Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרעזידענט טראמפ לייכט פארוואונדעט נאך בייזוויליגע אטענטאט פארזוך

    פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג אין באטלער, פענסילוועניע, איז פארגעקומען א קאמפיין ראלי אויפן דורכן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, ווען  אינמיטן זיין רעדע האט פאסירט אז א שיסער - וואס האט אויסגערעכנט צו האבן א פאזיציע אויפן דאך פונקט קעגנאיבער טראמפ'ס פאדיום - האט געשאסן עטליכע קוילן אין ריכטונג פון טראמפ, פון וואס טראמפ האט פארמיטן די קוילן, און איז בלויזט לייכט געשעדיגט געווארן ביי די רעכטע אויער, ער איז שנעל אראפגעפירט געווארן פונעם סטעידזש דורך די סיקרעט סערוויס.   די מאטיוון פונעם צוואנציג יעריגער שיסער זענען דערווייל נישט קלאר. דער שיסער איז גלייך געשאסן געווארן דורך די סיקרעט סערוויס. טראמפ איז גלייך אוועקגעפירט געווארן פון דארט צום נענטסטן שפיטאל פארן אינטערזוכונג, און איז ארויס פון דארט נאך געציילטע שעות געזונט און שטארק, אבער מיט א פארוואונדעטע אויער… שפעטער האט זיך פרעזידענט ביידען פארבינדן טעלעפאניש מיט טראמפ, זיך נאפרעגענדיג זיין געזונהייט מצב.   אויך האט פרעזידענט ביידען ארויסגעגעבן א געשריבענע סטעיטמענט, זאגנדיג אז ער איז צעפרידן צו הערן אז טראמפ איז אקעי, און אז ער דאווענט פאר טראמפ און זיין פאמיליע, און פאר אלע וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי די ראלי. ביידען זאגט אז ער פארדאמט דעם אטענטאט פרואוו און זאגט אז עס איז נישטא קיין פלאץ פאר אזעלכע זאכן אין אמעריקע, און דאס גאנצע לאנד מוז זיך פאראייניגן עס צו פארדאמען.    מוצאי שבת ביים מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן די דרשה מיט די אויפטרייסלענדע נייעס, זאגענדיג אז די גאנצע וועלט רעש'ט יעצט מיט דעם וואס ס'האט פאסירט דעם היינט, און דאס ווייזט אז מען האלט שוין גאר נאנט צו די טעג וואס משיח גייט אונז אויסלייזן, נאכדעם וואס מ'זעט אז ס'פאסירט פלאים'דיגע זאכן וואס מען הערט נישט יעדן טאג.   אויך היינט אינדערפרי נאכן שיעור גמרא האט דער ראש ישיבה געזאגט: אז ווען א מענטש שטופט זיך ארויף צו הויעך, קען פאסירן אזעלעכע זאכן, ווען ער זאל זיין א שטילער מענטש פאר זיך וואלט אים גארנישט פאסירט.   מען האט באשיינפערליך געזען אז די סיקרעט סערוויס מיט זייער בודשעט פון ביליאנען דאלער א יאר איז גארנישט ווערט. נאר דער אויבערשטער קען היטן א מענטש, און נאר אין אים קען מען זיך פארזיכערן. זייערע פילע זיכערהייטס מיטלען האבן גארנישט געהאלפן ראטעווען דעם פרעזידענט. טראץ זייערע בארימערייען זיך אז מען קען גארנישט פארמיידן פון זייערע שארפע אויגן, וואו די בעסטע העכסט טרענירטע געהיימע אגענטן שפינירן דורך אלעס אינעם אומגעגענט, און גארנישט קען בייקומען זייערער שטרענגע זיכערהייט, וואלט דער שיסער געקענט אומברענגען דעם פרעזידענט, ווען ער שיסן ווען מיט איין אינטש ווייטער. ער איז געראטעוועט געווארן נאר ווייל עס איז געווען באשערט פאר אים צו בלייבן לעבן.   דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז ביידע קאנדידאטן זענען שוין געווען פרעזידענט, און מ'האט שוין געזען וואס זיי קענען ברענגן צום טיש, זיי האבן נישט קיין חידושים, במילא וועט עס פאר אונז נישט צופיל אויסמאכן. מיר אלע דארפן ווייטער צאלן די דירה יעדן חודש, קאווערן דעם חודש מיט אלע הוצאות, זיי וועלן אונז נישט קענען העלפן דערמיט, מיר דארף האלטן דעם קאפ גראד, און אונזער מח זאל נישט פארדרייט ווערן פון די פילע דראמטישע קאמפיין נייעסלעך, בשעת עס איז קאלר אז נאר דער אייבערשטער קען אונז העלפן.

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ד 📝
  • פארוואס שרייבט מען ט"ז?

    שאלה: איך פארשטיי פארוואס אין לשון הקודש שרייבט מען ט"ו פאר פופצן ווייל מען וויל נישט שרייבן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, אבער פארוואס ביי זעכצן שרייבט מען ט"ז? &nbsp; תשובה: דער שאלה איז זייער א גוטע, דער שרייבער פון די שורות האט זיך לאנג געמוטשעט צו טרעפן א תשובה, און באמת אחרי ככלות הכל האב איך נישט קיין קלארע תשובה דערויף. &nbsp; באמת איז די שאלה נאך שטארקער, ווייל מען זעט אין פילע פריערדיגע ספרים וואס שרייבן ט"ו און י"ו, אריינגערעכעט אין ליקוטי הלכות, און פון די אנדערע זייט קען מען ממש נישט טרעפן היינט איינער וואס זאל נישט שרייבן ט"ו און ט"ז. &nbsp; זוכענדיג פאר א תשובה האט אונז איין תלמוד חכם געזאגט אז עס זעט אים אויס אז דאס איז פשוט א פראקטישע זאך, עס זאגט זיך בעסער ט"ז נאך ט"ו, והא ראי' מען זעט פארשידענע פריערידגע האבן אמאל געשריבן אזוי און אמאל אזוי, אבער ט"ו האבן אלע געשריבן. &nbsp; אנדערע האבן געוואלט זאגן אז עס איז דא עפעס א קפידה דערויף וויבאלד ביידע אותיות פון י' און ו' ווערט גענוצט ביים אויבערשטענ'ס נאמען, און צוליב דעם שרייבט מען עס אזוי. אבער למען האמת האב איך נישט געטראפן קיין קלארע תשובה דערין. און אדרבה מיר בעטן די חשובע ליינער זאלן אונז ארויסהעלפן און אויסקלארן דער ענין דורך שיקן א טעקסט צו askgershon@gmail.com. &nbsp; וואס עס איז אונז נוגע למעשה איז די חשיבות פון אפילו נאר שרייבן דעם אויבערשטנעס נאמען אפילו ברמז. פון דעם קענען מיר עפעס פארשטיין די חשיבות ווען א איז זאגט ארויס אפילו נאר איין ווארט צום אויבערשטן. א מענטש וואס שפירט זיך ווייט, ער שפירט זיין הארץ איז אים פארשטאפט, ער האט נישט וואס צו רעדן צום אויבערשטן, ער איז פארמאכט, זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא". דו ווייסט וואס פארא חשיבות עס פארמאגט? דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן, דער אויבערשטער איז זיך משתשע מיט דיר. פאר א משל קענסטו זיך פארשטעלן ווי דיין קליין קינד וואס האט קוים אנגעהויבן צו רעדן זאגט צום ערשטן מאל "טאטא", אפילו עס איז אומקלאר און שטומפיג, קיינער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, אבער דו, זיין טאטע, וואס פארא תענוג איז עס, דו קענסט קוים ווארטן אז דער קליינער זאל "נאך איינמאל" זאגן "טאטי". &nbsp; אונזער טאטע ווארט מיר זאלן אים רופן. גיי צו אים, ער האלט זיין הענט אויסגעשטרעקט צו דיר מיט ליבשאפט. גיי צוריק צו אים. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ד תמוז תשפ"ד 📝
  • וואלן אין עטליכע לענדער טוישן פירערשאפט פאזיציעס

    אין די פאראייניגטע קעניגרייך (UK) האט רישי סונאק דער געוועזענער פרעימיער מיניסטער פון די קאנסערוואטיווער פארטיי אויפגעגעבן אויפן פארמעסט נאכן נישט קענען צוזאם שטעלן א רעגירונג צום לעיבאר פארטיי פירער קיער סטארמער וואס האט באקומען דעם מאנטאד צוזאם צו שטעלן דעם נייעם רעגירונג אין גרויס בריטאניע. &nbsp; אין פראנקרייך האט זיך אריסגעשטעלט א דריי שפיציגע פארמעסט, ווי די לינקע האבן אינאיינעם אנגעצויגן בערך 180 זיצן, די צענטעריסטן בראש פונעם יעצטיגן פרעזידענט מאקרון האבן באקומען ארום 160, און די רעכטע פארטייען האבן באקומען בערך 140, וואס מאכט אז קיינער האט נישט קיין רוב, און איז זייער אומקלאר ווער וועט באקומען די פירערשאפט פאזיציע. &nbsp; אין איראן איז פארגעקומען וואלן נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער פרעזידענט ראַאיסי איז גע'הרג'עט געווארן אין אן עראפלאן קראך, דארט האט איינער מיט'ן נאמען מאסוד פעזשעקיען געווינען די וואלן. מאסוד איז רעלאטיוו מעסיג קעגן סאַאיד דשאלילי וואס האט פארלוירן די וואלן. &nbsp; ביי אלע דריי פעלער זעט מען ווי די אמטירענדע רעגירונגען האבן שטארק פארלוירן צו די אנדערע פארטיי, ווען די וויילער לייגן אן אלע זייערע פראבלעמען אויף זייער פרעימיער מיניסטער אדער פרעזידענט. מיר דארפן געדענען נישט צו זיין אזוי נאריש, ווען מיר האבן פראבלעמען איז נישט די יו ען שולדיג, אויך נישט נאטא, און נישט טראמפ אדער ביידען, נישט גאווערנאר האקול אדער מעיאר עריק עדעמס. &nbsp; סיי אלע אונזערע הצלחות און סיי אונזערע נסיונות אלעס קומט פונעם באשעפער, ער וויל אז מיר זאלן זיך ווענדן צו אים, אים דאנקען פאר אלע זיינע חסדים, מיר האבן א דאך איבערן קאפ, מיר האבן וואס אנצוטון, מיר האבן צו עסן, ב"ה עס זענען דא שמחות ביי אידישע קינדער, מען איז זוכה צו לערענען יעדן טאג אביסל, מען דאווענעט, מען לייגט תפילין, מען גיסט אפ נעגל וואסער, מען רעדט שיין צו די ווייב/קינדער/עלטערן, וואס האבן מיר זיך צו באקלאגן? &nbsp; און אויב מיר כאפן אמאל א שנעלקע, זאכן גייען נישט ווי מיר ווילן, דארפן מיר זיך אויפוועקן, דער אויבערשטער דערמאנט אונז מיר זאלן נישט טראכטן אז דער עסקן אדער יענער בדחן קען אונז העלפן. דו האסט טראָומע? דארפסט טעראָפי? רעד זיך אויס צום אויבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס איז דיר אריבער אין לעבן; אלע וואס האבן געלאכט פון דיינע דורכפעלער, אלע וואס האבן דיר געבוליט און געפייניגט; טו עס איינמאל און נאכאמאל ביז אלע טראָומע וועט ארויסגיין פון דיר. קענסט מאכן אן אפּוינטמענט ביים גרויסן טעראָפּיסט אונזער טאטע אין הימל שוין יעצט, ער איז אוועיליבל, און ער ווארט שוין אויף דיר. &nbsp; משפיל גאים עדי ארץ ומגביע שפלים עדי מרום

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ד 📝
  • נאך א שמאלע בריק אין שטעטל ווערט איבערגעמאכט

    פאריאר אנפאנג זומער איז דענמאן רד. געווען פארשלאסן פאר פארקער כדי איבערצומאכן דעם שמאלן בריק דארט (קאונט בריק 272), די ארבעט האט גענומען בערך זעקס חדשים, און סוף זומער האט מען זיך געטראפן מיט א ברייטע צוויי ליניע בריק העכערן איסט מאנגאָפּ טייך, וואס האט ביז דאן געהאט א לימיט אז קארס העכער 6 טאָנען האבן נישט געמעגט דארט פארן. &nbsp; יעצט אנפאנג זומער האט זיך סאליוואן קאונטי גענומען צום קומענדיגן בריקל אין די רייע, און אפגעשפארט א שטקל פון גאַרדען האוז צו פאררעכטן און איבערבויען קאונטי בריק 261 וואס איז אויך געווען שמאל און שוואך, עס האט נאר געהאט איין ליניע, און האט נישט געקענט פארנעמען קיין וואג איבער 8 טאן. דאס האט מען יעצט אנגעהויבן איבערצומאכן ברוך השם. און מען האפט אז ביז עטליכע חדשים וועלן די באסעס און טראקס געהעריג דארט קענען אריבערפארן, ברענגען די תינוקות של בית רבן מיט די באסעס אין חדר, און אזוי אויך וועלן די גרויסע מואווינג טראקס פון אנשי שלומינו קענען טראגן זייערע שווערע פעק צו זייערע נייע הייזער אין שטעטל. &nbsp; די אנגייענדע ארבעט אויפן ראוד וועט אנמאכן א צייטווייליגע אומבאקוועמליכקייט ווען צוליב דער אפגעשפארטער ראוד מען וועט דארפן פארן א שיינעם אומוועג דורך מעריהאף און קראוס ראודס אנצוקומען צו די אנדערע זייט, מען וועט זיך דארפן אנגארטלען מיט געדולד, און בעטן דעם אייבערשטן אז די ארבעט זאל וואס שנעלער פארטיג ווערן, און מען זאל שוין קענען נוצן דעם נייעם ברייטן בריק וואס וועט בעז"ה זיין גענוג ברייט פאר קארס פון ביידע ריכטונגען דורכצופארן אויף איינמאל. &nbsp; כל העולם כולו גשר צר מאוד &nbsp;

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ד 📝
  • נייע "ותיקין מנין" געגרינדעט אין ברסלבער שטעטל אין ליבערטי

    מיר זענען פרייליך צו מעלדן איבער דעם נייעם און פינפטן מנין שחרית וואס איז די וואך געגרינדעט אין שטעטל. אנפאנג וואך איז איינגעפעדימט געווארן א נייע "ותיקין מנין" אין צענטראלן בית המדרש אויפן האשקי גאס אין שטעטל. דער נייע מנין איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס הר"ר חיים דוד ראזענבערג שליט"א האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל פון מאנסי. און צוזאמען מיט הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, איינער פון די ערשטע איינוואוינער פונעם שטעטל, האבן זיי אינאיינעם געארבעט צו גרינדן דעם וותיקין מנין. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען זייער פרייליך צו הערן וועגן דעם נייעם מנין, זאגענדיג אז דער הייליגער רבי האט געוואלט אז ברסלב'ע חסידים זאלן נישט אפשטופן דאס דאווענען שחרית פאר גארנישט, נאר מען זאל דאווענען גלייך אינדערפרי ווען מען שטייט אויף. דער וותיקין מנין איז אויסער די אנדערע טעגליכע מנינים שחרית וואס גייען אן יעדע שעה, 7:00, 8:00, 9:00 און 10:00. די וואך וועט מען זיך שטעלן וותיקין אום 5:00 ברכות. &nbsp; אין די זומער מאנאטן, גלייך נאך דעם זיבן אזייגער מנין, קומט פאר דער טעגליכער שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אין א דף גמרא. דער שיעור ווערט געווענליך פארגעלערענט אונטן אין וואלד וואו מען רופט "גן עדן התחתון". דער שיעור איז א געשמאקע שיעור וואס ציעט צענדליגע משתתפים וואס זוכן צו הערן די גמרא פארגעלערנט קלאר און קרוץ, מתובל מיט דברי הדרכה און חיזוק. (וואס ווערט יעדע וואך אזוי שיין געדרוקט אויף לשון הקדוש אינעם קוטרס "אשית עצות בנפשי") &nbsp; דורכאויסן טאג ווערט דער בית המדרש גענוצט דורך די כולל אינגעלייט, וועלכע לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בהוראה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. אום 1:45 דאווענט מען מנחה מיט די כולל אינגעלייט. &nbsp; ביינאכט איז דא נאך א מנין מנחה 15 מינוט פארן צאת (רבינו תם), און ביים זמן פון רבינו תם איז דא א מנין מעריב וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט א שיעור אין א דף גמרא דורכן דיין שליט"א. און אום 10:30 איז דא נאך א מנין מעריב.

    < זעה מער ב תמוז תשפ"ד 📝
  • די שטיינערנע צוימען אין די וועלדער פון ניו יארק

    שאלה: איך גיי התבודדות אין די וועלדער אין שטעטל, און איך זעה אויף פילע פלעצער לאנגע שורות פון שטיינענע צוימען, וואס איז פשט פון די הערליכע שטיינערדיגע צוימען אין די פוסטע וועלדער? ווער האט עס געמאכט און פארוואס? נפתלי הירצקא &nbsp; תשובה: וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם עצה פון רבי'ן און די נוצט אויס די זומער חדשים צו רעדן צום אויבערשטן צווישן די גראז און ביימער. געדענק וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז אין ברסלב רעדט מען פון אסאך זאכן, אבער א ברסלבע חסיד איז נאר אזא איינער וואס רעדט צום אויבערשטן. ווייל דאס איז דער עיקר וואס דער היילגער רבי האט געוואלט פון אונז. &nbsp; לגבי דיין שאלה איבער די שטיינערנע צוימען: פאר איבער הונדערט יאר צוריק זענען געווען אין דעם גאנצן ניו יארק סטעיט ראיאן - אריינגערעכענט די קעטסקילס - פילע פעלדער פון תבואה, די אייראפעאישע אימיגראנטן האבן זיך צוגעכאפט צו די ריזיגע שטחים מיט גוטע פרוכטבארע ערד וואס ניו יארק פארמאגט און געמאכט דערפון פעלדער. &nbsp; מיט די צייט האבן אבער די פארמערס אנגעהויבן באמערקן אן אינטערעסאנטע ערשיינונג, יעדעס יאר אנפאנג זומער ווען זיי האבן געוואלט אנפלאנצן די פעלדער האבן זיי געטראפן זייערע פעלדער פול מיט שטיינער, עס האט גענומען א לאנגע צייט ביז זיי האבן זיך געכאפט אז די ערד אין אונזער ראיאן איז זייער שטיינערדיג, און דאס איז געווען איינע פון די סיבות וואס רוב רובם פון די פעלדער זענען מיט די צייט פארלאזט געווארן, און די פארמער האבן זיך געזוכט גרינגערע פלעצער ווי צו פלאנצן. די פארמער האבן אבער אויסגענוצט די שטיינער עס צו לייגן אין די זייט פון זייערע פעלדער, און געמאכט דערפון צוימען וואס האט געוויזן די גרעניצן צווישן די פעלדער. &nbsp; מיט די צייט זענען די אלע פעלדער צוריק געווארן פול מיט ביימער, אבער די צוימען זענען געבליבן אלץ א זכר פון די פעלדער תקופה אין אפסטעיט. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון די שטיינער אין ניו יארק, איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער נאמען "ראקלענד (שטיינערדיגע לאנד) קאונטי" נעמט זיך טאקע פון דעם. &nbsp; אבער דער עיקר וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם יעצטיגן ארטיקל איז אבער בלי ספק די ערשטע ווערטער פון דיין שאלה, מיר אלע דארפן זיך מחזק זיין צו גיין אביסל שמועסן מיטן אויבערשטן. נישט קיין חילוק צו די ביסט אין ליבערטי, אין ראקלענד אדער אין די שטאט, דער אויבערשטער איז איבעראל, און ער ווארט מיר זאלן האבן א קשר מיט אים. אויב דו האסט א וואלד איז גוט, און אויב נישט - דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט אז אמאל זייענדיג מיט מוהרא"ש אין עירפארט אויפן וועג קיין אומאן אויף ראש השנה, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן "דארפסט א וואלד צו רעדן צום אויבערשטן, שטעל זיך פאר אז די אלע מענטשן זענען חיות אין וואלד, און קענסט יעצט אזוי רעדן צום אויבערשן", - רעד צום אויבערשטן וואו דו ביסט. דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע מדרגות צו וואס א מענטש קען נאר צוקומען אויף דער וועלט.

    < זעה מער א תמוז תשפ"ד 📝
  • אמעריקע פייערט זעלבסטשטענדיגקייט טאג

    אינעם היינטן טאג יולי 4 למספרים 248 יאר צוריק האבן זיך די אמעריקאנער דערקלערט זעלבסטשטענדיג פון די ענגלענדער וואס האבן געהערשט אויף זיי נאך א בלוטיגע מלחמה וואס האט גענומען אכט יאר. &nbsp; די מלחמה איז געפירט געווארן דורכן העלדישן גענעראל דזשארדזש וואשינגטאן וואס האט טראץ די פילע שטרויכלונגען באוויזן מיט'ן אויבערשטנעס הילף צו באזיגן די ענגלישע ארמיי. &nbsp; מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים אז ער האט צוגעפירט אז די ניי געגרינדעטע רעגירונג וואס האט זיך דאן פארמירט האט אראפ געשטעלט א קאנסטיטוציע וואס שטעלט אוועק פילע רעכטן פאר יעדן בירגער, ווי צום ביישפיל רעליגיעזע רעכטן, און היינט ברוך השם קענען מיר לעבן אינעם מלכות של חסד און דינען דעם אויבערשטן, אן ווערן גע'רודפ'ט פון די רעגירונג, ווי עס איז געווען דער שטייגער אין אייראפע במשך הונדערטער יארן. &nbsp; דער סמ"ך מ"ם דער מלך זקן וכסיל שלאפט אבער נישט, און אין יעדע צייט שטעלט ער אונטער נסיונות לויטן מצב הדור, היינט איז עס מיט הפקרות, וויבאלד מיר לעבן אין א פרייע מדינה, "מיינד יור אָון ביזנעס" איז דער סלאגאן, "קיינער קען מיר נישט זאגן וואס צו טון" זאגט דער גוי'אישע גאס. און זה לעומת זה עשה אלוקים, ואין הקדוש ברוך בא בטרוניא עם בריותיו, דער אויבערשטער האט אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה, "אזא חידוש ווי איך בין איז נאך קיינמאל נישט געווען", דער רבי איז א חידוש ווייל ער האט א שפראך צו אונז, מיר קענען נישט שאצן די גרויסקיין פון צדיקים, אבער דער הייליגער רבי - שרייבט דער הייליגער סאטמארע רבי אין ויואל משה - איז אראפגעקומען צו אונזער נידעריגער דור, און ער הייבט אונז אויף און דערנענטערט אונז צום אויבערשטן, דורך אונז דערמאנען אז דער אויבערשטער איז דא, און מיר קענען אלץ רעדן צו אים. דער רבי וועקט אונז אויף מיר זאלן איינערקענען אין די גרויסע אוצרות וואס מיר פארמאגן אין בוזעם טאש, דו האסט א ציצית, תפילין, מזוזה, נעגל וואסער. דו האסט געווינען די לאטערי, פארוואס גייסטו ארום מיט א לאנגע נאז? כאפ א טענצל "שלא עשני גוי", וואס אזוי וועלן מיר קענען ווייטער זיך האלטן שטארק אין אונזער אידישקייט, אין די פרייע הפקר'דיגע אמעריקע.

    < זעה מער כח סיון תשפ"ד 📝
  • דער באָל פּוינט פענע

    וויאזוי ארבעט א געווענליכע פענע, און וויאזוי שפירט זיך עס נישט ווי עס רייבט זיך אויפן פאפיר, נאר עס גליטשט זיך געשמירט? רפאל &nbsp; תשובה: זייער א גוטע פראגע! א געווענליכע פענע וואס מיר נוצן טאג טעגליך הייסט א "באל פוינט פענע", דער פענע איז א גוט אויסגעארבעטע פאטענט צו קענען שרייבן שנעל ביליג און באקוועם. &nbsp; פאר נישט צו לאנג צוריק פלעגט מען נוצן פענעס געמאכט פון פארשידענע מאטריאלן ווי האלץ, שטיין, אדער פעדערן, וואס איז געווען טייער און שווער צו נוצן, אבער דער אויבערשטער האט געהאלפן אז היינט קען מען פאר עטליכע צענט קויפן א גאר גוטע פענע, וואס איז בעסער און באקוועמער פון די פענעס וואס די גרעסטע קעניגן פלעגן נוצן ביז נישט לאנג צוריק. &nbsp; דער הויפט באשטאנדטייל פונעם פען איז ווי איר נאמען זאגט דער "באל פוינט" וואס מיינט דער "באל ביים שפיץ". אינעם פענע קען מען זען ווי עס ליגט דערין א שטרוי פון טינט וואס קומט אראפ ביז אונטן, און אונטן ווערט דער לאך פארשטאפט מיט אן אייזערנעם באל. דער באל לאזט זיך דרייען, אבער עס איז פארשטעלט פון אינעוויינג אז עס זאל נישט קענען אריינגיין וואס מאכט אז עס זאל זיין נאר א גאר דינעם עפענוג צווישן די באל אונעם שטרוי, פונקט גענוג אז די טינט זאל נישט קענען ארויסרינען, אבער דער באל זאל זיך נאך קענען דרייען באקוועם. &nbsp; עס איז איינגעפירט אז ווען מען שרייבט הייבט מען אן מיט בס"ד וואס איז די ראשי תיבות פון "בסייעתא דשמיא" וואס מיינט "מיטן אויבערשטנעס הילף", ווייל דער אנפאנג פון א זאך איז גאר וויכטיג. און אויב מען הייבט אן מיט'ן אויבערשטן האט מען סייעתא דשמיא. &nbsp; ווען דער מענטש וויל שרייבן פאפיר, דרוקט ער אראפ דעם באל און רוקט אויפן פאפיר, וואס מאכט עס זאל זיך דרייען און דער באל וואס איז אנגעשמירט פון אינעוויינג מיט טינט ווערט דערנאך אפגעזיגעלט אויפן פאפיר ווען דער מענטש שרייבט. און ווען מען שרייבט נישט, דינט דער באל ווי א שטאפער אז די טינט זאל זיך נישט אויסטרוקענען. &nbsp; די אנהייב פון יעדע זאך איז זייער וויכטיג, ווען מיר הייבן אן מיטן אויבערשטן, און בפרט מיט דאנקען דעם אויבערשטן, האט מען הצלחה. אין אונזער טאג-טעגליכן לעבן, ווען מיר שטייען אויף אינדערפרי און גיסן זיך אפ נעגל וואסער, זאגט א איד תיכף די ערשטע זאך "מודה אני" &ndash; מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר נאך א טאג פון לעבן. ווען מיר הייבן אן דעם טאג מיט דאנקען דעם אויבערשטן, האט מען א געבענטשע טאג בסייעתא דשמיא. &nbsp; אין קורצן, די באל פוינט פענע איז א פשוטע אבער געניאלע אויפטרעף וואס העלפט אונז שרייבן פליסיג און באקוועם. אבער מיר דארפן געדענדען אנהייבן יעדע זאך מיט א דאנק צום אויבערשטן, אזוי קענען מיר האבן א ברכה אין אלעס וואס מיר טוען. &nbsp; שיקט אייערע פראגעס צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כז סיון תשפ"ד 📝
  • הערליכע ווידיא "באזוך אין קרית ברסלב" ערשינען

    אין די לעצטע טעג איז ערשינען א הערליכע ווידיא, "א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי", וואס נעמט אונז אויף א שפאציר אין דעם פרישן שטעטלוואס האט זיך געגרינדעט פאר פיר יאר צוריק מיט'ן ציל צו שאפן אן אחדות'דיגע און געשמאקע לעבן, און צו געבן די קינדער אַ חינוך דורך די הייליגע מוסדות על טהרות הקודש, וואו די קינדער ווערן נתחנך אויף די וועג ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעשטעלט, אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות און ווערן ערצייגן מיט די ריינע אמונה דורך די געטרייע מלמדים און מחנכים. &nbsp; מען האלט מיט א "סדר אין כולל" ווי צוויי מנינים אינגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה זיצן און לערנען מיט התמדה אין צענטראלן בית המדרש, און וואקסן אויס די צוקונפטיגע דיינים בעז"ה. &nbsp; דערנאך כאפט מען א קורצע בליק אין פילע לאקאע בתי מדרשים און מקואות וואס ביישיינען די אנדערע געגענטער פונעם שטעטל, מען גיין אריין אין בית המדרש מקור השמחה, בית המדרש ירושלים, בית המדרש אשר בנחל, דער ריבניצע מקוה, בית המדרש פעולת הצדיק, און בית המדרש עצתו אמונה, וואס ווערט באנוצט דורך די איינוואוינער דורך די וואך און נאך מער שבת קודש. &nbsp; אויך נעמט מען א קליינע בליק אינעם צוקונפטיגער צענטראלע בית המדרש וואס וועט האבן שטיבלעך צום דאווענען מיט א גרויסע מקוה אויף די בארדיטשוב גאס אין שטעטל, וואס האלט זיך אינמיטן בויען. &nbsp; מען גייט דערנאך אויף א באזוך אינעם גרויסן באקאנטן לעמאנעיד סופערמארקעט געשעפט וואס געפונט זיך אין קרית ברסלב ליבערטי און איז אפן א גאנץ יאר צוצושטעלן אלע געברויכן פאר תושבי קרית ברסלב. און דערנאך כאפט מען א שמועס מיט עטליכע ביזנעסלייט און הערן פון זיי ערשטהאנטיג ווי אזוי די ביזנעס וועלט אין די קעטסקילס גייט צו און ווי אזוי זייער לעבן שפרודלט אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם. &nbsp; מען שטאט אפ א באזוך אינעם תלמוד תורה, ווי מען זעט די פילע קלאס צימער'ן ווי די ריינע תינוקות של בית רבן לערנען מיט התמדה, דערנאך אין די ישיבה קטנה ביי די בחורים, וואס די הארץ ווערט איבערגעפילט מיט נחת זעענדיג די זיסע קינדער ווערן נתחנך פון די פריעסטע יוגענט צו לעבן מיט'ן אויבערשטן. דערנאך זעט מען די פילע חדר באסעס וואס טראגן אהיים די קינדערלעך, און מען כאפט א שפאציר אינעם ריזיגן "קרן הדפסה היכל הקודש" בנין, וואס דרוקט ביי זיי איבער א מיליאן קוטרסים און ספרים א יאר. &nbsp; מען זעט אן אינטערעסאטנע ווינטער באזוך אינעם "אילן החיים" אינגל זומער קעמפ, און אינעם "בית פיגא" מיידל זומער קעמפ, אזוי אויך אינעם מצה בעקעריי. א קורצע בליק אינעם באזאר, און אינעם קיאסק. וואס דאס אלעס איז בלויז א טיפה מן הים פון די אקטיוויטעטן אינעם שפרודלדיגן שטעטל. &nbsp; איבער צען טויזענט אידן פון איבער די וועלט האבן שוין געהאט די געלעגענהייט דורכדעם צו קענען געבן א קליינע בליק אינעם שטעטל מיט די קהילה און מוסדות, ארויסגעגעבן און פראדוצירט דורך מו"ה ארי פיש הי"ו, דער באזוך איז אפגעכאפט געווארן העכסט פראפעסיאנאל, און געבט א קליינע בליק אויפן שפיץ גאפל פון וואס עס טוט זיך אין די נייע אבער הערליכע קהילה מיט די מוסדות. &nbsp; מען הערט צוריק געוואלדיגע גריסן פון די אלע צוקוקער, וואס האבן באקומען א נייע בליק אויף די מוסדות און די קהילה, און פילע זאגן אז דאס האט זיי געעפנט די אויגן צו זען די שיינקייט פון קהילת היכל הקודש. &nbsp; מען קען זען דעם ווידיא אנליין אינעם "ברסלב עניטיים" וועבסייט, אדער קען מען עס דאונלאודן. &nbsp; א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כו סיון תשפ"ד 📝
  • טעגליכע מנין מנחה מעריב אין בית המדרש ליקוטי מוהר"ן אינעם ווילעדזש

    אין די נייעסטע געגענט פונעם שטעטל קרית ברסלב וואס מ'רופט "די ווילעדזש" צוליב וואס עס געפונט זיך אינערהאלב די גרעניצן פונעם "ווילעדזש אף ליבערטי", וואוינען שוין היינט א שיינע צאל פון אנשי שלומינו, און כאטש וואס עס איז בלויז בערך צען מינוט מיט א קאר צום צענטראלן בית המדרש אויף האשקי, האט דער ראש ישיבה שליט"א גלייך געזארגט אז עס זאל זיך געפונען א בית המדרש מיט א מקוה פאר שבת קודש, צוליב וואס די געגענט איז א קנאפע שעה צופיס צום נענטסטן בית המדרש. &nbsp; דער לאקאלער בית המדרש "ליקוטי מוהר"ן" - איינס פון אכט שולן אינעם שטעטל - גייט שוין אן פאר קנאפע יאר צייט און ווערט הערליך געפירט דורך די גבאים מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו און מו"ה משה עקשטיין הי"ו, וואס פירן אן מיט די תפילות, און אקטיוויטעטן אין בית המדרש מיט גרויס געטריישאפט. עס גייען אן אלע דריי תפילות יעדן שבת קודש, און דער גבאי מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו לערנט פאר א געשמאקע שיעור אין סיפורי מעשיות יעדן שבת קודש ביים קידוש נאך מוסף, און אזוי אויך ווארעמט ער אן די הערצער יעדן שלש סעודות מיט די לעכטיגע ווערטער און חיזוק פון הייליגן רבין. &nbsp; אין די טעג ווערט געמאלדן דורך די גבאים אז אויף די בקשה פון די מתפללים טוט מען זיך פארברייטערן און מען לייגט צו פרישע פעולות פון תורה ותפלה אינעם בית המדרש און מען עפענט אויף דעם בית המדרש פארן ציבור א גאנצע וואך, צוערשט האט מען צוגעלייגט א שיעור אין א בלאט גמרא וואס וועט פארגעלערענט ווערן בעז"ה בטוב טעם ודעת דורך א געשמאקע מגיד שיעור יעדע נאכט תיכף נאך מעריב, און מיט קומט אויך א טעגליכע מנין מנחה און מעריב, וואס וויבאלד דער בית המדרש געפונט זיך בלויז עטליכע מינוט אוועק פונעם גרעסטן כשר'ן סופערמארקעט אין די קעטסקילס "לעמאנעיד", איז דא א א גרויסע געברויך פאר א טעגליכע מנין מנחה מעריב אין די געגענט. מנחה וועט זיין פופצן מינוט פארן זמן רבינו תם, און דערנאך וועט מען דאווענען מעריב, וואס וועט נאכפאלגן מיטן שיעור גמרא, ווי אויבנדערמאנט. &nbsp; די אדרעס פונעם בית המדרש אין 33 טשעסטנאט סטריט, אינעם "בנין איינהארן" פון די תלמוד תורה. &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער כה סיון תשפ"ד 📝
  • ערשטע פרעזידענליטכע דעבאטע אפגעהאלטן

    פילע אמעריקאנער זענען אונטער שאק איבער די אויסגאנג פון די פרעזידענטליכע דעבאטע וואס איז אפגעהאלטן געווארן פאריגע וואך צווישן דעם אמטירענדן פרעזידענט פון אמעריקע מר. דזשאו ביידען און דעם געוועזענעם פרעזידענט מר. דאנאלד טראמפ. &nbsp; די באריכטן וואס קומען ארויס דערציילן איבער דעם שלעכטן רושם וואס ביידען האט געמאכט, בשעת ער האט זיך געפלאגט אפצושלאגן די אטאקעס פון זיין קעגנער. "דו ביסט דער ערגסטער פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל פארמאגט" האט דער רעפאבליקאנער עלעפאנט געשריגן, בשעת דער דעמאקראטישער אייזל האט צוריק געשריגן "דו ביסט א פארברעכער וואס וויל אונטערברענגען אמעריקע". פאר אינטעליגענטע מענטשן איז עס ממש א וואונדער ווי צוויי אלטע מענטשן האבן נישט צו טון מיט זייער צייט און פארברענגען זייער צייט מיט נארישע וויכוחים וואס איז קלאר וועט קיינעם איבערצייגן ווער עס איז גערעכט. לויט אלע דיעות איז עס געווען א פשוטער צירקוס שפיל וואס מ'קען עס צוגלייכן צו די רוימישע ספארטס ווי מענטשן האבן זיך געדארפט שלאגן מיט ווילדע חיות, און די פארדארבענע גוים האבן הנאה געהאט פון דעם גרויליגן ספעקטאקל ווי די חיות צורייסן א מענטש לעבעדיגערהייט. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגט אז עס איז א שאד אריינצוגיין אין וויכוחים מיט מענטשן. לאמיר טראכטן לאגיש: האסט געטראכט פאר איין סעקונדע אז ווען איינער קומט זיך טענה'ן מיט דיר, איז עס מיט'ן ציל צו ווערן איבערצייגט אז דו ביסט גערעכט?! עס איז א שאד די שפייאכטס. &nbsp; איינע פון אנשי שלומינו האט אמאל געשריבן א גרויסן חיבור מיט מקורות פון חז"ל, מדרשים, ראשונים און אחרונים, הלכה, מוסר און חסידות פון אלע קרייזן איבערן סדר דרך הלימוד. ווי באקאנט האט דער רבי געשריבן א שיחה אין שיחת הר"ן סימן ע"ו איבערן סדר דרך הלימוד וואס האט שוין געראטעוועט אומצאליגע אידן און זיי צוריק געברענגט צו די גמרא. דער רבי זאגט דארט אז ווען מען לערנט דארף מען בלויז זאגן די ווערטער (קוקט עס נאך אינעוויינג דעם גאנצן שיחה מיט'ן הייליגן רבינ'ס לשון). דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט פארטראגן, ווייל אויב דער בחור קען זיך זעצן לערנען סתם אזוי, אן קיין מגיד שיעור, אן קיין טרייבער, אן קיין חבורת, איז דאך אויס (הפקר) וועלט! וויאזוי וועט ער ווייטער קענען צוברעכן בחורים? פרובירן זיי חוזק צו מאכן דערפון, "מען דאווענט גמרא" (דא לאכט מען כזה "כי, כי, כי"), "וויאזוי קענען אויסוואקסן אזוי דיינים"? (כא, כא, כא), "סתם ביטול תורה", (כע, כע, כע). און דער חשובער תלמוד היכל הקודש האט דערפאר באשלאסן אפצושלאגן די אלע לצים מיט פעסטע מקורות פון אונזערע הייליגע צדיקים און פוסקים פון אלע דורות, ווען ער איז אריין דערמיט צו מוהרא"ש זי"ע, האט אים מוהרא"ש געזאגט אז ער זאל עס נישט ארויסגעבן, "עס איז א שאד די צייט, די אלע וואס פרובירן עס, דארפן נישט קיין ראיות, און די וואס לאכן דערפון, וועט קיין שום ראי' נישט העלפן". (פארשטייט זיך אז ער האט געפאלגט, און דער ספר ליגט נאך ביי אים בכתב יד). &nbsp; און פארשטייט זיך ווען עס קומט אינדערהיים, מיט די ווייב איז נישטא קיין וויכוחים, וואס קאסט עס צו זאגן פאר דיין ווייב "ביסט גערעכט"?, עס קומט נישט ארויס קיין שום תועלת פון זיך טענה'ן מיט די ווייב. עס מיינט נישט אז מען זאל "פאלגן" די ווייב; ביידע, די מאן און די ווייב דארפן פאלגן די תורה. אבער ווען דיין ווייב האט א מיינונג, זי האלט צום בייפשיל אז די דעבאטעס פון די פרעזידענטן זענען א גוטע זאך, זאג איר "ביסט גערעכט", און לייג צו וואס פארא שיינע זאך עס איז "אין א דעמקארטישע לאנד קען מען שרייען און רעדן קעגן דעם פירער פון לאנד און פנים און נישט נאר וואס מען זעצט נישט איין, נאר מען גייט נאך ארויס א העלד." און ווער וועט זיין גערעכט? דו וועסט זיין גערעכט, ווייל יעצט האט מען זיך ליב אינדערהיים, ווייל דו האסט געגעבן גערעכט פאר דיין ווייב.

    < זעה מער כד סיון תשפ"ד 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק א' מהדורת מארקאוויטש

    די וואך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעקומען אין שטוב פון מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו לכבוד דעם וואס ער האט זיך אונטערגענומען אפצוקויפן די זכות פון די מהדורה פון אשר בנחל אידיש חלק א', דער ראש ישיבה שליט"א האט געחתמ'עט מיט'ן חשוב'ן נדבן א "שטר שותפות", און דער באנד פון אשר בנחל וועט גערופן ווערן "מהדרות מארקאוויטש" לכבודו פונעם נדבן. &nbsp; אשר בנחל איז א זאמלונג פון די בריוו אויף אידיש געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען צו שרייבן די בריוו, וואס זענען פול מיט חיזוק, עצות און הדרכה, און זענען געשריבן פארן היינטיגן שווערן דור מיט זיינע אייגענארטיגע שוועריקייטן און נסיונות ברוחניות ובגשמיות. נאך כמעט פופציג יאר וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן בריוו אויף לשון הקודש, האט ער אין די לעצטע יארן, זעענדיג אז עס זענען דא א גרויסע פרישע ציבור מקורבים וואס רעדן נאר אידיש, זיך אראפ געלאזט צו אונז און געשריבן די זעקס בענדער אשר בנחל אויף אידיש. &nbsp; פאר אונז איז גוט באקאנט די גרויסע סגולה פון מנדב זיין פאר אשר בנחל. מוהרא"ש זי"ע האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן אשר בנחל וועט זען א זיכערע ישועה. צווישן אנשי שלומינו איז שטארק באוואוסט פילע מעשיות פון אומגלויבליכע ישועות וואס זענען געקומען נאכן דרוקן א באנד פון אשר בנחל. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז ווייל דער אשר בנחל דערנענטערט אידישע קינדער צום אויבערשטן, און דערפאר האט עס אזא כח אין הימל צו מעורר זיין רחמים אויף אידישע קינדער. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז די גרויסע זכותים פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן ספר זאל מגין זיין פאר מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו און פאר זיין גאנצע משפחה, דער אויבערשטער זאל אים בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה. &nbsp;

    < זעה מער כא סיון תשפ"ד 📝
  • היימישע ערשטע נעמען

    שאלה: א גוטן, ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן וויאזוי איז געווארן אייגעפירט ביי די אידישע פרומע וועלט די היימישע ערשטע נעמען, אויסער די ערשטע נעמען וואס קומט פון די תורה ווי דבורה, אסתר, שרה וכו', איז אריינגעקומען כל מיני נעמען ווי נחמה, זיסל, פראדל. וועלכע תקופה איז עס אריינגעקומען? אויך ווער האט באשטימט אז למשה אריה איז א נאמען און נשר נישט? ישר כח מ.ק. נ.ב ס'איז זייער אינטערעסאנט די קאלום, א גרויסן ישר כח! &nbsp; תשובה: צום ערשטן איז וויכטיג קלאר צו מאכן אז א נאמען איז נישט קיין פשוטע זאך, עס איז נישט אין אונזערע הענט צו באשלוסן צו צולייגן א נייע נאמען. אין די ציוניסטישע מדינה האבן זיי איינגעפירט צו טוישן די נעמען וואס מיר האבן געהאט אין די מסורה, צום ביישפיל רויזא וועלן זיי טוישן צו שושנה, און האבן מיט א גרינגשעצונג אויפגעטראכט איינענע נעמען ווי אילן וכדומה, טייל האבן נאך "מחמיר" געווען און געמאכט ליצנות פון די נעמען און א נאמען געגעבן זייערע קינדער נאך רשעים ווי נמרוד וכדומה. מען דארף וויסן אז די צדיקים האבן געזאגט אז אין די נאמען פון א מענטש ליגט מער ווי סתם א "לעיבל" - דורך וויאזוי צו אידענטיפיצירן פון וועם מען רעדט, עס האט צו טון מיט די נשמה פון דעם מענטש, און אז עס ליגט א בחינה פון רוח הקודש וואס פארא נאמען צו געבן פאר א קינד, און מען טאר חלילה נישט מזלזל זיין דערין. &nbsp; די אלע נעמען זענען געווארן אייגעפירט ביים יהדות אשכנז במשך די דורות, דורך די צדיקים אין זייערע צייטן, און גענוי ווער און ווען איז נישט באקאנט. און דאס אליינס איז א וויכטיגע לימוד, מיר דארפן נישט אלעס פארשטיין און וויסן, און מיר דארפן בלויז פאלגן בתמימות די צדיקים, און דאס וועט אונז ברענגען אלעס גוטס. &nbsp; אבער פון די אנדערע זייט דארף מען נישט איבערטרייבן מיט נעמען, היינט איז געווארן א נייע מאדע, א זאך וואס מען האט נישט געזען ביי קיין איין פריערדיגע צדיק, דאס איז צו קוקן אויב די נעמען "שטימען" ווען מען טוט א שידוך. עס זענען דא אזוי גערופענע בעלי מקובלים וואס שטערן ליידער שידוכים מיט'ן דמיון אז די נעמען שטימען נישט. &nbsp; און דאס גייט נאך ווייטער, ווען זיי זאגן אז די נאמען "שטימט נישט" קענען זיי צומאל צולייגן אדער גאר אראפ נעמען נעמען כדי עס "צו מאכן שטימען"... ביי די פריערדיגע צדיקים האט מען געזען צומאל מען זאל צולייגן א נאמען ביי א חולה ר"ל, אבער ביי שידוכים? וואו האט מען דאס געזען? אין סאטמאר? אין גער? אין ספרד? דאס איז א נייע זאך וואס דער סמ"ך מ"ם האט אריינגעברענגט עס זאל זיין נאך א תירוץ צום גרויסן זאק תירוצים פארוואס מען זאל נישט א שידוך טון. &nbsp; ויקרא בהם שמי ושם אבותי &nbsp; איר קענט פרעגן א שאלה דורך שיקן צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כא סיון תשפ"ד 📝
  • ערכאות אין מדינת ישראל וויל אריינשלעפן ערליכע אידן אין מיליטער היל"ת

    אין א שאקירנדע אורטייל האט די העכסטע געריכט אין די ציוניסטישע ערכאות היינט ארויסגעגעבן א פסק אז אזוי ווי זיי האבן נישט יעצט קיין שום געזעץ וואס פטר'ט ישיבה בחורים פון דארפן גיין דינען אין זייער מיליטער, דארף די צה"ל אנהייבן געצווינגענע רעקרוטירונג פאר אלע בירגער פון די מדינה ווען זיי גרייכן אכצן יאר, אפגעזען צי זיי זענען תלמידי ישיבה אדער נישט. &nbsp; די ציוניסטישע מדינה וואס שטייט אויף די גרונדן פון "כחי ועוצם ידי", האט נישט געהאט קיין איין רואיגע טאג זינט איר גרינדונג, די גאנצע צוגעזאגטע גליק וואס וועט קומען אויפן אידישן פאלק איז צופאלן ווי א זייפן בלאז, זיי האבן פארשפראכן אויב מען וועט בלויז "זיך נעמען אין די הענט אריין" און איינפירן ככל הגוים בית ישראל, אראפווארפן פון זיך די עול פון אויבערשטן, און ווערן א פאלק ווי אלע פעלקער, דאן וועלן זיך אויפהערן די רדיפות קעגן אידישע קינדער, די אנטיסעמיטן וועלן פארשוואונדן ווערן פאר שרעק פון די מעכטיגע מיליטער און שפיאנאדזש מעגליכקייטן פון די אידישע מדינה. &nbsp; ווער עס קוקט מיט א רעאליסטישע בליק זעט ווי די אלע חלומות זענען געווען א שיינע דמיון, אידן וואס זענען נעבעך אראפ געפאלן און דער סמ"ך מ"ם האט זיי פארכאפט אין זיין נעץ, און זיי גענוצט אלץ שלוחים אראפ צו פירן גאנצעטע שיכטן פון כלל ישראל פון די הייליגע אמונה, און איינפירן א חינוך נעץ אן קיין שייכות מיט'ן אויבערשטן און זיין הייליגע תורה, אויף וואס די הייליגע צדיקים האבן געבליטיגט דאס הארץ, וויסענדיג אז מיליאנען אידישע קינדער גייען יעדן טאג אין זייערע פאבליק שולעס, און ווייסן אפילו נישט פון קיין "שמע ישראל" ר"ל. &nbsp; און ווי חז"ל זאגן אונז שוין, איז די שנאת עם הארץ לתלמוד חכם אזוי שטארק, אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, איידער ער האט זוכה געווען צו לערנען תורה, האט ער געטראכט צו זיך "הלואי קען איך נעמען א תלמוד חכם און איך וועל אים צורייסן ווי אן אייזל". דאס האט צוגעפירט אז די מיליאנען פרייע אין ארץ ישראל וואס זענען נעבעך כתינוק שנשבה רח"ל פלאצן פאר קנאה יעדן טאג, ווען זיי זעען ווי ערליכע אידן זענען פרייליך, מען זעט אויף זייער פנים ווי זיי האבן סיפוק פונעם טאג, זיי שפירן א קרבת אלקים, בשעת זיי דארפן פארברענען זייערע קינדער אלס קרבנות אויפן מזבח פון די עבודה זרה הציונות. &nbsp; באמת שטעלט זיך א הארבע פראגע, צי וואס דארפן זיי האבן די ישיבה בחורים אין זייער מיליטער געצווינגענערהייט? אן ערליכער בחור וואס איז אריינגעצוויגען מיט קייטן וועט זיי נאר מאכן פראבלעמען, דער בחור וועט נישט וועלן עסן נאר מיט'ן בעסטן הכשר, ער וועט זיך שלאגן נישט אריינצוגיין אין א צימער מיט טעלעוויזע, דא וועט זיין שבת, און דא דארף ער נעגל וואסער, ער וועט זיי מאכן אזויפיל קאפ וויי אז עס לוינט נישט די גאנצע זאך. נאר דער אמת איז אז זיי צילן דא עפעס אנדערש, דער סמ"ך מ"ם רעדט זיי איין אז זיי קענען שוין קיין ערליכע אידן נישט זיין, ווילן זיי כאטש מיטשלעפן די אנדערע אידן זאל אויך זיין ווי זיי, און אזוי האפן זיי וועלן זיי נישט דארפן זיך פילן שולדיג יעדעס מאל זיי זעען ערליכע אידן מיט לעכטיגע פנימ'ער שפאנען אין שול ערב שבת קודש. זייער מיליטער האבן זיי אויסגעשטעלט אראפ צו ברענגען מאראליש יעדן וואס טרעט איבער זייער שוועל, זיי מאכן זיכער צו שטעלן פריצות איבעראל, און מאכן ליצנות פון יעדע דבר שבקדושה, מיט'ן ציל מכשיל צו זיין ערליכע ריינע בחורים און זיי אראפ ווארפן אין שאול תחתית, וואס אן די חיזוק פון א צדיק קען מען זייער שנעל ווערן מיואש. &nbsp; דערפאר דארפן מיר אין די טעג מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אלע נסיונות, און כלל ישראל זאל אויך קענען איבערקומען דעם גלות אין די אזוי גערופענע אידישע מדינה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו בב"א.

    < זעה מער כ סיון תשפ"ד 📝
  • פילע אנשי שלומינו פראווען די וואך זייער חנוכת הבית פון זייער הייזער

    דער ראש ישיבה שליט"א האט אין א בריוו געלאזט וויסן אנשי שלומינו אז נאכ'ן בויען זיין הויז פאר לאנגע חדשים איז אים א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער הויז ווערט יעצט פארטיג און ער גרייט זיך צו פראווען די וואך די גרויסע חנוכת הבית.&nbsp; &nbsp; אנשי שלומינו וועלכע האבן אויך געלאזט בויען זייער הויז אינעם זעלבן דעוועלאפמענט, "בבא מציעא" זענען זייער פרייליך און וועלן פראווען יעדער ביי זייך אינדערהיים זייער חנוכת הבית. אין די זעלבע צייט איז די שמחה גרויס אז אין די זעלבע צייט ווערט אויך אפגעראכטן דער אבן הפנה פאר'ן קומענדיגן גרויסן דעוועלאפמענט "בבא בתרא" א הערליכע דעוועלאפמענט, מיט שיינע גרויסע הייזער אין וואס מען וועט קענען וואוינען מיט הרחבת הדעת אויף דער עלטער. אנשי שלומינו ווערן שטארק רעקאמענדירט צו אינוועסטירן דערין, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דער אינוועסטמענט אז גאר קראנט און פארזיכערט, און אלע וואס שטעקן איין דערין וועלן ארויסגיין מיט א זיכערע ריווח. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אינעם בריוו ווי פאלגענד: איך וויל דיך לאדענען צו די חנוכת הבית וואס איך מאך קומענדיגע וואך, איך ענדיג קומענדיגע וואך בויען מיין נייע הויז; איך בוי זיך נאך א הויז אין גן עדן, מסכת בבא מציעא, מיר גייען מסיים זיין קומענדיגע וואך מיטוואך. עס איז מיר א גרויסע שמחה און פרייד צו קענען אוועק לייגן אויף דער עלטער אסאך הייזער, אסאך בנינים, איך זאל נישט דארפן אויסגיין פון הונגער אויף דער עלטער. &nbsp; אויך וועט זיין די הנחת אבן הפינה פאר א פרישע הויז וואס איך וויל זיך בויען, א נייע מסכתא, מסכת בבא בתרא. איך וויל אריינגיין מיט דיר אין שותפות, זאלסט אויך האבן אין די נייע דעוועלאפמענט אן אייגענע הויז אויף דער עלטער, זאלסטו אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג גמרא, וועסטו זיך נישט שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט. &nbsp; לאך נישט, ווייל פון דיינע הייזער וואס דו פרובירסט כאפן נאך איינס און נאך איינס - ווייס איך נישט וואס וועט בלייבן פון דעם, אבער די הייזער פון ענדיגן נאך און נאך מסכתות - דאס בלייבט אויף אייביג. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע זאגט אז לערנען יעדן טאג בבלי, ירושלמי און תוסתפא אויסער דעם וואס מיט דעם בויעט מען זיך א בית נצחי ווי גערעדט ביז דא, און מען וועט האבן אויף יענע וועלט א געשמאקע הויז, איז עס אויך א סגולה בדוק ומנוסה מען זאל האבן אן אייגענע גשמיות'דיגע גרויסע שיינע הויז דא אויף דער וועלט.

    < זעה מער יט סיון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 526 to 540 of 1837 results

1 2 ... 33 34 35 36 37 38 39 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com