Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אומגעראכטענע שניי לאזט איבער שיינע ווייסע צודעק אויפן אפסטיעט ראיאן

    אידישע קינדער דאנקען דעם אויבערשטן אויף די רעגן און שניי וואס איז געקומען פאריגע וואך סוף וואך, בפרט נאכדעם וואס עס איז דורך א לאנגע תקופה אן קיין רעגנס, און מען האט געשפירט וואס דאס מיינט אז עס קומט נישט קיין רעגן א לאנגע צייט, וואס האט נאכגעפאלגט מיט די שטארקע טרוקעניש און די פייערס און רויעך.   א מענטש קען צומאל פארגעסן וואס פארא טובה עס איז אז דער באשעפער שיקט אונז כסדר רעגן, און ווען עס גייט דורך א תקופה וואס עס רעגנט כסדר קען מען חלילה בועט זיין בטובה. דער אויבערשטער האט אונז אבער דאס מאל געשיקט א דערמאנונג אז רעגן איז א גרויסע טובה פאר אונז.   די יעצטיגע תקופה איז נאך אביסל פרי פאר שניי, געווענליך שנייעט נאך נישט אין אונזער געגענט אזא צייט פון יאר, און ווען יא, כאפט עס ממש נישט. ווען די וועטער האט פארגעזאגט א שטיקל רעגן-שניי אויף סוף וואך, האבן זיי טאקע געזאגט אז כאטש עס וועט אפשר זיין אויסגעמישט פון שניי פון צייט צו צייט וועט עס אבער בכלל נישט כאפן.   ווען מען האט געקוקט אויף די ביימער האט מען אויך געזען אז נישט אלע זענען שוין גרייט, דער אויבערשטער האט ברוב רחמיו וחסדיו איינגעשטעלט זיין וועלט אויף א הערליכע סדר, ווען עס קומט די ריכטיגע צייט, עס קומט שוין ווינטער, באפרייען די בוימער זייערע בלעטלעך, זיי לאזן עס גיין פריי, און אזוי ארום ווען עס קומט אן די שנייען, וועגן נישט די שניי צו שטארק אויף די ביימער, ווייל זיי האבן נאר די דינע צווייגן וואו זיך אראפ צו שטעלן.   אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש ווי די וועטער מומחים האבן געהאט געזאגט, דער אויבערשטער האט געשיקט א שטערקערע קעלט ווי די פאראויסשאצער האבן געמיינט, און דאנערשטאג נאכט האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע שניי וואס האט האט איבערגעלאזט עטליכע אינטשעס שווערע נאסע שניי אויף פילע ראיאנען אין אפסטיעט.   מען האט אבער געזען אן אינטערעסאנטע זאך, כאטש רוב ביימער האבן שוין געהאט באפרייט זייערע בלעטער און האבן גרינג דורכגעמאכט דעם שטורעם, זענען אבער געווען ביימער וואס האבן זיך מחמת איזה סיבה שהוא נישט געקענט שיידן פון זייערע באליבטע בלעטער, זיי האבן זיך געשפריט - זעט אויס - זייער צוגעטשעפעט צו זייערע בלטערע און האבן נישט געקענט פועלן ביי זיך זיי צו לאזן גיין, זיי האבן אפשר געטראכט - מען מוז זיי "שוין" יעצט לאזן גיין? אפשר קען מען עס לאזן אויף מארגן, כ'מיין וואס וועט שוין זיין אויב מען ווארט נאך א טאג צוויי?   זיי האבן אבער געמאכט א טעות, ווען מען פארט דורך די גאסן זעט מען נעבעך די אלע ביימער וואס זענען געווען אזוי שיין באדעקט מיט די הערליכע בא'טעמ'טע רויטע בעקעלעך בלטעלעך שטייען יעצט ארעם און צובראכן, זיי ווייסן נישט וואס פארא שלאק האט זיי באטראפן, פלוצלינג איז אנגעקומען א ווינט מיט א שטורעם און נאך פאר וואס ווען האבן זיי זיך געטראפן אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט, זייערע שיינע צווייגן זענען נעבעך אינגאצן אוועקגעפאלן.   די אלע ביימער וואס האבן זיך אבער געמאכט דעם חשבון אז מען דארף לאזן די שיינע בלטער גיין ווען עס איז דער ריכטיגער צייט, זענען אבער געבליבן גאנץ און פרעכטיג.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ה 📝
  • וויאזוי זייף רייניגט

    שאלה: איז עס אמת אז זייף מאכט מען פון פעטנס? אויב יא, וויאזוי קען זיין אז אנשטאט עס זאל פארשמירן די געשיר מיט אויל, רייניגט עס גאר אויף? &nbsp; ענטפער: עס איז ריכטיג אז זייף ווערט געמאכט פון פעטנס, אבער עס ווערט געמישט מיט אנדערע מאטיריאלן ווי סאדיום היידראקסייד, וואס דאס פארוואנדעלט די פעטנס אין זייף. די זייף באשטייען פון פיצעלע מאליקיולס (די קלענסטע שטיקל פון א מאטריאל) וואס האבן צוויי זייטן. איין זייט קלעבט צו וואסער, און די אנדערע זייט קלעבט צו אויל. ווען מען וואשט אפ אן אויליגן טעלער מיט וואסער וועט עס נישט רייניגן צוליב וואס אויל און וואסער אנטלויפן איינע פון צווייטן, און די וואסער וועט נישט מיטשלעפן די אויל מיט'ן שטראם, אבער זייף ארבעט אויף ביידע פראנטן, פון איין זייט קלעבט עס צו פעט און עס שלעפט מיט די שמוץ פונעם טעלער מיט זיך, און פון די אנדערע זייט וואשט זיך עס אפ און ווערט מיטגעשלעפט מיט'ן שטראם וואסער. עס איז באקאנט אז שקר און אמת ווערן געגליכן צו אויל און וואסער וואס קען זיך נישט אויסמישן, אבער ווי מיר זעען דא זענען נישט אייביג קלאר די גרעניצן צווישן שקר און אמת. אסאך מאל קומט אריין אינעם מח א צומישעניש, פון איין זייט טראכט דער איד אז ער איז אן ערליכער איד און ער זוכט נאר צו טון דעם רצון ה', אבער פון די אנדערע זייט קוקט ער אן זיינע דורכפעלער, און ער הייבט אן צו טראכטן אז ער איז נישט אין ארדענונג. רבי נתן זאגט אונז אז דער מענשט איז זיין רצון, וואס ווילסטו זיין? דאס ביסטו באמת, אבער דא קומט ווידער דער סמ"ך מ"ם אריין, איך זאג טאקע פאר'ן אויבערשטן "איך וויל זיין אן ערליכער איד, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר רבונו של עולם, איך בעט דיך איך וויל דיך שפירן", אבער מיין איך עס אמת'דיג, עכט - זאגט אים דער סמ"ך מ"ם - ווילסטו שוואוילטאג, דו ווילסט א שיינע קאר, גוטע עסן, און מאכן א לעבן. אבער דאס איז נישט ריכטיג, טיף אינעווייניג וויל יעדע איד זיין גוט, יעדע איד וויל זיין וואויל, און דאס וואס עס זעט נישט אלץ אויס אזוי קומט פון יאוש, נאך אזויפיל דורכפעלער מיינט ער אז ער קען שוין מער נישט אנהייבן. דערפאר איז זייער וויכטיג מיר זאלן לערנען כסדר די הייליגע בריוו, און הערן די זיסע שיעורים וואס וועט אונז כסדר מחזק זיין און דערמאנען אז מיר קענען יא שפירן דעם אויבערשטן, און זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן, און אזוי וועט ארויסקומען דער אמת'ע רצון פון אונזער נשמה. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כ חשון תשפ"ה 📝
  • סיום און התחלת ששה סדרי תוספתא

    קומענדיגן מאנטאג פרשת תולדות וועלן פילע אנשי שלומינו זוכה זיין צו מסיים זיין סיום ששה סדרי תוספתא מיט'ן סדר פון די קהלה, וואס מיט דעם זענען פילע אידן זוכה צו ענדיגן א בי"ת נצחי, אן אייביגע הויז, אין וואס זיי וועלן קענען וואוינען און זיך באשיצן מיט הרחבת הדעת און שלוות הנפש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, און גלייך א טאג שפעטער, דינסטאג תולדות, הויבט מען דעם פיר און צוואנציגסטע מחזור פון תוספתא יומי, מען הויבט אן דעם ערשטן פרק, ברכות פרק א'. &nbsp; שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, און שפעטער האט דער ראש ישיבה שליט"א צוגעלייגט אויך די לימודים פון א פרק רמב"ם און צוויי פרקים נ"ך יעדן טאג. &nbsp; מען זעהט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פארן מענטש אויף אייביג. &nbsp; מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זעהן אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט. &nbsp; אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת. &nbsp; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן סימן ע"ו), א וועג צו לערנען, וואס איז געאייגנט פאר יעדן איינציגן איד, אין יעדע צייט, און אין יעדע מצב. מען קען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט און אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט. עס הערט זיך מאדנע צום ערשטן מאל, אבער אז מען פרובירט עס אויס זעט מען די געוואלדיגע תועלת און הצלחה וואס מען באקומט דערפון, טעמו וראו כי טוב ה', מען דארף עס פרובירן צו שפירן די געוואלדיגע זיסקייט פון די הייליג תורה, מען איז זוכה צו לערנען גאר אסאך די הייליגע תורה, און מען קען איבערקומען פילע שוועריקייטן וואס דער יצר הרע שטעלט אונטער אז מען זאל נישט לערנען יעדן טאג כאטש אביסל תורה. &nbsp; דער נייער מחזור אין תוספתא ברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים. &nbsp; 📖 הערליכע סעט תוסתפא ארויסגעגעבן דורך תלמידי מוהרא"ש זי"ע

    < זעה מער כ חשון תשפ"ה 📝
  • גרויסע אמעריקאנער ביליגע עירליין "ספיריט" באנקראטירט

    איינע פון די פראמינענטע אמעריקאנער ביליגע עירליינס "ספיריט עירליינס" האט געפיילט פאר בענקראט שוץ, נאכדעם וואס זייער פראבע זיך צוזאם צו שטעלן מיט אן אנדערע ביליגע עירליין "פראנטיער עירליין" איז דורכגעפאלן. &nbsp; די וועג וויאזוי די פירמע האט אפערירט איז געווען דורך פרובירן צו צושטלען די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט, אבער חוץ אויב קאסטומערס זענען געקומען אן קיין פעקלעך זענען זיי געווענליך געווארן אנטוישט ביים עירפארט ווען זיי האבן געדארפט צוצאלן פאר יעדע זאך, ווי פקעלעך, אויסוועלן א זיץ, אדער באקומען צו עסן אויפן פליגער. &nbsp; כאטש זיי האבן געהאט מער קאסטומערס פון פאריאר, און זייערע טיקעטס זענען געווען ביליגער, זענען אבער זייערע קאסטן שטארק ארויף, און היינט צו טאגסט טראגט זי א לאסט פון א ביליאן דאלער חובות, א זאך וואס האט ווייטער נישט געקענט אנגיין. די פירמע האט געזאגט אז זינט פינף יאר צוריק זענען ארויס יעדעס יאר אן קיין שום ריווח, און ביזדערווייל האט זיך אנגעזאמעלט דער גרויסער בארג פון חובות, פון וואס זיי קענען זיך נישט ארויסזען. &nbsp; דער עירליין האט געזאגט אז כאטש זיי האבן געפיילט באנקראט, גייט דער עירליין ווייטער אן, און אלע וואס האבן געקויפט טיקעטס וועלן ווייטער סערווירט ווערן, און נאך מער, מען קען נאך אויך בוקן טיקעטס אויף ווייטער. &nbsp; "אויב מען זוכט בלויז דער גרויסער נומער וואס יעדער זעט, איז עס א גוטע רעצעפט פאר באנקראט" האט זיך א פראמינענטער אנאליסט אויסגעדרוקט, "די קאסטומערס זענען נישט נאריש, זיי זעען זייער שנעל אז דער ביליגער פרייז איז געפאפּט, ווען באמת צאלט מען ארויף אויף די פעקלעך", די זעלבע זאך טוט דער סמ"ך מ"ם מיט אונז, ער פרובירט אונז אויסצונארן צו כאפן א גוטע דיעל וואס זעט אויס שיין, "שייד זיך אפ פון דיין משפחה, לעב מיט פרישות און חומרות", אבער מיר טארן זיך נישט לאזן פון אים, ווייל דערנאך צאלט מען ארויף א טייערע פרייז. צדיקים זאגן אונז אז מען קען נישט דינען דעם אויבערשטן אויב מען האט נישט קיין שלום בית. די זעלבע זאך מיט מחלוקת, ער פרובירט אונז צו דרייען דעם קאפ אז מען דארף קעיר נעמען פון דעם אדער פון יענעם, אבער מיר דארפן געדענקען אז אן ערליכער איד קען מען נישט דערקענען פון דרויסן, ער קען אויסזען פונקט ווי א פשוטער מענטש, אבער ווען מען טשעפעט אן ערליכער איז איז די פרייז זייער טייער. דערפאר דארפן מיר שטיין ווייט פון מחלוקת ווי פון פייער, און בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג מיר זאלן ארויסגיין מיט ריווח פון דער וועלט און זיך נישט לאזן נארן פון די גלאנציגע פאלשע גליקן.

    < זעה מער יט חשון תשפ"ה 📝
  • טראנספארטאציע דעפארטמענט פון די מוסדות ברייטערט זיך אויס מיט דריי נייע באסעס

    די מוסדות היכל הקודש גייען אן ב"ה שטארק און מיט הצלחה, די געטרייע מלמדים און מחנכים געבן זיך אוועק בלב ונפש צו לערנען מיט די קינדער תורה, מידות טובות און יראת שמים. דער עיקר דגוש לייגט מען אבער אויף אמונה, אז די קינדער זאלן וואקסן מיט דעם יסוד אז זיי זאלן וויסן און געדענקען אויף זייער גאנץ לעבן אז דער אויבערשטער איז מיט זיי, אייביג. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז די מוסדות וואקסן און בליען, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער. צו נייעם לערן יאר תשפ"ד זענען צוגעקומען צוויי נייע קלאסן, איינס ביי די אינגלעך און איינס ביי די מיידלעך. דער וואוקס האט צוגעברענגט א נויט צו פארגרעסערן דעם טראנספארטאציע סיסטעם. בפרט ווען צוויי פון די אלטע באסעס זענען פראבלעמאטיש און זיצן אפ כסדר ביים מעקעניק. &nbsp; די הנהלה האט זיך אריינגעלייגט צו טרעפן גוטע באסעס, און מיט גרויס סייעתא דשמיא, האט דער אויבערשטער צוגעפירט א גאר גוטן דיעל פון דריי גוטע באסעס פאר גוטע פרייז. די הנהלה שטארק דאנקבאר די חשובע נדבנים וואס האבן מנדב געווען דריי נייע באסעס, וואס איז אזוי נויטיג געווען צו קענען טראגן און ברענגען די קינדער זיכערערהייט. &nbsp; איין באס האט מנדב געווען מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו, איין באס האבן מו"ה שבתי מארקוס הי"ו צוזאמען מיט זיין שותף מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו מנדב געווען, און דער דריטער באס האט מו"ה יוסף זינגער הי"ו מנדב געווען. &nbsp; אינאיינעם פארמאגט יעצט דער טראנספארטאציע סיסטעם פון די מוסדות א סך הכל פון צען באסעס: איינס אין וויליאמסבורג, איינס אין קרית יואל, פינף אלטע באסעס אין שטעטל, די אויבנדערמאנטע דריי נייע באסעס, און בנוסף איז דא צוויי אלטע פראבלעמאטישע באסעס. &nbsp; די טראנספארטאציע ווערט געפירט מיט גרויס געניטשאפט דורכן געטרייען מענעדזשער פון די מוסדות מו"ה אליעזר שמן הי"ו, די דרייווערס זענען אונזערע איבערגעגעבענע מלמדים פון נורסערי און קינדערגארטן מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה ארי לונגער הי"ו. אויסער דעם זענען דא נאך אינגעלייט וואס העלפן צו און נעמען רוטס ווען עס פעלט אויס, צווישן זיי מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה שמעון אביש הי"ו. &nbsp; מיר וועלן ענדיגן מיט א שבח והודאה צום אויבערשטן אויף די געוואלדיגע הצלחה וואס די מוסדות האבן ב"ה, און מיט א תפלה אויף ווייטער אז חפץ ה' בידינו יצליח, די קינדער זאלן ווייטער וואקסן און בליען און אויסוואקסן ערליכע גוטע אידן, וואס ווילן איין זאך, טון דעם רצון ה' באמת ובתמים.

    < זעה מער יט חשון תשפ"ה 📝
  • פאטענט שוץ

    שאלה: וואס מיינט א "פאטענט" און וואס מיינט "פאטענט פענדינג"? &nbsp; ענטפער: כדי צו ערמיטיגן מענטשן דער ערפינדן נייע זאכן, האבן די רעגירונגען איינגעפירט די קאנצעפט פון "פאטענטן", ווען איינעם פאלט ביי א געדאנק וויאזוי צו ערצייגן א נייע פראדוקט, וואס די וועלט וועט זיך צוכאפטן דערצו, זאל ער עס קענען רעגיסטרירן ביי זיי, און דערמיט באשטעטיגן דער יעניגער איז דער ערשטער צו רעגיסטרין אזא און אזא געדאנק, און די רעגירונג טוט דערביי באשיצן דעם רעגיסטרירטער אז קיינער טאר עס נישט נוצן אדער נאכמאכן פאר א שטיק צייט. &nbsp; ביי די וועלט איז זייער וויכטיג צו זיין אויסשליסליך (צום ווייניגסטענס אין די ערשטע תקופה) ביי יעדע נייע ערפינדונג, און אזוי ערמעגליכט מען דעם ערפינדער צו מאכן געלט פון זיינע אייגענארטיגע געדאנקען. די זעלבע זאך האט מען געזען אין די תורה וועלט, ווען אין די ערשטע תקופה פון דרוק פלעגן די הסכמות בעיקר זיין איבער די רעכטן פונעם דרוקער אז קיינער טאר נישט דרוקן דעם ספר פאר די קומענדיגע תקופה. די גדולי ישראל האבן עס איינגעפירט כדי די דרוקער זאלן נישט ארויסגיין מיט שאדן נאכן דרוקן ספרי קודש, דורכדעם וואס אנדערע דרוקערס וועלן דרוקן דעם זעלבן ספר נאך איידער דער ערשטער האט ארויסגענומען זיין אינוועסטמענט. &nbsp; דאס איז טאקע א פארשטענדליכע זאך, און מען קען נאך ביז היינט זען די ווערטער "כל הזכיות שמורות" ביי רוב ספרים אויף די צווייטע זייט פונעם שער בלאט, אז קיינער זאל נישט קומען קאפירן דעם ספר, וואס קאסט כמעט גארנישט צו טון, בשעת דער מוציא לאור האט אינוועסטעט גאר אסאך צייט כח און געלט צו דרוקן דעם ספר. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אבער זאגן אז זיינע ספרים זענען אנדערש, קיינער האט נישט קיין רעכט צו שרייבן "זכיות שמורות" אויף זיינע ספרים. ער האט נישט אינוועסטירט קיין געלט כדי צו מרויח זיין געלט. אדרבה, ווער עס וויל זאל דרוקן און פארשפרייטן זיינע ספרים, בתנאי אז מען טוישט נישט זיינע ווערטער... און זיין ריווח פונעם געשעפט וועט זיין די הרהורי תשובה, די לימוד התורה, די שלום בית וואס וועט ארויסקומען פון די וואס לערנען די הייליגע ספרים. &nbsp; "פעטענט פענדינג" באדייט אז, מען האט רעגיסטרירט דעם פאטענט ביי די רעגירונג, און די רעגירונג האלט נאך אינמיטן איבערקוקן דעם פאטענט, זיכער צו מאכן אז קיינער בעפאר אים האט נישט רעגיסטרירט אזא פאטענט, און דערווייל האט דער פאטענט נאר א טיילווייזע שוץ. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יח חשון תשפ"ה 📝
  • וויכטיגע אונטערוואסער קאמיוניקאציע קעיבל צווישן פינלאנד און דייטשלאנד געשעדיגט

    רוב פון די קאמוניקאציעס וואס פילסן פון איין עק וועלט צו די אנדערע, ווערן דורכגעפירט דורך פיזישע קעיבלס (דרונטן), דאס רעכענט אריין סיי טעלעפאן, איטערנעט און פילע אנדערע שנעלע קאמיוניקאציע מיטלען וואס די וועלט באנוצט זיך. דאס איז אנדערש ווי אסאך מיינען, אז היינט גייען זיי אלע דורך די סעטעלייטס. &nbsp; גאר אסאך קעיבלס זענען דורכגעצויגן צווישן די לענדער און קאנטינענטן אוטערן די ריזיגע אקעאנען, און לענדער זענען באזארגט איבער זייער זיכערהייט, נאכדעם וואס עס זענען פארגעקומען עטליכע אינצידענטן ווי פארשידענע לינעס זענען געווארן געשעדיגט. &nbsp; בשעת די וועלט איז פארנומען מיט'ן "פארזיכערן" די ווייערס וועלכע לויפן אונטער'ן וואסער, וועלן מיר לויפן זיך איינטינקען אונטערן וואסער, גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיך פארנעמען פון יעצט צו זיין גוט, דאס איז "פארזיכערט" פון יעדע פגע, און אפילו מען ווערט חלילה געשעדיגט, דער יצר הרע ווארפט אראפ, האבן מיר דעם פארזיכערטן עצה פון הייליגן רבין, צו לויפן אונטערן וואסער, זיך איינטינקען און זיך מכניע זיין פאר'ן אויבערשטן, און תיכף זאגן דעם תיקון הכללי. ווען א מענטש זאל ווען וויסן וואס דער תיקון הכללי טוט פאר זיין נשמה, וואלט ער עס יעדן טאג געזאגט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אנשי שלומינו פירן זיך צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, נאך איידער מען טוט אויס די תפילין. ווייל אויסער דעם וואס דאס פארעכעט אלעס, מען קומט ארויס פריש אפגעבאדן, איז עס מסוגל צו אלע ישועות, בפרט פרנסה. &nbsp; די נאטא באאמטע האבן שוין געלאזט וויסן אז זיי קוקן איבער די זיכערהייט פון די פילע לינעס וואס לויפן פון און צו זייערע לענדער, סיי פון קאמיוניקאציע און אזוי אויך פון פייפס וואס ברענגען און טראגן גאזן און אנדערע זאכן. &nbsp;

    < זעה מער יז חשון תשפ"ה 📝
  • קהלת היכל הקודש אלעד

    עס קומט אריין א פרישע באריכט פון בית המדרש היכל הקודש אלעד וואס געפונט זיך אויף רחוב יוסף קארו 5. דער בית המדרש גייט שוין אן א לענגערע צייט, און ווער עס טרעט נאר אריין שפירט גלייך די געשמאקע פרייליכע אטמאספערע, "ממש טעם א גן עדן, לעכטיגע אינגעלייט און בחורים, א תענוג רוחני", זאגט אונז איינע פון די מתפללים. &nbsp; מען דאווענט אלע תפלות שבת קודש אין שול,&nbsp; דער געטרייער גבאי הר"ר חיים יאקאבאוויטש שליט"א לערנט פאר יעדן שבת נאך מוסף א שיינע שיעור אין סיפורי מעשיות, פון וואס מען נעמט ארויס עצות און חיזוק אויף למעשה, און דער רוח החיים פון בית המדרש הר"ר משה וויינבערגער שליט"א ליינט פאר א בריוו פון ראש ישיבה ביי שלש סעודות, וואס געבט חיות אויף א גאנצע וואך. &nbsp; אין א שמועס מיט איינע פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט הר"ר משה וויינבערגער שליט"א פאר דעם באריכט, פארציילט ער אונז אז יעצט בשעת מיר רעדן האלט ער אינמיטן גיין הפצה, און כאטש אינמיטן זענען געווען סירענעס צוליב פליענדע באמבעס, און ער האט עטליכע מאל שוין געדארפט לויפן אין די שעלטערס, האלטן אים די אלע זאכן נישט צוריק פון גיין הפצה. "הפצה מאכט מיר פרייליך" זאגט ער אונז מיט א שמייכל. &nbsp; פאריגע וואך האט מען מייסד געווען א חבורה אין בית המדרש, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען יעדן דינסטאג בעזר ה', ווי מען פארציילט מעשיות פון הפצה, מעשיות פון תפלה, און מען שמועסט איבער די שיעורים און עצות וואס מען האט געהערט פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אויסער דעם האט מען יעצט צוגעקויפט פרישע מעבל אין שול, בפרט זעט זיך אן דער שיינע נייע עמוד פאר'ן חזן מיט די שיינע לייכטער, צו באשיינען און מבכד זיין דעם אויבערשטנ'ס הויז, דער בית המקדש מעט. &nbsp; ר' משה טיילט מיט א סיפור וואס ער האט פארציילט פאריגע וואך ביים חבורה, אז ער איז א מלמד כיתה ה' אין א היימישע חסידישע חדר "תלמוד תורה כתב סופר ערלוי" אין שטאט, ווען קומט אריין זיין חדר, האט ער זיך געמאכט א מנהג אז ער בעט דעם אויבערשטן שטילערהייט פאר אלע תלמידים. איין טאג פרעגן אים די קינדער "וואס זאגט דער רבי שטילערהייט?", "איך דאוון יעדן טאג פאר ענקער הצלחה." האט ער זיי געענטפערט, זייט דעמאלטס זעט ער ווי אלע קינדער טוען די זעלבע זאך, בשעת ער דאווענט, זעט ער ווי זיי אויך בעטן "הייליגע באשעפער העלף איך זאל מצליח זיין אין חדר." &nbsp; די קינדער פון שטאט אלעד - וואס געפונט זיך בערך פופצן מינוט פון בני ברק - פאר אריין קיין בני ברק צום חדר פון היכל הקודש, כדי זיי זאלן קענען באקומען דעם ריינעם ערליכן חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט. &nbsp; ווען עס קומט צו רעדן הפצה, איז דער שטאט דער צענטער פון הפצה, אלע אינגעלייט און בחורים האבן א חלק אין הפצה. מו"ה יושע העשיל דבדבני הי"ו, שיקט כסדר אריבער גרויסע סקיטס פון קונטרסים, מאגנעטן, שמעקרעס, ספרים קונטרסים, פאר קאסט פרייז, און די אינגעלייט פארשפרייטן עס איבער די שטאט. לעצטענס איז דא א נייע אייטעם פאר הפצה "קאר פושקעס" וואס איז זייער אויפגעכאפט. &nbsp; צווישן די מפיצים אין שטאט ציילן זיך מו"ה נח לעווין הי"ו, מו"ה אברהם זעוואלד הי"ו, מו"ה חיים יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה משה וויינבערגער הי"ו, מו"ה יואל צבי לעווי הי"ו, און נאך בחורים און איגעלייט.

    < זעה מער יז חשון תשפ"ה 📝
  • דראמאטישע פארזעצונג "יאקאב" בארייכערט דעם קרית ברסלב בלעטל

    ילכו מחיל אל חיל, דער באליבטער ברסלב'ער וועכענטליכער מאגאזין ווערט אלץ שענער און בעסער, מיט יעדע וואך ווערט צוגלייגט נאך פרישע רובריקן און אפטיילונגען, מיט'ן ציל אז יעדער זאל דארט טרעפן עפעס אינטערעסאנט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א פאדערט כסדר אויף אנשי שלומינו אז מען זאל אכטונג געבן וואס מען נעמט אריין אין שטוב, אפגערעדט אז מען זאל נישט אריינעמען קיין צייטונגען און מאגאזינען, נישט קיין חילוק צי זיי זענען געאייגענט פאר ערוואקסענע אדער פאר קינדער, ווייל ווער ווייסט ווער די שרייבער זענען, וואס זייערע השקפות זענען, נאר אפילו פון אדווערטייזמענט ביכלעך דארף מען אכטונג געבן, ווייל ווי באקאנט פלעגן צדיקים זאגן אז "ביכל" איז ראשי תיבות "כל באיה לא ישובון" ווייל די השקפה און די וועלט בליק פונעם שרייבער גייט אומדירעקט אריין טיף אינעם מח פונעם ליינער, און בפרט ביי קינדער וואס זייער מח איז אפן און זאפן איין אלעס וואס זיי ליינען. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א זאל ארויסגעבן א וועכענטליכע אויסגאבע פאר די משפחה מיט אלע סארטן ארטיקלען, געשריבן דורך שרייבער וועלכע טרונקען פונעם קוואל פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, און אזוי ארום וועט מען קענען הנאה האבן פון געשמאקע ארטיקלען, נייעס, מעשיות און בילדער גענומען פון ריינע מקורות. &nbsp; אנגעהויבן פון די וואך פרשת וירא האט דער באגאבטער שרייבער ש. טראכטער אנגעהויבן א גענצליך נייע קאלום, א חידוש וואס איז נאכנישט געווען אינעם בלעטל, א זאך וואס פילע ליינער בעטן שוין א לאנגע צייט, "א מעשה אין פארזעצונגען", דער מעשה וועט זיך ציען א לאנגע צייט און וועט דורכגיין קאנטיענטן לענדער און תקופות. פון די מעשה וועט מען זיך קענען לערנען וואס דאס מיינט תמימות און מסירות נפש פון ערליכע אידן, און וועט זיין געשריבן אויף א גאר דראמאטישע וועג אבער אין די זעלבע צייט וועט מען זיך קענען לערנען אויף למעשה היינטיגע צייטן ווען דאס לעבן איז רעלאטיוו גרינג אויך צו קענען דינען דעם אויבערשטן מיט די זאכן וואס היינט איז אסאך שווערער פון אמאל. &nbsp; עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די רעדאקציע פאר די אלע שרייבער, גראפיקער, און מגיהים וואס לייגן אריין וועכענטליך גאר אסאך כחות, מיט'ן ציל צו העלפן אנשי שלומינו. אזוי אויך קומט זיך א געוואלדיגע אנערקענוג פאר הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א וואס פירט די "קרן הדפסה" וואס האט גענומען די גאנצע קאסט אויף אירע פלייצעס. ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'.

    < זעה מער יג חשון תשפ"ה 📝
  • וואס האט "בלוטוט" מיט "בלוי" און מיט "ציין"?

    שאלה: פארוואס רופט מען די ווייערלעס טעכנאלאגיע וואס מען נוצט צו פארבינדן מאשינען "בלוטוט", וואס האט עס מיט "בלוי" און וואס מיט "ציין"? אזוי אויך פון וואו קומט דער מאדנער אייקאן דערפון? ר. ז. &nbsp; ענטפער: זייער א גוטע שאלה, בלוטוט טעכנאלאיגע (וואס מיינט בוכשטעבליך "בלויע ציין") האט גארנישט מיט'ן קאליר בלוי אדער מיט ציינער, דער נאמען קומט פאקטיש פון א דענישער קעניג "האראלד גראסמאן" וואס איז באקאנט מיט'ן צונאמען "הערלאד בלוטוט" צוליב וואס ער האט געהאט א טויטע ציין אין זיין מויל וואס האט אויסגעזען "בלוי". דער קעניג האט מיט בערך טויזענט יאר צוריק פאראייניגט די צוויי מלוכות פון נארוועיגע און דענמארק, און צוליב וואס דער טעכנעלאגיע וואס איז געווען געצילט צו פאראייניגן מאשינען זיי זאלן קענען "רעדן" צווישן זיך, איז אויסגעארבעט געווארן דורך א שוועדישע פירמע, און האבן געזוכט א נאמען ביז ווילאנג מען וועט אויסארבעטן א געהעריגע נאמען האבן זיי עס גערופן "בלוטוט". למעשה איז דער נאמען געווארן אויפגעכאפט אין דער וועלט, און האט קיינמאל באקומען אן אנדערע נאמען. &nbsp; בשעת מיר וועלן נוצן דעם בלוטוט טעכנאלאגיע נאר אויף א גוטע וועג צו פארבינדן דעם ספיקער צום מוזיק פלעיער ווי מיר וועלן הערן שיעורים וואס וועלן אונז מחזק זיין צו געדענקען דעם אויבערשטן, און זיך מחזק זיין אין אלע אומשטענדן, וועלן מיר אבער פאקוסן צו נוצן אונזער בלוטוט זיך צו פארבינדן מיט אנדערע אידן און זיך מחזק זיין מיט אחדות און אהבת ישראל. נישט קיין חילוק צי ער האלט די זעלבע ווי מיר, אדער ער האט אן אנדערן מיינונג קענען מיר נאך אלץ רעדן און זיך ליב האבן. בפרט נאך די חתונה ווען עס קומען זיך צוזאם צוויי מענטשן פון אנדערע משפחות און אנדערע וועלטן, וועט מען קוקן איינע אויפן צווייטן מיט א גוטע בליק, וואס איז דער "בלוטוט" וואס וועט זיי האלטן פאראייניגט. &nbsp; דער אייקאן פון בלוטוט איז אן איטערעסאנטע צוזאם שטעל פון צוויי אור אלטע סקאנדענישע אותיות "ᚼ" (האגעל) און "ᛒ" (ביארקאן) וואס איז די ראשי תיבות פונעם נאמען פונעם קעניג האראלד בלוטוט, אויף וועמענ'ס נאמען דער טעכנאלאגיע איז געגעבן געווארן. &nbsp; אונזער אייקאן איז די הייליגע תורה, וואס אירע ווערטער כאטש זיי זענען זייער אלט, שוין פונעם מעמד הר סיני, איז עס אבער פריש יעדן טאג און אירע הייליגע ווערטער זענען אקטועל אויף יעדן טריט און שריט פון אונזער לעבן. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יג חשון תשפ"ה 📝
  • טראמפ שטעלט איין נייע דעפארטמענט אף גאווערמענט עפישינסי

    אין איינע פון זיינע ערשטע מעלדונגען נאכן ווערן ערוויילט צו ווערן דער קומענדיגער פרעזידענט פון אמעריקע האט טראמפ געמאלדן אז ער שטעלט אויף אן ארגאניזאציע אינדרויסן פון די רעגירונג מיט'ן נאמען "דעפארטמענט אף גאווערמענט עפישינסי" וואס ער רופט אויפן ראשי תיבות DOGE "דאדזש", ער האט געשטעלט זיין פריינט דער אייגענטומער פון טעסלא, עקס, און ספעיס עקס אילאן מאסק צוזאמען מיט'ן ענעריגשן ביזנעסמאן און אינדיאנער אפשטאמיגער טראמפ שטיצער וויוועק ראמאסוואמי זיי זאלן עס פירן. &nbsp; יעדע בר דעת פארשטייט אז נאך יארן וואס די רעגירונג פירט זיך עולם כמנהגו נוהג אן קיין אחריות און אן קיין חשבון הנפש ווערן די באאמטע צוביסלעך מער און מער באקוועם, יעדער וואס האט נאר געהאט אמאל א מגע ומשא מיט די רעגירונג זעט אז דער חילוק צווישן א פריוואט געפירטע אונטערנעמונג און די רעגירונג איז זייער גרויס, די ארבעט שעות זענען מינימאל, די בענעפיטן זענען דאס מערסטע, יעדע שני וחמישי איז דער אפיס פארמאכט צוליב דעם אדער יענעם חגא, ביי לאנטש איז נישטא צו וועם צו רעדן, בשעת זייערע סערוויסעס ווערן ערגער און ערגער שטייגן אבער די אויסגאבן פון די ביוראקטיעס מיט יעדן טאג. &nbsp; ווען א מענטש לעבט זיין לעבן אן קיין חשבון הנפש, ער גייט קיינמאל נישט איבער זיין טאג צווישן זיך אונעם אויבערשטן מיינט ער אז אלעס איז וואויל אלעס איז גוט, ער איז זיכער אז ער דאווענט יעדע תפלה מיט מנין, ער איז מעביר סדרה יעדע וואך, ווייל ער האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט טראכטן וויאזוי זעה איך אויס. &nbsp; יעצט ווילן זיי איבערמאכן די גאנצע סטרוקטור פון די רעגירונג, מאסק האט דערקלערט אז ער האפט צו שניידן צוויי טריליאן דאלער פון די פעדעראלע בודזשעט (וואס איז בערך 30% פון די גאנצע אויסגאבן פון א יאר) און דערמיט שוין לייזן דעם דעפיציט וואס שטייט היי יאר ביי בערך 1.8 טריליאן דאלער. ער זאגט אז ער וועט איבערקוקן יעדע ווינקל פון די בוזשעט. זיי ווילן איבערארבעטן די מיליטערישע קאנטראקטן, פארבעסערן די פינאנצן ביי מעדיקעיד און מעדיקער, שניידן איבעריגע פראגראמען, עלימינירן פילע ביוראקאטישע אדמיניסטראטיווע איבעריגע פאזיציעס און רעגולאציעס, שניידן שטיקער פון סובסידיעס וואס אמעריקע שענקט פאר ביזנעסער און אויסלענדישע רעגירונגען. &nbsp; ער האט טאקע גרויסארטיגע פלענער, עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וויפיל דער אונטערנעמונג וועט מצליח זיין, דאס איז אבער זיכער אז דו קענסט גאר שטארק מצליח זיין אויב דו וועסט נעמען דעם סטראטעגיע, יעדן טאג אוועקגעבן עטליכע מינוט און איבערגיין דעם טאג, וויאזוי האט אויסגעזען מיין שמירת עינים, מיין דאווענען, האב איך געלערענט היינט, און אזוי ווייטער, אויב קומט דער באריכט אריין פאזיטיוו, דאנק דעם אויבערשטן, אויב נישט בעט דעם אויבערשטן אז מארגן זאל עס זיין גוט. דער מיטל וועט העלפן אז דיין גאווערמענט אויף זיך אליינס וועט ווערן אסאך מער עפישינט בעזר השם יתברך.

    < זעה מער יב חשון תשפ"ה 📝
  • סאדע און סעלצער

    שאלה: עס איז א פשוטע זאך אז מען קען נישט אויסמישן "וואסער" מיט "לופט", דערפאר וואונדער איך מיך וויאזוי מאכט מען סעלצער פון וואסער, וויאזוי ווערט די לופט אויסגעמישט מיט די וואסער? &nbsp; מענדל מ. &nbsp; ענטפער: דו פרעגסט זייער גוט מענדל, אין געווענליכע אומשטענדן וועט מען נישט קען "מישן" וואסער מיט לופט, סעלצער אדער "סאדע וואסער" מאכט מען מיט א ספציעלע לופט (אלע סארטן לופטן ווערן גערופן "גאזן") וואס מען רופט "קארבאן דיאקסייד" (CO2), מען נעמט פשוטע וואסער (אויב וויל מען מאכן זיסע קאלירטע סאדע, לייגט מען צו פארשידענע פארבן, טעמים, און זיסקייט) מען לייגט עס אריין אין א הערמעטיש פארמאכטע פלעשל, און א מאשין צווינגט אריין מיט פרעשור די קארבאן דיאקסייד, וואס ווערט אריינגעצווינגען אינעם פלעשל וואס האט נארמאלערהייט נישט קיין פלאץ פאר ביידע, די וואסער מיט די קארבאן דיאקסייד ווערן צוזאם געדרוקט און אזוי ווערט עס "אויסגעמישט" מיט די וואסער, עס גייט אריין אין די וואסער. די וואסער בלייבט סאדע ווילאנג דער פלעשל איז גענצליך פארמאכט, ווייל די קארבאן דיאקסייד וויל צוריק ווערן א גאז און זיך אויסמישן מיט די לופט. &nbsp; מיר אלע האבן פרעשור באבלס אין קאפ וואס מיר זוכן צו באפרייען, קענסט גיין צו א טעראפיסט וואס וועט מאכן די גענאר פון דיר, ער וועט דיר געבן פינף און פערציג מינוט, ער וועט דיר אויסהערן, אראפ שרייבן מיט אן ערנסקייט וואס דו זאגסט, און פונקט ווען דו שפירסט אז דו קומסט אן צום הויכפוקנט ווי דו ווילסט זאגן וואס באדערט דיר "באמת", געבט ער א קוק אויפן זייגער "אוי, עס איז שוין דורך די צייט, מיר וועלן רעדן נעקסטע וואך, דער סעקרעטאר וועט דיר מאכן א פרישע אוידענץ קומענדיגע וואך". &nbsp; אדער, קענסטו גיין צום אויבערשטן, דער שומע תפלת כל פה, דער הייליגער רבי רבי מאיר'ל פלעגט זאגן דער אויבערשטער איז א שמוע תפלת כל "פה", אפילו איך שפיר מיך ווי "פע" א שטיק גארנישט, מיסט, דער אויבערשטער הערט דיר אויס. עס קאסט נישט קיין געלט, דארפסט נישט מאכן קיין אפוינטמענט, און אלע רוחות וואס בוזשעווען אין דיין קאפ וועלן ווערן באפרייט, וועסט נישט אויסזען מער ווי אן אויפגעשאקעלטע פלעשל סאדע וואס א קינד האט אראפ געווארפן פונעם דריטן שטאק, וועסט ווערן געהיילט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; שיקט אריין א פראגע צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יב חשון תשפ"ה 📝
  • מצה בעקעריי אין שטעטל שוין אנגעהויבן מיט די ארבעט

    אין א געוואלדיגע גוטע נייעס, קומט די מעלדונג פון די מצה בעקעריי אז היי יאר האט מען שוין אנגעהויבן די ארבעט אין די מהודר'דיגע ברסלבע מצה בעקעריי. &nbsp; דאס קומט נאכדעם וואס פאריאר האט מען געזען אז כאטש מען האט שטארק פרובירט נאכצוקומען די פארלאנג, האט מען בלית ברירה געמוזט אפזאגן די באשטעלונגען פון פילע אנשי שלומינו. &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו וויל האבן מצות געבאקן מיטן מהודר'דיגן הכשר פונעם דיין, און מצות וואס ווערט געבאקן דורך אידן וואס לעבן מיט אייבערשטן, און בשעת מען באקט די מצות שאקלען זיך די ליפן צום אייבערשטן, און אזוי אויך האט דער אייבישטער געהאלפן אז די מצות זענען ארויס געקומען מיט א גאר גוטן טעם. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן דעם באקאנטן אר"י הקדוש, אז "אויב מען איז נזהר אין א משהו חמץ, וועט מען זיין אפגעהיטן פון עבירות א גאנץ יאר", פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז דאס איז ווילאנג די שמחה של מצוה האלט אן און ער איז פרייליך מיט דעם אז ער האט נישט געגעסן קיין חמץ אום פסח, איז דאס א זיכערע סגולה אז ער וועט נישט חלילה אריינפאלן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, וואס זוכט נאר אונז אריינצואווארפן אין מרה שחורה און אזוי ארום אונז חלילה אראפווארפן אין אלעם שלעכטס. &nbsp; בזכות וואס מיר זענען עוסק מצוה פון מצה, וואס דער זוהר הקדוש רופט אָן "א מאכל פון אמונה", וועט דער אייבישטער משפיע זיין פאר אונז א קלארע "אמונה". &nbsp; &nbsp; "ווען מ'האלט די מצה אין דער האנט, האלט מען גאט אין דער האנט" (לשון רבינו) &nbsp;

    < זעה מער יא חשון תשפ"ה 📝
  • וואלד פייערן אין צפון מזרח אמעריקע

    ווי שוין באריכטעט הערשט א געוואלדיגע טרוקעניש אין די מזרח צפון שטאטן פון אמעריקע, נאכדעם וואס עס האט כמעט נישט גערעגענט אין די לעצטע צייט, יעצט קומען אריין באריכטן פון ערנסטע וואלד פייערן וואס בוזשעווען אין די געגענט. &nbsp; טייל שרייבן עס צו צו גלאבעל ווארעמינג אדער גאר צו "קליימעט טשענידזש", וויאזוי עס זאל נישט זיין, ווען מען באקומט נישט גענוג רעגן, דאס איז די הייליגע תורה, ווערט מען פארטרוקענט, און אויסגעדארשט, און יעדע קליינע פונק צינדט אן א פייער, וואס איז זייער שווער צו פארלעשן. היינט ווען עס הערשט אזא טרוקעניש, דארף מען זען צו טרונקען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא, שולחן ערוך. און זיכער זאל מען חלילה נישט שטערן די פייערלעשער וואס קומען מפיץ זיין די וואסער - די ווערטער פון די הייליגע צדיקים וואס זענען בכח ארויסצונעמען א איד פון די נידעריגסטע פלאץ ווי ער זאל זיך נישט געפונען. אפילו עס איז שוין שטארק פארשפרייט. &nbsp; צענדליגע פייער קאמפאניס - אריינגערעכענט מצילי אש פון קרית יואל - ארבעטן שווער צו באקעמפן דעם פייער וואס האט שוין באוויזן צו פארשפרייטן א שווערע רויעך אינעם גאנצן אומגעגעט. דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נעכטן האט זיך אראפ געלאזט א שטיקל רענגדל אינעם געגענט וואס האט אביסל אויסגעקלארט די לופט, אבער דערווייל גייען נאך די פייערן אן זייער שטארק. &nbsp; עס איז זייער שווער צו אויסלעשן א וואלד פייער, איינע פון די עיקר וועגן איז צו אפשטלען דעם געלויף דורך אויסשניידן א גרויסע ליידיגע שטח אין וואלד איידער די פייער קומט אן אהין, וואס דינט ווי א מויער פאר די פייער וואס קען נישט אריבערטאנצן די ליידיג שטח. דא איז דאס זייער שווער צו טון צוליב די בערג און טאלן פונעם פייער, און מען בעט דעם אויבעשטן דער "משיב הרוח ומוריד הגשם" זאל שיקן א גוטע רעגן און אויסלעשן דעם שווערן פייער.

    < זעה מער י חשון תשפ"ה 📝
  • פרישע ניגון "ודע שלעתיד" פון ר' יוסי גרין ווערט שטארק אויפגעכאפט

    זייענדיג צוגאסט אין בארא פארק אין א פרעמדע בית המדרש אלס פרישע אינגערמאן, האט ער געזוכט עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען, און האט געטראפן ערגעץ פארשטעקט צווישן די ספרים א קליין אומשולדיג קונטרס'ל "סדר דרך הלימוד", ער האט אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין אבער האט עס נישט געקענט אראפלייגן, "וואס וועט זיין מיט מיר?" האט ער געטראכט צו זיך, "יעדן טאג זאג איך צו אז נעקסטע וואך, נעקסטע חודש הייב איך אן צו לערנען מיט אן אמת'דיגקייט, אבער עס אזוי איז שוין דורך עטליכע יאר אן דעם וואס איך זאל עפענען א אידיש ספר". ער האט באשלאסן צו פאלגן דעם הייליגן ספר וואס ער האט נאך דאן נישט געוויסט ווער עס האט איר מחבר געווען, און נאך יענע נאכט האט ער געמאכט א שיעור אין "זאגן" א בלאט גמרא, א זאך וואס ער האלט שוין אן פאר צענדליגע יארן, און האט שוין אזוי זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס עטליכע מאל. &nbsp; דאס פארציילט דער בארימטער קאמפאזיטער ר' יוסי גרין אויף אן אינטערוויו פאר ברסלב סענטער (אויך טיילווייז קען מען עס הערן דא) און דערפאר האט ער שוין געמאכט עטליכע ניגונים איבער דעם הייליגן רבינס סדר דרך הלימוד, איין בארימטע ניגון איז "מעלת ריבוי הלימוד" ווי ר' יוסי זינגט אפ דעם "סדר דרך הלימוד" אין שיחה ע"ו, און יעצט האט ער מחבר געווען א פרישע ניגון אויף די ווערטער פון הייליגן רבי'ן וואס באציעט זיך צו דעם אז א מענטש זאל וויסן אז נאך זיין פטירה וועט מען אים דערמאנען אלעס וואס ער האט געלערענט אפילו אויב ער האט עס שוין פארגעסן, אויך - זאגט דער הייליגער רבי דארט - ווען א מענטש הערט תורה פונעם צדיק און ער פארשטייט עס נישט, לעתיד לבוא וועט ער עס פארשטיין, ווייל דער עיקר תורה - זאגט דער רבי - איז פאר די נשמה. &nbsp; די נייעס קומט אין די זעלבע צייט וואס א איד פארציילט אין בית המדרש אז ער האט שוין אזויפיל מאל געהערט אין בית המדרש אז מען זאל מעביר סדרה זיין פון זונטאג, האט ער פאריגע וואך זונטאג נאכן דאווענען אנגעהויבן פרשת לך לך ביז שני, נאכן דאווענען האט ער געגעבן א היטש פאר א איד, אן ערליכער איד א תמים, ער מיינט זיכער נישט קיין שלעכטס, אבער איז נעבעך אפגעריסן פונעם רעאליטעט, און דער אינגערמאן פארציילט פאר דעם עלטערן איד מיט א שמחה "היינט האב איך געעפענט א חומש צו מעביר סדרה זיין, איך האב געענדיגט ביז שני, און אזוי האף איך צו ענדיגן מעביר סדרה זיין א פרשה צום ערשטן מאל אין פערצן יאר!", אבער דער ווייסער פרומער יצר הרע רופט זיך אן צו דעם אינגערמאן, "עס איז נישט אזוי פשוט, דאס איז נישט לכתחילה!", און ליידער איז דורך א פרישע וואך וואס דער אינגערמאן האט נישט מעביר סדרה געווען. &nbsp; איר האט שוין אמאל געזען דעם סארט אינגערמאן וואס וויל אוועקנעמען די אפעטיט פון זיין שכן ביים חתונה "איך מיין נישט גארנישט, איך וויל נאר זאלסט וויסן, די מעל פון די חלה איז געבליטשט, די פיש איז פול מיט אנטיביאטיק, און די פלייש איז דזשענטיקלי מאדיפייד, דו עס סם המוות", וואס וואלט איר געענטפערט פאר דעם אנשיקעניש? &nbsp; איך וואלט געשמייכעלט צו אים און געזאגט "אזוי?", און ווייטער געגעסן פון די פיינע געשמאקע געבליטשע חלה, גענידלטע אייער, און געווארן זאט, בשעת ער עסט קוקט מיט קנאה און בלייבט הונגעריג. מיר וועלן ווייטער מעביר סדרה זיין מיט די פיינע זיסע וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, דער פרומער יצר הרע האט נישט קיין וועג איך זאל אויך זאט ווערן, דאן וואס וויל ער פון מיר? &nbsp; די ווערטער פונעם ניגון (שיחת הר"ן, סימן כ"ו) איז "וְדַע, שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח. גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ, לֶעָתִיד בָּעוֹלָם הַבָּא יָבִינוּ. כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת, שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה".&nbsp; &nbsp; הערט דא דעם ניגון

    < זעה מער י חשון תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 286 to 300 of 1720 results

1 2 ... 17 18 19 20 21 22 23 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com