Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • קרית ברסלב גרייט זיך מיטצוהאלטן א געהויבענע יום טוב שבועות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    שבועות איז איינע פון די זמנים וואס מען פלעגט פארן צום הייליגן רבי'ן, און אנשי שלומינו ביזן היינטיגן טאג פירן זיך צו קומען דאווענען דעם הייליגן יום טוב אין א ברסלב'ע בית המדרש, ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז שבועות איז נישט כדאי מען זאל פארן קיין אומאן, נאר ראש השנה האט דער רבי געבעטן מען זאל קומען צו אים אויף אומאן, אבער שבועות, חנוכה, זאל מען מקיים זיין דאס וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן דורך קומען דאווענען מיט אנשי שלומינו וואס פאלגן זיינע עצות.   אזוי אין די לעצטע עטליכע יאר וועט דער ראש ישיבה שליט"א אויך היי יאר קומען אויף שבועות אין שטעטל, און וויבאלד עס זענען דא גאר אסאך תלמידים וואס ווילן קומען, זענען די חשובע איינוואוינער פון קרית ברסלב פארומען צו איינרישן זייערע הייזער, עס זאל זיין גרייט גענוג בעטן, סעודות, אז אלע געסט זאלן זיך שפירן באקוועם.   די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, מען פלאנט אויס וויאזוי דער דער שול זאל קענען אריינעמען די פילע הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקואות זאלן זיין מסודר. די הנהלה פונעם בית התבשיל ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען.   אנשי שלומינו קענען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דאס זאגן תיקון ליל שבועות די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע סדרה אינאיינעם, דערנאך א געשמאקע שחרית, מיט אהבה רבה, הלל, אקדמות, די הערליכע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן.   מען גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב פון קבלת התורה, ווען אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן די צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן אייציגן טאג חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט!   עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער כט אייר תשפ"ד 📝
  • ניו יארק סטעיט וויל פארבאטן סמארטפאונס אין אלגעמיינע שולעס

    בו בזמן וואס די ניו יארק סטעיט רעגירונג ארבעט חלילה איינצופירן טוישונגען אין די ריינע חינוך פון אונזערע קינדער היה לא תהיה, וויל זיי שפירן פאר וויכטיג מען זאל זאפארט טוישן, וויבאלד לויט זייער קאפ איז אונזער הייליגע חינוך נישט גוט אוועקגעשטעלט פאר די קינדער, און עס דארף זיין א בעסערע סיסטעם, הערט מען אז דער גאווערנאר פון ניו יארק פרוי האוקעל האט אדרעסירט פאר איינע פון די צייטונגען אין די טעג, און געזאגט אז זי באטראכט א פארשלאג צו פארבאטן סמארטפאונס אין די שולעס פאר קינדער וואס לערנען אין די יונגערע קלאסן, צוליב דעם וואס עס נעמט אוועק זייער קאנצעטראציע וויבאלד זיי ווערן שטארק צוגעבינדן צו סאציאלע מידיע. &nbsp; לויט איר פלאן וועט זי ארויפברענגען דעם געזעץ פארשלאג ערגעץ וואו אין די קומענדיגע פאר מאנאטן און די געזעצגעבער וועלן שטימען דערויף ביים קומענדיגע לעגיסלאטיווער סעסיע. &nbsp; א זאך וואס ביי ערליכע אידן איז מען שוין לאנג קלאר די קאסעקווענצן פון די באנוץ פון סאציאלע מידיע, און סמארטפאונס זענען ברוך השם שטרענג פארבאטן אין אידישע שולעס אין ניו יארק דאס טוט ארויסברענגען ווי פארדארבן זייערע שולעס זענען, און ווי זיי מוטשען זיך מיט די אלע סאציאלע מידיע פראבלעמען און דאס גלייכן, אין די צייט וואס ביי אונז אידישע קינדער איז אוועקגעשטעלט א ערליכע אויסגעטרעטענע וועג פון זיין אפגעזונדערט פון די אלע שמוץ וואס די סאציאלע מידיע ברענגט מיט זיך, און מיט די פראבלעמען וואס דאס טוט ברענגן פארן מענטש, ובפרט פאר קינדער, וואס אויב מען ווערט צו דעם צוגעבינדן ווערט מען ממש א צורודערטער מענטש. &nbsp; זי האט צוגעלייגט אז אויב איינער וויל קענען אהיימרופן צו די עלטערן אינמיטן טאג זאל ער האבן ביי זיך א פשוטע פליפ פאון, וואס דאס איז פונקט גענוג צו קענען רופן און רעדן צו וועם מען דארף, אבער גארנישט מער פון דעם. &nbsp; פארגאנגענעם ליל ששי פרשת בחוקותי האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם און געזאגט: "זעט נישט צו זען און הערן נייעס, גיי אראפ פון סאציאלע מידיע. א אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט זיך געמוזט אריבערציען צו אן אנדערן דירה ווייל זיין ווייב שלאפט נישט רואיג צוליב דעם וואס ביי דעם דירה איז נישט דא קיין צוים אויף די פענסטערס, און אפשר קען א גנב איינברעכן ביינאכט. ענדליך האט ער געטראפן אזא סארט דירה וואס זיין ווייב האט געגליכן, און מען האט זיך ברוך השם אריבערגעצויגן אהין, האט זי דאן געהערט אנדערע נייעס אז ס'איז געווען ערגעץ א פייער און מ'האט נישט געקענט אנטלויפן צוליב די צוים אויפן פענסטער&hellip;" וואס טוט מען יעצט? פון אלע זייטן איז דא פראבלעמען... אבער דאס איז נאר ווילאנג מען הערט יעדע נייעס, וואס דאס שרעקט אן דעם מענטש און לאזט נישט זיין רואיג. די עצה פאר דעם איז "מאכט צו דעם טעלעפאון און קוק נישט און הער נישט די אלע נייעס". &nbsp; ס'איז דא געוויסע וואס זאגן "נע, פאר מיר שאדט דאס נישט, איך קען מיטהאלטן נייעס און נישט ווערן דערשראקן". אבער דאס איז נישט אמת, דו מיינסט ס'שאדט דיר נישט, ס'שאדט דיר יא, ס'לייגט דיר אריין אין איבעריגע פחדים וואס פעלט נישט אויס. &nbsp; ברוך השם אז מיר האבן צדיקים וואס טרעטן אונז אויס דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט איבער פאר אונז איז זיי צו אויסהערן און פאלגן, און נישט טראכטן אז ביים גוי איז דא גליקן, דער גוי ווערט אויך צו סוף געוואר אז די גאנצע סיסטעם זייערע איז פארפוילט פון קאפ ביז פיס, און יעצט ברעכן זיי זיך קאפ צו זען א וועג ארויס פון די אלע פראבלעמען וואס די טעלעפאון ברענגט מיט זיך. &nbsp; בני, אל תלך בדרך אתם &nbsp;

    < זעה מער כט אייר תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה איז גרייט מיט תיקון ליל שבועות און נאך ספרים אויף שבועות

    מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז די "תיקון ליל שבועות" אין די הייליגע נאכט פון יו"ט שבועות איז א מורא'דיגער תיקון אויף די עבירה פון ביטול תורה פון א גאנץ יאר, און איז מסוגל אריינצוברענגען אין א מענטש א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, "טועמי' חיים זכו", מען פארזוכט פון אלע 24 ספרים פון תנ"ך וואס מען גייט מקבל זיין קומענדיגע צופרי, מען זאגט דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה, און אזוי שפירט מען די זיסקייט פון די הייליגע תורה. &nbsp; אבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דאס וואס מען האט צוגעלייגט אסאך שטיקלעך פון פארשידענע פרשיות, איז נישט דער עיקר פונעם תיקון ליל שבועות, און אסאך מאל איז עס גורם אז א מענטש זאגט שוין בכלל נישט קיין תיקון ליל שבועות, ווייל עס איז אים צו שווער צו זאגן אזא גרויסער תיקון. אבער ווען מען ווייסט אז דער עיקר תיקון איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה און ספר, וועט יעדער עס זיכער זאגן מיט א געוואלדיגע חשק, וואס דאס איז בכלל נישט שווער, און דאס מאכט א גרויסער תיקון אין אלע וועלטן. &nbsp; מוהרא"ש האט געזאגט אז נאכן זאגן תנ"ך איז כדאי צו זאגן די "תרי"ג מצוות", ווייל דעם קומענדיגן אינדערפרי גייט מען מקבל זיין די תורה און די מצוות פון אייבערשטן, דארף מען דאך וויסן וואס זענען די מצוות, וועט דער קבלת התורה זיין א ריכטיגע קבלה. (שיחות מוהרא"ש חלק ט"ז) &nbsp; ווען קרן הדפסה היכל הקודש האט דאן אפגעדרוקט דער תיקון אויף דעם נוסח, האט מוהרא&rdquo;ש זייער שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים.&nbsp; און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל.&nbsp; אויך יעצט האט מען עס איבערגעדרוקט אויף די פארלאנג פון די פילע וואס זוכן עס. &nbsp; אזוי אויך קען מען קויפן ביים קרן הדפסה דער גאר באקאנטער קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געמאכט א רעוואלוציע פון לימוד התורה ביי כלל ישראל "סדר דרך הלימוד" וואס א דאנק דעם קונטרס האבן שוין אומצאליגע אידן זיך געזעצט לערנען, און געווארן צוגעבינדן צו די תורה און צום אויבערשטן. &nbsp; און לעצטענס האט די וועלט זוכה געווען צו א נייע אור, זייער פאסיג לכבוד דעם יום טוב שבועות, ווען מען האט אפגעדרוקט דעם קונטרס אויף אידיש מיטן נאמען "א וועג צו לערנען" וואס איז געווארן אויפגעכאפט אין די גאנצע אידישע וועלט. &nbsp; כאפט אריין צו באשטעלן די קונטרסים פונעם קרן הדפסה שוין יעצט כדי עס זאל נאך בעז"ה אנקומען אין צייט אויף יום טוב שבועות. &nbsp; תיקון ליל שבועות בלויז $2.99 א וועג צו לערנען בלויז $1.99 &nbsp; סדר דרך הלימוד בלויז $1.99 &nbsp;

    < זעה מער כח אייר תשפ"ד 📝
  • גרויסארטיגע פלענער פאר א טשארטער צו קישינעוו אויף אומאן ראש השנה תשפ"ה

    עס קומען כסדר אן צו אונז ווענדונגען פון אנשי שלומינו מען זאל זיי האלטן אינפארמירט איבער דעם קומענדיגן יאר נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה, עס גלייבט זיך שווער, אבער געלויבט דעם אויבערשטן אז היינט קומט ארויס דער ערשטער אפדעיט פון "פלען איט רייט" וואו עס האלטן זייערע פלענער איבער'ן נסיעה פאר קומענדיגע יאר. &nbsp; ווי מיר האבן געהערט פון מו"ה אלי קנאל הי"ו פיינעלייזט מען שוין ממש אין די יעצטיגע טעג די פילע גרופּ טיקעט אפציעס מיט אדער אָן סטאַפּס צו די פארשידענע עירפּארטס ארום אוקריינע, ווי יעדער וועט זיך קענען אויסוועלן די טעג און די עירפארטס לויט זיין בודזשעט און געשמאק צו קענען קומען צום הייליגן רבי'ן. און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט עס ווערן פּובליצירט ממש אין די קומענדיגע טעג בעז"ה נאך פאר שבועות. &nbsp; עקסטער פון דעם ארבעט מען יעצט אויס די גראונד טראנספארטאציע פלענער פון די עירפארטס פאר די אלע גרופ טיקעטס צו קענען פארן פון דארט קיין אומאן אויף די בעסטע וועגן וואס מען קען בעז"ה, וואס דאס וועט בעז"ה פארטיג ווערן ביז א חודש פון יעצט, בעפאר חודש תמוז הבעל"ט. &nbsp; אבער די עיקר נייעס איז אז מען ארבעט איבער די "טשארטער פליגער", די שטאב פון פלען איט רייט איז אינמיטן די העפטיגע ארבעט צו באשטעטיגן א געשמאקע טשארטער פלייט דירעקט קיין מאלדאווע, וואס מען האט שוין באקומען רוב פון די אַפּרואוועלס וואס פעלט אויס. &nbsp; דער דעסטינאציע עירפארט אין קישינעוו-מאלדאווע איז די נענטסטע גרויסע אינטערנאצינאלע אפענע עירפארט נעבן אומאן, וואס דער עיקר חסרון דארט איז געווען די לאגיסטיקס, זייענדיג אין א רעלאטיוו ארעמע לאנד איז דארט שווערער צו צושטעלן מאסן טראנספארטאציע פאר א ריזיגער ציבור אינאיינעם, אבער מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען דאס אויך איבערקומען, וואס דאס וועט בעז"ה מאכן די נסיעה אסאך מער געשמאק און שטארק פארקירצערן די צייט וואס עס נעמט צו פארן צום הייליגן רבין, טראצדעם וואס די עירפארטס אין אוקריינא גופא זענען פארשלאסן דערווייל. &nbsp; אין נאך א גאר גוטע נייעס פאר אנשי שלומינו מעלדט פלען איט רייט, אז די וואס וועלן בוקן א גרופע טיקעט ביי זיי, וועלן קענען אריבערטוישן צום טשארטער און וועלן קענען מבטל זיין זייער גרופּ טיקעט בחנם, און אזוי ארום וועלן אנשי שלומינו נישט דארפן ווארטן ביז דער טשארטער ווערט פולקאם באשטעטיגט, נאר וועלן תיכף קענען קויפן א טיקעט אין די ערשטע געלעגענהייט, ווען די אויסוואל איז נאך גענוג גרויס. &nbsp; די עוסקים במלאכת הקודש אין פלען איט רייט בעטן בכל לשון של בקשה פון אלע אנשי שלומינו מען זאל זיי אינזין האבן אין די תפלות, און מען זאל בעטן דעם אויבערשטן אז אלע פלענער וואס זיי טראכטן זאלן זיך אויסארבעטן לטובה, און זיי זאלן האבן די זכי' צו זיין די גוטע שליחים צו טראגן און ברענגען טויזנטער אנשי שלומינו צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, אויף וואס דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "קיין גרעסערס איז נישט פארהאנען". &nbsp; פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע מעלדונגען, וואס מיר וועלן זיך פרייען ערשט האנטיג צו ברענגען ווי נאר זיי קומען אריין. &nbsp; איש בל יעד

    < זעה מער כז אייר תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו אין בית שמש ציען זיך אריין אין נייע בית המדרש

    אין די לעצטע יארן האבן זיך אנשי שלומינו אין בית שמש אנגעהויבן זיך צוזאם צו נעמען, און אנגעהויבן פון איינס און א האלב יאר צוריק שמחת תורה תשפ"ג האט זיך איינע פון אנשי שלומינו פארגעשלאגן אוועק צו געבן זיין שטוב מען זאל דאווענען דארט יעדן שבת אלע דריי תפילות, און אזוי איז עס טאקע אנגעגאנגען ביז יעצט ווען יעדן שבת האט מען זיך אוועקגעזעצט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז מען איז אויסגעוואקסן דעם פלאץ, און א אינגערמאן מאנשי שלומינו מו"ה משה ארי' קרויס הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן א געהעריגע פערמענאנטע בית המדרש, מען זאל זיך קענען געהעריג אוועקשטעלן, און חפץ ה' בידו הצליח, ער האט געפונען א הערליכע פלאץ אין צענטער פון שטאט, א פלאץ געאייגענט פאר א בית המדרש, אויף נהר הירדן 25, און מען האט געשלאסן קאנטראקט, און אזוי גייט עס שוין אן פאר די לעצטע צוויי וואכן, ווי מען דאווענט אינאיינעם און מען איז זיך מחזק מיט די רבינ'ס עצות. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש האבן באשטעלט אלע מעבל וואס מען דארף פאר א בית המדרש, מען האט באשטעלט אן ארון הקודש, א פרידשידער, טישן און בענקלעך, אנשי שלומינו האבן נישט געוואלט ווארטן ביז עס קומט אן, און האבן אריבערגעברענגט פון זייערע שטובער טישן און בענקלעך מען זאל זיך שוין קענען באנוצן מיטן בית המדרש. &nbsp; דער בית המדרש אין בית שמש ווערט געפירט דורכן גבאי הר"ר שלמה מינצבערג שליט"א וועלכע זארגט זיך פאר אלע געברויכן פונעם שול, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז ווער עס טרעט איבער דעם שוועל זאל שפירן די ווארימקייט און ליבשאפט וואס עס געפונט זיך צווישן אירע ווענט. &nbsp; דער טעגליכע שיער אין א דף גמרא וואס גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט אין בית שמש אין שטוב פון הר"ר שלמה טעסלער שליט"א וועט אין די קומענדיגע טעג אויך אריבער געפירט ווערן אין בית המדרש, ווי אנשי שלומינו וועלן קענען לערנען מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש לעבן מיט די עצות פון רבין מען קומט זיך צוזאם יעדן ליל שישי ווי מען האלט מיט א שיער פון ראש ישיבה שליט"א, אבער מען באגינגט זיך נישט מיט דעם, מען פאלגט טאקע די עצות, יעדע וואך קומען בערך צוואנציג אינגעלייט און בחורים און נעמען טויזנטע גליונות און קונטרסים וואס ווערן געדרוקט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו, און פארשפרייטן עס אין די לענג און אין די ברייט פון שטאט, אזוי אויך איז מען מהנה די דערנעבנדיגע שטעט ווי ביתר און קוממיות. &nbsp; מו"ה יצחק ראטה הי"ו פארציילט אז יעדע וואך דרוקט ער אויף זיין מאשין בערך 2500 גליונות וועכענטליך, וואס איז אויסער די בערך 200 עצתו אמונה קונטרסים און די אנדערע גליונות יעדע וואך. ער פארציילט אז זיין מאשין האט שוין געדרוקט איבער איינס און א האלב מיליאן קאפיס פאר הפצה, במשך די לעצטע דריי יאר. &nbsp; דער בית המדרש וועט דינען ווי א לייכט טורעם פאר'ן גאנצן שטאט, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן אלע וויסן אז עס איז דא א פלאץ ווי מען קען באקומען חיות און האפענונג אין יעדן מצב. &nbsp; ואני ברב חסדך אבוא ביתך אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך

    < זעה מער כז אייר תשפ"ד 📝
  • דרום קארעא פלאגט זיך מיט מיסט באלונען פון צפון

    אין די לעצטע וואך האבן איינוואוינער אין דרום קארעא זיך אנגעשטויסן מיט אן אומאיינגענעמע ערשיינונג, נעמליך, עס קומען צו פליען ריזיגע לופט באלונען פון די קאמוניסטישע צפון קארעא צוגעבינדן דערצו גרויסע מיסט זעקלעך וואס באשמיצן און שעדיגן וואו זיי פאלן. &nbsp; ווי עס שיינט קומט דאס אין רעאקציע צו די פראפאגאנדע באלונען וואס די רעגירונג פון די דעמאקראטישע דרום לאזט כסדר אריבערפליען מיט באלונען צו צפון, ווי זיי פרובירן אויפצואווייזן פאר זייערע צפון קרובים זיי זאלן איבערווארפן די קאמוניסטישע רעגירונג וואס הערשט איבער זיי מיט א שטארקע פויסט, און וואשט זייערע מוחות אז עס איז נישט פאראן קיין בעסערע ארט אויף דער וועלט ווי צפון קארעא און אז זייער פירער קום יאנג איז דער געטשעק וואס געבט זיי אלעס און זיי דארפן אים דינען געטריי. &nbsp; די קאנפליקט צווישן קאמוניזם און דעמאקראטיע גייט נאך אן אין די קארעאס מיטן פולן קראפט, ווען ביידע זייטן האפן נאך איין צו צוריק צו פאראייניגן ביידע לענדער אונטער זייער מלוכה. &nbsp; ביי די פרשה פון די מרגלים זעען מיר אז משה רבינו האט געהייסן די מרגלים בודק זיין די שטעט פון ארץ ישראל, און האט זיי געזאגט "אויב וואוינען די מענטשן אונטער גרויסע מויערן, דאס איז א סימן א זיי זענען שוואך, אבער אויב לעבן זיי אין אפענע שטעט, איז א סימן אז זיי זענען זייער שטארק", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז אויך היינטיגע צייטן, ביי ברסלב'ע חסידים האט מען אייביג אויסגעלערענט אז מען זאל לערנען אלע ספרים פון אלע צדיקים, פון אלע ערליכע אידן, הלכה ספרים, מוסר ספרים, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער, מוהרא"ש פלעגט זאגן "פארוואס זענען דא אזעלעכע וואס לאזן נישט אריינקוקן אין ברסלב'ע ספרים? דאס איז ווייל זיי ווייסן אז אויב מען קוקט אריין דערין וועט מען גארנישט זען דערין אויסער גילוי אלקות, עצות צו קענען זיין אן ערליכע איד, התחזקות אין אלע מצבים, און מען וועט זיך איבערצייגן אז די אלע לשון הרע'ס וואס דער סמ"ך מ"ם פארשפרייט אויפן הייליגן רבין איז שקר. און ווען מען פרעגט די בעלי מחלוקת "האסט שוין געזען זיינע ספרים אז דו רעדסט קעגן זיי", וועט ער נאר קענען ענטפערן "מען טאר נישט אריינקוקן דערין", דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי דער סמ"ך מ"ם קען האלטן אידישע קינדער אין די טונקל, דורך זיך ארום נעמען מיט א הויכע מויער. &nbsp; להבדיל די צפון קארעא רעגירונג פארקויפט גארנישט, אויסער הונגער און קרענק איז דארט גארנישט דא, זיי קענען נישט צוריק קעמפן קעגן דרום אויף די זעלבע וועג, די דרום רעגירונג האט נישט פון וואס מורא צו האבן, מען דארף זיין בלינד נישט צו זען ווי די לעבן אויף דרום איז אסאך בעסער. אך און וויי אויב א צפון בירגער וועט זיך דערוואגן אויפצוהייבן א קארטל אדער א בלעטל וואס איז געקומען פון דרום, דער יעניגער מיט זיין גאנצע משפחה גייט אריין אין די ערגסטע תפיסות וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן, דערפאר האבן זיי נעבעך נישט קיין אנדערע עצה נאר צוריק ווארפן שמוץ, א זאך פון וואס זיי האבן גענוג.

    < זעה מער כו אייר תשפ"ד 📝
  • וואס איז די באדייט פון דער באגריסונג "גוט מארגן"?

    שאלה: וואס איז פשט וואס מען גריסט זיך אויף אידיש "גוט מארגן" און נישט "גוט היינט"? &nbsp; ענטפער: דער פשוטער ענטפער ליגט אין די באדייט פונעם ווארט "מארגן", היינטיגע צייטן באדייט געווענליך דאס ווארט "דער קומענדיגער טאג", אבער אמאל האט עס געמיינט ווי מען וואלט היינט געזאגט "אינדערפרי". אין די פריערדיגע גילגולים פון אידיש, ווען עס איז געווארן נאכט, און מען האט געוואלט זאגן אז ווען עס וועט ווערן ליכטיג וועט מען עס טון, האט מען געזאגט "מען וועט עס טון מארגן", וואס האט באדייט "מען וועט עס טון אינדערפרי", און ווען עס איז געווארן ליכטיג, האט מען זיך באגריסט "א גוט מארגן", וואס האט באדייט "א גוטן אינדערפרי", פונקט ווי מען גריסט זיך ווען עס ווערט נאכט "א גוטע נאכט", אבער ווי דער סדר ביי שפראכן גייען, אז מיט די צייט ווערט עס אנטוויקעלט דורכדעם וואס מענטשן קומען און גייען פון נייע פלעצער, האט עס אנגענומען אן נייע באדייט, ווייל דער זאץ "מען וועט עס טון מארגן" האט אויסגעזען כאילו מען זאגט אז "מען וועט עס טון דער קומענדיגער טאג", און היינט פארשטייט מען שוין נישט פארוואס מען גריסט זיך "גוט מארגן". &nbsp; עס זענען נאך דא אסאך ווערטער וואס האבן מיטגעמאכט אן ענליכער גורל, צום ביישפיל א משל וואס דער ראש ישיבה האט אמאל דערמאנט דאס ווארט "באלד", עס איז דא א באוויסטע ניגון וואס טייל זינגען פסח נאכן סדר "אלמעכטיגער גאט" וואס איז געשריבן אויף "אלט אידיש" מען זינגט דארט "אלזא שיר און אזא באלד און אונזער טאגן שירה"; וואס מיינט דאס אז מען בעט דעם אויבערשטן אינעם ליד אז משיח זאל קומען "באַלד - אביסל שפעטער"? נאר אין אלט אידיש האט "באלד" געמיינט אזוי ווי אין היינט אידיש "שוין", אבער פונקט ווי היינט מענטשן זאגן ליידער מענטשן אפט "איך קום שוין" און עס מיינט "אביסל שפעטער", זעט אויס אז דאס איז אויך געווען אמאל, און צוביסלעך האט דאס ווארט "באלד" זיך געטוישט אין באדייט צו טאקע דאס, און "שוין" האט איבערגענומען איר ארט. &nbsp; אמאל מיינט א מענטש וואס איז שוין "איך האב סתם עפעס געזאגט", אבער א מענטש דארף וויסן אז א ווארט האט א גרויסע כח. א איד דארף זיך איינגעוואוינען צו רעדן אן איידעלע שפראך, נישט נוצן פאר קיין געלט אויף די וועלט קיין שלעכטע "לעיבל" אויף א צווייטן, און חס ושלום קיינמאל נישט שעלטן, אדער נוצן מיאוסע אויסדרוקן, און ווער רעדט נאך פון ניבול פה חלילה. א מענטש דארף זיך אזוי שטארק צוגעוואוינען צו רעדן איידל, און א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און אפילו אין די זעלטענע פעלער ווען ער ווערט שוין יא חס ושלום גערעגט זאל עס ארויסקומען מיט א ברכה "געבענטש זאלסטו זיין", "קום שוין אהער פאר א גוט יאר", "חכם וואס דו ביסט", און אזוי ווייטער. &nbsp; ווען מען זאגט פאר א מענטש וואס איז נישט צוגעוואוינט צו רעדן שיין און געבן קאמפלימענטס ער זאל עס אנהייבן צו טון, קען צומאל זיין די רעאקציע "עס קומט נישט אריין", "סתם זאגן 'איך האב דיך ליב'", "ס'א בעיבישע זאך". אמת אמת, אבער מיין טייערע חבר, קריטיקירן, און רעדן נעגאטיוו וואס דו טוסט יעדן טאג ביי יעדע געלעגענהייט קומט אסאך מער נישט אריין, און סתם זאגן "פארוואס קענסטו זיך נישט צוזאם נעמען" איז אסאך מער א בעיבישע זאך, אויב מיר פירן זיך סייווי אויף ווי בעיביס, לאמיר כאטש בויען וועלטן. &nbsp; החיים והמוות ביד הלשון &nbsp; &nbsp; שיקט אייערע שאלות צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כה אייר תשפ"ד 📝
  • טראמפ געפונען שולדיג אין געריכט אויף איבער דרייסיג קלאגעס

    אין א שטוינענדע אנטוויקלונג האבן די דזשורי געפונען דעם געוועזענעם און מעגליך קומענדיגן פרעזידענט פון אמעריקע שולדיג אין 34 קלאגעס אויף וואס דער מאנהענטן פראקואר האט אים אנגעקלאגט. דאס איז א פרעצעדענטלאזע געשיכטע אין אמעריקע אז אן אמעריקאנער פרעזידענט ווערט אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אויף קלאגעס, וואס כאטש דאס מאכט אים נישט אומלעגאל צו קענען ווייטער לויפן פאר פרעזידענט, מאכט עס אים אבער יא אומקוואליפיצירט צו שטימען אין זיין וואוינארט פלארידא אלץ איינער וואס איז געפונען געווארן שולדיג אויף א פארברעכן. &nbsp; ביידע זייטן פייערן דעם פסק, ווען די דעמאקראטן שרייען "קיינער איז נישט העכערן געזעץ", און "ענדליך האט מען געברענגט צו יוסטיץ דעם מערסט קארופטירטסטע פרעזידענט", און די רעפאבליקנער ווייזן אן אויף די פילע פרעצעדענטן וואס מען האט געדארפט דורכשטיפן צו אנקומען דערצו, און צייגן ווי די גאנצע קלאגע האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און קיינע פון די פילע דריידעלעך וואלטן קיינמאל נישט גענוצט געווארן אנצוקלאגן אפילו א געווענליכע בירגער, און כל שכן ווען מען רעדט פון די באשטעטיגטע קאנדיטאט פון די אפאזיציע פארטיי, א זאך וואס די טראמפ קאמפיין נוצט אויפצוהייטערן זייער באזע, און אויפצוטרייבן געלט שטיצע ביי זיי. &nbsp; אן אריינגיין אין די גויאישע פאליטיק ווער איז גערעכט, לאמיר אביסל באטראכטן דעם גוי טראמפ. קיינער וועט נישט לייקענען אז דער געוועזענער פרעזידענט לעבט פאר די איין זאך "כבוד", אבער כבוד איז אים נישט גענונג, ער דארף "אסאך כבוד, זייער אסאך כבוד", ער איז שוין געווען א גרויסע מיליאנער, א ביליאנער, ער לויפט שוין פאר פרעזידענט (פאר ווער עס ווייסט נישט, טראמפ איז שוין געלאפן פאר פרעזידענט אין יאר 2000 למספרם), ער לויפט שוין אויף די רעפאבליקאנער פארטיי, ער ווערט שוין דער נאמינירטער קאנדידאט פון איינע פון די צוויי גרעסטע פארטייען אין די פאראייניגטע שטאטן, ער געווינט שוין דעם פרעזידענט בענקל, אבער דאס איז אים נישט גענוג. ער דארף איבערדרייען די שטאט, יעדער מוז רעדן פון אים "רעד פון מיר, שרייב פון מיר, נאר ספּעל מיין נאמען גוט" איז געווען זיין שלאג ווארט. און אפילו ער איז הונדערט פראצענט גערעכט, עס איז א "מכשפה פאנג" (וויטש האנט) וויינט ער ווי א קראקאדיל, "אמעריקע ווערט פארוואנדעלט אין א באנענע רעפאבליק" קלאגט ער. אבער אזוי זעט מען אויס ווען מען גארט פאר כבוד. &nbsp; וואס מען קען זיך ארויסלערענען א גוטע זאך פון דעם טראמפ איז אויסנוצן יעדע געלעגענהייט פארן ציל, ביי אים איז דער ציל כבוד, רעד פון מיר, שרייב פון מיר; ביי אונז איז דער ציל רעד פון אים - דעם אויבערשטן, שרייב איבער דעם אויבערשטן. מיר דארפן אויך כבוד, אונזער ארבעט איז צו ברענגען כבוד און אנערקענונג פארן אויבערשטן. מיר דארפן אין יעדע שמועס, און יעדע ארטיקל דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער וואס איז איבעראל, און מיט זיין גרויסקייט, און מיט זיין מעכטיגקייט איז ער דא פאר אונז און פאר אונזערע נארישע דאגות, ער וויל מיר זאלן רעדן פון אים און טראכטן פון אים. &nbsp; שיקט אייערע פראגעס צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כב אייר תשפ"ד 📝
  • אינטערוויוס אויף קול ברסלב גרייכט ציפער פון פינף הונדערט

    מען דארף נישט פארציילן פאר די ליינער איבער דעם בארימטן טעלעפאן ליין "קול ברסלב" וואס גייט שוין אן געלויבט דעם אויבערשטן אן קיין רעש און פראפאגאנדע שוין אסאך יארן צום גוטן. עס איז נישט קיין נייעס ווי שטארק דער עולם איז מחי' און מען באלעקט זיך די פינגערס מיט יעדע נייע הערליכע אינטערוויו. &nbsp; די הערליכע אינטערוויוס דעקן גאר א ברייטע ספעקטרום פון נושאים, אבער הצד השוה שבהן אז אלעס איז שמועסן פון אנשי שלומינו - ווי מען רופט עס אין ברסלב "שיחת חברים", אויף וואס דער רבי האט געזאגט "וואו ס'קומען זיך צוזאם צוויי פון מיינע לייט, לוינט זיך ס'זאל קומען א דריטער און שרייבן". &nbsp; אויב איינער דארף זיך אמאל אויסלופטערן, אנשטאט צו הערן וואס די מידיע האט צו פארציילן, און הערן איבער געלט און השתדלות, איז כדאי צו הערן ווי ערליכע אידן רעדן און שמועסן פונעם אויבערשטן און פון אמונה, אויב איינער דארף חיזוק, איז אנשטאט צו הערן וואס דער טעראפיסט זאגט, וויאזוי ער איז מסביר וויאזוי מ'דארף אריינאטעמען און ארויסאטעמען, און געבן אנקאנדישאנעל לאוו, איז ענדערש צו הערן וואס צדיקים זאגן, ווי שטארק דער אויבערשטער האט דיר ליב, וויאזוי מען קען אריינאטעמען די ווערטער פון צדיקים, און ארויסאטעמען נאך א פסוק חומש, און נאך א קאפיטל תהלים, נאך א פרק משניות און נאך א בלאט גמרא.&nbsp; &nbsp; דער אינטערוויוס אפטיילונג ווערט אנגעפירט דורך הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א וואס ידיו רב לו איבעראל וואו מען קען מפיץ זיין, ווי מען קען ברענגען נאך איד זאל וויסן פון אויבערשטן, זאל עס זיין דורך הפצה מיד ליד, זאל עס זיין דורכן זיין דער גבאי אין בית המדרש, צי איז עס דורך לערנען מיט די קינדער אין חדר און אריינפרעגלען אין זיי די ריינע אמונה, טרעפט ער אויך צייט צו אפהאלטן די אינהאלטספולע אינטערוויוס מיט וואס טויזנעטער צוהערער זענען זיך מחי' יעדן טאג. &nbsp; יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום סימבאלישן ציפער פון פינף הונדערט, זענען אנשי שלומינו מכיר טובה פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס ער לייגט אריין, צוזמען מיט די אנדערע וואס געבן זיך אוועק אנצופירן די פילע אנדערע קנעפלעך פון די פאפולערע קול ברסלב טעלעפאן ליין. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א געהויבענע באזוך אין ארץ ישראל

    נאך דעם געהויבנענם איבער-א-וואך נסיעה קיין ארץ ישראל, האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א היינט אינדערפרי באטייליגט ביים ברית פון רך הנימול וואס איז געבוירן געווארן למזל טוב ביים געטרייען גבאי פון בית המדרש היכל הקודש מאנסי מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ויקרא שמו בישראל יוסף אליהו ני"ו. &nbsp; מיר האבן שוין אין די פארגאנגנע באריכט אביסל פארציילט מהנעשה והנשמע ביים ראש ישיבה וויילענדיג אין ארץ ישראל ווי ער האט פארברענגט אין מחזק געווען אנשי שלומינו אין פילע שטעט אין ארץ ישראל, זיך משתתח געווען ביי די קברי צדיקים בפרט ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געהאט די זכי' צו פארברענגען אין הויף פון זיין טאטן שליט"א קארלסבורגער רב אין מירון אין די טעג פון ל"ג בעומר, ווען די דער ראש ישיבה האט גערופן צו זיך קיין מירון די ישיבה בחורים פון ארץ ישראל זיי צו לערנען און מחזק זיין פון די נאנט. &nbsp; אינעם לעצטן טאג פון זיין באזוך אין ארץ ישראל דינסטאג, האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין בית המרדש היכל הקודש ברסלב אין ירושלים צוזאמען מיט אנשי שלומינו, דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף גמרא, אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין די מוסדות סיי די חדר און סיי די סקול, דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען מנחם אבל זיין מו"ה אהרן גאלדשטיין הי"ו וואס זיצט שבעה נאך זיין טאטן ע"ה. במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגענומען אנשי שלומינו וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך דורכצורעדן זייערע ענינים און באקומען פערזענליכע הדרכה, נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין ישיבה דאווענען מנחה מיט די בחורים, און פאר'ן זיך געזעגענען מיט די תלמידים האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט משניות און תיקוני זוהר וואס די בחורים האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען דערין. &nbsp; ביינאכט איז דער ראש ישיבה אנגעקומען קיין בני ברק ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שיעור פאר אנשי שלומינו אין בית המדרש, פון דארט איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן צום עירפארט, און איבערגעלאזט אנשי שלומינו מיט פולע זעק פון חיזוק און הדרכה צו קענען ווייטער אנגיין.

    < זעה מער כא אייר תשפ"ד 📝
  • ירושלים לעבט מיט הערליכע טעג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א

    ווי באריכטעט איז דער ראש ישיבה ווי געפארן ווי געפלאנט קיין ירושלים עיה"ק זונטאג נאכט מוצאי ל"ג בעומר צו מחזק זיין די תלמידים, און פארברענגען מיט זיי פאר צוויי טעג. &nbsp; נעכטן מאנטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים, נאך שחרית האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם דף גמרא, ווי ער האט דערנאך ארומגערעדט איבער דעם אז דער עיקר אידישקייט איז זיך פרייען מיט די פשוטע טעגליכע מצות. אידן האבן געפרעגט וואס טוט מען ל"ג בעומר? "וואס מען טוט?" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "מען שטייט אויף אינדערפרי, מען זאגט מודה אני, מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, מען גייט אין מקוה, מען טוט אן תפילין, מען דאווענט שחרית און מען איז פרייליך. דאס איז ל"ג בעומר"... &nbsp; נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה אפגענומען שלום פונעם ציבור אנשי שלומינו, און במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה אויפגענומען אינגעלייט וואס האבן געוואלט איבערשמועסן מיט ראש ישיבה עניני חינוך והנהגת הבית. ביינאכט איז פארגעקומען א שיעור התחזקות אין בית המדרש, צוזאמען מיט אס סיום הש"ס פון א אינגל אונטער די בר מצוה, הילד החשוב משה ארי' יאזשעף, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. עס האבן זיך פארזאמעלט א ריזיגער ציבור צו הערן די טייערע ווערטער פונעם ראש ישיבה, און צו שעפן פונעם קוואל פונעם הייליגן רבי'ן, דער ראש ישיבה האט געזאגט צווישן אנדערע אז ער האט ארויסגענומען פונעם היי יאריגן ל"ג בעומר אין מירון אז ער האט זיך איבערצייגט אז אידישע קינדער קומען נישט קיין אומאן אדער קיין מירון פאר שוואוילטאג, מען קומט נישט פאר פאָן, ער האט מיטגעהאלטן ווי אידן וועלכע זענען צוגעוואוינט א גאנץ יאר צו א באקוועמע לעבן זענען געפארן שעות אריכות אויף באהאלטעטע וועגן געקראכן אין די וועלדער. דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, אידיש קינדער קומען ווייל זיי ווילן זיין דבוק צו צדיקים, מען וויל זיין דבוק אין אויבערשטן. &nbsp; בעת מיר שרייבן די שורות מאנטאג נאכט, הייסט עס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארבלייבן אין ירושלים, פאר מאנטאג, ווי ער וועט דאווענען שחרית אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים און דערנאך פארלערען דעם דף מתובל בדברי חיזוק, און אויך וועט דער ראש ישיבה גיין באזוכן די ירושלימער מוסדות די חדר און די מיידל סקול, און במשך דעם טאג ווייטער אויפנעמען אנשי שלומינו וואס ווילן זיך שואל עצה זיין. ביינאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה געבן א שיעור אין בני ברק, ווי עס וועט אויך זיין א סיום הש"ס פון א חשובער אינגער בחור א זון פון הר"ר יואל לעווי שליט"א. דערנאך דינסטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך צוריק קערן קיין ניו יארק נאכן איבערלאזן פילע הויפענעס פון חיזוק פאר די אידן אין ארצינו הקדושה.

    < זעה מער כ אייר תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו אין ארץ ישראל לעבן מיט א געהויבענע וואך במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א

    ווי שוין באריכטעט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל פאריגע וואך זונטאג אווענט, און האט באזוכט מאנטאג אין בני ברק, און דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין מירון מיט די בחורים, ווי ער האט פארברעגט עטליכט טעג מיט זיי אינאיינעם מיטן מגיד שיעור מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט גאר געשמאק פארברענגט מיט די בחורים, דער ראש ישיבה האט יעדן טאג פארגעלערנט פאר זיי די הערליכע דפים אגדתא גמרות אין מסכת בבא מציעא וואס מען לערנט יעצט, דערנאך האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט זיי, און געענטפערט זייערע שאלות וואס זיי האבן געהאט צו פרעגן. נאך עטליכע טעג זענען די טייערע בחורים אהיימגעפארן אנגעזאפט מיט הדרכה אויף ווייטער בעזר השם. &nbsp; מיטוואך פסח שני איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, נאכן זיין דארט א לענגערע צייט איז דער ראש ישיבה געפארן קיין טברי', ווי ער האט באזוכט ביים חדר און אין שולע. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע שמועס אין בית המדרש היכל הקודש טברי' פאר די אינגעלייט ארומרעדנדיג פון די חיזוק וואס מען נעמט ארויס פון פסח שני, אז קיין שום איד איז נישט פארפאלן, נאר מען האט אלעמאל נאך א שאנס צוריק צו קומען צום אייבערשטן. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פון ל"ג בעומר, און צוגעלייגט אז פון דעם וואס אין די לעצטע פאר יאר איז גאר שווער אנצוקומען צו רבי שמעון ל"ג בעומר, קען מען ארויסנעמען אז דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זיך מקשר זיין מיט רבי שמעון דורך זיינע ספרים, מען זאל לערנען זוהר און תיקונים, גמרא און משניות. אוודאי איז גאר שיין און חשוב צו זיין אין מירון, מאכן א הדלקה און טאנצן לכבוד רבי שמעון, אבער דער עיקר דארף מען זען לערנען די ספרים א גאנץ יאר. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה צוריק געפארן קיין מירון וואו ער האט שוין געוויילט דארט ביז נאך ל"ג בעומר במחיצת זיין טאטן דער קארלסבורגער רב שליט"א. &nbsp; נאך ל"ג בעומר איז דער ראש ישיבה געפארן באזוכן אנשי שלומינו אין ירושלים, א באריכט פון ירושלים וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.

    < זעה מער יט אייר תשפ"ד 📝
  • דאס לעבן פון א באטערפליי

    שאלה: יעצט אום זומער זעה איך די קערטפילער ווערים ארום קריכן, און איינער האט מיר געזאגט אז דאס ווערט שפעטער א באָטערפליי (פלאַטערל), איז עס אמת? אויב יא וויאזוי ארבעט עס? &nbsp; ענטפער: עס איז א געוואלדיגע נפלאות הבורא צו צו באטראכטן ווי דער זעלבער מיאוסער קערטעפּילער, וואס מאנכע אויב מען טרעפט עס אויף זיך וועלן זיי אויפשפרינגען מיט אפשיי; וועט שפעטער פארוואנדעלט ווערן אין א הערליכער באטערפליי, וואס איז א פאפולערע אויסוואל צו באצירן, און איז ווי א סימבאל פון נאטור, רואיגקייט, און צופרידנהייט. &nbsp; דער באטערפליי הייבט אן זיין לעבן אין אַן איי. נאך בערך צען טעג קריכט ארויס דערפון א פיצעלע קערטיפילער ווארעם, וואס לעבט אויף בלעטער. עס פארמאגט א מויל מיט ציינער. און עסן אסאך בלעטער און גראז מכל הבא ליד. ווייל אין דעם קומענדיגן חודש אדער צוויי, וואקסן זיי זייער שנעל, זיי ווערן בערך צוויי דריי מאל אזוי גרויס ווי ווען זיי זענען געבוירן. &nbsp; ווען זיי זענען שוין גענוג ערוואקסן, איז צייט ארויפצוגיין א כתה, מען גרייט זיך צו ווערן א "פּופּע" (אדער "גולם"), ער זוכט זיך אויף א גוטע פלאץ אויף א בוים ווי ער דורכגיין דעם פראצעס צו פארוואנדעלט ווערן אין א באטערפליי, ער בינדט זיך צו צום בוים דורך א פאדעם וואס ער פאבריצירט, און נעמט זיך ארום מיט א "שטיבעלע" וואס ער הענגט אראפ פונעם בוים, און אינעוויינג דארט וועט ער דורכגיין א טויש מקצה אל הקצה, ער גייט אריין אלץ א מיאוסער ווארעם, און אינעווייניג ווערט ער ממש צולאזט ווי א רינעדיגע זופ, און דער אויבערשטער מאכט אז נאך עטליכע טעג הייבט ער זיך אן צוריק אויסצופארמען, אבער אלץ א נייע בריאה, עס וואסקן ארויס פון אים הערליכע שיינע פליגלען, און ווען עס קומט די צייט, שפאלט ער אויף שטייטעלעך זיין שטיבלע און רייסט זיך ארויס דערפון. &nbsp; ווען איינער זעט א רייפע פּופע און זעט ווי דער פרישער געווארענער באטערפליי פלאגט זיך ארויס צו קומען, זאל ער נישט רחמנות האבן און אים צוהעלפן, אויב וויל ער אים נישט הרג'ענען, דער שטאפל פון ארויסקריכן שטארקט זיינע מוסקלען, און העלפט אים וואקסן ער זאל קענען לעבן און ווערן אליינס א טאטע אדער מאמע צו קינדער. &nbsp; ווען אונזערע קינדער מוטשען אונז "טאטי יעדער פון מיין קלאס האט אזא און אזא כלי, אלע טאטעס לאזן קוקן ווידיאס און פלעיס, פארוואס נאר איך נישט", זענען דא מענטשן וואס האבן רחמנות אויף זיי. עס זעט אויס ווי נאכגעבן איז רחמנות, און זאגן פאר זיי "עס איז נישט אונזערע געשעפטן וואס אנדערע טוען" זעט אויס ווי אכזריות. אבער מיר ווילן אז די קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות. די מחנכים זאגן אז קינדער וואס וואקסן אויף מיט ווידיאס און ווידיא געימס זענען געדעמעדזשט. עס שאדט פאר זייערע מוחות, מען זעט ווי זיי גייען ארום ווי אין א שאטן. &nbsp; ווען דער באטערפליי איז שוין אינדרויסן וועט ער בלייבן אויפן בוים מיטן קאפ אראפ ווען אויסצוטרוקענען זיינע פרישע נאסע פליגלען כדי צו קענען פליען דערמיט. און נאך עטליכע שעה פליעט אוועק צו זיין נייע לעבן אלץ ערוואקסענע פלאטערל. יעצט פארמאגן זיי נישט קיין מויל מיט ציינער, זיי פארמאגן נאר א זויגעדיגע שטרוי מויל. און ער לעבט יעצט אויף בלומען נעקטאר, זאפט פון ביימער און פרוכט. ביי דעם שטאפל ווערן זיי עלטערן צו קינדער, זיי לייגן אייער, וואס פון דעם וועט ווייטער ארויסקומען די קומענדיגע דור פון שיינע באטערפלייס. &nbsp; מיר וועלן אויך רחמנות האבן אויף אונז און אויף אונזערע קינדער און פאלגן וואס די צדיקים זאגן, און ארויסווארפן אלע טעכנאלאגישע כלים וואס מען קען טון דערוף און זען דערויף זאכן וואס אפילו אויב זיי זענען אזוי גערופן כשר, זענען זיי אבער נישט גוט פאר זיי. און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועלן זיי אויפוואקסן געזונטע טאטע מאמע פאר זייערע קינדער. &nbsp; האט איר א שאלה? שיקט צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יט אייר תשפ"ד 📝
  • אנטדעקט געווארן אויטענטישע פתח המערה פון רבי שמעון בר יוחאי

    נאכן חורבן הבית איז ארץ ישראל געווען פארלאזט פאר הונדערטער יארן, כמעט קיינער האט זיך נישט דארט געדרייט, אויסער וואנדערדיגע בעדואינער וועלכע פלעגן באזוכן די ארץ ישראל'דיגע מדבריות פון צייט צו צייט, איז עס געווען פוסט אין וויסט, און כאטש מען האט געוויסט אז דער הייליגער רבי שמעון ליגט אין מירון, האט אבער דער הייליגער אר"י הקדוש מגלה געווען וואו דער ציון איז. מיט די צייט האט מען אויפגעבויעט א בנין, און מען האט עס צוביסלעך פארגרעסערט לויטן געברויך ביז עס איז געווארן אויפן היינטיגן גרויסן פארנעם. &nbsp; מיט די יארן אבער איז אבער פארגעסן געווארן וואו פונקטליך איז די פתח המערה. מען ווייסט אז ער ליגט דארט ערגעץ אינעם בנין. אבער וואו איז די פתח המערה? וואו ליגט ער. עס זענען דא ארגאניזאציעס וואס זענען גרייט פאר די ריכיטגע פרייז, פאר אכצן טויזענט דאלער וועלן זיי שטילערהייט צופירן אהין, די שאלה איז צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן. איז עס טאקע דארט וואו זיי זאגן? &nbsp; עס איז באקאנט אז דער גרויסער בעל מקובל הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל וואס איז געווען דבוק ומקושר צום הייליגן רבי שמעון האט געוואוסט פונקטליך אוואו דאס געפונט זיך, אבער נישט געוואלט עס מגלה זיין פאר'ן המון עם. מען זאגט אז ער האט נישט געוואלט אז די מדינה זאל מאכן דערפון א מערת פריצים, און עס זאל פארשוועכט ווערן דער מקום קדוש. דער ראש ישיבה'ס זיידע הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצ"ל וואס איז אויך געווען שטארק מקושר מיטן הייליגן רבי שמעון, און פלעגט פארברענגען טעג און וואכן לערנענדיג נגלה און נסתר אינעם הייליגן ציון האט געהאט די זכי' צו מקבל זיין פון רבי אשר זעליג דער פונקטליכע פלאץ. &nbsp; יעצט ווען די ישיבה מיט די תלמידים האבן זיך אריבערגעצויגן פאר א וואך קיין מירון אויף בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט נאכן דאווענען א שיעור פאר די בחורים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געבעטן די בחורים אויב איינער וויל עפעס פרעגן, זאל מען פרעגן. די בחורים האבן זיך גענומען די מוט, און געבעטן דעם ראש ישיבה אז אזוי ווי זיי ווייסן אז זיין זיידע האט געוויסט דער פלאץ אפשר קען דער ראש ישיבה זיי מגלה זיין און זיי זאלן האבן די זכי' צו מתפלל זיין דארט ביים אריגינעלן פתח המערה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט קודם פרובירט אפצורעדן די בחורים, "עס איז א היבשע מהלך צו גיין פון דא דער קארלסבורגע הויף אין מירון ביז דארט, און עס איז זייער הייס" אבער די בחורים האבן נישט נאכגעלאזט, זיי ווילן נאכאלץ גיין. האט זיי דער ראש ישיבה געזאגט "אבער מען האלט נאך פאר פרישטאג, עסט זענטס זיכער הונגעריג", דאס האט אויך נישט געהאלפן. די בחורים זאגן אז זיי זענען גרייט אויף אלעם, אבי מען זאל גיין. &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגערופן די בחורים נענטער צו זיך און זיי געזאגט שטילערהייט "אויב אזוי וועל איך ענק מגלה זיין יעצט וואו דער עכטער פתח המערה איז, און עטס וועטס קענען גיין מתפלל זיין דארט און עטס וועט זיכער פועלן." דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויזן אויף זיין מויל און זיי געזאגט "עטס זעטס, דא איז די פתח המערה, אויב מען עפנט די מויל און מען רעדט צום אויבערשטן, איז מען ביי די אויטענטישע פתח המערה, און מען קען מתפלל זיין בזכות דער היילגער רבי שמעון, און בזכות אלע צדיקים, אז מען זאל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, מען קען רעדן צום אויבערשטן אויפן פשוטן שפראך און זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס מען זוכה זיין בזה העולם, און מען וועט זיכער פולען אלע ישועות" &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט, אז צו גיין צום פתח המערה קאסט נישט קיין געלט, מען דארף נישט קיין פראטעקציע, און מען דארף נישט מאכן קיין אפוינטמען. יעדע איד ווילאנג ער לעבט, און נישט קיין חילוק וואו אויף דער וועלט ער געפונט זיך, און וואס עס איז אלץ דורכגעגאנגען אויף אים קען ער יעצט זוכה זיין דערצו. ער שטייט יעצט נעבן דעם פתח המערה, און ער קען יעצט אנהייבן צו רעדן. דער אויבערשטער ווארט צו הערן פון דיר. &nbsp; מען קען הערן מער דעטאלן איבער דעם געוואלדיגן התגלות וואס דער ראש ישיבה האט מגלה געווען אויף די אינטערוויו אויף קול ברסלב מיט'ן מגיד שיעור הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א.

    < זעה מער יח אייר תשפ"ד 📝
  • ל"ג בעומר ביי אנשי שלומינו

    דער יום טוב ל"ג בעומר ווערט געפראוועט אין די גאנצע אידישע וועלט מיט גרויס שמחה. אבער ווי נאך שפירט מען די שמחה פון ל"ג בעומר ווי ביי אנשי שלומינו. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אום ל"ג בעומר "די חתונה איז דארט, אבער דר חתן איז דא", דער הייליגער רבי איז מגלה אין די ערשטע תורה אין ליקוטי מוהר"ן די גרויסקייט פון הייליגן רבי שמעון, ווי דאס וואס דער הייליגער רבי שמעון זאגט אין די גמרא "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל" גייט ארויף אויף די הייליגע ספר "זוהר הקודש וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט, ווי דער היילגער תנא איז מעיד אויף זיך אז בזכות דער הייליגער ספר וועלן אידישע קינדער ארויסגיין פון גלות און דאס האלט אונז היינטיגע צייטן מיר זאלן קענען לעבן מיט'ן אויבערשטן אפילו אין שווערע דור. אנשי שלומינו האבן יעדער א שיעור אין זאגן די הייליגע ווערטער פון זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, וואס אפילו מען פארשטייט עס נישט, ווייסט מען אז נאך די הונדערט און צוואנציג וועט מען האבן די זכי' צו לערנען אין ישיבה פון הייליגן רבי שמעון וואס וועט אונז אויסלערען מיר זאלן באגרייפן די הייליגע זאכן וואס ער שרייבט. &nbsp; ביי אנשי שלומינו האט דער גרויסער טאג א באזונדערע באדייט, מען שפירט זיך מקושר צו דעם צדיק, וואס דער הייליגער שרייבט אז ער איז מרומז אין דעם פסוק "כי לא תשכח מפי זרעו" און "עיר וקדיש משמיא נחית", וואס מען האט אויסגעקריצט איף די טויער פון זיין הייליגן ציון אין מירון געבויט אויף די רמז וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז ער האט געהאט די זכיה צו מתפלל זיין מוצש"ק ביומא דהילולא אינעם מערה, און דערנאך האט ער זיך געפריידט אין די חצר מיט די גרויסע שמחה פון רבי שמעון. דער ראש ישיבה שליט"א האט מפתלל געווען פאר אידישע קינדער, און האט אינזין געהאט אלע תלמידים. &nbsp; אבער אויך ביי אנשי שלומינו פון חוץ לארץ פראוועט מען דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר מיט שמחה און פרייד שירות ותשבחות צום גרויסן הייליגן באשעפער אז ער האט געשיקט אזא תנא אלקי רבי שמעון, אונז צו מגלה זיין די הנאה וואס דער אייבערשטער האט פון יעדן איד באזונדער אויף דער וועלט. &nbsp; אין שטעטל וועט מען בעז"ה פראווען דעם גרויסן טאג ווי יאר יערליך אנגעהויבן מיט א הדלקה ביים חצר הבית המדרש אויף האשקי, ווי מען וועט אנצינדן א גרויסע פייער און דערנאך טאנצן און שפרינגען מיטן גאנצן ברען. דערנאך וועט זיין אם ירצה השם צוגעשטעלט א געשמאקן סעודה אין בית המדרש ווי מען וועט זיך וואשן און הערן שיינע דיבורים לכבוד דעם גרויסן טאג. די הדלקה וועט אם ירצה השם פארקומען היינט זונטאג נאכמיטאג אום זיבן אזייגער, דערנאך וועט זיין די סעודה. &nbsp; תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו

    < זעה מער יח אייר תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 556 to 570 of 1837 results

1 2 ... 35 36 37 38 39 40 41 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com