Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע חנוכת הבית פון בית המדרש היכל הקודש לינדען

    אין א פרייליכע אנטוויקלונג פאר אנשי שלומינו אין לינדען ניו דזשערסי, נאך אסאך תפילות צום אויבערשטן האט מען זוכה געווען צו טרעפן א פאסיגע פלאץ פאר א "בית המדרש היכל הקודש לינדען" ווי שוין באריכטעט געפונט זיך דער בית המדרש אויף 294 נארט וואוד עוועניו, ווען אין די ערשטע וואך פרשת נח האט מען געדאווענט אינאיינעם ביי שלש סעודות, מיט פלענער אז בקרוב וועט מען אנהייבן דאווענען דארט אלע דריי תפילות שבת קודש, און אזוי אויך שיעורי תורה, און חבורות אינדערוואכן. פארגאנגעם ליל שישי איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען פראווען א חנוכת הבית פאר'ן בית המדרש, אינאיינעם מיטן סיום מסכת קידושין און סיום "חצי ש"ס", מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה לכבודה של תורה. נאך נטילת ידים האט דער ראש ישיבה שליט"א אנגעהויבן דעם סיום דורך פארלערנען ברבים דעם לעצטן דף פון מסכת קידושין, און אריינגעפלאכטן שיינע חיזוק און עצות פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט שטארק ארומגערעדט ווי שטארק מיר דארפן היטן אונזערע טייערסטע פארמעגן די קינדער זיי צו האלטן ריין און הייליג, ווי די משנה זאגט אז איינער וואס איז נישט חתונה געהאט טאר נישט זיין קיין מלמד, בפרט - האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט - אז רוב אינגעלייט פון די קהילה אין לינדער זענען מלמדים, ליגט אויף זיי א געוואלדיגע אחריות צו רעדן צו די קינדער איבער עניני קדושה, און זיי געבן די כחות זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס איז א געוואלדיגע בושה ווען מענטשן זאגן דעם ממרא "אכשר דרא" אויף דעם, ווייל היינט זענען די נסיונות נאר ערגער, און מען הערט ליידער צוזאם שרעקליכע זאכן, און כאטש די גמרא דרוקט זיך אויס "לא נחשדו ישראל וכו'". דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי מוהרא"ש האט אים געזאגט סוף ימיו אז ער שפירט אז ער קען נישט דערהייבן די שרעקליכע שמועות וואס מען הערט אין עניני קודשה, ווי נידעריג דער דור איז געפאלן ר"ל. דערפאר מוזן מיר רעדן צו די קינדער קלארע ווערטער, און וואס פריער איז בעסער, כדי מען זאל נישט זיין ח"ו א צועק לשעבר. נאכן זאגן דעם הדרן, און זינגען שיינע ניגונים לכבוד דעם סיום האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט דעם בארימטן וועכענטליכן ליל שישי שיעור פאר די אינגעלייט, רוב פון דעם שמועס איז געווען איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך געבעטן צו די אינגעלייט "פרובירט עס אויס", יעדער האט גוטע תירוצים, מען איז פארנומען, מען דארף צאלן בילס, א מארטגעדזש, משפחה עלטערן, ווייב און קינדער, יעדער דארף זיך פרעגן "ווען גיי איך מיך שוין נעמען אין די הענט אריין"? די נסיונות פון די גאס ברענט און פלאקערט, אבער א דאנק די עצה פון רבין קענען מיר עס בייקומען, ווייל דער רבי געבט אונז אן עצה אז אויך מיר זאלן קענען נוצן דעם תבלין קעגן יצר הרע וואס איז תורה. דער וואס לערנט נאר אויב ער קען פארשטיין, וועט ער עס צום סוף אפלאזן, ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין, נישט יעדן טאג האט ער א קאפ. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן די גבאים פון די שולן פון היכל הקודש אז זייער זאך דארף זיין מחזק זיין געבן גוטע ווערטער פאר די מתפללים, זיי האבן שוין גענוג מוסר זאגערס, מען קומט אין שול ווייל מען וויל הערן אז דער אויבערשטער דארף דיר יא, דו האסט א וועג צום אויבערשטן. דער ראש ישיבה האט פארציילט א מעשה וואס האט פאסירט אין שטאט אומאן, יעדע חסידות האט דארט געהאט א שטיבל, אסאך יארן צוריק האט דארט געוואוינט א איד משה צדוק ער איז געווען א יתום און ער איז ליידער געפאלן ביז ער איז געווארן א מסור, אלע זענען אנטלאפן פון אים מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין קיין איין שול, אבער א איד בלייבט א איד, איין מאל אינעם טאג פון זיין טאטענ'ס יארצייט האט אים געכאפט א הרהור תשובה, און ער האט געזוכט א מנין צו זאגן קדיש, אבער ווי נאר ער איז אריין אינעם ערשטן שול איז מען אים באפאלן מיט קולות שייגעץ ארויס, אינעם צווייטן שול זענען אלע אנטלאפן פון אים, ביז ער האט באשלאסן צו פרובירן צו קומען צום ברסלב'ע קלויז, אפשר דארט וועט מען אים לאזן, ער האט זיך געשטעלט אין א ווינקל, און איין אינגערמאן האט אנגעהויבן צו קומען נענטער צו אים, משה צדוק האט שוין מורא באקומען אז אויך פון דא וועט מען אים פארטרייבן, אבער דער אינגערמאן האט אריינגעלייגט אין זיין ביזעם א סידור מיט א תפילין, און ער גייט צו צו אים "משה צדוק אז דו ביסט שוין יא דא, אפשר ווילסטו לייגן טלית און תפילין" און משה צדוק איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער האט זיך גענומען וויינען, און ער איז געווארן א פולקאמער בעל תשובה. "דאס" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "איז די אויפגאבע פון א גבאי אין היכל הקודש". דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מקורב אז זיי דארפן זיך צושטעלן צו אלע סדרי הישיבה דארט ווי זיי לערנען, און מען זאל נישט זיין קיין חכם, מען דארף נישט שרייען פאר יעדעם אז מען איז א ברסלבער, ווייל ברסלב איז בסך הכל עצות וואס דו ווייסט אין דיין מח, און בין הסדרים קען מען אריינכאפן גאר אסאך משניות און גמרא, אנשטאט זיך צו טענה'ן מיט מענטשן. ווייל ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבין האט א זיסע לעבן. ואהי להם למקדש מעט אלו בתי כנסיות ובתי מדרשות  

    < זעה מער כה חשון תשפ"ד 📝
  • וואונדערליכע ליקוי חמה אין ניו יארק סטעיט סוף חודש אדר ב' הבעל"ט

    קומענדיגן מאנטאג פרשת תזריע כ"ט אדר ב' אביסל נאך דריי אזייגער נאכמיטאג וועלן איינוואוינער אין די אויבערשטע חלקים פון ניו יארק סטעיט האבן א זעלטענעם טאטאלע ליקוי החמה, אן ערפארונג וואס לאזט איבער גאר א גרויסע רושם אויף א מענטש. &nbsp; א ליקוי החמה - אדער ווי עס הייסט אויף ענגליש אן עקליפס - קען נאר אויספאלן אין א ראש חודש, (בעסער געזאגט ביים מולד) ווען די לבנה און די זון גייען דורך איינע דעם צווייטן, און וויבאלד די צוויי גייען נישט ממש אינעם זעלבן רינג, פאסירט עס נישט יעדן ראש חודש, נאר ווען די צוויי קומען זיך ממש צוזאם. אבער אפילו ווען זיי קומען זיך יא ממש צוזאם פאסירט נישט אייביג א טאטאלע ליקוי וויבאלד די זון איז נישט אלץ די זעלבע ווייט פון די וועלט, און נאר אויב די לבנה איז גענוג נאנט, און די זון גענוג ווייט דאן פאסירט א טאטאלע ליקוי. &nbsp; פאר עטליכע יאר צוריק איז שוין געווען א טאטאלע ליקוי החמה אין אמעריקע וואס מען האט געקענט זען אויך אין ניו יארק סטעיט, אבער דא האט מען נאר געקענט זען דעם ליקוי בערך 70 פראצענט, און כדי עס צו קענען זען האט מען געדארפט אריבערפארן עטליכע סטיעטס כדי עס צו קענען מיטהאלטן. &nbsp; עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דעם קומענדיגן לויקי החמה אין אמעריקע: דער טאטלע ליקו וועט דורכלויפן עטליכע סטיעטס אין אמעריקע אריינגערעכענט טעקסאס, ארקענסא, מיזורי, אילינוי, אינדיאנא, אהייא, און מעין. דער יעצטיגער ליקוי וועט זיין זייער א לאנגע ליקוי (אין פארגלייך צו אנדערע) פון בערך פיר מינוט (אין די צענטער פונעם ליקוי וועג), אין ניו יארק סטעיט וועלן די פאלגענדע שטעט זיין אין די מיטעלסטע חלק פון די ליקוי: באפעלא (בערך 4 און א האלב שעה דרייוו פון שטעטל), ראטשעסטער (3 און א האלב שעה), וואס איז מעריב ניו יארק, און פלאטסוברג (בערך 4 שעה פון מאנסי) צפון פון ניו יארק. אבער אויך סיריקיוז (2 און א האלב שעה פון שטעטל) וועט זיין אינעם ליקוי. ווען די טאטליטעט וועט זיך אנהייבן וועט פלוצלינג ווערן שטארק טונקל, בערך אזוי ווי ביי צאת הכוכבים און א קיל ווינטל וועט זיך נעמען בלאזן, וואס וועט אנהאלטן מערסטענס בערך פיר א האלב מינוט (ווענדט זיך אויך יעדע פלאץ ווי לאנג), און דערנאך וועט צוריק ווערן ליכטיג. נאסא שרייבט אז אין באפעלא ניו יארק וועט זיך די ליקוי ציען פון 2:04 נאכמיטאג ביז 4:32, און די טאטאליטעט וועט זיך ציען פון 3:18 ביז 3:22. &nbsp; מען דארף שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן און מען טאר בשום אופן נישט קוקן אויף די זון ווייל די אויגן זענען זייער האקל און מען קען חלילה שעדיגן די אויגן. פון אונזערע געגענטער אין ניו יארק וועט מען קענען זען זען א טיילווייזער ליקוי, מיט ספעצילע ליקוי גלעזער וועט מען זען ווי אינמיטן טאג קומט אן די לבנה, און "בייסט אריין" אינעם זון, וואס פארט צוביסלעך טיפער און טיפער, ביז בערך 3:20 ווען עס קומט אן די קלימאקס. און פונקט ווי די פריערדיגע מאל וועלן לכאורה זיך יאווען פילע געשעפטן וואס וועלן פארקויפן די ספעציעלע גלעזער, וואס לוינט זיך צו קויפן כדי צו קענען זען די געוואלדיגע וואונדער פון באשעפער, ווי די זון און די לבנה גייען אויף זייער פונקטליכע גאנג שוין עטליכע טויזענט יאר אן זיך צו רירן פון זייער וועג אפילו א משהו. &nbsp; ביים ליקוי קען מען זען די האקעלקייט פון די אויגן בגשמיות, ווי מיט איין שלעכטע קוק קען מען חלילה האבן צרות יגון ואנחה פאר א לאנגע צייט, און עס איז זייער שווער אויסצוהיילן אויגן וואס זענען געשעדיגט געווארן פון קוקן אויף א זאך וואס איז נישט גוט פאר איר. אבער די זעלבע זאך געשעט ברוחניות, און מיר דארפן גלייבן וואס אונזערע צדיקים האבן אונז געווארענט ווי שטארק מיר דארפן אכטונג געבן אויף די אויגן, און כאטש עס העלפט תשובה, מען קען אייביג צוריק קומען צום אויבערשטן, אבער מען פלאגט זיך זייער שטארק מיט די אויגן וואס האבן געקוקט אויף שלעכטע זאכן. מיר דארפן פאלגן די צדיקים און נוצן א פילטער וואס קען באשיצן די אויגן, און אוועקווארפן די אלע כלים וואס מען קען זען דערויף שלעכטע זאכן. ווייל אויב מען קוקט אויף שלעכטע בילדער, שאדט עס זייער פאר אונז.

    < זעה מער כה חשון תשפ"ד 📝
  • שיינע מסיבות לטובת די כולל היכל הקודש ווערן אפגעהאלטן

    אין די וואכן איז דער געשמאקער און געטרייער גבאי פון די כולל הר"ר משה ארי' שניטצלער שליט"א פארנומען מיט די מסיבות לטובת די הייליגע כולל היכל הקודש. דער כולל צו וואס אנשי שלומינו האבן א ספעציעלע געפיל וויסענדיג אז מיט דעם שטיצט מען די טייערע אינגעלייט תלמידי חכמים וואס יראתם קודמת לחכמתם וואס זענען כוסק בתורה בהתמדה רבה, אזש אז דער ראש ישיבה האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט זיין וואונדער וואס די אינגעלייט באמערקן ניטאמאל ווען ער קומט אריין, צוליב וואס זיי זענען אזוי אריינגעטון אין די הייליגע תורה. &nbsp; די כולל האט דער ראש ישיבה אהער געשטעלט כדי מען זאל קענען אנגיין מיט די הייליגע קהלה, און מען דארף האבן דיינים וואס קענען פסק'ענען אין אלע סוגיות ווי קאמפליצירט עס זאל נאר זיין, דער ראש ישיבה געבט פאר די אינגעלייט זאלן דורכטון א סוגיא איידער מען שטעלט אהער יעדע זאך אין די קהלה, ווי צום ביישפיל די מקוואות, שחיטה, כשרות וכדומה. אויך וועלן בעז"ה וועלן בעזרת השם ארויסקומען פונעם כולל פרישע דיינים וואס פעלט אויס צוליב די וואוקס פון די קהלה. &nbsp; דער מנהל ר' משה ארי' אראנדזשירט אין די טעג באזונדערע מסיבה'לעך פאר יעדע פון די בתי מדרשים אין שטעטל, פיר מסיבות זענען שוין פארגעקומען, מאנטאג לך לך, איז געווען א מסיבה ביי הר"ר רפאל פארסט שליט"א פאר די מתפללים פון בימה"ד מקור השמחה, און מיטוואך לך לך האט הר"ר ישראל חיים ברוין שליט"א מסדר געווען א מסיבה פאר די מתפללי ביהמ"ד ליקוטי מוהר"ן, מיטוואך חיי שרה האט מו"ה ישראל סאמעט הי"ו פאררופן א מסיבה ווי די מתפללי ביהמ"ד פעולת הצדיק האבן זיך באטייליגט, און מיטוואך וירא איז פארגעקומען א שיינע מסיבה ביי הר"ר" יואל שניצלער שליט"א פון בימה"ד עצות אמונה. &nbsp; ביי די מסיבת האט ר' משה ארי' אויפגעטרעטן און בעיקר ארויסגעברענגט די נייע איניצאיטיוו וואס איז מעודד די וואס קענען נישט געבן גרויסע סכומים פאר'ן כולל, מען זאל זיך איינשרייבן צו באקומען א פערזענליכע טעקסט פונעם גבאי וואס וועט זיי פרעגן וויפל זיי קענען געבן יעצט, און ווי ר' משה ארי' זאגט זענען די וואס האבן זיך איינגעשריבן אים זייער דאנקבאר, ווייל דורכדעם זענען זיי שוין אנגעקומען דורך פרוטה פרוטה מצטרפת און געקענט אויסצאלן א זכות "אברך לחודש" פון $1,400, און עס איז אפילו פארהאן אינגעלייט וואס האבן געקענט קומען צום סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה, אלעס בלויז דורכן געבן וויפיל זיי קענען דעמאלטס. &nbsp; ר' משה ארי' זאגט קלאר אז יעדער קען צוקומען צו קומען צו א סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה, און איבער פופציג אינגעלייט זענען שוין אנגעקומען דערצו. יעצט שטעלט זיך די פראגע וואס יעדער פרעגט וויאזוי מען קען קומען צום סעודת ר"ח? דאס איז באשטימט פאר ווער עס געבט א פרנס השבוע. פאר סיי וועלכע פראגע, און פאר נדבות פאר'ן כולל, קען מען זיך אלץ פארבינדן צום מנהל ר' משה ארי' שניצלער 347-585-6166. &nbsp; 🎦 מסיבה פארן כולל אין ביהמ"ד ליקוטי מוהר"ן 🎦 מסיבה פארן כולל אין ביהמ"ד מקור השמחה

    < זעה מער כה חשון תשפ"ד 📝
  • איראן סטראשעט פריש אפצואווישן מדינת ישראל

    אין די לעצטע וואכן זינט די מלחמה האט אויסגעבראכן אין עזה, האט מען ווידער געהערט קולות פון איראן איבער אפווישן מדינת ישראל פון די מאפע. (מיר מוזן דא באטאנען אז כאטש מדינת ישראל האט גארנישט מיט ארץ ישראל, ארץ ישראל איז א הייליג לאנד וואס מיר האפן און בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קיין ארץ ישראל מיט משיח צדקינו, בשעת וואס דער טערמין מדינת ישראל ווערט גענוצט צו באצייכענען די גרענצין פון די לאנד וואס די ציוניסטישע באוועגונג האט געגרינדעט אין די געגנט בערך ווי ארץ ישראל געפונט זיך. אבער פארט געפונען זיך אין די גרעניצן פון די מדינה מיליאנען אידן, וואס מיר זענען מתפלל אז זיי זאלן אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן בגשמיות, און די אידן וואס ווייסן נישט פונעם אויבערשטן זאלן טרעפן זייערע ווארצלען און זיך צוריק קערן צו אונזער טאטע וואס ווארט פאר זיינע קינדער.) &nbsp; מען האט געהערט די רופן סיי פונעם רעליגיעזן פירער כומעיני, און סיי פונעם פרעזידענט איבראהים ראיסי, ימח שמם וועלכע האבן אויסגעדוקט זייער פולסטע שטיצע צו כאמאס און זייערע מעשים אכזרים, און סטראשען צו פארשארפן דעם קריג מיט זייערע פילע טעראר גרופעס וועלכע זיי שטיצן אין עטליכע לענדער אין די מיטל מזרח, אריינגערעכענט די מערב ברעג, לבנון, סיריע, תימן, און אפילו אין ירדן. &nbsp; עס איז אונזער אויפגאבע דא אויפן וועבסייט צו שרייבן נייעס. יעדן טאג פאסירט עפעס א פרישע פאסירונג אויף דער וועלט און עס באשרייבן אויפן בעסטן וועג נאר שייך. אבער ליינענדיג די נייעס איבער די סטראשערייען פון איראן האט זיך אונז דערמאנט פון צען צוואנציג דריייג און פערציג יאר צוריק ווען דאן זענען געווען שרייעדיגע קעפלעך אין די צייטונגען "איראן סטראשעט אפצואווישן די מדינה פון די מאפע", וחוזר חלילה די נייעס חזר'ט זיך איבער יעדע עטליכע חדשים אדער יאר מיט בערך די זעלבע ווערטער, מיט איין חילוק די נעמען פונעם סופרים פירער און די נעמען פון זייערע פרעזידענטן, צי מען רעדט פון פרעזידענט אכמאדינישזשאד, צי דער אנדערער, אלע האבן מיט א פרישקייט געסטראשעט, אבער יעדעס מאל 'יעצט' מיינען זיי עס שוין אמת'דיג. &nbsp; דאס דערמאנט אונז פונעם באקאנטן ווארימען ניגון איבער דער הייליגער רבי רבי זושא זי"ע: "דער סבא קדישא, דער רבי רבי זושא, האט יעדע נאכט, זיך זייער פארטראכט; ביים ספר זכרונות, מיט טיפע חשבונות, זיך איבערגעקלערט, זיינע אויגן פארטרערט, - איך וועל זיין ערליך, אלעס שוין פאררעכטן, בעט איך באשעפער, השיבנו; איי איך האב שוין געזאגט פאר דיר די זעלבע ווערטער נעכטן, יעצט מיין איך עס אמת&rsquo;דיג, הער מיך צו", מאויבי תכחמינו פלעגן צדיקים זאגן, לאמיר זען וואס דער סמ"ך מ"ם טוט ווען ער פרובירט מיר צו באזיגן, לאמיר נוצן זיינע טאקטיקן קעגן אים, ער קומט יעדן טאג צו מיר פריש, און פרובירט מיר אראפצואווארפן, צעברעכן, איך טו די זעלבע זאך אבער פארקערט, איך זאג צו פארן אויבערשטן "איך וועל זיין ערליך, אלעס שוין פאררעכטן", און ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיר שוואך צו מאכן "איך האב שוין געזאגט די זעלבע ווערטער נעכטן", ווער איך נישט דערשראקן, "יעצט מיין איך עס אמת'דיג, איך זאג דיר צו". &nbsp; אין כל חדש תחת השמש

    < זעה מער כד חשון תשפ"ד 📝
  • באזוך פון ראש ישיבה איז מחזק אנשי שלומינו אין שטעטל

    לכבוד די נייע ישיבה וואס האט זיך געעפענט אין שטעטל, האבן די איינוואוינער פון שטעטל געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען אין שטעטל, און האט באזוכט אין מערערע פלעצער, פון וואס ער האט געשעפט נחת. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אין שטעטל אכט אזייגער אינדערפרי, און זיך געזעצט לערנען אין בית המדרש פון די בחרוים שיעורים כסדרן ביז שחרית; מען האט געדאווענט צוזאמען א ווארימען שחרית. דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען מיט די בחורים צו די גראסערי און יעדער האט זיך געקענט קויפן עפעס אויפן ראש ישיבה&lsquo;ס חשבון, לכבוד דעם וואס זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און לערנען פלייסיג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא פאר די בחורים, און דערנאך אויסגעפרעגט די בחורים ווער עס לערנט דעם בלאט יעדן טאג. איינע פון די חשובע קינדער הילד נחמן פוקס נרו יאיר האט זיך פארהערט ביים ראש ישיבה גאנץ צעטל קטן אויף אויסנווייניג דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט און אים געגעבן געלט דערפאר. &nbsp; דער ראש ישיבה איז דאן געגאנען שפאצירן מיט די בחורים אויף די גאסן אינעם נייעם געגענט און זיך אנגערופן: "איך זע שוין דא שטראמען אידן דא שבת מיט די שטריימלעך, דא וועט זיין א שיינע שטעטל". מען קען הערן א לענגערע באריכט וואס איז אלס געווען אין ישיבה ביים באזוך אויף קול ברסלב ביים שמועס פון די ברסלב&lsquo;ע ברודער פון פרשת וירא. &nbsp; שפעטער איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען צום בית הדפוס ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה ביי די נייע אפיסעס וואס מען האט נארוואס געענדיגט בויען. איינע פון די אפיסעס איז געווידמעט פאר די סטעף פונעם קרית ברסלב בלעטל, פון דארט ווערט אהערגעשטעלט די שיינע קינדער אפטיילונג, דער ראש ישיבה האט זיך דארט אנגערופן: "די קינדער איז די עיקר, אויף דעם דארף מען לייגן א דגוש." אויך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף אלע גליונות, קונטרסים און ספרים וואס ווערט געדרוקט אינעם בית הדפוס אויף א טעגליכע פארנעם. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה צוגעפארן צום נייעם "ילד שעשועים&ldquo; קימפעטארן היים צום שבע ברכות וואס מען האט דארט געמאכט פאר החתן בנציון נרו יאיר בן מו&ldquo;ה ישראל חיים ברוין הי&ldquo;ו - עב"ג מו"ה אייזיק אפפעל הי&ldquo;ו. מען האט זיך געוואשן צום שבע ברכות מען האט געברענגט טונא און אייער סאלאט פון חדר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען האט קודם געהאט באשטעלט פאר געלט א טייערע מעניו פון עסן, אבער איך האב געהייסן מען זאל דאס אפרופן, און אנשטאט דעם זאל זיין עסן פון חדר פאר אומזינסט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זייער שיין ארומגערעדט לשבח פון די צוויי חשובע מחותנים וואס העלפן אזוי סאך די קהילה זה בכה וזה בכה. דער ראש ישיבה האט פארציילט וויאזוי די ישיבה האט זיך געבויעט און ווי מען האלט היינט ברוך השם. אויך האט מען ארומגערעדט פון די נס אז מיר קענען מאכן חתונה ביליג אן קיין חובות, מען מאכט חתונה אין בית המדרש פאר אומזיסט. מענטשן ווערן שווערע בעלי חובות ביים חתונה מאכן די קינדער. דערנאך האט מו&ldquo;ה אהרן וועבערמאן הי&ldquo;ו פארציילט די היסטאריע וואו עס האט זיך אנגעהויבן די געדאנק פון א קימפעטארן היים, און די סיבה פארוואס מען האט דאס אויפגעשטעלט אין שטעטל. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה אהיימגעפארן מלא רגש פונעם ברסלב&lsquo;ן שטעטל וואס פירט זיך אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז, אלע רעדן צום אייבערשטן, לערנען שיעורים כסדרן און פירן זיך אויף שיין אינדערהיים מיט דרך ארץ.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ד 📝
  • סענאטאר שומער בעט א ביליאן דאלער פאר סעקיוריטי גרענטס

    אין א פרעסע קאנפערענץ ארומגענומען מיט פילע רעליגיעזע פירער אין ניו יארק סטעיט אריינגערעכענט עטליכע להבדיל אידישע פאליטישאנס האט דער יו.עס. סענאטאר פון ניו יארק סטעיט טשאק שומער אנאנסירט אז ער וועט פארשטעלן א נייע ביל וואס זאל צולייגן א 1.2 ביליאן דאלער צו די גרענט פראגראם וואס פינאנצירט זיכערהייט מאסנאמען פאר רעליגיעזע אינסטיטוציעס וואס שטייען אויס האס געפארן. &nbsp; מיר דארפן דא צוצייכענען אז מען רעדט נישט דא פון קיין פרישע ביליאן דאלער וואס איז דא צו באקומען, מען רעדט דא פון א פרעסע קאנפערענץ (וואס מיינט א מעמד צו וואס מען לאדענט איין אלע מידיע פלאטפארמעס) וואס דער סענאטאר האט גערופן צו מעלדן אז ער גייט פארשלאגן אז ביל אין סענאט. &nbsp; אויך דארף ווערן צוגעצייכענט אז דער אויבערשטער איז דער וואס היט אונז, און כאטש מיר דארפן אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די וואס דרוקן אויס שטיצע פאר אידישע קינדער מיט סיי וואס, איז די גאנצע ציל פון די פרעסע קאנפערענץ כדי צו באקומען גינסטיגע דעקונג אין די פרעסע, (כאטש בעט ער די אויפמערקזאמקייט אויף א פאזיטיווע וועג...) און נישט שלעסער, קעמרעס, צוימען, וועכטער מיט ביקסן זענען די וואס היטן אונז, מיר זענען מתפלל צום אויבערשטן דער שומר ישראל וואס ער היט אונז יעצט און וועט אונז ווייטער היטן. &nbsp; אמת אז מיר דארפן טון דאס וואס עס דארף געטון ווערן צו ווערן אפגעהיטן בדרך הטבע, אבער נישט ווייל מיר גלייבן אין די טבע חס ושלום, נאר ווייל דער אויבערשטער האט אונז געהייסן צו טון די אלע פעולות און זיך היטן פון סכנות. &nbsp; די גמרא סוף מסכת קידושין פרעגט "האסט שוין אמאל געזען א חי' דארף ארבעטן כדי זיך צו שפייזן? האסט שוין אמאל געזען א הערש א קאר סערוויס דרייווער? די חיות זענען דאך באשאפן געווארן צו דינען די מענטשן, און די מענטשן זענען באשאפן געווארן צו דינען דעם אויבערשטן, איז דאך א קל וחומר אז מענטשן דארפן באקומען זייער פרסה בחנם", פירט די גמרא אויס אז מען דארף ארבעטן צוליב די עבירות, דער אויבערשטער האט גוזר געווען אויף אדם הראשון נאכן חטא פון עץ הדעת אז א מענטש דארף ארבעטן. ווי דער רבי האט געזאגט "ארבעטן ארבעט מען פאר די עבירות, און די פרנסה קומט פון אויבערשטן." &nbsp; ווען א מענטש עפענט אויף די אויגן וועט ער קענען זען כסדר ווי ער טוט זיין פליכט פון ברענגען פרסה ער גייט ארויס ארבעטן, אבער די פרנסה קומט אים אריין פון גאר אן אנדערע פלאץ, פון א פלאץ ווי ער האט זיך אינגאנצן נישט גערישט. &nbsp; דערפאר וועלן מיר זיך ווייטער שטארקן מיט די עצה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן פון תפלה, בעטן דעם אויבערשטן אלעס וואס מיר דארפן, און עס איז נישט אונזערע דאגות וויאזוי די ישועה וועט קומען, דער אויבערשטער האט זיך זיינע וועגן וויאזוי אלעס קען זיך אין איין רגע איבערדרייען לטובה, נאר מיר וועלן ווייטער זיך פארלאזן אויף אים, און אזוי וועלן מיר האבן א געשמאקע און זיסע לעבן.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ד 📝
  • גליון "דער ראש ישיבה זאגט" אויף ענגליש צייכענט אפ א יאר

    עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער היינטיגער גרויסער מפיץ מו"ה שמואלי קאהאן הי"ו פון ירושלים, וועלכע רעדט א פליסיגער ענגליש האט אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה מיט עטליכע יאר צוריק, וואס מיט די צייט האט ער געשפירט ווי די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א גייען אריין אין זיין הארץ מער און מער, און ער האט זיך געטראפן כסדר אין מצבים וואס ער האט ווי געזאגט צו זיך אליינס "דער ראש ישיבה זאגט" אזוי און אזוי. &nbsp; דערפאר האט ער אביסל מער פון צוויי יאר צוריק האט אנגעהויבן פארשפרייטן שיינע מעסעדזשעס אויף ענגליש פון א קרישקעלע פון בערך א האלבע מינוט איינע פון די טויזנטע דיאמאנטן וואס דער ראש ישיבה שליט"א פארקויפט יעדן טאג, ער האט עס אפגעטייפט פאר זיך איבערגעטייטש אויף ענגליש, און האט עס רעקארדירט שיין און קלאר און ארויסגעשיקט פאר די חברים וואס רעדן ענגליש, אז זיי זאלן אויך קענען טרונקען פון די יין המשומר פון די אונגארישע וויין. &nbsp; נאכדעם וואס דאס האט אנגעהאלטן איבער א יאר, האט ער באמערקט אז ער האט יעדע וואך זעקס הערליכע פערל ווערטער חיזוק און עצות הדרכה אויף למעשה וואס איז שוין אפגעטייפט אויף ענגליש, וואס וואלט געווען זייער א גלייכע זאך מען זאל עס ארויסגעבן פאר די וועלט, אז אויך די וואס באקומען נישט זיינע מעסעדזשעס אויפן טעלעפאן זאלן אויך קענען הנאה האבן דערפון, ער האט מיטגעלטיילט זיין געדאנק מיטן גרויסן מפיץ אין ירושלים דער גבאי פונעם בית המדרש מו"ה שמעון עוזר פערל שליט"א וואס האט אים שטארק מעודד געווען און האט אליינס גענומען די אפגעטייפטע ווערטער פון אים און האט עס הערליך אויסגעשטעלט אלץ א גליון מיט די נאמען "דער ראש ישיבה זאגט", ווי יעדע שטיקל הייבט זיך אן מיט די ווערטער "דער ראש ישיבה זאגט", ארויסגענומען פון א בריוו, א דרשה, א חיזוק יומי, א גליון, וכדומה. &nbsp; די גליונות ווערן יעדע וואך צוכאפט ביי די ענגליש רעדנדע אידן, ווי די מפיצים אין לעיקוואוד, און בארא פארק פלעטבוש זאגן עדות, ווען פילע שולן און יחידים בעטן כסדר מען זאל זיי ברענגען דעם הערליכן גליון דער ראש ישיבה זאגט וואס ווי זיי זאגן קענען זיי נישט צוגיין צו א שבת אן זיך דערקוויקן מיט די הערליכע עצות. &nbsp; דער גליון קען מען באקומען דא אויפן וועבסייט. אויך קען מען עס באקומען אויף אימעיל, און ביי די מפיצים. &nbsp; 📌 דער גליון אויפן וועבסייט צו דאונלאודן יעדע וואך בעז"ה

    < זעה מער כב חשון תשפ"ד 📝
  • די ערשטע פרעזידענטליכע פריימעריס רוקן זיך נענטער

    שטייענדיג בלויז צוויי מאנאטן אפגערוקט פון די ערשטע פריימעריס איז אינטערעסאנט צו זען וואו מען האלט, צו ביידען האט באוויזן צו העכערן זיינע ציפערן, אדער האט טראפ גאר באוויזן צו העכערן אדער לכל הפחות אנהאלטן זיינע ציפערן. &nbsp; די ערשטע שטאט אפצוהאלטן די פריימעריס וועט זיין די רעפאבליקאנער קאקוס אין אייאווע וואס איז געסקעדזשולט אויף למספרם יאנואר 15, ווען אין פעברואר וועלן שוין סאוט קאראליינע, נעוואדע און מישיגען אפהאלטן די דעמאקראטישע פריימעריס, אין נעוואטע, די ווירדזשין איילענדס, סאוט קאראליינע, מישיגען, איידעהא, מיזורי, און די.סי. וועלן אפהאלטן רעפאבליקאנער פריימעריס אדער קאקוסעס, ווען מען וועט ענדיגן מערץ למספרם וועלן שוין מער פון העלפט סעטיטס האבן אפגעהאלטן די פריימעריס סיי אויף די דעמאקראטישע זייט און סיי אויף די רעפאבליקאנער זייט, ווען איבער א טוץ סטעיטס וועלן אפהאלטן זייערע פריימעריס אין דעם איינעם סופער דינסטאג מערץ 5. &nbsp; ווי די ליינער האלטן געוויס מיט האט דער געוועזענער טראמפ בכלל נישט נאכגעלאזט פון זיין געלויף און זיין שארפע און אומסטאבילע טעמפער, ווען ער שפעט און באזינגט זיינע אפאנענטן אן רחמנות, אין די זעלבע צייט וואס די דעמאקראטן שפארן נישט קיין אנקלאגעס און אינוועסטיגעישאנס קעגן טראמפ, וואס האט אבער דערווייל נישט געצייגט קיין סימן אז עס שעדיגט דעם טראמפ. די מידיע באלעקט זיך די פינגער, פארקוקענדיג דעם קומענדיגן פארמעסט, ערווארטענדיג א חזרה אויף דעם פריערדיגן טראמפ קעגן ביידען פארמעסט, האפענדיג אז זיי וועלן זיי קענען צושטעלן זאפטיגע שטאף וואס וועט אנפילן זייערע בלעטער מיט שמוץ און באשולדיגונגען פון איינע קעגן צווייטן. און אפילו די לינקע זענען צופרידן פון דעם וואס ביידען האט באקומען א נאמען פון א פארשלאפענעם און פארעלטערטער פארשוין וואס איז נישט גענוג פריש און שארף פאר דעם זשאב, אבער אויך די רעכטע זענען צופרידן (אונטערן טיש) פון טראמפ'ס קינדערישע טעמפער וואס מוז אלץ האבן וואס צו זאגן און זוכט די העדליינס פאר יעדן פרייז. &nbsp; ווי עס האלט יעצט האלט זיך טראמפ העכער אין די וויכטיגע "סווינג" סטעיטס (סטעיטס וואס ווערט ערווארטעט אז די אויסגאנג זאל זיך ווענדן אין זיי), אבער ביידען האט באוויזן צו פארבעסערן זיין אנזען ווייזענדיג אז ער איז ביים רידער ווען עס האט אויסגעבראכן די כאמאס קעגן מדינת ישראל קריזיס. &nbsp; ווען מען האלט מיט אפילו נאר אויף די שפיץ גאפל ווי די גויאישע פאליטישע קאמפיינס ווערן געפירט, כאפט אן עקל און א גרויל פאר א אידיש קינד, אלע ווערן איינגעשפאנט אין די איינציגסטע און וויכטיגסטע מיסיע פון טרעפן שמוץ אויף יענעם און אונטערברענגען דעם צווייטן. יענעמ'ס בזיונות ווערט פארוואנדעלט אין אזא מין "ספארט" - א שפיל פון פארגיסן יענעמ'ס בלוט. עס איז טאקע אמת אז מען טאר נישט נעמען פאליטיק פערזענליך, ווייל עס איז טאקע נישט מער פון א שפיל פון צוויי קעגנערישע מחנות וואס יעדער וויל גארנישט מער ווי נצחון, קיינער איז נישטא ווייל ער וויל "ראטעווען דאס לאנד", קיינער פון זיי זוכט נישט דיין טובה, אבער מיט דעם אלעם דארפן מיר אכטונג געבן נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין דעם מיאוסן שפיל פון תאוות הנצחון. דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ח"א - סימן קכ"ב, אז "מדת הנצחון אינה סובלת האמת" ווען א מענטש ווערט אריינגעשלעפט אין וועלן זיין גערעכט, וועט ער בשום אופן זיך קענען האלטן צום אמת. &nbsp; דערפאר כאטש מיר ווייסן אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און די גאנצע פאליטיק איז בלויז א שפיל וואס זוכט צו באהאלטן דעם אויבערשטן, איז דא נאך א סיבה פארוואס מיר דארפן נישט אנטייל נעמען אין דעם שפיל, ווייל דאס איז א מיאוסער שפיל ווי מען ווערט צואגעוואוינט צו שלעכטע מידות פון שקר / חנופה / גאוה / מתכבד זיין בקלון חבירו וואס איז ממש דאס פארקערטע וואס א איד זוכט צו טון. &nbsp; מיר וועלן ווייטער נאר זוכן צו זען דאס גוטס און דאס שיינקייט פון יעדן איד, אפילו ער געהער צו מיין קאנקורירנדע פארטיי, מיר וועלן ווייטער דן זיין לכף זכות יעדן איד און מיט דעם וועלן מיר צוריק ברענגען צום אויבערשטן יעדן איד באשר הוא שם.

    < זעה מער כב חשון תשפ"ד 📝
  • אפען הויז פארן נייעם קימפעטארן היים דעם דינסטאג אין מיטוואך

    מיט גרויס פרייד מעלדן מיר אז דער קימפעטארן היים פון היכל הקודש ווערט שוין צוגעגרייט צו ווערן געעפענט אין די קומענדיגע צוויי וואכן.&nbsp; &nbsp; אין צוזאמענהאנג מיטן עפענען דעם פראכטפולן קימפעטארן היים ווערט אנאנסירט צוויי "אפען הויז" טעג, ווי די פאבליק וועט האבן די געלעגענהייט צו קענען זעם דעם וואונדער מיט די אייגענע אויגן, ווי מען האט מיט סייעתא דשמיא באוויזן אויפצובויען אין די קורצע צייט א פראכטפולע און באקוועמע היים ווי די קימפעטארינס וועלן זיך קענען אפרוען נאכן געבורט פון א קינד אויף א גאר געשמאקע פלאץ, וואס וועט גארנישט זיין אונטערשטעליג פון די באקאנטע קימפעטארן היימען מיט אלעם וואס וועט דארט זיין צוגעשטעלט בגשמיות, אבער בעיקר וועט דארט זיין א געשמאקע אטמאספער, אזא זאך וואס געלט קען נישט צושטעלן, דארט וועט מען לאזן לעבן, מען וועט דארט קענען רעדן אפן פונעם אויבערשטן און מען וועט נישט זיין פארקנעכטעט צו די פעיר פרעשור וואס הערשט אויף די אלגעמיינע גאס. און בעיקר וועט עס נישט זיין אויפן חשבון פון מאכן דעם מאן פאר בעל חוב, מען וועט קענען דינגען א צימער אינעם היים פאר פרייזן וואס א אינגערמאן קען זיך ערלויבן, און אזוי די קימפעטארין אהיים קומען פונעם קימפעטארן היים מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף צו א מאן וואס דארף נישט לויפן ארבעטן אווערטיים, און דארף נישט שפילן באהאלטן מיט די בעלי חובות, נאר ביידע עלטערן וועלן זיך קענען אפגעבן סיי מיטן ניי געבוירן קינד און סיי מיט די אנדערע קינדער, און אויפציען זייערע קינדער געזונט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; פאריגע וואך מיטוואך איז פארגעקומען א קביעת מזוזה צוזאמען מיט א שבע ברכות פאר הר"ר אייזיק אפעל שליט"א אינעם נייעם קימפעטארין היים, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך באטייליגט און זיך שטארק באדאנקט פאר ר' יואל הכהן ראזענבערג וואס האט זיך באטייליגט אויף זיין שווערע האראוואניע וואס לייגט אריין אהערצושטעלן אלע פראיקעטן אין די קהלה מיט מסירת נפש, און בפרט דעם קימפעטארן היים. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה שטארק אויסגערומט דעם מחותן נ"י און זיין ווייב תחי' וואס האבן זיך אלע יארן אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די קהלה אנגעהויבן מיט די תלמוד תורה , די סקול, די לעידיס אקזילערי, די חתונות בחנם, וואס דאס אלעס איז זיי צו פארדאנקען, אזוי אויך פאר דעם נייעם קימפעטארין היים האבן זיי זיכער געמאכט אז עס זאל זיין בעז"ה פון בעסטן און שענסטן. מען קען הערן די גאנצע דרשה אויף קול ברסלב. &nbsp; די אפען הויז וועט פארקומען קומענדיגע דינסטאג און מיטוואך פון זיבן נאכמטיג ביז צען אזייגער ביינאכט, דינסטאג פאר מענער און מיטוואך פאר די פרויען. &nbsp; מיטן אויבערשטנס הילף וועט מען שוין קענען עפענען דעם היים אין די קומענדיגע וואך אדער צוויי. און ווי נאר עס וועט זיין פרישע אפדעיטס וועלן מיר בעזרת השם דא מעלדן.

    < זעה מער כא חשון תשפ"ד 📝
  • אלגעמיינע וואלן דעם דינסטאג פרשת חיי שרה למס' נאוועמבער 7

    ווי יעדעס יאר וועט אויך היי יאר פארקומען די אלגעמיינע וואלן וואס פאלט אויס אלץ אויף א דינסטאג אנהייב נאוועמבער למספרם ווי מען שטימט פאר פארשידענע אמטן געוואנדן אינעם יאר, פילע מאל שטימט מען פאר אמטן וואס ציעט אסאך אינטערעסע ווי צום ביישפיל יעדע פיר יאר ווען מען שטימט פאר פרעזידענט, אדער אפילו ווען מען שטימט פאר גאווערנאר אדער סענאטארן. דאס יאר אבער שטימט כמעט נאר פאר לאקאלע אמטן וואס ציעט נישט קיין גרויסע העדליינס, און עס קומען געווענליך ארויס זייער א קליינע עולם. &nbsp; דא וועלן מיר אויסרעכענען אויפן שפיץ גאפל די אמטן וואס זענען אפן דעם דינסטאג אין די שטעט אין ניו יארק סעטיט ווי עס זענען דא א גרויסע ערליכע אידישע אנוועזענהייט, אנגעהויבן מיט ניו יארק סיטי ווי מען וועט שטימען פאר ציווילע געריכט ריכטער, סיטי קאונסיל זיצן, סופרים קאורט ריכטער, פארשידענע שאלות אויפן בעלאט; אין ראקלענד קאונטי וועט מען שטימען פאר א דיסטריקט אטוירני, שעריף, פעמילי קאורט ריכטער, קאונטי לעגיסלאטארן, אין אין פילע לאקאלע שטעט וועט מען שטימען עטליכע אמטן ווי סופערווייזער (אדער מעיאר) און טאון קאונסיללייט (אדער טראסטיס), און נאך אמטן ווי ריכטער וכדומה, דאס רעכענט אריין סאפפערן, רעמעפאו און ספרינג וואלי. אין אראנדזש קאונטי וועט מען קענען שטימען פאר א סטעיט סופרים קאורט ריכטער, קאונטי ריכטער, אזוי וועלן זיין קאנדיטאטן אין די לאקאלע שטעט וואס רעכענט אריין צווישן אנדערע בלומינג גראוו, טשעסטער, מאנראו און וואודבארי; אין סאליווען קאונטי (ווי די קעטסקילס געפונען זיך) וועט מען שטימען אין פילע לאקאלע שטעט ווי צום ביישפיל אין ליבערטי ווי דאס שטעטל קרית ברסלב געפונט זיך וועט מען שטימען פאר סעטיט סופרים קאורט, דיסטריקט אטוירני, קאונטי קלוירק, קאונטי קאראנער, קאונטי לעגסלאטור, טאון סופערווייזער, טאון קלוירק און פאר צוויי קאונסיללייט. &nbsp; דער אמת איז אז נישט דער פרעזידענט און נישט דער מעיאר זענען אונזערע פירער, מיר ווערן געפירט דורכן אויבערשטן וואס איז משגיח אויף אונז אויף יעדע ריר. אבער פארט איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז אין אזא יאר ווי היי יאר, זענען די אמטן אסאך מער נוגע אונזערע טאג טעגליכע לעבן ווייל זיי זענען געשטעלט צו מאכן געזעצט וועלכע רירן אונז צו טאג טעגליך, צום ביישפיל זאונינג, ווי מען מעג בויען און וויפיל, לאקאלע ריכטער וואס אויב ווערט מען אנגעקלאגט אויף עפעס ח"ו ווערט דער משפט געברענגט צו זיי, אבער דאס ווערט מער ווייניגער איגנארירט דורך דער גרעסטער ציבור, מה שאין כן ווען מען שטימט פאר פרעזידענט וואס קען ממש גארנישט אריינרעדן אין די לאקאלע זאכן וואס איז נוגע יעדן יחיד דארט ווערט העדליינס און עס קומען ארויס צו די שטימען רעקארד הויכע ציפערן, בשעת דער פרעזידענט קען בסך הכל באשליסן ווי מען זאל האלטן מלחמה, און ווער עס זאל זיין דער אמבאסאדאר אין די ווייטע לענדער. &nbsp; היינט זונטאג איז דער לעצטער טאג פון די "פריע שטימען" ווי מען קען גיין ביז 8:00 ביינאכט צום סאליווען קאונט העלט דעפארטמענט אויף 50 קאמיוניטי לעין. איבערמארגן דינסטאג ביים וואל טאג וועט מען קענען שטימען פון 6:00 פארטאגס ביז 9:00 ביינאכט ביים ליבערטי פייער דעפארטמעט אויף 256 ספרעריג עוועניו. &nbsp; די קהילה האט ארויסגעלייגט א רוף אז מען זעל שטימען פאר די קאנדידאטן וואס האבן געהאלפן אנשי שלומינו און האבן פארשפראכן ווייטער צו שטיין צו הילף. &nbsp; דער ראש ישיבה האט היינט געשריבן א בריוו "איך וויל דיר בעטן א פערזענליכע טובה, זאלסט יעצט גיין שטימען פאר די קאנדידאטן וואס די הנהלה האט ארויסגעשטעלט מען זאל פאר זיי שטימען, מיר דארפן אנקומען צו די ערוועלטע באאמטע, סיי צו קענען האבן א חדר, א סקול, און שולן, און אויך צו קענען בויען דירות, און נאך אסאך זאכן וואס איז פאר די טובה פון די שטעטל. דעריבער בעט איך דיר, זאלסט יעצט אריבער גיין שטימען, אויך זאלסטו נעמען דיין ווייב זי זאל אויך גיין שטימען. די אינגעלייט וואס זענען געשטעלט אויף די זאך האבן מיר באוויזן פאריגע מאל די נעמען וואס האבן נישט געשטימט, און עס האט מיר זייער געשטערט צו זען די נעמען פון די משפחות. שוין גענוג אפגעשטופט, גיי יעצט שטימען.דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים."

    < זעה מער כא חשון תשפ"ד 📝
  • הרב הצדיק רבי יצחק לעזער שליט”א צוגאסט אויף שבת אין שטעטל

    מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו בכלל און די איינוואוינער פון שטעטל בפרט אויפגענומען דעם גרויסן גאסט פון ארץ ישראל הרב רבי יצחק לעזער שליט&rdquo;א וואס איז געקומען וויילן אין שטעטל פאר צוויי וואכן, לכבוד די שמחת הבר מצוה פון זיין חשובן אייניקל אברהם נרו יאיר בן הר"ר יעקב שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל. &nbsp; דער גרויסער גאסט איז פון די גרויסע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, און האט מקיים געווען דעם משנה אין אבות "יהי ביתך בית ועד לחכמים, והוי מתאבק בעפר רגליהם, והוי שותה בצמא את דבריהם." שעפענדיג פונעם גרויסן קוואל פון מוהרא"ש זי"ע פאר מער פון פופציג יאר, און האט זוכה געווען אפצושרייבן גאר אסאך דברי תורה און שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע מיט זיין זיסע און געשמאקע שפראך, בפרט איז באקאנט די זעכצן בענדער שיחות מוהרא"ש וואס דער גרויסער גאסט האט מזכה געווען פאר כלל ישראל, א ספר וואס איז מחיה און מעודד יעדעם וואס לערענט דערין. &nbsp; אנשי שלומינו קוקן שטארק ארויס מיט צו האלטן די געהויבענע טעג מיטן חשובן גאסט, בפרט שבת קודש ווען מען וועט הערן די דברות קודש און שיינע שמועסן, וואס וועט זיכער מחזק זיין אנשי שלומינו און איבערלאזן א גרויסן רושם אויף א גאר לאנגע צייט. &nbsp; בזמן שהצדיק בעיר הוא זיוה הוא הדרה

    < זעה מער יח חשון תשפ"ד 📝
  • מלחמה פלטים פון דרום טרעפן זייער שידוך אין ירושלים

    עס איז באקאנט דער ווארט פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז אסאך מאל מאכט דער אויבערשטער אז עס זאל אויסברעכן א מלחמה צווישן לענדער נאר כדי א שידוך זאל צושטאנד קומען, דער אנלויפט פון דא, און דער אנטלויפט פון דארט און אזוי ווערט א שידוך. &nbsp; אזא מעשה האט פאסירט אין די יעצטיגע טעג ווען א היימישע משפחה פון אשדוד וואס האט אן עלטערע בחור אין שטוב איז אנטלאפן פון שטאט צוליב די פילע מיסלס וואס האבן גערעגעט כסדר, דער אויבערשטער האט צוגעפירט זיי זאלן טרעפן א א דירה צו דינגען און ירושלים אויף רחוב ים סוף. &nbsp; איין טאג איז דער איד געגאנגען צו איינע פון די גדולי ירושלים און געבעטן א ברכה פאר זיך פאר די משפחה און דערמאנט אז ער האט א זון אן עטלטע בחור, האט אים דער גדול געזאגט אז ער זאל גיין צו הרב חיים שמערלער שליט"א וואס פארפיגט אויף די וועלט בארימטע ארגאנציזאציע הגפן וואס טוט טאקע דאס, זיך אפגעבן מיט בחורים און מיידלעך זאלן טרעפן זייער באשערטע שידוך פון הימל. &nbsp; דער איז איז אראפ געגאנגען צום בית המדרש היכל צבי צאנז ווי הרב שמערלער איז דער רב דארט, און אים געזאגט אז ער איז אנטלאפן פון אשדוד, און ער האט געהערט אז ער טוט פאר בחורים פאר שידוכים, ער האט אן עלטערע בחור, אויב ער קען אים העלפן, זאגט אים הרב חיים "פונקט נעכטן האב איך באגעגענט א איד וואס איז אנטלאפן ווי דיר פון שטאט רחובות דער אויבערשטער האט אים צוגעפירט צו האבן זיין אכסניה אויף רחוב סנהדריה וואס איז ממש איין גאס אוועק פון וואו דו האלטס זיך אויף, ער האט מיר געזאגט אז ער האט אן עלטערע טאכטער, זעט אויס אז פון הימל וויל מען עפעס, ער האט אריינגערופן צו זיין אפיס הגפן און געבעטן א שדכן זאל זיך פארען דערמיט און זען וואו דער אויבערשטער וועט עס פירן, און ברוך השם געלויבט דער אויבערשטער ביז אפאר טעג האט מען געשלאסן שידוך, ווי זאגט ר' יונתן שווארץ? סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן! &nbsp; דער הייליגער תנא רבי יוסי בן חלפתא האט געזאגט אז דאס איז וואס דער באשעפער טוט א גאנצן טאג ער זיצט און פירט אויס שידוכים, דער מדרש לייגט צו אז דער אויבערשטער מאכט לייטערס דער גייט ארויף און דער גייט אראפ און אזוי קומען זיך שידוכים צוזאם, ווער עס האט שכל און לאזט זיך פירן פון באשעפער דער קומט אן גרינג צו זיין שידוך, ער דארף נישט גיין אין ערגעץ, אבער דער וואס מיינט אז אזא יחסן, אדער אזא עושר, אזא חכם ווי ער איז נאכנישט געווען זינט בריאת העולם, דארף נעבעך דורכגיין אסאך ביז זיין באשערטע שידוך קומט אן. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ רעדן פון די גרויסקייט פון העלפן בחורים און מיידלעך אויפשטעלן אידישע שטובער, צדיקים פלעגן זאגן אז שדכנות געלט איז אמת'ע כשר'ע געלט, און דאס איז די תכלית הבריאה אז מען זאל חתונה האבן און אויפשטעלן אידישע הייזער און איבערגעבן די אמונה ווייטער פאר די קינדער, וואס מיט דעם איז מען מקרב די גאולה ווי עס איז באקאנט דער מאמר חז"ל "אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף", און מיט דעם ווערט מען א שותף מיט כביכול דעם אויבערשטן. &nbsp; דער אויבערשטער וועט זיכער אויספירן זיינס, און שידוכים ווערן ברוך השם, אבער וואויל איז פאר דער וואס האט א חלק דערין, ער רעדט נישט אפ קיין שידוכים מיט נארישע חשובנות, וועגן כבוד און יחוס, דער פאסט נישט פאר דעם, נאר העלפט צו אידישע קינדער צו קענען טון שידוכים אינגערהייט און גרינגערהייט וועט אים גוט זיין בזה ובבה.

    < זעה מער יח חשון תשפ"ד 📝
  • אבות ובנים פראגראם מוצאי שבת קודש אין אלע בתי מדרשים פון היכל הקודש

    אינעם ווינטער סעזאן ווען די שבת נאכמיטאגס זענען קליין און עס איז דא א לאנגע מוצאי שבתים, טוט מען אריבער רוקן די אבות ובנים זמן צו מוצאי שבת קודש, און אנשי שלומינו נוצן אויס די געלעגענהייט זיך אראפ צו זעצן איין מאל א וואך פאר עטליכע מינוט מיט די קינדער און מען גייט דורך מיט זיי די לימודים וואס זיי האבן געלערנט במשך די וואך. &nbsp; די מנהג פון לערנען מיט די קינדער מוצאי שבת וואס ווערט אנגערופן &ldquo;אבות ובנים&rdquo; איז געווארן איינגעפירט דורך אונזער רבי מוהרא&rdquo;ש זכותו יגן עלינו, וואס האט שוין איבער פערציג יאר צוריק געשריבן א קונטרס איבער די נושא מיטן נאמען &ldquo;אבות ובנים&rdquo; ווי מוהרא&rdquo;ש ברענגט ארויס די וויכטיגקייט פון לערנען מיט די קינדער און זיך נאכפרעגן וואס מען האט געלערנט און אזוי אויך אויפכאפן אויב די קינדער כאפט אויף גוט און ריכטיג די לימודים אין חדר. &nbsp; און אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה האבן די גבאים פון אלע בתי מדרשים היכל הקודש איינגעפירט דעם שיינעם מנהג, צו לערנען מיט די קינדער זומער שבת נאכמיטאג און ווינטער מוצאי שבת קודש, און דערמיט מאכן א נענטערע קשר מיט די קינדער. די גבאים טיילן אויס פאר די קינדער גוטע זאכן, און נאכן לערנען קומט פאר שיינע גורלות. &nbsp; 🛒 ספר אוצר חינוך הלדים (אנטהאלט צווישן אנדערע דער קונטרס "אבות ובנים") צו קויפן 📖 ספר אוצר חינוך הלדים (אנטהאלט צווישן אנדערע דער קונטרס "אבות ובנים") צו לערנען &nbsp;

    < זעה מער יז חשון תשפ"ד 📝
  • זייגערס ווערן צוריק גערוקט מיט א שעה קומענדיגן מוצאי שבת קודש

    קומענדיגן מוצש"ק אום איינס אזייגער וועט מען צוריק רוקן אין אמעריקע דעם זייגער מיט א שעה, און אנצייכענען צוועלף אזייגער, וואס מיט דעם וועט מען ענדיגן דעם "טאגליכט שפארן צייט" (דעילייט סעיווינגס טיים) וואס גייט אן אין אמעריקע במשך רוב יאר, און הייבט זיך אן ביים צווייטן מוצש"ק פון מאנאט מערץ למספרם און ענדיגט זיך ביים ערשטן מוצש"ק אין מאנאט נאוועמבער למספרם. &nbsp; די ציל פונעם גערוקטן זייגער איז צו בענעפיטירן אלגעמיינע אמעריקאנער זאל קענען געניסן פון מער טאג ליכטיגקייט במשך די אלע חדשים פון זומער, דעריבער רוקט מען דעמאלטס צוריק די זייגער מיט א שעה כדי עס זאל ווערן טונקעלער מיט איין שעה שפעטער אויפן זייגער (אין אנדערע ווערטער טוט מען דערמיט שטופן מענטשן זיך צו לייגן א שעה פריער און אויפשטיין א שעה פריער) דאס קומט צוליב וואס אין די זומער חדשים ווערט זייער פרי ליכטיג, און מען האט געוואלט אז די שעות פארטאגס ווען עס איז שוין ליכטיג זאל אויך קענען גענוצט ווערן פראדאקטיוו. &nbsp; אבער במשך די עטליכע ווינטער חדשים לוינט זיך שוין נישט דאס געשעפט וויבאלד עס ווערט זייער שפעט ליכטיג, און ווען מען האט עס אויספרובירט אין יאר 1794 למספרם אז מען האט געלאזט דעם זומער זייגער א גאנץ יאר האט זיך עס אויסגעשטעלט אלץ נישט פאסיג, מענטשן האבן געטענהט אז זיי מוזן גיין צו די ארבעט ווען עס איז נאך טונקל, און אז זייערע קינדער דארף גיין אין די שולעס זייער פרי פארטאגס. &nbsp; די יעצטיגע איינשטעל אז די ווינטער זייגער איז בלויז פאר בערך פיר חדשים איז געווארן איינגעשטעלט אין יאר 2005 למס' דורכן דעמאלדסטיגן פרעזידעט בוש דער צווייטער, וואס ביז דעמאלטס איז די ווינטער זייגער געלאפן פאר בערך פינף חדשים. &nbsp; עס זענען דא פילע אין אמעריקע וואס זענען קעגן די גאנצע געדאנק פון רוקן די זייגער, מענטשן זאגן אז עס נעמט זיי עטליכע טעג אדער וואכן ביז זיי שפירן זיך באקוועם מיט די גערוקטע זייגערס, און בפרט אנפאנג פון די זומער זייגער ווען מען פארלירט א שעה, זאגן מענטש אז מען שפירט זיך מיד עטליכע טעג. אין אן אנקעטע האבן בערך פערציג פראצענט אמעריקאנער געזאגט אז זיי וואלטן געוואלט האבן א גאנץ יאר די זומער זייגער, און בערך דרייסיג פראצענט נאר די ווינטער זייגער, און אונטער פינף און צוואנציג פראצענט ווילן ווייטער אנהאלטן דאס רוקן די זייגער. &nbsp; ביי אונז אידן איז טון דעם רצון ה' דאס וויכטיגסטע דערפאר אויב זאל מען לאזן די זייגער אויף א גאנץ יאר וואלט עס געמאכט א גרויסע שוועריקייט פאר פילע אידן וואס דארף פארן צו די ארבעט און דארט זיין פרי אין טאג, וויבאלט לויט די זומער זייגער וואלט אויסגעקומען עטליכע וואכן וואס די נץ החמה וואלט געווען נאך אכט אזייגער אין פילע שטעט אין אמעריקע. &nbsp; אין די וועלט איז דא א אויסדרוק "צייט איז געלט" (טיים איז מאני), אין די וועלט איז מען מחשיב די צייט ווייל "מ'קען אין די צייט פארדינען געלט", אבער ביי אידישע קינדער קען מען ענדערש זאגן "מאני איז טיים", די גאנצע חשיבות פון געלט איז אז מען האט אוועקגעגעבן דערויף טייערע צייט. וואס דאס איז די טייערסטע זאך וואס א מענטש פארמאגט. א מענטש באקומט פון באשעפער א באשטימטע סכום פון צייט וואס ער האט דא אויף דער וועלט, און עס איז נישטא קיין וועג וויאזוי מען קען קויפן נאך פון די טייערן מאטריאל וואס הייסט צייט, און דערפאר איז "שמירת הזמן" געווען די טייערסטע זאך ביי ערליכע אידן, און יעדע מינוט האט מען אויסגענוצט אדער האט מען גערעדט צום אויבערשטן, אדער האט מען גערעדט פון אויבערשטן, און דאס האט מען געטון בשעת מען האט געטון אלעס במשך דעם טאג האט מען מיטגענומען דעם אויבערשטן מיט זיך, וואס דאס איז די טיישט פונעם פסוק וואס זאגט אז "ואברהם זקן" אברהם אבינו איז שוין געווען אלט, "בא בימים" ער איז געקומען מיט זיינע טעג, יעדן טאג האט ער געלעבט מיטן אויבערשטן אויך ווען ער האט געגראבן קוועלער, אויפגענומען געסט, און אלעס וואס ער האט געטון האט ער געטון מיטן אויבערשטן.

    < זעה מער יז חשון תשפ"ד 📝
  • אפעראציע אדער אינוואזיע?

    אין די יעצטיגע טעג קומען פאר העפטיגע שלאכטן צווישן די איזראעלישע מיליטער און די כאמאס טעראריסטן אין צפון עזה, עס זענען אריינגעפארן הונדערטער טאנקען, מיליטערישע דזשיפס, טויזנטער סאלדאטן, מיטן ציל אויסצוראטן כאמאס. כאמאס פרובירט צו קעמפן פון זייער טונעלן, און די איראנער רעגירונג האט שוין געלאזט הערן זייער רויטע לינע אויב עס ווערט געמאכט אן אינוואזיע צו עזה. אבער די מדינה זאגט, טאקע מיר גייען מאכן אן אינוואזיע אויף עזה, אבער יעצט איז עס בלויז א גרעסערע מיליטערישע אפעראציע... &nbsp; לאמיר באזוכן רוסלאנד און אוקריינא, עס טוט זיך א מלחמה שוין כמעט צוויי יאר, אבער חלילה וחס, וואס האסטו געזאגט מלחמה? אין רוסלאנד זאגן מלחמה, איז אחת דתו, "עס קומט פאר א מיליטערישע אפעראציע צו דיסנאציפיצירן אוקריינא" שרייעט דער רוסישער בער אזש ביז הייזעריג ווערן. אבער די מערב וועלט רופט אן דעם קינד ביים נאמען "די רוסישע אוקריינא מלחמה". איז וואס גייט דארט פאר? איז עס אן אפעראציע אדער אן אינוואזיע? &nbsp; רוסלאנד פון זייער זייט האט שוין אויך אראפ געשטעלט פילע רויטע ליניעס, "אויב מ'וועט געבן לאנג שטרעקיגע וואפן פאר אוקריינא, נא נא" שאקעלט דער רוסישער ווארטזאגער מיט זיין פינקי פינגער. למעשה האלט שוין אמעריקע לאנג אסאך ווייטער דערפון, יעצט איז רוסלאנד ארויס מיט א פרישע ווארענונג "מ'זאל נאר נישט געבן קיין פאטריאט סיסטעמס", היינט ליגן שוין די פאטריאטן לאנג אין אוקריינא, אבער רוסלאנד איז ווייטער פריש כאילו מען האט נאך קיינמאל געווארענט "געבן פאר אוקריינא עף סיקסטינס איז ביהרג ואל יעבור", ווען די עף סיקסטינס וועלן אנקומען קיין אוקריינא ווייס איך נישט, אבער יעצט האבן זיך שוין צענדליגע אוקריינע סאלדאטן געטרעינט אויף די אמעריקאנער פליגערס, ועוד ידם נטוי' נאך צענדליגע זעלנער טרענירן זיך אין עטליכע אייראפעאישע לענדער, ווארשיינליך וועלן מיר זיך אויפוועקן איין טאג און הערן אז אוקריינע האט באמבאדירט מיט די זעכצענערס, און הוברר הדבר למפרע אז זיי האבן עס שוין אין זייער באזיץ פאר א לענגערע צייט. &nbsp; וואס פארא מין ווערטשאפט איז דאס? מען גייט אריין אין א לאנד, אבער אינוואזיע? וואו זעסטו דא אינוואזיע? דאס איז אן "אפעראציע", זעסט נישט דא איז די אפעראציע צימער, מען אפערירט דא! וואס הייסט דו זעסט נישט? איך זאג דיר דאך קלאר, איך מאך אן אפעראציע און שוין... &nbsp; דער אמת איז אז דאס איז א סטראטעגיע פון פילע לענדער אין די וועלט אריינגערעכענט אמעריקע און כינע, אז מען וויל טון דאס זייעריגע אן דעם וואס די אנדערע זייט זאל ארויסגיין פון די כלים און שרייען אז יענער טרעט איבער א "רויטע ליניע", און זאכן ווערן דערנאך נאר מער קאמפילצירט וואס פעלט זיך נישט אויס פאר די הצלחה. דאס איז א סטראטעגיע פון טון וואס איך וויל אבער, זיך מאכן תמ'עוואטע "וואס איך האב געשפיגן? וואס איך? איך מיין אז אפשר רעגענט..." און די אנדערע זייט פאסט נישט צו מאכן אן עסק, און אזוי האפט מען יענער זאל באקומען דעם מעסעזש, אבער איך האב עס נישט אנגעהויבן. נישט אלעמאל ארבעט דער טריק, אבער דאס פרובירט מען צום ערשט. &nbsp; דער סמ"ך מ"ם נוצט אויך די זעלבע טאקטיק קעגן אונז, ער קומט נישט בעטן "גיי עס חזר פלייש", ער ווייסט עס וועט נישט ארבעטן, "איך עס נישט קיין חזר פלייש און זוך א צווייטן", ער קומט צו אונז מיט מצוות, "קוק וויאזוי דו זעסט אויס, ביסט דורגעפאלן, דארפסט זיין צובראכן, קלאג און קרעכץ ווי שווארץ די מצב איז", פילע ערליכע פאלן אריין אין אזא נעץ, דאס זעט אויס ווי אזא הייליגע געדאנק, עס זעט אויס ווי עצבות איז דא ממש א מצוה, מרה שחורה איז א הייליגע פליכט. אזוי אויך פרובירט ער צו כאפן א מענטש מיט די מצוה פון מחלוקת "דער איז דאך אזא אויסוואורף, עס איז מצוה אים צו בארעדן, ער קען נאך אונטערברענגען אלעס, גיי ארויס קעגן אים מיט א מלחמת מצוה", דא ווערן ווייטער פילע ערליכע אידן פארכאפט, ווייל ערליכע אידן זוכן נאר צו טון מצוות ומעשים טובים. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט טייטשן די פסוק "ואנשי סדום רעים וחטאים" די מענטשן פון סדום זענען געווען שלעכט און זינדיג, אבער "להשם מאוד" זיי האבן עס געמיינט כולו לשם שמים, מען האט גערצחעט מענטשן לשם שמים. &nbsp; אבער אויך פון די אנדער זייט קען מען נוצן די עצה, ווען א מענטש וויל זיך צוריק קערן צום אויבערשטן, זאל ער זאגן "היינט וויל איך זיין אן ערליכער איד, היינט וויל איך לייגן תפילין, גיין אין מקוה, דאווענען מיט מנין, לערנען אביסל חומש רש"י" און אזוי ווייטער, און אויב דער סמ"ך מ"ם וועט עס אים מאכן אויסזען אוממעגליך, זאל ער אים זאגן "נאר היינט, מארגן וועלן מיר זען וואס וועט זיין", און אזוי איין טאג אויף אמאל, קען מען זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד.

    < זעה מער טז חשון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 541 to 555 of 1670 results

1 2 ... 34 35 36 37 38 39 40 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com