Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בית המדרש היכל הקודש בארא פארק ציט זיך אריבער צו א נייע גרעסערע פלאץ

      מיט גרויס פרייד נעמען אויף תושבי בארא פארק די נייעס איבער די נייע לאקאציע פונעם בית המדרש אין שטאט. דער בית המדרש דינט אלץ א לייכט טורעם פאר גאנץ בארא פארק והגלילות ווען אידן אין שטאט ווייסן אז עס איז דא א בית המדרש ווי מען וועט הערן חיזוק און באקומען פרישע כחות צו גיין ווייטער.   נאכדעם וואס דער ליעס אויפן פריערדיגן לאקאל איז אויסגעלאפן, און מען האט זיך דערזען אז דאס פלאץ איז שוין לאנג אויסגעוואקסן האבן די גבאים באשלאסן אז מען דארף זוכן א גרעסערע פלאץ, און חפץ ה' בידם הצליח, דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז אונטער געקומען א פרישע פלאץ מיט גאר אסאך מעלות, א סאך בעסערע געגענט, אין צענטער פון בארא פארק, א גרעסערע היכל בית המדרש, און מען האט א מקוה אויפן פלאץ, און מען איז אריין אין קאנטראקט אויפן נייעם בית המדרש היכל הקודש בארא פארק וואס וועט פון יעצט זיין אויפן נייעם אדרעס 1415 55 סטע סטריט.   פארגאנגעם מוצאי שבת קודש תיכף נאכן זמן איז מען ארויס פונעם אלטן בית המדרש, מען האט אריינגעלייגט אלע חפצים, בענק טישן ספרים און אזוי ווייטער אין א טראק און מען האט זיך גענומען אויפפיקסן דעם נייעם פלאץ עס זאל זיין ראוי פארן בית ה'.   אלע אנשי שלומינו בכלל און פון בארא פארק בפרט האבן צוגעלייגט א פלייצע, יעדער מיט וואס ער קען, און די וואך האט מען זיך גענומען מיט א שנעלקייט איבערבויען, יעדער האט זיך איבערגעבן מיטן גאנצן הארץ דער מיט געלט און בעיקר מיט מיט רצון, אנשי שלומינו זענען ווארעם און העלפן ארויס, מיט הארץ און נשמה. בפרט דארף ארויסגעברענגט ווערן די געטרייע גבאים וואס שטייען איבערגעגעבן פאר אנשי שלומינו, הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א, און הר"ר אהרן קליטניק שליט"א וואס יומם ולילה לא ישבותו. אזוי אויך דארף מען ארויסברענגען הכרת הטוב פאר פילע גוטע פריינט און מתפללים וואס האבן גאר אסאך ארויסגעהאלפן, ר' בנימין פאלמאן, וואס האט אלעס אנגעפירט מרישא ועד גמירא, און געטון די קאנטראקטיג ארבעט. ר'  לוי יצחק סאפיר וואס האט מנדב געווען די פלאר, און איז געשטאנען בראש פון די ארבעט פון באשטעלט די פילע זאכן פארן בית המדרש. ר' שמעון גאנצפריעד, וואס האט מיט די אייגענע הענט איבערגעמאכט די גאנצע עלקעקטריק, ארויסגעריסן די אלטע, און געלייגט נייע שיינע לייטס. ר' דוד דייטש, וואס שטייט אלץ צו די רעכטע האנט בייטאג און ביינאכט. ר' אברמי פרידריך, וואס האט געמאכט די מאלדינגס און די טירן. ר' שמואלי ווייס, וואס מנדב געווען די דעמאלישן, דאס ארויסרייסן די אלטע ווענט און עס אוועקטראגן. און אחרון חביב ר' שמואליק בלעדי, וואס איז אלץ גרייט צו העלפן מיט געטריישאפט.   עס איז נאך דא פילע זאכן וואס מען קען נאך האבן די געלעגענהייט צו מנדב זיין, און דערמיט האבן א חלק אינעם נייעם בית ה'. רופט שוין אן דעם גבאי הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א אויף 347-760-5924 און רופט אייך אן ווארעם.   ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער ו אייר תשפ"ד 📝
  • לשובע ולא לרזון: קויפט זכותים אינעם בית התבשיל און געבט צו עסן פאר הונגעריגע אידן

    אין טעג פון די יארצייט פונעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי ישעיה'לע פון קערעסטיר זי"ע, איז דער פאסיגער זמן צו שטיצן דעם בארימטן "בית התבשיל היכל הקודש" וואס גייט אין די וועגן פונעם צדיק א גאנץ יאר, און געט צו עסן פאר הונגעריגע אידן, בפרט פאר יום טוב, וואס עס גייט ארויס אסטראנאמישע סכומים צו מאכן זיכער אז אלע האבן א פרייליכע און זאטע יום טוב. &nbsp; דער בית התבשיל שטעלט צו צו עסן פאר בני תורה און נצרכים שוין עטליכע יאר צום גוטן, און צילט אז אין יעדע שטוב זאל זיין וואס צו עסן און טרונקען צו דער זעט נישט קיין חילוק אין די מצב אינדערהיים, און נישט אפילו ביי די וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל. &nbsp; בלויז אין די וואכן פאר דעם פארגאנגעם יום טוב פסח איז ארויסגעגאנגען פונעם אקאונט פונעם בית התבשיל איבער 180,000 דאלער (מיט 50,000 מער פון תשפ"ג) פאר די פילע פראיעקטן פונעם בית התבשיל אנגהויבן פון די חלוקות פון קעיסעס גרעיפ זשוס מצות פלייש פיש פרוכט און אזוי ווייטער, וואס איז צושטאנד געקומען בשותפות פון הרב אברהם לויפער שליט"א, ביז שיקן גאנצע פסח אדערס צו פילע פאמילעס, און אזוי אויך אויסצאלן פילע גראסערי ארדערס פאר ווער עס האט געדארפט. און דארנאך די דעביט קארטלעך מיט וואס פילע משפחות האבן געקענט איינקויפן אין גראסער לכבוד יום טוב. פון דארט גייט מען צום חלוקה בשותפות פון ר' ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג, און צום לעצט דער גרויסער אפעליינסעס יריד, וואס האט צוגעשטלט קאך כלים פאר שפאט ביליג. &nbsp; דאס אלעס האט נאר געקענט צושטאנד קומען אדאנק די ווארים הארץ וואס אנשי שלומינו האבן ארויסגעוויזן און געשטיצט דעם בית התבשיל מיט א ברייטע האנט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס ווייטער אנהאלטן לויט וויפיל נדבות עס וועלן אריינקומען אינעם קאסע אזוי פיל וועט מען קענען ווייטער געבן. &nbsp; יעצט אינעם גרויסן טאג פונעם צדיק וואס האט משפיע געווען ישועות און רפואות פאר אידישע קינדער דורך זיין מדה מיט וואס ער האט זיך אויסגעצייכענט דאס איז זיכער מאכן צוגעבן צו עסן פאר אידן, וועט מען אויך היינט זוכה זיין צו פועלן ישועות און רפואות פאר זיך און די משפחה אין זכות פונעם גרויסן צדיק און אינעם זכות פון גיין אין זיינע וועגן. &nbsp; רופט יעצט אריין צום גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און נעמט אייך די זכות פון צאלן א גראסערי ארדער פאר א נויטבאדערפטיגטע משפחה, אדער אויסצוצאלן א גרויסע באלאנץ פון א משפחה. רופט אים אוף 845-637-5367, אדער קען מען דרוקן דא און מנדב זיין אנליין. &nbsp; לשובע ולא לרזון &nbsp;

    < זעה מער ד אייר תשפ"ד 📝
  • געהויבענע יום טוב פסח מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דעם יום טוב פסח האבן די איינוואוינער פון קרית ברסלב ליבערטי געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב. &nbsp; ווי די חשובע איינוואוינער פון שטעטל געבן איבער, איז עס געווען גאר א הערליכער און דערהויבענער יום טוב פסח, מען האט זיך מחי' געווען און הנאה געהאט יעדע מינוט, און עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן עטליכע טעג פאר יום טוב, צו קענען צוגרייטן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און במשך די פאר טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך עוסק געווען אין אלע קהל'ישע ענינים וואס פעלט אויס פאר'ן שטעטל. &nbsp; מען האט געבאקן דאס יאר ערב פסח מצות אינעם מצה בעקעריי אין שטעטל, גלייך ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן די מצות מיט גרויס שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט הלל. &nbsp; אין לויף פונעם יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך גערעדט און פארגעלערנט און מחזק געווען אידישע קינדער, בעיקר מיט דעם "פה-סח", די אידן זענען געווען אין מצרים, געארבעט שווער און געליטן ביטערע צרות, ביז משה רבינו איז געקומען און זיי אויסגעלערנט צו רעדן און שרייען צום אייבערשטן, ווייל נאר דאס איז די איינציגסטע וועג ארויס פון אלע צרות, און אזוי האט ער זיי ארויסגענומען פון מצרים. און דאס דארפן מיר אויך טון היינט צו טאגס, אין סיי וועלכע צרה א מענטש איז נאר אריינגעפאלן, האט ער נאר איין אדרעס, זיך צו ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צו אים דאס גאנצע הארץ, און אזוי וועט ער אויסגעלייזט ווערן פון אלע זיינע צרות און פראבלעמען. &nbsp; אויך האט מען גערעדט ווי מ'דארף זוכן די גוטע נקודות, דאנקען אסאך דעם אייבערשטן אויף אלע גוטע זאכן וואס ער געבט אונז, און אזוי ווערט די הארץ געעפנט און מ'קען גרינגער רעדן און בעטן דעם אייבערשטן. ווען א איד געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן האט ער א גליקליכע און געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות. אין א בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "אודאי דארף מען בעטן און בעטן דעם אייבערשטן, אבער מען דארף אכטונג געבן; אסאך מאל ווען מען איז אזוי אריינגעטון נאר אין בעטן - קען מען אמאל אריינפאלן אין דחיקת השעה, מען קען צומאל האבן אזוי ווי טענות 'איך בעט און בעט און גארנישט, איך באקום נישט קיין ענטפער'; דעריבער איז זייער וויכטיג ווען מען בעט דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען און לויבן, זוכן גוטס, זוכן נקודות טובות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן ח"א ל"ג) אויפ'ן פסוק (קהלת ז, יד): "ביום טובה", ווען עס גייט גוט, דו שפירסט דעם אייבערשטן, "היה בטוב", דאס איז גוט, לעב מיט דעם הרגשה, אבער וויסן זאלסטו "וביום רעה", ווען דו שפירסט גארנישט, אלעס איז פארלאשן, דו זעסט נאר שלעכטס, "ראה" - זוך אויף אלוקית, זוך אין די חושך דעם אייבערשטן, דאנק דעם אייבערשטן. דאס האב איך דיר געמיינט צו זאגן אז דו זאלסט נישט נאר עוסק זיין אין בעטן דעם אייבערשטן, דו דארפסט אויך אין די צייט פון בעטן - דאנקען, אזוי וועסטו זען דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, וועסטו נישט אריינפאלן אין עצבות". &nbsp; דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור צוזאמען מיטן סיום הש"ס פון הבחור יוסף ב"ר שמחה סאלז הי"ו, מען קען עס הערן אויפ'ן טעלעפאן ליין "קול ברסלב", און אויפן "ברסלב סענטער" וועבסייט. א לענגערע אויספירליכע באריכט איבער'ן הערליכן יום טוב אין שטעטל, וועט בעז"ה נאכפלאגן. &nbsp; אויך אין אלע בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע געגנטער, זענען די ארטיגע אידן זיך צוזאמגעקומען און געדאווענט אינאיינעם במשך דעם יום טוב, און זיך געשטארקט מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, וואס זענען מחי' און מחזק יעדן איד אין יעדן מצב. &nbsp; חסל סידור פסח כהלכתו! &nbsp;

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ד 📝
  • לעכטיגע פורים טעג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    מוצש"ק פורים ביים מגילה ליינען אין ישיבה מיט גרויס התעוררות האט מען געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט די פסוק "ואני לא נקראתי לבוא אל המללך זה שלושים יום" געשטיקט מיט טרערן, שפעטער ווען מען האט געפרעגט דעם ראש ישיבה דערויף האט ער ערקלערט אז מרדכי האט געזאגט פאר אסתר "גיי צום אויבערשטן, פרעג א צדיק", האט אסתר געזאגט "ואני לא נקראתי לבוא אל המלך, קיינער דארף מיר נישט, קיינער הערט מיר נישט אויס, קיינער הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן אויף מיר, קיינער דארף מיך נישט, איך שפיר ווי דער אויבערשטער דארף מיך נישט, יעדעס מאל איך פרוביר, פאל איך טיפער, איך האב פארלוירן מיין רוח הקדושה, איך געפין מיך צווישן צלמים", און מרדכי שטארקט איר "לאז דיך נישט, פארליר דיך נישט, קוק נישט אויף די אלע חלישת הדעת, גיי ווייטער טו וואס דו האסט צו טון". &nbsp; פורים אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געטרונקען זיבן כוסות וויין, קעגן די זיבן מידות און די שבעה רועים, ביים פערטן כוס האט דער ראש ישיבה געזאגט אז די פערטע פון די זיבן רועים איז משה רבינו, מידת נצח, די מידה פונעם הייליגן רבין "נצחתי ואנצח". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אמאל פלעגט ער מאכן קידוש און הבדלה אויף וויין און נישט אויף גרעיפ דזשוס, אבער זייט איין מאל נאך פורים וואס ער האט געטרונקען א שווערע וויין, זייט דעמאלטס איז אים שווער צו טרונקען וויין, אבער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דאס איז נישט מסירת נפש - טרונקען וויין פורים, מסירת נפש איז אז מען גייט התבודדות יעדן טאג. &nbsp; פון דעם האט דער ראש ישיבה זייער אסאך גערעדט פורים, יעדער וואס וואס איז אריינגעקומען האט ער געפרעגט וואס מיינט מען איז מקורב צו א צדיק? מקורב צום צדיק מיינט - האט דער ראש ישיבה כסדר געחזרט - אז מען רעדט צום אויבערשטן. די ערשטע זאך צופרי דארף מען רעדן צום אויבערשטן, אז נישט וועלן מיר זיך טרעפן ווידער אין צען צוואנציג יאר ארום און דו וועסט נאך אלץ נישט וויסן וואס מיינט מקורב צום צדיק, מיט וועלכע שטריק בינדט מען זיך צו צו א צדיק? זיי נישט קיין חכם, רעד צום אויבערשטן. &nbsp; איינע פון די אינגעלייט זייענדיג בגילופין האט זיך אנגערופן איך מאך שוין התבודדות פינף יאר און עס העלפט מיר נישט. האט דער ראש ישיבה געענטפערט, קודם כל כאפסטו נישט אז דו רעסט בכלל נישט צום אויבערשטן, עס דאכט זיך דיך איך מאך התבודודות, און צווייטענס, מען טאר נישט זאגן אזא זאך. יעדע ווארט צום אויבערשטן העלפט זיכער. און דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט פארוואס טראכטסו אז עס האט נישט געהאלפן? האט ער געזאגט "איך בעט שוין פינף יאר איך זאל נישט זיין קיין כעס'ן און נאך אלץ קען איך מיך אויפרעגן. האט אים דער ראש ישיבה געזאגט, זיכער קענסטו זיך אויפרעגן, ביסט נישט קיין מלאך, ביזט דען אזא בעל גאוה אז עס פאסט זיך נישט אז דו ביסט בסך הכל א מענטש און דו קענסט זיך אויפרעגן? און בכלל דאס אז דו בעטסט יעדן טאג אויף כעס איז גאר א גרויסע זאך, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז א מענטש וועט בעטן א גאנצע לעבן צו זיין אן ערליכע איד, אפילו אויב ער וועט נישט מצליח זיין ח"ו, אבער וויבאלד ער האט געבעטן דערויף זיין גאנצע לעבן וועט ער באקומען שכר אויף יענע וועלט ווי א ירא שמים. &nbsp; שושן פורים נאך שחרית האט דער ראש ישיבה געליינט די מגילה שנעל אן א ברכה, ער האט געזאגט אז אזוי האט זיך געפירט דער מונקאטשער רב, און אזוי אויך זיין זיידע, כדי זיך משתתף זיין מיט די שמחה פון די בני ירושלים. &nbsp; נאך שחרית איז פארגעקומען א תיקון לע"נ א יארצייט פון איינע פון די מתפללים, דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויזן אין ספר ארך אפים פון מוהרא"ש זי"ע וואס שרייבט אז די נשמות אויף יענע וועלט זענען מקנא א נשמה וואס האט איבערגעלאזט קינדער אויף די וועלט אין היכל הקודש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט צו פארברענגען פורים מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל דעמאלטס קומט ארויס די שיינקייט פון אנשי שלומינו, גאר אסאך זענען געקומען נעמען ברכות, אבער קיינער האט נישט געבעטן א ברכה אויף געלט, אבער אנדערע אידן וואס האבן נאכנישט פארזוכט פון די זיסע עצות פונעם רבין האבן געבעטן געלט, שפע, פרנסה, אבער תלמידי היכל הקודש זענען געקומען און געוויינט, "איך וויל זיין א ירא שמים, איך וויל לערנען, און וויל רעדן צום אויבערשטן", דאס איז די פנימיות פון די תלמידים פונעם הייליגן רבין. &nbsp; להודיע שכל קווך לא יבוש ולא יכלמו לנצח כל החסים בך

    < זעה מער כב אדר ב' תשפ"ד 📝
  • סדר הזמנים אויפן יום טוב פורים הבעל"ט

    די הייליגע פורים טעג ווערט געפראוועט ביי אנשי שלומינו מיט גרויס געהויבנקייט, עס איז גאר אנדערש א פורים ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, און מען נוצט אויס דעם גרויסן טאג מיט אן אמת'ע שמחה. &nbsp; דא וועלן מיר איבערגעבן די זמנים פון יום טוב פורים אין היכל הקודש: וויליאמסבורג - ביהמ"ד היכל הקודש, 27 סקילמאן סטריט: ביים ראש ישיבה שליט"א וועט מען דאווענען מנחה תענית אסתר היינט דאנערשטאג&nbsp; אום 7:15, און 9:30 וועט זיין דער שיעור ליל שישי. &nbsp; מוצש"ק וועט מען ליינען די מגילה אום 8:45, זונטאג אינדערפרי פורים וועט מען דאווענען שחרית אום 9:00, קריאת המגילה וועט זיין בעז"ה 10:00. &nbsp; מען וועט קענען ברענגען משלוח מנות פאר'ן ראש ישיבה "נאר אין ישיבה", אנגעהויבן פון 3:00 נאכמיטאג. &nbsp; נאכמיטאג אום 6:00 וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. צון סעודת פורים און משתה היין, און דערנאך וועט מען טאנצן און זיך פרייען פרייען אינאיינעם אשר בנחל שם גורלינו, והבדלינו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת. &nbsp; מאנטאג שושן פורים אום 6:00 וועט מען זיך וואשן צו א סעודת שושן פורים, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן בעזר השם א שיינע שמועס, און אויך וועט ווערן אויפגעשפילט א שיינע פורים שפיל דורך די אינגעלייט מיט לצנותא דעבודה זרה. דער ווייבער שול וועט אי"ה זיין אפן פאר די נשים צדקניות. &nbsp; קרית יואל - 8 העיס קט. און 8 פרעמישלאן וועי: מנחה היינט תענית אסתר 7:25, נאכן שיעור וועלן אנשי שלומינו גיין צום וואך נאכט בבית הגבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 17 חברון רד. #101, און ערב שבת קודש וועט מען דאווענען שחרית ביי אים אין שטוב אום 9:45. &nbsp; שבת קודש וועט מען ליינען זכור 11:20, מנחה ושלש סעודות אום 7:10, מגילה ליינען מוצש"ק 9:00, שחרית 9:30, מגילה אינדערפרי 10:30. סעדות פורים אום 7:15 אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א, מעריב מוצאי פורים 10:30. &nbsp; אין א בריוו פון ראש ישיבה שרייבט דער ראש ישיבה וויכטיגע נקודות וויאזוי אויסצונצן דעם הייליגן יום טוב אויף די ריכטיגע וועג: &nbsp; "איך וויל ענק שרייבן אביסל פון פורים, אז איר וועט זיך צאמקומען פורים אנשי שלומינו אין יעדע פלאץ &ndash; איז דאס זייער א גרויסע זאך; פארשטייט זיך נאכן גיין צו די עלטערן. עס איז אזוי פרייליך ווען אנשי שלומינו נעמען זיך צאם, מען טאנצט אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק, מיר זענען נישט ביי המן און עמלק." &nbsp; "מען דארף נישט טרינקען צו ווערן שיכור ווי לוט, פארפאסן מנחה, מעריב, ברכת המזון, קריאת שמע, ליגן אין ברעכאכץ; טרינקט פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס יין המשומר. זייט אייך מקבל אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט די זיסע שכל פון רבי'ן, די פשוט'ע ריינע זיסע אמונה. ווען מען האט א קלארע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט &ndash; דארף מען שוין גארנישט, מען לעבן שוין דא אויף די וועלט אין גן עדן." &nbsp; "פורים אינדערפרי זאלט איר קומען אין שול לערנען די שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, בי"ת נצחי וכו'." &nbsp; "פורים איז א צייט פון (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט, ער בעט הילף צו קענען אויפשטיין, נישט בלייבן ליגן געפאלן &ndash; העלפט מען אים." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; מען קען הערן פון מענטשן, פון אלע סארט קרייזן, אלע שרייען אייבערשטער, אלע רעדן אמונה, אלע ווילן זיין גוט. בפרט אנשי שלומינו ווען זיי טרינקען איז עס גאר אנדערש, מען וויינט צום אייבערשטן, מען וויל זיין גוט, עס קומט ארויס דער אמת'ער סוד, אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א צדיק." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זיך איבערבעטן; אפילו מיט מענטשן מיט וועם מען איז צעקריגט &ndash; קען מען זיך איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מתנות לאביונים; דאס איז די גרויסקייט פון פורים, נאך גרעסער פון יום כיפורים. מוהרא"ש האט אזוי שטארק געווארט צו זען ביי אנשי שלומינו די ליבשאפט וואס דער רבי האט געזאגט עס וועט זיין צווישן אונז (חיי מוהר"ן, סימן רצב)." &nbsp; &nbsp; והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור &nbsp;

    < זעה מער יא אדר ב' תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב מצה בעקעריי ברוך השם געעפנט צום דריטן יאר

    גאר פרייליכע נייעס קומט אריין דער באריכט אז יא אונזער ברסלב'ער מצה בעקעריי האט געעפנט אירע טויערן אויך דאס יאר. נאכדעם וואס עס האט אויסגעזען אז דאס יאר וועט מען עס נישט עפענען, צוליב דעם וואס די לעצטע צוויי יאר איז דער מצה בעקעריי געווען א גרויסע פינאנציעלע לאסט אויף די קהילה, און האט דערלייגט אסאך געלט. &nbsp; דאך האבן אבער אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה נישט אויפגעגעבן, מען האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז אויף עפעס א וועג זאל מען קענען עפענען דעם בעקעריי, וואס טראגט גאר א גרויסע חשיבות ביי אנשי שלומינו צוליב דעם וואס ארבייטערס אין די בעקעריי זענען חשובע איידעלע אידן מאנשי שלומינו, וואס לעבן מיט תמימות, אמונה און יראת שמים, בשעת די ארבעט בעט מען דעם אויבערשטן אז די מצות זאלן אריינגעבן אמונה אין אלע וואס עסן דאס. &nbsp; ברוך השם דער אויבערשטער האט אנגענומען די תפילות פון אידישע קינדער, און עס האט פאסירט א נס, עטליכע פון אנשי שלומינו האבן שטארק געשוויצט און זיך אוועקעגעבן אז מען זאל קענען עפענען די בעקעריי אויך דאס יאר, אויך האבן זיי גענומען אויף זיך הוצאות פונעם בעקעריי אויב עס וועט זיין מער פון די הכנסות. &nbsp; מען דאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם נייעם אנטוויקלונג, אזוי אויך קומט זיך הכרת הטוב פאר אלע חשובע ארבעטערס וואס זענען עוסק אין די עבודת הקודש באמונה, און שטעלן זיך צו מיט די גאנצע געטריישאפט אז אנשי שלומינו זאלן האבן ריינע ערליכע תמימות'דיגע און כשר'ע מצות. &nbsp; דער דיין שליט"א באגלייט די גאנצע ארבעט פונעם באקן, ער קוקט זיך אים און גיבט די הוראות וואס מען דארף טון, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז די מצות זאלן זיין כשר בכתכלית ההידור, אויך האט דער דיין שליט"א געמאכט א באזונדערע חבורה ביי די נאכט שעות צוזאמען מיט די חשובע כולל אינגעלייט. &nbsp; אנשי שלומינו נעמען ארויס פון דא א שטארקע חיזוק אויף די כח פון תפלה און התבודדות, ווען מען זעט ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן, קעגן אלע אויסזיכטן. &nbsp; מצה מיכלא דמהימנותא

    < זעה מער ז אדר ב' תשפ"ד 📝
  • גראנדיעזע מעמדי התחלת כתיבת ספר תורה

    ווי שוין געמאלדן גרייטן זיך אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש צו שרייבן א פרישע ספר תורה לעילוי נשמת דעם הייליגן רבין רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, א ספר תורה וואס וועט זיין ספעציעל געמאכט אויף א קליינע פארמאט כדי מען זאל עס קענען מיטנעמען קיין אומאן ווי מען וועט ליינען דערין אויף די וועגן און אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. א זאך וואס דער הייליגער רבי האט זיך זייער געשטעלט דערויף, און געמאנט און געפאדערט אז אלע וואס גלייבן אין אים זאלן זען צו זיין ביי אים אויף ראש השנה. &nbsp; כדי צו געבן א געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו צו קענען אנטייל נעמען אין די התחלת כתיבת ספר תורה האט מען מסדר געווען צוויי עקסטערע מעמדים, סיי אין שטאט, און סיי אין אפסטעיט. קומענדיגע וואך ליל שישי ויקרא נאכן שיעור פונעם ראש ישיבה אין וויליאמסבורג וועט פארקומען די ערשטע מעמד התחלת כתיבת ספר תורה, און די וואך דערנאך ליל שישי פרשת צו וועט פארקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב אויף האשקי תיכף נאכן שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אין די זעלבע צייט איז די קאמפיין אויפצוטרייבן די פאנדן פאר די הוצאות פארן ספר תורה איז שוין געלאזט געווארן אין גאנג, און די זכותים מיט זייער פרייזן זענען שוין ארויסגעשטעלט געווארן דורך געטרייען גבאי. די וואס טראכטן צו קויפן א זכות, דארפן עס טון וואס שנעלער ווייל די פארלאנג צו קויפן זכותים אינעם ספר תורה איז זייער גרויס, בפרט די גאר ספעציעלע זכותים, ווערן צוכאפט זייער שנעל. &nbsp; די אויסוואל פון די זכותים זענען ווי פאלגענד: זכות ספר: $5,000&nbsp; בראשית, שמות און במדבר (ויקרא און דברים זענען שוין פארקויפט) &nbsp; זכות פרשה מיוחדת: $3,600&nbsp; די פאלגענדע זענען נאך עוועילעבל: וירא - עקידה; תולדות - ברכת יצחק; ויחי - ברכת יעקב; יתרו - עשרת הדברות; כי תשא - קטורת; נשא - ברכת כהנים; ואתחנן - עשרת הדברות; און עקב - פרשת היראה. די פרשיות פון בשלח - שירת הים פרשת המן; בחוקותי - ברכת פרנסה; האזינו - שירת האזינו; און וזאת הברכה - ברכת משה רבינו; זענען שוין פארקויפט. &nbsp; זכות פרשה: $1,800 די פרשיות זענען נאך אוועלעבל: ויצא, מקץ, ויגש, שמות, משפטים, תצוה, ויקהל, פקודי, ויקרא, צו, שמיני, אחרי, אמור, בהר, במדבר, בהעלותך, שלח, בלק, פנחס, מטות, מסעי, דברים, ראה, שופטים, תצא, תבא, נצבים און וילך. בראשית, נח, לך, חיי שרה, וישלח, וישב, וארא, בא, תרומה, תזריע, מצורע, קדושים, קרח, און חקת זענען שוין פארקויפט. &nbsp; אויך קען מען קויפן א זכות יריעה פאר $1,000 און זכות עמוד פאר $500. &nbsp; די אלע אויסגערעכנטע זכותים זענען ווי עס האלט מיטוואך מיטאג פרשת ויקהל, אבער די זכותים ווערן זייער שנעל פארקויפט. ווארט נישט ביז דער גבאי רופט אייך אן, ווייל ביז דעמאלטס וועלן שוין נאך פילע זכותים שוין זיין אויסגעכאפט. מאכט שוין אייער אויסוואל און רופט תיכף דעם ממונה מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 845-295-1500 און קויפט אייך איין א זכות אינעם ספר על שם רבינו.

    < זעה מער ג אדר ב' תשפ"ד 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין דעם ליל שישי פקודי אין קרית יואל

    אנשי שלומינו פון איבער די טריי סטעיט עריע גרייטן זיך צום יערליכן מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין, וואס וועט היי יאר אפגעהאלטן ווערן אין א הערליכע גרויס לאקאל אין קרית יואל. &nbsp; דער נייער לאקאציע איז בעיקר צוליב צוויי סיבות, איינס וויבאלד דער ציבור איז קע"ה זיך צואווקאסן, און מען איז שוין אויסגעוואקסן דעם בית המדרש אין וויליאסמבורג ווי דער מסיבה פלעגט פארקומען אין די לעצטע אכט יאר, און אויך צוליב וואס דער ציבור איז צושפרייט אזוי ווייט, פון בארא פארק, וויליאמסבורג, לינדען, דזשערסי סיטי, מאנסי, קרית יואל, מאנטיסעלא, און קרית ברסלב, האט מען געזוכט א גרויסע שיינע פלאץ וואס וועט זיין פונקט אינמיטן, אז קיינער זאל נישט דארפן פאר צו ווייט; און צוליב דעם האט מען באשטימט דעם מסיבה אויף דעם לילי שישי פקודי אין די פראכטפולע זאלן פון "עטרת מייזעלס" אויף י.ד. גאלדבערגער דרייוו אין קרית יואל. &nbsp; מטעם די רענט קאמפיין גייען אן פיבערהאפטיגע הכנות צום גרויס מעמד, מען גרייט צו דעם הערליכן פרגראם, א געשמקע סעודה ווערט סערווירט ווערן פאר אלע באטייליגטע לכבוד דעם סיום מסכת שבת ירושלמי וואס אנשי שלומינו ענדיגן די וואך. דער סיום וועט געמאכט ווערן דורכן דיין שליט"א. אלע ווארטן אויף די פרייליכע אויפטריט פונעם אלעמען באליבטן גוט זאגער מו"ה מיכל ראזענעפלד הי"ו וואס וועט מהנה דעם ציבור מיט זיינע געשמאקע דיבורים. אבער הלכה למעשה קומט מען הערן די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט בעז"ה אראפ לייגן וויאזוי מען קען זיכער מאכן בעז"ה אז מען לאזט נישט דורך די הייליגע טעג פון אדר און פורים מיט נארישקייטן, נאר מען נעמט מיט די הייליגע השפעות אויף א גאנץ יאר. &nbsp; אויך וועט מען טיילן בעז"ה גאר שיינע מתנות פאר אלע באטיייגטע, און בפרט פאר די וואס לאזן זיך קאסטן מיט שיינע סכומים במשך דעם יאר פארן רענט קאמפיין.&nbsp; &nbsp; די רענט קאמפיין שטייט בראש פון די צוויי חשובע עסקנים מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס האבן גענומען אויף זיך די מיסיע אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פאר די בנימים פון די קהלה און מוסדות, און דערמיט העלפט מען זיך אליינס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט מער צייט זיך צו קענען בעז"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; חפץ ה' בידם והצליחו, אז א דער ציבור איז שטארק ווארעם פאר די עסקנים און שטרענגען זיך אן יעדע חודש און ווען מען קען נאר און מען באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט. וואס דערפאר אראנדזשירן זיי דעם מסיבה, אפצוגעבן פאר אנשי שלומינו זייער פארדינטע אנערקענונג. &nbsp; די עסקנים האבן געבעטן איבערצוגעבן עטליכע נקודות פאר אנשי שלומינו, ערשטענס בעטן זיי אלעמען צו קומען אין צייט דעם ליל שישי פקודי 8:15 אויף דערנאכט,&nbsp; וואס פון דעם וועט יעדער נהנה זיין אז מען וועט קענען ענדיגן אין צייט מיטן אויבערשטנ'ס הילף. אויך בעטן זיי איבערצוגעבן אין שטוב אז דער מסיבה איז נאר פאר ערוואקסענע מענער, און נישט פאר קינדער, בחורים אדער פרויען. אויך וועט דאס מאל נישט זיין צוגעשטעלט קיין טראנספארטציע פון שטעטל. &nbsp; דער מסיבה אנטשפרעכט איבערצולאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע באטייליגטע אויף א לאנגע צייט.

    < זעה מער ל אדר א' תשפ"ד 📝
  • גרויסארטיגע סיום מסכת בבא קמא קומענדיגן ליל שישי

    דעם ליל שישי כי תשא אינעם יומא דהילולא פונעם הייליגן רבין רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע וועט דער ראש ישיבה בעז"V פראווען א הערליכע סיום מסכת בבא קמא, אינאיינעם מיטן ליל שישי שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדע וואך פאר די אינגעלייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אין די לעצטע וואכן עטליכע מאל איבער דעם סיום ווען מען גרייט זיך צו ענדיגל איינע פון די שווערסטע מסכות הש"ס, און וואויל איז דער וואס כאפט זיך מיט דערמיט, און א שאד אויף די וואס קוקן צו ווי די באן פארט און פארן נישט מיט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וויל ביי דעם סיום פון בבא קמא מאכן א גרויסע אסיפה פון אנשי שלומינו און זיך אויפפרישן מיט די הייליגע הנהגות פון היכל הקודש, היכל הקודש - זאגט דער ראש ישיבה - איז נישט אז עס שטייט אויפן סיין פון בית המדרש ווי דיין טלית און תפילין ליגט די ווערטער היכל הקודש, נאר יעדער תלמוד היכל הקודש מוז לערנען צום ווייניגסטענס איין בלאט גמרא יעדן טאג. &nbsp; ביי איינע פון די שיעורים האט דער ראש ישיבה פארגעליינט דעם בריוו פון הייליגן רבי נתן זי"ע אין עלים לתרופה איבער די גרויסע התנגדות וואס איז דא קעגן ברסלב'ע חסידים, און ער שרייבט דארט אז איינעם פון די בחורים האט אים זיין טאטע ארויסגעווארפן פון שטוב, און וויל אים נישט צוריק נעמען אויסער אויב ער נעמט זיך אונטער אז ער גייט נישט לערנען מער פון איין בלאט גמרא א טאג, ווייל אויב לערנט מען אסאך בלעטער גמרא א טאג איז עס א סימן אז מען איז א ברסלב'ע חסיד, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז ווייניגסטענס מוזן מיר לערנען כאטש איין בלאט גמרא א טאג, ווייל מוהרא"ש האט געזאגט אז מען קען זיך נישט רופן א תלמוד היכל הקודש אויב מען לערנט נישט א בלאט גמרא יעדן טאג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די גמרא קען יעדער לערנען אויף וועלכע וועג מען וויל, מיט א חברותא, ביי א שיעור, אבער אויב דו האסט נישט קיין חברותא און קיין שיעור, איז עס נאכנישט קיין תירוץ פאר א ברסלב'ע חסיד, ווייל דער רבי האט אונז געגעבן די שיינע מתנה פונעם דרך הלימוד, (שיחת הר"ן סימן ע"ו) און יעדער קען זיך אליינס לערנען דעם בלאט גמרא, אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט "אין צריכין בלימוד רק האמירה לבד", דער רבי זאגט אז מען דארף בלויז זאגן די ווערטער ווען מען לערענט, און דער עיקר לימוד התורה איז זאגן די ווערטער, ווי דער רבי ברענגט צו די גמרא אינעם שיחה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווערט עס איז זוכה צו לערנען גמרא יעדן טאג, וועט זיך זיין לעבן טוישן מן הקצה אל הקצה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, מוהרא"ש האט פארציילט אז א איד איז געקומען וויינען צום הייליגן אמרי אמת פון גור זי"ע אז ער האט נישט קיין פרנסה, האט אים דער אמרי אמת געזאגט "לערן גמרא יעדן טאג, וועלן דיר די תנאים און אמוראים העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה", אויך האט מוהרא"ש געזאגט אז מענטשן אינוועסטירן אזוי סאך כדי צו האבן סיפוק און שמחת החיים, מען ספענדט אויף וואקאציעס, אויף חתונות, אפשר - טראכטן זיי - וועט מיר דאס ברענגען די אויסגעווארטע שמחה, אבער עס העלפט נישט, ווייל אמת'ע שמחה קען א מענטש נאר האבן אויב מען לערנט תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זייער געבעטן אז יעצט ווען מען קומט אן צום בבא קמא-בבא מציעא סטאנציע זאלן אלע ארויפקומען אויפן באן פון ש"ס, בבא מציעא איז איינס פון די שענסטע מסכתות הש"ס, רוב אינגעלייט האבן שוין ערגעץ ווי געלערנט חלקים פון די מסכת, אין חדר אדער אין ישיבה, און יעצט קען מען אריינטאנצן אין די געשמאקע מסכת. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט ווען מען ענדיגט די שובבי"ם טעג, און מען גרייט זיך צו די הייליגע ארבע פרשיות, פורים און פסח, איז דא איין עצה צו מתקן זיין די נשמה, און קענען ארויסקריכן פון די בלאטע אין וואס מען איז אריינגעפאלן, דער הייליגער רבי זאגט אז "תלמוד" איז בגימטריא "לילי"ת", די קליפה וואס זוכט אראפ צו ווארפן א מענטש אין עבירות, און נאר די גמרא קעגן ראטעווען א מענטש פון דעם קליפה. &nbsp; דער הייליגער קדושת ציון פון באבוב זי"ע האט פארציילט אז איינמאל איז געקומען צו אים א בחור און געוויינט צו אים אז ער איז דורכגעפאלן מיט גאר האבע עבירות און ער וויל תשובה טון ער וויל א תיקון פאר זיין נשמה וואס איז פארשמירט און שמוציג, האט אים דער צדיק געזאגט "לערן יעדן טאג גמרא, דאס וועט אויסרייניגן דיין נשמה", ווען דער צדיק האט געזען אז דער בחור וויל עס נישט אננעמען, האט ער אים געזאגט "ווילסט איך זאל דיר געבן שווערע און ביטערע סיגופים, פאסטן און זיך פייניגן, דאס וועט דיר אבער גארנישט העלפן. איך געב דיר א גרינגע עצה, אבער דאס וועט דיר העלפן, עס וועט דיר רייניגן דיין נשמה באמת און דיר דערנענטערן צום אויבערשטן". &nbsp; דער ראש ישיבה האט לעצטענס פארציילט עטליכע גאר גרויסע ישועות וואס מ'האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע ווי מענטשן זענען געהאלפן געווארן פון שווערע משפטים און אנדערע סארטן צרות און פראבלעמען דורכדעם וואס זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אפילו אויב מ'פארשטייט גארנישט וואס מ'לערנט, פאלגט מען די צדיקים וואס האבן געזאגט אז זאגן די ווערטער איז גענוג, און זיי האבן געזען גאר גרויסע ישועות. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קען פאגלן די הייליגע צדיקים, און מיר זאלן זיין מקושר צו די תורה, צו די צדיקים, און צום הייליגן באשפער.

    < זעה מער יט אדר א' תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע זעק

    במשך די שובבי"ם האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מעורר געווען אלע תלמידים, סיי די בחורים אין ישיבה, אזוי אויך די אינגעלייט מען זאל אויסנוצן די טייערע שובבי"ם טעג מיט תשובה ותיקון המעשים, וואס דאס איז די בעסטע הכנה צום פרייליכן חודש אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה". &nbsp; אנשי שלומינו האבן אריינגעכאפט טויזנטער בלעטער גמרא, פרקים משניות, קאפיטלעך תהלים, אזוי אויך האט מען זיך מחזק געווען צו גיין אין מקוה יעדן טאג, זאגן תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, רעדן שיין אין שטוב, און אננעמען בזיונות באהבה וואס דאס זענען די בעסטע וועגן צו מתקן זיין די נשמה, און איבער אלעם רעדן צום אויבערשטן, פארציילן פארן אויבערשטן אלעס וואס גייט אויף אונז אריבער, אים דאנקען פאר אלעס וואס ער טוט אונז, און אים איבערבעטן אויף וואס מיר האבן געזינדיגט צו אים, און אים בעטן אויף להבא, וואס דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז מיר דארפן טון אנשטאט סיגופים, תעניתים, גלגלול שלג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט כסדר ביי די שיעורים געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט. &nbsp; אין ישיבה האבן די בחורים אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים. &nbsp; און אזוי גייען די בחורים צו די פרייליכע טעג פון אדר פורים און פסח מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה. &nbsp; משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער טז אדר א' תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה פראוועט א שבת התוועדות צו שאפן געלט פאר די הייליגע מוסדות

    שבת קודש פרשת משפטים איז דער ראש ישיבה געפארן צו פארברענגען אינאיינעם מיט א קליינע ציבור תומכי המוסדות, וואס האבן מנדב געווען גרויסע סכומים גדולים אז די מוסדות זאלן קענען אנגיין, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו אין עצתו אמונה פרשת תרומה: "די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק שאפן געלט פאר די מלמדים, איך האף דו ביסט מכיר טובה אז איך העלף דיר, איך פאר אוועק פון שטוב אנשטאט דיר; עס וואלט ווען געדארפט זיין אז דו זאלסט זיין דער וואס איז פארנומען זוכן א וועג פאר דיינע קינדער זיי זאלן האבן א מלמד מיט א לערערין וכו', למעשה פָּארע איך זיך פאר דיר; מיט אלע כוחות שאף איך געלט פאר דיינע קינדער, זאלן האבן מלמדים און לערערינס." &nbsp; פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט תיקוני זוהר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער צוויי ספרים האט ער די מערסטע ליב צו לערנען, ליקוטי מוהר"ן און תיקוני זוהר, און כאטש אז פון אנפאנג זענען די צוויי ספרים אים געווען די שווערסטע, ער האט ממש געשפירט ווי ער עסט שטרוי, אבער מיט די צייט האט ער אנגעהויבן שפירן דערין די זיסע טעם, נאך מער פון סיי וועלכע אנדערע לימוד. &nbsp; דער ראש הישיבה האט איבערגעלאזט זיינע קליינע קינדער אינדערהיים אין וויליאמסבורג, און פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען האט ער געזאגט אז ער גייט פרובירן צו דאווענען ווי עס דארף צו זיין, ווייל שוין א לאנגע צייט וואס ער קען נישט געהעריג דאווענען, ווייל ער דארף קעיר נעמען פון זיינע קליינע קינדער, זען אז אויך זיי זאלן דאווענען. דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו מנחה און קבלת שבת וואס איז דורכגעגאנגען מיט גרויס התעוררות. &nbsp; ביי די סעודה האט דער ראש הישיבה געזאגט צווישן אנדערע די שעדליכקייט פון אנזאמלען חובות און הלוואות, א זאך וואס איז זייער איינגעגעסן ביי מענטשן און מען כאפט אפילו נישט, און נאכדעם נעמט עס אוועק פונעם מענשט זיין גאנצע ישוב הדעת און מנוחה, דער מענטש האט נאכדעם נישט קיין מח צו דאווענען און לערנען ווי מען דארף. די וואך זעט מען דאס אין די פרשה. די תורה זאגט אז א מענטש וואס האט חובות, זאל ער גיין און זיך פארקויפן פאר א קנעכט, כדי ער זאל קענען באצלאן זיינע חובות, און אפילו ער וועט דארפן חתונה האבן מיט א שפחה כנענית און ער וועט האבן קינדער כנענישע קנעכט, דארף ער דאס טון פטור צו ווערן פון זיינע חובות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט באריכות די דריי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פונעם מהרש"א, ווען דער רבי איז געווען אין אוסטראה און האט געהאט ביי זיך דריי רענדלעך, און האט געזאגט אז פאר יעדע רענדל קען ער פארציילן א מעשה פונעם מהרש"א, און ער האט געגעבן אלע רענדלעך פון זיין האנט, און האט פארציילט דריי מעשיות, ער האט פארציילט די מעשיות פאר זיין טאכטער ווען זי איז געווען זייער קראנק, און זיין זיידע דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע איז געקומען צום רבין אין חלום און אים געזאגט ער זאל זיך נישט זארגן, און ער זאל פארציילן מעשיות פון צדיקים וואס איז מסוגל צו ישועות, און דעמאלטס האט דער רבי פארציילט די דריי מעשיות, און זי איז געזונט געווארן. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גזירת החינוך וואס איז דא אין ניו יארק, און האט געזאגט אז עס גייט אים נישט אן וואס זאל זיין, מען וועט גארנישט טוישן פון די מסורה אין די חינוך פון די קינדער, און אפילו די רעגירונג וועט מער גארנישט געבן, ב"ה לא אלמן ישראל, אידישע קינדער וועלן זיך אנרופן ווארעם און מען וועט קענען אנגיין, עס איז נישט וואס מורא צו האבן, מיר דארפן נאר מתפלל זיין, און דער אויבערשטער וועט העלפן די גזירה וועט בטל ווערן. &nbsp; ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה פארציילט אסאך סיפורי צדיקים, און בעיקר איבער מוהרא"ש זי"ע, צווישן אנדערע האט ער פארציילט אז איין טאג האט אים מוהרא"ש געזאגט אז ער האט אמאל געהערט פון זיין טאטע אז עס איז דא א מין מחלה וואס הייסט אפילעפסיע, און מען דארף נישט מורא האבן דערפון אפילו אויב עס זעט אויס זייער שרעקעדיג, מען ווארט אויס ביז ער ענדיגט זיך צו ווארפן, און דערנאך הייבט ער זיך אויף און אלעס איז מסודר. עטליכע טעג נאכדעם וואס ער האט געהערט די מעשה, איז מוהרא"ש געווען אין עירפארט, און איינער איז דארט אראפ געפאלן, און אלע האבן געשריגן און געפאניקט, און מוהרא"ש האט געזאגט "איך בין נישט געווארן דערשראקן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז צוויי טעג נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אים פארציילט די מעשה איז א בחור אין ישיבה אראפגעפאלן, און די עלטערן האבן ניטאמאל געוויסט אז זייער בחור האט עפילעפסיע, און דעמאלטס האט ער פארשטאנען פארוואס מוהרא"ש האט אים פארציילט די מעשה. &nbsp; במשך דעם שבת האט דער ראש ישיבה אסאך ארום גערעדט איבער וויכטיגע זאכן אין חינוך און שלום בית, און בעיקר איבער תפילה, התבודדות און רעדן צום אויבערשטן, און איבער די חשיבות פונעם דרך הלימוד. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מקיים זיין למעשה אלע שיינע זאכן און זיסע עצות פון הייליגן רבין.&nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער י אדר א' תשפ"ד 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע ביים שבת הוועדות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין די קעטסקילס

    פארגאנגענעם שבת בשלח שירה העעל"ט זענען זיך צוזאם געקומען הונדערטער תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע וואס האבן אנטייל גענומען אינעם אנשי חיל קאמפיין פארגאנגענעם זומער, צו א הערליכע שבת התוועדות מיט'ן ראש ישיבה אינעם ראלי האטעל אין סאוט פאלסבורג, גאנץ נאנט צום ברסלב שטעטל, און מוצאי שבת קודש זענען געקומען צו פארן נאך הונדערטער אינגעלייט זיך צו באטייליגן ביי הכנסת ספר תורה וואס איז פארגעקומען אינעם בית המדרש פונעם האטעל. דער ספר תורה איז געשריבן געווארן לע"נ פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, און דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א סעודות הילולא און א סעודת מצוה לגמרה של תורה. &nbsp; פרייטאג צו נאכטס נאך מנחה, איז דער ראש ישיבה ארויף אויפן ארון הקודש, און גערעדט עטליכע ווערטער אנצואווארימען די הערצער צום גרויס בעפארשטייענדען יארצייט, און האט געזאגט אז ביים רבי'ן האבן די תלמידים אמאל גערעדט איבער די גרויסע הילולא די חתונה וואס קומט פאר אין מירון אום ל"ג בעומר, האט זיך דער רבי אנגערופן אז עס איז אמת אז עס הערשט דארט א גרויסע שמחה, די חתונה ווערט דארט אפגעראכטן, אבער דער חתן געפונט זיך דא, &nbsp; דער ראש ישיבה האט עס מסביר געווען, אז ווילאנג א צדיק איז אויף דער וועלט איז א גאנצער עסק וואו זיין גוף געפונט זיך, אבער נאכדעם וואס די נשמה פארלאזט דער גוף, געפונט זיך דער צדיק דארט וואו מען רעדט פון זיינע עצות, און מען פאלגט אים, דערפאר געפונט זיך רשב"י אין אומאן, ווייל דארט לערנט מען זיין תורה, דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט: "מוהרא"ש געפונט זיך דא מיט אונז, ווייל דא זאגט מען איבער זיינע ווערטער, און דא פאלגט מען אים, אלע לערנען אויף זיין דרך הלימוד, איבער וואס ער האט אזויפיל גערעדט דערפון." &nbsp; ביים באטע פרייטאג צו נאכטס האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע מאל, און אינצווישן האט מען געזונגען ווארימע ניגונים און די זמירות פון שבת קודש, דער ראש ישיבה האט אסאך גערעדט פון אמונה און מחזק געווען דעם ציבור, צווישן אנדערע האט ער געזאגט, עס שטייט "ויהי בשלח פרעה את העם", עס איז באקאנט אז "אין ויהי אלא לשון צער", האט דער ראש ישיבה געפרעגט וואס איז די ווייטאג אז אידן גייען ארויס פון מצרים? &nbsp; האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז די גרעסטע ווייטאג איז אז מיר טראכטן אז פרעה לאזט ארויס די אידן פון מצרים, א מענטש טראכט, דער וועט מיר העלפן, יענער וועט שתדלן פאר מיר; נישטא קיין גרעסערע ווייטאג ווי א מענטש פארגעסט פון בעטן דעם אויבערשטן, עס ווערט נעבעך "נבוכים הם בארץ", מען בלאנדזשעט, ווייל "סגר עליהם המדבר" די מויל די מדבר איז פארשפארט. &nbsp; נאכן באטע איז פארגעקומען א אינטערעסאנטע פאנעל ווי מען האט געקענט פרעגן דעם ראש ישיבה אלע סארטן שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א האט יעדעם געענטפערט א קלארע תשובה, אנגעזאפט מיט אמונה און חיזוק. &nbsp; שבת קודש אינדערפרי איז פארגעקומען א שיער אינעם סידור פון מוהרא"ש "עת רצון", דער ראש ישיבה האט פארגעלערענט וואס מוהרא"ש שרייבט איבער די "שירת הים" אז מען דארף עס זאגן מיט גרויס שמחה, און אז ווען משיח וועט קומען וועט מען נאר זינגען און לויבן און זיך פרייען. און איבער דעם וואס מען דארף זיך דראפען מיט די שווערסטע נסיונות אבער מיר לאזן נישט אפ דעם אויבערשטן און די אמונה. &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער אמונה, ווי חז"ל זאגן אז די אמונה אליינס איז געווען גענוג א זכות אז דער ים זאל זיך שפאלטן, זעט מען פון דעם איז וואס פאר א מצב א איד געפונט זיך נאר זאל ער זיך דראפען אין די אמונה וואס דאס וועט אים ראטעווען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית פארן עמוד לכבוד דעם יארצייט, נאכן דאווענען האט מען פארגעלערענט סיפורי מעשיות ביים קידוש די דריטע מעשה פונעם חיגר, אז מען האט אים גענומען צום פלאץ וואו "נאכט און טאג טרעפן זיך". &nbsp; דער ראש ישיבה האט עס מסביר געווען אז דאס מיינט אז עס זאל נישט זיין קיין חילוק ביי א מענטש צי עס איז אים לעכטיג עס גייט אים גוט, אדער פארקערט, ער זאל אייביג זיין צופרידן, אזוי ווי די מעשה גייט ווייטער אז די לבנה האט געזאגט פארן זון "וואס זארגסטו פרעמעד זארגן", דערנאך האט דער ראש ישיבה ממשיך געווען איבער שלום בית ווי וויכטיג עס איז אז עס זאל זיין שלום אין שטוב מען זאל קענען זיין אן ערליכער איד. &nbsp; ביים סעודה שבת אינדערפרי האט דער דיין שליט"א אויפגעטרעטן, און גערעדט איבער די קדושה פון יוסף הצדיק ווי ער האט זיך דערהאלטן מיט אלע נסיונות אין מצרים, און זיך אויפגשטעלט נאך יעדע דורכפאל. נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט צו די קינדער ביי חברת תהלים, און זיי פארציילט די מעשה ווי דער רבי האט געבעטן זיין אייניקל זאל מתפלל זיין אויף זיין געזונט, און דער רבי האט זייער מפליא געווען די פשוטע תפלה פונעם קינד "רבונו של עולם לאז מיין זיידע זיין געזונט". &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט איבער די חשיבות פון יעדע קליינע זאך וואס א איד טוט היינטיגע צייטן, ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי חיים וויטאל זי"ע אז אין עקבתא דמשיחה וועט מען נישט דארפן קיין תעניתים און סיגופים נאר יעדע קליינע זאך וועט מאכן גרויסע תיקונים, אזוי אויך האט דער רבי געזאגט אז עס וועט נאך קומען א טאג וואס א פשוטע איד וועט זיין א חידוש ווי דער בעל שם טוב זי"ע, און מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז דאס גייט ארויף אויפן היינטיגן דור. &nbsp; נאך הבדלה איז פארגעקומען דער סדר אבות ובנים און די עסקנים האבן דערווייל צוגעגרייט דעם בית המדרש צום הכנסת ספר תורה, דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און מען האט אנגעהויבן צו זינגען ווארימע ניגונים, דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה אויפגעשטעלט מיטן ספר תורה און אנגעהויבן טאנצן מיטן גאנצן ציבור, יעדער האט זיך געפרייט אז זיי האבן א חלק אין די תורה, יעדער האט א וועג וויאזוי אויך ער קען לערנען תורה, מען דארף נישט פארשטיין, ווי דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן, אז מען דארף נישט מער פון זאגן די ווערטער ווען מען לערנט. &nbsp; דערנאך האט מען זיך געוואשן צום מלוה מלכה צום יארצייט פון מרן מוהרא"ש זי"ע און לכבוד דעם נייעם ספר תורה, עטליכע אינגע בחורים תלמידי היכל הקודש האבן מסיים געווען גאנץ ש"ס ביים סעודה, אויך האט מען געהערט דרשות פון מו"ה ישראל דוד העסקל הי"ו, פון מו"ה שבתי מארקוס הי"ו וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר די ספר תורה בלב ונפש, פון מו"ה יואל לעווי הי"ו גבאי היכל הקודש בני ברק, און פון מו"ה אהרן פיש הי"ו וואס איז געשטאנען בראש פונעם אנשי חיל קאמפיין מיט גרויס געטריישאפט. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן הייליגע ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט צווישן אנדערע געזאגט אז מען האט געשריבן א ספר תורה לע"נ מוהרא"ש זי"ע, וואס איז זייער פאסיג, ווייל מוהרא"ש פלעגט זאגן, אז סוף כל סוף דארף יעדער אוועקגיין פון דער וועלט, דער וואס פאלגט דעם רבין ער האט זוכה געווען דורכצוגיין ש"ס נ"ך פוסקים און אזוי ווייטער, וועט מען דאן טראגן א ספר תורה אינעם ארון, אבער דער וואס וויל פארשטיין צי מען האט יא געהאלטן דערפון צי נישט, הייסט עס לערנען אדער נישט, גייען נעבעך דורך זיינע יארן פוסט און לער, און דאן וועט מען נעבעך פירן א נבילה אינעם ארון... &nbsp; דער ציבור איז ארויס פונעם שבת מיט גרויס חיזוק, מען האט זיך פריש פארגענומען צו פאלגן דעם רבין, מאכן יעדן טאג התבודדות, לערנען תורה, מאכן הפצה פארשפרייטן די זיסע עצות אויף דער וועלט, וואס ראטעוועט בוכשטעבליך יעדן טאג צענדליגע שטובער מיט שלום בית און חינוך און אזוי ווייטער. &nbsp; תורת ד' תמימה משיבת נפש.

    < זעה מער יט שבט תשפ"ד 📝
  • סעודת הילולא און סיום כתיבת ספר תורה לע"נ מוהרא"ש דעם מוצש"ק אין ראלי האטעל

    איבעראל איבער די גאנצע וועלט בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר מקום אשר דבר ה' מגיע וועלן זיך אידישע קינדער צוזאם נעמען דעם שב"ק און מוצש"ק צום יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אפרעכטן דעם גרויסן יארצייט אין די קעטסקילס מיט פילע אנשי שלומינו, ווען מוצאי שבת קודש בשלח שירה הבעל"ט וועט געפראוועט ווערן א שיינע סעודת מצוה לכבוד דעם גרויסן בעל הילולא אינאיינעם מיט א געהויבענעם מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לעילוי נשמת אונזער גרויסער רבי מוהרא"ש זי"ע, און וועט פארקומען אינעם גרויסן בית המדרש פונעם ראלי האטעל אויף 680 היידען ראוד אין סאוט פאלסבורג. &nbsp; נאכן מעמד סיום כתיבת האותיות וועט מען זיך ארויסלאזן אין פייערליכע טענץ לכבודה של תורה, דערנאך וועט מען זיך וואשן צו א סעודת מצוה און סעודת מלוה מלכה צו דער געלעגענהייט. &nbsp; אלע אנשי שלומינו זענען געלאדנט, די ווייבער שול וועט אויך זיין אפן פאר די פרויען. &nbsp; דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן און מען וועט זיך אינאיינעם מחזק זיין צו פאלגן דעם צדיק און עס ווייטער איבערצוגעבן פאר אידישע קינדער. &nbsp; אויך וועט מען אויסנוצן די געלעגענהייט זיך אויפצופרישן אין הפצה, און זיך משתתף זיין בגוף בטרחה ובממון און שטיצן דעם גרויסן אמונה פאבריק "קרן הדפסה היכל הקודש" וואס טוט ווייטער פארזעצן דעם לעבנס שאיפה פון מוהרא"ש זי"ע מיטן דרוקן און פארשפרייטן אויף א טעגליכע פארנעם טויזנטער ספרים קונטרסים גליונות סידיס און אזוי ווייטער. &nbsp; תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו

    < זעה מער טז שבט תשפ"ד 📝
  • הכנסת ספר תורה לע"נ מוהרא"ש זי"ע מוצש"ק פרשת בשלח הבעל"ט

    אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום יומא דהילולא קדישא פון אונזער גרויסן מנהיג וואס דער אויבערשטער האט ברוב רחמיו וחסדיו אראפ געשיקט צו אונזער דור, מוהרא"ש זי"ע, וואס פאלט אויס קומענדיגן שב"ק פרשת בשלח י"ז שבט הבעל"ט. &nbsp; איבעראל אין די גאנצע וועלט וועלן זיך די תלמידים צוזאם נעמען אין די שולן פון היכל הקודש ווי מען וועט איבער חזר'ן און זיך אויפפרישן מיט די לעכטיגע עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבער געלאזט. מען וועט רעדן איבער די נושאים וואס ער פלעגט אלץ מחזק זיין אז מען זאל כסדר חזן, מען וועט רעדן פון רעדן צום אויבערשטן, ווי ער פלעגט אלץ זאגן אז ווען א מענטש זאל וויסן וואס מען קען פועלן מיט תפלה וואלט מען נישט נישט אפגעלאזט די זאך פון התבודדות. מען וועט זיך מחזק זיין צו רעדן שיין אין שטוב, ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מען קען נישט זיין אפגעהיטן אן א ווייב, און אויב מען קריגט זיך איז דער סמ"ך מ"ם באלעבאס אין שטוב רח"ל. מען וועט רעדן איבער דעם סדר דרך הלימוד פון זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, מען וועט זיך מחזק זיין מיט לימוד משניות, זאגן פרקים משניות וואס איז מסוגל פאר כל מיני ישועות בפרט פאר ווער עס וויל ארויסגיין פון אלע סארטן עדיקשאנס רח"ל. מען וועט רעדן פון הפצה, וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען די תלמידים אז אויב דו האסט אנגעהויבן צו הערן די ווערטער פונעם צדיק און דיין לעבן האט זיך געטוישט, פארוואס זאלסטו נישט פארגינען די זיסע לעבן פאר נאך איד. און אזוי ווייטער. &nbsp; אין די לעצטע יארן האט מען געשריבן א ספר תורה לעילוי נשמת מוהרא"ש זי"ע וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צום בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, וואס מען האלט שוין ב"ה ביי די לעצטע שטאפלען, און די הכנסת ספר תורה וועט בעז"ה געפראוועט ווערן קומענדיגן מוצש"ק פרשת בשלח הבעל"ט ברוב עם וברוב פאר והדר. רוב זכותים זענען שוין אויספארקויפט געווארן, עס זענען נאך דא געציילטע זכותים וואס מען קען נאך שאפן, מען קען רופן דעם גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 3476662803. &nbsp; פאלגט נאך אונזערע באריכטן איבער פרטים איבער די מעמדי סיום כתיבות האותיות וואס וועט פארקומען סיי אין ברוקלין און סיי אין אפסטעיט אין די קומענדיגע טעג בעהשי"ת &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה &nbsp; 📰 נייע ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע שוין אנגעהויבן צו שרייבן

    < זעה מער כו טבת תשפ"ד 📝
  • אידישע קינדער פרישן זיך אויף ווייטער צו מעביר סדרה זיין

    מיט גרויס שמחה האט מען אויסגעשריגן פארגאנגענע וואך אין בית המדרש נאך קריאת התורה פון פרשת ויחי "חזק חזק חזק ונתחזק" ווען מען האט זיך געפרייעט מיט די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן ספר בראשית, ווען מען האט יעדע וואך געהאט די זכיה אריבער צו גיין שנים מקרא ואחד תרגום, און אסאך גאר מיט רש"י אדער אנדערע מפרשי התורה. &nbsp; אין גאנצע אידישע וועלט רעדט מען אין די טעג און מען איז מעורר איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, ווי עס איז באקאנט אז "שמות" איז ראשי תיבות "שנים מקרא ואחד תרגום", אלע זענען מקבל אויף זיך פון יעצט אנצוהייבן נישט קיין חילוק וואס איז געווען, וועט מען פון יעצט אריבערגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך בעז"ה. &nbsp; אבער וויאזוי קען מען דאס באווייזן? אז מען טראכט צוריק האט מען פאריאר אויך זיך אונטערגענומען צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מען איז געווען זיכער אז פון יעצט וועל איך עס באווייזן, אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז ערב שבת נאך חצות האט מען עס נישט באוויזן, מה דאך זומער מיט די לאנגע פרייטאגס איז מען קוים אנגעקומען מיט די נשמה אין די הענט צום זמן, אין די קורצע ווינטערדיגע ערבי שבתות מאן דכר שמיה. דערפאר קומט דער צדיק מוהרא"ש זי"ע און איז אונז מגלה א סעיף אין שלחן ערוך "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור", מוהרא"ש פלעגט אלץ מאנען אז מען זאל זיך נישט פאפן אז מען וועט שוין מעביר סדרה זיין פרייטאג, נאך פון היינט זונטאג וועל איך לערנען חומש מיט תרגום פון אנפאנג ביז שני, מאנטאג וועל איך לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז מען וועט זוכה זיין צו מעביר סדרה זיין, און געניסן פון די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן "א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה, וועט מען זען אז אין די קומענדיגע וואך וועט מען האבן א שאדן", צי א געלט שאדן, אדער א גרויסע בזיון אדער אנדערע עגמת נפש, און פארקערט מדה טובה מרובה, ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו די תורה, מען גייט דורך די סדרה וועט מען האבן אסאך השפעות טובות. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאריגע וואך אין א בריוו איבער דעם ענין, שרייבענדיג: "לערן אביסל חומש מיטן תרגום יעדן טאג, די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" אז דו וועסט יעדן טאג לערנען חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די וואך - וועסטו זוכה זיין צו האבן א מוצלח'דיגע וואך; מוהרא"ש זאגט פון צדיקים: "לערנען חומש רש"י - ברענגט הצלחה"." &nbsp; אויך ביים ליל שישי שיעור פון פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה ווידער גערעדט איבער דעם ענין, און געזאגט אז ביי תלמיד היכל הקודש איז די שמחה גאר גרויס אז מיר האבן געענדיגט חומש בראשית, אבער אין די וועלט איז עס נאך זייער שווער, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך דערויף מען זאל זיין נאכגעלאזט דערין, אבער מיר זענען זייער מכיר טוב פאר מוהרא"ש וואס האט אונז אויסגעלערנט א וועג וויאזוי מיר זאלן קענען באקומען דעם גרויסן מתנה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין ישיבה איז געווען א גרויסע שמחה, מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, "וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ישיבה וואו יעדער איינער פון קליין ביז גרויס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ספר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום"? מוהרא"ש פלעגט זאגן שטעל אפ סיי וועלכע מענטש אויף די גאס און פרעג אים צי ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל גאנץ חמשה חומשי תורה, זיכער וועסטו טרעפן יחידי סגולה וואס זענען זוכה, אבער סתם פשוטע מענטשן? דערפאר זענען מיר זייער פרייליך און מיר זענען מחזק אנדערע אידן זאל אויך טרייען דעם זיסן וועג.&nbsp; &nbsp; תורת ד' תמימה משיבת נפש

    < זעה מער יט טבת תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 91 to 105 of 426 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com