Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • געוואלדיגער קידוש ה' ווען איבער צו 12,000 נדבנים געבן צושטייער פארן ברסלב'ן קאמפיין

    ויהי ממחרת, נאכדעם וואס דער זעקסטער יערליכער אנשי חיל קאמפיין האט זיך געענדיגט, איז צייט צו מאכן א סכך הכל פון וואס עס האט זיך דא אפגעטון.   "מיר האבן דערגרייכט דעם ציל" האט דער ראש ישיבה שליט"א נעכטן געזאגט, ווען ער האט ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די 574 אנשי שלומינו וואס זענען ארויס געאנגען פון זייער באקוועמליכקייט און אנגערופן מענטשן בעטן נדבות פאר די מוסדות, וואס דאס איז געווען זיין ציל, ווייל "עס איז שווערער צו פועלן ביי מענטשן צו גיין נאך געלט ווי צו פועלן צו רעדן צום אויבערשטן אדער דער סדר דרך הלימוד", דער ראש ישיבה האט זיך זייער באדאנקט פאר אנשי שלומינו פאר זייער אנשטרענגונג פאר די עתיד פון די מוסדות, פאר די עתיד פון אונזערע קינדער.   עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם זעענדיג ווי עס זענען אריינגעקומען איבער צוועלף טויזענט אינדיווידועלע נדבות, רובם ככולם זענען געקומען פון פשוטע ארבעטער, פון אידן וועלכע ארבעטן שווערן אויף א שטיקל ברויט און האבן אוועקגעגעבן דערפון פאר'ן אויבערשטן.   דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב איז אריינגעקומען אזויפיל נדבות, מיינט דאס אז מען האט געמאכט אסאך מער רופן צו מענטשן, עס איז לא ימלט אז יעדער וואס מען רופט זאל געבן, וויבאלד נישט יעדער איז אלץ ביכולת צו געבן, און דאס מיינט אז אנשי שלומינו האבן געמאכט אין די טעג שווערע צענדליגע טויזנטער רופן וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז אריינגעקומען איבער א דריי-פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס געלט איז אן אייביגע אינוועסטמענט פאר די אלע נדבנים, וואס וועט זיי אנטקעגן קומען סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.   וויבאלד פילע דרייווס ווילן נאך אנקומען צו זייערע צילן, און נאך אסאך אידן ווילן זיך נאך באטייליגן וועט די קאמפיין פעידש נאך פארבלייבן אפן פאר נאך א וואך.   קליקט יעצט דא זיך צו ביישטייערן   מי שמדבר לבני אדם שיתנו צדקה הוא מרבה ישועה

    < זעה מער כ אב תשפ"ג 📝
  • גרענטס געמאלדן פאר אנשי שלומינו פארזאמעלט אין אנשי חיל הויפטקווארטיר אין הורליוויל ארט סענטער

    אין די מינוטן האבן זיך געעפענט די טירן אינעם שיינעם הורליוויל ארט סענטער אויף 219 מעין סט. (הורליוויל ניו יארק 12747) אין די ליבערטי געגענט ווי אנשי שלומינו קומען צו פארן אין די מאסן זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן. דער צענטער איז אויסגעשטאט מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס פארן אפעראציע, עס איז דא צוגעשטעלט פילע קאמפיוטערס, טעלעפאנען, איבערבייס, טשארדזשערס.&nbsp; &nbsp; דער באקאנטער סאונד עקספערט ר' יואל גרינפעלד פון קריתיואל האט אויפגעשטעלט סקרינס אויף אלע זייטן, ווי מען קען מיטהאלטן לעבעדיג די קאמפיין פארשריט, אזוי אויך האט ער אהערגעשטעלט א גוטע סאונד סיסטעם וואס וועט גענוצט ווערן שפעטער פארן אינהאלטספולע און אינטערעסאנטע פראגראם וואס וועט נאכפאלגן. &nbsp; אין די יעצטיגע מינוטן זיצן פילע אנשי שלומינו ארום די פילע טישן און רופן אן זייערע אלע קרובים און באקאנטע וואס רוב רובם נעמען אויף זייער שיין, און שפירן א זכיה צו קענען באשטייערן פאר די היליגע מוסדות וואס ווערט געפירט דורכן ראש ישיבה. אלע זענען זיך מחי' מיט די פעולות פונעם ראש ישיבה, אלע שעפן זייער חיות פון די דרשות, ספרים, און ניגונים פון די ישיבה, וואס אלע האבן דעם זעלבן ציל צו דערמאנען אידישע קינדער אז דער אויבערשטער איז מיט זיי, און עס איז דא האפענונג. &nbsp; כאטש דער קאמפיין האלט שוין ביי איבער $530,000, איז דאס נישט דער עיקר חידוש פון דעם קאמפיין. דער עיקר חידוש פון דעם קאמפיין איז דער סכום פון די נדבנים. ווי דער הייליגער מוהרנ"ת האט געזאגט מיר בויען נישט מיט געלט פון עשירים, נאר אויף רצונות פון ארימעלייט, און פרוטה און פרוטה מצטרת פון די כמעט 10,000 נדבנים האט זיך צוזאם געזאמעלט דער סכות פון איבער א האלבע מיליאן דאלער, און גייט ווייטער אין פולן שוואונג. &nbsp; מיט דעם געלט וועט מען ווייטער בויען אידישקייט, חינוך, כשרות, חסד, הפצה, און ברענגען אידישע קינדער צום אויבערשטן אויף יעדע וועג נאר מעגליך. יעצט ביים ענדיגן שרייבן קומט אריין די געוואלדיגע נייעס איבער די גרענטס וואס די פעסט בוילט פירמע פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו שטעלט צו פאר די וואס טרייבן יעצט אויף געלט פארן קאמפיין. די אלע וואס קומען אריבער צום הויפטקווארטיר פון די אנשי חיל קאמפיין אין די שעה'ן, ווען זיי גרייכן $1,000, וועט פעסט בוילט צושטעלן מעטשיג דאלער צו דאלער ביז זיי גרייכן $2,500, און די זעלבע זאך ווען מען האלט ביי $3,500 ביז $6,000 וועלן זיי צושטעלן מעטשינג פאנדס. &nbsp; ברסלב דרייוו קאמפיין

    < זעה מער יט אב תשפ"ג 📝
  • גאר רייכע אינפארמירענעדע ברסלב ווידיא פּאַדקעסט בס"ד ערשינען

    אין אן ערשטמאליגע געשעעניש איז היינט ערשינען א "היכל הקודש" פּאַדקעסט. א "פאדקעסט" איז א לעבעדיגע שמועס אינטערוויו ווי מען שמועסט געשמאק אויס פארשידענע ענינים. יעצט לכבוד דעם אנשי חיל קאמפיין איז באשלאסן געווארן צו עפענען אביסל די פירהאנג און גיין זען וואס טוט זיך אונטער די קוליסן אין היכל הקודש. &nbsp; דער פאדקעסט וואס איז מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף געלונגען גאר גוט, ווערט אנגעפירט דורכן געשמאקן ברסלב'ן אינטערוויוער מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו וואס איז מהנה יעדע וואך אויף קול ברסלב ביים די "ברסלבע ברודערס" פראגראם (אז מען דערמאנט אים שוין, דארף מען אים וואונטשן א מזל טוב אין נאמען פון אלע טויזנטע צוהערער וואס באלעקן זיך די פינגער מיט זיינע געשמאקע שמועסן וואך איין און וואך אויס, צום גרויסן שמחה אז ער האט א שידוך געטון מיט זיין טאכטער, דער אויבערשטער זאל זיי געבן אסאך אידיש נחת) און ברענגט ארויף אויף א פריינטליכע שמועס די פילע אידן וועם דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט אויף פירנדע פאזיציעס אין די קהילה, אנגעהויבן פונעם מחנך נפלה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס פירט שוין דעם ברסלב'ן חדר שוין אזויפיל יארן צום גוטן וואס גיבט אראפ די אינסייד פון די חדר, די מלמדים, דערנאך האט מען דארט מו"ה אהרן פיש הי"ו וואס שטייט צום האנט פונעם ראש ישיבה אנצופירן פילע פראיעקטן, מעמדים און דעם יערליכן "אנשי חיל" קאמפיין, וואס איז עפענט זיך אויף און געט ארויס פילע סודות פון חדר, וויאזוי דער קאמפיין ארבעט, וואס איז די סוד פון די הצלחה פונעם קאמפיין, און אזוי ווייטער, אויך זיצט דארט ביים טיש מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו מחברי ההנהלה וואס זיצט ביי יעדע מיטינג אין די קהילה און טוט דארט אויף גדולות ונצורות, אזוי אויך דינט ער אויפן פלענינג באורד פון די טאון אף ליבערטי ווי ער האט שוין אין די קורצע צייט געהאלפן פילע מוסדות און יחידים וואס האבן געדארפט הילף פון די פילע אפטיילונגען אינעם טאון. און אחרון אחרון חביב שמועסט מען זיך אויס מיט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א וואס קומט ארויף צום ערשטן מאל אויף א לייוו אינטערוויו, ער איז דער בריח התיכון וואס שטייט שטילערהייט אונטער גאר אסאך ריזיגע און קלענערע פראיעקטן פון היכל הקודש, סיי אין אומאן, סיי אין שטעטל, און סיי אין פילע אנדערע שטעט איבער די וועלט. &nbsp; דער איינס און א האלב שעה'דיגע שמועס דעקט אויף פילע גאר אינטערעסאנטע נושאים וואס ווערט צום ערשטן מאל אויסגעשמועסט אין די היימישע וועלט, אנגעהויבן פון הצלחה'דיגע חינוך מהלכים, קאמפיינס אינסיידס, וואס איז היכל הקודש אנדערש פון אנדערע קהילות?, דעם ראש ישיבה אייגענארטיגע מהלך צו פינאנציעלע הצלחה, דער מנהל שמועסט אויס זיין צוגאנג צו מענטל העלט און פסיכאלאגיע, וויאזוי רייסט מען ארויס שלעכטע מידות פון קינדער? פארוואס האט מען זיבן קליינע שולן און קיין איין גרויסע שול? וויאזוי קען א אינגעמאן זיך עפארדן צו קויפן א דירה? וואס טוט מען צו האלטן די דירות פרייזן נידעריג? וויאזוי באגייט מען זיך מיט די שטאטישע באאמטע אין גלות? פלאנט מען איבערצונעמען די טאון בארד אדערע עפענען אן אייגענע ווילידזש? אזוי אנטוויקעלט זיך א לעבעדיגע געשמאקע שמועס צווישן די אלע עסקנות לייבן פון די קהילה ווי מען שמועסט זיך הערליך אויס. &nbsp; דער פאדקעסט גיבט א זעלטן טיפע אריינבליק וויאזוי היכל הקודש ארבעט, וואס מען האט געטון בעבר און די פארשידנע פלענער בעתיד. דאס איז א שמועס וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן, א שמועס וואס וועט אייך געבן א נייע בליק אויף היכל הקודש. &nbsp; דער געלונגענער פּאַדקעסט

    < זעה מער טו אב תשפ"ג 📝
  • אנשי חיל קאמפיין וועט היי יאר נוצן דעם דרייוואפ פלאטפארמע

    אין די יעצטיגע טעג גרייטן זיך אנשי שלומינו אריינצושפרינגען אינעם יערליכן אנשי חיל קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות וואס איז שוין גוט באקאנט אויף די גאנצע וועלט, ווען פילע אינגעלייט און בעלי בתים וועלן זיך ווענדן צו כלל ישראל און זיי געבן די זכיה ארויסצוהעלפן בויען דעם אמונה און חיזוק פאבריק וואס האט שוין אזויפיל אידישע קינדער אויפגעהויבן און מקרב געווען צום אויבערשטן. &nbsp; היי יאר האבן די עסקנים אויסגעקליבן דעם דרייוואפ פלאטפארמע צוליב די פילע פראקטישע און געשמאקע פיטשערס וואס זיי פארמאגן. וואס אויסער דעם געשמאקן סיסטעם וואס זיי האבן פאר די נדבים, ווען זיי שטעלן צו א שיינע און ריינע וועבסייט, האט עס גאר גוטע כלים פאר די וואס שליסן זיך אן אויפצוטרייבן געלט אינעם קאמפיין, ווען יעדער וואס מאכט א פעידזש באקומט א לינק צו זען ווי ער האלט, וויפיל פארשריט ער מאכט, און טיפס וויאזוי צו קענען פאנדרעיזן. &nbsp; היינט מאנטאג שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אינעם מכתב יומי "רבי נתן איז אמאל געווען ביים רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן שב) און דער רבי רופט זיך אן אפאר ווערטער וואס האט זייער באנומען רבי נתן, דער רבי זאגט אים: "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'", דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען. דאס איז א טיפע לימוד פאר אונז; אז מען זעט זיך אין שאול תחתית, מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד". נעם א טייל אינעם יערליכן קאמפיין, גיי נאך געלט צו דיינע באקאנטע; האב נישט קיין בושה צו בעטן צדקה, מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, אזוי וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה." &nbsp; פאריגע וואך מיטוואך שרייבט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע "מיר מאכן אלע יארן א קאמפיין פאר די מוסד, איך וויל דו זאלסט זיך אנשליסן אין די קאמפיין צו זאמלען געלט פאר אונזער מוסד. איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך נישט פטר'ן צו געבן דיין אייגענע געלט, ווייל אייגענע געלט האב איך מער פון דיר; נישט דאס דארף איך, איך וויל דו זאלסט ארויסגיין אין גאס צו דיינע חברים, דיין משפחה, דיינע באקאנטע - זיי בעטן צדקה פאר ברסלב... נאכדעם שרייבט דער ראש ישיבה ווייטער "מען האט געשטעלט אן אפיס נעבן מיין שטוב אין שטעטל, קום אריין און זיי א חלק פון שאפן צדקה פאר די מוסד. איך וויל נישט זאלסט זיך פטר'ן מיט געבן אייגענע געלט, איך וויל זאלסט גיין נאך געלט, ווייל גיין נאך געלט איז א תיקון פאר אלע פגמים." &nbsp; מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט אריינקומען דאס יאר גאר שיינע סכומים, וואס דערמיט וועט מען טון שיינע זאכן פאר אויבערשטן, מחנך זיין קינדער, מחזק זיין אידן צו אמונה, שלום בית, לימוד התורה, תפלה, דביקות אין אויבערשטן, און אזוי ווייטער. &nbsp; אויב זענט איר שוין אנגעשלאסן אינעם קאמפיין, איז שוין צייט אנצהייבן צו רופן אלע אייערע באקאנטע וואס וועלן זיך פרייען צו געבן אויף אייער פעידזש פאר די מוסדות בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אויב נישט ביטע רופט שוין מו"ה אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892 אדער הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו אויף 347-466-2410. פרויען וואס ווילן זיך אנשליסן קענען רופן מרת אפעל אויף&nbsp; 347-496-6683. &nbsp; וואלט איר נישט געוואלט מיטקומען מיט א געהויבענע נסיעה מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין ארץ ישראל און מיטהאלטן די פילע באזוכן אין די מוסדות און אין די קהילות, און גיין זיך אויסבעטן אויף די מקומות הקדשים פון די תנאים אמוראים צדיקים ושרפי מעלה אין ארצינו הקדושה? איז עס נישט אייער חלום צו קענען מיטקומען צו אן עקסלוסיוו שבת התוועדות מיטן ראש ישיבה שליט"א און מיטהאלטן די געהויבענע תפילות, סעודות, זמירות, דברי תורה, און געשמאקע חיזוק שמועסן? אז איר טרייבט אויף $7,000 ווערט איר בארעכטיגט צום נסיעה קיין ארץ ישראל, און פאר $3,600 קענט איר זיין ביים שבת התוועדות. פארפאסט נישט די געלעגעהייט, און מאכט תפילות און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט איר אנקומען אסאך ווייטער ווי איר טראכט.

    < זעה מער ז אב תשפ"ג 📝
  • באשיידענע הכנסת ספר תורה אין היכל הקודש טבריה

    כאטש דער בית המדרש היכל הקודש טבריה גייט שוין אן פאר א שטיק צייט מיט גרויס הצלחה, האבן זיי געהאט איין שוועריקייט וואס האט זיי זייער געפלאגט, נעמליך דאס האבן א ספר תורה. &nbsp; אין די ערשטע תקופה פונעם בית המדרש פלעגט דער גבאי אריבערגיין צום שכנות'דיגן בית המדרש - לעלוב, וואס פלעגט זיי בארגן יעדע וואך א ספר תורה, וואס איז אבער געווען פארבינדן מיט גרויסע טירחות. &nbsp; שפטער האט מו"ה שלמה טייטלבוים געשאפט א הונדערט צען יעריגע ספר תורה - געשריבן אין שנת תרע"ג, וואס איז געלעגן ביז יעצט אין ישיבת תפרח פון זיין זיידע כ"ק הרב מרדכי דוד טייטלבוים זצ"ל האדמו"ר מהוסאקוב פון באר שבע. מען האט געפרעגט א רב אויב מ'דארף עס מגיה זיין, און דער פסק איז געווען אז מען דארף דאס נישט מגיה זיין. למעשה א וואך נאך פסח, שבת קודש פרשת שמיני ביים ליינען האט מען געטראפן עטליכע מחיקות, און מען האט געזען אז מען קען נישט נוצן אזוי דעם ספר תורה מער אן דעם וואס מען זאל דאס גרונטליך מגיה זיין. &nbsp; דער גבאי פון בית המדרש מו"ה יוסף סאקס הי"ו האט זיך נאכגעפרעגט וויפיל עס קען קאסטן צו מגיה זיין דעם ספר, און דער ענטפעראיז געווען בערך פינף טויזענט שקל. למעשה האט מען ווידער געדארפט בארגן פון בית המדרש לעלוב. &nbsp; &nbsp; און געלויבט דער אייבערשטער, אז נאך א לאנגע צייט וואס אנשי שלומינו האבן זיך געפלאגט צו האבן א ספר תורה און נאך אסאך תפילות האט דער אויבערשטער געהאלפן אויף זייער אן אינטערעסאנטע וועג. &nbsp; איין שבת קודש אינדערפרי שפאצירט אריין מו"ה גדלי' גבאי הי"ו אין בית המדרש, וואס כאטש ר' גדלי' וואוינט בכלל נישט אין דער געגענט און קומט בכלל נישט דאווענען אין היכל הקודש. &nbsp; און זייענדיג שבת קודש אין שול האט ער מיטגעהאלטן די פיזור הנפש וואס מען האט מיטן ספר תורה, ווי מען פלאגט זיך יעדע וואך צו שאפן א ספר תורה, האט ער זיך אנגערופן צו די גבאים אז בהשגה פרטית ענדיגט ער יעצט צו שרייבן א נייע מהודר'דיגע ספר תורה לעילוי נשמת זיין טאטע הר"ר אהרן ז"ל (וואס איז אלע יארן באקאנט געווען אלס "איש מירון"), און עס איז אים א זכי' צו ברענגען דעם ספר תורה דא אין היכל הקודש טברי', ווי מען וועט ליינען דערין בקיבעות מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף. &nbsp; די מתפללים זענען געשטאנען געפלעפט פון די געוואלדיגע מעשה פון תפילה וואס דער אייבערשטער האט דא געהאלפן אזוי אפן. מען האבן זיך שטארק באדאנקט פאר אים און אים געוואונטשן אלע גוטע ברכות. &nbsp; ר' גדלי' האט שפעטער געזאגט: "איך שפיר אז דער אויבערשטער האט מיר דא אריינגעפירט נאר פאר דעם, איך האב נישט געוויסט פארוואס איך קום דא דאווענען, יעצט ווייס איך שוין פארוואס". &nbsp; די כתיבת ספר תורה איז פארגעקומען אין מירון מיט משפחת גבאי, און שבת קודש פרשת פנחס פאר'ן קריאת התורה האט מען געמאכט א באשיידענע הכנסת ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש טברי', מען האט געטאנצן און געשפרינגן מיטן ספר תורה, מען האט זיך געפריידט מיט די זיסע תורה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, און פאר די לעכטיגע סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, וואס מיט דעם קען מען זיין צוגעקלעבט צו די תורה יעדן איינציגן טאג. נאכן דאווענען איז געווען א שיינע קידוש לכבודה של תורה. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון דעם שיינעם ווינקעלע זאל ארויסקומען א לעכטיגקייט פאר דעם גאנצן געגענט, אלע זאלן וויסן פון די לעכטיגע זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ג 📝
  • אין בלויז צוואנציג טעג הייבט זיך בעז"ה אן דער היי יעריגער אנשי חיל קאמפיין 

    אזוי ווי אין די לעצטע פינף יאר, וועט אויך היי יאר פארקומען דער יערליכער קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות, ווי אנשי שלומינו וועלן ארויסווייזן זייער הכרת הטוב פארן ראש ישיבה שליט"א וואס געבט זיך אוועק פאר אונז זיינע טעג און נעכט כדי מיר זאלן האבן א געשמאקע לעבן מיט אונזערע משפחות, און כדי מיר זאלן האבן מוסדות ווי מען לערנט מיט די קינדער אויפן הייליגן און אויסגעטרעטענעם וועג וואס מיר האבן מקובל פון אונזערע עלטערן און רבי'ס, און נישט פארפאלן ווערן אינעם היינטיגן שווערן דור. &nbsp; ביים היי יעריגן אנשי חיל קאמפיין וועלן אנשי שלומינו נעמען א ציל, און זיך נעמען צו די ארבעט פון רופן די באקאנטע קרובים און שכנים, און זיי אנווארימען צו געבן פאר די הייליגע מוסדות. די עסקנים האבן געבעטן אז מען זאל טון אזוי ווי פאריאר ווען מען האט געבעטן אז מען זאל ענדערש נעמען א קלענערע ציל וואס מען שפירט אז מען קען עס אנקומען, און דערנאך עס איבערגיין, איידער נעמען אומרעאליסטישע צילן און עס נישט דערגרייכן. &nbsp; מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען נוצן דאס געלט פאר פילע וויכטיגע צוועקן אזוי ווי מען האט געטון ביז יעצט, ווי בויען שולן, מקוואות, חדרים, שולעס, און אנדערע ציבורישע געברויכן. ברוך השם אז דער ציבור וואקס קע"ה און מען נויטיגט זיך שטארק זיך אויסצוברייטערן ביי פילע זאכן, יעצט וועט מען האבן די געלעגענהייט צו שטיין צו די האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; צוליב פראקטישע סיבות וועט מען היי יאר נוצן אן אנדערן פלאטפארמע, מען וועט נוצן דעם באקאנטן "דרייוואפ" סיסטעם וואס האט זייער גוטע פיטשערס און אפציעס. דער אפיציעלע לינק צום אנשי חיל קאמפיין איז dryveup.com/breslev אויף וועלכע פילע אנשי שלומינו האבן זיך שוין אנגעשלאסן. די וואס ווילן נעמען א ציל זאלן זען צו רופן וואס שנעלער מו"ה אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892 אדער הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו אויף 347-466-2410. &nbsp; אין די זעלבע צייט גייט אן ביי די פרויען א גאר גרויסע "נשי חיל" קאמפיין ווי די לעידיס אקזולערי לייגן אריין אסאך שעות אויפצוטרייבן נדבות פון אידישע קינדער, וואס ווי די עבר האט געוויזן האבן זיי אריינגעברענגט ריזיגעס סכומים צום קאמפיין. די פרויען וואס ווילן זיך אנשליסן קענען רופן מרת אפעל אויף&nbsp; 347-496-6683. &nbsp; ביי די היי יעריגע קאמפיין האט מען צוגעלייגט שיינע מתנות פאר די וואס שאפן גרעסער סכומים, די וואס וועלן אנקומען צום סכום פון $7,000 וועלן האבן די זכיה און קענען מיטפארן מיט א ניסעה קיין ארץ ישראל מיטן ראש ישיבה שליט"א. און די וואס גרייכן $2,600 וועלן זיך קענען באטייליגן צו א געשמאקע שבת התוועדות מעין עולם הבא מיטן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; דאס יאר האט מען זיך געמאכט א ציל אז די גאנצע קאמפיין זאל גרייכן א מיליאן דאלער, וואס לויט ווי די קהילה וואקסט קיין עין הרע, און בפרט לויט די ווארימקייט וואס מען זעט און מען האט געזען אין די פארגאנגענע יארן, דארף מען מיטן אויבערשטנ'ס הילף קענען צוקומען צו דעם ציפער. &nbsp; מיט אייבערשטנ'ס הילף ערווארט מען אויך היי יאר מען זאל שטארק מצליח זיין מיטן קאמפיין, און אנשי שלומינו וועלן ווידער אמאל געבן די געלעגענהייט פאר גאנץ כלל ישראל צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן אמונה פארבריק "היכל הקודש" וואס באלייכט די גאנצע וועלט מיט אירע הערליכע פעולות פון פארשפרייטן אמונה, חיזוק, פאר יעדן איד.

    < זעה מער כב תמוז תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו אין לעיקוואוד דינגען נייע שול

    מיר גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו אין עיר התורה לעיקוואוד די גוטע בשורה אז מען האט נארוואס אפגעדינגען אן אייגענע פלאץ אין שטאט וואו מען וועט בעז"ה אהער שטעלן אן געשמאקע בית המדרש וואס וועט דינען אלע געברויכן פאר די שיינע קהילה היכל הקודש אין לעיקוואוד. &nbsp; דאס קומט נאכדעם וואס מען האט ביז יעצט גענוצט א קליינע פלאץ וואו מען האט זיך געקענט צוזאם נעמען נאר אין די וואכן טעג, און שבת האט מען נאר געקענט פראווען שלש סעודות אויף א קליינע פארנעם ביי איינע פון אנשי שלומינו אינדערהיים. און נאך אסאך תפילות האבן די גבאים ב"ה יעצט געטראפן א מקום רחבת ידים, אויף 234 איסט פיפט סטריט, וואו מען וועט זיך בערת השם יתבר צוזאם קומען סיי אינדערוואכן, און סיי צו אלע תפילות שבת קודש, און ב"ה דער פלאץ איז גוט און געשמאק צוגעשטעלט מיט טישן און בענק און אלע צוגעהערן. &nbsp; דער ביהמ"ד ווערט אנגעפירט דורך די צוויי געטרייע גבאים מו"ה שמעון ראבינאוויטש הי"ו, און מו"ה עמרם רייכמאן הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר אנשי שלומינו אין שטאט, סיי מיטן פירן דעם בית המדרש, און סיי מיטן איבערגעבן די הייליגע דיבורים און עצות פון הייליגן רבין, פון וואס אלע זענען זיך מחיה. &nbsp; אין אנדערע נייעס גייען אין לעיקוואוד אן כסדר פילע פעולות פון הפצה, יעדע וואך איז דא א פרויען צוזאם קום אין שטוב פון מו"ה יצחק רוטנער הי"ו, אויף 1418 אוקוואוד האלאו, אין טאמס ריווער, דאס קומט פאר געווענטליך מאנטאג אדער דינסטאג. צו ווי פילע פרויען מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין וואך, וואס דאס געבט זיי די געזאלין אנצוגיין ווייטער. &nbsp; אזוי אויך ווערט געפירט דורך מו"ה ישראל חיים זילבער הי"ו א גרויסע הפצה אפאראט, וועלכע מאכט זיכער אז יעדער וואך זאלן אנקומען און פארשפרייט ווערן דורך די פילע געטרייע מפיצים אלע גליונות און קונטרסים. &nbsp; ביי דעם געלענגהיינט דרוקן אנשי שלומינו אויס א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר מו"ה בנימין פאלמאן הי"ו וואס האט אריינגעלייגט אסאך כוחות צושטאנד צו ברענגען דעם נייעם ביהמ"ד. אזוי אויך קומט זיך אנערקענונג פאר די פילע אנ"ש וואס האבן גענומען אויף זיך צו צאלן די חודשליכע רענט. אחד המרבה ואחת הממעיט, ובלבד שיכון לבו לשמים. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א - ווען מען האט אים פארציילט די גוטע נייעס איבערן נייעם בית המדרש אין לעיקוואוד - האט זיך זייער געפריידט צו די גרויסע נייעס און זיך אויסגעדריקט אז אזוי ווי מען האט שוין ב"ה אן אייגענע ווינקל האפט ער צו קומען מער אפט, וואס וועט זיכער מחזק זיין די שטאט בכלל און אנשי שלומינו בפרט.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ג 📝
  • גרויסע נס פון א מפיץ אין ארץ ישראל

    אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן נס וואס האט פאסירט מיט איינע פון די גרויסע מפיצים אין ארץ ישראל, מו"ה אלחנן זאבערמאן הי"ו פון עיה"ק צפת. &nbsp; די מעשה האט פאסירט פאריגע וואך מוצאי שבת קודש, ר' אלחנן מיט זיין ווייב לאזן זיך ארויס צום באס סטאנציע וואס וועט זיי בעז"ה טראגן פון ירושלים קיין צפת, אנקומענדיג צום סטאנציע האבן זיי געזען אז אנדערש ווי יעדע וואך ווען עס פארן ארויס נאר צוויי באסעס קיין צפת, האבן די וואך געווארט דארט דריי באסעס, וואס אויף די דריטע באס האבן זיך ר' אלחנן מיט זיין ווייב באקוועם געמאכט, און אזוי ווי עס איז געווען א באס מער ווי געווענליך איז דער דריטער באס ארויסגעפארן ממש ליידיג, ווען אויפן באס געפונט זיך נאר דער אויבערשטער, דער מפיץ ר' אלחנן און זיין ווייב. &nbsp; זיי האבן זיך געזעצט מער אין פארענט, ווען תיכף אנפאנג פונעם וועג האבן זיי ערליך מתפלל געווען צום אויבערשטן "יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקינוּ וֵאלֹקי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁתּוֹלִיכֵנוּ לְשָׁלוֹם וְתַצְעִידֵנוּ לְשָׁלוֹם וְתַדְרִיכֵנוּ לְשָׁלוֹם, וְתַגִּיעֵנוּ לִמְחוֹז חֶפְצֵנוּ לְחַיִּים וּלְשִׂמְחָה וּלְשָׁלוֹם. וְתַצִּילֵנוּ מִכַּף כָּל אוֹיֵב וְאוֹרֵב וְלִסְטִים וְחַיּוֹת רָעוֹת בַּדֶּרֶךְ, וּמִכָּל מִינֵי פֻּרְעָנֻיּוֹת הַמִּתְרַגְּשׁוֹת לָבוֹא לָעוֹלָם, וְתִשְׁלַח בְּרָכָה וְהַצְלָחָה בְּכָל מַעֲשֵׂה יָדֵינוּ, וְתִתְּנֵנוּ לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים בְּעֵינֶיךָ וּבְעֵינֵי כָל רֹאֵינוּ, וְתִשְׁמַע קוֹל תַּחֲנוּנֵינוּ. כִּי קל שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה וְתַחֲנוּן אַתָּה. בָּרוּךְ אַתָּה ה' שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה" און דערנאך צוגעלייגט און ווייטער געבעטן דעם אויבערשטן אויף אידיש אז די וועג זאל דורכגיין בשלום אן קיין שום מכשול. &nbsp; אינמיטן פארן האט דער באשעפער ארויפגעלייגט א מידעקייט אויף זיי, און זיי האבן באשלאסן אז מען גייט זיך רוקן צון הונטערשטן חלק פונעם באס ווי עס איז מער באקוועם צו שלאפן. &nbsp; דער סדר פון די רוט קיין צפת איז אז נאך איינס און א האלב שעה פארן, גייט דער באס אריין אין א געז סטעישאן כדי די פאסאדזשירן זאלן קענען ארויס קומען פאר א צען מינוטיגע ברעיק, ווי עס איז דא צוגעשטעלט פארשידענע סערוויסעס, מיט א געשעפט ווי מען קען קויפן עפעס צו עסן אדער טרונקען, אדער סתם זיך אויסציען די ביינער. &nbsp; ר' אלחנן אלץ אן ערפארענע דרייווער האט אבער באמערקט אז דאס מאל ווען דער באס האט זיך איינגעדרייט צום געז סטעישאן איז ער עפעס געפארן צו שנעל, און ער האט געכאפט אז עס איז צרות ווייל ווי עס שיינט האט דער באס פארלוירן קאנטראל אויף זיינע ברעיקס. &nbsp; דער סטעישאן איז געווען אנגעפילט מיט מענטשן, און דער דרייווער באמערקענדיג זיין צרה האט פרובירט מיט אלע כחות נישט צו שעדיגן קיינעם, און ער האט זיך ווילד געדרייט רעכטס און לינקס אויסצומיידן די מענטשן וואס האבן זיך גענומען אטלויפן פונעם ווילד פארענדען באס, ביז דער דער באס האט ענדלעך געגעבן א זעץ אריין אין עפעס, וואס האט ב"ה אפגעשטעלט דעם באס. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט דער באס אריינגעזעצט אין א טרעילאר און דער קלאפ איז געווען מיט אזא קראפט אז דער גאנצער קאנטעינאר איז איז אראפ געשטופט געווארן פונעם טראק. &nbsp; ר' אלחנן איז טאקע געווארן גוט אויפגעשאקעלט פונעם עקסידענט, אבער ער האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער, זיין ווייב, די פיסגייער פונעם סעטישאן און אפילו דער דרייווער זענען ארויס פון דעם אינצידענט אן קיין קריץ, און בפרט נאכדעם וואס ער האט געכאפט א בליק אויף די פלאץ ווי ער איז קוים פריער געזיצן האט ער געזען אז דארט האט געכאפט די שטערקסטע אימפאקט, און דער גאנצער זיץ איז געווען גענצליך ארויסגעריסן פון פלאץ. &nbsp; אזוי האט דער אויבערשטער געראטעוועט דעם מפיץ פון דעם שווערן עקסידענט, אין זכות פון הפצה, און אין זכות פון תפלה.

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ג 📝
  • חסידי ברסלב לאזן א טרער אויפן פרישן קבר פון הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן ז"ל

    פאריגע וואך איז נסתלק געווארן אין קרית יואל, הרב יחזקאל פריעדמאן זכרונו לברכה, ר' יחזקאל האט מיטגעמאכט אין די לעצטע פופצן יאר יסורים נוראים למעלה מהשגתינו, ער האט געליטן אויף א שווערע מחלה וואס האט אים איבערלגעלאזן פאראליזירט אויפן גאנצן קערפער ממש, ער איז געווען אין א מצב וואס ער האט גארנישט געקענט טון. פון די אנדערע זייט האט אים דער קאפ געארבעט, ער האט געקענט הערן, און זען, און מיט די הילף פון טעכנאלאגישע מאשינען האט ער געקענט "שרייבן" מיט די אויגן, און ווען ער האט עפעס געוואלט זאגן פאר איינעם האט ער געקענט קוקן אויף א סקרין און אזוי "אפטייפן" וואס ער האט געוואלט, און דערנאך עס ארויספרינטן. &nbsp; הרב ר' יחזקאל ז"ל איז געווען א מוסטער פון קבלת יסורים באהבה, און טראץ זיינע פילע יסורים און באגרעניצונגען האט ער זיך געשטארקט מיט די אמונה, און איז אלץ געווען פרייליך און געדאנקט דעם אויבערשטן פאר דאס וואס ער האט נאך יא. &nbsp; די מלמדים פון תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית יואל פלעגן אויסנוצן דעם געלעגענהייט און כסדר געקומען מיט די קינדער מבקר חולה זיין, ר' יחזקאל ז"ל פלעגט זיך זייער שטארק פרייען צו זיי, און זיי אלץ אויפגענומען זייער ווארעם, די קינדער פלעגן אלץ ארויסגיין פון אזא באזוך מיט גאר אסאך חיזוק, ווען ר' יחזקאל פלעגט זיי אלץ שרייבן גאר שטארק אמונה ווערטער. &nbsp; ער פלעגט זיך אלץ נאכפרעגן אויף די קינדער וואס זיי טוען, און פלעג זייער הנאה האבן צו שמועסן מיט די ברסלב'ע קינדער ביי וועם אמונה איז א חלק פון זייער לעבן. אט דא אויפן קעפל איז אן אריגינעלע בריוו וואס הרב ר' יחזקאל ז"ל האט געשריבן פאר די קינדער פון די ברלסב'ע חדר אין קרית יואל א צייט צוריק. &nbsp; דער הארציגער בריוו ליינט זיך (בערך) ווי פאלגענד, מיר וועלן צולייגן די ווערטער וואס פעלט צומאל, צוליב וואס יעדע ווארט איז אים אנגעקומען זייער שווער צו שרייבן, פלעגט ער שרייבן זייער קורץ. &nbsp; "חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, (איך) קען נישט שלינגען, אבער ברוך השם (איך) האב א פייפ וואס פירט די עסן. (איך) קען נישט אטעמען, אבער ברוך השם (איך) האב (א) מאשין וואס העלפט (מיך) אטעמען. (איך) קען נישט גיין, (אבער איך) האב (א) בענקל (מיט) וואס מען טראגט מיך. (איך) קען נישט רירן די הענט, (אבער איך) האב ברוך השם געטרייע העלפערס. (איך) קען נישט רעדן, (אבער איך) האב ב"ה א כלי וואס דורך שאקלען מיט (די) קאפ (קען איך) שרייבן. (איך) קען נישט ארויס געבן די לחות פון מויל, האב (איך) ב"ה א מאשין (עס) צו נעמען ארויס. (איך) קען נישט ארויס הוסטן די לחות פון לונג, האב (איך) ב"ה א מאשין צו העלפן. אלעס וואס דער אויבערשטער טוט איז באשטימט גוט, און (איז) א טובה." &nbsp; די בריוו און די באזוכן האבן איבערגעלאזט אויף די קינדער א גרויסן השפעה, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו זען וואס מיינט דאס דאקנען דעם אויבערשטן, ווען מען זעט א איד דאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט א פייפ וואס פירט די עסן צו די לונגען, ער דאנקט דעם באשעפער אז ער האט א מאשין וואס העלפט אים אטעמען, ער איז פרייליך אז ער האט א בענקל מיט העלפערס וואס העלפן און טראגן אים, און אזוי ווייטער, האט עס דערמאנט אלעמען צו דאנקען דעם אויבערשטן אז מען קען עסן, גיין, רעדן. &nbsp; יעצט ווען דער בעל יסורים הרה"ח ר' יחזקאל איז אוועק פון דער וועלט לאזן די לעכטיגע קינדער און זייערע געטרייע מלמדים א טרער אויף דעם טייער איד וואס האט מחזק געווען אזויפיל אידן צו לעבן מיט אויבערשטן, און אים צו דאנקען אין אלע אומשטענדן &nbsp; יהא זכרו ברוך &nbsp;

    < זעה מער ב תמוז תשפ"ג 📝
  • לעידיס אקזילער פון היכל הקודש בארא פארק העלפן ארויס קימפעטארינס

    בארא פארק. - עס פריידט דאס הארץ צו זען ווי אנשי שלומינו לעבן מיט אזא ליבשאפט איינע צום צווייטן, ווי שטארק מען זוכט ווי מען העלפן א צווייטע איד ברוחניות ובגשמיות. עס דערקענט זיך אז דאס זענען תלמידים און תלמידות פון הייליגן רבין וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווען מען זעט די חסד און דרך ארץ וואס הערשט צווישן אנשי שלומינו. &nbsp; די פרויען פון היכל הקודש אין בארא פארק האבן זיך צוזאם גענומען און אנהויבן א פרישע חסד פראיעקט, דאס מאל איז עס צושטעלן היימישע נארהאפטיגע נאכטמאלס פאר משפחות פון קימפעטארינס פון די קהילה. דער פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך די חשובע מרת גאנצפריעד תחי' אשת מו"ה שמעון הי"ו, און מיט איר האבן זיך אנגעשלאסן די פרויען פון אנשי שלומינו וואס געבן אוועק זייער צייט און כח צו צושטעלן די געשמאקע פרישע מאצלייטן פאר די משפחות אין צייט פון א שמחה. אזוי אויך האבן עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו זיך אנגעטראגן צו דעליווערן די פארטיגע מאכלים, און אזוי פארגרינגערן פאר די אפגעשוואכטע קימפעטארינס זי זאל קענען קומען צו די כחות בעזרת השם יתברך. &nbsp; דא איז אויך די פלאץ צו מעלדן איבער די וועכענטליכע צוזאמקומפטן פון די פרויען פון אנשי שלומינו וועלכע קומען זיך צונויף יעדע וואך אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק אויף 4801 11טע סט. וואס קומט פאר געווענליך יעדע דינסטאג נאכט, ווי די פרויען זענען זיך מחזק אינאיינעם אנצוגיין מיט די עבודת הקודש טאג טעגליך, און מען הערט עצות און חיזוק פון הייליגן רבין וויאזוי מען שטארקט זיך נישט נאכצולאזן און נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די גויאשע גאס. מען הערט אינאיינעם א רעקארדירטע חיזוק שמועס פונעם ראש ישיבה ספעציעל פאר די פרויען וואס קומען ארויס דערפון פריש און גרייט ווייטער צו אויפציען דעם אייבערשטנ'ס ארמיי די טייערע קינדער. &nbsp; פרויען פון בארא פארק וואס ווילן זיך אנשליסן אין די חסד פראיעקט אדער ווילן וויסן מער איבער די וועכענטליכע פרויען געדערינג קענען זיך ווענדן צו מרת גאנצפריעד תחי', וועלכע וועט בעז"ה ארויסהעלפן מיט וואס מען דארף. &nbsp;

    < זעה מער כד סיון תשפ"ג 📝
  • הר"ר אהרן וועבערמאן אנטפלעקט סודות פון חדר איבער די חתונות אין בית המדרש

    די אידישע גאס איז אויף מיט'ן אינטערוויו וואס הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א האט געגעבן. ר' אהרן איז א איד מאנשי שלומינו וואס פאלגט און לעבט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און ער איז געווען דער ערשטער מחותן וואס האט חתונה געמאכט מיט פינף יאר צוריק אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, א זאך וואס האט זיינער צייט געמאכט העדליינס אין אלע חרד'ישע צייטונגען, אבער היינט איז עס שוין ב"ה אזא אפטע זאך עס קומען פאר צענדליגע חתונות א יאר פון פרייליכע און גליקליכע חתנים און כלות מיט זייערע עלטערן און קרובים, אז מען כאפט אפילו נישט וואס פארא ערד ציטערניש עס שפילט זיך אפ אונטער אונזערע פיס. &nbsp; ר' אהרן האט שוין פון דעמאלטס ביז היינט חתונה געמאכט אין בית המדרש פינף קינדער און לכבוד דעם איז אפגעהאלטן געווארן א גאר אינפארמאטיוון אינטערוויו מיט'ן מחותן ר' אהרן, ווי אנטפלעקט פילע גאר אינטערעסאנטע זאכן איבער דעם נושא, וויפיל מענטשן בלוטיגן זיך אויס ביים חתונה מאכן די קינדער, און וויאזוי קלוגע אידן קענען חתונה מאכן די קינדער מיט פרייליכע הערצער. &nbsp; ער לייגט אראפ ווי פון איין זייט וויפיל געלט מען שפארט זיך און פון די אנדערע זייט ווי עס פעלט ממש גארנישט, ער זיין ווייב און אזוי אויך די מחותנים, חתן כלה זענען גארנישט ווייניגער צופרידן און ווי שיין די חתונות אין ישיבה זעט אויס. &nbsp; אזוי אויך גייט ער אריין אין נאך פארשידענע זאכן פון חתונה מאכן וואס מענטשן מיינען אז מען קען עס מסדר זיין נאר מיט אסאך געלט, און וויאזוי מען קען עס ערלעדיגן מיט גאר מינימאלע הוצאות וואס זעט זיך נישט אן אויפן בודשעט. &nbsp; ר' אהרן שמועסט זייער שיין אויס וויאזוי א מענטש קען צוקומען צו דעם נאר דורך דעם וואס מען האט א צדיק וועם מען פאלגט. אויב א מענטש וואלט געפרעגט אן ערליכע איד אויף וואס און אויף וויפיל ער מעג ספענדן ביי די חתונות וואלטן רוב מענטשן זיך געקענט אן עצה געבן און מען וואלט נישט געדארפט גיין נאך געלט אדער זיך צוזאם בארגן. &nbsp; דאס און נאך פילע אינטערעסאנטע נושאים ווערן אויסגעשמועסט אויף גאר אן אינטערעסאנטן אופן. דעם גאנצן אינטערוויו קען מען ליינען אינעם אינהאטלספולן "קרית ברסלב בלעטל" פון די וואך פרשת בהעלותך, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין, ביי די שמועס צווישן די צוויי ברודער 4-5 פון די אידיש מעניו, שמועס פון פרשת נשא ב'.

    < זעה מער יט סיון תשפ"ג 📝
  • נייע וואכן בית המדרש ווערט געבויעט אין שטעטל

    אזוי ווי דער שטעטל וואקסט כסדר, און עס קומען צו פרישע איינוואוינער, שפירט זיך דער ביהמ"ד מער ענג מיט יעדן טאג, בפרט אז דער כולל לערנט א גאנצן טאג אין בית המדרש, שטערט עס איינע פארן צווייטן. מען הערט אריין אין די מינים ווי די אינגעלייט לערנען, און די אינגעלייט הערן אריין די מינינים, אויסער דעם קומט צו אז מיט די וואוקס פון שטעטל, ווערט דער ביהמ"ד בכלל מער פאפולער ביי די פילע הונדערטער בייפארער וואס ווייסן אז דא איז דא א בית המדרש מיט כסדר'דיגע מנינים, וואס נוצן אויס דעם געלעגענהייט און יעדן טאג כאפן זיך פילע געסט אריבער צו דאוענען א תפלה בציבור, וואס דאס געט נאך מער צו צום ענגשאפט. &nbsp; דער יעצטיגער אויסשטעל האט געהאט נאך א חסרון אז עס האט נישט געקענט זיין מער פון איין מנין אויף איינמאל, א זאך וואס דער בית המדרש איז שוין לאנג אויסגעוואקסן. &nbsp; דערפאר האט די הנהלה באשלאסן מיט די גוטהייסונג פון ראש ישיבה שליט"א אז מען גייט צוטרעטן צום בויען פון א נייע וואכן בית המדרש אין שטעטל, וואס זאל דעקן דעם געברויך. צום ערשט וועט עס אויפטון אז דער כולל וועט צובאקומען הרחבת הדעת ווען זיי וועלן קענען איבערנעמען דעם גאנצן האשקי בית המדרש אין די וואכן טעג, און זיי וועלן נישט שטערן די מנינים, און די מנינים וועלן זיי נישט שטערן. צו דעם וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן א גרויסע פאליש וואס וועט ערמעגליכן צוויי מינינים אין די זעלבע צייט, עס וועט בעז"ה האבן אסאך און גענוג פארקינג, ברייטע האלוועיס, א גרויסע קאווע שטיבל, און עס וועט בעז"ה אויך האבן א שיינע גרויסע מקוה - דער פינפטער מקוה אין שטעטל. &nbsp; דער נייער ביהמ"ד ווערט געבויעט אויף רעד קליף גאס נעבן בארדיטשוב רד. דורכן היימישן קאנטראקטער מאנשי שלומינו מו"ה משה איינהארן הי"ו. פאריגע וואך ווען מען האט געהאלטן ביים גיסן די בורות פאר די מקוה איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די אינגעלייט וואס זענען בקיאים און מומחים במלאכת המקוה אראפ געקומען און זיכער געמאכט בס"ד אז אלעס ווערט געטון כהלכה ובהידור רב. &nbsp; בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

    < זעה מער יח סיון תשפ"ג 📝
  • הערליכע נייע סיין באצירט ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל

    אין קרית יואל גייט שוין אן דער בית המדרש היכל הקודש אויף 8 העיס קט. פאר לאנגע יארן. דאס איז דער ערשטער ביהמ"ד היכל הקודש אינדרויסן פון בארא פארק און יבנאל וואס האט געטראגן מיט שטאלץ די ברסלבע קרוין, וואס האט שוין מקרב געווען הונדערטער אידן צום אייבערשטן דורכאויס די יארן. &nbsp; דער ביהמ"ד איז געגרינדעט געווארן אין א דירה וואס הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט מנדב געווען כדי אנשי שלומינו אין קרית יואל זאלן האבן א ווינקל ווי מען קען רעדן דעם רבי'נס דיבורים, מוהרא"ש'ס דיבורים, דעם ראש ישיבה'ס דיבורים. וואס פון דעם בית המדרש איז שוין ארויסגעקומען טויזנטער שעות לימוד התורה, צענדליגע שטובער געשטעלט אויף די פוס, אומצאליגע דיבורים און כיספוים צום אייבערשטן, וואס דאס אלעס איז אין זכות פונעם בעל אכסני' הרה"ח ר' אברהם חיים שליט"א, וואס געבט דאס שוין אוועק שוין אזויפיל יארן, דאס איז אויסער וואס ער האלט אויס דעם ביהמ"ד מיט אלע הצתרכות'ן ווי רייניגן, קידושא רבה אום שב"ק, און א ברייטע של"ש יעדע וואך. יהא משכורתו שלימה מעם ה'. &nbsp; מיט בערך צוויי יאר צוריק האט א שטורעם דורכגעריסן קרית יואל, דאס איז געווען א שלאקס רעגן וואס האט דאן אומגעווארפן פילע ביימער אין שטאט און האט אנגעמאכט אסאך שאדענס. ביז דעמאלטס איז געווען ארויסגעלייגט א גרויסע שיינע סיין מיט די ווערטער בית המדרש היכל הקודש, בנשיאות כ"ק מוהרא"ש, מיט א שיינע ברסלבע קרוין, וואס האט צוגעוויזן אלע דורכגייער אז דא איז א ווינקל ווי מען קען באקומען "פירסט עיד", אלע ווייסן היינט אז אין ברסלב געבט מען נישט אויף, און דאס האט טאקע צוגעברענגט פילע דורכגייער זאלן אריינקומען הערן א גוט ווארט, און זענען ארויס אנגעפולט מיט תורה, תפלה, שלום בית, און האט זיי דערנענטערט צום אויבערשטן. אבער ביי יענע שטורעם איז דער סיין אראפגעריסן און צעבראכן געווארן. &nbsp; אין די לעצטע צייט האבן די גבאים זיך אריינגעלייגט איבערצובויען דעם בית המדרש, עס פארגרעסערן, און איבערפרישן, האט מען דאן באשלאסן אז עס איז צייט אז אויך די סיין אינדרויסן פון בית המדרש דארף מען צוריק באנייען. ברוך השם אז לכבוד שבועות האט שוין דער נייער סיין באשיינט די ווענט פון בית המדרש און געלאזט וויזן לכל עובר ושב אז דא קען מען זיך דערקוויקן מיטן הייליגן רבינ'ס דיבורים.

    < זעה מער יז סיון תשפ"ג 📝
  • אנשי חיל קאמפיין וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן אין די צווייטע העלפט זומער

    לבקשת פונעם ציבור, האבן די געטרייע עסקנים וואס פירן אן דעם יערליכן קאמפיין פאר די מוסדות באשלאסן אפצורוקן דעם קאמפיין אויף חודש אב הבעל"ט די וואך נאך שבת נחמו וואס דאן טענה'ן פילע איז זיי אסאך גרינגער אין די רואיג זומער וואכן אויפצוטרייבן די סכומים און אנצוקומען צום ציל. &nbsp; אין די פארגאנגענע יארן האבן זיך אנשי שלומינו גאר ווארעם צוגעשטעלט, לעצטע יאר זענען געווען איבער 600 טיעמס אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט. היי יאר האפט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען נאך מער און שטערקער מצליח זיין. מען זעט די שטארקע ווארימקייט פון אנשי שלומינו און ווי עס ברענט זיי ארויסצואווייזן הכרת הטוב פאר די פלאץ וואס העלפט זיי א גאנץ יאר, ווען זיי בעטן זייערע חברים, שכנים, קרובים, און ביזנעס שותפים צו באשטייערן לכבודם, און ארבעטן שווער יעדער איינער כפי יכלתו אנצוקומען צום ציל וואס ער האט גענומען אויף זיך. &nbsp; מיט דעם געלט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה ווייטער בויען די הייליגע מוסדות, אין די פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, מוסדות פאר אינגלעך פאר מיידלעך, פאר בחורים, פאר אינגעלייט, פאר פרויען און פאר פילע געברויכן פון די קהלה. חדרים, מיידל סקולס, בתי מדרשים, כוללים, מקוואת און מקוואת טהרה, מצה בעקעריי, שחיטה, בית החיים, קימפעטארן היים, אומאן, בויען די מוסדות אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, דזשערסי סיטי, לאנדאן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, בית שמש, אשדוד, צפת, יבנאל, און אזוי ווייטער. &nbsp; אין די זעלבע צייט געדענקט מען אז דער עיקר דגוש לייגן מיר אויף חינוך און אויף אמונה, מען זאל אויפציען קינדער וואס ווייסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא, און זיי אויפבויען זיי זאלן זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, קינדער וואס ווייסן וואס לעבן איז, און וויאזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן.

    < זעה מער ט סיון תשפ"ג 📝
  • מען גייט מקבל זיין די תורה פונדאסניי

    עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, אידישע קינדער זענען זייער פרייליך מקבל צו זיין די תורה פון פריש, זיך באנייען מיט די הייליגע תורה, צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און מקיים צו זיין אלעס וואס דער אייבערשטער הייסט אונז אין די הייליגע תורה. &nbsp; א ספעציעלער שמחה איז ביי ברסלב'ע חסידים, וואס נעמען אן די עצות פון הייליגן רבי'ן און לעבן מיט דעם, וואס זיי האבן א וועג ווי אזוי צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן ע"ו) אז מ'קען לערנען תורה בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט און אפילו מ'געדענקט נישט וואס מ'האט געלערנט. &nbsp; ווען א מענטש מיינט אז ער קען נאר לערנען תורה אויב ער האט געהעריגע שיעור, א געהעריגע חברותא, ער פארשטייט קלאר יעדע זאך, דאן איז נישט מעגליך ער זאל קענען לערנען יעדן טאג פון יאר, ווייל ס'מאכט זיך כסדר צייטן וואס מ'קען נישט לערנען געהעריג, און אויב מ'איז אנגעוויזן אויף אזויפיל זאכן כדי צו קענען לערנען, גייט דורך א גרויס חלק פון יאר וואס מ'לערנט נישט. &nbsp; אויך זענען דא מענטשן וואס פאר זיי איז בכלל שווער צו לערנען, זיי האבן נישט קיין גוטע קאפ און פארשטייען נישט קיין לערנען, אדער זענען זיי פאריאגט מיט די שווערע ארבעט צו ברענגען פרנסה, און קענען זיך נישט צוזאמנעמען צו לערנען אביסל תורה, און דערנאך זענען דא געוויסע וואס האבן יא צייט, יא א גוטע קאפ, אבער למעשה ווען זיי קוקן זיך ארום זעען זיי אז ס'גייט זיי דורך טעג וואכן און חדשים וואס זיי עפענען נישט קיין אידיש ספר. &nbsp; אבער מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, מ'נעמט א משניות און מ'הויבט אן זאגן די ווערטער, יעדער איינער לויט וויפיל ער קען, און דאס קען מען טון צו יעדע צייט אונטער סיי וועלכע אומשטענדען, און דאס ברענגט אריין אינעם מענטש א געוואלדיגע גלוסטעניש צו וועלן לערנען נאך און נאך תורה. &nbsp; און די זעלבע זאך איז מיט גמרא, שלחן ערוך, תהלים, חומש רש"י, און אלע חלקים פון די הייליגע תורה, יעדער לויט זיין געשמאק און געפיל, קען יעדער איינציגסטער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן איינציגסטן טאג פון זיין לעבן. &nbsp; ספעציעל די הלכה פון מעביר סדרה זיין, וואס מוהרא"ש האט אונז אריינגעבאקן אין אונז איינמאל און נאכאמאל איבער די וויכטיגקייט פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מוהרא"ש זאגט אז א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן יענע וואך עפעס א שאדן, אבער ליידער זענען דא פילע אידן וואס זענען נישט מעביר סדרה יעדע וואך, נישט יעדער האט די צייט און מעגליכקייט צו קענען מעביר סדרה זיין אום פרייטאג נאכמיטאג אזוי ווי דער אר"י הקדוש זאגט, און דעריבער איז מען בכלל נישט מעביר סדרה, דעריבער האט מוהרא"ש כסדר גע'חזר'ט אז מיר זאלן שוין אנהויבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, זונטאג איז מען מעביר סדרה ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז מען איז זוכה צו ענדיגן די גאנצע פרשה ביז סוף וואך. &nbsp; דערפאר איז יעצט גאר גרויס די שמחה אז מיר זענען זוכה פון פריש מקבל צו זיין די הייליגע תורה, און מיר נעמען זיך אלע פאר אז פון יעצט און ווייטער וועלן מיר יעדן טאג לערנען תורה, וואס דאס איז די שפייז פאר די נשמה, אזוי ווי ווען א מענטש עסט נישט שפירט ער נישט גוט, ער קען נישט טראכטן גראד, די זעלבע איז ווען די נשמה עסט נישט, מ'לערנט נישט קיין תורה, ווערט דער מענטש צערודערט, ער ווייסט נישט וואס פעלט אים, ער ווייסט נישט וואס נאגט אים, ער איז דעפרעסט און צעבראכן, און גארנישט מאכט אים פרייליך, ווען מ'איז אבער זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, ווערט דער מענטש א פרייליכער געשמאקער צופרידענער מענטש, די תורה באגלייט אים אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה זיין אין קרית ברסלב ליבערטי אויף שבועות, די פילע חשובע איינוואוינער פון שטעטל זענען מקבל פנים די פילע געסט וואס קומען צו פארן אויף יום טוב. &nbsp; אזוי אויך וועלן אלע שולן פון היכל הקודש אין אלע שטעט און לענדער זיין אפן, ווי מען וועט דאווענען אינאיינעם, אזוי אויך וועט מען זאגן דעם קורצן "תיקון ליל שבועות" נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע סדרה וואס נעמט נישט מער פון בערך א האלבע שעה. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז צוליב דעם וואס מען האט צוגלייגט אסאך זאכן צום תיקון און עס נעמט זייער לאנג זאגן אסאך מענטשן בכלל נישט דעם תיקון, דערפאר זאל מען זאגן דעם עיקר תיקון. דערנאך וועט מען גיין אין מקוה פארן עלות, וואס דער רבי זאגט אז דאס ברענגט צו גאר הויכע זאכן, מען וועט דאווענען א געשמאקע דאווענען הלל און אקדמות און אסאך רעדן צום אייבערשטן און זיך אינגאנצן איבערגעבן צום אייבערשטן אין די הייליגע טעג פון יום טוב שבועות. &nbsp; מתוקים מדבש ונופת צופים!

    < זעה מער ד סיון תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 136 to 150 of 426 results

1 2 ... 7 8 9 10 11 12 13 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com