע הערשער, אבער עס זענען דא חילוקים צווישן זיי: א "קעניג" איז דער הערשער פון א לאנד אדער קעניגרייך. ער באקומט זיין מאכט דורך ירושה אדער וויילע, און זיין מלוכה איז באגרעניצט צו איין לאנד (ווי דער קעניג פון ענגלאנד, פראַנקרייך, אדער שפאניע). א "קייסער" הערשט איבער אן אימפעריע, וואס איז געווענליך א גרופע פון עטליכע לענדער, פעלקער, אדער ראיאנען. ער האט מער מאכט ווי א קעניג און איז א הערשער איבער קעניגן (ווי דער קייזער פון רוים אדער דער רוסישער צאר). עטליכע ביישפילן פון קעניגן און קייסערן אין די לעצטע היסטאָריע פון אייראָפּע: קעניגן: דער קעניג פון ענגלאנד (בריטישע מאנארכיע) – קעניג דזשארדזש, קעניגן עליזאַבעט, וואָס האָט געהערשט פאַר איבער 70 יאָר. היינט קעניגט אין ענגלאנד קעניג טשאַרלס דער דריטער. קעניג פון שפאניע – קעניג כואן קאַרלאָס, היינט קעניגט אין שפאניע קעניג פעליפּע דער פערטער. אין בעלגיע איז פיליפ דער יעצטיגער קעניג. אין שוועדן דינט קעניג קאַרל גוסטאַף דער זעכצנטער אלס קעניג זינט תשל"ג. אין נארוועיגע הערשט קעניג האראַלד דער פינפטער אלס קעניג פון תשנ"א.   קייסערן: דער לעצטער קייזער פון די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע איז געווען קייזער קאַרל דער ערשטער, נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אימפעריע צעפאלן. דער לעצטער דייטשער קייזער איז געווען קייזער וויליאם דער צווייטער ער האט געדינט אויף די פאזיציע ביז נאך דער ערשטער וועלט מלחמה. אין רוסלאנד איז ליידער שלעכט בארימט "צאר ניקאליי" דער צווייטער, דער לעצטער צאר פון די רוסישע אימפעריע, וואס איז אומגעברענגט געווארן דורך די באָלשעוויקן אין יאר תרע"ח.   אונז ברסלב'ע חסידים זענען שטארק באקאנט מיט די צוויי ווערטער, וויבאלד מיר לערנען דעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות" ווי דער רבי פארציילט די מעשה פון די מלך מיט'ן קייסער וואס האבן צוגעזאגט זיך משדך צו זיין, אויב מען ווייסט דער חילוק צווישן א קעניג מיט א קייסער פארשטייט מען בעסער די מעשה, מ'זעט אז דער קייסער האט נישט געפאסט זיך משדך צו זיין מיט א קעניג, ער האט געוואלט זען צי דער בן מלך קען פירן "מדינות", די מעשה האט אין זיך פילע סודות התורה, און לערנען די מעשה איז מסוגל צו ווערן אן ערליכער איד, איינען פון די זאכן זעט מען זיי האבן אלע געטראכט אז דאס איז א גוטע שידוך, אבער זיי האבן זיך געשעמט צו רעדן דערפון - זיי האבן דאן געמיינט אז דער בת קייסער איז א דאקטאר, און נאכן טרונקען וויין האבן זיי געזאגט "ווי שיין וואלט געווען די קעניגן זאל חתונה האבן מיט'ן דאקטאר", האט דער דאקטער געזאגט "זייער שיין, אבער איך וויל עס הערן פון ענק ניכטערערהייט", דאס גייט ארויף אויף אונז, עס קומט פורים, מען טרונקט וויין, און עס קומט ארויס די פנימיות פון אידישע קינדער, מען וויל זיך מדבק זיין אינעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער זאגט אונז, זייער שיין, אבער איך וויל עס הערן פון ענק א גאנץ יאר. דאס וועט געשען ווען מיר וועלן אויפהערן דינען דעם "פאסטוך" און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן. א גאנץ יאר "פאסט נישט" צו רעדן פון אמונה, א גאנץ יאר "פאסט" צו זיין "נארמאלע" מענטשן, דער אייבערשטער בעט אונז מיר זאלן אוועק ווארפן אלע חשבונות און רעדן פון אמונה אפן א גאנץ יאר.   בנוגע צי מען שרייבט "קייזער" אדער "קייסער" - די ריכטיגע וועג צו שרייבן איז "קייסער", מיט אַ סמך. אבער מען זאגט עס ארויס מער ווייניגער מיט א ז'. דער מקור פון דער ווארט קומט פונעם לאטיינישן ווארט Caesar, און ווערט ארויסגעזאגט אין פארשידענע שפראכן אויף אנדערע וועגן, ערגעץ צווישן "סיסער" און קייזער". דרך אגב "צאר" איז דער רוסישער ווארט פאר "קייסער", און אויף ענגליש זאגט מען עס גענצליך אנדערש "עמפּאַראָר".   מיר אלע ווייסן אז דער אייבערשטער איז דער "מלך מלכי המלכים", דאס מיינט לכאורה דאס. עס איז דא א "קעניג" א מלך, דערנאך איז דא א "קייסער" ער איז א "מלך המלכים", און דער אייבערשטער איז קעניג אויף אלעם אריינגערעכענט די "קייסערן" דאס מיינט א "מלך מלכי המלכים".

    < זעה מער כ אדר תשפ"ה 📝
  • שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א

    שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א &nbsp; מוצש"ק איז מען זיך צוזאם געקומען צום סעודת משתה היין, מען האט געטאנצט און זיך געפריידט אז מען איז זוכה צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיך פרייען מיט די תורה און מיט אידישקייט "הדר קבלוה בימי מרדכי ואסתר". &nbsp; זונטאג נאכמיטאג זענען זיך ווידער צוזאם געקומען אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט צום סעודת שושן פורים המשולש, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע חיזוק שמועס: עס שטייט אין די גמרא "כָּל יִשְׂרָאֵל יֵשׁ לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", א בלאט פריער זאגט די גמרא "אֵיזֶה בֶּן עוֹלָם הַבָּא, לֹא מַחֲזֻק טוּבָא לְנַפְשֵׁיה" ער דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געפרעגט יעדער האט עולם הבא, אדער נאר דער וואס דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אויף יענער וועלט האט יעדער עולם הבא, אבער אויף דער וועלט ווילסטו האבן אן עולם הבא'דיגע לעבן, וואס מער דו וועסט לעבן אז דו דארפסט גארנישט, דו ווילסט גארנישט, דו ווילסט נאר וואס דער אייבערשטער וויל, וועסטו האבן א גן עדן אויף דער וועלט. אויך האט דער ראש ישיבה שטארק גערעדט איבער דעם אז עס קומט שוין נענטער צו פסח, מען קויפט איין, זאל מען נישט קרעכצן "אוי עס קאסט מצות" "אוי יום טוב קאסט", מען זאל אריינברענגען פסח מיט א שמחה און געשמאק, אָן קיין נערוועזקייט, אָן קיין קרעכצענישן, ווייל שמחה איז דאס וויכטיגסטע פאר שטוב. &nbsp; דערנאך האט מען געמאכט א הערליכע פארשטעלונג דורך המלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, און דער מלמד מומחה מו"ה אהרן לונגער הי"ו און מו"ה לייבי אפעל הי"ו, מען האט געמאכט ליצנותא דעבודה זרה, וויאזוי עס זעט אויס אויב מ'האט נישט דעם דרך הלימוד און מען בייגט זיך נישט איין דעם קאפ פאר'ן צדיק. &nbsp; לְהוֹדִיעַ שֶׁכָּל קוֹוֶיךָ לֹא יֵבוֹשׁוּ וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח כָּל הַחוֹסִים בָּךְ!

    < זעה מער כ אדר תשפ"ה 📝
  • מלחמה אין מיטל מזרח פלאקערט ווידער אויף

    די מלחמה אין ארץ ישראל איז ווידער אין די נייעס ווען מדינת ישראל האט נעכטן געצילט פילע געגענטן אין צענטראל און דרום פון די עזה פאס מיט פליגערס און באמבעס וואס האבן געהרגעט פילע כאמאס פירער, און אנגעבליך אויך אומגעברענגט נאך הונדערטער אנדערע. דערמיט איז געשלאסן געווארן די צייטווייליגער צוויי חדשים'דיגע פייער אפשטעל וואס האט באפרייט בערך דרייסיג אידישע משכונות וואס זענען געווען פארכאפט און בערך פופצן הונדערט פאלעסטינער ארעסטאנטן פון די איזראעלישע תפיסות. &nbsp; נעכטן האט מען געהערט גאר שטארקע אויפרייסן אין עזה ווען פליגערס האבן אראפ געלאזט שווערע באמבעס אין פילע פאזיציעס פון כאמאס פירער, וואס האט צוריק אויפגעפלאקערט דעם קריג אינעם ראיאן, ברענגענדיג פארדאמונגען פון פילע ריכטונגען, און שטיצע פון אנדערע - אריינגערעכענט פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע. &nbsp; דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער - בפרט די וואס זענען נאך געבליבן פארכאפט אונטער די רוצחים - און זיי זאלן ווערן באפרייט וואס שנעלער. מיר זענען מתפלל פאר זייער שנעלע באפרייאונג, אבער אויך זענען מיר מתפלל אז ביי אונז אינדערהיים זאל נישט אויפלאקערן קיין מלחמה, ביי אונז אין שטוב זאל נישט פאלן קיין באמבעס וואס דאס איז אסאך ערגער פון א וועלט מלחמה. די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף ז' עמוד ב' "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן מִשּׁוּם רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַי קָשָׁה תַּרְבּוּת רָעָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם יוֹתֵר מִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג" מוהרא"ש זי"ע פלעגט עס כסדר זאגן, וואס קען זיין ערגער פון א וועלט מלחמה, מלחמת גוג ומגוג, אויב מיר קריגן זיך אינדערהיים, ווען עס איז דא א מלחמה אין גאס עס פליען באמבעס, סאלדאטן שטארבן, איז נאך נישט געפערליך, איך קוק נישט קיין נייעס, איך הער נישט קיין נייעס, איך קום אהיים מיט א שמייכל, עס איז מיר גוט, איך האב א ווארימע ווינקל, אבער אויב קוקט מען אויף די ווייב מיט א שלעכטע אויג, זי איז מיר נישט גוט, אפילו די גאנצע וועלט קומט זיך דורך איינע מיט'ן צווייטן, אפילו ווען טראמפ וועט שוין מצליח זיין צו מאכן שלום צווישן רוסלאנד מיט אוקריינא, צווישן אמעריקע און צפון קאריע, צווישן מדינת ישראל מיט איראן - כיזבאלא און כאמאס, אבער עס איז מיר ביטער. &nbsp; וואס איז די עצה - פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן - מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן שכל, ווייל שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען איז קלוג און נישט גערעכט, און וואס מיינט האבן שכל? אז מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, א ווייב איז אלץ גערעכט, און מען איז מוותר אין שטוב. &nbsp; עטליכע מערקווירדיגע פאקטן איבער די משכונות: דער עלטסטער משכון איז געווען א 79 יעריגער איד, און די אינגסטע איז די באקאנטע רויטע ביבאס בעיבי פון 9 חדשים אלט; טייל משכונות האבן אנטוויקעלט די טרויעריג בארימטע "שטאקהאלם סינדראם" וואס מיינט זיי האבן באקומען א גוטע געפיל איבער זייערע פארכאפער; אסאך משכונות האבן געזאגט אז זיי האבן גענצליך פארלוירן חשבון פון צייט זיצנדיג גענצליך אפגעהאקט פון די וועלט אין טונעלן טיף אונטער די ערד. &nbsp; מיר זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע אונטער די כאמאס רוצחים אדער אונטער די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער בביאת משיח צדקינו, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים אמן.

    < זעה מער יט אדר תשפ"ה 📝
  • מלמדים קאמפיין תשפ"ה

    שטייענדיג מיט ביידע פיס אין די שלשים יום קודם לחג הפסח, טרעפן זיך די מנהלי המוסדות און דער חשובער אדמיניסטראטאר אין אן אייגענארטיגע מצב, פון איין זייט בליען די מוסדות קיין עין הרע, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער, מען עפענט פרישע קלאסן, מען נעמט אויף פרישע מלמדים און טיטשערס, אבער פון די אנדערע זייט איז דורך א שווערע ווינטער, מען פלאגט זיך ממש טאג טעגליך צו דעקן דעם בודזשעט, כאטש וואס מען פרובירט מיט אלע מיטלען צו צאלן אין צייט האט מען אנגעהויבן צו ווערן אינטערשטעליג מיט די מאגערע געהאלטן פון די געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס. &nbsp; פאריאר, זאגט אונז דער מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א איז דער מלמדים קאמפיין ערב פסח געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, ווען די מלמדים קאמפיין האט געדעקט איבער צוויי הונדערט טויזענט דאלער, וואס האט באוויזן בסייעתא דשמיא גענצליך אראפ צו נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, און האט געהאלפן גענצליך באצאלן אלע איינגעשטעלטע אין די מוסדות אויף יום טוב. &nbsp; אבער די הצלחה פון פאריאר איז נישט ממש גענוג פאר היי יאר, נאך א דרינגענדע זיצונג פון די הנהלה, מיט די אדמיניסטראטאר פון די מוסדות צו מאכן א גרעסערע ציל פארן קאמפיין, נאכדעם וואס עס איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע ווינטער אויף די מוסדות פון א פינאנציעלער שטאנדפונקט, האט מען געזען אז כדי צו קענען דורכמאכן דאס יאר און באצאלן אלע מלמדים און טיטשערס דארף מען אויפקומען מיט איבער פיר הונדערט טויזענט דאלער, כדי זיך צו קענען דעקן, און ווי אלע יארן האט זיך דער מנהל אריינגעלייגט אינעם קאמפיין, און רופט ארום אנשי שלומינו זיי צו מזכה זיין מיט די גרויסע זכיה פון צאלן אונזערע טייערע מלמדים און טיטשערס וואס זענען איבערגעגעבן א גאנץ יאר פאר די קינדער בלב ונפש, געבן זיך איבער מיט'ן גאנצן הארץ זיי צו אנגרייטן פארן לעבן, אריינלייגן אין זיי אמונה, יראת שמים, מידות טובות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אינגעלייט און איבערגעגעבענע מאמעס. &nbsp; דער מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א זאגט אונז אז ער איז איבעראשט און איבערגענומען פון די ווארימקייט מיט וואס אנשי שלומינו נעמען אים אויף, אלע ווייסן אז עס קומט א קאמפיין און ערווארטן דעם יערליכן רוף, און רופן זיך אן מיט גרויס ווארימקייט. &nbsp; די מוסדות ברוך השם וואקסן און בליען מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די צופרידענע עלטערן ווי שטארק די קינדער שפירן ווי זייערע מלמדים און מחנכים האבן זיי ליב און זענען איבערגעגעבן בלב ונפש, די עלטערן שעפן הויפנס פון נחת ווי די קינדער שטייגן בתורה ויראת שמים, זיי לעבן מיט א ריינע אמונה, האבן ליב תורה ומצוות, וואקסן און שטייגן מיט מידות טובות, זיי ווערן אנגעגרייט צום לעבן, עס קומען כסדר צו נאך און נאך קינדער, מען דארף כסדר צובויען נאך בנינים און נאך קלאס צימערן, נאך באסעס, נאך מלמדים, נאך טיטשערס און אזוי ווייטער, און מיט דעם וואקסט דער בודזשעט, און מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף וועט מען אויך היי יאר אין די שווערע מצב הפרנסה אויך קענען באצאלן די טייערע מסירת נפש מלמדים, זיי זאלן קענען צוגיין צום יום טוב מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו ווארטן אפילו נישט דער מנהל זאל זיי רופן, מען רופט אן דעם מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א אויף 917-578-0495 און מען איז זיך משתתף מיט שיינע נדבות, און בזכות זה וועט דער אייבערשטער אונז אלע בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, בני חיי ומזוני סייעתא דשמיא. אויב דער מנהל הייבט נישט אויף זאל מען ביטע לאזן א מעסעדזש.

    < זעה מער יח אדר תשפ"ה 📝
  • הערליכע פורים און שב"ק ביים ראש ישיבה שליט"א

    הערליכע לעכטיגע פורים טעג זענען דורך ביי אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט, פילע אנשי שלומינו זענען געקומען מיטהאלטן די פורים טעג ביים ראש ישיבה שליט"א, סיי ביים מגילה ליינען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געליינט מיט גרויס געהויבנקייט און סיי צו די סעודות פורים אלע דריי טעג. &nbsp; ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע געזאגט, המן איז ארויס פון די סעודה "שמח וטוב לב", וויאזוי קען עס זיין די קליפה זאל זיין פרייליך, נאכדעם שטייט, "וכראות המן את מרדכי", דאס איז עס, ער האט געקוקט אויף מרדכי, דאס מאכט אפילו די גרעסטע קליפה פרייליך, דאס גייט ארויף אויף אונז, דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז מיר זענען חלילה בבחינת המן, פארכאפט אין די קליפות רח"ל, אבער מיר האבן נאך האפענונג, מיר קוקן צום צדיק, מיר וועלן נאך ארויסגיין פון די בלאטע און ווערן אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען שטארק בגילופין, אידן זענען געקומען בעטן ברכות, ישועות, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען בעטן ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער "מיינסט איך ווייס נישט אז דו דארפסט קינדער? ווען דו ביסט נאך געשלאפן היינט אינדערפרי האב איך שוין פארגאסן טרערן פאר דיר! הלואי זאלסטו אזוי סאך בעטן פאר דיר וויפיל איך בעט פאר דיר"... &nbsp; ערב שבת נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויס כאפן פרישע לופט, און האט באגריסט די דורכגייער, "שלום עליכם", דער ראש ישיבה האט זיך פארגעשטעלט מיט זיין נאמען, און געזאגט "ווייסט מיר זענען קאזינס", "וויאזוי?", "פון אברהם אבינו", "אבער מיר טארן זיך נישט גריסן ווייל מיר וואוינען אין וויליאמסבורג..." &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען אין מקוה, און איז אריינגעקומען אביסל שפעט אבער זייער פרייליך צו דאווענען מנחה, מו"ה יואל משה מייזעלס הי"ו איז געווען בעל תפלה סיי ביי מנחה און סיי ביי קבלת שבת און מעריב. &nbsp; הר"ר ישראל מנחם ראזענבערג הי"ו האט געבעטן דעם ראש ישיבה זאל זאגן אפאר ווערטער ער האט געשטעלט אן עמוד ביים ארון הקודש, מען האט געבעטן דעם ראש ישיבה ער זאל צוגיין צו קבלת שבת, האט ער געזאגט "איך האב נישט קיין קול, אבער איך האב א הארץ"... &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען ביים שטענדער ביים ארון הקודש אויסגעדרייט צום עולם, און צווישן יעדע קאפיטל פון קבלת שבת האט דער ראש ישיבה אויסגעטייטשט די אלע שטיקלעך פון קבלת שבת וואס עס מיינט פאר אונז לעובדא ולמעשה... "ארבעים שנה אקוט בדור", אידן זענען געווען אין מדבר פערציג יאר, איינער פרעגט מיר וויאזוי קען זיין דער דור המדבר וואס הייסט דער דור דעה, הייליגע דור, האט אויסגעפרואווט דעם אויבערשטן צען מאל, זיי האבן זיך כסדר אפגערעדט ווי מען זעט אין חומש. האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "פערציג יאר און נאר צען קשיות?",וויפיל קשיות האבן מיר ליידער אויפן אויבערשטן? אונז האבן צען קשיות יעדן טאג! &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה הערליך אריינגעטייטשט אלע קאפיטלעך פון קבלת שבת זייער שיין "אור זרוע לצדיק, ולישרי לב שמחה", האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט ווי לעכטיג און ווי פרייליך איז די לעבן פאר וווער עס האט א צדיק! &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה, מען האט געזען אנשי שלומינו ווען זיי זענען געווען שיכור אלע ווילן איין זאך, אלע האבן געשריגן פון טיפעניש פון זייער הארץ איך וויל זיין אן ערליכער איד. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער שלום בית, ווי מ'דארף דאנקען דעם אויבערשטן אז מען האט א ווייב, מען האט חתונה געהאט, און געזאגט בדרך צחות, אויב מ'פארגעסט צו זאגן על הנסים ביים בענטשן זאגט מען עס ביי הרחמן, אויב מ'פארגעסט צו דאנקען דעם אויבערשטן פריער, דארף מען שפעטער בעטן דעם אויבערשטן. &nbsp; ביי שלש סעודות, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט די מעשה באריכות וויאזוי דער הייליגער רבי נתן האט זייער געוואלט זיין ביים הייליגן רבין פורים, אבער צוליב די שווערע וועטער איז ער הערש אנגעקומען אום שושן פורים, און דער רבי האט אים דאן מחזק געווען "שושן פורים איז אויך פורים". האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז מען דארף אפלאזן חכמות, און זיין פרייליך פורים, שושן פורים, און א גאנץ יאר, זיך פרייען און טאנצן אז מ'איז א איד. &nbsp; דער באריכט פון מוצש"ק שושן פורים וועט בעז"ה נאכפאלגן

    < זעה מער יח אדר תשפ"ה 📝
  • קוואל וואסער

    שאלה: פון וואו קומט קוואל וואסער? צו קען זיך עס אויסנוצן? &nbsp; ענטפער: ווען עס רעגנט אדער שנייעט, גייט די וואסער צוביסלעך אריין אין דער ערד, צווישן די זאמד און שטיינער קען זיך דורכשטופן פיצעלע טראפנס וואסער, וואס צוביסלעך א טראפ נאך א טראפ רינען זיי אראפ טיף אונטער די ערד, טייל מאל עטליכע פוס, אבער געווענליך וועט עס זיין אביסל טיפער, וועלן זיך צוזאם נעמען אסאך טראפנס וואסער אין אדערן אדער הוילקייטן אונטער די ערד ווי דאס וואסער וועט דארט שיין ווארטן אז מען זאל זיי ארויסשעפן פון דארט. &nbsp; דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז שוין געווען פערציג יאר, און ער האט נאך נישט געקענט קיין תורה, ער האט געזען א שטראם וואסער וואס טראפט אויף א שטיין לאנגע יארן, און צום סוף נאך אזויפיל טראפנס וואסער איז דער שטיין געלעכערט געווארן. דאס האט אים געמאכט טראכטן, אז אפילו איך בין שוין פערציג, מיין הארץ איז נאך נישט קיין שטיין, און די תורה האט אזא כח, זיכער אסאך מער פון וואסער, וועט די תורה זיכער קענען לעכערן און אריינגיין אין מיין הארץ. די איבעריגע איז היסטאריע - זאגט די וועלט. &nbsp; דאס קען אונז אויך שטארק מחזק זיין, חז"ל און אלע צדיקים האבן אונז אלץ מעודד געווען איבער די גרויסע כח התורה, ווי שטארק עס איז, עס היילט אויס א מענטש, עס מאכט פרייליך א מענטש, ווען מען לערנט משניות טוישט עס די נשמה, מען ווערט פריש געבוירן, אבער דער יצר הרע טוט דאס זייניגע, ער זשומעט אין קאפ און לאזט נישט קיין מנוחה, "קוק וויאזוי דו זעסט אויס, נאך אזויפיל לערנען וואלסטו שוין געדארפט זיין א קדוש וטהור, און נאך אלץ ביסטו וואו דו ביסט", אבער ניין, גיי נישט אוועק פון די קוואל וואסער, גיי נישט אוועק פון די שטראם וואסער וואס טראפט אויף דיין הארץ, יעדע ווארט תורה מאכט אויס, אנטלויף נישט פאר שולחן עורך, עס גייט איין טאג געשען, דו וועסט זען וואס די תורה וועט מאכן פון דיר, איין טאג וועט זיך דיין הארץ עפענען, און אריינגיין אין דיין נשמה, און וועסט זוכה זיין צו זיין אן אמת'ע ערליכער איד. &nbsp; ווען מען זוכט צו האבן טרונק וואסער וועט די קוואל גראבונג פירמע אראפ גראבן א טיפע לאך ביז זיי באגעגענען די הוילקייטן אונטער די ערד, און אט - א שפרודעלדיגע קוואל איז געשאפן געווארן, פון וואס דער אויבערשטער געבט פון זיינע גוטע השפעות פאר די גאנצע בריאה, די מענטש, להבדיל די בהמות און געוויקסן. &nbsp; די קוועלער זענען באגרעניצט וויפיל וואסער זיי פארמאגן, עס איז נישט אנלימיטעד, עס ווענדט זיך ווי גרויס דער וואסער רעזערוואר אונטער דער ערד איז, ווי סאך וואסער מען שעפט ארויס דערפון טעגליך, ווי סאך עס רעגנט און שנייעט אין די געגענט, און וויפיל קוועלער שעפן ארויס פונעם זעלבן רעזערוואר. עס מאכט זיך אפט אז מען טרעפט א קוואל וואס איז באמת נישט מער ווי נאך א לאך צום זעלבן קוואל. אזוי אויך מאכט שטארק אויס ווי באוואוינט א פלאץ איז. אין א פארבויעטע פלאץ איז די ערד אסאך מער אויסגעפלאסטערט און פארדעקט, און זייער ווייניג וואסער ווערט אריינגעזאפט אין דער ערד. דאס איז די סיבה פארוואס אין א שטאט איז דא אפלויף סיסטעמס. די וואסער וואס וואלט נאטורליך אריינגעגאנגען אין דער ערד, האט יעצט נישט וואו צו גיין, דערפאר ווערן זיי אריינגעלאזט אין לעכער און אין פייפס וואס פירן זיי אוועק, כדי די רעגן זאל נישט פארפלייצן די שטאט. &nbsp;

    < זעה מער יג אדר תשפ"ה 📝
  • ברעיקינג נייעס: אוקריינע מסכים צו א דרייסיג טאגיגער פייער-אפשטעל

    דריי יאר נאך דעם אויסברוך פונעם מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע, און אין א צייט ווען די באציאונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע איז געווען זייער אנגעצויגן, ווערט היינט באריכטעט איבער סוקסעספולע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע וואס איז פארגעקומען אין סאַודי-אַראַביע. &nbsp; די באריכטן לויטן אז אוקריינע האט זיך געבויגן, און מסכים געווען צו א 30-טאגיגן פייער-אפשטעל, וועלכער וועט ארייננעמען דאס אויפהערן זיך באנוצן מיט מיסילס, דראָונס, וכדומה, סיי אויפן ים, און סיי לענגאויס דער גאנצער פראָנט ליניע. &nbsp; אמעריקאנער פארהאנדלער זאגן אז יעצט וועלן זיי ברענגען דעם פארשלאג פאר רוסלאנד און לייגן דרוק אויפן קרעמלין אז זיי זאלן אויך איינגיין אין דעם פייער-אפשטעל. &nbsp; אוקריינע'ס פרעזידענט, זעלענסקי, האט ארויסגעגעבן א מעסעדזש זאגענדיג אז אוקריינע איז געווען גרייט צו שלום פון דעם ערשטן רגע פון דער מלחמה, און זיי זוכן בלויז צו פארזיכערן אז די ענדע פונעם קריג מיינט א לאנג טערמיניגער שלום, וואס וועט נישט צוריק אויפפלאקערן א קורצע צייט שפעטער. דער זעלבער באריכט געבט אויך אן אז אמעריקע האט באשלאסן ווידער צו באנייען שפיאנאזש הילף פאר אוקריינע, איבער וואס מען האט גערעדט אין די לעצטע צייט אז טראמפ האט אפגעשטעלט, צוליב דעם אומאנגענעמען ווערטער אויסטויש צווישן אים און זעלענסקי, וואס ווייזט אז אמעריקע זעט אין דעם אז אוקראינע ברעכט זיך צו אירע פארלאנגען. &nbsp; פאר אונז אנשי שלומינו חסידי ברסלב וועלכע האבן די זכיה צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה איז דאס גאר גוטע נייעס, מיר זענען כסדר מתפלל אז מען זאל שוין קענען קומען קיין אומאן אומגעשטערט, און ווער ווייסט אפשר גאר וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פאר אנשי שלומינו, איידער די מלחמה האט עס אויסגעזען זייער שווער צו פארן דריי פיר שעה פונעם עירפארט אין קיעוו אדער אדעסע, זוכן טעקסיס און פארן אויף די שמאלע צוהאקטע הייוועיס, און מען האט דאן מתפלל געווען אז מען זאל עפענען די עירפארט אין אומאן וואס פלעגט זיין א מיליטערישע עירפארט אין די צייטן פון די סאוויעטן, אבער איז געווען גענצליך פארלאזט אין די לעצטערע יארן און מען האט עס שוין נישט געקענט נוצן, יעצט צוליב די מלחמה האט מען זיך געכאפט ווי גרינג עס איז דאן געווען צו פארן, און מען האט געדארפט איבערקומען אסאך גרעסערע מניעות אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה, מען האט נישט געקענט פארן דירעקט קיין אוקראינע, און די גליקליכע האבן זוכה געווען צו פארן מיט א טשארטער קיין פוילן, און פון דארט איבער צען שעה מיט'ן באן. &nbsp; אבער בשעת די אלע אומאנגענעמליכקייטן האט די אוקריינער רעגירונג צוריק אויפגעבויעט דעם עירפארט אין אומאן, און זיי פלעגן רעגלמעסיג נוצן דעם עירפארט אין די לעצטע דריי יאר בשעת די מלחמה האט געפלאקערט צו פליען פון דארט מיליטערישע פליגער. דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז די נארישע מלחמה און אומזיסטע בלוט פארגיסונג וועט זיך אויפהערן, און ווען די קריג וועט קומען צו אן ענדע, קען דאס שטארק פארגרינגערן די נסיעה, אז מיר זאלן קענען פליען גלייך קיין אומאן אן קיין שוועריקייטן. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן, אז עס זאל זיין שלום ביי אונז, מיר זאלן שלום מאכן מיט זיך אליינס, אויפהערן באשולדיגן יעדעם איינעם אין די צרות, מאכן שלום מיט די ווייב און קינדער, ווערן בשלום מיט די קינדער און עלטערן, און מיר זאלן קענען זיי אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער יב אדר תשפ"ה 📝
  • אלטע פארלאזטע באמבע, שטעלט אפ באן סערוויס צווישן פאריז און לאנדאן

    אין די צענטראלע גרויסע באן סטאנציע אין פאריז פראנקרייך איז דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש אנטשטאנען א גרויסע פאניק. וואס האט פאסירט? באאמטע אינעם געגענט האבן געפונען אן אלטן באמבע, אן איבערבלייבעניש נאך פון אכציג יאר צוריק פון די צווייטע וועלט מלחמה, וואס מען האט געטראפן א קארגע מייל אוועק פונעם באן סטאנציע פון ווי די יורא סטאַר באן פארט ארויס קיין לאנדאן ענגלאנד, און האט געפירט אז די באן סערוויס צווישן די צוויי לענדער זאל טאטאל אפגעשטעלט ווערן פאר עטליכע שעה. &nbsp; די דייטשן האבן געווארפן מיליאנען באמבעס איינצונעמען די שכינות'דיגע לענדער, טייל האבן אויפגעריסן, אבער פילע האבן "איבערגעלעבט" דעם פאל און זענען געליבן גאנץ און איינגעגעסן אין די ערד ווארטנדיג אז איינער זאל עס חס ושלום אנרירן, און האט די פאטענציאל חרוב צו מאכן גאנצע גאסן פאר איבער אכציג יאר שפעטער, דאס איז א זאך וואס האט שוין ליידער פאסירט פילע מאל אין לענדער וואס אסאך אסאך יארן נאך א מלחמה, קען מען זיך אנשטויסן אין אן אומאויפגעריסענע באמבע וואס רייסט פלוצלינג אויף. &nbsp; זה לעומת זה עשה אלקים, דער אויבערשטער וויל זיך טרעפן מיט זיינע קינדער, עס זענען ליידער דא קינדער וואס זענען גענצליך פארלוירן, זיי ווייסן ניטמאל אז זיי שטאמען פון אידן, עס זענען אויך דא אידן וואס ווייסן אז זיי זענען אידן, אבער מיינען נעבעך אז אידישקייט באשטייט פון פראווען א "באר מיצווע" מיט ליינען די "האפטוירע" ביים "דרייצנטן בוירטדעי" און אויך חלילה נישט פארגעסן פון עסן קניידלעך אום פסח. ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, מיר גייען אין די וועגן פון אונזערע גרויסע רבי'ס די תלמידי החתם סופר זי"ע וואס האבן אראפגעשטעלט די ארטאדאקסיע, און אראפ געשטעלט א יסוד אז אידישקייט איז "שולחן ערוך" און פון דעם קען מען זיך נישט אוועק רירן, און אזוי אויך תלמידים פון די שפעטערדיגע צדיקים גאונים וקדושים נ"ע דער בעל שם טוב זי"ע און זיינע הייליגע תלמידים זי"ע, אבער מיר קענען אויך פארגעסן "פארוואס" מיר האלטן דעם שלחן ערוך, דער הו הא פונעם לעבן, ביזנעס, פעישן, כבוד, נייעס און פאליטיק קען אונז מאכן פארלוירן, מיר ווייסן טאקע אז דער אויבערשטער איז גאט און מיר דארפן אים פאלגן, אבער מיר פארגעסן טייל מאל פון אים. און דערפאר האט דער אויבערשטער אראפ געשיקט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי מיט זיינע תלמידים, בפרט דער צדיק וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור מוהרא"ש זי"ע וואס האט גענומען אויף זיך א ציל א מטרה צו ווארפן פאזיטיווע באמבעס, הייליגע באמבעס, און אייננעמען די וועלט צום אויבערשטן, דערמאנען אלע קינדער אז דער טאטע וויל ענק זען, ער ווארט אויף דיין באזוך, ביסט פארנומען מיט ביזנעס און האסט פארגעסן פון דיין טאטן. טייל פון די הייליגע ספרים און קונטרסים טוען א פעולה תיכף ומיד, עס וועקט אויף דעם מענטש צו רעדן צו זיין טאטן וואס בענקט זיך שוין אזוי שטארק צו אים, און טייל ווערן פארגעסן אין בוזעם טאש, אין ספרים שאנק אדער אפילו אין שמות באקס, און נאך פילע יארן שפעטער פירט דער אויבערשטער צו אז איינער זאל עס אנרירן און נתעורר ווערן צום אויבערשטן. &nbsp; לאמיר אויסנוצן די הייליגע פרייליכע טעג פון אדר און ניסן זיך צו דערנענטערן צום אויבערשטן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער י אדר תשפ"ה 📝
  • בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אין אמעריקע און ארץ ישראל

    בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אין אמעריקע און ארץ ישראל &nbsp; אין די פרייליכע טעג פון פורים זוכן אלע אז פרייליכע בחורים וואס נוצן אויס די טעג א גאנץ יאר מיט לערנען און יראת שמים זאל קומען משמח זיין אין שטוב, אזוי אויך וויל מען שטיצן תורה און יראת שמים, דערפאר וועלן די בחורים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה היכל הקודש ברסלב אזוי ווי אלע יארן, אויך דאס יאר ארומגיין משמח זיין אין די טעג פון פורים, אין די שטיבער וואס שפירן א זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס העלפן אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט. &nbsp; בפרט אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, וועט מען דאס יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, צו מאכן מערערע גרופעס צו קענען אנגעקומען צו אלע היימישע געגנטער, ווי די בחורים וועלן ארויפקומען און גאר פרייליך מאכן אין די שטיבער פון די נדיבים וואס העלפן ארויס די הייליגע ישיבה זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און אנפילן די טיפע חובות לעכער וואס צועפענען זיך לעצטנס מער און מער. דאס יאר האט מען אויך אריינגענומען דערין די תלמידי הישיבה אין ירושלים עיה"ק אונטער די פירערשאפט פונעם חשובן מגיד שיעור מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס וועלן אויך ארומגיין צו די נדיבים בעם אין ארץ ישראל. &nbsp; אויב ווילט איר געבן גרעסערע סכומים פאר די הייליגע ישיבה, אדער ווייסט איר פון א שכן, קרוב, אדער גוטער פריינט וואס וואלט געהאט חשק די בחורים זאלן ארויפקומען צו אים אום יום טוב פורים, זעט צו רופן ווי פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. &nbsp; אין אמעריקע קען מען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070 , אדער דער חשובער מגיד שיעור מו"ה ישראל שמעון שטיינבערג שליט"א אויף 347-786-4760, אין ארץ ישראל קען מען רופן 0548572849. &nbsp; אז מען רעדט שוין וועגן פורים איז דא דאס פלאץ איבערצוגעבן דעם סדר היום פון די פורים טעג אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג. מנחה דאנערשטאג נאכט תענית אסתר (מיט מחצית השקל) וועט זיין אום 7:00, קריאת המגילה וועט זיין אום 8:10, שחרית ערב שבת קודש פורים אינדערפרי 9:00, קריאת המגילה 10:00. מוצאי שבת קודש שושן פורים וועט געפראוועט ווערן א שיינע מלוה מלכה וסעודת שושן פורים נטילת ידים אום 9:30, און דערנאך וועט מען טאנצן לכבוד היום. שושן פורים נאכמיטאג אום 6:00 ווען מען פראווען א שיינע שושן פורים סעודה, און עס וועט פארגעשטעלט ווערן א שיינע שפיל דורך טאלאנטפולע אינגעלייט בחורים און קינדער פון וואס אלע וועלן הנאה האבן. די ווייבער שול וועט זיין אפן אין אלע זמנים. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ארויסצוגיין פון קליפת המן עמלק און זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר. &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

    < זעה מער י אדר תשפ"ה 📝
  • געשמאקע "קרעמל" פאדקעסט אויף קול ברסלב

    א נייע פאדקעסט האט זיך געגרינדעט אין די טעג אויפן קול ברסלב האטליין. דער פאדקעסט איז א געלונגענע צוזאם שטעל פון צוויי טאלאנטפולע געשמאקע אינגעלייט מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו דער באליבטער גבאי פון מכון עצתו אמונה, מיט'ן זאפטיגן מלמד שרייבער און רעדנער מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, וואס וועלן ברענגען צום ציבור א אינהאלטספולער שמועס יעדע וואך מיט אן אנדערן גאסט, וואס וועט דורכשמועסן מיט זיי פארשידענע נושאים בענינים העומדים על הפרק. &nbsp; דער שמועס האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבן, ווען לכבוד דעם ערשטן וואך האבן זיי ארויפגעברענגט דעם גבאי'ן פון ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו, וואס פארציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע ענינים וואס ער האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע אין די פריערדיגע יארן, ער פארציילט אביסל פון זיינע בחורישע יארן, וויאזוי און דורך וועם ער איז נתקרב געווארן צום רבי'ן, וויאזוי זיין משפחה האט עס אויפגענומען, זיינע געגועים אנצוקומען אלס פרישער מקורב צום רבי'ן קיין אומאן, און וויאזוי דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ער האט געשאפט טיקעטס, ער רעדט פון זיין שטעלע אלס באס דרייווער, און וואס דאס מיינט פאר אים און פאר די קינדער, ער פארציילט אביסל פון זיינע יארן אין אלגעמיינע ישיבות, און דערנאך אין די ערשטע יארן פון ישיבה תפארת התורה ברסלב, ר' מנשה גיט איבער אביסל די היסטאריע פון די בארא פארקער ברסלב קהלה ווי דער דיין פון קרית ברסלב שליט"א האט געוואוינט פאר עטליכע יאר און געפירט די קהלה, און צום סוף שמועסט ער אויס וויאזוי ער האט זיך דערזען אלס גבאי פונעם בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק, נאכדעם וואס הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א האט זיך געצויגן קיין יבנאל און פארקויפט זיין הויז, און דער ראש ישיבה שליט"א האט אים געבעטן צו נעמען די גבאות און שאפן א פלאץ, ער פארציילט וואס דאס מיינט די אחריות פון א גבאי, און וואס פארא זאכן זענען הילף פאר א גבאי, און צומאל קען זיין איינער מיט גוטע כוונות, אבער אנשטאט העלפן טוט ער פארקערט. &nbsp; דער ציל פונעם שמועס איז זייער פשוט און קלאר, היינט איז געווארן א שטארקע זאך אין די וועלט "פאדקעסטס", און די בעלי הפאדקעסטס ווערן דעה זאגער מיינונג זאגער, זיי פארשטייען צו חינוך, זיי פארשטייען וואס דאס מיינט אידישקייט, וואס עס איז וויכטיג און וואס איז נאריש, און מענטש עולם גולם זיצט פארגלאצט און הערט אויס זייער תורת לאקשן ווי הלכה למשה מסיני, בשעת רוב פון זיי זענען עמי הארצים מדאורייתא ומדרבנן, ליינען זיך אן און הערן זיך אן פון גוי'אישע פעדאגאגן און פרעדיגער, און די גיפט פון די נידעריגע גאס גייט אריין אומדירעקט אין די צוהערער. גאר אסאך האבן זיך געמאכט א גדר נישט אויסצוהערן קיין האַט ליינס בפרט וויבאלד פילע זאכן וואס ווערן דארט געלופטערט זענען אנגעפיקעוועט מיט לשון הרע, רכילות, ליצנות, און שלעכטע השקפות, אנשטאט דעם רופן זיי אן דעם "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און הערן אויס די פילע שיעורים, אינטערוויוס, און שמועסן וואס ווערן געגעבן דורך אינגעלייט יראי השם, אידן וואס זענען אנגעזאפט מיט "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", און שעפן זיך אן פון די ריינע קוואל. &nbsp; אסאך אינגעלייט האבן געבעטן פאר נאך קאנטענט. זיי זאגן אז די אלגעמיינע האטליינס זענען אנגעפילט מיט ענטערנעינמעט, און זיי ווילן זייער שטארק האבן ערליכע תוכן דורך אינגעלייט תלמידים פון רבי'ן, דערפאר איז א געוואלדיגע דערגרייכונג דאס וואס די צוויי חשוב'ע אינגעלייט האבן זיך צוזאם געשטעלט און זיך אינטערגענומען דעם נייעם פראיעקט. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן מצליח זיין מיט זייער שיינער נייער אפטיילונג, און עס זאל ארויסקומען דורך זיי אסאך חיזוק, אמונה, תורה און יראת שמים.

    < זעה מער ו אדר תשפ"ה 📝
  • פרעזידענט טראמפ דערקלערט אין רעדע צום קאנגרעס: אמעריקע איז צוריק

    ווי איינגעפירט אין אמעריקע, טרעט דער פרעזידענט אויף מיט א "סטעיט אף די יוניאן" (וואס מיינט "מצב פונעם לאנד") רעדע יעדעס יאר פאר ביידע חלקים פון קאנגרעס, נעכטן מאנטאג האט טראמפ געהאט די געלעגענהייט צו געבן דעם רעדע, ווי ער האט דערקלערט מיט פאטאס, אז מיט זיין אדמיניסטראציע הייבט זיך אן א פרישע קאפיטל אין אמעריקע, ווי לענדער וועלן מער נישט קענען טרעטן אויף אמעריקע, און די לינקע אגענדעס וועלן מער נישט אונטערברענגען אמעריקע פון אינעווייניג. &nbsp; טראמפ האט געגעבן די לענגסטע דרשה אין פרעזידענטליכע קאנגרעס רעדע היסטאריע - כמעט צוויי און א האלב שעה, איבערשטייגענדיג דעם לעצטן רעקארד געשאפן דורך ביל קלינטאן אין תש"ס, וואס האט גענומען א גאנצע שעה ווייניגער. &nbsp; אויספרעגן אויף די צוהערער ווייזן אז רוב רובם פון די צוהערער פונעם רעדע זענען געווען צופרידן, און די רעדע האט זיי געמאכט שפירן אז דער פרעזידענט זארגט זיך אויף זאכן וואס קימערט זיי, און האט זיי געגעבן האפענונג אז זאכן גייען צום בעסערונג. &nbsp; צווישן אנדערע האט ער געטריבן שפאס פון פילע פראגראמען וואס זיין אדמיניסטראציע האט געפונען אין די פילע רעגירונגס אגענטורן וואס פלעגט שיקן ביליאנען און מיליאנען פאר אבסורדע פראגראמען וואס טייל פון זיי זענען פארשלייערט אונטער נעמען וואס קיינער פארשטייט ניטאמאל זייער באדייט... ער האט פארשפראכן אז ער וועט זיין דער ערשטער פרעזידענט אין לאנגע יארן וואס וועט דורכפירן א באלאנצירטע בודזשעט, וואס מיינט אז מען גייט נישט אויסגעבן מער געלט ווי עס קומט אריין. &nbsp; די חובות פון די רעגירונג דערטרענקט אונז אין א זומפ וואס מיר קענען זיך קוים ארויסזען, האט ער געשריגן, וואס איז א נושא וואס איז באמת זייער אקטועל ביי יעדעם איינעם. דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר פון די חורבן וואס קומט ארויס פון חובות, פארוואס דארפן מיר עס הערן פון דעם פרעזידענט? אבער קבל את האמת, מענטשן לעבן אין שוואוילטאג, און קויפן וואס נאר די הארץ באגערט, און מען ווישט דעם קארטל איין מאל און נאכאמאל. די זעלבע זאך איז ביי שמחות. &nbsp; "זאגסט זייער שיין" זאגסטו אפשר, "אבער איך בין שוין אין חובות, וואס טו איך יעצט"? די ערשטע זאך ווארף אוועק דיינע קרעדיט קארדס, מאך דיר א חשבון הנפש אויף וואס די שפענדסט דיין געלט, און סטאפ דאס בלוטיגן. יעצט ווען עס דערנענטערט זיך דער הייליגער יום טוב פורים איז עס א געוואלדיגער געלעגענהייט ארויסצוקריכן אויך פון די אלטע חובות, פורים איז א צייט פון כל הפושט יד נותנים לו, מיר נעמען אן ביידע פשטים, בעט דעם אויבערשטן אז זאלסט קענען ארויסגיין פון דיינע חובות, און פשוט שטרעק אויס דיין האנט, אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים געבן זייער גערן, בפרט אין די הייליגע פרייליכע טאג פון פורים גייט ארויס אזויפיל צדקה וחסד. און דו דארפסט נישט זאגן אז דו גייסט פאר דיינע חובות, אויב טרעפסטו א חבר אין דיינע שיך, מאך א שותפות מיט אים, ער וועט גיין פאר דיר, און דו פאר אים, וועסט קענען זאגן אז דו גייסט פאר דיין חבר וואס איז א גרויסע בעל חוב, און אויב נישט קענסטו סתם גיין נאך געלט פאר "א איד" אין שווערע חובות. דו ביסט נישט קיין איד? עס איז בושות צו גיין נאך געלט? עס איז אסאך גרעסערע בושות צו מאכן חובות, און נאך גרעסערע בושות איז צו האבן חובות און נישט באצאלן. &nbsp; און די זעלבע זאך איז יעצט די צייט זיך אלעס אויסצובעטן ביים אויבערשטן, מיר זענען זייער גרויסע בעלי חובות צום אויבערשטן, און מיר דארפן מאכן א חשבון הנפש, און סטאפן דאס בלוטיגן, אבער מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן נוצן דעם כל הפושט יד, בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל אונז ארויסנעמען פון אונזער פלאנטער און מיר זאלן אים קענען דינען באהבה בשמחה וביראה, פורים און א גאנץ יאר. &nbsp; כל הפושט יד נותנים לו!

    < זעה מער ו אדר תשפ"ה 📝
  • הערליכע מסיבת הכרת הטוב און סעודת ראש חודש אדר דורכ'ן רענט קאמפיין

    פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ליל שישי תרומה, האט קרית יואל געהאט די זכיה צו זיין די אכסניה של תורה, דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען זאגן דעם ליל שישי שיעור אין שטאט אין צוזאמענהאנג מיט די יערליכע "הכרת הטוב מסיבה" וואס דער רענט קאמפיין שטעלט צו. &nbsp; אין די ערשטע יארן פלעגט די מסיבה פארקומען אנפאנג חודש אדר אין וויליאמסבורג אויף א מוצאי שבת, אבער נאכדעם וואס פילע אנשי שלומינו האבן זיך געצויגן צום שטעטל אין קרית ברסלב אין אפסטעיט, האבן זיי פאריאר באשלאסן עס צו אפרעכטן אין די קרית יואל געגנט וואס איז נישט צו ווייט פון רוב אנשי שלומינו, אזוי אויך האבן זיי עס גערוקט אויף דאנערשטאג נאכט, צוליב וואס אסאך האבן זיך אויסגעדרוקט אז די מוצאי שבתים ווערן שוין אין די טעג קלענער, און עס ווערט צו שפעט. &nbsp; די זאלן האבן זיך שנעל אנגעפילט אין פריע אווענט שעות פונעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, פון די פילע אנשי שלומינו פון גרעיטער ניו יארק, מען האט זיך געוואשן צו א סעודת ראש חודש, דער ראש ישיבה שליט"א מיט'ן מנהל זענען געקומען באשיינען מיט'ן שטריימל, לרגל דעם וואך נאכט ביי הר"ר שמעון רוטה שליט"א דער זון פונעם ראש ישיבה שליט"א און איידעם ביים מנהל הר"ר אברהם משה שטראססער שליט"א. אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט לברך ולהתברך ביי די בעלי שמחה שליט"א. &nbsp; ביים אריינגאנג צום זאל האט אפגעווארט שיינע מתנות פאר אלע משתתפים, די פרישע גליונות און קאר קמיעות, אזוי אויך איז געווען א שיינע אויסשטעל פון פארשידענע שענערע מתנות, לעדערנע הגדה של פסח פון מוהרא"ש, מצה באקסעס, זילבערנע כוס של אליהו'ס מיט א נאמען אויף יעדעס איינע פאר די פילע נדבנים, געוואנדן אין די סכום מיט וויפיל זיי האבן זיך משתתף געווען במשך דעם יאר צו העלפן צאלן די רענט פאר די בנינים פון היכל הקודש, און מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס קען לכבוד דעם בעסער אויסנוצן זיין צייט זיך אפצוגעבן מיט די קהלה, רעדן מיט אינגעלייט וואס דארפן הדרכה אין חינוך, שלום בית, וכדומה, זיך אפגעבן מיט די מוסדות החסד והחינוך, בויען דעם שטעטל, בתי מדרשים, כולל און אזוי ווייטער. די אלע וואס נעמען א חלק אין צאלן רענט, האבן די זכיה צו האבן א שותפות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין די אלע פעולות לטובה, וואס האט אלעס איין ציל צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, אויסצוזאגן דעם סוד פאר אידישע קינדער אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און זיי האבן יא די מעגליכקייט צוריק צו קומען צו זייער טאטן וואס שטייט און ווארט אויף זיי מיט אן אויסגעשטרעקטע ארעם. &nbsp; דער יושב ראש איז געווען דער פה מפיק מרגליות, דער מלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו וועלכער האט אנגעפירט מיט'ן פראגראם כזקן ורגיל בטוב טעם ודעת. צווישן אנדערע האט ער זיך געווערטלט אז יעצט איז ראש חודש אדר, און אדר איז ראשי תיבות ר'אש ישיבה, ד'יין א'ון מעכי. דער ציבור האט שטארק הנאה געהאט פון זיינע טרעפליכע ווערטער. &nbsp; דער דיין שליט"א האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א גאר אינהאלטספולע דרשה און געענטפערט שאלות וואס מען האט אריינגעשיקט במשך די לעצטע וואכן אין די נושא פון "מעשר כספים", צי מעשר איז א חיוב אדער א מנהג, וויפיל מען דארף געבן, פון וואס מען דארף געבן, און פארשידענע סיטואציעס ווען מען באקומט געלט פון פארשידענע מקורות ווען מ'דארף געבן מעשר דערפון. דער דיין האט שטארק ארויסגעברענגט אז מעשר איז אן אויסנאם פון אנדערע מעשים טובים, מיט דעם אז מען קען דערמיט "אויספרובירן" דעם אויבערשטן, און זען ישועות ה' בזכות צדקה און מעשר ווי דער פסוק זאגט (מלאכי ג' י') "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר יהוה צבאות אם לא אפתח לכם את ארבות השמים והריקתי לכם ברכה עד בלי די". &nbsp; דערנאך האט דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו אויפגעטרעטן מיט אן אדר'דיגע רעדע, געפלאכטן מיט "ערנסטע הומאר", ער האט אראפ געלייגט וויאזוי עס האט אויסגעזען ווען ער אויס ארויפגעגאנגען צום עולם האמת אין א חלום, וויאזוי ער האט אנגעקוקט דער וועלט, און ארויסגעברענגט אז מיר דארפן זיין וואכזאם וואס עס ליגט באמת אויף אונזער הארץ, און וואס איז טאקע וויכטיג. ער האט אויסגעפירט מיט א וויכטיגע מעסעדזש אז מו"ה אשר בער הי"ו און מו"ה שבתי הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק פארן רענט קאמפיין זענען סוקסעספולע ביזנעסלייט וואס קענען מאכן ערנסטע ביזנעס אין די צייט, אבער געבן זיך אוועק נאר צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיט זיין ציל צו פארשפרייטן דעם אויבערשטענ'ס נאמען אויף דער וועלט. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן מיט'ן וועכענטליכן ליל שישי שיעור, דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין אינעם נושא פון די טעלעפאנען מיט וואס די גאס רייצט אונז אויף, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מילא ביזנעס, האסט אין אפיס א קאמפיוטער, אימעיל, קאנטאקטן, דו שפירסט אז דו דארפסט עס פאר ביזנעס. אבער ווען עס קומט פינף אזייגער, פארוואס ברענגסטו אהיים דיין אזוי גערופענע ביזנעס? "אדרבה" האט דער ראש ישיבה געפרעגט פארווייטאגט "נעם ארויס דיין טעלעפאן, און קוק נאך וויפיל שעה דו האסט פאר'תכלעוועט דערויף", דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק אויפגעפאדערט אנשי שלומינו מען זאל אינוועסטן אין די ריכטיגע ביזנעס, די אייגענע משפחה, די ווייב און קינדער, וואס נאר דאס ברענגט לאנג טערמיניגע רווחים.

    < זעה מער ה אדר תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט גרייטן זיך מיט גרויס געהויבענקייט צום בעפארשטייענדען פרייליכן יום טוב פורים הבעל"ט, ביי אנשי שלומינו האט פורים א ספעציעלן באדייט, פורים איז א יום טוב ווי אלע לעבן מיטן אויבערשטן, אלע זינגען "עס איז דאך אלץ הבל הבלים אין עוד מלבדו", און אלע שרייען "דער אויבערשטער האט דיר ליב", מען קען זיך נישט פארשטעלן דער תענוג און נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט ווען זיינע קינדער טראכטן פון אים, גלייבן און אים, אבער דער אויבערשטער וויל עס הערן אויך מיט א טרוקענע מויל (עיין בסיפורי מעשיות), א גאנץ יאר זאלן מיר זינגען "א גאנץ יאר פרייליך", און א גאנץ יאר זאלן מיר לעבן מיט דעם "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד", איז כל שכן וכל שכן פורים, איז דער שמחה עד אין לשער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו, דער סיפור וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ דערציילן פאר פורים מיט ר' מאיר טעפליקער. ווי "ער פלעגט מאכן ביי זיך אין שטוב פורים נאכמיטאג א סעודה און אנשי שלומינו זענען זיך צאמגעקומען, מען האט געגעסן א סעודה, מען האט געטרינקען און געטאנצן אז מיר האבן מרדכי הצדיק, דער הייליגער רבי וואס ראטעוועט אונז פון המן הרשע; דער יצר הרע וואס וויל הרג'ענען יעדן איינציגסטן איד. &nbsp; ויהי היום, איין פורים זעט ר' מאיר ווי איינער זיצט אין דער זייט און וויינט, בשעת אלע טאנצן זיצט ער דארט אין א מרה שחורה, ר' מאיר האט דאס נישט געקענט סובל זיין. ער גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאגט מיר וואס גייט פאָר? היינט איז פורים, אלע טאנצן, אלע זענען פרייליך, פארוואס טאנצט איר נישט מיטן גאנצן עולם?!" דער איד קוקט אן ר' מאיר און זאגט אים: "ווי אזוי קען איך טאנצן ווען איך האב א צביה אויפן קאפ?!" ר' מאיר פרעגט אים: "וואס רעדט איר? זאגט מיר וואס גייט פאר מיט אייך?" דער איד הויבט אן וויינען, ער זאגט פאר ר' מאיר טעפליקער: "איך האב א טאכטער, זי איז שוין עלטער, זי דארף א שידוך, איך האב נישט קיין געלט איר חתונה צו מאכן, קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיר, די טאכטער צביה דרוקט מיר אויף מיין מח, איך הער נישט אויף טראכטן פון מיין צרה", ר' מאיר זאגט אים: "איך פארשטיי אייך נישט, אמת, איר האט א צרה, איז דאס אבער די עצה? זיצן פארביטערט איז אן עצה?! דער רבי האט אונז געלערנט, אז מען האט א צרה שרייט מען צום אייבערשטן, דער רבי האט אונז געלערנט, אז עס דרוקט אויפן הארץ - גיסט מען זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, קומט טאנצן מיט מיר, איך וועל אייך ווייזן וואס איר זאלט טון מיט צביה, איך וועל זאגן ווערטער צום אייבערשטן און איר וועט מיך נאך זאגן". &nbsp; ר' מאיר הויבט אן זאגן דעם פסוק: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער"; ר' מאיר זאגט אים: "זאג מיך נאך"; דער איד האט נאכגעזאגט און זיי האבן אנגעהויבן טאנצן, ביז דער איד איז זייער פרייליך געווארן, ער האט שוין נישט געשפירט צביה אין זיין קאפ, ער האט אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן. &nbsp; נאך פורים איז געשען א גרויסע נס, צביה איז א כלה געווארן מיט א ברסלב'ער חתן, ביידע, סיי דער חתן האט נישט געזוכט א כלה וואס האט געלט, דער חתן האט געזוכט א כלה וואס לעבט מיטן אייבערשטן, וואס לעבט מיט א צדיק, און אויך די כלה האט זיך זייער געפרייט אז זי האט געטראפן א גוטער חתן, א חתן וואס קוקט נישט אויב מען האט געלט. זיי האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א פירט אויס די מעשה מיט די ווערטער: "ברודער, גיי שוין זוך דיר אויף א ווינקל און שריי צום אייבערשטן: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער אינעם בריוו זיינע פלענער פאר'ן יום טוב פורים, אז ער וועט זיין בעז"ה פורים ערב שבת קודש אין וויליאמסבורג, און ער בעט אנשי שלומינו זאלן נישט אריינקומען אין שטאט, נאר יעדער זאל זיך מאכן פרייליך וואו ער איז, ווייל "פרייליך איז נישט אין א געוויסע פלאץ, פרייליך איז אין הארץ." &nbsp; מי'טן אויבערשטענס הילף וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען מוצאי שבת קודש אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט אין וויליאמסבורג, ווי מען וועט טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד היום, און זונטאג נאכמיטאג פורים המשולש וועט פארקומען אין בית המדרש א שיינע שושן פורים סעודה מיט א פארשטעלונג פאר די קינדער, וואס וועט זיין בעז"ה גאר אינטערעסאנט. &nbsp; &nbsp; וימי הפורים האלה לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם

    < זעה מער ג אדר תשפ"ה 📝
  • אגריקולטור סעקרעטאר שטעלט פאר פלאן צו נידערן אייער-פרייזן

    די נייע אגריקולטור סעקרעטארשע פון די טראמפ אדמיניסטראציע ברוק ראלינס האט געמאלדן א ברייטע פינף-שטאפלדיגע פלאן צו באקעמפן דעם ערנסטן פייגל-פלו-קריזיס און צו נידערן די אייער-פרייזן, וועלכע זענען אין די לעצטע צייטן געשטיגן צו אומגלויבליך הויכע שטאפלען.&nbsp;&nbsp; &nbsp; אין די לעצטע פאר יאר איז די אמעריקאנער אייער-אינדוסטריע אויסגעשטאנען ערנסטע פראבלעמען צוליב די פילע אויסברוכן פון פייגל פלו. די קרענק האט געפירט צו די מאסן-פארניכטיגונג פון ביליאנען הינער, וואס האט צוגעפירט א מאסיווע רעדוקציע אין פראדוקציע און צום סוף אנגעברענגט געפערליכע פרייז שטייגונגען. יעצט ווען עס דערנענטערט זיך דער יום טוב פסח ווען מיר נוצן אסאך אייער, איז ערווארטעט אז אייער וועט צולייגן עטליכע הונדערט דאלער צו די הוצאות יום טוב, וואס דער אויבערשטער וועט בלי ספק אונז צושטעלן, מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני, דער אויבערשטער וואס געבט אונז לעבן - קיינער רעדט זיך נישט איין אז ער קען אליינס אריינגעבן א נשמה און חיות אין א קערפער, דער זעלבער באשעפער שיקט צו פרנסה. עס איז נישטא וואס זיך צו זארגן. &nbsp; מיר וועלן לאזן די דאגות פאר די אגריקולטור דעפּאַרטמענט. ראלינס זאגט אז זיי פלאנען צו אינוועסטירן דעם ריזיגן סכום פון א ביליאן דאלער צו באקעמפן דעם קריזיס. זייער פלאן באשטייט פון פינף פונקטן:&nbsp;&nbsp; &nbsp; איינס. די רעגירונגס וועט אינוועסטירן אסאך געלט פאר ריסוירטש און פראגראמען צו פארמינערן די פארשפרייטונג פון די פייגל-פלו ווירוס צווישן הינער. עס וועלן ווערן ארויפגעלייגט פארשידנע נויטיגע זיכערהייטס מיטלען אין פארמעס און פלייש-פראדוקציע צענטערן.&nbsp;&nbsp; &nbsp;&nbsp;&nbsp; צוויי. טויזנטער אייער-פארמער אין אמעריקע האבן געליטן גרויסע שאדן צוליב די פילע פלו אויסברוכן. די רעגירונג פלאנט צו צושטעלן געלט פאר די אלע פארמער, כדי זיי זאלן קענען זיך שנעל צוריק בויען צוריקקומען צו זייער געוועזענע פראדוקציע שטאפלען.&nbsp;&nbsp; &nbsp; דריי. אין די לעצטע יארן זענען געווען געוויסע באמיאונגען צו שאפן וואקסינען קעגן פייגל-פלו, די רעגירונג וועט אינוועסטירן צו אַנטוויקלען וואקסינען וואס קענען זיין אפעקטיוו אין באשיצן הינער פונעם פלו.&nbsp;&nbsp; &nbsp; פיר. לויט ראלינס האבן די פריערדיגע אדמיניסטראציע ארויפגעלייגט פארשידענע רעגולאציעס וועלכע שטערן די אייער-אינדוסטריע. די אדמיניסטראציע האט צוגעזאגט איבערצוקוקן און אויסמעקן געוויסע רעגולאציעס כדי צו פארגרינגערן די פראדוקציע קאסטן און סוף כל סוף ברענגען צו ביליגערע אייער פאר קאנסומערס.&nbsp;&nbsp; &nbsp; פינף. די אדמיניסטראציע וועט ערלויבן און מוטיגן דאס צייטווייליגע אימפארטירונג פון מיליאנען אייער פון אויסלאנד, בעיקר פון טורקיע, כדי צו פארגרינגערן דעם מאנגל אין די אמעריקאנער מארק און סטאביליזירן די פרייזן.&nbsp;&nbsp; &nbsp; די אגריקולטור סעקרעטאר האט געזאגט אז זי האלט אז די ביידען אדמיניסטראציע איז פאראנטווארטליך פארן קריזיס. לויט איר, האט די פריערדיגע אדמיניסטראציע איגנארירט די ערנסטע פראבלעמען אין דער אייער-אינדוסטריע, וואס האט געברענגט צו די עקסטרעמע פרייז שטייגונגען. זי האפט אז מיט די נייע פאליסיס וועט די סיטואציע זיך סטאביליזירן אין די קומענדיגע דריי צו זעקס מאנאטן.&nbsp; &nbsp; ווי געזאגט לאזן מיר די אין די "הויכע פענסטער" זיך "זארגן", און אנדרייען, מיר וועלן ווייטער זיין רואיג און צופרידן, וויסנדיג אז מיר זענען אין גוטע הענט, די ריכטיגע פירער פון די אגריקולטור אדמיניסטראציע און פון די גאנצע וועלט איז דער אויבערשטער, און ער האט א גוטע טרעק רעקארד מיט עקספיריענס וויאזוי צו פירן די וועלט וואס איז נישטא זיינס גלייכן.

    < זעה מער ל שבט תשפ"ה 📝
  • פארשריט באריכט פונעם האשקי בית המדרש אין שטעטל

    עס טוט זיך העפטיגע ארבעט אונטערן צענטראלן בית המדרש אין שטעטל אויף 181 האשקי ראוד. צענדליגע ארבעטער שטייען אויף זייערע שטעלעס און פירן אויס די פילצאליגע קאמפליצירטע צוגרייטונגען פארן גרויסן נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויט גאר געשיקט בסייעתא דשמיא. &nbsp; ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה אונטערגענומען פאר עטליכע וואכן צוריק דעם גרויסן אונטערנעמונג, פאר וועלכע ער האט זיך אנגעבארגט א מיליאן דאלער, צוליב די גרויסע נחיצות, פון בויען א גרויסן בית המדרש וואס איז שוין א מוז אין די טעג, צוליב די גרויסע צאל איינוואוינער און די פילצאליגע אקטיוויטעטן פונעם בית המדרש. &nbsp; עס בויעט זיך ב"ה זייער שנעל אויף דער נייער עקסטענשאן וואס וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע א גרויסע הערליכע בית המדרש מיט א הויכע דאך פון צוויי שטאק הויך, עס וועט בעז"ה האבן פון ביידע זייטן א גרויסע גאלעריע פאר די פרויען. אין די אונטערשטע שטאק וועט זיין א גרויסע רחבות'דיגע מקוה, מיט דריי בורות, און צענדליגע שויערס פון ביידע זייטן. דער שטאק וועט האבן א גרויסע און ברייטע דירעקטע אריינגאנג פון די גאס, א גרויסע שמש שטיבל וואס וועט צושטעלן די פולע שמש סערוויסעס וואס דער ציבור ווארט, עס וועט האבן אסאך בתי כבוד. די העכערע שטאק ווי עס וועט זיין דער גרויסער היכל הבית המדרש וועט האבן איר צענטראלע גרויסע אריינגאנג מיט א ברייטע לאבי אויף די רעכטע זייט, פונעם לאבי רעכטס וועט מען גיין צום גרויסן נייעם בית המדרש, און לינקס וועט פירן צום יעצטיגן עקזיסטירנדן בית המדרש וואס וועט גענוצט ווערן טעגליך פאר די מנינים שחרית מנחה מעריב, דער יעצטיגער בית המדרש וועט בעז"ה צוטיילט ווערן מיט ווענט, און וועט קענען אקאמאדירן יעדע האלבע שעה א מנין. אזוי אויך וועט מען בעז"ה שטארק פארברייטערן דעם קאווע שטיבל, מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט אויס. &nbsp; דער נייער בית המדרש וועט אין די וואכן טעג גענוצט ווערן פאר א היכל התורה, וואס וועט גענוצט ווערן במשך דעם טאג דורך די לומדי הכולל, און אזוי אויך פאר אלע אנשי שלומינו וואס ווילן א רואיג ווינקל צו לערנען, און נישט געשטערט ווערן פון די מנינים. אזוי אויך וועט מען דאווענען דערין יעדן שבת ויום טוב בעז"ה. &nbsp; אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן אויף די מזרח וואנט גרויסע שיינע לעכטיגע פענסטער, ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האט מען זיך גערוקט מיט גאר גרויסע טריט, מען האט שוין געענדיגט די עקסקעוועישן, אויסגעגראבן די טיפע גרוב אונטערן בית המדרש, מען האט האט געדארפט גראבן זייער טיף צוליב וואס דער נייער בית המדרש וועט זיין א שטאק אראפ, פלוס וואס די בורות פון די מקוה איז נאך א שטאק אראפציר. מען האט געדארפט גיסן זייער אסאך קאנקריט אונטערן אלטן בנין צו אונטערפינען, דאס הייסט אז דער אלטער בנין האט זיך געהאלטן אויף דעם בארג וואס איז יעצט געווארן אוועקגעגראבן, און ווען מ'איז מחבר אזא געביידע צו אן אלטן עקזעסטירנדן דארף מען זיכער מאכן אז די אלטע בנין זאל נישט איינפאלן. און דאס האט גענומען היבש צייט, און עס איז זייער אן אחריות'דיגע ארבעט. ברוך השם אז מ'האט שוין געענדיגט דער חלק, און מ'האט שוין אנגעהויבן גיסן ווענט, זייער הויכע ווענט. אזוי אויך האלט מען שוין טיף אינמיטן די פלאמבינג ארבעט פון אונטער די ערד, וואס מ'דארף פארטיגן איידער מען קען צוגיין צו גיסן די פלאר. מען אינסטאלירט אלע אפלויף און וואסער פיייפס, און ווי נאר מען ענדיגט מיט די פלאמבינג אויף א חלק פונעם שטח, גייט מען תיכף צו צו גיסן די צעמענטענעם פלאר פונעם אונטערשטן שטאק. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף האפט מען צו ענדיגן די גאנצע פלאמבינג און פלאר ביז קומענדיגע וואך, און ב"ה די האלץ פאר די פרעימינג איז שוין אויך אנגעקומען, און מיט'ן אויבערשטנס'ס הילף וועט מען זיך נעמען צו די האלץ פרעימינג ארבעט אין די קומענדיגע וואך. &nbsp; מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט די לעצטע אפדעיטס אין די קומענדיגע וואכן מיט די פארשריט פון די ארבעט בסייעתא דשמיא. דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון דעם בית המדרש זאל ארויסקומען אסאך תורה תפלה, און כבוד שמים. &nbsp; בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

    < זעה מער כט שבט תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 136 to 150 of 1670 results

1 2 ... 7 8 9 10 11 12 13 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com