Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • יארצייט פון הייליגן רבין אפגעהאלטן אין היכל הקודש איבער די וועלט

    הונדערטער תלמידי היכל הקודש אין פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם חול המועד סוכות ח"י תשרי צו אפרעכטן דעם יארצייט פון הייליגין רבי'ן, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד שמחת בית השואבה און צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע זכיה אז מיר ווייסן פון די עצות פון הייליגן רבין.   וויליאמסבורג: דער צענטראלער סעודת הילולא איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה מאנטאג נאכט אין סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי מען האט זיך געוואשן צו סעודה, פילע פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט צו מיטצוהאלטן, מען האט געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, וואס איז אן אור וואס וועט בלייבן ביז משיח וועט קומען, און אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער נעמען עס אפענערהייט אדער באהאלטענערהייט פונעם רבין. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון מוהרא"ש אז ברסלב'ע חסידות איז תלוי וויפיל מען לערנט דעם הייליגן רבינס ספרים, און אז רבי האט געזאגט אז לערנען די ספרים וועט עפענען אלע אדערן, וואס מיינט אז מען באקומט אמונה און מען קומט צוריק צום אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט שטארק מאריך געווען איבער די מתנה פון רעדן צום אויבערשטן וואס מיט דעם קען מען אלעס פועלן, "זאג א ווארט צוויי ווערטער, וועסטו מיט געדולד אנקומען צו די גרעסטע מדריגות און קענען אויספירן אלע דיינע קבלות". פון דא און ווייטער האבן מיר געלייגט די שטעט ע"פ סדר האל"ף בי"ת   בארא פארק: מאנטאג נאכמיטאג האבן זיך אנשי שלומינו צוזאם גענומען ביים בית המדרש אין בארא פארק ווי אלע וואס האבן געהאט קארס האבן אויפגענומען די פילע וואס האבן געזוכט וועגן אנצוקומען קיין וויליאמסבורג, און מען האט זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט קיין וויליאמסבורג מיט צו האלטן פערזעליך דעם יארצייט סעודה ביים ראש ישיבה, אויף די וועגן זענען געווען זייער שיינע שיחות חברים, ווי מען האט געשמועס און זיך מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבין.   ביתר: אין ביתר עילית איז מען זיך צוזאם געקומען צום גרויסן סוכה אין הויף פון מו"ה יואל קרויס שליט"א, בשעת די סעודה האט מען געהערט א שיינע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט רעקארדירט ספעציעל פאר די בני ארץ ישראל סוכות תשפ"ג. נאכן שיעור איז געווען שיינע שיחת חברים, ווען יעדער האט ארויסגעברעגנט וואס ער האט באקומען פון היכל הקודש.   בית שמש: דינסטאג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין די גרויסע סוכה פון מו"ה יצחק ראטה שליט"א, דער חשובער גאסט מו"ה יעקב גוטמאן שליט"א פון בראכפעלד האט אויפגעטרעטן און גערעדט פון די גרויסע מתנות וואס מיר באקומען פון רבין, בפרט דער סדר דרך הלימוד און שלום בית. דערנאך זענען פארגעקומען פילע סיומים, ווי מען האט געזען וואס פאר א רייכע קהילה מען פארמאגט אין זכות פון הייליגן רבין.   בני ברק: אויך דאס יאר איז מען זיך צוזאם געקומען צום גרויסן סעודת הילולא אין בני ברק וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך מו"ה יעקב הורוויץ שליט"א און מו"ה יואל שעכטער שליט"א אינעם גרויסן סוכה וואס מו"ה שלמה יאקאב שליט"א האט פארשאפט, מען האט געזונגען ניגונים פון ראש ישיבה פון בענקשאפט צום אויבערשטן, דערנאך האט דער גבאי מו"ה אבא חייא רייזמאן שליט"א אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט אז יעצט איז די צייט מען זאל אריינקלערן און אנהייבן צו נוצן די גרויסע מתנות וואס דער רבי געבט אונז טאג טעגליך, און אז נאר דורך הפצה קען מען בלייבן פריש. דערנאך האט מען געהערט פאסיגע דיבורים פונעם גבאי מו"ה יואל לעווי שליט"א וואס האט גערעדט איבער דאס וואס דער רבי זאגט "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד" און דער יארצייט געפאלט טאקע אינמיטן דעם יום טוב סוכת זמן שמחתינו. אבער וויאזוי קען מען טאקע זיין פרייליך מיט אלע איבערגייעכצער? נאר דורך די תורה, און דער רבי געבט טאקע א וועג וויאזוי יעדער איד קען לערנען, און אזוי קען טאקע יעדער אויך מקיים זיין דעם "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד. ער האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה שליט"א וואס האט געזאגט אין אומאן אז ווען מען גייט צום ציון פון הייליגן רבין דארף מען זאגן "שכח רבי", האט ער געזאגט אז יעצט ביים יארצייט דארף מיר דאנקען און זאגן "שכח רבי, שכח מוהרא"ש און שכח ראש ישיבה" אויף די אלע זיסע עצות וואס מיר באקומען פון זיי, וואס נאר אזוי קען מען באמת זיין פרייליך און אויסנוצן די הייליגע יום טוב טעג, מיט רעדן צום אויבערשטן, לערנען תורה, זיין פרייליך, בענקען צום אייבערשטן. דערנאך זענען פארגעקומען סיומים אויף מסתות הש"ס, ששה סדרי משנה, דעם רבי'נס ספרים און נאך, און צוויי טייערע בחורים תלמידי היכל הקודש האבן געפראוועט א סיום הש"ס הבה"ח נחמן יצחק רעכניצער הי"ו און הבה"ח יואל קליין הי"ו. דינסטאג אינדערפרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסע לחיים אין די סוכה אין הויף פון בית המדרש, דער גבאי מו"ה משה רעכניצער שליט"א האט גערעדט איבער די געוואלדיגע ליבשאפט וואס דער אויבערשטער האט צו יעדן איד, וואס דער הייליגער רבי איז דאס אונז מגלה.   בראכפעלד מודיעין עילית: מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם קומען אין די סוכה אין הויף פונעם בית המדרש, מו"ה יעקב גוטמאן שליט"א האט געגעבן א שיינע שמועס, איבער דעם אז מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, און אויף די שיינע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, אז אונערע שטובער זענען נישט צום דערקענען, שטובער פון תורה, פון רעדן צום אויבערשטן, שלום בית. דערנאך זענען פארגעקומען פילע סיומים, ווי שיין איז געווען צו זען די מתנות וואס זיי האבן באקומען פון רבי'ן, דער האט באקומען א ש"ס, דער ד' חלקי שלחן ערוך, דעם רבינס ספרים, תיקוני זוהר און אזוי ווייטער. דינסטאג אינדערפרי נאכן שיעור גמרא האט דער מגי"ש מו"ה יעקב שליט"א פארגעלערענט תורה רס"ו אז סוכות איז אזוי ווי שבועות און האט נאכגעזאגט שיינע זאכן פון ראש ישיבה שליט"א איבער וויאזוי א אידישע שטוב דארף זיך פירן.   חיפה: אין חיפה איז מען זיך צוזאם געקומען מאנטאג נאכט אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש קהל חסידים, ווי מען האט זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה, דער חשובער גאסט פון יבנאל מו"ה אלימלך שווארץ שליט"א האט גערעדט זייער שיינע דיבורים, איבער די געשמאקע עצות פון רבין, און איבער די זיסע דרך הלימוד, און האט ארויסגעברענגט אז מן השמים האט מען צוגעפירט אז פונקט היינט איז מען מסיים דעם תוספתא אויפן סדר וואס מוהרא"ש האט איינגעפירט, און די וואס האבן עס נאכנישט אנגעהויבן איז כדאי מען זאל זיך יעצט מיטכאפן.   טבריה: מאנטאג נאכט ליל אושפיזא דמשה איז מען זיך צוזאם געקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פונעם בית המדרש היכל הקודש אין טבריה. דער גבאי מו"ה יוסף סאקס שליט"א האט געבעטן יעדער זאל פארציילן זיין סיפור התקרבות און ארויסברענגען וואס דער רבי טוט מיט אים היינט אין יאר תשפ"ד, מען האט געהערט אסאך טייערע ווערטער פון פילע פון אנשי שלומינו, פון וואס מען האט זיך שטארק מחזק געווען. דינסטאג אינדערפרי נאכן דאווענען האט מען געמאכט א לחיים נאכן פארלערנען דעם שיעור גמרא אין די סוכה ווי דער מגי"ש מו"ה יוסף הי"ו האט ארויסגעברענגט ווי דער רבי לערט אונז אויס וויאזוי מען דארף זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן און אז מען געבט איבער דעם טאג פארן באשעפער ווערט מען געהיילט פון אלע סארטן סטרעס און ענקזייעטי.   יבנאל: מען איז זיך צוזאם געקומען אין סוכה אין שטוב פון מו"ה דוב קליין שליט"א, נאכן זינגען דעם "שיר ידידות" האט מען זוכה געווען צו הערן טייערע ווערטער פון הגאון ר' משה קורץ שליט"א גאב"ד יבנאל איבער די גרויסע כח וואס ליגט אין די ספרים פון הייליגן רבין, און וויאזוי עס טוישט דעם מענטש.   ירושלים עיר הקודש: מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אין גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב ברסלב, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, דערנאך האט דער גבאי הר"ר יצחק שמואל פרענקל שליט"א אויפגעטרעטן און פארגעלערענט די תורה רפ"ב פון הייליגן רבין ווי דער רבי מאנט מען זאל זען צו קוקן גוט אויף יעדן איד, און דער גבאי האט געזאגט אז אויך אויף זיך דארף מען טרעפן גוטע נקודות, דערנאך האט מען גערעדט פון די גרויסע מופתים וואס מען זעט ביים הייליגן רבין ביזן היינטיגן טאג, ווען יעדער קען זאגן אויף זיך "א מופת בין איך" און מען זעט ווי דעם רבי'ן זאך לעבט אויף אייביג. צום ביישפיל מען זעט ווי א איד אין תשפ"ד בשעת זיין גאנצע פארמעגן גייט ארויף אין פלאמען אבער איז זיך מחזק מיט אמונה און מיט די עצות וואס דער רבי האט געשריבן איבער צוויי הונדערט יאר צוריק.   לאנדאן: דינסאטג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף סענט עדרוס גראו, ווי מען האט זיך געוואשן צו ברייטע סעודה לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבין, עס האט זיך באטייליגט א חשובע גאסט דער דיין פון קהל יטב לב דסאטמאר אין לאנדאן הרה"ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט גאר שטארקע דיבורים, און האט ארויסגעברענגט די חיזוק וואס די גאנצע וועלט נעמט פון הייליגן רבין, און האט פארגעלערט תורה רפ"ד, און האט מעודד געווען מען זיך זיך מחזק זיין און מחדש זיין מיט הפצה, אויף וואס די וועלט איז קריטיש אנגעוויזן. דערנאך האט מען געזונגען ניגונים פון אמונה.   מאנסי: מאנטאג נאכט זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור צו א סעודה לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבין אין סוכה אין הויף פון ביהמ"ד היכל הקודש אין מאנסי, און נאכן זיך וואשן צו די סעודה האט מען מיט געהאלטן מיט א לייוו הוק אפ די דרשה פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג. נאכן סעודה האט מען געזונגען שיינע ווארימע ניגונים פון בענקשאפט צום אויבערשטן.   צפת: מאנטאג נאכט זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען אינעם גרויסן סוכה פון מו"ה נתן ראזענבערג שליט"א, נאכן זיך וואשן צום סעודה האט מען געהערט פאסיגע דיבורים פון מו"ה נתן טייכנער שליט"א אן אייניקל פון הייליגן רבין, דערנאך האט מו"ה נחמן יאקאבאוויטש שליט"א אויפגעטרעטן איבער די כח ההתחדשות וואס דער רבי לערנט אונז אויס, און אויף די באזונדערע זכי' אז מיר זענען מקורב צום רבין דורך היכל הקודש וואס מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א לאזן אונז נישט איינשלאפן. ביינאכט נאכן טאנצן האט מען מיטגעהאלטן מיט א לייוו הוק אפ דעם שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, פון וואס אלע האבן ארויסגענומען חיזוק און עצות אויף למעשה.   קרית ברסלב: מאנאטג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון בית המדרש אויף האשקי, עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודה, און בשעת די סעודה האט מען זיך צוגעהערט צום לייוו הוק אפ פון ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג פון וואס אלע האבן ארויסגענומען חיזוק און עצות לעובדא ולמעשה.   קרית יואל: מאנטאג נאכט זענען פילע אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג צום סעודת הילולא ביים ראש ישיבה, און דינסטאג נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין גרויסן סוכה אין שטוב פונעם גבאי פון בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן וועי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א ווי מען האט געהערט שיינע דיבורים פונעם גבאי וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הפצה, ווי טייער און חשוב עס איז ביים אויבערשטן. און ווי די גאנצע וועלט האט חיות און חיזוק פון הייליגן רבין, און מיר דארף זיך אויפפרישן. אויך איז פארגעקומען סעודות הילולא'ס אין נאך פילע פלעצער ווי אלעד און נאך. דער אויבעשטער זאל העלפן דער זכות פון הייליגן רבין זאל מגין זיין אויף אונז אז מיר זאל קענען אויספירן און נוצן די אלע עצות וואס ער האט אונז געגעבן און זיין אמת'ע ערליכע אידן.   תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו  

    < זעה מער ל תשרי תשפ"ד 📝
  • נייע שיעור אין גמרא געגרינדעט אין היכל הקודש קרית יואל

    אויפן רוף פון ראש ישיבה שליט"א פארגאנגענעם חודש ראש השנה אין אומאן אז אלע גבאים זאלן זען צו מסדר זיין א שיעור אין זייער בית המדרש אין גמרא, זאגענדיג ווי ער געדענקט ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט זיך אלץ בארימען וויפיל שיעורים אין גמרא עס קומען אלץ פאר אין יבנאל, האט ער געזאגט אז דאס איז די פליכט פון יעדע גבאי צו זען צו נעמען א מגיד שיעור וואס זאל פארלערנען א שיעור גמרא. &nbsp; דערפאר איז אונז א פרייד צו מעלדן אז דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש קרית יואל הר"ר יואל פארקאש שליט"א איז געלונגען צו מסדר זיין אז פון היינט מיטוואך בראשית וועט בעז"ה פארקומען א שיעור אין בית המדרש דורך א געשמאקע פארלערנער וואס וועט צולייגן די גמרא קורץ און קלאר און וועט דערנאך צולייגן די חיזוק און עצות וואס מען קען ארויסנעמען פונעם בלאט אויף למעשה געבויט לויט די תורות און ווערטער פון הייליגן רבין. &nbsp; דער שיעור וועט בעז"ה פארגעלערענט ווערן טעגליך אום 9:00, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען אום 9:30 דאווענען מעריב. &nbsp; מיר געדענקען גוט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ רעדן פון די גרויסקייט פון לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, זאגענדיג אז דאס איז א שמירה פאר'ן מענטש ברוחניות ובגשמיות, ווי ער פלעגט אלץ זאגט אז גמרא איז ראשי תיבות ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל די פיר מלאכים וואס היטן דעם מענטש וואס לערנט גמרא יעדן טאג, אזוי אויך פלעגט ער אלץ נאכזאגן פון ר' שלמ'קע זעווהילער אז א טאג וואס א מענטש האט נישט געלערענט א בלאט גמרא האט ער א פנים ווי א חי'. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז דאס וואס עס שטייט און סיפורי מעשיות וועגן דעם בלאט (בלעטל) אינעם ספר וואס דארט איז געשטאנען די נימוסים פון די אידן וואס האט זיך אריבער געמישט און דער קעניג האט מורא געהאט ביז ער האט זיך געחלומ'ט "ווילאנג דער בלעטל איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן" אז דאס גייט ארויף אויף לערנען יעדן טאג א דף גמרא, און דאס איז מגין און היט אויף א מענטש אז קיינער זאל אים נישט קענען טון קיין שלעכטס און ער דארף פון קיינעם קיין מורא האבן.

    < זעה מער כו תשרי תשפ"ד 📝
  • סוכות תשפ"ד ביים ראש ישיבה שליט"א

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. &nbsp; די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט און געשמאק מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, שב"ק איז פארגעקומען די קידוש פאר די טאכטער פון ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה האט א נאמען געגעבן מלכה. פילע אנשי שלומינו זענען געקומען זיך משתתף זיין און אנווינטשן דעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; מאנטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, א ברייטע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן, און אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן די יארצייט סעודה, ביי די סעודה האט מען געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן, און וואס מיר באקומען אלץ פון אים. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אזא אור וואס וועט בלייבן ביז משיח וועט קומען, יעדע וואס זענען מחזק אידישע קינדער נעמען עס אפענערהייט אדער באהאלטענערהייט פונעם רבין. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז ברסלב'ע חסידות איז תלוי וויפיל מען לערנט דעם הייליגן רבינס ספרים, וואס דער רבי זאגט אז עס וועט עפענען אלע אדערן. ער וועט באקומען אמונה און צוריק קומען צום אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט שטארק מאריך געווען איבער די זאך פון תפילה וואס מיט דעם קען מען אלעס פועלן ביים אויבערשטן, זאג א ווארט צוויי ווערטער, וועסטו מיט געדולד אנקומען צו די גרעסטע מדריגות און קענען אויספירן אלע דיינע קבלות. &nbsp; נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה. &nbsp; דאנערשטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה נעבן בית המדרש אין וויליאמסבורג. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל. &nbsp; דערנאך איז מען אריין אין בית המדרש וואו מ'האט אויסגעזאגט תהלים און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו. &nbsp; הושענה רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. צווישן די פילע זאכן האט דער ראש ישיבה אויך ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענה - העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענה און הושענה, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר".&nbsp; &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דו שפירסט זיך טרוקן און קאלט ווי א הושענה, האסט נישט קיין געפיל, דאס ווייזט אונז די הושענות וואס זעט אויס ווי די ליפן, רעד קאלטע דיבורים, ווייל דער דיבור של אמת קען פונקט אזוי זיין קאלט. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מען זאל אריינטראכטן צי מען דארף טאקע דעם טעלעפאן אזוי וויכטיג, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן, און מאכן א חשבון הנפש, "וואס טו איך מיטן טעלעפאן?". &nbsp; ביי די לעצטע הושענות, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות. &nbsp; די פילע שיעורים אין לויף פון חול המועד, קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין און אויף אונזער וועבסייט. &nbsp; שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. &nbsp; שב"ק שמיני עצרת ביי קידוש סיפורי מעשיות, האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל לאזן די עלטערע אידן זיצן אין פארנט. ווייל דרך ארץ איז די וויכטיגסטע זאך. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון די צייט פון די הקפות וואס מען קען דעמאלטס פועלן גרויסע זאכן אין הימל. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען האט יעצט געבעטן פאר גשם וואס דאס מיינט פרנסה, זאגן חז"ל אז די שליסל פון פרנסה ליגט נאר אין הענט פון אויבערשטן. קאווערסט זיך נישט? בעט דעם אויבערשטן, בעט אים זאלסט קענען באצאלן די חובות. אויך האט דער דער ראש ישיבה גערעדט איבער נישט ספענדן קיין געלט פאר איבעריגע זאכן. &nbsp; שמחת תורה אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער לצים וואס שפעטן און מאכן וויצן פון מצוות און פון אידישקייט, און אפילו זיי גייען מיט שטריימל בעקיטשע, דארף מען זיך זייער אכטונג געבן פון זיי. &nbsp; שמחת תורה ביי די הקפה פון אברהם אבינו מדת החסד, האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם אז די גרעסטע חסד וואס מען קען טון מיט א איד איז אים מזכה זיין מיט א קונטרס, א גליון, א קארטל, וואס וועט אים געבן לעבן. &nbsp; ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה גערעדט זייער קורץ און געבעטן מען זאל מיטנעמען די אלע הייליגע טעג און עס איינקעשן און עס נוצן, מעביר סדרה זיין, לערנען גמרא, משניות, ועל כולם רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער כה תשרי תשפ"ד 📝
  • ברכת מזל טוב פאר ראש ישיבה שליט"א צום געבורט פון א קינד

    בשם די צענדליגע טויזנעטער אידן איבער די וועלט וועלכע זענען נהנה פונעם ראש ישיבה אויף איין וועג אדער די אנדערע וועג ווילן מיר וואונטשן א הארציגע ברכת מזל טוב פאר ראש ישיבה שליט"א צום געבורט פון א מיידל למזל טוב. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אינעם בריוו היינט אינדערפרי ""הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו", דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, ער האט אונז געגעבן א מתנה, א געזונטע קינד, א זיס מיידל למזל טוב. נעכטן נאכט, גלייך ביים ענדיגן בויען די סוכה, ווי נאר איך האב געענדיגט לייגן די סכך - בין איך אריין מיט מיין ווייב האבן דאס קינד. דער אייבערשטער מאכט אזויפיל ניסים, אזויפיל חסדים, "מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי", וואס קען איך דיר צוריק צו צאלן אייבערשטער פאר דיינע חסדים? "כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא", איך וועל רעדן צו דיר און איך וועל רעדן פון דיר צו אלעמען, יעדן איינעם דערציילן די חסדים. דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער טוט נאר חסדים, מען דארף נאר האבן דעם בעל תפילה (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יב) זאל אונז עפענען די אויגן, מיר זאלן שוין אנהויבן זען דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז און אים דאנקען און לויבן, נישט אויפזוכן די שווארצע פינטלעך, נישט קוקן אויף די האלב ליידיגע גלעזל, נאר אויף די האלבע אנגעפילטע גלעזל, אויף די ניסים; אז מיר לעבן, מיר זענען געזונט, מיר זענען באשאפן געווארן אידן און מיר גלייבן, מיר האבן אמונה, און מיר זענען אנגעפילט מיט מצוות כרימון, און נאך אזויפיל חסדים. נישטא קיין צייט יעצט פאר לאנגע בריוו, יעצט דארף מען לויפן קויפן ד' מינים, די הייליגע ד' מינים, מיר גייען זוכה זיין נאך א יאר שאקלען די ד' מינים. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קכה): "שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִים כְּלָל גֹּדֶל יִקְרַת מַעֲלַת מִצְוַת אֶתְרוֹג", מיר האבן נישט קיין אנונג פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון די ד' מינים, "וַהֲרֵי אָנוּ רוֹאִין שֶׁיִּשְׂרָאֵל מְפַזְּרִים מָמוֹן הַרְבֵּה בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", מיר זעען דאך וויפיל געלט אידישע קינדער געבן אויס פאר די מצוה פון אתרוג און ד' מינים, "יוֹתֵר מֵעַל שְׁאָר מִצְווֹת", מען געבט אויס מער געלט אויף די מצוה ווי מען געבט אויס אויף אנדערע מצוות, "וּבְוַדַּאי לֹא עַל חִנָּם הוּא", דאס איז זיכער נישט אומזיסט, "מִסְּתָמָא מִצְוָה זוֹ הוּא יְקָרָה מְאֹד מְאֹד אֲשֶׁר אֵין לְשַׁעֵר", זעט אויס אז די מצוה איז זייער א הייליגע מצוה וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלָתָהּ", נאר וואס דען, מיר זענען אזוי ווייט פון וויסן דאס גרויסקייט פון מצוות, מיר ווייסן נישט איר טייערקייט. איך וויל נישט אויסציען די בריוו, איך וויל דיך נישט אויפהאלטן, איך דארף אויך אנגרייטן דעם יום טוב. גיי קויפן ד' מינים; קויף פאר דיר און פאר דיינע קינדער, און טאנץ פאר שמחה אז דו גייסט זוכה זיין שאקלען די הייליגע ד' מינים. דער רבי זאגט (שם): "אֶפְשָׁר אִם הָיוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלַת מִצְוָה זוֹ, הָיוּ עוֹשִׂים מַה שֶּׁהָיוּ עוֹשִׂים בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", ווען מיר וואלטן ווען געוויסט ווי גרויס די מצוה - איז וואלטן מיר זיכער געטון גרויסע זאכן; דער רבי זאגט נישט וואס, זיכער מיינט דער רבי מען וואלט געטאנצט, מען וואלט ארויס פון די קטנות הדעת, מען וואלט אויפגעהערט קרעכצן, אויפגעהערט וויינען. דער רבי אליינס האט אמאל געהייסן ברענגען מוזיק, אין די יאר וואס האט געהייסן קודם אז עס וועט נישט זיין ד' מינים און נאכדעם איז געווען א נס פון הימל, עס איז אנגעקמען ד' מינים, דער רבי האט געהייסן ברענגען מוזיק, מען האט געטאנצט א גאנצע נאכט." &nbsp; עס בלייבט נישט מער ווי וואונטשן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, און אז דער אויבערשטער זאל אים גיבן כחות ווייטער צו קענען פארשפרייטן די ריינע לויטערע אמונה עצות און חיזוק אויף די וועג וואס ער האט געלערנט ביי מוהרא"ש זי"ע, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה. &nbsp; סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל &nbsp;

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט פון הייליגן רבין מאנטאג חוה"מ אין וויליאמסבורג

    בחדרת הקודש גרייטן זיך אנשי שלומינו צום יארצייט פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס מאנטאג חול המועד סוכות ח"י תשרי הבעל"ט. &nbsp; טראצדעם וואס עס זענען שוין פאריבער גאנצע 213 יאר פון די פטירה פון הייליגן רבי'ן האט זיך דער לעכטל פון הייליגן רבין נישט נאר נישט אויסגעלאשן, נאר פארקערט, מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער צינדט זיך דער פייער אן שטארקער און שטארקער, ווי דער רבי האט פארשפראכן "מיין פייערל וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיין אנדערש ווי אנדערע צדיקים, וואס האבן אראפגעברענגט א פייער א לעכטיגקייט אויף דער וועלט, און ווען זיי זענען נסתלק געווארן לחיי העולם האבן זיי מיט גענומען מיט זיך דעם אור, אבער דער רבי האט איבערגעלאזט ספרים וואס באשיינען און באלייכטן די וועלט, עצות און חיזוק וואס ברענגען צוריק אידן צום אויבערשטן אויף א פארנעם וואס ווערט נאר פארמערט מיט יעדן דורכגייענדען טאג. &nbsp; וואס דארף מען מער פון דעם וואס מיר האבן נארוואס געזען אין אומאן, מענטשן שטייען און שטוינען ווער האט געוואשן די מחות פון די צענדליגע טויזנטער אידן אז זיי זאלן נעמען אויף זיך די מיסיע פון זיך צורייסן און צופליקן פארן ענדלאזע שעות אריין אין א מלחמה געפלאגטע לאנד, אבער דער ענטפער איז זייער פשוט, די אידן האבן טועם געווען פון די זיסע און לעכטיגע ווערטער פון רבין וואס האט זיי געטוישט און געמאכט שפירן דעם אויבערשטן, האט זיי צוגעקלעבט צו די תורה, האט אריינגעגעבן אין זיי די זיסקייט פון תורה ומצוות, ווען אזא איד הערט די בקשה פון רבי'ן "קיינער טאר נישט פעלן", קוקט ער שוין נישט אויף גארנישט, און מיט אמונת חכמים פאלגט ער און טוט וואס דער צדיק בעט. &nbsp; יעדעס יאר חול המעוד סוכות ווען עס קומט דער גרויסער טאג פון די הילולא קדישא, קומען פאר סעודות הילולות איבער די גאנצע וועלט, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און חזר'ן איבער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און דערווארימען זיך צו זיין פייער, אויך אין היכל הקודש וועלן זיך אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען אין אלע בתי מדרשים איבער די וועלט ווי די גבאים וועלן אויפטרעטן און רעדן פון די חיזוק און עצות פון רבין אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט מאנטאג נאכט אין וויליאמסבורג אין די סוכה קעגן איבער דעם בית המדרש אויף 27 סקילמאן סט. און וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע שמועס. מען וועט זיך וואשן צו א סעודה, און וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע שמחת בית השואבה אין בית המדרש.

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ד 📝
  • סיפור מכלי ראשון: נפטר בעט אין חלום מען זאל לערנען משניות לעילוי נשמתו

    מאנטאג פרשת כי תצא תשפ"ג, נאך שחרית אין בית המדרש, איך פול מיך אן א גלעזל קאווע, און איך זעץ מיך צו צו א לחיים וואס איינער האט געגעבן לעילוי נשמת זיינס א זיידן. &nbsp; בשעת'ן עסן א שטיקל לקח מיט'ן קאווע, הער איך ווי איינע פון די קביעות'דיגע מתפללים פארציילט א מעשה: פאר צוויי יאר צוריק איז נפטר געווארן דא אין אונזער שטאט לחיי העולם הבא אן ערליכער איד אן עובד ה', דער איד האט איבערגעלאזט שיינע ערליכע דורות דורכגעווייקטע חסידישע אידן.&nbsp; &nbsp; איידער דער איד איז אוועק פון דער וועלט האט ער איבערגעלאזט א שיינע צוואה ווי ער בעט זיינע קינדער צו גיין אויפן ערליכן וועג. צווישן אנדערע האט ער געבעטן זיינע קינדער זיי זאלן נישט מקפיד זיין צו דאווענען פארן עמוד יעדער באזונדער, בפרט האט ער געשריבן ווען מען דארף צוטיילן א מנין אין צוויי, אדער מען דארף זיך שלאגן אויפן ברעטל לוינט זיך עס זיכער נישט. ער האט זיי געבעטן זיי זאלן דאווענען מיט מנין, און זיכער צו מאכן צו לערנען משניות לעילוי נשמתו. &nbsp; די קינדער חשוב'ער אידן תלמודי חכמים און יראי ה' , האבן אין אנהייב שטארק מקפיד געווען צו מקיים זיין זייער טאטנס בקשה, זיי האבן ערליך געלערנט משניות, אבער האבן מיט דעם אלעם נאך אלץ פרובירט צו דאווענען פארן עמוד, אבער ווי מער צייט עס איז דורך האבן זיי אנגעהויבן צו פארגעסן. זיי האבן עס ממש פארטוישט, זיי האבן מקפיד געווען צו האבן דאס ברעטל יעדן טאג, שחרית מנחה און מעריב, אבער פונעם משניות האט מען ליידער פארגעסן.&nbsp; &nbsp; עס זענען דורכגעלאפן עטליכע וואכן, און דער איד קומט אין חלום צו איינע פון זיינע באקאנטע און זאגט אים "גיי זאג פאר מיינע קינדער אז איך ווארט אז זיי זאלן לערנען משניות", דער איד איז צוגעגאנגען צו איינע פון די קינדער וואס האט זיך געכאפט ביים קאפ "אוי ווי האב איך געקענט פארגעסן מיין טאטענ'ס בקשה", און פארשטייט זיך אז פון דעם טאג און ווייטער האט זיך אלעס געטוישט, זיי האבן געלערענט משניות, פון וואס זייער פאטער בעולם העליון האט געהאט א געוואלדיגע נחת רוח. &nbsp; ווען איך האב געענדיגט מיטן לחיים און נאך ברכה, און איך האב מיך אויפגעשטעלט, קומט דער איד (וואס האט פארציילט די מעשה) צו מיר, און רוימט מיר אריין אין אויער "איך בין דער איד צו וועם ער איז געקומען אין חלום". &nbsp; איך האב אים געפרעגט פארוואס ביסטו נישט מפרסם די מעשה, מען קען דאך דערפון האבן א געוואלדיגע חיזוק אויף משניות, האט ער מיר געזאגט אז עס איז נישט קיין כבוד פאר די חשובע משפחה אז זיי האבן פארגעסן פון אזא קלארע בקשה פון זייער טאטן, דערפאר איז ער נישט מפרסם די מעשה. האב איך אים געפרעגט צי איך מעג כאטש מפרסם זיין די מעשה אין זיין נאמען, האט ער געזאגט אז ער וויל נישט. &nbsp; די מעשה איז געהערט געווארן פון כלי ראשון, און איז באשטעטיגט צו זיין אמת. און פון דעם קען מען זען די גרויסקייט פון לערנען משניות בעולם העליון ווי די נשמות באקומען פרישע חיות און גייען ארויף העכער אין גן עדן דורכדעם וואס מען לערנט משניות דא אויף דער וועלט.

    < זעה מער יב אלול תשפ"ג 📝
  • אנטדעקט כתב יד קודשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע איבער די ווערטער פון הייליגן רבין

    יעדער וואס האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון סאטמאר ווייסט אז דער עיקר וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט געוואלט, איז איינפלאנצן די אמונה טהורה אין אידישע קינדער, אין די צייט וואס רבים ושלמים זענען נעבעך פאר'כישופ'ט געווארן פון די "כוחי ועוצם ידי" ווינטן פון די ציוניסטן און זייערע נאכשלעפער איז דער הייליגער צדיק געשטאנען אליינס בבחינת אחד היה אברהם און זיך צונאר געלייגט פאר די וועלט וועלכע האט נישט אויפגעהערט טרייבן שפאס פון דעם הייליגן צדיק וואס איז לויט זיי א "שונא ישראל" אדער גאר אן "עוכר ישראל" עפרא לפימיהו. &nbsp; דער הייליגער צדיק האט אוועקגעגעבן זיין בלוט און נשמה און געשריגן און געוויינט מען זאל נישט פארכאפט ווערן פון די כפירה שטורעם ווינטן וואס בלאזן אין די גאס, און אזוי צוביסלעך האבן זיך צוזאם געקליבן נאך א איד און נאך איד וואס האבן זיך געקלאמערט צו די ריינע אמונה, ביז עס איז אויסגעוואקסן די ריזיגע קהילה און מוסדות סאטמאר וואס ציילט זיך צענדליגע טויזענטער אידן יראים ושלמים בכל קצוי תבל. &nbsp; דער הויכפונקט פון הייליגן רבי זי"ע איז בלי ספק געווען דאס שרייבן דער הייליגער ספר "ויואל משה", וואס ער האט נישט געלאזט פאר קיינעם צו טון די ארבעט, דער ספר האט גענומען לאנגע וואכן און חדשים צו שרייבן, און האט עס געשריבן בדם לבבו און דערמיט מבאר געווען די אמת'ע דעת תורה, וויאזוי מיר דארפן גלייבן אין אויבערשטן און אין אלע דרייצן אני מאמין'ס. &nbsp; דער ספר איז נישט געשריבן געווארן איש מפי פיש, און אפילו נישט נאכגעשריבן א דרשה בעל פה. דער ספר האט דער הייליגער צדיק אליינס געשריבן און עקזיסטירט נאך יעצט בכתב יד קדשו. איין אזא בלאט וועט ווערן אויספארקויפט אין א ליציטאציע דורך עתיקים, און וועט קענען געזען ווערן. די ווערטער פון דעם בלאט האבן א ספעציעלע חשיבות ביי חסיד ברסלב, ווייל דארט זעט מען דעם טיפן קשר עליון, און דעת קדשו פון הייליגן צדיק וויאזוי ער באציט זיך צום הייליגן רבין מיט א לשון וואס ער שרייבט נישט אויף קיין איין גדול בישראל וזה לשון קדשו "ובליקוטי מהר"ן מבראסלוב האריך&hellip; מה שיהי&rsquo; בעיקבא דמשיחא&hellip; על פי משל במלך שהלך בדרך&hellip; והי&rsquo; בסכנה גדולה, וניצל רק על ידי איש כפרי. כמו כן יהי&rsquo; בעיקבא דמשיחא, שיהי&rsquo; מבול לא של מים, אלא של אפיקורסות, ויכנס בלב הכשרים שבישראל, ולא יוכלו ליתן עצה, וכל שרי המלוכה נתפזרו, ולא יתחזק מלכות שמים, אלא עם פשוטי עם שאומרים תהלים בפשיטות". און דער רבי ענדיגט די ווערטער "וזה ענין של רוח הקודש שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא". &nbsp; אויפן עתיקים ליציטאציע

    < זעה מער י אלול תשפ"ג 📝
  • גרויס פרייד צום שידוך שליסן אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א

    אנשי שלומינו זענען פרייליך מיט די בשורה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט א שידוך געטון מיט זיין חשובע זון ני"ו, דער חתן איז הבחור החשוב שמעון ני"ו, אין די כלה תחי' איז די טאכטער פון מוה"ר אברהם משה שטראסער שליט"א, מנהל מוסדות היכל הקודש. &nbsp; דער חתן איז פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, וואו ער האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן על התורה ועל העבודה. ער איז באליבט ביי אלע בחורים אין ישיבה מיט זיינע מדות טובות, ער איז באקאנט מיט זיין התמדת התורה, אויסער די שיעורי הישיבה האט ער זוכה געווען צו ענדיגן פאר זיך צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און נאך פילע שיעורים. ווי אויך איז ער א גרויסע מפיץ, וואס האט שוין פארשפרייט טויזנטער ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, און מקרב געווען פילע אידן צום אייבערשטן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. די כלה תחי' איז א תלמידה פון "בית פיגא", וואו זי איז באקאנט מיט אירע מדות טובות און יראת שמים. &nbsp; אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די גאנצע וועלט בכלל, פרייען זיך מיט מיט די שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווי באקאנט פאר יעדן וויפיל דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אזויפיל ארויסגעהאלפן אידישע קינדער איבעראל מיט די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס ער געבט איבער די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, אויף די היינטיגע שפראך, אויפ'ן היינטיגן פארנעם, אז יעדער איד, אין סיי וועלכע מצב ער איז, זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, און זאל קענען זיין נאנט צום אייבערשטן. &nbsp; זאל דער אייבערשטער העלפן דער ראש ישיבה און אלע מחותנים זאלן זען פיל אידיש נחת פון אלע קינדער, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים. &nbsp; נעכטן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים-ווארט-תנאים בראשית פון די מחותנים און די חשובע זיידעס אין שטוב פונעם מחותן, ווי אנשי שלומינו קרובים און גוטע פריינט זענען אריבערגעקומען און האבן געווינטשן און זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחה. &nbsp; &nbsp; סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן &nbsp;

    < זעה מער ז אלול תשפ"ג 📝
  • געהויבענע ברית ביי אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א

    היינט איז געווען די ברית פון אן אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א ביי א זון פון זיין איידעם הר"ר נתנאל שליט"א. דער זיידע הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געווען דער סנדק, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט די ברכות און געגעבן דעם נאמען 'יחזקאל', נאכן זיידן דער קארלסבורגער רב זכרונו לברכה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביי די סעודה וואס ער האט געהערט פון מוהרא"ש זי"ע, מען ווינטשט: "כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", 'כשם' מיטן נאמען וואס מען האט געגעבן פארן קינד - ביים ברית, 'כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים' - דאס זאל אים העלפן צו לערנען און דאווענען; אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך, במדבר) א נאמען נאך א צדיק העלפט, אז דער מענטש זאל אויך זיין א צדיק, ווייל דאס וועקט אויף די ליכטיגקייט פונעם צדיק אויבן אין הימל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האב געהערט פון מוהרא"ש, דער גרויסער גאון רבי שלמה קלוגער זכר צדיק לברכה איז געווען אמאל ביי א ברית, און מען האט זיך דארט זייער פארזוימט, האט ער געפרעגט: "וואס ווארט מען?" האט מען אים געזאגט אז דער טאטע פונעם קינד גוסס'ט און מען ווארט אז דער טאטע פונעם קינד זאל שטארבן, מען זאל קענען געבן א נאמען פארן קינד נאך זיין טאטע. האט דער גרויסער גאון געזאגט: "איך פארשטיי נישט וואס מיט ענק גייט פאר, מאכט שוין דעם ברית, אזוי וועט אליהו הנביא קומען צו גיין און מען וועט אויסבעטן פאר די חולה ער זאל האבן א רפואה שלימה", וכך הוה, מען האט געמאכט די ברית און מען האט גע'פועל'ט א רפואה פארן טאטן פונעם רך הנימול, ביז דריי טעג איז ער שוין געגאנגען אויף זיינע פיס; זעט מען דאס גרויסקייט פון זיין ביי א ברית. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט ווייטער געזאגט אז אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, און אלע וואס זענען ביים ברית - איז מען מוחל אלע עבירות. אפילו מען זעט נישט אליהו הנביא, דארף מען וויסן - אז גלייבן איז מער ווי זען, אז מען גלייבט אז אליהו הנביא געפינט זיך ביי א ברית איז דאס נאכמער ווי זען. מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער נודע ביהודה זכותו יגן עלינו האט איינמאל פסח ביים סדר נאך 'שפוך חמתך' - אראפבאגלייט ביזן גאס אליהו הנביא און אים באגריסט: "גוט יום טוב!" ווען ער איז צוריק געקומען צום סדר האט ער געזאגט: "איר מיינט איך האב געזען אליהו הנביא, דעריבער בין איך געגאנגען באגלייטן? איך וועל ענק זאגן, איך האב אים נישט געזען און דאך בין איך געגאנגען באגלייטן, ווייל איך גלייב אז ער איז דא, און גלייבן איז נאך מער פון זען". &nbsp; דער זיידע קארלסבורגער רב שליט"א האט זיך באטייליגט מריחוק מקום וקירוב הלב זייענדיג אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי. וואו ער וויילט אלע יארן פון נאך תשעה באב ביז א' סליחות, און גרייט זיך דארט פאר די הייליגע טעג. מען האט אויך געהערט פאסיגע ווערטער פון די אנדערע זיידעס און עלטער זיידעס שליט"א הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א און הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס האבן געזאגט פאסיגע דברי תורה וברכה. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן, זה הקטן גדול יהי', כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און אלע זאלן זען ישועות און רפואות.

    < זעה מער כח אב תשפ"ג 📝
  • אינטערוויו מיט'ן סאטמארן משב"ק הרה"ח הישיש ר' יואליש גאנץ שליט"א

    לכבוד כ"ו אב, די יארצייט פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז ארויף א גאר אינהאלטספולע אינטערוויו מיט איינע פון די סאטמארע חסידים פון פריערדיגן דור הרה"ח הישיש ר' יואליש גאנץ שליט"א, וואס איז לאנגע יארן געווען א בן בית ביים רבין זי"ע און זוכה געווען צו משמש זיין דעם צדיק פילע יארן, ווי ער פארציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע עובדות וואס ער האט אליינס מיטגעלעבט, און ברענגט ארויס זיין גרויסע התקשרות צום צדיק, און וויאזוי מיר קענען זיך אפלערנען פון אים און גיין אין זיינע הייליגע דרכים. &nbsp; דער אינטערוויו ווערט געפירט דורך הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א פון קרית יואל וואס פירט עס אן בטוב טעם ודעת, און ווערט געענטפערט דורך הרה"ח ר' יואליש שליט"א וואס לייגט אראפ די עובדות מיט א באזונדערע חן און געשמאק מיט א טעם זקנים וואס לוינט זיך אויסצוהערן. &nbsp; מען קען עס הערן אויף קול ברסלב 212-444-9191 (אדער 845-351-0910 / ארץ ישראל 0797040066 / ענגלאנד 03303502361&nbsp; / קאנאדא 438-300-8080&nbsp; / בעלגיע 3235003461 / ארגענטינא&nbsp; 1152354370) פאר די אינטערוויוס דרוקט מען&nbsp; / 1 / 4 / 2 פון די מעין מעניו, דער אינטערוויו פון הרה"ח ר' יואליש גאנץ שליט"א איז נומער 375. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער כח אב תשפ"ג 📝
  • סיום מסכת גיטין והתחלת מס' קידושין

    א גרויסע שמחה הערשט ביי אלע אנשי שלומינו דעם היינטיגן טאג מאנטאג פרשת שופטים, מען דאנקט דעם אויבערשטן שהחיינו וקיימנו אז מען האט זוכה געווען אז מען האט מסיים געווען און אריינגענומען אין זיך נאך א גאנצע מסכת, מען האט זוכה געווען&nbsp; אז פאר ניינציג טעג האט מען יעדן טאג געלערענט א דף&nbsp; גמרא. און ווי אביי בארימט זיך אין מסכת שבת (קי"ח ע"ב) "אמר אביי, תיתי לי דכי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה עבידנא יומא טבא לרבנן" אז ווען א תלמיד האט מסיים געווען א מסכת האט ער געמאכט א יום טוב פאר די תלמידים, וועלן אנשי שלומינו מאכן א יום טוב יעדער ביי זיך אין שטוב, אריינעמען די ווייב און קינדער אין די גרויסע שמחה, אריינברענגען אין שטוב א ליבשאפט צום אויבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה. &nbsp; לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא איז א זאך וואס מאכט פרייליך א איד, עס פילט אים אן מיט צופרידנהייט, עס מאכט געזונט א מענטש ברוחניות ובגשמיות. אויב טראכט א מענטש, "איך בין נישט געמאכט צו ענדיגן ש"ס, דאס איז אפשר געמאכט פארן רב, פארן דיין", לאמיר זען וואס רש"י לייגט צו דארט אין די גמרא, רש"י טייטשט דאס ווארט "דשלים מסכתיה - שגרסה", אז ער האט עס געזאגט, און דאס איז א זאך וואס יעדער קען בכל מצב שהוא, דאס איז איינע פון די זיסטע מתנות וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער לעכטיגער "סדר דרך הלימוד" (עיין שיחת הר"ן סימן ע"ו) וואס דער רבי ברענגט דארט ארויס אז מען זאל לערנען זייער שנעל, און אפילו בלויז זאגן די ווערטער, ווייל מען וועט עס ממילא פארשטיין, און אויב נישט ביים ערשטן מאל, דעמאלטס וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און דער רבי פירט אויס "און אויב מען וועט עס בכלל נישט פארשטיין, וואס איז?" דער רבי זאגט אונז אז אויף יענער וועלט וועט מען שוין דערמאנען און פארשטיין אלעס וואס מען לערנט דא אויף דער וועלט. דערפאר דארף מען נישט קוקן צי מען האט א קאפ, צי מען האט געדולד, צי מען פארשטייט, צי מען איז טרוד, יעדער קען זוכה זיין לכתרה של תורה, און ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; ביים ראש ישיבה שליט"א האט מען נעכטן געפראוועט א שיינע סיום נאכן שיעור וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר דעם יעדן אינדערפרי אכט אזייגער אונטן אין וואלד אונטער'ן בית המדרש אויף האשקי, א הערליכע שיעור באגלייט מיט אסאך שיינע התחזקות פאר און נאכן שיעור. דער ראש ישיבה שליט"א רופט דער פלאץ "גן עדן התחתון", זאגענדיג אז&nbsp; "ווען מ'לערנט האט מען גן עדן". &nbsp; נאכן שיעור א האט מען געפראוועט א שיינע סיום, מען האט זיך געוואשן, און דער ראש ישיבה האט גערעדט עטליכע ווערטער פון די דרך הלימוד און געזאגט אז ווער עס פרובריט עס אויס ווערט אויפגעראכטן, ער הייבט אן אויסצונוצן די צייט מיט תורה. &nbsp; 🎦 סיום ביים ראש ישיבה שליט"א &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו

    < זעה מער כז אב תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו בעטן זיך אויס ישועות ביים ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביומא דהילולא

    תלמידי היכל הקודש זענען נישט קיין פרעמדע געסט ביים ציון הקדוש אין קרית יואל, כמעט יעדעס מאל ווען מען גייט נאר ארויף צום הייליגן ציון זעט מען דארט אנשי שלומינו חסידי ברסלב, וואס לאזן נישט אויס קיין געלעגענהייט א גאנץ יאר, ארויפצוקומען צו דעם הייליגן פלאץ דער ציון פונעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע, אן ארט וואס איז מסוגל לישועות. &nbsp; דער הייליגער רבי האט אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט פון גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. דער רבי שרייבט אין ספר המידות אז ווען מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק ווערט מען געהאלפן אפילו מען איז נישט ראוי דערצו. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט רעדן און מעודד זיין די תלמידים וואס וואוינען אינעם הייליגן שטאט קרית יואל, און אזוי טוט אויך דער ראש ישיבה שליט"א כסדר, אז מען זאל נישט זיין קיין בטלנים, און נישט פארגעסן פונעם גרויסן אוצר וואס זיי האבן אין זייער "בעק יארד", און אלעמאל ווען מען דארף א ישועה זאל מען זיך אריבערכאפן צום הייליגן ציון און דארט בעטן דעם אייבערשטן. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט רעדן זייער גרויס איבערן הייליגן סאטמארע רבי'ן זי"ע, און פלעגט זאגן אז נאר אין זיין זכות איז געראטעוועט געווארן דאס אידישע פאלק נאכן גרויסן חורבן, מען זאל נישט חלילה פארכאפט ווערן פונעם סמ"ך מ"ם וואס האט אריינגערברענגט אין די וועלט די ציוניסטישע געדאנקען פון כחי ועוצם ידי, ער פלעגט זאגן אז עס האט געפעלט א האר אז אלע ממש זאלן פארכאפט ווערן דערפון, ווען נישט דער גרויסער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז געשטאנען ממש איינער אליינס קעגן די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן די ריינע אמונה, אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, און מעודד געווען די צובראכענע אידן וואס זענען ארויסגעקומען נאכן וועלט מלחה און האבן אלעס אלעס פארלוירן, אז זיי זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן. אזוי האט ער אויפגעבויעט כלל ישראל פונדאסניי, איבערגעפלאנצט די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים אויפן טריפה'נעם אמעריקע, און אויף זיינע יסודות לאנען מיר זיך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מען בויעט פרישע קהילות און מוסדות אין די גאנצע וועלט און בפרט אין אמעריקע. &nbsp; יעצט אין דעם געהויבנענעם טאג זעט מען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס דעם עת רצון און קומען ארויף צום ציון אין טאג פונעם יארצייט און מען טוט וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט אז ביי א ציון פון א צדיק דארף מען נישט שטופן ח"ו מענטשן און זוכן צו זיין דווקא ביים מצבה, נאר מען זוכט זיך אויס א שטילע ווינקל פון ווי מען קען זען דעם ציון און מען זאגט קאפיטלעך תהלים, און מען בעט זיך אויס בינו לבין קונו אלע בקשות אויף מאמע לשון, מיט פשוטע ווערטער. און טאקע אנשי שלומינו פארציילן גאר אסאך מופתים וואס מען פועלט ביים הייליגן ציון אין קרית יואל. &nbsp; אזוי אויך נוצן די טייערע איבערגעגעבענע מפיצים אויס דעם הייליגן טאג און זיי קומען ארויס און נעמען צוזאם געלט פאר צדקה און טיילן אויס די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע וואס חזרט די זעלבע זאכן וואס דער הייליגער סאטמארע רבי האט געלערענט, אז מען זאל זיך קלאמערן צו די ריינע אמונה, און אז מען זאל זיך חס ושלום נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די מדינה האט געברענגט עפעס נוצן פארן אידישן פאלק, נאר מען זאל וויסן אז די מדינה שטייט פאר איין זאך, זיי פרובירן אויסצומעקן די אמונה פון אידישע קינדער, זיי מאכן "רבנים" - אדער ווי מוהרא"ש פלעגט רופן די רבנות מטעם: "רע-בנים" - מיטן איינעם ציל אראפ צו פירן ריינע טייערע אידישע נשמות פון אידישקייט און פון אייבערשטן.די מפיצים פארציילן אז מען נעמט זיי אויף זייער שיין אין קרית יואל, מען געבט זיי צדקה מיט א ברייטע האנט, און מען נעמט די הייליגע ספרים מיט גרויס שמחה. בפרט נעמט דער ציבור דער נייער לוח ברסלב פון תשפ"ג וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, וואס האט די טייערע ווערטער פון מוהרא"ש ביי יעדע זמן אויפצואוועקן די נשמה איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב אדער צייט אין יאר וואס מען איז. &nbsp; תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו! &nbsp;

    < זעה מער כו אב תשפ"ג 📝
  • געוואלדיגער קידוש ה' ווען איבער צו 12,000 נדבנים געבן צושטייער פארן ברסלב'ן קאמפיין

    ויהי ממחרת, נאכדעם וואס דער זעקסטער יערליכער אנשי חיל קאמפיין האט זיך געענדיגט, איז צייט צו מאכן א סכך הכל פון וואס עס האט זיך דא אפגעטון. &nbsp; "מיר האבן דערגרייכט דעם ציל" האט דער ראש ישיבה שליט"א נעכטן געזאגט, ווען ער האט ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די 574 אנשי שלומינו וואס זענען ארויס געאנגען פון זייער באקוועמליכקייט און אנגערופן מענטשן בעטן נדבות פאר די מוסדות, וואס דאס איז געווען זיין ציל, ווייל "עס איז שווערער צו פועלן ביי מענטשן צו גיין נאך געלט ווי צו פועלן צו רעדן צום אויבערשטן אדער דער סדר דרך הלימוד", דער ראש ישיבה האט זיך זייער באדאנקט פאר אנשי שלומינו פאר זייער אנשטרענגונג פאר די עתיד פון די מוסדות, פאר די עתיד פון אונזערע קינדער. &nbsp; עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם זעענדיג ווי עס זענען אריינגעקומען איבער צוועלף טויזענט אינדיווידועלע נדבות, רובם ככולם זענען געקומען פון פשוטע ארבעטער, פון אידן וועלכע ארבעטן שווערן אויף א שטיקל ברויט און האבן אוועקגעגעבן דערפון פאר'ן אויבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב איז אריינגעקומען אזויפיל נדבות, מיינט דאס אז מען האט געמאכט אסאך מער רופן צו מענטשן, עס איז לא ימלט אז יעדער וואס מען רופט זאל געבן, וויבאלד נישט יעדער איז אלץ ביכולת צו געבן, און דאס מיינט אז אנשי שלומינו האבן געמאכט אין די טעג שווערע צענדליגע טויזנטער רופן וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז אריינגעקומען איבער א דריי-פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס געלט איז אן אייביגע אינוועסטמענט פאר די אלע נדבנים, וואס וועט זיי אנטקעגן קומען סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט. &nbsp; וויבאלד פילע דרייווס ווילן נאך אנקומען צו זייערע צילן, און נאך אסאך אידן ווילן זיך נאך באטייליגן וועט די קאמפיין פעידש נאך פארבלייבן אפן פאר נאך א וואך. &nbsp; קליקט יעצט דא זיך צו ביישטייערן &nbsp; מי שמדבר לבני אדם שיתנו צדקה הוא מרבה ישועה

    < זעה מער כ אב תשפ"ג 📝
  • גרענטס געמאלדן פאר אנשי שלומינו פארזאמעלט אין אנשי חיל הויפטקווארטיר אין הורליוויל ארט סענטער

    אין די מינוטן האבן זיך געעפענט די טירן אינעם שיינעם הורליוויל ארט סענטער אויף 219 מעין סט. (הורליוויל ניו יארק 12747) אין די ליבערטי געגענט ווי אנשי שלומינו קומען צו פארן אין די מאסן זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן. דער צענטער איז אויסגעשטאט מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס פארן אפעראציע, עס איז דא צוגעשטעלט פילע קאמפיוטערס, טעלעפאנען, איבערבייס, טשארדזשערס.&nbsp; &nbsp; דער באקאנטער סאונד עקספערט ר' יואל גרינפעלד פון קריתיואל האט אויפגעשטעלט סקרינס אויף אלע זייטן, ווי מען קען מיטהאלטן לעבעדיג די קאמפיין פארשריט, אזוי אויך האט ער אהערגעשטעלט א גוטע סאונד סיסטעם וואס וועט גענוצט ווערן שפעטער פארן אינהאלטספולע און אינטערעסאנטע פראגראם וואס וועט נאכפאלגן. &nbsp; אין די יעצטיגע מינוטן זיצן פילע אנשי שלומינו ארום די פילע טישן און רופן אן זייערע אלע קרובים און באקאנטע וואס רוב רובם נעמען אויף זייער שיין, און שפירן א זכיה צו קענען באשטייערן פאר די היליגע מוסדות וואס ווערט געפירט דורכן ראש ישיבה. אלע זענען זיך מחי' מיט די פעולות פונעם ראש ישיבה, אלע שעפן זייער חיות פון די דרשות, ספרים, און ניגונים פון די ישיבה, וואס אלע האבן דעם זעלבן ציל צו דערמאנען אידישע קינדער אז דער אויבערשטער איז מיט זיי, און עס איז דא האפענונג. &nbsp; כאטש דער קאמפיין האלט שוין ביי איבער $530,000, איז דאס נישט דער עיקר חידוש פון דעם קאמפיין. דער עיקר חידוש פון דעם קאמפיין איז דער סכום פון די נדבנים. ווי דער הייליגער מוהרנ"ת האט געזאגט מיר בויען נישט מיט געלט פון עשירים, נאר אויף רצונות פון ארימעלייט, און פרוטה און פרוטה מצטרת פון די כמעט 10,000 נדבנים האט זיך צוזאם געזאמעלט דער סכות פון איבער א האלבע מיליאן דאלער, און גייט ווייטער אין פולן שוואונג. &nbsp; מיט דעם געלט וועט מען ווייטער בויען אידישקייט, חינוך, כשרות, חסד, הפצה, און ברענגען אידישע קינדער צום אויבערשטן אויף יעדע וועג נאר מעגליך. יעצט ביים ענדיגן שרייבן קומט אריין די געוואלדיגע נייעס איבער די גרענטס וואס די פעסט בוילט פירמע פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו שטעלט צו פאר די וואס טרייבן יעצט אויף געלט פארן קאמפיין. די אלע וואס קומען אריבער צום הויפטקווארטיר פון די אנשי חיל קאמפיין אין די שעה'ן, ווען זיי גרייכן $1,000, וועט פעסט בוילט צושטעלן מעטשיג דאלער צו דאלער ביז זיי גרייכן $2,500, און די זעלבע זאך ווען מען האלט ביי $3,500 ביז $6,000 וועלן זיי צושטעלן מעטשינג פאנדס. &nbsp; ברסלב דרייוו קאמפיין

    < זעה מער יט אב תשפ"ג 📝
  • גאר רייכע אינפארמירענעדע ברסלב ווידיא פּאַדקעסט בס"ד ערשינען

    אין אן ערשטמאליגע געשעעניש איז היינט ערשינען א "היכל הקודש" פּאַדקעסט. א "פאדקעסט" איז א לעבעדיגע שמועס אינטערוויו ווי מען שמועסט געשמאק אויס פארשידענע ענינים. יעצט לכבוד דעם אנשי חיל קאמפיין איז באשלאסן געווארן צו עפענען אביסל די פירהאנג און גיין זען וואס טוט זיך אונטער די קוליסן אין היכל הקודש. &nbsp; דער פאדקעסט וואס איז מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף געלונגען גאר גוט, ווערט אנגעפירט דורכן געשמאקן ברסלב'ן אינטערוויוער מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו וואס איז מהנה יעדע וואך אויף קול ברסלב ביים די "ברסלבע ברודערס" פראגראם (אז מען דערמאנט אים שוין, דארף מען אים וואונטשן א מזל טוב אין נאמען פון אלע טויזנטע צוהערער וואס באלעקן זיך די פינגער מיט זיינע געשמאקע שמועסן וואך איין און וואך אויס, צום גרויסן שמחה אז ער האט א שידוך געטון מיט זיין טאכטער, דער אויבערשטער זאל זיי געבן אסאך אידיש נחת) און ברענגט ארויף אויף א פריינטליכע שמועס די פילע אידן וועם דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט אויף פירנדע פאזיציעס אין די קהילה, אנגעהויבן פונעם מחנך נפלה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס פירט שוין דעם ברסלב'ן חדר שוין אזויפיל יארן צום גוטן וואס גיבט אראפ די אינסייד פון די חדר, די מלמדים, דערנאך האט מען דארט מו"ה אהרן פיש הי"ו וואס שטייט צום האנט פונעם ראש ישיבה אנצופירן פילע פראיעקטן, מעמדים און דעם יערליכן "אנשי חיל" קאמפיין, וואס איז עפענט זיך אויף און געט ארויס פילע סודות פון חדר, וויאזוי דער קאמפיין ארבעט, וואס איז די סוד פון די הצלחה פונעם קאמפיין, און אזוי ווייטער, אויך זיצט דארט ביים טיש מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו מחברי ההנהלה וואס זיצט ביי יעדע מיטינג אין די קהילה און טוט דארט אויף גדולות ונצורות, אזוי אויך דינט ער אויפן פלענינג באורד פון די טאון אף ליבערטי ווי ער האט שוין אין די קורצע צייט געהאלפן פילע מוסדות און יחידים וואס האבן געדארפט הילף פון די פילע אפטיילונגען אינעם טאון. און אחרון אחרון חביב שמועסט מען זיך אויס מיט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א וואס קומט ארויף צום ערשטן מאל אויף א לייוו אינטערוויו, ער איז דער בריח התיכון וואס שטייט שטילערהייט אונטער גאר אסאך ריזיגע און קלענערע פראיעקטן פון היכל הקודש, סיי אין אומאן, סיי אין שטעטל, און סיי אין פילע אנדערע שטעט איבער די וועלט. &nbsp; דער איינס און א האלב שעה'דיגע שמועס דעקט אויף פילע גאר אינטערעסאנטע נושאים וואס ווערט צום ערשטן מאל אויסגעשמועסט אין די היימישע וועלט, אנגעהויבן פון הצלחה'דיגע חינוך מהלכים, קאמפיינס אינסיידס, וואס איז היכל הקודש אנדערש פון אנדערע קהילות?, דעם ראש ישיבה אייגענארטיגע מהלך צו פינאנציעלע הצלחה, דער מנהל שמועסט אויס זיין צוגאנג צו מענטל העלט און פסיכאלאגיע, וויאזוי רייסט מען ארויס שלעכטע מידות פון קינדער? פארוואס האט מען זיבן קליינע שולן און קיין איין גרויסע שול? וויאזוי קען א אינגעמאן זיך עפארדן צו קויפן א דירה? וואס טוט מען צו האלטן די דירות פרייזן נידעריג? וויאזוי באגייט מען זיך מיט די שטאטישע באאמטע אין גלות? פלאנט מען איבערצונעמען די טאון בארד אדערע עפענען אן אייגענע ווילידזש? אזוי אנטוויקעלט זיך א לעבעדיגע געשמאקע שמועס צווישן די אלע עסקנות לייבן פון די קהילה ווי מען שמועסט זיך הערליך אויס. &nbsp; דער פאדקעסט גיבט א זעלטן טיפע אריינבליק וויאזוי היכל הקודש ארבעט, וואס מען האט געטון בעבר און די פארשידנע פלענער בעתיד. דאס איז א שמועס וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן, א שמועס וואס וועט אייך געבן א נייע בליק אויף היכל הקודש. &nbsp; דער געלונגענער פּאַדקעסט

    < זעה מער טו אב תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 121 to 135 of 423 results

1 2 ... 6 7 8 9 10 11 12 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com