Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע נייע מוזיק ווידיאס ערשינען

    א נייע הערליכע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "זאל זיין אזוי, אלעס איז דער אויבערשטער" פונעם ראש ישיבה שליט"א איז נארוואס ארויסגעקומען וואס ברענגט ארויס אז אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש, סיי געשמאקע און סיי חלילה שווערע קומען נאר פונעם אויבערשטן, און אויב גייט עפעס אנדערש ווי איך וויל, נעם איך עס אן באהבה, ווייל איך ווייס אז אזוי וויל דער אויבערשטער.   אויפן מוזיק ווידיא שפילט מען אויף סצענעס וואס מאכן זיך טאג טעגליך, צום ביישפיל איינער מאכט א קאווע און קלאפט זיך אריין און עס גיסט זיך אויס; מען קומט ארויס פון שטוב אינדערפרי צו א פרישע טאג, און בומס א טיקעט ליגט אויפן קאר פענסטער; מען לייגט ארויף זאכן אויף א הויכע שעלף ענדליך אלעס איז שוין דארט און טראך, אלעס פאלט אראפ, מען פרובירט אריינצודרייען א נאגל איינמאל און נאכאמאל אבער אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ, דער נאגל גייט נישט אריין עס פאלט אראפ; מען פארן אין קאר אויף א געשמאקע פארברענג, און פלוצליג שפירט מען ווי די לופט פונעם רעדל איז ארויסגעגאנגען, מען טרעפט זיך מיט א פלאכע רעדל; מען פרובירט אריינצולייגן די שפיץ פונעם פאדעם אין נאדל לאך אבער עס גייט איבעראל אויסער ווי מען וויל; מען שלעפט ארויף א שווערע באקס, פלוצלינג שטאלפערט מען זיך אן אין עפעס און דאס גאנצע אינהאלט קוילערט זיך אראפ אלע טרעפ; מען מאכט אן אייער שפייז אינדערפרי נאכן דאווענען, אבער פלוצלינג איין איי צוקראכט זיך אויף די פלאר. דער ניגון ברענגט ארויס ווי מען דארף זיך שטארקן און געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און מען זאל זיך נישט נעמען צום הארצן.   היינטיגע צייטן וואס דער סמ"ך מ"ם דרייט איבער א וועלט און פרובירט אריינצוקומען צו אידישע הערצער פון יעדע מעגליכע שפאלט אדער לעכל, מוזן מיר טון די זעלבע זאך, און דערמאנען אידישע קינדער אויף יעדן וועג מעגליך אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און מען קען זיך ווענדן צו אים, און נאר צו אים קען מען און דארף מען האפן. איינע פון די גאר אפעקטיווע וועגן זענען די מוזיק ווידיאס וואס ברענגען אריין אמונה אין אידישע קינדער אויף א געשמאקע און ציענדע וועג.   די ווידיאס זענען פראפעסינאל רעקארדירט געווארן דורך מו"ה שרולי סאמעט הי"ו, און איז געספאנסערט געווארן דורך מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו פון יואלי'ס קולינג. מען קען באשטעלן עירקאנדישן אדער היטינג דורך רופן 845-470-8888.   אויך איז לעצטענס ארויסגעקומען א פרישע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "דער אויבערשטער איז איבעראל" וואס איז פאכמאיש אראפגעשפילט אין א געשמאקע וועלדל ביי פארברענג מיט פילע בחורים און קינדער וואס שפילן גאר שיין אויף די ניגון מיט זינגען און טאנצן, בשעת מען זיצט און טאנצט נעבן געדעקטע טישן מיט שיינע לעמפ און א קעמפ פייער, בשעת די זון גייט צוביסליך אונטער.   די מוזיק ווידיאס זענען אפגעכאפט געווארן פארגאנגעם זומער העעל"ט, און זענען הערליך און פראפעסיאנאל אויסגעארבעט געשמאק און אינטערעסאנט. שמעו ותחי נפשכם.   🎦 דער אויבערשטער איז איבעראל   🎦 זאל זיין אזוי  

    < זעה מער ו טבת תשפ"ד 📝
  • פארוואס ווערט זילבער געל?

    ערב שבת קודש אינדערפרי, זאת חנוכה, ר' יעקב קוקט אויף זיין זילבערנעם מנורה אין וואס ער האט געצינדן די לעצטע אכט טעג, און פארברענגט מיט זיין משפחה, געזונגען אינאיינעם, גערעדט צום אויבערשטן פארענט פון די הייליגע ליכט, ער כאפט אן די מנורה מיט ליבשאפט, און לייגט עס פארזיכטיג אוועק אויף א וועג, וויסענדיג אז זילבער וואס איז אויסגעשטעלט צו די לופט ווערט גאנץ שנעל געל. &nbsp; אבער וואס מאכט זילבער זאל געל ווערן (טארניש)? די געלקייט וואס מען זעט אויף די זילבער איז א רעאקציע פון זילבער וואס רירט אן שוועבל (סולפור), איינע פון די מאטריאלן וואס שוועבן ארום אין לופט איבעראל אין די וועלט. זילבער וועט שנעלער געל ווערן אין נאסע (הומיד) פלעצער, אדער פלעצער מיט אומריינע לופט (פאלושן). &nbsp; מענטשן - אזוי ווי זילבער - ווערן אויך געל אויב מען איז אויסגעשטעלט צו די וועלט צופיל, חז"ל זאגן (ברכות ו ע"ב) "ר' יוחנן ור' אלעזר דאמרי תרוייהו כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום", ווען א מענטש דארף צוקומען צו מענטשן, ער מוז געפעלן פאר יעדעם, ווערט ער נעבעך פארשווארצט. &nbsp; מען זעט מענטשן מאכן שמחות, וואס באמת איז דאס די שענסטע צייט אין לעבן, וואס קען זיין שענער ווי מען האט געבוירן א אינגל אדער א מיידל, מען מאכט פיאות פאר א קינד, מען מאכט בר מצוה, מען טוט א שידוך, מען מאכט חתונה און אזוי ווייטער, דער מענטש דארף יעצט שיינען און גלאנצן ווי זילבער צווישן זיך און דער אויבערשטער, ער קען זאגן שירה צום אויבערשטן, דאנקען און בעטן אויף ווייטער, ער קען זאגן גאנץ נשמת "עד הנה עזרוני רחמיך... ואל תטשינו ה' אלוקינו לנצח". דאס איז אבער נאר ווען ער ווערט נישט צו שטארק עקספאזט צו די פארפעסטעטע שוועבל לופט פון די גאס, ער זיצט ביי זיך אינדערהיים און איז נהנה מזיו השכינה, און דאנקט און לויבט דעם אויבערשטן פאר זיינע אלע חסדים. ווער איז נאך אזא גליקליכע מענטש ווי אים? &nbsp; ווען מען רירט אבער צו די גפרית ומלח שריפה כל ארצה, מען קוקט אויף רעכט און לינקס, "וואס טוט דער שכן?", "איז עס 'נארמאל'?", מען "מוז" מאכן א שיינע שמחה, יעדער זאל זען, יעדער זאל רעדן, יעדער זאל קומען, מען דארף פרעגן יעדעמ'ס דעות, און מען הערט פון די אזוי גערופענע "חברים", "דו מוזט זיך אהערשטעלן באלעבאטיש", "קענסט נישט זיין קיין שנארער", ווערט נעבעך די פנים שווארץ, געל, און גרין. מען מוז בארגן פון די גאנצע שטאט, און מען קען נישט קומען דאווענען אין קיין אין שול, ווייל מען קען נישט קוקן די בעלי חובות אין פנים. &nbsp; טייערע אידן אין אמעריקע, לאמיר אנהייבן לעבן פאר זיך, און טון וואס איז גוט אין די אויגן פון אויבערשטן, וועלן מיר לעבן א גליקליך לעבן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

    < זעה מער ו טבת תשפ"ד 📝
  • כולל היכל הקודש טיילט אויס חנוכה ליכט פאר אלע קינדער פון ברסלבע חדר

    דער געטרייער מנהל פונעם כולל הר"ר משה ארי' שליט"א טראכט אלץ וויאזוי מ'ען אריינברענגען געלט פארן כולל, יעצט פאר חנוכה האט ער פארגעשלאגן פאר איינע פון די גרויסע נדבנים פונעם כולל אז ער קען אפקויפן די זכות פון טיילן ליכט פאר אלע קינדער פאר די פרייז פון א פרנס השבוע; דער נדבן האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, און מען האט אפגעשמועסט מיטן נדבן אז די לעכט וועט זיין לעילוי נשמת זיין חשובן זיידן דער טייערער באוויסטער איד פון וויליאמסבורג הרה"ח ר' שלמה גבריאל פליישמאן ז"ל וואס איז געווען באוויסט אלץ אן אויסנאם תלמוד חכם, א גאר פרייליכער איד, א איד וואס פלעגט מאכן פרייליך אלע וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט אים. קינד און קייט פלעגן קומען צו זיין שטוב יעדע חול המועד און זען די וואונדערבארע ארבעט וואס דער גרויסע תלמוד חכם האט אריינגעלייגט מיט זיינע פאכמאנישע הענט, און צוזאם געשטעלט אויף מיניטשור סוכה'לעך, יעדע סוכה און מסכת סוכה איז געווען אויסגעלייגט פלאי פלאים אהערגעשעטל, מ'האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואנדער פון די בקיאת נפלא און די ארטיסטישע ארבעט וואס דער איד האט אוועקגעשעלט. אויך פלעגט ער אריסשטעלן אסאך מיניטשור אויסשטעלונגען איבער וויאזוי מ'האט געלעבט אין די צייטן פון חז"ל די אבות, צום ביישפיל אברהם מיט די מלאכים, יצחק אויף די עקידה, וכדו'. &nbsp; הרה"ח ר' שלמה גבריאל וועלכע האט אויך ארויסגעגעבן פארשידענע חיבורים אויף עטליכע ענינים אין אין ש"ס, ווי מ'קען זען זיין געוואלדיגע בקיאות אין גאנץ ש"ס, האט זוכה געווען צו האבן צענדליגע אייניקלעך אין די קהילה הקדושה היכל הקודש ברסלב, נישט נאר תלמידים, פילע פון זיי אויסגערופענע מחנכים, וואס געבן זיך אפ מיט די הייליגע ארבעט פון ערציען די צאן קדשים על דרך אבותינו ורבותינו הקדושים צו געדענקען שטענדיג אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט מיר, און קיינער קען מיר נישט העלפן, און איך קען בעטן יעדע זאך פונעם אויבערשטן.&nbsp; &nbsp; אלץ הכרת הטוב פאר דעם חשבן נדבן האט מען געלייגט דעם זיידענ'ס נאמען הרה"ח ר' שלמה גבריאל ז"ל אויף די קרוב צו 400 חנוכה ליכט פעקלעך וואס מען האט אויסגעטיילט פאר חנוכה פאר אלע קינדער פון מוסדות היכל הקודש ברסלב, וועלכע האבן געצינדן לעכט דעם יום טוב דערמיט. &nbsp; די זכות פון די מצות נר חנוכה און די זכות פון די לימוד התורה אין כולל, ווי די אינגעלייט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, יעדער וואס קומט אריין אין כולל קען עדות זאגן דערויף, איז אלעס צום זכות פון דעם גרויסן נדבן הי"ו. מען קען זיך איינקויפן זכותים אינעם כולל, אדער אויב איינער וויל קויפן איינע פון די פילע שעפערישע געדאנקען וואס דער מנהל ר' משה ארי' האט קען זיך פארבינדן מיט אים דירקעט אויף 347-585-6166, אויך קען מען מנדב זיין פארן כולל אויפן וועבסייט thekolel.com. &nbsp; כי נר מצוה ותורה אור

    < זעה מער ב טבת תשפ"ד 📝
  • מזל טוב אנשי שלומינו צום אנהייבן פון סדר מועד אין תלמוד ירושלמי

    חסידי ברסלב תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע כאפן זיך ארויף אויף דער געלעגענהייט ווען דער באן פון ירושלמי איז אנגעקומען צו א פרישע סטאנציע, און כאפן זיך ארויף דערויף און הייבן אן יעדן טאג צו לערנען א בלאט גמרא ירושלמי. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט אז אנשי שלומינו זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא, זאגענדיג אז בבלי ירושלמי און תוספתא זענען ראשי תיבות "בית" און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים איז מען זוכה צו קויפן א הויז אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז כדאי מען זאל זיך קויפן אליינס א הויז צו וואוינען דא אויף דער וועלט און נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן צו דינגען און זיין אנגעוויזן אויף יענעמ'ס חסדים אז ער לאזט דיר דארט וואוינען, און דיין גאנצע רענט קויפט דיר גארנישט איין, די זעלבע זאך אויף יענע וועלט פלעגט מוהרא"ש זאגן דארף זיך א מענטש באזארגן ביים לעבן ער זאל נישט זיין היימלאז, און לערנען די דריי לימודים יעדן טאג געבט פאר א מענטש וואו צו וואוינען אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז לערנען יעדן טאג די דריי לימודים איז אויך מסוגל צו קענען קויפן א הויז אויף דער וועלט. מען זעט טאקע אנשי שלומינו לערנען יעדן טאג די בית נצחי לימודים, און אפילו אינגעלייט קוים א יאר צוויי נאך די חתונה, קויפן זיך שוין א הויז. &nbsp; ווען מען רעדט איבער לערנען יעדן טאג די דריי לימודים, קען מען נישט אויסלאזן צו רעדן איבערן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין. דער הייליגער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען יעדן טאג זייער אסאך, אבער אויך אויב מען קען נישט לערנען יעדן טאג אסאך זאל מען כאטש לערנען אביסל יעדן טאג, אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי אז ענדערש זאל מען לערנען מער אן פארשטיין, ווי איידער לערנען ווייניגער אבער טיף, דער רבי זאגט אז ווען א מענטש לערנט נאר אויב ער פארשטייט וועט ער צום סוף אלעס אפלאזן, און עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, ער וועט איבערלאזן די וועלט אן עם הארץ אן קיין תורה. דערפאר זאל מען זיך צוגעוואוינען צו "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה, און אויב מען פארשטייט איז גוט, און אויב נישט איז אויך גוט, ווייל אויב מען לערנט שנעל וועט מען זוכה זיין צו קענען לערנען די תורה נאכאמאל און נאכאמאל, און וואס מען האט נישט פארשטאנען ביים ערשטן מאל וועט מען פארשטיין ביים צווייטן מאל אדער ביים דריטן מאל, און אויב מען וועט עס דעמאלטס אויך נישט פארשטיין איז אויך גארנישט, ווייל וואס א מענטש האט זוכה געווען צו לערנען אויף דער וועלט, וועט מען אים שוין מסביר זיין אויף יענע וועלט, און דארט וועט ער שוין אלעס פארשטיין. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט חזרן די שיחה (שיחת הר"ן סימן ע"ו) כסדר, כמעט ביי יעדע שמועס (אדער גאר ממש ביי יעדע שמועס) פלעגט מוהרא"ש דערמאנען דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין וואס זאגט אז זאגן די ווערטער פון תורה הייסט געלערענט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע מתנה פון הייליגן רבין דער סדר דרך הלימוד, וואס אן דעם וואלטן מיר געלערענט אסאך ווייניגער תורה, ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין, א מענטש האט א ווייב און קינדער, א מענטש פילט זיך אמאל בעסער און אמאל נישט, ער דארף ברענגען פרנסה, גיין צום דאקטאר, באצאלן בילס, גיין צו שמחות און אזוי ווייטער, וויאזוי וואלטן מיר זיך געקענט צוקלעבן צו די תורה אויב מען לערנט נאר ווען מען האט א חברותא, א קאפ, און געדולד? &nbsp; דערפאר וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן די געלעגענהייט און נישט קיין חילוק וואס איז געווען נעכטן, וועט מען היינט אנהייבן תלמוד ירושלמי שבת דף א און בעטן דעם אויבערשטן מען זאל קענען לערנען יעדן טאג און מיט דעם ווערן צוגעקלעבט צו די הייליגע תורה.

    < זעה מער ב טבת תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב בלעטל גרייכט צוויי הונדערט אויסגאבעס

    איך האף אז מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר אונזערע ליינער דעם קרית ברסלב בלעטל, וואס עס שטעלט מיט זיך פאר, און וואס דאס איז. אלע משפחות פון אנשי שלומינו ליינען דורך די פילע אינהאלטספולע בלעטער יעדע וואך, און מען ברענגט עס אהיים רואיג וויסענדיג אז דא וועט מען ליינען ערליכע מאטריאל וואס וועט נאר ברענגען יראת שמים, מידות טובות, אמונת חכמים, תמימות, און אריינלייגן די פילע עצות פון הייליגן רבין אויף א געשמאקע אופן. &nbsp; בראש פונעם אויסגאבע שטייט דער געטרייער רעדאקטאר הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אוועק בלב ונפש יעדע וואך לאנגע שעות און טעג, און מאכט זיכער אז אנשי שלומינו זאל האבן ערליכע געשמאקע ליין מאטריאל ואתו עמו די רעדאקציע, שרייבער און גראפיקער כל אחד בשמו הטוב יבורך. &nbsp; לכבוד די צוויי הונדערטסטע אויסגאבע האט אריינגעלייגט די וואך א ספעציעלע פראיעקט געשריבן דורכן בארימטן שרייבער ר' ישראל דוד העסקעל ני"ו, וואס וועט מהנה זיין דעם עולם, ווי מען וועט קענען זען אין די יעצטיגע אויסגאבע. אנשי שלומינו האבן זייער הנאה צו ליינען די פילע אפטיילונגען, אנגעהויבן פון די "וועלטליכע נייעס" געשריבן דורך ר' גרשון קרעמער וואס ברענגט ארויס כסדר פילע אינטערסאטנע אנעקדאטן פון די וועלט און וואס עס מיינט פאר אונז. דערנאך קומט די נייעס פון היכל הקודש וואס האלט אנשי שלומינו אינפארמירט איבער די פילע נייעסן און אפדעיטס וואס טוט זיך איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; דערנאך קומט די גאר געשמאקע "מעשיות פון תפלה" קאלום וואס איז לעבנסוויכטיג זיך צו דערמאנען כסדר ווער עס פירט די וועלט און וועם מען דארף בעטן און ווער עס קען העלפן, ווען מען זעט יעדע וואך עטליכע געקליבענע מעשיות מיט נעמען וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן ווען מען האט אים געבעטן. &nbsp; נאכדעם איז דא וועכעטליך א קורצע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס דערמאנט אונז מיר זאלן נישט פארעסן וואס אונזער ציל אויף דער וועלט און איז און געבט געשמאקע ווירקזאמע עצות אויפן לעבן. אויף די זייט דערפון איז דא א "שיחה פון ראש ישיבה שליט"א", א קורצע שמועס איבער א נושא, וואס ווערט שוין אויסגעשמועסט די בליק פון די תורה אויף אן ענין. &nbsp; נאכדעם איז דא די פרישע קאלום איבער אלץ און אלעמען דורך ר' גרשון קרעמער, וואס שרייבט איבער פארשידענע אינטערסאנטע ענינים וואונדער פונעם באשעפערס וועלט, און וואס דאס קען אונז לערנען טאג טעגליך. &nbsp; יעדע וואך באלעקן זיך אנשי שלומינו די פינגער מיט די הומאריסטישע און געשמאקע ארטיקל פון ר' משה ארי' שניטצלער וואס טראגט אונז אויף א רייד יעדע וואך ערגעץ אנדערש, צו אויף די הרי החושך, אדער גאר צו עפעס א מאשקע אין קרעטשמע, פון וועלכע מען קומט ארויס מיט א שיינע מוסר השכל אנצוהויבן פריש לערנען און דאווענען, יעדע וואך אויף א פרישע וועג. &nbsp; די קאלום פון "א מעשה פון א צדיק" קען מען זיכער נישט אויסלאזן, דארט ברענגט מען א שיינע מעשה פון א צדיק וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, אויף א וועג וואס מען קען זיך דערפון עפעס לערנען אז אויך מיר זאלן קענען ווערן ערליכע אידן. &nbsp; דערנאך קומט די "לענבסגעשיכטע פון הייליגן רבי'ן" אין פארזעצונגען, ווי עס ווערט געשילדערט אויף גאר א דראמאטישע וועג די פילע מיטמאכענישן פון הייליגן רבין ווי ער האט זיך געפלאגט און געאקערט אלעס כדי מיר זאלן קענען הערן זיינע הייליגע ווערטער און נאנט ווערן צום אויבערשטן. &nbsp; פון דארט פארט מען קיין לאנדאן הבירה צום געשמאקן שריפטשטעלער ר' ישראל דוד העסקעל, וואס פירט אונז אריין אין אן אנדערע וועלט, און טיילט אונז מיט א שמועס אדער עפיזאד אויף א הומאריסטישע וועג וואס מען נעמט מיט טאג טעגליך צו קענען זיין אן ערליכע איד, און זיך נישט לאזן פאלן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז נאר צוברעכן. &nbsp; דערנאך קומט די הויכפונקט, "א סעודה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א", ווי עס ווערט יעדע וואך אראפ געלייגט די געשמאקע סעודות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי ער געבט זיך אפ מיט זיין שטוב, ער רעדט שיין צו זיין ווייב און קינדער, מאכט זיי פרייליך. אנשי שלומינו ליינען עס מיט דורשט און בעטן דעם אויבערשטן אז אויך זיי זאלן קענען פירן א שיינע סעודה און קענען פרייליך מאכן אין שטוב. &nbsp; דערנאך קומט די פרויען אפטיילונג מיט פילע ארטיקלען פאר די חשובע פרויען און מיידלעך, קודם קומט א פאכמאנישע פאום געשריבן דורך מרת מ. פורסט תחי' וועלכע ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע ענין אויף א שיינע וועג, און דערנאך קומט די הערליכע ארטיקל "פאר די ברסלבע שטוב" געשריבן דורך מרת מ. פאפענהיים תחי' פון ירושלים עיה"ק וועלכע שרייבט גאר שיינע זאכן פאר די פרויען וועלכע קענען קוים ווארטן צו ליינען די געשמאקע ארטיקל יעדע וואך. &nbsp; דערנאך קומט די "מעשיות פון תפלה" פאר די פרויען ווי די פרויען פון אנשי שלומינו לייגן אריין זייערע מעשיות ווי זיי האבן געבעטן דעם אויבערשטן און דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן, און זענען מקיים דעם "בתוך רבים אהללנו" און דאנקען דעם אויבערשטן אויף זיינע חסדים דורך די שפאלטענעס פונעם אויסגאבע. &nbsp; יעצט קומען די קלענערע צו גיין, עס קומען אן פילע בלעטער פאר די קינדער, חידות, קעסטל רעטענישן, וועגן, ספר המדות פאר קינדער, שיחות פון רבין פאר קינדער, טרעף חילוקים, עצתו אמונה רעטעניש. און דערנאך טרעפן זיך די קלענערע קינדער אין די בילדער, ווי גרויס איז די שמחה פון א קינד וואס טרעפט זיך מיט זיין קליקס אדער לעגא וואס ער האט צוזאם געשטעלט א שיינע פארק, אדער פרעה'ס חלום. און מעשיות פון תפילה פאר קינדער מיט די שיינע בילדער וואס באקט אין די יוגענט פון די וויגעלע אז יא עס איז דא א באשעפער, און ער פירט אלעס, גרויסע זאכן און אויך קליינע זאכן און אלעס אינצווישן, און דו קענסט אים בעטן אלעס, אויך אז דו זאסלט האבן א גוטע ריסעס, און אויך אז דיין בובו זאל זיך אויסהיילן. און דאס וועט ער מיטנעמען מיט זיך אויף א גאנצע לעבן, אז ווען עפעס וועט אים זיין שווער אויפן הארץ וועט ער וויסן צו וועם זיך צו ווענדן. &nbsp; צום סוף קומט וועכענטליך די בילדער אפטיילונג, ווי מען קען זען שיינע בילדער פון אנשי שלומינו איבער די וועלט, וואס טוט זיך ביים ראש ישיבה, שמחות ביי אנשי שלומינו, פארברענגען און מסיבות, ווי עס בויען זיך בנינים און אזוי ווייטער. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען מזכה זיין את הרבים מיט ערליכע ליין מאטריאל, און אז עס זאל ארויסקומען נאר א כבוד שמים פון אלע בלעטער און ארטיקלען.

    < זעה מער א טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע באזוך פון סעלישער רב פון קרית יואל אין שטעטל

    אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב פאר'ן רב הרה"ג ר' חיים קלמן קליין שליט"א, פארן שטיין שטענדיג צוהילף ווי אימער ער האט געקענט, צוערשט מיט'ן ערלויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן צו נוצן זיין בעיסמענט שבת קודש און ווען מען האט געדארפט פארן געברויך פון די עזרת נשים וכדומה, און די לעצטע יארן ווען די חדר האט זיך אויסגעברייטערט, האט ער געגעבן רשות בחפץ לב אז איינע פון די חדרים זאלן זיך אריינצוען אין זיין גרויסן צימער וואס געהערט צו אים, דאס אלעס האט דער רב געטון בסבר פנים יפות, און קיין שום פאמפע בלי שום תשלום גמול. די אלע זכותים וואס קומען ארויס פונעם בית המדרש, די תפילות פון אידישע קינדער פון די נשים צדקניות, און בפרט די ריינע תורה ותפילה פון די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא וועט אלעס גיין אויפן קאנטע פונעם חשובן רב שליט"א, און דער אויבערשטער וועט אים עס זיכער באצאלן מיט רב נחת דקדושה און אלעס וואס ער דארף. &nbsp; דער רב שליט"א איז וואויל באקאנט פאר פילע קהילות דאהי אין אמעריקע, ווי דער רב שטייט צוהילף, בפרט ווען עס קומט צו מקוואות, איז דער רב שליט"א דער יחיד מומחה וואס צענדליגע קהילות האבן שוין נהנה געווען פונעם רב בעצה ותושיה, זייענדיג אויסגעקאכט אין די הלכות דורך און דורך, אזוי אויך האט ער צענדליגע יארן אומפארגלייכבארע עקספיריענס אין פראקטיק אין דעם נושא, וואס דער רב קומט אראפ און העלפט בויען טהרה ביי אידישע קינדער. אויך דא אין היכל הקודש האט שוין גאר אסאך געהאלפן, צו ערשט ביים ערשטן מקוה טהרה אין בית המדרש עצתו אמונה ביי הר"ר יואל שניטצלער, ווי ער האט געהאלפן אויפשטעלן און בויען די מקוה טהרה אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן און פראקטיש צו בעסטן אופן, דער רב האט זיך פארבינדן מיט וויזניצער דיין שליט"א פון גיבערס און מיט הרה"ג ר' איטשע טריגער שליט"א זאלן פרעזענליך אראפקומען און באגלייטן די ארבעט אז אלעס זאל זיין געבויט מיט אלע חומרות און הידורים פון בור על גבי בור, און בור דברי חיים און אזוי ווייטער. &nbsp; די זעלבע האט זיך אויסגעשטעלט ביים מקוה טהרה וואס מען האט געבויעט אויף האשקי, איז דער רב שליט"א געשטאנען צו די קהילה צו די רעטכע האנט און ארויסגעהאלפן מיט אלעם וואס עס האט אויסגעפעלט, און אלעס איז געווען בלי שום תשלום גמול. &nbsp; און בפרט לעצטענס ווען די שטעטל האט זיך אויסעשפרייט צו די פרישע געגענט אינעם ווילעדזש, האט ער געהאלפן און צושטאנד געברענגט אז די קהלה זאל באקומען דארט די בעלות אויף די ביז יעצטיגע מקוה טהרה וואס פלעגט גענוצט ווערן דורך די טויזנטער זומער איינוואוינער במשך די זומער, און יעצט איז עס מיט זיין הילף אריבער צו די קהלה, ווי עס וועט גענוצט ווערן במשך דעם גאנצן יאר בעזרת השם יתברך. אזוי אויך האט ער געשאפן א נדבן וואס האט אויסגעצאלט דאס גראבן פרישע קוועלער ביי די אלע מקוואות וואס מען האט געבויעט כדי די מקוואות זאלן זיין דאס מערסטע מהודר וואס איז שייך. &nbsp; יעצט איז דער רב אראפ געקומען אין שטעטל כדי איבערצוגיין מיטן דיין שליט"א אלע פראקטישע און הלכהדיגע ענינים פון די מקוואות, און זען מיט די אייגענע אויגן וויאזוי זאכן האבן זיך אויסגעארבעט און וויאזוי עס ווערט געפירט למעשה. &nbsp; דער רב איז קודם אנגעקומען אין בית המדרש אויף האשקי וואו די כולל זיצט און לערנט בהתמדה, און איז געגאנגען מיטן דיין אינאיינעם זען די מקוה טהרה אויף האשקי, זיי זענען דורכגעגאנגען אלע פרטים און פרטי פרטים פון די מקוה. דער רב שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט מיט גרויס התפעלות ווי גוט שיין פראקטיש און מהודר די מקוה איז אהערגעשטעלט געווארן. &nbsp; דערנאך איז מען אינאיינעם אריבערגעגאנגען צום בית המדרש אשר בנחל, ווי מען האט באזוכט די שול און די מקוה וואס מ'האט נארוואס געענדיגט בויען, און מען איז דורכגעגאגען מיטן דיין שליט"א וויאזוי צו מסדר זיין די בעסטע וועג מ'זאל קענען האבן מי גשמים. פון דארט איז מען אריבער צום געגאנגען צום בית המדרש עצתו אמונה, צו באטראכט די שול און די מקוה טהרה. &nbsp; דערנאך האט דער רב געכאפט א בליק אין די ישיבה קטנה, ווי ער האט זיך אומגעקוט ווי די בחורים לערנען פלייסיג, פון וואס דער רב האט זייער הנאה געהאט. &nbsp; דערנאך איז מען אריבער צו די נייע מקוה טהרה אין די ווילידזש וואס דער רב האט געהאלפן שאפן פאר די קהלה, ווי מען איז דורכגעגאנגען מיטן דיין וויאזוי אלעס איז דארט אהערגעשלטעט, און מען איז דורך אלע פרטים וויאזוי מען דארף זיך אומגיין דערמיט. &nbsp; פון דארט האט מען געמאכט א קורצע באזוך אין די מצה בעקעריי, איינע פון די פילע מקצועות אויף וואס דער האט אסאך ערפארונג, זייענדיג עוסק אין פירן א מצה בעקעריי שוין פאר לאנגע יארן. דער רב האט אלעס באטראכט, און געזאגט אז ער האט זייער הנאה צו זען ווי גוט אלעס איז אוועק געשטעלט, אז עס זאל זיין דאס בעסטע סיי הלכה'דיג און סיי פראקטיש. &nbsp; דער רב האט ארויסגענומען פארן דיין א נייע סארט וועלגערער וואס איז לעצטענס ערפינדן געווארן געמאכט פון מארמארשטיין, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינע תורה'דיגע שמועס איבער די פילע פרטי הלכות פון באקן מצות, מען האט דורכגעשמוסט די מעלות פון ביידע סארט וועלגערערס, און די צדדים לכאן ולכאן וועלכע מען זאל ענדערש נוצן, צי מ'זאל בלייבן ביים ביז יעצטיגן סיסטעם וואס האט זיך זיינע מעלות, אדער איז ענדערש מ'זאל עס איינטוישן צום נייעם סארט וואס איז געמאכט פון שטיין וואס האט פילע מעלות להלכה. צום ביישפיל עס איז גרינג צו וואשן, עס וועגט עס מער און דערפאר איז גרינגער צו וועלגערן דערמיט, אויך וויבאלד עס איז שטיין בלייבט עס קאלט - א שטארקע מעלה להלכה. &nbsp; די באזוך פונעם רב איז געווען א געוואלדיגע תועלת פאר די פילע מקוואות און אנדערע פראיעקטן וואס די קהלה האלט אינמיטן בויען.

    < זעה מער כט כסלו תשפ"ד 📝
  • געהויבענע שבת חנוכה אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דער הערליכער שבת אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איז געווען א פארגעניגן פון די ערשטע מינוט ביז די לעצטע מינוט, די שטעטל האט געלעבט אין א יום טוב'דיגע שטימונג, עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, מיר וועלן פרובירן בלויז אראפצולייגן די כראנאלאגישע סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען פון אנהייב ביזן סוף. &nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין שטעטל מיטוואך ביינאכט פרשת וישב, די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט אינדערפרי צו א סופרייז, "דער ראש ישיבה געפונט זיך שוין אין שטעטל", און אפילו מען זעט נישט דעם ראש ישיבה יעדע מינוט, שפירט זיך אבער אין שטעטל אַן אנדערע לופט אַן אנדערע אטמאספער, א רואיגקייט לאזט זיך אראפ, מען שפירט עפעס אזא קלארע אמונה לופט וואס קומט מיט ווען דער ראש ישיבה קומט אין שטעטל. &nbsp; &nbsp; דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה באזוכט אין ישיבה, און געדאווענט צוזאמען א ווארימע געשמאקע דאווענען. אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט אין די מוסד און גערעדט צו די קינדער וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן מיט מידות טובות און דרך ארץ. אויך האט דער ראש ישיבה געברענגט מען זאל אויסטיילן שיינע גרויסע תהילים'ס פאר די תלמידות פון בית פיגא בייגעלייגט מיט א בריוו. &nbsp; אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין בית הדפוס זיך אומקוקן אויף די הייליגע ארבעט וואס קומט דארט פאר, ווי מען דרוקט יעדן טאג נאך און נאך ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן אויך וויסן די סוד וויאזוי מען קען האבן א שיינע פרייליכע לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף דער וועלט. &nbsp; ביינאכט נאכן צינדן דעם ערשטן לעכטל איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן ליל ששי שיעור אין בית המדרש הגדול, דער ראש ישיבה האט שטארק ארומגערעדט פון נישט שרייען אינדערהיים, נאר זיך אויפפירן מיט א דרך ארץ אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.&nbsp; &nbsp; שפעט דאנערשטאג זענען די בחורים ארויסגעקומען אין שטעטל צו זיך אויפהאלטן אויף שבת חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.&nbsp; &nbsp; און אזוי איז מען אריין אינעם לעכטיגן שבת מברכים ראש חודש טבת, די וועטער אינדרויסן איז געווען גאר געשמאק ברוך השם, צוליב וואס געוויסע האבן געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שיינע וועטערס. דער ראש ישיבה האט געדאווענט אלע תפילות אין האשקי שול, קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אנגעווארעמט יעדנ'ס הארץ, די סעודה האט דער ראש ישיבה געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש. פאר די סעודה האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט די בחורים א לאנגע צייט צוליב דעם וואס די משפחה איז נאכנישט געווען גרייט צו אנהייבן די סעודה, און דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מען קען נישט שרייען אינדערהיים ווען מען איז נאכנישט גרייט, מען דארף זיך רעכענען מיט יענעם, ובפרט ווען ביי א מאן נעמט שנעלער זיך צו מאכן גרייט.&nbsp; &nbsp; נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען זינגען צוזאמען זמירות שבת, אויך איז געווען די שלום זכר ביי האברך מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים די דריי צייטן פון די יאר, שבת חנוכה, שבועות און ראש השנה, דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון קומען צום הייליגן רבי'ן ראש השנה וואס דאס גייט אן אפילו נאכן רבינ'ס פטירה. &nbsp; דערנאך האט מען נאך אביסל געזינגען און דער ראש ישיבה האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן פארוואס מען קומט צום רבי'ן שבת חנוכה, ווייל דעמאלט לערנט דער רבי אויס צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט, ס'איז דא מענטשן וואס ווען מען זאגט זיי דאנק דעם אייבערשטן אז דו קענסט זען, דו קענסט גיין, דו קענסט שמעקן, זאגט ער "יעדער קען זען, גיין, שמעקן און אזוי ווייטער", אבער דער אמת איז אז דאס איז נישט אמת, דער ראש ישיבה האט פארציילט מעשיות פון מענטשן וואס קענען נעבעך נישט זען, זיי קענען נישט שמעקן, זיי קענען נעבעך נישט גיין דער אייבערשטער זאל אפהיטן, א איד דארף זיך צוגעוואוינען דאנקען אויף יעדע זאך וואס מען האט יא. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט בשעת די קאראנע האט א איד געדארפט האבן א מאשין צו אטעמען, דער דאקטער האט אים געשיקט עפעס א ריזן ביל צו באצאלן, און ווען דער איד האט דאס געזען האט ער אנגעהויבן וויינען און זיך אנגערופן "וויפיל בין איך שולדיג דעם אייבערשטן וואס געבט מיר צו אטעמען יעדע מינוט פון ווען איך בין געבוירן ביז היינט". &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אים אז ער איז אנגעקומען צו מוהרא"ש, ווייל ער האט געהאט א בילד אין קאפ אז צו זיין א ערליכער איד דארף מען פאסטן, נישט שלאפן אין קיין בעט און אזוי ווייטער, אבער פון ווען ער האט באקומען דעם קליינעם ספר אשר בנחל האט זיך אין געעפענט א נייע וועלט, ער האט געזען אז מען קען עסן און שלאפן, אבער טו עס מיטן אייבערשטן. &nbsp; אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די סידור עת רצון די שטיקל פון מן המיצר וואס מוהרא"ש שרייבט אזוי שיין וויאזוי א מענטש דארף זיך דערהאלטן אין די שווערסטע מצבים וואס ער גייט נאר אדורך, און ווען ער האט יסורים זאל ער וויסן אז דאס קומט פונעם אייבערשטן, ער שיקט דאס פארן מענטש אים צו אויפוועקן פון שלאף.&nbsp; &nbsp; צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, און געדאווענט א ווארימע הלל וואס האט יעדן אנגעווארעמט דאס הארץ, אויך האט דער ראש ישיבה געליינט גאר ווארעם און געשמאק, און דערנאך געבענטש ראש חודש. &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה פארציילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פון א רב בישראל וואס האט אכט און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט אין עולם התוהו רחמנא לצלן, האט דער רבי אויסגעפירט ווער עס וועט קומען צו מיר ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט ווערן ניצול פון דעם, מוהרא"ש איז מסביר, פארוואס פונקט די דריי צייטן? ווייל ראש השנה געט דער הייליגער רבי אריין א קלארע אמונה אינעם מענטש און מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן, שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, און שבועות די מתנה פון לערנען תורה אויפ'ן געשמאקן וועג וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מען דארף נישט פארשטיין ביים לערנען, נאר מען זאגט די ווערטער, וואס דורך דעם איז מען זוכה צו אדורכגיין כל התורה כולה. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה נאכאמאל גערעדט פון דאנקען דעם אייבערשטן, "וואס איז דער גאנצער מענטש? אין איין מינוט קען די מענטש אויפהערן אטעמען חס ושלום, א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו דאנקן דעם אייבערשטן, נאכדעם קען מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף".&nbsp; &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט חיי מוהר"ן סימן פה די מעשה וואס דער רבי האט פארציילט חנוכה פון א גאסט וואס איז געקומען צו א בעל הבית און אים געוויזן וויאזוי מען קען לעבן דא אויף דער וועלט און זיין אין די זעלבע צייט דבוק צום אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען פירט זיך ביי אנשי שלומינו דאס צו פארציילן שבת חנוכה, מען קען אין דעם זאגן אסאך פשטים, אבער איך זאג דאס וויאזוי איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו זיך צו מאכן א שיעור אין ספר "ליקוטי מוהר"ן", וואס דאס וועקט אויף א מענטש פון שלאף און מאכט דעם מענטש רעדן צום אייבערשטן, ובפרט אז מען מאכט זיך א שיעור אין ספר "אשר בנחל" די בריוון פון מוהרא"ש, מאכט עס גלייך דער מענטש גיין אין בית המדרש דאווענען, אנטון תפילין און אזוי ווייטער. &nbsp; שפעטער האט דער ראש ישיבה געצינדן די גרויסע מנורה אין שול, דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל ווארטן אויף אלע קינדער, זיי זאלן מיטהאלטן וויאזוי מען צינדט די מנורה. &nbsp; זונטאג האט דער ראש ישיבה אויסגעניצט אריבער צו גיין אין די מוסד און רעדן צו די קינדער אין חדר הערן פון זיי וואס זיי לערנען און אזוי ווייטער. &nbsp; &nbsp; דער שבת וועט זיכער געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט און מען וועט מיטנעמען די לימודים מיט זיך איבעראל וואו מען געפינט זיך נאר. &nbsp;

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ד 📝
  • זעכציג יאר פון התחלת כתיבת ספר הקדוש אשר בנחל

    היינט כ"ד כסלו ערב חנוכה ווערט גאנצע זעכציג יאר פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט אנגעהויבן באלייכטן די וועלט מיט זיינע הייליגע בריוון וואס איז געדרוקט געווארן דערפון די צוויי הונדערט צוויי און זיבעציג בענדער אשר בנחל, וואס אנטהאטלן בערך 100,000 בריוו וואס איז געבויט אויף די עצות און ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק און מעודד צענדליגע טוינזטער אידן איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; מוהרא"ש (אין ספר שיחת מוהרא"ש) דערציילט א פלא'דיגע מעשה וויאזוי דאס שרייבן די היילגע ספרים האבן זיך אנגעהויבן, אין די טעג פאר חנוכה תשכ"ד האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען בחורים ארום מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען, און גערעדט מיט זיי די עצות פון הייליגן רבין, די בחורים האבן דאן געלערענט אין א געוויסע ישיבה, און דער ראש ישיבה דארט האט זיי אנגעהויבן צו מאכן ענג, און די בחורים האבן אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פאר מוהרא"ש ווי זיי האבן זיך אויסגערעדט אלעס וואס עס גייט זיי דורך, מוהרא"ש איז נאך דאן געווען זייער אינג, און כאטש ער האט שוין דאן געקענט אויסענווייניג אלע ספרים פון הייליגן רבין, אזוי אויך האט ער געקענט די פילע ספרי האריז"ל זי"ע, מוהרא"ש האט אסאך געלערענט גמרא פוסקים מדרשים ספרי חסידות און אזוי ווייטער, אבער ער האט זיך נישט געשפירט באקוועם מיט דעם אז מענטשן קומען זיך אויסרעדן צו אים, ווי זיי פאלן נעבעך דורך, ווי דער סמ"ך מ"ם ווארפט זיי אראפ, דערפאר האט ער נישט געוואלט ענפטערן די אלע בריוו, ער האט געשפירט אז דאס איז זייער א גרויסע אחריות. &nbsp; מוהרא"ש האט דאן נאכגעזאגט פון הייליגן רבי נתן זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט אזוי: "צו רעדן צו מענטשן, און אים געבן עצות, דאס איז די גרעסטע אחריות, ווייל אפשר וועל איך אים געבן התחזקות, אבער ער דארף יעצט הערן התעוררות, אדער פארקערט, איך וועל אים זאגן מוסר, אבער ער דארף יעצט הערן התחזקות, און דערמיט קען איך אים צוברעכן". &nbsp; דערפאר האט מוהרא"ש זייער שטארק נישט געוואלט אריינגיין דערין, אבער נאכדעם וואס פילע טייערע בחורים זענען געקומען צו אים אהיים, און אויך האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן בריוון מיט זייערע פראבלעמען, האט ער דאן איין טאג אסאך געוויינט צום אויבערשטן שעות ארוכות, און געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס צו טון, וואס ער זאל שרייבן, און וואס צו ענטפערן, אזוי האט זיך מוהרא"ש געלייגט שלאפן וויינענדיג אינמיטן התבודדות. &nbsp; ווען ער איז איינגעשלאפן האט מוהרא"ש געזען דעם הייליגן רבין אין חלום ווי דער רבי שפאצירט מיטן הייליגן רבי נתן, און זיי ביידע קומען צו אים, ער איז געשטאנען אויף זיין פלאץ און האט געקוקט אויף זיי ווי זיי ווערן נענטער, דער רבי האט גערעדט מיט רבי נתן א טיפע זאך (אזוי האט מוהרא"ש פארציילט, אז ער האט געזען לויט די באוועגונגען פון רבי נתן ווי ער קוקט אויפן רבין, און ער שטרענגט זיך אן צו פארשטיין יעדע ווארט, ווי איינער וואס הערט אויס א קאמפליצירטע זאך) און אזוי זענען זיי געגאנגען צוזאמען, דער רבי רעדט, און רבי נתן הערט אויס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די פלאץ ווי מוהרא"ש איז געשטאנען, און דאן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געשמייכעלט צו אים, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבין און אים געזאגט פארשידענע זאכן, און אויך איבער דעם וואס די בחורים ווילן פון אים, און ער האט געווייינט צום רבין, "וואס זאל איך טון? וואס זאל איך זיי ענטפערן?" דאס אלעס האט מוהרא"ש אריינגעזאגט שטילערהייט אין די אויערן פון הייליגן רבין אז רבי נתן זאל נישט הערן, ווייל ער האט געזען ווי רבי נתן בייזערט זיך, און האט אים געוויזן א פנים ווי איינערוואס פרעגט פארוואס האקסטו מיר אריין אינמיטן דער רבי רעדט צו מיר. &nbsp; אבער מוהרא"ש האט נישט געקוקט דערויף, נאר גערעדט צום רבין און אים אלעס פארציילט, און דער רבי האט געשמייכעלט צום צו אים און אים געזאגט בזה הלשון ""שרייב מיין קינד שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינס אין מיין תורה, איך וועל זיין מיט דיר", און דערנאך זענען זיי געגאנגען ווייטער. &nbsp; מוהרא"ש איז געבליבן אויף זיין פלאץ און געקוקט ווי זיי גייען אוועק, דער רבי רעדט און רבי נתן קוקט אויפן רעגן און הערט זיך צו, אזוי איז מוהרא"ש געשטאנען ביז מען האט זיי שוין מער נישט געזען. דאס איז געווען אין א פעלד, און דערנאך האט מוהרא"ש זיך גענומען רעדן צום אויבערשטן, און אינמיטן התבודדות האט מוהרא"ש געזען פלוצלינג ווי איינער קומט צו לויפן פון דערווייטענס פונעם ריכטונג ווי דער רבי און רבי נתן זענען געגאנגען, און ער לויפט צו צו מוהרא"ש מיט א געוואלדיגע שמחה ביז ער איז אנגעקומען צו אים און אים געגעבן די הענט "שלום עליכם", און אים געזאגט "יעצט ווייס איך ווער דו ביסט, און האט אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע, און אים געקושט אין די שטערן און האט אים געזאגט "האב נישט מורא, איך וועל זיין מיט דיר שטענדיג, און אין אלע דיינע חידושים וועל איך שטענדיג זיין מיט דיר", און דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן אליינס. &nbsp; און טאקע פון דעם ערב חנוכה תשכ"ד, האט מוהרא"ש זי"ע אנגעהויבן צו שרייבן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זינט דאן האט מוהרא"ש פאר פופציג יאר בלי הפסק געשריבן אן א שיעור ספרים און בריוון, וואס איז בכח אריינצוגעבן כח אין יעדן איד אין יעדן מצב באשר הוא שם, און האט שוין צוריק געברענגט אן א שיעור אידישע קינדער צום אויבערשטן.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ד 📝
  • איד פון ארץ ישראל באפרייט פון וויניצע תפיסה ב"ה

    אידן איבער די וועלט דאנקען דעם אויבערשטן אז א ברסלב'ע חסיד א טאטע פון צוויי קינדער איז באפרייט געווארן פון תפיסה אין אוקריינא און איז אהיים געפארן קיין ארץ ישראל גענצליך ריין פון שולד. &nbsp; די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן פארגאנגענעם חודש אלול ווען ער איז געפארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, און האט געוואלט אויסנוצן די געלעגענהייט צו פארן צו קברי צדיקים צום הייליגן רבי נתן און צום בעל שם טוב זי"ע אין מעזיבוז, און פארענדיג אין א קאר האט פאסירט אן עקסידענט ל"ע ווי אן אוקרייניש מיידל איז רח"ל אומגעקומען. אויפן פלאץ האבן די אויטאריטעטן איינגעשפארט אלע וואס זענען געווען אין די קאר, אבער ב"ה נאך עטליכע טעג האבן זיי אלעמען באפרייט אויסער דעם דרייווער וועלכע זיי האבן געהאלטן אין הויז ארעסט, ווי דער חשובער חב"ד שליח אין וויניצע האט אריינגענומען דעם אינגערמאן צו זיך אהיים פאר די אלע חדשים ביז יעצט ווען זיין געריכט פראצעדור האט זיך געענדיגט, און יעצט געלויבט דעם אויבערשטן איז אנגעקומען די גוטע בשורה אז דער חשובער אינגערמאן איז געווארן פריי און איז שוין אינדערהיים. &nbsp; די באפרייאונג האט פאסירט דוקא אין דעם מסוגל'דיגע טאג כ"א כסלו, דער זעלבער טאג וואס דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע איז באפרייט געווארן פון די נאצישע נעגל. אזוי אויך האט דער טאג כ"א כסלו א ספעציעלע באדייט ביי די היימישע אידן אנשי שלומינו וואס רעדן אידיש, וואס אין דעם טאג כ"א כסלו תש"ע האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן די אידישע בריוו פון אשר בנחל ספעציעל פאר די תלמידים פון אמעריקע. &nbsp; עס האט אמאל פאסירט איינער האט פארלוירן געלט, און יענער איז געקומען צום הייליגן רבי'ן ער זאל אים מחזק זיין האט דער רבי געפרעגט "פארוואס געבסטו נישט אכטונג?, א איד פלאגט זיך אויף דאס געלט דארף מען אכטונג געבן דערויף". פון דעם זעט מען אז כאטש מ'דארף מחזק זיין יעדן איד, דארף מען אבער נוצן יעדע זאך זיך לערנען דערפון. &nbsp; כאטש דער דרייווער האט באמת געדרייווט פארזיכטיג, און עס איז באמת גארנישט געווען וואס ער וואלט געקענט טון עס צו פארמיידן, קען מען אבער אויסנוצן דעם געלעגענהייט זיך אויפצופרישן און זיך דערמאנען וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן איבער דרייוון אז א קאר איז ווי א גאן, און מ'דארף זייער נזהר זיין אפצוהיטן די לאקאלע געזעצן פון דרייוון, נישט פאר שנעל, און נישט אריבערפארן ביי א רויט לייט, און בכלל זיין רואיג און נאכגעביג ווען מען פירט א קאר, און חלילה נישט דרייווען ווען מען איז מיד. &nbsp; אויך איז כדי צו וויסן אז יעדע לאנד האט זיך זיינע געזעצן, און קוקן אן אנדערש יעדע זאך, און אפילו מען טראכט אז מען קען זיך שפארן עטליכע דאלער ווען מען דרייווט אליינס, אבער פון דא זעט מען אז די געשעפט האט זיך בכלל נישט געלוינט, ווייל צום סוף האט עס נעבעך געקאסט דעם אומשולדיגן אינגערמאן צענדליגע טויזנעט דאלער, ער איז נעבעך געווען אפוועזענט פונדערהיים פאר אזוי לאנג.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ד 📝
  • אוויאציע און פליגערס

    אונזער באקאנטער ר' יעקב וועמען מיר האבן שוין קענען געלערנט פאריגע וואך שפאצירט צווישן די ביימער - ווי ער טוט כסדר - און דאנקט דעם אויבערשטן אויף זיינע פילע חסדים וואס ער טוט מיט אים יעדן טאג און יעדע מינוט, ער גייט דורך די אל"ף בי"ת, כדי דאס זאל אים ארויסהעלפן אין זיין התבודדות מיסיע, א' אומאן, "שכח אייבישטער אז איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אין אומאן", ב' באשעפער, "שכח אייבישטער אז איך ווייס פון דיר באשעפער דו האסט מיר באשאפן אין א משפחה וואס ווייסט פון דיר." און אזוי ווייטער. &nbsp; די גראז און ביימער העלפן אים ארויס מיט זיין שפאציר און שמועס מיטן אויבערשטן, ווען פון אלע זייטן טשוויטשקען זיך אזוי זיס די פייגעלעך, ווען אויך זיי זינגען שירה צום אויבערשטן, בשעת זיי פליען אזוי פריי צווישן די ביימער און גראז. &nbsp; יעקל באטראכט די פייגעלעך, און קוקט זיך צו ווי זיי פליען אזוי גרינג מיט בלויז א שאקל פון די פליגלען, "וויאזוי פליען זיך די פייגלעך אזוי גרינג?", ער כאפט זיך אז אייגענטליך האט דער אויבערשטער אריינגעגעבן חכמה אין די מענטשן מען זאל קענען נאכמאכן די פייגלעך, היינט צו טאגס זענען פארהאן א געשאצטע פינף און צוואנציג טויזענט פליגערס אין באנוצליכע צושטאנד, און יעדע מינוט געפינען זיך א געשאצטע צען טויזענט פליגערס אנגעפילט מיט פאסאנזשירן אין די לופט. &nbsp; טראכטענדיג פון די פליגערס איז די וואונדער אסאך גרעסער: א באואינג 747 פליגער וועגט היבש איבער 400,000 פונט (בערך 200,000 קילאגראם) און ווען עס איז אנגעפילט וועגט עס אן עוורידזש גאנץ נאנט צו א מיליאן פונט (איבער 400,000 ק"ג), לופט איז ממש א "גארנישט", איז וויאזוי קען דער "גארנישט" האלטן אזא שווערע פליגער? &nbsp; דער ענטפער דערצו ליגט אינעם קאצעפט וואס מען רופט "ליפט" (נישט זיך אויסמישן מיט "לופט"), דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין "ליפט" א געוואלדיגע כח, וואס ערמעגליכט אז ריזיגע פליגערס זאלן זיך קענען הייבן אין די לופט גרינגערהייט. כדי צו באקומען ליפט דארפן די פליגלען זיין פארמירט אין א ספעציעלע פארעם וואס שטופט ארויף דעם עראפלאן. &nbsp; כדי א פליגער זאל זיך קענען הייבן מוז עס פארן שנעל, און די פארעם פון די פליגלען זענען געבויעט אויף אזא וועג אז אויבן איז עס מער געדרייט און אונטן מער פלאך און ווען עס פארט שנעל פארט דורך לופט פון אונטן און העכער די פליגל, די לופט פון העכערן פליגל דארף פארן שנעלער צוליב די לענגערע וועג ביז די אנדערע עק, און דאס איז גורם א שטארקע לופט דורק פון אונטערן פליגל און א נידעדיגע לופט דרוק פון אויבן, דאס איז די באדייט פון א "ליפט" וואס אויף דעם קאנצעפט איז געבויעט דאס פליען פון פליגערס. &nbsp; "כל העולם לא נברא אלא בשבילי," טראכט ר' יעקב צו זיך, מיליאנען גויים ארבעטן יעדן טאג אין די אוויאציע אינדוסטריע, דער ביים בויען די פליגער, און די אנדערע ביי די לופטפעלדער, אלעס ווערט מעינטעינד, אן דעם וואס איך דארף אפילו טראכטן דערפון, אלעס האט דער אויבערשטער צוגעגרייט אז ווען איך וועל דארפן פארן ערגעץ מיט א פליגער, אויף שמחות, אדער צום רבין קיין אומאן, דארף איך בלויז שאקלען מיט די ליפן און בעטן תפילות פונעם אויבערשטן, און הונדערטער עירליינס און עירפארטס, קאנטראל צענטערן, סעקיוריטי באאמטע, אלע שטייען און ווארטן אז איך זאל קומען צום באשטימטן רייזע. אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, ווען אנשי שלומינו האבן געוואלט פארן פון אביסל ווייטערע לענדער - צום ביישפיל ארץ ישראל - קיין אומאן, פלעגט מען זיך דארפן ארויסלאזן וואכן פריער, שוין אנפאנג חודש אלול, און זיך געוואלגערט אויף די וועגן מיט וועגענער קיין איסטאנבול טערקיי, און פון דארט מיט א שיף קיין אדעסע. ווער רעדט נאך אויב איינער וואלט געוואלט פארן פון אמעריקע קיין אומאן. &nbsp; היינט אפילו ווען די וועגן זענען אביסל שווערער פון עטליכע יאר צוריק, איז עס רעליטיוו ממש גארנישט, דאנקען מיר דעם אויבערשטן אז מען קען פארן צום הייליגן רבין און סיי וואו מיר ווילן ממש ווי א מלך, און אין ווייניגער פון צוויי טעג קענען מיר אנקומען פון ניו יארק ביז אומאן. &nbsp; ר' אברהם בן ר' נחמן האט זיך אויסגעדרוקט בשנת תר"ע, ווען עס האט נאך געדויערט חדשים צו פארן אויפן שיף "עס וועט נאך קומען א צייט א מענטש שטייט אויף עס איז אים שווער אויפן הארץ, וועט ער קענען דאווענען אין ארץ ישראל שחרית, מנחה ביים רבינס ציון, און מעריב אינדערהיים."

    < זעה מער כג כסלו תשפ"ד 📝
  • חנוכת הבית פארן נייעם בית הוראה 'עמק יחזקאל' אין קרית ברסלב

    ווי שוין באריכטעט האט מען געבויעט א נייע בית הוראה אין שטוב פונעם דיין הרב ר' יונה זינגער שליט"א אין שטעטל, ווי די איינוואוינער קומען כסדר אנפרעגן שאלות הלכה למעשה, אויף וואס דער דיין ענטפערט כדת של תורה. &nbsp; פאריגע וואך דאנערשטאג איז פארגעקומען א חנוכת הבית אויפן נייעם שטיבל וואס מען האט קורא שם געווען "בית הוראה עמק יחזקאל", דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פערזענליך באטייליגט, אזוי אויך האבן זיך די חשובע כולל יונגעלייט באטייליגט, דער ראש ישיבה האט געזאגט עטליכע ווערטער און בתוך הדברים געזאגט פאר די אינגעלייט ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו געדענקען און קענען גוט די הלכות וואס מען לערענט אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, "אנשטאט זיצן לאנג אויף איין הלכה זאל מען ענדערש זיצן נאך א מינוט ביי אהבה רבה און בעטן והאר עינינו בתורתך", האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; דער דיין שליט"א האט געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א אויב עס איז פאסיג א נאמען צו געבן פארן בית הוראה 'עמק יחזקאל' נאכן קארלסבורגער רב ז"ל דער זיידע פון ראש ישיבה שליט"א, זאגענדיג אז ער האט זוכה געווען דארט אנצוהייבן צו פסק'נען שאלות און באקומען סמיכה פונעם רב ז"ל, דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט פונעם געדאנק און געזאגט אז עס איז פאסיג צו געבן א נאמען פאר א פלאץ ווי מען פסק'ענט שאלות נאך דעם גרויסן צדיק וואס האט זיך כל ימיו אוועק געגעבן אויפצושטעלן הונדערטער און טויזנטער מורה הוראות. &nbsp; די שטעטל איינוואוינער האבן זוכה געווען אז דער דיין שליט"א באשיינט דער שטאט, און געבט זיך אוועק פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת סיי ווען מען דארף עפעס פרעגן. א גאנצן טאג זיצט ער אין היכל הבית המדרש, ווי ער איז דער ראש הכולל, און אלע ווייסן די אדרעס צו קענען קומען פרעגן אויב עס מאכט זיך א שאלה, אזוי אויך אין די אנדערע שעות, זיצט דער גרויסער גאון דער דיין שליט"א אסאך שעות אין זיין בית הוראה ווי ער לערנט און נעמט אויף די שואלים. דער דיין שליט"א נעמט אלעמען אויף בסבר פנים יפות, און ענטפערט בטוב טעם ודעת, דער דיין איז באקאנט אז אויסער זיין גרויסע גאונות בתורה, ווי ער אויסגעקאכט אין יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע הלכה", האט ער געלערנט פלייסיג אויך דער "פינפטער חלק שולחן ערוך", און דער דיין פארשטייט פון דעם שואל די שאלה "צווישן די שורות", און דער דיין שליט"א האט שוין געהאט די זכי' ארויסצוהעלפן און שטעלן אויף די פיס פילע אידישע שטובער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט דעם מעמד אין א בריוו "היינט בין איך געווען אין שטעטל באזוכן די ישיבה, חדר, בית פיגא, און ועל כולם די כולל; איך בין געזיצן מיט די כולל אינגעלייט אינעם בית הוראה עמק יחזקאל, על שם מיין זיידע קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה; די כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט א חלק הלכות שבת, עס איז געווען זייער א שיינע מעמד." &nbsp; אין לו להקב"ה אלא ארבע אמות של הלכה

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ד 📝
  • האנטער ביידען קורופציע סקאנדאל

    די סקאנדאל האט זיך אנגעהויבן דורך אן ארטיקל אין א ניו יארקע צייטונג וואס האט פארעפענטליכט אימעילס געפונען אויף א לעפטאפ וואס האנטער ביידען האט איבערגעלאזט ביי א קאמפיוטער געשעפט עטליכע יאר צוריק. דאס האט פאסירט הארט איידער די עלעקשאנס מיט דריי יאר צוריק, וואס דאן האט די מידיע - וואס איז שטארק לינק געשטימט - דערשטיקט די געשיכטע, מיטן ציל אז טראמפ זאל עס נישט קענען נוצן אין זיין פארמעסט קעגן ביידען, און האט אנשטאט דעם נאך מהפך געווען קערה על פיה זאגענדיג אז די גאנצע געשיכטע - וואס האט זיך ארויסגעשטעלט למעשה אלץ וואר - איז נישט מער ווי "רוסישע פראפאגאנדע" וואס זוכט אז טראפ זאל געווינען. &nbsp; האנטער ווערט באשולדיגט אין באקומען באצלאט שווערע מיליאנען פון די אוקריינישע בוריסמא פירמע בשעת ער האט גארנישט געטון פאר זיי, אויסער שתדלן ביי זיין טאטן אלץ וויצע פרעזידענט פון אמעריקע אונטער באראק אבאמא לטובת די פירמע. אין די טעג קומען ארויס באווייזן אז האנטער האט געשיקט כסדר באצאלונגען דירעקט צו זיין טאטענ'ס באנק אקאונט, נוצנדיג פארדשידענע דריידלעך מען זאל נישט זען פון וואו עס קומט. &nbsp; וואס א טאג מער זעט עס אויס אלץ מער און מער ווי האנטער וועט אנגעקלאגט ווערן אויף הארבע קלאגעס, און עס איז נישט אויסגעשלאסן קלאגעס קעגן דעם פרעזידענט אליינס. דאס ברענגט ארויס דעם לימוד פון סוף גנב לתלי', א מענטש מיינט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אויבערשטן, אבער צום סוף אויב א מענטש טוט נישט תשובה ח"ו, איז עס גרויסע בזיונות. &nbsp; אבער פון די אנדערע זייט איז דא א סארט גניבה וואס איז דווקא יא געראטן. דאס איז ווען א מענטש גנב'עט צייט צו לערנען, ער האט נישט קיין צייט, ער קען נישט לערנען, אבער ער גנב'עט ארויס א מינוט דא, א מינוט דארט, און מיט דעם דערהאלט ער זיך דאס חיות, ער זאל קענען בלייבן מחובר צום אויבערשטן. אויב יעדע גניבה זעט דער אויבערשטער איז כל שכן די סארט גנבות וואס א מענטש כאפט זיך ארויס מינוטקעלעך צום לערנען, וואס פארא שכר עס ווארט אים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט. &nbsp; דער רבי טייטש "קבעת עתים לתורה" אז מען וועט פארהאלטן א מענטש נאך די הונדערט און צוואנציג פארוואס ער האט נישט כאטש "געגנבעט" אפאר מינוט צו תורה. אפילו מען האט נישט קיין צייט, אבער דא מעג מען און דארף מען גנב'ענען.

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ד 📝
  • מאנישעוויץ רופט צוריק פארעווע טשאקאלאד מטבעות

    די באקאנטע אמעריקאנע אידישע מאנישעוויץ פירמע האט געמאלדן א ריקאל אויף טויזנטער פעקלעך כשר'ע טאשקאלאד קוינס פארקויפט אין ניו יארק סטעיט און ארום, צוליב וואס אויף זיי זענען געלעיבלט אלץ פארעווע און עס איז בטעות אריינגעפאלן צווישן זיי עליכע מילכיגע מטבעות. די פירמע פראדוצירט סיי פארעווע און סיי מיליכיגע, און זיי זענען גרינג צו דערקענען, די מילכיג ווערן ארומגעוויקעלט מיט א גאלדענע פארפאקונג בשעת די פארעווע וועלן זיין אין זילבערנע, ווי די פרימע זאגט איז דא געשען א טעות ביים פארפאקן די פעקלעך זענען אריינגעפאלן ביי עטליכע פארעווע פעקלעך גאלדענע מילכיגע מטבעות, וואס אויב מען מיינט אז עס איז פארעווע קען מען חלילה נכשל ווערן אין די איסור פון בשר בחלב, אבער אויך קען עס זיין א סכנה פאר אזעלעכע וואס זענען אלערגיש צו מילכיגס. &nbsp; די ריקאל איז נאר פאר די פעקלעך וואס האבן די לאט קאוד 072700200387, און אויב מען זעט אז די שאקאלאד זענען נאר זילבערנע קען מען עס בעזרת השם רואיג עסן אלץ פארעווע, און אויב האט עס א גאלדענע איז דער מטבע א מילכיגע. די פירמע האט געבעטן אלע געשעפטן אראפ צו נעמען דעם פראדוקט פון די שעלפס און זיך פארבינדן מיט זיי. &nbsp; ערליכע אידן ווייסן ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן אויף די כשרות פון וואס מען עסט, לאמיר זען וואס דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט נאך פון מוהרא"ש בנוגע כשרות און הכשרים. אויף א שאלה אום חודש תמוז תשפ"ב וואס איינער פרעגט צי מען מעג טרינקען סאדע וואס האט נאר אן או-יו, ענטפערט דער ראש ישיבה ווי פאלגענד: דא האסטו א בריוו פון מוהרא"ש, וואו ער זאגט מען זאל נאר טרינקען און נאר עסן מיט גוטע הכשרים: בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ה' לְסֵדֶר וַיְחִי, עַשָׂרָה בְּטֵבֵת ה'תשע"ב, שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ ... נֵרוֹ יָאִיר, אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין לַאנְגֶען בִּיטֶערְן בְּרִיוו, אִיךְ מוּז מְקַצֵר זַיין, וָוארוּם אִיךְ פַאסְט זֵייעֶר שְׁוֶוער וְכוּ'. בְּעִנְיָן מַאֲכָלוֹת אַסוּרוֹת וְכוּ', דַארְף מֶען זֵייעֶר זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן הַיינְטִיגֶע צַייטְן נִישְׁט קוֹיפְן קַיין שׁוּם מַאֲכָל וָואס עֶס הָאט אוֹיף דֶעם אַ חֲשַׁש דְחֲשַׁשׁ וְכוּ', אַ סָפֵק אוּן אַ סָפֵק סְפֵיקָא וְכוּ' פוּן עֶפֶּעס אַן אִיסוּר פוּן מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, הַיינְטִיגֶע צַייטְן אִיז נִישְׁטָא קַיין תֵּירוּץ צוּ קוֹיפְן אַ מַאֲכָל אַבִּי וָואס וְכוּ' אֲפִילוּ מִיט אַן הֶכְשֵׁר פוּן "אָהּ יוּ" OU וָואס דָאס אִיז בַּאוואוּסְט נָאר אַן הֶכְשֵׁר בְּדִיעֶבֶד דְבְּדִיעֶבֶד וְכוּ', אוּן אוֹיכֶעט נָאר פַּארֶעוֶוע זַאכְן וָואס סְ'וֶוערְט נִישְׁט אַרַיינְגֶעמִישְׁט אִין דֶעם קַיין שׁוּם חָלָב עַכּוּ"ם אָדֶער חָלִילָה וְחַס בָּשָׂר טְרֵיפוֹת, אָבֶּער אַזוֹי טָאר מֶען דָאס נִישְׁט נִיצְן, "אָהּ יוּ" OU אִיז אַן הֶכְשֵׁר בְּדִיעֶבֶד שֶׁבְּדִיעֶבֶד אוֹיכֶעט נָאר אוֹיף אַזֶעלְכֶע זַאכְן וָואס מֶען וֵוייסְט זִיכֶער אַז סְ'וֶוערְט אִין דֶעם גָארְנִישְׁט אַרַיינְגֶעמִישְׁט וְכוּ' וְכוּ'. הַיינְט קֶען מֶען בַּאקוּמֶען אַלֶע מַאֲכָלִים מִיט דִי בֶּעסְטֶע הֶכְשֵׁרִים פוּן עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים יִרְאֵי הַשֵׁם. &nbsp; אַוַדַאי אוּן אַוַדַאי אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל דַארְף מֶען אַכְטוּנְג גֶעבְּן מֶער אוּן מֶער, וַוייל דָארְטְן זֶענֶען זֵיי אִינְטֶערֶעסִירְט מַכְשִׁיל צוּ זַיין אִידְן מִיט מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, וָוארוּם דֶער רַמְבַּ"ם בְּרֶענְגְט (אִגֶרֶת תֵּימָן) דָאס וֶוען אַ מֶענְטְשׁ עֶסְט טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת אִיז אִים שׁוֹין שְׁוֶוער מְקַבֵּל צוּ זַיין דִי אֱמוּנָה, אִיבֶּערְדֶעם אִיז גַאנְץ אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל פַארְפְלֵייצְט מִיט נְבֵילוֹת אוּן טְרֵיפוֹת פְּשׁוּטוֹ כְּמַשְׁמָעוֹ, בְּשַׂר הַשְׁפַנִים וְהַחֲזִירִים וְכוּ' וְכוּ', אוּן אַלֶעס בְּהֶכְשֵׁר פוּן דִי 'רַבַּנוּתּ' וְכוּ', אוּן דָאס אִיז נִישְׁט קַיין גוּזְמָא, וֶוער סְ'וואוֹינְט אִין יַבְנְאֵל אוּן זֶעט וָואס דָארְטְן טוּט זִיךְ אָפּ מִיט דִי רַע-הַמְקוֹמִי (מִיטְ'ן 'שְׁטְרָאף' פוּן שְׁטֶעטְל), וָואסֶערֶע הֶכְשֵׁרִים עֶר גֶעבְּט אוֹיף טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת, אִיז שׁוֹין נִישְׁט קַיין וואוּנְדֶער, אִיבֶּערְדֶעם אִיז נִישְׁטָא קַיין תֵּירוּץ הַיינְטִיגֶע צַייטְן צוּ קוֹיפְן אַ מַאֲכָל אָן אַן הֶכְשֵׁר פוּן אַן עֶרְלִיכְן רָב, סְ'אִיז דָא! &nbsp; דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת אַכִילָה, חֵלֶק ב', סִימָן י') מִי שֶׁנִזְהָר מִמַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, הוּא נִצוֹל מִחַיוֹת רָעוֹת; אִיבֶּערְדֶעם דַארְף מֶען זֵייעֶר זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט עֶסְן קַיין שׁוּם מַאֲכָל וָואס עֶס אִיז דָא אִין דֶעם אַ פִּקְפּוּק וְכוּ', אֲפִילוּ סָאדֶע אִיז נִישְׁט גְלַייךְ צוּ קוֹיפְן נָאר מִיט אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר! מֶען טָאר זִיךְ נִישְׁט פַארְלָאזְן אוֹיפְ'ן "אָהּ יוּ" OU, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת דַעַת, סִימָן כ"ב) מִי שֶׁיִשְׁמוֹר אֶת עַצְמוֹ מִבִּשׁוּלֵי עַכּוּ"ם וּמִנֶסֶךְ, זוֹכֶה לְחָכְמָה וּמֵבִין בְּכָל סֵפֶר; דֶערְפַאר זֶעט מֶען עֶס אִיז דָא לֵיידֶער אַזוֹיפִיל קִינְדֶער וָואס דֶער קָאפּ אִיז פַארְשְׁטָאפְּט, אַלֶעס וַוייל דִי עֶלְטֶערְן זֶענֶען נִישְׁט נִזְהָר גֶעוֶוען מִיט מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, אוּן מֶען הָאט אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט אִין שְׁטוּבּ עֶסְנְוַוארְג אָן קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר וְכוּ', לֵיידֶער גֵייעֶן אַרוֹיס אַזוֹיפִיל אִידִישֶׁע קִינְדֶערְלֶעךְ לְתַּרְבוּת רָעָה, אַלֶעס וַוייל דִי עֶלְטֶערְן זֶענֶען נִישְׁט נִזְהָר וָואס זֵיי בְּרֶענְגֶען אַרַיין אִין שְׁטוּבּ, מַאֲכָלוֹת אַסוּרוֹת זֶענֶען מְטַמְטֵם אֶת הַלֵב, אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק פוּן הַיינְט אָן זָאלְסְטוּ זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן, וּבִּפְרַט פְלֵיישׁ זָאלְסְטוּ נִישְׁט קוֹיפְן, נָאר מִיט אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר, מִיט הֵיימִישֶׁע רַבָּנִים וָואס מֶען קֶען זֵיי, מְפוּרְסָם בְּיִרְאַת הַשֵׁם, אוּן סְ'אִיז הַיינְט דָא אַזֶעלְכֶע, אִיז פַארְוָואס דַארְף מֶען גֵיין קוֹיפְן פְלֵיישׁ פוּן אַ פְּלַאץ וָואס מֶען אִיז נִישְׁט זִיכֶער? אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר, דוּ זָאלְסְט זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן פוּן הַיינְט אָן נִישְׁט עֶסְן קַיין שׁוּם מַאֲכָלִים וָואס זֵיי הָאבְּן נִישְׁט קַיין הֶכְשֵׁר, אַז דוּ וֶועסְט מִיר פָאלְגְן וֶועסְטוּ נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן. זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג מִיט אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד." &nbsp; &nbsp;דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער "נאך א בריוו פון מוהרא"ש אויף דעם ענין: בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ג' לְסֵדֶר וַיֵּשֶׁב, כ' כִּסְלֵיו ה'תשע"ג. שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל ... נֵרוֹ יָאִיר אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין בְּרִיוו. אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר לָאז זִיךְ נִישְׁט פַארְפִירְן פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט, הַיינְט קֶען מֶען קוֹיפְן אַלֶע כָּשֶׁרֶ'ע פְּרָאדוּקְטְן מִיט דִי בֶּעסְטֶע הֶכְשֵׁר, פַארְוָואס דַארְף מֶען קוֹיפְן מִיט אַ מְפוּקְפָּקְ'דִיגֶע הֶכְשֵׁר? מִיט אַן אָהּ-יוּ, אֲפִילוּ סָאדֶע אִיז אוֹיךְ נִישְׁט גְלַייךְ צוּ טְרִינְקְן מִיט זֵייעֶר הֶכְשֵׁר וֶוען עֶס אִיז דָא אַזֶעלְכֶע גוּטֶע הֶכְשֵׁרִים פוּן הֵיימִישֶׁע עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים. &nbsp; אִיךְ פַארְשְׁטֵיי נִישְׁט וִויפִיל מָאל אִיךְ דַארְף רֶעדְן פוּן דֶעם אוּן שְׁרַייבְּן פוּן דֶעם וְכוּ', וָואס מַאכְט מֶען דַוְקָא לְהַכְעִיס? צוּ דֶערְצֶערֶענֶען אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן? דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז אוֹיסְגֶעלֶערְנְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק א', סִימָן ס"ב) אַז מֶען דַארְף אַכְטוּנְג גֶעבְּן פוּן יֶעדְן מַאֲכָל וָואס עֶס הָאט אִין זִיךְ אַ סְפֶק סְפֵיקָא פוּן אַן אִיסוּר, וָואס דָאס הֵייסְט אַ מַאֲכָל שֶׁלֹא נִתְבָּרֵר, פְּרָאסְט אוּן פָּשׁוּט, סְ'אִיז נָאכְנִישְׁט נִתְבָּרֵר גֶעוָוארְן אוֹיבּ סְ'אִיז אִינְגַאנְצְן כָּשֵׁר, דָאס הֵייסְט בִּירוּר הַמַּאֲכָלִים וְכוּ', דֶעמָאלְט וֶוען אַ אִיד גִיט אַכְטוּנְג וָואס עֶר עֶסְט אוּן וָואס עֶר טְרִינְקְט זָאל הָאבְּן אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר פוּן עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים יִרְאֵי הַשֵׁם דֶעמָאלְט אִיז עֶר זוֹכֶה אַז פוּן זַיין עֶסְן וֶוערְט אַ יִחוּד קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּה, אִיךְ פַארְשְׁטֵיי נִישְׁט פַארְוָואס אִיךְ דַארְף פוּן דֶעם אַזוֹיפִיל רֶעדְן, הַיינְטִיגֶע צַייטְן קֶען מֶען גְרִינְג נִכְשָׁל וֶוערְן מִיט טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת פְּשׁוּטוֹ כְּמַשְׁמָעוֹ, נָאר וֶועגְן קַאלְטְקֵייט וְכוּ' וָואס דֶער מֶענְטְשׁ אִיז קַאלְט וִוי אַייז צוּ אַ מִצְוָה, וָואס דָאס אִיז קְלִיפַּת עֲמָלֵק, וָואס עֶס שְׁטֵייט בַּיי אִים (דְבָרִים כ"ה, י"ח) "אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶרֶךְ" עֶר קִילְט אָפּ פוּן אִידִישְׁקֵייט, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (מִדְרָשׁ אַגָדָה) וֶוען אִידְן זֶענֶען דוּרְכְגֶעגַאנְגֶען דֶעם יַם סוּף הָאבְּן אַלֶע אוּמוֹת הָעוֹלָם אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צוּ שְׁרֶעקְן פוּן דִי אִידְן, בִּיז סְ'אִיז גֶעקוּמֶען עֲמָלֵק אוּן עֶר הָאט אַלֶעמֶען אָפְּגֶעקִילְט, אוּן זֵיי גְלַייכְן אִים צוּ, צוּ יֶענֶער עַזוּת פָּנִים, סְ'אִיז גֶעוֶוען אַן הֵייסֶע בָּאד אוּן אַלֶע הָאבְּן נִישְׁט גֶעקֶענְט אַרַיינְגֵיין אוּן דֶער עַזוּת פָּנִים הָאט אַרֵיינְגֶעטַאנְצְט אִין דִי קָאכֶעדִיגֶע בָּאד אוּן בַּאוִויזְן פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם אַז מֶען קֶען יָא אָפְּקִילְן, זֶעט מֶען פוּן דֶעם אַז דֶער גַאנְצֶער קְלִיפָּה פוּן עֲמָלֵק'ן אִיז אָפְּקִילְן אַ אִיד פוּן וַוארִימְקֵייט, אֲפִילוּ אַזַא קְלֵיינֶע זַאךְ וֶוען מֶען קֶען קוֹיפְן סָאדֶע מִיט כָּשֵׁרֶ'ע הֶכְשֵׁרִים, וָואס דַארְף מֶען קוֹיפְן סָאדֶע מִיט מְפוּקְפָּקְ'דִיגֶע הֶכְשֵׁרִים? עֶס אַזַי בַּאוואוּסְט דָאס גֶעטְרַאנְק "קָאקָא קָאלֶע" אוּן "פֶּעפְּסִי קָאלֶע" הָאט נִישְׁט אִין אַמֶערִיקֶע קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר נָאר אָהּ-יוּ, נָאר אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל הָאט דָאס אַן הֶכְשֵׁר פוּן בַּדַ"ץ עֵדָה הַחֲרֵדִית אוּן פוּן הֲרַב לָאנְדָא, אָבֶּער דָא אִין אַמֶערִיקֶע הָאט דָאס קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר נִישְׁט נָאר פוּן אָהּ יָא, אִיז וָואס דַארְף מֶען דָאס טְרִינְקְן? מֶען קֶען זִיךְ נִישְׁט בַּאגֶענִיגְן מִיט אַנְדֶערֶע עֶרְלֵיי סָאדֶע? וָואס הָאבְּן יָא אַ גוּטְן עֶרְלִיכְן הֶכְשֵׁר? וְכוּ', אִיךְ גֶעבּ נָאר דָאס אַ בֵּיישְׁפִּיל וִוי דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם אַרְבֶּעט אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ אַבִּי אִים אָפְּצוּקִילְן פוּן אִידִישְׁקֵייט, עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם עֶר אִיז דֶער שַׂר פוּן עֲמָלֵק'ן, אִיךְ הָאף צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַז דוּ וֶועסְט דָאס אֵיינְמָאל פַאר אַלֶעמָאל אַרַיינְלֵייגְן אִין הַארְץ אוּן דוּ וֶועסְט אוֹיפְהֶערְן מִיט דִי קַאלְטְקֵייט אִין אִידִישְׁקֵייט, דָאס אִיז קְלִיפַּת עֲמָלֵק וָואס סְ'קִילְט אָפּ דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן אִידִישְׁקֵייט. &nbsp; אַדְרַבָּה מֶען דַארְף שְׁטֶענְדִיג רֶעדְן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים וָואס דָאס אִיז אַלֵיין אַ מִלְחָמָה אַקֶעגְן עֲמָלֵק, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת נ"ח.) "לְךָ הֲוָיָ"ה הַמַמְלָכָה" זוּ מִלְחֶמֶת עֲמָלֵק; מִיט דֶעם וָואס מֶען אִיז מְגַלֶה פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם אַז עֶס אִיז דָא אַ בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, מִיט דֶעם אַלֵיין אִיז מֶען מַכְנִיעַ עֲמָלֵק'ן וָואס עֶר מַאכְט לֵיצָנוּת פוּן אִידִישְׁקֵייט, אוּן עֶר מַאכְט קַאלְט דֶעם אִיד, דִי חֲזַ"ל זָאגְן (מִדְרָשׁ שְׁמוּאֵל, י"ב) "לֵץ תַּכֶּה" זֶה עֲמָלֵק; דֶער גַאנְצֶער עֲמָלֵק אִיז גֶעוֶוען נָאר לֵיצָנוּת, אָפְּשְׁפֶּעטְן פוּן אִידִישְׁקֵייט, אוּן פוּן אִידִישֶׁע מִנְהָגִים, אוּן דֶעם עֲמָלֵק מוּזְן מִיר אוֹיסְרַייסְן אֵיינְמָאל פַאר אַלֶעמָאל פוּן זִיךְ, אִיךְ הָאף צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַז אִיךְ וֶועל נִישְׁט דַארְפְן מֶער פוּן דֶעם רֶעדְן, אוּן מִכָּל שֶׁכֵּן שְׁרַייבְּן. &nbsp; זָאלְסְט וִויסְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס וֶועג אִיז נָאר תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת אָן קַיין שׁוּם חָכְמוֹת, רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס צוּ אַן אֱמֶת'ן גוּטְן פְרַיינְד, אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אַמָאל גֶעזָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן קנ"ד) אַז דֶער עִיקָר וָואס עֶר אִיז גֶעקוּמֶען צוּ זַיין גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגָה אִיז נָאר גֶעוֶוען וַוייל עֶר הָאט זִיךְ גֶעפִירְט וִוי אַ פְּרָאסְטִיק, דָאס הֵייסְט עֶר הָאט זִיךְ גֶעפִירְט בִּתְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת, גֶערֶעדְט זֵייעֶר אַסַאךְ צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף אִידִישׁ, אוּן גֶעזָאגְט אַסַאךְ תְּהִלִים, אוּן עֶר הָאט בְּפֵירוּשׁ גֶעזָאגְט וֶוען אִיךְ זָאל וִויסְן אִין דֶער יוּגְנְט צוּ וָואס מֶען קֶען קוּמֶען דוּרְךְ הִתְבּוֹדְדוּת דָאס הֵייסְט רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף פְּרָאסְט אִידִישׁ, וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעטוּן אַ גַאנְץ יָאר וָואלְט אִיךְ גֶעטוּן אִין אֵיין טָאג, אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גֶעבֶּענְקְט נָאךְ דִי עֲבוֹדָה פוּן תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת, אַסַאךְ צוּ רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף אִידִישׁ, אַזוֹי וִוי אַ פְּרָאסְטֶער פָּשׁוּטֶ'ער מֶענְטְשׁ. &nbsp; זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג אוּן אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים." &nbsp; מִי שֶׁיִשְׁמוֹר אֶת עַצְמוֹ מִבִּשׁוּלֵי עַכּוּ"ם וּמִנֶסֶךְ, זוֹכֶה לְחָכְמָה וּמֵבִין בְּכָל סֵפֶר

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ד 📝
  • ערליכע אידן דאנקען דעם אויבערשטן אינעם יום הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע

    היינטיגן טאג טוען אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן חסד וואס ער האט געטון מיט אידישע קינדער אז אינעם גרויסן הסתר פנים ביים צווייטן וועלטס קריג האט דער אויבערשטער איבערגעלאזט דעם גרויס צדיק אמת דער לוחם מלחמות ה' הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט מיט זיין גרויסע כח הקדושה באוויזן צוריק צו בויען כלל ישראל נאכן גרויס בראך, ווען כלל ישראל איז ארויסגעקומען פון אייראפע צוקלאפט און צובראכן, אידישע קינדער האבן געדארפט אנהייבן אלעס פון אל"ף. נישטא קיין משפחות, נישטא קיין קהילות, נישטא קיין רבנים, אלעס איז געווען איין שטיק תוהו ובוהו, און נאך ערגער, אינעם גרויס צומישניש איז נאך אריינגעקומען איינע פון די שווערסטע נסיונות וואס אידישע קינדער האבן נאר דורכגעמאכט אין גלות, דאס איז געווען די נסיון הציונות וועלכע האט פארפראכן פאר די עצמות היבשות גאלדענע גליקן מען זאל נאר קומען צו זיי, זיי האבן געהעצט קעגן די אמונה, קעגן דעם אויבערשטן, און געזוכט צו פארכאפן אלעמען אונטער זייערע לאפעס, און איינרעדן אז מען קען זיך אליינס נעמען א גאולה, בויען א מדינה א מיליטער, א נאציאנאליטעט מיט א שפראך און קולטור, און זיין ככל הגוים רחמנא ליצלן, האט דער אויבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און געמאכט א נס אז דער הייליגער צדיק יסוד עולם, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן ארויסגעראטעוועט געווארן אין דעם גרויסן טאג. &nbsp; דערפאר זענען אנשי שלומינו ספעצעל פרייליך אין דעם טאג, און מען לויבט און דאנקט דעם אויבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען זיך צו דרייען ביי צדיקים תלמידים פון דעם גרויסן צדיק וואס האט און אונזער דור ווייטער אריינגעפרעדיגט מיר זאל האלטן די קאפ קלאר און נישט ווערן פאדרייט פון די ווינטן פון די גויאישע גאס, וואס פרובירט מיט אלע כחות אראפ צו ווארפן אידישע קינדער צו עבירות, און זיי מאכן פארגעסן פונעם אויבערשטן. און דערפאר דארפן מיר כסדר חזר'ן די הייליגע אמונה, רעדן צום אויבערשטן, רעדן פון אויבערשטן, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלימה. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו אום חודש שבט תשפ"א איבער דעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע: "דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוויסט וואס עס גייט זיין. &nbsp; אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט... &nbsp; דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור. &nbsp; וואויל זענען די וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט די מינים ואפיקורסים, די ערב רב; מען האלט זיך שטארק אין אמונה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען גייט אין די וועג פון די תורה, און ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו במהרה בימינו. &nbsp;

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ד 📝
  • מוסיפין והולכין בית התבשיל חנוכה קאמפיין

    יעדע וואך גייט ארויס פונעם בית התבשיל היכל הקודש גרויסע געלטער פאר פילע נצרכים און בני תורה, צי זאל עס זיין א קרעדיט אין גראסערי זיי זאלן קענען איינקויפן וואס עס פעלט אויס אין שטוב, אדער איז עס אין פארעם פון א שבת פעקל וואס ווערט צוגעשיקט גרייט צו נוצן עס זאל זיין פון וואס שבת צו מאכן, א פראיעקט וואס העלפט ארויס פולע נויטבאטערפטיגע. &nbsp; דער מנהל פונעם בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו איז פארנומען צו צוזאם שטעלן יעדע וואך די גרויסע סכומים צו קענען אויסצאלן די אלע ארדערס, און ווי ער זאגט נויטיגט ער זיך זייער וויכטיג אין א באזע פון ווארימע אידן וואס זוכן צו טון חסד, און האבן א געפיל צו העלפן און שטיצן אנדערע אידן, וואס זאלן זיך איינשפאנען מיטן מיסיע פונעם בית התבשיל אז אידישע קינדער זאלן נישט גיין שלאפן הונגעריג, אדער דארפן מאכן א שבת מיט מאשין מצות און סארדינס. &nbsp; יעצט איז דער בית התבשיל ארויסגעקומען צו אנשי שלומינו מיט א רוף מען זאל מחזק זיין די עסקנים זיי זאלן נישט אונטערברעכן פונעם שווערן לאסט, און אנטקעגן קומען ביים יעצטיגן חנוכה קאמפיין און זיך באשטייערן מיט וויפיל איר קענט, און אפילו איר קענט נאר געבן א קליינע סכום, אבער פרוטה ופרוטה מצטרפת פון די נדבות וועט מען בעזר השם קענען אויסצאלן די אלע ארדערס און גראסערי קרעדיטס. &nbsp; דער מנהל בית התבשיל ר' שלמה געבט אונז איבער אז יעדע וואך קומען צו אינגעלייט וואס פרעגן צי מען קען זיי ארויסהעלפן, זיי האבן נישט מיט וואס שבת צו מאכן, די פרייזן פון עסנווארג האלט אין איין שטייגן, אבער די געהאלט בלייבט עפעס שטעקן, און קומט נישט מיט, און ר' שלמה זאגט אונז "וויאזוי קענען מיר אים אפזאגן?", אבער פון די אנדערע זייט איז די קאסע ליידיג, און די הילף אין גראסער פראיעקט קומט אויס צווישן צוויי און א האלב און דריי טויזענט דאלער יעדע וואך, דערפאר איז נישט געבליבן קיין ברירה, נאר איינצושפאנען אלע אנשי שלומינו זאלן צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן. דאס געלט גייט פאר דיין שכן, דיין קרוב, דיין ידיד וואס שעמט זיך צו קומען צו דיר פערזענליך "קענסט מיר אפשר געבן עפעס אויף שבת צו מאכן" און גייען צו ר' שלמה וואס איז דער שליח ציבור פון די אלע אידן, און ער בעט אין זייער נאמען איר זאלט אריינלייגן וויפיל איר קענט צו העלפן לייגן אויף זייער טיש גרעיפ דזשוס, חלה און פיש לכבוד שבת קודש. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע באגלייט דעם בית התבשיל שרייבט זייער שטארק איבערן בית התבשיל, אין א בריוו אום חודש אב האט דער ראש ישיבה געשריבן "עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר. דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע. מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן." עד כאן פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז די זכות פון געבן צו עסן פאר אידן זאל מגין זיין פאר אייך און אייער גאנצע משפחה איר זאלט האבן פון אלעם גוטן. &nbsp;

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 496 to 510 of 1666 results

1 2 ... 31 32 33 34 35 36 37 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com