Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • טייערער איד פון מאנסי מו"ה ישי אונגאר ז"ל אומגעקומען אין עקסידענט

    מאנסי. - נעכטן האט כלל ישראל פארלוירן א טייערע איד מו"ה אהרן ישי בן ר' יחיאל מיכאל אונגאר ז"ל, וועלכע איז טראגיש אומגעקומען אין א שווערע עקסידענט אויפן פאליסעידס פארקוועי, און האט צוריק געגעבן זיין לויטערע נשמה אין אינגן עלטער פון בלויז 62 יאר.   טראץ זיינע פילע מיטמאכעניש, האט דער נפטר אלץ געהאט א שמייכל אויפן פנים, און איז אלץ געווען גוטהארציג און ווארים צו יעדן איד, און מיט זיינע אלע יסורים האט ער קיינאמל נישט געהאט קיין טענות אויפן אויבערשטן, און נאך מער ער האט פארגינען א צווייטן זאל גיין גוט, טראץ וואס ער האט נישט געהאט, און זיך מיטגעפריידט מיט אנדערע און זיך קיינמאל מתרעם געווען אויפן אויבערשטן. אזוי ווי דער נפטר האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, בעט מען פון ווער עס קען זאל לערנען משניות, זאגן תהלים און טון מעשים טובים לעילוי נשמת אהרן ישי בן ר' יחיאל מיכל ז"ל.   נאך מער וועט זיין א טובה פאר די נשמה אז מיר וועלן זיך אפלערנען פונעם נפטר צו דאנקבאר זיין דעם אויבערשטן פאר אלעס גוטס וואס דער אויבערשטער געבט אונז, און קיינמאל נישט האבן קיין קשיות, און אנשטאט קאמפלעינען "פארוואס האב איך נישט דאס, פארוואס האב איך נישט יענץ", וועלן מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעמען, און נאך בעטן אז עס זאל גיין גוט פאר אנדערע. דער רבי זאגט אז אז פארגינען א צווייטן זאל גיין גוט אפילו אים גייט נישט גוט איז גאר א גרויסע מדריגה.    די לוי' וועט ארויסגיין היינט מיטוואך 7:30 אווענט פון ביהמ"ד פאפא אין מאנסי אויף סוזען רד. נאכדעם וועט עס אריבערגיין דעם מעליצער ביהמ"ד אויף טשארלס רד, און אום 9:00 וועט עס קומען קיין שיכון סקווירא.   אין מלוין לו לאדם אלא מצוות ומעשים טובים  

    < זעה מער טז כסלו תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו שליסן שותפות מיט די מוסדות ביי בן גמלא מסיבות

    מיטן וואוקס פון די הייליגע מוסדות די תלמוד תורה און מיידל סקול וואקסט קע"ה, ווען מען עפענט כסדר פרישע סניפים אין נאך שטעט און נאך לענדעראין די וועלט, צוזאמען מיט דעם וואקסט דער בודזשעט און די פעיראל וואס די מוסדות נעמט זיך אונטער צו באצאלן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די לעצטע צייט, איז די מצב געווארן גאר ענג, ממש מען קען נישט באצאלן, עס איז פשוט נישטא פון וואו. &nbsp; דערפאר זענען אנשי שלומינו זייער דאנקבאר די צוויי חשובע עסקנים וואס זענען שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו מיט זייער ווארים הארץ פארן אייבערשטן, מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו&nbsp; מיט מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו וואס האבן זיך אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן שאפן די נויטיגע געלט מען זאל קענען באצאלן די טייערע איבערגעגעבענע מלמדים און טישטערס, וואס געבן זיך אוועק מיט אזא געוואלדיגע געטריישאפט, און לייגן אריין גרויסע כחות צו מחנך זיין דעם קומענדיגן דור פון כלל ישראל, אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט בגשמיות און ברוחניות. &nbsp; יעצט האט מען ווידער אויפגעפרישט דעם "בן גמלא" קאמפיין, וואס גייט שוין אן צום גוטן פאר די לעצטע דריי יאר, ווי פילע אנשי שלומינו האבן געהאט די זכיה אפצוקויפן די זכות לימוד התורה פון א מלמד מיט זיין גאנצע כיתה פאר א חודש. &nbsp; אין די טעג קומען פאר מסיבות צו אויפטרייבן נדבות צום קאמייפן, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת אין מאנסי אין שטוב פון מו&rdquo;ה אלי&rsquo; קנאלל הי&rdquo;ו וואס איז אלעמאל גרייט ארויסצוהעלפן, און יעצט האט ער אויך זיך ארויסגעשטעלט און געגעבן זיין דירה פארן אט די הייליגע מסיבה. א צווייטע מסיבה איז פארגעקומען אין בארא פארק אין שטוב פון מו&rdquo;ה שמעון גאנצפריעד הי&rdquo;ו. אינמיטן די מסיבה איז געווען גאר א שיינעם סורפרייז ווען דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א איז געקומען זיך משתתף זיין און באשיינען די מסיבה. עס איז פארמירט געווארן א שיינעם שמועס מיטן ראש ישיבה שליט&rdquo;א פאר א שטיק צייט, פון וואס אנשי שלומינו אין בארא פארק האבן זייער הנאה געהאט און באקומען חיזוק אויף ווייטער. &nbsp; דער אדמיניסטראטאר מו"ה ראפל פארסט הי"ו געט איבער האט זיך שטארק אנגעזען די ווארימקייט פונעם ציבור. ווען עס איז אריינגקומען גאר שיינע נדבות ביי די מסיבות, וואס האט געגעבן א שטארקע שטופ צו קענען אביסל באלאנסירן דעם בודזשעט פון די מוסדות, און וועט שטארק צוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל נישט דארפן טראגן קיין געלט דאגה פון די מוסדות. &nbsp; אין די קומענדיגע טעג גרייטן זיך די צוויי חשובע עסקנים צו קומען צו די אנדערע געגענטער ווי אנשי שלומינו געפונען זיך בעזרת השם יתברך, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך פרייען צו אפקויפן דעם גרויסן זכות פון "בן גמלא" און העלפן באצאלן א מלמד וואס לייגט אריין אמונה, תמימות, יראת שמים און מידות טובות אין א גאנצע קלאס פון קינדער. &nbsp; &nbsp; צו באשטייערן און נעמען א חלק קען מען אלץ רופן די געטרייע גבאים מו&rdquo;ה אברהם משה שטראססער הי&rdquo;ו אדער מו&rdquo;ה יעקב משה אינדארסקי הי&rdquo;ו. &nbsp;

    < זעה מער טז כסלו תשפ"ד 📝
  • לאמיר זיך דערמאנען פון זומער: שוויצן און היצן

    ר' יעקב שפאצירט געמיטליך אין א רואיגן זומערדיגן שבת נאכמיטאג, ער זעט אז יעצט איז זייער א געשמאקע וועטער ארויסצוגיין כאפן א שפאציר מיטן אויבערשטן, עס בלאזט א לייכטע ווינטל, די זון שמייכעלט אונטער די וואלקענעס, און ער שפירט דעם באשעפער'ס וועלטל ווי עס רופט אים, "קום ארויס רעדן צום אויבערשטן צווישן אונז, קום אריין אין פעלד צווישן די ביימער און גראז און שמועס דיך אויס דיין הארץ", אומר ועושה, ער עפענט אויף דעם טיר פון זיין פארטש, גייט אראפ עטליכע טרעפ צו די גראז, און הייבט אן זיין שפאציר שמועס צווישן די גראז און ביימער, ווי ער עפענט זיך אויף זיין הארץ ווי ער בענקט צום אויבערשטן, און דאנקט דעם אויבערשטן פאר אלע זיינע חסדים וואס ער טוט מיט אים, ביי בערך פופצן צוואנציג מינוט אין זיין שפאציר הייבט ער אן צו שפירן ווי עס הייבט אן צו קומען טראפענס וואסער פון זיין פנים, און אזוי נישט מיר נישט דיר, איז זיך די זון ארויסגעקומען, און די טעמפעראטור האט זיך געהויבן מיט א שיינע פאר נומערן. דאס האט געמאכט ר' יעקל טראכטן "פארוואס האט דער באשעפער געמאכט מיר זאלן שוויצן ווען מיר ווערן הייס?", "וואס איז די תועלת פון שוויצן?", שטייענדיג יעצט אנפאנג ווינטער ווען מיר דארפן זיך ארומוויקלען מיט שאלן און הענטשוך ווען מיר גייען ארויס אין גאס, איז געשמאק צו טראכטן פון די זומערדיגע דאגות פון שוויצן... &nbsp; מיר אויף דער וועלט רעדן זיך נישט איין אפילו פאר איין רגע אז מיר פארשטייען דעם אויבערשטענ'ס דרכים, און אז מיר ווייסן "פארוואס" עפעס פאסירט, אבער פארט איז כדאי צו זען די וואונדער פון באשעפער און זען די גרויסע חסדים וואס דאר אויבערשטער טוט מיט אונז יעדע רגע, און אפילו זאכן וואס זעען אויס אומבאקוועם, זענען באמת א געוואלדיגע טובה פארן מענטש, און עס איז אויך עפעס וואס ער דארף דאנקען דערפאר דעם אויבערשטן. &nbsp; שוויצן איז א קריטיש וויכטיגע זאך פאר א מענטש, אויב א מענטש וואלט נישט געשוויצט וואלט ער געווען אין א גאר גרויסע סכנה טאג טעגליך. דער אויבערשטער האט באשאפן אז די טעמפעראטור אין א מענטש'ס קערפער דארף זיין ביי 98.6 פערנהייט (אדער 37 צעלסיוס), אויב א מענטש איז אויסגעשטעלט פאר א לענגערע צייט צו מער היץ, צי דורך וויילן אין א הייסע סביבה, צי זאל עס זיין דורך ארבעטן שווער, האט דער אויבערשטער באשאפן אינעם מענטש ספעציעלע "שווייס גלענדס" וועלכע געבן ארויס פיצעלעך טראפעלעך וואסער ארויס צו די אויבערפלאך פון די הויט, און דער אויבערשטער האט אזוי איינגעשטעלט אז ווען וואסער ווערט עוועפארירט (וואס מיר זעען דאס אלץ "וואסער וואס האט זיך אויסגעטרוקענט") וועט עס ארויסצוען ענעריגע-היץ פון די פלאץ אויף וואס ער זיצט, און דערמיט וועט זיך די וואסער טוישן פון א פליסיגע פארעם צו א געז, און ווערן וואסער וואס איז אויסגעמישט מיט די לופט, און דאס איז בכח אפצוקילן א מענטש. &nbsp; האט איר שוין אמאל געטראכט פארוואס ווען מען קומט ארויס פון מקוה שפירט מען זייער קאלט, אבער ווען מען ענדיגט זיך אפווישן איז די טעמפעראטור געשמאק? דאס קומט צוליב וואס די פילע וואסער טראפענס וואס ווערן "אויסגעטרוקענט" פונעם קערפער וואס קילט אפ דעם מענטש. &nbsp; אבער, דאס איז נאר אויב דער מענטש איז אין א טרוקענע פלאץ, ווייל ווי געזאגט, וואו גייט דאס וואסער? עס ווערט "אויסגעמישט" מיט די לופט, און לופט האט א שיעור וויפיל וואסער עס קען אריינעמען. קאלטע לופט קען נעמען ווייניגער וואסער, און הייסע לופט קען נעמען מער וואסער, און דערפאר ווען א מענטש וועט נעמען א שויער אין א קליינע פלאץ און די גאנצע לופט וועט שוין זיין דאס מערסטע "נאס" וואס מעגליך, וועט מען בכלל נישט שפירן אז די נאסקייט מאכט אים קאלט, אבער אין די רגע עס קומט אריין טרוקענע לופט אינעם צימער הייבט מען גלייך אן צו שפירן א קעלט. &nbsp; עס זענען דא מענטשן וואס די שוויצן מעכאניזם ארבעט נישט אזוי גוט, געווענליך קליינע קינדער און עלטערע מענטשן, ביי זיי איז וויכטיג אז מען זאל אכטונג געבן אז זיי זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין גרויסע היצן, כדי אויסצומיידן סכנות. &nbsp; אויך איז כדי צו באטאנען אז ווען מען שוויצט געבט די קערפער ארויס איר אייגענע וואסער וואס זי דארף זייער וויכטיג האבן צו קענען פונקציאנירן געזונט, און ווען מען איז אויסגעשטעלט צו שוויצן איז זייער וויכטיג צו טרונקען גענוג כדי צו צוריק אנפילן די רעזערווארן פון וואסער. און אויך ביי דעם זענען קינדער און עלטערע געווענליך שוואכער, זייער דורשט חוש איז שוואך, און מיר דארפן זיכער מאכן אז די קינדער און די עלטערע אויף וועמען דער באשעפער האט אונז געגעבן אחריות זאלן טרונקען גענוג. &nbsp; נאכדעם וואס ר' יעקב האט אריינגעטראכט אין די געוואלדיגע חסד פון אויבערשטן וואס פאר טובה דער באשעפער טוט מיט אים אז ער קען שוויצן, האט ער צוגעלייגט נאך א דאנק צום אויבערשטן "ישר כח באשעפער אז איך שוויץ"!

    < זעה מער טו כסלו תשפ"ד 📝
  • ילד שעשועים ברסלב קימפעטארין היים

    &nbsp; גאר א פרייליכע שטימונג הערשט אין היכל הקודש אין די טעג מיט דעם וואס דער נייער "ילד שעשועים ברסלב קימפעטארין היים האט מיטן אייבערשטנ'ס הילף געעפענט אירע טויערן אין די יעצטיגע טעג. &nbsp; פאר א צייט צוריק איז דער געטרייער עסקן מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו געקומען צום ראש ישיבה און פארגעשלאגן א געדאנק צו עפענען א ברסלב'ע קימפעטארין היים, וואס זאל סערווירן די געברויך פון אנשי שלומינו וואס די פרויען דארפן זיך גיין אויסרוען נאכן האבן א קינד, וואס גיין זיך אפרוען אין אנדערע פלעצער קען ברענגען מיט זיך שוועריקייטן, ווי למשל די הויכע פרייזן וואס מען בעט פאר א נאכט, וואס דאס קומט צוליב דעם וואס מען שפירט אז מען דארף צושטעלן די קימפעטארן היים מיט גאר גאר א הויכע סטאנדארט, וואס דער אמת איז אז מען דארף דער עיקר די הארץ און געפיל וואס ליגט דערין, נישט דוקא די אלע פענסי לייטס און טיילס ארום און ארום. &nbsp; צוליב דעם און נאך סיבות האט דער ראש ישיבה געזען פאר וויכטיג אריינצוטאנצן אין א פרישע פראיעקט פון אהערשטעלן א קימפעטארן היים, וואס וועט זיין צוגעשטעלט מיט הארץ און נשמה אויף א שיינעם איידעלן אופן.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשטעלט משפחת אפפעל שיחי' וואס האבן שוין אויף זייער רעקארד צו אנפירן פילע פראיעקטן פאר אנשי שלומינו, אנגעהויבן מיטן צושטעלן דאס עסן פאר די סקול און חדר, נאכדעם מיט די לעידיס אקזילערי, און אין די לעצטע יארן מיט די חתונות וואס מען שטעלט צו בחנם, פון וואס איבער הונדערט מחותנים האבן געקענט פירן זייערע קינדער אונטער די חופה גענצליך בחנם. &nbsp; די חשובע מרת וועבערמאן שתחי' אשת הר"ר אברהם הערש שליט"א וואס איז אן אייניקל פון הרה"ג ר' נפתלי ראזענפעלד ז"ל וועלכע איז געווען דער ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיט'ן געדאנק פון א "קימפעטארן היים", האט זוכה געווען צו עפענען דעם נייעם קימפעטארן היים, נאכדעם וואס אלעס איז בסעייתא דשמיא פארטיג געווארן אין די לעצטע טעג. מען קען רעזערווירן א פלאץ אינעם היים אין די צייט פון א שמחה דורך רופן מרת אפפעל תחי'.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ד 📝
  • פאברעכער פרובירט צו גנב'ענען תפילין פון ביהמ"ד אין וויליאמסבורג

    אין א שאקירענדע ווידיא וואס איז פארעפענטליכט געווארן זעט מען א רעקארדירונג פון נעכטן זונטאג אינדערפרי, א געווענליכע זונטאג אין בית המדרש סאטמאר אויף קליימער סט. ווי מען זעט ווי א גוי קומט אריין אין שול, און דרייט זיך אהער און אהין, פרובירט צו ווארטן אז קיינער זאל נישט זען, און נעמט א טלית ותפילין בייטל, און ווען די ארומיגע באמערקן דאס, האמפערט ער זיך ארום מיט זיי און אנטלויפט מיט די תפילין. &nbsp; ברוך השם אז מען האט באוויזן צו כאפן דעם פארברעכער איידער ער האט באוויזן גענצליך צו פארשוואונדן ווערן, אבער דאס האט געעפעט א דעבאטע איבער די פילע הונדערטער פאר תפילין וואס ליגן ארום אין די בתי מדרשים וואס זענען גענצליך אפן אין די היימישע געגענטער און זענען אויסגעשטעלט צו ווערן בארויבט אינמיטן העלן טאג. &nbsp; אידישע קינדער וואס האבן עס געזען זענען אויפגעשוידערט געווארן פון די מראה ווי א גוי פרובירט לעיני השמש צו גנב'ענען די טייערע הייליגע תפילין, וואס איז נישט טייער ווייל עס קאסט געלט, עס איז טייער ווייל עס איז א מצוה פונעם באשעפער וואס האט אונז געהייסן צו אנטון די תפילין אויפן קאפ און אויף די האנט, ווי מען זאגט ביי די לשם יחוד אז תפילין של ראש איז מסוגל אז "הנשמה שבמוחי יהיו משעובדים לעבדתו יתברך שמו" אז מיר זאלן געדענקען אז מיר זענען קענכט פארן אויבערשטן, און די תפילין של יד וואס איז קעגן די הארץ איז מסוגל "לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו" אז מיט דעם זאל מען נייגן דאס הארץ און אונזערע תאוות זאלן זיין נאר צו דינען דעם אויבערשטן. &nbsp; מען קען אמאל הערן ווי א מענטש זאגט "יענער האט מצליח געווען ווייל ער האט אן אייזענעם קאפ", אדער "יענער האט גאלדענע הענט", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז פשט וואס די גמרא זאגט אז די שכינה קלאגט (סנהדרין מ"ו ע"א) "קלני מראשי קלני מזרועי" עס טוט מיר וויי אז ער גרויסט זיך מיט זיין קאפ, ער גרויסט זיך מיט זיינע הענט. דערפאר בעטן מיר דעם אויבערשטן יעדן אינדערפרי ווען מיר טוען אן די תפילין אז מיר זאלן געדענקען אז די קאפ, די הענט און אלע אונזערע טאלאנטן זענען א ברכה פונעם אויבערשטן, און מיר זאלן זיך נישט גרויסן דערמיט. &nbsp; ביי ערליכע אידן פלעגט מען זען א געוואלדיגע עבודה און שמחה ביים לייגן תפילין, בפרט ביי די גרויסע צדיקים וואס האבן געוויסט וואס עס טוט זיך אויף יענע וועלט ווען א איד טוט אן תפילין האט מען געזען גרויסע זאכן. און אפילו ביי צדיקים וואס אין אלגעמיין פלעגט מען נישט זען ביי זיי קיין שום תנועות האט מען צומאל געקענט זען ביי תפילין לייגן ווי זיי האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן, און מען האט געזען אז דאס איז נישט קיין פשוטע זאך. &nbsp; ווי עס איז באקאנט אז דער סיפור ביי דער הייליגער סאטמארע רב זי"ע, וואס ווי באקאנט פלעגט ער נישט מאכן קיין שום רבי'שע תנועות ביי קיין שום געלעגענהייט, אויסער ביים לייגן תפילין. איינמאל האט דער רבי געזען ווי איינער מאכט אים נאך ביים לייגן תפילין און ער שאקעלט די הענט אויפן וועג ווי ער פלעגט טון, און עס האט אים וויי געטון, און ער האט יענעם געזאגט "איך מאך שוין לאנג נישט אזוי...", דאס איז צוליב וואס ווען א צדיק מאכט עפעס א תנועה איז עס נישט ווייל ער וויל זיך ווייזן, און עס איז נאריש נאכצומאכן יענעם. &nbsp; אז מיר וועלן זיך פרייען מיט די הייליגע תפילין וועלן מיר זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ד 📝
  • גריסן פון אנשי שלומינו אין קאנאדא

    וואס טוט ביי אונזערע ברודער אין מאטריאל און טאהש אין קאנאדע? מיר האבן געכאפט א שמועס מיטן גרויסן מפיץ הר"ר שלום אלי' אינדיג שליט"א היינט זונטאג, בשעת ער איז געווען פארנומען גיין אויף הפצה, און געהערט פון אים שיינע גריסן פון אנשי שלומינו אינעם צפון חלק פון די אמעריקאנע קאנטינענט. &nbsp; ווי ער פארציילט אונז קומען זיך אנשי שלומינו צוזאם יעדע ליל שישי אין שטוב פון הר"ר שמואל לייב פעלבערבוים הי"ו אין קרית טאהש ווי מען האלט מיט א לייוו הוקאפ פונעם שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מען איז זיך מחזק מיט די הייליגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז דולה ומשקה מתורתו של מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; ווי ער געבט אונז איבער גייט אן די הפצה מיט'ן גאנצן קנאק און אנשי שלומינו אינעם קאלטן קאנאדע זענען זייער ווארעם ווען עס קומט צו הפצה, און טראץ וואס דער סמ"ך מ"ם קריצט מיט די ציין און לייגט אונטער פיסלעך ווי נאר ער קען גייט מען הפצה אין אלע געגענטער ווי עס וואוינען ערליכע אידן, זאל עס זיין חסידיש, ליטוויטש, מאדערן אדער קרית טאהש. ברוך השם אז עס קומען כסדר צו פרישע מקורבים אין מאנטריאל, און מען האפט אז בקרוב וועט מען קענען מאכן א באזונדערע צוזאם קום אין מאנטריאל מיט צו האלטן די ליל שישי שיעור, אזוי אז אויך די אידן אין מאנטריאל זאלן זיך קענען דערווארימען אינעם פייער פונעם הייליגן רבין וואס טליעט און ברענט מיט יעדן טאג אלץ שטערקער און שטערקער. &nbsp; אויך זאגט ער אונז אז יעדע וואך ווערן געדרוקט דורך אנשי שלומינו לאקאל עטליכע הונדערט גליונות וואס ווערט פארשפרייט דורך עטליכע מפיצים אין צענדליגע שולן, אויך שיקט די קרן הדפסה יעדע שטיק צייט ווען עס מאכט זיך א שליח, פעקלעך פון ספרים, קונטרסים וואס די מפיצים פארשפרייטן צווישן אידישע קינדער אין קרית טאהש, מאנטריאל און טאראנטא. &nbsp; אזוי אויך קומט מען זיך כסדר צוזאם צו די יארצייטן ביי אנשי שלומינו ביי וועלכע מען חזר'ט איבער די לעכטיגע עצות און חיזוק, צי זאל עס זיין חול המועד סוכות ביים יארצייט פון הייליגן רבין, אדער עשרה בטבת ביים יארצייט פון הייליגן רבין נתן, אדער י"ז שבט ווען עס פאלט אויס די יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט אריינגעברענגט דעם הייליגן רבין אור אינעם הייטיגן אור, און האט זיך מוסר נפש געווען אז אויך מיר זאלן קענען לעבן טאג טעגליך מיט די עצות וואס העלפן אונז דינען דעם אויבערשטן. &nbsp; אנשי שלומינו אין מאנטריאל דאנקען דעם אויבערשטן אויף די חסדים ווי ווייט מען איז אנגעקומען ביז יעצט, און מען איז ווייטער מתפלל אז מען זאל ווייטער קענען פארשפרייטן דעם רבי'ן אור פאר נאך אידישע קינדער, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ד 📝
  • די אידישע שפראך

    לינגוויסטן (שפראך מומחים) טיילן איין שפראכן אין "משפחות", איינע פון די גרעסטע שפראך משפחות זענען די "אינדאגערמאנישע" שפראכן, וואס באשטייט פון אזעלכע שפראך משפחות ווי "גערמאנישע שפראכן", וואס אנטהאלטן פילע שפראכן אריינגערעכענט ענגליש, דייטש, האלענדיש, שוועדיש, דעניש, נארוועגיש, איסלאנדיש, און אונזער באליבטע אידיש. נאך פילע שפראך משפחות געפונען זיך אונטער די אינדאגערמאנישע משפחה ווי צום ביישפיל די "ראמאנישע" משפחה (שפאניש, פראנצויזיש, איטאליעניש), די "סלאווישע" משפחה (רוסיש, פויליש, טשעכיש), און נאך. &nbsp; דערפאר ווען אידיש רעדנדע באמערקן אז ווערטער אין אידיש וועלכע זענען זייער ענליך צו ענגליש, זאלן זיי נישט מאכן א טעות אז דאס איז נישט קיין אידישע ווארט, און עס א ווארט וואס איז געבארגט געווארן פון ענגליש, ווייל דאס איז זייער אסאך מאל נישט אזוי, ווייל אידיש און ענגליש זענען גאנץ נאנטע קרובים, און אין די שפראך וועלט זענען זיי גאנץ נאנט. אויסער די פילע ווערטער וואס אידיש און ענגליש זענען ממש די זעלבע ווי פינגער, גרין, מוזיק, און נאך הונדערטער זענען דא נאך טויזנטער ווערטער וואס זענען "כמעט" אייניג, ווי צום ביישפיל טרונק, הוט, נאז, נאגן, האמער, האנט, וואס די ווערטער האבן ביידע שפראכן גענומען פון דייטש. &nbsp; עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז אידישע קינדער אין אלע דורות במשך די גלות האבן אלץ אדאפטירט די שפראך ווי זיי זענען געווען און אנטוויקעלט דערפון א שפראך אנדערש ווי די גוים פונקט ווי אונזערע רבי'ס האבן געטון מיט די דייטשע שפראך, עס איז באקאנט אז די אידן אין די אראבישע לענדער האבן געהאט אן אייגענע אראביש וואס מען האט געשריבן מיט אל"ף בית, אזוי אויך אין די שפאנישע לענדער האבן אידישע קינדער אנטוויקעלט די "לאדינא" שפראך וואס איז געווען א אידישע שפאניש, און באמת איז דאס אויך די זעלבע זאך וואס די אמוראים האבן געטון אין די צייטן פון די גמרא, ווען זיי האבן גערעדט אראמיש אבער אויף א אידישע וועג. &nbsp; ביי אלע פון די אויבנדערמאנטע פעלער, טרעפט מען עטליכע זאכן וואס די שפראכן זענען געווען אנדערש ווי די גויאישע שפראך פון וואו זיי זענען געקומען, מען האט עס ארויסגעזאגט אנדערש, מען האט עס געשריבן מיט אל"ף בית, און מען האט אריינגעמישט דערין לשון הקודש. &nbsp; צדיקים האבן געזאגט אז אידיש איז א הייליג שפראך ווי מען זעט פון עטליכע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי צום ביישפיל א בריוו פון פאריאר חודש טבת תשפ"ג ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס "איך פריי זיך זייער אז די מיידלעך וואס זענען אריינגעקומען אין שולע אן קענען אידיש - קענען שוין א גוטע אידיש, און אלע רעדן נאר די הייליגע שפראך אידיש." אזוי אויך זעט מען א בריוו פון פארגאנגענעם חודש סיון ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט "זייער גוט אז איר האט אנגעהויבן רעדן אידיש אין שטוב, אזוי וועלן די קינדער קענען די שפראך. אידיש איז א הייליגע שפראך, איז כדאי צו רעדן אין שטוב אידיש, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די שפראך. מאכט זיך נישט צו טון פון די וואס לאכן און שפעטן; מען טוט וואס איז ריכטיג, נישט וואס די משפחה טוט." &nbsp; כאטש אידיש האט א ספעציעלע חשיבות און אויך האט דער הייליגער רבי אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן אויף זיין שפראך מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן, זאגט דער ראש ישיבה שליט"א אז דאס מיינט נישט אז אלע מוזן רעדן צום אויבערשטן דווקא אויף אידיש, דארט ווי דער רבי האט געוואוינט האט מען טאקע גערעדט אידיש, האט דער רבי געוואלט מען זאל רעדן צום אויבערשטן אויף אידיש, ווייל ווען מען רעדט אין די שפראך וואס מען איז געוואוינט, קען מען אסאך בעסער זיך אויסדרוקן, און מען קען זיך בעסער עפענען דאס הארץ, דערפאר ווען עס קומט צו רעדן צום אויבערשטן זאל מען רעדן אין די שפראך וואס איז די מערסטע באקוועם, זאל עס זיין ענגליש, רוסיש, שפאניש, אדער סיי וואס. &nbsp; און בכלל זאגט דער רבי אז לשון הקודש מיינט עפעס אנדערש וואס אסאך מיינען, מען קען רעדן אידיש אדער אפילו ענגליש און נאך אלץ רעדן לשון הקודש. דער רבי זאגט אז לשון הקודש מיינט א "הייליגע שפראך" און א איד וואס רעדט וועלכע שפראך עס זאל נאר זיין, אבער ער געבט אכטונג נאר צו רעדן הייליג און רעדט נישט קיין ניבול פה, דער רעדט לשון הקודש, אבער אויב איינער רעדט אידיש אבער ער שטעכט אנדערע, ער רעדט מיאוסע ווערטער, ער דארף תשובה טון, עס העלפט נישט אז ער רעדט אידיש. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אייביג קענען היטן דאס מויל, קיינמאל נישט רעדן קיין שקר, חנופה, לשון הרע, רכילות, נאר רעדן אסאך פונעם אויבערשטן, אסאך רעדן צום אויבערשטן, און לערנען און דאווענען, וועלן מיר האבן א הייליגע שפראך.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ד 📝
  • פילע פארכאפטע ביי כאמאס גרייטן זיך אהיים צו קומען אין די קומענדיגע טעג בעז"ה

    &nbsp; נאך וואכן פארהאנדלונגען האט דער אויבערשטער געהאלפן, און ווי עס זעט אויס זענען זיך כאמאס און מדינת ישראל דורכגעקומען אויף אן אפמאך וואס וועט העלפן אהיים ברענגען פילע משכונות פון עזה. מארגן ערב שבת קודש אינדערפרי גייט אריין א פייער אפשטעל פאר עטליכע שעה, וואס וועט פארגעזעצט ווערן מיט דעם וואס כאמאס וועט באפרייען דרייצן משכונות פרויען און קינדער, און דערנאך וועט מדינת ישראל באפרייען עטליכע צענדליגע ארעסטאנטן פון טורמע. דאס דארף צו אנהאלטן פאר לכל הפחות פיר טעג ווען יעדן טאג וועט זיין עטליכע שעה א פייער שטילשטאנד, כאמאס וועט יעדן טאג באפרייען צוועלף-דרייצן משכונות, און מדינת ישראל וועט באפרייען ארעסטאנטן, בסך הכל רעדט מען יעצט צו באפרייען פופציג משכונות פון עזה, און בערך הונדערט און פופציג ארעסטירטע וועלן ווערן באפרייט. די אפמאך לויטעט אז די שטילשטאנד קען פארלענגערט ווערן אזוי לאנג ווי כאמאס באפרייט לכל הפחות צען פארכאפטע א טאג. עס ווערט געשאצט אז צווישן די 240 משכונות געפינען זיך בערך הונדערט פרויען און קינדער. &nbsp; קאטאר וועלכע איז געווען די הויפט פארהאנדלער צווישן די צוויי זייטן זאגט אז אין די טעג וועט מען אויך צושטעלן מער הומאניטערישע ליפערונגען קיין עזה, אריינגערעכענט געזאלין, און אז זיי האפן אז דאס איז די אנפאנג פון נאך פארהאנדלונגען וואס וועט ברענגען צו באפרייען נאך פארכאפטע אין עזה. &nbsp; לויטן פלאן וועלן די משכונות געברענגט ווערן דורך די רויטע קרייץ צום גרעניץ פון עגיפטן, פון ווי זיי וועלן אהיים פליען מיט פליגער פונעם על אריש לופט פעלד אין מצרים, און א דעלעגאציע פון מצרים וועט קומען קיין מדינת ישראל אפנעמען די באפרייטע ארעסטאנטן און זיי אהיים נעמען. &nbsp; מען דארף מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן כשורה, און די פארכאפטע זאלן טאקע אהיים געלאזט ווערן, און זיי זאלן זיך קענען ערהוילן פון זייערע שרעקליכע מיטמאכענישן אין די לעצטע וואכן, און מען זאל שוין נישט הערן פון קיין רציחות און טעראר. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגט אז דער סמ"ך מ"ם קריצט געפערליך מיט די ציין קעגן היכל הקודש, צוליב וואס דער סמ"ך מ"ם האט פאר זיך א מיסיע צו צוברעכן אידישע קינדער, בפרט די טייערע בחורים. דאס טוט ער דורכדעם וואס צוערשט ווארפט ער זיי אראפ אין אן עבירה, און נאכדעם זאגט ער פאר דעם מענטש ביסט שוין סייווי גארנישט ווערט, קוק וויאזוי דו זעסט אויס, קיינער דארף דיך נישט, דער אויבערשטער דארף דיך נישט, און דער סמ"ך מ"ם שפירט אז ער האט שוין פארכאפט אידישע נשמה טיף אין זיין בוזעם טאש, און אז זיי וועלן שוין קיינמאל מער נישט זיך קענען ארויסדראפענען פון זיי. פלוצלינג שפירט ער ווי איינער קומט מיט א דזשילעט און פשוט און פראסט ער שניידט אויף זיינע טאשן, עס קומט א צדיק און זאגט פאר די אידישע נשמות "הייב אן זאגן משניות", וואס דאס איז די זשילעט מיט וואס מען שניידט אויף די טאשן, דער סמ"ך מ"ם ווערט צושפרינגען, דא עמי בבית וואגסטו זיך? דו שלעפסט ארויס מענטשן וואס זענען שוין געווען טיף פארכאפט אונטער מיינע נעגל? ער הייבט אן מיט א העץ קאמפיין, "מען האט נישט געהאלטן דערפון", "די זקנים זאגן אז עס איז נישט אזוי פשוט", דא קומט דער סמ"ך מ"ם פארשטעלט אין א שיינע איד מיט א לאנגע ווייסע בארד, "וואס טוסטו דארט? דו זאגטס משניות? דו ווייסט נישט אז זיי זענען פון די סטרא אחרא?" און אזוי פרובירט ער מיט אלע מיטלען אנצוהאלטן דעם מענטש זאל חלילה נישט אנהייבן צו זאגן משניות. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז זאגן משניות גייט נישט אינאיינעם מיט עבירות, דער וואס עקשנ'ט זיך, און אפילו ער איז טיף פארכאפט ביים סמ"ך מ"ם, ער האט זיך שוין געמאכט באקוועם ביים סמ"ך מ"ם, אויב וועט ער זאגן משניות יעדן טאג, וועט אים די הייליגע תורה אויסהיילן פון זיינע עדיקשענס. אבער בתנאי מען זאל זיין אן עקשן און נישט קוקן אויף גארנישט, איך פארשטיי יא, איך פארשטיי נישט, דו האלט דיך פעסט, בינד זיך צו מיט א פעסטע שטריק צו די תורה, און די תורה וועט דיר ארויסנעמען פון די טיפסטע שאול תחתית וואס איז נאר דא. &nbsp; איין טאג וועסטו נאך באפרייט ווערן פון כאמאס, געב נישט אויף האפענונג, עס וועט קומען גוטע צייטן.

    < זעה מער י כסלו תשפ"ד 📝
  • ערשטע באנד פון ספר אשר היה אל יואל ווערט געדרוקט

    נאכדעם וואס עס איז שוין דורך כמעט א יאר פון וואס דער הערליכער גליון אשר היה אל יואל האט אנגעהויבן צו ערשיינען, האט דער בית הדפוס געמאלדן אז זיי זענען יעצט אינעם פראסעס פון דרוקן די ערשטע באנד אלץ א באזונדערע ספר. &nbsp; די ספרים און קונטרסים "אשר היה אל יואל" באשטייט פון די די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן וועכענטליך ביי שלש סעודת, קלאר און הערליך אראפגעשריבן. אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן נישט די זכיה צו הערן די שיינע געשמאקע ווערטער פון שלש סעודות פון ראש ישיבה שליט"א ערשט האנטיג האבן דורך דעם די געלעגענהייט צו לערנען די הייליגע ווערטער פונעם ספר. &nbsp; די שלש סעודות תורה פון ראש ישיבה שליט"א וואשט אויס אידישע קינדער צום אויבערשטן, מען קומט ארויס א פרישע מענטש פעסט באשלאסן אז איך הייב אן פון פריש, זאל זיין וואס זאל זיין, דער אויבערשטער האט מיר ליב, און ווארט אויף מיר ווי א טאטע צו זיינע פארלוירענע קינדער. די תורות פון ראש ישיבה צייכענען זיך אויס מיט עצות און חיזוק אויף למעשה, זאכן וואס מען קען תיכף אפלייען צום טאג טעגליכן לעבן, און מיט דעם ווערן נאנטערן צום אויבערשטן. ווי באקאנט איז געווען דעם רבינ'ס סדר ביי די הייליגע תורות און שמועסן, אז ווען דער רבי רעדט פון א פראבלעם, וועט ער אלץ זאגן די עצה וואס מען קען טון דערצו, און די ראש ישיבה שליט"א לערט אלץ פאר ביי שלש סעודות א תורה אדער א שיחה פון הייליגן רבי'ן און ווייזט אן וויאוזי מען קען ארויסנעמען דערפון עצות צו עבודת ה'. &nbsp; דער ספר ווערט ארויסגעגעבן דורכן קרן הדפסה, וועלכע לייגט אריין גאר גרויסע כחות אז דער ספר זאל ארויסקומען שיין און בא'טעמ'ט, און ווי זיי געבן אונז איבער גייט עס בעז"ה גיין צום דרוק בערך אין א חודש פון יעצט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אויף דעם ספר אז די זעלבע הבטחה וואס מוהרא"ש האט געגעבן אז מען וועט זען זיכערע ישועות אויב מען דרוקט "אשר בנחל" גייט אויך אן ביי "עצתו אמונה" און דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעלייגט אז דאס איז אויך ביי "אשר היה אל יואל". די וואס ווילן קויפן א זכות אין דעם ספר פאר $500 אדער דער וואס וויל אפקויפן די זכות פון די מהודרה פאר פינף טויזענט דאלער קען זיך ווענדן צום געטרייען גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ד 📝
  • משכונות פארהאנדלונגען

    אין די טעג איז די נייעס פארנומען מיט די ערנסטע פארהאנדלונגען צווישן כאמאס און מדינת ישראל מיט די פארמיטלונג פון די קאטארישע רעגירונג איבער באפרייען די בערך 240 פארכאפטע משכונות ה"י. &nbsp; די באריכטן זאגן אז מען רעדט איבער אז כאמאס זאל ארויסלאזן צען משכונות פער טאג, און אין אויסטויש זאל מדינת ישראל געבן עטליכע שעה פייער אפשטעל פארן קומענדיגן טאג, ארויסלאזן א צאל פאלעסטינער פון תפיסות, און אריינלאזן א גרעסערע צאל הילף טראקס קיין עזה, און דאס דארף צו אנהאלטן פאר עטליכע טעג. &nbsp; אלע באריכטן איבערדעם זענען זייער פארנעפעלט צוליב וואס די נאטור פון די סארט פארהאנדלונגען זענען צו זיין אין געהיים, דערפאר וועלן מיר דא רעדן פון משכונות פארהאנלדונגען אין אלגעמיין, וויאזוי עס גייט צו אין אמעריקע, ווען עס זאל זיך נישט מאכן אזא סיטואציע אינדערהיים. &nbsp; א משכונות סיטואציע קען זיין זייער קאמפליצירט און פארהאנדלען מיט פארכאפער דארף געטון ווערן מיט גרויס פארזיכטיגקייט. די פארהאנדלער דארפן זיין באהאווענט אין געזעץ, קריזיס מענעדזשמענט, און אין פסיכאלאיגע. און זייער אסאך מאל דארף מען אריינעמען אין די געשפרעכן פילע אנדערע אגענטורן און ארגאניזאציעס כדי מען זאל קענען מצליח זיין. &nbsp; די "פעדעראלע ביורא אף אינוועסטיגעשאנס" אדער ווי באקאנט אלץ די עף בי איי פארמאגט א ספעציעלע איינהייט פון טרענירטע אגענטן וואס ספעציעלירן זיך אין משכונות פארהאנדלונגען, די איינהייט רופט זיך די "קריזיס פארהאנדלונג איינהייט" אדער "סי ען יו", וואס איז פאראנטווארטליך פאר אזעלעכע מצבים פון משכנות. די איינהייט מיטגלידער זענען ספעציעל טרענירט צו איינפעדימען קאמיוניקאציע מיט פארכאפער, און צו ענדיגן משכונות סיטואציע פרידליך. &nbsp; די "צענטראלע אינטעליגעץ אגענטור" אדער ווי באוויסט די "סי איי עי" פארמאגט אויך אזא איינהייט, זיי רופן זיך די "ספעציעלע אקטיוויטעטן אפטיילונג" אדער "עס עי די", זיי קומען געווענליך אריין ווען מען האנדעלט מיט אינטערנאציאנאלע משכונות סיטואציעס. &nbsp; דאס לענדל קאטאר האט זיך באקאנט געמאכט אלץ א לאנד וואס האט שוין מצליח געווען דורכצופירן פארהאנדלונגען צווישן בלוט שונאים, ביי פארשידענע געלעגענהייטן. קאטאר איז באוואוסט אלץ א לאנד וואס איז גוט מיט יעדעם, ווי צום ביישפיל איז זי פון די איינציגסטע לענדער אין די וועלט ווי כאמאס פארמאגט אן אפיס אפענערהייט, און איז אויך צווישן די אראבישע לענדער וואס פארמאגן באציאונגען מיט מדינת ישראל. דאס האט געמאכט קאטאר אלץ א פאסיגע פארמיטלער אינעם יעצטיגן סיטואציע, ווען ביידע האבן א געוויסע טראסט אין זיי. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע וואס זענען פארכאפט זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער, און אידישע קינדער זאלן מער נישט וויסן פון קיין צרות און טראגעדיעס, אין די זעלבע צייט גייען אויך אן די באמיאונגען דורך די הייליגע צדיקים וואס ארבעטן שווערן צוריק צו ברענגען אידישע קינדער וואס די סמ"ך מ"ם האט נעבעך פארכאפט, און נישט נאר דאס, דער סמ"ך מ"ם פרובירט נאך איינצורעדן די פארכאפטע נפשות כאילו זייער טאטע דארף זיי שוין נישט, און פון די אנדערע זייט איז ער מלשין ביים בית דין של מעלה אז אידישע קינדער דארפן חלילה נישט דעם אויבערשטן. ווי דער רבי פארציילט א מעשה (געברענגט אין ספר כוכבי אור) פון א איד וואס דער קעניג האט אים זייער ליב געהאט, און איינער פון די נאנטע לייט האבן זייער מקנה געווען דעם איד, האט ער געזאגט פאר איד "איך מיין גארנישט, אבער זאלסט וויסן אז כאטש די קעניג האט דיר זייער ליב, קען ער אבער נישט דערליידן די גערוך פון דיין מויל", דער איד האט אים געפרעגט, "אמת'דיג? איך וויל נישט מצער זיין דעם קעניג, וואס זאל איך טון?" האט ער אים געזאגט "פון יעצט זאלסטו זיך אנטון א מאסק ווען דו גייסט צום קעניג", דערנאך איז ער אריבער צום קעניג און אים געזאגט, "דער איד זאגט מיר אז ער קען נישט דערליידן דעם גערוך פונעם קעניג'ס מויל", און ווען דער קעניג האט אים געזאגט אז עס קען נישט זיין, האט אים דער שונא ישראל געזאגט "וועסט זען מארגן, ווי ער טוט זיך אן א מאסק, ווייל ער וויל נישט שמעקן דעם קעניג'ס גערוך". &nbsp; און דאס איז די ארבעט פון די צדיקים און זייער תלמידים וואס פארשפרייטן און דרוקן די הייליגע ספרים וואס אזוי זענען זיי די פארמיטלער כביכול צווישן אידישע קינדער און זייער טאטע, ווען זיי זאגן פאר אידישע קינדער ווי דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, דיינע ווערטער האבן זייער א גוטע גערוך ביים אויבערשטן, דער אויבערשטער ווארט זאלסט רעדן צו אים, און פון די אנדערע זייט זענען זיי כסדר ממליץ טוב אויף אידישע קינדער און טענה'ן זיך מיטן אויבערשטן, אז אידישע קינדער זענען נישט שלעכט, עס איז דער סמ"ך מ"ם וואס רעדט זיי איין אז זיי קענען שוין נישט צוריק קומען. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אלע צוריק קומען צום אויבערשטן, און מיט דעם וועלן מיר ברענגען משיח צדקינו אמן.

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ד 📝
  • הגה"צ סעלישער רב שליט"א צוגאסט אין תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל

    א גאר געהויבענע מאמענט איז געווען אין די חדר היכל הקודש אין קרית יואל, ווען מען האט געהאט די זכי' אז הגה"צ ר' חיים קלמן קליין שליט"א דער סעלישער רב ורב המקוואות איז געקומען באזוכן און אויפגעטרעטן פאר די קינדער. &nbsp; שוין א לאנגע צייט וואס די מלמדים לערנען מיט די קינדער דעם הייליגן ספר וואס דער הייליגער רבי האט פארפאסט נאך איידער זיין בר מצוה, דער ספר וואס איז באוויסט מיטן נאמען "ספר המדות", דער ספר אויף וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד", מען לערנט דעם ספר וואס לערנט אויס פאר איד וויאזוי מען דארף זיך פירן, און איז פול מיט עצות פארן לעבן און חיזוק אויף עבודת ה' לעובדה ולמעשה. &nbsp; לכבוד דעם וואס מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם ספר האט דער געטרייער מלמד הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א געפראוועט א שיינע סיום מיט די קינדער, און דער חשובער רב שליט"א איז געקומען אויפטרעטן פאר די קינדער. &nbsp; דער רב האט געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער, האט זייער באוואונדערט די קינדער'ס התמדה, יראת שמים, און מידות טובות. דערנאך האט ער גערעדט עטליכע ווערטער און געזאגט אז עס איז באקאנט אז דער נאמען פון סמ"ך מ"ם איז ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות, דאס מיינט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אז מען זאל נישט ענדיגן קיין מסכת, און אפילו אויב ער קען נישט אויספירן מען זאל נישט לערנען, וועט ער אבער זיך לייגן אין די לענג און די ברייט מען זאל נישט ענדיגן. האט דער רב צוגעלייגט, אז זיין נאמען איז אויך ראשי תיבות "ספר מידות אין ללמוד", ווייל דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון דעם הייליגן ספר, ער ווייסט אז דורך דעם ספר פארלירט ער די מענטש, ווייל דארט וועט מען טרעפן עצות אויף יעדע וועג וואס ער פרובירט נאך צו כאפן א מענטש, וועט מען דורך דעם הייליגן ספר קענען צוריק קומען צום אויבערשטן. &nbsp; ביי דער געלעגענהייט דארף מען ארויסברענגען די שטארקע הכרת הטוב וואס היכל הקודש האט פארן רב שליט"א, וואס אלע יאר זייט די שטעטל שטייט איז ער האלט גרייט און שטייט צו די רעכטע האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א ביים בויען און אויסארבעטן די פילע מקוואות טהרה וואס מען בויעט אין יעדע געגענט, וואס דער רב טוט בלי שום תשלום גמול. &nbsp; כלל ישראל בכלל און היכל הקודש בפרט וואונטשן דעם רב שליט"א אז דער אויבערשטער זאל אים געבן ווייטער כח צו קענען מרביץ תורה זיין פאר אידישע קינדער, און ער זאל קענען ווייטער מהנה זיין כלל ישראל מיט קדושה וטהרה, אמן. &nbsp;

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ד 📝
  • ארגענטינא ערוויילט א נייע פרעזידענט

    כאוויער מיילי איז די נאמען פונעם קוראיזן טראמפ סטייל פארשוין וועלכע האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן נעכטן אין ארגענטינע, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן די ערשטע רונדע צו זיין קעגנער מיט זיבן פראצענט, האט ער יעצט געווינען מיט עלף פראצענט. &nbsp; מייל איז א רעכט גענויגטע ליבערטעריען וועלכער איז געלאפן אויף אן אנטי עסטאבלישמענט פלאטפארמע, און האט ווילדע געדאנקען איבער וויאזוי צו פאררעכטן די עקאנאמיע, בשעת ארגענטינע גייט איבער אין די טעג א פינאנציעלע קריזיס וואס איז געווען א גרויסע אישו אין די וואלן. &nbsp; מיילי האלט זיך זייער נאנט מיט אידן, בפרט האט ער גאר גוטע באציאונגען מיט חב"ד, ער גלייכט צו באזוכן ביים אהל פון לובאוויטש אין קווינס. &nbsp; דער נייער פרעזידענט איז א שטיצער פון באגרענצן די רעגירונג, און וויל מאכן גרויסע טוישונגען אין די ארגענטינע רעגירונג, ער זאגט אז ער וועט פארשפארן די ארגענטינע פעדעראלע באנק, צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט באקעמפן די שרעקליכע 150% אינפלאציע אין ארגענטינע, און ער וועט טוישן די וואלוטע צו אמעריקאנע דאלארן. &nbsp; די וועלט זאגט אז א נאר א שוטה טראכט אז ער וועט אריינלייגן די זעלבע אינגרידיענטס אין די קעיק, אבער דאס מאל וועט עס האבן אנדערע רעזולטאטן. אין ארגענטינע האבן די בירגער באשלאסן אז עס איז צייט איבערצוקלערן די נייע וועגן און אפשר מעג מען צוריק גיין צו די פריערדיגע קאנסערוואטיווע וועגן, אפשר וועט עס זיי העלפן. איך בין נישט זיכער, אבער עס איז א גוטע טריי. &nbsp; אויב מיר גייען דורך א קריזיס אין אונזערע שטובער, אפשר מעגן מיר צוריק גיין און אנהייבן פאלגן די ווערטער פון די תורה, חז"ל און די הייליגע צדיקים כפשטון. ביי אונז איז עס נישט קיין שאלה צי עס וועט העלפן, עס וועט זיכער העלפן. &nbsp; אפשר מעגן מיר שוין אנהייבן צו רעדן צו אונזערע קינדער פון קדושה? אפשר איז שוין צייט אוועקצואווארפן די אלע כלים און אנהייבן אויסצוהערן די ווייב און קינדער. אפשר איז שוין צייט מיר זאלן זיך ברעכן אונזער גאוה און זאגן די עברי פון משניות ווי א כיתה אלף אינגל. אפשר מעגן מיר שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, און נישט ווארטן אויף פרייטאג ווען מיר ווייסן אז מיר יאגן עס נישט אן אפילו אין א זומערדיגע פרייטאג. אפשר מעג מען שוין רעדן אפן פון אמונה, אן דעם וואס מען זאל זיך דארפן פארענטפערן דערויף. אפשר איז שוין צייט מען זאל אפלאזן מחלוקת און אויפהערן צו קוקן שלעכט איינע אויפן צווייטן, אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אנהייבן קוקן גוט אויף זיך, אויף די ווייב, אויף די קינדער, אויף די שכנים, אויפן רב, און אויפן אויבערשטן. אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אויסהערן שידוכים פאר די קינדער אפילו מיין שכן וועט פרעגן "אזוי אינג", אפשר איז שוין צייט צו קוקן אויף וואס איז גוט פאר מיר, און אויפהערן לעבן פאר יענעם? &nbsp; די אלע זאכן קאסטן נישט קיין געלט. פרוביר עס אויס דעם געשמאקן וועג, און לאזט מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען. גוט שבת!

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ד 📝
  • ליל שישי שיעור פון ראש ישיבה שליט"א פארגעקומען אין בארא פארק

    דעם פארגאנגעם דאנערשטאג איז דער שיעור ליל שישי פארגעקומען אין בארא פארק, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די גבאים אין בארא פארק אז ער וויל דארט זאגן די שיעור, צוליב וואס זיינע עלטערן האבן געמאכט א שבע ברכות פאר זיין שוואגער, און זיי האבן געבעטן דער ראש ישיבה זאל קומען, דערפאר האט דער ראש ישיבה געוואלט אז ער זאל קענען אריבערגיין תיכף נאכן שיעור און מקיים זיין כיבוד אב. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט זייער א שיינע חיזוק שמועס פאר די אינגעלייט, דער ראש ישיבה האט אראפ געלייגט דאס וואס רש"י זאגט אז די לצים האבן חוזק געמאכט פון אברהם אבינו, אז יצחק איז נישט זיין קינד, "פופציג יאר וואס אברהם און שרה זענען חתונה געהאט, און פונקט נאכדעם וואס שרה ווערט געקידנעפט דורך אבימלך האט זי א קינד"? האבן זיי געטענה'ט, אלע קעפלעך פון די צייטונגען האבן געשריבן א מזל טוב פאר אבימלך וואס איז געהאלפן געווארן מיט א קינד, זאגט רש"י אז דערפאר שטייט אין פסוק "יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק", צו זאגן אז די לצים זענען נישט גערעכט. האט דער ראש ישיבה געפרעגט, די תורה איז דאך געשריבן געווארן אפאר הונדערט יאר שפעטער, איז וואס האט דאס געהעלפן קעגן די לצים אז די פסוק שרייבן ארויס "אברהם הוליד את יצחק", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז די פסוק שרייבט דאס נישט פאר די לצים, מיט לצים קען מען זיך נישט טענה'ן, די פסוק זאגט דאס פאר אונז אז מיר זאלן וויסן אז אויך אין אברהם אבינו'ס צייטן זענען געווען לצים, און אזוי אויך אין אלע דורות. &nbsp; א לץ מיינט נישט איינער וואס מאכט דזשאוקס, א לץ מיינט איינער וואס מאכט אוועק, ער מאכט קאלט, ער טוט וואס עמלך פלעגט טון "אשר קרח בדרך", ער קען נישט פארנעמען אז איינער וואס פלעגט זיין דער ראש המדברים אין יעדע קופקע איז פלוצליג געווארן א פרומער, אייביג זעט מען אים מיט א משניות, ווען איינער פרעגט אים "וואס איז נייעס", ענפטערט ער די יאנטשי ענטפער "נייעס? משניות"... און ער זוכט מיט אלע וועגן אים אוועק צו מאכן, ער מאכט נישט קיין וויצן, ער זאגט אזעלע זאכן ווי "עס איז נישט אזוי פשוט", "מען האט נישט געהאלטן דערפון", "זיי זענען די סטרא אחרא" און אזוי ווייטער. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט טייטשן די משנה "ודע 'מה' שתשוב לאפיקורס", פאר א לץ אן אפיקורס איז דא איין ענטפער "וואס?", ווען א לץ דרייט דיר א קאפ "וואס איז דאס זאגן משניות?" זאג אים "וואס"? און אז ער זאגט דיר איבער "זייט ווען קען מען דאווענען משניות", זאגט אים ווידער "וואס?", און אז ער פרעגט דיר "דו הערסט נישט" זאג אים נאכאמאל די זעלבע תירוץ "וואס?", ביז ער וועט פארשטיין אז ער דארף זוכן א צווייטן וועם משוגע צו מאכן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך צוגעאיילט, און אנדערש ווי געווענליך ווען דער ראש ישיבה שליט"א בלייבט זיצן און אנשי שלומינו האבן די געלעגענהייט צו צוקומען און פרעגן שאלות, איז דער ראש ישיבה תיכף צוגעגאנגען צום שבע ברכות. &nbsp; ביים שבע ברכות האבן זיך באטייליגט גרויסע רבנים פון שטאט לכבוד די חשובע מחותונים, און דער ראש ישיבה'ס טאטע האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה שליט"א צו רעדן. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון ליקוטי מוהר"ן שיינע זאכן און איבער דעם וואס נאך די חתונה דארף א מענטש זיך אראפ גנב'ענען צייט צו לערנען, ווי דער רבי טייטשט אז דאס וואס מען פרעגט אויף יענען וועלט "קבעת עתים לתורה" מיינט אז כאטש מען פארשטייט אז דו האסט חתונה געהאט, ביסט א פארנומענע מענטש, דארפסטו זען צו גנב'ענען צייט צו לערנען. ווייל קובע איז אויך א לשון פון גנבנען. &nbsp; די חשובע רבנים האבן זיך זייער באדאנקט פארן ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט אז זיי הערן צוריק פון אידן ווי שטארק דער ראש ישיבה איז משפיע פאר אידישע קינדער, זיי הערן צוריק פון אינגעלייט וואס האבן ממש אויפגעלעבט זייט זיי האבן געטראפן די ספרים פון הייליגן רבין. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען ווייטער זיך שטארקן אין עבודת ה' און זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ד 📝
  • עלעקטראנישע קארס און טשארדשינג סטעישאנס

    &nbsp; &nbsp; די וועלט איז היינט אויף מיט עלעקטראנישע קארס, בעיקר פון די טעסלא פירמע וואס האט זיך געמאכט א באקאנטע נאמען. ווייניג ווייסן אבער אז די ערשטע עלעקטראנישע קארס זענען שוין ארויסגעקומען מיט איבער הונדערט יאר צוריק. אין די יארן ווען די קאר אינדוסטריע איז נאך געווען אין די וויגעלע, האבן שוין אינזשענירן ארויסגעגעבן די ערשטע עלעקטריק קארס. פארשטייט זיך אז די קארס זענען געווען זייער פרימיטיוו, און עס איז געווען אין פראקטישן זין זייער שווער צו נוצן. בעיקר האט עס געמאנגעלט אין צוויי טעכנאלגישע דורכברוכן, איינס איז געווען די בעטעריס, וואס כדי עס זאל זיין פראקטיש עס צו נוצן דארפן די בעטעריס זיין גענוג גרינג, און קענען טראגן גענוג עלעקטריק צו טראגן די קאר א שטיקל וועג. און די צווייטע איז טשארדינג סטעישאנס, וואס דאס איז בכלל נישט געווען בנמצא דעמאלטס. &nbsp; במשך די יארן האט די אינדוסטריע געהאט פארשידענע דורכברוכן, אבער די גרעסטע דורכברוכן זענען געווען טאקע אין די צוויי זאכן, צוערשט איז אנטוויקעלט געווארן די "ליטיום אייאן בעטערי" וואס האט געקענט האלטן אסאך מער ענערגיע אין אסאך א קלענערע פלאץ, און די צווייטע איז געווען אין טשארדזשיג טעכנאלאגיע, וואס ערמעגליכט אנצופילן די בעטעריס גענוג שנעל אז עס זאל זיך לוינען. &nbsp; פארשידענע פירמעס לייגן אריין גרויסע כחות צו מאכן די נייערע קארס בעסער און מער סעיף, צווישן אנדערע ארבעט מען צו טרעפן אנדערע מאטיריאלן פאר די בעטעריס וואס וועט געבן מער ענעריגע און וועט זיך לאזן נאך שנעלער טשארדזשן, אזוי אויך ארבעטן ריסוירטשערס צו פארבעסערן די ווייערלעס טשארדזשינג מעגליכקייטן, וואס וועט ערמעגליכן צו מאכן די טשארדזשיג אויפן פארקינג און די קאר וועט בלויז מיטן פארקן העכער דעם זיך נעמען טשארדזשן. &nbsp; היינט צו טאגס פארמאגן די עלעקטריק קארס א שיינע טייל פון די קאר מארקעט, און עס שטייט היינט ביי בערך 8% פון אלע קאר פארקויפונגען, און גייט נאר ארויף מיט יעדעס יאר, כמעט יעדע קאר פירמע האט שוין היינט צו טאגס כאטש איין קאר וואס לויפט אויף עלעקטריק, און גרויסע פירמעס פלאנען צו האבן זייער גאנצע אדער לכל הפחות גאר א גרויסע טייל פון אלע זייערע קארס נאר עלעקטריק אין די קומענדיגע פינף ביז פופצן יאר. &nbsp; עס זענען דא פארשידענע מעלות און חסרונות פון עלעקטריק קארס, צווישן די מעלות ציילן זיך אז די קארס באדארפן אסאך ווייניג מעינטענעס, עס האט נישט קיין אויל טשעינדזש, און האלט זיך אסאך לענגער בכלל, אזוי אויך זענען די קאסטן פון ענעריגע זייער ביליג, עס קאסט כמעט גארנישט קעגן געז קארס צו אנפילן די קארס, אזוי אויך פארט עס אסאך שטילער און מער געשמירט. צווישן די חסרונות ציילן זיך, אז אויב מען וויל פארן לאנגע שטרעקעס מער ווי וויפיל די בעטעריס קענען פארנעמען דארף מען זיך אפשטעלן פאר גאנץ לאנג צומאל א האלבע שעה אדער אפילו א שעה צו אנפילן, אזוי אויך קען די פרייז צו קויפן אזא קאר זיין אביסל טייערער. די גוטע נייעס איז אז די היינטיגע קארס קענען פארן לענגער און לענגער אויף א איינמאליגע טשארדזש, רוב קארס קענען שוין פארן אין די געגענט פון דריי הונדערט מייל, אן דארפן פריש טשארדזשן, אזוי אויך ווערן די טשארדזשערס שנעלער און שנעלער, און דאס געלט פון די קאר ווערט צוריק געצאלן מיט די צייט וואס מען צאלט זייער ווייניג אויף עלעקטריק און מעינטענענס. &nbsp; עס זענען דא לעגיטימע סיבות פארוואס מענטשן זאלן נישט וועלן קויפן קיין עלעקטירק קאר, אבער קיינער וועט נישט זאגן "פאר מיין טאטע און מיין זיידע איז א געז קאר גוט געווען, וואס זוך איך מיך נייע זאכן?"... יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס איז נישט קיין מסורה וועלכע סארט ענעריגע די קאר זאל האבן... &nbsp; די זעלבע זאך וועס עס קומט צו רוחניות. דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און געשיקט דעם הייליגן רבין מיט זיינע תלמידים, און בפרט דער צדיק וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור מוהרא"ש זי"ע וואס האט מגלה און מפרסם געווען די עצות פון הייליגן רבין פאר די גאנצע וועלט. עס איז גאר נאריש די טענה פון מענטשן וואס זאגן "וואס זוכסטו זיך נייע זאכן?", דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אויף דעם אז די וועלט געבט קרעדיט פאר קריסטאפער קאלאמבוס פארן "אנטדעקן" אמעריקע, וואס קומט זיך אים קרעדיט, אמעריקע איז אייביג דא געווען פון ששת ימי בראשית, אבער פארט ער האט עס מגלה געווען. די זעלבע זאך איז לגבי אידישקייט. רעדן צום אויבערשטן איז נישט קיין נייע זאך, די סדר דרך הלימוד איז נישט קיין נייע זאך, רעדן שיין צו די ווייב איז נישט קיין נייע זאך, וויסן די חשיבות פון יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פארן אויבערשטן איז נישט קיין חידוש, חזר'ן די גרויסע רחמנות פון אויבערשטן ווי ער ווארט אז יעדער איד באשר הוא שם זאל צוריק קומען צו אים איז נישט קיין נייע זאך. דאן פארוואס זענען מיר אזוי דאנקבאר דעם אויבערשטן אז ער האט געשיקט דעם רבין אויף דער וועלט. דער אמת איז אז די אלע זאכן זענען געווען באהאלטן פון "אונז", מיר זענען געווען צובראכן, מיר האבן שוין נישט געזען קיין האפענונג, און דער רבי בלאזט אריין אין אונז א חיות, מאכט אונז עפענען א ספר, מאכט אונז דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר האבן חתונה געהאט. &nbsp; אז מיר וועלן ווייטער לעבן מיט די הייליגע עצות וועלן מיר האבן א זיס לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp;

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ד 📝
  • ברוך השם אלע קהילה אינדארסירטע קאנדידאטן געווינען

    ווי אין גאנץ אמעריקע איז אויך אין ליבערטי געווען נאוועמבער וואלן, אין א שמועס מיט מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו אויף קול ברסלב, פארציילט ער אז ברוך השם מען זעט אז דער גענצער ציבור אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב זענען ארויס שטימען אויף די בקשה פון די הנהלה און די ראש ישיבה, און ברוך השם אז אלע קאנדידאטן פאר וועם די הנהלה האט געבעטן האבן געווינען זייערע אמטן. &nbsp; ער פארציילט אז בסך הכל איז געווען אין ליבערטי בערך ניין הונדערט שטימען, פון וואס די שטעטל האט צוגעשטעלט בערך פינף הונדערט, און אז עס איז געווען איינער וואס האט געוואלט לויפן פארן סופערווייזער אמט, און געקומען צו די הנהלה פרעגן אויב ער לויפט צי מען וועט אים שטיצן, און ווען ער האט געהערט אז נישט, האט ער געזאגט דאן האט ער נישט קיין שאנס, און ער איז נישט געלאפן. און אזוי איז אויסגעקומען אז דער סופערווייזער איז געלאפן פאר זיין אמט אן קיין קעגנערשאפט בכלל. &nbsp; ער האט געזאגט אז ער איז זייער נתפעל צו זען ווי ניין און ניינציג פראצענט פון שטעטל איז ארויסגעגאנגען שטומען. און אויסער ממש איינצעלנע וואס זענען געווען ממש אן אונס זענען אלע געקומען. מען זעט ווי דער ציבור פארשטייט אז די הנהלה איז דא בלויז לטובת הציבור, און זיי פארשטייען אז קיינער מיינט נישט זיך. &nbsp; אויך האט מען געשטימט פאר פארשידענע אמטן אין די קאונטי, וואס מען נוצט כסדר זייערע סערוויסעס, ווי צום ביישפיל די "די-עם-ווי", דער מאטאר וויהקל דעפארטמענט, וואס ווערט געפירט דורך די קאונטי. אזוי אויך די פארשידענע סאושעל סערוויסעס ווי הילף פאר עסן "פוד סטעמפס", העלט אינשורענס הילף "מעדיקעיד", הייצונג הילף "היעפ", וואס די אלע זענען פעדעראלע פראגראמען, אבער ווערן געפירט פון די קאונטי. אויך דארף מען צומאל צוקומען צו די קאונטי בנוגע - עס זאל זיך נישט מאכן - די עי סי עס, די טשיילד פראטעקשאן סערוויסעס. &nbsp; ביי דער געלעגענהייט האט האט ר' מנחם געבעטן אז איידער מען אפלייעט פאר הילף פון די רעגירונג צי היעפ, פוד סטעמפס, און אזוי ווייטער, איז אלץ כדאי מען זאל זיך דורכרעדן מיט ר' מרדכי אהרן וואס איז גרייט צו העלפן מיט'ן אויספילן די אפליקעישאן, און מאכן זיכער אז אלעס איז אויסגעהאלטן געזעצליך. ווייל די קאונטי איז זייער שטרענג אויב מען טוט עפעס אומגעזעצליך, און אויב מען פילט עס אויס אן אפליקעישאן נישט ריכטיג, קען עס זיין זייער שווער. &nbsp; ב"ה אז דא איז דא א ציבור וואס פאלגט, דער ראש ישיבה שליט"א בעט אז מען זאל זיך צוהערן צו די חברי הנהלה, פאלגט מען. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אלע זאלן האבן פון אלעם גוטן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו די רעגירונג.

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 571 to 585 of 1723 results

1 2 ... 36 37 38 39 40 41 42 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com