Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בני ברק'ע מפיצים פארשפרייטן דעם מעסעזש "יש עם מי לדבר"

    "גאנץ בני ברק זענען געווארן מפיצים" פארציילט אונז איינע פון אנשי שלומינו אין בני ברק, "אין די טעג זעה איך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן גייען ארום, בחורים און אינגעלייט, מען טיילט אויס קונטרסים, ספרים; אויך אין די פאסט קעסטל קומט מיר אן יעדן טאג דיקע ביכער". "יש עם מי לדבר", עס איז דא צו וועם צו רעדן, זאגן זיי אלע. "אחת ולתמיד" וועט מען ווייזן פאר אלעמען ווער איז באלעבאס.   די מפיצים אין בני ברק האבן געזען דא א גוטע געלעגענהייט זיך צו שטארקן נאך מער אין הפצה, מען האט געלאזט דרוקן צענדליגע טויזנעטער קארטלעך "יש עם מי לדבר" מיט די זעלבע קאלירן און פארמאט ווי די פארטייען, און מען לייגט צו דעם נומער פון "קול ברסלב".   די פילע מפיצים גייען ארום דערמיט, און וועקן אויף יעדן ערליכן איד און דאס טוט דערמאנען אז יא מען האט טאקע צו וועם צו רעדן. דער אויבערשטער שטייט און ווארט מען זאל רעדן צו אים, און ער הערט אויס יעדעס ווארט. "עס איז דא צו וועם צו רעדן." אויך וועט עס דערמאנען יעדן ערליכן איד "איין מאל פאר אלמאל" ווער איז באלעבאס, אויף מיר, אויף מיין ווייב, אויף מיין משפחה, מיין גאס, מיין קהלה, מיין שטאט, און אויף די גאנצע וועלט. דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א השגחה פרטית, און יעדע קליינע און גרויסע זאך ווערט געטון דורך אים.   לגבי גיין צו די וואלן פון די עיריה אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו "איך וויל נישט ענק זאלן האבן א שייכות מיט פאליטיק, עס לוינט זיך נישט צו האבן שייכות מיט די פארטייען וואס אלעס איז איין שטיק שקר, איין שטיק חנופה; עס לוינט זיך נישט צו באקומען א שטח פאר א שול, מיר האבן דעם אויבערשטן, מיר וועלן בעטן דעם אויבערשטן און אזוי וועלן מיר האבן וואס מען דארף"   "אז דו וועסט קומען אין אמעריקע באזוכן אונזער שטעטל - וועסטו זען גרויסע ריזיגע בנינים; תלמוד תורה'ס, מיידל שולע, שולן, בית הדפוס, מקואות - אלעס אן קיין משכנתא און אן קיין חנופה, אן קיין פאליטיק, אן קיין עשירים; אלעס נאר פון תפלה."   "געב איבער פאר אלע חברים תלמידי היכל הקודש, נישט צו האבן צו טון מיט די זאכן, מיר נעמען נישט קיין חלק אין די בחירות הטמאות, און אפילו די בחירות עירי' - איז אויך נישט כדאי צו גיין, אפילו מען זאגט צו שטחים פאר די קהילה".

    < זעה מער יז אדר א' תשפ"ד 📝
  • טראמפ געשטראפט מיט 355 מיליאן דאלאר

    א ריכטער אין ניו יארק האט געאורטיילט אין א קעיס קעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט אז ער דארף באצאלן קנס די פרעצעדענטלאזע סומע פון דריי הונדער און פינף און פיפציג מיליאן דאלאר קנס. &nbsp; דער ריכטער האט געפונען טראמפ שולדיג אין פארשידנע ביזנעס שווינדל קלאגעס אין וואס דער ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענעראל האט אים אנגעקלאגט, אריינגערעכענט אז ער האט איבערגעשאצט זיין ביזנעס ווערט כדי צו באקומען הלואות פון די בענק אויף בעסערע טערמינען. &nbsp; ווען מיר זעען דעם ביליאנער טראמפ לויפן פון איין געריכט צום צווייטן צאלן געפעפערטע קנסות און אפיעלן נאכאמאל אפיעלן די אורטיילן, זעען מיר אז געלט און עשירות קען נישט העלפן קיין מענטש. צומאל איז א מענטש אזוי ארים, אז אויסער געלט האט ער גארנישט, און דער האט נעבעך א פנים ווי דער חכם פון סיפורי מעשיות, ער לויפט אהער און אהין, און איז אלץ גערעגט און האט טענות אויף די גאנצע וועלט, ווען פון די אנדערע זייט קען מען זען ערליכע אידן וואס אויך אויב זיי האבן נישט קיין געלט זענען זיי טריליאנערן, וואס קענען זיך ערלויבן זיך אויפצורייסן, ער קען זיך ערלויבן א גוט ווארט פאר א צווייטן, ער איז גענוג רייך. ער קען זיך ערלויבן צו לערנען פרקים משניות, ער קען זיך ערלויבן זיך אויפצורייסן מיט זיין בארד און פיאות, מיט זיין מקוה און תפילין, ער גייט ארויס אין א ריקוד און איז באמת פרייליך אז ער "האט זוכה געווען היינט צו לערנען א בלאט גמרא". ער שפירט אזא סיפוק און הנאה אז ער קען ארויסזאגן די ווערטער "אמר רבא, אמר אביי". &nbsp; עס איז אמאל געווען א איד וואס איז געקומען צו רבי חיים ז"ל מיט א שווערע שאלה, ער האט געקויפט א טייערע טעסלע, ער וואוינט אין בני ברק, ווי אלע האבן אלטע ביליגע קארס, און ער וויל וויסן צי ער מעג פארקן זיין קאר נעבן זיין הויז, און דערמיט מכשיל זיין אנדערע אידן מיט קנאה. רבי חיים קוקט אים אן און פרעגט אים "וויפיל מאל האט איר שוין געעדדיגט ש"ס"? זאגט ער "ש"ס? איך?", וויפיל מסכת האט איר שוין געענדיגט?, "נאך נישט געעדיגט, איך האב געלערענט אפאר בלעטער אין ישיבה, אפאר בלעטער אין חדר", "איר קענט רואיג אהיים נעמען אייער קאר", האט אים רבי חיים געענטפערט, "עס איז נישטא וואס אייך צו מקנה זיין". &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז נאכדעם וואס א איד איז צוגעקלעבט צום אויבערשטן, ער דאווענט, ער לערענט, ער פריידט זיך מיט זיין לעבן, מיט זיינע פשוטע מצוות, יעצט איז געשמאק צו האבן א שיינע הויז, א שיינע קאר, אבער אן דעם קען מען נישט זיין פרייליך. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יז אדר א' תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע זעק

    במשך די שובבי"ם האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מעורר געווען אלע תלמידים, סיי די בחורים אין ישיבה, אזוי אויך די אינגעלייט מען זאל אויסנוצן די טייערע שובבי"ם טעג מיט תשובה ותיקון המעשים, וואס דאס איז די בעסטע הכנה צום פרייליכן חודש אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה". &nbsp; אנשי שלומינו האבן אריינגעכאפט טויזנטער בלעטער גמרא, פרקים משניות, קאפיטלעך תהלים, אזוי אויך האט מען זיך מחזק געווען צו גיין אין מקוה יעדן טאג, זאגן תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, רעדן שיין אין שטוב, און אננעמען בזיונות באהבה וואס דאס זענען די בעסטע וועגן צו מתקן זיין די נשמה, און איבער אלעם רעדן צום אויבערשטן, פארציילן פארן אויבערשטן אלעס וואס גייט אויף אונז אריבער, אים דאנקען פאר אלעס וואס ער טוט אונז, און אים איבערבעטן אויף וואס מיר האבן געזינדיגט צו אים, און אים בעטן אויף להבא, וואס דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז מיר דארפן טון אנשטאט סיגופים, תעניתים, גלגלול שלג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט כסדר ביי די שיעורים געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט. &nbsp; אין ישיבה האבן די בחורים אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים. &nbsp; און אזוי גייען די בחורים צו די פרייליכע טעג פון אדר פורים און פסח מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה. &nbsp; משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער טז אדר א' תשפ"ד 📝
  • נייע הצלה גאראדזש אין שטעטל

    שוין א לאנגערע צייט וואס מען זוכט מטעם הצלה א ריכטיגע פלאץ וואו צו האלטן די הצלה "באס" (אזוי רופט מען די הצלה טראק אין די "הצלה שפראך") אינעם שטעטל, על כל צרה שלא תבוא, אבער עס איז דערווייל געווען אן ערפאלג. &nbsp; ביז איינע פון די חשובע הצלה וואלונטירן אין שטעטל מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן הי&rdquo;ו איז אנטקעגן געקומען מיט א פלאן אז ער איז גרייט אוועקצוגעבן זיין פלאץ אויפן רוט 52 וואס קומט אויס פונקט אינמיטן ביידע געגענטער פונעם שטעטל. &nbsp; נאכן עס איבעררעדן מיטן ראש ישיבה שליט&rdquo;א און נאכדעם וואס די פירער פון חברה הצלה זענען געקומען קוקן דעם פלאץ איז עס באשטעטיגט געווארן אלס געאייגענט פאר דעם צוועק. ברוך השם אז מען האלט שוין דא אז דאס איז שוין געווארן הערליכע אהערגעשטעלט מיט צוויי פארקינגס, איין "באס" וועט שטענדיג זיין גרייט, האפענטליך נאר אויף שמחות, און דער צווייטער וועט דינען אלס א בעקאפ ווען די ערשטע דארף דורכגיין מעינטענענס. &nbsp; דער ציבור שפירט א געוואלדיגע הכרות הטוב פארן אלעמען באליבטן הצלה וואלונטיר מו&rdquo;ה אברהם יושע נרו יאיר, וואס אויסער דעם וואס ער לויפט כסדר אויף קאלס, האט ער אוועקגעגעבן זיין אייגענע פלאץ פארן ציבור, און אזוי אויך טוען מיר זיך באדאנקען פאר אלע חשובע וואלונטירן און זייערע בני בית וואס ווען נאר עס קומט אריין א קאל, לאזן זיי אלעס איבער, און לויפן העלפן א צווייטן איד סיי ווען 24 שעה א טאג. &nbsp; ואחרון חביב פאר די חשובע הצלה ארגאניזאציע וואס שטייט צו הילף פארן שטעטל מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן פון אלעם גוטס. &nbsp; מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע פלעגט שטענדיג זאגן אז אין די זכות פון די חשובע וואלונטירן וועט משיח קומען, ווייל די גרעסטע זאך איז טון חסד. &nbsp; כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא! &nbsp;

    < זעה מער יג אדר א' תשפ"ד 📝
  • אמעריקאנער פארגעשניטער דראון אראפגעשאסן דורך תימנע כוטיס

    אין די לעצטע צייט זענען די כוטיס אין תימן ארויס אין א מלחמה קעגן די מערב וועלט, ווען זיי אטאקירן שיפן און מיטליטערישע געצייג אינעם ים סוף און אינעם מיטל מזרח. די מעכטיגע אמעריקאנער ארמיי וואס האלט זיך פאר די שטארקסטע אין דער וועלט וואס קיינער קען זיי באזיגן, פלאגט זיך מיט די אפגעריסענע פרימיטיווע כוטיס וואס מאכן טענטראמס ווי קליינע קינדער וואס ווילן נישט גיין שלאפן. &nbsp; אמעריקע מיט נאך פילע מערב לענדער האבן ארויסגעשיקט פילע אויפגעריסטעטע ריזיגע שיפן צום ים און באגלייטונג מיט די פארגערישריטענסטע פליגערס און דראונס, זיי האבן שוין באמבאדירט פילע לאקאציעס אין תימן, צילנדיג זייערע וואפן זאפאסן. אבער די וועלט איז געכאפט געווארן אין שאק די וואך ווען די בארפיסיגע אראבער האבן באוויזן אראפ צושיסן א דרייסיג מיליאן דאלארדיגע דראון וועלכע אמעריקע האט געשיקט העכער אירע הימלען צו שפיאנירן אויף איר. &nbsp; פאר אונז איז עס גארנישט קיין איבעראשונג, מיר ווייסן אז ביי אויבערשטן איז נישט די גרעסטע מיליטער שווערער צו באזיגן ווי א קליינע פליג, און מיר חזר'ן כסדר אז נישט די ארמיי אדער די עף סיקסטינס באשיצן אונז. מיר האבן דעם שטארקסטער גענעראל דער אויבערשטער וואס היט אויף אונז און אים קען קיינער נישט באזיגן. &nbsp; והבוטח בה' חסד יסובבנו &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יג אדר א' תשפ"ד 📝
  • יערליכע "מיד-ווינטער אנווארימען" פארטיס פון די לעידיס אקזילערי

    היי יאר מיטן וואוקס פונעם ציבור גרייט מען צו צען באזונדערע פארטיס אין צען באזונדערע שטעט. צו וואס אלע פרויען פון אנשי שלומינו וועלן קומען בעזרת השם העלפן דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז ווען מען העלפט די מוסדות טוט מען נישט קיין טובה פאר קיינעם אויסער פאר זיך. מען העלפט אז די אייגענע קינדער זאלן קענען באקומען דעם ריינעם אויסגעטרעטענעם חינוך וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אויסגעטרעטן, און ווערט ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורכן ראש ישיבה שליט"א &nbsp; דאס יאר ווערט ערווארטעט א גאר געשמאקע פראגראם, מיט ספעציעלע דאר פרייזעס פאר אלע וואס זענען מנדב פון $75 און העכער, עס וועט זיין לייכטע ריפרעשמענטס, און עקסייטינג ראפעלס. עס וועט אויסגעראפעלט ווערן ווערטפולע גיפט סערטיפיקאטן צו דריי פאפולערער געשעפטן, בעמבעלינאָ, סענטעיד סענסעישאָן, און דעליקעט ראָוז. &nbsp; צייכענט זיך אן אינעם לוח צו האלטן פריי דעם טאג אין אייער געגענט ווי די חשובע פרויען מאנשי שלומינו לאדענען איין אלע פרויען צו קומען אנטייל צו נעמען, און הנאה האבן א געשמאק פארברענג מיטן אויבערשטנ'ס הילף. &nbsp; בארא פארק דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; קרית ברסלב מאנטאג ויקהל (כ"ד אדר א', מארטש 4) 8:30 אווענט &nbsp; סטעטן איילענד דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; וויליאמסבורג דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; לינדען דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; טאמס ריווער דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; מאנסי מאנטאג כי תשא (י"ז אדר א', פעברואר 26) 9:00 אוונעט &nbsp; קרית יואל מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; קרית טאהש מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; דזשערסי סיטי&nbsp; מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; די וואס ווילן מנדב זיין אויפן טעלעפאן קענען רופן מרת אפעל תחי' אויף 347-519-0701, מ'וועט קענען אריינגיין אין די רעפלס דורך טעלעפאן.

    < זעה מער יב אדר א' תשפ"ד 📝
  • רוסישער אפאזיציע פירער געמארדעט אין טורמע

    אלעקסיי נעוואלני האט זיך שטארק באקאנט געמאכט אין די לעצטע יארן זייענדיג איינער וואס האט זיך געוואגט זיך קעגן צו שטעלן דעם רוסישן פרעזידענט ווילאדימיר פוטין, לויפענדיג אין די וואלן פאר פרעזידענט אין יאר 2018 למספרם. זייענדיג א כאריזמאטישער מענטש מיט שאנסן צו טשאלאנדזשען פוטין, האבן די רוסישע באאמטע אנגעהויבן צו לייגן אומגעהויערע שטרויכלונגען קעגן אים, מען האט אים גערודפט אין געריכט און באשולדיגט מיט אלע סארטן קלאגעס. זייענדיג אויף א פליגער פון טאמסק קיין מאסקווע אין יאר 2020 למספרם איז ער אוועקגעפאלן, וואס האט זיך דערנאך ארויסגעשטעלט צו זיין א מארד פראוו פון די רוסישע עף עס בי (אזוי ווי די עף בי איי אין אמעריקע) אגענטן. נעוואלני האט זיך ערהוילט אין א דייטשע שפיטאל, און טראץ עס איז געווען קלאר אז פוטין וויל אים זען טויט, איז ער צוריק געפארן קיין רוסלאנד אינעם לייבן גרוב, פאר אביסל כבוד. &nbsp; דא האבן מיר א ביישפיל ווי כבוד האט פאקטיש גע'הרג'עט, פאר אביסל כבוד. אבער אפילו מען האלט נישט ביים ווערן פיזיש גע'הרג'עט, וועט א מענטש אבער הרג'ענען זיין לעבן פאר אביסל כבוד. פאר פופצן מינוט וואס מענטשן וועלן שמועסן "וואו האט דיין חתן געלערענט?", וועט ער נעמען א בחור א חיה רעה וואס וועט רודפן זיין טאכטער איר גאנץ לעבן, בלויז ווייל ער זאל קענען עטפערן "מיין חתן האט געלערנט אינעם לומדישן ישיבה". &nbsp; אזוי אויך וען א מענטש פאלט אריין אין קנאה ער רעדט זיך איין אז יענעם גייט בעסער, ער פארגעסט אז דער אויבערשטער געט סיי פאר אים און סיי פאר יענעם פונקטליך אזוי ווי עס דארף צו זיין, עסט מען זיך אויף לעבעדיגערהייט, און עס נעמט ארויס א מענטש פון זיין לעבן, אפילו אויב מען טוט אים נישט קיין תכריכים, גייט ער ארום ווי א לעבעדיגער מת מיט א הוט און רעקל, ער עסט זיך דאס געזונט פארוואס יעדעם גייט גוט, און נאר אים איז שלעכט. &nbsp; די זעלבע זאך מיט תאוה, וואס פאר א הנאה פון פופצן מינוט קען א מענטש פארלירן סיי די וועלט און סיי יענע וועלט, און דאך פאלן נעבעך מענטש אריין אין דעם פאסטקע. &nbsp; דערפאר דארפן מיר בעטן דעם אויבערשטן "נעם ארויס פון מיר די קנאה תאוה און כבוד", ראטעווע מיך פונעם נעץ אין וואס דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אריינשלעפן." דאס איז די איינציגסטע עצה צו געראטעוועט ווערן דערפון. &nbsp; הקנאה והתאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יב אדר א' תשפ"ד 📝
  • גרויסע אויספארקויף אינעם השבת אבדה שטיבל אין שטעטל

    אין שטעטל גייט אן א וויכטיגע ארגאניזאציע וואס ווערט געפירט דורך די חשובע משפחות טייטלבוים, די "השבת אבידה שטיבל" וואס שטעטל צו די סערוויס פון זיך אפגעבן מיט די גרויסע מצוה פון השבת אבידה אויפן שענסטן פארנעם, סיי ווער עס טרעפט עפעס אין שטעטל ווייסט מען אז עס איז דא אן אדרעס ווי מען וועט זיך אפגעבן דערמיט, אזוי אויך ווער עס פארלירט עפעס, בעט מען דעם אויבערשטן און מען גייט אריבער צום השבת אבידה שטיבל ווי מען וועט עס בעז"ה טרעפן. &nbsp; אבער במשך די צייט זאמלען זיך אן גאר אסאך זאכן וואס קיינער קומט נישט זוכן, און עס איז נישט מעגליך אנצוגיין אזוי, האט מען בהוראת פונעם דיין שליט"א איינגעפירט צו מאכן אן אויספארקויף יעדע עטליכע חדשים אויף די זאכן וואס ליגן שוין אינעם שטיבל פאר א לאנגע תקופה, די זאכן וועלן פארקויפט ווערן פאר צוויי דריי דאלער וואס וועט גיין אויסצוהאלטן דעם שטיבל, מען זאל ווייטער קענען אנהאטלן דעם וויכטיגן סערוויס פאר די שטעטל. &nbsp; יעצט וועט פארקומען די ערשטע גרויסע אויספארקויף פון זאכן וואס ליגן שוין לאנג, עס וועט פארקומען די וואך פון מארגן מיטוואך ביז ערב שבת קודש, ווי מען וועט טרעפן א גאר גרויסע אויסוואל פון גוטע קוואליטעט זאכן, בעיקר זענען דארט מלבושים ווי רעקלעך, מאנטלען, האנטוכער, רעגן מאנטלען, מעיל, שאלן, טלתים, העמעדער, וועש, שירעמס, ריפלעקטארס און נאך פילע זאכן. מען וועט קענען ארויסגיין פון דארט מיט גאר גרויסע מציאות, גוטע קוואליטעט זאכן פאר פרוטות. &nbsp; די אדרעס פונעם השבת אבידה שטיבל סיי א גאנץ יאר צו איבערגעבן געטראפענע זאכן, און אויך אויפצוזוכן פארלוירענע זאכן, און יעצט צום אויספארקויף איז אין שטוב פון מו"ה שמשון הערש טייטלבוים הי"ו, אויף 121 טווין ברידזש רד. - פאר סיי וועלכע פראגע בנוגע דעם השבת אבידה שטיבל קען מען אלץ רופן 845-243-0604. &nbsp; 📰 די גרינדונג פונעם השבת אבידה שטיבל

    < זעה מער יא אדר א' תשפ"ד 📝
  • ניורא לינק אינסטאלירט ערשטמאליג א טשיפ אין א מענטשליכע מוח

    די וועלט איז אויף מיט די דורכברוך וואס די "ניוראלינק" פירמע האט לעצטענס דורכגעפירט. די פירמע ארבעט שוין דערויף בערך אכט יאר, מיטן ציל צו "פארבינדן" די מח פון א מענטש צו א "פיצלע" טשיפ, וואס זאל קענען ארויסהעלפן מענטשן וואס זענען ל"ע פאראליזירט, און זאלן דערמיט קענען שיקן מיטן מח א מעסעדזש צו א קאמפיוטער אן דעם וואס מען זאל דארפן נוצן די אויגן, הענט אדער מויל. &nbsp; לויט באריכטן איז דער ערשטער טעסט געווען סוקסעספול און דער ערשטער מענטש וואס האט דאס באקומען מיט א חודש צוריק ערהוילט זיך פיין, און דער מאשין וואס הייסט "די לינק" ארבעט גוט, און דער פאציענט וואס איז פאראלאזירט ל"ע קען דערמיט לאזן וויסן וואס ער וויל. &nbsp; דער אמת איז אז מיר אלע האבן דעם טישפ שוין לאנג אין אונזער מח, דער טשיפ איז די נשמה די חלק אלוקי ממעל וואס פארבינדט אונזער נשמה צום אויבערשטן, און דער אויבערשטער ווארט מיר זאלן אים זאגן וואס מיר ווילן, דער אויבערשטער וויל מיר זאלן נוצן אונזער מויל אויסצודרוקן אונזער אמת'ע רצון, ער ווארט מיר זאלן אים זאגן "באשעפער, איך וויל יא זיין גוט, קוק נישט אויף מיין יצר הרע, דאס איז נישט איך, איך וויל נאר טון דיין רצון, באשעפער ראטעווע מיך, העלף מיך, שלעפ מיר ארויס פון מיין פלאנטער." &nbsp; דאס איז א "לינק" וואס פאררעכט אלעס וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו פארשטעלן, ער וויל אונז מאכן פאראליזירט, מיר זאלן נישט טראכטן אז מיר האבן נאך עפעס א פארבינדונג מיטן אויבערשטן. פרוביר נאר איינמאל אויס די טעם פון גיין אין א זייט, אין א פלאץ ווי קיינער איז נישט דארט, און עפען דיין הארץ צום אויבערשטן. וועסט ארויסגיין א נייע מענטש. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יא אדר א' תשפ"ד 📝
  • דער ראש ישיבה פראוועט א שבת התוועדות צו שאפן געלט פאר די הייליגע מוסדות

    שבת קודש פרשת משפטים איז דער ראש ישיבה געפארן צו פארברענגען אינאיינעם מיט א קליינע ציבור תומכי המוסדות, וואס האבן מנדב געווען גרויסע סכומים גדולים אז די מוסדות זאלן קענען אנגיין, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו אין עצתו אמונה פרשת תרומה: "די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק שאפן געלט פאר די מלמדים, איך האף דו ביסט מכיר טובה אז איך העלף דיר, איך פאר אוועק פון שטוב אנשטאט דיר; עס וואלט ווען געדארפט זיין אז דו זאלסט זיין דער וואס איז פארנומען זוכן א וועג פאר דיינע קינדער זיי זאלן האבן א מלמד מיט א לערערין וכו', למעשה פָּארע איך זיך פאר דיר; מיט אלע כוחות שאף איך געלט פאר דיינע קינדער, זאלן האבן מלמדים און לערערינס." &nbsp; פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט תיקוני זוהר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער צוויי ספרים האט ער די מערסטע ליב צו לערנען, ליקוטי מוהר"ן און תיקוני זוהר, און כאטש אז פון אנפאנג זענען די צוויי ספרים אים געווען די שווערסטע, ער האט ממש געשפירט ווי ער עסט שטרוי, אבער מיט די צייט האט ער אנגעהויבן שפירן דערין די זיסע טעם, נאך מער פון סיי וועלכע אנדערע לימוד. &nbsp; דער ראש הישיבה האט איבערגעלאזט זיינע קליינע קינדער אינדערהיים אין וויליאמסבורג, און פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען האט ער געזאגט אז ער גייט פרובירן צו דאווענען ווי עס דארף צו זיין, ווייל שוין א לאנגע צייט וואס ער קען נישט געהעריג דאווענען, ווייל ער דארף קעיר נעמען פון זיינע קליינע קינדער, זען אז אויך זיי זאלן דאווענען. דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו מנחה און קבלת שבת וואס איז דורכגעגאנגען מיט גרויס התעוררות. &nbsp; ביי די סעודה האט דער ראש הישיבה געזאגט צווישן אנדערע די שעדליכקייט פון אנזאמלען חובות און הלוואות, א זאך וואס איז זייער איינגעגעסן ביי מענטשן און מען כאפט אפילו נישט, און נאכדעם נעמט עס אוועק פונעם מענשט זיין גאנצע ישוב הדעת און מנוחה, דער מענטש האט נאכדעם נישט קיין מח צו דאווענען און לערנען ווי מען דארף. די וואך זעט מען דאס אין די פרשה. די תורה זאגט אז א מענטש וואס האט חובות, זאל ער גיין און זיך פארקויפן פאר א קנעכט, כדי ער זאל קענען באצלאן זיינע חובות, און אפילו ער וועט דארפן חתונה האבן מיט א שפחה כנענית און ער וועט האבן קינדער כנענישע קנעכט, דארף ער דאס טון פטור צו ווערן פון זיינע חובות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט באריכות די דריי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פונעם מהרש"א, ווען דער רבי איז געווען אין אוסטראה און האט געהאט ביי זיך דריי רענדלעך, און האט געזאגט אז פאר יעדע רענדל קען ער פארציילן א מעשה פונעם מהרש"א, און ער האט געגעבן אלע רענדלעך פון זיין האנט, און האט פארציילט דריי מעשיות, ער האט פארציילט די מעשיות פאר זיין טאכטער ווען זי איז געווען זייער קראנק, און זיין זיידע דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע איז געקומען צום רבין אין חלום און אים געזאגט ער זאל זיך נישט זארגן, און ער זאל פארציילן מעשיות פון צדיקים וואס איז מסוגל צו ישועות, און דעמאלטס האט דער רבי פארציילט די דריי מעשיות, און זי איז געזונט געווארן. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גזירת החינוך וואס איז דא אין ניו יארק, און האט געזאגט אז עס גייט אים נישט אן וואס זאל זיין, מען וועט גארנישט טוישן פון די מסורה אין די חינוך פון די קינדער, און אפילו די רעגירונג וועט מער גארנישט געבן, ב"ה לא אלמן ישראל, אידישע קינדער וועלן זיך אנרופן ווארעם און מען וועט קענען אנגיין, עס איז נישט וואס מורא צו האבן, מיר דארפן נאר מתפלל זיין, און דער אויבערשטער וועט העלפן די גזירה וועט בטל ווערן. &nbsp; ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה פארציילט אסאך סיפורי צדיקים, און בעיקר איבער מוהרא"ש זי"ע, צווישן אנדערע האט ער פארציילט אז איין טאג האט אים מוהרא"ש געזאגט אז ער האט אמאל געהערט פון זיין טאטע אז עס איז דא א מין מחלה וואס הייסט אפילעפסיע, און מען דארף נישט מורא האבן דערפון אפילו אויב עס זעט אויס זייער שרעקעדיג, מען ווארט אויס ביז ער ענדיגט זיך צו ווארפן, און דערנאך הייבט ער זיך אויף און אלעס איז מסודר. עטליכע טעג נאכדעם וואס ער האט געהערט די מעשה, איז מוהרא"ש געווען אין עירפארט, און איינער איז דארט אראפ געפאלן, און אלע האבן געשריגן און געפאניקט, און מוהרא"ש האט געזאגט "איך בין נישט געווארן דערשראקן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז צוויי טעג נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אים פארציילט די מעשה איז א בחור אין ישיבה אראפגעפאלן, און די עלטערן האבן ניטאמאל געוויסט אז זייער בחור האט עפילעפסיע, און דעמאלטס האט ער פארשטאנען פארוואס מוהרא"ש האט אים פארציילט די מעשה. &nbsp; במשך דעם שבת האט דער ראש ישיבה אסאך ארום גערעדט איבער וויכטיגע זאכן אין חינוך און שלום בית, און בעיקר איבער תפילה, התבודדות און רעדן צום אויבערשטן, און איבער די חשיבות פונעם דרך הלימוד. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מקיים זיין למעשה אלע שיינע זאכן און זיסע עצות פון הייליגן רבין.&nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער י אדר א' תשפ"ד 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדערלעך אידיש חלק ב' ארויס פון דרוק

    אין די יעצטיגע טעג איז ענדליך אנגעקומען אין קרן הדפסה א ריזיגע שיפמענט פון די שטארק נאכגעפרעגטע ביכלעך פאר די קינדער, די שוין היינט בארימטע סעריע "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", דער שיפמענט אנטהאלט די פאלגענדע דריי ביכלעך. &nbsp; צום ערשט ליגט דערין "מעשה'לעך פאר קינדער אידיש נומער איינס" וואס איז צוכאפט געווארן דורך די מאסן ביים ערשטן דרוק אויף א פארנעם וואס מען האט זיך נישט געקענט פארשטעלן, און שוין א לאנגע צייט וואס עס איז בכלל מער נישטא צו באקומען, ווען סיי אויף די וועבסייט, און בפרט פון די מפיצים הערט מען כסדר פארלאנגען אז אלע זוכן דוקא דאס, און זיי וואטן שוין אזוי לאנג עס צו קענען האבן. יעצט וועלן אלע וואס האבן עס נאכנישט אנגעיאגט איינצוהאנדלען עס קענען קויפן, אויפן וועבסייט און ביי די מפיצים בעזרת השם יתברך. &nbsp; אבער יעצט קומט די "טשערי אן די פיי", אינעם שיפמענט איז אנגעקומען "מעשה'לעך פאר קינדערלעך אידיש נומער צוויי", וואס איז יעצט צום צום ערשטן מאל דא צו באקומען, כמעשהו בראשונה, צען הערליכע ציענדע מעשה'לעך מיט הערליך אויג פארכאפענדע געמאלענע בילדער, געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס לייגט אריין דערין זיין הארץ און נשמה, מיטן ציל אריינצופלאנצן אין די טייערע ריינע נשמה'לעך אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות און אז זייער תמימות זאלן זיי קענען מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן, און זיי זאלן באקומען די מעסעדזש פון די וויגעלעך אז דער אויבערשטער דארף זיי, און זיי זאלן גלייבן אין זיך, אינעם אויבערשטן און אינעם צדיק. &nbsp; מען האט געדרוקט דערפון א גאר א גרויסע קוואנטום נאכן זען דעם גרויסן פארלאנג פונעם ערשטן חלק, מיט דעם אלעם האפט מען עס וועט זיין גענוג פאר אלע וואס זוכן עס, און עס איז כדאי זיך עס איינצוהאנדלען וואס שנענער איידער עס גייט אויס. &nbsp; אזוי אויך איז אונגעקומען די ענגלישע ווערסיע פונעם ביכל די ערשטע חלק "ליטל סטאָריס פאָל ליטל סאָולס" וואס איז איבערגעטייטש פון די אידישע קונטרסים וואס ווערט פארקויפט און פארשפרייט אין די פלעצער ווי ענגליש איז די ערשטע שפראך, אז אויך זיי זאל קענען געניסן פון דעם זיסן און לויטערן קוואל וואס קוועלט אמונה, יראת שמים און מידות טובות. &nbsp; די אלע זאכן קענען שוין די מפיצים באשטעלן פונעם קרן הדפסה, און וועט זיין צו קויפן אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט אין די נאנטע טעג מיטן אויבערשטענ'ס הילף. &nbsp; אז מען רעדט שוין, איז כדי צו דערמאנען אז די ענגלישע ביכל חלק ב' איז אין די טעג אריין אין דרוק, און די אידישע ביכל חלק ג' איז אין די ווייטע שטאפלען פון ווערן געדרוקט, און מען האפט אז פון יעצט וועלן די נייע חלקים ארויסקומען שנעלער, און מען זאל נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג פון איין חלק צו די אנדערע. &nbsp; אינעם סעריע פון מעשה'לעך פאר קינדערלעך איז אויך דא די פאפולערע אייטעם פון די קאלערינג בוק און די יו עס בי, און נאך פארשידענע זאכן, אלעס מיטן ציל אריינצוברענגען די זיסקייט פון תורה ומצוות צום קומענדיגן דור.

    < זעה מער ט אדר א' תשפ"ד 📝
  • עס-זאַל אין אומאן וועט בעז"ה ווערן אריבערגעפירט צו א גרויסע טענט

    אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אז מען האט זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבי'ן פארגאנגענעם ראש השנה, און מען בעט דעם אויבערשטן אז מען זאל זוכה זיין אויך אויף קומענדיגן יאר ראש השנה תשפ"ה צו קענען אנקומען צום הייליגן רבין, מען בעט דעם אויבערשטן אז מען זאל נישט האבן קיין מניעות און קיין שטערונגען, אלעס זאל פארן על צד היותר טוב, סיי מצד די רעגירונגען, סיי מצד געלט, און אזוי ווייטער מען זאל קענען קומען און גיין געזונטערהייט און אויספועלן אלעס גוטס. &nbsp; אלע וואס האבן מיטגעהאלטן פארגאנגענעם ראש השנה תשפ"ד האבן געזען אז דער בנין איז שוין איבערגעפולט על כל גדותיו, מען האט ב"ה שוין געקויפט עטליכע ריזיגע שטחים נעבן דעם בנין ווי מען וועט זיך קענען פארברייטערן מיטן אויבערשטענס הילף. אבער די מערסטע ענגשאפט האט זיך אנגעזען ביים עסן, אין די ערשטע יארן פונעם בנין פלעגט מען עסן אינעם גרויסן עס זאל אינעם בעיסמענט, ווי עס איז געווען גענוג פלאץ פאר אלעמען, אבער אין די לעצטע צוויי יאר האט מען בלית ברירה געמוזט פארוואנדלען דעם בית המדרש אין א דיינינג רום נאך יעדע תפלה, וואס איז א גרויסע דיעבד. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען בויען א נייע הערליכע בנין אויף איינע פון די שטחים דערנעבן, אבער ביזדערווייל האט דער ראש ישיבה באשלאסן וועט מען זיך ספראווען מיט דעם דורך א גרויסן טענט. אויף איינע פון די גיגאנטישע שטחים וואס די קהילה פארפיגט נעבן דעם בנין וועט מען אראפשטעלן א געהעריגע צעמענטענעם פלאר, אויף וואס מען וועט אויפשטעלן א באקוועמע ריזיגע טענט מיט גענוג און נאך פלעצער בהרחבה גדולה, אויפן פארנעם ווי אנדערע הכנסת אורחים טוען אין אומאן, וואס וועט מיטן אויבערשטנעס הילף צוגעבן צום הרחבת הדעת פון אלע וואס קומען אויף ראש השנה וויילן אינעם בנין. און דער בית המדרש וועט קענען פארבלייבן נאר לתורה ולתפלה במשך דעם גאנצן מעת לעת.

    < זעה מער ז אדר א' תשפ"ד 📝
  • פערמענאנטע מקוה ווערט געבויעט אינעם נייעם געגענט אין שטעטל

    כמעט יעדע אינגערמאן נאך די חתונה האט חלומות פון קויפן א הויז. ער טראכט און פלאנירט, ער וועט ארבעטן ווערן די מענעדזשער, זיך איבערארבעטן, זיין ווייב וועט ארבעטן, מען וועט סעיוון געלט, מען וועט בארגן, אריינטאנצן און זיך קויפן א הייזקע, מען וועט האבן א דאך איבער'ן קאפ. פילע אינגעלייט זעען זיך צען יאר נאך די חתונה - אין בעסטן פאל עס איז זיי שוין יא געלונגען צו קויפן א הויז - מיט מארגעזשעס וואס מען קען נישט דערהייבן. כאטש מען ארבעט פון פארטאגס ביז שפעט ביינאכט, מען האט אויך א זונטאג דזשאב, און די ווייב ארבעט אויך, קען מען נישט דערהייבן די הוצאות. וואס צום ערשט פאלט עס אויף די קינדער, די קינדער זעען נישט דעם טאטן משבת לשבת, און אפילו דאן שלאפט ער גלייך איין ביי די סעודה. און אפילו די מאמע איז נישט צום האבן, זי דארף ארויסלויפן צו איר דזשאב, און קוים וואס זי קען קעיר נעמען פון אירע קינדער, און בכלל ווי קען מען דאווענען, לערנען, האבן שלום בית, מחנך זיין קינדער ווען מען האט חובות אויפן קאפ? &nbsp; דערפאר לייגט דער ראש ישיבה א גרויסע דגוש אינעם שטעטל אז די פרייזן זאלן בלייבן עפארדעבל. איינע פון די זאכן וואס מען טוט דערפאר איז אז מען צושפרייט זיך, אויב נישט יעדער מוז גיין אין די זעלבע ד' אמות קען מען זיך צושפרייטן אויף ריזיגע מיילן, און די פרייזן בלייבן סטאביל, צוליב וואס די מארקעט ווערט נישט איבערגעשטרענגט. &nbsp; אין די לעצטע צייט האבן זיך פילע אנשי שלומינו געקויפט דירות אין א פרישע געגענט נישט ווייט פונעם תלמוד תורה געביידע פאר גינסטיגע פרייזן, און היינט וואוינען שוין דארט א שיינע צאל משפחות.&nbsp; &nbsp; אינעם נייעם געגענט האט מען תיכף געעפענט א בית המדרש לתורה ולתפלה, א בית המדרש וואס איז דער צענטער פונקט פונעם געגענט, ווי אלע שעפן חיות עצות און חיזוק. דער געטרייער גבאי מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו פון די חשובע איינוואוינער פירט דעם בית המדרש געניט, מאכט זיכער אז אלע געברויכן ווערן צוגעשטעלט, אזוי אויך זענען זיך אלע מחי' מיט זיינע פערל ווערטער ביי די שיעורים אין בית המדרש, ווי סיפורי מעשיות שבת אינדערפרי, און דברי תורה ביי שלש סעודות. &nbsp; מען האט זיך אבער צוערשט געמוזט באגיין מיט א פראוויזארישע מקוה, דער ראש ישיבה אבער האט געבעטן מען דארף בויען א דויערהאפטיגע פערמענאנטע מהודר'דיגע מקוה. ברוך השם אין די לעצטע וואכן האט מען שוין געגאסן די בור, און אין די יעצטיגע טעג האט מען שוין אנגעהויבן לייגן די טיילס אינעם בור המקוה. וואס מען האפט אין די נאנטע טעג צו פארענדיגן לשביעת רצון פון אלע מתפללים. &nbsp; מה מקוה מטהר, אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל

    < זעה מער ה אדר א' תשפ"ד 📝
  • סאליוואן באסעס גרינדן נייע באס רוט ספעציעל פארן שטעטל

    כאטש דער ראש ישיבה שליט"א האט גלייך ביים אנהייב פונעם גרונדן דעם שטעטל געזארגט אהערצושטעלן דעם שאטל פאר די איינוואוינער, כדי מען זאל קענען גרינג אנקומען וואו מען דארף. איז די טראנספארטאציע פאר די חשובע פרויען וואס ווילן אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן נאך אלץ גאנץ שווער. &nbsp; דער געטרייער חבר הנהלה מו&rdquo;ה מנחם שטיינבערג הי&rdquo;ו האט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות אין דעם, סיי מיטן זוכן די פאסיגע שאטל, און דערנאך ווען מען האט שוין געדארפט האבן נאך א שאטל האט ער אויך געזען מען זאל טרעפן דעם ריכטיגן שאטל, און סיי מיטן אהערשטעלן די וועג וויאזוי און וואו די שאטל זאל ארומפארן כדי עס זאל זיין די בעסטע פאר אלע איינוואוינער. היינט איז דאס אהערגעשטעלט אז מען לאזט וויסן מרת כ&rdquo;ץ וואו און ווען מען וויל פארן און זי לאזט וויסן אויב דאס איז מסודר. &nbsp; אין די זעלבע צייט האט מען נאך ווייטער געארבעט צו זען וויאזוי מען קען מאכן בעסער און שענער דאס אנקומען צו אלע פלעצער אין און ארום די שטעטל. אין איינע פון די טעג איז מען ברוך השם אויפגעקומען מיט א געדאנק אז מען קען אפשר אנהייבן נוצן "מאוו סאליוואן" וואס איז די באס סערוויס וואס די קאונטי פירט אן. מען האט זיך פארבינדן מיט זיי צו זען אויב זיי קענען אנהייבן צו פארן אין די גאסן פון שטעטל, כדי די איינוואוינער זאלן קענען געניסן פון די סערוויס. &nbsp; ווי די סדר ביי די שטאטישע אפיסעס נעמט אלעס אסאך צייט, אבער נאך אסאך תפילות קען מען שוין מעלדן די גוטע בשורה אז זיי זענען גרייט צו צולייגן נאך רוטס און באסעס אויסגעשטעלט ספעציעל פאר די שטעטל. עס איז ב"ה אויסגעארבעט געווארן א פונקטליכע מאפע פון גאסן און סטאפס וואו זיי גייען פארן אויפנעמען און אראפלייגן פאסאנדזשירן. &nbsp; ווי עס הייסט יעצט וועט אריינגיין אין קראפט קומענדיגן חודש, פאר מער פונקטליכע דעטאלן און אזוי אויך ווען עס גייט זיין מער נייעס איבער דעם וועט מען עס לאזן וויסן אם ירצה השם. &nbsp; דער יעצטיגע שאטל וועט אם ירצה השם ווייטער אנהאלטן און וועט ארומצופירן בעז"ה אלעמען, אבער נאר די קאונטי באסעס וועלן צולייגן נאך גוטע אפציעס און גרינגער מאכן אנצוקומען וואו מען דארף. &nbsp; ביי דעם געלעגענהייט ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די חשובע הנהלה וואס דער ראש ישיבה האט געשטעלט, וואס לייגן אריין כוחות אין יעדן פרט אינעם שטעטל, אז עס זאל זיין דאס בעסטע פאר אלע חשובע איינוואוינער, ובפרט קומט זיך א דאנק פאר מו&rdquo;ה מנחם שטיינבערג הי&rdquo;ו וואס האט געארבעט דערויף גאר לאנג און אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות עס זאל צושטאנד קומען, דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטן. &nbsp;

    < זעה מער ד אדר א' תשפ"ד 📝
  • דער שטויסקראפט פון א פליגער

    שאלה: א ישר כח פאר דיינע שיינע ארטיקלען, נייעס און ידיעות, אלעס אזוי שיין מסביר געווען, ווי מעקן אייביג ארויסנעמען מען ווי דער אויבערשטער פירט די וועלט. האסט זייער שיין מסביר געווען וויאזוי דער עראפלאן קען זיך האלטן אין די לופטן דורכדעם וואס עס פארט זייער שנעל וכו', אבער איך וויל פארשטיין וויאזוי טאקע רוקט זיך אן עראפלאן אין די לופטן? איך וועל מסביר זיין מיין שאלה, ווען א זאך געפונט זיך אויף דער ערד, האט עס רעדלעך וואס דרייען זיך און שטופן עס פאראויס, אבער ווען עפעס איז אין די לופט, מיט וואסאפארא כח קען זיך דער עראפלאך שטופן פאראויס, און פליען אזוי שנעל? מיט דאנק, אברהם ק. &nbsp; ענטפער: שאלת חכם חצי תשובה, כדי צו ענטפערן וועלן מיר מאכן א הקדמה. שטעל דיך פאר א מענטש זיצט גוט איינגעבינדן אויף א שליטן (סלעד) וואס זיצט אויף א גלאטע גלאנציגע דיקע שיכט אייז, ער נעמט א גרויסן שווערן אביעקט און ווארפט עס מיטן גאנצן כח אויף פאראויס, וואס וועט געשען מיט אים, וועט ער זיך רוקן פון פלאץ? אויב יא, צו וועלכע ריכטונג? טראכט א מינוט. יא, האסט גוט צוגעטראפן, דער מענטש מיטן שליטן וועט זיך רוקן אויף צוריק צו וועגס, פארקערט פונעם ריכטונג וואס ער האט געווארפן דעם שטיין. דער אויבערשטער אזוי באשטימט אז "כל דבר נתפעל מהפכו", אויב מען שטופט עפעס פאראויס, ווערט דער ווארפער געשטופט אויף צוריק. &nbsp; הקדמה נומער צוויי: דאס פארשטייט יעדער אז רוקן עפעס אויף אייז וועט זיין אסאך גרינגער ווי עס רוקן אויף זאמד אדער שטיינער. אבער לאמיר זיך פארשטעלן א בילד ווי מען לייגט אריין דעם שליטן אין א לאנגען שמאלן קארידאר וואס האט פלאץ אין די ברייט בלויז פארן שליטן און גארנישט מער. אויף די גאנצע לענג פון די ערד וועט מען אויסלייגן גאר שטארקע מאגנעטן, און אזוי אויך אונטער די שליטן ווען מען לייגן די גאר שטארקע מאגנעטן, יעצט וועט מען איבערדרייען די מאגנעטן פארקערט אז עס זאל אוועקשטופן די מאגנעטן פון אונטער די שליטן, דער שליטן וועט זיך נישט קענען זעצן אויף דער ערד בשום אופן, און צוליב די שמאלקייט וועט דער שליטן מוזן בלייבן שוועבן אין די לופט אביסל העכער דער ערד. יעצט ווען איינער זאל געבן אפילו א קליינע שטופ, וועט עס&nbsp; פליען זייער גרינג, עס וועט נאך זיין אסאך גרינגער ווי שטופן אויף אייז, און אויב ער וועט ווארפן א שטיין פונעם שליטן אויף פאראויס וועט זיך עס רוקן אסאך גרינגער און ווייטער ווי אויף די אייז. &nbsp; די גרויסע היינטיגע פליגערס האבן דזשעט מאטארן, וואס אָׁן אריינגיין וויאזוי דאס ארבעט, בלאזן זיי ארויס גאזן (לופט) אויף צוריק צו וועגס; צום ביישפיל דער באואינג 737 האט צוויי מאכטפולע מאטארן וואס בלאזן ארויס אויף צוריק מיט א שטארקייט פון איבער 700 מייל פער שעה. און ווילאנג דער פליגער איז נאך אויף די ראנוועי רוקט זיך עס טאקע פאראויס דורך די רעדער, אבער איינמאל עס איז אין די לופט, און נאך מער ווען עס איז שוין הויך אין די לופט, קען די שטארקע קראפט פון די לופט וואס ווערט ארויסגעבלאזן פון די מאטארן שטופן דעם ריזיגן פליגער אויף גאר א שנעלע ספיד. דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די פליגערס פארן ארויף אזוי הויך צווישן 30,000 און 40,000 פוס אין די לופט, צוליב וואס די לופט דארט איז שוין גענוג שיטער אז עס איז זייער גרינג פארן פליגער צו פליען שנעל, אבער די לופט האט נאך גענוג דיקעקייט צו קענען האלטן דעם פליגער וואס האלט זיך אויף די לופט. &nbsp; לופט איז ממש א גארנישט. לויט ווי עס זעט אויס פאר אונזערע אויגן איז גארנישט אזוי שוואך ווי לופט, אבער ווי מיר זעען דא האט עס עס שוין גאר אסאך כח. פאר א מענטש קען זיך דאכטן וואס איז שוין אז איך זאג א ווארט צום אויבערשטן, עס איז בלויז אביסל לופט. אבער פון דעם זעט מען אז אז מען טאר נישט אונטערשאצן אביסל לופט. ווייל אין הימל איז עס שוין גארנישט קיין קלייניקייט. פונט ווי מיר זעען ווי א ריזיגער פליגער קען ווערן געשטופט דורך בלויז אביסל לופט, אזוי אויך קענען מיר רוקן אלע מויערן מיט אונזער לופט פון אונזער מויל. ווען מיר זאלן ווען וויסן וואס א תפלה צום אויבערשטן קען פועלן וואלטן מיר נישט אויפגעהערט צו רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער ג אדר א' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 511 to 525 of 1723 results

1 2 ... 32 33 34 35 36 37 38 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com